☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי אני

180 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13716
בלאט: 1 2 3 4

נפה » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:37 am

· #493362
איך ווייס גראדע נישט ווער ער איז
אבער איין זאך ווייס איך ווען איך באקום א לייק פון מי אני ווייס איך אז איך האב געשריבען א דבר חכמה מיט א מקור בתורתינו הקדושה

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:39 am

· #493363
להתודע ולהיגלות: מי אני איז איינער פון די באליבסטע און רואיגסטע שרייבער אין קאווע שטיבל. איך האב נאכנישט באגעגנט אין אלע זיינע מאמרים קיין איין מאמר וואס זאלל האבן א שמץ פון אפיקורסות אדער כפירה. אדער טשעפען און וויי טון א צווייטן...!

ווער ס'האט א פראבלעם מיט זיינע מאמרים דארף צוערשט זיך בודק זיין אויב ער איז נישט געשלאגן מיט די זעלבע באשולדיגונגען וואס ער זעהט ביי א צווייטן.

ס'איז דאך ידוע דער מאמר הבעש"ט הק' אדער ביי איינער פון זיינע גרויסע תלמידים. ווען איינער איז איהם געקומען זאגן אז א געוויסער מענטש האט עובר געווען אן עבירה. האט ער איהם געזאגט אז ער אליינס דארף תשובה טון. ווייל מ'האט אזוי צגעפיהרט מן השמים אז ער זאלל זעהן ווי יענער איז עובר די עבירה..!

פאליטיקאנט » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:08 am

· #493372
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
אריבער א גאנצע שעה פון ווען כ'האב געליינט די תגובה און מיין קאפ איז פשוט נישט רואיג, ס'הייסט אז אונזער יושרד'יגע מנהל האט זיך געקימערט מיט דעם 'איינעם' איז דער 'איינער' לכאורה א אנגעזעענע מיטגליד דא אין שטיבל וואס האט לפחות 3,025 אדורכגעטראכטע לאנגע תגובות , און איז 'איינער' מיט ווען מ'דארף זיך רעכענען אפי' אויבערפלעכליך זעט זיך גארנישט אויס צו זיין ווראנג.

איז ווי קען איך פארשלאגן אז מ'זאל פשוט נישט ליינען זיינע אישי'ס?

נאכן זיך וואלגערן א שעה אין בעט בין איך אויפגעקומען מיט א גאונ'ישע אבער פשוט לעזונג אין עטליכע שטאפלען:

1)אונזער געריבענע מנהל זאל זיך זעצן שרייבן צו הרב 'איינער' אן אישי.

3) עם מסביר זיין אז ער מוז נישט ליינען מי אני'ס תגובות ווייל עס קען עם שאטן בנפש און אויך ווייל זיין איי קיו איז צו נידריג.

4) צולייגן אז לינקס מוזן נישט ווערן געקליקט.

5) ליתר שאת איז ער מכובד צו זיין דער ערשטער עם ארויפצולייגן אויפן "נודניק" ליסטע, און אזוי פארמיידן פאר זיין אויסגעארבעטע נפש פון ווערן אפענדעד.

6) צוריק דירעקטן 'איינער' שליט"א צו די "פאליס טשעיס פראגעס" אשכול אויף אייוועלט.

7) די מנהל זאל זיך אויפשטעלן און טרעפן א צווייטן צו דערגיין די יארן.

כ'מיין דאס קען ארבעטן, אויב פעלט זיך אויס מער הילף קען מיך די חשוב'ע מנהל אלס רופן צום אפיס און כ'על פרובירן אויפקומען מיט נאך לעזונגען.
נ.ב. ביטע מיך רופן אינמיטן ענגליש.

-------------------------------------

זעט זיך אויס זייט רביה"ק האט אונז פארלאזט האבן זיך די בולשיטטערס טאקע געהויבן די קעפ.

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:17 am

· #493375
פאליטיקאנט: ייש"כ. דיין תגובה איז א זאך וואס איז כלבו. אלעס איז דא אין איהר. שכל הישר. יושר . און אויך הומאר. און א ביסל (געזינטע) סארקאזם. וואו ס'פעהלט אויס...!

עגלה ערופה » זונטאג יאנואר 30, 2022 2:28 am

· #493383
.

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 9:57 am

· #493402
צום אלעם ערשט וויל איך זיך באדאנקען מעומק הלב פאר אלע וואס נעמען זיך אָן פאר מיר און זייערע דברי שבח והערצה. עס מיינט באמת גאר אסאך צו מיר. ייש״כ לכל אחד ובשמו הטוב יבורך.

להבהרה, @אנאנים האט מיר נישט סיקירט בכלל. פארקערט, ער האט פשוט געבעהטן אז איך זאל שרייבן אויף אזא וועג ״ובלשון וואס זאל נישט אויפרעגן פשוטי עם״ [א דירעקטע ציטאט]. איך האב נישט ציטירט דעם גאנצן אישי כדי אז מ׳זאל נישט טענה׳ן פארקערט: ״וכי משוא פנים יש בדבר״?

איך וועל מודה זיין אז איך שרייב יא צומאל און ציטיר, ווען עס קומט אריין אינעם שמועס פונעם אשכול, פאזיציעס, מדע וכו׳ וואס קען פאררעכענט ווערן אלס קאנטראווערסיאנאל צו דת וכדומה. אבער, ווי עס איז מערערע מאל ארויסגעברענגט געווארן בין כותלי השטיבל, איז אַן עיקר חסרון מיט אונזער חרדי׳שע געזעלשאפט דאס אי-יכולת צו ענגעידזשען מיט אקאדעמישע מדע כהיום אָן דעם אז עס זאל אונטערברענגען און אונטערברעכן די יסודות פון די חרדי׳שע מהלך בדת ומהלך החיים שלה. דאס איז בשעת אנדערע שטריכן אין יהדות ואפילו בתוך ארטאדאקסיע האבן דאס יא באוויזן צו טוהן. די איינציגסטע וועג ווי זי פיהלט זיך אז זי קען זיך ספּראווען דערמיט איז מיט אַן אגרעסיווע און ריגרעסיווע סארט פון דאס אלעס כובש זיין, צענזורירן, און אונטערדרוקן. דאס איז אבער, לענ״ד, נישט טענעבּל אין אונזער עפאכע כהיום: די עידזש פון אינפארמאציע און דאס גרינגקייט פון צוטריט דערצו. ולדוגמא, אפילו אזא איינער ווי @זוכער, וואס צייגט שוין יא מער פונדאמענטאליסטישע שטריכן, ווייסט צו זאגן פון שפינוזה, וועלהאַוּזן וכו׳ ושיטתיהם (עכ״פ צו עפעס אַן עקסטענט).

ווי איך האב געשריבן דא איז אפילו אויב קען מען שוין יא פארטיידיגן די צוגאנג פון צענזור, איז אבער דאס׳ן דאס אָנהאלטן אויף א יחיד׳ס לעבן לעולם אז ער זאל אפילו נישט וויסן פון דאס אלעס קיינמאל, קינדעריש און קאַוּנטער-פּראדאקטיוו.

און דאס אלעס איז בפרט פאר די קלוגערע און אינטעליגענטע אינדיווידואלן בתוכינו וואס זענען מבקשי ושואפי חכמה ומדע. זיי וועלן למעשה געוואור ווערן דערפון און דאן וויבאלד זיי וועלן פיהלן ווי מ׳האט דאס דאך געזוכט כובש צו זיין פון זיי וועלן זיי דאס אלס אָנקוקן ווי די סיבה איז ווייל דת קען זיך טאקע נישט ספראווען מיט די מדע און האט נישט קיין שום ענטפער/תשובה ומהלך דערמיט. ותוצאותיו מי ישורנה.

לדוגמא, ווי @אנאנים האט געשריבן:
צפון קארעא האט מורא אז אירע מענטשן וועלן געוואויר ווערן עפעס אנדערש, ווייל די דארטיגע רעגירונג ווייסט גאנץ גוט אז זי האט נישט קיין לאגישע ערקלערונגען פארוואס איר סיסטעם איז דער בעסטער סיסטעם אין דער וועלט. דער בעסטער וועג איז אלזא צו בלאקירן דעם אינטערנעט צו פארמיידן אירע בירגער פון בכלל וויסן אז עס איז דא עפעס אנדערש. נישט אז צפון-קארעער ווייסן נישט פון עפעס אנדערש; זיי ווייסן וועגן קאפיטאליזם און אנדערע עקאנאמישע און רעגירונג-סיסטעמען, אבער זיי ווייסן אלעס נאר פון זייער אייגענער רעגירונג'ס פערספעקטיוו. קענען אנדערע סיסטעמען פון דער נאנט, הערן וועגן קאפיטאליסטן פון די קאפיטאליסטן, ברענגט צפון-קארעא פאר א דעבאטע - און א דעבאטע קענען זיי נישט געוואונען.

אונזער געזעלשאפט דארף אויפהערן זיך בויען דורך פארהאקן און דעמאניזירן די גאנצע וועלט, און דארף טרעפן שכל'דיגע סיבות און ארגומענטן פארוואס א מענטש זאלן וועלן זיין א חרדישער איד מרצונו הטוב, אפילו אויב ער זאל וויסן אז עס זענען פאראן אנדערע וועגן. חרדישע אידישקייט דארף קענען געוואונען א דעבאטע.
פאר די וואס ווערן דאס געוואור נאך אלעם צייגט דאס (עכ״פ אפטמאל) צו זיי אז איה״נ: חרדישע אידישקייט קען טאקע נישט געוואונען א/די דעבאטע.

אין מיין מוסד וואו איך ארבעט האב איך דאס טאקע געזאגט פאר׳ן מנהל, א פארשטענדליכער איד וואס פארשטייט גאר גוט צו חינוך [דער זעלבער ווי דא]. עס האט געהאנגען אינעם האָלוועי ביי די עלטערע כתות, מטעם די לימודי חול, א פלאקאט פונעם סאָלער סיסטעם מיט די זון און אלע פלאנעטן דערין. אונטער יעדעס פלאנעט איז געוועזן אפאר שורות אונטער דעם וואו עס איז געשטאנען אביסל אינפארמאציע/מדע איבער דאס פלאנעט. אונטער די זון איז געשטאנען: ״די זון האט זיך געפארעמט __________.״ און דערנאך נאך אינפארמאציע איבער דעם. מ׳האט אנגעבליך געהאט ארויסגעשניטן דערפון אז די זון האט זיך געפארעמט, לפי מדע, בערך פיר אהאלב ביליאן יארן צוריק.

בין איך צוגעגאנגען צום מנהל און אים געזאגט, ״דו ביסט דער גורם אז למשל [דער-און-דער קלוגע אינגל] וועט מעגליך אפפארן ווען ער איז עלטער! לא׳מיר זיך נישט נאַרן, 90% פון קינדער דא וועלן האבן אקסעס צו אינטערנעט ואינפאריאציע [עס איז גראדע א מער ״בארא פארק׳ישע״ סארט מוסד]. און די קלוגע וועלן אנקומען צו די סארט אינפארמאציע אויך. צום ערשט וועט זיין רעאקציע דערצו מסתם זיין, ״׳סאַראַ שטותים!״, אבער צוביסלעך וועט ער (גאר מעגליך) איינזעהן אז זיי האבן גאר שטארקע אביעקטיווע און עמפירישע ראיות לדבריהם. און קומט אויס אז מיט דעם וואס דו האסט דאס להדיא אויסגעריסן, האסטו געשאפן און אראפגעשטעלט אז דאס איז א סתירה און קען נישט גיין אין איינקלאנג מיט דת ורעליגיע; קענסט דאך נישט געוואונען די דיבאטע. ער וועט דאס מעגליך אלעס צאמשטעלן מיט רעליגיע בכלליות און ארויסווארפן דאס קינד מיט די באדוואסער.״

און איך גלייב אז הנסיון מוכיח על זה בימינו אלה.

איך פארשטיי אז מ׳קען מחלק זיין אז פאר קינדער, כדי זיי נישט צו צומישן און אריינגיין אין מער דקות׳דיגע חילוקים ווי אזוי מ׳קען יא ביידע אָנהאלטן וכו׳, פעהלט יא אויס דאס צו צענזורירן לעת עתה ווען זיי זענען יונג. אבער איך גלייב אז דאס איז א פּערמאנענטע מהלך ביי אונז אפילו פאר זקנים ממש.

ועל של עתה באתי און צוריק צו אונזער נידון. איך פארשטיי זייער פיין אז גיין שרייבן עפעס וואס רירט צו און גייט קעגן מענטש׳נס דאגמאס איז נישט עפעס וואס דארף געטוהן ווערן לייכטערהייט ואפילו אויב מ׳איז קעגן דאס געדאנק און מהלך פון צענזור און כובש זיין חכמה ומדע. דעריבער פארשטיי איך יא אז אויב איינער שרייבט, אפילו אויב ער און זיין מדע זענען פולקאם גערעכט, אבער עס איז אין א סארט פאלעמישע און צינישע שטייגער וכדומה להתריס אָנע רעספעקט (@רביה״ק זי״ע איך קוק אויף דיר… הגם איך פערזענליך גלייך יא דיין סטייל פון שרייבן), פארשטיי איך די טענה אז מ׳זאל און מ׳דארף דאס מסדר זיין. דאס אליין צו טוהן אזוי אויף אזא מהלך איז ווייטער נישט בגדר חכמה. אבער דאס׳ן זאגן אז מ׳קען בכלל נישט שרייבן דערוועגן, וואו ס׳איז מדע און די אינפארמאציע איז למעשה דא און מ׳האט (עווענטועל אזוי-צי-אזוי) צוטריט דערצו, איז פשוט לא מדרך החכמה און איז גאר קאַוּנטער-פּראדוקטיוו פאר אינטעליגענטע מענטשן - מענטשן וואס איך גלייב זענען די סארט וואס דרייען זיך דא אויף קאווע שטיבל. דעריבער איז מיין פערזענליכע שיטה אז איך האלט מיר נישט אפ פון שרייבן און ציטירן אן אקאדעמישע שיטה, מהלך, געפינס וכו׳ וכו׳ אפילו וואו עס איז מנוגד לדתינו. ווי כ׳האב געזאגט איז דאס אלעס עפעס וואס אינטעליגענטע גלויביגע מענטשן מוזן ענגעידזשן מיט; עווענטועל, אין איין וועג אדער א צווייטע וועג וככל הנ״ל. כמובן אז דאס מיינט פארשטייט זיך נישט אז מ׳דארף מסכים זיין מיט יעדעס מהלך ושיטה אפילו וואו עס קומט פון א געלערענטער און שטודירטער חכם ומדעני - אבער ענגעידזשן מוז מען. זאגן ״איך וויל אפילו נישט (מ׳זאל) וויסן״, ווען עס איז דאך בתור מדע ואקאדעמיע, איז אינו מדרך החכמה כלל און פאסט נישט פאר׳ן עם חכם ונבון, ובפרט אין אונזער עפאכע. אז נישט גייט דאס אריין אין גורם זיין אז אונזער געזעלשאפט ווערט, ווי @יאיר האט דאס טערמינט:
Survival of the Stupidest

נאר ווי געזאגט מוז דאס געטוהן ווערן אויף אַן אופן פון אביעקטיווקייט און רעספעקט, און אָן קיין שום סאָבּיעקטיווקייט והתרסה. און צו דעם פרוביר איך מיך צו האלטן.

Nanach » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:26 am

· #493405
@מי אני מיין רעספעקט פאר דיר וואקסט נאר פון מינוט צו מינוט, תגובה צו תגובה.
אז דו האסט שוין יא געעפענט די נושא אפשר טאקע וואלט איר געווען פאסיג צו עפענען א אשכול ”וויאזוי צו דיעלן מיט מדע וואס איז זיך סותר צו אונזער רעליגיע”
אויב איז שוין דא אזאנס ביטע ציטירן.
אבער פליז!!!! איך האף אז איין טאג וועל איך נאך פארשטיין אלעס וואס די שרייבסט, אבער אויף דערווייל פליז זיי מסביר אויף ”פלעין אידיש”, א גרויסן שכוח איטהער וועי
כה לחי! חזק ואמץ! (וכמובן על יתבייש מפני המלעיגים) חן חן

המצפה לתשובה (תרתי משמע)
נ נח

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:33 am

· #493406
קהל'ס נער
@אנאנים
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @אנאנים פארעפנטליכן די אישי.

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:45 am

· #493408
Nanach
@מי אני מיין רעספעקט פאר דיר וואקסט נאר פון מינוט צו מינוט, תגובה צו תגובה.
אז דו האסט שוין יא געעפענט די נושא אפשר טאקע וואלט איר געווען פאסיג צו עפענען א אשכול ”וויאזוי צו דיעלן מיט מדע וואס איז זיך סותר צו אונזער רעליגיע”
אויב איז שוין דא אזאנס ביטע ציטירן.
אבער פליז!!!! איך האף אז איין טאג וועל איך נאך פארשטיין אלעס וואס די שרייבסט, אבער אויף דערווייל פליז זיי מסביר אויף ”פלעין אידיש”, א גרויסן שכוח איטהער וועי
כה לחי! חזק ואמץ! (וכמובן על יתבייש מפני המלעיגים) חן חן

המצפה לתשובה (תרתי משמע)
נ נח

ווי כ'האב אויבן געזאגט האב איך סאָבּמיטעד אן ארטיקל צום וועקער וואו איך בין מסביר און פארטיידיג מיין פערזענליכע מהלך ההשוואה אין דעם אלעם (ס'איז פילאזאפיש); איך פאר מיר נעם אָן יעדעס קאנסענסוס אין מדע אין יעדעס פעלד (עכ"פ ווי ווייט איך ווייס). איך האב דערנאך אָנגעגרייט א סאָפּלעמענטערי אשכול דערויף וואס לויפט שוין ביי בערך 9,000 ווערטער.

כמובן, איז מיין מהלך בכלל נישט ענדגילטיג און דעמאנסטרעטיוו אין עני סענס. מיינענדיג, אז עס קען בשו"א נישט אויפווייזן און צייגן צו איינעם ער זאל דאס אָננעמען. אזויפיל גלייב איך פערזענליך אבער יא אז עס איז גענוג מאסגעבענד פאר איינעם וואס האט דאס שוין אקצעפּטירט [מכח חינוך און אינדאַקרינעישאן] און די שאלה איז צי ער זאל דאס יעצט רידזשעקטן.

וכמובן אין אני אומר קבלי דעתי ואפילו פון א דייעלעקטיק מבט, און איך בין מודה און אנערקען אין דאס גראָס אפאלאגעטישקייט פון מיין מהלך השוואה.

Nanach » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:56 am

· #493411
מי אני

איז עס שוין געדרוקט אין וועקער? אויב יא וועלכע נומער?

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:00 am

· #493413
נאך נישט. איך האב סאָבּמיטעד עטליכע ארטיקלען. 'עמיר זעהן וועלכע זיי ווילן און וועלן דרוקן (אויב בכלל).

Nanach » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:05 am

· #493416
מי אני
נאך נישט. איך האב סאָבּמיטעד עטליכע ארטיקלען. 'עמיר זעהן וועלכע זיי ווילן און וועלן דרוקן (אויב בכלל).

הלוואי זאלן זיי עס דרוקן, אבער קודם זאלן זיי ארויסקומען אפטער ווי איינמאל א האלבע יאר.
בכל אופן א גרויסן שכוח פארן זיך אזוי אראפ לאזן אלי הדל והנבזה......

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 12:56 pm

· #493433
זוכער
קהל'ס נער
@אנאנים
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @אנאנים פארעפנטליכן די אישי.

דא שרייבסטו אז ס'איז יא דיך.

אפילו אויב ס'איז נישט דיך, האסטו אבער מודה במקצת געוועין, אז די אנדערע חלק פון די תגובה איז אמת.

ס'דערמאנט די מעשה, פון די רבי וואס האט געזאגט, "די נער זאל ארויסגיין פון קלאס", ריפט זיך איינער אן "בשום אופן גיי איך נישט ארויס".

מי אני » זונטאג יאנואר 30, 2022 1:24 pm

· #493441
ווי איך פארשטיי האט אים @אנאנים פשוט געזאגט צו רעדן רואיגער; נישט אז @זוכער האט אים קאנטאקטעד מקודם.

תוהו ובוהו » זונטאג יאנואר 30, 2022 3:29 pm

· #493447
ס'איז א שאנדע פארן לעצטן ווינקל וואס פאררופט זיך אלס אן 'אפענעם פלאטפארמע' צו אפילו קלערן פון צענזורירן @מי אני סטייל תגובות.

אויב ס'איז פארהאן איינער צו דעמאנסטרירן וועלכע סארט תגובות קאווע שטיבל מוז טאלערירן כדי צו אריינגיין בגדר "מינימאלע פרידאם אוו ספיטש פלאטפארמע" איז עס @מי אני.

יעדער פארשטייט אז אזא פלאץ ווי ק"ש ווען עס קומט צו ענייני אמונות ודעות לויפט אויף א דינעם אויסגעצויגענעם שטריק פון "מינימאלע אפענקייט צו דעות" ביזן "מאכן באקוועם פאר א חרדישע איד זיך צו דרייען דא", וואס דיע זענע דער ציבור וואס ק"ש סערווירט, און גלייבט מיר ס'איז ביטער שווער ביז אוממגעליך צופרידן צושטעלן דעם חרדישן איד.. אויב זאגן אויפן זוהר אז ס'נישט אויטענטיש קלינגט כפירה'דיג פאר איין חרדי, קלינגט כפירה'דיג פארן צווייטן צו זאגן אז אור החיים איז נישט געשריבן ברוה"ק, און פאר א דריטן אז די וועלט איז אביסל עלטער ווי זיין מלמד האט געזאגט.

די מסתבר'דיגע באלאנס איז אז זאכן וואס זענען זיך נישט סותר צו אנגענומענע ארטאדאקסישע עיקרי אמונה זאל מען מעגן אפיציעל שרייבן און זיך אידענטעפעצירן דערמיט (א שטייגער ווי קדמות הזוהר, גיל העולם וכדו'), און 'נאכברענגן' און דורכטוהן זאל מען מעגן "אלעס" ווילאנג ס'איז נישט געשריבן להתריס און אינעם ריכטיגן אשכול, און פאר די וואס דאס איז פאר זיי אויך צופיל, איז דא אלטערנאטיווע פלאטפארמעס זיך צו דרייען אדער גענצליך אויפגעבן דעם טריפענעם אינטערנעט און אפילו אויב נישט, איז פעיר צו זאגן אז דיע זענען נישט פונעם ציבור וואס ק"ש זוכט צו סערווירן.

יעצט אונזער באליבטן @מי אני פארקערפערט אט דאס אלעס אין זיך, ווען ער ברענגט אראפ פארשידענע מיינונגען און ציטאטן און נעמט קיינמאל נישט קיין שטעלונג נאר ברענגט עס אראפ בתור ידיעה, (אזש מיר נערווירט עס צומאל ווען ער ברענגט "דר. פלוני האלט אז.." און "דר. אלמוני שרייבט אז.." און מיר קרענקט "זאג מיר וואס דו האלטסט", "וואס טראכסטו דערויף", שוין.. 🙂 ), און קיינמאל להתריס אדער פערזענדליך, און ווען ער נעמט שוין יא א שטעלונג איז עס אין פשטים אין גמרות און מו"נ..

זוכער » זונטאג יאנואר 30, 2022 6:07 pm

· #493460
קהל'ס נער
זוכער
קהל'ס נער
@אנאנים
אינז ווייס מיר אלע ווער יענע איינער איז, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צי פירן א נערמאלע שמועס, אחוץ פון רופן יעדעם וואס איז נישט מסכים מיט עים א אקס און א פערד, און ארויפצווינגען זיינע שיטות אויפן עולם געט ער גארנישט צי צום שטיבל.

#חושד בכשרים אלערט. איך האב נישט קאמפלעינד קעגן @מי אני און נישט קעגן קיינעם פערזענליך. מצידי זאל דער @אנאנים פארעפנטליכן די אישי.

דא שרייבסטו אז ס'איז יא דיך.

אפילו אויב ס'איז נישט דיך, האסטו אבער מודה במקצת געוועין, אז די אנדערע חלק פון די תגובה איז אמת.

ס'דערמאנט די מעשה, פון די רבי וואס האט געזאגט, "די נער זאל ארויסגיין פון קלאס", ריפט זיך איינער אן "בשום אופן גיי איך נישט ארויס".

#חושד בכשרים צום 2טן מאל.
איך האב נישט קאמפלעינד קעגן קיינעם.

אנשטאט דו זאלסט מיר מפייס זיין טוסטו עס נאכאמאל.

קהל'ס נער » זונטאג יאנואר 30, 2022 8:39 pm

· #493481

#קאזאק הנגזל אלערט

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 31, 2022 11:08 pm

· #493743
אה הא, איך האב געוויסט אז ידידנו הנכבד @מי אני איז א חכם הרזים, אבער אז ער איז נאך אויך א תלמיד חכם משכמו ולמעלה, און נאך מיט אן הסכמה פונעם @אנאנים, דאס האב איך שוין נישט געוויסט

פאליטיקאנט » דינסטאג פעברואר 1, 2022 2:14 am

· #493770
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב פון די ערשטע מינוט פארשטאנען אז די מנהל האט נישט געסטראשעט אדער אויפגעפאדערט צו אני צו טוישן מהלך.

נאר כ'האלט אז עס האט נישט קיין פשט צו מעסעדשען און בעטן א ניק וואס לדעתי שרייבט די מערסטע אויסגעהאלטן און איינגעהאלטן, פשוט ווייל א צווייטן האט טענות. עס מאכט יענעם פילן אומ'זוכער' און גיבט אן אימפערישן אז יענער דארף זיך פארבעסערן.

עס איז ווי אויפמערקזאם מאכן איינער וואס גיבט מיליאנען צדקה, אז עס וואלט געווען שיין אויב ער קען אנהייבן געבן צדקה...

******
הכלל, איך שעץ באמת די מנהל, און עס קומט עם קרעדיט פאר אלעס וואס ער טוט דא אינעם שטיבל.
חזק ואמץ.

מי אני » דינסטאג פעברואר 8, 2022 12:32 pm

· #494476
די ארגומענט איך האב אויבן ארויסגעברענגט גייט לכאורה נאך טיפער. מיינענדיג, ווייל מ׳קען דאך טענה׳ן אז כידוע האט דער רמב״ם געהאלטן, ווי ארויסגעברענגט אין מיין צווייטן ארטיקל, פון אמונות הכרחיות/נאבעלע ליגענטס און אז מ׳זאל באהאלטן פונעם המון עם די אמת וויבאלד דאס קען שאטן צום סאציאלן צאמשטעל און מאראל/רעליגיע. אבער ווען מ׳זאגט ״המון עם״ מיינט מען דאך די מיט עוורידזש אינטעלידזשענס: דאס איז דאך דאס באדייט און פירוש המלה פון דאס ווארט ״עוורידזש״ אין די קאנטעקסט.

והנה, עס איז כהיום דא (בדרך כלל) דאס פלין עפעקט וואס צייגט אז אינטעלידזשענס בדרך כלל גייט ארויף על הכלל כולו. דאס באדייט אז די ״עוורידזש״ אינטעלידזשענס פונעם ״המון עם״ גייט ארויף. מ׳קען טאקע אָנגעבן אז א סיבה דערצו איז דאס גרינגערע עקסעס צו אינפארמאציע והמסתעף. עכ״פ קומט דאך אויס מזה אז דער ״עוורידזש״ מענטש איז שוין אויך קלוגער און איינער וואס גייט אָנקומען צו די אינפארמאציע (למחצה לשליש ולרביע ובעקיפין) און זיין נבוך. און אין אזא פאל, גלייב איך, איז אָנהאלטן דאס אונטערדרוקונג, צענזור, [נאבעלע] ליגענט וכו׳ מהלכים וכדומה לגבי אינפארמאציע ומדע, נישט טענעבּל און גאר קאַוּנטער-פּראדוקטיוו.

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 8, 2022 3:47 pm

· #494488

זעיסט דאך אז ס'ארבעט אין גור נדל"ן און אין לב טהור, מיינט עס אז זיי האבן אין עוורידזש א נידריגער איי קיו?

מי אני » דינסטאג פעברואר 8, 2022 4:29 pm

· #494496
אוודאי איז דא יוצאים מן הכלל אין ריפּרעשאן וואו עס ארבעט יא; כדוגמא ווי איך האב צוגעברענגט דארט צו וואו איך לינק אז מ׳זעהט אויך א ריווערסאל פון די עפעקט ווי אויך דאס וואס איך האב צוגעברענגט בנוגע נאָרט קארעא. אבער איך גלייב אז על הכלל כולו איז דאס נישט טענעבּל; דאס איז שוין ווייט ווייט נישט קיין נחלת הכלל און מ׳קען פשוט נישט אפהאלטן די פּראגרעס אין דעם געביט על הכלל כולו (פונקט ווי די מצב אין נאָרט קארעא איז נישט קיין פירכא צו דעם עפעקט און אירע השלכות). ולדעתי הנסיון מוכיח אויף דאס למעשה׳דיגע אומסוקסעס פונעם אינטערנעט קאמפיין (עכ״פ בצינעה) על הכלל כולו און דאס אמונה קריזיס וואס האט זיך פילפאכיג פארשטערקערט צוליב איר (לפי דר. אַיאַלאַ פעדער).

און איה״נ אז עס איז טאקע דא א נעגאטיווע קאָרעלעישאן צווישן פרומקייט און אינטעלידזשענס.

מי אני » דינסטאג פעברואר 8, 2022 6:50 pm

· #494513
מי אני
אויב נעמט מען אן אז ס׳איז אזוי, דעמאלטס איז עפ״י טרענסיטיוויטי (כעין שיעבודא דר׳ נתן) ביסטו שוין אויך אטאמאטיש מקנא פראפעסארן.

פאליטיקאנט←לייבל←מי אני←פראפעסארן
∵
פאליטיקאנט←פראפעסארן

אין לאגיק רופט זיך דאס א היפאטעטישע סילאגיזם (דא גענוצט צוויי מאל).

[דא וועט די ״←״ באדייטן די קנאה.]

שוין גארנישט קיין ״גארנישט״... (און אז מ'דערמאנט לאגיק איז דאס וואס מ'רופט א דאבל-נעגאטיוו וואס ווערט פארוואנדלט אין א פאזיטיוו.) ובפרט טאמער נעמט מען אין אכט און אריין אין חשבון דיינע תגובות און קענטעניסן דא אין שטיבל (בפרט בעניני טעכנאלאגיע).

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין עטאלאגיע [וואס שטודירט די התנהגות פון בע״ח] זעהט מען טראנסיטיוו אינפערענס. והיינו, ווי א בע״ח האט באזיגט איין בע״ח און דערנאך איז ער אליין באזיגט געווארן דורך אן אנדערן, וועט דער ערשטער באזיגטער זיך פארנויגן צום זיגער פון זיין זיגער. דר. ראַבּערט סאַפּאָלסקי דערמאנט דאס צום סוף פון די לעקציע [פון 1:40:06]. הגם עס זענען דא חולקים על זה.

מי אני » דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:04 pm

· #495065
‏
מי אני
לסיום, ניין, איך שפיר אויסדרוקליך נישט שלעכט מיט מיין אייגענע אינדיווידואלע אידענטיטעט. אז דו פרעגסט אבער ׳על איך דיר זאגן מיט וועלכע חלק פון מיין אידענטיטעט איך פיהל יא שלעכט. דאס איז מיין קולטוראלע אידענטיטעט - מיין זיין א חרדי׳שער איד. ווייל כהיום קען מען ליידער זאגן אז ״חרדיזם״ איז די סארט כת ראשונה בהבנת דברי חכמים וואס די רמב״ם רעכענט אויס בהקדמתו לפרק חלק - די אויף וואס מ׳זאגט ״רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה״ ע״ש (די גוים כהיום זאגן זיכער אזוי אויף אונזער געמיינדע היינט-צו-טאג, והמפורסם אינו צריך ראיה). עס איז דאך נישטא קיין אבערגלויבן ושטות וואס אונז נעמען נישט אָן בשתי ידים (איי ס׳דא די לאווין פון לא תנחשו ולא תעוננו? עהה… כבר נשתנה. איך ווייס וואס די גמרא זאגט אין שבת סז:, ועיין במו״נ ח״ג פל״ז) און אונז זענען ריק ממדע וחכמה (נאכאמאל, וואס די גאנצע וועלט און מענטשהייט באטראכט און פארשטייט איז ״חכמה״).

איך האב געהאט גערעדט צו מיין שוואגער איבער ווי אזוי מענטשן טוישן זיך דורכאויס זייער לעבן. איך האב געזאגט אז הגם יעדנ׳ס דעות טוישן זיך דורכאויס זייער לעבן באדייט דאס אבער נישט דוקא אז זיי טוישן זייער דעה לגמרי. נאר עס קען אויך באדייטן אז זייערע דעות מעיקרא וואס זיי האבן געהאט אין בּראָד סטרוֺיקס באקומען מער ניוּאנס, קאַמפּלעקסיטי, אא״וו - זיי ווערן מאדיפיצירט, רעפיינד, און הוֺינד. כמובן אז דאס קען באדייטן א גענצליכע אפלאזונג פון זייערע פריערדיגע פאזיציעס אבער ל״ד.

ער האט גע׳טענה׳ט אז מיינע דעות האבן זיך גענצליך געטוישט זייט איך האב חתונה געהאט אין דעם אז איך רעד מיך אפ אויפ׳ן חרדי׳שן ״סיסטעם״. איך האב אים געזאגט אז עס קען טאקע זיין אז איך בין בּייעסד בכלליות און האב היינדסייט בּייעס אין דעם, אבער איך גלייב סיי אז נישט איך האב אזוי ווייט געהאט גערעדט קעגן דעם חרדי׳שן ״סיסטעם״ מעיקרא און סיי אז נישט אז איך רעד אזוי ווייט קעגן דעם יעצט. (מיין ווייב זאגט אז אויב עפעס רעד איך מיר אפ היינט-צו-טאג ווייניגער קעגן דעם ווי הארט נאכ׳ן חתונה.)

איך האב אים געזאגט אז מיין איין-איינציגסטע ״אנטי״ עסטעבּלישמענט שטאנס וואס איך האב (און איך גלייב איך האב אלס געהאט) איז דאס רעמפּענט אנטי-אינטעלעקטשועליזם שטריך אין אונזער געמיינדע און ווי דאס ווערט נאך גאר בדרך כלל ארויסגעהויבן אלס אַן אידעאל. נאר דאס קען מען זאגן איז די אונטערליגענדע סיבה פאר אסאך פון די אנדערע פראבלעמען וואס פלאגן אונזער געמיינדע וואס ווערן און זענען אויסגעשמועסט דא אין שטיבל וואס זענען א תוצאה דערפון. מיינענדיג, אז אנטי-אינטעלעקטשועליזם היינו טעמא:

* פון דאס חסרון ב(כל )רחבי מדע וואס איז דא בתוך אין אונזער געמיינדע

* פון די ראסיזם וואס איז דא בתוך אונזער געמיינדע

* פון די טראמפּיזם וואס איז דא בתוך אונזער געמיינדע

* פון שוואנצנות (וואס איז דא אין אסאך קרייזן)

* פון דאס ״שׁיִפּל [sheeple]״ מענטאליטעט בכלל וואס איז דא ביי אסאך בתוך אונזער געמיינדע

* אז ס׳איז נישטא כהיום קיין געהעריגע אינאָוועישאן בהלכה בדרך כלל אויף צו שטימען מיט קאָנטעמפּארערי עטיקס און העלפן פגעי הזמן [כדוגמת עגונות מחמת סירוב גט]

* פון דאס׳ן ציען בדרך כלל אלס מער רעכט און רעכט צו פונדאמענטאליזם (דערמאנט אין אָנהויב אשכול)

* פון דאס געוואלדיגע crude אפטייטש און קאָנסעפּשאן פון ״ג-ט״, שכר ועונש, און די סארט רוחניות׳דיגע מושגים

* פון דאס אז א גרויס חלק פון אונזער געמיינדע האבן קינדער וואס מ׳וויל נישט עכט האבן

* פון דאס צענזור און אָטאָריטעריען מהלך פון הנהגה אין א גרויס חלק פון אונזער געמיינדע (און דאס איז שוין ווען מ׳מיינט עס יא ערענסט וד״ל)

* וכו׳ וכו׳ וכו׳ ואטו כי רוכלא ליזיל וליחשוב

די קולטורישע אספעקטן וואס האבן נישט מיט דעם האב איך, און האב קיינמאל געהאט, קיין פראבלעם מיט. לדוגמא, דאס לבוש. איך פארשטיי אז אסאך זאכן זענען שווער צו דיסענטעינגלען צי זיי זענען נאר מחמת קולטור צי דאס גייט שוין מיט מיט די אנטי-אינטעלעקטשועליזם וואס איך רעד זיך אפ אויף.

פרייוויליג » דינסטאג פעברואר 15, 2022 2:00 pm

· #495069

הייליגער רייד @מי אני, א קליינער רמב"ם.

פשוט מוסיף צו זיין וואס דו האסט געזאגט. עס איז דא שטארקע סטיגמע ווען עס קומט די ענין פון "טויש" ביים חרידישן עולם.

די גאלדן סטענדערט איז: אזוי ווי מען האט דיך פארשטעלט ביי די חתונה אזוי זאל מען בלייבן. די וועג וויאזוי די בארד און פיאות וואקסן אזוי ברויכן זיי זיין. געוואנדן אין וועלכע אינסטיטוציע דו ביסט געווען אזוי ברויכן זיך דיינע דיעות פארמירן.

די ווארט "איוואלוון" איז אשמדי אליין.

אויף אזוי ווייט אז אפילו אזא חכם ווי מי אני האט זיך געדארפט פארענטפערן פאר זיין שוואגער אז ער האט זיך נישט עכט געטוישט. די אינדאקטערנעשען שוינט קיינעם נישט אפ.

די גאנצע ענין פון זיך מענטעלי-עוואלווען איז זייער דקות'דיג, און אזוי ווי דו האסט ערווענט ווענד זיך דאס אין ניאונסענס בדרך כלל.

א מענטש וואס ליינט, לערנט, מינגעלט זיך מיט סאסייעטי - טוישט זיך.

און אפילו א מענטש וואס מאכט א 180 דעגרי טויש איז דאס אויך עפעס וואס איז נאטור.

די דיפענס און אפענס גייט בערך אזוי: וויאזוי די מענטש איז געבוירן און געהאדעוועט געווארן איז די דיפאלט סעטינג. דאס הייסט אויב דער מענטש האט דיפארטעט פון זיינע דיפאלט סענטינגס האט זיכער געמאכט א טעות. וואס איז געשען מיט דיך מושי, ביסט אמאל געווען אינגאנצען אנדערש? - האסט זיך געטוישט. יענער קערט נישט אויב מושי איז קליגער געווארן, נאר ער ווייסט אז ער האט זיך "געטוישט".

מי אני » דינסטאג פעברואר 15, 2022 2:15 pm

· #495070
‏
פרייוויליג
אויף אזוי ווייט אז אפילו אזא חכם ווי מי אני האט זיך געדארפט פארענטפערן פאר זיין שוואגער אז ער האט זיך נישט עכט געטוישט. די אינדאקטערנעשען שוינט קיינעם נישט אפ.

דאס האב איך געמיינט מיט׳ן טאקע באווארענען (בעיקר אין די קאנטעקסט פון א 180⁰ טויש בדעת):
מי אני
איך האב אים געזאגט אז עס קען טאקע זיין אז איך בין בּייעסד בכלליות און האב היינדסייט בּייעס אין דעם
די סארט בּייעס [״איך האב אלס געוואוסט…״ והמסתעף ממנה אז ״איך האב אלס געהאלטן…״] איז בעצם יוּניווערסאל ביי יעדן. וואס דו מיינסט איז אז מכח אינדאַקרינעישאן און די קולטור איז דאס נאך שטערקער ביי אונז; על הכלל כולו טוהט מען נישט עקנאַלעדזשען דאס לעדזשיטעמיסי פון ״טויש״ בדעת.

מי אני » זונטאג מערץ 6, 2022 2:44 pm

· #496116
תוהו ובוהו
יעצט, אונזער באליבטן @מי אני פארקערפערט אט דאס אלעס אין זיך, ווען ער ברענגט אראפ פארשידענע מיינונגען און ציטאטן און נעמט קיינמאל נישט קיין שטעלונג נאר ברענגט עס אראפ בתור ידיעה, (אזש מיר נערווירט עס צומאל ווען ער ברענגט "דר. פלוני האלט אז.." און "דר. אלמוני שרייבט אז.." און מיר קרענקט "זאג מיר וואס דו האלטסט", "וואס טראכסטו דערויף", שוין.. 🙂 ), און קיינמאל להתריס אדער פערזענדליך, און ווען ער נעמט שוין יא א שטעלונג איז עס אין פשטים אין גמרות און מו"נ..

דאס מאכט טאקע @לעיקוואד א חילוק אין די שיעור [פון 16:56] צווישן ווי אזוי א ״רבי״ לערענט פאר, וואס איז מיט זיין אייגענע (סאבּיעקטיווע) דעה, און ווי אזוי א ״פּראפעסאר״ לערענט פאר, וואס איז ציטירענטיג (מער אבּיעקטיוו) די פארשידענארטיגע מהלכים ודעות אין א נושא - מיין מהלך…

ער ברענגט טאקע ארויס שפעטער אז אפילו דער ״פּראפעסאר״ קען זיך נישט ענדגילטיג ראטעווען פון זיינע אייגענע בּייעסיִס ונגיעות בהנושא און דאס קומט פארט ארויס אין זיין פארלערנען. און מ׳דארף טאקע זיין באוואוסטזיניג דערצו און זיך אריינלייגן אין אינגאנצן פארשטיין דעם אָפּאָנענט׳ס מהלך וטענות. עס רירט אלס אויך צו צו דברי הרב @יששכר כץ בוועקער 14 לגבי דאס אינהערענט סאָבּדזשעקטיוויטי פון חכמים העוסקים בנידון הלכתי או נידון מה.

קהל'ס נער » זונטאג מערץ 6, 2022 3:07 pm

· #496117

די זעלבע חילוק איז (וואלט געדארפט צי זיין) צווישן א נייעס רעפארטער און א נייעס קאמענטאטער

מי אני » זונטאג מערץ 6, 2022 4:05 pm

· #496121
הרב יצחק/@לעיקוואד האט מיר מעורר געווען אז ענדגילטיג קען אויסקומען אז דער "רבי", וואס לערענט למעשה אויס טאקע דאס וואס "ער" האלט פאר ריכטיג, איז אבער פארט מער אבּיעקטיוו ווי דער "פּראפעסאר" - ווען עס ווערט געטוהן ריכטיג. ווייל ווי איך האב פריער געשריבן:
מי אני
ער ברענגט טאקע ארויס שפעטער אז אפילו דער ״פּראפעסאר״ קען זיך נישט ענדגילטיג ראטעווען פון זיינע אייגענע בּייעסיִס ונגיעות בהנושא און דאס קומט פארט ארויס אין זיין פארלערנען. און מ׳דארף טאקע זיין באוואוסטזיניג דערצו און זיך אריינלייגן אין אינגאנצן פארשטיין דעם אָפּאָנענט׳ס מהלך וטענות.
והיינו, דער "רבי", וואס נעמט למעשה קאַנשעסלי אָן א שטעלונג וויבאלד זיין מטרה איז דאך צו מדריך זיין דעם תלמיד מער ווי סתם אויסלערנען, טאמער איז ער ריכטיג באוואוסטזיניג צו זיינע נגיעות ווייל ער ווייסט דאך און איז aware פון זיין סאָבּדזשעקטיוויטי וואו ער וויל דאך נעמען א שטעלונג, וועט ער זיך מער אריינלייגן אין פרובירן צו פארמיידן זיינע נגיעות פון אים בעאיינפלוסן ווי ווייט מעגליך. משא"כ דער "פּראפעסאר" וואס זעהט אים אויס און דאכט זיך אים וואו ער איז אינגאנצן לא נחית צו קאַנשעסלי נעמען א שטעלונג בכלל, וועט זיך נישט זוכן צו היטן פון זיינע נגיעות און דאס וועט ארויסקומען בעקיפין ווען ער סאָבּקאַנשעסלי און צווישן די שורות נעמט יא א שטעלונג.

מי אני » זונטאג אפריל 3, 2022 12:17 am

· #497392
בנוגע דעם געדאנק אז מענטשן טוישן זייערע דעות ברבות הימים און ווי זיי ווערן עלטער, האב איך געהאט א שמועס מיט מיין זוהן דעם פרייטאג-צו-נאכט אויפ׳ן וועג אהיים פון שוהל און ביים סעודה נאכדעם, וואס האט אָנגערירט דערויף. די שאלה איז געווען ״ווי אזוי דעפינירט מען א ״ריכטיגע״ רעליגיעזע איד?״

איך האב פאזיטירט אז דאס איז איינער וואס איז מקושר צום טראדיציע בפּרעקסיס דורך א קאָמיטמענט צו שמירת הלכה. אבער דאס פעהלט לכאורה אויך אויס מיטצוקומען מיט דעם אז אט די שמירת הלכה האט א ספּיריטואלע מיִניִנג צו אים - עס באדייט עפעס פאר אים אויף עפעס א לעוועל. אנדערש איז ער דאך אַן אָטאַמעטאָן און דאן קען מען טענה׳ן אז נישט דאס איז ״וואס מ׳מיינט דערמיט״.

מיין זוהן האט גע׳טענה׳ט אז עס פעהלט אויך אויס אז דער מענטש זאל אויך האבן א ריכטיגע טעאלאגישע פארשטאנד און באזיס פאר זיינע גלויבונגען וואס גייען ליגן אונטער זיינע מעשים ובדעותיו.

אויף דעם האב איך אבער געזאגט אז עסוּמיִנג אז דעם מענטש׳נס דעות בדאָגמא זענען מער-ווייניגער אין איינקלאנג מיט דאס וואס די רעליגיע האט אפגעמאכט זענען ריכטיג פון א דאגזאסטישן שטאנדפונקט, דאן איז דאס אז זיינע גלויבונגען בזה זענען פון א טעאלאגישן מבט קרוּד, קינדעריש, אדער אפילו אומריכטיג נישט נוגע. והא ראיה, אז אין 20 יאר ארום וועל איך (ווי אויך רוב רובם מענטשן) גאנץ מעגליך אָנקוקן מיינע יעצטיגע דעות אין דעם ווי אומערפארן און מיט נישט גענוג ניוּאַנס. באדייט דאס דען אז יעצט בין איך, מיט מיינע דעות וואס באזירן און זענען מקושר מיט מיינע רעליגיעזע מעשים, נישט א ״ריכטיגע״ רעליגיעזע איד? דאס איז לכאורה אַן אבּסורד קאַנקלושאָן.

אויף דעם האט ער געקאַוּנטערט אז עס האט א דיסקריִט טרעשהאָלד: איינמאל מ׳איז צוגעקומען צו א בּעיסיק מער-ווייניגערע ריכטיגע הכרה שכלית דערין, דאן איז דאס וואס ס׳ווערט מער ראפינירט ווי עלטער מ׳ווערט נישט קיין עיכוב צו די הכרה וואס מ׳האט שוין ערייכט. משא״כ ווען מען האלט פאר דעם אינגאנצן. האב איך אים אבער צוריק גע׳טענה׳ט אז די טרעשהאָלד, אלס באשטימט, קען מען לכאורה צומערסטענסט נאר לייגן ביי די סארט עיקרים וואס זענען אָנגענומען אלס בינדענד. איינמאל דאס איז מער-ווייניגער מסודר און געגרייכט איז דאך לכאורה אין אט דאס דאס וואס ווערט ברבות הימים ווי א מענטש ווערט מער באזעסן אלס מער ראפינירט. און לכאורה קען מען זאגן אז רוב רעליגיעזע אידן זענען (מער-ווייניגער) אריבער אט דעם טרעשהאָלד.

‏ועיין באשכול זו.

איך פארשטיי אז דאס אלעס האט קלאנגן פונעם באקאנטן No True Scotsman פאָלאָסיִ.

אויף צומארגענס בייטאג האב איך געהאט א שמועס פאר׳ן דאווענען מיט א חבר, וואס האט ווידער אָנגערירט אויף דעם. ער האט געזאגט אז הגם עס איז מעגליך דא עפעס אמת אין וואס גייגער האט גע׳טענה׳ט אז די פרושים זענען געווען די ״רעפארמער״ בימיהם, איז אבער זייער ״רעפארם״ צוגעגאנגען מיט׳ן עמענדן און דרש׳ענען פונעם אָנגענומענעם טעקסט אליין - זיי האבן דאס נישט ארויסגעווארפן מכל וכל. משא״כ גייגער וסייעתו. דאס איז ווייל צו דעפינירן ״איד״ מוז דאס צוגיין מיט א רעווערענס פאר די הייליגע טעקסטן, ובפרט די פונדאמענטאלע טעקסט, דערין אלס אָטאָריטעטיוו בפועל ובמעשה.

איך האב געזאגט אז דאס כמובן נעמט אָן אזוי ווי דער רס״ג (האמונות והדעות מאמר ג ספ״ז) אז ״אין אומתינו אומה אלא בתורותיה״. אויף דעם אליין איז אבער שייך צו טענה׳ן אז די הגדרה פון ״אומה״, און באלאנגען צו א סארט גרופע, כהיום איז ל״ד מיט דעם אז מ׳טוהט עפעס במעשה ממש. ער איז דאך מודה אז ער איז אַן ״אמעריקאנער״ בפועל מיט דעם אז ״ער איז דא״ און מיט דעם אז ער שפירט א ״לאנדסמאנשאפט״ מיט די מדינה המלכות ויושביה. ואפשר לטעון דה״ה און ענליך כהיום לגבי אומה הישראלית/היהודי.

דאס פירט אריין דערצו אז עס איז אפשר להתריס ולטעון אז דערפאר בימי הפרושים איז נישט געווען שייך צו ״רעפארמירן״ אָנע זיין עדיין אדוק להטעקסט אלס אָטאָריטעטיוו באופן מה; דאס גאנצע צייטגייסט וכו׳ אין יענע עפאכע איז נאר געווען במעשה פי כמה ווי איידער עפעס בדעת. משא״כ כהיום (אָנגעהויבן פון בערך 200 יאר צוריק צי ווען), וואו הגם מ׳האט נאך א רעווערענס דערצו אלס למעשה פאַוּנדעישאנעל צום קולטור ואומה, איז די נחיצות זיך צו האלטן דערצו צום טעקסט במעשה אלס אָטאָריטעטיוו אָנצוהאלטן די זהות הלאומי נישט אזוי שטארק לגבי רעפארמירן. אין אנדערע ווערטער, מ׳קען פארשטיין און דערהערן א טענה אז כהיום ווענדט זיך נישט די דעפיניציע והגדרה פון ״איד״ דייקא אין דעם אז מ׳איז רעליגיעז, גלויביג, און/אדער שותומ״צ.

צוצוענדיגן, הגם בעצם פון א סאָבּיעקטיוון מבט בין איך טאקע מסכים מיט אים, זייענדיג איך אליינס אויך למעשה א חרדי׳שער איד און א שותומ״צ, בין איך אבער נישט זיכער אז פון אַן אָבּיעקטיוון שטאנדפונקט איז ער טאקע גערעכט. ‏(ועיין כאן.)

מי אני » דאנערשטאג אפריל 7, 2022 10:38 am

· #497732
אין די "א ווארט פון דער רעדאקציע" קאלומן אינעם יעצטיגן וועקער אנטאלאגיע 2 שרייבט @אנאנים:
עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע. די שאלה בלייבט צי זאל אייער אינטעלעקטועלער ברודער אדער שוועסטער, זון אדער אייניקל, לעבן אין איינזאמקייט, און אפשר אפילו פארלוירן ווערן אין דעם אינטערנעט'ס שטורעם-ווינט פון געדאנקען, אדער זאל ער וויסן אז ער איז נישט אליין, עס זענען דא נאך אידן נאמנים לה' ולתורתו וואס האבן ענליכע רצונות און שאיפות, און ס'איז דא א וועקער וואס דינט ווי א פלאטפארמע פאר יעדער דעה און יעדן געדאנק על דרך התורה.

א נשמה וואס לעכצט אויף חכמה און פארשטאנד, קען מען נישט דערשטיקן. די תורה האט אין זיך פיל מיינונגען און מחשבות, שיטות און אידעען, דער וועקער וויל פארברייטערן די וויסנשאפט פון די וואס זוכן אט די ברייטקייט, אין די ראמען פון תורה און אירע עיקרים. דאס איז אונזער ציל, אז דער אינטעלעקטואלער חסידישער איד זאל נישט שפירן אז ער דארף זיך אוועקרייסן פון זיינע שורשים, מיט שווערע נאכפאלגן ארום און ארום, צו קענען באפרידיגן זיין נשמה - מיר ווילן אז ער זאלן בלייבן ביי אונז מיט א לעבן פון צופרידנהייט און סיפוק.
די mission statement פון @אנאנים. ונשנית אין אנדערע נומערן - cf צב"ש נומער 8 וואו זיי ברענגען ארויס אז די ליינערשאפט דערצו עקזיסטירט אומאפהענגיק צי דער וועקער איז דא צי נישט.

דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס איך האב אויבן ארויסגעברענגט. ואיה"נ אז זיי באטאנען אז דאס אלעס דארף ווערן און ווערט אויסגעשמועסט אינערהאלב די ראמען פון תורה ודת, איז דארף מען אבער אנערקענען אז אט די ראמען זענען פיל ברייטער ווי מען שטעלט זיך פאָר מעיקרא, וואס דאס איז דאך טאקע די סיבה אז מאנכע פרומע האבן טענות קעגן @אנאנים און ווי זיי ברענגען ארויס. וכנ"ל בדברי @אנאנים אז מ'האט נישט צו צייגן בעקיפין אז תורה ודת קען זיך טאקע נישט ספראווען אינטעלעקטשועלי מיט די אישׁוּס, וואס עס זאל נאר נישט זיין, און דאס איינציגסטע ברירה זי האט איז דאס אונטערצודריקן און דערשטיקן באלימות; אזא מהלך איז בפרט נישט גינסטיג וואו "עס איז היינטיגע צייטן נישט מעגליך צו באגרעניצן קוועלער פון אינפארמאציע" וכנ"ל.

און ביי די געלעגענהייט וויל איך טאקע (נאכאמאל) אויסדרוקן א הערצליכן דאנק פאר מערכת @אנאנים פאר די געוואלדיגע אינטעלעקאשואלע חומר וואס זיי שטעלן צו, ווי אויך אין אלגעמיין אז די אויסגאבע טאקע עקזיסטירט בכלל, וואס איז אליינס א נחיצות לענ"ד און ווי איך האב דא ארויסגעברענגט.

תרמב » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:38 pm

· #498189
מי אני
בנוגע דעם געדאנק אז מענטשן טוישן זייערע דעות ברבות הימים און ווי זיי ווערן עלטער, האב איך געהאט א שמועס מיט מיין זוהן דעם פרייטאג-צו-נאכט אויפ׳ן וועג אהיים פון שוהל און ביים סעודה נאכדעם, וואס האט אָנגערירט דערויף.

ברא כרעא דאבוה.... זאג, דיין זון האט שוין א ניק אויף קאווע שטיבל? אז נישט מאך אים שנעל איינס, א שאד נישט צו הערן פון אים מער....

מי אני » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:46 pm

· #498194
😃

דא איז נאך פון אים... 😃

אונז טרעפן אז ביי עירובין זאגט מען אז יורש כרעיה דאבוה און ער קען מבטל זיין די רשות פונעם טאטען וואס ער האט גע'ירש'ענט בשבת, הגם ער האט זיך נישט גערענט משתתף זיין אינעם עירוב מע"ש (עיין בעירובין ע:). טרעפט מען שוין ביי "ברא כרעא דאבוה" אן ענין "עירוב" רשויות און ווי ביידע זענען נכלל אינעם זעלבן דאָמעין…

מי אני » פרייטאג מאי 6, 2022 2:50 pm

· #499521
מי אני
בנוגע מיינע סארט תגובות איז ביי מיין שווער׳ס חנוכה מסובה האט מיין פלימעניק, א קלוג אינגל, געשמועסט מיט מיר און עס איז ארויסגעקומען אז איך בין דער ״לאנגווייליגער [בּאָרינג]״ פעטער. האב איך אים געהאט געזאגט אז מ׳קען טענה׳ן אז ״בּאָרינג איז גוט״. והיינו, אז דאס וואס אלגעמיינע מענטשן קלאסיפיצירן סאביעקטיוולי ומהמוסכמות אלס א ״בּאָרינג״ בקשה ופּורסוּט איז דאס וואס איז אביעקטיוולי ״גוט״ אלס המפורסמות. דאס איז ווייל בקשת וקנין החכמה איז וואס ווערט פארעכענט אלס גוט און דאס איז וואס איז ווערט פארעכענט אלס א ״בּאָרינג״ בקשה ומטרה.

איין וועג פון דאס לאגיש פארמולירן איז אולי אזוי:
לאז ח = בקשת למרות קניית החכמה

לאז בּ = וואס ווערט פארעכענט דורך דעם אלגעמיינעם המון עם אלס בּאָרינג

לאז ג = דעם ריכטיגן [פלאטאנישע] ״טוב״

די הנחות/פּרעמיסעס זענען:

‏∀x[חx↔בּx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס און נאר דעמאלטס [iff] איז x בּאָרינג אין זיינע פּוּרסוּטס/מטרות}

‏∀x[חx←גx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס טוהט x פּוּרסוּען אוח זיין מטרה איז דאס ״גוט״}

∵ {דאס פיהרט צו:}
‏∀x[בּx←גx] {מיינענדיג: פאר יעדן x, אויב איז x א מבקש חכמה דעמאלטס טוהט x פּוּרסוּען דאס גוט}

דאס ארבעט אזוי:

א). ∀x[חx↔בּx] {פּרעמיס}
ב). חx↔בּx {יוּניווערסעל אינסטענטשיעישאן פון סטעיטמענט א׳}
ג). בּx←חx {בּייקאנדישאנעל עלימינעישאן פון סטעיטמענט ב׳}
ד). ∀x[חx←גx] {פּרעמיס}
ה). חx←גx {יוּניווערסעל אינסטענטשיעישאן פון סטעיטמענט ד׳}
ו). בּx←גx {היפאטעטישע סילאגיזם [טראנסיטיוויטי] פון סטעיטמענטס ג׳ און ה׳}
ז). ∀x[בּx←גx] {יוּניווערסעל דזשענערעליזעישאן פון סטעיטמענט ו׳}

די עיקר שוועריקייט אין דעם, וואס שאדט פאר׳ן קאדזשענסי פונעם ארגומענט, איז די ערשטע פּרעמיס/הנחה וואס נעמט אן אז יעדע בקשה למטרת החכמה איז דאס וואס ווערט קלאסיפיצירט אלס א בּאָרינג מטרה און ווי אויך דאס אויף צוריקצווועגס אז יעדע זאך וואס ווערט קלאסיפיצירט ביים המון עם אלס א ״בּאָרינג״ מטרה איז א מטרה לקניית חכמה. דאס איז ווייל מ׳קען טענה׳ן אז עס זענען דא מטרות וואס ווערן קלאסיפיצירט ביים המון עם אלס ״בּאָרינג״ מטרות און זענען נישט מטרות לקניית החכמה.

די תגובה אליין איז א קעיס-אין-פּוֺינט פון די בּאָרינגקייט דערפון פון וואס מ׳רעדט... 😃
ומאידך גיסא: 📎 Boredom.jpg הגם דאס איז בנוגע דעם אז "הבטלה מביאה לידי שעמום" וכו' (כתובות נט:) - אז ער איז מבוטל; נישט אז ער ווערט פארעכענט ווי לאנגווייליג צו פארברענגן מיט וכו'.

ער האט אויך דאס געהאט געשריבן דערין: 📎 Boredom 2.jpg ואולי גייט דאס שוין צוזאמען מיט די גאנצע געדאנק פון מציאות הרעות בהעולם.

מי אני » פרייטאג מאי 13, 2022 12:07 am

· #499989
בנוגע שרייבן "כפירה" האב איך געזעהן אַן אנטווארט פון דר. דעווי צפניה פיליפּס צו דר. דזשאן סירל ווען דר. סירל האט געזאגט אויף לודוויג וויטגענשטיין:
There are frequent references in his [Wittgenstein's] more personal writings to God and to the problems of getting right with God. Nonetheless, I think most people who knew him would say that he was an atheist. Now in a way, when you read his remarks about God, you almost feel that he wants to have it both ways. He wants to talk about God and still be an atheist
זאגט דר. פיליפּס: 📎 1.jpg

מי אני » דינסטאג יוני 14, 2022 9:46 am

· #502127
רעדענדיג איבער צענזור (און דאס אפטמאל קאַוּנטער-פּראדוקטיוו עפעקט [סטרייסענד עפעקט] דערפון) איז דאס א סאטירע פונעם פייטן היינריך היין קעגן דאס דייטשע צענזור בימיו: 📎 0F1E82E1-4392-4FD9-AD56-24FF32F9E1ED.jpeg

שמן למאור » דינסטאג יוני 14, 2022 2:44 pm

· #502145
כ'האב הנאה צו זען ווי יעדעס מאל די אשכול פארט אראפ פונעם אויבן אן, שרייבסט נאך א פרישע תגובה, כדי אז די אשכול מיט דיין טיטל "חכם הרזים" זאל ארויפשווימען צום אויבערפלאך... 😉 😛 😂

מי אני » דינסטאג יוני 14, 2022 3:31 pm

· #502149
😃

אונז טרעפן מיר אפאר מאל אין ש״ס אז כל תלמיד חכם שמורה הלכה ובא אם קודם מעשה אמרה שומעין לו ואם לאו אין שומעין לו (ואיפסק להלכה ברמ״א ביו״ד סוף סימן רמב סעיף לו). דא זאגסטו איז אביסל ענליך ווייל איך קום אזוי אנגעבליך מגיב זיין עפעס וואס האט א שייכות צום שמועס אינעם אשכול אבער כ׳האב פארט א נגיעה מפני כבודי. נו, אין מיין דעפענס זאגט דאך די גמרא ביבמות צח. אז וואו ס׳דא מעשה אחרינא בהדה איז זאג איך נישט אז ער זאגט דאס מחמת כבודו. נו, איך טוה דאך אזוי צו מערערע אשכולות.

אוי! כ׳האב עס יעצט ווייטער געמאכט ארויפשווימען! (אדער וואלט איך געדארפט ווארטן צו מגיב זיין איינמאל דאס גייט שוין מער אראפ…) 😛

***

ובענין צענזור האט דער רמ״ד געשריבן אין זיין ירושלים אין די קאנטעקסט פון מחרים זיין: 📎 47E5E57D-FE79-4F75-AC13-D2768BF51A1D.jpeg

מי אני » מיטוואך יוני 22, 2022 3:36 pm

· #502756
בנוגע דאס אז עס זעהט אויס ווי עס זענען דא צוויי קעגנזייטיגע שטראמען: די געמיינדע על הכלל ציהט אלס מער רעכטס און רעכטס בשעת אינדיווידואלן (בקצה המחנה) ציען פּראפּארציאנאל מער לינקס ווי פריער, קען מען דאס אפשר מקשר זיין מיט׳ן טאָקעוויל עפעקט אין פאליטישע פילאזאפיע. דאס לויטעט אז ווען א מער פארמאכטע מדינה געבט נאך רעפארמען דאן שטייט דאס אין א גרעסערע סכנה אז מ׳זאל וועלן (פּראפּארציאנאל) נאך מער און ווערן ברוגז ווען מ׳קומט דאס נישט נאך. אזא סארט משביעו מרעיבו ויש לו מנה רוצה מאתיים (און נאך מער). דאס זעהט מען צב״ש וואו ווען מ׳געבט נאך און מ׳טוהט קעגן אינעקוואליטי פארפירט מען ערשט נאך מער איבער די פראבלעמען דערין וואס זענען נאך דא.

ולענינינו איז אפשר אויך אביסל ענליך. הגם די געמיינדע ציהט טאקע רעכטס אלס א (קאַוּנטער-)רעאקציע צו מאדערנקייט וכו׳, איז אבער דאך דא בהכרח ובע״כ רעפארמען צו ״השכלה״ און ״לינקקייט״ אא״וו; דאס קען זיך דערקענען אין די מער קצה המחנה אבער פארט א חלק פונעם אלגעמיינעם חרדי׳שן סאָסייעטי. דאס ברענגט דערצו אז עס ווערט נאך מער ארויסגעשטארצט די חלק פון דאס ״רעכטקייט״ וואס איז נאך דא (און וואקסט).

*

לגבי די טענה קעגן מיינע תגובות פון ״כפירה״, האט הרב דר. מיכאל אברהם א לענגערע אנטווארט קעגן ווען מ׳האט אים באשולדיגט אין ״אפיקורסות״. זיין מהלך איז אז עס איז טאקע יתכן אז ער איז אַן ״אפיקורוס״ (לפי הגדרתם) אבער עס איז נישט שייך צו מאכן איינעם גלייבן (כידוע מהאור ה׳ בהקדמתו) ווייל אזוי-און-אזוי האט אַן אטאריטעט געזאגט. דאס איז (בפרט) וויבאלד דאס איז אלעס געזאגט געווארן דורך בני אדם אשר כל בן אדם עלול לטעות. און סיידן אויב ג-ט אליין זאגט דיר ממש עפעס (וואס אפילו דאן קען זיין אז דו מאכסט דעם טעות) איז נישט שייך צו זאגן אז ״מ׳טאר זיך נישט דינגען און האלטן אנדערש״. (ער דערמאנט בתו״ד אז דאס׳ן אָננעמען אזא סארט ״מסורה׳דיגע״ מהלך איז א סיבה פאר די פענאמענאן פון יציאה בשאלה וואס מ׳טרעפט ביי די מער אינטעליגענטע במחנינו.) ער ענדיגט צו:
לכאורה עולה כאן שאלת הגבול, האם הכל הולך? אין גבול ללגיטימיות של הדעות? תשובתי היא שאכן אין גבול. השאלה היא מה נכון ומה לא, ולא מה אפיקורסי ומה לא. כל עוד אדם מגבש עמדה על בסיס נימוקים – עמדתו לגיטימית, גם אם הוא נוצרי, רפורמי, או הינדי. אם לשתות את היין שלו או לא, זו שאלה שולית ולא חשובה בעיניי, בוודאי שהיא לא פרמטר רלוונטי בבירור של הדעות עצמן. כשלעצמי, אני מוכן לשתות יין מכל יהודי שרואה את התורה כמחייבת הלכתית, ומקבל את המחויבות לתורה לפי פרשנותו, תהא זו אשר תהא. אני יכול כמובן לחלוק על דעותיו, אבל אם הוא מפרש על בסיס נימוקים והיגיון משלו – הוא לגיטימי כמוני. לא בהכרח צודק כמוני, אבל לגיטימי כמוני (אני לא פלורליסט אלא סובלן). שאלה נוספת היא ממי ללמוד תורה? אם מישהו אפיקורוס האם נכון ללמוד ממנו תורה? אני הייתי לומד מכל אחד שניתן ללמוד ממנו, כלומר מכל מי שדן בדברים מנימוקים הגיוניים ומלמד אותי זווית שלא הייתי חושב עליה. אם הוא לא מטיף אלא מסביר ומנמק, בהחלט כדאי ללמוד ממנו. אני יודע שיש כמה מימרות של חז”ל שאפשר להבין מהן אחרת (וכמה שלא), אבל אני הקטן לא חושב כך. אז או שאפרש אותן אחרת, או שאסתמך על מימרות מנוגדות, או שאחלוק.

מי אני » מאנטאג יולי 18, 2022 10:33 pm

· #504396
לגבי די נידון שרייבט הרב דר. מיכאל אברהם לגבי זיינע שמועסן וכו׳ אין די קאנטראווערסיאנאלע נושאים:
רבים מבקרים את דבריי בשני מישורים עיקריים: 1. זו כפירה (נגד המסורת שקיבלנו). 2. זה מזיק (כי אני חושף אנשים לדעות וטיעונים שעלולים להוביל אותם לנטישה, כשקודם לכן הם כלל לא נחשפו אליהם ולא היו מוטרדים מהם). תשובתי היא שהגישה ההפוכה לא פחות מסוכנת, וגם אם לטווח הקצר היא מועילה לשרידות הדתית, בטווח הארוך יש לה מחירים כבדים וקשים. האנשים הישרים והאמיצים שמתמודדים עם הקשיים כל אחד לבדו (או בעזרת יועצים באתרים אתיאיסטיים שונים), ינטשו את המערכת כולה בלי סיבה אמיתית. האלוקים שאותו הם נוטשים הוא אלוקים שגוּי שבהחלט ראוי לנטוש אותו.
וע״ע כאן.

מי אני » זונטאג יולי 31, 2022 12:24 pm

· #505384
משה לייב לילינבלום שרייבט אין זיין אָטאָבּיאָגראַפיע ״חטאת נעורים״:
ותחת אשר תחזיק אתה בדבר הגרצ”ח כי טוב להסתיר דברים רבים, הנני מחזיק בדברי הר“ן קראָכמאל כי בימים האלה מועיל הפרסום כאשר הועילה לפנים הסתרת כל דבר, כי אין מחסה עוד עתה בהעלמת האמת. ועוד אוסיף להגיד, כי לוא יצלח בידינו לחנך את בנינו בלי אמונה בי”ג עיקרים רק באמונת מציאות הבורא ותורה מן השמים, ובשם “תורה” לא נכלול רק את החקים והמשפטים לבד, לא גם קורות רבות אשר יסודתן בדברים שהם למעלה מן הטבע, כי אז תצמח מזה, לדעתי, טובה גדולה גם להדת, גם להם עצמם. להדת – כי לא תחולל עוד על ידי זה שיבוא איש ויוכיח שהארץ נבראת זה כמה מיליאָן שנה ושהאדם לא נברא בעצם בצביונו שהוא עתה, ותקופות רבות עברו עליו עד שנתפתח מעט מעט וכדומה לזה; ולהם עצמם – כי נצילם ממלחמה פנימית, מכחש ומיאוש ביום שיוכחו לחשוב אחרת מאשר האמינו עד כה.

. . .

חפץ אני להאמין, שאם יודפס ספרי זה, לא את כל העקזעמפלארים יאכל עש בבית מוציאו לאור, ואיזו עשרות עקזעמפלארים ממנו יפוצו על פני חוץ ויקראו בו איזו אבות ואיזו בנים. קשה עלי להאמין שאיזו אבות בקראם את ספרי זה לא ידונו קל-וחומר בעצמם: ומה אם כותב הספר הזה, שבהיותו בן שמונה עשרה שנה עשה סיום על כל הש“ס ולמד כחמישים דפים תלמוד ליום; בהיותו בן תשע עשרה שנה עסק בשקידה על ספרי שו”ת וכתב פלפולים שונים בעצמו, וביום שנעשה בו בר עונשין בבית-דין של מעלה (ביום מלאת עשרים שנה) ישב בתענית אותו היום, מעוטר בטלית ותפלין ולא פסק פומיא מגירסא, כדי להכנס בחמשים שערי קדושה, ולא עוד אלא שישב בעיר מלאה תלמידי-חכמים ויראי חטא, שלא היו בה אפיקורסים גלוים כלל, ואף-על-פי-כן הצליח מעשה שטן ותורתו ויראתו לא נתקיימו בידו ונעשה אפיקורוס גמור – בנינו אנחנו, שאין לנו עליהם ערבות כזו, על אחת כמה וכמה שיכולים הם לצאת לתרבות רעה! ומה אם כותב הספר הזה, שאיננו מוכשר כלל לעניני העולם ואיננו יודע איך לשיח עם עלמה, הלך לבו שבי לפני עלמה עשר שנים אחר חתונתו בהיותו אב לשלשה ילדים, – בנינו שעודם צעירים מאד ואין להם ילדים, על אחת כמה וכמה שיכולים הם להכשל באהבה!

אם ידונו איזה אבות שני מיני קל-וחומר זה בעצמם לא ישתדלו עוד למנוע מבניהם כל חנוך שמא יצאו לתרבות רעה ולא יכניסום לחופה בלא עתם. ידעו נא האבות, שאם באמת הם חפצים לשמור על בניהם מפני האפיקורסות אז אין עצה אחרת לפניהם אלא למנוע אותם לגמרי מן ההגיון, כלומר: שלא ילמדו אותם גם דף אחד תלמוד אלא יתנום תיכף לבעל מלאכה שילמדם אומנות. אם חפצים הם לאחוז את החבל בשני ראשיו: ללמדם הגיון ולהצילם מן ההגיון, צריכים הם לדעת שדרך זו עכשו בחזקת סכנה וקרוב הוא שאחרית בניהם תהיה כמוני: תורתם ויראתם לא תתקיים בידם, ולא עוד אלא שחייהם יהיו תלואים להם מנגד!
ווי ער ברענגט ארויס רעדט מען דא פון איינעם אַן עילוי וואס איז געווען גאר פרום און פארמאכט און האט כל ימיו עוסק געווען בתורה, עד שנעשה משכיל.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 10:44 pm

· #506259
[ציטאט אראפגענומען]
ר' יוסף אבן כספי שרייבט אין זיין טירת כסף:
כי רבים מן המעשים שוים למשכיל ולכסיל אך לשתי תכליות מתחלפות, כמו שאבאר עוד, ואין ספק שבכל זמן הרעים רבים מן הטובים והטובים נבזים ושפלים בעיני הרבים, וסבת זה דבריהם ומעשיהם שהם מתנגדים לעניני ההמון, עד שהם בעיני ההמון שוטים ומשוגעים וחסרי הדעת, כמו שההמון בעיני החכמים, וכמו שאמר החכם על ההמון: אנחנו שוים במומים עמם, כי אני בעיניהם כאשר הם בעיני.
ער שרייבט אויך:
וכן תמצא שניהם משתדלים אל העושר אבל המשכיל יעשה זה לקנות חכמה והכסיל לזולת זה.

מי אני » מאנטאג אוגוסט 15, 2022 9:56 pm

· #506427
מי אני
‏
כוכב
וואס איז די אינטערעסאנטסטע אשכול וואס האסט שוין געטראפן אין קאווע שטיבל?
דערמאנענדיג זיך דעם שאלה געדענק איך אז איך הא׳מיר געשפירט ווי בּורידען׳ס חמור וואס קען נישט באשלוסן צווישן צוויי (צו מער) ברירות וואס זענען אייניג אין חשיבות וכו׳.
דאס איז וואס דר. חיים קרייסל שרייבט בנוגע די מחלוקת צווישן אבן סינא און אל-גאזאלי: 📎 1.jpg ועיין באשכול זו.

מי אני » זונטאג אוגוסט 21, 2022 9:32 pm

· #506991
לגבי מיין סטייל פון שרייבן מיט לינקס צו אנדערע תגובות מיינע האב איך געהערט [2:25] פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן לגבי פרשנות אין תנ״ך (וקשרים דאס צו מאכן אלס א קאָהערענט גאנצע):
the Bible is the world’s first hyperlinked document

נו, איז דאך הדבק בדרכיו… 🙂

מי אני » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:41 pm

· #507583
מי אני
לגבי מיין סטייל פון שרייבן מיט לינקס צו אנדערע תגובות מיינע האב איך געהערט [2:25] פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן לגבי פרשנות אין תנ״ך (וקשרים דאס צו מאכן אלס א קאָהערענט גאנצע):
the Bible is the world’s first hyperlinked document
ובזה טענה'ט דר. גערי רענדסבורג: 📎 2.jpg ***

לגבי די געדאנק פון צענזור שרייבט הרב דר. מלך שפירא (וועלכע האט כידוע געשריבן א בוך וועגן צענזור אין אונזער געמיינדע):
It is worth noting, I think, that although fundamentalism in this country has always been accompanied by anti-intellectualism, this has not been the case in the Jewish world. In fact, with the exception of some Hasidic trends, anti-intellectualism has no roots in recent Jewish history. The people advocating fundamentalist positions are the most intellectual we have. People often say that they can hold the positions they do because they are ignorant of science and history. This is incorrect. It is not that they are ignorant of all these fields, it is rather that they reject them. There is a difference. The proper word to describe this is obscurantism. And I for one don't think it will last forever. One can only go against the obvious facts of our day for so long. Rabbis could declare that Copernicus's views were heretical for only so long before the weight of evidence ran over them. That will happen with fundamentalism, because if they don't change, no one with any education will still be listening to them

חדשים » מאנטאג אוגוסט 29, 2022 4:57 pm

· #507586

יעצט פארשטיי איך שוין די מלחמת חרמה אקעגן proper education.

ולעצם וואס ער טענה’ט איז ער לכאורה גערעכט. די רבנים זענען נישט אקעגן די מציאות, זיי איגנארן עס ווילאנג מען קען. ווי קלוגער אונז ווערן, אלץ מער פאטשט די מציאות אין פנים.

מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 10:15 pm

· #508135
מי אני
לגבי מיין סטייל פון שרייבן מיט לינקס צו אנדערע תגובות מיינע האב איך געהערט [2:25] פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן לגבי פרשנות אין תנ״ך (וקשרים דאס צו מאכן אלס א קאָהערענט גאנצע):
the Bible is the world’s first hyperlinked document

נו, איז דאך הדבק בדרכיו… 🙂
א שטודיע האט געצייגט אז ליינען עפעס וואס האט הייפּערלינקס שטערט די comprehension דערפון.
‏דאס קען אפשר מסביר זיין פארוואס תנ״ך איז שווער משיג צו זיין…

און כ׳האב אין דעם אליין געמאכט א הייפּערלינק…
😮

מתבודד » מוצ"ש סעפטעמבער 3, 2022 10:28 pm

· #508137
מי אני
מי אני
לגבי מיין סטייל פון שרייבן מיט לינקס צו אנדערע תגובות מיינע האב איך געהערט [2:25] פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן לגבי פרשנות אין תנ״ך (וקשרים דאס צו מאכן אלס א קאָהערענט גאנצע):
the Bible is the world’s first hyperlinked document

נו, איז דאך הדבק בדרכיו… 🙂
א שטודיע האט געצייגט אז ליינען עפעס וואס האט הייפּערלינקס שטערט די comprehension דערפון.
‏דאס קען אפשר מסביר זיין פארוואס תנ״ך איז שווער משיג צו זיין…

און כ׳האב אין דעם אליין געמאכט א הייפּערלינק…
😮
איצטער האבעך אויסגעפינען אז די גלייבסט אליינס נישט אין אלע שטודיעס וואס די ברענגסט... 😃

מי אני » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 5:36 pm

· #510592
לגבי דעם אז ארטאדאקסיע רוקט זיך אלס מער רעכטס בשעת ווען מ׳זעהט טרענדס בתוך חרדיזם וואו עס ווערט מער אפען (גיין אין קאלעדזש וכדומה) און ״לייט״, ברענגט דר. אדם פערזיגער ארויס אז עס איז אז ביי די מער ״רעכטע״ מאדערן-ארטאדאקס רוקט זיך דאס נאך מער רעכטס (מ׳זעהט ענליך אין די נישמה ריסערטש אויף די אמעריקאנע מאדערן-ארטאדאקס געזעלשאפט, p. 32), בשעת די מער ״ליבעראלע״ חרדים רוקן זיך מער לינקס; די סענטער ווערט מער fluid.

***

ובנוגע צענזור כהיום שרייבט דר. אורן קעס לגבי די פראבלעם פון פרובירן צו באהאלטן דאס אז (בראשית א ז) ויעש אלקים את הרקיע, אז ״רקיע״ באדייט א סאלידע dome אויף א פלאכע וועלט וואס האלט צוריק די וואסערן פונדרויסן פון דאס איינשלינגען (אזוי ווי זיי האבן געגלייבט בזמן התנ״ך), און נישט אפאלאגעטישע מהלכים פון דאס טייטשן אויף אַן אטמאספערע (וכהמלבי״ם שם) וכדומה:
Teaching Torah in the Age of Google I understand the yeshiva world’s simple calculation in avoiding discussing the rakia honestly. The odds that the typical ba’al habos (average working stiff) will connect these verses with ANE concepts of the universe is low. It may thus be reasoned to be well worth the risk to avoid this altogether, compared to the alternative: exposing entire classrooms to the problem thereby “unnecessarily” challenging these young adults. But this strategy doesn’t always work; it didn’t for me

As I eventually continued to explore Judaism outside of the yeshiva bubble and realized what had been hidden from me — the rakia is only one illustrative example — I was disheartened. I felt like I was “taken in” by the concepts of da’as Torah and the masorah as promoted by educators, and left feeling foolish. It took me some time, long after I finished high school, before I came into contact with contemporary notions of biblical scholarship that make concepts like the rakia accessible in a logical manner

It has been a few decades since my high school experience, and it is no longer difficult to find information about what the Bible means in its ANE context that will quickly contradict whatever apologetics one may hear in yeshiva. Perhaps the community of educators within the system should consider a new strategy. After all, a lazy lunchtime Google search will bring anyone with a passing curiosity a dozen sources with everything the yeshiva educators were hoping students would never find out about the rakia and many other challenging topics. If this piece can be a source for a young student such as I was, trying to figure out a path through the contradictions, for my part, I’m happy to add one more
און ווי שפינאזע האט געשריבן אין זיין טעאלאגישע-פאליטישע טריִטיִס (פ״כ):
No one can transfer to another person his natural right or power of reasoning freely, and of forming his own opinions on any topic; so no one can be compelled to do this
און ווי דר. סטיווען נעדלער איז אים מסביר אבער:
Spinoza’s argument for freedom of expression is based both on the right (or power) of citizens to speak as they desire, as well as on the fact that (as in the case of belief) it would be counter-productive for a sovereign to try to restrain that freedom. No matter what laws are enacted against speech and other means of expression, citizens will continue to say what they believe, only now they will do so in secret. Any attempt to suppress freedom of expression will, once again, only weaken the bonds of loyalty that unite subjects to sovereign. In Spinoza’s view, intolerant laws lead ultimately to anger, revenge and sedition
און דא:
For this reason, any effort on the government’s part to rule over the beliefs and opinions of citizens is bound to fail, and will ultimately serve to undermine its own authority. A sovereign is certainly free to try and limit what people think, but the result of such a policy, Spinoza predicts, would be only to create resentment and opposition to its rule

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 8, 2022 2:21 pm

· #511469
לגבי זיך טוישן דעם דעה ברבות השנים. וואס דער ענגלישער שרייבער הענרי סטיִפענס סאָלט האט געשריבן בנוגע דעם ענגלישן פייטן פּערסי שׁעלי לגבי זיינע שיטות ברעליגיע ואטעאיזם: 📎 4CEDC614-8C40-4A51-93F7-5D7D0BC6298C.jpeg
בלאט: 1 2 3 4