☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)

היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15891

מי אני » פרייטאג פעברואר 10, 2023 3:57 pm

· #516833
היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)
אין די אשכול האב איך געהאט א דין ודברים מיט @רביה״ק זי״ע איבער וואס עס דארף צו באדערן א מענטש איבער ״דעם סיסטעם״. איך האב ארויסגעברענגט אז לענ״ד זענען די צוויי פונקטן וואס דארפן צו שטערן און זענען אויף וואס מ׳קען, און גאר מ׳דארף, צו האבן איבל פונעם געזעלשאפט, די צוויי אספעקטן: זיין אדוק אין אבערגלויבענס וכמו שהבאתי לעיל, און דאס אז ווען עקסטרעמיזם אין שמירת ההלכה גייט אזוי ווייט אזש אז מ׳טרעהט וועגן דעם אויף נארמאטיוו עטישע התנהגות ומוסרי הטבעי.

אז מ׳רעדט שוין גיי איך פארציילן צוויי פערזענליכע איבערלעבענישן וואס האט דאס ארויסגעברענגט צו מיר און מיר געטוהן באדערן. ווי איך האב דא דערמאנט בין איך בתוך י״א חודש של פטירת אאמו״ר הכ״מ און איך דאווען פאר׳ן עמוד. איך וואוין אויף די זעלבע גאס פון מיינע עלטערן און איך דאווען אינעם זעלבן שוהל וואו מיין טאטע הכ״מ האט געדאווענט כל ימיו. מיין 16-יעריגער ברודער, א יתום לכל הדיעות (עיין בהל׳ דיעות להרמב״ם פ״ו סוף ה״י), דאווענט אויך דארט. ער איז א פרומער בחור און דאס דאווענען פאר׳ן עמוד מיינט פאר אים אסאך. אין אלגעמיין דאווענט ער פאר׳ן עמוד אין ישיבה, אבער אויף זונטאגס דאווענט מען נישט שחרית אין ישיבה, און דערפאר האב איך אים אוועקגעגעבן מיינס. דארטן דאווענט א איד א ת״ח, דער בעל קורא שני וחמישי. ווען מיין ברודער פלעגט דארט דאווענען פלעגט דער איד אים כסדר אריינפארן איבער זיין דאווענען, אזש אז מיין ברודער, וואס איז כמובן אין א וואָלנערעבּל פלאץ, פלעגט אהיימגיין וויינען דערוועגן צו מיין מאמע. איך בין צוגעגאנגען צו דעם איד און געזאגט אז דאס איז געהעריג כל אלמנה ויתום לא תענון און דאס איז א דאורייתא קעגן עני פגם בתפילה וואס מיין ברודער אנגעבליך האט. דער איד האט זיך באליידיגט און אויפגעהערט דאווענען מיט מיר בכלל אפילו דורכאויס די וואך.

שפעטער אין יאר האט מען מיר געטוישט מיין מנין צו אַן אנדערס. דארט דאווענט א דיין ותופס ביהמ״ד וואס זיצט אויבן אָן, וואס ווען ס׳איז נישטא קיין ש״ץ איז דער דיין דער ש״ץ. וממילא אז איך בין דער ש״ץ ווארט איך אויף דעם דיין און איך לאז אויס ווען ער ענדיגט אא״וו. זייענדיג אז די אידן אין ביהמ״ד האבן געקענט מיין פאטער הכ״מ, איז אז איך האב צייט נאך מיין מנין איז גענצליך פערטיג (וג״כ לאחר אמירת תהילים הקבוע ע״י ומטעם הביהמ״ד, ועיין בשיורי ברכה ביו״ד סוף סימן שעו), לערן איך אלס כבוד אבי די צוויי פרקים משניות פון מס׳ כלים פכ״ד און מס׳ מקואות פ״ז און איך זאג דערנאך (די משנה בסוף מכות און) א קדיש דרבנן (מיט׳ן אב הרחמים פאר מיין טאטן).

דארט דאווענט אַן אנדערער איד א ת״ח ומתמיד וואס זיצט א גאנצן טאג בביהמ״ד און לערענט. כמעט יעדן טאג, הגם איך פאלג נאך דעם דיין און אנדערע האבן זיך אפגערעדט אז איך גיי צי שטאַט, האט דער איד מיר סיקירט אז איך גיי צי שנעל. אזש אז איינמאל בעפאר גאל ישראל איז ער צוגעקומען צו מיר און מיר גענומען שטארק פיזיש האקן! די וואך האט ער זיך גענומען הויך שפעטן פון מיר ברבים, וכנראה מיט׳ן כוונה מפורשת מיר וויי צו טוהן, איבער מיין משניות לערנען. איך בין צוגעגאנגען צו אים און געזאגט, ״איר מיינט איך וויל דארט שטיין פאר׳ן עמוד!איר מיינט אז איך האב געוואלט מיין טאטע זאל אוועק רעלאטיוולי אינג און לאזן יתומים אינדערהיים, איך זאל דארפן צוגיין צום עמוד! מענטשן רעדן זיך אפ אז איך גיי צי שטאַט. איר ווילט נישט אז איך זאל לערנען משניות, איז נישט!״ ער האט מער געזאגט נישט צו קומען מער דאווענען מיט דעם מנין, וכן עשיתי: איך האב געטוישט צו אַן אנדערע מנין. (איך ווייס אז להלכה קען א יחיד נישט מוחה זיין להעביר א ש"ץ קבוע שכבר הסכימו עליו הציבור, כדאיתא באו"ח סימן נג סעיף יט ע"ש, און דא בין איך דאך נתמנה געווארן דערצו בהסכמת הציבור און ס'שטייט מיין נאמען אויפ'ן צעטל אז איך בין דער ש"ץ פון דער מנין שוין אפאר חדשים. איך האב דאס מוותר געווען עפ"י האמור שם לעיל בסעיף ד בענין מרוצה לעם וע"ש במשנ"ב ס"ק טז. ואגב, שטייט דאך דארט בסעיף יא "ומכל מקום כל שמאריך בתפלתו לא טוב עושה מפני טורח הצבור", און ווי כ'האב געזאגט האבן דאך מענטשן גאר געזאגט אז איך דאווען צי שטייט והיפך טענתו של אותו האיש. שוין.)

די צוויי מעשיות האבן מיר געמאכט שטיין און שטוינען. איך בין א תלמיד פון וויענער רב שליט״א און ער פלעגט אלס זאגן אז ״תורה איידעלט אויס א מענטש.״ האב איך גערופן א פרומער ברודער מיינער (כ׳האב אים דא דערמאנט) און אים געפרעגט אז די מציאות ווייזט דאך נישט אזוי (די מחלוקת׳ן ביניהם, אזש אז מ׳לאכט פון די גמרא אז ת״ח מרבין שלום בעולם, איז אויך א קשיא דערויף). ולא עוד אז עס איז ידוע די גמרא ביומא פו. איבער חילול ה׳:
מי שקורא ושונה ומשמש ת"ח ואין משאו ומתנו באמונה ואין דבורו בנחת עם הבריות מה הבריות אומרות עליו אוי לו לפלוני שלמד תורה אוי לו לאביו שלמדו תורה אוי לו לרבו שלמדו תורה פלוני שלמד תורה ראו כמה מקולקלין מעשיו וכמה מכוערין דרכיו
זעה׳מיר אז ס׳איז שייך (וידוע ג״כ הגמרא במו״ק יז. והמדרש בויק״ר א טו אודות ת״ח שאין בו דעת). מיין ברודער האט טאקע דאס פרובירט צו פארענטפערן עפ״י הגמרא לעיל שם בדף עב: אז אויב איז לא זכה איז נעשית לו התורה דמא דמותא און אז אט דאס מיינט עס: די תורה טוהט אים גאר שאטן. מיינענדיג, אז אזא איינער וואס איז אריינגעפארן מיין 16-יעריגער ברודער האט געוואוסט פון דעם פשוט׳ען פאקט אז דא רעדט מען פון א גאנץ אינגן יתום און עס וועט אים וויי טוהן - נאר ער האט כובש געווען די געפיהל אים נישט צו באדערן/וויי טוהן כדי ״אויפצוטוהן למען השם ותורתו״. און דאס זעלבע איז מיט דער ת״ח וואס האט מיר געזוכט צו פארשעהמען ברבים איבער מיין משניות לערנען ברבים; ער האט געזוכט אויפצוטוהן למען השם ותורתו איבער מיין ״שנעלע״ דאווענען.

אבער אט דאס איז דאך די געוואלדיגע עוולה: אויב מאכט דאס דיר טרעהטן אויף בּעיסיק עטישע מענטשליכע ומוסרי הטבעי התנהגות, דאן איז דאך דאס א הימעלשרייענדע חילול ה׳, אז מ׳זאגט ״קוק ווי אומעטיש ת״ח פירן זיך אויף! און דאס איז דאך מחמת און אין נאמען פון זייער תורה לערנען און פרומקייט/רעליגיע! כמה מקולקלין מעשיהם!״ (איך ווייס פון די גמרא בתענית ד. אז ת״ח זענען כאש מחמת התורה, ומה שפירש״י שם אודות לדונם לכף זכות עבור זה ע״ש.)

מיין ברודער האט אבער גע׳טענה׳ט אז זיי קענען טענה׳ן אז וואס איך אדער מיין 16-יעריגער ברודער האט געטוהן איז א חילול ה׳, ועפ״י הגמרא שם ביומא אז ״חילול ה׳״ איז כעין וואס ר׳ יוחנן האט געזאגט אויף זיך כגון אנא דמסגינא ארבע אמות בלא תורה ובלא תפילין. אבער דאס איז אוועקגעדרייט פונעם קאנטעקסט. די געדאנק איז אז מ׳פארשוועכט און מ׳פארשעהמט די געדאנק פון עבדות לה׳ און אנדערע לערנען זיך אפ מחמת די התנהגות וואס איז נישט ראוי לויט זייער stature צו מזלזל זיין במצות וברעליגיע. און דאס איז על אחת כמה וכמה וואו א ת״ח ועובד ה׳ טרעהט, און נאכדערצו מחמת זייער תורה לערנען און פרומקייט/רעליגיע, אויף בּעיסיק עטישע מענטשליכקייט (עיין קידושין לא.). עס מאכט מענטשן זאגן ״פעך!״ אויף רעליגיע והמסתעף ממנה.

אזעלכע סארט מענטשן שטארקן דאס וואס דער אטעאיסטישער פיזיקער דר. סטיווען וויינבערג האט געהאט גע׳טענה׳ט:
Religion is an insult to human dignity. Without it you would have good people doing good things and evil people doing evil thing. But for good people to do evil things - that takes religion
פערזענליך האלט איך אז וויינבערג איז נישט אינגאנצן גערעכט מכח ווייל 1). עס איז ברייטער ווי ״רעליגיע״ - עס איז ״אידעאלאגיע״ בכלליות, און 2). מ׳קען זאגן פארקערט אויך: ״פאר שלעכטע מענטשן צו טוהן גוטס, פעהלט אויס רעליגיע״ (דאס איז דאך בעצם די געדאנק פון אמונות הכרחיות בתוך רעליגיע). אבער טאמער געבט א רעליגיעזער מענטש, ובפרט א ת״ח ועובד וועלכע איז דאך די סמל פון א רעליגיעזער מענטש, א סמך צו וויינבערג׳ס ציטאט, איז דאס א מורא׳דיגע פארשוועכונג פון רעליגיע ודת. (ווי א נישט-פרומער ברודער מיינער האט מיר געזאגט ווען ער האט דאס געהערט: ״איך פארשטיי אז ס׳איז אויך דא אסאך פיינע ת״ח וכדומה וואס דאווענען דארט. אבער עס איז אינטרעסאנט אז עס איז נישט א ״סמאַרטפוֺין איד״ וואס איז געגאנגען באליידיגן דיר אדער אונזער 16-יעריגער ברודער. עס פאַלט זיי ניטאמאל ביי.״)

דאס אלעס פירט אריין צו דעם צווייטן פראבלעם מיינער מיט אונזער געזעלשאפט. ווי דער באקאנטער פלאם-פייערדיגער אטעאיסט דר. ריטשערד דאָקינס האט פּאלעמיש געשריבן:
The God of the Old Testament is arguably the most unpleasant character in all fiction: jealous and proud of it; a petty, unjust, unforgiving control-freak; a vindictive, bloodthirsty ethnic cleanser; a misogynistic, homophobic, racist, infanticidal, genocidal, filicidal, pestilential, megalomaniacal, sadomasochistic, capriciously malevolent bully
און די סארט אידן גלייבן ליידער טאקע ובאמת אין אזא סארט (אפ)גאט! דאס איז דאך די סיבה זיי גייען, ווי מיין פרומער ברודער האט זיי מצדיק געווען, עד כדי כך ״כובש זיין״ זייער מוסרי הטבעי אויף וויי צו טוהן א יתום. אמער מ׳דארף זיך דאך היטן פון דאס וואס ״רעגט אויף״ און גייט אויף די שוואכע נערוון פון דעם שטארקן און מעכטיגן בארעגטן גאט. ולענ״ד אין לך חירוף וגידוף וחילול ה׳ גדול מזה! זיי זאגן אז דאָקינס איז גאר גערעכט!

דאס געבט נאך אַן understanding פארוואס דער רמב״ם האט אזוי געזוכט אויסצורייסן די סארט קאָנסעפּשאן פונעם מושג פון ״ג-ט״ מבין ישראל.

אבער ווער ווייסט? אפשר איז @פאר'ן דאווענען גערעכט…

*

אגב, עס איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עריק שוויצגעבעל און דר. יהושע ראָסט האבן טאקע געצייגט אז עטיקס פּראפעסארס פירן זיך ל״ד אויף מער עטיש, עפ״י זייערע פאזיציעס, ווי סתם פּראפעסארן. זיי ענדיגן צו:
It does not follow that philosophical moral reflection is powerless to change moral behavior. But what influence philosophical reflection actually has on practical behavior, and in what directions, and under what conditions, are questions that – despite their centrality to a proper understanding of the value of philosophy as a discipline and the relationship in general between moral reasoning and moral behavior – remain wide open and virtually unexplored
אבער איינס, זיי זענען כאטש נישט ערגער ווי אלגעמיין, און צוויי זיי האבן נישט געזאגט אז דאס מאכט זיי בעצם בעסער. משא״כ ביי געוויסע (האפענטליך נאר א מיעוט) לומדי תורה אין דעם קאנטעקסט.

פרנס החודש » פרייטאג פעברואר 10, 2023 4:28 pm

· #516834
Re: לכבוד יו"ט: אינטערוויו מיט וועלטבארימטן חכם הרזים הרב מי
האסט מיר איבעראשט מיטן אויפברענגען מיין פעיוואריט געדאנק אז עס איז נישט רעליגיע וואס איז די פראבלעם נאר אידעעלאגיע.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 7:54 pm

· #516837
מיין ברודער האט אויך געהאט אזא סארט מעשה. ווי דערציילט דא האט אים א גבאי דארט געדרייט א קאפ איבער זיין מקוה גיין. מיין ברודער איז א לעיבּאר ארבעטער און פאר ער קומט דאווענען טוהט ער זיך איבער אלעס אחוץ די הויזן. דער גבאי האט דאס געשטערט און ער האט געהאנגען דארט אין ביהמ״ד א צעטל אז עס איז דא א תקנה אז מ׳קען נישט דאווענען מיט ארבעט׳ס הויזן. מיין ברודער איז דער איינציגסטער דארט וואס ארבעט אין א פיזישע לעיבּאר ארבעט און קיין צווייטן האט מען נישט געקענט מיינען. דאס האט אים פארשעהמט און געבאדערט. כמובן, גלייב איך נישט אז דאס איז נכלל במש״כ המחבר באו״ח סימן צא סעיף ה והרמ״א שם בסעיף ו, וע״ש במשנ״ב ס״ק יא-יב. ובפרט אז עס איז לכאורה מנהג לעמוד בפני גדולים כזה אויך.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 10:04 pm

· #516843
מי אני
אין די אשכול האב איך געהאט א דין ודברים מיט @רביה״ק זי״ע איבער וואס עס דארף צו באדערן א מענטש איבער ״דעם סיסטעם״. איך האב ארויסגעברענגט אז לענ״ד זענען די צוויי פונקטן וואס דארפן צו שטערן און זענען אויף וואס מ׳קען, און גאר מ׳דארף, צו האבן איבל פונעם געזעלשאפט, די צוויי אספעקטן: זיין אדוק אין אבערגלויבענס וכמו שהבאתי לעיל, און דאס אז ווען עקסטרעמיזם אין שמירת ההלכה גייט אזוי ווייט אזש אז מ׳טרעהט וועגן דעם אויף נארמאטיוו עטישע התנהגות ומוסרי הטבעי.
אז דו האסט מיר געטעגט נעם איך די רשות מפיק צו זיין אביסל פון מיינע צרורות... א) האלט איך נישט אז ס'דא עפעס וואס דארף באדערן א מענטשן איבער דעם "סיסטעם", איך פערזענליך האב מיך נישט געטראפן דאס פלאץ דארט, אבער וועם ס'געפעלט דאס פלאץ אשרי לו ואשרי חלקו. ב) איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט'ן זיין אדוק אין אבערגלויבנס, איך אליין בין (ליידער?) געפערליך אנגעפיקעוועט מיט אבערגלויבנס כידוע, לכאורה מער ווי דעם דורשכניטליכן חסיד, און ס'פעלט מיר גארנישט. ג) פון מיין עקספיריענס מיט חרדים איז זייער מוסר הטבעי סתם אזוי פארדרייט, אפילו וואו ס'נישט נוגע צו שמירה ההלכה. נאר וואס דען, ווילאנג דעם חסיד'ס פארדרייטע פרייאריטיס רירן נישט צו צו שמירת ההלכה שטערט עס נישט דעם אויפגעקלערטן חסיד אזוי שטארק ווייל ס'איז זיין פריוואטע לעבן, נאר ווען ס'האט אן אפעקט אויף זיין רעליגיע דעמאלטס פילט זיך דער אויפגעקלערטער באטראפן ווייל ס'לייגט "זיין" רעליגיע (זיין אידענטיטעט/עגאו) אין א שלעכטן ליכט. אזוי צו אזוי פיל איך מיך נישט באטראפן פון אזא התנהגות ווייל איך האב נישט דערקלערט בעלות אויף די אידישע רעליגיע, פונקט ווי איך פיל מיך נישט באטראפן ווען איינער נוצט די מוסולמענע רעליגיע צו שאנטאזשירן מענטשן. ווער זענען אונז צו זאגן וועמענ'ס אינטערפרעטאציע פון די תורה איז ריכטיג, אפשר זענען ביידע ריכטיג? אזוי זאגט טאקע רש"י אויפ'ן פסוק ואחורי לא יראו, מכאן שנתנה רשות למחבלים לחבל, די תורה האט לכתחילה געגעבן א מקום פאר א שלעכטער מענטש צו טרעפן זיינע רשעות אין די תורה, די תורה האט טאקע געמיינט זיין רשעות! נאר די תורה האט אויך געגעבן א מקום פאר א גוטער מענטש צו טרעפן זיין צדקות אין די תורה, און ביידע פשטים האט די תורה אינזין געהאט, ביידע זענען אמת! כי ישרים דרכי השם צדיקים ילכו בה, א צדיק האט נאר איין תורה, נישטא אזא זאך ווי "די פופטע שולחן ערוך", זיין צדקות איז כתוב בתנ"ך, שנוי בש"ס ופוסקים, משולש בקבלה (אבערגלויבנס?), ומפורש בהלכות דרך ארץ ועטיקס, נישטא קיין סתירות, די בריח התיכון לויפט דורך פון בראשית ביז סעם הערריס און אלעס אינדערצווישן. דער רשע פארשטייט דאס נישט, ופושעים יכשלו בם, ב"ם איז ראשי תיבות בראשית מאמתי, תורה שבכתב און תורה שבעל פה. דער רשע האט א plethora פון תורות וואס זענען זיך אלע סותר איינס מיט'ן צווייטן און ער טרעפט אלס א פלאץ זיך צו שטרויכלען מיט זיינע קרומקייטן, אמאל פאלט ער אין הלכה, און צומאל פאלט ער אין "עטיקס". (האט איר שוין אויך אביסל א טעימה פון מיין ס"ג תורה 😃 )

היסטאריע » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 10:53 pm

· #516844
מי אני,
דיינע מעשיות זענען נוגע ללב, עס איז גאר שאנדפול אז מענטשען וואס זענען רשעים פילען זיך באקוועם צו רודף'ן אנדערע בריש גלי.
אבער איך זעה נישט ווי אזוי די מעשיות פין די רדיפות פין א יתום אדער דיינע רדיפות וועגען דאווענען לאנג, האבען מיט דער סיסטעם צו טוהן. ווי איינער וואס איז שוין אויסגעקומען צו דאווענען אין בתי מדרשים פאר דער עמוד, ווען איינער זאגט מיר א פסוק וועגען דאווענען לאנג אדער קורץ, לאך איך אין פנים, און זאג אים אז ווען ער דאווענט קען ער דאווענען ווי אזוי ער וויל, און זיינע הגהות מיינען ביי מיר כעפרא דארעא, און מער הער איך נישט פין אים. אמאהל איז טאקע געוועהן א משוגע'נע וואס האט פראבירט מיט א ליניע, אז רוב עולם וויל נישט איך זאל אזוי דאווענען, האב איך געפרעגט ווי אזוי ער ווייסט וכו', און די משוגעים ענדיגען זיך נישט. יכלה הזמן והם לא יכלו. איך פאר מיר האב נאך נישט געזאגט קיין דעות פאר קיין שום בעל תפלה, איך זעה נישט וויאזוי איינער קען זיין אזוי סעלף סענטערט, וואס זאל האלטען אז דער בעל תפלה מוז דאווענען זיין פעיס. בכלל איז ביי מיר א שטארקע קפידא, אז מיט יעדער בעל תפלה, יהיה מי שיהיה, האלט איך מיט, פין הודו ביז שמונה עשרה, יעדעס שטיקעל פסוקי דזמרה און יוצר און הייב אהן הויך דער נעקסטער שטיקעל ווען ער לאזט אויס, זאלען די שלעפערס וואס רעדען זיך איין אז איינער האלט זיי פאר הייליגער ווען זיי האלטען נאך אשרי ווען דער בעל תפלה זאגט ברכו, פלאצן. דער משוגעת פין נאך שלעפען נאך א בעל תפלה ווערט ערגער און ערגער, כמעט נישט דא קיין מנין ווען מען הייבט אהן שמונה עשרה צוליב דער מחלה פין שלעפעריי ביי פסוקי דזמרה, און מען קען מיינען זיי האבען אין זינען פירוש המלות. פרעג זיי פשט אין א פסוק, און זיי האבען נישט קיין אהנונג.

אבער מיט דער סיסטעם האבן די רשעים וואס זאגען אריין אייך און אייערע ברודער נישט קיין שייכות. איבעראל איז דא רשעים. איך בין אביסעל נבוך אין דיין קשר, מה ענין רשעים אצל הסיסטעם.

דער סיסטעם איז א זאך וואס מען לייגט אהן רשעות וואס דער "סיסטעם" טוט צו יחידים למען הכלל. למשל, דער סיסטעם פארלאנגט חתונות אין זאלען, פארניטשער מיט דירות, בכלל חתונה האבען ביי די 18-20, מען מוז לערנען אין די מוסדות ביז אכצען צו מען קען לערנען אדער נישט, א גאון און א שוואכער מוזען לערנען די זעלבע קצות, און דער ליסטע גייט ווייטער.

וואס האבען אייערע פראבלעמען מיט א משוגענער וואס קאנטראלירט א מנין מיט דער סיסטעם?

עס איז זיכער אז רביה"ק קריגט נישט מיט אייך לגבי דער נקודה, א מענטש וואס איז מקיים הדבק במדותיו, און טראכט פין מה הוא רחום, קען נישט סובל זיין א רשע וואס פייניגט א יתום, און האט נישט מיט קיין אויבערגלויבן וכו'.

חריידיזים האט אירע משוגעת'ן און עבודה זרה'ס, אבער מיט רשעות פין א יחיד קעגען א יחיד האט עס נישט.

רביה''ק זי''ע » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 11:05 pm

· #516845
היסטאריע
דער סיסטעם איז א זאך וואס מען לייגט אהן רשעות וואס דער "סיסטעם" טוט צו יחידים למען הכלל. למשל, דער סיסטעם פארלאנגט חתונות אין זאלען, פארניטשער מיט דירות, בכלל חתונה האבען ביי די 18-20, מען מוז לערנען אין די מוסדות ביז אכצען צו מען קען לערנען אדער נישט, א גאון און א שוואכער מוזען לערנען די זעלבע קצות, און דער ליסטע גייט ווייטער.
די ווארט איז נישט יחידים אדער כלל, דער כלל דארף דאס הייראטן ביי די 18-20 ווי א לאך אין קאפ, פונקט ווי דער יחיד, אין לעיקוואוד הייראט מען ביי די 26 און זייער סיסטעם גייט אן מיט'ן פולן קראפט. די סיסטעם איז גארנישט מער ווי א סעט פון פארקרומטע פרייאריטיס (נישט השקפות), הער וואס איך זאג דיר. ס'דא אסאך געטאו אידן וואס גלייבן אין ביקורת המקרא און האבן טויזענטער השקפות אנדערש ווי די "סיסטעם" אבער ס'דא איין צד השווה וואס זיי האבן מיט'ן סיסטעם, פרייאריטיס, און דאס איז וואס האלט זיי דארט. פון די אנדערע זייט קוק אן רוב אטד'ס, זיי האבן ניטאמאל קיין אהנונג אין וואס זיי זענען כופר, און ווען דו פרעגסט זיי פארוואס זיי האבן אפגעלאזט ווייסן זיי אליינס נישט וואס צו ענטפערן און פארפלאנטערן זיך אין זייערע תירוצים. היינט איז עס שוין טאקע יא אין סטייל מודה צו זיין, אבער אפילו דער וואס זאגט עס נישט און איז זיך סתם מסתבך מיט תירוצים זאג איך דיר אז די זאך וואס האט איהם געמאכט אוועקגיין איז די פרייאריטיס. קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט גלייבן אין גאט אדער תפילין לייגן ווען ס'איז אין די ריכטיגע פלאץ אויפ'ן פרייאריטיס ליסטע, ווי אויך האט קיינער נישט קיין פראבלעם מיט האבן פורניטשער און א דירה ווען ס'איז אופ'ן ריכטיגן פלאץ אויפ'ן ליסטע, ס'נאר ווען די פרייאריטיס זענען פארדרייט ווען ס'ווערן געשאפן אישוס, רייבערייען, און הארצווייטאג.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 11:59 pm

· #516847
‏[quote="רביה"ק זי"ע"]איך זעה נישט קיין פראבלעם מיט'ן זיין אדוק אין אבערגלויבנס, איך אליין בין (ליידער?) געפערליך אנגעפיקעוועט מיט אבערגלויבנס כידוע, לכאורה מער ווי דעם דורשכניטליכן חסיד, און ס'פעלט מיר גארנישט.[/quote] דאס וועט זיך טאקע ווענדן צי מ׳נעמט אָן דאס וואס דזשאַן סטוערט מיל האט געזאגט:
״עס איז ענדערשער צו זיין אַן אומצופרידענער מענטש, ווי א צופרידענער חזיר. עס איז ענדערשער צו זיין אַן אומצופרידענער סקראט [פילוסוף], ווי א צופרידענער נאַר.״

כנראה ביסטו נישט מסכים דערמיט. אבער דאך פארשטייסטו אז עס איז ענדערשער פאר׳ן מענטש אליין צו געבוירן ווערן כאחד האדם, מיט אלע פּרעשורס און עגמת נפש וואס דאס ברענגט מיט מיט זיך, ווי איידער ל״ע געבוירן צו ווערן מיט (למשל) דאַוּן סינדרוֺים. און דאס איז אפילו וואו ער וועט ווערן באפרידיגט מיט אלע זיינע באדערפענישן און ער וועט זיין ״העפּי״ כל ימיו.

וראיתי אני שיש יתרון לחכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החשך. החכם עיניו בראשו והכסיל בחשך הולך וידעתי גם אני שמקרה אחד יקרה את כלם. (קהלת ב יג-יד). דאס איז הגם ״וידעתי גם אני שמקרה אחד יקרה את כלם״. מיינענדיג, אז אפילו וואו די נאַר מיט׳ן חכם זענען גענצליך אייניג פון א העדאָניסטיק מבט, פארשטייט מען אז ס׳איז ענדערשער די חכמה ווי די סכלות. איז השתא דאתית להכי קען מען שוין זאגן אז די מעלה וואס חכמה האט בסתם, וואס איז נישט תלוי אין העדאניזם כנ״ל ווען דער סכל האט פונקט די זעלבע מאס העדאניזם ותענוג, איז שוין אויך מער ווי ווען דער סכל האט מער העדאניזם ווי דער חכם.
‏[quote="רביה"ק זי"ע"]ווילאנג דעם חסיד'ס פארדרייטע פרייאריטיס רירן נישט צו צו שמירת ההלכה שטערט עס נישט דעם אויפגעקלערטן חסיד אזוי שטארק ווייל ס'איז זיין פריוואטע לעבן, נאר ווען ס'האט אן אפעקט אויף זיין רעליגיע דעמאלטס פילט זיך דער אויפגעקלערטער באטראפן ווייל ס'לייגט "זיין" רעליגיע (זיין אידענטיטעט/עגאו) אין א שלעכטן ליכט.[/quote] איה״נ. און אט דאס איז דאך די פראבלעם מיט חילול ה׳ דערביי: מען וויל נישט זיין קביעין בהני חבורא. ואיה״נ אז פאר מיר פערזענליך באדערט דאס מכח ווייל איך (און אזוי אויך אנדערע בני ישיבה) האבן דאך אוועקגעגעבן זייער לעבן דערפאר. איז דאס טאקע וואס די גרופע איז, און וואס אונזער גרופע אידענטיטעט איז? איז דאס וואס מיר זענען? (מיר פערזענליך איז שווער צו גלייבן אז דו, וואס כנראה ביסטו געזעצן און געלערענט א גרויס חלק פון דיין לעבן, זאל שוין האבן אזוי ווייט געשׁעד די אידענטיטעט אז דאס זאל דיר נישט באדערן.)
‏
היסטאריע
איך זעה נישט ווי אזוי די מעשיות פין די רדיפות פין א יתום אדער דיינע רדיפות וועגען דאווענען לאנג, האבען מיט דער סיסטעם צו טוהן.

חריידיזים האט אירע משוגעת'ן און עבודה זרה'ס, אבער מיט רשעות פין א יחיד קעגען א יחיד האט עס נישט.
איך האב נאר דערמאנט ״סיסטעם״ אלס די אריינפיר פון מיין דין ודברים מיט @רביה"ק זי"ע און איבער וואס באדערט אים מיט אונזער געזעלשאפט. איך זאג נאר אז אין אונזער געזעלשאפט איז דא א מבוא אז דורך די עקסטרעמיזם אין תורה/הלכה, בנוסף ובהתאם צו אבערגלויבענס אין מהו ״ג-ט״ וכדומה, ברענגט צו דעם אז מ׳גייט על פיה, אלס פחד פון די קאנסעפּשאן וואס די סארט ״פרומע״ האבן אין דעם אלעם, צו טרעהטן אויף פשוט׳ע מענטשליכקייט און עטיקס. און ווי @רביה"ק זי"ע האט טאקע דערמאנט, ופושעים יכשלו בם. עכ״פ מיינע ענעקדאָטעל מעשיות וואס איך ברענג אראפ זענען כזה.

אבער איה״נ, סיידן מיינע ענעקדאָטעל מעשיות האב איך נישט קיין דאטא צו זאגן אז אין די קאנטעקסט פון סיקירן אבלים/יתומים ביים דאווענען (אדער ביי אזא סארט רעליגיעזע קאנטעקסט קעגן עטיקס) איז עס סטאטיסטיש מער פון די ״פרומע״, ווי איידער סתם ״סמאַרטפוֺין סארט אידן״ וכדומה.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:18 am

· #516848
מי אני
‏‏[quote="רביה"ק זי"ע"]ווילאנג דעם חסיד'ס פארדרייטע פרייאריטיס רירן נישט צו צו שמירת ההלכה שטערט עס נישט דעם אויפגעקלערטן חסיד אזוי שטארק ווייל ס'איז זיין פריוואטע לעבן, נאר ווען ס'האט אן אפעקט אויף זיין רעליגיע דעמאלטס פילט זיך דער אויפגעקלערטער באטראפן ווייל ס'לייגט "זיין" רעליגיע (זיין אידענטיטעט/עגאו) אין א שלעכטן ליכט.
איה״נ. און אט דאס איז דאך די פראבלעם מיט חילול ה׳ דערביי: מען וויל נישט זיין קביעין בהני חבורא. ואיה״נ אז פאר מיר פערזענליך באדערט דאס מכח ווייל איך (און אזוי אויך אנדערע בני ישיבה) האבן דאך אוועקגעגעבן זייער לעבן דערפאר. איז דאס טאקע וואס די גרופע איז, און וואס אונזער גרופע אידענטיטעט איז? איז דאס וואס מיר זענען? [/quote]יא, ווילאנג דו האסט די זעלבע פרייאריטיס ווי זיי (וואלסטו ענדערש אויסגעוועלט אז דיין ברודער זאל ליידן בושות ביים עמוד ווי איידער אז ער זאל הייראטן א גויטע?) ביזטו א טייל פון זייער גרופע אידענטיטעט.
מי אני
‏‏(מיר פערזענליך איז שווער צו גלייבן אז דו, וואס כנראה ביסטו געזעצן און געלערענט א גרויס חלק פון דיין לעבן, זאל שוין האבן אזוי ווייט געשׁעד די אידענטיטעט אז דאס זאל דיר נישט באדערן.)
ביזט טאקע נישט מחויב צו גלייבן 😛

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:38 am

· #516849
רביה''ק זי''ע
יא, ווילאנג דו האסט די זעלבע פרייאריטיס ווי זיי (וואלסטו ענדערש אויסגעוועלט אז דיין ברודער זאל ליידן בושות ביים עמוד ווי איידער אז ער זאל הייראטן א גויטע?) ביזטו א טייל פון זייער גרופע אידענטיטעט.
איך בין א טייל פון זייער גרופע אידענטיטעט אפילו בלא זה וככל האמור. און אט דאס איז וואס איך זאג און וואס עס באדערט: עס טאר נישט זיין אזא סארט דיכאטאמיע און ברירה וואו מ'מוז וועהלן צווישן נאר די צוויי. והיינו, אדער מקיים זיין דעם דעסקריפּטיוו קויׂד און עובר זיין אויפ'ן נארמאטיוון, אדער מקיים זיין דעם עטישן און עובר זיין אויפ'ן דעסקריפּטיוו קויׂד. (עס דארף זיין כעין זאגן א ברירה צווישן ל"ע "אפהאקן א האנט אדער אפהאקן א פוס?" מ'פארשטייט אז "דריי מיך נישט קיין קאפ מיט די סארט "ברירות"!") און דאס האב איך אויך ארויסגעברענגט אין דיין אשכול. (דארט למשל האב איך דערמאנט וואס מ'האט צו טוהן לענ"ד אין אזא ענליכע פאל לגבי מקבל זיין טאמער עס מאכט זיך ליידער יא. ועיין ג"כ מה שהבאתי כאן.)

און מיין אשכול דא האב איך טאקע ארומגערעדט איבער דעם אז די פראבלעם פון חתנות איז טאקע ווייל דאס ברענגט צו פארלירן דעם זהות ישראל על הדורות - דעם גרופע אידענטיטעט.

די שאלה איז אויך וואו דו האסט געציהלט אין דיין מסירות נפש אנקעטע. און וואו איך האב דארט געשריבן פארשטייסטו אז ביי די ברירה פון "ליידן בושות אדער עובר זיין אויף עפעס עטיש" פארשטייסטו יא אז מ'דארף וועהלן דאס ערשטע, משא"כ ביי איינעם'ס דעסקריפּטיוו קויד וואס ער האלט אלס ריכטיג. און פשוט אלס יתהון לא הניין לי, ולא יותר.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:48 am

· #516851
מי אני
עס טאר נישט זיין אזא סארט דיכאטאמיע און ברירה וואו מ'מוז וועהלן צווישן נאר די צוויי. והיינו, אדער מקיים זיין דעם דעסקריפּטיוו קויׂד און עובר זיין אויפ'ן נארמאטיוון, אדער מקיים זיין דעם עטישן און עובר זיין אויפ'ן דעסקריפּטיוו קויׂד. (עס דארף זיין כעין זאגן א ברירה צווישן ל"ע "אפהאקן א האנט אדער אפהאקן א פוס?" מ'פארשטייט אז "דריי מיך נישט קיין קאפ מיט די סארט ברירות!")
אוודאי טאר נישט זיין אזא סארט דיכאטאמיע, אבער פאקטיש איז דא אזא זאך און אין די בעק פונעם קאפ האט מען די פרייאריטיס זייער קלאר הגם מ'האפט ס'זאל זיך חס ושלום נישט מאכן אז מ'זאל דארפן צוקומען צו פאסן אזעלכע באשלוסן. איך מיין אז מייסטנס מענטשן וואלטן אין יעדן פאל ענדערש אויסגעוועלט מ'זאל זיי אפהאקן א האנט ווי א פוס, דאס זאגן אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם קאפ איז אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד. און נאכאמאל, די גרופע אידענטיטעט איז נישט וואס מ'וואלט למעשה אויסגעוועלט נאר ענדערש וואס איז די ליניע און נאראטיוו וואס איז עבור לסוחר אינערהאלב די קהילה און וואס דיקטירט די decision making process וועלכע דירעקציע די שיף זאל פארן, און צו מ'וויל זיך יא פארדרייען דעם קאפ מיט אזעלכע סארטן thought experiments צו נישט איז די פרייאריטיס ליסטע זייער קלאר ארויפגעקלעבט אויף יעדן היימישן טיר.

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:00 am

· #516853
רביה''ק זי''ע
מי אני
עס טאר נישט זיין אזא סארט דיכאטאמיע און ברירה וואו מ'מוז וועהלן צווישן נאר די צוויי. והיינו, אדער מקיים זיין דעם דעסקריפּטיוו קויׂד און עובר זיין אויפ'ן נארמאטיוון, אדער מקיים זיין דעם עטישן און עובר זיין אויפ'ן דעסקריפּטיוו קויׂד. (עס דארף זיין כעין זאגן א ברירה צווישן ל"ע "אפהאקן א האנט אדער אפהאקן א פוס?" מ'פארשטייט אז "דריי מיך נישט קיין קאפ מיט די סארט ברירות!")
אוודאי טאר נישט זיין אזא סארט דיכאטאמיע, אבער פאקטיש איז דא אזא זאך און אין די בעק פונעם קאפ האט מען די פרייאריטיס זייער קלאר הגם מ'האפט ס'זאל זיך חס ושלום נישט מאכן אז מ'זאל דארפן צוקומען צו פאסן אזעלכע באשלוסן. איך מיין אז מייסטנס מענטשן וואלטן אין יעדן פאל ענדערש אויסגעוועלט מ'זאל זיי אפהאקן א האנט ווי א פוס, דאס זאגן אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם קאפ איז אריינגעשטעקט דעם קאפ אין זאמד.
די סארט עטישע שאלות "וברירות" צו פאסן אזעלכע באשלוסן זענען פילאזאפישע טראכטן עקספּערימענטן. דא האסטו געשריבן:
רביה''ק זי''ע
די וועלט דרייט זיך נישט ארום פילאזאפישע עטיקס און מאראל, און מאראל פילאסאפי פאר זיך האט נאכנישט פותר געוועהן קיין שום עכטע פראבלעם, ס'איז פונקט גוט פאר אזעלכע טראכטן עקספערימענטס ווי די באקאנטע טראללי פראבלעם א.ד.ג.
און ווי איך האב טאקע צוגעברענגט מדר. יובל נח הררי:
מי אני
דר. יובל נח הררי ברענגט ארויס [21:39-22:10] אז אין היסטאריע און אויף גרעסערע סקעילס איז עס (עכ"פ בדרך כלל) קיינמאל נישט קיין אפציע צווישן נאר צוויי ברירות אזוי ווי אין די טראַלי פראבלעם - עס זענען אלס דא אנדערע אויסוועגן ווי אזוי זיך אומצוגיין, נישט צו דארפן צוקומען צו נאר איינע אדער דאס אנדערע.
עס זאל נישט זיין קיין היערארכיע פון "איינס העכער דעם צווייטן" וואס מ'זאל "ערשט און ענדערשער" וועהלן.

עכ"פ מדבריך הנ"ל שם איז משמע אז דו האלטסט נישט פון די סארט סימפּליסטישע נאר צוויי ברירות. האיך יתקיימו שניהם? (זאגסט, ס'פעהלט נישט אויס צו זיין קאנסיסטענט...)

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:06 am

· #516854
יא, די חילוק איז נאר אז דא איז די thought experiment נישט קיין פילאזאפישע חקירה וואו מ'זוכט פותר צו זיין א הארבע שאלה אין הלכות מאראל, נאר ענדערש א פסיכאלאגישע חקירה וואו מ'זוכט צו פארשטיין די מניעות וואס פירן דעם חרדיש שיפל פון הונטער די קוליסן, ביודעין ובלא יודעין.

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:15 am

· #516855
גערעכט. מ'קען טאקע מחלק זיין אז לגבי חרדיזם'ס געדאנקענגאנג, איז עס שוין מער א שאלה אמפירי ועובדית אין פסיכאלאגיע ("מ'גייט פרעגן ומברר זיין"), ולכן גרינגער דארט צו זאגן. הגם דו זאגסט דאס יא בסתם לגבי האנט אדער פיס ל"ע. ווי אויך זאגסטו לכאורה אז בעצם איז יא נפתר געווארן, עכ״פ פאר זיי, די סארט מאראלישע חקירות. און עס איז יא דא די פתרון פאר די פילאזאפישע מאראלישע חקירות אין די בּעק פון א מענטש׳נס קאפ. און אט פון דעם איז טאקע נובע דיין עמפּירישע פסיכאלאגישע ראיה אויף וואס זייער געדאנקענגאנג איז. אין אנדערע ווערטער, די פסיכאלאגישע באווייז רייט אויפ׳ן פילאזאפישן באווייז. און וכנראה דינגסטו דיך טאקע מיט זייער פילאזאפישע מאראלישע פתרון דערויף [״זייערע פארדרייטע פּרייאריטיס״]. וואס דאס אימפּלייט לכאורה אז דו האסט א פארקערטע פילאזאפישע מאראלישע פתרון אויף אזא דיכאטאמיע טראכטן עקספּערימענט; טאקע פארקערט, אבער א פתרון אָל די סעים.

אזוי צי אזוי איז אט דאס וואס איך זאג: עס טאר דארט אויך נישט זיין א ברירה צווישן נאר די צוויי ברירות. והיינו, אדער מקיים זיין דעם דעסקריפּטיוו קויׂד און עובר זיין אויפ'ן נארמאטיוון, אדער מקיים זיין דעם עטישן און עובר זיין אויפ'ן דעסקריפּטיוו קויׂד. און אויב איז די דיכאטאמיע טאקע די געדאנקענגאנג פון חרדים, ובפרט די ת"ח, און זיי גייען וועהלן דאס ערשטע, איז דאך אט דאס די פראבלעם פון חילול ה' און וואס איך ברענג ארויס אין דעם אשכול.

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:18 am

· #516856
הרב מי אני, איך האב נישט געוויסט וויפיל דו האסט מיטגעמאכט, איך האב דרך ארץ פאר דיר 😮 😮 😲 😲

קהל'ס נער » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:13 am

· #516860
מי אני

דזשאַן סטוערט מיל האט געזאגט:
״עס איז ענדערשער צו זיין אַן אומצופרידענער מענטש, ווי א צופרידענער חזיר. עס איז ענדערשער צו זיין אַן אומצופרידענער סקראט [פילוסוף], ווי א צופרידענער נאַר.

סיריעסלי?

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:23 am

· #516862
מי אני
מיין ברודער האט אבער גע׳טענה׳ט אז זיי קענען טענה׳ן אז וואס איך אדער מיין 16-יעריגער ברודער האט געטוהן איז א חילול ה׳, ועפ״י הגמרא שם ביומא אז ״חילול ה׳״ איז כעין וואס ר׳ יוחנן האט געזאגט אויף זיך כגון אנא דמסגינא ארבע אמות בלא תורה ובלא תפילין.
דאס, אין מיין אפיניען, איז סאך מער קאנסערנינג. דהיינו, מ'קען פארשטיין אזא זאך אז איינער זאל זיין א בהמה אפי' מיטן לערנען אסאך תורה, און ווי רביה''ק האט געזאגט (ביי די שובבי''ם תורה) לגבי פושעים יכשלו ב''ם, אבער די פאקט אז מ'פרובירט נאך אזאנס צו פארענטפערן און אריינשטופן אין פרומקייט איז סאך א טיפערע פראבלעם.
איך בין נייגעריג וואס די מענטשן אליינס וואלטן געענטפערט ווען מ'וואלט זיי אפן פארגעלייגט אין א רואיגע מינוט, נישט ווען ער איז אין "פרומקייט מאוד" אדער אין געיעג נאך נצחון.

אגב, יארן צוריק האב איך געהאט א משגיח וואס נאך א לאנגער שמועס אין די נושא זאגט ער מיר, קוק אהער, כ'ווייס נישט וויאזוי מ'איז עס מסביר אבער ס'געווען אין די פריערדיגע דורות גרויסע צדיקים וואס זענען געווען שוואך ווען ס'געקומען צו מידות... דאס דערמאנט מיר אויך א מימרא וואס כ'האב געהערט בשם הרה"ק ר' אהר'עלע ראטה אויפן אהבת ישראל זצ"ל, אז אין מידות וואלט ער געווען א חידוש אפילו צווישן תלמידי בעש"ט. שוין, וואס פארשטיימיר אונז...

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:23 am

· #516863
.

היסטאריע » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:09 am

· #516869
לגבי וואס "מתבודד" טענה'ט,
מדות איז א נאטור, א מענטש וואס ווייסט נישט יענעמס געפילען, איז מער רשע צו יענעם, און פין דער וואס האט עמפאטיע ווי ר' שלמה באבאווער, ביז א רבי א מושחת המדות, ווייל ער פארשטייט באמת נישט אויף וואס צו ארבעטן, מיינט עס דען, אז דער וואס איז געבוירן אהן דעם האט נישט קיין שאנס?

פראבלעם איז טאקע, אז ווען דער מושחת ווערט דער וועג ווייזער, און מען מאכט זיינע השחתה פאר א נחלת הכלל. און ווען איינער ווערט א רשע כלפי א יתום, מיינט א פרומע אז ער דארף אים פארענטפערן, און אלעס ווערט א חילול השם, און מותר לך. פונקט ווי א קינד וואס ווייל נישט מכבד זיין דער עלטערן, און טרעפט היתירים אז זיי זענען קעגען דער תורה (שומרים קארטלעך סינדראם).

דאס וואס מי אני זאגט
אז חרדים מאכען אלעס פאר א חילול השם, און ממילא דעקט עס רשעות. אמת, איך מוז מודה זיין, אז רשעים האבן געמאכט חריידיזים נאך ערגער ווי עס איז געווען, דורך אריין ברענגען א בארעכטיגונג פין רשעות לגבי אסאך ענינים, ווי למשל, רודף'ן מלמדים מיט דער אויסרייד אז פין דער ווייב'ס לבוש, אדער ווען דער מאן טראגט א ווייסע פאולא העמד, און וכו', רודף'ן עלטערן וואס האבן א קאמפיוטער אין שטוב, בעת וואס אין דער ערשטער יארען האט מען טאקע אין חדרים גערודפט קינדער וואס די עלטערן האבן געהאט טעלעוויזיע, און היינט זענען די רדיפות אויסגעברייטערט. און דער וואס בטבע איז נישט איידעל, ווערט נמשך צו זיין א רשע בהיתר. און פין דארט, וויבאלט ער פראקטיצירט זיין רשעות, קען ער עס ארויסגעבן קעגען א יתומ'ל, און האבען דער הרגשה אז ער טוט דער ריכטיגע זאך.

און די איידעלע אידן וואס שטייען אין דער זייט און טוהן גארנישט, ווייל זיי ציטערן פין דער רשע, אז מארגן וועט ער זיי באוואשן מיט אן אנדערע קיתון של שופכים.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:23 am

· #516877
מי אני
גערעכט. מ'קען טאקע מחלק זיין אז לגבי חרדיזם'ס געדאנקענגאנג, איז עס שוין מער א שאלה אמפירי ועובדית אין פסיכאלאגיע ("מ'גייט פרעגן ומברר זיין"), ולכן גרינגער דארט צו זאגן. הגם דו זאגסט דאס יא בסתם לגבי האנט אדער פיס ל"ע. ווי אויך זאגסטו לכאורה אז בעצם איז יא נפתר געווארן, עכ״פ פאר זיי, די סארט מאראלישע חקירות. און עס איז יא דא די פתרון פאר די פילאזאפישע מאראלישע חקירות אין די בּעק פון א מענטש׳נס קאפ. און אט פון דעם איז טאקע נובע דיין עמפּירישע פסיכאלאגישע ראיה אויף וואס זייער געדאנקענגאנג איז. אין אנדערע ווערטער, די פסיכאלאגישע באווייז רייט אויפ׳ן פילאזאפישן באווייז. און וכנראה דינגסטו דיך טאקע מיט זייער פילאזאפישע מאראלישע פתרון דערויף [״זייערע פארדרייטע פּרייאריטיס״]. וואס דאס אימפּלייט לכאורה אז דו האסט א פארקערטע פילאזאפישע מאראלישע פתרון אויף אזא דיכאטאמיע טראכטן עקספּערימענט; טאקע פארקערט, אבער א פתרון אָל די סעים.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו זאגסט דא, ווי אויך פארשטיי איך נישט פארוואס דו פארפלאנטערסט זיך מיט פילאזאפישע דשארגאן. איך זאג איין זאך, סיי דו און סיי די אלע קערעקטערס פון דיינע חילול ה' מעשיות טיילן דעם זעלבן אגענדע, די מחלוקת איז נאר וויאזוי איז די בעסטע וועג אנצוקומען דערצו, אבער די אגענדע און סדר פון פרייאריטיס איז דאס זעלבע. איין קריסט טענה'ט אז מ'דארף פארדעקן מאלעסטעישן האראר סטאריעס אינערהאלב די קירכע ווייל אז נישט וועט עס פארשעמען די קירכע, דער צווייטער לעומתו טענה'ט אז דאס גופא אז מ'שטופט אזעלכע מעשיות אונטער די קארפעט טוט פארשעמען די קירכע, זיי ביידע טיילן אבער דעם זעלבן אגענדע, די שמייליגע קירכע זאל חלילה נישט פארשעמט ווערן, און דיעס געמיינזאמע אגענדע איז וואס לייגט זיי אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע. דער אלגעמיינער חסיד זאגט אז אויב מ'וועט זאגן פאר די קינדער אז די creation myth איז נישט כפשוטו וועלן זיי שפעטער אויך זאגן אז די לא תאכלו כל נבילה איז נישט כפשוטו און זיי וועלן לא עלינו אפפארן, קומט דער אויפגעקלערטער חסיד און טענה'ט אז ווען דאס קינד וועט אויסגעפינען אז מ'האט באהאלטן פון איהם די לעבנסוויכטיגע אינפארמאציע וועט ער הערשט אפפארן, הצד השווה שבהן אז ביידע פארכטן זיך פונעם אפפארן מער ווי פונעם טייוול אליינס, ענק קענען האבן חילוקי דעות פון דא ביז די לבנה, אבער נאך אלע מיינונגספארשידענהייטן זענען ענק די זעלבע זאך, ולא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב (לגור באותה שכונה ולהתפלל באותו שטיבל) אלא מפני שהוא מינו, פארשטאנען?

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:07 am

· #516883
רביה''ק זי''ע
מי אני
גערעכט. מ'קען טאקע מחלק זיין אז לגבי חרדיזם'ס געדאנקענגאנג, איז עס שוין מער א שאלה אמפירי ועובדית אין פסיכאלאגיע ("מ'גייט פרעגן ומברר זיין"), ולכן גרינגער דארט צו זאגן. הגם דו זאגסט דאס יא בסתם לגבי האנט אדער פיס ל"ע. ווי אויך זאגסטו לכאורה אז בעצם איז יא נפתר געווארן, עכ״פ פאר זיי, די סארט מאראלישע חקירות. און עס איז יא דא די פתרון פאר די פילאזאפישע מאראלישע חקירות אין די בּעק פון א מענטש׳נס קאפ. און אט פון דעם איז טאקע נובע דיין עמפּירישע פסיכאלאגישע ראיה אויף וואס זייער געדאנקענגאנג איז. אין אנדערע ווערטער, די פסיכאלאגישע באווייז רייט אויפ׳ן פילאזאפישן באווייז. און וכנראה דינגסטו דיך טאקע מיט זייער פילאזאפישע מאראלישע פתרון דערויף [״זייערע פארדרייטע פּרייאריטיס״]. וואס דאס אימפּלייט לכאורה אז דו האסט א פארקערטע פילאזאפישע מאראלישע פתרון אויף אזא דיכאטאמיע טראכטן עקספּערימענט; טאקע פארקערט, אבער א פתרון אָל די סעים.
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו זאגסט דא.
וואס איך זאג איז אז דו האסט טאקע גע'ענטפערט א גוטע תירוץ וחילוק פון נישט נוצן פילאזאפישע סארט טראכטן עקספּערימענטן צו פותר זיין מאראלישע חקירות, און דאס אבער יא נוצן צו זעהן וואס די פתרונות פון מענטשן זענען דערויף כדי צו זעהן פסיכאלאגישע/סאציאלאגישע טרענדס. אבער, דיין חילוק פון דאס יא נוצן צו מברר זיין פסיכאלאגישע/סאציאלאגישע טרענדס, מהלכי המחשבה ביי א קאמיוניטי, עסיוּמט אז מענטשן טוהן דאס למעשה, און ווי דו זאגסט אז "ס'איז אלעמאל דא ביי מענטשן אין די בּעק פונעם מח, און זיך פארהוילן דערפון איז פשוט אריינגעשטעקט דאס קאפ אין זאמד." דאס אליין איז נאכנישט קיין סתירה צו דיין חילוק, וויבאלד דו קענסט ענטפערן אז "דאס איז למעשה די מציאות, הגם די גאנצע דיון דערין איז טאקע באמת נוצלאז און ליידיג לגמרי [מ'איז נישט פותר קיין מאראלישע זאכן אזוי]." אבער די רגע דו זאגסט עפ״י די פסיכאלאגישע/סאציאלאגישע טרענד וואס מ'זעהט ביי זייערע פילאזאפישע מאראלישע חקירות דערין, אז "די פּרייאריטיס זייערע זענען פארדרייט", האסטו דאך געמאכט א פילאזאפישע קלעים און וועליוּ סטעיטמענט לגבי אט די טראכטן עקספּערימענט: דו זאגסט אז דאס וואס זיי האבן פותר געווען אויף די טראכטן עקספּערימענט דיכאטאמיע דארף לדעתך די מאראלישע פתרון פון דעם דיכאטאמישן טראכטן עקספּערימענט זיין אנדערש און פונקט פארקערט. אין אנדערע ווערטער, דו האסט א מחלוקת אויף זייער מאראלישע פתרון אין די טראכטן עקספּערימענט. און דאס האסטו געזאגט אז "מ'קען נישט פותר זיין מיט די סארט טראכטן עקספּערימענטן א מאראלישע שאלה". און דא טוהסטו דאס אימפּליסיטלי יא. אין קורצן, דו זאגסט און טענה'סט דא ביידע: סיי א סאציאלאיגישן/פסיכאלאגישן is, און אויך על/כנגד זה א פארקערטן פילאזאפישן ought.

פארשטאנען?

כמובן, בין איך מסכים מיט דיר דא אז עס איז פארדרייט און מ'דארף און מ'טאר בשום אופן נישט העכערן עפעס אין פּריאריטי העכער נארמאטיווע עטיקס - אדער דארף מען טאקע זאגן פארקערט ביי אזא סארט דיכאטאמישן בּיינערי טראכטן עקספּערימענט, אדער נאך בעסער זיך ארויסדרייען פון דעם בּיינערי אדער/אדער דיכאטאמיע בכלל. דאס איז דאך די גאנצע טעמע, טעזע, און מטרה פון מיין אשכול דא. וואס איך זאג איז אז דו ביסט אינקאנסיסטענט מיט'ן נוצן א סארט פילאזאפישע בּיינערי טראכטן עקספּערימענט צו מאכן א וועליוּ קלעים קעגן דאס געזעלשאפט, בו בעת ווען דו האלטסט נישט פון דעם בכלל.
רביה''ק זי''ע
ווי אויך פארשטיי איך נישט פארוואס דו פארפלאנטערסט זיך מיט פילאזאפישע דשארגאן. איך זאג איין זאך, סיי דו און סיי די אלע קערעקטערס פון דיינע חילול ה' מעשיות טיילן דעם זעלבן אגענדע, די מחלוקת איז נאר וויאזוי איז די בעסטע וועג אנצוקומען דערצו, אבער די אגענדע און סדר פון פרייאריטיס איז דאס זעלבע. איין קריסט טענה'ט אז מ'דארף פארדעקן מאלעסטעישן האראר סטאריעס אינערהאלב די קירכע ווייל אז נישט וועט עס פארשעמען די קירכע, דער צווייטער לעומתו טענה'ט אז דאס גופא אז מ'שטופט אזעלכע מעשיות אונטער די קארפעט טוט פארשעמען די קירכע, זיי ביידע טיילן אבער דעם זעלבן אגענדע, די שמייליגע קירכע זאל חלילה נישט פארשעמט ווערן, און דיעס געמיינזאמע אגענדע איז וואס לייגט זיי אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע. דער אלגעמיינער חסיד זאגט אז אויב מ'וועט זאגן פאר די קינדער אז די creation myth איז נישט כפשוטו וועלן זיי שפעטער אויך זאגן אז די לא תאכלו כל נבילה איז נישט כפשוטו און זיי וועלן לא עלינו אפפארן, קומט דער אויפגעקלערטער חסיד און טענה'ט אז ווען דאס קינד וועט אויסגעפינען אז מ'האט באהאלטן פון איהם די לעבנסוויכטיגע אינפארמאציע וועט ער הערשט אפפארן, הצד השווה שבהן אז ביידע פארכטן זיך פונעם אפפארן מער ווי פונעם טייוול אליינס, ענק קענען האבן חילוקי דעות פון דא ביז די לבנה, אבער נאך אלע מיינונגספארשידענהייטן זענען ענק די זעלבע זאך, ולא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב (לגור באותה שכונה ולהתפלל באותו שטיבל) אלא מפני שהוא מינו, פארשטאנען?
100%. ווי איך האב אויבן געזאגט באלאנג איך למעשה צו די חבורה, און ווי איך האב געזאגט אין דיין אשכול רעד איך טאקע פון די וואס סאָבּמיטן צום דעסקריפּטיוו קוׂיד ואני בתוכם. און טאקע אט וועגן דעם באדערט דאס אזוי. און אט דאס איז מיין געדאנק דא פון חילול ה', אז עס פארשוועכט דעם שטאנד דערפון בעיני הרואים. און דאס איז שוין אפגעזעהן צי אנדערע וועלן למעשה פארלאזן דערוועגן די געזעלשאפט'ס מהלך החיים צי נישט; אפילו אויב נישט, איז נאך אלס א פראבלעם דאס עצם זאך אליין אז טאקע די גרופע אידענטיטעט ווערט פארשוועכט און פארמינערט בעיני הרואים, אפגעזעהן צי די פארשוועכונג האט פאקטישע תוצאות אויף למעשה.

ועיין במש"כ כאן.

הקטן » זונטאג פעברואר 12, 2023 7:29 pm

· #516929
ס'ציפט די הארץ
מי אני
מיין 16-יעריגער ברודער, א יתום לכל הדיעות (עיין בהל׳ דיעות להרמב״ם פ״ו סוף ה״י), דאווענט אויך דארט. ער איז א פרומער בחור און דאס דאווענען פאר׳ן עמוד מיינט פאר אים אסאך. אין אלגעמיין דאווענט ער פאר׳ן עמוד אין ישיבה, אבער אויף זונטאגס דאווענט מען נישט שחרית אין ישיבה, און דערפאר האב איך אים אוועקגעגעבן מיינס. דארטן דאווענט א איד א ת״ח, דער בעל קורא שני וחמישי. ווען מיין ברודער פלעגט דארט דאווענען פלעגט דער איד אים כסדר אריינפארן איבער זיין דאווענען, אזש אז מיין ברודער, וואס איז כמובן אין א וואָלנערעבּל פלאץ, פלעגט אהיימגיין וויינען דערוועגן צו מיין מאמע. איך בין צוגעגאנגען צו דעם איד און געזאגט אז דאס איז געהעריג כל אלמנה ויתום לא תענון און דאס איז א דאורייתא קעגן עני פגם בתפילה וואס מיין ברודער אנגעבליך האט. דער איד האט זיך באליידיגט און אויפגעהערט דאווענען מיט מיר בכלל אפילו דורכאויס די וואך.
א בעסער אט-קאם וואלט זיכער געווען ווען דער איד פארשטייט וואס ער האט געטון און ער בעט איבער דעם בחור מיט טערערן אין די אויגן, און איז אים מחזק. למעשה האט זיך די איד באליידיגט ענד די רעסט איז היסטערי

איז דא סיי וואס מי אני וואלט געקענט טון אנדערש וואו יענעם אריין פארן מיט "כל אלמנה ויתום לא תענון איז א דאורייתא" ?
איינער אין די זייט קען זיין האט געטראכט לא תשנא את אחיך בלבבך, הוכח תוכיח את עמיתך, ולא תשא עליו חטא איז א דאורייתא (לויט איין פשט)


די לעצטע זאך וואס איך וויל איז בלעמען די וויקטאם, און ס'טוט וויי צי הערן וואו מענטשען קענען זיין אזוי קאלט בליטיג
פין די אנדער זייט דארפן מיר פאקעסען אויף וואס קען איך-אני טון אנדערש - נישט צי מאכן קיין חילול ה' וכבוד הבריות
וואו איידער זיין פארמימען מיט סא-קאלד סיסטעמס - ואין בכלל אלא מה שבפרט

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 7:44 pm

· #516930
זאל זיך נישט מאכן, אבער וואס למשל וואלט @הקטן געטון?

הקטן » זונטאג פעברואר 12, 2023 7:59 pm

· #516933
מתבודד
זאל זיך נישט מאכן, אבער וואס למשל וואלט @הקטן געטון?
וואס איך וואלט געטון?
"אין אדם נתפס על צערו" , זייער מעגליך איך וואלט זיך פאלוירן און געניצט די זעלבע שפראך, און מיט די זעלבע רעזאלטאטן
קען אויך זיין דאס מי אני איז געווען מער דיפלאמאטיש און דא האט ער פשוט פארא-פרעזט און אינז געגעבן די קארצע ווערשען
אבוויעסלי איז דאס נישט געווען עפעקטיוו - אנלעס יענעם ציריק שטעכן איז געווען די כוונה

ס'איז זייער שווער צי שרייבן א סקריפט פין די ריכטגע ווערטער אן קענען דעם מענטש צו וועם מען רעדט
איך בין נייגעריג צי הערען פין @מי אני וואס קען יא דעם מדובר, און רעטרא-ספעקט וואס וואלט ווען געווען א בעסער שפראך מיט אים?

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:08 pm

· #516936
1). איך בין אים נישט ״אריינגעפארן״. ווי איך האב געשריבן האב איך אים ״געזאגט״, און גראדע איידעלערהייט ביני לבינו. ואגב, נישט ווייל איך האב געוואלט מקיים זיין דעם ״ולא תשא עליו חטא״, נאר פשוט ווייל ער איז אסאך עלטער ווי מיר.

2). ואפילו ווען איך זאל אים יא ״אריינפארן״, גלייב איך אז איך וואלט אויך געווען בארעכטיגט. ווי מענטשן פארשטייען דא (יעדער אחוץ @הקטן וואס איז סתם אזוי א קאנטרעריען געזלייטער, און טאקע לענ״ד א בדומה לו צו די סארט אידן), איז אריינפארן כסדר א יתום, וואס דאס איז וואס יענער האט למעשה געטוהן, ממש רשעות. געדענק, ער איז געגאנגען וויינען צו מיין מאמע אַן אלמנה וואס ס׳האט איר אויך געבאדערט. די תורה אליין נוצט גאנץ שטארקע אינוועקטיוו ״אריינפארענדע״ לשונות דערביי, (שמות כב כג) וחרה אפי והרגתי אתכם בחרב והיו נשיכם אלמנות ובניכם יתומים. דאס וואס יענער האט געטוהן איז געווען אונאת דברים (און נאך דערצו ליתום), וואס ביי דעם זאגט דאך דער חינוך במצוה שלח אז מ׳קען יא צוריק ״אריינפארן״ ע״ש. און אז מיין ברודער האט ליידער נישט א טאטע וואס זאל זיך אָננעמען פאר אים און דאס טוהן במקומו, בין איך (אלס גדול האחים הנכנס במקום האב, ועיין בבית לחם יהודה ביו״ד סימן רמ בסעיף כב) געווען דער וואס האט דאס געטוהן. און אין רעטראָספּעקט האב איך טאקע חרטה אז איך בין טאקע נישט געווען שארף מיט יענעם.

און אט דאס איז ווייטער א משל אויף וואס אט די אשכול איז געשטעלט אויף. מ׳פארשטייט אז מ׳האט זיך עטיש אָנצונעמען פאר א פרישע יתום וואס ווערט למעשה גע׳רודפ׳ט. אבער ניין! די ״פרומע״ (ווי דער @הקטן) גייען זוכען צו שיפטן די בּלעים אויף גאר די וואס נעמען זיך אָן קעגן דעם. און איך ווידערהאל והיכי דמי חילול ה׳?
For shame!
פעך!

די הצתדקות איז אז דו טראָלסט כדרכך. ביטע טוה עס נישט דא.

הקטן » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:12 pm

· #516937
זיכער ביסטו בארעכטיגט!!! מיין שאלה איז, ביסט אויך געווען עפעקטיוו?
פאר די טובה פין דיין אינגערע ברידער און די אלמנה, און פאר דיר צי האבן געמאכט א פאזעטיווער דיפרענס

מיין שאלה איז זייער א פשטע - איז דאס די outcome וואס דו האסט געזיכט?
און אויב נישט, קענסטו זען עני-טינג וואס וואלסט געקענט טון אנדערש

איך בין בכלל נישט דא צי בלעמען, אזוי וואו איך האב געשריבן איך וואלט מן הסתם אויך אזוי גע'עקט
ליבי אומר לי דאס אויך פאר דעם זקן ממרא איז דא א שפראך וואס וואלט געקענט ברענגן אן אנדערע ריזאלט
און די ריזאלט וואס מי אני האט באקימען קען מען נישט זאגן דאס עס איז בכלל נישט געווען פרעדיקטעבל -

מי אני וואס דו האסט ״געזאגט״ איידעלערהייט איז געווען צי א שווערע אמת פאר אים מקבל צי זיין, נישט ווייל ער האלט דו ביסט נישט גערעכט, ס'איז געווען צי שווער פאר אים ווייל ער האלט דו ביסט יא גערעכט...

אויב דו האלסט נישט דאס
"ווען דער איד פארשטייט וואס ער האט געטון און ער בעט איבער דעם בחור מיט טערערן אין די אויגן"
וואלט געווען א בעסערע outcome (גם לפי החינוך במצוה שלח וכו') דאן האב איך גארנישט געזאגט.

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:23 pm

· #516939
הקטן
זיכער ביסטו בארעכטיגט!!!

קענסטו זען עני-טינג וואס וואלסט געקענט טון אנדערש
לכאו' יא, האו עבאוט אריינפארן יענעם בקול רעש גדול? אויסקלאפן אויפן בימה אז יענער איז א שופך דם יתום? סתם אזוי יענעם אראפלאזן א פראסק אין פרצוף?

אסאך סינעיריאוס וואלטן בעסער געווען ווי די איידעלע פסק פון מי אני

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:24 pm

· #516940
הקטן
זיכער ביסטו בארעכטיגט!!! מיין שאלה איז, ביסט אויך געווען עפעקטיוו?
פאר די טובה פין דיין אינגערע ברידער און די אלמנה, און פאר דיר צי האבן געמאכט א פאזעטיווער דיפרענס

מיין שאלה איז זייער א פשטע - איז דאס די outcome וואס דו האסט געזיכט?
און אויב נישט, קענסטו זען עני-טינג וואס וואלסט געקענט טון אנדערש

איך בין בכלל נישט דא צי בלעמען, אזוי וואו איך האב געשריבן איך וואלט מן הסתם אויך אזוי גע'עקט
ליבי אומר לי דאס אויך פאר דעם זקן ממרא איז דא א שפראך וואס וואלט געקענט ברענגן אן אנדערע ריזאלט
און די ריזאלט וואס מי אני האט באקימען קען מען נישט זאגן דאס עס איז בכלל נישט געווען פרעדיקטעבל
עפעקטיוו לגבי מאכן אז דאס זאל זיך אויפהערן, יא. עפעקטיוו לגבי אים גיין מאכן איבערבעהטן, וואס דאס איז נישט געווען די מטרה (ווי געזאגט בין איך אסאך אינגער ווי יענער און איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי איך וואלט אים ״מחזיר געווען למוטב ולתשובה״) ניין. ווי געזאגט האב איך אים געזאגט רואיג און געלאסן און בכלל נישט אין קיין ״האַ״ סארט פון וועג (איך האב אפילו געקעקעצט מיט אומזיכערקייט בשעת מעשה). וואס נאך פונקטליך ווילסטו? (אחוץ טראָלן.)

יעצט בעהט איך דיר שיינערהייט, ״ביטע הער אויף געזלייטן.״ לא׳מיר זעהן צי דאס איז ״עפעקטיוו״. (דארפסט נישט איבערבעהטן, נאר פשוט אויפהערן.)

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:59 pm

· #516945
יא!! דו מיינסט טאקע? איך זאג דיר צו אויב דו פרעגסט יענעם אויב ער האט חרטה, וואלט ער געזאגט: די יתומים? זיי מיינען אז די וועלט האט זיך גענדיגט, מ'טאר זיי שוין גארנישט זאגן, די גאנצע לעבן זענען זיי די זכות קדומה, ער איז א יתום, וואס איז שוין?? עס זענען דא נאך טויזענטער יתומים, וואס איז יעצט

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:17 pm

· #516946
[ציטאט אראפגענומען]
די גרעסטע דשאוק איז נאך אז בעצם שטימען זיי יא איין, מילא ווען דער פישער (שמא קא גרים?) צולאזט זיך אויף מיר פארשטיי איך ווייל איך בין פון די אנטיקרייסט וועמענ'ס גאנצן עקזיסטענץ איז אונטערצוהאקן זיין אגענדע. מי אני ווידער האט דאך די זעלבע אגענדע ווי איהם, זיי ביידע ווייטאגן פאר כבוד שמים און ווערן צושוידערט ביז גאר ווען


המשך פארמעקט

שרייב נישט פרעך
מנהל

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:28 pm

· #516948
רביה''ק זי''ע
[ציטאט אראפגענומען]
די גרעסטע דשאוק איז נאך אז בעצם שטימען זיי יא איין, מילא ווען דער פישער (שמא קא גרים?) צולאזט זיך אויף מיר פארשטיי איך ווייל איך בין פון די אנטיקרייסט וועמענ'ס גאנצן עקזיסטענץ איז אונטערצוהאקן זיין אגענדע. מי אני ווידער האט דאך די זעלבע אגענדע ווי איהם, זיי ביידע ווייטאגן פאר כבוד שמים און ווערן צושוידערט ביז גאר ווען

גוטטט!!!!!!! 👍 👍 👍 👍 👍 👍
דו ביסט פיינע נייעס!!!!
ווי שאפט מען דעי שפראך???
איך גיי פאר דעים!!!
👍 👍 👍 👍 👍 👍

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:32 pm

· #516949
רביה''ק זי''ע
די גרעסטע דשאוק איז נאך אז בעצם שטימען זיי יא איין, מילא ווען דער פישער (שמא קא גרים?) צולאזט זיך אויף מיר פארשטיי איך ווייל איך בין פון די אנטיקרייסט וועמענ'ס גאנצן עקזיסטענץ איז אונטערצוהאקן זיין אגענדע. מי אני ווידער האט דאך די זעלבע אגענדע ווי איהם, זיי ביידע ווייטאגן פאר כבוד שמים און ווערן צושוידערט ביז גאר ווען הוי"ה'ס כבוד ווערט ליידער פארשוועכט (אזוי פארשטיי איך, @הקטן אויב האב איך נישט גוט ארויס דיין אגענדע זייטז'ע זיך בעסער מסביר) איז טאקע א וואונדער פאר אלע קינדער על מה יצא הקצף.
דאס איז א פאלשע עקוויוועלענס. ס׳איז דאס זעלבע (טאקע יא עקוויוועלענט) ווי זאגן אז יעדעס מוסלעמענער בעולם וואס עס באדערט אים כבוד אַללאַ, איז דאס זעלבע ווי דער אייסיס טעראריסט וואס עס באדערט אים דאך אויך כבוד אַללאַ. ״זיי האבן די זעלבע אגענדע.״

די געדאנק דא, ווי דארט, איז אז מ׳דארף זיך אויפפירן עטיש - עפעס צו וואס דו ביסט בלי שום ספק מודה צו (״פּרייאריטיס״ ענד אָל). ולכן, באדערט טאקע דעם נארמאלן עטישן מוסלעמענער וואס איז סיי אַן עטישער מענטש און סיי אַן ערליכער מוסלעמענער, ווען מוסלעמענער עקסטרעמיסטן טרעהטן אויף עטיקס בשם איסלם: וויבאלד דאס לייגט טאקע ארויף אזא סארט נאסע שמאטע אויף אלע מוסלעמענער אז זיי אלע ״האבן די זעלבע אגענדע״. דער עטישער מוסלעמענער מיינט כבוד אַללאַ עפ״י עטיקס, בשעת דער מוסלעמענער עקסטרעמיסט מיינט כבוד אַללאַ אפילו בניגוד לעטיקס.

וכן הוא הכא: עס באדערט מיר, א איד א שותומ״צ, ווען ״פרומע״ (עקסטרעמע) שותומ״צ טרעהטן אויף עטיקס בשם תורה ומצות. און דאס אז דו זאגסט אז איך און די האבן ״די זעלבע אגענדע״ איז טאקע א קעיס אין פּוֺינט אויף וואס די אשכול מיינע רעדט זיך אפ: עס באדערט מיר (און אנדערע נארמאלע עטישע אידן) אז דו לייגסט אונז צאם בחדא מחתא. אונז מיינען כבוד ה׳ עפ״י עטיקס, בשעת די סארט מיינען כבוד ה׳ אפילו בניגוד לעטיקס.

אט דאס מיין איך מיט חילול ה׳. וואס איז אזוי מין שווער צו פארשטיין?

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:37 pm

· #516950
הייסט עס אז די נקודת המחלוקת דא איז צו אין די פרייאריטיס ליסטע דארף עטיקס שטיין העכער הלכה (מי אני) צו הלכה דארף שטיין העכער עטיקס (הקטן)?

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:46 pm

· #516952
רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז די נקודת המחלוקת דא איז צו אין די פרייאריטיס ליסטע דארף עטיקס שטיין העכער הלכה (מי אני) צו הלכה דארף שטיין העכער עטיקס (הקטן)?
מער-ווייניגער. ווי געשריבן אין ממש דעם ערשטן פּאראגראף אין די אשכול און ווי ארויסגעברענגט אין דיין אשכול. אויב דורך הלכה טרעהטסטו אויף מאראל ועטיקס און בּעיסיק מענטשליכקייט ונימוס (וכעין די סארט וואס דער רמב״ם דערמאנט בשמונה פרקים פ״ו), אויף וואס סתם/סעקולארע מענטשן גייען זאגן ״כמה מכוערין מעשיהן״, איז דאס בהכרח נישט ״הלכה״. די הלכה דארף שטימען מיט בּעיסיק מאראל ועטיקס. אז נישט איז אט דאס חילול ה׳. און פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז אייסיס מוסלעמענער באגייען, פונעם סעקולארן פּערספּעקטיוו, א ״חילול אַללאַ״. משא״כ דער נארמאלער עטישער מוסלעמענער.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:52 pm

· #516953
[ציטאט אראפגענומען]
אבי הקטן איז וועלקאם #פרייאריטיס, ש'כח פאר'ן פראוון מיין פוינט... רוף מיך צוריק ווען @שעפטאל נעמט איבער די לייצעס. 😛

מי אני » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:57 pm

· #516955
איך הער די פונקט לגבי דעם. להצדיק, @הקטן האבן אבער טאקע כאטש אנדערע פארשריגן. ואיה״נ, אז דא איז מען (עכ״פ אין אלגעמיין) טאקע שטרענג מיט (אומעטישע) טראָלס אז זיי זענען נישט וועלקאם.

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:06 pm

· #516956
אלעס ווערט דא געפירט א גאנצע צייט "נאר" אונטער מיינע לייצעס,

שעפטאל » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:13 pm

· #516959
כ'האב טאקע געווילט זאגן: איך האב נישט ליב ווען עס ווערט צו שארף און בייסיג, לאמיר אלע בלייבן גוטע פריינד, און נישט ארויסנעמען די מנהל פון זיין שטייג 😂 😂 😂

הקטן » מאנטאג פעברואר 13, 2023 12:46 am

· #516974
מתבודד
הקטן
זיכער ביסטו בארעכטיגט!!!

קענסטו זען עני-טינג וואס וואלסט געקענט טון אנדערש
לכאו' יא, האו עבאוט אריינפארן יענעם בקול רעש גדול? אויסקלאפן אויפן בימה אז יענער איז א שופך דם יתום? סתם אזוי יענעם אראפלאזן א פראסק אין פרצוף?

אסאך סינעיריאוס וואלטן בעסער געווען ווי די איידעלע פסק פון מי אני
אמת,

און how about
מיין ברידער איז מער אויף די סענסעטיווע זייט, און ווען מען בעסערט אים אויס אז ער האט געמאכט א גרייז נעמט ער דאס זייער פערסענעל, אויף אזוי ווייט דאס אסך מאל גייט ער אהיים וויינען
(וואו נישט וואו איז דא געניג און נאך בחרים וואס וואלטן זיך ווייניג ציקראצט ווען עפעס אן אלטער איד בעסערט אויס) איך קען נישט דעם פארשוין אבער ליבי אומר לי דאס די דשאנסעס ער זאל אויפהערן אויס בעסערן און אפילה גיין אים איבערבעטן זענען אסך גרעסער וואו
איך בין צוגעגאנגען צו דעם איד און "געזאגט" נישט אריינגעפארן ח"ו אז דאס איז געהעריג כל אלמנה ויתום לא תענון און דאס איז א דאורייתא קעגן עני פגם בתפילה וואס מיין ברודער אנגעבליך האט.
וואו איידעל דאס זאל נאר געזאגט ווערען, און מיט די מערסטע קעקעצען הערט יענער זייער קלאר
"דו היפעקריט וואס דו ביסט, ענד שעם אן יא, פעך!!!"

איז מי אני בארעכטיגט דאס צו זאגן? יא סיי עטיש און סיי ע"פ הלכה
איז דאס געווען פאלי עפעקטיוו ? ניין
וואו אזוי ווייס איך? ווייל קוק וואס איז געשען
דער איד האט זיך באליידיגט און אויפגעהערט דאווענען מיט מיר בכלל אפילו דורכאויס די וואך.
ס'איז כדי צי וויסען אין רוב פעלער זענען מענטשען נישט אזוי שלעכט. זיי זענען פשוט נישט משים לב און לייגן זיך נישט אריין אין יענעמס שוך - און ווען מ'איז מעורר אויף א וועג וואס לאזט יענעם ראטעווען זיין כבוד קען ער דאס הערן און אפילה דיך באדאנקען פאר מעורר זיין און מחזיר זיין למוטב ולתשובה

שמן למאור » מאנטאג פעברואר 13, 2023 2:04 am

· #516976
איך האב א חשד אז די עלטערע איד וועמען מי אני האט אריינגעזאגט איז נישט געווען קיין צווייטער ווי @הקטן אליינס. אנדערש פארשטיי איך נישט וואס ער דרייט דא א קאפ.

מי אני » מאנטאג פעברואר 13, 2023 6:21 am

· #516977
צום וויפילטן מאל: ״בעסערן אויס״ ביים דאווענען טוהן אנדערע אויך (נאך אלס). דאס איז געווען אים ״אריינפארן״ שארפערהייט ווי ער פארציילט (״אז דו קענסט נישט גיי נישט צו״ וכדומה).

אבער אפילו אם נניח את כל זה, און ער׳ט אים נישט מער ווי אויסגעבעסערט און ס׳איז פשוט מיין ברודער׳ס סענסיטיוויטי, איז דאס אליין נאך אלס א ראיה לדברי. א נארמאלער עטישער מענטש, ובפרט א ת״ח וירא שמים, אז מ׳זאגט אים ס׳דא אַן ערענסטע חשש דא פון כל אלמנה ויתום לא תענון, איז אפילו טאמער האט מען אים דאס געזאגט ממש בפירוש מיט א ממש ״אומעפעקטיוון״ לשון ווי ״דו היפאקריט וכו׳ וכו׳״, וואלט ער לכאורה געדארפט ווען ווערן ערציטערט און, ווי זאגסטו, ״איבערבעהטן מיט טרערן אין די אויגן״. דא רעדט מען דאך פון די געפיהלן פון א צעבראכענעם יתום וואס מ׳ווייסט איז א יתום! (מ׳דארף ארויסברענגען בפירוש אז ער איז צעבראכען?!) מ׳דארף דיר ממש קעדזשאָלן מיט איידעלע לשונות און ליבליכקייט אז דו זאלסט דאס פארשטיין און ״חוזר זיין למוטב״?! דאס איז פון די עטישע ענינים המפורסמים וואס מענטשן פארשטייען ובפרט ווען מ׳דערמאנט דאס זיי, נישט קיין חילוק ווי אזוי. אבער ניין, נישט די סארט עקסטרעמיסט ת״ח אידן! אנשטאטס איז, ווי דו זאגסט, זיין כבוד גובר ביי דעם. איז משם ג״כ ראיה צו מיין אשכול דא והיכי דמי חילול ה׳ וכמה מכוערין מעשיהם. יא יא.

ווי איך פארשטיי ביסטו משער בעצמך אז אין אזא פאל וואלסטו זיך אויך באליידיגט און אים נישט איבערגעבעהטן.
Is shame on you too

‏כמובן, אז ביי אנדערע פירצות בין אדם למקום אויף וועלכע רבנים זענען מוכיח מיט די שארפע לשונות, קומסטו אויך מיט אזא תורה אז ״מ׳דארף גיין מיט אסאך מער ליבליכקייט״. אדער נאר ווען מ׳איז עובר אויף עטישע דברים מפורסמים? יאָפּ. דאס דערמאנט פון די סארט אידן וואס ביי זיי איז הארבער טהרת הכלים ווי שפיכת דמים כביומא כג:

אגב, מהפך זיין בזכות פון אומעטישע געפיהרעכץ וואס איז מפורסם בעיני הבריות אלס אומעטיש, שטארקט נישט דיין קעיס בעד ת״ח; עס מאכט עס שוואכער. מ׳פארדאמט דאס נישט און מ׳פרובירט דאס מצדיק זיין. איך בין מהפך בזכותך אז דו פשוט טראָלסט און נישט מער; דו האלטסט אויך נישט באמת פון וואס דו זאגסט (עכ״פ אזוי האף איך; אויב יא איז דאך טאקע א פראבלעם). איך פיטער דאס אז אנדערע זאלן זעהן און נישט מיינען מדשתקי וכו׳. אבער כ׳האב דיר געבעהטן אויפצוהערן און זעהט אויס טאקע אומעפעקטיוו. און ווי כ׳האב דא געשריבן:
און דאס איז שוין פון איינעם וואס נעמט זיך אָן פאר אמונה בהשטיבל. אז מ׳פרעגט מיר איז דאס א חילול ה׳ און ברענגט אראפ די ווערט פון אט די אמונה בעיני החכמים.

און עס איז טאקע מן הראוי צוצוצייכענען צו וואס @אנאנים האט געשריבן בסוף תגובה זו.
[/size]

הקטן » מאנטאג פעברואר 13, 2023 9:31 am

· #516980
אבוויעסלי, בין איך נישט געווען עפעקטיוו מיט מיין רימארק (עט ליסט נישט פאר מי אני, און עט ליסט נישט בגלוי)
איך האב געזאגט איין זאך און געהערט האט זיך גאר עפעס אנדערש. מיי בעד

מיין כוונה איז נישט געווען צי טראלען
און אויך נישט צי בלעמען אדער געבן קריטיק, קאנסטראקטיוו קריטיסיזם וכדו' - איך האב געשריבן "איך וואלט ווען מן הסתם געטון די זעלבע"

איך נעם ריספאנסעבילעטי פאר מיין דורכפאל, און איך לאז די זאך לויפן - שלא לומר דבר שאינו נשמע.

אבער היות מי אני האט מיך באשולדיגט דאס איך בין "מהפך בזכות" פון דעם אלטן וכו' (איך האב אים געריפן זקן ממרא לעיל) - דארף איך דא קלארשטעלן אז דאס איז פשוט נישט אמת! און איך האב אין קיין פאל נישט בארעכטיגט וואס ער האט געטון. כאטש איך בין געווען אונטער די אימפרעשן דאס ער האט סך הכל אויסגעבעסערט די עברי

איך ווייס נישט צי ער איז א ח"ח צו נישט, מי אני קען מן הסתם מער לערנען פין אים
א יר"ש איז ער זיכער נישט.

שעפטאל » מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:44 am

· #516981
זעסטו?? זייער גוט!! איך האב זייער הנאה פון הקטן, מדארף קענען צוריקציען, יעדער מעג זיך אויסלערנען פון אים!!! 😎

כרם זית » מאנטאג פעברואר 13, 2023 2:07 pm

· #516982
Re: היכי דמי חילול ה׳? (אפגעטיילט)
דוד הוא הקטן פלעגט פאשן שאף, זעט אויס אז עטץ זענטס פון איין טייג געקנאטן. בבקשה הער - לשון יחיד - אויף.

berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 13, 2023 8:42 pm

· #516993
מי אני: איך האב ערשט יעצט געליינט דיין תגובה/מאמר פון (פעב. 10).

איך בין געווארן אינגאנצן איבערגענומען וויאזוי אידן וועלכע רופן זיך תלמידי חכמים קענען זיין אזוי אומסענסיטיוו און עובר זיין אזוי פיהל הארבע עבירות. און אלעס לשם שמים. מיט'ן פולן אייפער פון קנאות. כל אלמנה ויתום לא תענון. לא תונו איש את עמיתו. זאגט רש"י בשם הגמ' זו אונאת דברים. און אויך עובר זיין אויף דעם מאמר חז"ל..."כל המלבין פני חבירו ברבים אין לו חלק לעולם הבא"...!

אויב ס'איז א נחמה פורתא (צרת רבים חצי נחמה) ביניך אויך אריבער די אלע בזיונות. ווען איך בין געווען אין יאר נאך מיין טאטן, ע"ה. איין טאג נאך מנחה האט איינער א בר נש געשריגן צו מיר ..."דאס איז נישט קיין מנחה. נאר א מנחה לעשיו"... ביי א צווייטע געלעגנהייט האט איינער א ..."קנאי"...געשריגן אז איך דאוון צו שנעלל. א צווייטער האט געשריגן פונקט פארקערט..."דו דאוונסט צו שטאאט. ער האט אויך "געסטראשעט" אז ביז איך וועל ענדיגן די שמו"ע וועל איך בלייבן אן מנין...! איך האב מיך אויסגעלערנט אז מ'הערט אויס און מ'גייט ווייטער. געווען אפילו ווער ס'האט חוזק געמאכט און מיר נאכגעשפעט וויאזוי איך דאוון...!

ס'איז מיר בייגעפאללן פשט אין דעם מאמר הגמ'..."היכי דמי חילול ה'? כגון מאי אהני לן רבנן"!. איז לכאורה שווער. ווייל א מענטש זאגט א ווארט...."מאי אהני לן רבנן" איז ער שוין עובר אויף דעם הארבן איסור פון חילול השם. וואס אפילו מיתה אינה מכפרת.

נאר איך מיין אז ס'פעהלט דא א פאר ווערטער... אז ווען א ת"ח פיהרט זיך אויף מיט געמיינע מידות. און דער המון עם זאגט..."מאי אהני לן רבנן"... איז דער תלמיד חכם עובר אויף די עבירה פון חילול השם...!

מי אני » מיטוואך פעברואר 15, 2023 5:44 pm

· #517063
מי אני
אזעלכע סארט מענטשן שטארקן דאס וואס דער אטעאיסטישער פיזיקער דר. סטיווען וויינבערג האט געהאט גע׳טענה׳ט:
Religion is an insult to human dignity. Without it you would have good people doing good things and evil people doing evil thing. But for good people to do evil things - that takes religion
פערזענליך האלט איך אז וויינבערג איז נישט אינגאנצן גערעכט מכח ווייל 1). עס איז ברייטער ווי ״רעליגיע״ - עס איז ״אידעאלאגיע״ בכלליות, און 2). מ׳קען זאגן פארקערט אויך: ״פאר שלעכטע מענטשן צו טוהן גוטס, פעהלט אויס רעליגיע״ (דאס איז דאך בעצם די געדאנק פון אמונות הכרחיות בתוך רעליגיע). אבער טאמער געבט א רעליגיעזער מענטש, ובפרט א ת״ח ועובד וועלכע איז דאך די סמל פון א רעליגיעזער מענטש, א סמך צו וויינבערג׳ס ציטאט, איז דאס א מורא׳דיגע פארשוועכונג פון רעליגיע ודת.
הרב דר. מיכאל אברהם שרייבט:
בחינוך הדתי מלמדים אותנו ש"אם אין אלוקים במקום הזה והרגוני", כלומר שהאמונה באלוקים היא בלם בפני התוצאות הנוראיות שיכולות לצאת ממעשיו ויצריו של האדם (המצב הטבעי של הובס). אמונה באלוקים היא ערובה להתנהגות מוסרית ואנושית. לעומת זאת, בעולם שלנו מסתובבת תחושה שהמצב הוא הפוך: זוועות מתרחשות בדרך כלל בשם אלוקים והאמונה בו. בהיעדר אמונה לא יהיו זוועות. ההומניזם (העמדת האדם במרכז) הוא הבלם בפני הזוועות של האמונה הדתית. כך למשל כותב דוקינס [וינברג] שבכל חברה יש אנשים טובים שעושים מעשים טובים ואנשים רעים שעושים מעשים רעים. אבל תופעה שאנשים טובים יעשו מעשים רעים יכולה להופיע רק בחברה דתית. האמונה גורמת לאנשים טובים לעשות מעשים רעים בשמה. כך גם מקובל לחשוב שרוצחי המונים לעולם פועלים בשם הדת. זו כמובן אמירה חסרת שחר במישור העובדתי. בפרק השישי של ספרי אלוהים משחק בקוביות כבר עמדתי על כך שרוב רוצחי ההמונים של המאה העשרים היו חילוניים, ואף עשו זאת בשם החילוניות (סטלין, פול פוט, מאו ועוד. היטלר זו שאלה מורכבת יותר. כך גם בימינו באפריקה ובמזרח אירופה יש רציחות המוניות בשם הלאום או השבט בלי קשר ברור לדת). אמנם בעבר הרוצחים היו דתיים אבל בעצם כל העולם היה אז דתי (לכן גם עושי המעשים הטובים היו אז בעיקר דתיים). מעת שנולדה החילוניות אין לה מה להתבייש בהישגיה גם במישור הלא סימפטי הזה. כתבתי שם שאכן אין רצח אידיאולוגי בלי אידיאולוגיה (רצוי טוטלית), אבל זו טאוטולוגיה פשוטה שלדת ולאמונה דתית אין הרבה קשר אליה.

חדשים » זונטאג פעברואר 19, 2023 1:30 pm

· #517263
דעם שבת האב איך געזען א שיין ווארט פון הגר”ח קניבסקי ז”ל. די גמרא זאגט אין ב”ק ג. אז מבעה זה אדם דכתיב אמר שומר אתה בוקר וגם לילה אם תבעיון בעיו, היינו שמבעה הוא מלשון תפילה שזה שייך רק באדם. דארף מען פארשטיין פארוואס כאפט ער אן א מענטש מיט לשון תפילה. איז נישטא קיין אנדערע וועג לתאר היזק? נאר דאס קומט צו לערנען וויאזוי קען זיין אז א מענטש איז מזיק. מילא א בהמה האט דאך נישט קיין דעת, קען עס מזיק זיין אויב אין שומרים עליה. אבל איך יתכן שאדם יקרא בשם מזיק? לזה בא הדוגמא שמצויה אצל האדם. שהאדם מתפלל ובתפילתו מזיק השני, כגון שמאריך בתפילתו ומעכב האנשים שלפניו (און ער צייכענט צו ירושלמי פ”ב הלכה ה, עיי”ש).

לעניננו קען מען זאגן אביסל אנדערש. לכן נקרא אדם המזיק בשם תפילה, שיכול להיות דאתה מדקדק בקלה כבחמורה ואעפ”כ אתה נקרא אדם המזיק בתפילה, כגון שאתה מצער הבעל תפילה ובפרט אם הוא יתום.

בונה של טוב » מיטוואך פעברואר 22, 2023 3:51 am

· #517443
מי אני
הקטן
זיכער ביסטו בארעכטיגט!!! מיין שאלה איז, ביסט אויך געווען עפעקטיוו?
פאר די טובה פין דיין אינגערע ברידער און די אלמנה, און פאר דיר צי האבן געמאכט א פאזעטיווער דיפרענס

מיין שאלה איז זייער א פשטע - איז דאס די outcome וואס דו האסט געזיכט?
און אויב נישט, קענסטו זען עני-טינג וואס וואלסט געקענט טון אנדערש

איך בין בכלל נישט דא צי בלעמען, אזוי וואו איך האב געשריבן איך וואלט מן הסתם אויך אזוי גע'עקט
ליבי אומר לי דאס אויך פאר דעם זקן ממרא איז דא א שפראך וואס וואלט געקענט ברענגן אן אנדערע ריזאלט
און די ריזאלט וואס מי אני האט באקימען קען מען נישט זאגן דאס עס איז בכלל נישט געווען פרעדיקטעבל
עפעקטיוו לגבי מאכן אז דאס זאל זיך אויפהערן, יא. עפעקטיוו לגבי אים גיין מאכן איבערבעהטן, וואס דאס איז נישט געווען די מטרה (ווי געזאגט בין איך אסאך אינגער ווי יענער און איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי איך וואלט אים ״מחזיר געווען למוטב ולתשובה״) ניין. ווי געזאגט האב איך אים געזאגט רואיג און געלאסן און בכלל נישט אין קיין ״האַ״ סארט פון וועג (איך האב אפילו געקעקעצט מיט אומזיכערקייט בשעת מעשה). וואס נאך פונקטליך ווילסטו? (אחוץ טראָלן.)

יעצט בעהט איך דיר שיינערהייט, ״ביטע הער אויף געזלייטן.״ לא׳מיר זעהן צי דאס איז ״עפעקטיוו״. (דארפסט נישט איבערבעהטן, נאר פשוט אויפהערן.)
👍

מי אני » פרייטאג מערץ 31, 2023 6:59 pm

· #520282
לגבי דעם געדאנק צי רעליגיעזע זענען מער מאראליש צי נישט ווי אלגעמיין, האב איך דא געשריבן:
מי אני
יאסל ראקאווער
ס'איז נישט ריכטיג צו זאגען אז אן אפיקורס פירט א הפקר'דיגע לעבן.

כאטש ווען עס קומט צום יחיד קען יעדער מאמינים וואס טוען אפ די ערגסטע סיי בין אדם לחבירו און סיי בין אדם למקום און יעדער קען ערליכע אפגעהיטענע ארענטליכע אפיקורסים.
יא יא. דר. בנימין בית-הלחמי ברענגט אראפ (אין סוף פונעם בוך) שטודיעס וואס צייגן אז עס זענען גאר די אפיקורסים וואס פירן זיך כהיום מער מאראליש ווי רעליגיעזע. ועיין באשכול זו. אחוץ אויב מען זאגט אז עכ״פ דער יחיד האלט אז דאס, רעליגיע/אמונה, וועט אים פערזענליך צוברענגען דערצו, וא״כ באנו לזה אז ״אמונה פשוטה״ באדייט א סארט פּראגמאטישע טעאריע פון אמת וכבמשנתו של דר. וויליאם דזשעימס ועוד.
דר. שאול סמילנסקי שרייבט:
Matters are immensely complex here, due to conceptual, methodological, and empirical difficulties, yet there are strong reasons to doubt both (a) and (b). Diverse societies such as the Scandinavian countries, the Czech Republic, and Japan where religiosity is lowest, are also among the very safest societies with the lowest crime levels (see e.g. Harrendorf et al. (2010); UNODC 2020; Institute for Economics and Peace 2022). Among Western democracies, the United States has the highest levels of both active religiosity and crime. Most prisoners in US prisons are religious, many of them extremely religious, and the rates of irreligiosity are considerably lower than among non-inmates (Pew Research Center 2012). More generally, the prisons in many highly religious countries are clearly full. There are contrasting and inconclusive findings concerning the relationship between religiosity and deviance; and, in particular, difficulties in singling out religion as the decisive factor. A recent survey of the literature concludes for example that ‘The influence of religiosity was mixed for non-violent delinquency and muted for violent delinquency’ (Montagnet 2022, 17)

Concerning infidelity, it is difficult to get trustworthy figures, because of the dependence on people’s self-reporting (and tendency to under-report, probably extenuated among the publicly religious). Moreover, as with crime, it is difficult to separate the role of religious belief from other factors such as communal control. There is somewhat less (self-reported) infidelity among the religious, but adultery by the purportedly religious is clearly not limited to a tiny minority (e.g. Burdette et al. 2007; Atkins and Kessel 2008)
ועיין במש״כ כאן.

ער שרייבט אויך:
Additionally, religious people may be more prone to weakness of will for the simple reason that there are many more rules they can break – in addition to ‘normal’ moral rules. And it is not only that there are more rules, but that the extra rules often add inconvenience and require repressing urges and desires. Thus it is statistically more likely that they will exhibit weakness of will more often than secular people. And, for some, there is ‘too much’ they need to follow, and some moral weakness may follow, together with compromises on morality which would be psychologically defended by strict conformity on the religious side (just as someone who is trying to quit smoking is likely to be hindered if she is also trying at the same time to lose weight and allows herself occasional transgressions). On the other hand, tying moral injunctions with religious ones can help some people to toe the line, and be generally more obedient

מי אני » זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:26 am

· #535724
לגבי דעם חינוך במצוה שלח, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואס ר' חסדאי קרשקש האט געשריבן אין זיין "ביטול עיקרי דת הנוצרים":
בתורת חסד של ישו מצינו המצוה: אהבו את אויביכם ועשו טובה לשונאיכם, ברכו את המקללים אתכם והתפללו בעד החומסים אתכם. המכה אותך על הלחי האחת הושיט לו גם השניה, והלוקח מלבושך החיצוני אל תמנע ממנו גם הפנימי. (מתיא ה, לוט: לוקס ו, כז).

והנה בתורת משה נאמר: לא תקום ולא תטור ולא תשנא את אחיך בלבבך (ויקרא יט והלאה). והוא הקצה האחרון מהסבלנות שהיא העדר הנקמה. אבל להכין את עצמו לכלימה ובוז הוא שטות ועון פלילי נגד האהבה המסודרת, כי כל איש חייב לשמור את נפשו ושלא להחטיא את חברו ולהכשילו בתת לו מקום לעשות לו רעה. גם הוא נגד המוסר האנושי, ומעולם לא קיים המצוה הזאת שום נוצרי בעולם.

אפילו ישו בעצמו לא קיים אותה, כי מצינו כאשר הכה אותו איש אחד על הלחי לא נתן לו השניה אלא התרעם גם על ההכאה הראשונה באמרו: למה תכה אותי? (יוחנן יח, כב). וכן כאשר גזר הכהן להכות את פאול על הלחי לא מושיט לו השניה אלא קללו באמרו: האל יכה אותך וכו' (מפעלות השליחים כג, ב).

והמצוה לאהוב את השונאים ולברך את המקללים אותם היא חוכא וטלולא, כי מלבד שלא נמצא שום נוצרי שקיים המצוה הזאת הם עושים להיפך, ויש מהם עוברים על שנאת חנם וגומלים רעה תחת טובה גם לבני אמונתם, ורובם רודפים את היהודים באף ובחמה על לא חמס עשו, ומעלילים עליהם עלילת דם אשר רבים הם חלליה וכבר נהרגו על ידם אלפים ורבבות יהודים על עלילה נמבזה זו ועוד עלילות שקר. ועברתם קשה ושמורה לנצח על היהודים שהרגו את ישו, אף כי הרומיים צלבוהו על שכנה עצמו בשם מלך היהודים. וישו קודם מותו, גם לפי דבריהם, בקש מהאל שיסלח ליהודים, כדכתיב שאמר לה': סלח להם כי אינם יודעים מה הם עושים (לוקס כג, לד).