☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אגודת קדושת ציון

אגודת קדושת ציון

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16707

עמרם » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:55 pm

· #539962
אגודת קדושת ציון
בס''ד

אזוי ווי קיינער האט נישט געענטפערט אויף מיין שאלה דא, עפן איך די אשכול.

א אשכול איבער אלעס ארום אגודת קדושת ציון
איך אליין בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין דעם, אבער איך האב שוין געהערט פון דעם א שיינע שטיק צייט צוריק, און איך מיין אז אזא ארגאניזאציע דארף ווערן ברייט באהאנדלט דא אין אונזער שטיבל

איך בין זיכער אז א גרויס חלק עולם דא האט שוין געהערט פון דעם, און די וואס נישט וועליך בקיצור אויסשמועסן, לויט ווי איך האב פארשטאנען.

איך וועל מקדים זיין וואס די וויקיפעדיע שרייבט אויף דעם
"אגודת קדושת ציון - התאחדות החרדים לדרישת ציון על טהרת הקודש"
היא אגודה חרדית השואפת לקדם אהבת ארץ ישראל, מצוות כיבוש ארץ ישראל וכינון מדינה יהודית על פי התורה.

לויט ווי איך פארשטיי איז עס אזעלכע קנאים וואס זענען נישט צופרידן ווי אזוי ס'איז יעצט (איך ווייס נישט צי דעס איז די טייטש פון קנאות, אבער אזוי קוק איך עס אהן, וואו דו וועסט זעהן קנאים וועט עס זיין מענטשן וואס זענען נישט צופרידן ווי אזוי א זאך פירט זיך און קומען ארויס אקעגן דעם מיט סיי וואספארא מיטל, אזוי ווי נ''ק אדער די וואס קומען ארויס אקעגן קאמען קאור וכדו'), זיי זענען נישט צופרידן אז ארץ ישראל ווערט געפירט דורך פורקי עול, אזעלכע אידן וואס זענען ליידער נישט קיין שומרי תורה ומצוות, די געזעצן זענען נישט די חוקי התורה, בקיצור די אידישע לאנד פירט זיך נישט אידיש,

זיי ווילן דאס איבערדרייען, מאכן א שטורעם, אז א אידישע לאנד דארף זיך פירן ע''פ תורה, אז די אייבערשטער האט זיך מרחם געווען און האט צוריקגעגעבן פאר אונזער דור ארץ ישראל דארפן מיר זיך אויפפירן ווי ס'פאסט און זיך פירן ע''פ תורה.

אזוי אויך ווילן זיי אויפווייזן אז די גדולי ישראל וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אקעגן די ציונים במשך הדורות, איז געווען צוליב וואס די פירער זענען געווען פריי, און האבן געוואלט אויפשטעלן א פרייע ממשלה, אזוי ווי זיי האבן ליידער געטוהן, און אלע האבן פארשטאנען אז אזא זאך טאר מען נישט צולאזן, נאר מ'דארף עס איבערדרייען און אוועקשטעלן ע''פ תורה,

איך האב מקצר געווען וויבאלד איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין דעם און אפשר צוזאמען וועט מען קלארער ווערן.

איך בעט אויב מעגליך זיך צו האלטן ביי די נושא און נישט אוועקפארן, אזוי אויך זיך צו באציען נארמאל ווען מ'רעדט אויף אנדערע, אפילו דו האלסט נישט פונקט אזוי.

סקעפטיקער » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 5:16 pm

· #539965
Re: אגודת קדושת ציון
כאמאס האלט אז פאלעסטינע דארף זיין מוסלעמעניש, און קדושת ציון האלט עס דארף זיין אידיש. און איך זאג עס דארף זיין דעמאקראטיש

ברוך שפינוזה » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 6:18 pm

· #539968
Re: אגודת קדושת ציון
אין די אינגע יארן פלעג איך אויך זיין פון זייערע פענס, נישט דא וואס צו רעדן, זיי האבן א לעגיטימע טענה, א אידישע לאנד דארף זיך פירן אידיש, און חמאס איז אויך גערעכט, א מוסולמענע לאנד דארף זיך פירן איסלאמיש. נאר דא קומט א טוויסט וואס אויף דעם פלעגט דער רבי אין חדר זאגן ווען דו וועסט עלטערן ווערן וועסטו פארשטיין. ישראל פירט זיך שוין איינמאל אידיש און מיט א שמוץ אריבער, די אפיציעלע שבת טאג מטעם די רעגירונג איז אום זאמסטאג ווי די אידישע טראדיציע און נישט אום פרייטאג אדער זונטאג ווי געוויסע אנדערע טראדיציעס (די קנסות פאר פריוואטע מענטשן וואס היטן שבת זייער אייגענע וועג איז שוין איבערגעטריבן), ס'דא א בג"ץ וואס פסק'נט הלכות און א זקן ממרא וואס איז נישט מקיים דעם אפילו אומרים לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין שטראפט מען כדת משה וישראל, און אזוי ווייטער און ווייטער. דאס אז ס'דא א מינאריטעט מענטשן וואס האבן אן אנדערע אינטערפרעטאציע פון די תורה ווי די רוב איז אן אישו מיט וואס זיי די מינטאריטעט דארף זיך ספראווען.

עמרם » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:43 pm

· #539985
Re: אגודת קדושת ציון
אויף כיכר השבת האב איך דאס געטראפן
📎 39xofljs.jpg

סקעפטיקער » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 9:49 pm

· #539987
Re: אגודת קדושת ציון
די גאנצע מושג פון "נישט נעמען א גאולה פאר די צייט" איז זייער א גוטע. די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס ווילן "אויספירן" נביאות וואס זייערע נביאים האבן פאראויסגעזאגט, זאל עס זיין מוסלעמענער, קריסטן אדער להבדיל אידן. גלייבטס אז משיח גייט קומען אדער להבדיל ישו? זיץ איינגעמאכט אין ווארט, מאך נישט יעצט ארץ ישראל פאר א טעאקראסי

יאנעשאלמע » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:55 pm

· #539998
Re: אגודת קדושת ציון

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:22 am

· #540005
Re: אגודת קדושת ציון
סקעפטיקער #
די גאנצע מושג פון "נישט נעמען א גאולה פאר די צייט" איז זייער א גוטע. די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס ווילן "אויספירן" נביאות וואס זייערע נביאים האבן פאראויסגעזאגט, זאל עס זיין מוסלעמענער, קריסטן אדער להבדיל אידן. גלייבטס אז משיח גייט קומען אדער להבדיל ישו? זיץ איינגעמאכט אין ווארט, מאך נישט יעצט ארץ ישראל פאר א טעאקראסי
וואס הייסט "די מושג פון נישט נעמען א גאולה פאר די צייט", אויב איך אלס איד האלט אז מ'איז יא מחויב בזמן הזה צו מאכן ארץ ישראל פאר א אידישע לאנד מיט שמירת התורה והמצוות דארף מען דאך אזוי טוהן, וואס איז שלעכט מיט דעם. אה"נ דער וואס האט א אנדערע גלויבן טוט ווי אזוי זיין גלויבן זאגט עהם צו טוהן.

אייניקעל » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:32 am

· #540007
Re: אגודת קדושת ציון
סקעפטיקער #
די גאנצע מושג פון "נישט נעמען א גאולה פאר די צייט" איז זייער א גוטע. די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס ווילן "אויספירן" נביאות וואס זייערע נביאים האבן פאראויסגעזאגט, זאל עס זיין מוסלעמענער, קריסטן אדער להבדיל אידן. גלייבסט אז משיח גייט קומען אדער להבדיל ישו? זיץ איינגעמאכט און ווארט, מאך נישט יעצט ארץ ישראל פאר א טעאקראסי

ביי דיר איז די רייד פון אונזערע נביאים אויפ'ן זעלבן מדרגה פון להבדיל נוצרים און מוסלמים, אז דו זאגסט עס מיטן זעלבן אטעם בהבלעה?

די ברכת ההפטרה איז ביי דיר א ברכה לבטלה?
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱ-לֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם צוּר כָּל הָעוֹלָמִים צַדִּיק בְּכָל הַדּוֹרוֹת הָאֵ-ל הַנֶּאֱמָן הָאוֹמֵר וְעוֹשֶׂה מְּדַבֵּר וּמְקַיֵּם שֶׁכָּל דְּבָרָיו אֱמֶת וָצֶדֶק. נֶאֱמָן אַתָּה הוּא ה' אֱלֹקֵינוּ וְנֶאֱמָנִים דְּבָרֶיךָ וְדָבָר אֶחָד מִדְּבָרֶיךָ אָחוֹר לֹא יָשׁוּב רֵיקָם כִּי אֵ-ל מֶלֶךְ נֶאֱמָן וְרַחֲמָן אָתָּה. בָּרוּךְ אַתָּה ה' הָאֵ-ל הַנֶּאֱמָן בְּכָל דְּבָרָיו.

אגב ב"ה זענען שוין צענדליגער נבואות'ן פון אחרית הימים מקויים געווארן, וואס מיר האבן די זכיה צו לעבן אין אזא מפליא'דיגע תקופה פון געוואלדיגע ליכטיגקייטן טאקע א דאנק דעם וואס בני ישראל האבן זיך גענומען די פלאג און מיה צו טוהן השתדלות פאר גאולה, און הקב"ה האט געבענטשט מעשה ידינו, בליק דא אריין: https://hanevuah.co.il

זאגט דאך שוין דער רמב"ם אויף דעם בלשונו הזהב:
אבל אלה שמפתין עצמן ואומרין שיעמדו במקומן עד שיבא המלך המשיח לארץ המערב [ואז יהיו] יוצאין והולכין לירושלים איני יודע איך יבטל מהם זה השמד אלא עוברין הן ומחטיאין זולתן (ובראותן) [ובכמותן] אמר הנביא ע"ה (ירמי' ו, יד) וירפאו את שבר בת עמי על נקלה לאמר שלום שלום ואין שלום כי אין זמן לביאת המשיח עד שתולין בו ואומרים עליו הוא קרוב או רחוק וחיוב המצות אינו תלוי בביאת המשיח אלא אנחנו מחויבים להתעסק בתורה ובמצות ונשתדל להשלים עשייתן ואחר שנעשה מה שאנחנו מחויבים אם יזכה ה' לנו או לבני בנינו לראות המשיח הרי זה טוב יותר ואם לא לא הפסדנו כלום אלא הרווחנו בעשייתנו מה שאנחנו מחויבין, אבל אם יעמוד אדם במקומות שיראה כי התורה תפסוק והמין יאבד בעבור השנים והוא אינו יכול להעמיד דתו ויאמר אשאר אני עד שיבא משיח ואצא מזה שאני בו אין זה כי אם רוע לב ואבוד גדול ובטול הדת והדעת זו היא דעתי והשם יודע האמת:

אגרות הרמב"ם, מאמר קידוש השם.

אדרבה לאמיר פארשטיין:
נחמיה בן חכליה האט גענומען פאר די צייט?
מתתיהו בן יוחנן האט גענומען פאר די צייט?
שמעון בן כוכבא האט גענומען פאר די צייט?
ווען איז די צייט? וועלכע יאר און וויפיל אזייגער?
און וואו איז דער מקור אז מען דארף ווארטן פאר א צייט?

סקעפטיקער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 11:59 am

· #540030
Re: אגודת קדושת ציון
מתתיהו #
סקעפטיקער #
די גאנצע מושג פון "נישט נעמען א גאולה פאר די צייט" איז זייער א גוטע. די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס ווילן "אויספירן" נביאות וואס זייערע נביאים האבן פאראויסגעזאגט, זאל עס זיין מוסלעמענער, קריסטן אדער להבדיל אידן. גלייבטס אז משיח גייט קומען אדער להבדיל ישו? זיץ איינגעמאכט אין ווארט, מאך נישט יעצט ארץ ישראל פאר א טעאקראסי
וואס הייסט "די מושג פון נישט נעמען א גאולה פאר די צייט", אויב איך אלס איד האלט אז מ'איז יא מחויב בזמן הזה צו מאכן ארץ ישראל פאר א אידישע לאנד מיט שמירת התורה והמצוות דארף מען דאך אזוי טוהן, וואס איז שלעכט מיט דעם. אה"נ דער וואס האט א אנדערע גלויבן טוט ווי אזוי זיין גלויבן זאגט עהם צו טוהן.
הייסט דו האלטסט חאמאס איז גערעכט ווייל זיי טוען וואס זייער גלויבן פארלאנגט?

סקעפטיקער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:01 pm

· #540031
Re: אגודת קדושת ציון
אייניקעל #
סקעפטיקער #
די גאנצע מושג פון "נישט נעמען א גאולה פאר די צייט" איז זייער א גוטע. די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס ווילן "אויספירן" נביאות וואס זייערע נביאים האבן פאראויסגעזאגט, זאל עס זיין מוסלעמענער, קריסטן אדער להבדיל אידן. גלייבסט אז משיח גייט קומען אדער להבדיל ישו? זיץ איינגעמאכט און ווארט, מאך נישט יעצט ארץ ישראל פאר א טעאקראסי

ביי דיר איז די רייד פון אונזערע נביאים אויפ'ן זעלבן מדרגה פון להבדיל נוצרים און מוסלמים, אז דו זאגסט עס מיטן זעלבן אטעם בהבלעה?

די ברכת ההפטרה איז ביי דיר א ברכה לבטלה?
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱ-לֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם צוּר כָּל הָעוֹלָמִים צַדִּיק בְּכָל הַדּוֹרוֹת הָאֵ-ל הַנֶּאֱמָן הָאוֹמֵר וְעוֹשֶׂה מְּדַבֵּר וּמְקַיֵּם שֶׁכָּל דְּבָרָיו אֱמֶת וָצֶדֶק. נֶאֱמָן אַתָּה הוּא ה' אֱלֹקֵינוּ וְנֶאֱמָנִים דְּבָרֶיךָ וְדָבָר אֶחָד מִדְּבָרֶיךָ אָחוֹר לֹא יָשׁוּב רֵיקָם כִּי אֵ-ל מֶלֶךְ נֶאֱמָן וְרַחֲמָן אָתָּה. בָּרוּךְ אַתָּה ה' הָאֵ-ל הַנֶּאֱמָן בְּכָל דְּבָרָיו.

אגב ב"ה זענען שוין צענדליגער נבואות'ן פון אחרית הימים מקויים געווארן, וואס מיר האבן די זכיה צו לעבן אין אזא מפליא'דיגע תקופה פון געוואלדיגע ליכטיגקייטן טאקע א דאנק דעם וואס בני ישראל האבן זיך גענומען די פלאג און מיה צו טוהן השתדלות פאר גאולה, און הקב"ה האט געבענטשט מעשה ידינו, בליק דא אריין: https://hanevuah.co.il

זאגט דאך שוין דער רמב"ם אויף דעם בלשונו הזהב:
אבל אלה שמפתין עצמן ואומרין שיעמדו במקומן עד שיבא המלך המשיח לארץ המערב [ואז יהיו] יוצאין והולכין לירושלים איני יודע איך יבטל מהם זה השמד אלא עוברין הן ומחטיאין זולתן (ובראותן) [ובכמותן] אמר הנביא ע"ה (ירמי' ו, יד) וירפאו את שבר בת עמי על נקלה לאמר שלום שלום ואין שלום כי אין זמן לביאת המשיח עד שתולין בו ואומרים עליו הוא קרוב או רחוק וחיוב המצות אינו תלוי בביאת המשיח אלא אנחנו מחויבים להתעסק בתורה ובמצות ונשתדל להשלים עשייתן ואחר שנעשה מה שאנחנו מחויבים אם יזכה ה' לנו או לבני בנינו לראות המשיח הרי זה טוב יותר ואם לא לא הפסדנו כלום אלא הרווחנו בעשייתנו מה שאנחנו מחויבין, אבל אם יעמוד אדם במקומות שיראה כי התורה תפסוק והמין יאבד בעבור השנים והוא אינו יכול להעמיד דתו ויאמר אשאר אני עד שיבא משיח ואצא מזה שאני בו אין זה כי אם רוע לב ואבוד גדול ובטול הדת והדעת זו היא דעתי והשם יודע האמת:

אגרות הרמב"ם, מאמר קידוש השם.

אדרבה לאמיר פארשטיין:
נחמיה בן חכליה האט גענומען פאר די צייט?
מתתיהו בן יוחנן האט גענומען פאר די צייט?
שמעון בן כוכבא האט גענומען פאר די צייט?
ווען איז די צייט? וועלכע יאר און וויפיל אזייגער?
און וואו איז דער מקור אז מען דארף ווארטן פאר א צייט?

איך זאג נישט וואס מ'דארף, איך אבזערוויר א פאקט אז די וועלט ליידט זיך אן פון אזעלכע וואס גלייבן אז די נבואות וואס די נביאים האבן פאראויסגעזאגט איז תלוי בידם עס צושטאנד צו ברענגען.

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:22 pm

· #540034
Re: אגודת קדושת ציון
סקעפטיקער #
הייסט דו האלטסט חאמאס איז גערעכט ווייל זיי טוען וואס זייער גלויבן פארלאנגט?

זיי זענען נישט גערעכט ווייל זייער גלויבן איז נישט גערעכט.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 12:54 pm

· #540037
דאס'ן גיין זאגן אז די סיבה אז חאמאס'ס אידעאלאגיע איז נישט גערעכט, איז פשוט נאר אלס א טעות זיי האבן אין וואס איז דאס "ריכטיגע" גלויבונג, וממילא די טעאקרעסי וואס דארף ווען "באמת" צו זיין, איז לענ"ד ענליך ווי דאס'ן זאגן אז בעצם איז שיטת נאציזם און דזשענאסייד גערעכט, ווי ווען ס'איז קעגן עמלק וכדומה, נאר די נאציס האבן זיך פשוט טועה געווען קעגן וועלכעס פאלק מ'דארף דאס צו טוהן. ותו לא מידי.

עס דארף צו ווערן גענומען אין אכט, אז דער רמב"ם דא איז מער איבער דאס'ן זיין קעגן בלייבן (בשב ואל תעשה) אין א מקום וואו עס איז דא א גזירת שמד וכדומה על קיום המצוות ווייל מ'פארלאזט זיך אויף ביאת המשיח, ווי איידער זיין פאר'ן משתדל זיין לעלות לא"י (בקום ועשה) להחזיר המצוות התלויות בה.

לגבי "משיח" במשנתו של הרמב"ם, האב איך דא געשריבן דערוועגן. (און, כדברי @סקעפטיקער, האב איך דא געשריבן: "מ'זעהט שוין פרומע אידן וואס וואלטן ווען געוואלט בפועל צוריקברענגען קרבנות און דאס קאָלטיק עבודה, איז אלס דעם אליינס דארף מען צוריק אויפגעבן דאס פלאץ לשליטת הערביים...")

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:08 pm

· #540038
Re:
מי אני #
דאס'ן גיין זאגן אז די סיבה אז חאמאס'ס אידעאלאגיע איז נישט גערעכט, איז פשוט נאר אלס א טעות זיי האבן אין וואס איז דאס "ריכטיגע" גלויבונג, וממילא די טעאקרעסי וואס דארף ווען "באמת" צו זיין, איז לענ"ד ענליך ווי דאס'ן זאגן אז בעצם איז שיטת נאציזם און דזשענאסייד גערעכט, ווי ווען ס'איז קעגן עמלק וכדומה, נאר די נאציס האבן זיך פשוט טועה געווען קעגן וועלכעס פאלק מ'דארף דאס צו טוהן. ותו לא מידי.
די נאציס האבן זיך נישט טועה געווען, נאר זענען געווען סתם רשעים.

אודאי אויב זאל זיין א קלארע ציווי השם צו הארגענען בזמן הזה עמלקים וואלט מען פארשטייט זיך געדארפט אזוי טוהן (אויב גלייבט מען אינעם אויבערשטן..).

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:15 pm

· #540039
זאגסטו, אז אויב די נאציס וואלטן ווען געזאגט אז זיי האבן א ״ציווי ה׳״ דערויף, דאן וואלטן זיי נישט געווען ״רשעים״ נאר ״טועים״. איך הער. דאס דערמאנט פונעם באקאנטן מימרא פון דר. סטיווען וויינבערג.

איך האף אז דו פארשטייסט אז די עמלקים וואלטן געזאגט דאס זעלבע ״רשעים״ אויף אידן וואס פארטיליגן זיי.

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:29 pm

· #540041
Re: אגודת קדושת ציון
ס׳האט נישט מיט וואס מ׳זאגט, ס׳האט מיט וואס ס׳איז במציאות.

אויב וואלט געווען באמת עפעס א מקום לטעות וואלטן זיי פארשטייט זיך געווען טועים.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:04 pm

· #540043
און אט דאס ממש איז טענתו של @סקעפטיקער: דו האסט פונקט אזוי נישט קיין הוכחה אז די פאנאטישע שיטה דיינער (זאל דאס זיין מחיית עמלק צי א טעאקרעסי עפ״י תורה וכדומה) איז די ״מציאות ואמת״, פונקט אזוי ווי חאמאס און אנדערע פונדאמענטאליסטן בדומיהן האבן נישט קיינע הוכחות אויף זייערע פאנאטישע דאקטרינעס להיפך. די איינציגסטע וועג דו ״ווייסט״ אז דאס איז ״די מציאות/אמת״, איז ווייל דו ״גלייבסט זייער זייער שטארק״ אין דעם אז דאס איז ״די מציאות/אמת״ - פונקט אזוי ווי דער חאמאס׳ניק וואס איז איבערצייגט און ״גלייבט זייער זייער שטארק״ אין דעם אז זיין שיטה איז ״די מציאות/אמת״, ווען ער פירט דזשיהאד און שטעלט איין זיין טעאקרעסי. מיינענדיג, עס איז בהחלט דא א ״מקום לטעות״, ווייל מאי אולמא האי מהאי ממבט הוכחה?

אין אנדערע ווערטער, עס קומט אויס פון דעם אז דזשענאסייד און טעאקרעסי זענען נישט בעצם רשעות און שלעכט, עס ווענדט זיך נאר וועלכע - עס איז פשוט שייך אין דעם ״טעות״ ווי איידער פראסט און פשוט ״רשעות״. און אט דאס איז די חורבן וואס די סארט געדאנקענגאנג ברענגט.

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:12 pm

· #540045
Re: אגודת קדושת ציון
וואס הייסט איך האב נישט קיין הוכחה, איך רעדט דאך על הצד ס'זאל זיין א קלארע ציווי השם לגבי עמלק, אדער ס'זאל זיין ברור אז מ'איז מצווה בזמה"ז אויפצושטעלן א לאנד וואס פירט זיך על פי תורה.

(די חלק אז אז ס'איז דא באשעפער און מ'דארף עם פאלגן איז אויך ברור בעיני מיט הוכחות..).

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:24 pm

· #540046
און אט דאס זאג איך: דער חאמאס׳ניק ודעימיה האט די זעלבע בירור אין דעם אז דאס איז דעם ״קלארן ציווי ה׳״ ווי דו. ממש.

לגבי הוכחות על מציאות הא-ל (אָננעמענדיג אז ס׳איז ״מוכיח״) איז דער מוסלעמענער חאמאס׳ניק אויפ׳ן גענויען זעלבן שטאפל ווי דער איד. דעם נעקסטן שטאפל פון וואס איז די ״רצון״ (בלשון מושאל) פון אט דעם א-ל, שטייסטו ווייטער אויפ׳ן גענויען זעלבן שטאפל ווי דער מוסלעמענער חאמאס׳ניק, אז עס איז אך ורק באזירט אויף א זייער זייער שטארקע גלויבונג איבער וואס איז, און צי עס איז געווען, דאס ריכטיגע רעוועלעישאן והתגלות מאתו.

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 2:41 pm

· #540047
Re: אגודת קדושת ציון
איך פארשטיי נישט: דו האלטסט אז ס'קען נישט זיין אז איין רעליגיע זאל האבן מער הוכחות ווי די אנדערע?!

לדעתי איז דא הוכחות ברורות אויף די אידישע רעליגיע, אבער נישט אויף די מוסלעמענער רעליגיע וואס איז סתם געבויעט אויף לופט, און קיינער האט נישט קיין רעכט עס צו גלייבן און גיין וועגן דעם הארגענען מענטשן.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm

· #540055
ממבט דעמאנסטרעטיוו, דאס וואס דו רופסט ״הוכחות ברורות״, זענען ביידע רעליגיעס/דתות אויפ׳ן זעלבן שטאפל אז זיי האבן דאס נישט. והא ראיה, אז דו גייסט נישט טענה׳ן אז אַן אירעליגיעזער אטעאיסט איז נישט קיין חכם פאר׳ן נישט ווערן איבערצייגט פון די הוכחות (ואולי גאר פארקערט, וכטענתו של ד״ר. דזשאָרדזשעס רעי), ווי דאס אז ער איז נישט קיין חכם אויב ווערט ער נישט איבערגעצייגט פון א מאטעמאטישע אדער סייענטיפישע הוכחה.

‏דייעלעקטיקעלי קען טאקע זיין אז איין רעליגיע איז מער ״מסתבר״ ווי, און ביחס צו, דאס צווייטע, אבער נישט מער ווי דעם. און דאס איז ווייטער די געדאנק פון @סקעפטיקער: דאס אז דזשענסאייד אדער טעאקרעסי וכדומה וכדומה זענען שלעכט על הכלל כולו, איז אסאך מער נתון צו זיין ״מבורר״ פון א ממש דעמאנסטרעטיוו מבט, ווי איידער עני קלעים פון ״ציווי ה׳״ וועלכע קען בשו״א נישט זיין מער ווי דייעלעקטיקעל.

‏(ואגב, לגבי דעם אויב עס וואלט ווען יא שייך געווען א דעמאנסטרעטיוו הוכחה חותכת אויף דעם אז ג-ט האט בפירוש באפוילן על מחיית עמלק, איז וואס דעמאלטס? איז מער ״מסתבר״, לדוגמא, דער טעאלאג דר. רענדעל ראַוּסער׳ס מהלך אז עס קען פשוט נישט זיין, וויבאלד עס איז א סתירה מיניה וביה מיט׳ן עסענס פון ״ג-ט״, וואס האט דאך שוין מער דעמאנסטרעטיוו הוכחות דערצו, אז דאס זאל קענען זיין. עס איז ווי די אי-יכולת זיינע פון זיין א רשע אדער זיך מאבד זיין. איי, עס שטייט אין כתבי קודש וואס ״מ׳גלייבט״, דייעלעקטיקעלי כנ״ל, אז זיי זענען אמת? איז לא ננעלו שערי הפירוש זיי צו פארטייטשן, אז עס זאל שטימען מיט בּעיסיק מאראל, וואס איז שוין מער דעמאנסטרעטיוו וכנ״ל, וואס דאס איז דאך ממש דאס עסענס פון ״ג-ט״. ודון מינה אשארא אויף אנדערע פראבלעמאטישע פונדאמענטאליסטישע דאקטרינעס.)

מתתיהו » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:54 pm

· #540057
Re: אגודת קדושת ציון
איך הער. סך הכל זענען מיר מחולק אויב ס׳איז דא הוכחות ברורות אויף די אידישע רעליגיע.

לגבי וואס דו שרייבסט וועגן א סתירה מיט בעיסיק מאראל, איז אלס שייך צו זאגן אז צוליב עפעס א גאר וויכטיגע תכלית מעג מען אפילו הארגענען. ווי מ׳זעהט אז יעדער איז מודה אז ס׳איז דא אזא מושג פון קאלעטראל דעמעדזש.

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:05 pm

· #540060
אויב קען א קלוגער ראציאנאלער מענטש מחולק זיין מיט עפעס א הוכחה, און נאך אלס גערעכענט ווערן ווי קלוג און ראציאנאל (אין דעם), איז עס ביי דעפיניציע נישט ״ברור״.

איה״נ אז הריגה קען צומאל זיין בארעכטיגט, אבער דאס איז נישט שייך ביי דזשענאסייד והחרמת עַם כולו עוללים ויונקים.

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:06 pm

· #540068
Re: אגודת קדושת ציון
ווי קומט דאס דא אריין ??

אגודת קדושת ציון איז בכלל נישט דא אויפציווייזן פאר סיי ווער אז די אידן זענען גערעכט איבער די אראבער.
זיי זענען דא פאר אידן וואס גלייבן אין די בורא עולם און ווילן טוהן וואס די רבש''ע וויל, מ'דארף זיי נישט אויפווייזן אז ס'איז דא א באשעפער און אז מ'דארף אים פאלגן, נאר זיי ווילן טוהן די רצון ה'.
אויף דעם קומט אגודת קדושת ציון צי ארויפברענגען די ענין און מצוה פון ישוב א''י און א מדינה ע''פ תורה

איך זעה נישט ווי די גאנצע שמועס קומט דא אריין
ביטע נישט ממשיך זיין דא
איר קענט עפענען א אשכול ווער איז גערעכט די אראבער אדער ציונים, אבער דא קומט עס נישט אריין
ש'כח

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:11 pm

· #540069
Re: אגודת קדושת ציון
אגודת קדושת ציון קומט אויך זאגן אז די גדולי ישראל האבן זיך נישט אקעגען געשטעלט אקעגען די ציונים נאר ווייל זיי זענען געווען פריי, און געוואלט אפשמ'דן כלל ישראל
אבער צי פירן א לאנד ע''פ תורה האבן זיי יא געהאלטן

סקעפטיקער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:32 pm

· #540070
Re: אגודת קדושת ציון
עמרם #
ווי קומט דאס דא אריין ??

אגודת קדושת ציון איז בכלל נישט דא אויפציווייזן פאר סיי ווער אז די אידן זענען גערעכט איבער די אראבער.
זיי זענען דא פאר אידן וואס גלייבן אין די בורא עולם און ווילן טוהן וואס די רבש''ע וויל, מ'דארף זיי נישט אויפווייזן אז ס'איז דא א באשעפער און אז מ'דארף אים פאלגן, נאר זיי ווילן טוהן די רצון ה'.
אויף דעם קומט אגודת קדושת ציון צי ארויפברענגען די ענין און מצוה פון ישוב א''י און א מדינה ע''פ תורה

איך זעה נישט ווי די גאנצע שמועס קומט דא אריין
ביטע נישט ממשיך זיין דא
איר קענט עפענען א אשכול ווער איז גערעכט די אראבער אדער ציונים, אבער דא קומט עס נישט אריין
ש'כח
זיי שרייבן זיי ווילן א "מדינה ע"פ תורה", און חאמאס וויל שאריא געזעצן

אויב ווילן זיי נישט ארויפצווינגען גארנישט אויף קיינעם דעמאלטס כל הכבוד

כרם זית » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:34 pm

· #540071
Re: אגודת קדושת ציון

סקעפטיקער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 8:43 pm

· #540083
Re: אגודת קדושת ציון
מתתיהו #
איך הער. סך הכל זענען מיר מחולק אויב ס׳איז דא הוכחות ברורות אויף די אידישע רעליגיע.

לגבי וואס דו שרייבסט וועגן א סתירה מיט בעיסיק מאראל, איז אלס שייך צו זאגן אז צוליב עפעס א גאר וויכטיגע תכלית מעג מען אפילו הארגענען. ווי מ׳זעהט אז יעדער איז מודה אז ס׳איז דא אזא מושג פון קאלעטראל דעמעדזש.
לאמיר זאגן אזוי, אויב זאל פאסירן וואס רוב חרד'ישע אידן גלייבן אז עס גייט געשעהן ווען משיח וועט קומען, האב איך נישט קיין שום פראבלעם מיט א מדינה ע"פ תורה, און איך בין בכלל נישט באזארגט פאר די וואוילזיין פון די וועלט. אבער ווילאנג מיר לעבן בהסתרה, איז די איינציגסטע מהלך פאר די וועלט צו לעבן בשלום ובמנוחה אז א רעגירונג זאל זיין פריי פון רעליגיע, רעליגיע זאל זיין א בחירה פאר יעדן איינעם. ווייל אז נישט גייט דאך דער אנדערער (וואס האט די אומריכטיגע רעליגיע) אויך טוהן די זעלבע און טענה'ן אז זיין רעליגיע איז ריכטיג

ברוך שפינוזה » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:17 pm

· #540086
Re: אגודת קדושת ציון
עמרם
אגודת קדושת ציון קומט אויך זאגן אז די גדולי ישראל האבן זיך נישט אקעגען געשטעלט אקעגען די ציונים נאר ווייל זיי זענען געווען פריי, און געוואלט אפשמ'דן כלל ישראל
אבער צי פירן א לאנד ע''פ תורה האבן זיי יא געהאלטן
דאס איז זיכער אמת, די אישו איז נאר אז א לאנד ע"פ תורה איז שוין דא, ווידער א לאנד ע"פ די ארטאדאקסישע אינטערפרעטאציע פון די תורה איז אוממעגליך צו זיין אפילו לשיטת הארטאדאקסיע. א מדינה ע"פ תורה לויט די ארטאדאקסן וואלט געהייסן אז מ'גייט דארפן הארגענען געיס און שבת קאר דרייווערס וואס קען נישט געשעהן אין א ציוויליזירט לאנד ווייל אלע געלונגענע מענטשן וועלן אפפוצן באצייטנס, סיידן אז דו ווילסט פארוואנדלען ארץ ישראל אין נאך א סאמאליע וואו מ'שטארבט יעדן טאג פון מגיפות און הונגער, און אויף דעם זאגט מען דאך זיכער פיקוח נפש דוחה כל התורה כולה...

און אפילו הלכה'דיג איז אוממעגליך צו אינפארסירן הלכה ווייל וואס וועסטו טוהן צו די שומרונים וואס זענען מקריב קדשים בחוץ? זיי זענען שוין מקריב קרבנות אויף הר גריזים אסאך פאר אונזער תלמוד האט באשלאסן אז קדשים בחוץ איז אן איסור דאורייתא, אויב וועסטו זיי געבן מלקות פאר'ן עובר זיין אויף קדשים בחוץ וועלן זיי דיך גוט אנזעצן די ביינער פאר'ן נישט מקריב זיין קיין קרבן פסח עד שיאמר רוצה אני. אז דו וועסט סוקל זיין א ליטוואק פאר'ן פאררייכענען א ציגארעטל מוצאי שבת בעפאר'ן זמן ר"ת וועט קומען דער קראי און דיך סוקל זיין פאר'ן לאזן דיין פייער אנגעצינדן אום שבת. אז דו גייסט אנפראקן דעם קראי פאר'ן נישט לייגן תפילין וועט קומען דער פאלאש און ענק ביידע אנפראקן פאר'ן מחלל זיין דעם יום טוב שבועות לויט זייער מסורה. איז פארוואס גיין אנדרייען א גאנצע מדינת הלכה וואס די סוף וועט סייווי זיין מכת חרב והרג ואבדן, אלץ שיעבודא דרבי נתן קען מען גראד גיין צום פוינט, זאלן אלע פונדאמענטאליסן זיך צאמנעמען איין טאג און זיך אויסמארדן איינער דעם אנדערן און לאזן כלל ישראל צורוה.

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:50 pm

· #540093
Re: אגודת קדושת ציון
בקיצור וואס דו זאגסט: אז דאס וואס אגודת קדושת ציון וויל, קען נישט פאסירן.

ברוך שפינוזה » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:06 pm

· #540102
Re: אגודת קדושת ציון
ס'קען נישט פאסירן, און זיי אליין ווען זיי וואלטן געהאט די שכל צו כאפן צו וואו זיי צילן און די תוצאות פון אזא מהלך וואלטן זיי עס אויך נישט געוואלט.

מן הסתם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:13 pm

· #540108
Re: אגודת קדושת ציון
ברוך שפינוזה #
א מדינה ע"פ תורה לויט די ארטאדאקסן וואלט געהייסן אז מ'גייט דארפן הארגענען געיס און שבת קאר דרייווערס וואס קען נישט געשעהן אין א ציוויליזירט לאנד ווייל אלע געלונגענע מענטשן וועלן אפפוצן באצייטנס...

און אפילו הלכה'דיג איז אוממעגליך צו אינפארסירן הלכה ווייל וואס וועסטו טוהן צו די שומרונים וואס זענען מקריב קדשים בחוץ? זיי זענען שוין מקריב קרבנות אויף הר גריזים אסאך פאר אונזער תלמוד האט באשלאסן אז קדשים בחוץ איז אן איסור דאורייתא, אויב וועסטו זיי געבן מלקות פאר'ן עובר זיין אויף קדשים בחוץ וועלן זיי דיך גוט אנזעצן די ביינער פאר'ן נישט מקריב זיין קיין קרבן פסח עד שיאמר רוצה אני. אז דו וועסט סוקל זיין א ליטוואק פאר'ן פאררייכענען א ציגארעטל מוצאי שבת בעפאר'ן זמן ר"ת וועט קומען דער קראי און דיך סוקל זיין פאר'ן לאזן דיין פייער אנגעצינדן אום שבת. אז דו גייסט אנפראקן דעם קראי פאר'ן נישט לייגן תפילין וועט קומען דער פאלאש און ענק ביידע אנפראקן פאר'ן מחלל זיין דעם יום טוב שבועות לויט זייער מסורה. איז פארוואס גיין אנדרייען א גאנצע מדינת הלכה וואס די סוף וועט סייווי זיין מכת חרב והרג ואבדן, אלץ שיעבודא דרבי נתן קען מען גראד גיין צום פוינט, זאלן אלע פונדאמענטאליסן זיך צאמנעמען איין טאג און זיך אויסמארדן איינער דעם אנדערן און לאזן כלל ישראל צורוה.

ס'נישט אזוי פשוט, חז"ל האבן מבטל געווען השקאת סוטה סוף בית שני צוליב'ן מצב הדור, סנהדרין האט נישט געזוכט צו הרג'נען יעדן שני וחמישי, מ'דארף עדים והתראה, חקירות ודרישות, א בי"ד וואס הרג'עט איינמאל אין 70 יאר הייסט א (כ'געדענק נישט יעצט די נאמען) ס'בכלל נישט קיין פארגלייך עפ"י תורה צו סאמאליע און טאליבאן... דרכיה דרכי נועם..

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:19 pm

· #540109
Re: אגודת קדושת ציון
יעצט טאקע איז נישט מעגליך, די שאלה איז, ווי מ'זעהט אז די חרדים און די אנדערע וואס האלטן תורה ומצוות (אויף די ארטאדאקסישע מהלך) מערן זיך פי כמה ווי די פרייע וכו', אז ס'קען זיין אז איין טאג וועט א גרויסע מערהייט אין מד''י זיין שומרי תורה ומצוות,
אזוי אויך זענען שוין דא היינט אין אלע אפטיילונגען פרומע אידן, אנגעהויבן אין די ממשלה, און אין די מיליטער, אין די שפיטעלער, און אזוי ווייטער,
דהיינו אפילו זאלן די פרייע אפפוצן קענען די פרומע פירן א שטיקל לאנד, ממילא קען זיין אז מיט די יארן וועט נאך עפעס ווערן פון דעם.

איך זאג נאר בדרך אפשר...

(אפילו דא אין נ''י ווי די פרומע אידן זענען אסאך קלענער קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, האט מען שוין געשריבן אין ק''ש אז איין טאג גייען זיי אלעס איבערנעמען).

ברוך שפינוזה » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:21 pm

· #540110
Re: אגודת קדושת ציון
מן הסתם
ס'נישט אזוי פשוט, חז"ל האבן מבטל געווען השקאת סוטה סוף בית שני צוליב'ן מצב הדור, סנהדרין האט נישט געזוכט צו הרגנע'ן יעדן שני וחמישי, מ'דארף עדים והתראה, חקירות ודרישות, א בי"ד וואס הרגעט איינמאל אין 70 יאר הייסט א (כ'געדענק נישט יעצט די נאמען) ס'בכלל נישט קיין פארגלייך עפ"י תורה צו סאמאליע און טאליבאן... דרכיה דרכי נועם..
נו, ווער ווייסט וואס נאך חז"ל וואלטן היינט מבטל געוועהן צוליב'ן מצב הדור? איך האלט אז ווען חז"ל לעבן ווען היינט און פירן מדינת ישראל וואלטן זיי עס געפירט פונקט ווי ס'פירט זיך דורך בנימין נתניהו. אלנספאלס, ס'נישט אזוי פשוט אז ס'נישט אזוי פשוט, סנהדרין דארף נישט זוכן צו הארגענען יעדן שני וחמישי, ס'גענוג איין בית דין זאל איינמאל מקיים זיין מצוות סקילה און ס'וועלן זיך שוין יאווען אזעלכע וואס וועלן פארזיכערן אז די נעקסטע טאג זאלן אלע רבנים זיין טויט. מלקות און מכת מרדות האט מען זיכער קיינמאל נישט מבטל געוועהן און היינטיגע צייטן זענען דא זייער ווייניג אידן, פרומע און פרייע צוגלייך, וואס וועלן דאס צולאזן. אפילו אויב די ארטאדאקסן וועלן זיין די רוב וועלן אבער די קדושת ציון אידן אלץ זיין א פיצינקע קליקע נישט צופיל גרעסער ווי זיי זענען היינט און זיי וועלן קיינמאל נישט האבן מאכט צו קענען עפעס אויספירן.

אייניקעל » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:10 am

· #540118
Re:
מי אני
עס דארף צו ווערן גענומען אין אכט, אז דער רמב"ם דא איז מער איבער דאס'ן זיין קעגן בלייבן (בשב ואל תעשה) אין א מקום וואו עס איז דא א גזירת שמד וכדומה על קיום המצוות ווייל מ'פארלאזט זיך אויף ביאת המשיח, ווי איידער זיין פאר'ן משתדל זיין לעלות לא"י (בקום ועשה) להחזיר המצוות התלויות בה.

אייגענס? אדער גענומען פון די מפרשים? אזוינס צופארדרייען קלארע ווערטער פונעם רמב"ם, הפלא ופלא

עובדיה » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:01 am

· #540123
Re: Re:
דאס וואס @מי אני שרייבט איז דאך פשוט פשט, אדרבה ווי זעהסטו אנדערש?

סקעפטיקער » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 11:50 am

· #540149
Re: אגודת קדושת ציון
עמרם #
יעצט טאקע איז נישט מעגליך, די שאלה איז, ווי מ'זעהט אז די חרדים און די אנדערע וואס האלטן תורה ומצוות (אויף די ארטאדאקסישע מהלך) מערן זיך פי כמה ווי די פרייע וכו', אז ס'קען זיין אז איין טאג וועט א גרויסע מערהייט אין מד''י זיין שומרי תורה ומצוות,
אזוי אויך זענען שוין דא היינט אין אלע אפטיילונגען פרומע אידן, אנגעהויבן אין די ממשלה, און אין די מיליטער, אין די שפיטעלער, און אזוי ווייטער,
דהיינו אפילו זאלן די פרייע אפפוצן קענען די פרומע פירן א שטיקל לאנד, ממילא קען זיין אז מיט די יארן וועט נאך עפעס ווערן פון דעם.

איך זאג נאר בדרך אפשר...

(אפילו דא אין נ''י ווי די פרומע אידן זענען אסאך קלענער קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, האט מען שוין געשריבן אין ק''ש אז איין טאג גייען זיי אלעס איבערנעמען).
ווי גרעסער די חרד'ישע עולם ווערט אלס ברייטער ווערן די גרעניצן

להודיע » פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 6:52 am

· #541554
Re: אגודת קדושת ציון
שטארקע אויסגאבע
קלאהרע דיבורים בעניין מצב המלחמה בארץ ישראל
📎 גליון קדושת ציון 74 מלחמה - מר חשוון כסלו תשפ''ד (1).pdf

להודיע » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:23 am

· #545074
Re: אגודת קדושת ציון
סעודת הילולא לגה"ק בעל אם הבנים שמחה דורך אגודת קדושת ציון

בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
📎 יארצייט הגהק בעל משנה שכיר.jpg

להודיע » דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:40 am

· #545077
Re: אגודת קדושת ציון

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:05 am

· #546438
Re: אגודת קדושת ציון
האט איינער פון די סאטמארע רבי'ס, וכדומה, שוין אמאל מוחה געווען אדער געהאקט אויף קדושת ציון?

ברוך שפינוזה » מאנטאג מערץ 4, 2024 9:01 pm

· #552912
Re: אגודת קדושת ציון
להודיע #
סעודת הילולא לגה"ק בעל אם הבנים שמחה דורך אגודת קדושת ציון

בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
זעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos

ים רויבער » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:36 pm

· #553066
Re: אגודת קדושת ציון
ברוך שפינוזה #
להודיע #
סעודת הילולא לגה"ק בעל אם הבנים שמחה דורך אגודת קדושת ציון

בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
זעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos
דאס איז שוין א חידוש פאר מיך. ר' משה בראנדסדארפער דיין אין תולדות אברהם יצחק זאל רעדן דארט.

סבא דבהתא » דינסטאג מערץ 5, 2024 12:47 pm

· #553068
Re: אגודת קדושת ציון
כ’פארשטיי נישט זייער ציל... זיי ווילן אויפשטעלן אין 2024 א לאנד וואס:

גייט האקן קעפ פאר געי חברה...
גייט אראפשטופן פון דעכער פאר איינער וואס האט געטראגן שבת..

וועלעכע מדינה גייט זיי שטיצן? זיי גייען אויסקוקן פונקט ווי אייסיס אדער נאך ערגער...

עמרם » דינסטאג מערץ 5, 2024 5:09 pm

· #553130
Re: אגודת קדושת ציון
סבא דבהתא #
כ’פארשטיי נישט זייער ציל... זיי ווילן אויפשטעלן אין 2024 א לאנד וואס:

גייט האקן קעפ פאר געי חברה...
גייט אראפשטופן פון דעכער פאר איינער וואס האט געטראגן שבת..

וועלעכע מדינה גייט זיי שטיצן? זיי גייען אויסקוקן פונקט ווי אייסיס אדער נאך ערגער...
נישט דעס איז זייער ציל
פונטל

להודיע » מיטוואך מערץ 6, 2024 7:09 am

· #553251
Re: אגודת קדושת ציון
סבא דבהתא #
זיי גייען אויסקוקן פונקט ווי אייסיס אדער נאך ערגער...
ניין, אזוי ווי סאודי אראביע

מיסטעריע » מיטוואך מערץ 6, 2024 11:25 pm

· #553470
Re: אגודת קדושת ציון
ברוך שפינוזה #
להודיע #
סעודת הילולא לגה"ק בעל אם הבנים שמחה דורך אגודת קדושת ציון

בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
זעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos
קודם כל, להוי ידוע רבי משה בראנסדארפער איז א אייניקל, צווייטענס, אפילו ער וואלט נישט געווען א אייניקל, וואלט ער אןיך פיין אריינגעפאסט דארטן, ער איז היבש קיהל, מיט ליבעראלע אנשויאינגן

להודיע » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:19 pm

· #553705
Re: אגודת קדושת ציון
נייע גליון קדושת ציון חודש אדר

א הבהרה וועגן דע נושא פון הר הבית - אין דבר העורך, עמ' 6-7
📎 גליון עו - אדר תשפ''ד.pdf

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:47 pm

· #553716
Re: אגודת קדושת ציון
מיסטעריע #
קודם כל, להוי ידוע רבי משה בראנסדארפער איז א אייניקל, צווייטענס, אפילו ער וואלט נישט געווען א אייניקל, וואלט ער אןיך פיין אריינגעפאסט דארטן, ער איז היבש קיהל, מיט ליבעראלע אנשויאינגן
דו מיינסט לכאורה צו זאגן "חכמולוגישע" אנשויאונגען ווייל ליבעראל איז דאס לעצטע טיטל וואס איך וואלט אויף זיי ארויפגעלייגט.

מיסטעריע » פרייטאג מערץ 8, 2024 1:53 am

· #553810
Re: אגודת קדושת ציון
ברוך שפינוזה #
מיסטעריע #
קודם כל, להוי ידוע רבי משה בראנסדארפער איז א אייניקל, צווייטענס, אפילו ער וואלט נישט געווען א אייניקל, וואלט ער אןיך פיין אריינגעפאסט דארטן, ער איז היבש קיהל, מיט ליבעראלע אנשויאינגן
דו מיינסט לכאורה צו זאגן "חכמולוגישע" אנשויאונגען ווייל ליבעראל איז דאס לעצטע טיטל וואס איך וואלט אויף זיי ארויפגעלייגט.
גערעכט, איך האב געמיינט צו זאגן, אז ער איז נישט פארמאכט אין די מאה שערים באקס