דו ברענגסט דיך א ראיה צו אט דעם גאנצן געדאנק: ביי מיר, א מאטעריאלער בשר ודם, איז דא א חילוק צווישן "מצוי", וואס דאס ווייסטו יא, און "מהות", וואס דאס ווייסטו נישט. די discourse אין דעם מאכט פּערפעקט סענס. משא"כ ביים מושג פון "ג-ט" איז דאס, להרמב"ם, איינס און דאס זעלבע! זיי זענען נישט אפגעטיילט כלל! וממילא, קענסטו נישט אפטיילן און רעדן איבער זיין זיין "מצוי", וואס דאס טענה'סטו אז דו פארשטייסט (און קענסט דערויף רעדן אין א פּאזיטיווע סענס), בו בעת ווען דו זאגסט אז איבער זיין "מהות" קענסטו נישט רעדן און נישט פארשטיין (און קענסט נישט דערויף רעדן אין א פּאזיטיווע סענס). זיי זענען תרין הן, בעסער געזאגט חד הן, דלא מתפרשין מהדדי (ובאנו צום טיפערן פילאזאפישן געדאנק בענין יחוד ה' ועיקר ב' של הרמב"ם).
אויב דו ווילסט דאס יא נוצן פאר "עט ליעסט א משל", ביסטו דאך מדמה "ג-ט" צו א מגושם (בו"ד). דאס איז א הגשמה עט סאָם לעוועל. און דאס טויג נישט, און איז יא א גירעון, פון א טעאלאגישן שטאנדפונקט. להרמב"ם, ועיקר הג' שלו, איז זיכער אזוי. ס'איז כעין "נוצן א משל" אויף יכולת/גבורה כלפי ג-ט אז ער איז אזוי ווי א גאר גאר גאר שטארקע מענטש וגיבור. איך האף אז דו זעהסט די פראבלעם דערמיט להרמב"ם (על אף מדרשי ואגדות חז"ל וואס טוהן יא אזוי, דר. דוד קרעמער שרייבט טאקע אז חז"ל זענען אפטמאל נאך מער מגשים ג-ט ווי תנ"ך, און אז א סיבה וואס האט זיי געטריבן דערצו, איז געווען אלס להתחזק בהגלות, און אז מ'איז "נאנט" צו ג-ט וכדומה, וואס דאס איז מער ביי הגשמה און "פערזענליך". און דאס איז טאקע א סיבה אז דער רמב"ם האט דארט געשריבן בפירוש המשנה בהקדמתו לפרק חלק, איבער די דריי כתות בלומדי ומביני אגדות חז"ל ע"ש. און אפילו דער ראב"ד בהשגתו הידוע על הרמב"ם בענין הגדרת "מין" על המגשים את הא-ל בהל' תשובה פ"ג ה"ז, כתב שיש אגדות "המשבשות את הדעות" בענין זה ע"ש), ועיין במו"נ ח"א פנ"ט.
להבהיר, דאס וואס איך האב פריער געשריבן:

מי אניכוונתי היא אז עס מאכט נישט קיין סינטעטישע סענס. עס איז אבער נישט קיין אנאליטישע לאגישע סתירה (מיניה וביה), וואס דאן וואלט דאס דאך געווען נמנע.(ואגב, עיין בפירוש ר' יוסף אבן כספי על פנ"ח, וואו ער שרייבט אז מציאות בלא מהות מאכט טאקע בעצם נישט קיין סענס.)