די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
266 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16804
די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
א גוט יאר טייערע חברים וידידים.
איך וויל דא אויסשמועסן א נושא וואס איז ליידער פארשפרייט מער וויפיל מען מיינט, און איך וויל אויך הערן פון די עולם עצות, ראט, און גוטע מענטשן וועמען צו גיין.
איך ברענגט ארויף די נושא ווייל עס איז אקטועל, וואס דארף איך זיך ממש אויספאקן די וועש און שרייבן אויב ס'איז ביי מיר אדער ביי א גאר נאנטע חבר, דער עיקר איז אז איך האלט יעצט מיט אזא מעשה און איך וויל וויסן וואס צו טון.
די מעשה איז אזוי:
ס'איז געווען א פיינע בחור, מען האט אים שטייצעך חתונה געמאכט ביי די 18 מיט א מיידל וואס די עלטערן האבן געהערט אויף איר גוטע אינפערמאציע כנהוג אצלינו. די זאך איז געפארן פיין, די בחור איז געזעצן אין כולל און פיין געלערנט.
למעשה איז דער בחור געווען א שטיקל מבקש, א טראכטער, און עס האט אים געבודזשעוועט אפאר קשיות.
1. אפשר פאלג איך סתם נאך א רעליגיע וואס איז אבי ארויסגעזויגן פון פינגער? מילא אויב איך וואלט געווען מאדערן ארטאדאקס ווי אידישקייט שטערט קוים די לעבן, ס'איז נאר בעיקר א פלאס פון געזעלשאפט און קאמיוניטי, דאן וואלט איך נישט אזוי געזיכט צו זען אויב יש דברים בגו. אבער היות חרדיזם איז דאך געבויט אויף צו שטערן און איינצוימן די געשמאקייטן פון לעבן אויף טריט און שריט מיטן חשבון אז עולם הזה דומה לפרוזדור און די עיקר איז יענע וועלט ווי מען וועט באקומען א באנטש שכר... נו אויב אזוי לוינט זיך דאס אויסצופארשטן צו זען אויב ס'איז טאקע אמת. וואס איז אויב נאך מען שטארבט איז.... פינישט! פינקט ווי א מוריטשקע! פינקט ווי פארן געבוירן וואס מען געדענקט נישט וואס איז געווען! געענדיגט פאר אייביג! אויב אזוי מוטשע איך זיך סתם אזוי אפ מיינע 80 יאר פאר אומזינסט אין די צייט וואס איך קען אינדזשויען צו די מעקס!
2. אויב וואלט איך געבוירן געווארן אין אפגאניסטאן, וואלט איך זיכער געווען א מוסלאמענער וואס גלייבט אין אללא, וואלט איך געבוירן אין טעקסעס וואלט איך געווען א שמייליגע קריסט, וואלט איך געבוירן אין אינדיע וואלט איך וויירשיינליך געווען א הינדאו, א.א.וו. נו אז איך בין געבוירן אין ניו יארק צו אידישע עלטערן מוז דאס מיינען אז דאס איז די ריכטיגע ריליגיע? מען דארף דאך זיין משוגע דאס נישט אויסצופארשטן.
הקיצור, אזוי האבן אים קשיות גענוגט אין קאפ, ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט גיין אויף א דזשורני. ער האט זיך געקויפט א סמארטפאון אן קיין פילטער און סיך גענומען ליינען קאווע שטיבל, ביקורת המקרא, עוועלוציע, ועוד ועוד. ער האט זיך איינגעהאנדלט ביכער פון אלע סארטן און זיך גענומען ליינען. ער האט געקוקט אויף יוטוב אלע מינע טשענעלס דעבאטעס און לעקציעס פאר שעות לאנג.
ווען ער האט אנגעפאנגען, האט ער געוויסט אז ער טוט אביסל אן עוולה, די רבנים שרייען דאך אז א סמארטפאון אן א פילטער איז אסור, מען טאר נישט ליינען קיין אפיקורסישע ביכער וכדומה. אבער דאך האט אים די קשיות גענוגט און ער האט געוואלט תשובות. ער איז נישט געווען אזוי באזארט אז עס וועט אים אוועקפירן צו ווייטע פלעצער ווייל ווי נישט ווי זאגט מען דאך אין חדר אז אונז האבן אלע תירוצים און אונז האבן די אמת, סאו ער איז נישט געווען באזאגט. ער האט נאר געוואלט זען מיט די אייגענע אויגן און מיט די אייגענע פארשטאנד אז אידישקייט איז טאקע די 100 פראצענטיגע אויסשליסליכע אמת, און אזוי וועט ער קענען זיין ריאוג אז זיין לעבנס מהלך איז טאקע ריכטיג.
טו מעיק א לאנג סטארי שארט, נאכן גריבלען פאר א לאנגע צייט אפשניט פון 2 יאר איז ער געקומען צו גאר אנדערע מסקנות פון וואס ער איז אויפגעוואקסן. עד כדי כך אז ער האט אויפגעהערט גלייבן אין גאט און אין אידישיקייט. ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.
גאר צעביסלעך האט ער געבראכן די נייעס פאר זיין ווייב, אבער זי איז נישט געווען גרייט צו הערן דערפון בשום אין אופן! ווילסט מיר זאגן אז אלע צדיקים האבן געזאגט ליגנט? זיי זענען סתם געווען איינגערעדט? איך ליין הונדרעטע השגחה פרטית מעשיות ווילסט מיר זאגן אז אלעס איז שקר? עס זענען געווען אסאך צדיקים פאר דיר וואס האבן שוין פארענטפערט די אלע קשיות וואס דו האסט!
הקיצור וויפיל ער האט פראבירט טיר צו מסביר זיין, האט ער געזען אז ער טאפט א וואנט, זי איז נישט גרייט צו הערן פון גארנישט און זיך נישט טוישן קיין כי הוא זה.
אינצווישן איז דער אינגערמאן געווארן שוואכער אין אידישקייט, פינדרויסן קען מען נאך היינט גארנישט דערקענען, ער קומט נאך שבת אין שול. און עסט קיגל ביים קידוש. אבער ווי ער קען נאר שניידן קארנערס טוט ער דאס. תפילין לייגט ער שוין נישט פאר א לאנגע צייט, שחרית דאוונט ער קיינמאל נישט. ער וועט מחלל שבת זיין ווען קיינער זעט נישט אן קיין פראבלעם. קיין אידיש ספר האט ער שוין לאנג נישט געעפנט.
בקיצור, ער איז בעצם נישט רעליגיעז, נאר ער פירט זיך אזוי פינדרויסן ווען מענטשן קוקן. ער טוט דאס פאר אפאר סיבות.
1. ער האט שוין 2 קינדער וואס ער האט זייער ליב, ער וויל זיך נישט גט'ן און זיי פאר'הרג'עננן דאס לעבן, ער וויל זיי נאך קענען זען און זיין אין זייער לעבן.
2. ער האט נישט די גאטס אפצופארן. זיינע עלטערן זיינען גאר פיינע מענטשן און ער האט געהאט זייער א געשמאקע איינגענעמע יוגנט, ער פילט ווי ער קען עס פשוט נישט טון פאר זיי.
3. ואל כילנה, ער זיכט עס נישט. אידישקייט היינט קען זיין זייער פאן און געשמאק, ער טוט זיך פארטיס, ספא'ס, תיקון'ס, נסיעות. מען קען עכט פיין אינדזשויען לעבן אלס חרדי היינטיגע צייטן. סך הכול איז דא אפאר תנאים און שוועריקייטן... נו זייער מעגליך אז עס לוינט זיך.
הכלל, וועגן די אלע סיבות זיכט ער בכלל נישט צו גיין אינערגעץ, ער קומט דאווענען אמאל אין שול צו סאושעלייזן, ער גייט אמאל צום רבינס חתונה אדער שמחות בית השואבה, למה לא? סאיז אסאך פאן!
דא עקה אז זיין ווייב שפירט עס מער און מער. זי דערשנאפט אז זיין אידישקייט האלט ביי 0. ער קען בלייבן אינדערהייט און נישט גיין דאווענען מעריב בלויז ווייל סאיז אביסל רעגנדיג, זי האט אים שוין מער ווי איינמאל געכאפט ביי חילול שבת. זי האט שוין אסאך טרערן פארגאסן וועגן דעם, אבער זי ווייסט נישט וואס צו טון.
מצד אחד קען זי נישט אזוי ווייטער אנגיין, זי קען בדום אופן נישט רעספעקטירן איר מאן. זי האט אויך מורא פארן עתיד, וויאזוי גייט איר מאן ערציען אירע קינדער? גייט ער זיי זאגן אז אלעס איז שקר? די מאן טענה'ט אז נישט, ער גייט זיך צושטעלן, אבער למעשה וועלט דאך די קינדער זען אז ער האלט ביי גארנישט. און די מעסעדזש ווען אזוי צו אזוי ארובערגיין. און אפילו ער נעמט זיך כסדר אינטער נאך יעדע אויסברוך וואס זי האט, אז ער גייט שוין זיין פרומער און ערליכער, ווייסט זי אבער אז למעשה גלייבט ער אין גארנישט און טוט עס נאר איר צעפרידנצושטעלן... נא ווי לאנג קען עס דען אויסהאלטן?
למעשה האט זיך נאך נישט דערציילט די מעשה פאר קיינער אין די וועלט, איר טאטע מאמע וויסן פון גארנישט. זי זיכט זיך נישט צו גט'ן זי וויל האבן עפעס א מהלך וואס זאל ארבעטן. זייער לעבן חוץ פון די אידישקייט פראבלעם איז נישקשה, און זי קען באשטיין צו מאכן די זאך ארבעטן. זי איז אבער זייער צעמישט און ווייסט נישט וואס צו טון.
איר מאן האט גע'עצה'ט צו גיין צו א שלום בית מאכער, אבער זיי האבן מורא אז זיי גייען אנטרעפן איינער וואס גייט זיי סתם זיך הייסן גט'ן און פארטיג.
ווער קען דא ארויסהעלפן א אידישע פארפאלק?
אפשר זאלן זיי זיך טאקע גט'ן אפילו ביידע ווילן עכט נישט? אפשר איז יא דא א מהלך? איינער מיט עצות? אפשר א נומער פון א פארשטענדליכע שלום בית מאכער?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זייער שיין געשריבן !
און ס'איז זייער א גוטע שאלה !
נאר וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס נעמט ער אידישקייט אזוי שווער ?
ס'איז אזוי שווער צי היטן שבת ?
איך היט שוין שבת איך ווייס וויפיל יאר און קיינמאל נישט געהאט א נסיון מחלל צי זיין,
און אויב איז עס יא אזוי שווער, פארוואס קען ער באשטיין אז זיינע קינדער זאלן יא דארפן היטן ?
אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.
אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.
ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.
איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...

זייער שטארק געפרעגט און קלאר אראפגעלייגט!
פון די קעפל האב איך געמיינט אז ס'גייט מער זיין א פראבלעם וואס גאר אסאך האבן אין דעם, אבער למעשה איז דאס אסאך מער עקסטרעם,
אסאך קאפעלס האבן א שטארקע דיפרענס ווי די מאן איז שוואכער באיזה אופן ןדרגה שהוא, און עס קומט פון אסאך סיבות,
און די ווייב איז פרומער און מער פארמאכט, און זיי סטרוגלען,
די יונגערמאן ווייל ער פילט איינגעצוימט, נישט זיך, ער קען נישט לעבן, דאס איז אויב פראבירט ער זיך צוצושטעלן,
און אויב נישט פילט ער אראפגעקוקט און נישט עקסעפטעט זי בלאזט רעגט זיך ועוד הרבה
די ווייב האלט עס נישט אויס ווייל זי פילט אז ער שאקעלט מיט די (לופטיגע) יסודות וואס מ'האט איר אויסגעלערנט, אדער אירע תחינות ועוד
און דער פראבלעם קען זיין גאר ווייטאגליך און שניידעדיג פאר ביידע פון זיי
(אבער זיכער אז אסר'ן די אלע שיעורים וועט שטארק העלפן דער פראבלעם 😉 )
אבער דאס זעהט אויס ווי אסאך מער א קאמפלעצירטע פראגע, און מער עקסטרעמע אויסשטעל פון דער מצוי'דיגע זאך
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..

זיי זאלן בלייבן צוזאמען
עס וועט דורך גיין ער וועט צום סוף עלטער ווערן און צוריק זיין היימיש און ערליך
פונקט ווי אסאך עלטערע וואס זענען היינט וואילע יודן
מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן
א שאד צו טון עפעס ווילד געבויעט אויף געדאנקן פון א יונגערמאן

צומישט און צוחישט #

פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.
אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.
ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.
איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...
די פראבלעם איז אז די ווייב האלט נישט/פילט נישט אזוי

אין די עמי איז א שטיק צייט געווען ארטיקלען וועגן די נושא.

ווייטאגלעך.
לדעתי איז נישט דא וואס צו טוהן, א פרידליכע צושיידונג איז די סעלושען. יהדות ווס. נישט יהדות איז צוטיילט אויף יעדע ספעקטרום פון לעבן, עס קען נישט ארבעטן צוזאמען.
חוץ אויב דער אינגערמאן איז נישט 100% זיכער מיט זיין החלטה..., זאל ער עס אפשר יא גיבן צייט.

א גרויסן שכח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען מיט הערות און עצות. לאמיר זיך נעמען צו די תגובות וואס פארלאנגען אן ענטפער.
עמרם #
זייער שיין געשריבן !
און ס'איז זייער א גוטע שאלה !
נאר וואס איך פארשטיי נישט, פארוואס נעמט ער אידישקייט אזוי שווער ?
ס'איז אזוי שווער צי היטן שבת ?
איך היט שוין שבת איך ווייס וויפיל יאר און קיינמאל נישט געהאט א נסיון מחלל צי זיין,
און אויב איז עס יא אזוי שווער, פארוואס קען ער באשטיין אז זיינע קינדער זאלן יא דארפן היטן ?
דער אמת איז אז ס'נישט אזוי שווער, נאר פאר איינער וואס גלייבט נישט איז ממש נישטא קיין סיבה דאס צו טון ווען נישט אז איינער זעט. סאו אטאמאטיש ווען קיינער זעט נישט איז מען זיך מורה היתר און נישט אלעמאל געלונגט עס. נאך יעדע מאל מען האט אים געכאפט האט ער זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז ער וועט עס מער נישט טון, אבער נאך א שטיק צייט געשעט עס נאכאמאל. די עיקר פראבלעם איז אז זי ווייסט אז ער טוט אלעס נאר פאר איר, און דאס אליין קען זי נישט אויסהאלטן.
און בפרט אז עס קומט צו שווערערע זאכן, ער האלט נישט ביים ספענדן א שעה יעדן טאג צו אנטון שווארצע געפארבטע קוען פעל און שאקלען זיין מויל מיט ווערטער. סתם אזוי ווייסט טאקע נישט זיין ווייב אז ער דאוונט נישט, אבער זי איז זיכער חושש, זי שפירט אז עפעס איז אףף. בזמן הנידה איז ער נישט מקפיד איר נישט אנצורירן, או זי ווערט זייער נערוועז, וכ' וכ'.
איי די קינדער? גוטע שאלה, וואס זאל ער טון? ער קען זיי זיכער נישט נעמען מיט זיך און אפפארן, אויב עפעס בלייבן זיי מיט איר. און בכלל זיכט ער דאס נישט דווקא. ווען זיין ווייב איז ווען יא מיט אים אויף איין בלאט וואלט ער זייער צופרידן געווען. האפנטליך וועט ער פאר זיינע קינדער קענען טרעפן פאסיגע שידוכים, וואס וועלן זיין גאר לויז און וויסן וויאזוי אויסצוניצן די עולם הזה צו די מעקס.
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.
אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.
ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.
איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...
צו זיי האבן זיך "זייער ליב", איז שווער צו זאגן, אבער זיי האבן זיך ליב נישט עפעס ערגער ווי רוב היימישע קאפלס. ס'איז טאקע אבי אן ארענדזשד מערידזש, אבער עס וואלט פיין געפארן ווען נישט די אידישקייט פראבלעם.
די שאלה איז אויך נישט צו הלכה'דיג דארפן זיי זיך גט'ן. די שאלה איז מער א פראקטישע, די פרוי פילט ווי זי לעבט א לעבן וואס איז איר גאר שווער. איר מאן איז זייער ווייט פון ווי זי האלט און עס איז איר זייער שווער צו פירן א פרייליכע לעבן אזוי.
kolal1 #
זיי זאלן בלייבן צוזאמען
עס וועט דורך גיין ער וועט צום סוף עלטער ווערן און צוריק זיין היימיש און ערליך
פונקט ווי אסאך עלטערע וואס זענען היינט וואילע יודן
מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן
א שאד צו טון עפעס ווילד געבויעט אויף געדאנקן פון א יונגערמאן
עס איז גרינג צו זאגן, אבער למעשה פילט די פרוי ווי זי לעבט אין א גיהנם. זי האט נישט וועמען צו פרעגן און זי האט נישט מיט וועמען צו רעדן. עס גייט שוין אן אזוי פאר כמעט צוויי יאר, ביז ווען דארף זי ווארטן? וואס זאל זי טון ביזדערווייל?
סתם אזוי א טאג איז זי ביזי און ווערט באשעפטיגט מיט די טאג טעגליכע לעבן, אבער ווען עס ווערט אביסל שטיל, עס קומט א שבת, אדער יו"ט ווערט זי ממש דעפרעסט, די מציאות פראסקעט איר און פנים. זי האט געהאפט פאר אן ערליכע מאן א בן תורה און דא לעבט זיך מיט א אטעאיסט.
זאגסט אז אין נאו טיים ווערט ער פרום, אבער עס מוז בכלל נישט זיין. ס'איז יש ויש, און בעיקר רעדט מען דא פון איינער וואס האט ער דורכגעטון פאר יארן, ער האלט וואס ער האלט, ער קען דאס נישט אויסמעקן פון קאפ. עס קען טאקע יא זיין אז איין טאג וועט עפעס געשען און ער וועט יא ווערן איבערצייגט אויף פארקערט, ווער ווייסט? אבער... אפשר נישט. און וואס דארף זי טון ביזדערווייל?
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..
פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
סקעפטיקער האט שוין גוט געזאגט. נישט יעדער איז בכלל גרייט צו הערן עפעס אנדערש ווי דאס וואס מען האט אריינגעבאקן פון קינדווייז אן. עס איז דא הונדרעטע רעליגיעס אויפן וועלט, נאר איינס איז דאך די אמת'ע (אויב בכלל... נו פוי פוי) און דאך זעט מען אז רוב ריבם וואס וואקסן אויף אין די אלע רעליגיעס בלייבן דארטן, אל אף וואס ס'איז פאלש.
רוב מענטשן אינטערסירט לאו דווקא די אמת, די עיקר אז זי זענען מער ווייניגער באקוועם אין זייער קאמיוניטי און גלויבן און זיי האבן מורא צו הערן עפעס אנדערש.
ער האט שוין פראבירט איר אריינצואווארפן מיט געוויסע שאלות און קשיות, אבער זי ווערט נאר צומישט, און עס ענדיגט זיך זייער נישט גוט, געווענליך מיט ביטערע געוויינערייען ביז אין די נאכט אריין. זי איז נישט גענוג באהאוונט צו ארויסהאבן א שטיקל ביקורת המקרא, אדער צו ארויסהאבן א טיפע פיליזאפישע שמועס און פארשטיין פארוואס די תירוץ וואס א אפאליגעטער האט געגעבן איז באמת שטארק דוחק און די פשטות איז פארקערט.
ווען זי דערהערט שוין יא א גוטע שטארקע קשיא ווערט זי שטארק פארלוירן, עס ברענגט איר צו סתירות אין קאפ, צו די אלע מעשיות וואס מען פארציילט און מופתים וואס מען הערט. זי איז נישט גרייט אנצונעמען אז אלעס איז בלאף, ס'איז פשוט טו מאטש. נישט אלעמאל גייען מענטשן בלוזי מיט שכל, גאר אסאך מאל לאזט די געפיל פשוט נישט אננעמען אז דיך מיט דיין טאטע מאמע, און זיידעס און באבעס און אלע חברים און ידידים וואס מען קען לעבן אלע אין א טעות. עס איז אמאל צו שווער אנצונעמען אפילו מען לייגט פאר שטארקע טענות דאס איבערציווייזן.
צועקים וזועקים #
ווייטאגלעך.
לדעתי איז נישט דא וואס צו טוהן, א פרידליכע צושיידונג איז די סעלושען. יהדות ווס. נישט יהדות איז צוטיילט אויף יעדע ספעקטרום פון לעבן, עס קען נישט ארבעטן צוזאמען.
חוץ אויב דער אינגערמאן איז נישט 100% זיכער מיט זיין החלטה..., זאל ער עס אפשר יא גיבן צייט.
100% איז ער נישט. ער האלט בלויז אז לויט אלעס וואס ער האט געזען און געליינט, לייגט זיך גאר שווער אויפן שכל אז אידישיקיט איז טאקע אמת. אויב זאל ער מארגן ארויסגיין אין גאס און גאט וועט זיך באווייזן צו אים און רעדן צו אים פון א סנה, איז גאנץ מעגליך אז ער וועט יא גלייבן. אפילו אויב ער זאל עקספיריענסן א אפענע מופת פון א רבין וואס וועט אים איבערצייגן אז די מעשיות זענען אמת, אדער זיין באבע זאל אראפקומען בהקיץ אין חלום דריי נעכט אין א צו אום אים ווארענען און געבן סימנים אז ער פארט נישט גוט, און עס וועט זיין גענוג גוט אים צו איבערצייגן אז ס'נישט סתם גע'דמיונ'ט, איז זייער מעגליך אז ער ווערט מארגן גאר א פרומע גלויביגע איד.
דערווייל לויט וויפיל ער האט געזען און געליינט, און געהערט די אלע מעשיות ווערן דערציילט אויך ביי אנדערע רעליגיעס, איז ער איבערצייגט אז אדער איז דאס סתם דמיונות, אדער אבי אויסגעטראכטע מעשיות. אבער ניין, ס'נישט מעגליך אויפציווייזן אז "ס'נישטא קיין גאט", זייער מעגליך אז ער וועט איין טאג יא פרום ווערן, אבער עס זעט נישט אויס אז דאס זאל געשען אין די נאנטע צוקומפט. ווי לאנג דארף זי ווארטן?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
גוטער #
אין די עמי איז א שטיק צייט געווען ארטיקלען וועגן די נושא.
אפשר ברענגטו אהער צוטאטן אדער בילדער פון וואס עס איז געשטאנען דארטן?
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.
אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.
ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.
איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...
שרייב ארויס מיט מער פרטים וואס די מיינסט, ביטע ...
(אגב, ווער איז די ת''ח ודיין חשוב ?)
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
גאר א שווערע דילעמא יאפ . איך מיין די בעסטע זאך איז צו ג'יין צו א טערעפיסט וואס טוט אין דעם און זיך לערנען צו עקסעפטען אז מען איז אזוי און פראבירן צו טון וואס מען קען אפילו אין דעם מצב און בלייבן פארהייראט אבער פראבירן נישא אינטערציצינדן דאס ווייב מיט קשיות, מען קען עס רוהיג פעיקען ... אז מען וויל אבער נאר אז מען איז רוהיג דערמיט
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
[ציטאט אראפגענומען]
ס'איז זיכער דא אזעלכע זאכן, בפרט אז די רשע איז נישט קיין געלערנטער אפיקורס נאר סתם א בעל תאווה וואס גלייבט נאך אין אידישקייט, און די ערליכע ווייב קען האבן אן השפעה און אויפוועקן זיין גלויבן און אים מחזיר בתשובה זיין.
אבער כגלייב אז די ספר חסידים פארציילט א מעשה שהיה. דאכצעך אז ער געבט נישט קיין הבטחה אז אזוי וועט אלעמאל זיין.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)

און אפשר זאלסטו זיין א קריסט על הצד הרחוק? אדער אפשר גאר א מוסלעמענער? ע"ע Pascal's Wager

אפשר טאקע..
כ'פרעג אבער דעם אינגערמאן צו אין א פאל וואס די תאוות שטארבן אים אפ און ער וויל נישט אינדזויען לייף נאר ער וויל אנגרייטן עפעס צידה לדרך, וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געבליבן נישט גלויביג, אדער אנגענומען קריסטנום על צד ספק, דאן רעד איך נישט אריין, אבער אויב וואלט ער דענסמאל פראקטיצירט אידישקייט על ספק, זאל ער עס יעצט אויך טוהן, אם לא למענו למען אשתו ובניו.

אפילו אויב וואלט ער עס דעמאלטס געטוהן (וואס איז נישט זיכער אבער מעגליך) איז עס נאר ווי דו זאגסט אז ער האט שוין נישט קיין שום אנדערע הנאות און לעבן, ואם לא יועיל לא יזיק. אבער אין אן אקטיווען טאג טעגליכען לעבן טוט אידישקייט שטארק איינצוימען די הנאת החיים, בפרט פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין די אמת דערפון. וואס איז דעמאלטס די פארגלייך?
אבער אזויפיל יא, אויב איז אים בלייבן מיט זיין ווייב און קינדער א פריאריטעיט אפשר לוינט זיך צו האלטן אידישקייט בלויז פארדעם. עס איז אבער אין פאקט אביסל שווער ווייל זאכן וואס קיינער גייט באמת נישט וויסן איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און אטאמאטיש גיסט זיך עס איבער

ווען כ'האב געזאגט אז ער איז נישט 100% זיכער, האב איך דערמיט געמיינט ארויסצוברענגען אז ביי די טעאלאגישע זאכן איז כמעט נישט שייך צו זיין 100% זיכער אויף איין זייט. (חוץ פון די וואס האבן נאך "גארנישט" דורכגעטון, זיי קענען שרייען מיט כוח אז נאר זיי זענען 100% זיכער מיט זייער צד) אבער איינער וואס טוט דורך די זאכן, אפילו ער קומט אן אז עס לייגט זיך גאר גאר שטארק אויפן שכל איין מהלך, דאך איז ער נישט זיכער 100% און אז עס וועט אריינקומען פרושע אינפערמאציע. אז גאט וועט זיך היינט באווייזן פינקט ווי ביי מתן תורה דאן וועט זיין דעסידזשן זיך גאר שנעל טוישן.
נישט פשט אז אויפן טויט בעט וועט זיך עפעס טוישן סתם אבי פון פחד. זיינע מסקנות האט ער שוין געמאכט לויט אלע עווידענס וואס איז דא לפנינו און וואס ער האט אנעלעזירט. סתם ליגן אויפן טויט בעט וועט נישט טוישן גארנישט, דאס הייסט נישט געברענגט קיין פרישע אינפערמאציע צום טיש.
די שאלה אז מען זאל חושש זיין לצד ספק אז אידישקייט איז אמת איז סתם אזוי א גוטע טענה, און דאס איז לאו דווקא ווען מען ליגט שוין אויפן טויט בעט. די שאלה איז לעגיטים ווען מען איז געזינט אויך, און סקעפטיקער האט שוין צוגעברענגט אז דאס ריפט זיך "Pascal's Wager" געשאפן דורך א קריסטליכע טעאלאג. קענסט דורכבליקן אין די וויקי בלאט דערויף צו זען פארוואס די טענה איז גאר א שוואכע.
און אויב אזוי, איז שוין פאשטענדליך אז סאיז גאר שווער פאר אים דאס צו ניצן פאר א סיבה צו היטן תורה און מצוות, עפעס וואס ער האלט נישט אז ס'איז ריכטיג און מאסגעבנד אפילו מצד ספק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)
און אפשר זאלסטו זיין א קריסט על הצד הרחוק? אדער אפשר גאר א מוסלעמענער? ע"ע Pascal's Wager
אפשר טאקע..
כ'פרעג אבער דעם אינגערמאן צו אין א פאל וואס די תאוות שטארבן אים אפ און ער וויל נישט אינדזויען לייף נאר ער וויל אנגרייטן עפעס צידה לדרך, וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געבליבן נישט גלויביג, אדער אנגענומען קריסטנום על צד ספק, דאן רעד איך נישט אריין, אבער אויב וואלט ער דענסמאל פראקטיצירט אידישקייט על ספק, זאל ער עס יעצט אויך טוהן, אם לא למענו למען אשתו ובניו.
אפילו אויב וואלט ער עס דעמאלטס געטוהן (וואס איז נישט זיכער אבער מעגליך) איז עס נאר ווי דו זאגסט אז ער האט שוין נישט קיין שום אנדערע הנאות און לעבן, ואם לא יועיל לא יזיק. אבער אין אן אקטיווען טאג טעגליכען לעבן טוט אידישקייט שטארק איינצוימען די הנאת החיים, בפרט פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין די אמת דערפון. וואס איז דעמאלטס די פארגלייך?
אבער אזויפיל יא, אויב איז אים בלייבן מיט זיין ווייב און קינדער א פריאריטעיט אפשר לוינט זיך צו האלטן אידישקייט בלויז פארדעם. עס איז אבער אין פאקט אביסל שווער ווייל זאכן וואס קיינער גייט באמת נישט וויסן איז זייער שווער עס נישט צו טוהן, און אטאמאטיש גיסט זיך עס איבער
פ"וו ווען אלע הנאות החיים ווערן בטל וועט ער דעיס טוהן?, זאל ער ליינען א בוך און אריינכאפן נאך אביסל חכמה צו וויסנשאפט וכו', אלא מאי ווייל עפעס א משהוא האט ער יא א צד ספק אויף דעם, נאר ווען ער איז געזונט און האט הנאות החיים איז ער נישט גרייט צו פארציכטן אויף זיינע הנאות צוליב אזא שוואכע ספק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צומישט און צוחישט #
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)
און אפשר זאלסטו זיין א קריסט על הצד הרחוק? אדער אפשר גאר א מוסלעמענער? ע"ע Pascal's Wager
אפשר טאקע..
כ'פרעג אבער דעם אינגערמאן צו אין א פאל וואס די תאוות שטארבן אים אפ און ער וויל נישט אינדזויען לייף נאר ער וויל אנגרייטן עפעס צידה לדרך, וואס וואלט ער געטוהן אויב ער וואלט געבליבן נישט גלויביג, אדער אנגענומען קריסטנום על צד ספק, דאן רעד איך נישט אריין, אבער אויב וואלט ער דענסמאל פראקטיצירט אידישקייט על ספק, זאל ער עס יעצט אויך טוהן, אם לא למענו למען אשתו ובניו.
דו כאפסט נישט אז ביי דעם יונגערמאן די גאנצע באגריף פון ' צידה לדרך ' מאכט נישט קיין סענס ביי אים און ער גלייבט נישט דערין
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
צומישט און צוחישט #
דו זאגסט אז ער איז נישט 100 פראצענט זיכער אז ער גלייבט נישט, איז מיין שאלה לאמיר זאגן אז ער ווערט דיאגנויזד מיט יענע מעשה ל"ע סטעידזש 5 און דאקטורים הייבן הענט, ס'קלאר אז זיינע טעג-וואכן זענען געציילטע, וואלט ער נישט חושש געווען צו א צד ספק ספיקא אז ס'יא דא א גא-ט און מ'דארף אים פאלגן וכו'
אויב אזוי אפשר זאל ער לעבן א פרום לעבן (וואס דו זאגסט דאך אליין אז ס'נישט געפערליך שווער) על הצד הרחוק (עפ"ל) אז ס'יא עפעס דא, פשוט צו ראטעווען זיין ווייב און קינדער'ס לעבן פון אונטערגיין?
(שטייצעך אויב ס'וועט אים אונטערקומען עפעס א געשמאקע נסיון וועט ער עס נישט אויפגעבן ווייל במשקל ראשון האלט ער אז ס'גארנישט דא, אבער אויף א דעילי בעיסעס קען ער דאך אנגיין)
ווען כ'האב געזאגט אז ער איז נישט 100% זיכער, האב איך דערמיט געמיינט ארויסצוברענגען אז ביי די טעאלאגישע זאכן איז כמעט נישט שייך צו זיין 100% זיכער אויף איין זייט. (חוץ פון די וואס האבן נאך "גארנישט" דורכגעטון, זיי קענען שרייען מיט כוח אז נאר זיי זענען 100% זיכער מיט זייער צד) אבער איינער וואס טוט דורך די זאכן, אפילו ער קומט אן אז עס לייגט זיך גאר גאר שטארק אויפן שכל איין מהלך, דאך איז ער נישט זיכער 100% און אז עס וועט אריינקומען פרושע אינפערמאציע. אז גאט וועט זיך היינט באווייזן פינקט ווי ביי מתן תורה דאן וועט זיין דעסידזשן זיך גאר שנעל טוישן.
נישט פשט אז אויפן טויט בעט וועט זיך עפעס טוישן סתם אבי פון פחד. זיינע מסקנות האט ער שוין געמאכט לויט אלע עווידענס וואס איז דא לפנינו און וואס ער האט אנעלעזירט. סתם ליגן אויפן טויט בעט וועט נישט טוישן גארנישט, דאס הייסט נישט געברענגט קיין פרישע אינפערמאציע צום טיש.
שוין, האביך באקומען די תשובה אז מ'רעדט פון אאינעם וואס איז גאר איבערצייגט אזש די טויט פאר די אויגן וועט אים נישט רירן פון פלאץ, פון אזא איינעם קען מען טאקע נישט פארלאנגען צו לעבן אידישליך על צד ספק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נאך יארן פון אבזערוואציעס, האב איך עס פארשטאנען אזויווי פאלגענד.
די סיבה פארוואס יא אדער נישט צו זיין אין די געים האט גארנישט צוטון מיט יא אדער נישט גאט, אדער מיט אמת ווס שקר. ס'האט אסאך מער מיט די זעבלבסט פראקטישקייט. און פאר רוב מענטשן איז געווענליך בעסער זייער פערזענלעכע לעבן אזוי, ווי איידער די אנדערע וועג ארום. (כפי שהבנתי), דאס אז איינער זאל דראַפּן ס'גאנצע רעליגיעזע לעבנסשטייגער בלויז פאר אפאר קשיות אויף א גאט איז א זייער א זעלטענע ערשיינונג. ווארים, איך קען גראדע פערזענליך פילע אידן וואס גלויבן (גאָר)נישט און דאך זענען זיי proudly זייער רעליגיעז מיט א צופרידנהייט!
פון די וואס איך האב געקענט און אבזערווירט וואס האבן מחמת איזה סיבה געמאכט א דראסטישע לעבנס טויש. האבן זיי עפ''ר באצאלט מיט שווערע קאנסקעווענצן, וואס איז געווען אומעגליך שפעטער צו תשובה טוהן. זיי זאגן אז גאט קען מוחל זיין און אקצעפטירן תשובה, אבער אויף די אלגעמיינע גאס קענסטו כמעט קיינמאל נישט צוריקדרייען דיין סטאטוס!. בלויז טיילמאל איז עס פאר געוויסע מאנכע דא דארט יא געלונגען אבער זייער זעלטן וואס ס'איז געלונגען פאר א לייפטיים.
דער חכם אויבן וואס האט געשריבן 'מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן' האט געשריבן עכטע דברים של אמת. און דאס דארף זיין ווייב אריינעמען אין זיך אויב זי האט שכל. פון אלע מענטשן וואס איך קען וואס האבן געהאט קשיות אזויווי דער אינגערמאן (ס'אויך דא באקאנטע אלעכע פיגורירט וואס מען ווייסט און פובליק) אבער האבן נישט גענומען קיין דראסטישע שריט, און מיט די צייט זענען זיי אדער קליגער געווארן אדער איינגעזען אז אפשר איז יא דא לעגיטימע סיבות פאר אידישקייט/חרדיש'קייט. דער זעלביקער חכם וואס איז דער מדובר דא האט דאך מיט דריי יאר צוריק געהאלטן פונקט ווי זיין פרוי. און אצינד האלט ער אנדערשט. אבער מארגן איז נאך א טאג.. און אויב מאכט ער א דראסטישע טויש על דעת היינט און נעכטן על דעת נעכטן און מארגן על דעת מארגן. וועט ער סתם צופראסקענען זיין גאנצע לעבן על לא דבר. ווייל בעיני ראיתי מאנכע וואס נעכטן זענען זיי געווען פארגלייבט און פרום, היינט קאלטע אפיקורסים, און צומארגענס גאר רעליגיעז צוליב סיבות שונות.
און איך האלט זיך ביי מיינס אז רוב מאל אין אזעלכע אומשטענדן דארף דער בעל דבר זיך מאכן א ברוטאלע אויפריכטיגע חשבון הנפש צו ס'איז טאקע גאָר די קשיות וואס באדערן איהם.
מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
כל טוב.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
געהערט אמאל א ריקארדענג פין הרב עזריאל טויבער ז״ל, ווי מען האט געברענגט צו אים א יונגערמאן וואס איז געוועהן אין דעם מצב, אז ער זאל אים אופוויזען דעם ווארהייט פין יודישקייט, אזוי א האלהע שעה אריין אין דעם שיחה האט זיך ר׳ עזריאל געכאפט און זאגט אים איך קען דיר גארנישט אופווייזען כל זמן ביסט נישט אינטרעסירט, האסט סך הכל א פראבלעם מיט דיין ווייב און קינדער, די יונגערמאן האט זיך ממש געבעטן ביי אים ער זאל אים העלפען…
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שפילער #
דו כאפסט נישט אז ביי דעם יונגערמאן די גאנצע באגריף פון ' צידה לדרך ' מאכט נישט קיין סענס ביי אים און ער גלייבט נישט דערין
איך כאפ זייער פיין, צידה לדרך מוז נישט מיינען די אידישע וועג, איך מיין ארויסצוברענגען אז ביי דעם מענטש שפילט שוין נישט קיין פיזישע הנאות קיין ראלע, א שטיקל סטעיק רעדט שוין נישט צו אים, ער עקלט זיך דערפון, ער האלט אינמיטן אויסגיין ווי א ליכט, אויב דעמאלטס כאפט זיך אים אריין א מחשבה אז די וועלט איז אפשר יא פאר א תכלית, און ער וועט וועלן אריינכאפן די תכלית וואס קוקט אים אויס צו זיין דאס מערסטע קראנט, זאל ער טוהן יעצט אויך.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
יודען האבען חתונה מיט גויטעס יודענעס מיט גוים אין זיי לעבען זיך זייער גיט , מוסלעמעניר האבען חתונה מיט צינוסטישע/יודישע פרויען אין מען לעבט א חיים טובים .
קריסטען האבען חתונה מיט מוסלעמענישע ענד דעי ליוו העפילי עווער עפטער.
רוב היימישע פרויען דינען גאר א אנדערע גאט וואס די מענער אין עס ארבייט פיין.
אין שוין
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די גרעסטע טעות לדעתי איז ווען מ'וויל אפענטפערן דער חכם מיט ראיות און תירוצים אז ס'איז יא אמת. אריינצוגיין אין די נושא דורך יענע טיר איז א פארזיכערטע פארלוסט.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קוקי מאנסטער #
דער חכם אויבן וואס האט געשריבן 'מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן' האט געשריבן עכטע דברים של אמת. און דאס דארף זיין ווייב אריינעמען אין זיך אויב זי האט שכל. פון אלע מענטשן וואס איך קען וואס האבן געהאט קשיות אזויווי דער אינגערמאן (ס'אויך דא באקאנטע אלעכע פיגורירט וואס מען ווייסט און פובליק) אבער האבן נישט גענומען קיין דראסטישע שריט, און מיט די צייט זענען זיי אדער קליגער געווארן אדער איינגעזען אז אפשר איז יא דא לעגיטימע סיבות פאר אידישקייט/חרדיש'קייט. דער זעלביקער חכם וואס איז דער מדובר דא האט דאך מיט דריי יאר צוריק געהאלטן פונקט ווי זיין פרוי. און אצינד האלט ער אנדערשט. אבער מארגן איז נאך א טאג.. און אויב מאכט ער א דראסטישע טויש על דעת היינט און נעכטן על דעת נעכטן און מארגן על דעת מארגן. וועט ער סתם צופראסקענען זיין גאנצע לעבן על לא דבר. ווייל בעיני ראיתי מאנכע וואס נעכטן זענען זיי געווען פארגלייבט און פרום, היינט קאלטע אפיקורסים, און צומארגענס גאר רעליגיעז צוליב סיבות שונות.
שטארקע ווערטער לענ"ד.
(ס'לכאו' א עקסטערע שמועס אז אייביג אין די ענינים מוז מען האבן עפעס בלינדע טראסט אין איינעם, ווייל ווער קען דען זאגן אז ער איז שוין אנגעקומען צום אפגרונד פון ים החכמה, דו זעהסט דאך אז דו ווייסט היינט זאכן וואס האסט נישט געוויסט נעכטן, קען דאך זיין אז די מארגן וועט דיר מחדש זיין נאך זאכן, סוי אייל דיך נישט צו מאכן מסקנות.
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ווי אין אייוועלט איז דעס געשטאנען ?
אין אייוועלט איז די זעלבע זאך, רוב ווערן פארשווינדען נאך אפאר יאר
Re:
סקעפטיקער #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
אידישקייט אדער רעליגיע קומט בכלל נישט אריין דא.
אויב זיי האבן זיך שטארק ליב, זענען זיי א פיינעם קאפל און מ׳קען [אויב ביידע זענען גרייט פארשטייטסעך] עס מאכן ארבייטן על אף די מעידזשאר דיפרענסעס.
ווער עס קען אונזער ג-ט, אלוקי ישראל, און וואס ער האט געשריבן און זיין תורה בנוגע שלום בית [מחיקת השם], ווייסט נאך אזוי פיהל אז ס׳נישט שייך צו ניצן אידישקייט אדער רעליגיע אלץ א ריזען צו עפעס וואסיז היפך שלום בית.
איך ווייס אז כ׳קום דא אריין שארף, מאדנע וכדו׳, אבער כבר שמעתי מת״ח ודיין חשוב שליט״א וואס נעמט אזא מהלך...
די פראבלעם איז אז די ווייב האלט נישט/פילט נישט אזוי
און דעיס איז א גרויסע פראבלעם. אבער לאו דוקא אין דעם פאל, נאר דא קומט עס ארויס מיטן גאנצן פרצוף...!
מיין פוינט איז אז זייער אסאך קאפלס לעבן צוזאמען ווייל מהיכי תיתי. אסאך ווייסן אפילו נישט וואס שלום/אהבת בית מיינט און דאס איז די נושא און פראבלעם אויף וואס מ'דארף פאוקעסירן אפילו אין דעם פאל אויך.
סוי עגעין, ס'נישט אידישקייט די אישו, ווייל אויב וואלט זי געמיינט אידישקייט וואלט זי געגאנגען פרעגן א רב/דיין וויאזוי זי דארף זיך פירן אלץ א ג-ט פארכטיגע טאכטער. אויב וואלט געווען אמת'ע ליבע דאן וואלטן זיי ביידע געווען גרייט צו מוותר צו זיין איינע פאר די אנדערע (פארשטייטסעך אז זי, נאר אויף וויפיל זי מעג ע"פ תורה - און ער וואלט עס עקסעפטעד פשוט ווייל דאס איז זיין פרוי'ס רצון) און וואלטן אויסגעארבייט א מהלך [פארשטייצעך אז ווי מער דיפרענסעס ס'דא, אלץ מער אהבה פעלט אויס צו האבן אז מ'זאל עס וועלן מאכן ארבייטן].
@עמרם, כ'האף אז כ'האב זיך בעסער מסביר געווען יעצט. און לגבי דעם דיין וועליך זאגן נאר אין אישי.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
עמרם #
ווי אין אייוועלט איז דעס געשטאנען ?
אין אייוועלט איז די זעלבע זאך, רוב ווערן פארשווינדען נאך אפאר יאר
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4729479#p4729479Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איבערצייגן די ווייב אפצופארן האט נישט קיין פשט, ווייל זי איז בכלל נישט אינטערעסירט אין חקירות (אפילו גאט וועט זיך באווייזן צי איר אין זאגן אז די גאנצע תורה איז סתם א דזשאוק עפ״ל (מען מעג זאגן עפ״ל אויף גאט?😂) וועט זי וועלן פארבלייבן אין די סיסטעם) זי איז געבוירען אין די קאמיוניטי און דאס האט זי ליב, די טעקניקעלס זענען איר נישט נוגע.
מצד שני דער מאן זאגט דאך אליינס אז ער ענדזשויעט אויך אינזער קאמיוניטי די שבת סעודות מיט די רבי׳שע חתונות, (עכ״פ מען האנדעלט נישט דא מיט א טראומע קעיס), די סיסטעם טריגערט עים נישט (עכ״פ נישט מער פון אונז אלע).
מילא דער בעסטע עצה איז אז דער מאן זאל זאגן דעם ווייב אז ער האט איינגעזען אין זיין טעות ער ווערט צוריק א full fledged מאמין (מען מעג דאך זאגן ליגנט פאר דרכי שלום, ובפרט אז זי איז נאר א מאמין ווייל אזוי קומט איר אויס גוט, די זעלבע טוט ער יעצט, די נפקא מינא איז נאר אז ער טוט עס אינטענטשעניל און זי נישט) און ער זאל טאקע ווערן איינס דהיינו זאכן וואס זענען אנגענומען ביים עולם דהיינו די הלכות זאל ער טאקע האלטן (הלכות זענען ב(דרך) כלל נישט שווער צי האלטן.
יעצט לגבי די צוגעלייגטע בולתא דשטיתא וואס דאס מאכט שווער די אידישע לעבן, דאס קען מען אויפקלערן די ווייב צוביסלעך, ווייל דא דארף מען נישט טוען קיין דראסטישע שריט און נישט טוישן קיין לייפסטייל.
איך קען אסאך וואס נעמען די אפראוטש און ס׳ארבעט זייער גוט פאר ביידע.
משא״כ די וואס האבן געוואלט מיטנעמען די ווייב אויף א אט״ד רייד איז די סוקסעס ראטע געוועהן אסאך קלענער.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קהל'ס נער #
איבערצייגן די ווייב אפצופארן האט נישט קיין פשט, ווייל זי איז בכלל נישט אינטערעסירט אין חקירות (אפילו גאט וועט זיך באווייזן צי איר אין זאגן אז די גאנצע תורה איז סתם א דזשאוק עפ״ל (מען מעג זאגן עפ״ל אויף גאט?😂) וועט זי וועלן פארבלייבן אין די סיסטעם) זי איז געבוירען אין די קאמיוניטי און דאס האט זי ליב, די טעקניקעלס זענען איר נישט נוגע.
מצד שני דער מאן זאגט דאך אליינס אז ער ענדזשויעט אויך אינזער קאמיוניטי די שבת סעודות מיט די רבי׳שע חתונות, (עכ״פ מען האנדעלט נישט דא מיט א טראומע קעיס), די סיסטעם טריגערט עים נישט (עכ״פ נישט מער פון אונז אלע).
מילא דער בעסטע עצה איז אז דער מאן זאל זאגן דעם ווייב אז ער האט איינגעזען אין זיין טעות ער ווערט צוריק א full fledged מאמין (מען מעג דאך זאגן ליגנט פאר דרכי שלום, ובפרט אז זי איז נאר א מאמין ווייל אזוי קומט איר אויס גוט, די זעלבע טוט ער יעצט, די נפקא מינא איז נאר אז ער טוט עס אינטענטשעניל און זי נישט) און ער זאל טאקע ווערן איינס דהיינו זאכן וואס זענען אנגענומען ביים עולם דהיינו די הלכות זאל ער טאקע האלטן (האלכות זענען ב(דרך) כלל נישט שווער צי האלטן.

פארוואס קען מען נישט נעמען אן ענליכע מהלך און נאכאלס זיין אמת'דיג מיט איר? זאגן אז איך גלייב נישט אבער איך האלט ווייטער אלעס אן עניוועי, און צוביסלעך איר אויפקלערן אויף געוויסע זאכן?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קוקי מאנסטער #
מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
צומישט און צוחישט #
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.
דאס שרייב איך מתוך ידיעה.

תירוץ: ווייל ס׳ארבעט נישט
פארוואס ארבעט עס נישט, מען קען דא לומד׳עווען פסיכאלאגיע, ביהעוויעריזם, קאממאן סענס וכו׳
אין קורצן, ווען א מאן איז נישט רעליגיעז בשעת פאר די ווייב איז רעליגיע א עקרון, ברענגט עס א אפגעטיילטקייט וואס אפילו זיי האבן זיך ליב ברענגט עס א טיילונג, במילא ווען ביידע זענען נישט אויף די זעלבע בלאט (פאנדעמענדעליסטיש גערעדט קענסטו נישט משכנע זיין א צווייטן)
(טראכט פון א בעלזער וואס וויל אויפווייזן א סאטמארער אז לויט׳ן דברי יואל מעיג מען גיין צי די לאקאלע בחירות אין ארץ ישראל, ער האט נישט קיין טשאנס, משא״כ א סאטמערע וואס וועט דאס טענה׳ן וועט דאס זיין אסאך מער מאסגעבנד)
נאך טיפער די נושא איז בכלל נישט איבער פירן וויכוחים מיטן כנגדו צי סימס איז א דרבנן צי נאר א ראשון, די נושא איז איבער וואקסן צוזאמען אין א געוויסע דיירעקשן, מילא ווען מען איז בכלל נישט מסכים צו די יסודות קאן מען נישט וואקסען צוזאמען און מען ווערט נאר מער אפגעפרעמדעט מיט די צייט, ולא די אז ער פארלירט השפעה אויף איר נאר מיט די צייט קען זי נאך זאגן מה לי ולצרה הזאת, אין הכי נמי זיין א גרושה איז זייער שווער, אבער האבן א מאן וואס איז נישט פארט פון סאסייעטי (מיט איר קליינע השגות) איז נאך שווערער, וכבר היו לעולמים.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
צומישט און צוחישט #
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.
דאס שרייב איך מתוך ידיעה.
אז דו זאגסט אז דו שרייבסט עס מתוך ידיעה קען איך דאך נישט אפפרעגן דיינע ידיעות.
ס'נאר אינטערעסאנט פון ווי דו ווייסט עס, כ'גלייב נישט אז דו קענסט די אלע ניקים מאמינים און אפיקורסים צוגלייך, און דו ווייסט זייערע סיבות פאר'ן אויפהערן שרייבן, אין די צייט וואס ס'לייגט זיך פשוט אויפ'ן שכל אז פון צווישן אזא גרויסע ציבור זאל זיין אזעלכע- בפרט פון די מאמינים- וואס זאלן צוקומען צו א מסקנה אז מ'טאר נישט ליינען ק"ש אדער עכ"פ ס'נישט גוט פאר זיי, און אויך ביי אפיקורסים איז דען נישט אמת וואס @קוקי שרייבט אז ס'דא מענטשן וואס זענען געווען אפיקוסים 10 יאר צוריק און זענען היינט צוטאגס פולקאמע מאמינים?!, עכ"פ די שכל זאגט זיכער אז ס'דא אזא מציאות, איז פ"וו קען נישט זיין אז א גרויס טייל געוועזענע ק"ש שרייבער-ליינער איז דאס געווען זייער גורל.

זייער שיינע אראפגעלייגט די פראגע, א דאנק.
ס'איז באמת נישט דא וואס צוצולייגן, דער עולם האט שיין געענטפערט. @קוקי @קהל'ס גוט געזאגט
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
א גוט יאר טייערע חברים וידידים.
ווער קען דא ארויסהעלפן א אידישע פארפאלק?
אפשר זאלן זיי זיך טאקע גט'ן אפילו ביידע ווילן עכט נישט? אפשר איז יא דא א מהלך? איינער מיט עצות? אפשר א נומער פון א פארשטענדליכע שלום בית מאכער?
כ'ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן באט ס'איז א פעינפול סטארי
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צו דעם פותח @Moshe itche
קודם יישר כח פארן פארלייגן דעם פראבלעם אויפן טיש, עס קוקט אויס ווי א פארלעגענהייט וואס פלאגט, נישט ווייניג מענטשן.
לעניות דעתי דארף דער סוביעקט אינעם פראבלעם וועלכע דער פותח האשכול לייגט פאר, מאכן א באוואוסטזיניגע באשלוס.
ער מוז ארייננעמען אין זיין באשלוס ווי שטארק ער האט ליב זיין ווייב, וועלכע עתיד ער וויל געבן פאר זיינע קינדער, מיט וועלכע חברים וויל ער זיך דרייען א,א.וו. און דאן אפמאכן וועלכע פרייז ער איז גרייט צו צאלן פאר זיינע ווירדן און צו ערפילן די שטרעבונג פון זיין לעבן.
צווישן די גרעסטע פראבלעמען אינעם חרד'ישע געזעלשאפט איז אז מיר ווערן נישט אויסגעלערנט ווי אזוי צו מאכן לעבנס-וויכטיגע באשלוסן. מיר האבן נישט קיין ווארט איבער כמעט גארנישט וואס עס פאסירט מיט אונז. מיט וועמען צו חתונה האבן, וואו צו וואוינען, מיט וועמען זיך צו באפריינדן, אויף וואס צו ספענדן, ווי אזוי צו גיין אנגעטוהן, ווי צ שוקן די קינדער... כמעט אלעס איז נכתב ונחתם נאך פערציג טעג איידער יצירת הוולד. ווען איינער אבער, וויל נעמען דאס לעבן זיינע אין די הענט אריין, איז פון די ערשטע זאכן, דארף ער פון פריש באשלוסן וואס זיינע ווירדן זענען, אין וואס ער גלייבט, וואס ער האלט טייער און ווי אזוי ער וויל אפלעבן זיינע יארן.
טאמער קומט ער צו א באשלוס אז 'אהבתי את אדוני את אשתי ואת בני לא אצא חופשי' קומט עס בדרך כלל מיט א פרייז אז ער וועט זיך, הפנים פון אינדרויסן, מוזן צושטעלן צו דער סיסטעם און פירן א מער-ווייניגע, היימישע שטוב.
דרך אגב, עס איז דא א פיל גרעסערע פראבלעם וועלכע לדעתי עפעקט נישט ווייניגער מענטשן, און דאס איז ווען דער ווייב איז דער וואס טרעפט זיך אין דער פראבלעם און דער מאן איז דער וואס שטייט אין דער זייט און פארגיסט די טרערן א.א.וו. דער פרוי טרעפט זיך אבער אין א פיל ערגערע סיטואציע ווי ווען דער בילד איז פארקערט. צום ערשט ווייל דער ווייב האט אינעם חרדישע געזעלשאפט פיל א קלענער כח און מיינוג אזוי אויך איז דער פראבלעם פילפאכיג ערגער למשל ווען זי וויל זיך נישט גיין רייניגן און דער פסק פון יעדער "קאנווענציאנאלע" פוסק וועט זיין, אן קיין פשרות - צוועלעוו שורות. אנדערש איז אבער ווען עס איז דער מאן, טאמער שפילט ער גוט דעם שפיל, וועט זיך עס נישט אויסקלאפן צו פיל.
מען קען אויך ארויפברענגען א פארקערטע פראבלעם, וואס טוה איך ווען מיין פּאהר "פארט אפ" און איך וויל בלייבן "סיסטעם געטריי", דארט איז דער פראבלעם נישט קלענער און די דילעמעס נישט שוואכער. דער איינציגסטע מעלה דארט איז אז הילף איז דארט צוטריטליך אסאך גרינגער. פשוט ווייל דער סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו האלטן דעם סיסטעם אין פלאץ.
אלנפאלס, דער שאלה צו אידישקייט איז יא אמת, נישט אמת, אויף ווי ווייט אמת וכו', מיין איך, איז נישט נוגע דא און עס איז איבערהויפט נישט דער דריי-אקעסן פון דער פראבלעם.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
קוקי מאנסטער #
מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
מה נאמר, איך אבזערוויר דאס שוין יארן לאנג. און איך האלט א געניטע אויג אויף גאר אסאך, דאס איז א סייקל, און עווענטועל קומט עס 'פול צירקול' ביי כמעט יעדן.
עס זענען דא צוויי מיני חוקרים, ס'דא אזעלכע וואס פארשטייען לכתחילה אז נישט קיין חילוק וואס זי אמת צייגט (אויב ס'איז בכלל דא אזא מציאות) מאכט עס נישט קיין גרויס נ''מ אינעם פראקטישע מציאות. אבער דאך האבן זיי א אונטערעסע אין חקירה, און זיי לייגן זיך אריין אן קיין בייעס און צומאל ווערן געוויסע עטוואס קעלטער אין איין וועג אדער א אנדער אבער אלעס אין לעבן בלייבט פראקטיש די זעלבע. די אנדערע סארט, זענען די וואס נעמען עס פיל מער ערנסט, און זוכן די פינטעלע אמת און זיי טוישן יא זייער לעבן לויט וואספארא פארשריט זיי מאכן אין זייערע חקירות. איבעריג צו זאגן אז די סארט מענטשן זענען (נעבעך) פיל מער צופראסקעט.
איך גיי מיך נישט שלאגן אויף דיינע 'פאקטן' וואס דו ווייסט (לכאורה פון א פערזענלעכע אישי מיט אזעלכע ווי רביה''ק, שפינאזא ודומיהן). להוי ידיעה אז איך האלט א אויג אויף דיר אויך און דו ביסט נאך מיד סייקל, ממילא מאכט מיר נישט קיין גרויסע נ''מ וואס דו האלטסט 'דערווייל'.
נ.בּ. אויב וועסטו איבערליינען מיין פריעריגע תגובה בכובד ראש און מדקדק זיין אין די לשון האב איך דארט נישט געשריבן אז מענטשן וואס גלייבן נישט הייבן שפעטער צוריק אן גלויבן. נאר אז ביי רוב מענטשן וואס האבן גרויסע קשיות און פארלירן די אמונה, אבער מאכן נישט קיין ריזיגע שנוים אינעם פערזענלעכע לעבן. עווענטועל ווערט די רעליגיע ביי זיי שטארק אקצעפטירנד מחמת סיבות שונות ושונות. און זיי זענען proudly רעליגיעז במלא מובן המילה. וועסט עס נאר פארשטיין ווען דו וועסט האלטן פול סייקל. סאַרי.
הצלחה. ואתכם הסליחה אויב איך האב צוגערירט צו די איגאו. איך האב פרובירט אויף די איידלסטע אופן שייך ווי ס'פאסט פאר א בלויע ניק.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צומישט און צוחישט #
שמן למאור #
צומישט און צוחישט #
בנוגע ניק'ס, אויף אייועלט האט איינער א שטיק צייט צוריק אנגעוויזן אז מ'זעהט אז רוב געוועזענע ק"ש ניקס זענען פארשווינדן, יענער האט געוואלט טענה'ן אז פשט איז אז די עולם ווערט צוריק פרום און מ'קערט זיך צוריק צום באקס, כ'בין נייגעריג צו ס'טאקע אזוי, אדער אפשר גאר איז די אלטע עולם שוין געגאנגען נאך ווייטער אין לעבן.)
די מאמינים מיט די אפיקורסים זענען אלע פארשווינדן צוגלייך. דאס איז א נארמאלע ערשיינונג אויף יעדע בלאג, רוב עולם ריקט זיך ווייטער און מען בלייבט נישט דארטן אויף אייביג. אפילו די מאמינים האבן על פי רוב נישט אויפגעהערט צו שרייבן בלויז וועגן זיי זענען פרומער געווארן און האלטן אז מען טאר מער נישט שרייבן אויף קאווע שטיבל, ס'כמעט נישטא אזא ערשיינונג. די אפיקורסים איז אפגערעדט אז רוב זענען נישט פרומער געווארן.
דאס שרייב איך מתוך ידיעה.
אז דו זאגסט אז דו שרייבסט עס מתוך ידיעה קען איך דאך נישט אפפרעגן דיינע ידיעות.
ס'נאר אינטערעסאנט פון ווי דו ווייסט עס, כ'גלייב נישט אז דו קענסט די אלע ניקים מאמינים און אפיקורסים צוגלייך, און דו ווייסט זייערע סיבות פאר'ן אויפהערן שרייבן, אין די צייט וואס ס'לייגט זיך פשוט אויפ'ן שכל אז פון צווישן אזא גרויסע ציבור זאל זיין אזעלכע- בפרט פון די מאמינים- וואס זאלן צוקומען צו א מסקנה אז מ'טאר נישט ליינען ק"ש אדער עכ"פ ס'נישט גוט פאר זיי, און אויך ביי אפיקורסים איז דען נישט אמת וואס @קוקי שרייבט אז ס'דא מענטשן וואס זענען געווען אפיקוסים 10 יאר צוריק און זענען היינט צוטאגס פולקאמע מאמינים?!, עכ"פ די שכל זאגט זיכער אז ס'דא אזא מציאות, איז פ"וו קען נישט זיין אז א גרויס טייל געוועזענע ק"ש שרייבער-ליינער איז דאס געווען זייער גורל.
לאמיר זיין קלאר. איך קען נישט "אלע" אמאליגע ניקים, אבער כ'קען אסאך, און פון אלע וואס איך קען, האט אפילו נישט איינער אויפגעהערט שרייבן צילוב די סיבות.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קוקי מאנסטער #
שמן למאור #
קוקי מאנסטער #
מען זעהט עס אויף געוויסע ניקס דא אויך וויאזוי מיט די יארן זענען זיי געקומען פול צירקול. איך וויל נישט ציטאטן קיינעם פערזענליך, אבער איר קענט אנפרעגן ביי אייער לאקאלע ידען ואפיקורת פון וועלכע ס'האנדלט זיך.
בכלל נישט ריכטיג. איך קען פערזענליך אסאך פון די אלטע ניקים, בדרך כלל די וואס האבן דאן געשריבן אלס מאמינים זענען נאכאלץ מאמינים, און די וואס האבן געשריבן אלס אפיקורסים זענען נאכאלץ אפיקורסים.
מה נאמר, איך אבזערוויר דאס שוין יארן לאנג. און איך האלט א געניטע אויג אויף גאר אסאך, דאס איז א סייקל, און עווענטועל קומט עס 'פול צירקול' ביי כמעט יעדן.
עס זענען דא צוויי מיני חוקרים, ס'דא אזעלכע וואס פארשטייען לכתחילה אז נישט קיין חילוק וואס זי אמת צייגט (אויב ס'איז בכלל דא אזא מציאות) מאכט עס נישט קיין גרויס נ''מ אינעם פראקטישע מציאות. אבער דאך האבן זיי א אונטערעסע אין חקירה, און זיי לייגן זיך אריין אן קיין בייעס און צומאל ווערן געוויסע עטוואס קעלטער אין איין וועג אדער א אנדער אבער אלעס אין לעבן בלייבט פראקטיש די זעלבע. די אנדערע סארט, זענען די וואס נעמען עס פיל מער ערנסט, און זוכן די פינטעלע אמת און זיי טוישן יא זייער לעבן לויט וואספארא פארשריט זיי מאכן אין זייערע חקירות. איבעריג צו זאגן אז די סארט מענטשן זענען (נעבעך) פיל מער צופראסקעט.
איך גיי מיך נישט שלאגן אויף דיינע 'פאקטן' וואס דו ווייסט (לכאורה פון א פערזענלעכע אישי מיט אזעלכע ווי רביה''ק, שפינאזא ודומיהן). להוי ידיעה אז איך האלט א אויג אויף דיר אויך און דו ביסט נאך מיד סייקל, ממילא מאכט מיר נישט קיין גרויסע נ''מ וואס דו האלטסט 'דערווייל'.
נ.בּ. אויב וועסטו איבערליינען מיין פריעריגע תגובה בכובד ראש און מדקדק זיין אין די לשון האב איך דארט נישט געשריבן אז מענטשן וואס גלייבן נישט הייבן שפיר אן גלויבן. נאר אז ביי רוב מענטשן וואס האבן גרויסע קשיות און פארלירן די אמונה, און מאכן נישט קיין ריזיגע שנוים אינעם פערזענלעכע לעבן. עווענטועל ווערט די רעליגיע ביי זיי שטארק אקצעפטירנד מחמת סיבות שונות ושונות. און זיי זענען proudly רעליגיעז במלא מובן המילה. וועסט עס נאר פארשטיין ווען דו וועסט האלטן פול סייקל. סאַרי.
הצלחה. ואתכם הסליחה אויב איך האב צוגערירט צו די איגאו. איך האב פרובירט אויף די איידלסטע אופן שייך ווי ס'פאסט פאר א בלויע ניק.
איך אבזערוויר אויך די זאך, און לויט ווי ס'זעט אויס האב איך מער אויף מיין ליסטע ווי דיינס.
לויט ווי איך זע איז עס בכלל נישט אמת צו זאגן אז רוב קומען פול סורקל, ס'איז יש ויש.
די וואס פארן אפ (כ'רעד אינגאנצן, אויך פינדרויסן) אן קיין שכל'דיגע חקירה'דיגע סיבות, די זענען געווענליך מער עלול צום סוף צוריקצוקומען. די וואס פארן אפ מחמת חקירה זיי קומען געווענליך נישט צוריק. (ס'ליגט מיר יעצט אויפן שפיץ צינג פיר אמאליכע ניקים, צוויי זענען געווען אפענע אפיקורסים אין זייער שרייבן, און צוויי מער איינגעהאלטן, אלע האלטן די זעלבע פלאץ ווי אמאל. און דאס איז נאר פון שטיבל, כ'קען נאך אסאך נישט פון שטיבל. זיי לעבן זיך זייער לעבן אינדרויסן פונעם סיסטעם און פארטיג.
בנוגע אנוסים איז אויך בערך די זעלבע, כ'קען טאקע נישט אזוי סאך, די חברה שטעלן זיך נישט ממש ארויס און ס'איז שווערע זיי צו טרעפן, אבער פון וואס איך האב געזען איז עס אויך יש ויש. כ'קען אפאר חברה וואס לעבן שוין יארן אזוי, א טייל מיט די ווייב אויך.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
איך פארשטיי נישט די גאנצע פרובירן צו "איבערצייגן" די ווייב, סתם פאר דיינע אייגענע אינטערעסן פרובירסטו אוועקצונעמען איר רעליגיע? אפילו אויב ביסטו אנגעקומען צו א מצב אז די ווילסט נישט האלטן אידישקייט און די האלטסט אז עס איז שקר וכו' קענסטו נאכאלץ מכבד זיינע אירע גלויבונגען, freedom of religion אי נאכאלץ עפעס... עס איז נישט דא קיין מער רעליגיעזע פעולה ווי פרובירן צו איבערצייגן יענעם קעגן א אנדערע רעליגיע...
אויב איז די ריכטיגע זאך צו בלייבן צוזאמען קען עס נאר גיין מיט mutual respect, און אויב דער מאן האט דאס נישט דאן וויאזוי ערווארט מען דאס פונעם פרוי?
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונקט אזוי
אסאך מאל ווילן יונגערלייט די ווייב זאל זיי עקסעפטן אפי' ער איז אסאך ווייניגער פרום, און עס באדערט איר שטארק
ער וויל פילן אז זי איז צופרידן און ריספעקט אים און ער וויל נישט פילן אז זי וויל אים טוישן,
מוז דאך זיין פארקערט אויך, אז ער זאל איר ריספעקטן אפי' אירע פרומע זאכן, און איר עקסעפטן וויאזוי זי איז
און אזוי אויך איר נישט מאכן פילן א גאנצע צייט ווי ער וויל איר מער אופענמיינדעד און נישט אזוי פרום
עקסעפטענס און ריספעקט פאר א מענטש'עס ספעיס און החלטות גייט ביידע וועגן
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו 'ווייסט' אז דו קענסט מער ווי מיר. און דו 'ווייסט' אז דו 'ווייסט' אז דו ביסט גערעכט.
Case closed.

אויב די ווייב איז מסכים, קען עס ארבייטן. עס איז דא וואס ספעציעליזירן זיך אין העלפן די פרוי צו קענען האבן א גוטע שלום בית אפילו די מאן איז נישט גלויביג. איך קען פערזענליך אזעלכע קאפעלס און עס ארבייט זייער פיין.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קוקי מאנסטער #
דו 'ווייסט' אז דו קענסט מער ווי מיר. און דו 'ווייסט' אז דו 'ווייסט' אז דו ביסט גערעכט.
האב איך געשריבן אז איך "ווייס" אדער אז עס זעט אויס??
שמן למאור #
איך אבזערוויר אויך די זאך, און לויט ווי ס'זעט אויס האב איך מער אויף מיין ליסטע ווי דיינס.
איך האב אויך נישט געשריבן אז "איך ווייס אז איך בין גערעכט" איך האב בלויז איבערגעגעבן מיינע אבזערוואציעס וואס זענען אין קעגנזאץ צו דיינע, "לויט ווי איך זע"...
שמן למאור #
לויט ווי איך זע איז עס בכלל נישט אמת צו זאגן אז רוב קומען פול סורקל, ס'איז יש ויש.
וואס איך זע קלאר איז אז דו זעסט נישט גוט, ניטאמאל א פאר שורות קענסטו גוט אפליינען, וויאזוי דארף איך יעצט צו גלייבן דיינע "אבזערוואציעס"?
קוקי מאנסטער #
Case closed.
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונדאַמענטאַל #
איך פארשטיי נישט די גאנצע פרובירן צו "איבערצייגן" די ווייב, סתם ווייל פאר דיינע אייגענע אינטערעסן פרובירסטו אוועקצונעמען איר רעליגיע? אפילו אויב ביסטו אנגעקומען צו א מצב אז די ווילסט נישט האלטן אידישקייט און די האלטסט אז עס איז שקר וכו' קענסטו נאכאלץ מכבד זיינע אירע גלויבונגען, freedom of religion אי נאכאלץ עפעס... עס איז נישט דא קיין מער רעליגיעזע פעולה ווי פרובירן צו איבערצייגן יענעם קעגן א אנדערע רעליגיע...
אויב איז די ריכטיגע זאך צו בלייבן צוזאמען קען עס נאר גיין מיט mutual respect, און אויב דער מאן האט דאס נישט דאן וויאזוי ערווארט מען דאס פונעם פרוי?
דו פארשטייסט עס נישט, אדער דו האלסט אז ס'נישט ריכטיג אזוי צו טון?
אז די פרוי האלט נישט דערביי האט עס טאקע נישט קיין זינען, נישט אז מען קען איינעם באצווינגען אנצונעמען אפעס וואס זיי ווילן נישט הערן, און נישט אז עס איז מענטשליך.
אבער פאר מנן הייבט אן צו רעדן, אהערשטעלן קשיות, ראיות ווייסטו דאך נישט אויב זי איז גרייט דאס אנצונעמען אדער נישט. ס'נמשט מער ווי נארמאל אז א מאן זאל זיך אויסשמועסן זיינע אייגענע ספיקות, קשיות אדער גאר מסקנות פאר זיין ווייב. ער זעט עניוועי זייער שנעל וויאזוי דאס פארט. אויב איז זי גרייט אויך צו גיין זיין וועג, דאן וואס איז שלעכט דערמיט פון זיין קוק ווינקל? ער האט עפעס איינגעזען, ער פרעזענטירט זיין ווייב דערמיט, און זי גייט אויך דערפאר, און מען מאכט א שיפט אין לעבן, וואס קען זיין בעסער?
אז ער זעט אז זי האלט נישט דערביי איז א צווייטע מעשה, אוודאי דארף ער רעספעקטירן איר מהלך און ווירדן.
(אגב, איך פארשטיי נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א רעליגיעזע זאך צו איבערצייגן איינער קעגן רעליגיע. ס'איז פינקט אזוי רעליגיעז ווי אומרעליגיעז. עס איז א רעליגיעזע זאך פאר א קריסט צו איבערצייגן א מוסלאמענער אז איסלאם איז פאלטש און נאר יאשקע איז די זאך. און עס איז אן אומרעליגיעזע זאך פאר א אטעאיסט צו איבערצייגן סיי א מוסלאם און סיי א קריסט אז ביידע פון די רעליגיעס איז שקר.)