☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » דער באשעפער איז אייביג גוט!

דער באשעפער איז אייביג גוט!

83 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15769
בלאט: 1 2

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 1:11 pm

· #515305
דער באשעפער איז אייביג גוט!
.
הערשל'ס עקסידענט[/b]


מעשה א'[/b]

הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און! וואונדער איבער וואונדער! ער איז ארויס אן קיין קראץ! ממש א נס גלוי! מען האט אים אפילו נישט געדארפט אריינטראגן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונגען, ער איז ארויס שלם בגופו! אהה! דער באשעפער היט אונז אויף טריט און שריט!

דעם נעקסטן דאנערשטאג קויפט הערשל אפ די מצוות ביי שחרית, ער איז עולה לתורה און בענטשט א הילכיגן ברכת הגומל! די גאנצע ביהמ"ד ענטפערט דעם מי שגמלך מיט א קנאק, מען שטעלט תיקון נאכן דאווענען און מען דאנקט דעם באשעפער פאר די נס וואס הערשל איז אריבער. הודו לה' כי טוב, כי לעולם חסדו!


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

---------
מעשה ב'[/b]

הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און עס שטעלט זיך ארויס אז ר' הערשל איז גאר שטארק צוקלאפט געווארן, עטליכע ביינער האבן זיך אים צעבראכן. בליץ שנעל האט מען אריינגעפירט הערשל אין שפיטאל ווי די דאקטוירים האבן שנעל אדורכגעפירט געוויסע אפעראציעס אויף הערשל. און! ב"ה, נאכן אפזיצן אפאר טעג און שפיטאל, האט שוין הערשל געקענט אהיימקומען. די שאדן איז -געלויבט דער פון אויבן- נישט פערמאנענט, עס איז ערווארטעט אז ער וועט זיך גענצליך אויסהיילן פון די וואונדן און נאך אביסל טעראפי וועט ער זיין צוריק כאחד האדם.

און ב"ה נאך אפאר חדשים האט הערשל געמאכט א גרויסע סעודת הודאה, און געדאנקט דעם באשעפער פאר אלע חסדים וואס ער האט געטון מיט אים. עס וואלט זיך געקענט ענדיגן אסאך אסאך ערגער. ער איז בלויז אפגעקומען מיט יסורים, אבער היינט קען ער בלויז צוריקוקן אויף יענע שווערע טעג, און דאנקען השי"ת אז ער האט זיך גענצליך געקענט אויסקורירן, און ווייטער פירן א געזונטע לעבן.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

----------
מעשה ג'[/b]

הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...און עס שטעלט זיך ארויס אז הערשל איז אין א גאר שווערע צושטאנד, די מצב זעט בכלל נישט אויס אזוי גוט. בליץ שנעל האט מען אריינגעפירט הערשל אין שפיטאל ווי די דאקטוירים האבן שנעל אדורכגעפירט אויף אים פראצעדורן און אפעראציעס. הערשל איז געלעגן אין א קאומא פאר אפאר חדשים, דער באס האט אים גאר שטארק צוקלאפט און ער וועט שוין ליידער דארפן גיין אין א ראדשטול פאר זיין גאנץ לעבן. דאס איז חוץ פון נאך אנדערע פערמענאנטע שאדן וואס ער וועט ליידער האבן פארן לעבן. אבער, ב"ה נאך בערך א יאר האט ער זיך אויפגעוועקט פון זיין קאומא, און צעביסלעך אנגעהויבן צו קומען צו זיך, און נאך א לענגערע צייט פון זיך אויסקורירן איז ער ענדליך באפרייט געווארן פון שפיטאל, און געקענט צוריק אהיימגיין און זען זיין ווייב און קינדערלעך. ער קען טאקע נישט צוריקגיין צו די ארבייט, און ער קען זיך נישט אליין באוועגן, אבער מען דארף קוקן אויף די גוטע זייט, ב"ה אז ער לעבט! דאס איז דאך דער עיקר! עס האט געפעלט א האר אז ער זאל זיך געפינען אויפן עולם האמת, און געלויבט דעם באשעפער אז ער איז נאר אפגעקומען מיטן ליידן.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

----------
מעשה ד'[/b]

הערשל איז אויפגעשטאנען אויף א גרינעם דינסטאג אזוי ווי אלע אנדערע רעגלמעסיגע טעג. ער טוט זיך אן זיינע קליידער און גרייט זיך צו גיין אין שול דאווענען. ס'איז א פלעינע פשוטע טאג, ער ערווארטעט בכלל נישט אז עפעס ספעציעל זאל היינט פאסירן. ער טוט זיך אן דעם הוט און רעקל און מאכט זיין וועג צום שול, אבער די באשעפער האט געהאט פאר אים אנדערע פלענער. ווי נאר ער האלט אינמיטן אריבערגיין דעם גאס, קומט צו פליען א ווילדע סקול באס דרייווער, און געבט א זעץ אריין גראד אין הערשל אריין! די באס האט זיך ספאנטאן אפגעשטעלט, און דער דרייווער האט נאך עספיעט מיטהאלטן ווי הערשל קוילערט זיך אויפן ערד.

בליץ שנעל זענען די העראאישע הצלה אינגעלייט אנגעקומען, און אונטערזוכט ר' הערשל.

...אבער זיי האבן ליידער נישט געקענט טון מער ווי באשטעטיגן אז אונזער בא'חנ'טער הערשל איז שוין ליידער נישט בין החיים. די לוויה איז געווען זייער שווער מיטצוהאלטן, די אינגע יתומים האבן באוויינט זייער אומפארגעסליכע טאטע, די גאנצע קהילה האט געלאזט א טרער נאך ר' הערשל'ן, אזא פיינע איד געווען. זיכער איז ער א קרבן ציבור און די טראגעדיע קומט מכפר צו זיין פאר אונז אלע. השם נתן והשם לקח, יהי שם השם מבורך. אונז פארשטייען נישט דעם באשעפערס דרכים. הערשל האט שוין זיכער געענדיגט זיין תפקיד אויף דער וועלט, ער האט שוין אויפגעטון וואס ער האט געדארפט אויפצוטון. ס'איז אים ממילא נאר געווען באשערט אזוי פיל יארן צו לעבן. זיכער איז אים יעצט אסאך בעסער אויבן נעבן גאט ברוך הוא אין גן עדן, ווי ער וועט קענען אויספועל'ן אלעס גוטס פאר גאנץ כלל ישראל בכלל און בפרט פאר די צובראכענע אלמנה און יתומים. הצור תמים פעלו כי כל דרכיו משפט קל אמונה ואין עול צדיק וישר הוא.


קאנקלוזשן: דער באשעפער איז א גוטער!!!

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 10, 2023 1:51 pm

· #515306
היינט האט מען אויפגעהערט גלייבען אין עונשים, ד.ה. ביסט גערעכט ווי דו לייגסט אראפ די מעשה'לעך, אייביג וועט מען זאגן ווי גוט דער רבש"ע איז, אפילו עס מאכט נישט קיין סענס. זעלטן איינער זאל זאגן, דער אויבערשטער איז גערעכט פאר געבן אפאר פעטש, חוץ, חוץ ביי אוקריינא, דעמאלס האבן פיל פארשטאנען אז פלוצלינג איז דער אויבערשטער דא זיי צו געבען פעיבעק.

Tachlis » דינסטאג יאנואר 10, 2023 1:53 pm

· #515307
וויאזוי איז בכלל שייך צו זאגן אויף א גאט די טיטל "גוט"??
שלעכט און גוט זענען מידות און א גאט קען נישט האבן קיין מידות

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 1:57 pm

· #515308
Tachlis
וויאזוי איז בכלל שייך צו זאגן אויף א גאט די טיטל "גוט"??
שלעכט און גוט זענען מידות און א גאט קען נישט האבן קיין מידות
דו קענסט אויפהערן צו שרייבן כפירה דא?! עס איז דא אן א שיעור פסוקים וואס זאגן ווי גוט די באשעפער איז.

טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו.

כי טוב ה' לעולם חסדו.

הודו לה' כי טוב.

ועוד הרבה.

נפה » דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:05 pm

· #515309
עס איז א מקרא מפורש מִפִּ֤י עֶלְיוֹן֙ לֹ֣א תֵצֵ֔א הָרָע֖וֹת וְהַטּֽוֹב
נאר משום מה שטעלט מען זיך אפ ביי די טפחא און נישט ביי סוף פסוק

Tachlis » דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:29 pm

· #515311
שמן למאור
Tachlis
וויאזוי איז בכלל שייך צו זאגן אויף א גאט די טיטל "גוט"??
שלעכט און גוט זענען מידות און א גאט קען נישט האבן קיין מידות
דו קענסט אויפהערן צו שרייבן כפירה דא?! עס איז דא אן א שיעור פסוקים וואס זאגן ווי גוט די באשעפער איז.

טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו.

כי טוב ה' לעולם חסדו.

הודו לה' כי טוב.

ועוד הרבה.
העי העי העי.... רילעקס, שריי נישט אזוי שנעל כופר (גראדע צו זאגן אז די באשעפער איז א גוטער איז כפירה.. אין לו שום משיגי הגוף... און א מידה איז א משיגי הגוף)

קודם כל, היות א גאט קען נישט האבן קיין מידות דעמאלטס איז דיין פראבלעם מיט די פסוקים און זע עס צו פארענטפערן, שריי נישט אויף מיר

צווייטנס, די פסוקים מיינען אז ער טוט גוט, נישט אז ער איז גוט

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 2:50 pm

· #515313
אקעי איך לויף שוין נעמען מיינע נערוון פילן... 😂
זארג נישט, איך האב עס נישט געמיינט ליטערעלי, איך האב עס געמיינט סארקאסטיש... כ'האף ביסט נישט געווארן באליידיגט...

צום נושא, דו שטעלסט א הנחה אז גאט קען נישט האבן קיין מידות, און צו זאגן אז דער באשעפער איז א גוטער אדער האט משיגי הגוף איז כפירה. איי די פסוקים? דארף מען פשוט זען וויאזוי עס צו פארענטפערן!

אזוי גאר! אפשר האט די באשעפער קלאר יא משיגי הגוף און ער איז קלאר יא א גוטער אזוי ווי די פסוקים זענען קלאר מעיד. איי די רמב"ם שרייבט אז ער האט נישט קיין משיגי הגוף? דעמאלטס איז דיין פראבלעם די רמב"ם און מען דארף פשוט זען וויאזוי אים צו פארענטפערן.

טייל פון די פסוקים וואס איך האב געברענגט, צייגן טאקע נאר אן אז דער באשעפער טוט גוטס. (וואס דאס איז שוין בעצם גענוג פאר אונזער עיקר נושא דא אינעם אשכול, פאר עס איז פארפארן צו די נושא אויב גאט אליין קען האבן געפילן. די ארגינעלע נושא דא איז כלפינו וויאזוי מיר זעען עס מיט אונזערע אויגן, וואס אויף דעם איז קלאר אז די פסוקים צייגן אז ער איז א גוטער. נאר אפילו אויף די נושא וואס די שמועס האט זיך אהין פארקירעוועט, איז אויך דא קלארע פסוקים)

וואס וועסטו אבער טון מיטן פסוק 'כי טוב השם' אדער 'הודו לה' כי טוב' וואס טייטש אז ער אליין איז א גוטער?

Tachlis » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:11 pm

· #515316
די סיבה פארוואס איך זאג אז א גאט קען נישט האבן קיין מידות איז נישט צוליבן רמב"ם נאר צוליב מיין שכל וואס טענה'עט אזוי

די פסוקים רופן אן די באשעפער 'טוב' על שם מעשיו, וואס זענען טוב.

אבער זיך צו האלטן צו וואס די טענה'עט אז סאם האו איז אלעס גוט, ביסטו גערעכט מיט דיין טענה און איך שטים צו!!!!!


נ.ב. איך בין גאנץ סענסעטיוו ווען מ'שרייט אויף מיר כופר, און אפי' ווען מ'מאכט א דזשאוק וועל איך געווענליך נישט כאפן אז עס איז א דזשאוק משום פחד הנושא.

מי אני » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:19 pm

· #515319
איך האב דאך אסאך עוסק געווען דערין דורכאויס מיינע ארטיקלען און אשכול. לדוגמא, דא האב איך געפרעגט און פרובירט צו פארשטיין אט דעם געדאנק וואס [tag]שמן למאור[/tag] וויל דא ארויסברענגען, און דא האב איך דאס מער אויסגעברייטערט עפ״י די פסוק טאקע באיכה (ג לח) מפי עליון לא תצא הרעות והטוב.

ועפ״י הרמב״ם איז די געדאנק טאקע, ווי ער ברענגט ארויס במו״נ ח״ג פ״י, דעם געדאנק מהמדרש (ב״ר נא ג) אין דבר רע יורד מלמעלה. והיינו, אז ״רע״ איז נישט קיין ישות און פשוט א העדר, לעומת ״טוב״ וואס איז יא א ישות ממש. ולכן איז ג-ט׳ס בריאת העולם מער ״דירעקט״ מקושר עם הטובות און זיין אַמניבּענעוואלענס (ואפילו טאמער זענען די ״טובות״ אויך בעצם פונקט אזוי ״אינדירעקט״ און פאסירן מחמת הטבע ווי די ״רעות״), ווי איידער די רעות וואס זענען רק העדר און אַן אינעוויטעבּל מוכרח׳דיגע בּייפּראדוקט פון א בריאה מחומר, וואס אָן דעם איז נמנע אף מהבורא כביכול, וכמבואר להלן שם במו״נ פי״ב ופט״ו. (איך האב טאקע צוגעברענגט פון דר. אלפרעד עברי אז די ראשונים זענען געווען גרייט צו ענדערש מגדיר זיין און צוימן יכולת הקב״ה ווי איידער טובו. ‏ועיין במו״נ שם בח״ג פט״ז.) וע״ע בזה כאן במה שהבאתי מהתניא במאמר ״להשכילך בינה״.

‏כמובן איז דא נאך אסאך ארומצורעדן דערין. אט אויף דעם איז דאך געשריבן געווארן שוין 16 לאנגע בלעטער, and counting, אינעם דערמאנטן אשכול…

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:32 pm

· #515321
Tachlis
די סיבה פארוואס איך זאג אז א גאט קען נישט האבן קיין מידות איז נישט צוליבן רמב"ם נאר צוליב מיין שכל וואס טענה'עט אזוי

די פסוקים רופן אן די באשעפער 'טוב' על שם מעשיו, וואס זענען טוב.

אבער זיך צו האלטן צו וואס די טענה'עט אז סאם האו איז אלעס גוט, ביסטו גערעכט מיט דיין טענה און איך שטים צו!!!!!


נ.ב. איך בין גאנץ סענסעטיוו ווען מ'שרייט אויף מיר כופר, און אפי' ווען מ'מאכט א דזשאוק וועל איך געווענליך נישט כאפן אז עס איז א דזשאוק משום פחד הנושא.
אנטשולדיגט פארן דיר רופן כופר, כהאב עס בכלל נישט געמיינט. סארי.

דו זאגסט אז דו האלסט אזוי מסברא, אקעי, דאן לאמיר לאזן די רמב"ם מיט די פסוקים אים א זייט. פארוואס זאגסטו אז עס איז מסתבר אז די באשעפער האט נישט קיין משיגי הגוף? מהיכא תיתי אז ער האט נישט קיין רצונות, געפילן, און מידות?

אז ער האט נישט קיין רצונות, דאן פארוואס האט ער געוואלט באשאפן א וועלט? פון וואו ווייס איך אז ער האט געוואלט באשאפן א וועלט?.. ווייל ער האט עס פאקטיש באשאפן...!
(קענסט די מעשה? א אינגל זאגט פאר זיין מלמד, רבי, מוישי האט מיך געוואלט שלאגן! פרעגט די מלמד, וויאזוי ווייסטו? ענטפערט די אינגל, ווייל ער האט מיר טאקע געשלאגן...)

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:39 pm

· #515322
[ציטאט אראפגענומען]
פשטות הפסוקים איז אז די באשעפער האט יא משיגי הגוף. די רמב"ם וואס זאגט אז ער האט נישט קיין משיגי הגוף איז א חידוש, און די ראב"ד קריגט זיך טאקע אויפן פלאץ.
וז"ל;
כמה גדולים וטובים ממנו הלכו בזו המחשבה לפי מה שראו במקראות, ויותר ממה שראו בדברי האגדות המשבשות את הדעות.

Tachlis » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:45 pm

· #515323
עס איז זייער א גוטע קשיא און איך האב נישט קיין תירוץ אויף עס, אבער א גאט קען נישט האבן קיין גבולים ווייל דאס מיינט אז איינער האט אים מגביל געווען און א גאט איז נישט שייך מגביל צו זיין
סא צוליב דעם וועל איך ענדערש בלייבן ביי די קשיא וואס רצון הפשוט מיינט (ס'איז מער א שאלה ווי א קשיא) ווי איידער זאגן אז גאט איז מוגבל וואס איז א סתירה מיניה וביה

מיליאנער » דינסטאג יאנואר 10, 2023 3:52 pm

· #515324
[ציטאט אראפגענומען]
'טוב ומטיב' באדייט אז ער איז גוט און אז ער טוט גוט.

האסט א אנדערע טייטש?

צקון לחש » דינסטאג יאנואר 10, 2023 4:07 pm

· #515326
מסופר על קבוצת אסירים שהתכנסו כל יום בסתר לתפילת מנחה, התפילה הסודית התקיימה בחיפזון ותוך סיכון אישי גדול מאוד , במהלך אמירת המזמור : "אשרי יושבי ביתך " דילגו המתפללים על הפסוק :" טוב ה' לכול ורחמיו על כל מעשיו".

( מתוך הספר אני מאמין)

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 10, 2023 4:10 pm

· #515327
וואס טוט דער רמב"ם אויף מיט זאגן אז דער אויבערשטער האט נישט קיין מהות, און דערביי דארפען מפרש זיין הונדרעטער פסוקים?

אפילו לויט דער רמב"ם זאגט מען עס נאר אויף אן אנדערע וועג, אבער דער זאך כלפי אונז בלייבט דער זעלבער.

אבער, דער מנהג איז נישט ווי דער רמב"ם. מען זאגט עס נאר ווען מען דארף עס פאר עפעס.

עס איז דא וואס טענה'ן אז לויט דער פסוקים איז דער מהות פין אויבערשטען גוט, און אמאהל טוט ער שלעכט. די אלע פשטלעך וואס מען דארף זאגן לויט דער רמב"ם האבן לכאורה מיט זיין אריסטו אפלטןן ליבע אויספלאץ.

מי אני » דינסטאג יאנואר 10, 2023 4:40 pm

· #515328
די געדאנק איז אז אויב דעפינירט מען ״ג-ט״ אלס ״פּערפעקט בּיִאיִנג/ענטיטי״ (וכדומה), דאן איז מען אויפ׳ן וועג פון דאס אלעס שולל זיין; רצוניות, עמאָשענס, ומושגי הגוף וכו׳ זענען אלע בעצם אימפּערפעקשאנס און לימיטעישאנס. איך פארשטיי אז אפילו די טערמינען ״בּיִאיִנג/ענטיטי״ דארף מען אויך שולל זיין מהאי טעמא; איך נוץ עס אלס א לשון מושאל לגמרי. אין אנדערע ווערטער, אז מ׳נעמט זיך אנאליזירן (i.e. פילאזאפירן) דעם מושג ״ג-ט״ קומט מען צו צו די סארט הגדרות (אדער בעסער געזאגט, ״אי-הגדרות״). ואיה״נ אז דער פּאראדיים וועט חל זיין אפילו אויף לגבי זאגן אז ״ג-ט איז גוט/א גוטער״ - לפי דער רמב״ם דארף מען צו זאגן אז ״ג-ט איז נישט נישט גוט/א גוטער״, און דאס איז נישט דאס זעלבע. וכן הוא לגבי אז ער ״טוהט״ וכו׳, און עני סארט עידזשענסי וכדומה.

עס איז מן הראוי לציין אז דער ראב״ד דארט בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ז) שרייבט אז עס איז טאקע אומריכטיג צו האלטן הגשמה איבער ג-ט, ״המשבשות את הדיעות״, נאר ער האלט אז עס איז אומריכטיג צו דעפינירן איינער אלס ״מין״ דערפאר.
Tachlis
איך בין גאנץ סענסעטיוו ווען מ'שרייט אויף מיר כופר און אפי' ווען מ'מאכט א דזשאוק וועל איך געווענליך נישט כאפן אז עס איז א דזשאוק משום פחד הנושא
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=5330

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 5:31 pm

· #515329
מי אני
עס איז מן הראוי לציין אז דער ראב״ד דארט בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ז) שרייבט אז עס איז טאקע אומריכטיג צו האלטן הגשמה איבער ג-ט, ״המשבשות את הדיעות״, נאר ער האלט אז עס איז אומריכטיג צו דעפינירן איינער אלס ״מין״ דערפאר.
גערעכט. כ'וואלט געדארפט זיין קלארער. ער ברענגט אבער יא אז אסאך ראשונים, גדולים וטובים פונעם רמב"ם האבן יא אזוי אנגענומען אויף למעשה.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 5:47 pm

· #515330
Tachlis
עס איז זייער א גוטע קשיא און איך האב נישט קיין תירוץ אויף עס, אבער א גאט קען נישט האבן קיין גבולים ווייל דאס מיינט אז איינער האט אים מגביל געווען און א גאט איז נישט שייך מגביל צו זיין
סא צוליב דעם וועל איך ענדערש בלייבן ביי די קשיא וואס רצון הפשוט מיינט (ס'איז מער א שאלה ווי א קשיא) ווי איידער זאגן אז גאט איז מוגבל וואס איז א סתירה מיניה וביה
פארוואס זאגסטו אז אויב האט גאט גבולים דאן מוז עס זיין אז איינער האט אים מגביל געווען? פארוואס קען ער נישט ווייטער זיין דער מעכטיגער שטארקער באשעפער וואס איז אייביג געווען וכ' וכ' נאר ער האט פשוט אפאר הגבלות! פארוואס קען מען דאס נישט זאגן? איך זע נישט די סתירה מיניה וביה צו זאגן אז ס'דא א גאט מיט געוויסע הגבלות.

בפרט אז מען רעדט דא נישט פון קיין הגבלות של ממש. ס'נישט פשט אז איך וויל אים דא מגביל זיין און זאגן אז ער קען פליען בלויז 100 מ.פ.ש. אבער נישט 101 מ.פ.ש. וואס דאס איז טאקע נישט מסתבר צו זאגן אויף א גאט. סך הכל וויל מען זאגן אז ער האט רצונות וכדומה, און דאס קען מען כאילו אנקוקן ווי א חסרון, ווייל אויב וויל ער עפעס דאן האט ער עס דאך נישט, קומט דאך אויס אז עס פעלט אים די זאך, איז ער דאך נישט בשלימות. (מען קען זיך דינגען אויב דאס הייסט בכלל אז עס פעלט פון שלימות, עס איז מער אזא טריק שאלה. ענדליך צו די שאלה אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, וואס די תירוץ דערויף איז אז ער קען טאקע נישט, אבער דאס פארמינערט נישט זיין יכולת, אדרבה.. עס ברענגט ארויס אז ער קען אלעס טון. די זעלבע דא, דאס אז ער וויל עפעס מאכט אים נישט בלתי מושלם, סך הכל וויל ער עפעס א נייע זאך, און ער האט טאקע די יכולת אנצופילן זיינע צרכים ורצונות. אבער ווי געשמועסט, נניח אז עס הייסט יא מוגבל, איז וואס? וואס איז אזוי אומדערהערט צו זאגן אז די באשעפער האט אט דער הגבלה?)
מי אני
די געדאנק איז אז אויב דעפינירט מען ״ג-ט״ אלס ״פּערפעקט בּיִאיִנג/ענטיטי״ (וכדומה), דאן איז מען אויפ׳ן וועג פון דאס אלעס שולל זיין; רצוניות, עמאָשענס, ומושגי הגוף וכו׳ זענען אלע בעצם אימפּערפעקשאנס און לימיטעישאנס.
די זעלבע קשיא פון אויבן איז אויך געוואנדן צו דיר. פארוואס מוז מען זאגן אז גאט איז א פערפעקט ביאינג? אקעי, אוודאי איז ער אסאך בעסער און העכער פון אונז, אבער אזויפול האט ער אפשר יא, רצוניות, עמאשענס, ומשיגי הגוף. למה לא?
מען שטעלט הנחות און דערנאך פרעגט מען קשיות.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 10, 2023 7:19 pm

· #515332
שמן למאור
Tachlis
וויאזוי איז בכלל שייך צו זאגן אויף א גאט די טיטל "גוט"??
שלעכט און גוט זענען מידות און א גאט קען נישט האבן קיין מידות
דו קענסט אויפהערן צו שרייבן כפירה דא?! עס איז דא אן א שיעור פסוקים וואס זאגן ווי גוט די באשעפער איז.

טוב ה' לכל ורחמיו על כל מעשיו.

כי טוב ה' לעולם חסדו.

הודו לה' כי טוב.

ועוד הרבה.
וואס איז מיט די אלע פסוקים ווי, א-ל נקמות ה', כי ה' אלקיך א-ל קנא ונוקם, אני ה' נאמן לשלם, ווער רעדט נאך פון די אלע פסוקים אין די תוכחה, און פארשידענע מאמרי חז"ל אז דער באשעפער קען זיין, אמם, שטרענג?

אה, יענץ איז אויך גוט. קומסט אפ דיינע עבירות.

היסטאריע » דינסטאג יאנואר 10, 2023 7:23 pm

· #515334
פארוואס מוז מען זאגן אז גאט איז א פערפעקט ביאינג? אקעי, אוודאי איז ער אסאך בעסער און העכער פון אונז, אבער אזויפול האט ער אפשר יא, רצוניות, עמאשענס, ומשיגי הגוף. למה לא?
מען שטעלט הנחות און דערנאך פרעגט מען קשיות.
דער רמב"ם האלט אז טאמער מען זאגט עפעס וואס ווייזט אויך הגבלות, איז ער נישט קיין גאט, א גאט איז מוגבל-לאז.

דער שאלה איז צו עס איז טאקע אזוי. איך זאג אז ראובן איז א כעסן, מיינט ער איז משועבד צו זיין כעס? עס מיינט אז לכתחילה האט ער א נטיה צו כעס. בפרט לויט דער אנגענומענער מהלך אז יעדער האט בחירה, אידאך בע"כ מוכרח אז ווען א מענטש איז א כעסן איז עס נישט קיין הגבלה.

ממילא הוא הדין להיפוך, מען קען זאגען אז דער אויבערשטער איז א רחמן, ַַאון עס מאכט נישט קיין שום הגבלות.

ועוד, מען קען זאגען אז ער מאכט זיך א נאטור פין רחמנות, מאן יימר אז ער איז מוגבל?

ועל כולם איז דא דער מהלך פין די מקובלים, אז דער פנימיות איז מושלל לגמרי, נאר דער אופן התגלות אין דער חיצוניות באקומט א לבוש פין רחמנות וכו'.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 7:29 pm

· #515336
היסטאריע
פארוואס מוז מען זאגן אז גאט איז א פערפעקט ביאינג? אקעי, אוודאי איז ער אסאך בעסער און העכער פון אונז, אבער אזויפול האט ער אפשר יא, רצוניות, עמאשענס, ומשיגי הגוף. למה לא?
מען שטעלט הנחות און דערנאך פרעגט מען קשיות.
דער רמב"ם האלט אז טאמער מען זאגט עפעס וואס ווייזט אויף הגבלות, איז ער נישט קיין גאט, א גאט איז מוגבל-לאז.
ער זאגט אזוי based on what?

מי אני » דינסטאג יאנואר 10, 2023 7:41 pm

· #515337
שמן למאור
מי אני
די געדאנק איז אז אויב דעפינירט מען ״ג-ט״ אלס ״פּערפעקט בּיִאיִנג/ענטיטי״ (וכדומה), דאן איז מען אויפ׳ן וועג פון דאס אלעס שולל זיין; רצוניות, עמאָשענס, ומושגי הגוף וכו׳ זענען אלע בעצם אימפּערפעקשאנס און לימיטעישאנס.
די זעלבע קשיא פון אויבן איז אויך געוואנדן צו דיר. פארוואס מוז מען זאגן אז גאט איז א פערפעקט ביאינג? אקעי, אוודאי איז ער אסאך בעסער און העכער פון אונז, אבער אזויפול האט ער אפשר יא, רצוניות, עמאשענס, ומשיגי הגוף. למה לא?
מען שטעלט הנחות און דערנאך פרעגט מען קשיות.
כנראה מדבריך ביסטו אויך מסכים צו די הנחה אז די מושג "ג-ט" מוז באדייטן (אין איר עסענס) אז עס איז נישטא קיינע אימפּערפעקשאנס דערין [פארשטייסט אז מ'מוז שולל זיין "אז ער קען נישט גיין שנעלער ווי 100 מפ"ש"]. די שאלה דיינער איז צי פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז נישט קענען טוהן עפעס קעגן די אייגענע עסענס באדייט נישט א ליאות וחיסרון, עס איז א קאטעגאָרי עראָר וואס קומט נישט אריין תחת גדר ה"יכולת" כלל אז עס זאל חל זיין די ווארט "יכולת" דא, איז אזוי דאס זעלבע בנוגע האבן "רצון"? דער רמב"ם זאגט טאקע דארט אין פט"ו, לגבי יכולת, אז אין אסאך זאכן זענען פילוסופים מחולק צי מ'קען זאגן דערביי אט די געדאנק ע"ש. לגבי "רצון", עכ"פ ווען עס איז univocal און נישט (לגמרי) equivocal ווי דאס ווערט גענוצט לגבי מענטשן, איז דאס אז ער איז אזוי ווי דעם מענטש הקרוץ מחומר באיזה אופן, די univocality הנ"ל, א ליאות בחיקו. און דאס איז קעגן דעם עצם געדאנק ומושג פון "ג-ט". (ואיה"נ, אפילו די געדאנק פון "יכולת" און "פּערפעקשאן" איז אויך לגמרי equivocal.) וכמובן איז "הגבלה", וואו עס איז נישט קיין קאטעגאָרי עראָר וואס "קומט נישט אריין", אַן אימפּערפעקשאן.

און ווי [tag]היסטאריע[/tag] האט פריער ארויסגעברענגט איז דאס טאקע שטארק נשפע פון אריסטו'ס (וחביריו) פילאזאפיע און וועלט-אויסקוק.

אבער, having said all that, איז איה"נ. ווי ארויסגעברענגט דא (בקיצור) איז די קאנסעפּשאן פון "ג-ט" דורכגעגאנגען עטליכע רעוויזיעס, פון מער קרוּד, וואו עס איז יתכן געווען אז די קאנצעפט האט יא אימפּערפעקשאנס (לדוגמא די געטער אין די עפּיקס פון הומירוס), צו מער פילאזאפיש סאפיסטיקירט; און דאס איז (לכאורה) געווען אפילו ביהדות.
שמן למאור
מי אני
עס איז מן הראוי לציין אז דער ראב״ד דארט בהל׳ תשובה (פ״ג ה״ז) שרייבט אז עס איז טאקע אומריכטיג צו האלטן הגשמה איבער ג-ט, ״המשבשות את הדיעות״, נאר ער האלט אז עס איז אומריכטיג צו דעפינירן איינער אלס ״מין״ דערפאר.
גערעכט. כ'וואלט געדארפט זיין קלארער. ער ברענגט אבער יא אז אסאך ראשונים, גדולים וטובים פונעם רמב"ם האבן יא אזוי אנגענומען אויף למעשה.
יא יא. לדוגמא ווי הרב דר. נתן סליפקין טענה'ט אז רש"י איז אויך געווען פון די בעלי הגשמה.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 10, 2023 9:41 pm

· #515345
מי אני
כנראה מדבריך ביסטו אויך מסכים צו די הנחה אז די מושג "ג-ט" מוז באדייטן (אין איר עסענס) אז עס איז נישטא קיינע אימפּערפעקשאנס דערין [פארשטייסט אז מ'מוז שולל זיין "אז ער קען נישט גיין שנעלער ווי 100 מפ"ש"]
איך בין נישט ממש מסכים מיט די הנחה אז די מושג פון גאט מוז זיין אן קיין הגבלות. פארוואס עפעס? איך האב בלויז געשריבן אז איך קען הערן פארוואס מען זאל זאגן אז ער קען פליען גאר שנעל און קען ממש אלעס טון, היות מיר זעען דאך אז ער האט באשאפן אזא גרויסע מעכטיגע יוניווערס, איז מסתמה איז ער גאר שטארק און מעכטיג. איך האב ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט א געהעריגע הגבלה וואס פארמינערט שטארקייט און לכאורה איז גאט די שטערקסטע וואס שייך, אבער נישט אז עס איז ביי מיר מושלל לגמרי. עס וועט מיר בכלל נישט שטערן אז איינער וועט זאגן אז די באשעפער קען נישט מאיזה סיבה גיין שנעלער ווי די שטראל פון לעכטיגקייט. איך זע פשוט נישט קיין סיבה דאס צו זאגן כהיום, אז ער האט באשאפן ליכטיגקייט און שנעלקייט דאן מסתמא איז ער בעל הבית איבער דעם, חוץ אז מען וועט זאגן א סברא אדער ראיה פארוואס מען זאל אזוי אננעמען. אבער איך זע נישט פארוואס מען מוז אננעמען די געדאנק בכלליות אז א גאט קען נישט זיין מוגבל בכל אופן שהוא, און דאס איז גאר די באדייט פון גאט. פארוואס עפעס? בפרט אז די געדאנק פון רצונות איז דאך יא מסתבר אז ער האט ווייל ער האט דאך געהאט א רצון צו באשאפן די וועלט, און אויב וויל מען זאגן אז דאס הייסט אן הגבלה האב איך נישט קיין פראבלעם דערמיט.

מי אני » דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:24 pm

· #515349
שמן למאור
מי אני
כנראה מדבריך ביסטו אויך מסכים צו די הנחה אז די מושג "ג-ט" מוז באדייטן (אין איר עסענס) אז עס איז נישטא קיינע אימפּערפעקשאנס דערין [פארשטייסט אז מ'מוז שולל זיין "אז ער קען נישט גיין שנעלער ווי 100 מפ"ש"]
איך בין נישט ממש מסכים מיט די הנחה אז די מושג פון גאט מוז זיין אן קיין הגבלות. פארוואס עפעס? איך האב בלויז געשריבן אז איך קען הערן פארוואס מען זאל זאגן אז ער קען פליען גאר שנעל און קען ממש אלעס טון, היות מיר זעען דאך אז ער האט באשאפן אזא גרויסע מעכטיגע יוניווערס, איז מסתמה איז ער גאר שטארק און מעכטיג. איך האב ארויסגעברענגט פארוואס דאס הייסט א געהעריגע הגבלה וואס פארמינערט שטארקייט און לכאורה איז גאט די שטערקסטע וואס שייך, אבער נישט אז עס איז ביי מיר מושלל לגמרי.
אבער זעהסט דאך טאקע אז ווען דו טוהסט דאס אנאליזירן טיפער קומסטו צו א מסקנה פון שטערקסטע וואס שייך - עס איז די "-סטע" סאָפיקס וואס קומט ארויס ווען מען געבט די מושג אונטער דעם כור המבחן. (וכמובן ווען מען וויל זיך ארויסדרייען פונעם "און ווער האט באשאפן און איז העכער ג-ט?" פראבלעם.) ודון מיניה ואוקי אשארא. די חלק פון "נישט זיין מושלל לגמרי" ומהו איז אויך דבר הניתן תחת כור ההבחנה והעיון, וכמו שהבאתי מהמו"נ בח"ג פט"ו. למשל:
שמן למאור
עס וועט מיר בכלל נישט שטערן אז איינער וועט זאגן אז די באשעפער קען נישט מאיזה סיבה גיין שנעלער ווי די שטראל פון לעכטיגקייט. איך זע פשוט נישט קיין סיבה דאס צו זאגן כהיום, אז ער האט באשאפן ליכטיגקייט און שנעלקייט דאן מסתמא איז ער בעל הבית איבער דעם, חוץ אז מען וועט זאגן א סברא אדער ראיה פארוואס מען זאל אזוי אננעמען. אבער איך זע נישט פארוואס מען מוז אננעמען די געדאנק בכלליות אז א גאט קען נישט זיין מוגבל בכל אופן שהוא, און דאס איז גאר די באדייט פון גאט. פארוואס עפעס?
דא האב איך טאקע צוגעברענגט (ובעוד מקומות בהאשכול) אז עס איז יתכן לומר, פון א פילאזאפישן עיון מבט, אז ג-ט קען נישט גיין קעגן די (אפילו סינטעטישע) נאטורליכע געזעצן. ולפי"ז וועט ער טאקע נישט קענען מאכן (די "מאכן" איז ווייטער בלשון מושאל) עפעס גיין שנעלער ווי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט. און דאס איז נישט קיין סתירה מיט זיין פּערפעקשאן - די "-סטע" סאָפיקס הנ"ל.
שמן למאור
בפרט אז די געדאנק פון רצונות איז דאך יא מסתבר אז ער האט ווייל ער האט דאך געהאט א רצון צו באשאפן די וועלט, און אויב וויל מען זאגן אז דאס הייסט אן הגבלה האב איך נישט קיין פראבלעם דערמיט.
איה"נ אז דאס איז א פראבלעם מיט וואס דער רמב"ם מוטשעט זיך מיט, ועיין במו"נ ח"ב פי"ח. זיין מהלך איז אז עס איז טאקע גענצליך equivocal און א שם נרדף, ועיין לעיל בח"א פנ"ו. ער שטעלט צאם אפאר מאל אז "רצונו שהוא עצמו" (עיין לדוגמא בח"ג פי"ג).

(אגב, דער רלב"ג האט טאקע נישט געוואלט גיין אזוי ווייט און עקסטרעם ווי דעם רמב"ם און געהאלטן אז עס די תוארים זענען נישט אלע בשיתוף גמור און זענען יא צומאל א געדאנק פון חילוק במדריגה, ועיין במלחמות ה' מאמר ג פ"ג. (ואגב דאגב, שרייבט דר. געווין היימאן אז דאס וואס טעאלאגן ווי אים און דאָנס סקאָטוס האבן געגעבן דעם דמיון באיזה אופן און דאס אראפגעברענגט "למטה מעשרה" און געמאכט מער קאנקריט ווי איידער ריין אבּסטראקט, האבן זיי דאדורך געגעבן דעם מבוא פאר דאס פילאזאפישע foothold און אחיזה פאר אטעאיזם צו הייבן איר קאפ און דאס פילאזאפיש אפפרעגן.))

ולסיכום, ווי דערמאנט פריער איז דאס בעצם געווען א נאוועל מער רעפיינד הכרה אין די מושג. און איך האב טאקע צוגעברענגט:
מי אני
וידוע וואס בּלעיס פּאַסקאַל האט געהאט אריינגענייט אין זיין רעקל אז די אלקי הפילוסופים גייט נישט אין איינקלאנג מיט אלקי אברהם יצחק יעקב. ועיין בריש ספר כוזרי.
און דר. נאָרבּערט סעמיוּעלסאן טוהט דאס דורך עפ"י לאגיק (ועיון) מכח דעם אז די תוארים פון זיין "אין היסטאריע" וזמן איז זיך סותר מיט אלקי הפילוסופים.
דר. וויליאם לעין קרעיג, זייענדיג א קריסט וואו ביי זיי איז די געדאנק פון ג-ט זיין "אין היסטאריע" נאך אסאך שטערקער עד כדי שהתגשם (וואס דער רמב"ם האט געהאלטן דארט אין פט"ו איז מן הנמנע אף מהקב"ה לעשותו), שרייבט טאקע אז פאר בריאת העולם איז ג-ט געווען למעלה מן הזמן אבער ביי בריאת העולם האט ער זיך אריינגעגעבן דערין און אין איר היסטאריע.

פרנס החודש » דינסטאג יאנואר 10, 2023 11:59 pm

· #515351
Re: דער באשעפער איז אייביג גוט!
די גאנצע שמועס איז סתם אזוי בארינג, אבער אויב איינער זאגט אז דער אייבישטער איז גוט ״ווייל״ די טאג איז אים געגאנגען גוט אדער ״ווייל״ ער האט געזען איינעם איבערלעבן א עקסידענט, דאן איז עס פשוט לאגיש אז דער אייבישטער איז שלעכט ווען דאס פארקערטע פאסירט.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 12:57 pm

· #515370
איה״נ. בסתם איז דאך ידיעת ההפכים אחת היא און אזוי ווי איך האב דא צוגעברענגט פון דר. בּאַרט ערמאן בנוגע דאנקען הקב״ה על הטובות. וואס דאס האב איך צוגעצייכענט אינעם געלינקטן תגובה מיט וואס איך האב אָנגעהויבן.

די געדאנק פירט סתם אזוי אריין אין צום באקאנטן משנה בברכות (נד.) חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב, און די גמרא דארט בדף ס. זאגט אז דאס איז לגבי לקבולינהו בשמחה, וללוי דרש׳נט מען דאס פונעם פסוק (תהלים קא ) חסד ומשפט אשירה, אם חסד אשירה אם משפט אשירה ע״ש. עכ״פ נישט אז די רע איז בעצם א ״חסד״. (די גמרא פריער בדף לג: זאגט טאקע אז עס איז נישט ריכטיג צו זאגן ״על טוב יזכר שמך״ ווייל מ׳דארף מברך זיין על הרעה אויך ע״ש ובפירוש המשנה להרמב״ם שם.) דער מאירי אויפ׳ן משנה דארט בהרואה שרייבט אז די געדאנק דארונטער איז אז ער זאל קלערן אז אלעס איז מאתו ית׳ לפי מעשיו ע״ש (און דאס הא׳מיר טאקע מסביר געווען אינעם צווייטן ארטיקל איבער המושג של ״שכר ועונש״ במשנתם של הרמב״ם והרלב״ג וואס דער מאירי גייט בעקבותם; ועיין כאן). דער רמב״ם פאר זיך אין זיין פירוש המשנה דארט שרייבט אז די געדאנק איז:
רוצה לומר לקבל אותה בשמחה ולב טוב ולכבוש כעסו וייטיב נפשו כשיברך "דיין האמת" כמו שיעשה בשעה שיברך בה "הטוב והמטיב". וכמו שהיו אומרין החכמים ברוב דבריהם: "כל מה דעבדין מן שמיא לטב". וזה דבר שכלי אצל בעלי השכל, ואפילו לא הורה הכתוב עליו, לפי שיש דברים רבים נראים בתחילתם טובים ותהיה אחריתם רעה רבה. ועל כן אין ראוי למשכיל להשתומם כשתבוא עליו צרה מפני שאינו יודע סופה. וכמו כן אל יפתה לבבו וישמח שמחה שלימה כשתביאהו טובה לפי מחשבתו מפני שאינו יודע סופה.

וכמו כן אסרו חכמים ע״ה להרבות בשמחה ובשחוק, אלא אם תהיה השמחה במעשים עליונים, רוצה לומר לעשות הצדק ולרדוף אותו. ואולם אזהרת הכתוב על היגון והדאגה, כל כך הוא גלוי ומפורסם בספרי הנבואה שאין צריך לדבר עליו.
והיינו, אז מ׳קען למעשה נישט ענדגילטיג אביעקטיוו אפשאצן ״רע״ אדער ״טוב״ על הכלל כולו כולו. עכ״פ פון די מהלך איז לכאורה אפשר אויך די געדאנק פון מברך זיין על הרעה צו אינקאָלקעיטן א מער פאזיטיווע סטאָאיק עטיטוּד.

דער מחבר פסק׳נט די הלכה באו״ח סימן רכב סעיף ג:
חייב אדם לברך על הרעה בדעת שלמה ובנפש חפצה כדרך שמברך בשמחה על הטובה, כי הרעה לעובדי השם היא שמחתם וטובתם כיון שמקבל מאהבה מה שגזר עליו השם נמצא שבקבלת רעה זו הוא עובד את השם שהיא שמחה לו
(וע״ש במשנ״ב ס״ק ד.) דאס קען מען אפשר אויך צאמשטעלן מיט א סטאָאיק מהלך אין דעם אלעם, צו טוישן דעם עטיטוּד דערוועגן און איבער דאס לעבן׳ס vicissitudes.

ואגב, דארף מען סתם אזוי באטאנען אז ווי איך האב צוגעברענגט פון הרב דר. נתן סליפקין, איז דאס געדאנק פון ״טוב ה׳״, ״כי לעולם חסדו״ אא״וו, וואס מ׳טרעפט בעיקר אין תהלים, א געדאנק פון אויסדרוק פון האפענונג אויף ווי אזוי מ׳האפט און וויל דאס רעאליטעט זאל אויסזעהן, ווי איידער אויף ווי אזוי די מציאות איז באמת. דעם (תהלים פה ח) ״הראנו ה׳ חסדך״.

‏איך פערזענליך האלט נישט אז א פילאזאפישע שמועס און איבער דיסטינקשאנס, בפרט בתוך די גרעסערע אָלטימעט שאלות אין לעבן, איז בּאָרינג. און איך האב טאקע גע׳טענה׳ט (מיט אולי אביסל סאָפיסטרי…) אז ״בּאָרינג״ איז… עםם… ״גוט״…
נושא האשכול.

היסטאריע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 1:25 pm

· #515371
פרנס החודש
די גאנצע שמועס איז סתם אזוי בארינג, אבער אויב איינער זאגט אז דער אייבישטער איז גוט ״ווייל״ די טאג איז אים געגאנגען גוט אדער ״ווייל״ ער האט געזען איינעם איבערלעבן א עקסידענט, דאן איז עס פשוט לאגיש אז דער אייבישטער איז שלעכט ווען דאס פארקערטע פאסירט.
און פארוואס איז עס מוכרח?

ווען עס גייט שלעכט איז אפשר אויך ווייל ער איז מייסר.

און פארוואס איז עס בארינג?

Tachlis » מיטוואך יאנואר 11, 2023 1:44 pm

· #515373
שמן למאור
Tachlis
עס איז זייער א גוטע קשיא און איך האב נישט קיין תירוץ אויף עס, אבער א גאט קען נישט האבן קיין גבולים ווייל דאס מיינט אז איינער האט אים מגביל געווען און א גאט איז נישט שייך מגביל צו זיין
סא צוליב דעם וועל איך ענדערש בלייבן ביי די קשיא וואס רצון הפשוט מיינט (ס'איז מער א שאלה ווי א קשיא) ווי איידער זאגן אז גאט איז מוגבל וואס איז א סתירה מיניה וביה
פארוואס זאגסטו אז אויב האט גאט גבולים דאן מוז עס זיין אז איינער האט אים מגביל געווען? פארוואס קען ער נישט ווייטער זיין דער מעכטיגער שטארקער באשעפער וואס איז אייביג געווען וכ' וכ' נאר ער האט פשוט אפאר הגבלות! פארוואס קען מען דאס נישט זאגן? איך זע נישט די סתירה מיניה וביה צו זאגן אז ס'דא א גאט מיט געוויסע הגבלות.

בפרט אז מען רעדט דא נישט פון קיין הגבלות של ממש. ס'נישט פשט אז איך וויל אים דא מגביל זיין און זאגן אז ער קען פליען בלויז 100 מ.פ.ש. אבער נישט 101 מ.פ.ש. וואס דאס איז טאקע נישט מסתבר צו זאגן אויף א גאט. סך הכל וויל מען זאגן אז ער האט רצונות וכדומה, און דאס קען מען כאילו אנקוקן ווי א חסרון, ווייל אויב וויל ער עפעס דאן האט ער עס דאך נישט, קומט דאך אויס אז עס פעלט אים די זאך, איז ער דאך נישט בשלימות. (מען קען זיך דינגען אויב דאס הייסט בכלל אז עס פעלט פון שלימות, עס איז מער אזא טריק שאלה. ענדליך צו די שאלה אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, וואס די תירוץ דערויף איז אז ער קען טאקע נישט, אבער דאס פארמינערט נישט זיין יכולת, אדרבה.. עס ברענגט ארויס אז ער קען אלעס טון. די זעלבע דא, דאס אז ער וויל עפעס מאכט אים נישט בלתי מושלם, סך הכל וויל ער עפעס א נייע זאך, און ער האט טאקע די יכולת אנצופילן זיינע צרכים ורצונות. אבער ווי געשמועסט, נניח אז עס הייסט יא מוגבל, איז וואס? וואס איז אזוי אומדערהערט צו זאגן אז די באשעפער האט אט דער הגבלה?)
די טייטש פון "הגבלה" איז אז עפעס 'בלאקט' און א מידה איז אויך עפעס וואס בלאקט ווייל א מידה מיינט אז בטבע וועט מען רעאגירן צו געוויסע פעלער לויט די טבע פון די מידה אפי' בעצם וויל מען אנדערש, סא דעי בלאקער האט אויך געמוזט באשאפן ווערן קומט אויס אז די ווערטער "באשעפער איז מוגבל" איז טייטש אז איינער האט אים געבלאקט וואס מיינט אז עס איז דא עפעס א כח וואס איז שטערקער פון גאט, דעמאלטס גיב איך ענדערש די טיטל גאט פאר דעם כח וואס איז שטערקער....

ס'איז טאקע דא מינע פעלער וואס איז נישט קיין הגבלה דעיס אז די באשעפער קען עס נישט טון ווי למשל אויב די באשעפער קען מאכן אז 1 + 1 זאל זיין 3 אדער די שאלה אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן אבער די זאכן זענען נמנעות דהיינו סאיז זיך אליין סותר ווייל 1 איז נישט האלב פון 3, סא ס'עקזיסטירט נישט אזא מציאות בכלל און די זעלבע זאך א גאט וואס איז טייטש כל יכול איז א סתירה צו זיך מגביל זיין און די זאכן זענען בכלל נישט קיין מציאות אז עס זאל הייסן א הגבלה, אבער א מידה איז נישט בגדר נמנעות און ס'וואלט ווען געווען א הגבלה אויב די מידה רעדט ווען אריין אין זיינע דעסיזשענס.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:08 pm

· #515374
סתם א זייטיגע שאלה, די גאט אין וועם מ׳חושט דא אריין ״קען״ זיך רעגן? אויב נישט איז עס לכאורה פון די שלושת ימי הגבלה.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:29 pm

· #515376
Tachlis
די טייטש פון "הגבלה" איז אז עפעס 'בלאקט' און א מידה איז אויך עפעס וואס בלאקט ווייל א מידה מיינט אז בטבע וועט מען רעאגירן צו געוויסע פעלער לויט די טבע פון די מידה אפי' בעצם וויל מען אנדערש, סא דעי בלאקער האט אויך געמוזט באשאפן ווערן קומט אויס אז די ווערטער "באשעפער איז מוגבל" איז טייטש אז איינער האט אים געבלאקט וואס מיינט אז עס איז דא עפעס א כח וואס איז שטערקער פון גאט, דעמאלטס גיב איך ענדערש די טיטל גאט פאר דעם כח וואס איז שטערקער....

ס'איז טאקע דא מינע פעלער וואס איז נישט קיין הגבלה דעיס אז די באשעפער קען עס נישט טון ווי למשל אויב די באשעפער קען מאכן אז 1 + 1 זאל זיין 3 אדער די שאלה אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן אבער די זאכן זענען נמנעות דהיינו סאיז זיך אליין סותר ווייל 1 איז נישט האלב פון 3, סא ס'עקזיסטירט נישט אזא מציאות בכלל און די זעלבע זאך א גאט וואס איז טייטש כל יכול איז א סתירה צו זיך מגביל זיין און די זאכן זענען בכלל נישט קיין מציאות אז עס זאל הייסן א הגבלה, אבער א מידה איז נישט בגדר נמנעות און ס'וואלט ווען געווען א הגבלה אויב די מידה רעדט ווען אריין אין זיינע דעסיזשענס.
פארוואס זאגסטו אז א הגבלה איז טייטש אז עפעס בלאקט? די אפטייטש פון הגבלה איז אז ער קען פשוט נישט טון אלעס. זהו. קיינער בלאקט אים נישט, קיינער האט נישט באשאפן קיין הימלישע געטליכע בלאקערס פאר גאט. ער האט פשוט נישט די יכולת צו טון אלעס. פארוואס קען מען נישט זאגן אזוי? (דו קוקסט עס אן, אז ביי דיפאולט האט ער כח בלי גבול, און די רגע איך קום זאגן אז ער קען עפעס נישט טון, האב איך געמוזט באשאפן א נייע בריאה וואס איז מגביל גאט. איך קוק עס אן אז ביי דיפאולט קען ער נישט אלעס טון, אזוי איז ער אלעמאל געווען. זייט איטערנעטי קען ער בלויז טון דאס וואס ער איז ביכולת צו טון, און וואס נישט איז נישט.)

ועוד, מידות איז לאו דוקה עפעס וואס בלאקט בכלל, פונקט ווי מען גייט נישט זאגן אז זיין חכמה איז עפעס וואס בלאקט גאט, ווייל עס אפעקטירט וואס ער גייט טון. די זעלבע מיט מידות, ער האט חכמה מיט רצונות, און דאס אלעס ניצט ער צו שאפן באשלוסן.

און כ'וועל דיר זאגן נאכמער, "באשעפער וואס האט נישט קיין רצון (מידות)" איז אויך א נמנעות, עס איז זיך אליין סותר מיניה וביה. אויב איז ער א באשעפער איז פשט אז ער האט עפעס באשאפן, און אז ער האט עפעס באשאפן איז פשט אז ער האט אזוי "געוואלט" טון.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:30 pm

· #515377
רביה''ק זי''ע
סתם א זייטיגע שאלה, די גאט אין וועם מ׳חושט דא אריין ״קען״ זיך רעגן? אויב נישט איז עס לכאורה פון די שלושת ימי הגבלה.
ניין, ווייל דאס איז א חסרון. ער ״קען נישט״ זיין אויפגערעגט אזוי ווי ער ״קען נישט״ זיין שוואך (די ״ער״ און ״קען״ זענען אויך לשונות מושאלים). און ווי דר. יואל קרעמער שרייבט עפ״י מש״כ הרמב״ם במו״נ ח״א פל״ו: 📎 43C095D0-F4E2-4653-8753-7EDFFA999BD6.jpeg (ועיין בח״ג פכ״ח.)

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:34 pm

· #515378
רביה''ק זי''ע
סתם א זייטיגע שאלה, די גאט אין וועם מ׳חושט דא אריין ״קען״ זיך רעגן? אויב נישט איז עס לכאורה פון די שלושת ימי הגבלה.
נישט נאר אז ער קען זיך רעגן, נאר ער רעגט זיך טאקע.
וכמו שכתוב; וחרה אף ה' בכם וג', וחרה אפי בו ביום ההוא ועזבתים וג', וחרה אפי והרגתי אתכם בחרב וג'. וכן הרבה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:38 pm

· #515379
בקיצור, איינער האט אפגעמאכט אז זיך רעגן קומט פון שוואכקייט, איך האלט אז זיך נישט קענען רעגן קומט פון שוואכקייט, זיסע חלומות.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 2:55 pm

· #515380
רביה''ק זי''ע
בקיצור, איינער האט אפגעמאכט אז זיך רעגן קומט פון שוואכקייט, איך האלט אז זיך נישט קענען רעגן קומט פון שוואכקייט, זיסע חלומות.
און דאס איז לכאורה פשט פון די מחלוקת איבער הגשמת הבורה. ביזן רמב"ם האט מען נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן אז די באשעפער האט משיגי הגוף, האט מען אזוי אנגענומען. די רמב"ם ווידער איז דאך נמשך געווארן אחר הפילוסופיה, כידוע מהגר"א, און ער האט אנגעקוקט הגשמה אלץ א חסרון, האט ער געדארפט מאנס זיין די פסוקים אויפצוקומען מיט א פרישע פיליסאפישע עפראווט גאט.

נישט נאר אונז מענטשעלעך זענען אינטעלידזשענטלי דיזיינט, נאר אויך גאט איז אינטעלידזשענטלי דעזיינט..., יעדער באשאפט זיך א באשעפער לויט ווי עס שטימט אים.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 3:59 pm

· #515381
‏
שמן למאור
פארוואס זאגסטו אז א הגבלה איז טייטש אז עפעס בלאקט? די אפטייטש פון הגבלה איז אז ער קען פשוט נישט טון אלעס. זהו. קיינער בלאקט אים נישט, קיינער האט נישט באשאפן קיין הימלישע געטליכע בלאקערס פאר גאט. ער האט פשוט נישט די יכולת צו טון אלעס. פארוואס קען מען נישט זאגן אזוי? (דו קוקסט עס אן, אז ביי דיפאולט האט ער כח בלי גבול, און די רגע איך קום זאגן אז ער קען עפעס נישט טון, האב איך געמוזט באשאפן א נייע בריאה וואס איז מגביל גאט. איך קוק עס אן אז ביי דיפאולט קען ער נישט אלעס טון, אזוי איז ער אלעמאל געווען. זייט איטערנעטי קען ער בלויז טון דאס וואס ער איז ביכולת צו טון, און וואס נישט איז נישט.)

ועוד, מידות איז לאו דוקה עפעס וואס בלאקט בכלל, פונקט ווי מען גייט נישט זאגן אז זיין חכמה איז עפעס וואס בלאקט גאט, ווייל עס אפעקטירט וואס ער גייט טון. די זעלבע מיט מידות, ער האט חכמה מיט רצונות, און דאס אלעס ניצט ער צו שאפן באשלוסן.
די געדאנק איז אז עס איז דא אַן איידיע וכו׳ וואס איז מגביל ג-ט. איז דאך די איידיע וכו׳ ״שטערקער/גרעסער״ ווי ״ג-ט״ (אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז די ספעציפישע איידיע איז "ג-ט" און זיין עסענס, וכעין ווי לייבניץ האט געזאגט לגבי לאגיק ומקור החכמה). משא״כ א קאַטעגאָרי מיסטעיק און סתירה מיניה וביה איז נישט אין דעם כלל ווייל עס איז פשוט גערעדט דזשיבּעריש. און ווי [tag]מח שליט[/tag] איז דאס מסביר:
מח שליט
יאיר
דיין גאט קען אויך באשאפן א רינדעכיגע טרייענגל?
ביטע עקספלעין בעסער וואס דו ווילסט ער זאל באשאפען. דו ווילסט ער זאל באשאפען /-0ם'ןק/]םןיע אדער =]09824טא,ש]דןםטומ?

אהא דו ווייסט נישט וואס די געשרייבעכטס מיינט? איך אויך נישט. אבער דו ווייסט אויך נישט וואס א רינדעכיגע טרייענגעל מיינט. עס איז סתם צאמגעקלאפט אותיות. דארפסט מיר קודם זאגען וואס דו ווילסט ער זאל באשאפען, דערנאך וועלן מיר רעדן פון זיין יכולות דערויף.
יעצט, ווי דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פנ״ג, איז לגבי די תוארים חי, יכול, חכם, רוצה, עסקרייבּט מען דאס צו ג-ט אבער עס איז אלעס עצמותו, ענליך צו ווי די אונטערליגענדע געדאנק פון חום ביי פייער איז וואס געבט rise צו פארשידענארטיגע פענאמענאַ ווי היתוך או השחיר או הלבין. און ווי צוגעברענגט אין וואס ער שרייבט בפנ״ו איז דאס בשיתוף גמור ולגמרי equivocal צום פשוט׳ן באדייט לגבי סתם מענטשן וכדומה; אנדערש במין לגמרי ולא רק במדריגה.

‏ער שרייבט דארט טאקע, ״כי מאמין ההגשמה לא הביאהו אליה עיון שכלי אבל נמשך אחר פשוטי הכתוב״.

אינעם פריערדיגן פרק גייט ער אריין באריכות פארוואס מ׳איז שולל פון ג-ט תוארים.
‏
שמן למאור
און כ'וועל דיר זאגן נאכמער, "באשעפער וואס האט נישט קיין רצון (מידות)" איז אויך א נמנעות, עס איז זיך אליין סותר מיניה וביה. אויב איז ער א באשעפער איז פשט אז ער האט עפעס באשאפן, און אז ער האט עפעס באשאפן איז פשט אז ער האט אזוי "געוואלט" טון.
יעצט, ווי אויך שוין צוגעברענגט מח״ג פט״ו איז טאקע דא א מחלוקת בין פילאזאפן/טעאלאגן וואס גייט אריין אין כלל פון א קאטעגארי מיסטעיק, וואס איז דזשיבּעריש שאין פאלט נישט אונטער גדר ״יכולת״ כלל לדון עליו. לדוגמא, ווי צוגעברענגט איז להרמב״ם להא-ל להתגשם בכלל זה, משא״כ לחכמי הנוצרים. און ווי צוגעברענגט ממש״כ בח״ב פי״ח איז לפי הרמב״ם, וואס האט פארטיידיגט חידוש העולם ובריאת יש מאַיִן, האט ער טאקע זיך געדארפט ספראווען מיט דיין קשיא: חידוש באדייט דאך בהכרח (מיניה וביה) א שינוי (מכח לפועל) ורצון. און לגבי רצון שרייבט ער טאקע דארט אויף דעם, ״והתרת זה הספק כבדה והיא דקה מאד.״ ס׳איז אַן אריכות און עס קומט צו, מיט פילאזאפישע נוּאנס והסבר אין דעם אז די סארט ״רצון״ דא איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה (וואס ביי סתם ״רצון״ קען דאס אליין זיין א סתירה מיניה וביה), אז די ״רצון״ איז equivocal לגמרי, ע״ש. וכנ״ל.

עכ״פ יעצט פארשטייט מען שוין גוט פארוואס דער רמב״ם האט אוועקגעגעבן כמעט א דריטל פון זיין חיבור מורה נבוכים צו פארטייטשן און קאַמבּעטן אט די פּאראדיים.
רביה״ק זי״ע
בקיצור, איינער האט אפגעמאכט אז זיך רעגן קומט פון שוואכקייט, איך האלט אז זיך נישט קענען רעגן קומט פון שוואכקייט, זיסע חלומות.
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.

עס דערמאנט פון וואס דו האסט געשריבן איבער וואס מאכט דיר… עםם… אויפגערעגט.
‏
שמן למאור
נישט נאר אז ער קען זיך רעגן, נאר ער רעגט זיך טאקע. וכמו שכתוב: וחרה אף ה' בכם וגו', וחרה אפי בו ביום ההוא ועזבתים וגו', וחרה אפי והרגתי אתכם בחרב וגו'. וכן הרבה.
לגבי ״חרון אף וכעס״ בהכתובים הא׳מיר שוין צוגעצייכענט דעם מו״נ בח״א פל״ו (וכן מש״כ בח״ג פכ״ח).
‏
שמן למאור
נישט נאר אונז מענטשעלעך זענען אינטעלידזשענטלי דיזיינט, נאר אויך גאט איז אינטעלידזשענטלי דעזיינט… יעדער באשאפט זיך א באשעפער לויט ווי עס שטימט אים.
איה״נ, וכמו שכתבו הרבה פילוסופים. און ווי [tag]אנאנים[/tag] האט געשריבן אין זיין ארטיקל. (הגם אין די פאל איז די אימפּעטוס מער באזירט אויף עיון, וכנ״ל ווי ער טענה׳ט דערפאר בסברא בח״א פנ״א-נב. אבער מ׳קען טאקע טענה׳ן אז אפילו בסברא וואלט מען דאך געקענט טענה׳ן פאר אנדערע הגבלות און וואס גייט אריין בגדר קאטעגארי מיסטעיק וככל הנ״ל. וממילא איז די חלק תלוי… עםם… ב״רצון״ האדם הפרטי.)

נעקסט לעוועל » מיטוואך יאנואר 11, 2023 5:50 pm

· #515384
סאיז דא א דעבאטע, יא גוט נישט גוט...
איך פארקריך א רגע פון די נושא, סארי עווריוואן...
מי אנוכי להכניס ראשי בין ההרים
(און איך בין נישט דא צו דעבאטירן צו עס מאכט סענס אדער נישט, איך וויל פשוט ארויסברענגען מיין פערסאנעל וויא, פון או אנדערע אספעקט)
מיין אמונה לעוועל איז לאו דווקא די העכסטע
אבער דאך האב איך געמאכט מיין אייגענע בחירה צו גלייבן אז כל מה דעביד הקב"ה לטב עביד, און אז וואס די איי' טוט איז גוט, פשוט אלס מיין פערזענליכע רואיגקייט אז יש מנהיג לבירה, און וואס ער טוט איז גוט פאר מיר
מקען עס אנקוקן ווי די חברה וואס שטייען פון פארגלייזטע אויגן און האבן א פערסאנעל קאנעקשן מיט די איי' און פאוסטן TYH אויף סטאטוס אלס טרענד...
אבער זייט איך האב געמאכט די בחירה איז מיין לעבן סטרעספרי
יעדער קען מאכן זייער אייגענע בחירה צו יא אדער נישט גלייבן אז דער איי' איז א גוטער.
איך האב עס פשוט בוחר געווען אלס פראקטיש אין מיין פערזענליכע לעבן נישט אלס שיטה אדער ווייל כהאב עס דורך געטון און איך בין קאנווינסט אזוי.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 6:24 pm

· #515385
מי אני
‏
שמן למאור
פארוואס זאגסטו אז א הגבלה איז טייטש אז עפעס בלאקט? די אפטייטש פון הגבלה איז אז ער קען פשוט נישט טון אלעס. זהו. קיינער בלאקט אים נישט, קיינער האט נישט באשאפן קיין הימלישע געטליכע בלאקערס פאר גאט. ער האט פשוט נישט די יכולת צו טון אלעס. פארוואס קען מען נישט זאגן אזוי? (דו קוקסט עס אן, אז ביי דיפאולט האט ער כח בלי גבול, און די רגע איך קום זאגן אז ער קען עפעס נישט טון, האב איך געמוזט באשאפן א נייע בריאה וואס איז מגביל גאט. איך קוק עס אן אז ביי דיפאולט קען ער נישט אלעס טון, אזוי איז ער אלעמאל געווען. זייט איטערנעטי קען ער בלויז טון דאס וואס ער איז ביכולת צו טון, און וואס נישט איז נישט.)

ועוד, מידות איז לאו דוקה עפעס וואס בלאקט בכלל, פונקט ווי מען גייט נישט זאגן אז זיין חכמה איז עפעס וואס בלאקט גאט, ווייל עס אפעקטירט וואס ער גייט טון. די זעלבע מיט מידות, ער האט חכמה מיט רצונות, און דאס אלעס ניצט ער צו שאפן באשלוסן.
די געדאנק איז אז עס איז דא אַן איידיע וכו׳ וואס איז מגביל ג-ט. איז דאך די איידיע וכו׳ ״שטערקער/גרעסער״ ווי ״ג-ט״

פארוואס מוז מען בכלל זאגן אז אויב קען ער נישט טון עפעס, דאן איז טייטש אז ער האט 'עפעס' 'איינער' אדער אן 'איידיע' וואס איז אים מגביל? ער איז פשוט נישט ביכולת דאס צו טון, פארטיג. עס מוז נישט זיין עפעס א דבר מן הצד וואס 'האלט אים אפ' פון דאס טון. סך הכל 'האט ער פשוט נישט די כח' דאס צו טון. איך זע נאכאלס נישט פארוואס מען קען נישט אזוי זאגן.

(אחוץ טאמער גייט מען זאגן אז די ספעציפישע איידיע איז "ג-ט" און זיין עסענס, וכעין ווי לייבניץ האט געזאגט לגבי לאגיק ומקור החכמה).

נו אויב אזוי קען מען זאגן אז רצון ומידות איז אויך א חלק פון זיין עסענס.

‏
שמן למאור
און כ'וועל דיר זאגן נאכמער, "באשעפער וואס האט נישט קיין רצון (מידות)" איז אויך א נמנעות, עס איז זיך אליין סותר מיניה וביה. אויב איז ער א באשעפער איז פשט אז ער האט עפעס באשאפן, און אז ער האט עפעס באשאפן איז פשט אז ער האט אזוי "געוואלט" טון.
יעצט, ווי אויך שוין צוגעברענגט מח״ג פט״ו איז טאקע דא א מחלוקת בין פילאזאפן/טעאלאגן וואס גייט אריין אין כלל פון א קאטעגארי מיסטעיק, וואס איז דזשיבּעריש שאין פאלט נישט אונטער גדר ״יכולת״ כלל לדון עליו. לדוגמא, ווי צוגעברענגט איז להרמב״ם להא-ל להתגשם בכלל זה, משא״כ לחכמי הנוצרים. און ווי צוגעברענגט ממש״כ בח״ב פי״ח איז לפי הרמב״ם, וואס האט פארטיידיגט חידוש העולם ובריאת יש מאַיִן, האט ער טאקע זיך געדארפט ספראווען מיט דיין קשיא: חידוש באדייט דאך בהכרח (מיניה וביה) א שינוי (מכח לפועל) ורצון. און לגבי רצון שרייבט ער טאקע דארט אויף דעם, ״והתרת זה הספק כבדה והיא דקה מאד.״ ס׳איז אַן אריכות און עס קומט צו, מיט פילאזאפישע נוּאנס והסבר אין דעם אז די סארט ״רצון״ דא איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה (וואס ביי סתם ״רצון״ קען דאס אליין זיין א סתירה מיניה וביה), אז די ״רצון״ איז equivocal לגמרי, ע״ש. וכנ״ל.

אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס הייסט אז עס איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה? און וואס העלפט עס מיט אונזער פראבלעם אז רצון באדייט הגבלה. און וואס איז מיט אלע אנדערע זאכן וואס גאט טוט, און בהכרח איז דא דערינטער א רצון?

‏
שמן למאור
נישט נאר אז ער קען זיך רעגן, נאר ער רעגט זיך טאקע. וכמו שכתוב: וחרה אף ה' בכם וגו', וחרה אפי בו ביום ההוא ועזבתים וגו', וחרה אפי והרגתי אתכם בחרב וגו'. וכן הרבה.
לגבי ״חרון אף וכעס״ בהכתובים הא׳מיר שוין צוגעצייכענט דעם מו״נ בח״א פל״ו (וכן מש״כ בח״ג פכ״ח).

דער דעת הרמב"ם איז דאך ידוע אין דעם ענין, אבער איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער איז גערעכט מסברה. לגבי פשטות הכתובים איז ער זיכער מיטן יד על התחתונה, ער אליין איז אויך מודה אז ער איז פעסט מדחיק די פסוקים אנדערש ווי זייער פשטות. אדרבה, אפשר גיבסטו אונז און קורצן סברת הרמב"ם פארוואס מען דארף שולל זיין הגשמה ומשיגי הגוף? וואס האט אים געשטיפט אזוי צו זאגן?

‏אין די פאל איז די אימפּעטוס מער באזירט אויף עיון, וכנ״ל ווי ער טענה׳ט דערפאר בסברא בח״א פנ״א-נב. אבער מ׳קען טאקע טענה׳ן אז אפילו בסברא וואלט מען דאך געקענט טענה׳ן פאר אנדערע הגבלות און וואס גייט אריין בגדר קאטעגארי מיסטעיק וככל הנ״ל. וממילא איז די חלק תלוי… עםם… ב״רצון״ האדם הפרטי.

די גמרא אין מסכת חגיגה ג: זאגט דאך אונז שוין "עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין" אז עס איז דא א מחלוקת דארף מען עס אנקוקן מסברה און פראבירן צו זען ווער רעדט מער צו דער זאך, ווער מאכט מער סענס. דערווייל פארשטיי איך בעסער די בעלי ההגשמה, אדרבה, אפשר לייגסטו מיר פאר די רמב"ם'ס קעיס.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 6:35 pm

· #515387
נעקסט לעוועל
סאיז דא א דעבאטע, יא גוט נישט גוט...
איך פארקריך א רגע פון די נושא, סארי עווריוואן...
מי אנוכי להכניס ראשי בין ההרים
(און איך בין נישט דא צו דעבאטירן צו עס מאכט סענס אדער נישט, איך וויל פשוט ארויסברענגען מיין פערסאנעל וויא, פון או אנדערע אספעקט)
מיין אמונה לעוועל איז לאו דווקא די העכסטע
אבער דאך האב איך געמאכט מיין אייגענע בחירה צו גלייבן אז כל מה דעביד הקב"ה לטב עביד, און אז וואס די איי' טוט איז גוט, פשוט אלס מיין פערזענליכע רואיגקייט אז יש מנהיג לבירה, און וואס ער טוט איז גוט פאר מיר
מקען עס אנקוקן ווי די חברה וואס שטייען פון פארגלייזטע אויגן און האבן א פערסאנעל קאנעקשן מיט די איי' און פאוסטן TYH אויף סטאטוס אלס טרענד...
אבער זייט איך האב געמאכט די בחירה איז מיין לעבן סטרעספרי
יעדער קען מאכן זייער אייגענע בחירה צו יא אדער נישט גלייבן אז דער איי' איז א גוטער.
איך האב עס פשוט בוחר געווען אלס פראקטיש אין מיין פערזענליכע לעבן נישט אלס שיטה אדער ווייל כהאב עס דורך געטון און איך בין קאנווינסט אזוי.
דאס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע פונקציעס וואס רעליגיע שטעלט צו, עס מאכט אז מען זאל זיך פילן גוט, באליבט, רואיג, און סטרעספריי. און דאס איז אויך די תשובה אויף די וואס טענה'ן צו מאמת זיין רעליגיע מיטן טענה אז אויב איז עס שקר דאן פארוואס זאל עס איינער אויסטראכטן? און די תשובה איז טאקע מחמת די בענעפיטן שבו.

אבער וואס זאל מען טון... איינער וואס גלייבט נישט אין עפעס קען נישט פשוט 'אנהייבן צו גלייבן' פשוט ווייל עס וועט זיך אים לוינען...
קענסט אים זאגן אז דו וועסט אים געבן א מיליאן דאלער אויב גייט ער גלייבן, אבער חוץ פון 'דיר זאגן' אז ער גלייבט, קען ער נישט טוישן זיין פערזענליכע גלויבונג... עס ארבייט פשוט נישט אזוי...

שפילער » מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:34 pm

· #515389
איינער וואס גלייבט נישט וואס איז זיין רצון בכלל צו לעבן?

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:29 pm

· #515394
שפילער
איינער וואס גלייבט נישט וואס איז זיין רצון בכלל צו לעבן?
איך נעם אן אז די פרעגסט אויף איינער וואס גלייבט נישט אין גאט בכלל. פריער האט מען בלויז גערעדט פון גלייבן אין א געוויסע פרט, דהיינו אז די באשעפער טוט נאר גוטס.

אבער אז דו פרעגסט שוין, לכאורה די וואס גלייבן נישט אין גארנישט פראבירן טאקע צו אינדזשויען די לעבן צו דער מאקסומום, אכול ושתה כי מחר נמית... און דאס איז וואס גיבט זיי די רצון צו לעבן.

כן נראה לי לכאורה. אבער אויף צו וויסן פונקטליך וועסטו מוזן אנפרעגן פון איינער וואס גלייבט נישט...

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:42 pm

· #515395
מי אני
‏
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.
כעס פער סע איז גראדע א פאזעטיווע כאראקטער, ס'ווייזט אז דער מענטש איז אמת'דיג מיט זיך, שעדיגן אנדערע מענטשן, צו פון כעס צו פון וואטעווער, איז נעגאטיוו. פארקערט גאר, איינער וואס ווערט נישט בכעס ווען ס'ווערט געטוהן אן אומרעכט צ.ב. באקומט פון מיר זייער אן אומגינסטיגע בליק. און דא דרייט מען מיט'ן פינגער, בשלמא ווען גאט וואלט געווארן בכעס און עס transmuted צו פאזעטיווע מעשים וואלט ער געווען דער תכלית השלמות (in this regard), אזויווי אבער לויט ווי דו זאגסט איז די מציאות פארקערט, בכעס קען ער נישט ווערן, און שעדיגן טוט ער סייווי, איז לאמיר זיך קלאפן דאס מויל דריי מאל...

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:01 pm

· #515396
שמן למאור
פארוואס מוז מען בכלל זאגן אז אויב קען ער נישט טוהן עפעס, דאן איז טייטש אז ער האט 'עפעס' 'איינער' אדער אן 'איידיע' וואס איז אים מגביל? ער איז פשוט נישט ביכולת דאס צו טון, פארטיג. עס מוז נישט זיין עפעס א דבר מן הצד וואס 'האלט אים אפ' פון דאס טון. סך הכל 'האט ער פשוט נישט די כח' דאס צו טון. איך זע נאכאלס נישט פארוואס מען קען נישט אזוי זאגן.
דו מוזט דאך פאזיטירן א "פארוואס" ער קען דאס נישט טוהן. זיין כח גרייכט נישט ביז אהין און עס איז פיניט. דאס, די פיניטוּד (אין די פאל), איז אטאמאטיש די "דבר מן הצד" און איידיע וואס איז אים מגביל והוא יותר ממנו.
שמן למאור
נו, מען קען זאגן אז רצון ומידות איז אויך א חלק פון זיין עסענס.
דאס איז טעקניקעלי וואס דער רמב"ם טוהט: ער קאָלעפּסט "רצון" צו עצמותו ממש מיניה וביה. ווי ער שרייבט בח"א פס"ט:
אשר התבאר לפי דעתנו שהם עצמו ושאין רצונו וחפצו או חכמתו דברים יוצאים חוץ לעצמו, רצוני לומר שיהיו זולת עצמו.
וה"ה לגבי "תכלית הטוב" ["מדות" אין די קאנטעקסט]. עס איז נישט קיין מקרה "אויף" די עצם (אזוי ווי ביי די סתם אלגעמיינע אפשטייטש און פארשטאנד פון "רצון") - עס איז די עצם ממש.
שמן למאור
אפשר ביסטו דאס בעסער מסביר? וואס הייסט אז עס איז נישט תלוי בשום דבר חוצה לה? און וואס העלפט עס מיט אונזער פראבלעם אז רצון באדייט הגבלה. און וואס איז מיט אלע אנדערע זאכן וואס גאט טוט, און בהכרח איז דא דערינטער א רצון?
ווי ער זאגט איז דאס "דקה וכבדה", אבער איך וועל פרובירן. סתם אזוי איז דאך די אפטייטש פון "רצון" דאס אז דער מענשט בעל הבחירה איז אפגעהאלטן פון דאס טוהן מחמת דרויסענדע מונעים און אפהאלטן מחוצה לו. מיינענדיג, "רצון" באדייט צרכים וואס ער באדארף מחמת circumstances באיזה אופן וכדומה וואס ווערן נתחדש. אין אנדערע ווערטער, "רצון", עכ"פ די סארט וואס באדייט א הגבלה און ליאות, איז אין איר עסענס מקושר און אנגעוואנדן צו באקומען עפעס א תכלית ה"נרצה" מחוצה לה - אט דאס איז די הגבלה דערפון. וממילא, אין ג-ט'ס פאל פון באשאפן דאס וועלט, וואס קען נישט זיין מכח א תכלית וואס האט אים "געפעהלט" מעיקרא (וכנ"ל לגבי מושג הגבלה וואס מ'איז שולל פונעם מושג "ג-ט": אז אַן "איידיע" זאל נישט זיין מער פון דעם), איז דאך די "רצון" וואס האט דאס אפירגעברענגט דבר אחר ושונה לגמרי פון דאס באדייט פון אלגעמיינע "רצון" - עס איז נישט שייך שינוי אין דעם ווייל וואס עס איז נישטא עפעס א שינוי וואס זאל גורם זיין די "רצון", וואס דאס איז דאך part and parcel פון דאס דעפיניציע פון "רצון" וכנ"ל. עס איז טאקע נישט די סארט וואס באדייט די הגבלה הנ"ל.

ועיין בח"ג פי"ג.

דער אפודי זאגט דארט אבער טאקע אז לפי דעתו איז די תירוץ (און זיין פריערדיגע תירוץ אויף דעם קשיא פון שינוי) צ"ע.
‏
שמן למאור
דער דעת הרמב"ם איז דאך ידוע אין דעם ענין, אבער איך בין נאכנישט איבערצייגט אז ער איז גערעכט מסברא. לגבי פשטות הכתובים איז ער זיכער מיטן יד על התחתונה, ער אליין איז אויך מודה אז ער איז פעסט מדחיק די פסוקים אנדערש ווי זייער פשטות. אדרבה, אפשר גיבסטו אונז און קורצן סברת הרמב"ם פארוואס מען דארף שולל זיין הגשמה ומשיגי הגוף? וואס האט אים געשטופט אזוי צו זאגן?

‏די גמרא אין מסכת חגיגה ג: זאגט דאך אונז שוין "עשה אזניך כאפרכסת וקנה לך לב מבין לשמוע את דברי מטמאים ואת דברי מטהרים את דברי אוסרין ואת דברי מתירין את דברי פוסלין ואת דברי מכשירין" אז עס איז דא א מחלוקת דארף מען עס אנקוקן מסברה און פראבירן צו זען ווער רעדט מער צו דער זאך, ווער מאכט מער סענס. דערווייל פארשטיי איך בעסער די בעלי ההגשמה, אדרבה, אפשר לייגסטו מיר פאר די רמב"ם'ס קעיס.
אין אָנהויב הל' יסודי התורה (פ"א ה"ז) איז דאס דער רמב"ם מוכיח אז אויב וואלט ער געווען א גוף, דאן איז בהכרח אז ער האט א קץ ותכלית וואס דאס ליגט אין די הגדרה פון "גוף". און דאס האט מען דאך שולל געווען (פיניטוּד הנ"ל). און א סיבה פאר'ן דאס שולל זיין איז ווייל אין די הגדרה פון "ג-ט" ליגט דאך "מחוייב במציאות", א נעסעסערי עקזיסטענט, און דאס איז דאך בהכרח אינפיניט.

זייענדיג נשפע פון אריסטו איז ער דאס מסמיך מיט אריסטו'ס קאסמאלאגישע מאדעל unmoved mover, וואס די אריסטאטעליען טעאלאגן האבן צאמגעשטעלט מיט "ג-ט". ער זאגט אז וויבאלד א גוף האט בהכרח קץ ותכלית, איז לכחו אויך דא בהכרח קץ ותכלית. און די סביבת הגלגל איז דאך באין קץ.

אין מו"נ ח"א פנ"א טענה'ט ער, לגבי די נעקסטע שלב פון שולל זיין תוארים, אז הרחקת התארים העצמיים מהקב"ה איז בעצם א מושכל ראשון, סעלף עווידענט, און עס וואלט נישט אויסגעפעהלט אויף דעם א באווייז וראיה. נאר וויבאלד עס איז פארשפרייט געווארן די טעות דערין, דארף מען דאס אויפווייזן און צייגן.

אגב, דר. דוד פּאָלסאן, א קריסט וואס וויל יא אז עס זאל שייך זיין הגשמה ביי ג-ט, פרעגט אויף די פילזאפישע ראיות וואס דערלאזן דאס נישט.
שמן למאור
דאס איז טאקע איינע פון די וויכטיגע פונקציעס וואס רעליגיע שטעלט צו, עס מאכט אז מען זאל זיך פילן גוט, באליבט, רואיג, און סטרעספריי. און דאס איז אויך די תשובה אויף די וואס טענה'ן צו מאמת זיין רעליגיע מיטן טענה אז אויב איז עס שקר דאן פארוואס זאל עס איינער אויסטראכטן? און די תשובה איז טאקע מחמת די בענעפיטן שבו.

אבער וואס זאל מען טון... איינער וואס גלייבט נישט אין עפעס קען נישט פשוט 'אנהייבן צו גלייבן' פשוט ווייל עס וועט זיך אים לוינען...
קענסט אים זאגן אז דו וועסט אים געבן א מיליאן דאלער אויב גייט ער גלייבן, אבער חוץ פון 'דיר זאגן' אז ער גלייבט, קען ער נישט טוישן זיין פערזענליכע גלויבונג... עס ארבייט פשוט נישט אזוי...
דאס רירט שוין אָן אויפ'ן באקאנטן קשיא פונעם אור ה' אינעם הקדמה אויף דעם וואס דער רמב"ם רעכענט אלס די ערשטע מצוה בספר המצות "להאמין בה'". ווי אויך רירט דאס אָן אויף וויליאם דזשעימס' פּרעגמעטיזם און זיין געדאנק פונעם "ליִפּ אָוו פעיט".
רביה''ק זי''ע
מי אני
‏
ס׳איז אינטוּאיטיוו אז כעס איז א נעגאטיווע כאראקטער טרעיט (i.e. שוואכקייט אין כאראקטער) פּער סע. דאס איז הגם עס קען זיין useful פאר'ן מענטש. (ואפילו לפי דוד הום, וואס האט געשריבן אז אויב פעהלט כעס אינעם מענטש איז עס א שוואכקייט פאר אים, איז דאס נאר לגבי א מענטש און ווי אזוי ער איז למעשה צאמגעשטעלט - עס איז פאר אים אזוי ווי אַן אבר. אבער דאס זאך פאר זיך פּער סע איז א שוואכקייט ופשוט. פונקט אזוי ווי א מענטש זאל ל"ע נישט קענען משתין זיין.) איך גלייב אז דו קוקסט אָן אזא איינער וואס איז אין אזא גיסטע מיט א נעגאטיווע בליק. וההיפך בהיפך.
כעס פער סע איז גראדע א פאזעטיווע כאראקטער, ס'ווייזט אז דער מענטש איז אמת'דיג מיט זיך, שעדיגן אנדערע מענטשן, צו פון כעס צו פון וואטעווער, איז נעגאטיוו. און דא דרייט מען מיט'ן פינגער, בשלמא ווען גאט וואלט געווארן בכעס און עס transmuted צו פאזעטיווע מעשים וואלט ער געווען דער תכלית השלמות (in this regard), אזויווי אבער לויט ווי דו זאגסט איז די מציאות פארקערט, בכעס קען ער נישט ווערן, און שעדיגן טוט ער סייווי, איז לאמיר זיך קלאפן דאס מויל דריי מאל...
ניין. דו באציהסט דיך ווייטער צו כעס ביחס צום מענטש - עס ווייזט אז דער מענטש איז ענגעידזשד צי וואס. עס איז אבער נישט אויף די עצם מדה פון כעס באשר הוא כעס. ווי צוגעשטעלט צו השתנה: השתנה ביחס צום מענשט ווייזט אז די גוף ארבעט וכו', אבער השתנה באשר הוא השתנה איז piss. קאָנטראסט דאס אבער, לדוגמא, צו גבורה אדער חכמה.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:04 pm

· #515398
לאמיר עס טאקע צוגלייכן צו פישן, איז דא עפעס פונדאמענטאל נעגעטיוו אין געפישאכץ? סך הכל איז עס א נייטראלע צאמשטעל פון אטאמען. אז דיין נאז האט נישט ליעב די שמעק דערפון צו וואס איז עס א פעלער אין דיר.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:08 pm

· #515399
איך גלייב אבער אז דו פארשטייסט אז עסקרייבּן השתנה צו ג-ט איז א ליאות וחסרון (אפילו אָן די אספּעקט פון משיגי גוף). און אויב איז כעס צוגעגליכן דערצו, וואס כפי הנראה ביסטו מודה דערצו, דאן האב איך געפּרוּווט מיין פּוינט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:09 pm

· #515400
ניין ס'נישט, כאטש נישט מער ווי עסן און טרינקען. אוי כ'האב פארגעסן, גאט קען דאס אויך נישט, אזא מוגבל צו זיין...

סך הכל וואס איך זאג איז אז דו קענסט נישט ליידן קיין פישאכץ איז די חסרון אין דיר, נישט אין די פישאכץ (אדער קען זיין אז די חסרון איז אין קיינעם, ס'איז א בחינה ווי בשר וחלב וואס יעדעס פאר זיך איז בסדר נאר צוזאמען טויג עס נישט...) די זעלבע זאך מיט כעס, אז דו קענסט נישט ליידן איינער וואס ווערט בכעס ווען ער ליינט מעשיות פון די האלאקאסט צ.ב. איז מעגליך די חסרון אין דיר, נישט אין איהם.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:11 pm

· #515401
איה"נ. דארפן צוקומען צו עסן און טרינקען איז א ליאות וחיסרון. און ווייטער אפילו אָן ממש אריינגיין אין משיגי גוף בכלליות.

שמן למאור » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:14 pm

· #515402
מי אני
איה"נ. דארפן צוקומען צו עסן און טרינקען איז א ליאות וחיסרון. און ווייטער אפילו אָן ממש אריינגיין אין משיגי גוף בכלליות.
מען רעדט נישט דא פון דארפן צוקומען. מען רעדט צו ער האט בכלל די יכולת צו עסן, משתין זיין, און זיך אויפרעגן אויב ער 'וויל'...

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:20 pm

· #515404
דעמאלטס גייט מען אריין אין פארוואס מ'האט שולל געווען משיגי הגוף בכלליות. כעין דאס זעלבע סיבה פארוואס ער "קען זיך נישט מתגשם זיין" אפילו ער "וויל" - עס איז קעגן די גאנצע געדאנק אין עסענס פון זיין זיין מוכרח המציאות און אינפיניט. כנ"ל.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:22 pm

· #515406
למעשה גערעדט, די גאט פון די תנ"ך האט יא געקענט עסן, ווי מ'זעהט אין פרשת וירא וואו ער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו אין א פארעם פון דריי מענטשן וועם ער האט איינגעלאדענט צו זיך אין שטוב און געגעבן צו עסן. בכלל זעה איך נישט פארוואס עסן און פישן זאל זיין מער הגשמה פון רעדן, רעדן ווי א מענטש האט דער גאט פון תנ"ך זיכער געקענט, ווי מ'זעהט ביי שמואל וואס דאס ערשטע מאל וואס גאט האט פרובירט רעדן צו איהם האט ער געמיינט אז ס'איז עלי.

מי אני » מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:30 pm

· #515407
קען זיין (ולכאורה). ווי צוגעלינקט אויבן האט זיך די מושג פון "ג-ט" געטוישט במשך הדורות.

די שאלה דא איז בשיטת הרמב"ם. ער פארטייטשט אזוי די פסוקים. (די שאלה איז צי ער האט טאקע געהאלטן אז דאס איז פשט?)

דער רמב״ם איז טאקע אויך שולל ״דיבור״. ער שרייבט לדוגמא בהקדמתו לפרק חלק ביסוד השמיני:
כי כל התורה הזאת המצויה בידינו עתה היא הנתונה על ידי משה שהיא כולה מפי הגבורה. כלומר שהגיעה אליו כולה מאת ה' יתברך, בענין שנקרא על דרך הַשאלה "דיבור".
ועיין במו״נ ח״ב פמ״ח.
בלאט: 1 2