☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

266 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16804
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לאכעדיג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:07 am

· #544733
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דער יונגערמאן זוכט ליבשאפט.
די ווייב זאל אים מחשיב זיין און רעספעקטירן מיט אן אמתדיגקייט וועט ער איר ווילן צופרידנשטעלן מיט אלעם.
אבער עס פאדער זיך פון איר זייט אסאך געדולד און איינגעהאלטנקייט.
בדוק ומנוסה. ה' יעזור.
ברכה והצלחה!

זאקן » מאנטאג יאנואר 15, 2024 1:35 am

· #544736
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זייער אסאך מענער זענען אויף אן אנדערן בלאט ברוחניות פון זייערע ווייבער, איך מיט מיין ווייב זענען גאר ווייט ווען עס קומט צו רוחניות, איך האלט אבער פאר מיר לוינט זיך צו בלייבן אין די סיסטעם פאר אסאך סיבות, מיין ווייב האט א מעלה אז עס גייט איר נישט אן וואס איך טוה ברוחניות, זי האט מיך נאך קיינמאל נישט פארגעהאלטן אויף א זאך וואס האט מיט רוחניות, איך גלייב אויב איך וואלט ח"ו מחלל שבת געווען אין פראנט פון די קינדער וואלט זי מיר געזאגט עס נישט צו טוהן (איך בין ב"ה נישט מחלל שבת) אבער אז איך דאווען נישט אדער סיי וואס איך טוה וואס אפעקט איר נישט, אפילו זי ווייסט אז איך טוה עס נישט, גייט איר נישט אן.

האניג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:23 am

· #544746
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ס'זאגט זיך גרינג, צו לעבן מיט'ן ווייב און זיך מאכן ווי גארנישט וואלט געווען. הגם איך האלט אויך אז דאס איז די בעסטע אפציע פאר דעם מדובר דא, איז עס אבער ביטער ביטער שווער. כ'האב אריינגעקלערט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מיין ווייב זאגט עפעס וואס איך האלט גאר שטארק פארקערט מיט א פעשען. ס'איז זייער שווער צו בלייבן שטיל מיט א שתיקה כהודאה, און ווער רעדט נאך פון מסכים זיין בפועל אויף עפעס וואס מען איז אויסגעשפראכן דערקעגן.

ס'איז א פראבלעם

קהל'ס נער » מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:42 am

· #544749
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
האניג #
ס'זאגט זיך גרינג, צו לעבן מיט'ן ווייב און זיך מאכן ווי גארנישט וואלט געווען. הגם איך האלט אויך אז דאס איז די בעסטע אפציע פאר דעם מדובר דא, איז עס אבער ביטער ביטער שווער. כ'האב אריינגעקלערט וויאזוי ס'קוקט אויס ווען מיין ווייב זאגט עפעס וואס איך האלט גאר שטארק פארקערט מיט א פעשען. ס'איז זייער שווער צו בלייבן שטיל מיט א שתיקה כהודאה, און ווער רעדט נאך פון מסכים זיין בפועל אויף עפעס וואס מען איז אויסגעשפראכן דערקעגן.

ס'איז א פראבלעם
טראכט פון עסן המן טאשן אום פורים.
וואס איז די מקור? וואס הייסט עפעס א אויפגעמאכטע מנהג פון א באבע וואס איז איינגעפאלן עפעס א משוגעת וכו׳

האלאו בחור קאלם דאון, ס׳פורים טשעק אריין אין די האלידעי ווייב, עס א המן טאש, ענדזשוי עס מאך א לחיים און האק א לעבן.

די נמשל איז די גאנצע תורה, לשיטתו איז די גאנצע תורה פונקט ווי עסן המן טאשן, נו ברידער טשעק אריין ס׳געשמאק פעמילי לייף, א דעי אףף אויף שבת, זיך געבן אזא צופלאקער אינמיטן דאווענען(למבינים בלבד 😂), רעדן ביים דאווענען ח״ו, וכו

אין הכי נמי די ב״ש חלק דארף מען טאקע דראפן און ס׳נישט אזוי שווער.

האניג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:07 am

· #544753
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פיין און וואויל, אבער דאס אינטערשטע שורה דיינע איז די שווערסטע...

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:31 am

· #544755
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אויב דער חיבור פון די צוויי איז נאר ווייל עס איז מצוה און איך טוה אזוי ווייל אידישקייט פארלאנגט אזוי, דאן אויב איז דער צווייטער שוין נישט אזוי אידיש דיין איז שוין גארנישט אזוי פשוט אז דער חיבור איז אויסגעהאלטן.
דערפאר, ווען עס איז דא עכטע אהבה צווישן די קאפל, קען עס ארבעטן אפילו איינער איז אויף א צווייטע לעוול אין זיין אדער איר אידישקייט, אויב איז נישט פאראן קיין עכטע אהבה, איז יעצט א "גוטע" געלעגנהייט פאר די מחלוקת אויסצוברעכן.
און דאס פארענטפערט די סתירה וואס חשובע ניקים האבן פריער דא ארויסגעברענגט

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:48 am

· #544757
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
דו פארשטייסט עס נישט, אדער דו האלסט אז ס'נישט ריכטיג אזוי צו טון?
איך פארשטיי נישט פארוואס מען פרובירט דאס צו שטיפען אלס א חלק פון די מעגליכע solution - ווייל איך האלט אז עס איז נישט ריכטיג זיך צו באנוצען מיט די זאך אלס א מיטל.
אז די פרוי האלט נישט דערביי האט עס טאקע נישט קיין זינען, נישט אז מען קען איינעם באצווינגען אנצונעמען אפעס וואס זיי ווילן נישט הערן, און נישט אז עס איז מענטשליך.

אבער פאר מנן הייבט אן צו רעדן, אהערשטעלן קשיות, ראיות ווייסטו דאך נישט אויב זי איז גרייט דאס אנצונעמען אדער נישט. ס'נמשט מער ווי נארמאל אז א מאן זאל זיך אויסשמועסן זיינע אייגענע ספיקות, קשיות אדער גאר מסקנות פאר זיין ווייב. ער זעט עניוועי זייער שנעל וויאזוי דאס פארט. אויב איז זי גרייט אויך צו גיין זיין וועג, דאן וואס איז שלעכט דערמיט פון זיין קוק ווינקל? ער האט עפעס איינגעזען, ער פרעזענטירט זיין ווייב דערמיט, און זי גייט אויך דערפאר, און מען מאכט א שיפט אין לעבן, וואס קען זיין בעסער?

אז ער זעט אז זי האלט נישט דערביי איז א צווייטע מעשה, אוודאי דארף ער רעספעקטירן איר מהלך און ווירדן
.
איך בין נישט קעגן אויסשמועסן מיט זיין ווייב סיי וואס, עס איז א חלק פון בעיסיק רילעישנשיפ. איך בין קעגן דאס טוען פאר אייגענע אינטערעסן. און קעגן עס ברענגען צו א לעוועל מער ווי בלויז אויסשמועסן - צוליב די אינטערעס.
(אגב, איך פארשטיי נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א רעליגיעזע זאך צו איבערצייגן איינער קעגן רעליגיע. ס'איז פינקט אזוי רעליגיעז ווי אומרעליגיעז. עס איז א רעליגיעזע זאך פאר א קריסט צו איבערצייגן א מוסלאמענער אז איסלאם איז פאלטש און נאר יאשקע איז די זאך. און עס איז אן אומרעליגיעזע זאך פאר א אטעאיסט צו איבערצייגן סיי א מוסלאם און סיי א קריסט אז ביידע פון די רעליגיעס איז שקר.)
א אטעאיסט וואס ארבעט צו איבערצייגן אנדערע קעגן זייער רעליגיע איז רעליגיעז צו אטעאיזם. הגם די זאך איז א ברייטע דעבאטע אין אלגעמיין, מיין איך אז דא איז אנדערש ווי סתם א אקטיוויסט פאר אטעאיזם, דא וועט זיין אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעליגיע יא זיין א רעליגיעזע גלויבונג אין אנטי רעליגיע, וועלכע וועט אים בעצם מאכן פאר א היפאקריט פארן ערווארטן יענעמ'ס אקצעפטירונג. ודוק .

זאקן » מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:10 am

· #544759
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די ערשטע עצה איז אז ער דארף אויפהערן רעדן צי איר וועגן אידישקייט, זייער אסאך אינגערלייט מאכן די טעות אז גלייך זיי ווערן אויף געקלערט ווילן זיי די ווייב זאל אויך ווערן אויפגעקלערט.

די פראבלעם איז אז עס ארבעט נישט אזוי, זיכער נישט מיט חסידשע פרויען וואס זענען אויפגעצויגן געווארן אין א פרומע שטוב אין זי האט אייביג געהערט אינדערהיים די זעלבע זאך וואס מען לערענט אין סקול אין איר לעבן איז איר באקוועם אין זי טראכט נישט אויף אזאך פארוואס מען טוט עס, זי איז פשוט א ראבאט, און יעצט ווילסטו אז זי זאל אנהייבן טראכטן יעדע זאך פארוואס זי טוט עס און צו עס מאכט סענס? זי טוט שוין טויזענטער זאכן פין אלס קליין קינד ביז די 25 אן איר זאגן פארוואס מען טוט עס אין איר לעבן איז איר גוט געפארן ביז יעצט, זי רעדט זיך איין אז גלייך ווען זי שטארבט גייט שטיין טויזענטע מלכים איינס פארן גייען מיט וויינגער מעקאפ א צווייטע פאר די salmon fish
א דריטע פאר עסן נאר התאחדות סטראבערי׳ס אין נאך צוויי מלאכים איינס פארן זיך שערן אין א עקסטערע מלאך פארן זיך שעהרן אויף א טריפעל זערא אין אזוי ווייטער, אין די ווילסט אלעס אוועק נעמען אין איין טאג? עס ארבעט נישט אזוי.

די צווייטע זאך די דארפסט אראבעטן אויף צו בויען די ליעבשאפט, אויב די ליעבשאפט איז גרויס גייסטו אנקומען אסאך ווייטער אין זי גייט אים נישט אפלאזן אזוי שנעל, אין מיט די צייט גייסטו האבן א השפעה אין אלעס וואס מהאט איר אויסגעלערנט גייט שוין נישט זיין קיין הלכה משה מסיני.

פארשטייצעך דעס איז נאר אויב די ווילסט אמת׳דיג בלייבן מיט איר אין די האסט איר ליעב מיט דיינע קינדער, אויב ער דארף איר נאר כדי נישט צו זיין א גרוש אדער פאר א פארטנער ווייל ער וויל נישט זיין אליינס מיט זיין נייע מהלך החיים אין ער האט שוין אפגעמאכט וואס ער וויל אין האלט זיך נישט ביים בייגן איז אשאד די צייט.

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:17 pm

· #544762
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
באמת א ווייטאג צו הערן וואס אידן מאכן מיט.

פון די פותח האשכול'ס ווערטער קוקט אויס ווי די מאן און ווייב האבן פארט עפעס א אינערליכע ליבשאפט צווישן זיך, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאפן גט'ן.

איז די פרוי בכלל גרייט צו מאכן עפעס דיעלס מיט די מאן? דאס הייסט איז זי גרייט נאכצוגעבן אביסל פון אירע פרומקייטן אין אויסטויש אז די מאן זאל היטן שבת אדער דאווענען יעדען טאג דריי תפילות?

Moshe itche » מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:41 pm

· #544773
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לאנגע הויזן #
באמת א ווייטאג צו הערן וואס אידן מאכן מיט.

פון די פותח האשכול'ס ווערטער קוקט אויס ווי די מאן און ווייב האבן פארט עפעס א אינערליכע ליבשאפט צווישן זיך, ווייל ווען נישט וואלטן זיי זיך שוין לאנג געלאפן גט'ן.

איז די פרוי בכלל גרייט צו מאכן עפעס דיעלס מיט די מאן? דאס הייסט איז זי גרייט נאכצוגעבן אביסל פון אירע פרומקייטן אין אויסטויש אז די מאן זאל היטן שבת אדער דאווענען יעדען טאג דריי תפילות?
זי איז גראדע נישט ממש קאפ אין וואנט, זי איז גרייט אז "ער" זאל נאכלאזן חומרות. אבער חלילה נישט קיין עכטע עבירות. די פראבלעם איז אז פרויען ווייסן נישט אלעמאל די חילוק צווישן א דאורייתא מיט א מנהיג, סאו זי מוז זיך אביסל פארלאזן אויף וואס איר מאן זאגט... און זי דארף אים טראסטן.

לאנגע הויזן » מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:55 pm

· #544774
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די שאלה איז וואס די פרוי רופט אן חומרות? דאווענען מיט א היט און רעקל? אויפשטיין פארטאגס? האבן בכלל א סמארטפאון מיט א פילטער?

און וואס מיינט עכטע עבירות? מחלל שבת זיין? נישט היטן הלכות טהרה?

אויב איר קענט אפשר געבן משלים וואס הייסט ביי איר חומרות און וואס הייסט ביי איר עבירות.

Moshe itche » מאנטאג יאנואר 15, 2024 4:58 pm

· #544775
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
זי ווייסט אויך נישט געהעריג.

Moshe itche » מאנטאג יאנואר 15, 2024 4:59 pm

· #544776
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פונדאַמענטאַל #
א אטעאיסט וואס ארבעט צו איבערצייגן אנדערע קעגן זייער רעליגיע איז רעליגיעז צו אטעאיזם. הגם די זאך איז א ברייטע דעבאטע אין אלגעמיין, מיין איך אז דא איז אנדערש ווי סתם א אקטיוויסט פאר אטעאיזם, דא וועט זיין אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעליגיע יא זיין א רעליגיעזע גלויבונג אין אנטי רעליגיע, וועלכע וועט אים בעצם מאכן פאר א היפאקריט פארן ערווארטן יענעמ'ס אקצעפטירונג. ודוק .
אן אטעאיסט איז טייטש אז ער גלייבט נישט אין גאט. ער האלט אז לויט די עווידענס און ריאות איז נישט שכל'דיג צו גלייבן אין א גאט. אזא איינער קען עס האלטן פאר זיך, אדער קען ער גיין פארשפרייטן זיינע שיטות צו אנדערע און זיי איבעררעדן צו וואס ער האלט. קענסט עס ריפן פעשיניט אדער איבערגעגעבן פאר זיין קאויז, אבער רעליגיעז איז סתם א געבארגטע לשון דא. פארוואס איז עס היפעקריטיקל צו איבערצייגן א צווייטן צו וואס דו האלסט? בפרט אין די פאל דא ווי זיין פארטנערס גלויבונג אפעקטירט אים אין זיין טאג טעגליכע לעבן?

פונדאַמענטאַל » מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:11 pm

· #544777
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אוודאי קען מען זיין בלויז passionate צו א געוויסע שיטה. אבער ווען מען הייבט אהן באהאנדלען די שיטה ווי א העכערע cause און מען 'דינט' דאס... דאן קען עס אריינגיין אין די קאטעגאריע פון רעליגיע.

מיין התייחסות צו די זאך ווי א רעליגיעזע פעולה איז געווען מתחילה צוליב די אוממעגליכקייט פונעם מאן צו אקצעפטירן די פאקט פונעם פרוי'ס רעליגיע, ווי עס איז געווארן געשילדערט אינעם ארטיקל (נישט בלויז ווי א תמימות'דיגע רצון צו מיטטיילן מיט א צווייטן), וואס דאס לייגט אריין זיין נישט גלויבן אין גאט אין א גלויבונג אז עס איז נישט דא קיין גאט.

מיין היפאקריטיע באשולדיגונג האט זיך באצויגן צו די מאן וועלכע ערווארט זיין פרוי'ס אקצעפטירונג אויף זיינע בחירות בשעת וואס ער איז נישט גרייט צו אקצעפטירן אירע בחירות. נישט צו די מושג פון איבערצייגן א צווייטן וואס דו האלטסט, אין אלגעמיין (איך אליין טו דאס יעצט...).

סביב העולם » מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:18 pm

· #544779
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
עס איז שווער צו רעדן ווי א חכם לאחר המעשה, ווען עס איז ניכר אז יעצט איז עס שוין אביסל דיטעריארעיטעד - פון ביידע זייטן, און מ'קען זאגן אז קיינער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס, נאר מיסטעיקס געשעהן.

וואס איז יא נוגע יעצט, איז צוריקצוברענגען אויף א געוויסע לעוול די טראסט. און דאס איז דורך 1) וויסן וואס באדערט איר עכט, און 2) וויסן וואס אים שטערט עכט, ווייל עס קוקט אויס ווי ביידע ווילן עס מאכן ארבעטן, און עס איז מסתמא דא קאמאן גראונד. סאו, אויב באדערט איר זיין גיהנם, און זי שפירט אז זי טאר נישט וואוינען מיט א שגץ, ברויך ער מחליט זיין אז ער גייט נעמען די זאכן וועלכע דעפיינען שגץ ביי איר, און פראבירן וואס מער צו נאכגעבן. למשל: זאל זיין זי וויל ער זאל דאווענען, זאל ער גיין דאווענען, און אויב עס איז אים ממש אן אפקומעניש צו דאווענען - זאל ער זאגן אז ער גייט דאווענען, און זיכער מאכן צו מענשענען יעדעס מאל וועם ער האט געטראפן אין שול... אויב וויל זי מערערע זאכן זאל ער פראבירן אויפזוכן וואס זי וויל די מערסטע און וואס איז אים די גרינגסטע נאכצוגעבן, און דארט אנהייבן. עס איז דא שטארקע שאנסן אז דאן וועט זי פארלירן די שרעקליכע פחד פון ביז היינט, און עווענטועל וועט זי אים מער טראסטן.

פארשטייט זיך, זינט מען האלט וואו מען האלט, זאל ער קלאר מאכן אז למעשה איז אים שווער צו מאכן א 180 פון איין טאג צום צווייטן, אבער היות ער וויל עס מאכן ארבעטן וועט ער זיך אנשטרענגען (דהיינו אויך מודה זיין אז ער האט געטוהן ראונג, וואס געבט א געוויסע ריאשורענס אז ער דרייט נישט סתם א קאפ).

אויב באדערט איר מה יאמרו און וואס די קינדער וועלן זאגן, זאל ער באמת מחליט זיין אז ער גייט טוהן כנ"ל, טרעפן וואספארא פרט ברענגט איר די מערסטע פחד און אויף דאס אכטונג געבן און עווענטועל בויען א טראסט פון דארט.

איין וויכטיגע פרט, זאכן וואס זענען נוגע צו איר, ווצב"ש שמירת נגיעה, דארף באמת זיין יהרג ואל יעבור איר נישט צו וויי טוהן, ווילאנג דאס איז נוגע איר זעלבסט און דאס איז איר אינטערסע, אפגעזעהן צו ער גלייבט דערין אדער נישט, ברויך ער רעספעקטירן וואס איז נוגע צו איר אליין. זי האט רעכט, ווי יעדער מענטש אויף דער וועלט, צו איר אייגענע גוף און נפש. צו מען קען טוישן איר בעליעף אויף אירע אייגענע זאכן? זיכער יא, מיט אסאך צייט, געדולד, און מחשבה, אבער נישט פון דעם רעדט מען דא סאו איז עס נישט נוגע עכט אהער.

סביב העולם » מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:22 pm

· #544780
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
הוספה, כעין וואס @פונדאַמענטאַל זאגט, נאר מיט א שטיקל הוספה. אויב זיין מיסיע איז איר צו טוישן און ער איז נישט גרייט צו מוותר זיין, איז עכט נישט דא קיין עצה. עס איז נאר נוגע אויב וויל ער עס מאכן ארבעטן און ער פארשטייט אז ער מוז נאכגעבן עפעס, האט ער א שטיקל מהלך מיט א לאנג טערם וויזיע. אויב איז ער קאפ און וואנט זי זאל אים לאזן טוהן וואס ער וויל אן קיין הקרבה מצדו, איז ער ס"ה זייער לאקי (אדער אפשר נישט?!) אז זי וואוינט נאך מיט אים...

שמעקעדיג » מאנטאג יאנואר 15, 2024 5:57 pm

· #544782
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.

איך וויל זיך באציען צו דעם שורה.
איך ווייס אז די קשיות זענען גאר שווער, אבער געוויסע רבנים טענה'ן אז זיי קענען "אלעס" פארענטפערן. נעם עס מיט א שיסל זאלץ און רעכן אראפ ארום 40 פראצענט... איז 60 פראצענט גענוג?

א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?

צקון לחש » מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:08 pm

· #544784
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמעקעדיג #
אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?

דו האלסט אז עקזעסטירט א מענטש וואס קען קאנווינסען אז מ'דארף / ס'לוינט צו גלייבן אין אידישקייט?
דאס מערסטע וואס מען קען איז צו קאנווינסען אז מ'קען גלייבן אויב מ'וויל.
איינער וואס וויל נישט, דארף בעסערע חברים און געזעלשאפט בכדי צו וועלן.

Moshe itche » מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:25 pm

· #544791
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמעקעדיג #
Moshe itche #
ער איז שוין געזעצן ביי קירוב רבנים אבער זיי האבן אים נישט געקענט איבערצייגן.
א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
ער איז שוין געווען ביי אזעלכע סארטן אויך, ער האט געהערט שיעורים פון די סארט אידן און אפילו געזעצן מיט זיי פערזענליך.

די פראבלעם איז אז ער האט אויך געהערט און געליינט און זיך געטראפן מיט די פארקערטע סארט מענטשן. אידן וואס זענען געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין עניני אמונה און זענען געווארן אויפגעוויזן אז אטעאיזם איז מער שכל'דיג, און זענען זיך אויך גרייט מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען.

ער האט געהערט וואס ביידע האבן צו זאגן, און ער איז געבליבן ביי דעם אז די אפיקורסים זענען גערעכט. וואס קען מען ליידער טון?

שעפטאל » מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:44 pm

· #544792
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
אוי וויי! מיט מיטלייד!

כ'געדענק אין מיינע שווערע צייטן וועם כ'האב געפרעגט האט גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן זאלסט טרעפן די אמת.. ס'דא קירוב חברה וואס זענען אויסגעקאכט.."
איינער האט מיך פארזיכערט אז ער קען מיך אויפווייזן אידישקייט.
כ'האב זיך געזעצט מיט עם, זאגט ער "מיך קודם ווייז מיך אויף אז ס'קען נישט זיין אמת"...
איינער האט מיך פארזיכערט אז זיין משפיע קען מיך מאכן גלייבן. אבער נאכן שמועסן מיט עם האט ער נישט געוואלט כ'זאל עם טרעפן...

מיין שאלה איז מער נישט ווער ס'איז גערעכט, ווייל כ'וועל סייווי נישט וויסן.
אמונה אין גאט בכלליות אין און אידישקייט בפרטיות איז ביי מיך מער פראקטיש. כ'פלאן נישט זיך צו ספראווענען מיט גילט, נייע קולטורן וואס כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, וכו'.

הלואי זאלסטו פשוט טראסטן זיך אליין, אויסהערן דיין הארץ, נעמען די וועג וואס איז די גרינג'סטע באקוועם'סטע.

ביי מיך איז ענדערש צו זיין א שוואכע איד, ווי א גאנצע גוי. (איבער שכר ועונש איז שוין דא אשכולות דא איבער גיהנום..)
דעם וועלט האב איך זיכער, יענע וועלט אפשר אויך, כ'בין דאך מלא מצות כרימון. 😍

לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי @מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.

בְּתוֹךְ עַמִּי » מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:13 pm

· #544795
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שעפטאל #

לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי @מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.

כ׳וויל נישט דאס פארוואנדלען אין נאך אן ׳אמונה׳ אשכול. כ׳וויל נאר צולייגן אז לפענ״ד וועט דאס שטימען נאר מיט די מוני המצוות וואס האלטן אז אמונה איז א מצוה, און מיטן בוחר/מחליט זיין צו גיין מיטן באשעפער איז מען מקיים דעם מצוה פון אמונה. משא״כ אויב רעכנט מען נישט ׳אמונה׳ פאר א מצוה [ווייל ס׳נישט שייך מצוה צו זיין דערויף; אדער האסטעס אדער נישט] איז שייך אז איינער זאל האבן אמונה בעצם (עכ״פ באופן העלם/מקיף) אפילו בשעת ער מוטשעט זיך מיט ספיקות און קשיות.

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:56 pm

· #544798
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמעקעדיג #
א איד למשל ווי ר' אביחי כהן, וואס איז געווען א פרייער אנטי דתי, טענה'ט אז ער איז געווען מורא'דיג אויסגעקאכט אין אנטי אמונה, איז אויך געווארן אויפגעוויזן איבער די אמת'דיגקייט פון אידישקייט וואס האט אים געברענגט צו ווערן א בעל תשובה, און היינט צו טאגס איז ער גרייט זיך מתווכח צו זיין מיט סיי וועמען. אפשר קען מען גיין צו אזא סארט מענטש?
ברענג מיר איין ארטיקל אדער דרשה פון אים בענין ביקורת המקרא, עוואלוציע, פילאזאפיע והמסתעף וועט מען טראכטן אז ער איז די ריכטיגע מענטש. ביזדערווייל זעהט אויס אז אידישקייט רעדט צו זיין הארץ, זייער שיין, הלוואי פאר אלע אידן געוואנטשן. אבער עס זעהט נישט אויס ווי ער קען זיך באנעמען מיט די שוועריגקייטן

שפילער » מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 pm

· #544801
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת

שמן למאור » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:27 pm

· #544805
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שפילער #
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת

חלילה אזוי צו רעדן. די באשעפער אליין קען אין איין רגע אויפווייזן די גרעסטע אפיקורס אז ער עגזעסטירט. ער איז דאך א כול יכול, ער קען זיך באווייזן אין א סקונדע. אבער צוליב פארבארגענע סיבות האט ער זיך זייער ליב צו באהאלטן. ווי עס שטייט שוין אין פסוק "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"

דאס אליין דארף דאך שוין זיין גענוג אויפצוווייזן די גרעסטע אפיקורס אז די תורה איז אמת, ממש א אפענע פסוק וואס מען זעט בחוש היינטיגע צייטן אז עס פאסירט. און דאס איז נישט עפעס וואס מען וואלט געקענט פארשאצן מיט יארן צוריק, ווייל אמאל איז דאך גאט געווען אפן פאר יעדעם צו זען, ער האט זיך באוויזן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.

אבער וואס זאל מען ליידער טון אז די אפיקורסים האלטן נישט ביים עפענען די אויגן אין זען קלארע אפענע ראיות.

צוזאמגעדרייט » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:40 pm

· #544806
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
געווענליך איז רעליגיע א תירוץ וואס די "סובקאנטשאס" טוט פאבריצירן. אז מען האט זיך ליב און ס'איז דא קעמעסטרי הייבט זיך נישט אן אזויפיל קשיות און פראבלעמען וכו'.

מענטשן כאפן נישט ווי שטארק די סובקאנטשאס גייט, דער סובקאנטשאס איז א געריבענעם בחור!

שפילער » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:48 pm

· #544807
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
צוזאמגעדרייט #
געווענליך איז רעליגיע א תירוץ וואס די "סובקאנטשאס" טוט פאבריצירן. אז מען האט זיך ליב און ס'איז דא קעמעסטרי הייבט זיך נישט אן אזויפיל קשיות און פראבלעמען וכו'.

מענטשן כאפן נישט ווי שטארק די סובקאנטשאס גייט, דער סובקאנטשאס איז א געריבענעם בחור!
ועוד פון די אנדערע זייט

די סאבקאנטשעס וויל מען זאל גלייבן. א מענטש וויל נישט פילן ווי די וועלט האט נישט קיין באשעפער מען פילט אזא ליידיגקייט!

סא קענסט עס אנקיקן אויף ביידע וועגן

שעפטאל » מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:56 pm

· #544810
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
די אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.

א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.

סביב העולם » מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm

· #544812
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שעפטאל #
די אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.

א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.
ווער זאגט אז דאס איז א געזונטע נפש? אפשר מיינט דאס א קעירלעסס נשמה וואס געבט נישט קיין דעקל פאר עניטינג, און וועט פונקט אזוי דיסמיסן סיי וועלכע וויכטיגע אויפגאבע?

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:28 am

· #544816
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול. וויל איך ווידמען אפאר ווערטער לכבוד דעם מדוברת.

ווייבל טייערע, הער מיר אויס. אונז אלע ליינען דא די מעשה וואס דיין מאן האט דא אראפגעלייגט, און אונז האבן אלע מיטלייד. עס איז גאר ווייטאגליך צו הערן אז דו ביסט אין אזא מצב, ס'איז בכלל נישט די לעבן וואס דו האסט זיך אויסגע'משל'ט אלס ערליך מיידל, און עס איז פארשטענדליך דיינע שוועריגקייטן מיט וואס דו דארפסט זיך ספראווענען.

איך וויל דיר צום אלעם ערשט קאנגראטולירן אז דו ביסט א פרוי מיט שכל, האסט נישט געטון קיין נארישע ווילדע שריט וואס וואלט צובראכן דיין שטוב אויף אייביג. אנדערע פרויען וואלטן גלייך געלאפן צו זייער טאטע מאמע, רב, אדער רבי, און פאר זיי וואלטן זיך געכאפט וואספארא טעות זיי זענען באגאנגען, וואלטן זיי שוין געווען אפגע'גט. דאס ווייזט אז דו ביסט א קלוגע פרוי מיט שכל, וואס טוט נישט קיין געאיילטע שריט, נאר דו פראבירסט באמת צו טון וואס איז ריכטיג אפילו עס קומט אן שווער.

יא כ'ווייס אז ס'איז גאר שווער, ס'נישטא מיט וועמען זיך אויסצושמועסן און זיך אדורכרעדן. עס פילט זיך ווי מען פאפט זיך פאר די וועלט, מען לעבט איין לעבן אינדרויסן און אינדערהיים האט מען א פאק מיט סודות וואס טאר נישט ארויסרינען, ס'איז בכלל נישט גרינג, אבער וויסן זאלסטו אז נישט קיין אנדערע ווי דער באשעפער אליין האט דיר אויסדערוועלט מיט אט דעם שווערן נסיון, און אז ער האט דיר דאס געגעבן איז א סימן אז דו האסט די כוחות דאס בייצוקומען.

א וויכטיגע יסוד וואס דו מוזט וויסן, דער שטן וואס זוכט ווי ער קען צעברעכן אידישע שטובער ארבעט אויף קעסל און כלים זיכער צו מאכן אז דו וועסט זיין ווי מער דעפרעסט און אומצעפרידן וואס נאר שייך. ער וועט דיר פארדרייען א קאפ מיט אומרעלעוואנטע פחדים אסאך ווייטער ווי די מצב איז באמת. ער וועט דיר מאכן טראכטן "וואס נאך קען אלס געשען", און ער וועט טראגן דיין דמיון צו פלעצער וואס זענען אפילו נישט רעאליסטיש אז דאס זאל באמת געשען מיט דיין מאן, אלעס אבי דיר צו צעברעכן. לאז דיך נישט! פראביר צו זיין ווי מער צופרידן אין דיין מצב און נישט טראכטן קיין אומרעלעוואנטע מחשבות, און אז עס קומט יא אריין אין קאפ אזעלכע מחשבות זאלסטו וויסן אז דאס איז עצת היצר און מען דארף זיך שטארקן.

יעצט בנוגע דיין מאן, לויט ווי איך זע וואס ער שרייבט איז עס בלויז א דורכגאנג. קיין נביא בין איך טאקע נישט און איך ווייס נישט ווי לאנג עס וועט נעמען און זאכן וועלן זיך טוישן, אבער וועסט נאך האבן אסאך לעכטיגע גוטע ערליכע יארן צוזאמען מיט דיין מאן.

ער האלט יעצט ביי א מצב ווי ער האט נאר צוויי אינגע קינדער אין שטוב, ער זיכט צו אינדזשויען אביסל די עולם הזה און טשילט אביסל ארום, אבער עס וועט אי"ה קומען נאך קינדער און די קינדער וועלן אויפוואקסן, ער וועט ארויסגיין און לערנען מיט זיי ביי אבות ובנים, ער וועט זיי פארהערן די שאלות, ער וועט פירן שיינע שבת סעודות און פארציילן שיינע מעשיות. דאס אליין וועט אים געבן א געשמאק צו האלטן אידישקייט אינגאנצן און מיט א געשמאק און לעבעדיגקייט.

קען טאקע זיין אז קיין צוקוועטשטע חאניאק וועט ער קיינמאל נישט צוריק ווערן, זיין סמארטפאון וועט ער אפשר נישט אוועקווארפן (אפשר אפילו יא, ער וועט זיך קויפן א טעבלעט צו זיין אנגענומען אין די עולם, ווער ווייסט) ער וועט אפשר נישט מקפיד זיין אויף יעדע מנהג, אבער א נארמאלע ערליכע איד וועט ער זיין.

אפילו יעצט פארשטיי איך פון זיינע ווערטער אז ער עסט נישט ממש קיין חזיר פלייש און ער גייט נישט יעדע נאכט צו א בית זונות, סך הכל טוט ער זאכן וואס איז נישט אנגענומען אין אונזערע סירקלס, ער איז נישט מקפיד אויף געוויסע זאכן, אבער אויב זאל א מאדערן ארטאדאקסישע רב באטראכטן זיין הלך ילך איז זייער מעגליך אז ער וועט זאגן אז דיין מאן איז א געהעריגע ערליכע איד.

כ'ווייס אז דאס איז נישט ממש קיין שטארקע נחמה, עס שטערט דיר בכלל אז ער טוט נישט וואס "יעדער" טוט, אבער דאך איז גוט צו וויסן אז לויט ווי ס'זעט אויס טוט ער נישט קיין גראבע עבירות, ער איז טעקניקלי נאך אן ערליכע איד. און אפילו ער טוט יא אמאל א גרויסע עבירה העלפט דאך תשובה אלעמאל, יעדער ווערט דאך אמאל נכשל מיט גרויסע חטאים ווי לשון הרע אדער נישט נזהר זיין אין כיבוד אב ואם וכדומה, אויף דעם האט מען א יום כיפור און א סלח לנו, עס איז נאכנישט עק וועלט.

און איך ענדיג צו, וועסט נאך האבן אסאך גוטע יארן מיט דיין מאן, שטופ אדורך די פאר שווערע חדשים אדער יארן, עס וועט זיך לוינען צום סוף, ענק וועלן זיך נאך עלטערן אין פריידן און קענען צוריקקוקן מיט שטאלץ אז דו האסט געהאט די כוחות בייצוקומען די נסיון וואס גאנץ מעגליך אז נאר פאר דעם האט מען דיר אראפגעשיקט אויף דער וועלט.

הצלחה רבה און האלט דיך פרייליך און שטארק.

שעפטאל » דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:16 am

· #544818
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סביב העולם #
שעפטאל #
די אבסעסיע לכאן או לכאן דאס האט מיט עפעס וואס נאגט פון אינערווייניג.

א געזונטע נפש געבט נישט קיין גרויסע דעקל, ס'יא ס'נישט, ס'איז גוט.
כ'ווייס אז כ'קען נישט וויסן, כ'ווייס אז כ'גיי לצד אחד ווייל אזוי קומט מיך אויס בעסער. ושלום עלי נפשי בתוכי.
ענדשוי לייף.
ווער זאגט אז דאס איז א געזונטע נפש? אפשר מיינט דאס א קעירלעסס נשמה וואס געבט נישט קיין דעקל פאר עניטינג, און וועט פונקט אזוי דיסמיסן סיי וועלכע וויכטיגע אויפגאבע?
כ'האב זיך באצויגן צו @צוזאמגעדרייט און @שפילער, אמונה כפירה קומען פון די סובקאנשעס, (די ראיות פון שכל איז נאר די וועג עס צו פארענטפערן).
וואס דאס איז לכאו' א פאקט, מ'קען נישט וויסן מיט שכל אויף קיין איין זייט. די געפיהל איז מחליט וועלכע זייט צו אננעמען.

האבעך צוגעלייגט אז די "אבסעסיע" לשום צד קומט פון נישט א געזונטע פלאץ.
א געזונטע מענטש קען משלים זיין מיט דעם פאקט אז ער קען זיך נישט איבערצייגן מיט שכל, ער איז אקעי מיט דעם אז זיינע נגיעות פיהרן עם סייווי. ער גייט זיך זיין וועג אהן זיין מורא'דיג וואונערביל איבער דעם, ער ווערט נישט גע'טריגערט ווען איינער רעדט כפירה צו אמונה.
--

איינער האט מיך געפרעגט וואס טוהסטו אויב דו קומסט ארויף לאחר מאה ועשרים און ווערסט געוואר אז אלעס איז שטותים חלילה. האסט א גאנץ לעבן זיך געפיהרט אידיש און באקומסט נישט מער שכר ווי א פשוטע מעקסיקאנער? ווי אזוי גייסטו פיהלן?

כ'זאג ענק די ריינע אמת, כ'גיי שפירן זייער גוט. כ'האב ענדשוי'ד אידישקייט אויף דעם וועלט טא דע מעקס. כ'האב אזוי אויפגעוואקסן, דאס איז די וועג פון לעבן וואס ארבעט פאר מיך.

וכן להיפוך. דער וואס פיהלט זיך בעסער מיט כפירה חלילה. כ'זעה נישט ווי קעירלעס קומט אריין ביי עפעס וואס איז נישט אין דיינע הענט צו וויסן. אפשר דארפן אונז אויך חושש זיין אויף יעדע רעליגיע פון די וועלט אז ס'איז אמת? אפשר זאלסטו זיין אבסעסט מיט שרעק איבער אן אטאם באמבע? שכל קען נישט וויסן. עטליעסט טוה וואס שפירט זיך די בעסט און גוט.
און ענדשוי לייף!!

זאקן » דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:20 am

· #544824
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול. וויל איך ווידמען אפאר ווערטער לכבוד דעם מדוברת.
אזא שאד. אז די ווייסט שוין יא אז זי איז דא, בעט איר כאטשיג אראפ צולייגן איר זייט פון די מעשה.

שאלתיאל » דינסטאג יאנואר 16, 2024 7:31 am

· #544829
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
חלילה אזוי צו רעדן. די באשעפער אליין קען אין איין רגע אויפווייזן די גרעסטע אפיקורס ער איז דאך א כול יכול, ער קען זיך באווייזן אין א סקונדע. אבער צוליב פארבארגענע סיבות האט ער זיך זייער ליב צו באהאלטן. ווי עס שטייט שוין אין פסוק "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"
דאס אליין דארף דאך שוין זיין גענוג אויפצוווייזן די גרעסטע אפיקורס אז די תורה איז אמת, ממש א אפענע פסוק וואס מען זעט בחוש היינטיגע צייטן אז עס פאסירט. און דאס איז נישט עפעס וואס מען וואלט געקענט פארשאצן מיט יארן צוריק, ווייל אמאל איז דאך גאט געווען אפן פאר יעדעם צו זען, ער האט זיך באוויזן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.
דערמאנט מיך פון א מופת וואס מען פארציילט אויף א רבי וואס מען האט אים מודיע געווען אז א רשע געפינט זיך אויף א פליגער האט ער געזאגט "זאל די פליגער קראכן!" האט מען אים געזאגט אז ס'דא דארט אומשולדיגע מענטשן אויך האט ער געזאגט "זאל די פליגער נישט קראכן!" און ס'האט טאקע נישט געקראכט. ויהי לפלא

פארוואס? » דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:19 am

· #544837
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..
פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
אויב ביסטו טאקע סקעפטיש, איז מעגליך דו זאלסט איבערטראכטן מיט סקעפטיסיזם די מיסאדזשיניסטישע דעות?

תניא בניחותא » דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:13 am

· #544863
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שפילער #
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
בכלל איז שווער צו טוישן איינעמס מיינונג אין סיי וועלכע נושא, לדוגמא א דעמאקראט אדער רעפאבליקאנע, יעדע פאסירונג איז א ראי’ צו זיין צד אז ער איז גערעכט, צום ביישפיל אין א”י, נאך יעדע טעראר אטאקע שרייט סיי דער לינקער און סיי דער רעכטער אז ער איז גערעכט.

ווען ס’קומט צי אמונה ווס’ אפיקורס איז די זעלבע מעשה, מ’דארף זיין גרייט צו טוישן מיינונג אויב די עיני השכל קענען איינזען אז דער צווייטער איז גערעכט, איך קען דיר נישט איבער מאכן די מעמד הר סיני, אבער איך קען דיר מסביר זיין אז ס’איז שטארק מסתבר אז ס’איז געווען אזא מעמד ליבערשט ווי אז ס’איז א בלויזע דמיון.

דער אייבישטער וויל אז אידן זאלן מקיים זיין תורה ומצוות מתוך בחירה נישט געצוואונגען (ווער זאגט? מתן תורה) און ער גייט נישט יעדע פופצן מינוט אויפווייזן פאר דעם נייעם יונגערמאן אז דאס איז זיין רצון.

אז ס’קען היינט 80 יאר שפעטער זיין האלאקאוסט לייקענער, אין נאך איין חודש קען מען לייקענען די אקטאבער 7 שחיטה וואס פון דעם איז שוין יא דא ווידיאוס וכדו’ איז וואספארא ציפרידנשטעלנדע ראי’ קען איך שוין ברענגען אויף בריאת העולם און יציאת מצרים ?

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:31 am

· #544865
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דער פראבלעם איז ע"פ רוב נישט די חסרון פון ראיות אויף יא, נאר די שלל פון ראיות אויף פארקערט.

תניא בניחותא » דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:40 am

· #544868
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
דו האסט ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן?
אז אידן זענען נישט ארויס פון מצרים?
אז ס’איז נישט געווען מתן תורה?
אדער גאר אז די וועלט איז געשען דורך די ביג בענג?

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:49 am

· #544869
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
תניא בניחותא #
די האסט ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן?
אז אידן זענען נישט ארויס פון מצרים?
אז ס’איז נישט געווען מתן תורה?
אדער גאר אז די וועלט איז געשען דורך די ביג בענג?
דאס איז נישט קיין אמונה אשכול, אבער איך וועל פראבירן פארלייגן וויאזוי די טענה קוקט געווענליך אויס. עס זענען דא ראיות אז די וועלט איז נישט באשאפן געווארן אזויווי עס שטייט אין די תורה, און אויך די ארכאלאגישע געפינסן אין מצרים געבן נישט קיין פלאץ פאר יציאת מצרים פונקטליך וויאזוי עס שטייט אין די תורה (אויף א קלענערע פארנעם קען מען נישט אויסשליסן). וואס זייער מסקנא דערפון איז אז די תורה איז מעשי בני אדם רח"ל

פארשטייט זיך אז מ'רעדט נישט פון אבסאלוטע ראיות אויף נישט, דאס איז בכלל נישט בנמצא לכאן אדער לכאן. מ'רעדט פון שכל'דיגע ראיות וואס מ'וואלט מיט דעם געפאסט סיי וועלכע ערענסטע באשלוס

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:02 pm

· #544870
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
פארוואס? #
סקעפטיקער #
צומישט און צוחישט #
אויב איז אים אזוי ברור אז אידישקייט איז א אויסגעזויגענע זאך, פארוואס קען ער נישט פשוט מברר זיין כשמלה זיינע געפינסן פאר זיין ווייב, און ניכרין דברי אמת זי וועט זיכער ווערן איבערצייגט פון זיינע קלארע אפענע ראיות און זי וועט זיך צושטעלן צו אים..
פאר עפעס א סיבה זענען דא הונדערטער רעליגיעס אויף די וועלט, זעהט אויס אז נישט יעדער ווערט איבערצייגט פון אפענע ראיות. שוין אפגערעדט אז די ווייב וויל לכתחילה נישט הערן זיינע ראיות ווייל מ'טאר נישט, אדער איז זי נישט קיין בר (ברת) הכי צו פארשטיין די נושאים, פאר א סיבה לאזט מען זיי נישט לערנען
אויב ביסטו טאקע סקעפטיש, איז מעגליך דו זאלסט איבערטראכטן מיט סקעפטיסיזם די מיסאדזשיניסטישע דעות?
קוקט אויס איך האב מיך נישט גוט ארויסגעברענגט און דו האסט מיך שלעכט פארשטאנען. "פאר א סיבה" מיין איך צו זאגן פאר די סיבה וואס מ'רעדט דא, אז אויב די מאן זאל ווערן אויפגעקלערט זאל ער קענען רעדן צו די וואנט ווייל די פרויען קענען נישט לערנען און האבן נישט קיין וועג אפצושאצן אויב עס איז ריכטיג וואס ער זאגט. קלאר?

עמרם » דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:40 pm

· #544878
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שפילער #
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
ווייס איך נישט,
אבער אויפווייזן א ק''ש מאמין אז יודישקייט איז נישט אמת, איז טאקע נישט מעגליך,

(אז איינער איז שוין דא א תקופה און איז פעסט ביי זיך אז ס'איז אמת, איז נישט דא קיין וועג אויפציווייזן פארקערט)

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:05 pm

· #544881
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
נאך אביסל קען מען אריינשליידערן די דאזיגע אשכול אין העמק דבר אריין.

שפילער » דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:06 pm

· #544882
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
עמרם #
שפילער #
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת
ווייס איך נישט,
אבער אויפווייזן א ק''ש מאמין אז יודישקייט איז נישט אמת, איז טאקע נישט מעגליך,

(אז איינער איז שוין דא א תקופה און איז פעסט ביי זיך אז ס'איז אמת, איז נישט דא קיין וועג אויפציווייזן פארקערט)
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז קאווע שטיבל האט עים אויפגעקלערט חלילה נאר ס'איז די מהות פון דער מענטש ער איז א קאווע שטיבל יוד...

שפילער » דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:07 pm

· #544883
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
קורקלענד #
נאך אביסל קען מען אריינשליידערן די דאזיגע אשכול אין העמק דבר אריין.
די אשכול איז פון די בעסטע אשכולות וואס קאווע שטיבל פארמאגט סהאט אלעס אין זיך!

לאנגע הויזן » דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:58 pm

· #544892
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
Moshe itche #
פונדאַמענטאַל #
איך פארשטיי נישט די גאנצע פרובירן צו "איבערצייגן" די ווייב, סתם ווייל פאר דיינע אייגענע אינטערעסן פרובירסטו אוועקצונעמען איר רעליגיע? אפילו אויב ביסטו אנגעקומען צו א מצב אז די ווילסט נישט האלטן אידישקייט און די האלטסט אז עס איז שקר וכו' קענסטו נאכאלץ מכבד זיינע אירע גלויבונגען, freedom of religion אי נאכאלץ עפעס... עס איז נישט דא קיין מער רעליגיעזע פעולה ווי פרובירן צו איבערצייגן יענעם קעגן א אנדערע רעליגיע...
אויב איז די ריכטיגע זאך צו בלייבן צוזאמען קען עס נאר גיין מיט mutual respect, און אויב דער מאן האט דאס נישט דאן וויאזוי ערווארט מען דאס פונעם פרוי?
דו פארשטייסט עס נישט, אדער דו האלסט אז ס'נישט ריכטיג אזוי צו טון?

אז די פרוי האלט נישט דערביי האט עס טאקע נישט קיין זינען, נישט אז מען קען איינעם באצווינגען אנצונעמען אפעס וואס זיי ווילן נישט הערן, און נישט אז עס איז מענטשליך.

אבער פאר מנן הייבט אן צו רעדן, אהערשטעלן קשיות, ראיות ווייסטו דאך נישט אויב זי איז גרייט דאס אנצונעמען אדער נישט. ס'נמשט מער ווי נארמאל אז א מאן זאל זיך אויסשמועסן זיינע אייגענע ספיקות, קשיות אדער גאר מסקנות פאר זיין ווייב. ער זעט עניוועי זייער שנעל וויאזוי דאס פארט. אויב איז זי גרייט אויך צו גיין זיין וועג, דאן וואס איז שלעכט דערמיט פון זיין קוק ווינקל? ער האט עפעס איינגעזען, ער פרעזענטירט זיין ווייב דערמיט, און זי גייט אויך דערפאר, און מען מאכט א שיפט אין לעבן, וואס קען זיין בעסער?

אז ער זעט אז זי האלט נישט דערביי איז א צווייטע מעשה, אוודאי דארף ער רעספעקטירן איר מהלך און ווירדן.

(אגב, איך פארשטיי נישט פארוואס דו שרייבסט אז עס איז א רעליגיעזע זאך צו איבערצייגן איינער קעגן רעליגיע. ס'איז פינקט אזוי רעליגיעז ווי אומרעליגיעז. עס איז א רעליגיעזע זאך פאר א קריסט צו איבערצייגן א מוסלאמענער אז איסלאם איז פאלטש און נאר יאשקע איז די זאך. און עס איז אן אומרעליגיעזע זאך פאר א אטעאיסט צו איבערצייגן סיי א מוסלאם און סיי א קריסט אז ביידע פון די רעליגיעס איז שקר.)
איז אדרבה, אויב די מאן זעט אז די ווייב וויל זיך נישט טוישן (למשל ביי אייערע מעשה) דעמאלטס פארוואס זאל ער איר סתם דערגיין די יארן?

אויב די מאן זעט אז עס טוט וויי פאר זיין ווייב אויב ער רירט איר אן ווען זי איז נישט ריין דעמאלטס פארוואס זאל ער איר נישט ריספעקטירן און נישט אנרירן?

shadchan » דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:15 pm

· #544893
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
so end of story, what think and i beleive everyone almost wil egrey with me
that he needs try to come fwd and do most of what his wife wants to, if he wants to stay with her

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:19 pm

· #544894
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ביי יעדע געשריבענע גט זענען די מאן און ווייב אויפ’ן זעלבען בלאט...

[אינאיינעם מיט די עדים]

לאכעדיג » דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:10 pm

· #544901
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
ווי פאסיג איז טאקע די וואך צו לערנען די רמב"ן אין פרשת בא וואס ברענגט אזוי שיין ארויס די יסודות אין אמונה.
אין אדם מוריש שקר לבניו. ספר החינוך. וכו'. עי"ש.

האמנתי כי אדבר!

חדשים » דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:23 pm

· #544902
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
שפילער #
סאיז לכאורה נישט דא קיינער וואס קען אויפווייזן א היינטיגע קאווע שטיבל אפיקורוס... אז יודישקייט איז אמת

חלילה אזוי צו רעדן. די באשעפער אליין קען אין איין רגע אויפווייזן די גרעסטע אפיקורס אז ער עגזעסטירט. ער איז דאך א כול יכול, ער קען זיך באווייזן אין א סקונדע. אבער צוליב פארבארגענע סיבות האט ער זיך זייער ליב צו באהאלטן. ווי עס שטייט שוין אין פסוק "ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא"

דאס אליין דארף דאך שוין זיין גענוג אויפצוווייזן די גרעסטע אפיקורס אז די תורה איז אמת, ממש א אפענע פסוק וואס מען זעט בחוש היינטיגע צייטן אז עס פאסירט. און דאס איז נישט עפעס וואס מען וואלט געקענט פארשאצן מיט יארן צוריק, ווייל אמאל איז דאך גאט געווען אפן פאר יעדעם צו זען, ער האט זיך באוויזן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג.

אבער וואס זאל מען ליידער טון אז די אפיקורסים האלטן נישט ביים עפענען די אויגן אין זען קלארע אפענע ראיות.
לאו דווקא. אפילו ווען גאט אליינס האט געשיקט משה, האבן די אידן אויך נישט געגלייבט. און ווען פרעה האט געזען פילצאליגע מאל די יד ה’, האט ער אויך נישט געגלייבט. אפשר דארט האט ער דווקא געוואלט אז מען זאל נישט גלייבן, א בחינה פון ואני אקשה את לב פרעה...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:27 pm

· #544903
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
לאכעדיג #
ווי פאסיג איז טאקע די וואך צו לערנען די רמב"ן אין פרשת בא וואס ברענגט אזוי שיין ארויס די יסודות אין אמונה.

אין אדם מוריש שקר לבנים. ספר החינוך. וכו'.

האמנתי כי אדבר!
כאפ נאר ביטע נישט קיין בליק אויף דעם "אין אדם מוריש שקר לבניו" אשכול...

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:33 pm

· #544905
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
חדשים #
לאו דווקא. אפילו ווען גאט אליינס האט געשיקט משה, האבן די אידן אויך נישט געגלייבט. און ווען פרעה האט געזען פילצאליגע מאל די יד ה’, האט ער אויך נישט געגלייבט. אפשר דארט האט ער דווקא געוואלט אז מען זאל נישט גלייבן, א בחינה פון ואני אקשה את לב פרעה...

ליסן, אויב גאט וויל דווקא, דאן עט סאם פוינט קען ער יעדן מאכן גלייבן. אמת, ס'איז דא הארטע ניסלעך, אבער נישט קעגן גאט! צום סוף האבן אלע אידן געוויזן מיט די פינגער זה קלי ואנוהו. אונז ווייס מיר דאך אויך אז פרעה איז צום סוף געווארן די קעניג פון נינוה און מחזיר בתשובה געווען א גאנצע שטאט מיט זיין אמונה.

לאנגע הויזן » דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:51 pm

· #544913
Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?
שמן למאור #
משה איטשע, שמועה שמעתי אז מרת משה איטשע (אדער די רעביצין פון די חבר...) האט זיך דערוויסט פון דעם אשכול דא, זי האט פארשטאנען אז דאס איז געשריבן געווארן וועגן איר מעשה, און זי ליינט אדורך די אשכול.
איז דאס אמת אדער גאר א דזשאוק?

א פרוי וואס האט עקסעס צו קאווע שטיבעל און ליינט מיט דארשט אשכולות איז ווייט פון אזא ווייב וואס משה איטשע לייגט דא אראפ..

ס'פעלט אביסל קלארקייט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6