לאמיר טאקע אנקוקן די צוויי דוגמאות וואס די ברענגסט, מענדעלע און חב’’ד.
אויב קענסטו אביסל די היסטארי”ע אין וויזניץ, די טעראר וואס די מענדעליסטן, ובתוכם אים אליינס האבן געטון אויף די חסידים האט קוקט אויס נישט געהאט די ריכטיגע השפעה גענוג, ווי די נאבערס ווייזן אז בעת וואס ער האט א נישטיגע עולם פון זיבן אכט הונדערט מענטשן האט זיין ברודער צען מאל אזוי פיל. (כאפ מיר נישט אויפן ווארט יעצט). קוקט אויס מענטשן האבן נאך יא עפעס שכל.
און איך רעד שוין נישט פון וויפיל פון זיינע אייגענע מענטשן וואלטן זיך געוואונטשן אפצולאזן נאר האבן נישט די שטארקייט צו צוברעכן זייער משפחה וכו’ אבער לאכן פון די גאנצע זאך פונקט ווי מיר און דיר.
לגבי חב’’ד ווייס איך נישט וואס פונקטליך מאכט אים פאר יאשקע, געבן דאלערס פאר פרויען? גיין אין קאלעזש? ווייסע הענטשוך? אבער אויב רעדסטו פון משיחיזים איז משם ראי’, וויפיל מענטשן האלטן אז ער לעבט נאך?? א מיעוט. ס’’ה מאכן זיי נויז קוקט עס אויס ווי יעדער איז אזוי.
אבער די האלסט אז יעדע חסידות טרעט אויף עקרי הדת, זיי מיר נאר מסביר פארוואס וועלן מיר רעדן.
איך פארשטיי אויך אז ס’פעלט ביים מעינסטרים אמת’ע אידישקייט אזויווי @דוד ברענגט ארויס, אבער פון דארט ביז טרעטן אויף עקרים אדער יאשקעאיזם אזש א ערליכע איד זאל מוזן אנטלויפן איז א שטיקל מהלך.