☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ברוך שפינאזע

ברוך שפינאזע

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2333
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 5:19 pm

· #60783
לעיקוואד
דאס איז קלאר אז שפינאזע גלייבט נישט אין נסים, דאס הייסט אז למעשה איז זיין שיטה פארקערט פון דער בעש"ט. בשעת וואס דער בעש"ט טענה'ט אז אלץ איז גאט און ממילא נס און טבע זענען בכלל נישט צווי באזונדערע זאכען וויל דער טבע איז גאט פונקט ווי דער נס איז גאט. זאגט למעשה שפינאזע פארקערט, אז עס זענען נישטא קיין נסים און סדארף נישט זיין קיין נסים ווייל גאט איז מגולה אינם טבע פונקט ווי אינעם נס. ממילא בפועל איז זיכער דא א חילוק וואס איז פשוט- שפינאזע גלייבט נישט אין נסים והשגחה, און דער בעש"ט יא. נאר עס בלייבט חוקר זיין צו בעומק איז דא א חילוק אין די מחשבה, דהיינו אז לויטן בעש"ט בלייבט גאט אינדרויסען פון טבע, נאר ער איז אויך אין טבע, אבער ווען ער וויל קען ער משנה זיין דער טבע. דער שיטה ווערט אנגערופען פנאנתאיזם, דהיינו אלץ איז גאט אבער גאט איז נישט נאר אלץ. אדער איז דאס נישט מער ווי א פרטות'דיגע וויכוח צו סאיז דא אמאל זאכן וואס גייען ארויס פון כללי הטבע אבער למעשה איז נישטא קיין חילוק ביסוד.


לויט אונז וואס מיר ווייסן קלאר די נסים וואס זענען געשעהן צו אונזערע עלטערן, הייסט דאס נישט כפירה ממש?
היינטיגע צייטן איז דא א גרויסע הסתרת פנים, און ליידער גיט אן אויסרייד פאר מאנכע צו לייקענען אין די יסודות רח"ל,
און חז"ל האבן שוין פאראויס געזאגט אז עס וועט זיין שווער, בעיקבתא דמשיחא, מ'וועט זיך דראפען אויף די גראדע ווענט זיך צו האלטן ביי די אמונה,
אבער די נסים וואס איז געשעהן פאר אונזערע אבות הקדושים ובניהם אחריהם, פאר די יוצאי מצרים און דור המדבר, און שפעטער אין ירושלים בזמן שביהמ"ק היה קיים, און פאר די נביאים, א.א.וו. לאזט דאך נישט קיין פלאץ פאר די מינדעסטע ספק אז עס עקזיסטירט א גאט פון רצון, שכר ועונש, השגחה פרטית, מסבב כל הסיבות.
אלזא וואס מיינט דאס "נישט גלייבן אין נסים"?

כ'האב מורא ס'איז צו טיף פאר מיין קליין קעפעלע.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 6:35 pm

· #60804
שמעקעדיג, דאס איז קלאר אז שפינאזע'ס שיטות איז אויסדריקליך כפירה. די שאלה איז אויב געוויסע ספעציפישע חלקים און יסודות פון זיין שיטה זענען אויך כפירה אדער ניין, און גרויסע צדיקים האבן אויך געהאלטן אזוי.
(אויסער דעם קען מען דן זיין וואס פונקטליך מיינט א נס, צו דער באשעפער האט עס באשאפן אלס א חלק פון די טבע אדער נישט, אבער דאס איז א שמועס פאר זיך).

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:03 pm

· #60823
אוהב דעת
נולד מאוחר
תימינער תורה איז די dead sea scorls?

אויב די ווילסט קען מען אויך רעדען פין די אנדערע אני מאמין ״שזאת התורה לא תהי מחלפת...״ אונז ווייסען פון אפאר זאכען וואס סגייט זיין אנדערשט ,עבודה בבכורים ,אכילת חזר,כל הימים טובים בטלים חוץ.... נא וויאזוי איז מען דעס מסביר עפ״י פשטות?

אין די ספרים איז דא א ים מיט טינט צו פארענטפערן די אלע שאלות וועגן זאת התורה לא תהא מוחלפת. (אין די מעלות איז אמאל געווען א גאנצער מאמר וועגן כל ימים טובים בטלים).

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:07 pm

· #60827
יואליש


ווען איינער זאגט אז די און די ווארט איז לאו דוקא געשריבן געווארן דורך משה, איז ער א כופר?

אודאי נישט, די גמרא זאגט דאך שוין לויט איין מאן דאמר אז אכט פסוקים זענען געשריבן געווארן דורך יהושע. און איך גלייב נישט אז זיין בר פלוגתא האט אים געהאלטן אלס א כופר. אין ערגסטן פאל איז ער א חולק אויף די מסורה, פונקט ווי איינער זאל זאגן אז ירמיהו האט נישט געשריבן מלכים. די שאלה איז ביז ווי ווייט מען קען דאס אויסציען.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:07 pm

· #60828
zurich
zurich
איך פארשטיי נישט איין זאך,לויט שפינאזע מיט די אלע אנדערע אטיעטיזים אין אפיקורסים וויזוי איז די ערשטע מענטש באשאפן געווארן?? וועלכע קאמפיוטער האט עס געמאכט??!!

איך מיין אז שפינאזע האט נישט געגלייבט אין בריאת העולם פון זערא - creation ex nihilo.

יידל » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:10 pm

· #60830
יואליש
זר זהב
איך מוז אריינהאקן מיט איין קליינעם אני מאמין וואס אויב גלייבט מען נישט דערין איז מען קיין איד נישט, און נאכער קען מען ווייטער שמועסן. בתקוה להבנה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.


פאר די וואס ווייסן אביסעל מער פון וואס די "קעטש פראזע" אינעם סידור זאגט, איז א דבר פשוט אז מ'קען זיין א איד, און ס'זענען טאקע געווען אידן אין אלע דורות, נישט סתם אידן נאר חכמינו ז"ל, וועלכע האבן נישט מודה געווען צו דעם גענוי וויאזוי דו לערענסט עס אפ.

לאמיר פארשטיין. די פראזע טוט אנדייטן אז די כתר ארם צובא איז נישט קיין מענטשליכע ווערק וועלכע האט צוזאמגעשמאלצן די מערערע חילוקים אין תנ"ך צו א איינצעלע "מסורה." יעדע היסטאריען ווייסט אז דאס איז נישט ריכטיג. נאך מער, חז"ל און שפעטערדיגע חכמי ישראל נעמען אן פאר א פשטות דאס ענין פון תיקון סופרים, חסרות ויתרות (אינהו בקיאי בחסירות ויתרות, אנן לא בקיאינן), מספר האותיות, תיבות ופסוקים. אפי' אינעם סאמען עשרת הדברות זענען דא שינו נוסחאות: אין ירושלמי ווערט געברעגט א נוסח אנכי ה' אלהיך אשר הוצאתך מארץ מצרים, אנשטאט הוצאתיך פון אונזער היינטיגע ספרי תורה. ס'איז באקאנט דער מדרש אז ר' מאיר'ס ספר תורה האט געהאט געשריבן טוב מות אנשטאט טוב מאד, און כתנות אור אנשטאט עור. דער רמב"ם, וועמען'ס אני מאמין מיר ניצן, האט געהאט א מסורה נענטער צו די תימני ווי צו אונזער.

מ'קען שרייבן גאנצעטע ספרים, און ס'זענען טאקע דא ספרים, וועלכע דאקומענטירן די הונדערטער ראיות אז אנדערע דורות האבן געהאט אנדערע תיבות ופסוקים.

ס'איז באקאנט די מאמר חז"ל (ווערט געברענגט אין מערערע פלעצער אין חז"ל) וואס זאגט אז ווען ס'האט זיך געמאכט א ספק איז אונזער מסורה באשטימט געווארן בלויז דורכן גיין נאך רוב: "שלשה ספרים מצאו בעזרה ספר מעוני וספר זעטוטי וספר היא באחד מצאו כתוב מעון אלהי קדש ובשנים כתיב (דברים לג) מענה אלהי קדם וקיימו שנים וביטלו אחד. באחד מצאו כתוב וישלח את זעטוטי בני ישראל ובשנים כתוב (שמות כד) וישלח את נערי בני ישראל וקיימו שנים וביטלו אחד. באחד מצאו כתוב תשע היא ובשנים כתיב אחד עשר היא וקיימו שנים ובטלו אחד."

להלכה ווערט גע'פסקן'ט אין שו"ע אז אונזערע ספרי תורה האבן נישט קיין הונדערט פראצענטיגע מסורה: "והא דמוציאין אחרת דוקא שנמצא טעות גמור אבל משום חסרות ויתרות אין להוציא אחרת שאין ספרי התורה שלנו מדוייקים כל כך שנאמר שהאחרת יהיה יותר כשר."

דאס איז געשריבן אין די שנעלעקייט, און נאך איידער מיר קומען צו צום פונקט אויב משה האט דוקא געשריבן יעדעס ווארט אדער פרשה. ס'איז דא געניג חז"ל און קדמונים און ראשונים וועלכע זאגן לאו דוקא, אדער דוקא לאו. אבער דאס איז איז שוין א לענגערע שמועס.

כיידל ועוד ליואליש, ס'אויך באקאנט דער רבי עקיבא אייגער אין - דוכט זיך מיר - שבת דף נ ע"ב.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 7:47 pm

· #60845
דער עולם קאכט זיך דא ווייטער איבער די נושא פון תנ"ך וכו' אעבר איך וויל זיך בעיקר באציען צו די נושאים פון אלקות איך וועל ענטפערן אביסעל שאלות וואס מהאט דא געפרעגט איבער דעם.

נולד מאוחר


קודם פארשטיי איך נישט .וואס מיינט דאס ווארט גאט ווען מען זאגט אז גאט איז די טבע און מער איז גארנושט דא.
3 און 1 איז די זעלבע. וואס בוסטו מחדש ווען די לייגסט צי דו ווארט גאט צי טבע, סאיז די זעלבע ווי איינער זאגט סנאר דא טבע ?
דו ווארט גאט מיינט נארמאל אדער א בורא אדער א מסבב. וואס מיינט דאס און 3? שפנידע האלט און יש מאין אדער קדמות?
אויב דו טבע איז גאט און פארטיג דאן איז גאט מוגבל? דו חקי הטבע איז מוגבל . די פילוספן האבן אלעע געהאלטן אז גאט איז בלי גבול.


אוודאי די שאלות זענען די עיקר שאלות וואס מען דארף פרעגן וועגן דעם.און נאך אלע הסברים וולען אוודאי זיין אזעלכע וואס וועלן זאגען אז דאס איז נישט קיין תירוץ און 3 איז טאקע גלייך צו 1. דאך איז אבער קלאר לענ"ד אז אין שפינאזע איז דא א חילוק צווישען די צווי, נאר עס איז מיר שווער דאס מסביר זיין אויף זיין נוסח וואס איך פארשטיי נישט פונקט, איך געב אייך קודם א לינק צו א פראפעשענעל מאמר וואס איז דאס מסביר אלע וועגן ווי מען קען זאגען אז גאט איז איינס מיט וועלט אן אז דאס זאל זיין כפשוטו ממש וואס דעמאלטס קומט טאקע אויס אז עס איז נאר דא נאטור כפשוטו- pantheism
[קוקטס בעיקר פון אות 4 און ווייטער וואס באנעמט זיך מיט די פראבלעם און ברענגט כמה וכמה מהלכים אויף דעם]

יעצט וועל איך א משהו פראבירען מסביר זיין לפי הבנתי. די שאלה דא איז וואס איז גאט? דו האסט געברענגט צווי באדייטונגען פון די ווארט, איינער איז בורא און דער צוייטער איז מסבב, וואס איך פארשטיי דו מיינס צו זאגען סיבה ראשונה. [דאס איז נישט גלייך צו בורא ואכמ"ל]. עס איז אבער דא נאך א דעפענישען פון גאט, וואס איז אפשר דער עיקר מהות פון גאט פילאסאפיש. [דהיינו אז בורא אדער מסבב על הסיבות זענען מער פעולות זיינע אבער נישט די הגדרה פון עם אליינס]. די הגדרה איז מחוייב המציאות. ד"ה אז אלע זאכען אויף דער וועלט זענען אפשרי, זיי קענען סיי זיין און סיי נישט זיין. משא"כ השי"ת איז מחוייב המציאות. ד"ה אז עס איז נישטא אזא ציור במציאות אז ער זאל נישט זיין. אויב איינער איז נישט באקאנט אין די הגדרות פון אפשרי און מחוייב עי' ר"מ יסוה"ת פ"א וואס איז דאס מסביר.
איצט איז אז מזאגט אז נאטור איז א חלק פון גאט, אדער גאט אליינס, מיינט דאס צו זאגען אז מהאלט אז די עולם הטבע כולו איז אליינס מחוייב המציאות. און דאס איז דאך די עיקר תכונה פון גאט.
יעצט אבער פארשטייט זיך אז קיינער טראכט נישט אז דער ספעציפישער חומר וואס מזעהט פאר די אויגען איז מחוייב המציאות בשעת מיר זעהן קלאר ווי עס קען ווערן אויס. אלא מאי באציט זיך דער שיטה צו דער כללות פונ'ם טבע, כאילו דער טבע בכח אבער נישט בפועל, אדער דער געדאנק פונ'ם טבע. [שפינאזע זעלבט איז קלאר מחלק צווישען די צווי אספעקטן פון טבע אבער איז נישט קלאר פונקט וואס ער מיינט], דער לשון וואס אנדערע נוצען אויף דעם איז טבע כללי נישט טבע פרטי [עי' שו"ת חכם צבי סי' י"ח איך האף דאס צו באשרייבען נאך שפעטער] , אדער אז דער כללות פון אלעס איז גאט נישט די פרטים.
לויט דער הבנה זענען טאקע די פרטותדיגע חוקי הטבע מוגבל אבער נישט די כללים און דער נאטור כמות שהוא איז טאקע אין סוף.

איך האף דאס איז גענוג מסביר צו זיין א משהו עס שאל נישט בולט שווער זיין די שאלות אן אריינגיין צו טיף פארדרייען א קאפ.

לעיקוואד » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:05 pm

· #60855
יאיר


פאנטעאיזם איז לכאורה עפעס וואס יעדער ראציאנעלער מענטש מוז גלייבן, ווייל יעדער איינער פארשטיי אז די וועלט ווערט געפירט דורך חוקי הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט עפעס וואס מען קען אנטאפן און אנאליזירן, עס איז אויסער די גרעניצן פון דעם פיזישן רעאלם. ווי קארל סעיגען דרוקט זיך אויס, "all you have to do is watch an apple drop" כדי צו פארשטיין אז עס זענען דא חוקי הטבע. די חוקי הטבע איז דער "גאט" פון דאוקינס, און דאס איז וואס ער וויל אריינלערנען אין איינשטיין'ס גאט, און ווי פארשטענדליך איז דאס גענצליך אין קעגנזאץ מיט וואס מיר רופן געווענליך אן גאט, און ער קען רואיג ווערן אנגערופן אן אטעאיסט.

מצד שני, די וואס זענען שוין מסכים צו גלייבן אין א גאט וואס איז אן טאפ פון די חוקי הטבע, אבער ער איז נישט קיין פערסאנעל גאט. לויט ווי איך פארשטיי איז ער פונקט ווי די חוקי הטבע, נאר אויף א העכערע פארמאט, דאס הייסט ער איז דער קאמפיוטער פונ'ם קאמפיוטער. די אנהענגער פון די שיטה זענען דיאיסטס, און זענען נענטער צו דעם טעאיסט ווי דער פאנטעאיסט. באמת קען מען דן זיין וואס אזא גאט פעלט בכלל אויס, פארוואס זענען די חוקי הטבע נישט גענוג. קען מען זאגן אז די חוקי הטבע לאזן איבער לעכער וואס פארלאנגען אז עס זאל קומען א שטערקערער כח וואס איז העכער זיי און קענען ערפילן די לעכער. לכאורה איז דאס געווען דער אמת'ער גאט פון איינשטיין. און דאס איז ענליך צו אריסטו'ס גאט.

ביידע זענען אבער אין דירעקטער קעגנזאץ מיט דעם אידישן גאט, ווייל דער אידישער גאט איז אויסדריקליך א בעל רצון. ער האט געוואלט האבן א וועלט, דעריבער האט ער עס באשאפן. ער האט געוואלט דער מענטש זאל אים דינען, דערפאר האט ער אים באשאפן. דעריבער כדי צו זיין א מאמין מוז מען אויסדריקליך גלייבן אין א פערזענליכער גאט, מען קען בלויז דן זיין ווי ווייט פערזענליך עס איז שייך צו מאכן אזא מושג פון גאט, אבער דאס איז קלאר אז ער האט רצונות און פארלאנגען.

איך וועל ענדיגן מיט איין הערה, איך וואלט געוואלט וויסן אויב איינער קען מיר ערקלערן ווי אזוי איז דער זאך אז א מענטש האט פערזענליכקייט בכלל געקומען אויף דער וועלט לויט די דעאיסטן. דער אטעאיסט האט נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער גלייבט דאך נישט אין קיין שום געטליכער מושג, און לויט אים איז דער מענטש פונקט ווי א קאמפיוטער, אבער דער דעאיסט וואס האט נאר א פראבלעם מיט דעם פערזענליכן גאט, און ער פארשטייט אז מיר מוזן צוקומען צו גאט, צו וועט ער אויך מוזן האלטן אז א מענטש איז נאר א קאמפיוטער? איך גלייב שווער אז איינשטיין האט געהאלטן אז דער מענטש איז נאר א מאשין.


לאמיר פראבירען צו זעהן דא. די ערשטער נקודה וואס דו שרייבט אז יעדער רצאנאלער מענטש דארף דאס גלייבען איז נישט פונקט אונזער נושא. אוודאי גלייבט יעדער איינער אז עס איז דא חוקי הטבע וואס רעגולירען דער מציאות, און אין דער זין איז דאס דער שולט. [הגם אז א אמתער סקעפטיק מעג זיין מסופק אין דעם אויך ואכמ"ל] איך מיין אז אלע אידישע דענקער [אפשר חוץ ר' נחמן ברעסלעבער אויב נעמט מען עם עקסטערם] זיינען מסכים צו דעם. דאס איז נאכנישט אבער פאנאטאיזם. ווייל דאס מאכט נאכנישט די חוקי הטבע פאר קיין גאט [ווי איך האב א משהו מסביר געווען און געלינקט אינם פריערדיגע תגובה מיינע די חילוק]. אוודאי איעדער מאמין גלייבט אז דער אייבישטער האט געמאכט די חוקי הטבע, אבער נישט אז ער איז די חוקי הטבע.

איצט דער אריסטוטלישע גאט איז טאקע נישט די חוקי הטבע זעלבסט, נאר כאילו דער ערשטער און העכסטער חק פון טבע, סיבה ראשונה, המניע, דער סארט גאט פעלט אויס לאגיש וועגן די פארשידענע טענות וואס זענען דא צו דעם ווי דער קאסמאלגישער ארגומענט וכדו' [סיבת כל הסיבות], נישט וועגן לעכער וואס איז דא אין אונזער הבנה פון חוקי הטבע.

דער גאט איז למעשה דער אמתער גאט אויך לויט יידושקייט,עכ"פ לויטן רמב"ם און אויך ע"פ קבלה וואס רופען דאס א"ס. נאר נאכדעם מאכט זיך פארשידענע חילוקים וויאזוי מענטשען זענען זיך מתייחס צו דעם גאט. מקען טענה'ן אז וויבאלד ער האט נישט קיין רצון וכו' איז נישט שייך צו רעדן וועגן דעם אלץ א נפק"מ אין אונזער לעבן בכלל. דער פראבלעם פון דער גאט איז בעיקר אז ער איז זייער פרעמד און ווייט פון א מענטש און ממילא שטימט נישט מיט קיין רעליגיע.
פאר דעם איז איינשטיין למשל מער א פאנתאיסט ווי א דאיסט, ווייל ער זעהט יא אז דער גאט זיינע איז זיך מתגלה אין דער סדר פונם טבע און איז זיך מתפעל ומשתומם אויף דעם. און עס איז ביי עם שייך אפילו אהבה ויראה כלפי דעם. דאס ווערט אנגערופען אז זיין גאט איז מער Immanent ווי אריסטו'ס גאט. די זעלבע זאך דער רמב"ם וואס זעהט למעשה גאט ווי ער איז זיך מתגלה אין דער וועלט, הגם ער ניצט נישט די נוסחאות און איז ממילא נישט קיין פאנתאיסט, דאך גלייבט ער באיזה אופן אז א מענטש קען האבן א קשר מיט גאט [דורך שכל הפועל וכו' ואכמ"ל]

פשטות היהדות איז טאקע מער א פערסענאל גאט וואס האט א רצון וכו' און אויף דעם האט זיך אויסגעגאסען ימים מיט טינט דאס מסביר זיין, דער מערסט אנגענומענער תירוץ איז דער תירוץ פון קבלה כמורחב אין פרדס רמונים פון רמ"ק עיי"ש, בקיצור אז עס איז דא א חילוק פון עצמותו און די ספירות וואס איז זיין התגלות.

די שאלה דיינע וועגן די נפש איז א עקסטערע שאלה און שפינאזע האט וואס צו זאגען וועגן דעם אלא שאין לי כח להאריך.

איך געב צוויי לינקס צו מאמרים וואס זענען מסביר שפינאזעס שיטה כולו ווער עס וויל קען זיי ליינען.

stanford encyclopedia of philosophy
intrenet encyclopedia of philosophy

אוהב דעת » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:22 pm

· #60890
לפי מה שהסברת אופן ג׳ בשפוניזא אז נאר די טבע איז גאט אין אז דער טבע בכוח/ טבע כללי איז מחויב במציאות( און איך וועל אויך זאגען אז נאטור איז אין סוף ,אויב עס איז שייך צו זאגען אזאנס בכלל) ,איז דאס כפירה? אויב יא פארוואס? (נאר וועגען איך גלייב נישט אין נס?)
אין אפשר קענסטו מסבר זיין אויפן שפיץ גאפעל וויאזוי קומט ער צו אז ד׳ איז נישט משגיח אויף דער וועלט אפילו בדרך כללי?

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:47 pm

· #60895
לעקוואד, אויב די טבע איז מחיוב המציאות פארוואס זאל מען דאס פארגרעסערן און צילייגען נאך א שטיקעל גאט?
כמיין צי פרעגן, וואס פארלאנגט און געט רעכט צי זאגן ווי 2 אזוי דער בעש''ט, אז מיט 3 האט מען שוין א מחויב המציאת -גאט פארוואס דארף מען עם פארגרעסערן?
יעצט ווערט מיר נולד ,וואס איז שפינאזה סיבה בכלל אנציהויבען צי באשפן א גאט? דאס הייסט וועלכע פראבלעם סאלווד מען מיט א מחיוב המציאת?

נאך א זאך וואס איך פארשטיי נישט, מרוקט אריבער די ווארט גאט צי טבע . כאולו טבע ווייסן מיר וואס דאס איז און מיר זענען באקאנט מיט עם , און מזאגט ווילסט וויסען וואס גאט איז ? ס'איז טבע.
וואס איז דאס טבע ,וואס מיינט חיקי הטבע איז בלי גבול? מארגן קען פון אן עפל בוים וואקסן אקסן?
איך ווייס איך פרעג נישט קלאר אבער דורך אויסשמיסען וועל איך קלארער ווערן בעזרת השם של אברהם ולא להחליף בשל שפינזא ח''ו.

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:14 am

· #60909
יאיר
יואליש


ווען איינער זאגט אז די און די ווארט איז לאו דוקא געשריבן געווארן דורך משה, איז ער א כופר?

אודאי נישט, די גמרא זאגט דאך שוין לויט איין מאן דאמר אז אכט פסוקים זענען געשריבן געווארן דורך יהושע. און איך גלייב נישט אז זיין בר פלוגתא האט אים געהאלטן אלס א כופר. אין ערגסטן פאל איז ער א חולק אויף די מסורה, פונקט ווי איינער זאל זאגן אז ירמיהו האט נישט געשריבן מלכים. די שאלה איז ביז ווי ווייט מען קען דאס אויסציען.


האסט געפרעגט זייער א גיטע שאלה. וואס איז די תירוץ? אוןוואס טוט מען מיטן אני מאמין, וויאזוי לערענט מען איר אפ? האט דער רמב"ם עס געשריבן כדי צו פארמען א גרינגע וועג פון גלייבן וואס איז לאו דוקא מוכרח לויט חז"ל?

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:42 am

· #60925
לגבי אפלערנען דעם רמב"ם מיין איך איז נישט אזא פראבלעם. סוף כל סוף האט ער מסתם נישט געמיינט צו זאגן "שכל התורה" אפילו אויף די חסירות און יתירות. הגע בעצמך, אפשר האט ער אויך געמיינט אז די גוף הספר תורה וואס מיר האבן איז געגעבן געווארן דורך משה? "תורה" מיינט געווענליך די מצוות, און אויף דעם גייט ער לכאורה ארויף. נאכמער, אפילו אין די תוכן איז דאך אויך דא אזויפיל מחלוקות. דער רמב"ם האט אפשר נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער האלט דאך אז אין א הלכה למשה מסיני איז נישטא קיין מחלוקות, אבער רוב זענען דאך מחולק מיט אים.
די שאלה פאר זיך איז אבער אינטערעסאנט צו דן זיין. וויפיל ווערטער דארפן מען מייחס זיין צו א צווייטן כדי צו ווערן א כופר?
אויב איינער האלט אז למשל פרשת בראשית איז נישט געשריבן געווארן דורך משה נאר ער איז געווארן מצווה פון ה' דאס אריינצולייגן אין די תורה, ווערט ער א כופר?
אויב איינער האלט אז די תוכן פון די מצוות איז געגעבן געווארן אויפ'ן בארג סיני, אבער מען האט עס אראפגעשריבן אין אנדערע זמנים, דורך פארשידענע מענטשן, ווערט ער א כופר?

יואליש » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 4:16 am

· #60942
יאיר
לגבי אפלערנען דעם רמב"ם מיין איך איז נישט אזא פראבלעם. סוף כל סוף האט ער מסתם נישט געמיינט צו זאגן "שכל התורה" אפילו אויף די חסירות און יתירות. הגע בעצמך, אפשר האט ער אויך געמיינט אז די גוף הספר תורה וואס מיר האבן איז געגעבן געווארן דורך משה? "תורה" מיינט געווענליך די מצוות, און אויף דעם גייט ער לכאורה ארויף. נאכמער, אפילו אין די תוכן איז דאך אויך דא אזויפיל מחלוקות. דער רמב"ם האט אפשר נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער האלט דאך אז אין א הלכה למשה מסיני איז נישטא קיין מחלוקות, אבער רוב זענען דאך מחולק מיט אים.
די שאלה פאר זיך איז אבער אינטערעסאנט צו דן זיין. וויפיל ווערטער דארפן מען מייחס זיין צו א צווייטן כדי צו ווערן א כופר?
אויב איינער האלט אז למשל פרשת בראשית איז נישט געשריבן געווארן דורך משה נאר ער איז געווארן מצווה פון ה' דאס אריינצולייגן אין די תורה, ווערט ער א כופר?
אויב איינער האלט אז די תוכן פון די מצוות איז געגעבן געווארן אויפ'ן בארג סיני, אבער מען האט עס אראפגעשריבן אין אנדערע זמנים, דורך פארשידענע מענטשן, ווערט ער א כופר?


ביסט גערעכט ס'ברויך ווען נישט צו זיין א פראבלעם, עכ"פ מיט די ענינים וואס חז"ל זאגן אונז שוין אז ס'איז פראבלעמאטיש. די פראבלעם הייבט זיך אן ווען יעדע בעל דרשן, און לאו דוקא אנגעהויבן פון היינט, ליארמעט "אפי' א קוצו של יוד!" נישט האבענדיג אן אנונג וואס ער רעדט.

יאיר » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:08 pm

· #61234
יואליש, דו האסט א פוינט, אבער מען דארף האלטן אין קאפ דער חילוק צווישן חסירות ויתירות און די שאלה פון וואס די גמרא רעדט. לגבי חסירות און יתירות קען מען נאכאלס רואיג זאגן אז כל התורה וכו' היא הנתונה, כאטש מיר ווייסן אז עס איז נישט ממש אזוי, איז פשט אז לויט ווי מיר נעמען אן אז דאס איז אונזער גירסא, און אז דאס איז דער תורה וואס מסרה ליהושע ויהושע לזקנים, דאן מוזן מיר אננעמען אז יעדער אות איז געשריבן געווארן דורך משה מפי הגבורה. עס קען טאקע זיין אז עס זענען אריינגעפאלן טעותים, אבער דאס איז דער פראבלעם פונ'ם דרוקער, נישט פון די וואס האבן אונז איבערגעגעבן די תורה. די נעקסטע שאלה איז וואס טוט זיך אויב איינער עקשנ'ט זיך אויף געוויסע פסוקים אז משה האט דאס נישט געשריבן, נאר אן אנדער נביא, אויך מפי ה'. לויט ר' יהודה זעט אויס אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, און ער גייט נישט אריין אינ'ם כלל פון האומר אפילו פסוק אחד וכו' משה מפי עצמו אמרה, ווייל ער איז מודה אז ס'קומט פונ'ם באשעפער, נאר דורך א צווייטער שליח. ברויך מען וויסן אויב ר' יהודה איז אויך מסכים עס אויסצוציען אויף נאך פסוקים וואס האבן ענליכע קשיות.
עס איז נאר אינטערעסאנט ווי אפילו די פריערדיגע און אפילו גאר ראשונים האבן אזוי אוועקגעמאכט שיטת ר' יהודה, בעת אבן עזרא נעמט עס אן מיט א פשטות, און וואגט זיך אפילו צוצולייגן נאך פיר פסוקים פון ויעל משה, און אז יהושע האט עס געשריבן בסוף ימיו צוליב די שוועריקייט פון עד היום הזה (דא שרייבט ער עס אפן און קלאר, נישט בלשון סוד). על כל פנים, דער בעל דרשן וואס שרייט וועגן דעם קוצו של יוד האט ברייטע פלייצעס אויף וואס זיך צו פארלאזן.
רבינו בחיי
כתב החכם רבי אברהם ז"ל, לפי דעתי כי מזה הפסוק ואילך כתב יהושע כי אחר שהלך משה לא ירד, ובדרך נבואה כתב אותו, והעד ויראהו השם, גם ויאמר השם אליו, גם ויקבור אותו ע"כ, הוצרך לפרש כן לפי שקשה בעיניו שיכתוב משה מיתתו וקבורתו, ואינו אמת ואין פירושו נכון, אבל הנכון להאמין והקבלה האמיתית שיש לנו, כי משה כתב התורה כולה מבראשית עד לעיני כל ישראל, הכל מפי הגבורה, והנה משה כמעתיק מספר קדמון מתחילה ועד סוף אות באות, וזו היא דעת רבי מאיר שאמר אפשר ספר תורה חסר אות אחת וכו'.

אור החיים
עד היום הזה, הם דברי ה', שהיה אומר ומשה כותב, וכמו כן מאמרים הקודמים לזה, וימת שם משה, ויקבור אותו, וראיתי להרב ר' אברהם בן עזרא שכתב שיהושע כתב כן. ואין ראוי לכתוב כדברים האלה בפשטי הכתובים, שמשה לא השלים הספר תורה שמסר ללוים, שבאזני שמעתי מבני עמנו מסתבכים בדבר זה ומסעפים מזה כפירה בתורה, וזו היא טענת הגוים שמבני ישראל תקנו המכתב ונמצא בה מה שלא היה ולא היה מה שהיה. וישתקע הדברים ודומיהם, הסבי עיניך מנגדם. והעיקר שכל הספר תורה כתבו משה, וכאומרם (בב טו.) השלימו בדמע.

לעיקוואד » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:18 pm

· #61237
[איך קלער אז מען זאל אפטיילען די נושא פון כל התורה מפי משה וכו' צו א צוייטער אשכול, אויב איינער פון די מנהלים אדער אחראים קען באשטיין]

נולד מאוחר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:05 am

· #61642
יאיר וויאזוי קענען מיר מחליט זיין ווער סאיז גערעכט דו אבן עזרא אדער אור החיים און רביני בחיי.
אז רוב האבן געהאלטן קעגען אבן עזרא איז א סיבה צי זאגן דו רוב איז גערעכט?

לעקוואד סארי פארן ממשיך זיין דא מיט די שמועס איך עגרי אז מען זאל דא פאקסען אויף שפינזא.

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:00 am

· #61658
אז דו האסט דערמאנט פלו'ס בוך, מיין איך אז דאס איז דוקא א ראי' אויף פארקערט. פלו איז געווען א גרויסער דענקער און אן אויסגעשפראכענער אטעאיסט אלע זיינע יארן, וועלכער איז בכלל נישט געווען קיין רעליגיעזר מענטש, און ער האט "חוזר בתשובה" געווען סוף ימיו און איז געווארן א דעאיסט. איך האב נישט געליינט זיין בוך, אבער לויט ווי איך האב עס געזען באשרייבן לייגט ער דוקא יא אראפ די טענות אויף אן אופן אז עס זענען דא לעכער אין נאטור, למשל אז עס איז נישט מעגליך אז די קאודס פון די ען עי זאלן האבן געשריבן געווארן פון זיך אליין.
אגב, איינשטיין, למשל, איז דוקא נישט געווען א מענטש וועלכער האט געגלייבט אין העכערע זאכן, נאר ער איז אזוי נתפעל געווארן פון די חוקי הטבע, אז ער האט נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז עס איז פארהאן עפעס העכערס דערין מער ווי די טרוקענע חוקי הטבע (זע די בריוו וועגן דאווענען וואס לעיקוואוד לינקט אויבן). איך ווייס נישט אויב דו רופסט דאס אן א רצון צו גלייבן אין העכערע זאכן.
לעיקוואוד האט שוין פריער ארויפגעברענגט אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי גלייבן אין גאט איז צוליב די קאסמאלאגישע ארגומענט. בעצם איך פארשטיי דאס נישט אזוי גוט, ווייל פארוואס קען נישט דער חוק הטבע זיין דער פירסט מואווער. אדרבה, אויב איז דא בפועל א סיבה ראשונה, ווערט דאך שווער ווער איז זיין סיבה, מוזטו דאך סייווי צוקומען אז ער איז א גייסטיגע וועזן וואס דארף נישט קיין סיבה, אויב אזוי קענסטו דאך שוין בלייבן ביי חוקי הטבע.
אויך האט ער אויפגעברענגט אז זיי דארפן איינעם וואס איז מחוייב המציאות, פארשטיי איך ווייטער נישט פארוואס קען נישט דער חוקי הטבע זיין דער מחוייב המציאות. דער טבע איז טאקע נישט קיין מציאות פאר זיך, אבער גאט איז דען יא?
וועגן די סברא וועגן דעם בעל שם טוב, איך גלייב שווער אז די התנגדות צום בעל שם טוב איז געקומען צוליב אזעלכע דקות'דיגע פילאזאפישע סברות, בפרט ווען דער בעש"ט האט דאך דירעקט אין פראקטיק געלערנט דאס פארקערטע, אז אפילו דער פשוט'ער מענטש קען אויך האבן א פערזענליכע דביקות אין באשעפער. און בפרט אז די פילאזאפיע פון חסידות איז געבויעט אויף די יסודות פון די פריערדיגע, און דאס עיקר התנגדות איז נישט געבויעט אויף זיין תורה, נאר אויף זיינע מעשים. אויך, איך ווייס נישט וויפיל פון די מתנגדים אין מזרח אייראפע האבן בכלל געהערט פון שפינאזע.

יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:32 am

· #61663
נולד מאוחר
יאיר וויאזוי קענען מיר מחליט זיין ווער סאיז גערעכט דו אבן עזרא אדער אור החיים און רביני בחיי.
אז רוב האבן געהאלטן קעגען אבן עזרא איז א סיבה צי זאגן דו רוב איז גערעכט?

לעקוואד סארי פארן ממשיך זיין דא מיט די שמועס איך עגרי אז מען זאל דא פאקסען אויף שפינזא.

דאס גייט אריין אין די דיון אויב עס איז שייך צו פסק'נען אין שאלות וואס זענען נישט נוגע למעשה. יעצט וועסטו פרעגן ווי אזוי מען דארף פסק'נען אין דער נושא אליין 😃.
אויסער דעם, לויט ווי עס איז ניכר אין זייערע ווערטער בפרט פונ'ם אור החיים, האבן זיי געהאלטן אז אפילו אויב דאס איז נישט קיין כפירה, דאך איז דאס נישט עפעס וואס מען קען מגלה זיין פאר'ן המון עם (דאס מיינט ווארשיינליך דער אבן עזרא מיט זיין "סוד") ווייל עס קען ברענגען צו כפירה, ממילא אפילו אויב איינער וויל אזוי אננעמען פריוואט, האבן זיי געהאלטן אז מען טאר דאס נישט קובע זיין אין א ספר אלס א דבר מוסכם. דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי איך קען עס פארענטפערן.
אגב, איך מיין מען זאל דוקא יא לאזן די נושא אין דעם אשכול, משום שהן מהדברים שהצניעות יפה להן.

לעיקוואד » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:28 pm

· #61791
יאיר
אז דו האסט דערמאנט פלו'ס בוך, מיין איך אז דאס איז דוקא א ראי' אויף פארקערט. פלו איז געווען א גרויסער דענקער און אן אויסגעשפראכענער אטעאיסט אלע זיינע יארן, וועלכער איז בכלל נישט געווען קיין רעליגיעזר מענטש, און ער האט "חוזר בתשובה" געווען סוף ימיו און איז געווארן א דעאיסט. איך האב נישט געליינט זיין בוך, אבער לויט ווי איך האב עס געזען באשרייבן לייגט ער דוקא יא אראפ די טענות אויף אן אופן אז עס זענען דא לעכער אין נאטור, למשל אז עס איז נישט מעגליך אז די קאודס פון די ען עי זאלן האבן געשריבן געווארן פון זיך אליין.
אגב, איינשטיין, למשל, איז דוקא נישט געווען א מענטש וועלכער האט געגלייבט אין העכערע זאכן, נאר ער איז אזוי נתפעל געווארן פון די חוקי הטבע, אז ער האט נישט אויסגעשלאסן די מעגליכקייט אז עס איז פארהאן עפעס העכערס דערין מער ווי די טרוקענע חוקי הטבע (זע די בריוו וועגן דאווענען וואס לעיקוואוד לינקט אויבן). איך ווייס נישט אויב דו רופסט דאס אן א רצון צו גלייבן אין העכערע זאכן.
לעיקוואוד האט שוין פריער ארויפגעברענגט אז איינע פון די סיבות פארוואס זיי גלייבן אין גאט איז צוליב די קאסמאלאגישע ארגומענט. בעצם איך פארשטיי דאס נישט אזוי גוט, ווייל פארוואס קען נישט דער חוק הטבע זיין דער פירסט מואווער. אדרבה, אויב איז דא בפועל א סיבה ראשונה, ווערט דאך שווער ווער איז זיין סיבה, מוזטו דאך סייווי צוקומען אז ער איז א גייסטיגע וועזן וואס דארף נישט קיין סיבה, אויב אזוי קענסטו דאך שוין בלייבן ביי חוקי הטבע.
אויך האט ער אויפגעברענגט אז זיי דארפן איינעם וואס איז מחוייב המציאות, פארשטיי איך ווייטער נישט פארוואס קען נישט דער חוקי הטבע זיין דער מחוייב המציאות. דער טבע איז טאקע נישט קיין מציאות פאר זיך, אבער גאט איז דען יא?
וועגן די סברא וועגן דעם בעל שם טוב, איך גלייב שווער אז די התנגדות צום בעל שם טוב איז געקומען צוליב אזעלכע דקות'דיגע פילאזאפישע סברות, בפרט ווען דער בעש"ט האט דאך דירעקט אין פראקטיק געלערנט דאס פארקערטע, אז אפילו דער פשוט'ער מענטש קען אויך האבן א פערזענליכע דביקות אין באשעפער. און בפרט אז די פילאזאפיע פון חסידות איז געבויעט אויף די יסודות פון די פריערדיגע, און דאס עיקר התנגדות איז נישט געבויעט אויף זיין תורה, נאר אויף זיינע מעשים. אויך, איך ווייס נישט וויפיל פון די מתנגדים אין מזרח אייראפע האבן בכלל געהערט פון שפינאזע.

כלפי סיבת הסיבות, איז אויב נעמט מען אן אז א דבר גשמי קען נישט זיין סיבת עצמו און מען נעמט אן אז דער טבע אזוייוי מיר זעהן עס איז מוגבל וגשמי ממילא קען מען נישט זאגען אז ער איז מחוייב המציאות און סיבת עצמו מוז מען טרעפן אן אנדערע סארט מציאות מחוץ לטבע וואס זאל דאס זיין.
פארשטייט זיך עס זענען טאקע דא וואס טענה'ן אזויווי דיר אז סנישט קיין ראייה.

עס זענען אויך דא נאך פילאסאפישער ראיות צו גלייבען אין גאט ואין כאן מקומם.

צו זאגען למשל אז די ענ עי קען זיך נישט שרייבען אליין איז לאו דווקא א טענה פון god of the gaps סווענט זיך וויאזוי מען זאגט עס, דער אויבנדערמאנטער ביך קען איך נישט אבער מקען זאגען אזא טענה אז סזענען דדא זאכען וואס זענען irreducibly complex און די מערסטע שכלדיגע וועג זיי מסביר צו זיין איז מיט א אינטעלידזשענט דיזיינער [דאס געהערט אבער צו א צוויטע נושא דהיינו די הוכחה אויף גאט פון דער סדר אדער חכמה וואס מזעהט אין די בריאה].

וואס דו זאגסט וועגן אינשטיין איז למעשה מיין איך אז איינע פון די גדרים וסימנים פון א רעליגעזע קוק משא"כ א סייענטיפישע אטעאיסטישע איז די חילוק צו מען כאפט התפעלות און מאיז זיך מתרשם אז דא ליגט עפעס העכער און טיפער, איך מיין אז דאס איז א יסודותדיגער הבחנה צווישען רעליגיע און די שאלה צו א שפינאזע סטייל אמונה איז אמונה אדער נישט. דוקינס למשל כאפט אויך התפעלות פון דער טבע אבער דאס איז נישט רעליגיעז וויל ער זעהט נישט קיין שום איין כח וואס זאל זיין איבער אלעס, [הגם מען קען טענה'ן אז אויך זיי התפעלות איז בעצם רעליגעז און שטימט נישט בלויז מאטיראליסטיש און ער איז זיך מכחיש] משא"כ ווער עס זעהט איין איינציגער געזעץ וואס פירט דער גאנצער טבע נישט קיין חילוק ווי ער רופט דער יסוד, אזויווי שפינאזע, דאס איז שוין רעליגעז.

די זעלבע זאך די דאיסטען, אסאך פון זיי גלייבען טאקע נישט אין נבואה וכדו' דאך גלייבען זיי אין אזא מושג פון נאטורליכע רעליגיע דאס הייסט אז דער טבע איז א התגלות רצון פון גאט אדער אז דער מענטשליכער שכל איז א התגלות פון גאטס ווילען ממילא איז דאס שוין אויך א רעליגעזע שטאנדפונקט און נישט בלויז סייענטיפיש אטעאיסטיש. [קאנט למשל וואס טענה'ט אז דאס וואס א מענטש פילט אז ער מוז זיין מאראליש האלט אז דאס איז גאר א ראיה צו גאט, און עכ"פ אויך ער פארשטייט אז דאס איז א מין רעליגיע]

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 10:58 pm

· #71361
איך וויל פרעגן עפעס אנדערש, ווי אזוי קען א רעזולטאט פון איין עקסידענט (דאוקינס) כאפן התפעלות פון א רעזולטאט פון אן אנדערע עקסידענט (די יוניווערס)?
(מיט עקסידענט מיין איך עפעס וואס איז אולטימעטלי אן עקסידענט, אויב מען גייט צוריק צום סאמע ערשטן פונקט)

לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 11:05 pm

· #71680
[ציטאט אראפגענומען]


מאריך זיין ווייס איך נישט צו איך קען כרגע, אויף דעם דארף מען מער הכנה, און איך ליג נישט פונקט אין די סוגיא.
איך וועל אבער פראבירען קלאר מאכען וואס איך קלער אויף די נושא.

ערשטנס, לאמיר ארויסנעמן די מענטשען אלבערט איינשטיין און ריצ'רד דוקינס פון דער בילד, עס איז נישט קיין אמתער נפקא מינה וואס איינשטיין האט געגלייבט אדער וואס דוקינס שפירט, (ביידע אגב ליידען פון די זעלבע פראבלעם, זיי זענען טאקע גוטע סייענטיסטן אבער גאנץ קנאפע פילאסאפער.) דער גאצע נפק"מ פון דעם איז בלויז פי. אר.

עס איז גאנץ מעגליך אז דער מענטש איינשטיין האט זיך טועה געווען און דאס וואס ער האט פארשטאנען אלץ א סארט רעליגיעזע התפעלות [לפי דבריו עצמו- אמנם נישט א פרעזענליכע גאט אבער יא עפעס צווישען דאיזם און פנאתאיזם], בשעת ער האט באמת נישט געפילט מער פון א סייעטיפישע התפעלות וואס האט מיט א גאט גארנישט [כטענת דאקינס] . מאידך גיסא איז גאנץ מעגליך אז ריצרד דוקינס איז זיך טועה און ער פילט אמתדיגע רעליגעזע פילינגס נאר ער טייטשט עס אויס קרום לויט זיינע אתאיסטישע מטיריאליסטישע מיינוגען.

מקען אויך טענה'ן, ווי יאיר האט געשריבען, אז דער גאנצער מושג פון התפעלות האט נישט קיין זין אין א גענצליך מטיראליסטישע וועלט, למעשה אלע הרגשים האבען נישט קיין אמתער זין אין אזא וועלט, וואס מאכט א רעדוקציע פון יעדער סארט הרגש צו כעמישע שינויים אין מח. און וואלט בעצם געדארפט מאכען פונקט די זעלבע אויך צו א"ג ראציונלישע מחשבות, נאר עפעס א מיסטעריעזע אמונה האלט אפ די סארט מטיריאליסטים פון גיין מיט זייער אייגענע שיטה עד הסוף. דאס איז בעצם א שטארקע טענה, נישט א עמפירישע טענה, וייל לעולם קען דוקינס טענה'ן אז אין הכי נמי, נאר א רעיונישיע טענה, כלומר אז די אלע סארט הרגשים, בעצם יעדער טענה וואס גיט אן ערך צו א זאך אז עס איז גוט אדער נישט וכדו', האט נישט קיין שום משמעות אין אזא וועלט. ממילא פאר דוקינס צו פראבירען צו שטיפען מענטשען למשל צו פילען אזא סייענטיפישע הרגש האט נישט קיין שום זין.

לאמיר אבער אפלאזען די סארט פילאספאישע טענות, וואס טענה'ן בעצם אז עס איז נישטא אזא זאך ווי א סייענטיפישע פילינג, אדער לפחות אז די סייענטיסטן האבן זיך געמאכט א אייגענע נייע רעליגיע וואס איר גאט רופט זיך "סייענס" און עס איז פונקט אזוי מבוסס אויף אמונה פשוטה אן גענוג שטארקע עווידענס פונקט ווי יעדער אנדערע רעליגיע [דוקינס וויל זיין פויבסט פון דער רעליגיע, ער, ביחד עם חבריו די א"ג נייע אתאיסטען, פירען א דזשיהאד בשמה. אויך קארל סעיגען'ס ביכער זענען שטארק געפארבט מיט רעליגעזע פארבען און ליינען זיך פשוט ווי א בעל תשובה שרייבט ווי ער האט מגלה געווען דער אור און אמת אין א רעליגיע. אין זיין ספר varieties of scientific experience זעהט מען קלאר ווי סייענס איז געווען זיין רעליגיע פשוטו כמשמעו] , און לאמיר פראבירען מגדיר זיין די חילוק אינ'ם הרגש אליינס פון א סייענטיפישע חילונישע, ביז א רעליגעזע הרגש.

קודם דארף מען זיך באקאנט מאכען אביסעל מיט די ווויכטיגסטע ביכער, פון אנהייב צוואנציגסטער יאר הונדרעט, וואס האבן גיעפנט די נושא פון רעליגיעזע עקספיריענס. די ערשטער איז וויליאם ג'יימס ביך varieties of religious experience, [צו וועמע'ןס נאמען סעיגענ'ס אויבענדערמאטער ביך'ס נאמען איז א ענטפער], און דער צווייטער איז רודולף אוטו'ס בוך, The Idea of the Holy איך קען נישט דא מסכם זיין די גאנצע נושא, איך בין נאר מציין מ"מ אז ווער עס איז אינטרעסירט צו לערען די נושא מוז די צוויי ביכער ליינען. דאס בלייבט אבער זיכער, אז עס איז דא גאנץ ווייניג שייכות צווישען די הרגשים וואס זיי זענען מתאר און די וואס דוקינס האט אליינס און וויל אריינלערנען אין איינשטיין. די הגדרות וואס זיי געבען אויף רעליגיעזע הרגשים זעען זייער קלארע און מקען זיי בכלל נישט פארמישען מיט פילינגס וואס אן עטיאיסט האט. [עס קען יא זיין אז דער אטעאיסט זאל מודה זיין אז ער פילט דאס און דאך טענה'ן אז עס איז נישט מוכיח גארנישט, דאס איז אן עקסטערע שאלה צו די פילינגס קענען מוכיח זיין עפעס, אבער ער קען לענ"ד נישט טענהן אז די פילינגס זענען גאר פראסטע הרגשים. דאכצימיר אז סעם העריס מאכט די נקודה זייער קלאר און האלט אפילו אז עס איז כדאי נאכצולויפען רעליגיעזע און מיסטישע עקספיריענס אן גלייבען אין זיי בכלל.]

מיר דארפן זיך אבער מצמצם זיין נאר צו די סארט הרגשים וואס נעמען זיך פון קוקען אין די בריאה און דער טבע, וואס ארום דעם איז דער וויכוח. לאמיר מגדיר זיין עטליכע קלארע חילוקים פון דער רעליגיעזע סארט התפעלות פון דער טבע און דער סייענטיפישע.

איינס, טיבה של הרגש הדתי, איז אז ער שפירט ער שטייט אנטקעגן עפעס. "נוכח פני ה'.". ווען א מאמין איז זיך מתבונן אין די נפלאות הטבע, כאפט עם אזא מין התפעלות אז ער זעהט דא א געוויסע פנים פון גאט וואס באווייזט זיך אין דער סדר פון טבע. דאס איז בערך די לשונות וואס איינשטיין און שפיאזע באנוצען זיך מיט דעם. די באגעגעניש זיינער מיט דער גאט, אדער לאמיר קלארער זאגען, עפעס וואס איז פיל גרעסער און טיפער פון עם, עפעס וואס איז הייליג, נשגב, וואס ער קען נישט תופס זיין קלאר, [אוטו איז מגדיר אזוי דער הרגש] פילט עם אן מיט אזא מין יראת הכבוד, יראת הרוממות, א געוויסע התבטלות, ענווה, פחד, קעגן דער מציאות.

דאקעגן די חילונישע פילינג, וואס דוקינס וויל רעדן פון דעם, האט נישט קיין איינער פון די סימנים. אויב איז דער התפעלות פשוט פון דער מורכבשאפט קאמפליצירטקייט, אדער גדלות און אינסופיות, פון דער עולם הטבע, קומט נישט אריין דא קיין שום ענווה, קיין שום התבטלות, קיין שום פילינג פון שטיין אנטקעגן עפעס. עס איז פשוט עפעס א התפעלות אזויווי פון גאר א שיינע בילד, עס טראגט גארנישט די אלע ענינים.

איך מוז נאכאמאל קלאר מאכען, דער חילוק וואס איך מאך איז נישט א חילוק פון וויאזוי מפרש זיין די רגש, אדער צו דער שיינקייט און מורכבקייט פון די טבע איז מוכיח עפעס [די ארגומענט פון דיזיין], אדער אויב מען דארף דינען גאט אדער מורא האבן פאר עם וכו'. דאס אלס איז באזונדערע וויכוחים. איך רעד אז דער הרגש אליינס, וואס קומט פאר די אלע פרשנות און למעשה פון דעם, איז דא א חילוק גדול פון דער פילינג וואס איינשטיין רעדט פון דעם און וואס דוקינס און סעיגען רעדן פון.

וואס דארפן מיר אנקומען צו גוים, לאמיר לערנען צוזאמען א שטיקל רמב"ם, וואס איז מתאר די הרגשים, און אדרבה, זאג דו מיר צו אין דוקינס' וועלט קען זיין אזוינע הרגשים.


"בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהן חכמתו שאין לה ערך ולא קץ, מיד הוא אוהב ומשבח ומפאר, ומתאוה תאוה גדולה לידע השם הגדול, כמו שאמר דוד צמאה נפשי לאלהים לאל חי. וכשמחשב בדברים האלו עצמן, מיד הוא נרתע לאחוריו ויפחד, ויודע שהוא בריה קטנה שפלה אפלה עומדת בדעת קלה מעוטה לפני תמים דעות, כמו שאמר דוד כי אראה שמיך מעשה אצבעותיך מה אנוש כי תזכרנו".
(הלכות יסודי התורה, פרק ב' הלכה ב')

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:43 am

· #73007
אנאנים, אנטשולדיגט פאר'ן זיך אריינמישן. איך וואלט אויסגעדרייט דיין שאלה אלס א תשובה. דער ענוה און מדת האמת וואס איינשטיין האט פארמאגט האט אים געברענגט צו גלייבן אין גאט, און דער גאוה פון דאוקינס ברענגט אים צו גלייבן אין מאטעריאליזם און אין זיין אייגענע אקופאציע - סייענס, און דאס נאך אריינצולערנען אין איינשטיין. דהיינו, דער ערפארונג איז אפשר נישט אנדערש, ווי לעיקוואוד האט שוין דערמאנט אז עס איז מעגליך אז דאוקינס האלט אויך נישט דאס וואס ער זאגט, אדער אז ער נארט זיך, אבער למעשה איז מאטעריאליזם זיין פילאזאפישע שיטה, און לויט דעם קומט אויס אז זיין התפעלות דארף אויך זיין מאטעריאליסטיש, און מאטעריאליסטישע התפעלות (אויב עס איז בכלל שייך) איז נישט קיין פארגלייך מיט א טעאיסטישע התפעלות.
דער זאץ פונ'ם רמב"ם שטימט נישט אויף שפינאזע ווייל ער האט געהאט אן אנדער גאט ווי דער רמב"ם, און מיר לערנען אנדערש אפ דעם שטיקל רמב"ם ווייל מיר ווייסן פאראויס וואס זיין גאט איז, אבער רוב פון די תוארים - adjectives שטימען זייער גוט אויך אויף שפינאזע'ס גאט.

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:57 am

· #73036
שווער צו זאגען פארוואס דער האט אזא סארט התפעלות און דער אזא סארט. און אזויווי יאיר האט באמערקט, קען טאקע זיין עס איז תלוי אין די תכונות הנפש פון ענווה ווערסאס גאווה וכדו'. למעשה אבער איז די פילינג גאר אנדערש, און סנישט אזא נפקא מינה וואס איז די סיבה פון דעם, למעשה עקספיריענסען די צויי מענטשען די זאך אנדערש.

אין חב"ד איז דא א ווארט בשם בעל התניא, וואס איז די חילוק פונ'ם רמב"ם און אריסטו? אריסטו ווי מער ער האט דעוואוסט איז ער געווען מער יש ביי זיך, איך דער גרויסער חכם וכו', הרמב"ם ווי מער ער האט געוואוסט האט עס עם געברענגט מער ענווה און התבטלות, כמתואר למעלה ווכ'.

כלפי אויב ומיד מתאווה תאווה גדולה וכו' איז שייך צו זאגען אויף די גאט פון שפינאזע און איינשטיין, קען טאקע זיין אז דער רמב"ם האט נישט פונקט דער גאט [הגם שאין זה ברור כלל, וכמה מהעוסקים בזה הגיעו למסקנא שהיינו הך] אבער דאס גייט צוריק צו דער וויכוח איבער שפינאזע'ס גאט בכלל, המובא למעלה. בפועל רעדט שפינאזע אסאך פון אהבת אלהים שכלית, וואס איז לויט עם איז דאס די העכסטע גוטסקייט וואס קען זיין, הגם שיש וויכוח וואס דאס מיינט פונקט, וואלט ער דאך געקענט שרייבען וואס הרמב"ם האט געשריבען אויף זיין נושח.

היימישער ליטוואק » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:12 am

· #73044
עס איז פאראן א ווארט בשם הרב קוק ז"ל, קען זיין אז עס באלאנגט דא.
יש אמונה שהיא ככפירה - ויש כפירה שהיא כאמונה
דהיינו צומאל קען זיין איינער זאל גלייבן אין אזא מין מגושמ'דיגע/פארדרייטער גאט וואס לאמיתו של דבר איז ער א כופר אינעם אמת'ן גאט. און אמאל קען זיין ער איז שולל אלע פאנאטישע זאכן וכו', מענטשן האלטן אז ער איז א כופר אבער דער אמת איז אז ער איז דער אמת'ער מאמין.

אוהב דעת » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 12:38 am

· #73521
די פעאזיא האב איך געפונען אויפן געוועב:

דורך דיין הארץ מיין עקזיסטענץ ,
מיר צו באשאפן יש מאין ,
נאר דורך דיין אינטערווענץ ,
אזא קיום פארדייען .

דערפאר שרייב איך דעם חיבור ,
דו זאלסט מיר געבן כוח צו זיין ,
געב מיר צוריק דעם דיבור ,
אפילו אלס דעם גאט פון איינשטיין .

אויף צוריק איז דא א וועג ,
נישט נאר פאר א קאָזע ,
יעצט, וויבאלד יעדע מחשבה מ' ,מעג
נעם אין באטראכט דעם גאט פון שפּינאָזע

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 5:27 am

· #73557
בנוגע לענין שפינאזע וחסידות, איז כדאי צו ברענגען דער לשון פון הרה"ח ר' אייזיק'ל האמיל'ער מתלמידיו המובהקים של בעל התניא, וואס מען זעהט פון זיי אז ער האט דערהערט די קירבה פון די רעיונות פון חסידות, בפרט פון הרב בעל התניא וואס האט שטארק מרחיב געווען אויף די נקודה, צו רעיונות וואס אנדערע קענען רופען אפיקורסות, כלומר די פילוסופיה פון שפינאזע.
"ניט זאג ח"ו אז דאס איז אפיקו'[רסות] און פילוסופיא, רק זאג אז דאס איז אמיתות אמונה...ובפרט תלמידי אדמו"ר נ"ע האבין די אמונה...אלץ איז גאט"
(ר' יצחק אייזיק הלוי אפשטיין מהומלע, חנה אריאל, ברדיטשוב תרע"ב, דף ד' ע"ב)

smartinof » דינסטאג יאנואר 1, 2013 12:10 pm

· #74313
האט שוין איינער געזען 'יעקב קלצקין'ס [תלמיד פון רבי חיים בריסק'ר] בוך אויף שפינוזה?

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:15 pm

· #74546
smartinof
האט שוין איינער געזען 'יעקב קלצקין'ס [תלמיד פון רבי חיים בריסק'ר] בוך אויף שפינוזה?

איך האב דאס נאכנישט געזען. ביטע דערצייל אונז דערוועגן.

יידל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:34 am

· #74628
לעיקוואד
בנוגע לענין שפינאזע וחסידות, איז כדאי צו ברענגען דער לשון פון הרה"ח ר' אייזיק'ל האמיל'ער מתלמידיו המובהקים של בעל התניא, וואס מען זעהט פון זיי אז ער האט דערהערט די קירבה פון די רעיונות פון חסידות, בפרט פון הרב בעל התניא וואס האט שטארק מרחיב געווען אויף די נקודה, צו רעיונות וואס אנדערע קענען רופען אפיקורסות, כלומר די פילוסופיה פון שפינאזע.
"ניט זאג ח"ו אז דאס איז אפיקו'[רסות] און פילוסופיא, רק זאג אז דאס איז אמיתות אמונה...ובפרט תלמידי אדמו"ר נ"ע האבין די אמונה...אלץ איז גאט"
(ר' יצחק אייזיק הלוי אפשטיין מהומלע, חנה אריאל, ברדיטשוב תרע"ב, דף ד' ע"ב)

הרב גיל סטודענט ערקלערט אז דער ווילנער גאון האט באשולדיגט דעם בעל התניא אין פאנעטאיזם וואס איז כפירה לויטן גר"א און די ריכטיגע אמונה לויטן אלטען רבי. דער בעל התניא שרייבט אין שער היחוד והאמונה פרק א און ב אז דער אויבערשטער געפינט זיך אפילו אין דוממים, לית אתר פנוי מיניה כלל. דער גר"א שרייבט אויף דעם אז "דור מה רמו עניו, ומילין לצד עלאה מללו: אלה אלקיך ישראל, כל עץ וכל אבן, ומגלים פנים בתורה שלא כהלכה בפסוק: ברוך כבוד ה׳ ממקומו, ובפסוק: ואתה מחיה את כולם. הוי על הרום הרעים שבהם שבדו מלבם משפט חדש ואולפין חדת, ושתו תלמידים הבאים אחריהם, ושם שמים מתחלל על ידיהם".

רוסישער » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 2:37 am

· #307607
מעניין מאד. ועיין מש"כ הגרמ"ש כאן וכאן.

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 4, 2015 5:59 pm

· #307719
Re: ברוך שפינאזע
נמחק ע״פ בקשת ידידי היקר געוואלדיג.

שבת אחים » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 4:14 am

· #307806
[ציטאט אראפגענומען]


אינטערסאנט! כ׳פיר מיך טאקע צו לייקן זאכן וואס איך פארשטיי נישט, פון ווי האסטו אזוי גיט צוגעטראפן? און אז איך רעדט שוין יא מיט דיר אפשר טאקע קענסטו מיר מסביר זיין די גרויסע ״סודות התורה״ דא? זעט אויס ווי דו פארשטייסט יא, ווען קען מען האבן א שיעור אין אבן עזרא אין די סוגיא פון סוד השנים עשר? איך בין גרייט...

מבקר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:48 am

· #307964
[ציטאט אראפגענומען]


איך בין אין.

מבקר » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 2:50 am

· #307965
רבותי אויב נאך איינער איז אינטערעסירט, רופט זיך אן הויעך!!

חזקה על שש אז ער צונעמט אן עניין מכל הצדדים, עס קען גיין דא רויעך!!

הקטן » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:03 am

· #307979
יידל
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.


@ונבנתה העיר דאס שרייבט דער א"ע און זיין הקדמה עה"ת
... הרביעית היא דרך סלולה לקדמונינו, היא הרשומה בתלמודינו, כי הם בנקודה בעצמה במרכז המעגל, היא האמת גם סביבה. ופעם יראו שהם בחוץ שפרשנותם מחוץ למעגל והסוד בקרבה, כי פעם יפרשו הכתוב כמשפטו על דרך פשוטו, ופעם ידרשו בו דרש לסוד עמוק או מפורש


שבת אחים
און אז איך רעדט שוין יא מיט דיר אפשר טאקע קענסטו מיר מסביר זיין די גרויסע ״סודות התורה״ דא? זעט אויס ווי דו פארשטייסט יא, ווען קען מען האבן א שיעור אין אבן עזרא אין די סוגיא פון סוד השנים עשר? איך בין גרייט...

@שבת אחים אז דו האלסט שוין ביי סוד השנים עשר האסטו שוין זיכער געלערנט וואס דו אבן עזרא זאגט פיל פריער
ודע, כי כל מה שמצאנו כתוב הוא אמת וכן היה, ואין בו ספק. ויש לו סוד, כי מאור השכל יצא החפץ, ומהשני העולה למעלה, כי תנועות החפץ לפנים היא. גם עלה תאנה לאות, ונקרא השלישי בשם הבחינה, כי בתחילה יש כח בלי מפעל. והמבין זה הסוד, יבין איך יפרד הנהר, ומה סוד גן עדן, וכתנות העור. גם יורה זה הסוד, שיש יכולת באדם שיחיה לעולם, והמשכיל יבין, כי זה כל האדם:

געוואלדיג » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:12 am

· #307981
יידל
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.


דער רמב"ן האט זיכער געהאטלטן אז יא,
אבן עזרא ויקרא יז ח
ואם יכולת להבין הסוד שהוא אחר מלת עזאזל תדע סודו וסוד שמו כי יש לו חברים במקרא ואני אגלה לך קצת הסוד ברמז בהיותך בן שלשים ושלש תדענו:

שרייבט אויף דעם דער רמב"ן
והנה ר"א נאמן רוח מכסה דבר ואני הרכיל מגלה סודו שכבר גלו אותו רבותינו ז"ל וכו' ער איז מאריך מיט מבאר זיין עפ"י קבלה און ער ענדיגט צו והנה רמז לך ר"א שתדע סודו כשתגיע לפסוק ולא יזבחו עוד את זבחיהם לשעירים והמלה מורכבת וחביריה רבים והנה הענין מבואר זולתי אם תחקור מה ענין לשכלים הנבדלים ולרוחות בקרבן וזה יודע ברוחות בחכמת נגרומנסי"א ויודע גם בשכלים ברמזי התורה למבין סודם ולא אוכל לפרש כי היינו צריכים לחסום פי המתחכמים בטבע הנמשכים אחרי היוני אשר הכחיש כל דבר זולתי המורגש לו והגיס דעתו לחשוב הוא ותלמידיו הרשעים כי כל ענין שלא השיג אליו הוא בסברתו איננו אמת

ירא שמים » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 10:49 am

· #307990
ברוך שפינאזע
צו ער האט געמיינט קבלה צו נישט מאכט נישט אויס, ווארום גאנץ קבלה איז דאך סוד ה׳ ליראיו, די שאלה איז נאר צו ער האט געמיינט א טיפקייט אין חכמת הטבע, צי סוד ה׳ ליראיו.

הקטן » פרייטאג נאוועמבער 6, 2015 12:28 pm

· #308009
והנה אומַר כלל בתורה, גם בדברי המקרא גם במשנה, ובכל מסכתות ובכל ברַיְתות ומכילתות: שאם מצאנו באחד הנזכרים, דבר שיכחיש אחד משלשה דברים: (א) האחד שקול הדעת הישרה, או (ב) כתוב מכחיש אחר בדרך סברא, או (ג) יכחיש הקבלה הנגמרה גמורה, מסורה, אז נחשב לתקן הכל כפי יכֹלתינו: בדרך משל, או תוספות אות או מלה על דרך לשונינו. ואם לא נוכל לתקן אל האמת אל דרך האמת בהתאמה לכללים הנ"ל,(תורת הדקדוק וכדומה)
נאמר כי זאת החכמה, ממנו מאתנו נעלמת, כי יד שכלנו קצרה, ודעת בני דורינו חסרה. והדבר שהלאנו שהתקשנו לפרשו יהיה כספר מונח ונעזב, וחלילה לנו לומר שהוא שקר וכזב. גם לא נאמין שהוא כמשמעו, רק נאמין כי הכותב זה הסוד, הוא ידעו אבל לא אנו. כי יש בדברי הקדמונים סודות, על דרך משלים וחידות, שלא יבינום כל השומעים, ולבעל המחקר יהיו נודעים.


איך וועל דארפן טרעפן א איד וואס האט געלערנט און פארשטאנען מער ווי דריי פסוקים אב''ע

געוואלדיג » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2015 10:08 pm

· #308079
@אנאנים, גראדע די וואך האקט דער רמב"ן זייער שטארק קעגן דעם אבן עזרא כידוע אז צומאל שרייבט ער אויף איהם אז לשונו זהב און צומאל שרייבט ער אויף איהם אזוי ווי די וואך, ווייל דער אב"ע שרייבט אז אויב איז ריכטיג אז בת היתה לאברהם ובכל שמה וואלט געדארפט שטיין וה' ברך את אברהם בבכל, און אויף דעם שרייבט דער רמב"ן א לאנגע אריכות צו מסביר זיין עפ"י סוד די גמ' און ער ענדיגט צו
ואילו ידע זה המתהדר בסודותיו תאלמנה שפתיו מהלעיג על דברי רבותינו ולכן כתבתי זה לסכור פי הדוברים על הצדיקים עתק

mevakesh » דאנערשטאג אפריל 6, 2017 8:57 pm

· #368286
Re: ברוך שפינאזע
איך ברענג ארויף דעם אשכול לכבוד דעם ערשטן ארטיקל אינעם וועקער זמן חרותינו במשנת שפינאזא
הגם דער שייכות מיט זמן חרותינו איז גאנץ קנאפ האב איך זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל ווי ער ברענגט שיין און תמציתדיג ארויס שפינאזאס בליק
איך וויל נאר מעיר זיין אביסל
קודם כל וואס ער הייבט אהן אז מען האט איהם מחרים געווען צוליב זיינע דיעות גראדע האלטן אסאך אז דער עיקר סיבה איז געווען ווייל ער האט בפועל עובר געווען און געווען א מומר למעשה
נאך אן הערה הרב בענעדיקט ברענגט ארויס אז ער איז געווען א דעטערמעניסט און אלעס במציאות איז מחויב המציאות אבער למעשה צום סוף פיהרט ער אויס אז דער מענטש דארף זיין אקטיוו און נישט סתם זיך לאזן פיהרן וואס איז פונקט פארקערט פון דעטערמעניסם און למעשה איז דאס ממש באוואוסטע סתירה פון בחירה און ידיעה
צום לעצט בין איך נייגעריג ווער איז דער שרייבער הרב בענעדיקט? ער איז א באקאנטער דא אין שטיבעל?



Sent from my Z717VL using Tapatalk

קורקלענד » פרייטאג אפריל 7, 2017 12:16 am

· #368308
די רעדאקציע פון די וועקער האט פארגעלייגט אינעם זיבעטן באנד אז מען וועט זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון ארטאדאקסישע אידישקייט. אריינווארפן איביסעלע פיליזאפיע וואס איז כנגד די תורה קען איך נאך פארשטיין ווען ס'פעלט אויס שטארק. אבער א גאנצע ארטיקל וואס איז א סתירה מיט די סטאנדארט פאראויגעלייגט ביים רעדאקציע איז מיר א חידוש. ספעציעל ווען די גאנצע שפיץ, כאפ, און מסקנה איז

אויך דעם אופן איז דער מענטש גענצליך פריי. דאס הייסט, דער באדייט פון פרייהייט איז אז מען איז נישט אפהענגיק אין עפעס וואס איז אינדרויסן פון דעם מענטש, נאר דער מענטש אליין קען זיך אויפפירן גענוי ווי זיין אייגענע מציאות דיקטירט.


פארדעם קען מען ברענגן די פיליזאפיע פון חובת הלבבות אדער אנדערע ארטאדאקסן וואס קומען צום זעלבן מסקנה.

אלס פארשטייט זיך לדעתי. איך האף אז איך האב קיינער נישט וויי געטאן.

טאמבל סאס » פרייטאג מאי 5, 2017 7:47 am

· #369992
mevakesh
איך ברענג ארויף דעם אשכול לכבוד דעם ערשטן ארטיקל אינעם וועקער זמן חרותינו במשנת שפינאזא
הגם דער שייכות מיט זמן חרותינו איז גאנץ קנאפ האב איך זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל ווי ער ברענגט שיין און תמציתדיג ארויס שפינאזאס בליק
איך וויל נאר מעיר זיין אביסל
קודם כל וואס ער הייבט אהן אז מען האט איהם מחרים געווען צוליב זיינע דיעות גראדע האלטן אסאך אז דער עיקר סיבה איז געווען ווייל ער האט בפועל עובר געווען און געווען א מומר למעשה
נאך אן הערה הרב בענעדיקט ברענגט ארויס אז ער איז געווען א דעטערמעניסט און אלעס במציאות איז מחויב המציאות אבער למעשה צום סוף פיהרט ער אויס אז דער מענטש דארף זיין אקטיוו און נישט סתם זיך לאזן פיהרן וואס איז פונקט פארקערט פון דעטערמעניסם און למעשה איז דאס ממש באוואוסטע סתירה פון בחירה און ידיעה
צום לעצט בין איך נייגעריג ווער איז דער שרייבער הרב בענעדיקט? ער איז א באקאנטער דא אין שטיבעל?



Sent from my Z717VL using Tapatalk

קוים באקומען, געליינט דאס צוערשט און זייער הנאה געהאט! דער שרייבער דערמאנט מיך אביסל אין @מח שליט'ס פענע און פארשטאנד. (אוי, איך בענק מיך צו אים.) יעצט קען עס איך אוועקלייגן און לייענען די איבריגע נאך מיינע עקזעמס. כ'האב נאר נישט געכאפט פונקטליך צום סוף פארוואס ער איז א כופר. אבער מסתמא איז עס אזוי ווי יעדע דרשה. מ'מוז עפעס אויפקומען צום סוף ווי אזוי ס'האט א שייכות צו די פרשה.

לפי שיטתו ווי דער שרייבער לייגט אים אראפ זעט צומיר אויס די סיבה צו היטן די תורה א פשוטע. ווי יעדע געזעץ בוך וואלט געדארפט זיין. מיט דעם טוישט מען זיך אליינס.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 7:39 pm

· #464836
📎 Einstein poem Spinoza.jpg א פאעזיע וואס איינשטיין האט טאקע פארפאסט לכבודו של שפינאזע. דר. רבקה גאלדשטיין זאגט אז דאס איז א שוואכע פאעזיע...

***

אגב, פון די ערשטע (מעגליך) אידישע ביבלישע קריטיקירער איז חיווי אל-באלחי, קעגן וועמען דער רס"ג האט פארפאסט א פאלעמיק.

***

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/464511">viewtopic.php?p=464511#p464511</a><!-- l -->

***

לגבי @לעיקוואד'ס תגובה פון הרגשים ברעליגיע איז דאס אביסל רעמיניסענט פון @פרייוויליג'ס ארטיקל אין וועקער 17.

מי אני » מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:54 pm

· #481528
📎 5BB7F3A1-D91E-42DC-A23C-8D1DE8BA4524.jpeg

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:47 pm

· #486893
וואס פונקטליך מאכט דיר טראכטן אז די חרם וואלט געדארפט עקספייערן? וואס איז די גרויסע חידוש אז ס'גייט נאך אן?

מי אני » מאנטאג אפריל 4, 2022 9:32 pm

· #497497
הרב חיים הירשנזון זצ״ל (בעל שו״ת מלכי בקודש) שרייבט אין זיין מושגי שוא והאמת:
📎 821421D3-EDF9-46C4-B56C-D5CBA6A7C5F3.jpeg
ווי מ׳זעהט טיטלט ער אים אפילו אלס ״צדיק״. ער האלט אז שפינאזע איז פשוט געווען א ״טועה״ ווי איידער אַן ״אפיקורוס״:
📎 FABFCADB-889F-4014-9C75-BFCF0C3B1B53.jpeg
דאס גייט אפשר אין איינקלאנג מיט הרב הירשנזון׳ס שיטה אין וואס ווערט גערעכענט ווי ״כפירה״ בעיקר הח׳ מהרמב״ם אויף וואס שפינאזע האט זיך געדינגען. (ווי אויך מען אפשר דאך אריינקוועטשן שפינאזע׳ס שיטה בנבואה בעיקר הו׳.)

מי אני » דינסטאג אוגוסט 9, 2022 3:30 pm

· #506061
📎 32AA2E23-5B12-4681-A60F-592AB0765425.jpeg ‏דר. מיכה גאטליב. במשנתו של הרמ״ד.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 8:28 pm

· #537440
Re: ברוך שפינאזע
דר. סטיווען נעדלער פארציילט:
When, in 2012, a member of the Portuguese-Jewish congregation in Amsterdam insisted that it was finally time for the community to consider revoking the herem on Spinoza, the ma’amad, or lay-leaders, of the community sought outside counsel for such a momentous decision. They convened a committee – myself, along with three other scholars – to answer various questions about the philosophical, historical, political, and religious circumstances of Spinoza’s ban. While they did not ask us to recommend any particular course of action, they did want our opinions on what might be the advantages and disadvantages to lifting the ban

We submitted our reports, and more than a year passed without any news. Finally, in the summer of 2013, we received a letter informing us that the congregation’s rabbi had decided that the herem was not to be revoked. In his opinion, Spinoza was indeed a heretic. He added that while we can all appreciate freedom of expression in the civic domain, there is no reason to expect such freedom within the world of orthodox Judaism. Moreover, he asked rhetorically, are the leaders of the community today that much wiser and better informed about Spinoza’s case than the rabbis who punished him in the first place?

No doubt, Spinoza would have found the whole affair amusing. If asked whether he would like to be readmitted to ‘the people of Israel’, he would most likely have replied: ‘Do whatever you want. I couldn’t care less’
בלאט: 1 2