לגבי רביה״ק׳נס חתימה, איבער הרב קוק זצ״ל׳ס (בקובץ ח משמונה קבצים סימן רד) טיפע ווערטער בנוגע די הגדרה פון די צוויי סארטן אפיקורסים, האב איך געטראכט אז מ׳קען אפשר צושטעלן דערצו א געדאנק.
דהיינו, א חלק פון וואס הרב קוק זצ״ל זאגט איז אז איין סארט אפיקורס [סבה השפלה] איז דער וואס איז כופר מחמת חומריות ותאוות, און אין דעם גייט אריין (בדרך כלל) די יצר פון די כופרי אוה״ע. משא״כ די אנדערע סארט [סבה הרוממה] איז די וואס זענען כופר מחמת א (סארט בחינה פון א) רוחניות׳דיגע דראנג און זענען עולה במדריגה צו שנעל און צופיל אויפאמאל, וואס אין דעם גייט אריין די יצר פון די כופרי ישראל. און וויבאלד די כפירה ישראלית הרוממה קומט פון א העכערע פלאץ איז דאס שווערער צו בייקומען און וועגן דעם פאר א כופר ישראל זאל מען נישט ענטפערן (לכאורה מיינט ער עכ״פ נישט יעדער איינער; נאר איינער וואס איז פונקט אין אזא הויכע מדריגה בשכליות/רוחניות כנגדו), משא״כ צו די כופר אוה״ע וואס איז פון גרינגערע מקור ע״ש.
אין ליקוטי מוהר״ן (ח״א תורה סד) זאגט ער אויך אז עס זענען דא צוויי מיני אפיקורסות. דאס ערשטע קומט פון חכמות חיצוניות וואס דאס קומט בעצם ממקור האלקות ביי בריאת העולם (וכעין האחוריים של חכמה דקדושה בתניא פ״ח), און אויף דעם איז אפשר להשיב תשובה. דערנאך איז דא אן אפיקורסות וואס קומט פון חכמות וואס זענען באמת נישט קיין חכמות [זיי זענען פאלשע דילעממאס]. זיי קומען פון דעם חלל הפנוי בעת בריאת העולם וואס פון דארט האט הקב״ה כביכול מצמצם געווען אז עס זאל נישט זיין (ממש/כמעט) אלקות (הגם עס איז בעצם יא דא דארט אויך). און אויף די אפיקורסות איז נישט שייך אפצוענטפערן (הגם בעצם איז דא אויף דעם א תשובה אויך), און אידן דארפן אריבערגיין איבער די כפירה פון דעם ענין חלל. חוץ פון א צדיק בבחינת משרע״ה וואס ער קען יא אראפגיין אהין און האנדלען/אפענטפערן די סארט כפירה. (וע״ש אז ער איז מאריך דארט אז די חלל האט נישט מיט דיבור ווייל ס׳איז נישט א (געהעריגע) חלק פון די בריאה, וואס וועגן דעם איז די כפירה אזוי שווער, ווייל נאר מחשבה אליין איז העכער פון דעם. דאס רירט שוין אן אין וואס איז אויסגעשמועסט געווארן אין די אשכול בענין קשר בין מחשבה לדיבור.)
קען מען בדרך אפשר גמור זאגן אז די צווייטע סארט כפירה וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט, די כפירה ישראלית וואס קומט מחמת תשוקה לרוחניות, איז מקושר צו די צווייטע סארט כפירה וואס דער ליקוטי מוהר״ן דערמאנט וואס קומט פונ׳ם חלל הפנוי, וואס פון דארט פעהלט רוחניות, וממילא וויל די נשמה פונ׳ם איד דאס אנפולן (כעין הצדיק וואס קען זיך יא ספראווען דערמיט) ובא לכפירה וואס אויף דעם קען מען נישט (געהעריג) ענטפערן.
(מ׳קען זאגן פארקערט אז די אידישע כפירה קומט פון די ערשטע סארט וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט, ווייל דאס האט בעצם יא א שייכות מיט רוחניות וכו׳. און דעמאלטס ווערט א שטיקל סתירה בענין צו מ׳קען יא ענטפערן דערויף צו נישט. אדער אז אין די ערשטע סארט כפירה וואס די ליקוטי מוהר״ן דערמאנט ליגן די צוויי סארטן כפירות וואס הרב קוק זצ״ל דערמאנט.)