☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #10414

אשכול אן א טיטל #10414

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10414

— » מיטוואך אפריל 27, 2016 9:53 pm

· #330850

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ירא שמים » מיטוואך אפריל 27, 2016 11:38 pm

· #330865
פון ווי נעמסטו דאס וואס דו זאגסט וועגן זייער אידעלאגיע פון כהנים וכו׳?

דעת תורה » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 2:12 am

· #330885
זייער שיין און אינהאלטסרייך. שוין לאנג געזוכט א קלארקייט אין די נושא, (דאס איז איינע פון די נושאים וואס יעדער חדר אינגל ווייסט די בערך, די בעיסיקס, און כמעט קיינער ווייסט אבער נישט צופיל מער דערפון), און דער ארטיקל איז זייער באלערנד.

לגבי די סתירה פונעם אדר"נ מיט די אנדערע מקורות, מיין איך אז דער פשט אין אדר"נ גייט אנדערש, און ממילא שטימט עס זייער פיין.

זיי האבן געזאגט, ווי קען זיין אונז לערן מיר אל תהיו כעבדים וכו' היינו שאינם מקבלים פרס, אויב איז טאקע פארהאנען אן 'ערבית', איז דען אפשר שיעשה פועל מלאכה כל היום ולא יטול שכרו ערבית?, מוז אויסקומען אז 'אילו היו אבותינו יודעים שיש עולם אחר, ויש תחיית המתים, לא היו אומרים כך', ווייל מ'באקומט דאך יא שכר אין יענע געלעגנהייטן. אלא מאי, איז זייער מסקנא געווען, איז פון דעם מאמר א הוכחה אז ס'איז טאקע נישטא, ווייל זייערע עלטערן האבן נישט געוויסט דערפון און דאס נישט גערעכנט פאר א פלאץ וואו מען קען אפמאכן דעם שכר פארן זיין וואויל אויף די וועלט. מילא האבן זיי פורש געווען פון די שיטת חכמים, און אנגעהויבן צו האלטן, באזירט אויף די ארכיאלאגישע באווייזן... אז ס'איז נישטא קיין תחיית המתים וכדו'. (אינטערעסאנט וויאזוי די גרויסע אדוקים צום טעקסט האבן מפרש געווען די פסוקים אין די נביאים וואס זאגן קלאר אז עס וועט זיין תחיית המתים).

(לגבי וואו - און צי - מען באקומט בכלל שכר האבן זיי מסתמא געהאלטן טאקע נאר וואס עס שטייט אין די תורה, ונתתי גשמיכם בעתם, here and now. און דער וויכוח מיט די חכמים איז געוען אויב - און וואו - עס איז פארהאנען נאך עפעס אויך, און זיי האבן באזירט זייער מהלך אויף דעם מאמר).

למעשה האב איך אביסל אריין געקוקט האב איך געזען ברענגען דעם פשט וואס דו שרייבסט ע"ש הרשב"ם.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:31 pm

· #330924
הערליך באשריבן, רייך אין תוכן. שש'ס סטעמפעל אין יעדע שורה.
ייש"כ.

געפילטע פיש » זונטאג מאי 1, 2016 2:37 am

· #331052
זייער שיין און אינהאלטסרייך. א דאנק. ס'זעט זיך אן אז דא ליגט יארן פון אנגעליינטע ידיעות. כה לחי!

ליינענדיג האב איך נאר געקלערט ביי זיך, ווער ווייסט, אפשר האבן די צדוקים אויך א מעשה פון אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט אמאל פארגעלערענט א מימרא און עפעס א תלמיד, 'פרוש' האט ער געהייסן, האט זי טועה געווען, און פון דעם איז ארויסגעוואקסן די כת הפרושים...

ס'מיר געפאלן דיין זיכערקייט אז 'אונז' זענען די מעינסטרים כלל ישראל, און נאכדעם זענען געווען כיתות פון שלעכטע שלעכטע מענטשען, צדוקים, נוצרים, וכו'. וואס זיי זענען נישט די מעינסטרים, נאר אזעלכע זייטיגע כיתות. דער אמת איז אבער אז יעדע מאל ס'שאפט זיך א שכיזם וועט היסטאריע געשריבן ווערן דורכן זיגער\איבערלעבער. און פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט ארויסהאבן סאטמארער רב'ס שיטה דורכן ליינען מזרחיסטישע ליטעראטור, און נישט רב קוק'ס השקפה דורכן ליינען סאטמערע פראפאגאנדע, אזוי אויך קען מען נישט אויסבויען א צדוקישע שיטה, היסטאריע, אדער אפילו זייער ארידזשין סטארי, דורכן לערנען מקורות חז"ל\פרושים.

פלאוויוס » זונטאג מאי 1, 2016 3:18 am

· #331066
זייער שיין צוזאמגענומען! דערצו איז נאך א הנאה צו ליינען וויאזוי זיך דורכצוקומען מיט די סתירות אין מקורות, וואו זיי קומען אויף, זיי צו פארענטפערן מיט א שכל'דיגן מהלך. בכלל דאכט זיך מיר אז דער עצם געניטקייט וואס אנאנים האט ביים שרייבן אין אן ארגאניזירטן וועג, דאס לייגט צו אינטערעס און גיט א באזונדערן געשמאק פאר'ן געשריבענעם ווארט. דאס איז נוגע סיי ביי דעם ארטיקל איבער די צדוקים און סיי בנוגע דעם שלום בית ארטיקל. איך האף נאר אז דאס שרייבן אזויפיל פאר פסח האט נישט געקאסט פאר שש אביסל שלום בית... 😉

געפילטע פיש » זונטאג מאי 1, 2016 3:21 am

· #331067
וואס כ'האב געמיינט מיט די ערשטע הערה איז אז די וועג וויאזוי ס'איז אראפגעלייגט אין אונזערע מקורות איז זייער סימפליסטיק. ווי כאילו א גאנצע שיטה מאכט זיך פון איין סקונדע אויפן צווייטן. ס'הערט זיך מער ווי א מדרש פליאה "כיוון שאמר יצחק ויתן לך מטל השמים מיד עמד עשיו ועבד כל עבודה זרה שבעולם." כ'בין נישט קיין עקספערט אויף צדוקאלעדזשי, אבער ס'נישט געשען פון א טעות אין א שיעור ווען די מגיד שיעור האט געהאט א דאקטערס אפפוינטמענט נאכן שיעור און מ'האט נישט געקענט איבערפרעגן וואס ער האט געמיינט, אויב ס'איז יא דא עולם הבא אדער נישט...

לגבי די צווייטע הערה, דאס אז די פרושים האבן איבערגעלעבט גיבט נישט גערעכטיגקייט צו זייער שיטה, און זאגט אז דאס איז מעינסטרים, ס'מיינט נאר אז זיי זענען געווען מער פיפיג נאכן חורבן, אדער אז זיי זענען געווען אין די ריכטיגע פלאץ אינעם ריכטיגן צייט, אדער אז זייער שיטה איז בעסער געבויעט איבערצולעבען אין גלות וואו ס'נישט דא קיין צענטראלע בית המקדש, וכדו'.

טויזענט יאר ארום ווען די איבערלעבענדע באבוב'ע קהילה וועט שרייבן די היסטאריע פון זייערע אמאליגע קעגנער, די כת ה48ער, אדער ווי מאנכע פלעגן זיי רופן די הת ציונים, אבער די עכטע באבוב איז געווען די מעינסטרים, אבער זיי די ציונים פאר סאם ריזן האבן זיך גע'עקשנ'ט זיי צו רופן די כת ה45, וואס מאכט עכט נישט קיין סענס ווי מ'ווייסטער דאך היינט אז זיי זענען געווען די עכטע באבוב... נאר ס'אמאל געווען א מעשה ביי א שיעור וואס ר' שלמה באבובער האט געגעבן אין דברי חיים, האט זיך דער ראש הציונים עפעס נישט גוט פארשטאנען, און יענע טאג האט ער געגרינדעט זיין כת און ס'איבעריגע איז היסטארי.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 1, 2016 9:35 am

· #331084
איז עס נישט פשוט אנצונעמן אז די רעוואליציאנישע מהלך פן די פרושים מיט זייער אפענקייט און דרך הלימוד האט זיך אנגעפאנגן קליין און געווארן גרעסער און גרעסער ביז זיי האבן איבערגענומן גאנץ כלל ישראל?

הקטן » זונטאג מאי 1, 2016 11:47 am

· #331098
געפילטע פיש

ליינענדיג האב איך נאר געקלערט ביי זיך, ווער ווייסט, אפשר האבן די צדוקים אויך א מעשה פון אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט אמאל פארגעלערענט א מימרא און עפעס א תלמיד, 'פרוש' האט ער געהייסן, האט זי טועה געווען, און פון דעם איז ארויסגעוואקסן די כת הפרושים...

האבן זיך די צדוקים ערגעץ אין זמן אנגעפאנגען? אדער זענען זיי אייביק געווען פאראלעל מיט די פרישים
עס-פאר-עס-וואו-נא
איך וועל דיר געבען הינט - זייער נאמן איז נאך פלוני בן פלוני

ווייסן מיר א געוויסע זמן ווען די שיטה פין די פרישים איז ארויף אויף די מאפ?

יאסל ראקאווער
איז עס נישט פשוט אנצונעמן אז די רעוואליציאנישע מהלך פן די פרושים מיט זייער אפענקייט און דרך הלימוד האט זיך אנגעפאנגן קליין און געווארן גרעסער און גרעסער ביז זיי האבן איבערגענומן גאנץ כלל ישראל?


'קען זיין
אבער ס'איז דא ריקארדעד א מעשה מיט די גרינדינג פין דער כת הצדוקים (פריער צי שפעטער - אן קיין טענה אויף פארקערט פין יענעם זמן) איז ערגעץ אין אידישע היסטערי ריקארדעד די גרינדינג פין די פרישים "מאוומענט"

נאך דערצו אז די פרישים פאריפען זיך אז זיי זינען אייביק געוווען, זיי פאריפען זיך אויף א מסורה - הלכה למשה מיסיני און אזוי ווייטער
פון שיש ארטיקעל איז מיר אויסגעקימען אז די צידוקים זענען אנפאנג געפארן מיט די סטאטאס-קווא אידישקייט פין די פרישים ווואו למשל האבן א סנהדרין
פין וועם האבן זיי איבער גענימען די סנהדרין?

א סנהדרין איז נישט באשטאנען פין א גאנצער סיסטעם מיט הינדרעטער טויזענטער איינגעשטלטע - וואו דער פסוק (וואס די צדוקים זענען אויך מודה) זאגט

טאמבל סאס » זונטאג מאי 1, 2016 11:47 am

· #331099
בכלל, וואס מיינט דאס איבערלעבן ביי דיר? אז דער חרדישער איד היינט איז א אייניקל פון יענעם פארשטאנדיגן פרוש פון דעמאלטס? אז נאר 'דער' סיסטעם פון לערנען האט איבערגעלעבט און איז נאך היינט דער זעלבער פון אמאל? אז נאר די שיטה פון די פרושים האט השפעה געהאט אויף אידישקייט לדורות משא"כ די צדוקישע? אז נאר די פרושים האבן בכלל געלאזט אן השפעה אויף היסטאריע אין אלגעמיין? אז נאר די סאגא פון די פרושים האט זוכה געווען זיך איינצוקויפען א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע ביכער? אז נאר זייערע ווערק ווערן נאך היינט געלערנט?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ירח בן יומו » זונטאג מאי 1, 2016 12:13 pm

· #331101
געפילטע פיש

לגבי די צווייטע הערה, דאס אז די פרושים האבן איבערגעלעבט גיבט נישט גערעכטיגקייט צו זייער שיטה, און זאגט אז דאס איז מעינסטרים, ס'מיינט נאר אז זיי זענען געווען מער פיפיג נאכן חורבן, אדער אז זיי זענען געווען אין די ריכטיגע פלאץ אינעם ריכטיגן צייט, אדער אז זייער שיטה איז בעסער געבויעט איבערצולעבען אין גלות וואו ס'נישט דא קיין צענטראלע בית המקדש, וכדו'.


אדער האבן די פרושים פשוט געהאט סייעתא דשמיא, און די רבונו של עולם האט פארווירקליכט זיין הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו. ונצח ישראל לא ישקר.

הקטן » זונטאג מאי 1, 2016 2:18 pm

· #331137
געפילטע פיש
דער אמת איז אבער אז יעדע מאל ס'שאפט זיך א שכיזם וועט היסטאריע געשריבן ווערן דורכן זיגער\איבערלעבער.

אן איבער לאזן א זכר פין די היסטאריע פין די פראספעקטיוו פין די באזיגטע?

בכלל זענען די צדוקים געווען די זיגער פאר א לאנגע צייט?
און היסטערי פין די צייט וואס זיי זענען נאך נישט געווען באזיגט פארציילט אינז די זעלבע

פרייוויליג » זונטאג מאי 1, 2016 4:23 pm

· #331171
געהאט אן עונג יו"ט פון דעם ארטיקל. זייער אינפארמאטיוו.

הקטן » זונטאג מאי 1, 2016 9:48 pm

· #331242
וואס איז דאס א זוג אויב נישט דער זוג פין מסורה ?

איז דאס וואס דו שרייבסט געדעקעט פין היסארריע פין יענער' אדער סיי וואספארא, צייט? אדער איז דאס סתם א טעאריע.

@אנאנים איך הער וואס דו זאגסט אבער דאס איז סך הכול א תירוץ פארוואס ס'איז נישט דא.
איך מיין אויך אז דער נאמן צדוקים זאגט קאלר אז דאס האט זיך אנגעפאנגען און א שפעטערע צייט (נישט דא קיין זאליס פאר ר' זלמן לייב)

אויך דארף גענימען ווערן צי קענטיג אז די פרישים בויען זייער שיטה נישט אויף אז זיי האבן פשוט א רעכט צו טון מיט די תורה וואס זיי ווילען, (וואס איז גראדע אויך אמת און א געוויסע זון וואל למשל אליהו בהר הכרמל) נאר זיי פארריפען זיך אז זיי האבן דאס מקיבל הלכה למשה מסיני - אויב דער פרישים מאוומענט האט זיך אנגעפאנגען שפעטער וואלט דאס זייער שווער געווען צו זאגן

אגב קוקט אויס אז די צדוקים האבן געדרייד מיט די תורה דארט וואו זיי האבן געהאלטן פאר וויכטיג - נאר דאס געטון אן א מסורה - ווייל ווען נישט שטימט נישט די גמרא
והיו שואלין תשובות והלכות ולא היו יודעין להביא ראיה מן התורה, אמר להם שמעון בן שטח: כל מי שהוא יודע להביא ראיה מן התורה, כשר לישב בסנהדרין.
בקיציר שמעון בן שטח האט זיי איבער געגליקיט מיט זייער אייגענע game מיט פאדערן פין זיי זיך צי האלטן געטריי צו די טעקסט - און וואו באלד דאס איז דאך געווען זייער שיטה האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין

הקטן » זונטאג מאי 1, 2016 10:12 pm

· #331247
[ציטאט אראפגענומען]


ווער זאגט ער איז געווען ב"ב און געקענט טון וואס ער האט געוואלט?
ער האט אבער געקענט מאכן א הצעה וואס זיי האבן נישט אפגעזאגט - וואו פריער געשריבן אז דאס האט גאר געשטימט מיט זייער אידילאגיע

איך מיין אבער די תירץ איז מער פשוט - ער האט דאס נישט געקענט טון להלכה ווייל אין בודקין מן המזבח ולמעלה:
ולא מן הדוכן ולמעלה:
ולא מסנהדרין ולמעלה:

קידושין_עו_ב

איך מיין ע"פ הלכה ווען איינער אין עובר אויף די סנהדרין פין די צדוקים וואלט ער אויך פארעכענט געווארן ע"פ תורה וואו א זקן ממרא
יפתח בדורו כשמואל בדורו

הקטן » זונטאג מאי 1, 2016 10:24 pm

· #331248
[ציטאט אראפגענומען]

געוואלדיג! קיקט ניטאמאל אויס וואו עפעס א טעאריע נאר פשוט ארויסגעזויגען פין thin air

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 2, 2016 12:42 am

· #331260
הקטן
וואס איז דאס א זוג אויב נישט דער זוג פין מסורה ?

איז דאס וואס דו שרייבסט געדעקעט פין היסארריע פין יענער' אדער סיי וואספארא, צייט? אדער איז דאס סתם א טעאריע.

@אנאנים איך הער וואס דו זאגסט אבער דאס איז סך הכול א תירוץ פארוואס ס'איז נישט דא.
איך מיין אויך אז דער נאמן צדוקים זאגט קאלר אז דאס האט זיך אנגעפאנגען און א שפעטערע צייט (נישט דא קיין זאליס פאר ר' זלמן לייב)

אויך דארף גענימען ווערן צי קענטיג אז די פרישים בויען זייער שיטה נישט אויף אז זיי האבן פשוט א רעכט צו טון מיט די תורה וואס זיי ווילען, (וואס איז גראדע אויך אמת און א געוויסע זון וואל למשל אליהו בהר הכרמל) נאר זיי פארריפען זיך אז זיי האבן דאס מקיבל הלכה למשה מסיני - אויב דער פרישים מאוומענט האט זיך אנגעפאנגען שפעטער וואלט דאס זייער שווער געווען צו זאגן

אגב קוקט אויס אז די צדוקים האבן געדרייד מיט די תורה דארט וואו זיי האבן געהאלטן פאר וויכטיג - נאר דאס געטון אן א מסורה - ווייל ווען נישט שטימט נישט די גמרא
והיו שואלין תשובות והלכות ולא היו יודעין להביא ראיה מן התורה, אמר להם שמעון בן שטח: כל מי שהוא יודע להביא ראיה מן התורה, כשר לישב בסנהדרין.
בקיציר שמעון בן שטח האט זיי איבער געגליקיט מיט זייער אייגענע game מיט פאדערן פין זיי זיך צי האלטן געטריי צו די טעקסט - און וואו באלד דאס איז דאך געווען זייער שיטה האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין


דו האלסט זיך אזוי שטארק אז די פרושים האבן א מסורה איש מפי איש ביז משה רבינו, ס'דאך א בפרושע הלכה למשה מסיני אז כל מה שתלמיד ותיק, פרושי פארשטייט זיך, עתיד לחדש איז שוין געזאגט געווארן על הר סיני. וואס מאכט דיר טראכטן אז דער צדוקי טענה'ט נישט די זעלבע אז ער האט די ריכטיגע מסורה איש מפי איש ביז מעמד הר סיני?

הקטן » מאנטאג מאי 2, 2016 9:32 am

· #331272
לייג צי קאפ צו וואס איך זאג, וועסטו אפשר פארשטיין.

זיכער זאגט א יעדער אז זיין צד איז גערעכט און דאס וויל גאט און נאר דאס
אויך בין איך דא נישט דא ווער איז גערעכט און ווער איז פאלש וואו די ע"ז
איך ברענג ארויס אן היסטארישע באמערקונג, וואס לויט וואו איך פארשטיי וועט דאס די צדוקי אויך באשטעטיגען (אויב דו ווייסט אנדערש, וויל איך הערן)

כת הפרישים קלעמעד אז זיי זענען אייביג געווען.
כת הצדוקים קלעמעד אז זיי האבן זיך אנגעפאנגען נאך עפעס א צדוק

דער ריפארמער זאגט אויך אז זיין מהלך איז ריכטיג, און דו קענסט האלטן אז ער איז גערעכט, ער וועט דיר אבער מודה זיין אז זיין זיידע איז קיין ריפארמער נישט געווען, דו ריפארם מאוומענט האט זיך שפעטער אנגעפאנגען.

דער קראי וועט האבן א פראבלעם מיט פריעה אבער זיין ברית איז עדות אז דאס איז געווען די וועג וואו אזוי זיין טאטע האט דאס געמאכט.

"הלכה למשה מסיני" האט קיין שייכת נישט מיט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש" דו מישט אויס צוויי גאר באזינדערע קאנסעפטס

@אנאנים ביסט גערעכט, מען רעדט דארט פין יחוס, אין די גמרא דארט האט א שמוס פארוואס א ממזר איז נישט גוט לסנהדרין

קינד_אן_קייט » מאנטאג מאי 2, 2016 10:01 am

· #331277
זייער שיין צולייגט די נושא, ייש"כ @אנאנים, כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל.

הקטן » מאנטאג מאי 2, 2016 11:02 am

· #331288
אחר יודגאן הופיע ענן ראש הגלות, וזה היה בימי הכליף געפאר אלמנצור (777-764). הוא היה הראשון אשר גילה את כל האמת אודות המצוות (צדוק מיסד כת הצדוקים גלה לדעתו מקצת האמת). הוא היה בקי בדברי הרבנים ולא נמצא בהם איש הטוען אחר חכמתו".


אבו יוסף יעקב אל-קרקסאני. בספרו הערבי "המאורות"

שפעטעריגע קראים זאגן שוין וואס דו זאגסט.

דעת תורה » מאנטאג מאי 2, 2016 4:36 pm

· #331357
נצרות קען נישט טענה'ן אז זי פארטרעט די אריגינעלע אידישקייט; זיי קענען לכל היותר מחולק זיין אויף דעם מאחז"ל אלו המצוות שאין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, און טענה'ן אז זייער נביא / גאט / קינד וכל קדשיו (סעינטס) עמו האבן באקומען א גילוי עוקר צו זיין רוב דיני התורה. אבער ס'נישטא קיין שום וועג זיי זאלן מחולק זיין אויף וואס די אריגינעלע דרך התורה איז.

דעת תורה » מאנטאג מאי 2, 2016 5:13 pm

· #331363
אינטערעסאנט. קומט אויס דבר שנצטער בו אותו האיש יכשל בו ממשיכיו? שטימט עפעס נישט די גאנצע מעשה

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 2, 2016 8:17 pm

· #331387
אחד העם אין זיין 1904 עססעי judaism and asceticism אדער Flesh and Spirit, מאלט ער אראפ די צעווישענשיידן צווישן די צדוקים, אססיים און פרושים, מול די פריעדיגע נביאים אין טערמינען פון די צוויי עקסטרימען, מעטעריאליזם און אסקעטיסיזם און א מעדיום אינדערמיט, אויף אן אינדיווידועלן לעוול און אויפ'ן קאלעקטיווען פלוין, אין וועלכער די קערפער און די רוח העלפן זיך ביידע און די ספיריט עלעוועיט די באדי. פון דעם ציהט ער א פאראלעל צו זיינצייטיגע דיפערענצן צעווישן פאליטיקעל און ספיריטועל ציוניזם. צעווישן גויאישע און אידישע אידעלאגיעס, צעווישן מיטל-אלטער און קבלה באיינפלוסטער אינדיווידועלע אסקעטיסיזם צו קנאאישע פאליטיקעל אסקעטיסיזם.

<a class="postlink" href="https://archive.org/stream/cu31924079589242/cu31924079589242_djvu.txt">https://archive.org/stream/cu3192407958 ... 2_djvu.txt</a>

אחד העם » מאנטאג מאי 2, 2016 8:46 pm

· #331390
טאמבל סאס
אחד העם אין זיין 1904 עססעי judaism and asceticism אדער Flesh and Spirit, מאלט ער אראפ די צעווישענשיידן צווישן די צדוקים, אססיים און פרושים, מול די פריעדיגע נביאים אין טערמינען פון די צוויי עקסטרימען, מעטעריאליזם און אסקעטיסיזם און א מעדיום אינדערמיט, אויף אן אינדיווידועלן לעוול און אויפ'ן קאלעקטיווען פלוין, אין וועלכער די קערפער און די רוח העלפן זיך ביידע און די ספיריט עלעוועיט די באדי. פון דעם ציהט ער א פאראלעל צו זיינצייטיגע דיפערענצן צעווישן פאליטיקעל און ספיריטועל ציוניזם. צעווישן גויאישע און אידישע אידעלאגיעס, צעווישן מיטל-אלטער און קבלה באיינפלוסטער אינדיווידועלע אסקעטיסיזם צו קנאאישע פאליטיקעל אסקעטיסיזם.

<a class="postlink" href="https://archive.org/stream/cu31924079589242/cu31924079589242_djvu.txt">https://archive.org/stream/cu3192407958 ... 2_djvu.txt</a>


I'm Ahad ha'am, An i approve this message.

טאמבל סאס » דינסטאג מאי 3, 2016 5:36 am

· #331408
<a class="postlink" href="http://benyehuda.org/ginzberg/">http://benyehuda.org/ginzberg/</a>
בשר ורוח

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך מאי 4, 2016 8:42 pm

· #331685
א פאר הערות אויף די אריגינעלע מאמר:
א. דער רמב"ם אין הקדמה לפרק חלק שרייבט עס פאר א טענה אויף אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט פארגעלערנט דער אל תהיו... צו אלע תלמידים.
ב. דער מושג פון עליטיזם בזמן הבית איז געקומען פון הל' טומאה וטהרה. מ'האט זיך געמוזט גענצליך דערווייטערען פון עמי הארץ און טהרת האכילה וכדו' איז געווען א שטארקע זאך. אזוי איז געבויט געווארען א גענצליכע שוואכע עלעמענט אין כלל ישראל וואס מיר האבען א שווערע אויג דערויף. היינט קען מען נישט משיג זיין א 'אוי לי שנתתי מפתי לעם הארץ'.
ג. לגבי וויאזוי פטור צו ווערען פון זיי. פסיכאלאגיש גערעדט האט שמעון בן שטח'ס וועג גע'ארבעט. ווען איינער ווערט ארועסגעווארפען, פיהלט ער דערנידריגט אינגאנצען. זיין פארבליבענע חברים פיהלען זיך פעסט ביי זיך אז זיי זענען נאך דארט. אזוי ווערט א ריס צווישען זיי. אויף מארגען ווען מ'ווארפט ארויס די נעקסטען האט ער נישט מיט וועמען מתחבר צו זיין צו מאכען א מרידה. ער איז לעקיש מכאן ומכאן.
ד. איך האב געזען אין הגש"פ מגדולי ירושלים בשם הרב פנחס אפשטיין פארוואס רופט מען אהן שבת פאר פסח 'שבת הגדול'. ווייל אין יענער וואך איז פארהאנען נאך א שבת פון די וספרתם לכם ממחרת השבת, א שבת קטן, להוציא מלבן של שוטים/צדוקים.
ה. נישט נאר א פרוי ירשנ'ט נישט איהר מאן נאר א פרוי קען נישט זיין מלך אפילו זי וואלט יא געירשנ'ט. ועוד ידוע אז דער רמב"ם דינגט זיך אויף די רמב"ן פון לא יסור שבט מיהודה, וכמה קולמוסים נשתברו בענין.
ו. אנדערע מירער תלמידים האבען געהאלטען שבת אין יאפאן אום סאטערדע"י נאר לגבי דאורייתא'ס און סאנדע"י האבען זיי געראכטען די שבת כדין, כדעת בעל המאור ודעימיה. זיי האבען פארציילט ווי ווייט זיי האבען איינגעזען די נויטיגקייט פון דרבנן'ס. דאס איז אזוי ווי דו זאגסט אז די כח פון דרבנן'ס האט אנגעהאלטען די מאסען צו תורה און די צדוקים האבען אט די כח נישט געהאט, וממילא איז אלס צוזאם געפאלען און זיי האבען זיך אסימילירט אן די גדרים וסייגים שהציבו חז"ל.




Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מיימון » דאנערשטאג מאי 5, 2016 9:07 am

· #331748
זייער א שיינע ארטיקל איבערן ענין
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=23220&st=&pgnum=58&hilite=

מי אני » דאנערשטאג מערץ 31, 2022 6:23 pm

· #497340
דר. טאמאס מענסאן האט גע׳טענה׳ט אז ״פרושים״ קומט משרש ״פרס״, אלס דעם וואס זיי האבן געהאט אָנגענומען דאקטרינעס וואס זענען נשפע געווארן מהפרסיים וזאָראָאַסטריעניזם. צב״ש השארת הנפש, כוחות למטה פון ג-ט [מלאכים אא״וו] וכדומה.

הרב דר. אליעזר (לואיס) פינקלשטיין האט געשריבן:
Geiger, conceived of the conflict between these sects as intrinsically similar to that which developed in his own day between the reform and orthodox Jews in Germany. He endeavored to show that the Sadducees were the conservative, priestly group, attached to the traditional laws and customs, and that in opposition to them there arose a liberal, forward-looking Pharisaic sect, who tried to bring about for their time and country religious changes born of the same progressive spirit as his own

זיין טעזע איז אז אריגינעל האבן זיך די פרושים דעוועלאפירט אין שטעט לעומת די צדוקים וואס זענען געווען אין דערפער [״עם הארץ״], וואו דארט זענען געווען די פעלדער וואס דאדורך איז געקומען דאס רייכטום. לבסוף, דורך זייערע מער פאלקסלארישע, מער ״דעמאקראטישע״, און מער אינדיווידואליסטיק דאקטרינעס וואס זענען ארויסגעוואקסן מחמת׳ן דאס׳ן זיין אין שטעט, ווי למשל דאס אז עבודת ה׳ איז נישט אזוי ווייט בעיקר בעיקר בביהמ״ק בקרבנות וכדומה, און זייערע עסכעטאלאגישע דאקטרינעס פון השארת הנפש, אחרית הימים און תחיית המתים וכדומה, האבן זיי די פרושים געוואונען צו זיך אלס מער און מער פונעם פאלק, ביז אז עס איז נאר פארבליבן ביי צדוקים די אויבערשטע עליטע אריסטאקראטישע שטייסל פונעם פאלק.

‏דאס גייט אין איינקלאנג מיט מעקס וועבּער׳ס טעאריע אז רעליגיע פון יהדות ונוצרות האט זיך נאר געקענט דעוועלאפירן אין שטעט ווי איידער אין דערפער.

הרב דר. פינקלשטיין זאגט אז דאס איז טאקע די סיבה אז ביי די פרושים האבן זיך מער אריינגעדרייט די פרסי׳שע (ווי אויך די העלעניסטישע) סארט פילאזאפיעס און דאקטרינעס, וויבאלד זיי זענען מעיקרא אלס געווען אין די שטעט וואו די הערשאפט פון די פרסיים איז געווען מער בולט, וממילא האט עס געהאט מער א השפעה לעומת הצדוקים בהכפרים.

ער זאגט אז לפי״ז פארשטייט מען ווי אזוי עס איז ארויסגעוואקסן די מחלוקת ביניהם לגבי פשט ב״לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת״: די צדוקים וואס זענען מעיקרא געווען אין די דערפער/סאָבּאָרבּס האבן זיך געלייגט שלאפן פרי בליל השבת ולכן האבן זיי בעצם נישט געדארפט און נישט געוואלט ליכט ביינאכט. משא״כ די פרושים אין די שטעט וואס דארט איז שוין דא מער וואס צו טוהן ביינאכט.

ווי אויך זאגט ער איז דאס געווען די שורש המחלוקת ביניהם ווען צו חוגג זיין שבועות (מנחות פ״י מ״ג ועוד). ווייל די פרושים אין די שטעט האבן געמוזט זוכן צו מקשר דאס יו״ט שבועות צו עפעס און זאל דאס געבן א באדייט, ולכן האבן זיי דאס מקשר געווען צו מתן תורה. אבער דאן מוז דאך דאס האבן א באשטומטען טאג אין חודש סיון וואס דאן האט דאס פאסירט. ולכן האבן זיי געמוזט זאגן אז די חמישים ימי הספירה הייבן זיך אָן באשטימט פון יום שני של פסח. משא״כ די צדוקים וואס זענען מעיקרא פון די פעלדער אין די דערפער האבן דאס נישט געדארפט ווייל זיי האבן מקשר געווען דעם יו״ט מיט הקציר און נישט מער.

ער ברענגט נאך פארשידענע ראיות לחילוק זה.

ער שרייבט דארט אויך:
I take it for granted, with the other writers on the subject, that in the rabbinic sources which we now have before us the term Boethusians is used interchangeably with Sadducees. Originally it probably represented a subdivision of the group. An examination of the various passages in which the terms are used has not yet enabled me to draw any satisfactory distinction between them. Similarly, I take it that the Essenes were originally a group among the Pharisees

ער זאגט אויך אז הגם בן סירא איז נישט געווען א צדוקי ממש, וואס האט נאכנישט געהעריג עקזיסטירט אלס א כת בימיו, איז ער אבער געווען א חלק פון די אריסטאקראטישע שטייסל וואס זענען שפעטער געווארן די כת.

ער ברענגט אראפ פון לוי (לואיס) גינזבערג אז לאחר מכן וואס די פרושים האבן געזיגט און די וואס זענען געווען (מער-ווייניגער) אפיליאירט מיט די צדוקים זענען בעצם געווארן פרושים, האט זיך אבער בתוך די פרושים אליין ערווארבן צוויי ענליכע כתות: די בית שמאי וועלכע האבן רעפרעזענטירט די מער רייכע און ״עליטע״, און די בית הלל וועלכע האבן רעפרעזענטירט די מער המון עם. ‏ועיין כאן.

עס איז מערקווידיג צו באמערקן אז, עכ״פ שפעטער, זענען אידן נישט אזוי אויסגעקומען מיט די זאָראָעסטריענס - ה״חברין״. ‏
דעת תורה
(אינטערעסאנט וויאזוי די גרויסע אדוקים צום טעקסט האבן מפרש געווען די פסוקים אין די נביאים וואס זאגן קלאר אז עס וועט זיין תחיית המתים)
די שאלה איז וואס זיי האבן אָנגענומען אלס כתבי הקודש אין נ״ך. אָרידזשען האט געהאלטן אז זיי האבן נאר אָנגענומען די חמשה חומשי תורה וזהו.

רשכבהג » דינסטאג אפריל 5, 2022 8:45 am

· #497546
.

מי אני » מיטוואך אפריל 13, 2022 11:18 pm

· #498127
📎 F6FE3214-479F-4E67-9BB2-628E06FA6898.jpeg
דר. דניאל חבולסון.

בן עיר » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 10:59 am

· #498153
<a class="postlink" href="http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20220416&gil=316">http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20220416&gil=316</a>
גליון שערי מדע דעם פסח איבער די צדוקים והבתוסים

בן עיר » דאנערשטאג אפריל 14, 2022 2:31 pm

· #498203
[ציטאט אראפגענומען]

זעהט נישט אויס

מי אני » זונטאג יולי 3, 2022 11:05 am

· #503438
📎 1.jpg דר. קאפל פּינסאן במשנתו של שמעון דובנאוו.

טאמבל סאס » זונטאג יולי 3, 2022 11:20 am

· #503441
סאוי וואס? די פרושים האבן אדוואקירט פאר א ספיריטשול דזשודעיזם?

מי אני » זונטאג יולי 3, 2022 11:36 am

· #503446
Pretty much
דאס איז וואס ער שרייבט ווייטער:
In his discussion of the revolt of the Pharisees against the war-like policies of Alexander Jannaeus he says: "This was not the kind of state dreamed of by their predecessors, the Hasidim, when the independence of Judea was attained and when the star of the Hasmoneans first began to gleam. Had Judea battled against the Syrian yoke, sacrificed for a quarter of a century its material goods and the blood of its best sons, only in order to become, after attaining independence, a 'despotism' or warrior state after the fashion of its pagan neighbors? The Pharisees believed that the Jewish nation was created for something better; that in its political life it was not to strive for the ideal of brute force but rather for the lofty ideal of inner social and spiritual progress."
מיט "חסידים" מיינט ער די "חסידיענס/חסידים הראשונים" בימי החשמונאים (הראשונים) - פון וועמען די פרושים (מעגליך) קומען (אדער מעגליך די כת האיסיים קומען פון זיי).

טראכטכמוני » זונטאג יולי 3, 2022 1:22 pm

· #503459
טאמבל סאס
סאוי וואס? די פרושים האבן אדוואקירט פאר א ספיריטשול דזשודעיזם?
דובנאוו'ס שיטה איז באזירט ס"ה אויף צו געבן א בעיסיס פאר זיין אייגענע שיטה קעגן הערצל'ס רעיון הציונית.

וואו הערצל האט גע'טעהנה'ט אז די עמאנציפאציע פון אידן וועט קומען נאר אין פארעם פון פאליטישע (און טריטארישע) פרייהייט ווען א מערהייט פון אידן וועלן אימיגרירן קיין א"י, האט דובנאוו געהאלטן אז דאס איז א וויסטע חלום.

האט דובנאוו געהאלטן אז די אידן זאלן האבן אזא סארט אטאנאמיע אין אייראפע אליין, וואו דאס וואס וועט זיי מקשר זיין איז אזא סארט ספיריטואלע קאנעקשאן, געבויט אויף אידישיסטישע קולטור וכדו'.

ער האט דאס טיילווייז געבארגט פון אחד העם'ס שיטה פון האבן א 'ספירטואלישע באזע' אין ארץ ישראל וואו איידער א פחאץ וואו אלע אידן זאלן וואונען.

זעה נאך דא אין זיין ביכל page 48, 51 :
https://books.google.com/books/about/History_of_the_Jews_in_Russia_and_Poland.html?id=5sMbr5rK0gQC&printsec=frontcover&source=kp_read_button&hl=en&newbks=1&newbks_redir=0&gboemv=1#v=onepage&q&f=false

און דא: https://en.wikipedia.org/wiki/Jewish_Autonomism?wprov=sfla1

מי אני » דינסטאג אוגוסט 16, 2022 10:36 pm

· #506558
📎 1.jpg דר. רחל אליאור.

מי אני » מוצ"ש פעברואר 3, 2024 11:31 pm

· #547960
די צדוקים האבן געהאלטן אז ביוה"כ זאל דער כה"ג מתקן זיין די קטורת מבחוץ און דערנאך אריינגיין לפני ולפנים בהקודש הקדשים, בשעת די חכמים הפרושים האבן געהאלטן אז דער כה"ג זאל עס מתקן זיין אויך אך ורק בפנים (יומא נג.). דר. יעקב לאטערבאך האט גע'טענה'ט אז די מחלוקת בין הצדוקים והחכמים הפרושים, איז צושטאנד געקומען מחמת דעם אז די צדוקים זענען געווען, ווי געזאגט אויבן, די אריסטאקראטן אין מאכט וואס די כהנים גדולים זענען געווען פון זיי. און זיי האבן גאר שטארק געציטערט פון אריינגיין אינעם טונקעלן קודש הקדשים (ועיין בירושלמי פ"ה ה"ג ובזבחים נה:) מיט דאס אז ג-ט איז דארט. ולכן האבן זיי געזוכט לתקן מבחוץ אז זיי זאלן האבן דאדורך עפעס ליכטיגקייט און רויעך פארנט פון זיי, אזוי נישט צו קוקן אין פנים פון גאט און צו אוועקשרעקן דעם שטן וואס איז דארט. משא"כ די פרושים, וועלכע זענען געווען די פּלעבּיענס און די מער אונטערשטע קלאסן אין פאלק, האבן (כמעט) נישט געהאט קיינע כהנים גדולים וועלכע האבן דאס געדארפט דורכגיין, וממילא האבן זיי געוואלט אז מ'זאל טוהן אזוי ווי פשט בסדר הפסוקים (ועיין ברמב"ם בהל' עבודת יוה"כ פ"א ה"ז). בנוסף צו דעם איז די צדוקים'ס פאזיציע צושטאנד געקומען פון זייער אלגעמיינע גלויבונג וואס איז געווען מער בהגשמה כלפי הא-ל, און זיי האבן געציטערט פון "זעהן" דארט הקב"ה עם משרתיו. די הגשמה איז אויך געווען קעגן די (מער "פּראגרעסיווע/ליבעראלע") טעאלאגיע פון די פרושים און זיי האבן זיך קעגנגעשטעלט דערצו (ועיין בברכות ז. במעשה דר' ישמעאל בקודש הקדשים, וביומא לט: ומנחות קט: ובירושלמי פ"ה ה"ב עם שמעון הצדיק).

(אגב, ער טענה'ט דארט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס הלכה האט זיך אוועקגערוקט פון תכלת בהציצית. ווייל מעיקרא איז די געדאנק פון התכלת בה געווען צו דערמאנען דעם מענטש איבער דעם כסא הכבוד (מנחות מג:). און זיי האבן זיך געוואלט אוועקרוקן פון די הגשמת הא-ל.)

דר. אליעזר (לואיס) פינקעלשטיין לייגט צו אז א פארקערטע פענאמענאן איז געווען לגבי די מחלוקת ביניהם אין די הלכות פון הבערת אש בשבת, הלכות עירוב, וטבול יום בפרה האדומה. לגבי הבערת אש האט נישט אויסגעפעהלט פאר די צדוקים ביי די פעלדער, וואו ס'איז ווארעמער אפילו אין די ווינטער, צו האבן פייער דורכאויס שבת. משא"כ פאר די סתם שטאטסמענטש אין ירושלים האט עס אים יא שטערקער אויסגעפעהלט. ווי אויך זענען זיי געגאנגען שלאפן שפעטער ווי פעלדסמענטשן אין די מער rural געגענטער. ולכן איז מען אויפגעקומען מיט די פשט אין פסוק דאס מתיר צו זיין, ועכ"כ מְצַוֶה צו זיין על הדלקת נרות מערב שבת.

דאס זעלבע איז געווען בנוגע אוועקשטעלן היתר עירובי חצירות בשבת. פאר די רייכערע צדוקים מיט גרעסערע הייזער, האט נישט אזוי ווייט געשטערט דעם איסור פון הוצאה והעברה בשבת. משא"כ פאר'ן שטאטסמענטש אין די טענעמענטס וכדומה, וואו זיי האבן געמוזט האלטן זאכן אין געמיינזאמע חצירות מיט שכנים, איז דאס געווען גאר שווער. ולכן פלעגן זיי זיך צאמקומען אין איין הויז צוזאמען, כדי עס זאל ווערן גערעכענט ווי איין רשות און זיי זאלן דאדורך זיך קענען באנוצען מיט מוציא ומכניס זיין מהחצר לרשותם. לבסוף איז דאס געווארן פשוט אז מ'לייגט פת אין איין שטוב און דאס איז שוין גענוג.

דאס איז אויך דאס וואס ליגט אונטער די מחלוקת ביניהם צי א בת הבן איז יורש במקום שנשאר רק בת להאב בב"ב קטז: לויט די פרושים טאמער האט דער טאטע איבערגעלאזט א בן ובת, און די בן איז געשטארבן און איבערגעלאזט אַן אייגענעם בת, ירש'נט זי אלעס פונעם זיידן און גארנישט פאר איר מומע. משא"כ לויט די צדוקים צוטיילן זיי זיך. וואס ליגט אונטער דעם איז אז די פרושים זענען געווען ארימער מיט קליינע הייזער וכו', ולכן האט מען געזוכט ווי ווייניגער צו צוטיילן א נכס, וואס דעמאלטס באקומט קיינער כמעט גארנישט. משא"כ די רייכערע צדוקים.

און ענליך איז געווען בנוגע זייער קפידה לטמא הכהן השורף את הפרה שיהיה טבול יום (פרה פ"ג מ"ז), ועכ"כ אז די פרה וואס ר' ישמעאל בן פיאבי האט געטוהן שלא בטבול יום האט מען אויסגעגאסן, ווי אויך האט רבן יוחנן בן זכאי גע'פסל'ט און געמאכט א בעל מום עי"ז שצרם באזנו דעם כהן וועלכע האט דאס נישט געטוהן (תוספתא פרה ג ד-ה). דאס איז וויבאלד פאר די צדוקים, וועלכע זענען אדער געווען אין די סאָבּאָרבּס אדער בביהמ"ק, איז עס נישט געווען אזוי שווער פאר זיי להישאר בטהרה - אדער האבן זיי זיך נאר געדארפט מטהר זיין ביים עולה רגל זיין, אדער איז דארט סתם אזוי נישט געווען קיין טומאה בביהמ"ק. משא"כ פאר דער סתם מענטש אינעם שטאט, ובפרט ירושלים, וואו אלעס ארבעט ארום דעם אז מ'קען עס נאר עסן וכו' בטהרה, און דארט איז דאך שייך להיטמא (ועיין בב"ק פב: וואו מ'האט געזוכט ממעט צו זיין די מעגליכקייט פון טומאה בירושלים), און דאס גייט זיי מורא'דיג אפעקטירן. ולכן איז מען אויפגעקומען מיט טבול יום בעפאר הערב שמש, וועלכע איז שוין "גענוג" טהור שלא לטמא קדשים ווייטער. די צדוקים, וועלכע האבן דאס נישט געדארפט, האבן נישט מסכים געווען צו די אינאוועישאן בכלל. און דאס האט געפלאצט ביים פרה אדומה, וואו די פרושים האבן דאס געזוכט צו שטארקן פאר'ן אלגעמיינעם המון עם וועלכע האבן דאס געדארפט, און די צדוקי מיט'ן זיין דערקעגן האט מיט דעם אוועקגעמאכט דעם גאנצן היתר פון טבול יום וועלכע איז געווען וויכטיג פאר'ן שטאטסמענטש.

ענליך איז בנוגע די מחלוקת איבער ניסוך המים בסוכות. פאר די צדוקים וועלכע האבן פארמאגט פעלדער, איז דאך די שמחה פונעם יו"ט געווען דאס זמן האסיף אליינס. משא"כ פאר'ן אלגעמיינעם שטאטסמענטש האבן די פרושים דאס אוועקגעשטעלט אלס מ'ווערט נידון על המים, וואס איר סעזאן הייבט זיך אט אט אָן. און דער שטאטסמענטש האט געדארפט די וואסער אויף צו טרינקן שוין יעצט, ווי די פעלדסמענטש וואס איר העדר איז מער ניכר אין א יאר ארום ווען די תבואה דארף ארויסצושפראצן וכו'; ובפרט אז דאס איז מען שוין נידון געווארן ביוה"כ. ווי אויך האבן די מער ארימע שטאטסמענטשן באטראכט טרינקען וויין ווי א לוקסוס און (כמו) עון, און דאס גיסן ווייסער פאר ג-ט כעין א קרבן בכלל (ער זאגט אז דאס קען זיין א פשט אין וואס אליהו הנביא האט דאס געטוהן בהר הכרמל במלכים א חי לד-לה). משא"כ די רייכערע צדוקים האבן דאס באטראכט פונקט פארקערט. און וועגן דעם זענען זיי געווען אזוי ברוגז ווען דער כהן האט געגאסן די וואסער על רגליו בסוכה מח:

דאס איז אויך וואס ליגט אונטער זייער מחלוקת צי שבועות איז לעולם בו' סיון להפרושים, אדער די זיבעטע זונטאג נאך פסח להצדוקים. ווייל פאר'ן שטאטסמענטש האט מען דאס געמוזט צאמשטעלן מיט א מאורע וואס האט פאסירט אויף א ספּעציפישן טאג, וואס האט נישט צו טוהן מיט פעלדער ועבודה בשדה. משא"כ פאר'ן פעלד אייגענטומער.

ווי דר. פינקעלשטיין שרייבט:
Neither sect determined its views by such artificial and spurious principles as "literal" and "liberal" interpretation of Scripture. They both were ready to adhere to the letter of the law or to depart from it as best suited the needs of their following. Like the Pharisees, there were those among the Sadducees who were not so much interested in agreeing with Scripture, as having Scripture agree with them - customs create exegesis, not exegesis customs

אלפא » זונטאג פעברואר 4, 2024 3:54 am

· #547993
מי אני #
דר. יעקב לאטערבאך האט גע'טענה'ט אז די מחלוקת בין הצדוקים והחכמים הפרושים, איז צושטאנד געקומען מחמת דעם אז די צדוקים זענען געווען, ווי געזאגט אויבן, די אריסטאקראטן אין מאכט וואס די כהנים גדולים זענען געווען פון זיי.
👍
זייער א שיינע מארקסיען טעאריע צו מסביר זיין די מיינונגס-פארשידענהייטן געבויט אויף די סאציא-עקאנאמישע קלאסעס!

ברוך שפינוזה » זונטאג פעברואר 4, 2024 5:58 pm

· #548069
ס'איז טאקע זיס, די שאלה איז וויפיל דערפון שטימט טאקע און וויפיל דערפון איז סתם געקוועטשט אבי עס צו מאכן שטימען. כ'האב נאר אפאר זייטיגע הערות:
מי אני #
משא"כ די פרושים, וועלכע זענען געווען די פּלעבּיענס און די מער אונטערשטע קלאסן אין פאלק, האבן (כמעט) נישט געהאט קיינע כהנים גדולים וועלכע האבן דאס געדארפט דורכגיין, וממילא האבן זיי געוואלט אז מ'זאל טוהן אזוי ווי פשט בסדר הפסוקים
דאס איז א שטיקל אווערסימפליפייד ווי מ'זאגט ווייל די סדר העבודה פון די משנה deviates אפאר מאל פונעם פסוק אין ויקרא, זעהט נישט אויס ווי די פרושים האבן זיך צופיל געקימערט מיט'ן פסוק.
מי אני #
דאס איז אויך וואס ליגט אונטער זייער מחלוקת צי שבועות איז לעולם בו' סיון להפרושים, אדער די זיבעטע זונטאג נאך פסח להצדוקים. ווייל פאר'ן שטאטסמענטש האט מען דאס געמוזט צאמשטעלן מיט א מאורע וואס האט פאסירט אויף א ספּעציפישן טאג, וואס האט נישט צו טוהן מיט פעלדער ועבודה בשדה. משא"כ פאר'ן פעלד אייגענטומער.
לגבי דעם מיין איך איז מער אנגענומען אז די כהנים מבית צדוק זייענדיג כהנים האבן זיך געפירט ווי דעם תורת כהנים אז מ'פאנגט אן ציילן ממחרת השבת, און די פרושים האבן זיך געפירט ווי דעם ספר דברים אז מ'פאנגט אן ציילן מהחל חרמש בקמה.
מי אני #
בנוסף צו דעם איז די צדוקים'ס פאזיציע צושטאנד געקומען פון זייער אלגעמיינע גלויבונג וואס איז געווען מער בהגשמה כלפי הא-ל... די הגשמה איז אויך געווען קעגן די (מער "פּראגרעסיווע/ליבעראלע") טעאלאגיע פון די פרושים און זיי האבן זיך קעגנגעשטעלט דערצו. (אגב, ער טענה'ט דארט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס הלכה האט זיך אוועקגערוקט פון תכלת בהציצית. ווייל מעיקרא איז די געדאנק פון התכלת בה געווען צו דערמאנען דעם מענטש איבער דעם כסא הכבוד (מנחות מג:). און זיי האבן זיך געוואלט אוועקרוקן פון די הגשמת הא-ל.)
דאס דערמאנט שטארק די מעשה פון דער כהן גדול וואס האט אפגעזעגנט די גרים שמעיה און אבטליון זאגענדיג: "זאלן די גוים (כלומר קינדער פון גוים) זיך גיין לשלום", האבן זיי איהם געענטפערט: "זאלן גיין לשלום די גוים וואס טוען די עבודה פון אהרן, און זאל נישט גיין לשלום דער אייניקל פון אהרן וואס טוט נישט די עבודה פון אהרן." דאס הייסט אז די פרושים האבן זיך אנגעקוקט ווי די "עכטע" ממשיכים פון די כהונה כאטש וואס אין רעאליטעט זענען זיי געוועהן גאר ווייט דערפון, אזא בחינה ווי די קריסטליכע דאקטרינע פון Spiritual Israel פונעם איגרת אל הגלטים ג ז (Galatians 3:7) און ווי אויסגעשמועסט באריכות אין איגרת אל הרומאים (Epistle to the Romans) פרק ט פסוק ו און ווייטער. (דאס גייט נאך טיפער נעמענדיג אין באטראכט אז די פרושים מאוומענט איז מייסטנס באשטאנען פון גרים און זייערע תלמידים כמבואר אצלנו, כנראה איז די Spiritual Israel שוין זייער'ס א פאטענט.)

מי אני » זונטאג פעברואר 4, 2024 7:40 pm

· #548086
ברוך שפינוזה #
מי אני #
משא"כ די פרושים, וועלכע זענען געווען די פּלעבּיענס און די מער אונטערשטע קלאסן אין פאלק, האבן (כמעט) נישט געהאט קיינע כהנים גדולים וועלכע האבן דאס געדארפט דורכגיין, וממילא האבן זיי געוואלט אז מ'זאל טוהן אזוי ווי פשט בסדר הפסוקים
דאס איז א שטיקל אווערסימפליפייד ווי מ'זאגט' ווייל די סדר העבודה פון די משנה deviates אפאר מאל פונעם פסוק אין ויקרא, זעהט נישט אויס ווי די פרושים האבן זיך צופיל געקימערט מיט'ן פסוק.
איה"נ. און ווי איך ברענג צו צום סוף זיין אויסדרוק:
Neither sect determined its views by such artificial and spurious principles as "literal" and "liberal" interpretation of Scripture. They both were ready to adhere to the letter of the law or to depart from it as best suited the needs of their following. Like the Pharisees, there were those among the Sadducees who were not so much interested in agreeing with Scripture, as having Scripture agree with them - customs create exegesis, not exegesis customs
ברוך שפינוזה #
מי אני #
דאס איז אויך וואס ליגט אונטער זייער מחלוקת צי שבועות איז לעולם בו' סיון להפרושים, אדער די זיבעטע זונטאג נאך פסח להצדוקים. ווייל פאר'ן שטאטסמענטש האט מען דאס געמוזט צאמשטעלן מיט א מאורע וואס האט פאסירט אויף א ספּעציפישן טאג, וואס האט נישט צו טוהן מיט פעלדער ועבודה בשדה. משא"כ פאר'ן פעלד אייגענטומער.
לגבי דעם מיין איך איז מער אנגענומען אז די כהנים מבית צדוק זייענדיג כהנים האבן זיך געפירט ווי דעם תורת כהנים אז מ'פאנגט אן ציילן ממחרת השבת, און די פרושים האבן זיך געפירט ווי דעם ספר דברים אז מ'פאנגט אן ציילן מהחל חרמש בקמה.
יא יא. אבער ווייטער די זעלבע זאך: זיין טעזע איז אז ווען די דאקטרין פון ספר דברים וואלט ווען געשטימט מיט די סאציאלע אגענדע פון די צדוקים, וואלטן זיי דאס אָנגענומען, ולהיפך ביי די פרושים. און אזוי ווי איך האב צוגעברענגט זיין ציטאט.

מי אני » פרייטאג מאי 31, 2024 5:55 pm

· #563936
דער משכיל דר. שלמה רובין האט געשריבן אז די כת הצדוקים זענען בשרשם געווען פון די וועלכע זענען פארבליבן בא״י און נישט אראפגעגאנגען צו בבל בעת חורבן בית ראשון. בשעת די פרושים זענען געווען די וואס זענען שפעטער צוריקגעקומען און עולה געווען מבבל לא״י:
הנשארים בארץ יהורה ובעיר ירושלים והשבים והעולים הראשונים הנקיים מערב רב ואספסוף דלת העם, ואשר כרבם היו עשירים ואצילים מאזרחי הארץ מלפנים,‏ ומראשי העם וכהניו וגדוליו אשר שבו מעט מעט מבבל ומפרס, קראו א“ע ירושלמים או צדוקים, ר”ל בני עיר הצדק היא ירושלים, כי כבר נאחזו בעיר הצדק כאחיהם תושביה מאז; ואל אחיהם המדולדלים השבים האחרונים מן הגולה קראו פרוזים (כמו פזורים ונדחים) או פרושים (שר“ל נפרשים ונבדלים ונפרדים כלומר מפוזרים ומפורדים ואולי גם פרסים (ר"ל מקבלי דעות הפרסים אשׁר גרו בארצם). אך ברבות הימים, כאשר גברו המון עם עולי הגולה האחרונים על שרידי ירושלמים והעולים הראשונים ברוב מנין, כי ההמון הולך ורב על ידם, קראו לעצמם פרושים, בהוראות נזירים מאחיהם בפרישות (או כדעת יוסיפון בהוראת מפרשים את התורה עצהיו"ט) ושם הירושלמים או הצדיקים שינו אל צדוקים ע”ש איזה צדוק, שלפי המסורה הנזכרת באגרת אבות דר' נתן, היה בזמן אנטיגנוס איש סוכו, בדור שלישי לעזרא, כי אז פרץ אש המחלוקת ויצאה ללהב קטטה ומריבת בדת ודין. (ובזאת מסכימים חכמים רבים וכן שלמים, חדשים גם ישנים כנ“ל, כי הספור באגדות צדוק וביתוס תלמידי אנטיגנוס הוא מאוחר ואגדה בעלמא, וכי מקור זמן ושם הצדוקים לא כן הוא.)
ער טענה׳ט אז די שורש המחלוקת ביניהם איז טאקע געווען אז די צדוקים האבן נישט געוואלט אָננעמען די ‏מנהגים ואמונות וועלכע זענען נשפע געווארן מהפרסיים, וועלכע די פרושים האבן מיטגעברענגט און נספח געווען צו דת יהודית. ווי צב״ש שמות ומציאות המלאכים והשטן וועלכע די צדוקים האבן געהאלטן איז כעין ע״ז, תחיית המתים בהאי עלמא וביאת המשיח ושכר ועונש שהיא לעוה״ב אחר ביאתו והתחייה, נטילת ידים וטבילת בעל קרי וואס איז געווען מהשפעת צורואסתר, אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, ניסוך המים ומנהג ערבה שהם בדת הפרסים. עס איז אויך אינטרעסאנט ווי ער ברענגט צו אז עס זענען די פרושים וועלכע האבן געלייגט דעם שטארקן דגוש אויף פו״ר:
וככה הביאו עמהם עולי גלות בבל עוד הרבה תקנות ושנויים וסיגים ודעות ונימוסים ואמונות ומסורות ומנהגים אשר בארץ קימו וקבלו הפרסים (כנ"ל ובספרים שהזכרנו), ואשר אך זרים נחשבו להירושלמים הם הצדוקים והתנגדו להם.

לדוגמא ידענו שאם אמנם הולדת בנים ובנות היה חשוב, ויקר עד היום הזה לכל עמי ארצות הקדם, נערך ביתר שאת אצל הפרסים המעריצים והמקדישים בדתם כל רעיון פריה ורביה בכלל,‏ עד שנקרא אצלם הנישואין עבודת אורמוצד וכל ספרי אפעסטה מלאים תפלות והודאות וברכות על עניני פריה ורביה, ואין ספק שזה מקור החרדה והחומרא שהכבידו חז“ל על מצוה זו. ראשית כל תרי”ג המצות לפי דעתם, עד שאמרו מת בלא בנים אין לו חלק לעולם הבא ‏(עיין בב״ב דף קטז. ודף קמא.), וכדומה ממאמריהם המאיימים והמחרידים בביטול העבודה הזאת, ומהם באה הזהירות והזריזות בפו“ר עד המקובלים באסמכתא על מאמרם (יבמות סב.) אין בן דוד בא עד שיכלו כל הנשמות שבגוף. (ובזה יובן כוונת האי צדוקי (ברכות י.) שאמר לברוריא אשת ר‘ מאיר (אשר מתו שני בניה ביום שבת אחד לפי המסופר) רני עקרה לא ילדה, משום דלא ילדה רני? והיה זה ע“ד הלצה, כלומר גם עקרה תוכל לרנן אעפ”י או משום דלא ילדה, והיא הטיחה פניו בתשובתה: רני כנסת ישראל וכו’ שלא ילדה בנים לגיהנם כוותייכו.) והרבה כתות נוצריות כמו כן כת שבתי צבי, אשר ראשית עבודותיהם לשם שמים היה הרבוי בפו”ר באופן יוצא מחוק כל מוסר ודרך ארץ כידוע.
לגבי מחלוקתם בביאת המשיח שרייבט ער:
לדעת הצדוקים לא רמזו הנביאים אלא יעודי מלכי העוה“ז בהצלחה זמנית, שכן כינו בשם ״משיח״ את המלכים שאול ודוד ויחזקיה (וע"ז כוון ר׳ הילל באמרו בסנהדרין צט. אין להם משיח לישראל שכבר אכלוהו בימי חזקיה וכו') ופעם כינו גם מלך אוה”ע הוא כורש מלך פרס (ישעיה מה א). ולוּ הסכימו כל כתות בית ישראל לדעת הזאת, אז לא קמה האמונה החדשה לקצות בישראל, ומקרב האומה לא יצאו מהריסיה ומחריביה, רק היהדות הטהורה התפשטה על כל העולם, והיה ה' אחד ושמו אחד.
***

וויקיפידיה שרייבט לגבי משנתו של אברהם גייגר:
בכתביו ובפרסומיו זיקק את תפישתו לפיה ליהדות יש יסוד עמוק אחד שאינו משתנה, והוא ערכי המוסר והצדק להם הטיפו נביאי ישראל. גייגר הצביע על האופן בו גינו פולחן דתי שלא הייתה כוונה בצדו כראיה לכך שההיבטים הטקסיים אינם בעלי חשיבות כשלעצמם. גייגר העריץ גם את הפרושיםוהחשיב אותם כמי שהביאו את היהדות לשלב גבוה יותר בכך שדחו את הריטואליזם הנוקשה של הצדוקים.
דר. סוּסאנא העשעל זאגט אויך במשנתו:
A major question in Geiger’s time was, on what grounds are we permitted as Jews to make changes in Judaism? Are we violating rabbinic law? In which case, are we abandoning Judaism and the centrality of halachah? So Geiger's arguments were actually sophisticated. He was trying to defend these changes against claims that, for example, that these liberalizers were only following the Bible and not the Talmud. That these liberalizers were like the Karaites who rejected rabbinic authority, things like that. His argument, which is related to his claims about the Second Temple Period, was that in the Second Temple Period, the Pharisees, whom he understood as the sort of proto-rabbis of the Second Temple Period, these Pharisees were liberalizers, democratizers, who were working against the claims of the priests in the temple in Jerusalem, the Sadducees, that is, to their absolute authority. It was a clash of these two, what he calls these two tendencies, within Second Temple Judaism, the liberalizers and the conservative Sadducees

So, roughly, he thought of these reforms of Judaism in the 19th century as actually restoring the initial democratic progressive impulse of the earliest kinds of rabbis, the Pharisees

Geiger claimed that to say that the Sadducees had no oral law really makes no sense. And he's right. If you're a priest and you're in the temple and you're performing sacrifices, worship, there are going to be situations that come up where you're not quite sure what to do and you have to figure it out

And that's what Halacha is. Not everything is spelled out exactly. You have to figure it out. So Geiger argues that actually within Halacha, within the Mishnah, you can see traces of what he called an older Halacha, that is the Halacha of the Sadducees, and a later Halacha, the Halacha of the Pharisees. Occasionally, Sadducees are mentioned by name in the Mishnah, sometimes not. So he saw these two tendencies already reflected in rabbinic literature. That complicates, for one thing, our understanding of the Mishnah. It's not one unified whole. It has conflicting viewpoints that represent sharp distinctions within the Judaism of the Second Temple period

Now, on the Pharisees, he sees them as the liberalizers, the democratizers, who opposed the Sadducees for being authoritarian and aristocratic and hobnobbing with the Romans. Pharisees came in and said, look, your home is as good, a Jewish home is as good as the temple. Your table is as good as the altar. Your prayer at your table is as good as what the priests are doing in the temple and so on. So, they wanted to democratize Judaism in that way and that is, for Geiger, the core of what became ultimately the pharisaic or early rabbinic halacha, the later halacha, that became normative

Geiger says within these two tendencies, Jesus himself represents or comes out of the pharisaic mold. That is, he is not anti-halakha. He is, like the Pharisees, trying to liberalize and democratize halakha. But in that sense, he makes an argument, similar argument, what he said about the Quran, namely, there's nothing new in the New Testament. Jesus said nothing new, nothing original. All that Jesus said you could find in Jewish sources, either in the Hebrew Bible or in rabbinic literature. There's nothing new here. Jesus differs from the Pharisees only on the question of divorce, where Jesus is more conservative than the rabbis. But he never said anything new or original or distinctive. Christianity only starts when Paul went out to the Greco-Roman world and created this new religion about Jesus rather than, of course, sticking to the faith of Jesus

And that's an important distinction because already in the 18th century, Protestants were arguing that what we want as Christians is to have the faith of Jesus and not the religion about Jesus. That is, all the dogma, the doctrines, the miraculous, the supernatural claims about miracles that he performed. What's the faith of Jesus? And Geiger's saying the faith of Jesus is liberal Pharisaic Judaism

Now what happened to that Judaism? Geiger argues that liberal spark of the Pharisees unfortunately got lost over the centuries in rabbinic law and interpretation of rabbinic law. Because Christians had ghettoized Jews and had persecuted Jews, and that narrow mindedness of being in a ghetto, that had led to a hardening and narrowness of Jewish law. And we lost the Pharisaic spirit

The implication Geiger is making, and he doesn't say this explicitly, but the implication is if you Protestants want the faith of Jesus, not the religion about Jesus, where are you going to find it? The faith of Jesus is the liberal, Pharisaic Judaism of the Pharisees. It really is the later halacha. And therefore, if you want to be a Christian, become a reformed Jew, because that's where you'll find it

מי אני » זונטאג יולי 7, 2024 8:43 pm

· #567510
מי אני #
דאס איז אויך וואס ליגט אונטער זייער מחלוקת צי שבועות איז לעולם בו' סיון להפרושים, אדער די זיבעטע זונטאג נאך פסח להצדוקים. ווייל פאר'ן שטאטסמענטש האט מען דאס געמוזט צאמשטעלן מיט א מאורע וואס האט פאסירט אויף א ספּעציפישן טאג, וואס האט נישט צו טוהן מיט פעלדער ועבודה בשדה. משא"כ פאר'ן פעלד אייגענטומער.
ר׳ מענדל פינלס שרייבט אין זיין דרכה של תורה:📎 IMG_7712.jpeg ***

דר. מיכה יוסף בארדיטשעבסקי ברענגט צו פון זלמן עפשטיין לגבי אסעטיסיזם ביהדות:
קשה ליה להמְמצע הזה: הלא “בסוף ימי הבית השני נולדה אצל ישראל כת האיסיים, אשר עזבו את החברה, התבודדו ביערות, התעסקו הרבה בתפילות ובצומות, ובזה קווּ להגיע למדרגה גבוהה”; והתשובה בצדה : “אולם הכּיתה הזאת היתה מולדת־חוץ, מולדת חכמת־יון וכו'”.

‎וכשהוא מוצא “בהתלמוד אמנם פּזורים מאמרים אחרים זעיר שם, זעיר שם, מאמרים מעין פּת במלח תאכל וכו‘, קדש עצמך במוּתר לך וכו’”, הוא מעיר תיכף, ש“כל אלה המאמרים הם – יתר הפּליטה מלימודי האיסיים, אשר נשארו עוד למורשה להרבה מחכמי ישראל וכו'”