☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אפלטון און דעמאקראטיע

אפלטון און דעמאקראטיע

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15586

מי אני » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 9:00 pm

· #510014
אפלטון און דעמאקראטיע
צוויי יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט @קטלא קניא איבער די טוויִט זיינער. איך האב ארויסגעברענגט אז אפלטון, אין זיין דייאלאג רעפּאָבּליק (מאמר ח-ט), האלט אז עס זענען דא 5 סארטן רעגירונגען בהדרגה פונעם בעסטן ביז׳ן שוואכסטן, וואו יעדעס איינס צוביסלעך degenerate אין צו די שוואכערע אונטער איר:

‏1). אריסטאקראטיע - דאס איז בעצם דאס בעסטע אידעאלע פארעם פון רעגירונג: א מאנארכיע וואס ווערט געפירט דורך א קעניג א פילוסוף (צי מער ווי איינס) וואס איז ממאס אין סתם תאוות השררה און איז נאר פארנומען מיט דאס ענדגילטיגע פילאזאפישע גוטס. ער (צי זיי) און זיינע העלפערס פארמאגן נישט קיינע פריוואטע נכסים און זענען ריין פארנומען מיט׳ן רעגירן פאר׳ן וואוילזיין פונעם מדינה - עס איז א סארט מעריטאקרעסי וואו די וואס זענען ראוי לזה געוועלטיגן/רעגירן טאקע.

דאס איז ווייל אליבא דאפלטון איז די אידעאל צו צוטיילן דאס פאלק אין צו דריי קלאסן: די געוועלטיגערס כנ״ל, די סאלדאטן, און די וואס פלאנצן און ארבעטן. ער האט טאקע געהאלטן אז די קלאסן פון געוועלטיגערס און סאלדאטן טארן נישט פארמאגן קיינע נכסים (ווי אויך אז די געוועלטיגערס האבן נישט צו נעמען קיינע באשטומטע ווייבער און אזוי וויסן ווער זייערע קינדער זענען, וואס אויב ווייסן זיי יא פירט דאס דאך צו קאראפציע און נעפּאטיזם.)
‏ביי דעם איז אויך וואו ער זאגט זיין באקאנטע כלל פון ״שקרים קדושים״/אמונות הכרחיות אָנצוהאלטן די סטאבּיליטעט והסכמה דערצו, וואו מ׳רעדט איין דעם עולם אז די געוועלטיגער קלאס האט גאלד אין זייערע אָדערן/בלוט/נשמות, די סאלדאטן זילבער, און די ארבעטערס בּראַנז.

כמובן איז דאס אבער אַן אידעאל וואס איז בעצם מן הנמנע (ואפילו מארקוס אָרעליאוּס איז דאך נישט געווען ממש דאס), וויבאלד פּאַוּער קארופטירט (און אַבּסאלוטע פּאַוּער קארופטירט absolutely).

‏2). טימאקראטיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך פירערס וואס זוכן כבוד און דאס איז וואס טרייבט זיי; נישט פילאזאפיע און אמת. און וואו עס איז מער די מיטעלסטע סאלדאטן קלאס סארט וואס פירט דאס. עס איז נישט ריין געפירט למען האמת פילאזאפיע וחכמה. און אז דאס פעהלט איז שוין נישטא וואס זאל אפהאלטן פון נאכלויפן סתם תענוגים וממילא ווערט דאס צוביסלעך,

‏3). אליגארכיע - דאס איז ווען די מדינה ווערט געפירט דורך די רייכע פאר פירערס וואס זוכן געלט ונכסים אויך און נאר דאס איז וואס טרייבט זיי. ועכ״כ אז זיי שטעלן עס אזוי אויס אז די רעגירער און געוועלטיגערס זאלן זיין די וואס באקומען די רייכטום פונעם לאנד, און אז די ממשלה זאל פארבלייבן פאר די רייכע אפגעזעהן צי זיי זענען ראוי דערפאר. דאס זוכט דייקא אז עס זאל זיין אַן אינעקוואַליטי אין רייכטום וכו׳ צווישן די עליטע געוועלטיגערס און דאס סתם פאלק. (עס איז אנדערש ווי פּלוּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט סתם דורך די רייכע, אין דעם אז ביי אליגארכיע איז די דגוש אז עס זאל זיין דייקא דורך א קליינע גרופע עליטע רייכע. ווי אויך איז דאס אביסל אנדערש ווי קלעפּטאַקרעסי, וואו די מדינה ווערט געפירט דורך רייכע וואס ווערן רייך פון די מדינה עפ״י קארופציע וגניבה, ווייל ביי אליגארכיע איז די דגוש מער אויף פירערשאפט און עס איז פארט דא עפעס א כח המעצר; הגם כמובן איז ביניהם כמלא נימה.) אבער עווענטועל דארפן זיי אָנקומען צום פאלק צו זיין זייער מיליטער וכדומה. דאן, ווען זיי האבן געווער און זענען אומצופרידן פונעם סיסטעם ,ווערט דאס,

‏4). דעמאקראטיע - עכ״פ די דעמאקראטיע בימיו, איז וואו למעשה ווערט די מדינה געפירט (טאקע דורך רעפּרעזענטעטיווס אבער פארט) דורך דאס ווילן פון די אונטערשטע קלאס שהן הרוב, און זיי זענען פונקט אזוי להוט לאחר געלט וכו׳, און דאס שפיגלט פונקט אזוי אפ אין זייער פירערשאפט. און אנדערש ווי ביי די אליגארכיע, איז בעצם ביי די רעגירער נישטא קיין אפהאלט וכח המעצר לגמרי, און ביי דעם איז ניטאמאל דא קיין פאקוס אויף פירערשאפט בכלל. (דאס קען אויך סתם אזוי ווערן אַן אכלאקרעסי, והיינו ״מאַבּ רוּל״, וואו די מדינה ווערט סתם אזוי געפירט דורך די מאסן וואו איש כל הישר בעיניו יעשה און וועלעכע גרופע איז אלים גבר; א פארעם פון אנארכיע.) דאס פירט אריין,

‏5). טירעני - וואו איינער נעמט עדווענטעדזש פון דאס למעשה׳דיגע חלל אין פירערשאפט און נעמט נאר פאר זיך די ממשלה און מאכט, און אונטערדרוקט עני ווידערשטאנד דערצו. ער איז נישט קיין געזעצליכע מענטש און שטעלט אוועק זיינע אייגענע ״געזעצן״ פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.

דר. קאַרל פּאַפּער האט שארף ארונטערגעריסן אפלטון דערפאר, זאגענדיג אז זיין פארעם פון דאס בעסטע רעגירונג האט געגעבן דעם מבוא פאר טאָטעליטעריען רעגירונגען און פאַשיזם, וואס האלטן זיך באמת אלס ״פילאזאפישע״ קעניגן ולמען ״האמת״, וואס זענען טאקע טיראניש.

זעקס יאר צוריק, ווען דאנאלד טראמפּ איז געווארן פּרעזידענט, האט ענדרוּ סאָליווען גע׳טענה׳ט אז דאס איז אט דאס וואס אפלטון האט געמיינט, ואפילו בימינו אלה מיט מאדערנע דעמאקראטיעס, וואו בתוך טירעני ממש ליגן די קערענדלעך פון איר אוינטערגאנג צו טירעני. (און דאס איז על אף די גדרים וואס די אמעריקאנע גרינדער האבן אריינגעלייגט דערין אז עס זאל דאך נישט ווערן ממש ממש א ״גענצליכע״ דעמאקראטיע אין דעם זין וואס גייט צולאזן צו דאס אויפוואכונג פון טירעני. און א שולד דערין ליגט אויף מעס מיִדיִאַ, וואו דאס שנעלקייט וכו׳ דערפון שטארקט געפילן איבער לאגיק וראציאנאל און עקספּערטן, וואס דאס איז די יסוד פון בעסערע רעגירונגען וכדברי אפלטון.) און ווי דר. דזשעיסאן סטענלי ברענגט ארויס (צום סוף), איז דאס וויבאלד דעמאקראטיע האט בתוך זיך אין אירע אידעאלן פון פרייהייט פון מיינונג ודיבור אט דאס וואס ברענגט איר אונטער - וכעין די טאלעראנץ פאראדאקס, אז מ׳נעמט די אידעאל פון טאלעראנץ אויף אזוי ווייט צו טאלערירן די וואס טאלערירן נישט אנדערע, איבער וועלכע דר. פּאַפּער האט טאקע געווארענט איבער. און ווי לענגער דעמאקראטיע האלט אָן אלס מער דעמאקראטיש און טאלעראנט ווערט דאס. ווי אויך ווי לענגער דאס האלט אָן אלס מער ווערט דאס געדאנק פון אטאריטעט שוואכער ווארום אלע זענען דאך לגמרי גלייך. דאס איז וואו און ווען דעמאגאגן פּאַפּוּליסטן ודומיהם נעמען איבער מיט זייער רעטאריק, צו וועלכע זיי האבן ווייטער די פרייהייט, דאס פאלק צו זייער זייט, און זיי זענען דאך לגמרי גלייך צו די וואס זענען ערוועלט אלס אטאריטעטן, אזש ביז׳ן מבטל זיין דעמאקראטיע לגמרי און דאס אונטערדרוקן און זיי ווערן דערנאך טאקע די טיראנען. און משלים דערצו זענען ווי אזוי היטלער ימ״ש איז געקומען צום מאכט, ווי אויך רוסלאנד׳ס פוטין ימ״ש. (עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס דר. איִען שפירא זאגט אין די לעקציע [פון 7:19] אז וואס טוהט מען ווען, ווי אין אלדזשיריע אין 1991, א פארטיי לויפט אין דעמאקראטישע עלעקשאנס אויפ׳ן פלאטפארמע אז טאמער זיי געוואונען וועלן זיי אויפלעזן דעמאקראטיע אין לאנד בכלל, און זיי געוואונען טאקע? דארט האט זיך די מיליטער צום סוף אריינגעמישט.)

לעומת סאָליווען האט דזשעף גוּאָ אראפברענגט פון דר. ענדרוּ האנסען און דר. ראבּערט פלעק אז אפלטון איז טאקע געווען א גאון בפאליטישע פילאזאפיע אבער א שוואכע פאליטישע סייענטיסט. מיינענדיג, אז עמפּיריש (והיינו ״סייענטיסט״) איז דאס איז נישט אזוי געווען אין זיינע צייטן - פונקט פארקערט: פון טירעני, וויבאלד למעשה איז די עקאנאמישע שטאנד פון די מיטעלע קלאסן בעסער געווארן, האבן זיי צום סוף גורם געווען מ׳זאל זיך רעכענען מיט זיי און עס איז געווארן א דעמאקראטיע.

דר. דזשעק וויזשניק באמערקט אויך אז עס איז סתם אזוי דא א מבוכה צווישן היסטאריקער צי אין היסטאריע איז למעשה דא פּעטערנס וכדומה. (די שאלה איז צי דאס איז קעגן דזשארדזש סאַנטאַיאַנאַ׳ס באקאנטע מימרא, ״די וואס געדענקען נישט די עבר זענען פאראורטיילט דאס איבערצושפילן.״) ער ברענגט אויך ארויס אז עס איז יתכן אז בימיו האט אפלטון יא ממש געזעהן ווי די שטאפלען וויאזוי רעגירונגען טוהן פּראגרעסן איז יא אזוי ווי ער זאגט. און דער היסטאריקער פּאליבּיִאוס, וועלכע האט געלעבט 200 יאר נאך אפלטון, האט געהאט אַן ענליכן מאדעל.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 9:41 pm

· #510016
דא טענה׳ן די עקאנאמיסטס דר. יורי גאראדניטשענקאָ און דר. גערארד ראלענד אז הגם רייכקייט און מאדערעניזאציע זענען פאקטארן אין צוקומען צו און ווערן דעמאקראטיש איז דאס נישט די עיקר פאקטאר. זיי טענה׳ן אז די קולטוראלע מיינדסעט פון די געזעלשאפט איז וואס איז מער קובע דערצו. אויב איז די קולטור מער אינדיווידואליסטיק דעמאלטס גייט דאס אין איינקלאנג מיט דעמאקראטיע וואס איר מטרה איז בעיקר אויף דעם אינדיווידואלן מענטש, זיינע פרייהייטן, שאיפות אד״ג. משא״כ א קאלעקטיוויסט קולטור, ווי דער מענטש קוקט זיך אן אלס א חלק פונעם געזעלשאפט און ווי דאס איז כאילו איין יוּניט, און ווי היערארכיע אז דאס זאל לויפן איז די עמפאסיס, זענען זיי אסאך ווייניגער נוטה און עלול צו בוחר זיין אין דעמאקראטיע.

איז לפי״ז איז דאך די חרדי׳שע געזעלשאפט און אויסקוק גאר שטארק קאלעקטיוויסט. איז דאס אפשר א סיבה פארוואס די טראדיציאנאלע חרדי קען שווערער דערהייבן די עצם אידעאל פון דאס וואס ליגט אונטער דעמאקראטיע. און דאס פארענטפערט ווייטער @קטלא קניא'ס פראגע.

מי אני » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 9:44 pm

· #510017
דר. דזשאן מקאָרמיק טוהט דורך אז לפי דער איטאליענער רענעסאַנס דענקער פראַנסעסקאָ גוּטשארדיִניִ איז דאס וואס מ׳גיבט פאר די אלגעמיינע פאפולאציע דעמאקראטיע און די מעגליכקייט צו וועהלן, איז כדי אז עס זאל צוקומען צו אַן אָליגארכיע, ווייל די סארט מענטשן איז וואס זיי וועלן למעשה ענדגילטיג בוחר אין, און דאס איז דאך כאטש (לפי אפלטון הנ״ל) א בעסערע סארט רעדזשיִם. (דאס זאגט דר. מקאָרמיק איז אין קאנטראסט צו מאַכיאוועלי׳ס דרך.)

***

יהודה ליב קצנלסון/״בוקי בן יגלי״ האט געשריבן איבער אפלטון׳ס יוּטאָפּיע אין זיין אלימפּוס וציון:
הטוב בפילוסיפי היונים, אפלטון, ברא בדמיונו ממלכת אוטופיה - עולם שכולו טוב, עולם שאין בו כל מום וגרעון. ומה נחזה בממלכה ההיא? ליסוד חברת האדם הניח אפלטון את העבדות; יען כי בלא עבדים לא יוכלו האזרחים להשתעשע בעניני פוליטקה ופלוסופיה. רק האזרחים לבדם ימשלו בארץ, ואין להעבד ולהגר חלק ונחלה בתוכם... ואפלטון זה לא ידע, כי בידי העם הקטן והדל, אשר בין רוכסי הרי יהודה, יש אוטופיה אחרת מימים קדמונים, אשר אחד מיסודותיה הוא: “חקה אחת ומשפט אחד לכם ולגר הגר בתוככם".

טאמבל סאס » דאנערשטאג אקטאבער 6, 2022 4:54 am

· #510054
Re: אפלטון און דעמאקראטיע
נישטא קיין גרעסערע טיראניע ווי נישט טוהן קיין שטאך ארבעט ווי גרויס די יאהר איז - נאר זיצן און פרעסן בשר ויין, בשעתן מכלמרשט פילאזיפירן, אויף'ן קאנטע פון איינפאכע מענטשנ'ס אויסגעהארעוועטע האנט-ארבייט, און נאך שטופן אונזערע טעכטער, און נישט איינס, ווייל מען טאר דאך נישט וויסן ווער זייערע קינדער זענען..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מי אני » פרייטאג אקטאבער 14, 2022 5:18 pm

· #510274
דער פאליטישער סייענטיסט דר. שמואל האָנטינגטאן האט געהאט דעפינירט דעמאקראטיע (אין איר מאדערנער פארעם) ווען וס האט שוין נישט א (געהעריגע) מעגליכקייט זיך אומצוקערן צו אטאריטעריעניזם והיינו אטאקראטיש ע״י מלך אדער אַן אָליגארכיע. דאס איז ווען א מדינה און רעגירונג האט שוין געהאט צוויי מאל נאכאנאנד וואו עס איז פרידליך איבערגעגעבן געווארן די מאכט וממשלה פון איין פארטיי צו א צווייטע (אדער וואו איין פארטיי האט עס פרידליך איבערגעגעבן צו איר אפאזיציע).

אין די לעקציע [פון 13:00] ברענגט דר. איִען שפירא ארויס, עפ״י דער עקאנאמיקער דר. אַמאַרטיאַ סען, אז די געדאנק פון דעמאקראטיע איז דאס מענטשליכע דראנג פאר יוסטיץ. און דער מענטש קען נישט וויסן בשעת ער איז בעת צרה און אונטערדרוקט וואס עס איז די אידעאלע פארעם פון רעגירונג און דעמאקראטיע וואס וועט זיין די תכלית הנרצה. ולכן וועט דעמאקראטיע אלס דיסעפּוֺינטן די מענטשן וואס זוכן דאס. ועיין ערך טאָקעוויל עפעקט.

אלעקסיס דע טאָקעוויל האט געשריבן אין 1833 איבער דעמאקראטיע אין אמעריקע:
The gradual progress of democracy is something fated. It's providential. It can't be stopped. . . The thing about democracy is it has wild instincts. What we need to do is try and domesticate it, not get rid of it. We can't get rid of it. We can't stop it so we must domesticate it

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 10:14 am

· #511080
דער יווני׳שער/רוימישער היסטאריקער פּאַליבּיאוס האט געזאגט ענליך צו אפלטון אין דעם לגבי וואס ער האט טערמינט ענעסייקלאָסיס. זיין סדר פון סארט רעגירונגען אז עס זענען דא דריי סארטן רעגירונגען וואס זוכן די אינטערעסן פונעם כלל און דריי וואס זוכן נאר די אינטערעסן פון יחידים. די סדר איז אזוי:

1). מאנארכיע - דאס איז א קעניג וכעין די ״פילוסוף-קעניג״ פון אפלטון וועלכע איז קלוג און טוהט באַאיינפלוסן. די סארט רעגירונג זוכט די אינטערעסן פונעם כלל

2). קעניגשאפט/טיראניע - ווען עס גייט אריבער צו די יורשים פונעם ״פילוסוף-קעניג״ וועט דאס עווענטועל אָנקומען צו איינעם וואס איז נישט ראוי לאותו איצטלא. אבער הגם די סארט רעגירונג זוכט די אינטערעסן פון יחידים, איז עס ל״ד ממש ״שלעכט. אבער ווי ווייטער עס גייט בירושה, גייט דאס עווענטועל אָנקומען צום יורש וואס זוכט די אינטערעסן פון זיך אזש אז ער אונטערדרוקט דאס פאלק. (מ׳קען צו דעם אלעם ברענגען היסטארישע פּאראלעלן פונעם סטאָאיק רוימישן קייסער מאַרקוּס אָרעליאוּס און זיין יורש קאמאדוס)

3). אריסטאקראטיע - עווענטועלי ווען אנשי שם ווערן מיד פון דעם טייראנט וועלן זיי אים אונטערווארפן. זיי זוכן דעם טובת הכלל

4). אליגארכיע - עווענטועלי נעמען איבער די פערזענליכע יורשים פון די אנשי שם וואס זיי זוכן נאר זייער טובה

5). דעמאקראטיע - ווען די כלל ווערט מיד פון די קארופציע פון די אליגארכן ווארפן זיי זיי אונטער און עס ווערט געפירט דורך די רבים און זייערע ערוועלטע. זיי זוכן די טובת הכלל

6). אכלאקרעסי - דאס ווערט ברבות הימים ״סטעיל״ און די (spoiled) קינדער פון די רבים און עס וועט זיי נישט געהעריג אָנגיין דאס גאנצע ענין פון רעגירונג און רעגירונג, וממילא ווערט אזא סארט אנארכישע עירבוב פון איש כל הישר בעיניו יעשה און זוכט זיינע אייגענע אינטערעסן. דאס ברענגט עווענטועל כאאס און געבט א מקום פאר ברענגט אז די רבים הייבט אָן (מכח די פוילקייט וכו׳) אויסצוהערן באמבאסטישע דעמאגאגן. די שטערקסטע דעמאגאג נעמט עווענטועל איבער און ער קען זיין אדער א קלוגער מאנארך אדער א טייראנט. און פון דארט הייבט זיך די סדר ווידער אָן.

(פּאַליבּיאוס האט דאס געשריבן אין רוים אין א קאנטעקסט פון איר היסטאריע און רעגירונג. עס איז נתברר געווארן לאחר מיתתו אז לגבי רוים איז טאקע, מער-ווייניגער, אזוי געווארן.)

פּאַליבּיאוס האט גע׳טענה׳ט אז זיך ארויסצוזעהן דערפון דארף מען מאכן א רעגירונג וואס איז געמישט פון די דריי גוטע סארטן וואס זוכן דעם טובת הכלל: מאנארכיע, אריסטאקראטיע, און דעמאקראטיע. (די גרינדערס פון אמעריקע האבן אים געליינט און מ׳קען באטראכטן אז זיי האבן דאס אוועקגעשטעלט על זה המהלך, מיט א פרעזידענט, קאנגרעס/סענאט/עלעקטארעל, און וואלן בכלליות. בימיו האט פּאַליבּיאוס געהאלטן אז רוים איז אזא סארט געמישטע פארעם פון רעגירונג און דערפאר איז עס אזוי סטאביל און מאכטפול; ער האט אבער, אנדערש פון סיסעראָ, געהאלטן אז עס איז נישט גענוג געמישט זיך ארויסצוזעהן לגמרי פון דעם סייקל.)

דזשאַן עדעמס האט געשריבן:
No simple form of government, can possibly secure men against the violences of power. Simple Monarchy will soon mould itself into Despotism, Aristocracy will soon commence an Oligarchy, and Democracy, will soon degenerate into an Anarchy, such an Anarchy that every man will do what is right in his own eyes, and no man’s life or property or reputation or liberty will be secure and every one of these will soon mould itself into a system of subordination of all the moral virtues, and intellectual abilities, all the powers of wealth, beauty, wit, and science, to the wanton pleasures, the capricious will, and the execrable cruelty of one or a very few

This last paragraph has been the creed of my whole life

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 2, 2022 4:31 pm

· #511091
דער היסטאריקער אלכסנדר טיטלער האט גע׳טענה׳ט אז וויבאלד יצר לב האדם רע מנעוריו איז די געדאנק פון דעמאקראטיע בעצם אַן אילוזיע; צום מערסטענסט איז דאס א באהאלטענע מאנארכיע אונטער א שלייער.

ער האט גע׳טענה׳ט אז דעמאקראטיע, ווי אזוי אימער, קען נאר אָנגיין פאר א קורצע וויילע. דאס איז וויבאלד מענטשן וועלן געוואור ווערן אז דורך זייערע וואַלן מאכט דאס אויס ווי אזוי זיי באקומען געלט פונעם פּאָבּליק קאסע; זיי קענען דורך זייער כח פון וואַלן באקומען געלט און צו דעם וועלן זיך ערוועלטע צושטעלן זיי דאס צוצוזאגן און צושטעלן כדי צו באקומען די וואַלן. די סארט הפקרות איבער פּאָבּליק פאָנדס מאכט אז עס זאל כעין באנקראטירן און צאמפאלן, וואס ברענגט דערנאך א דיקטאטור וואס ״גייט מאכן סדר״.

טיטלער (ווי אויך אלעקסיס דע טאָקעוויל) האט גע׳טענה׳ט אז פעלקער און זייערע רעגירונגען גייען אין א סייקל אזוי:

1). עבדות - וואו מענטשן זענען קעגן זייער אונטערדרוקונג
וואס ברענגט,

2). אמונה - וואס געבט זיי מיינונג אין שווערע אומשטענדן
וואס ברענגט,

3). קוראזש - זיך קעגנצושטעלן זייער אונטערדרוקונג
וואס ברענגט,

4). פרייהייט
וואס ברענגט,

5). שפע - די פאקוס שטעלט זיך אויף עררייכן
וואס ברענגט,

6). סעלפישקייט
וואס ברענגט,

7). עצלות און entitlement
וואס ברענגט,

8). אומאחריות און ווי מ׳קעירט נישט
וואס ברענגט,

9). דעפּענדענט אויף א פירער און רעגירונג
וואס ברענגט עבדות און מ׳הייבט אָן דעם סייקל פון פריש. 📎 FFB6904C-C449-4E18-838A-CBF42EF57EE9.png (ער האט אויך ארויסגעברענגט בנוגע פעלקער אז פאטריאטיזם און העראָאישקייט פאר׳ן מדינה איז הויך ווען די מצב איז שווער און נידעריג ווען עס איז דא רחבות.)

***

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער דזשורנאליסט דזשאש בּעראָ טענה׳ט אז אויב טענה׳ט איין פארטיי(בפרט הייפּערבּאליקלי) אז די צווייטע פארטיי ״איז קעגן און א סכנה צו דעמאקראטיע״, דאן דורך דעם אליין אונטערמינעווען זיי דעמאקראטיע דורכ׳ן טענה׳ן אז מ׳קען נאר וועהלן פאר זיי.

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 7, 2022 4:33 pm

· #511384
‏זיי שרייבן: 📎 2515BB8C-C776-4025-9599-B4CC16E1D713.jpeg

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 8:14 pm

· #512568
עס איז אינטרעסאנט ווי איזידאר פיינשטיין סטוֺין האלט אז מ׳האט הינגעריכטעט סקראט וועגן זיין אפאזיציע צו דעמאקראטיע, און זיי האבן געליטן פון טיראנען. אפלטון האט דאס געזוכט צו פארוואסערן און צענזורירן. סטוֺין איז דאס מייסד אויף וואס אעסקיניִס און עקסענעפאן, תלמיד חבר של סקראט, האבן געשריבן און געזאגט דערוועגן.

ומענין לענין באותו ענין, אין די באקאנטע מעשה וואס מ׳פארציילט אז אפלטון האט זיך געטראפן מיט ירמיה הנביא, שרייבט סטוֺין: 📎 121DCE6C-3C1F-4ADD-A85A-90B2A10BBF70.jpeg ומענין לענין לגבי free speech, שרייבט דר. מיכה גאטליב במשנתו של הרמב״ם: 📎 C6E41A37-FAE5-4942-9752-2E0239E867C4.jpeg

קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:35 pm

· #512575
ערשטנס מי אני דעיס איז זייער א אינטערסאנטע אשכול טהענק יו קיפ איט גאוטינג.

ולעניננו, איך קיק אן דעמאקראטיע מיט מער א פויערישע בליק, לאמיר זעהן אין וועלכע מדינה וויל איך וואוינען.
ירדן מיט א מאנארכיע? ניין.
רוסלאנד ממט א אוליגראכיע? ניין.
סוריה מיט א טיראן? ניין.
אריסטאקראטיע? איז בכלל אמאל געוועין אזא זאך במציאות? ניין.
זענען מיר געבליבען מיט דעמאקראטיע וואס האלט שוין אן איבער 200 יאר לטובה, מיט אלע פראבלעימען פון דעמאקראטיע איז עס נאך אלץ די בעסטע מהלך פון א ממשלה.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 22, 2022 9:59 pm

· #512577
יא יא. ווי דו האסט אראפגעברענגט דעם מימרא פון ווינסטאן טשורטשהיל:
Democracy is the worst form of government – except for all the others that have been tried

הגם, אפילו אין דעם מאכט ער נישט אוועק מכל וכל אפלטון'ס שיטה. והיינו, אז "טעארעטיש" קען מען טאקע קלערן אז א מלך פילוסוף, וואס איז טאקע לגמרי לגמרי לגמרי altruistic, און ווי אויך האבן אזא סארט שטאט וואס אפלטון שטעלט אויס אין זיין רעפּאָבּליק, איז דאס בעסטע. אבער דאס איז פשוט נישט במציאות בעלמא הדין - ווי געזאגט איז עס נאר, און קען נאר זיין, טעארעטיש לגמרי. די קשיא איז נאר אז אפלטון האלט דאך אז אפילו א, למשל, אליגארכיע איז שוין בעסער. וכבר הבאנו לעיל די טענה פון דר. קאַרל פּאַפּער נגדו. (און אונז הא'מיר שוין אראפגעברענגט אז דער עיקרים האט געזאגט אויף אפלטון, באותו ענין פונעם טעארעטישן סארט שטאט און געזעלשאפט וואס אפלטון האט אוועקגעשטעלט, "אפלטון טעה בזה טעות גדולה".)

עס איז אויך מן הראוי לציין צו וואס דר. דזשעק וויזשניק זאגט:
I remember in school when we learned about the Chinese view of history, the students and teachers basically laughed at it. Like, “oh, look at those silly, premodern people with their silly views. We obviously aren’t beholden to any cycle. We’ve made uninterrupted progress for hundreds of years. We put a literal man on the literal moon. We have AI chips and robotic dogs. Obviously, if Plato or Khaldun or any Chinese historian saw us today, they’d realize how wrong they were”

But here’s something to think about. Plato, and even more so Polybius, also lived at a time of unprecedented progress. When Polybius was writing in the 100’s BC, the Mediterranean world had seen uninterrupted technological advances for 800 years. They were building complex machines like the Antikythera Mechanism, which humans wouldn’t be able to build again for 1500 years. There were also major political and constitutional advances that were made during that time frame. Many states and political thinkers considered monarchy to be a primitive system they had left behind them. The Roman Republic thought it was going to free the world from Kings and Tyrants forever. Instead, it stamped out democracy and destroyed its own republican system. And self-government was not seen again in Europe for over a thousand years

So, when we look back at the amazing progress we’ve witnessed over the past 500 years, it’s tempting to conclude that that’s the new normal, and it will go on forever. But how do we know we’re not living at a moment like the one Polybius lived in. Maybe we’re not decades away from a technological singularity, but from a great political reset

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 6:32 pm

· #512922
דר. חיים קרייסעל פירט אויס לגבי די פאליטישע פילאזאפיע פונעם רמב״ם בכלל:
Western society is committed to the ideal of liberal democracy - an open society in which its members are free to hold conflicting views and maintain divergent lifestyles as long as they do not interfere with the rights of others to do the same. The ideal polity is one that not only treats all its members as equal in the eyes of the law, but also allows for a marketplace of ideas and choices without government interference or even official preference. Stress is placed on the duty of the government to protect basic rights of the individual, even when the individual makes use of these rights in a manner that does not find favor with the majority, and may even pose a challenge to the objectives that most members of the society hold dear. At the same time, the majority has the right to determine the general direction in which society moves and can change its direction when it sees fit

Maimonides' political philosophy is problematic for one who is committed to this ideal. The context of his thought is reminiscent of societies ruled by religious fundamentalists, with all the negative associations evoked by such regimes in the mind of the western reader. Yet it also offers the reader a chance to evaluate better the underlying assumptions on which western society is based, and afford an opportunity to appreciate the rationale for alternative systems. The political philosophy of Maimonides is predicated on the belief that there are absolute truths, and that the highest value in life lies in holding these truths and acting in accordance with them. Furthermore, it is the duty of the government not only to guarantee social order, but to adopt the necessary measures to ensure that the members of society learn and accept these truths as far as it is in its, and their, power to do so. Freedom of choice is an important theological principle for Maimonides. Any law would be meaningless if human actions were predetermined, as it would not be in one's own power to obey or disobey. But, as noted before, although as individuals we are not coerced in our choice of what goals to pursue and actions to perform, we do not determine the goals that should be pursued by us as human beings. These goals are divinely naturally ordered. From a political perspective, there is no intrinsic value in upholding the freedom of the individual to believe falsehoods or the right to make bad choices. Nor does it make sense to entrust the direction of society to the majority who are ignorant of the true path and tend to equate the good life with material acquisition. In Maimonides positive approach to liberty, the task of government is to free the individual precisely from all that prevents the attainment of truth and goodness in accordance with one's ability. Indeed, the government would be doing its members a great disservice if it acted otherwise. It must utilize the instrument of law to guide the masses in the right path, rather than act in accordance with popular views grounded in a lack of understanding. Maimonides develops his political thought within the context of a traditional society that is, for the most part, a homogenous one governed by sacred texts grounded in revelation. The vast majority of people are committed to the belief that God legislated Mosaic Law and that obedience to it is crucial to one's state in this world and in the next
דר. אביעזר ראוויצקי שרייבט דארט במשנתו של הרמב״ם:
Like several of his predecessors, Maimonides did not believe that society could rest on a purely intellectual foundation. In fact he warned that truth should not be disseminated indiscriminately, without consideration for the capacity of people to accommodate it. Critical reflection may undermine commonly accepted beliefs and wreak havoc on social and ethical norms. Worse, it does not necessarily provide a reliable alternative. Although the pursuit of truth has the power to construct, it also has the power to destroy. Thus people who have not been trained for this sort of reflection may find themselves with no convictions at all and jeopardize the social order as a result

We can illustrate this by a parable. Had Maimonides attended Socrates' trial, he would have understood part of the prosecutors' motive. Presumably he would not have demanded Socrates execution, but he would have attempted to silence him - precisely because he knew Socrates' questions were valid. Socrates was unflinching in his quest for truth. In his own words, "All day long I never cease to settle here, there and everywhere rousing, persuading, reproving every one of them." Important as it is, in Maimonides' opinion, this kind of intellectual "persuasion" does not belong in the public realm for not only does it endanger the philosopher, it endangers society as well. Maimonides was concerned with the preservation of the social order and, in the terminology of our parable, placed the welfare of the Athenians above that of Socrates

מי אני » מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 8:18 pm

· #512925
דר. היינס גאָמאנס זאגט אז מלחמות קומען צושטאנד מכח אזא סארט געים טעארעטישע מאדעל וואו די שוואכערע זייט האט נישט גוט גע׳חשבונ׳ט זייער שטארקייט קעגן זייער שונא מעיקרא. דערנאך ווען זיי פארלירן זעהן זיי דאס איין און זוכן צו קומען צו א הסכם ווי בעסער. דאס איז די ערשטע חלק פון ווי אזוי מלחמות קומען צו אַן ענדע.

די צווייטע חלק איז אז די באזיגטע דארפן גלייבן אז די זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד. ווייל וואו די שוואכערע זייט גלייבט נישט אז די שטערקערע זיגער וועלן איינהאלטן זייער צד, וועלן זיי נישט ענדיגן די קריג, ווייל זיי האבן ממילא נישט וואס צו פארלירן.

און די דריטע חלק ווענדט זיך אין די פארעם פון רעגירונג פון די באזיגטע. אויב איז די מנוצח א דעמאקראטישע מדינה האט דער פירער בעצם נישט וואס צו פארלירן מיט׳ן אויפגעבן - העכסטענסט וועט ער פארלירן די וואלן אין לאנד. דאס זעלבע איז מיט דיקטאטארן - זיי טוהן וואס זיי ווילן און וואַגן זאל זיך איינער אין לאנד זיי צו קריטיקירן. די סכנה איז מיט אזא סארט פירער וואס איז אינדערמיט: בעצם אַן אָטאָקראַט אבער נישט גענוג אז מ׳קען אים נישט אונטערווארפן, ובדרך כלל איז דאס תלוי בסכנה אויף זיין לעבן פון א בלוטיגע פוטש. דאס זאגט ער איז די סיבה פארוואס די ערשטע וועלט קריג האט זיך געצויגן אזוי לאנג הגם דער דייטשע קייזער האט זיך געטראפן מיט זיין קאבינעט שוין אין 1914 און געוואוסט אז מ׳קען נישט געוואונען די מלחמה. (ער זאגט אז וולאדימיר פוטין איז אזא סארט פירער.)

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 29, 2022 12:21 pm

· #512979
דזשאַן סטוּערט מיל האט גע׳טענה׳ט אז בעצם האט זיך נישט א דעמאקראטישע מדינה אריינצומישן מיליטעריש אין אַן אנדערע ואפילו אויף כדי צו פארבעסערן די אנדערע מדינה און אונטערווארפן די אָטאָקראַטישע רעגירונג דארטן און אריינשטעלן א דעמאקראטיע. דאס איז ווייל אחוץ פון די סכנה וואס דאס שטייט אויס צום מדינה וואס אינוואדירט על ריב לא לה איז דא נאך א סיבה מכח די עצם אינוואדירטע מדינה וואס מאכט דאס (אין אלגעמיין) פאר א פעולת ריק וואס טוהט נישט אויף די מטרה וואס מ׳וויל (עיין במו״נ ח״ג פכ״ה), אפילו וואו די דעמאקראטישע אינוואדירער זיגן. דאס איז ווייל וויבאלד די טויש איז נישט געקומען פון די אלגעמיינע אינוואדירטע באפעלקערונג׳ס אייגענעם ווילן, זענען דא דריי וועגן ווי אזוי עס קען זיך אויסארבעטן אויף למעשה:

1). די געוויסע אינעם באזיגטן מדינה וואס בענעפעטירן פונעם טויש (עס איז דאך נישט די אלגעמיינע פאפולאציע דארט, והא ראיה אז זיי האבן גארנישט געטוהן דערצו) וועלן פשוט ווערן די נייע אָטאָקראַטן אינעם לאנג

2). א ברודער-קריג וועט אויסברעכן צווישן די פראקציעס דארט מכח די נייע אימסטאביליטעט וואס זיי האבן נישט געבעהטן פאר

3). די אינוואדירער מוזן דארט פארבלייבן און זיי ווערן אַן אימפעריע; די היפך פון זייער מטרה

דר. מיכאל דוֺיל טענה׳ט אז דאס וואס מיל זאגט האט סמוכין מן המציאות מהיסטאריע.

דאס איז ווען עס איז נישטא קיינע ברייטערע סיבות ווי מענטשליכע פארלעצונגען און א סכנה צום עצם national security, אדער ווי אנדערע מדינות מישן זיך שוין אריין דארט קעגן דיר.

ווי אויך איז דאס אלעס נאר נוגע, אליבא דמיל, ווען די מדובר איז איבער א ״ציוויליזירטע״ מדינה. ״אומציוויליזירט״ באדייט:

1). עס ווערט געפירט דורך א despot וואו דער אָטאָקרעטיק פירער פירט דאס מיט רשעות ואכזריות

וואס דעריבער ברענגט דאס צו,
‏2). אנארכיע

וואס דאס פירט צו צו,
3). געזעלשאפטליכע אימאראלישקייט וואו קיין שום הסכם ווערט נישט אינפארסירט וכו׳ וכו׳

וואס דאס פירט צו צו,
4). פאמיליאיזם, וואו גארנישט אינדרויסן פונעם פאמיליע האט בכלל א ווערט ושוויית החיים

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:24 pm

· #513053
4). פאמיליאיזם, וואו גארנישט אינדרויסן פונעם פאמיליע האט בכלל א ווערט ושוויית החיים
קענסט אפשר בעסער מסביר'ן וואס איז דאס פאמיליע'איזם? איז דאס א מאפיאנערישע משפחה?

מי אני » מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 5:21 pm

· #513076
ווי דר. דוׂיל ציטירט:
Moral duties extend no further than the family; national or civic identity is altogether absent. They lack the scope for extensive, stable social relations. They do not have a civic or national self-conception, identifying only with the village or valley
ס'איז נישט ממש דאס.

***

דר. דוד סטאסאוואדזש זאגט אז מ'טרעפט דעמאקראטיע נאך פאר די יוונים. עס האט זיך דעוועלאפירט אין קלענערע געזעלשאפטליכע גרופעס, וואו די פירערשאפט איז נישט געווען אזוי שטארק און/אדער זיי האבן געדארפט באיזה מדריגה די הסכמה פונעם קהל, און מענטשן האבן געקענט און געהאט א ברירה צו פארלאזן.

מי אני » זונטאג דעצעמבער 4, 2022 4:04 pm

· #513336
דער פאליטישער טעאריסט און פילאזאף דר. ראבּערט דאַל האט ארויסגעברענגט אז סתם עלעקשאנס איז נישט גענוג מגדיר צו זיין א רעגירונג אלס א דעמאקראטיע. עס שארף זיין א "פּאליארכיע" וואו עס ווערט טאקע געפירט דורך דאס פאלק און צו דעם פעהלט אויס 6 תנאים:

1). די מענטשן אין די רעגירונג זענען אריינגעוועהלט

2). די עלעקשאנס זענען פריי און מיט יושר

3). פרייהייט פון אויסדרוק

4). עס זענען דא אנדערע מקורות פאר אינפארמאציע אחוץ די רעגירונג

5). די חלקים אין די רעגירונג זענען בעצם אומאפהענגיק איינע פון די אנדערע

6). אלע אזרחים/בירגער זענען בעצם דאס זעלבע נכלל אין אפמאכן בנוגע די רעגירונג, עלעקשאנס אא"וו

דאס באדייט אז די פירער זענען עקאַוּנטעבּל צום פאלק און זארגן זיך פאר'ן נעקסטן עלעקשאן זיי זאלן נישט פארלירן דאס בענקל.

ועפי"ז האבן זיי מגדיר געווען צוויי סארטן אָטאָקראטיעס און צוויי סארן דעמאקראטיעס:

1). פארמאכטע אָטאָקראטיע - עס איז אדער ניטאמאל דא אַן אָנשטעל פון וואַלן, אדער אז עס איז נאר דא איין פארטיי פאר וועלכע מ'קען וועהלן, אדער אז דער הויפט קען נישט אראפגענומען ווערן פונעם בענקל דורך די וואַלן

2). עלעקטאָרעל אָטאָקראטיע - עס זענען בעצם דא וואַלן אבער דאס איז נאר פאר די פארליעמענט וכדומה און דער הויפט האט נישט קיין מורא אדער עקאַוּנטעבּיליטי צום פאלק דאדורך (דורך קארופציע וכדומה). ווי אויך האט דאס פאלק נישט קיין (אינדירעקטע) ווארט אין די געזעצןפונעם לאנד. דאס ווערט אויך גערופן א גיידעד/מענדעזשד/טאָטעליטעריען דעמאקראטיע

3). עלעקטאָרעל דעמאקראטיע - עס קומט נאך די מינימאלע פאדערונגען פון דר. דאַל הנ"ל

4). ליבעראלע דעמאקראטיע - דאס איז ווען בנוסף זענען דא מאסנאמען אפצוהיטן פון די רעגירונג גיין צו ווייט און ארויפצווינגען די דעת הרבים על היחידים (בכל ענינים); אפצוהיטן פונעם "טיראניע פונעם רבים"

דר. בּאסטיען הער ווייזט אז עלעקטארעל דעמאקראטיעס זענען גאנץ אינג און נאר אכט מדינות זענען אזוי פאר מער ווי 100 יאר. ער צייגט דא א מעסטונג פון מדינות לויט ווי ווייט זיי זענען ליבעראלע דעמאקראטיעס (דא זאגט ער ווי אזוי די מעסטונג ארבעט און די שוועריקייט דערין): 📎 Liberal Democracy.jpg דא ווייזן זיי די היסטאריע דערפון אין פערצענט פון מענטשן וואס לעבן אין דעמאקראטישע מדינות: 📎 Democracy 1.jpg דא ברענגט דר. הער ארויס אז די וועלט איז געווארן ווייניגער דעמאקראטיש אין די לעצטע שטיק צייט.

***

דא הא'מיר אראפגעברענגט דעם קיוּבּ רוּט געזעץ אין פאליטישע פילאזאפיע:
מי אני
דאס לויטעט אז (אין רוב לענדער) טאמער ווערט דאס פאלק רעפרעזענטירט דורך איין ״הויז״ אין רעגירונג, אדער טאמער איז עס צוויי דעמאלטס איז עס איינע פון די ״הייזער״ אין רעגירונג, גייען די מעמבערס דערין זיין דעם צאל פון בערך דעם קיוּבּ רוּט פון די מספר פון די פאפולאציע פונעם פאלק. דעריבער זענען דא וואס טענה׳ן אויף צו טאקע פארמערן די זיצן אין קאנגרעס פון די יעצטיגע 435 קאנגרעס-מעמבערס, וואס איז שוין אזוי זייט 1929, צו צווישן 593-693 וואס וועט זיין נענטער צום קיוּבּ רוּט פונעם פאלק לויט׳ן סענסוס.

מי אני » דינסטאג דעצעמבער 6, 2022 6:20 pm

· #513445
״אינווערטעד״ טאָטעליטעריעניזם
דער פאליטישער פילאזאף דר. שעלדאן וואלין האט טערמינט דעם געדאנק פון ״אינווערטעד״ טאָטעליטעריעניזם. דאס איז ענליך צו א טאָטעליטעריען אָטאָקראטישן רעזשים, ווי נאצי דייטשלאנד, נאר מיט אפאר חילוקים:

1). אנשטאט רעוואלוציע פון אינדרויסן אומצוווארפן א פריערדיגן רעגירונג, נוצט דאס די מיטלען פון די רעגירונג זעלבסט זיך ארויפצוארבעטן און איבערנעמען די מאכט; עס נוצט די דעמאקראטישע מעטאדן פון די רעגירונג קעגן די רעגירונג

2). אנשטאטס א געהעריגע אָטאָקראטיע, איז דאס א סארט עלעקטאָרעל אָטאָקראטיע

3). עס איז דא אַן אויסזעהן/אילוזיע פון פרייע מידיע וואס באלאנגט נישט צו די רעגירונג, אבער עס איז אין די הענט פון אפאר עליטע קארפּארעישאנס וואס זיי פירן די נאראטיוו און אין איינקלאנג מיט די רעגירונג

4). ולאחר הכל זעהט עס נאך אלס אויס ווי א דעמאקראטיע

5). אנשטאטס די רעגירונג קאנטראלירן גרויסע ביזנעסער איז עס בעצם פארקערט

6). עס איז נישט בעצם נאציאנאליסטיש/טרייבּעליסט

7). עס זוכט דייקא אז דאס פאלק זאל נישט זיין אינטרעסירט אין פאליטיק

8). עס איז נאר מעניש אין די פארעם פון פחד איבער געלט וכדומה

9). עס האט נישט קיין כאריזמאטישע פירער ווי איידער פירערס אזוי ווי ממש די אין ביזנעס

10). עס איז נישט קעגן די רייכע; פארקערט, עס נעמט עדווענטעדזש בעיקר פון די ארימע קלאסן

ער האט מורא געהאט אז אמעריקע גייט אין די ריכטונג אין די בוש יארן מיט איר ״מלחמה אויף טעראר״.

***

דער פראנצויזישער פילאזאף זשאַן בּאדין האט געהאלטן אז עס קען נישט געמאלט זיין קיין באלאנצירטער דעמאקראטישע רעגירונג - איין פאראיין וועט זיך אלעמאל זוכן אריינצומישן און איבערנעמען וכו׳ דאס אנדערע. ער האט געהאלטן אז דאס בעסטע פארעם פון רעגירונג איז א מאנארכיע (און נישט א פרוי), א ״תומך שבט״ (א ווארט ער דערמאנט פון לשה״ק).

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 10:11 pm

· #514144
די קאַנדאָרסעט פּאראדאקס און עררוֺי׳ס אומעגליכקייט טעארעם
לגבי עלעקשאנס איז דא די קאנדארסעט פּאראדאקס. דאס איז אין אזא סארט פאל וואו עס זענען דא דריי קאנדידאטן ראובן, שמעון, און לוי; עס זענען דא דריי מענטשן וואס וואָטן; עס איז א rank סארט וואָט וואו מ׳שטעלט אויס וואס וויל מען די מערסטע, די צווייט-מערסטע אא״וו.

דער ערשטער וועהלט אין די רייע: ראובן, שמעון, אנאנים

דער צווייטער וועהלט אין די רייע: שמעון, לוי, אנאנים

דער דריטער וועהלט אין די רייע: לוי, ראובן, שמעון

עס קומט אויס אז אויב זאגט מען אז לוי האט געוואונען, קען מען דאך דאס זעלבע זאגן אויף שמעון - ער האט דאך אויך, פונקט ווי לוי און פונקט ווי ראובן, וואו ער איז סיי דער ערשטער און סיי דער צווייטער און דריטער אין די רייע. אין אנדערע ווערטער, עס איז חוזר חלילה: ווען איך שטעל צאם דער ערשטער מיט׳ן צווייטער אז שמעון געוואונט ווייל ער קומט פאר לוי, האב איך נאכדעם דער זעלבער ערשטער מיט׳ן דריטער וואס האלטן אז ראובן קומט פאר דעם געוואונער שמעון. אבער דערנאך קומען דעם צווייטער און דריטער וואס שטעלן לוי פאר דעם יעצטיגן געוואונער ראובן. אא״וו.

עפי״ז האט דר. קענעט עררוֺי אויפגעוואוזן אז עס איז אומעגליך צו האבן אלע די פאלגענדע פיר פּראַפּערטיס צוזאמען אין אזא סארט רענקט וואָטינג סיסטעם פון דריי אדער מער קאנדידאטן וואס זאל אמת׳דיג אפשפיגלען דעת הרבים:

‏1). אינדעפּענדענס פון אירעלעווענט אלטערנאטיווס - דאס מיינט אז די אויסקום פון די וואַלן וועלן זיך נישט טוישן ווען איך לייג פליצלונג צו אדער נעם אוועק אַן אנדערע קאנדידאט

‏2). פּאַרעטאָ עפישענסי - אויב יעדעס איש פרטי וויל איין קאנדידאט איבער א צווייטע, דאן מוז אויך די על הכלל כולו וועלן די קאנדידאט איבער דאס צווייטע

‏3). אָנרעסטריקטעד דאָמעין - יעדן׳ס וואַל פרטי ווערט גערעכענט פונקט די זעלבע כדי צוצוקומען צו מהו הסכמת הכלל, און גארנישט חוץ מזה. און יעדעס מאל די וואַלן ווערן געטוהן אזוי גענוי דאס זעלבע טוישט זיך גארנישט

4). עס איז נישט קיין דיקטעטארשיפּ

ענליך צו דעם איז דא די גיבּערד-סאטערטווייט טעארעם. דאס לויטעט אז אין אזעלכע סארט וואָטינג סיסטעמס מוז זיין בהכרח איינע פון די דריי תנאים:

1). עס איז דא א סארט דיקטאטור וואס לאחרי הכל מאכט ער אפ די געווינער

2). עס איז נאר דא צוויי אויסוואלן

3). א וואָטער קען וועהלן נישט וואס ער/זי וויל באמת כדי די אויסקום זאל יא זיין עפעס וואס ער/זי וויל

למשל, עס איז דא אין די סארט רענק/אָרדינעל וואָטינג א מעטאדע פון בּאָרדאַ קאַוּנט וואס געבט (למשל) 3 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס ערשטע, 2 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס צווייטע, 1 פּוֺינט צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס דריטע, און 0 פּוֺינטס צו דער וועמען מ׳וועהלט אלס לעצטע. דערנאך רעכענט מען צאם וויפיל פּוֺינטס יעדעס קאנדידאט האט באקומען פון יעדעס וואָטער.

יעצט, עס זענען דא פיר קאנדידאטן, ראובן, שמעון, לוי, און יהודה, מיט דריי וואָטערס. זייערע אמת׳ע ווילן און וואָטס זענען כזה:

א׳: ראובן, שמעון, לוי, יהודה

ב׳: לוי, שמעון, יהודה, אנאנים

ג׳: לוי, שמעון, יהודה, אנאנים

עס קומט אויס אז ראובן האט סך הכל 3 פּוֺינטס, שמעון האט סך הכל 6 פּוֺינטס, לוי האט סך הכל 7 פּוֺינטס, און יהודה האט סך הכל 2 פּוֺינטס. וואָטער א׳, וויסענדיג מעיקרא וואס די אנדערע וועלן וועהלן, קען אבער טוישן זיין/איר וואָט צו עפעס וואס איז אים/איר באמת נישט אינגאנצן ניחא כזה:

שמעון, ראובן, יהודה, אנאנים

וואס דאן האט ער/זי ארויסגעברענגט שמעון און אראפגעברענגט לוי, וואס אים/איר איז דאך מער ניחא אזוי, אזוי אז עס איז יעצט: ראובן האט סך הכל 2 פּוֺינטס, שמעון האט סך הכל 7 פּוֺינטס, לוי האט סך הכל 6 פּוֺינטס, און יהודה האט סך הכל 3 פּוֺינטס.

מ׳קען דאס אלס מאניפולירן, סיידן אויב עס איז דא א דיקטאטור אדער נאר צוויי קאנדידאטן.

*

ובזה זאגט דר. ניקאלאס סטעפאנאפּאלוס (לגבי דזשערימענדערינג, וואו אדער מ'"קרעקט" והיינו מ'שטעלט אויס געגענטער אזוי אז די וואָטערס וואס גייען וואָטען פאר אנדערע פארטייען ווערן צושפרייט איבער א געוואלד אנדערע דיסטריקטס אזוי אז זייערע וואָטס ווערן צוטיילט צווישן די פארשידענארטיגע דיסטריקטס אזוי אז זיי בלייבן די מיעוט דורכאויס די אלע דיסטריקטס, אדער ווען מ'קען נישט "פּעקט" מען זיי אלע אין איין אדער אפאר דיסטריקטס וואו זיי גייען ממילא געווינען און אזוי זאלן זיי כאטש נישט אויסמאכן אין אנדערע דיסטריקטס):
I consider alignment to be one of the core values of any democracy. As I use the term, it refers to the fit, the match, the the congruence, between what the government does, and what the people in the jurisdiction want. And so the simplest, I think the most compelling, form of alignment is having enacted governmental policies that in some, at least, roughly reflect the policy preferences of the public
***

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=462145#p462145

***

לגבי וואָטס איז דא בּערטראנד'ס בּעלאט טעארעם. דאס לויטעט אז אויב זענען דא צוויי קאנדידאטן און איינער באקומט א געוויסע צאל וואָטס און דער אנדערער ווייניגער, איז די פּראבּעבּיליטי אז דער מיט די העכערע צאל וואָטס וועט דורכאויס די ציילונג זיין העכער ווי דער מיט די ווייניגער צאל די חילוק צווישן זיי צוויי אין די צאל וואָטס דיוויידעד ביי די גאנצע צאל וואָטס צונאזאם.

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 4:59 pm

· #514535
דר. מיכה גאטליב שרייבט במשנתו של פרידריך היינריך דזשעקאָבּי: 📎 D8F8FF1B-2CD2-4130-A374-0C6829A26CC3.jpeg

מי אני » מיטוואך פעברואר 15, 2023 5:41 pm

· #517061
הרב דר. מיכאל אברהם ברענגט ארויס אז לפי אפלטון איז אז מ׳האט שוין יא א דעמאקראטיע וואלט לכאורה אויסגעקומען אז מ׳זאל געבן מער וואג צו א וואָט פון א חכם צו א וואָט פון איינער וואס איז נישט אזא חכם; ווי העכער די IQ, אלס מער וואג האט זיין/איר וואָט ווען עס ווערט געציילט. די שוועריקייטן מיט דעם איז אז וויאזוי מעסט מען אבּיעקטיוו די חכמה פון א מענטש אזוי דאס צו וועגן קוואנטיטעטיוולי? ווי אויך ווי אזוי ווייסט מען אז די חכמים וועלן נישט זיין קארופטירט און אויסנוצן די פאזיציע וואס זייער וואג געבט זיי? (אויף דעם קען מען לכאורה ענטפערן לפי אפלטון אז טאמער זענען זיי אזאנע וואס גייען דאדורך ווערן קארופטירט פון אויפטוהן פאר׳ן כלל כולו, דאן זענען זיי נישט קיינע (ריכטיגע) חכמים באמת.)

די ביידע פראבלעמען נעמען אבער אָן אז די געדאנק אונטער התחייבות להחלטת הרוב איז ווייל דאס איז ריכטיג, ולכן וויל מען אז אט די החלטה זאל זיין געוועגט לצד החכמים שבה וועלכע זענען מער עלול לכוון להאמת. ולכן קומט אויס אז אויב מ׳וואלט געקענט לעזן די צוויי פראבלעמען דאן וואלט מען טאקע געברויכט וועגן די וואָטס לפי די חכמה פונעם וואָטער.

אבער די געדאנק פון התחייבות להחלטת הרוב בדעמאקראטיע איז נישט מכח דעם. נאר עס איז מכח דעם אז החלטת הרוב צייגט צו וואס עס איז די רצון הכלל, אפגעזעהן צו דאס איז ״ריכטיג ואמת״. מ׳דארף דאס נישט מכבד זיין אבער א התחייבות האט דאס. אין אזא פאל האט מען נישט בשום פנים צו געבן מער ווערט און וואג צו א חכם׳ס וואָט ווי א צווייטענס.(ער ברענגט צו דאס וואס בן גוריון האט געזאגט, ״המומחים מומחים למה שהיה ולא למה שיהיה.״)

לכאורה איז דאס אלעס נישט געזאגט געווארן ווען החלטת הרוב איז נגד מענטשליכקייט מפורסמות ממש, כעין הנאצים. ער באציהט זיך צו דעם אינעם נעקסטן טור.


לגבי הלכה ואחרי רבים להטות זאגט דער חינוך (מצוה עח) אז החלטת הרוב איז יא אלס להגיע אל האמת, עכ״פ ווען די חולקים זענען שווים בחכמה ע״ש.

‏דא הא׳מיר ארומגערעדט איבער די געדאנק פון התחייבות הרוב לגבי הלכה. וע״ע כאן.

‏ולגבי דעם צי די רוב איז טאקע ״גערעכט״ און די השלכות דערפון לגבי אמונה שרייבט ער:
דוקינס בספריו כמו גם בכל מיני אתרים אתיאיסטיים למיניהם תמצאו מחקרים (בעיניי נכון יותר לכנות אותם סקרים) שמראים שבאופן ממוצע המשכילים נוטים לאתיאיזם והמאמינים הם פחות משכילים. (בדיון כזה חשוב להבחין בין סקרים שמראים שהמאמינים הם פחות משכילים (או שהאתיאיסטים הם יותר משכילים) לבין סקרים שמראים שהפחות משכילים הם מאמינים (או שהיותר משכילים הם אתיאיסטים). לכיוון הקורלציה יש משמעות שונה לענייננו.) הוא הדין לגבי ימין ושמאל. על אף שהוצעו לכך כמה הסברים שלא קשורים לשאלה מה משני הצדדים נכון יותר, מאד נפוץ להציג את הנתונים הללו כטיעוןן לטובת השמאל והחילוניות. אם החכמים והמשכילים (לא אכנס כאן לשאלת היחס בין השכלה לחכמה) מצדדים בעמדה אחת והפחות משכילים וחכמים בעמדה אחרת, כי אז העמדה הראשונה היא כנראה נכונה. מה שמניחים כאן הוא שהמשכילים קולעים יותר לאמת. לכאורה זה מאד סביר, לא?

האינטואיציה האנרכיסטית הראשונית שלי היא שבכל ויכוח שני הצדדים טועים אלא אם הוכח אחרת. אבל גם אם שתי הדעות שמעומתות הן היחידות האפשריות (שאז לא ייתכן ששני הצדדים טועים) – כי אז בדרך כלל המיעוט צודק. היה לי אפילו טיעון חביב לטובת העניין. הרי סביר שיש פירמידת אינטליגנציה, כלומר שבקבוצת אנשים רגילה יש מעט חכמים והרבה יותר טיפשים. אז אם יש ויכוח ציבורי בנושא כלשהו שדורש חכמה, סביר להניח שהמיעוט הוא דעת החכמים והרוב הוא כנראה רוב האנשים (שכמובן בנוי מהטיפשים יותר). לכן בכל ויכוח נקודת המוצא צריכה להיות שהמיעוט הוא הצודק.

המסקנה היא שבוויכוחים אודות אמונה או ימין ושמאל, אם המיעוט שבין החכמים דוגל באמונה ובדתיות הוא כנראה צודק. בני משה הציע מודל מורכב יותר. הוא טוען שלפי התרשמותו ההתפלגות היא שארבעת העשירונים התחתונים הם ימין/דתיים, חמשת הבאים הם שמאל/חילוניים, והעשירון העליון הוא שוב ימין/דתיים.
ער טוהט דאס דורך עפ״י די געדאנק פון א גאַוּסיען דיסטריבּיוּשאן - אין אזעלכע וויכוחים בין המשכילים זענען בדרך כלל נישטא, און מ׳איז זיך נישט מתמקד מיט, די נעגאטיווע טעיל פון טיפשים גמורים, וממילא איז די מיעוט, די חכמים גמורים, די גערעכטע. ולאידך גיסא, ביי די אינם משכילים איז דאך נאר נישטא די פאזיטיווע טעיל פון די חכמים גמורים, און דארט איז טאקע די רוב גערעכט. ער איז אבער מודה אז די טענה האלט נישט אויס און איז מביא לידי גיחוך. למשל, אז טיפשים ענטפערן ביי רענדאם משא״כ החכמים.

עכ״פ דאס געבט א נייעם געדאנק אינעם לאגישן שטרויכלונג פונעם ארגומענטום עד פּאַפּולום.

ועיין כאן בדברי @שליח. ועיין כאן במה שהבאתי מדר. עלעין האַוּווערד עקלונד.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 20, 2023 12:38 pm

· #521938
עס איז ידוע אז העכער דעם שער פון אפלטון׳ס ישיבה איז געשטאנען: ״דער וואס קען נישט דזשיאמעטרי זאל נישט אריינטרעהטן.״ דר. עמיר אלכסנדר שרייבט לגבי די מהפיכה צווישן מאטעמאטיקער ביים התייסדות פון קאלקולוס איבער דעם אינפיניטעסימעל [גיין קלענער און קלענער אינפיניטלי מאל] והמסתעף:
Mathematics, [the Royal Society founders] believed, was the ally and the tool of the dogmatic philosopher. It was the model for the elaborate systems of the rationalists, and the pride of the mathematicians was the foundation of the pride of Descartes and Hobbes. And just as the dogmatism of those rationalists would lead to intolerance, confrontation, and even civil war, so it was with mathematics. Mathematical results, after all, left no room for competing opinions, discussions, or compromise of the kind cherished by the Royal Society. Mathematical results were produced in private, not in a public demonstration, by a tiny priesthood of professionals who spoke their own language, used their own methods, and accepted no input from laymen. Once introduced, mathematical results imposed themselves with tyrannical power, demanding perfect assent and no opposition. This, of course, was precisely what Hobbes so admired about mathematics, but it was also what Boyle and his fellows feared: mathematics, by its very nature, they believed, leads to claims of absolute truth, dogmatism, threats of tyranny
דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט אפלטון אז מ׳דארף אויסלערנען דעם דאגמאטישן קעניג זאל טאקע זיין א פילאזאף, וואס איז טאקע דאס בעסטע רעגירונג אליביה, ולעומת טיראניע וואס איז די שוואכסטע און קומט אפיר נאך מ׳נעמט עדווענטעדזש פון דעמאקראטיע ומהלך הרבים.

דר. וויקטאר בּלאַזשאָ זאגט:
Seeing mathematics as nothing but logical inferences from arbitrary axioms is as heartless as realpolitik. It reigns to this day, despite a now checkered record, because the only alternatives are hippie fantasies with no realistic prospects of ruling. Modern mathematics and modern politics are alike in this regard

מי אני » מיטוואך אפריל 26, 2023 6:09 pm

· #522844
דר.טאַרוּנאַבּ חייטאַן זאגט [19:20-20:21] אז כהיום, זייט דאס אונטערגאנג פון קאמוניזם וועלטליך, וואו עס זענען נישט עכט פארהאן קיינע אפענע קעגנערס צו דעמאקראטיע, און דאס איז בעצם די איינציגסטע סארט רעגירונג שייך, איז ווי אזוי פּאַפּוליסט אָטאקראטן ווילן קומען צו מאכט איז דורכ'ן זיך אָנגעבליך אָננעמען פאר דעמאקראטיע.

מי אני » מאנטאג מאי 1, 2023 7:46 am

· #523392
דער שרייבער עלען וואַטס שרייבט (אין 1968 ווען ער האט עקספּערעמענטירט מיט סייקעדעליקס):
In theory, the existence within our secular society of a group which does not accept conventional values is consistent with our political vision. But one of the great problems of the United States, legally and politically, is that we have never quite had the courage of our convictions. The Republic is founded on the marvellously sane principle that a human community can exist and prosper only on a basis of mutual trust. Metaphysically, the American Revolution was a rejection of the dogma of Original Sin, which is the notion that because you cannot trust yourself or other people, there must be some Superior Authority to keep us all in order. The dogma was rejected because if it is true that we cannot trust ourselves and others, it follows that we cannot trust the Superior Authority which we ourselves conceive and obey and that the very idea of our own untrustworthiness is unreliable!

Citizens of the United States believe, or are supposed to believe, that a republic is the best form of government. Yet, vast confusion arises from trying to be republican in politics and monarchist in religion. How can a republic be the best form of government if the universe, heaven, and hell are a monarchy? Thus, despite the theory of government by consent, based upon mutual trust, the peoples of the United States retain, from the authoritarian backgrounds of their religions or national origins, an utterly naive faith in law as some sort of supernatural and paternalistic power

מי אני » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:57 pm

· #529418
דר. חיים קרייסל שרייבט:
From our modern perspective, Korah and his followers embrace the principle of democracy and give it its clearest expression in the Bible. Already Baruch (Benedict) Spinoza (1632–1677), who treated the Bible more as a historical document than holy writ, maintained that Moses made a grievous error in transferring power from the firstborn to his own tribe, and then bestowing the high priesthood upon his brother and his brother’s descendants in perpetuity. This move foments justified dissent:

The tribes would have been united by a far closer bond if all alike had possessed the right of the priesthood

Spinoza is here suggesting that if the priesthood had remained in the hands of the first born of every family, Israel would have been a more unified people
שפינאזע שרייבט דארט (אין זיין טראקטיקוס פי"ז) אז די געדאנק דערפון איז טאקע געווען א סארט (יחזקאל כ כה) וגם אני נתתי להם חקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם, מכח חטא העגל. און ענליך צו ווי אזוי דער מלבי"ם איז מפרש דעם פסוק:
שע"י שמאסו חקותי חשבו שאני נתתי להם חקים לא טובים, כי יאמרו שנתתי חקים רעים ושהמשפטים שנתתי לא יוכלו לחיות בהם בחיי המדיניות
***

דא זאגט דער פּריימעטאַלאגיסט דר. פראַנס דע וואַל, דער וואס האט געקוׂינט דעם טערמין "אלפא מעיל", אז עס זענען דא צוויי סארטן וואס זענען די הויפטן ביי מאלפעס: איינע וואס איז שטארק און בּוליִט יעדן און איינער וואס געבט זיך אפ מיט די אונטערטאנען. די צווייטע סארט זענען מער מאריך ימים על ממלכתן, וויבאלד עס איז כעין דעמאקראטיש און די אונטערטאנען וועלן נישט שטיצן איינער וואס רעוואלטירט קעגן אים.

מי אני » דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:25 pm

· #532408
קאַנדאָרסעט׳ס דזשורי טעארעם
‏דא האב איך גערעדט איבער דעם געדאנק פון Wisdom of the Crowds, וואס זאגט אז די עוורידזש פון וואס א רבים שאצט און עסטימעיט אויף א זאך איז אלס נענטער צום אמת׳ן וועליוּ דערפון, און די ארגומענטום עד פּאַפּוּלוּם פאָלאָסי, וואס זאגט אז דאס אז א רבים האלט עפעס אלס אמת זאגט גארנישט לגבי די עצם וואלידיטי און ריכטיגקייט דערפון.

אין דעם שמועס איז מן הראוי לציין צו קאַנדאָרסעט׳ס דזשורי טעארעם, וואס האט השלכות לגבי וואָטן און דעמאקראטיע. דאס איז א מאטעמאטישע טעארעם וואס זאגט אז טאמער מען האט א גרופע מענטשן און עס זענען דא די 3 הנחות:

1). עס איז בעצם פארהאן אַן אָבּיעקטיווער אמת, וואס איז נישט אָנגעוואנדן בדעת האדם, און אויף די סארט אמת איז מען דן

2). איין מענטש׳ס מיינונג איז אפגעזונדערט און נישט אָנגעוואנדן אין וואס א צווייטנ׳ס מיינונג איז; ער האט דאס אליינס אפגעמאכט

3). ביי יעדע מענטש׳ס מיינונג איז דא א פּראַבּעבּיליטי פון מער ווי 50% אז ער איז גערעכט

דאן ווי מער מענטשן עס זענען דא, אלס מער איז די פּראַבּעבּיליטי אז זייער מיינונג אויסקום, די וואָט, איז גערעכט; מער ווי די פּראַבּעבּיליטי פונעם יחיד גרידא. און טאמער האט מען אַן אינפיניט גרופע פון מענטשן אזוי, איז 100% זיכער אז זיי זענען גערעכט.

דאס שניידט אבער ביידע וועגן. טאמער ביים לעצטן הנחה איז פארקערט אז ביי יעדע מענטש׳ס מיינונג איז דא א פּראַבּעבּיליטי פון ווייניגער ווי 50% אז ער איז גערעכט (אין אנדערע ווערטער, מער ווי 50% אז ער איז נישט גערעכט), דאן איז די פּראַבּעבּיליטי פון דאס וואס קומט ארויס פון זיי אז עס נישט גערעכט, מיט א קלענערע פּראַבּעבּיליטי פון זיין גערעכט ווי ביי דער יחיד גרידא. אין אנדערע ווערטער, די הסכמת הקהל איז א גרעסערע פּראַבּעבּיליטי פון זיין נישט גערעכט. און טאמער האט מען אַן אינפיניט גרופע פון מענטשן אזוי, איז 100% זיכער אז זיי זענען נישט גערעכט.

דר. בּרייען קעפּלען טענה׳ט אז דאס איז א ראיה צו אפלטון׳ס שיטה נגד דעמאקראטיע, וויבאלד דאס רוב מענטשהייט האט אין אלגעמיין, אויף אלגעמיינע פאקטן אא״וו, א ווייניגער ווי 50% פּראַבּעבּיליטי פון זיין גערעכט.

ואגב בזה, דאס איז וואס דר. אלכסנדר בּראָדי שרייבט בנוגע וואס דער רמב"ם שרייבט בהקדמתו להמו"נ:
In the Introduction to the Guide Maimonides distinguishes between two types of people: the philosophically sophisticated and the multitude. Though on many matters the opinions of the multitude are sound, they are not always so. And a philosopher will not accept an opinion merely because it is held by most people. The question he always asks is whether that opinion is sanctioned by reason

מי אני » מיטוואך אוגוסט 9, 2023 11:34 am

· #533160
לגבי די געדאנק פון דאס אז די רוב זענען (מער עלול צו זיין) גערעכט, שרייבט דער חינוך בהקדמתו (אינעם קאנטעקסט פון ענין האמנת עדות על דבר שֶׁקָרָה כבר און פונעם ראיית הכוזרי):
האמת הברורה במין האנושי, הוא מה שהסכימה עליו דעת רב בני אדם שבעולם. וכבר הסכימה דעת כלם, להאמין עדות אנשים, וברבות המעידים על הדבר שיעידו עליו אז יתאמת הענין יותר בעיני שומעיו, ובהיות המעידים מועטים יפל קצת ספק בדבר לפקחים.

כי אמתת ענייני העולם, נודעת מפי רבוי בני אדם המעידים על אותה אמת יותר מהמכריחים דבריהם מצד שכלם וחקירתם, כי בהיות האדם חסר השלמות אין שכלו משיג אל תכלית הדברים

מי אני » מיטוואך סעפטעמבער 6, 2023 5:15 pm

· #535461
לגבי דעם ארגומענטום עד פּאַפּוּלום שרייבט הרב חיים הירשנזון במושגי שוא והאמת (פכ״ו): 📎 IMG_5880.jpeg און אין דעם (איך ווייס נישט צי דאס איז למעשה א פאקטישע פאסירונג, אבער די געדאנק דארונטער האלט):📎 IMG_5849.jpeg

אלפא » דאנערשטאג סעפטעמבער 7, 2023 3:27 pm

· #535537
מי אני
צוויי יאר צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט @קטלא קניא איבער די טוויִט זיינער. איך האב ארויסגעברענגט אז אפלטון, אין זיין דייאלאג רעפּאָבּליק (מאמר ח-ט), האלט אז עס זענען דא 5 סארטן רעגירונגען....
לעצם שאלת ה'טוויט' בין איך אביסל שפעט אין די געים, אבער האב איך לעצטנס געליינט פון ר' יונתן זאקס (Morality) ווי ער שטעלט זייער שיין צו די מערכה פון קורח צו די מאוומענט פון 'פאפוליזם' אין די היינטיגע עפאכע, וועלכע איז לגמרי נישט געוואונטשן און אויסגעהאלטן אפי' ע"פ דעמאקראטיע (אביסל מסביר געווען דא).

דאס אז ער האט אפיעלט צום עמך עולם דיירעקט, דאס אז ער האט געשריגן אז מש"ר מיינט נישט די טובה פון די פאלק, און אז יעדער איז פונקט אזוי גוט -מ'דארף בכלל נישט די 'עליטע', וכו'. און די איידעאלאגיע איז אנגעגאנגען אפי' נאך וואס קרח איז שוין געווען אינדרערד, ווען די פאלק איז באפאלן משה די טאג שפעטער אז ער איז שילדיג אין די טויט פון אזויפיל מענטשן...

מי אני » דינסטאג אקטאבער 31, 2023 3:20 pm

· #538530
דר. רעימאנד געוס ברענגט ארויס אז ניטשע האט געהאלטן אז די פראבלעם מיט וועלכע זיין פילאזאפיע איז זיך מתמקד (אינעם קאנטעקסט אז אלע פילאזאפישע שאלות וחקירות קומען אפיר און זענען נאר א פראדוקט פון זייער היסטארישע תקופה און די קאַנסטראָקטס ומושגים וואס מענטשן האבן דעמאלטס (וכמאמרו של העגעל אז ״פילאזאפיע איז די היסטאריע פון פילאזאפיע״)), איז דאס פראבלעם פון ״vitality״ לעומת ״decadence״ בימיו, וועלכע איז דאס געדאנק אז א געזונטע געזעלשאפט דארף צו קענען פראדוצירן נייע קריעיטיוויטי בתוך איר קולטור וואס האט ״ווערט״. ער האט געהאלטן אז די איינציגסטע וועג מ׳קען שאצן עפעס אלס (אעסטעטיש) ״ווערט״, איז ווען מ׳האט עפעס צו וועלכע מ׳איז דאס משווה פון וואס דאס איז אנדערש און ״בעסער״; עס מוז זיין א ״רע״ וואס אט דאס געבט א שוויית פאר א טוב אלס ״טוב״ (דאס איז ענליך צו א מהלך אין טעאדיסי אויפ׳ן בעיית הרעות). און ניטשע האט (לבסוף) געהאלטן אז כדי צו שאצן עפעס באופן זה אלס ״טוב״ און ״ווערט״, פעהלט אויס אז די מענטשן זאלן נישט נאר דאס קענען נאכמאכן ואפילו בעסער במדריגה, נאר אז בתוך דעם סוג הנידון זאלן זיי ווען קענען פראדוצירן אין דעם עפעס אנדערש. נאר אזוי קענען זיי פראדוצירן עפעס פון ווערט וואס קומט אפיר וויבאלד זיי קענען אפשאצן זאכן בתוך דעם סוג אלס ״טוב״.

עפי״ז, זאגט דר. געוס, האט ניטשע נישט געהאלטן פון דעמאקראטיע וואו יעדער איז בעצם אייניג. דאס איז ווייל א קולטור מוז האבן א היארארכיע פון דרגות אינעם סוג פון ״מענטשן״ גופא אשר חלוקים המה במין (ואפילו עד כדי עבדות), כדי אז עס זאל זיין די טענשאן פון שאצן ״טוב״ לעומת ״רע״ בתוך מענטשן גופא, וואו מ׳שאצט די ערך דערפון ווייל עס איז טאקע דא בתוך די געזעלשאפט׳ס סייקי פון מענטשן, בתור ״מענטשן״, אז זיי זענען חלוק במין און ״אנדערש״, וואס אזוי קענען זיי בכלל שאצן אעסטעטישע וכו׳ ערכים. ווי דר. געוס זאגט:
Nietzche believed that all forms of social egalitarianism are essentially decadent, because any form of social egalitarianism is a way of doing away with the hierarchical organization of society. But if the hierarchical organization of society is necessary for them to have the internal tension, which is the necessary condition for creation, then if you have a society with no internal hierarchical structures, a society of egalitarianism, then that society will definitely sooner or later become decadent. It will lose the ability to discriminate and differentiate in the way that's necessary for it to be able to really to see itself as a present value. Nietzsche always hated democracy. As a young man he withdrew from a student fraternity because the student fraternity was insufficiently hierarchically organized
ניטשע אליין האט געשריבן:
The more the feeling of unity with one's fellow humans gains the upper hand, the more human beings are made uniform, the more they will perceive all difference or diversity as immoral. In this way, the sand of humanity necessarily comes into being: all very similar, very small, very round, very accommodating, very boring. Christianity and democracy have done the most to drive humanity along the path toward sand. A small, weak, glowing feeling of contentment equally distributed among all, an improved and extreme form of Chineseness, would that be the last image that humanity could offer? Inevitably, if we remain on the path of moral sensibilities until now. A great reflection is needed, perhaps humanity must draw a line under its past, perhaps it must address a new canon to all singular individuals: be different from all others, and take pleasure in each being different rom the other; the crudest monsters have certainly been eradicated under the prevailing regime of morality thus far - that was its task; but we do not wish to live on thoughtlessly under a regime of fear in the face of wild beasts. For so long, far too long, the word has been: One like All, One for All

Monarchy represents the belief in One wholly Supreme Being, a leader savior demigod. Aristocracy represents the belief in an elite humanity and higher caste. Democracy represents the unbelief in great humans and an elite society: 'everyone is the same as everyone'. At bottom we are all self-interested cattle and rabble

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 7, 2023 1:02 pm

· #538866
דר. סעדריק ראַבּינסאן שרייבט (וג״כ עפ״י דר. גרעגארי וולאַסטאס) אז אפלטון׳ס פאליטישע מאדעל האט זיך נישט געקענט אפטיילן פון די קנעכטשאפט אינסטיטוט וגזענות (וואס פאר זיינע בעסערע מאדעלן נוצט ער דאך זיין באקאנטע נאבּעלע ליגענט/אמונה הכרחית, אויף איינצורעדן דעם עולם אז די רעגירער האבן גאלד אין זייערע אדערן, די סאלדאטן זילבער און די ארבעטערס ברזל), וועלכע איז געווען אינגאנצן אריינגעגעסן אלס נארמאל און נאטורליך בימיו. דאס האט געהאט השלכות אויף זיין קאנסעפּשאן אז מלכות איז טאקע בעסער, און אז אלעמאל ווען עס פאלט צום שוואכערע סארט רעגירונג, איז דאס מכח דעם אז עס איז נישטא קיין סטאבּיליטעט צווישן די רעגירער, ווי איידער אז דאס קומט מעיקרא פון און מכח די באפעלקערונג.

ער טענה׳ט אז דאס וואס די מאדעל איז אזוי באקאנט, איז ווייל קנעכטשאפט איז טאקע געווען ביז א הונדערט פופציג יאר צוריק פארשפרייט, אריינגעגעסן, און אָנגענומען אלס א חלק פון די געזעלשאפט איבער די וועלט. און ווען אפלטון וואלט נישט אוועקגעשטעלט דעם מאדעל, וואלט עס א צווייטער אינווענטעד. אין אנדערע ווערטער, די סיבה אפלטון והנמשכים אחריו האבן נישט געקענט אינדארסירן דעמאקראטיע, איז ווייל דאס איז זיך סותר מיט די אינסטיטוט פון קנעכטשאפט, וועלכע איז געווען אריינגעגעסן און באטראכט ווי א בארעכטיגטע צורך. ואפילו שפעטער (אין אמעריקע) וואו מ׳האט יא אָנגעהויבן האלטן פון דעמאקראטיע, אבער געוואלט אָנהאלטן עבדות, האט מען דאס פרובירט צו פארטיידיגן און אוחז זיין את החבל בשתי ראשין.

‏דאס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט דאס וואס דר. קאַרל פּאַפּער האט ארונטערגעריסן אפלטון איבער זיין מאדעל, וועלכע איז די בסיס פאר טאטעליטעריעניזם.

ער שרייבט לגבי די פאקטישקייט פון אפלטון׳ס מאדעל אין די ארומיגע היסטארישע תקופה:
Plato’s historical environment was full of counterinstances to his political theory: the oligarchies’ massacre of 700 demos at Aegina in the early fifth century; the oligarchic destruction of the democracies in Samos (404 b.c.) and Rhodes (391 b.c.); the aristocratic defense of Phlius (the site for Plato’s Phaedo) in 369 b.c.; the democratic example of Plato’s aristocratic contemporary Empedocles at Acragas; the skytalismos democratic revolt in Argos (370 b.c.); and earlier the tyrannies of the sixth century, which were “quisling” regimes for their Persian masters. Modern historians like A. Fuks, Finley, Sealey, and St. Croix confirm similar problematics in the fifth and fourth centuries for Plato’s political theory. According to Paul Cartledge, the “Age of Revolution” preceding the appearances of democracy in the fifth century was conditioned by “relative overpopulation leading to settlement abroad and stimulating a decisive switch from pasturage to arable farming at home; growth of overseas trade, especially in metals and luxury goods and raw materials; decline of monarchy; full development of the polis; questioning of social and political values; and contrivance of new political expedients”
ער שרייבט אויך לגבי די דעבאטע איבער דעמאקראטיע ביים התייסדות פון אמעריקע:
Most certainly, a strong anti-democratic spirit enveloped the proceedings at Philadelphia in 1787. Sherman of Connecticut abhorred direct elections: “The people” he said, “[immediately] should have as little to do as may be about the Government. They want information and are constantly liable to be misled.” Elbridge Gerry (Massachusetts), who refused to endorse the Convention’s agreement, suggested, “The evils we experience flow from the excess of democracy.” Madison (Virginia) warned, “Democratic communities may be unsteady, and be led to action by the impulse of the moment”

At the close of the convention, George Mason, the wealthy Virginian who also opposed the final constitutional draft, reported on its handiwork: “This government will set out a moderate aristocracy: it is at present impossible to foresee whether it will, in its operation, produce a monarchy, or a corrupt, tyrannical aristocracy; it will most probably vibrate some years between the two, and then terminate in the one or the other.” Madison, his social and political junior, agreed: the new state was an “oligarchy”
ער ענדיגט צו:📎 IMG_6378.jpeg ***

לגבי מיני רעגירונגען איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. מחמוד פּאַרגוּ שרייבט אז די טעאקראטישע סארט רעגירונג אין איראן, האט גאר געברענגט צוביסלעך דערצו צו א קאַוּנטער-רעאקציע אז די באפעלקערונג זוכט צו ווערן מער סעקולאר.

מי אני » דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:21 am

· #539175
וואלטעיר האט געשריבן:
The Popular government is in itself less iniquitous, less abominable than despotic power. The great vice of democracy is certainly not tyranny and cruelty: [But] democracy seems suitable only to a very little country, and further it must be happily situated. Small though it be, it will make many mistakes, because it will be composed of men. Discord will reign there as in a monastery; but there will be no St. Bartholomew, no Irish massacres. . . no inquisition, no condemnation to the galleys for having taken some water from the sea without paying for it, unless one supposes this republic composed of devils in a corner of hell. One questions every day whether a republican government is preferable to a king's government? The dispute ends always by agreeing that to govern men is very difficult. The Jews had God Himself for master; see what has happened to them on that account: nearly always have they been beaten and slaves, and today do you not find that they cut a pretty figure?
דאס דערמאנט אביסל פון ווינסטאן טשורטשיל׳ס מימרא.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 2:43 pm

· #539828
דר. טשארלאט אלישבע פאנראבּערט לערענט אפ די מעשה פון רשב"י בהמערה (שבת לג:) אלס א קעגן-ענטפער קעגן אפלטון'ס ארויסהייבן דעם פילאזאף-קעניג. והיינו, ווייל דארט אין די רעפּאָבּליק מאכט אפלטון אויך זיין באקאנטע משל פונעם מערה. בקיצור איז דאס אז ער מאכט א משל צו א מערה אין וועלכעס מענטשן זענען געווען געבינדען כל ימיהם און נאר געקענט קוקן אויף א וואנט. אונטער זיי ברענט א פייער, און מענטשן גייען דארט דורך האלטענדיג זאכן, ווי למשל אויסשניטן פון א לבנה וכדומה, וואס די פייער מאכט אז די שאטענעס דערפון זאלן זיין אויף די וואנט וועלכע די ארעסטאנטן קוקן אויף. די ארענסטאנטן מיינען אז אט דאס איז וואס א לבנה איז וכדומה. ווען איינע פון די ארעסטאנטן ווערט באפרייט ארויס פונעם מערה, איז צום ערשט ווערט זיין ראיה ממש פארבלענדעט מחמת האור און עס טוהט אים וויי, אבער דערנאך זעהט ער איין אז די שאטן איז נישט וואס די זאך איז "עכט" (ואפילו די אויסשניט וכדומה דערפון איז אויך נישט "עכט") אא"וו. (דאס גייט צוזאמען מיט אפלטון'ס געדאנק פון צורות, וואו יעדעס קאנצעפּט וואס מ'זעהט בהעולם, איז נאר א קאַפּי פון א פּערפעקטע צורה דערפון וועלכע געפינט זיך אין א רעלם פון "צורות".) דערנאך, אויב גייט ער צוריק אריין אינעם מערה אויפצוקלערן די אנדערע ארעסטאנטן דארט, איז עס אים גאר שווער און זיי ווילן דאס נישט מקבל זיין פון אים, זייענדיג אז זיי זענען געוואוינט צו דאס אלס זייער רעאליטעט כל ימי חייהם.

ועפי"ז איז דאך די "מערה" ביי אפלטון'ס משל מרמז צום ציווילע רעלם, וואו דאס טאג-טעגליכן המון עם לעבן ווערט פראקטיצירט, בשעת אינדרויסן דערפון איז די רעלם פון חכמה ומושכלות, און דער חכם הפילוסוף דארף זעהן אריינצוברענגען די חכמה בתוך די "מערה" און לעבנסוועלט פונעם פשוט'ן המון עם, און רעגירן אויף זיי, זיי צו ברענגען צו לעבן בעסער. משא"כ ביי די מעשה פון רשב"י איז דאס להיפך: די "מערה" ווייזט אויף די רעלם פון מושכלות וחכמת התורה (וואו, לדוגמא, נאר די קאפ המשכיל איז אויפגעדעקט, בשעת די גוף איז נתכסה בחול), און אינדרויסן דערפון איז די אלגעמיינע המון עם'ס וועלט. און רשב"י ובנו ווערן צוריקגעשיקט ע"י בת קול ווען זייער ראיה (וועלכע דערמאנט פון דאס שוועריקייט מעיקרא פארן ראיית החכם מחמת האור ווען ער ווערט באפרייט פונעם מערת אפלטון) טוהט פאראורזאכן שאדן אויף דאס וועלט, מכח דעם וואס זיי קענען נישט דערהייבן אז מ'איז נישט מער עוסק בחיי עולם וחכמת התורה. דערנאך, דערציילט די גמרא, האט ער מטהר געווען העיר (טבריה) אלס כדי צוצוגעבן און נושא בעול זיין אינעם אלגעמיינעם פאליטישן לעבן, ווי איידער צו רעגירן דערויף מתוך חכמתו שקנה בהמערה. זי שרייבט:
The critical force of the talmudic narrative resides in its rejection of Plato's model of the philosopher-king. Rashbi and his son do not return to rule, nor to subject the world to their grasp of theoretical Torah. If anything, they return as enablers
זי שרייבט אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם וואס דר. לי לעווין שרייבט אז ס'איז יתכן אז מעשה הרשב"י איז אינפלוענסד פונעם יווני'שן לעגענדע פון עפּימענידיס וואס איז געווען אין א מערה לקנות חכמה, און דערנאך מטהר געווען עיר אטענס. ועיין כאן אודות די קריסטליכע סארט אינפלוענסעס אויף די מעשה פון רשב"י.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:28 pm

· #542713
דר. העטער ריעד שרייבט אז דעמאקראטיע איז צושטאנד געקומען ווען מ׳האט מייסד געווען די (אריגינעלע) אַלימפּיק ספּאָרטס שפילן אין יון, אין די צייטן פון (בערך) עוזיהו מלך יהודה. די סיבה מ׳האט אוועקגעשטעלט די שפילן איז געווען וויבאלד מ׳האט געוואלט צאמברענגען פארשידענארטיגע שטאטן מיט אנדערע רעליגיעס און פאליטישע סיסטעמען וכו׳, אונטער א געמיינזאמע מטרה פון א נישט-ווייאלענט קאמפּעטישאן. ביז אהין פלעגט מען צאמשטעלן גבורת הגוף מיט דאס זיין פונעם העכערן שטייסל פון די וואס רעגירן. אבער די שפילן, וועלכע זענען געווען לעין כל, האבן געצייגט דערויף אז איינס איז ל״ד געבינדן אין דאס אנדערע. דאס האט ווייטער געפירט דערצו וואו מ׳האט געזעהן אז אין גבורה וכדומה, קען יעדער בעצם זיין אייניג און רעפּרעזענטירט.

ואולי קען מיט דעם זאגן א רמז עפ״י הירושלמי בפאה (פ״א ה״א) ובסוטה (פ״א ה״ח) דאבנר בן נר מת על שעשה דמן של נערים שחוק (שמואל ב ב יד) ע״ש. והיינו, ווייל יואב, וועלכע האט אים גע׳הרג׳עט, האט גע׳טענה׳ט צו דוד (שם ג כה) אז אבנר מאכט שלום מיט דוד כדי אונטערצוברענגען זיין מלוכה. און ספּאָרטס, וועלכע אבנר האט געטוהן מיט זיינע סאלדאטן, איז דאך א שורש צו דעמאקראטיע ונגד מאנארכיע.

***

משה בּילינסון האט געשריבן בשנת תרפ״ח:
הדמוֹקראטיה של המאָה התשע-עשרה דגלה בשני רעיונות, שבעצם אין ביניהם שוּם דבר משוּתף – הסוברניוּת של העם וצדקתוֹ המוּחלטת. ראשית חשבוּ – וזה בלי ספק היה ויהיה נכון – כי לעם ישנה הזכוּת לשלוֹט בגורל עצמו, כי כל צעד קדימה כלפי חוץ צריך להיות תוצאָה של התקדמוּתו הפּנימית, התקדמוּת של המחשַבה ושל הרוּח, שאם לאו אין כל יסוד לצעד הנעשה ואין הוא מביא לידי תוצאות בנות קיימא; ומזה הסיקוּ, כי הקידמה הסוֹציאלית והמדינית תּתּכן רק אז, כּשכּוֹח הכּרתוֹ והתגלוּת רצונו החפשי של העם ישמשוּ לה בסיס. אולם הרעיון השני היה, כי הצדק הוא תמיד על צד רוּבּוֹ של העם, וכי העם אינו תועה לעולם ואם רק נותנים לו את החופש, הרי הוא מוצא תמיד את הדרך הנכוֹנה. בדעה הזאת יש מן האמוּנה המיסטית בּחכמתוֹ האינסטינקטיבית של העם ובטוּבו, אמוּנה אשר אמנם בימי המלחמה נגד האַבּסוֹלוּטיזם היתה מוּבנת, אבל קשה לדוֹרנו להחזיק בה.

אנחנו ראינו, כי המון העם יכול להיות קל-אמוּנה, פוסח על שתי הסעפּים, אכזרי, בלתי צודק, שואף נקמה ועמוּס משפּטים קדוּמים. ראינוּ זאת ביחסוֹ של המון העם אל המלחמה, ראינוּ זאת בּזמן המהפּכות. אנחנוּ היהוּדים, ראינו זאת בּיחסם של עמים רבּים ודוקא המוני העם אלינו. מי שזוכר, מה נקל היה להתעוֹת בּשוא את כּל העמים בּימי המלחמה, מה כבדה משוּגָתם – במוּבן זה או אחר – אחרי המלחמה, זה אינו יכול להודות בעיקר הזה של חכמת העם בּלי היסוּס הלב; ומי שמעלה בזכרונו את האַכזריוּת ללא גבוּל ואת יצר ההרס של המוני העם בימי המלחמה וביחוּד בּימי מלחמת האזרחים, עם כל הפּרעות נגד היהוּדים ולא יהוּדים, זה לא יאמין בּטוּבוֹ של העם.

המדינה הדמוֹקראטית לא שימשה יותר אמצעי – לשפּר את חיי בני האדם ויחסיהם, לעשותם טהורים יותר ולהשכּין בּהם צדק יותר – כי אם עשׂוּה תכלית לעצמה וראוּ בה את המטרה הסוֹפית של המלחמה המדינית. הסיסמה היתה: “חירוּת לעם” – ולא היה ענין מיוּחד בּזה מה יעשה העם בחירוּתו. זה הטביע על הדמוקראטיה של המאה התשע-עשרה אופי של פּאסיביוּת ורשלנוּת; ואחרי שנתמלאוּ דרישותיה העיקריות של הדמוֹקראטיה ברוב הארצות של אירוֹפּה המערבית, נתגלתה ריקנוּתה. כיום יקרה, ולעתים קרובות, שלעם ישנוֹ החופש ואין הוּא יודע כיצד להשתמש בּו.

אבל תמיד נמצא מיעוּט בּעם אשר ידע מה מוּטל עליו לעשות, אותו המיעוּט שהוּא הנהוּ נוֹשאָה האמתי של ההתחדשוּת האנוֹשית, הלאומית והחברתית והוא הוא הנלחם בּשוּרוֹת הראשונות בעד התחדשוּת והמביא את הקרבנּוֹת הכי גדולים, ושאחריו הולך העם. ולמרות כל האמוּנה בדמוֹקראטיות של המאה התשע-עשרה לא שינה הפּרוֹצס ההיסטורי את מהלכוֹ אף במאָה הזאת: המוּעט הרבוֹלוּציוֹני פילס את הנתיב בשביל המון העם שנהר אחריו.
(וע״ש השלכותיו שנשא לגבי רעיון הציונות בימיו.)

מי אני » מיטוואך יאנואר 10, 2024 2:07 pm

· #544355
מעי׳ס טעארעם און די דיסקורסיוו דילעמא
ענליך צום קאָנדאָרסעט פּאראדאקס איז דא דעם דיסקורסיוו דילעמאַ. דאס איז ווען למשל מ׳וויל וואָטען צי די פּארליאמענט זאל זיין אין א געוויסע שטאט, און/אדער צי די עצם רעגירונג זאל זיין אין יענע שטאט, אדער ביידע. טאמער איין דריטל וואָט פאר ביידע, איין דריטל וואָט פאר נאר די פּארליאמענט אין יענע שטאט, און די לעצטע דריטל פאר נאר די עצם רעגירונג זאל זיין אין יענע שטאט, דאן קומט אויס אז טאמער איך גיי נאך טאמער מ׳האט געוואָט פאר ביידע, דאן איז דאס נאר א דריטל, אבער טאמער איך קוק על הכלל כולו קומט דאך אויס אז רוב האבן געוואָט פאר ביידע אין יענע שטאט. דאס איז ווייל די דריטל וואס האט געוואָט פאר ביידע קען זיך צאמשטעלן מיט׳ן אנדערן דריטל וואס האט געוואָט פאר די ערשטע, און די לעצטע דריטל וועלכע האבן געוואָט פאר׳ן צווייטע. אזא סארט פארקערטע זיל הכא קמדחי ליה וזיל הכא קמדחי ליה.

דאס זעלבע איז לגבי א משפט וואו ער איז נאר חייב טאמער זענען דא צוויי תנאים. די ערשטע דיין האלט אז ס׳דא ביידע, די צווייטע דיין האלט אז ס׳נאר דא די ערשטע תנאי, און די דריטע דיין האלט אז ס׳נאר דא די צווייטע תנאי. פון איין זייט האלט די רוב אז ס׳איז נישטא ביידע תנאים [נאר איין דיין האלט אזוי לעומת די אנדערע צוויי], אבער מאידך גיסא על הכלל כולו איז דא א רוב אז ער האט עובר געווען סיי אויפ׳ן ערשטן תנאי און סיי אויפ׳ן צווייטן תנאי.

עפי״ז קומט אויס אז עס איז נישט געהעריג מעגליך צו זאגן וואס ״די כלל וציבור״ האלט.

‏עס דערמאנט אביסל פונעם סוגיא בב״ק ע: איבער דבר ולא חצי דבר ביי עדות, וואו ביידע כיתות דארפן ביידע כדי זיך צאמצושטעלן ע״ש.

דאס צייגט אויף א שטיקל לימיטעישאן אויף מעי׳ס טעארעם. דאס לויטעט אז אויב עס זענען דא נאר צוויי אויסוואלן, דאן איז וואָטינג דאס בעסטע מעכאניזם להכריע ביניהם, אויב:

1). עס גייט זיכער אויסקומען א ספעציעלע געווינס, פארלוסט, אדער טיי צווישן די צוויי אויסוואלן

2). יעדעס וואָט האט דאס זעלבע וואג און חשיבות

3). אויב טוישט מען אז אלע וואס האבן געוואָט פאר א׳ וואָטן פאר ב׳, וההיפך בהיפך, איז די אויסקום פונקט בהיפך פון פריער

4). אויב טוישט מען איין וואָט, האט דאס בהכרח אויך אַן השלכה אויפ׳ן אויסקום צו לדוגמא טוישן פון א טיי

מי אני » פרייטאג פעברואר 2, 2024 3:01 pm

· #547910
ר׳ שלמה אבן גבירול שרייבט אין זיין מבחר הפנינים (נאכדעם וואס ער שרייבט אז שאלת החכם חצי חכמה):
איזה אדם ראוי למלוך, חכם שמלך או מלך שידרוש.
***

פּראפעסאר ישעיהו ליבוביץ זאגט בפ׳ נח לגבי דעם דור הפלגה:
חזון האנושות האחידה והמאוחדת הריהו חזון בלהות, ומשמעו דיכוי כל אפשרות התפתחות והתקדמות שאינו משאיר מקום למאבקים על דעות שונות, ובעולם שאין בו מקום למאבקים ערכיים, אין בו גם טעם לחיים.

השלום העולמי באמצעות ממשלה עולמית, שהוא כנראה אותו אידיאל אליו נתכוונו בוני המיגדל, פירושו יצירת כוח שלטון מוחלט, ודבר כזה אסור שיינתן בידי האדם. קולקטיביות רעיונית ושלטונית היא הסכנה הגדולה ביותר הצפויה לאנושות, ואסמכתא לכך יכול לשמש ההיגד שנאמר מפי ה' לאחר המבול: "כי יצר לב האדם רע מנעריו" (בראשית ח כא).

האדם באשר הוא אדם הריהו יצור מסוכן, ומן ההכרח שלא יהיה בידיו ריכוז סמכות שלטונית, דבר שעלול תמיד להתגלגל לרשעות, ועל החברה האנושית מוטל החיוב לחתור לכך שהסמכות תהיה מפוזרת, לצורך נייטרליזציה של מגמות אנושיות מסוימות על-ידי מגמות אנושיות אחרות המנוגדות להן.

***

עולם שיש בו שפות רבות ודברים רבים השונים זה מזה, הוא גם העולם בו ניתן לחתור לקראת מטרות, לחתור להגשמת ערכים ומילוי משימות, מה שאין כן בעולם הריכוזי הטוטאליטרי, שאיננו פותח שום פתח לחתירה לקראת משהו שאיננו קיים באותה מציאות מונוליטית.

בני דור הפלגה נתכוונו לקיים באמצעים מלאכותיים, טכניים ואירגוניים, את אידיאל מה שאנו מכירים מההיסטוריה של דורנו ומלחמת העולם השנייה, במונח שהיה ממחוללי השואה ולאו דוקא של עם-ישראל בלבד, אלא של האנושות כולה, מה שנקרא בגרמנית בעולמו של הצורר היטלר 'גלייך שלטונג', רעיון שאין חמור וקשה ממנו, ומשמעותו מוכרת לנו היום אפילו יותר משהכירוה הדורות שקדמו לנו, וזוהי למעשה אותה עשיית-שם המבוטאת בפסוק: "הבה נבנה-לנו עיר ומגדל וראשו בשמים, ונעשה-לנו שם" (בראשית יא ד).

כוונת דברים אלה אינה אלא הטלת מרות אחת, על עדר אנושי בעל "שפה אחת ודברים אחדים", המרוכז סביב המיגדל, וזוהי הדגמתה המילולית של הטוטאליטאריות, אשר את זוועותיה ומוראותיה מכירים אנו היטב.

***

ראוי שניתן לבנו ודעתנו על כך, שהרעיון אותו הוגים גם כיום בדבר שלום-עולמי שיושג ע"י ממשלה עולמית, פירושו מתן כוח שלטון מוחלט בידי בני אדם, ומן החובה להדגיש כי בשום פנים ואופן אסור שיימצא כוח כזה בידי האדם, אלא דוקא הדיפרנציאציה, הפיצול, והעובדה שאין רשות עולמית עליונה אחת, אלא קיימות רשויות מפוצלות, אשר כל אחת מגבילה את יכולת פעולתה של האחרת, זהו התנאי הראשון לאפשרות קיום אנושי ראוי לשמו.

כל שלטון יש בו בהכרח מן הרשעות, אולם נייטרליזציה של רשעות אחת ע"י רשעויות אחרות הפועלות נגדה, היא האפשרות היחידה העשויה להבטיח מניעת עריצות מוחלטת בקרב המין האנושי.

שלום עולמי שיושג כביכול בכוחה של ממשלה עולמית מרכזית, זהו כניראה הרעיון אליו נתכוונו בוני העיר והמיגדל, ומשמעותו יצירת כוח שלטוני מוחלט, ובענין זה אמר כבר היסטוריון אנגלי דגול - לורד אקטון: 'כל שלטון משחית את האדם, ושלטון מוחלט מהווה ערובה להשחתה מוחלטת'.

***

דברי הנצי"ב (ר' נפתלי צבי יהודה ברלין, 1893-1817) נאמרו ונכתבו כארבע-מאות שנה לאחר 'ספורנו', וזו לשון הרב:

"שפה אחת", זה גרם לחטא ראשון, הינו שיסכימו לשבת כולן בקיבוץ אחד, וזהו נגד רצון ה' שאמר: "שרצו בארץ ורבו-בה" (בראשית ט ז), הינו להתהלך בארץ לאורכה ולרוחבה'; ובענין "ודברים אחדים" מציין הנצי"ב שהתורה אינה מפרשת מה היה חטאם, אלא רק רומזת על כך. חטאם הנוסף לא היה בתוכן הדברים שדיברו אלא: 'ללמדנו דלא משום הדברים התעורר הקדוש-ברוך-הוא, אלא משום שהיו אחדים יהיו מה שיהיו'.

אשר לפסוק - "ויאמר ה' הן עם אחד ושפה אחת לכלם וזה החלם לעשות ועתה לא-יבצר מהם כל אשר יזמו לעשות" (בראשית יא ו) מוסיף הרב: 'משמעות עם-אחד הינו, במינהג אחד'... וזאת בניגוד לברכת יצחק את יעקב: "והיית לקהל עמים" (בראשית כח ג); 'עתה אינו אלא התחלת דבר-עבירה במה שרוצים שיהיו ביישוב אחד; אם יגמרו המיגדל, יבואו למחשבה שנייה למנוע בעל-כורחו (כל אדם) הנבדל ממחשבתם זו, וזהו דבר רצח ושוד המשחית את היישוב לגמרי, ולזה לא מועיל מה שכעת המה מתאחדים בדעה'; עד כאן דברי הנצי"ב.

כלומר, לא בכל רעיון של אחדות יש משום ברכה, והרי זה מן המפורסמות, כל שלטון באשר הוא שלטון תהא כוונתו מה שתהיה ואפילו לשם-שמים, נוטה להידרדר לרשעות, וכאמור אין תקנה לאדם אלא שתהא נייטרליזציה של רשעות אחת על-ידי רשעות אחרת, ועל ידי כך יחלש כוח שתיהן, מה שאינו אפשרי וכמעט לא יתכן בתנאים של רשות מרכזית אחת השלטת בכיפה.

מי אני » זונטאג פעברואר 11, 2024 9:02 am

· #549121
לגבי אפלטון'ס געדאנק, וואס (ווי געשריבן בריש האשכול) ער ברענגט ארויס אין זיין רעפּאָבּליק אין די קאנטעקסט פון רעגירונג, אז אויף צו אָנצוהאלטן פאליטישע און רעגירונג סטאבּיליטעט איז עס תלוי אין וואס די ציבור גלייבט דערין, שרייבט דר. סטיפען געלער בנוגע מלכי בית דוד:
Judean religion seems to have reflected a royal theology, or ideology, based on a covenant (brit), an unconditional divine promise to David that his dynasty would rule forever, "as long as the sun and moon exist" (Ps. 89.37-38). The king was viewed as the "son" of God (Pss. 2.7; 89.27; 2 Sam. 7.14), though whether this implied actual royal divinity is questionable. There is little doubt that this royal religion was imported into Judah from primarily Egyptian and Phoenician sources. The terms used to describe the king in the biblical texts that most directly reflect Judean royal tradition, the "royal psalms" (Pss. 2, 20, 21, 45, 72, 89) are used elsewhere only of God. Also prominent in this royal cult were notions of unconditional divine protection of Zion and Jerusalem, amounting to what has been termed a doctrine of the "inviolability of Zion." (This notion is also expressed in Isa. chs 1-39.) It was believed that no enemy could capture the city in which was located God's sacred house, the Temple built and maintained by the king, which was viewed as the royal chapel. The "Zion Psalms" (Pss. 46, 47, 48) are possibly early expressions of this doctrine, which also figures prominently in later prophetic messianic visions. The aim of this political, religious, and cultic complex was undoubtedly to strengthen the claim of the monarchy to legitimacy. It seems to have succeeded, because Judean dynastic kingship remained stable for over three centuries (the brief usurpation by Athaliah is the only exception; she was a northerner, the daughter of the Phoenician Jezebel). Northern Israel, by contrast, probably lacking such a royal ideology, saw the rise and fall of many ruling houses. The main ideas of royal religion became transmuted in biblical religion into messianic eschatology
(ועיין כאן.)

מי אני » מיטוואך מאי 8, 2024 2:47 pm

· #561299
דר. ראַבּערט קוגלער טענה׳ט אז די שרייבערס פון H וועלכע האבן דערנאך אויסגעברייטערט פון P (לפי דר. ישראל קנאהל) די ענין מצוות קדושה לכל ישראל און ווי ג-ט איז מער ״נאנט״ לכל ישראל, איז געווען מכח א מער אינדיווידואליסט דעמאקראטישע שיטה אז דאס איז לכל ישראל ולא רק להכהנים או המקדש - סתם אידן קענען זיך אויך אליינס הייליגן און דאס איז מקושר מיט זייער מאראלישע התנהגות, און זיי קענען אויך ״שעדיגן״ און מטמא זיין די מקדש מיט זייער טומאה ולכן נכרתין אויב זענען זיי עובר. (הגם אז ער ברענגט צו אז עס איז יתכן אז P, וכן H, זענען בכלל נישט קיינע ״חדרים״, ווי איידער די חלקים וואס זענען צוגעקומען במשך אסאך יארן דורך אסאך אנדערע פארשידענארטיגע רעדאגירערס.) 📎 IMG_7281.jpeg 📎 IMG_7283.jpeg דר. דזשוליא ריידער טענה׳ט אבער אז די מטרה איז גאר געווען פארקערט: כדי צו שטארקן דאס קאנפארמיטי פונעם געזעלשאפט צו די כהנים׳ס אידעאלאגיע, און צו סענטראליזירן די מאכט ביי זיי קודם בנין בית שני. און היסטאריש האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די מלוכה איז געווען מער-ווייניגער ביי די כהנים ומשפחתם, אלס א טעאקראטישע רעגירונג, במשך ימי בית שני (וידוע הרמב״ן בבראשית מט י). ווי זי שרייבט:
‏
In H, this form of standardization receives an expansive makeover, moving beyond cultic practice to cover mundane activities and behaviors that have little connection with ritual matters. By calling on all the Israelites to enter into an ongoing process of collective sanctification via daily law observance, H effectively extends the pervasiveness of Priestly law (and priestly authority) into virtually all aspects of the Israelites’ lives

‏This more expansive form of standardized conduct might be appropriately understood as a form of “conventionalism,” to use the term of German social theorist Theodor Adorno (1903–1969). Conventionalism refers to a form of groupthink that promotes obedience to central authorities and the associated rejection of behaviors that characterize outsiders. In the case of H, holiness is a form of conventionalism because it promotes obedience to a central legal standard, mandating separation from “Others” (notably the Egyptians but also the Canaanites) while demanding collective loyalty and standardized everyday practices

‏H’s focus on law obedience also resonates with Italian philosopher Antonio Gramsci’s (1891–1937) concept of “hegemony” — namely, the idea that, in order to consolidate power, elites set the standards of judgment and cultural norms by which everyday life is evaluated; the consent of those under their control is seemingly voluntary because compliance appears to be common sense and beneficial way in which everyday existence should be organized

מי אני » זונטאג יולי 14, 2024 9:34 am

· #567997
דר. דוד פרענקל קלערט אז די מעשה פון אלדד ומידד איז געווען להורות אז זיי האבן נישט געוואלט זיין אזוי ווי די אנדערע שבעים זקנים/נביאים, וועלכע זענען נאר דארט צו שטארקן משה׳ס סוּפּרים כח והנהגה. און דערפאר איז יהושע געווען ברוגז אויף זיי. אבער די תורה שטארקט דאס דא.

***

דר. חיים קרייסל ברענגט ארויס פונעם פירוש אוות נפש על האבן עזרא, אז חטא מי מריבה איז געווען דאס אז משרע״ה ואהרן האבן נישט ארויסגעוואוזן קיין אינישעטיוו בהנהגה און האבן זיך מסתיר געווען בבהלה כשהתלוננו ישראל. ולשונו ״על כן הושוו שניהם במרי [נ"א בשגגה], והיה ענשם מדה כנגד מדה, רצה לומר, כי כאשר לא נהגו בזה הנהגה נאותית, נענשו שלא יהיו עוד מנהיגים.״ (משא״כ אליהו הנביא האט דאס יא ארויסגעוואוזן בהר הכרמל.)

אלפא » זונטאג יולי 14, 2024 10:36 am

· #568004
Re:
מי אני #
דר. חיים קרייסל ברענגט ארויס פונעם פירוש אוות נפש על האבן עזרא, אז חטא מי מריבה איז געווען דאס אז משרע״ה ואהרן האבן נישט ארויסגעוואוזן קיין אינישעטיוו בהנהגה און האבן זיך מסתיר געווען בבהלה כשהתלוננו ישראל. ולשונו ״על כן הושוו שניהם במרי [נ"א בשגגה], והיה ענשם מדה כנגד מדה, רצה לומר, כי כאשר לא נהגו בזה הנהגה נאותית, נענשו שלא יהיו עוד מנהיגים.״ (משא״כ אליהו הנביא האט דאס יא ארויסגעוואוזן בהר הכרמל.)

כ'האב הנאה פון דעם פשט.
ווען איך האב געלערנט די פסוקים כפשוטם איז עס זייער אומקלאר וואס די חילול השם איז געווען דארט (אזויווי די מפרשים מערקן אן), די מערסטע אנזעבארע זאך איז טאקע די וועג וויאזוי משה און אהרן באגייען זיך מיט די טענות פון כלל ישראל און בכלל די געדאנק אז זיי רעדן זיך אפ וכו'..

מי אני » דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:15 pm

· #568292
דער פאליטישער סייענטיסט דר. ענדרוּ בנימין האָל טענה׳ט אז בדרך כלל איז דער אלגעמיינער מענטש און וואָטער מער סענטריסט און מאדערעט בשיטותיו. עס איז נאר אז די פאליטישע קאנדידאטן זענען און ווערן מער עקסטרעם צו איין זייט. און דאס איז וויבאלד די פאליטישע פאזיציעס צאלן נישט גענוג, פאר די מענטשן וואס טויגן דערפאר, אויף די השקעה און כוחות וואס דאס קאסט אלס, סיי צו ווערן ערוועהלט און סיי דאס קריטיק וכו׳. ולכן זענען די וואס זענען יא גרייט דאס צו טוהן און לויפן, מער מכח עקסטרעמע שיטות און אידעאלאגיעס וואס זיי האבן.

מי אני » דינסטאג יולי 23, 2024 4:29 pm

· #568624
דר. דזשעימס דיימאנד שרייבט:
The final verse of the book of Judges attributes the societal chaos of the preceding chapters to the lack of a king, where absent any objective rule of law, “right” is determined by the individual. However, the narratives of the monarchy that follow in the book of Samuel are instead crafted to rule out kingship as a viable political guarantor of a stable polis

The narrative captures a continuity of consciousness between the pre-monarchic and monarchic regimes where, despite the introduction of a new political authority, no such authority is acknowledged, neither from the people below nor above from Saul, the very seat of authority itself. As such, Saul can be more appropriately characterized as Israel’s last judge rather than its first king: there is no ruler nor is there a rule of law by which the state or individuals can order their affairs. Saul is the failed experiment with kingship that inaugurates what is endemic to virtually the entire sequence of subsequent historical narratives regarding kings
דאס ליגט אויך אינעם טעזע פונעם בוך דורך דר. משה הלברטל און דר. סטיפען האָלמס לגבי ספר שמואל (און די דיוּטראַנאַמיסטיק היסטאריקער). ווי די סינאַפּסיס ברענגט ארויס:
Moshe Halbertal and Stephen Holmes show how the beautifully crafted narratives of Saul and David cut to the core of politics, exploring themes that resonate wherever political power is at stake. Through stories such as Saul’s madness, David’s murder of Uriah, the rape of Tamar, and the rebellion of Absalom, the book’s author deepens our understanding not only of the necessity of sovereign rule but also of its costs — to the people it is intended to protect and to those who wield it. What emerges from the meticulous analysis of these narratives includes such themes as the corrosive grip of power on those who hold and compete for power; the ways in which political violence unleashed by the sovereign on his own subjects is rooted in the paranoia of the isolated ruler and the deniability fostered by hierarchical action through proxies; and the intensity with which the tragic conflict between political loyalty and family loyalty explodes when the ruler’s bloodline is made into the guarantor of the all-important continuity of sovereign power
ועיין כאן.

‏דאס איז שטארק בולט אין די געוואלדיגע געים פון שטיהלן פאנטאזיע סעריע, און נאך מער אין איר פּריִקוועל הויז פונעם דרעגאן סעריע. (ווי אויך HBO'ס רוים סעריע.)

אגב, איז אינטרעסאנט וואס דער משך חכמה שרייבט בסוף פ' בלק אז א סיבה פארוואס שלמה המלך האט געבויט די ביהמ"ק און נישט דוד, איז ווייל ביי דוד וואלט מען געזאגט אז ער טוהט דאס כדי לחזק המלוכה אליו דאדורך. משא"כ ביי שלמה וואס די מלוכה איז שוין ממילא בירושה אליו.

מי אני » זונטאג יולי 28, 2024 12:43 am

· #568885
דער זרע שמשון שרייבט בפ׳ פנחס:📎 IMG_7830.jpeg דאס דערמאנט אביסל פונעם מו״נ בח״ג פנ״ד.

רמז לטראמפּ?…