☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?

197 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8978
בלאט: 1 2 3 4

מי אני » זונטאג נאוועמבער 10, 2019 6:22 pm

· #438077
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן

ב.ד.וו.
לדעתי איז נישט שייך קיין ריין עמפיריסיזם ווען יא איז א יעדער מאראש א טייך - עמפיריסיזם מיז אויך דארך גיין די פילטער פין קאמען סענס און ריזעניג
קימט אויס עט די ענד-אף-די-דעי איז פלען קאמן סענס קינג!

דאס רירט אביסל אן אין די סופעריאריטי פון ריזען טעזע: אז ראציאנאליזם (אין עפיסטעמאלאגיע און די שורש פון ווי אזוי מ׳ווייסט חכמה/״עפעס״ בכלל) שטייט העכער פון עמפיריסיזם.

אגב איז אינטרעסאנט אז לגבי ראציאנאליזם ווס. עמפיריסיזם בעצם, טענה׳ט לייבניץ (און ס׳איז משמע אז הום איז מסכים צו אים מיט דעם) אז דאס וויסן בברירות די געזעצן פון מאטעמאטיקס אין אלע פעלער, מוז זיין אז זיי האבן פרינציפן וואס זייער פרופס זענען מיוסד אויף ראציאנאליזם און נישט אויף די דרויסענדיגע סענסעס [עמפיריסיזם] (הגם אן די סענסעס וואלט מען קיינמאל נישט געטראכט דערפון).

‏וואס איך האב געזאגט איז אז לפי הדוגלים בעמפיריסיזם וועט מען לכאורה זיכער אננעמען די Law of Truly Large Numbers וכו׳ לעומת רוה״ק, ווייל דאס איז דאך לכאורה דאך מער וועריפייעבל פון עקספיריענס לשעבר. אפילו לגבי ריין ראציאנאליזם האלט איך וועט זיין אזוי וכנ״ל, נאר מיט עמפיריסיזם איז דאס לכאורה נאך מער מסתבר.

(וויטגענשטיין, אין זיין טראקטאטוס, (און אנדערע) האט פארמולירט א טעאריע איבער לאגיק [No-Content] וואס שטעלט און אינטעגרירט, אין א וועג, מאטעמאטיקס (וואס ראססעל און פרעגע האבן פרובירט צו רעדוצירן און מייסד זיין אויף לאגיק) אלס אן עמפירישע דיציפלין; א סארט וועריפיקעישעניזם בתוך לאגישע פאזיטיוויזם. ובזה, רודאלף קארנאפ און קארל פאפער האבן פארמולירט עמפירישע מהלכים וואס אנבאלאנגט ספעציעל צו פראבעביליטי. האנס רייכענבאך האט פארמולירט אן עמפירישע מהלך אין פראבעביליטי ספעציעל פאר אינפיניט טרייעלס.)

***

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער בארימטער מאטעמאטיקער פיער לאפלאס האט געהאט געזאגט, ״די וויכטיגסטע שאלות אין לעבן זענען, צום מערסטנס, עכט נאר פראבלעמען פון פראבעביליטי״.

(אקעי, ער׳ט זיך אויך (אפשר) געהאט אויסגעדרוקט צו נאפאליאן בנוגע ג-ט, ווען דער קייסער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט נישט דערמאנט ג-ט אין זיין בוך, ״עס האט מיר נישט אויסגעפעהלט די היפאטעזיע״. צו וואס דער מאטעמאטיקער יוסף לאגראנדזש האט געזאגט, ״עס איז א פיינע היפאטעזיע, עס פארענטפערט אסאך זאכן״.)

מי אני » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:07 pm

· #438612
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
עס איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן אז מ׳קען טענה׳ן אז סיי טאמאס האבבס און סיי דזשאן לאק, וואס ווערן גערעכענט פונ׳ם עמפיריסיסט חדר, קענען גערעכענט ווערן אז זיי האבן געהאלטן פון עפיסטעמאלאגישע איידיעליזם [אן איידיעליסטיק מהלך בנוגע די וויסנשאפט וואס מ׳האט; ול״ד לגבי די יקום], וואס לגבי דעם האבן זיי מער נוטה געווען צו אגנאסטאסיזם - אזא סארט מיטל-וועג אין דעם אנטאלאגישן חלק פון די דעבאטע. אויף דעם האט זיך דזשארדזש בערקלי געדינגן און געהאלטן אז די צוויי סארט איידיעליזמס זענען מקושר איינס און צווייטן].

מי אני » דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 8:06 am

· #439269
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
ווי אויך איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז קורט גאדעל האט געהאלטן אז זיין באקאנטע Incompleteness Theorem [איבער די לימיטס פון לאגיק אין א מאטעמאטישן סיסטעם] ווייזט אויך אויף דואליזם קעגן א ריין מאטעריאליסטישן מיינד. ווייל ער האט געהאלטן אז דאס ווייזט אויך אויף דעם אז עס זענען דא ראציאנאלע פארעמען פון מאטעמאטישע מחשבה וואס מענטשן קענען פארמולירן וואס וואלטן נישט געקענט נחשב ווערן מיט א מעכאניסטישע און פארמאלן סארט סיסטעם וואס א מאטעריאליסטישע מיינד אין אירע פראצעסן וואלטן ווען געווען.

*

אינ׳ם שמועס פון עמפיריסיזם און ראציאנאליזם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען לשונו של החובת הלבבות (שער היחוד פ״י), כי מה שדרכו שיושג בחושים הגשמיים, יימנע מהשכל להשיגו בבלעדיהם. כל שכן שיימנע מהחושים הגשמיים מה שדרכו שיושג בשכל בלבד עכ״ל ע״ש.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 7, 2019 11:31 pm

· #439663
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
דער חובת הלבבות אין זיין הקדמה זאגט אויך אז מאטעמאטיקס ארבעט דורך עמפירישע הוכחות [מופת] באזירט אויף אקסיאמען וואס זענען שטערקער פון די ראציאנאלע סארט הוכחות [ראיות] וואס אין חכמת השכלי (וממילא חכמת אלוקית) קען מען (אין אלגעמיין) נאר נוצן די סארט הוכחות ע״ש.

פארשטייט זיך די שאלה אין אונזער נידון איז צו די (עכ״פ כמו-)עמפירישע מאטעמאטישע הוכחה איז גענוג מאסגעבענד (און איז בכלל נכלל בתוך הוכחה מופתית), אדער נישט וממילא באנו לכלל חכמת השכלי והוכחת ראיה.

אפשר.

מי אני » מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 8:01 pm

· #440418
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין מו״נ (ח״א פע״ג, בביאורו על הקדמת השתים עשרה של ״המדברים״ מחכמי ישמעאל) איבער די קאנטראווערסיע/דעבאטע פון עמפיריסיזם [דורך די חושים] ווס. ראציאנאליזם [דורך ריזען/סברא], ע״ש.

מי אני » פרייטאג יאנואר 3, 2020 9:30 am

· #440918
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מי אני
דער חובת הלבבות אין זיין הקדמה זאגט אויך אז מאטעמאטיקס ארבעט דורך עמפירישע הוכחות [מופת] באזירט אויף אקסיאמען וואס זענען שטערקער פון די ראציאנאלע סארט הוכחות [ראיות] וואס אין חכמת השכלי (וממילא חכמת אלוקית) קען מען (אין אלגעמיין) נאר נוצן די סארט הוכחות ע״ש.

פארשטייט זיך די שאלה אין אונזער נידון איז צו די (עכ״פ כמו-)עמפירישע מאטעמאטישע הוכחה איז גענוג מאסגעבענד (און איז בכלל נכלל בתוך הוכחה מופתית), אדער נישט וממילא באנו לכלל חכמת השכלי והוכחת ראיה.

אפשר.

דער מו״נ (ח״ב סוף פכ״ב און פכ״ג) זאגט אויך אז אין די סארט חכמות [חכמת אלקית/מעטאפיזיקס] וואס מ׳קען נישט ברענגען קיינע מופתים/פרופס להוכיחן, דארט ארבעט עס אז מ׳מעסט די קוואליטעט פון פירכות אויף יעדע איינס פון די קעגנזייטיגע צדדים צו באשטומען וועלכע עס איז די ריכטיגע. ער זאגט ווייטער אז ביי דעם דארף מען גאר אכטונג געבן פון די איינגעגעסענע בייעסיס וואס מ׳קען פארמאגן צו איין צד ווי אזוי מ׳גייט שאצן די קוואליטעט פון א פירכא, וואס איז נישט שייך טאמער עס איז דא א מופת חותכת צו איין צד ע״ש.

מי אני » זונטאג יאנואר 19, 2020 6:50 am

· #441753
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
פונ׳ם הקדמה (אות ה) אין האמונות והדעות פון רבינו סעדיה גאון איז משמע אז ער נעמט אן א מער עמפיריסיסטישע מהלך. ער שטעלט אראפ דריי וועגן פון נותני הבירור: ידיעת הנראה [בחושים], מדע השכל, וידיעת ההכרח [די לעצטע צוויי זענען מער ראציאנאליסטיש געשטימט, מכח ווייל זיי גייען ארויף אויף וואס מ׳קען נישט דערגיין מיט די חושים אליין]. ער זאגט אז די וואס לייקענען אינ׳ם ערשטן סארט בירור [חוש] איז כ״ש אז זיי לייקענען אין די אנדערע צוויי וואס זענען בנויים עליו וכל המדעים בנויים על מה שהשגנו בחושינו. ער זאגט ווייטער אז מ׳דארף פשוט וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם ידיעת החוש, זיך נישט טועה זיין בדמיון וכו׳, ע״ש (ובשביל האמונה שם, ועיין ג״כ להלן בפתיחה למאמר ב).

הקטן » זונטאג יאנואר 19, 2020 10:58 am

· #441763
מי אני
ער זאגט ווייטער אז מ׳דארף פשוט וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם ידיעת החוש, זיך נישט טועה זיין בדמיון וכו׳, ע״ש (ובשביל האמונה שם, ועיין ג״כ להלן בפתיחה למאמר ב).

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי

מי אני » מיטוואך פעברואר 5, 2020 3:26 pm

· #442552
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/442331">viewtopic.php?p=442331#p442331</a><!-- l -->

מי אני » מוצ"ש פעברואר 22, 2020 9:18 pm

· #443255
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי

אפשר פרובירט ער דאס צו באווארענען מיט׳ן שרייבן שפעטער דארט (עפ״י תרגום אבן תיבון), ״וזה אחרי שמירת המוחש והמושכל ברגילות אשר זכרנו״, ע״כ ע״ש. און הרב דר. אלכסנדר אלטמאן טייטשט דאס (פון אראביש):
The first and primary condition, however, is that we should carefully apply our “experience” [emphasis mine] to our interpretation of sense perceptions and of the dictates of Reason as required

הקטן » זונטאג פעברואר 23, 2020 11:56 am

· #443283
מי אני
הקטן

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי

אפשר פרובירט ער דאס צו באווארענען מיט׳ן שרייבן שפעטער דארט (עפ״י תרגום אבן תיבון), ״וזה אחרי שמירת המוחש והמושכל ברגילות אשר זכרנו״, ע״כ ע״ש. און הרב דר. אלכסנדר אלטמאן טייטשט דאס (פון אראביש):
The first and primary condition, however, is that we should carefully apply our “experience” [emphasis mine] to our interpretation of sense perceptions and of the dictates of Reason as required

און ווער זאגט דיר אז דו האסט "קערפאלי עפלייד דיין עקספעריענס" אויב נישט די אנדערע צוויי?
אינפענעט ריגרעשען?...

ב.ד.וו איך וואלט מציע געווען פאר וועם דער אשכול רעדט The_Signal_and_The_Noise____Nate_Silver

מי אני » דינסטאג פעברואר 25, 2020 6:16 pm

· #443391
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
דאס קען אויך אפשר נוגע זיין צו די דאקטרין פון עמפיריסיזם. כוזרי (מאמר א ה):
‏
אַךְ כַּאֲשֶׁר תִּתְאַמֵּת הָרְאָיָה וְהַנִּסָּיוֹן, עַד שֶׁיַּאֲמִין בּוֹ כָל הַלֵּב וְלֹא יִמְצָא דֶרֶךְ אַחֶרֶת לְהַאֲמִין בְּזוּלַת מַה שֶּׁנִּתְבָּרֵר אֶצְלוֹ, יִתְחַכֵּם לַהַקָּשָׁה וִינַהֲלָה לְאַט עַד שֶׁיְּקָרֵב הָרִחוּק הַהוּא, כַּאֲשֶׁר יַעֲשׂוּ הַטִּבְעִיִּים בַּכֹּחוֹת הַמֻּפְלָאִים אֲשֶׁר הֵם רוֹאִים, שֶׁאִם יְסֻפַּר לָהֶם עֲלִיהֶם מִבְּלִי רְאוֹתָם, מַכְחִישִׁים אוֹתָם, וְכַאֲשֶׁר רוֹאִים אוֹתָם, מִתְחַכְּמִים וְשָׂמִים לָהֶם סִבּוֹת מִן הַכּוֹכָבִים וְהָרוּחֲנִיּוֹת וְלֹא יִדְחוּ הָרְאוּת.


***
מי אני
פארוואס?

מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל.

אגב, אויף דעם איז סתם אזוי אינטרעסאנט צו ציטירן דר. עריל דעיוויס אויף גימטריאות (אינ׳ם דזשורנאל וויטוס טעסטאמענטום, לגבי די ענין פון מספר בני ישראל אין מדבר):
“Practically any number can be conjured up, provided one chooses the correct phrase.”

בנוגע די פראבעביליטי פון א גימטריא איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז אויב מ׳דיווייד ביים ים של שלמה (מלכים א ז כג) די כתיב, דהיינו ״קוה״ [111], ביים קרי ״קו״ [106], און מ׳מאלטיפלייט דאס ביי 3 [די וועליו פון π וואס עס קומט אויס פון די פסוק, כידוע בעירובין יד.] קומט דאס אויס צו 3.1419, וואס איז ריכטיג צו פיר דעסימעל פלעצער. יעצט, דר. עליאט פּיינס טוהט דא דורך די שאנסן (עפ״י אינפארמעישאן טעאריע) אז עס זאל ״פונקט״ געלונגען (צווישן אנדערע הערות).

מי אני » זונטאג מערץ 1, 2020 8:27 pm

· #443527
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
הקטן
מי אני
הקטן

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי

אפשר פרובירט ער דאס צו באווארענען מיט׳ן שרייבן שפעטער דארט (עפ״י תרגום אבן תיבון), ״וזה אחרי שמירת המוחש והמושכל ברגילות אשר זכרנו״, ע״כ ע״ש. און הרב דר. אלכסנדר אלטמאן טייטשט דאס (פון אראביש):
The first and primary condition, however, is that we should carefully apply our “experience” [emphasis mine] to our interpretation of sense perceptions and of the dictates of Reason as required

און ווער זאגט דיר אז דו האסט "קערפאלי עפלייד דיין עקספעריענס" אויב נישט די אנדערע צוויי?
אינפענעט ריגרעשען?...

עס קען זיין אז דער רס״ג נעמט אן (להבדיל) ענליך צו אפיקורוס׳נס מהלך. דהיינו, אפיקורוס איז געווען א שטארקע עמפיריסיסט און האט אוועקגעמאכט אפלטון׳ס מהלך אז ריזען, אן די חושים, איז א מקור פאר׳ן וויסן. ער האט געהאלטן (דערפאר?) אז די חושים טוהן קיינמאל נישט אויספאפּען די מענטש, נאר מען דארף דאס קענען ריכטיג אויסטייטשן. לכאורה, כדי זיך צו ראטעווען פון די טענה אז אויב אזוי קומט דאך אויס אז דאס [דאס ״אפטייטשן״ די אינפּוט פון די חושים] דארף דאך שוין צוקומען צו ריזען? איז, לכאורה, האלט מען אז דאס ״אפטייטשן״ איז נאך יא בגדר השגת החוש (ולכאורה כ״ש/בפרט ווען די ״אפטייטש״ איז מיוסד אויף די פריערדיגע עקספיריענסעס פון טאקע אט די חושים). דאס איז כעין דאס אז מ׳האט געמיינט מ׳זעהט מיט׳ן חוש הראיה פון דערווייט א מענטש און ס׳שטעלט זיך ארויס אלס א שטאנג; עס איז נאך אלס אונטער׳ן גדר פון השגת החוש/עמפיריש בלא השכל/ראציאנאליש.

(פארשטייט זיך אז עס איז משמע אז דער רס״ג האט געגעבן מער חשיבות ווי אפיקורוס פאר ראציאנאל. עס זעהט נאר אויס מדבריו אז ער גיבט מער חשיבות פאר׳ן עמפיריסיסט מהלך.)

***

אגב, אז מ׳האט געהאט דערמאנט אקאם׳ס רעיזאר אין די שמועס פון פראבעביליטי, איז אינטרעסאנט צו באמערקן (אין א מעטא סארט פון וועג) אז ס׳איז דא (בתוך קאמפיוטער סייענס) סאלאמאנאף׳ס טעאריע פון יוניווערסאל אינדאקטיוו אינפערעס וואס איז א (שטיקל) מאטעמאטישע פּרוף עפ״י/בתוך פראבעביליטי צו אקאם׳ס רעיזאר. (הגם די מאטעמאטישע חלק דערין נעמט אן אז עס איז דא עפעס מעגליכקייטן דערין וואס מ׳קען בעצם קאמפּיוטן. דאס גייט נישט אזוי ווייט אנגיין ביי אונזער שמועס, וואו איינע פון די מהלכים איז רוה״ק כמובן.)

מי אני » זונטאג מערץ 15, 2020 7:36 am

· #443834
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
אין דעם שמועס קען זיין אינטרעסאנט צוצוצייכענען דאס וואס דער אור ה׳ (מאמר ב כלל ד פ״ב) זאגט לגבי נבואה (וואס אין דעם ווערט אויך נכלל רוה״ק ועיין במו״נ ח״ב פמ״ה). ער זאגט אז כדי צו בוחן זיין צו איינער איז א נביא אמת און זעהן צו די אות/מופת וואס ער זאגט פאָר פאסירט טאקע (וואס לפי שיטתו קען מען דאס אויך בוחן זיין אפילו ביי שלעכטע יעודים טאמער איז דאס אינ׳ם קאנטעקסט אויף טאקע אויפצוּווייזן משמים אמיתתו, דלא כהרמב״ם והרלב״ג) קען פאדערן מער ווי איינמאל, טאמער איז דא אויפ׳ן אות א חשד ע״ש. ולענינינו קען מען אפשר אויך זאגן אז אויף א חשד פון כולו בחק הטבע און ״פונקט״ עפ״י פראבעביליטי וככל הנ״ל איז כדי אויפצוּווייזן אמיתת רוה״ק שלו (בזה, און פארשטייט זיך ווען מ׳ווייסט פאר א פאקט אז ס׳איז נישטא קיין ״פאַוּל פּלעי״) וועט אפשר אויספעהלן מער ווי איינמאל. (איך פארשטיי אז אפילו דעמאלטס קען אויך אריינקומען די געזעץ פון טרוּלי לארדזש נומערן, אבער לכאורה וועט דאס עס מער צוברענגן צו אקאם׳ס רעיזאר.)

***

אין דעם שמועס איז אויך אינטרעסאנט אנצומערקן וואס אריסטו האט געזאגט (מעטאפיזיקס 9 פ״ד) אז אויב נעמט מען אן אז עפעס איז אין די רעלם פון ״מעגליך״ [אפשרי] אבער מען זאגט אז דאס גייט נישט קיינמאל פאסירן און ווערן ״אקטועל״ [בפועל], אפילו אין אינפיניט צייט, איז מן הנמנע. דער אור ה׳ ברענגט דאס אראפ אין מאמר ד דרוש א ע״ש.

מי אני » דאנערשטאג אפריל 30, 2020 9:16 pm

· #447279
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מענין לענין אבער דאך באותו ענין, אז מ׳האט גערעדט פון דעם צו א פראבעביליטי פון 0 מיינט ממש אוממעגליך, און דעם געדאנק פון א קאָנטיניוּאָם און אינפיניטי דערין (ווס. דיסקריט), איז אינטרעסאנט אביסל אנצומערקן און בארירן איבער דעם פראבעביליטי דענסיטי פאָנקשׁען. דאס נוצט מען אין א פאל וואו עס קענען בעצם זיין אן אינפיניט צאל פון פראבעביליטיס/מעגליכקייטן אינ׳ם דבר הנידון [אבסאלוטלי קאָנטיניוּאָס] (צווישן 0 און 1 [דעסימעלס וכו׳]). אין אזא פאל נוצט מען אן אינטעגראל צו רעכענען די פראבעביליטי פון א רעינדזש דערין וואס דאס איז, און עס קומט אויס אז הגם אויב נעמט מען דאס עד הסוף [די לימיט] וועט יעדע אינדיווידואלע וועליו זיין (א מאטעמאטישן) 0, מוז מען דאך אבער זאגן אז בעצם איז דאס יא מעגליך.

מי אני » מוצ"ש מאי 30, 2020 11:40 pm

· #449884
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
אין דעם גאנצן שמועס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום סומאטוכע וואס דער פסיכאלאג דר. דעריל בּעם׳ס ערענסטע שטודיע איבער דאס יכולת פון ״שפירן דעם צוקונפט״ [פּרימאנישאן/פּריקאגנישאן] האט אנגעזייעט. זיין שטודיע האט געצייגט אז דאס צוקונפט האט א השפעה אויפ׳ן עבר צוריקצווועגס פאר עס האט אין פאקט פאסירט. למשל, אז דאס וואס מ׳גייט חזר׳ן האט (געהאט) א (סטאטיסטישע סיגניפיקענט) השפעה אויף דאס צו געדענקען פאר׳ן דאס חזר׳ן. דאס, און ענליכע סארטן עקספערימענטן וואס ער האט געטוהן אין די נושא פאר די שטודיע, זענען ענליך צו דעם געדאנק פון ״רוה״ק״ און אז מ׳קען ״שפירן״ דאס צוקונפט, עכ״פ אז עס זאל האבן עפעס א השפעה אויף די הוה (הגם ער האט דאס פרובירט אויפצוווייזן אויף יעדן מענטש, ול״ד אויף געוויסע מענטשן אז זיי זענען שטערקער אין דעם; א סארט ״מזליה חזי״).

עס האט זיך אפגעטוהן אויף טישן-און-אויף-בענק אין די סייענטיפישע/אקאדעמישע געמיינדע איבער די מעטאדאלאגיע פונעם שטודיע, און איבער די מעטאדאלאגיע פון (פסיכאלאגישע) שטודיעס און ווי אזוי זיי גייען צו בכלל. ווי אויך איז געווען א קאנטראווערסיע צו מען באקומט געהעריג די זעלבע רעזולטאטן ווען מען מאכט נאך זיינע סארטן עקספערימענטן (וואס איז גראדע סתם אזוי א פראבלעם היינט-צו-טאגס אין סייענס).

מי אני » דינסטאג יולי 28, 2020 12:04 pm

· #455315
סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מי אני
אפיקורוס איז געווען א שטארקע עמפיריסיסט און האט אוועקגעמאכט אפלטון׳ס מהלך אז ריזען, אן די חושים, איז א מקור פאר׳ן וויסן. ער האט געהאלטן (דערפאר?) אז די חושים טוהן קיינמאל נישט אויספאפּען די מענטש, נאר מען דארף דאס קענען ריכטיג אויסטייטשן. לכאורה, כדי זיך צו ראטעווען פון די טענה אז אויב אזוי קומט דאך אויס אז דאס [דאס ״אפטייטשן״ די אינפּוט פון די חושים] דארף דאך שוין צוקומען צו ריזען? איז, לכאורה, האלט מען אז דאס ״אפטייטשן״ איז נאך יא בגדר השגת החוש (ולכאורה כ״ש/בפרט ווען די ״אפטייטש״ איז מיוסד אויף די פריערדיגע עקספיריענסעס פון טאקע אט די חושים). דאס איז כעין דאס אז מ׳האט געמיינט מ׳זעהט מיט׳ן חוש הראיה פון דערווייט א מענטש און ס׳שטעלט זיך ארויס אלס א שטאנג; עס איז נאך אלס אונטער׳ן גדר פון השגת החוש/עמפיריש בלא השכל/ראציאנאליש.
עס איז משמע פון סעקסטוס עמפּיריקוס אז ער האט אפגעלערענט אפיקורוס אז באותו עת וואס די חושים גיבן דיר איבער ווי אזוי עס זעהט אויס, למשל אז א גרויסע זאך זעהט דיר אויס קליין פון דער ווייט, איז דאס טאקע דער אמת כלפי דיר. ״אפטייטשן״ איז אבער שוין יא גענצליך אפגעטיילט פון השגת החושים. טאמער דו טייטשט עס שוין אפ אויף צו מיינען אז די זאך וואס דו זעהסט איז באמת פאר זיך קליין איז עס שוין א טעות אין דיין אפטייטש אבער נעמט גארנישט אוועק פונעם אמת פון השגת החוש.
‏
מי אני

אגב, אז מ׳האט געהאט דערמאנט אקאם׳ס רעיזאר אין די שמועס פון פראבעביליטי, איז אינטרעסאנט צו באמערקן (אין א מעטא סארט פון וועג) אז ס׳איז דא (בתוך קאמפיוטער סייענס) סאלאמאנאף׳ס טעאריע פון יוניווערסאל אינדאקטיוו אינפערעס וואס איז א (שטיקל) מאטעמאטישע פּרוף עפ״י/בתוך פראבעביליטי צו אקאם׳ס רעיזאר.

ועיין מכאן ולהלן.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 12:04 pm

· #461812
אז מ׳האט דערמאנט אקאם׳ס רעיזאר, וענין ראציאנאליזם ועמפּיריסיזם און דאס וואס דער רס״ג האט צוגעלייגט לזה הגדה הנאמנת, זהו לשונו של אקאם בזה:
📎 2930B2BB-E8B0-4E55-B9C5-3F0A85400EFE.jpeg

גרעפיקסער » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 2:55 pm

· #461832
מי אני
מ׳קען אפשר אריינלערנען אין די לחם משנה (הלכות תשובה ח ז) אז ער מאכט א חילוק אליבא דהרמב״ם לימות המשיח צווישן די צוויי סארטן אומעגליכקייטן; פיזיש אדער פראבעביליסטיש. דהיינו, ער וויל אויפטוהן אז דער רמב״ם האלט נישט אינגאנצן ווי שמואל לגבי ימות המשיח. נאר ער האלט אז זאכן וואס זענען כנגד המציאות, ווי למשל וגר זאב עם כבש, וועלען נישט זיין (וממילא הוי רק משל), משא״כ זאכן וואס זענען בעצם במציאות, כגון אז עס וועט נישט זיין קיין עניות, דאס וועט יא זיין לעתיד ע״ש.

מען קען אפשר זאגן (איך פארשטיי אז אפשר להשיב) אז דאס איז דער אויבן-דערמאנטע חילוק. דהיינו, דאס אז די טבע הטורף זאל פארשוואונדן ווערן פונ׳ם חיה הטורף איז א פיזישע אומעגליכקייט, משא״כ דאס אז אין די גאנצע וועלט זאלן נישט זיין קיין עניות איז מער א פראבעביליסטישע.

לפענ״ד א חי׳ וועט נאר טורף זיין ווען ער איז הינגעריג, אין אנדערע צייטן קען ער אפילו רחמנות האבן אויף דעם זעלבן באשעפעניש, נאר די סקונדע ער איז הינגעריג זעט ער מער נישט אין דעם א נפש חי׳, ער זעיט עס אלץ זיין ׳עסן׳.
דאס אז די געוויקסן וועלן זיין פיהל רייכער אין נוטרישנ׳ס איז לכאורה נישט נגד הטבע, במילא קען זיין אז די תבואה וועט זיין גענוג זעטיג אפילו פאר א חי׳ טורפת... דעריבער קען וגר זאב עם כבש זיין פשוט׳ע טבע.

מי אני » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 3:03 pm

· #461833
דאס קען מען מער זאגן בנוגע אַמניוואָרס, וואס עסן סיי געוואוקסן און סיי פלייש. אבער בנוגע קאַרניוואָרס, וואס זענען טורף און עסן נאר פלייש, איז דאס שוין שווערער. א זאב איז א קאַרניוואָר און אזוי אויך אן אריה.

ואגב, רירסטו שוין צו אויף צו פארענטפערן וואס איך האב דא געוואלט אפשר פּאזיטירן (ביים סוף).

קנדה » זונטאג נאוועמבער 1, 2020 11:22 pm

· #461858
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
מי אני
דאס קען מען מער זאגן בנוגע אַמניוואָרס, וואס עסן סיי געוואוקסן און סיי פלייש. אבער בנוגע קאַרניוואָרס, וואס זענען טורף און עסן נאר פלייש, איז דאס שוין שווערער. א זאב איז א קאַרניוואָר און אזוי אויך אן אריה.

ואגב, רירסטו שוין צו אויף צו פארענטפערן וואס איך האב דא געוואלט אפשר פּאזיטירן (ביים סוף).
איך בין שוין צומישט קודם וועלכע ראשונים גלייבן נישט אין השגחה פרטית
אויכעט וויאזוי העלפט תפילה אויב עס איז נישט דא השגחה פרטית

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 6, 2020 2:27 pm

· #462175
הקטן
מי אני
הקטן

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי

אפשר פרובירט ער דאס צו באווארענען מיט׳ן שרייבן שפעטער דארט (עפ״י תרגום אבן תיבון), ״וזה אחרי שמירת המוחש והמושכל ברגילות אשר זכרנו״, ע״כ ע״ש. און הרב דר. אלכסנדר אלטמאן טייטשט דאס (פון אראביש):
The first and primary condition, however, is that we should carefully apply our “experience” [emphasis mine] to our interpretation of sense perceptions and of the dictates of Reason as required

און ווער זאגט דיר אז דו האסט "קערפאלי עפלייד דיין עקספעריענס" אויב נישט די אנדערע צוויי?
אינפענעט ריגרעשען?...

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די מיִמאַמסאַ חדר פון אינדיע האבן גענוצט די טענה פון אן אינפיניט ריגרעס אלס א ראיה צו זייער עמפירישע מהלך. דהיינו, אז וויבאלד יעדע ״פּראַמאַנאַ״ [א שורש/כלי ווי אזוי מ׳״ווייסט״] פאדערט איינס פריער עס צו מחזק זיין וכן הלאה, שטעלט מען זיך שוין אפ ביי די עמפּירישע פּראַמאַנאַס און זאגן אז זיי זענען די עיקר. דער בודהיסט פילאזאף נאַגאַרדזשוּנאַ האט גענוצט אן ענליכן טענה לחזק אז ״וויסן״ בכלל איז זעלבסט-סערטיפייאינג.

קנדה » מוצ"ש נאוועמבער 7, 2020 8:46 pm

· #462187
Re: סטאטיסטיש גערעדט, איז עס בכלל מעגליך?
קנדה
מי אני
דאס קען מען מער זאגן בנוגע אַמניוואָרס, וואס עסן סיי געוואוקסן און סיי פלייש. אבער בנוגע קאַרניוואָרס, וואס זענען טורף און עסן נאר פלייש, איז דאס שוין שווערער. א זאב איז א קאַרניוואָר און אזוי אויך אן אריה.

ואגב, רירסטו שוין צו אויף צו פארענטפערן וואס איך האב דא געוואלט אפשר פּאזיטירן (ביים סוף).
איך בין שוין צומישט קודם וועלכע ראשונים גלייבן נישט אין השגחה פרטית
אויכעט וויאזוי העלפט תפילה אויב עס איז נישט דא השגחה פרטית

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
לערן איך היינט א תשובות הרמב''ם וואס איז מיר געווען א חידוש און עס קומט ארויס אז ער האלט נישט השגחה פרטיות עכ''פ זיכער מער rational
וז''ל Teshuvot HaRambam 158:3
תשובה על מה שאמרת אתה כי כל מעשה בני האדם אינה בגזרה מלפני הבורא יתעלה הוא האמת שאין בה דופי ולפיכך נותנין לו שכר אם הלך בדרך הטובה ונפרעין ממנו אם הלך בדרך רעה וכל מעשה בני האדם בכלל יראת שמים הם וסוף כל דבר ודבר ממעשה בני האדם מביא לידי מצוה או לידי עבירה וזהו מה שאמרו רבותינו ז"ל הכל בידי שמים במנהגו של עולם וטבעו כגון מיני אילנות וחיות ונפשות ומזלות וגלגלים ומלאכים הכל בידי שמים וכבר הרחבנו בפי' משנת מסכת אבות מענין זה והבאנו ראיות וכן בתחלת החבור הגדול אשר חברנו מכל המצות וכל המניח דברים שביארנו שהם בנויים על יסודי עולם והולך ומחפש בהגדה מן ההגדות או במדרש מן המדרשים או בדברי אחד מן הגאונים זכרם לברכה עד שימצא מלה אחת ישיב בה על דברינו שהם דברי דעת ותבונה אינו אלא מאבד עצמו לדעת ודי לו מה שעשה לנפשו וזהו שאמר לך רבך בתו של פלוני לפלוני וממון של פלוני לפלוני אם גזרה שוה בכל היא זאת והדברים כפשוטם למה נאמר בתורה פן ימות במלחמה ואיש אחר יקחנה ואיש אחר יחללנו וכי יש בעולם בעל דעה יסתפק לו דבר זה אחר מה שכתוב בתורה אלא כך ראוי למי שהוא מבין ולבו נבון להבין דרך האמת שישים ענין זה המפורש בתורה עקר ויסוד שלא יהרוס בנין ויתד התקועה אשר לא תמוט וכשימצא פסוק מדברי הנביאים או דבר מדברי רבותינו ז"ל חולק על עקר זה וסותר ענין זה ידרוש ויבקש בעין לבו עד שיבין דברי הנביא או החכם אם יצאו דבריהם מכוונים בענין המפורש בתורה הרי מה טוב ואם לאו יאמר דברי הנביא הזה או דברי חכם זה איני יודע אותם דברים שבגו הם ואינם על פשוטיהם וזה שאמר החכם בתו של פלוני לפלוני דרך שכר או דרך פורענות הוא זה שאם זה האיש או זאת האשה עשו מצוה שראוי ליתן שכרם בהן זיווג יפה ומשובח הקדוש ברוך הוא מזווגן זה לזה וכן אם ראוי ליפרע מהם בזווג שיהיה בו קטטה ומלחמה תמיד מזווגן וזה כענין שאמרו רבותינו ז''ל אפילו ממזר אחד בסוף העולם וממזרת אחת בסוף העולם הקדוש ברוך הוא מביאן ומזווגן זה לזה ואין הדבר הזה שוה לכל אלא לאלו שנתחייבו או שזכו כמו שישר בעיני השם יתעלה וכל אלו הדברים הם בנוים על מה שפירשנו בפירוש מסכת אבות כמו שהבנת וחכם גדול אתה ולב מבין יש לך שהבנת הדברים וידעת דרך הישרה: וכתב משה ב"ר מימון זצ"ל



Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

מי אני » מוצ"ש נאוועמבער 14, 2020 9:12 pm

· #462565
רעדענדיג פון דעם אז דער רס״ג האט צוגעלייגט א פערטע דרך פון נותן הבירור וואס דאס איז הגדה הנאמנת, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז אין די עפיסטעמילאגיע פון, להבדיל, די נִיַאיַא חדר אין אינדיאנע פילאזאפיע זענען דא פיר שרשים/מקורות פון ״וויסן״ [פּראַמאַנאַס]: בחוש, מקיש זיין איין זאך צום צווייטן/דן זיין פון איין פאל אויף אלע אזעלכע פעלער, מבין דבר מתוך דבר, און הגדה הנאמנת.

מי אני » מאנטאג יאנואר 4, 2021 10:34 pm

· #465141
מי אני
אגב, אז מ׳האט געהאט דערמאנט אקאם׳ס רעיזאר אין די שמועס פון פראבעביליטי, איז אינטרעסאנט צו באמערקן (אין א מעטא סארט פון וועג) אז ס׳איז דא (בתוך קאמפיוטער סייענס) סאלאמאנאף׳ס טעאריע פון יוניווערסאל אינדאקטיוו אינפערעס וואס איז א (שטיקל) מאטעמאטישע פּרוף עפ״י/בתוך פראבעביליטי צו אקאם׳ס רעיזאר.
לגבי מאטעמאטיקס בתוך אקאם׳ס רעיזאר איז אויך דא דעם אקאיקעי אינפארמאציע קרייטעריאן טעארעם פונעם יאפאנעזער סטאטיסטיקער דר. היראטוגו אקאיקעי. דאס לויטעט אז צווישן סטאטיסטישע מאדעלן אויף א געוויסע אבזערוואציע וכו׳, וועלן דע מאדעלן וואס האבן מער פּאראמעטערן [נומערן וואס באציהען זיך צו די אבזערוואציע] דאך האבן א קלענערע פּרעדיקטיוו פּאַוּער ווי די וואס האבן ווייניגערע פּאראמעטערן. דאס גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז ווי מער פשטות׳דיג אן ערקלערונג וכו׳ אויף אן אבזערוואציע איז, אלס מער יתכן איז עס.

למשל, לא׳מיר זאגן אז דו זעהסט צוויי פעלדער. דו מעסט אין איין פעלד 100 זאנגען און זיי זענען הויך ביי עוורידזש 10 טפחים און אינעם אנדערן מעסטו אויך 100 און זיי זענען 8 טפחים. ס׳איז שוין מער צום סוף פון די סעזאן אין וואס עס וואקסט וממילא נעמסטו אן אז ס׳וועט קיין סאך מער נישט וואקסן. דו גייסט צוריק קומען מארגן און מעסטן נאך אמאל 100 זאנגען פון איעדעס פעלד. קען מען דא מאכן צוויי פּרעדיקשאנס:

1). פונעם ערשטן פעלד וועט די עוורידזש זיין 10 טפחים און פונעם צווייטן 8 [די זעלבע ווי פריער; 2 פּאראמעטערן/נומערן].

2). די עוורידזש פון איעדעס איינס וועט זיין 9 [די עוורידזש פון ביידע עוורידזשעס צוזאמען; 1 פּאראמעטער/נומער].

זאגט אבער די טעארעם אז הגם די ערשטע פיט מער די דאטא מעיקרא [ס׳איז דאך די זעלבע] איז אבער איר פּרעדיקטיוו פּאַוּער אויפ׳ן עתיד שוואכער ווי די צווייטע, וויבאלד עס האט ווייניגער פּאראמעטערן [1 לעומת דעם ערשטן׳ס 2]. די טעארעם גיבט א פונקטליכע נומער צו דעם עפ״י די מאטעמאטישע/סטאטיסטישע פארמולע דערפון.

מי אני » דינסטאג יאנואר 19, 2021 8:34 pm

· #465799
ומענין לענין באותו ענין פון סטאטיסטישע מאדעלן וואס שטעלן זיך ארויס להיפך פון וואס מען האט מעיקרא געקלערט, איז דא אין סטאטיסטיקס סימפּסאן׳ס פּאראדאקס. דאס איז ווען צומאל ווייזן גרופעס פון דאטא, יעדעס איינס פאר זיך, א (למשל) פאזיטיווע קארעלעישאן [ווי מער פון איין וועריעבּל אלס מער פון די אנדערע וועריעבּל], אבער ווען מ׳שטעלט אלע גרופעס צוזאמען זעהט מען א פונקט פארקערטע (למשל) נעגאטיווע קארעלעישאן [ווי מער פון איין וועריעבּל אלס ווייניגער פון די אנדערע וועריעבּל]. {פארשטייט זיך אז אלע גרופעס זענען דן אויף די זעלבע זאך; די זעלבע צוויי וועריעבּלס.}

דא איז א משל דערפון. אינעם ערשטן בילד זעהט מען אז יעדע פון די גרופעס פאר זיך [געמאכט יעדעס איינס אן אנדערע קאליר] האט א פאזיטיווע קארעלעישאן. אבער ווען מ׳שטעלט אלע גרופעס צוזאמען איז על הכלל כולו האט עס א נעגאטיווע קארעלעישאן. דאס איז וואס דאס צווייטע בילד צייגט קלאר [ווי אלע זענען שווארץ]. 📎 2A4B6DF7-C51F-4A81-92FB-247C700B9577.jpeg
📎 0933ABA3-AB09-406E-969D-06EDEFDC6A83.jpeg

***

אינעם שמועס פון ראציאנאליזם און עמפּיריסיזם האט קאנט געוואלט מאכן א פשרה דערין מיט זיין טראנסאדענטעל מעטאד (ועיין מכאן ולהלן). 📎 A286ECF4-3A0D-4FB5-A3A2-EDDB57D7C4BE.jpeg

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 8:55 pm

· #467220
דער רמב״ם אין זיין איגרת לחכמי מארשילייא צוטיילט אויך עפיסטעמאלאגיע אין דריי:

1). דבר שתהיה עליו ראיה ברורה מדעתו של אדם כגון חכמת החשבון, וגימטריאות, ותקופות - והיינו ראציאנאליש.

2). דבר שישיגנו האדם באחד מהחמש הרגשות - והיינו עמפּיריש.

3). דבר שיקבל אותו האדם מן הנביאים ע"ה ומן הצדיקים - דער רס״ג׳ס פערטע וועג.

***
הקטן
מי אני
ער זאגט ווייטער אז מ׳דארף פשוט וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם ידיעת החוש, זיך נישט טועה זיין בדמיון וכו׳, ע״ש (ובשביל האמונה שם, ועיין ג״כ להלן בפתיחה למאמר ב).

און וואס ניצט מען צי וויסען אויב מען איז זיך נישט טועה? אויב נישט די אנדערע צוויי
דער פילאזאף דר. ווילארד וואן קוויין, און זיין באקאנטע מאמר ״צוויי דאָגמאס פון עמפּיריסיזם״, פרעגט ענליך בנוגע זיין קריטיק קעגן לאגישע פּאזיטיוויזם (ואולי גם עמפּיריסיזם) וואס האלט אז נאר דאס וואס מ׳קען וועריפייען האט בכלל א באדייט, אבער זיין קשיא איז גענויגט קעגן דעם ווי אזוי זיי וועלן זיך אן עצה געבן מיט אנאליטישע סטעיטמענטס וואס זענען אמת מכח זייער מיינונג גרידא [כגון ״אלע בחורים זענען אומפארהייראט״]. דאס איז (בקיצור נמרץ מאד) ווייל אדער דארף די זאץ/פּראפּאזישאן צוקומען צו סינאָנימי, והיינו אויפטוישן דערין איין ווארט פאר אן אנדערע וואס איז אסאך נענטער צו א ווארט וואס ליגט שוין אינעם זאץ און דאדורך ווערט עס לאגיש אמת, והיינו אמת אין יעדעס פאל, אזש אז עס דארף נישט קיין עמפירישע וועריפיקעישאן. אבער דאס אליין דארף צוקומען צו הנחה קדומה און אנאליטיק.

ער שטעלט זיך אויך קעגן דאס געדאנק פון רעדאָקשיניזם בתוכו, וואס לויטעט אז זאכן באקומען ענדגילטיג זייער הסבר פון די פשוט׳ע באשטיינדלען וואס שטעלן זיי צאם, און אזוי ווערן אין די קאנטעקסט די סארט אנאליטישע סטעיטמענטס אראפגעבראכן צו זיין לאגיש אמת אן דארפן צוקומען דוקא צו סינאָנימי. אבער דאס אליין איז טעאריע-געלאדענט, ווייל יעדעס זאץ און ווארט איז דעפינירט ביחס צו אן אנדערע און קען למעשה ווערן אויפגעגעבן. דרס צו ראטעווען וואלט מען געדארפט צוקומען צו א יסודות׳דיגע ״סענס-דעטום שפראך״ וואס דאס איז די [אנאליטישע] יסוד פאר אלעס וואס קומט דערנאך. ער טענה׳ט אז ווי עס שיינט איז דאס מן הנמנע.

מי אני » מיטוואך אפריל 7, 2021 5:36 pm

· #469403
רעדענדיג פון ראציאנאליזם ווס. עמפּיריסיזם איז אינטרעסאנט צו דערמאנען מאליִנוּ׳זס פראבלעם. וויליאם מאליִנוּ׳ס ווייב איז ל״ע געווען בלינד. ער האט געפרעגט פון דזשאן לאַק אויב איינער וואס איז ל״ע געווען בלינד פון געבורט, און אלס געפיהלט ווי אזוי א קיוּבּ און ספעיר [בּאָלי] פיהלן, וועט זיי גראד קענען דערקענען מיט׳ן זעהן אליין אויב ווערט יענער אויסגעהיילט פונעם בלינדקייט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עמפּיריסיסטן (ובתוכם לאַק) האבן געהאלטן אז ניין און די ראציאנאליסטן אז יא. די עקספּערימענטאלע רעזולטאטן היינט-צו-טאג זענען אינקאנקלוסיוו.

***

דאס איז אביסל רעמיניסענט פונעם באקאנטן מעריִ׳ס צימער מבוכה אין פילאזאפיע. דאס שטעלט זיך פאר אז א גאנץ לעבן איז א מיידל א גאון געווען איינגעשפארט אין א שווארץ-ווייסע צימער אָן קיין שום צוטריט צו קיין שום קאלירן. דארט האט זי קונה געווען אלע מדע וואס איז שייך און אנבאלאנגט צו די תחום פון קאליר(ן) [ניוּראָפיזיאלאגיע איבער זעהן, די פיזישע כאראקטעריסטיקס דערפון, וכו׳]. די שאלה איז צי ווען זי גייט ענדליך נאכדעם ארויס אויף דער וועלט און זעהט בחוש קאלירן צום ערשטן מאל, באקומט זי עפעס נייע מדע? אויב יא דעמאלטס זענען סענסעישאנס און עקספיריענסעס אנדערש ווי סטעיטס פונעם מח אליין; אנגעבליך דלא כפיזיקעליזם. והרבה קולמוסין וכו׳.

מי אני » פרייטאג אפריל 16, 2021 12:48 pm

· #470279
פארוואס?
מיר קענען אסאך מאל טרעפן גימטראיות וואס שטימען ״פונקט״ אויפן האר. אז עס איז שווער צו גלייבן אז פונקט האט זיך געמאכט אז די צוויי ווערטער שטימען אין גימטריא איז עס נישט א סימן פון הימל.

📎 1A6CB8F9-00F3-4318-A05E-401FBC5E473F.jpeg היש״ר מקנדיה במצרף לחכמה.

מי אני » מיטוואך אפריל 28, 2021 2:57 pm

· #471740
מי אני
דאס איז אביסל רעמיניסענט פונעם באקאנטן מעריִ׳ס צימער מבוכה אין פילאזאפיע. דאס שטעלט זיך פאר אז א גאנץ לעבן איז א מיידל א גאון געווען איינגעשפארט אין א שווארץ-ווייסע צימער אָן קיין שום צוטריט צו קיין שום קאלירן. דארט האט זי קונה געווען אלע מדע וואס איז שייך און אנבאלאנגט צו די תחום פון קאליר(ן) [ניוּראָפיזיאלאגיע איבער זעהן, די פיזישע כאראקטעריסטיקס דערפון, וכו׳]. די שאלה איז צי ווען זי גייט ענדליך נאכדעם ארויס אויף דער וועלט און זעהט בחוש קאלירן צום ערשטן מאל, באקומט זי עפעס נייע מדע? אויב יא דעמאלטס זענען סענסעישאנס און עקספיריענסעס אנדערש ווי סטעיטס פונעם מח אליין; אנגעבליך דלא כפיזיקעליזם. והרבה קולמוסין וכו׳.

📎 7D8A177B-DDFD-4E5D-A053-50558ED43AE1.jpeg מ׳קען באטראכטן ווי דער עקידה (ריש פ׳ וירא שער יט) רירט אָן אביסל אויף די חקירה אין זיין (שארפע) מחלוקת קעגן דעם רלב״ג׳ס קאנסעפּשאן פון נבואה (במלחמות ה׳ מאמר ב), ע״ש.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 29, 2021 8:31 pm

· #471928
מילא. ווען די אדמורי"ם קומען ארויס מיט אן איסור אויף אלע פלעיס, החרשתי. (נישט אז איך האלט אז זיי זענען גערעכט.) אבער זיי אסר'ן נאר די אינטער'ן פלעיס. פרי יוצרם. ניין פרי עמלם פון ר' אליעזר נייהויז הי"ו מיט זיין טיעם. וואס האט זיי גענומען יארן פון שווערע ארבעט און א סאך געלט אויפצבויען. גייען זיי מיט איין בלאז און מאכן קאליע א איד'ס פרנסה. ועוד. די אלע פלעיס זענען 100% אויסגעהאלטן לויט אידישקייט. נישטא קיים שום חשש אדער שמץ פון נישט טויגעדיגע זאכן. און די קינדער האבן עס ליעב.
איך האלט אז ס'איז סתם היפאקריטיש און שלעכט. אדער אין בעסטן פאל שמאל קעפיגקייט...! און ס'נעמט אויך אוועק פון זייער פרעסטיזש און כבוד...!

מי אני » מאנטאג מאי 10, 2021 6:56 pm

· #472848
בנוגע עמפּיריסיזם איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו וואס דער רלב״ג זאגט בסוף פרק יא אין איוב:
ואולם בלדד וצופר אמרו מאמר בלתי מבואר ולא הניחו למוחש רושם אבל התירו הספק כשאמרו שאלו הדברים נעלמים ממנו. ואם הענין כן איך ידעו שאלו הדברים הם בסדר וביושר מי הגיד להם זה. והנה אין להם מאזני הבחינה ולא די בשרש שפעלו בו זה שימנעם מהשיג האמת בזה הדרוש אבל מי שמנהגו זה המנהג לא יתכן שישיג האמת בשום דבר כי אם לאנשים התחלה לידיעה ממה שנראה אותו מהדברים המוחשים לא יהיה לידיעת דבר דרך.

מי אני » דינסטאג יוני 1, 2021 11:55 am

· #474379
דאס איז וואס שפינאזע שרייבט (אין זיין טריִטיִס) איבער אמונת ההמון:
They suppose that God’s power and providence are most clearly displayed when some unusual event occurs in Nature contrary to their habitual beliefs concerning Nature, particularly if such an event is to their profit or advantage. They consider that the clearest possible evidence of God’s existence is provided when Nature deviates - as they think - from her proper order. Therefore they believe that all those who explain phenomena and miracles through natural causes, or who strive to understand them so, are doing away with God, or at least God’s providence. They consider that God is inactive all the while that Nature pursues her normal course, and, conversely, that Nature’s power and natural causes are suspended as long as God is acting.

ווי אויך שרייבט ער:
Knowing that all things are determined and ordained by God and that the workings of Nature follow from God’s essence, while the laws of Nature are God’s eternal decrees and volitions, we must unreservedly conclude that we get to know God and God’s will all the better as we gain better knowledge of natural phenomena and understand more clearly how they depend on their first cause, and how they operate in accordance with Nature’s eternal laws.

ער האט טאקע געלייקענט אין נסים בכלל און געהאלטן אז ״ג-ט״ איז און איז נאר נאטור [פּענטיאיזם]. אבער רמ״ד האט געהאלטן אז ״שפינאסיזם״ קען בעצם גיין אין איינקלאנג מיט טעאיזם בעצם. ולענינינו, אז דאס געדאנק פון טרעפן און האלטן פון א ראציאנאלן סטאטיסטישן נאטורליכע ענטפער און אנטשיידונג צו די סארט ״וואונדער״ איז נישט אין קעגנזאץ צו אמונה בכלל.

אישתישבי » דינסטאג יוני 1, 2021 1:04 pm

· #474382
מען זאגט אז דער בעש"ט איז געוועהן א פענטיעסט.

לכאורה האט ער געהאלטען מער א קאמבינאציע פין א טראנסענדענט מיט אלהות אין יעדעס נברא, אבער עס איז קאנפיוזינג.

מי אני » דינסטאג יוני 1, 2021 2:52 pm

· #474394
דאס האב איך געשריבן דא:
‏
מי אני
לגבי דעם וואס מ׳האט ערווענט צו פאנטעאיזם שטימט מיט יהדות, קען מען אפשר זאגן אז אויב מ׳טוישט עס אביסל צו פאנענטעאיזם, דאן שטימט דאס אסאך בעסער (ויש אומרים אז דאס איז דרך החסידות).

והיינו, דאס אז מ׳לייגט צו צו פאנטעאיזם אז סיי אז ג-ט איז די/בתוך נאטור גופא (עכ״פ געט״ליכקייט״) אבער למעלה מזה ג״כ; נישט נאר.

מי אני » דינסטאג יוני 15, 2021 12:40 pm

· #475716
מענין לענין בנוגע אקאם׳ס רעיזאר און מאטעמאטיקס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דר. מעטיוּ אינגליס און דר. ענדרוּ עבּערדעין האבן דורכגעפירט א שטודיע/סורוועי וואס האט געוואוזן אז די געדאנק פון מאטעמאטישע ״שיינקייט״ איז ל״ד מקושר מיט ״פשטות״.

מי אני » דאנערשטאג יולי 1, 2021 2:00 pm

· #477002
מי אני
דער רמב״ם אין זיין איגרת לחכמי מארשילייא צוטיילט אויך עפיסטעמאלאגיע אין דריי:

1). דבר שתהיה עליו ראיה ברורה מדעתו של אדם כגון חכמת החשבון, וגימטריאות, ותקופות - והיינו ראציאנאליש.

2). דבר שישיגנו האדם באחד מהחמש הרגשות - והיינו עמפּיריש.

3). דבר שיקבל אותו האדם מן הנביאים ע"ה ומן הצדיקים - דער רס״ג׳ס פערטע וועג.

אין שער ח פון זיין ביאור מלות ההגיון (וואס רוב נעמען אָן איז פונעם רמב"ם) צוטיילט ער "המשפטים אשר יודעו ולא נצטרך אל ראיה על אמתותם" אין צו פיר:

1). המוחשים - עמפּיריש דער רמבמ"ן [רמ"ד] דארט זאגט אז די געדאנק איז אז אויף וואס ער אליין שפירט אינערליך ממש געבט עס אים יא דער אמת, הגם אז לגבי די דרויסענדיגע מורגש אליין בעצם קען ער זיך טאקע טועה זיין

2). מושכלות ראשונות - כדוגמא אז א חלק פון א זאך איז קלענער פון די גאנצע פון יענע זעלבע זאך, טראנסיטיוויטי, מאטעמאטישע אקסיאמן

3). מפורסמות - וואס אלגעמיינע געזעלשאפט האט אפגעמאכט. כדוגמא אז גיין נאקעט וגילוי ערוה איז מגונה. זאכן וואו עס זענען נישט שייך דערביי "אמת ושקר" נאר "נאה ומגונה"

4). המקובלות - וואס מען האט מקבל געווען פון א מענטש צי מענטשן וואס זענען שוין נאמנים

מי אני » זונטאג יולי 18, 2021 12:26 am

· #477851
דער עיקרים (מאמר א פי״ז) לייגט אויך אראפ 4 מיני/דרכי הקדמות [דרכי הבירור/ידיעה]:

1). מושכלות ראשונות - ווי דאס אז א חלק פון א זאך קען נישט זיין גרעסער ווי די גאנצע זאך אליין, אז ״יא״ און ״ניין״ קענען נישט זיין ביינאזאם אינגאנצן אמת יעדעס איינס, וכדומה.

2). מוחשות - דאס וואס מען זעהט עמפּיריש און דאדורך ווייסט מען סיבתם.

3). נסיונות - זאכן וואס מען זעהט אז עס איז אזוי אבער מ׳קען נישט וויסן פארוואס טאקע [כמו משיכת המאגנעט בימיו]. ער זאגט אז די מין איז געווען די ידיעה איבער אמיתת התורה פאר די דור פאר וועמען מען האט עס געגעבן וכדומה.

4). נמשכות - קבלה הנאמנת פון היסטאריע וכדומה. דאס איז די דרך פון אמונה בתורה פאר די דורות נאכדעם.

berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 29, 2021 11:37 am

· #484174
מי אני
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]


היות איך טוה א ביסל אין די סוגיא פון תשע חנויות, ווילל איך זייער שטארק וויסן וואס איז דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ.

ווער ס'וועיסט וואס דער כאפ פון ר' שמעון שקאפ איבער די סוגיא איז, וועלל איך איהם שטארק מכיר טובה זיין!

אפאר פונקטן וואס רשש״ק ברענגט ארויס אין די נושא/סוגיא און קען (אפשר) זיין אז דאס מיינט מען בענינינו:

‏א). אין פרק א (אין זיין ספר שערי יושר, שער ד) טוט רשש״ק אויף אז לפי ווי אזוי רש״י האט אפגעלערענט די הוו״א פון די סוגיא אין די גמרא אין כתובות טו., איז א קבוע נאך שטערקער פון, און לייגט צו צו, א רוב. והיינו, אז ווען א מיעוט הקבוע וועט זיין קעגן/צאמגעמושט מיט א רוב שאינו קבוע ׳עט די [אמת׳ע] רוב ווערן נידון ווי א מיעוט קעגן די (מיעוט ה)קבוע. און דאס קומט די גמרא לאזן הערן אז ס׳נישט מער ווי א מחצה בכל אופן (ווייל חידוש הוא וכו׳), און די additional מעלה/חסרון פון רוב/מיעוט ווערט אינגאנצן נישט גערעכענט בכה״ג. אין אנדערע ווערטער, די מושג פון ״קבוע״ איז נישט עפעס בתוך ההגדרה של ״רוב״, נאר עפעס מחוצה לו וואס supersede עס און איז מבטל דעם מציאות פון ״רוב״.

ער זאגט אז לפי״ז איז וועגן דעם נישט קיין חילוק צו די איסור אדער נאסר איז די קבוע, בכל אופן ׳עט עס האבן דעם דין פון מחצה על מחצה. (קומט אויס דערפון אינטרעסאנט, אז טאמער עס איז דא צאמגעמושט א רוב הקבוע און א מיעוט שאינו קבוע ׳עט עס דאך זיין כמחצה על מחצה, ווייל די חידוש איז אז די גאנצע ענין פון מספר [רוב נגד מועט] פאלט אוועק בכה״ג. ואפשר להעמיס זה בדבריו.)

‏ב). אין שער ג פרק ד טוט ער אויף עפ״י די רא״ש (וואס די שיטמ״ק ברענגט אראפ בפרק שנים אוחזין בב״מ) אז דאס וואס די תורה זאגט צו גיין נאך רוב [אחרי רבים להטות] איז נישט מכח דעם אז מיר גייען נאך דעם אז די מציאות און די טבע איז אזוי [פראבעביליטי], נאר אלס גזיה״כ, ולכן קען דאס קבוע צושטערן. (אין שער ד איז (משמע אז) ער (איז) דאס מקשר מיט זיין אויפטו אז ביטול ברוב איז שטערקער ווי הלך אחר הרוב, ווייל הלך אחר הרוב איז נישט מברר א מציאות (עפ״י תורה).)

עס איז מערקווידיג צו ציטירן זיין לשון וז״ל, אבל היכא שהדין במציאות תלוי עפ״י ידיעתנו, וידיעה עפ״י רוב אינה נחשבת כידיעה ברורה, בכה״ג לא מהני רוב עכ״ל.

דאס אלעס פירט אריין צו זיין טעזע (וואס לכאורה דאס מיינט מען בעיקר מיט זיין ״כאפ״) אין פרק ב:
‏ג). הגם ער איז מסכים מיט׳ן הנחה פונ׳ם פרי חדש (ביו״ד סימן קי), וואס דינגט זיך מיט׳ן טו״ז, אז עס קען בעצם זיין אז א חלק פון א בהמה (שפירש) זאל זיין כשר (מכח טריפה) און די אנדערע (שנשאר במקומה/בקביעותה) איז טריפה, איז ער דאך מחולק מיט אים מכח אן אנדערע אספעקט. דהיינו, אז עס איז דאך דא דער פשוט׳ע קשיא אז ווי אזוי איז דא בכלל אמאל וואס מ׳זאל גיין נאך רוב (אפילו כשפירש)? די חלק וואס איז נישט פירש [די חנות פון וואו ס׳קומט] איז דאך א געבליבן א קבוע? אויף דעם טוט אויף רשש״ק אז ס׳ווענט זיך אויף וואס מ׳איז דן. דהיינו, ביי די דיון פון פירש איז מען נישט דן אויף פון וועלכע מקום ס׳איז נפרש עפ״י רוב [א קאנקרעטע מעשה], נאר מ׳איז דן אויף רוב מעשיות הפרשות בעלמא [א מער אבסטראקטע מעשה/דיון], וואס אין די פאל איז נישט שייך קיין ״קבוע״ [וואס באציט זיך דייקא צו קאנקרעט]. דאס איז נישט שייך ביים פרי חדש׳ס [גאונים׳ס] מעשה, וואס די ספק און דיון איז בעצם בגוף בהמה אחת [א קאנקרעט (שבקאנקרעט...)], און אז מ׳צוטיילט די הלכה בגוף בהמה אחת [סיי כשר און סיי טריפה] גייט עס זיין בוודאי שקר.

אזוי האב איך דאס פארשטאנען לפום ריהטא, ואם שגיתי...

***

וואס מ׳קען אפשר זאגן אז שש האט געמיינט מדמה צו זיין לנידון דידן איז אז לפי רשש״ק איז פון א תורה׳דיגע [הלכה׳דיגע] פערספעקטיוו נישט דא קיין מושג פון פראבעביליטי [נישט דאס איז וואס די תורה מיינט מיט רוב] (אזוי ווי אין אות ב)...
און דאס איז אפילו אין אבסטראקטע מושגים וואס נאר דארט גילט בכלל דעם מושג פון הלך אחר הרוב (אות ג); ווייל ווען נישט איז קבוע עס מבטל (אות א).

(אינטרעסאנט אז ביי די סוגיא פון רובא וספיקא איז באקאנט די ש״ך אין יו״ד סוף סימן קי אז מ׳זאל נישט מדמה זיין אין די זאכן אזוי שנעל מילתא למילתא...)

מי אני: איך קען עס דיפיינען אין 2 ווערטער. אז ביי קבוע איז ..."רוב" ...נישט אפערעישאנעל...!

מי אני » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:14 pm

· #489581
עס איז דא (בעיקר גענוצט אין קריפּטאַגרעפי) די געדאנק פון א זיראָ-נאַלעדזש פּרוּף וואס באנוצט זיך מיט די געדאנקן אויסגעשמועסט. דאס איז ווען איך קען אויפווייזן פאר איינעם אז איך ווייס/בין עפעס, אָן ארויסגעבן קיין שום אנדערע אינפארמאציע איבער דאס אז איך ווייס: ״גלייב מיר אז איך ווייס/בין אזוי״.

דאס איז ווען עס איז:

‏קאָמפּליִט - אויב איז עס טאקע אזוי דעמאלטס וועט דער וועמען איך וויל דאס איבערצייגן טאקע ווערן איבערגעצייגט

‏סאַוּנד - אויב איז עס נישט אזוי וואלט א פאָפּער אים נישט געקענט איבערצייגן אין דעם (חוץ מיט א גאר קליינע פּראַבּעבּיליטי וכלהלן)

‏זיראָ-נאַלעדזש - אויב איז עס אמת ווערט דער איבערגעצייגטער נישט געוואוּר גארנישט אנדערש חוץ דאס אז דער זאץ איז אמת כנ״ל

א משל דערצו איז ווען עס זענען דא צוויי מענטשן: איינער קאליר-בלינד און איינער נישט. דער וואס איז קאליר-בלינד האט צוויי בּאָלס פון אנדערע קאלירן וואס צו אים זעהן זיי אויס אייניג. דער וואס איז נישט וויל אויפווייזן פאר דער וואס איז יא אז ער קען פונאנדערשיידן די צוויי בּאָלס. דער קאליר-בלינדער האלט זיי אין איין אויפמישן אונטער זיין רוקן און דערנאך צייגט ער זיי פאר דער וואס איז נישט קאליר-בלינד און יענער האלט אין איין צוטרעפן וועלכע עס איז געווען מעיקרא אין דער קאליר-בלינדער׳ס רעכטע האנט און וועלכע אין זיין לינקע האנט. דאס ווייזט אויף פאר׳ן קאליר-בלינדער אז יענער קען טאקע פונאנדערשיידן די צוויי בּאָלס, הגם אז חוץ מזה ווערט ער גארנישט מער געוואוּר ״ווי אזוי״. צי יענער וויל אים אויפווייזן אז זיי זענען אנדערע קאלירן אבער ער געבט נישט ארויס וועלכע בּאָל איז וועלכע קאליר אא״וו. דאס ארבעט ווייל טאמער יענער האט נישט די יכולת איז ממבט פונעם קאליר-בלינדן איז דאס ערשטע מאל צוטרעפן איז א פּראבּעבּיליטי פון 1/2, צוויי מאל אין א צי 1/2 מאל 1/2, דריי מאל אין א צי 1/2 מאל 1/2 מאל 1/2, אא״וו; וויפיל מאל ער טוהט דאס אזויפיל מאל געב איך אן עקספּאָנענט פאר 1/2. מיט א גרויסע צאל פראווון ווערט דאס גאר אימפּראַבּעבּל אז יענער טרעפט ״פונקט״ צו. עס איז טאקע נישט ״זיכער״ אויף ״100%״ אבער מאכט די פּראַבּעבּיליטי אז ער האט דאס טאקע אלס (געוואלדיג) העכער און העכער.

מי אני » דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:15 am

· #495050
עס איז אויך אינטרעסאנט צו דערמאנען בּערטראנד׳ס פּאראדאקס אין פּראבּעבּיליטי/סטאטיסטיקס פונעם מאטעמאטיקער יוסף בּערטראנד. מ׳קען דאס פארשטיין אזוי: אויב איז דא א פאבריק וואס אין אלגעמיין שניידט שטיקער האלץ (אלעמאל) 1 פיס ביי נישט ווייניגער ווי 1 פיס און ביי ביז נישט מער ווי 3 פיס. וואס איז די פּראבּעבּיליטי אז עס זאל יעצט שניידן א האלץ פון 1 פיס ביי 2 פיס? איז די תירוץ 1/2, וויבאלד דאס איז צווישן 1 ביי 1, און 1 ביי 3. וואס איז אבער ווען איך זאל פרעגן ״וואס איז די פּראבּעבּיליטי אז עס זאל שניידן א שטיק האלץ מיט אַן עריע פון 4 פיס?״ לכאורה וואלט עס אויך געדארפט זיין 1/2 וויבאלד אויב עס איז 1 ביי 2 פיס, וואס דאס איז 1/2 כנ״ל, האט עס דאך אַן עריע פון 4 סקווער פיס. אבער די תירוץ דא איז 3/8. דאס איז וויבאלד ווען עס איז 1 ביי 1 האט עס דאך אַן עריע פון 1, און ווען עס איז 1 ביי 3 האט עס דאך אַן עריע פון 9, און צווישן די מעגליכקייטן [סעמפּל ספּעיס] פון 1 סקווער פיס ביז 9 סקווער פיס, וואו עפ״י די פּרינציפּ פון אינדיפערענץ געב איך אלע מעגליכקייטן די זעלבע שאנס פון אויסקומען (סיידן איך האב אנדערע אינפארמאציע מקודם), איז דאך 4 סקווער פיס 3/8 דערפון.

מי אני » זונטאג מערץ 20, 2022 6:06 pm

· #496733
אז מ׳האט גערעדט פון ראציאנאליזם אין די קאנטעקסט פון אמונה ודת, ווי אויך איבער די ד׳ סוגי הבירור להרס״ג, איז מערקווידיג צוצוצייכענען צו וואס הרב דר. מיכאל אברהם זאגט אין דעם:
חשוב להבחין בין רציונליות לרציונליסטיות. אדם רציונלי אמור לקבל טענות שיש להן בסיס עובדתי סביר, גם אם הוא לא מבין אותן תיאורטית. אם אני משוכנע שאנשים הגיוניים שאינם שקרנים ראו במו עיניהם את התופעה, שומה עליי לקבל את טענתם אחר כך אחפש לה הסבר. לעומת זאת, הרציונליסט לא מוכן לקבל עובדות שאינן מתאימות לפרדיגמה שלו. זוהי מטפיסיקה, הוא טוען, או העמדה על הלא מוכר. הוא לא מוכן לקבל הסברים מטפיזיים גם במקום שהם מתבקשים, על אף שאין לו הסבר אחר. כבר ראינו למעלה שלמען ה’רציונליות’ הוא גם מוכן להאמין באירועים ויישים ללא סיבה וללא טעם מספיק.

מי אני » דאנערשטאג מאי 5, 2022 6:31 pm

· #499419
📎 468348B2-901A-4BE1-B546-A5F66283BCE2.jpeg

מי אני » דינסטאג יולי 26, 2022 12:50 pm

· #505064
הקטן
מי אני
ער זאגט ווייטער אז מ׳דארף פשוט וויסן ווי אזוי צו נוצן דעם ידיעת החוש, זיך נישט טועה זיין בדמיון וכו׳, ע״ש (ובשביל האמונה שם, ועיין ג״כ להלן בפתיחה למאמר ב).
און וואס ניצט מען צו וויסן אויב מען איז זיך נישט טועה אויב נישט די אנדערע צוויי?
דר. בּרוּס ראָסעל שרייבט טאקע לגבי די געדאנק פון עי פּריארי מדע:
But how could there be such justification? Isn’t all justification dependent on experience? No one is born with innate knowledge of anything. What philosophers mean is that a priori justification is independent of any experience beyond what is required to possess the concepts involved in the proposition believed. Sure, we need experience to acquire the concepts ‘two’, ‘plus’, ‘equals’ and ‘four’ but, once we have them, no further experience is required for us to be justified in believing that 2 + 2 = 4. Or take the statement ‘red is a colour’. The same goes for needing experience to acquire the concepts ‘red’ and ‘colour’ but, once we have these concepts, we need no further experience to be justified in believing that, indeed, red is a colour
ולכאורה איז דאס די געדאנק פון ״ראציאנאל״ לעומת ״עמפּיריש״. ואפילו לגבי עי פּאָסטעריארי מדע, הגם עס בלייבט טאקע אלעמאל סינטעטיק ומקושר צום דרויסענדן וועלט, פעהלט אבער דאך אויס צו האבן קאנצעפטן דערין דאס אויסצושטעלן אא״וו, וואס דאס איז ״ראציאנאל״. און ווי ער שרייבט ווייטער:
You might think that a priori justification is limited to trivial propositions such as ‘red is a colour’ or ‘all bachelors are unmarried males’, or to mathematics, but that would be a mistake. I assume that everyone believes that the Sun will rise tomorrow, or more precisely, that the Earth will rotate on its axis once again. But that belief is based on a more basic assumption that often is not made explicit. One version of the principle of induction says: if all observed As have been Bs, then it is reasonable to believe that all As are Bs, and that the next A we observe will be a B. For many years, people have observed the Sun go down and then rise in the morning. So the principle of induction allows us to conclude that it is reasonable to believe that the Sun will rise tomorrow. But what justifies us in believing the principle of induction? Because we understand the concept justification, we have a philosophical intuition that it is true and that intuition provides the justification. So the principle of induction is justified a priori. If we weren’t justified in accepting it, we wouldn’t be justified in our beliefs that implicitly rely on it
דאס איז אויך לגבי עבּדאָקטיוו ריִזעניִנג/אינפערענץ צום פשוט׳סטן הסבר אא״וו, וואס מ׳פארלאזט זיך אויף עמפּיריש ואפילו בלא יודעים.

מי אני » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2022 8:39 pm

· #513549
די אינפיניט מאלפע טעארעם איז געבויט אויף די צווייטע בּאָרעל-קאנטעלי לעמאַ. אין פּראבּעבּעליטי איז דא די געדאנק פון א פּראבּעבּעליטי ספּעיס. דאס איז אז עס איז סיי דא די סעמפּל ספּעיס וואס איז אלע סארטן אויסקומען וואס זענען מעגליך; צוזאמען קומען די אלע פּראבּעבּעליטיס אויס צו 1. דערנאך איז דא דערין די געדאנק פון עווענט ספּעיס, וואס איז צאמגעשטעלטע סעטס פון די אויסקומען.

די ערשטע בּאָרעל-קאנטעלי לעמאַ זאגט אז טאמער די צאל פון אלע פּראבּעבּעליטיס פון די צאל עווענטס סעטס אינעם פּראבּעבּעליטי ספּעיס איז פיניט, דאן איז די פּראבּעבּעליטי אז אַן אינפיניט צאל פון די עווענטס פאסירן 0. ומאידך גיסא, זאגט די צווייטע בּאָרעל-קאנטעלי לעמאַ אז אויב זענען די עווענטס אומאפהענגיק איינע אין דאס אנדערע [די אויסקום פון איין אויסקום אפעקטירט נישט די פּראבּעבּעליטי פון א צווייטע] און די סומע פון זייערע פּראבּעבּעליטיס דייווערדזשד צו אינפיניטי, דאן איז די פּראבּעבּעליטי אז אן אינפיניט צאל פון עווענטס פאסירן 1.

עס איז מן הראוי לציין אז אין פּראבּעבּעליטי טאמער האט עס א פּראבּעבּעליטי פון 1 זאגט מען אז עס וועט "כמעט זיכער" פאסירן, און ווען עס האט א פּראבּעבּעליטי פון 0 זאגט מען אז עס וועט "כמעט קיינמאל" פאסירן.

מי אני » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:03 pm

· #558304
א פאעזיע פונעם פייטן דזשעימס ווינסענט קאָנינגהעם איבער די געזעץ פון גרויסע נומערן:
Plato, despair!

We prove by norms

How numbers bear

Empiric forms

How random wrong

Will average right

If time be long

And errors slight

But in our hearts

Hyperbole

Curves and departs

To infinity

Error is boundless

Nor hope nor doubt

Though both be groundless

Will average out

מי אני » זונטאג יוני 9, 2024 10:39 pm

· #564695
מי אני #
רעדענדיג פון ראציאנאליזם ווס. עמפּיריסיזם איז אינטרעסאנט צו דערמאנען מאליִנוּ׳זס פראבלעם. וויליאם מאליִנוּ׳ס ווייב איז ל״ע געווען בלינד. ער האט געפרעגט פון דזשאן לאַק אויב איינער וואס איז ל״ע געווען בלינד פון געבורט, און אלס געפיהלט ווי אזוי א קיוּבּ און ספעיר [בּאָלי] פיהלן, וועט זיי גראד קענען דערקענען מיט׳ן זעהן אליין אויב ווערט יענער אויסגעהיילט פונעם בלינדקייט. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עמפּיריסיסטן (ובתוכם לאַק) האבן געהאלטן אז ניין און די ראציאנאליסטן אז יא. די עקספּערימענטאלע רעזולטאטן היינט-צו-טאג זענען אינקאנקלוסיוו.

*

דאס איז אביסל רעמיניסענט פונעם באקאנטן מעריִ׳ס צימער מבוכה אין פילאזאפיע. דאס שטעלט זיך פאר אז א גאנץ לעבן איז א מיידל א גאון געווען איינגעשפארט אין א שווארץ-ווייסע צימער אָן קיין שום צוטריט צו קיין שום קאלירן. דארט האט זי קונה געווען אלע מדע וואס איז שייך און אנבאלאנגט צו די תחום פון קאליר(ן) [ניוּראָפיזיאלאגיע איבער זעהן, די פיזישע כאראקטעריסטיקס דערפון, וכו׳]. די שאלה איז צי ווען זי גייט ענדליך נאכדעם ארויס אויף דער וועלט און זעהט בחוש קאלירן צום ערשטן מאל, באקומט זי עפעס נייע מדע? אויב יא דעמאלטס זענען סענסעישאנס און עקספיריענסעס אנדערש ווי סטעיטס פונעם מח אליין; אנגעבליך דלא כפיזיקעליזם. והרבה קולמוסין וכו׳.
עס איז דא די באקאנטע קשיא לגבי עקידת יצחק, אז אויב הכל גלוי וידוע לפני הקב"ה מראש, דאן פארוואס האט אים כביכול אויסגעפעהלט צו מנסה זיין אברהם צו זעהן אויב ער וועט דאס ביישטיין? וידוע המו"נ בח"ג פכ"ד ע"ש. ר' יוסף אבן כספי ענטפערט דערויף, אז חוץ מזה וואס לשון "נסיון" איז נישט מער ווי דברה תורה כלשון בני אדם, איז דא נאך אַן אספּעקט דערצו. והיינו, אז הגם די אויסקום איז טאקע געווען לגמרי ידוע מראש להקב"ה, איז עס אבער פאקטיש נאך קיינמאל נישט געווען יצא לפועל ממש אין אַן עמפּירישע סענס; ביז ווילאנג עס איז נישט למשעה יצא לפועל ממש, קען עס דאך נישט זיין א ידיעה בחוש און עס קען נאר זיין א ידיעה בשכל. און דאס איז געווען די געדאנק פארוואס עס איז נצטווה געווארן לאברהם, כדי אז זיין דאס ביישטיין זאל זיין א ידיעה בחוש אויך ע"ש.

דאס איז ענליך צום געדאנק איבער מערי, אז זי האט שוין אלע ידיעה איבער דעם בשכל, און די שאלה איז צי ווען עס קומט צו, אויף די זעלבע מדע, א ידיעה בחוש, צי דאס הייסט א תוספת "ידיעה". אין די קאנטעקסט לפי אבן כספי, קען מען עס אדער באטראכטן אז עס קומט טאקע נישט צו א "ידיעה" בעצם, ולכן ווערט עס נישט גערעכענט ווי א תוספת ידיעה בו ית' וואס ער האט כביכול נישט געהאט פאר דעם (וואס כמובן איז די לשון "חוש" דא בכלל, לגבי הקב"ה, פראבלעמאטיש ורק במושאל). אדער אז עס ווערט יא גערעכענט ווי א תוספת ידיעה, און עס איז א לאגישע נמנע אז די ידיעה בחוש זאל שוין אויך זיין להקב"ה, טאמער איז דאס למעשה נאך קיינמאל נישט געווען בחוש.
בלאט: 1 2 3 4