☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » אשכול אן א טיטל #10002

אשכול אן א טיטל #10002

58 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10002
בלאט: 1 2

— » מיטוואך יאנואר 6, 2016 8:15 pm

· #316375

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

אלאדין » מיטוואך יאנואר 6, 2016 8:54 pm

· #316378
איך בין שטום! א הערליכע ארבעט משזר!... א משורר בחסד עליון. ס'איז פול מיט געפיל און קונסט.

קענסט עפעס צושטעלן פאר מוחמד אויך? 😉

דעת תורה » מיטוואך יאנואר 6, 2016 8:59 pm

· #316379
הקדמה והבהרה נאט וויטסטענדיג, אבער מושב זקנים'ס קריסטליכע ארטיקל איז שוין געווען מער אידיש.

יאיר » מיטוואך יאנואר 6, 2016 11:22 pm

· #316403
הערליך! די סענטימענטן זענען איבערנעמנד ביז גאר.
ביי דעם געלעגנהייט איז כדאי צו אויסהערן די St. Mathew Passion פון הגה"ק נעים זמירות נוצרים המשורר האלהי ר' יוחנן שבתי באך זצ"ל אויף וועלכן די גדולי הגלחים האבן זיך אויסגעדרוקט אז פאר דעם שטיקל אליין האט זיך שוין געלוינט אלע יסורים און צער פון יעזוס.
הערט אויס עטליכע אויסצוגן:

די אריינפיר

קומט, איהר טאכטער, העלפט מיר קלאגען
זעהט! - ווען? - דען ברויטיגאהם! (חתן)
זעהט איהם! - וואו? - אלס ווי איין לאהם! (לעמל)
זעהט! - וואס? - זעהט די געדולד
זעהט! - וואוהין? - אויף אונזערע שולד
זעהט איהם אלס ליבע און הולד
האלץ צום קרייץ זעלבער טראגען

Kommt, ihr Töchter, helft mir klagen,
Sehet! - Wen? - den Bräutigam!
Seht ihn! - Wie? - als wie ein Lamm.
Sehet! - Was? - seht die Geduld,
Seht! - Wohin? - auf unsre Schuld.
Sehet ihn aus Lieb und Huld
Holz zum Kreuze selber tragen.

Come, daughters, help me lament,
behold! - Whom? - the Bridegroom!
Behold Him! - How? - As a Lamb.
Behold! - What? - behold the patience,
look! - Where? - at our guilt.
See Him, out of love and graciousness
bear the wood for the Cross Himself.


נאכדעם וואס יהודה איש קריות האט אים פארראטן:



Blute nur, du liebes Herz!
Ach! ein Kind, das du erzogen,
Das an deiner Brust gesogen,
Droht den Pfleger zu ermorden,
Denn es ist zur Schlange worden.

Bleed out, You loving heart!
Alas! A child that You raised,
that nursed at Your breast,
threatens to murder its caretaker,
since it has become a serpent.

דער הייליגער פּעטער קלאגט נאכ'ן האבן געלייקנט אין יעזוס דריי מאל:



ערבארעם דיך, מיין גאט
אום מיינער צאהרען (טרערן) ווילען
זעה היער, הארץ און אויג
וויינט פאר דיר ביטערליך
ערבארעם דיך! ערבארעם דיך!


Have mercy, my God,
for the sake of my tears!
Look here, heart and eyes
weep bitterly before You.
Have mercy, have mercy!

אלאדין » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 12:23 am

· #316413
@יאיר, איך הער יעצט די מוזיק פון באך וואס דו האסט ארויסגעלייגט. דאס איז גארנישט פון דער וועלט... א יחיד במינו.

טאקע פאסיג צו דער פאעמע פון אנאנים!.. 🙂

ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 1:07 am

· #316417
יאיר

I don't much care איבער די ערהאבענע געפילן וואס ווערן אויסגעדרוקט אינעם שטיקל, און טאקע נישט פארשטאנען קיין אות, דאנקען גאט.

אבער אז אזא הימלישער מוזיקאלישער מייסטער ווערק, יעדן אספעקט דערפון באזונדער, האט אונטער 12,000 צוקוקער אין באלד פינף יאר, אין דער צייט וואס די מערסט געקוקטע קליפס אויף יוטוב -טאקע אויך "מוזיק"- האבן געזען איבער א האלבן ביליאן מענטשן אין א קורצערע צייט-אפשניט, איז אומבאגרייפבאר.

מיט אלע שיינע ערקלערונגען -אזוי דייטליך ערקלערט דורך יאיר- דערנעבן, קען איך עס נישט לייקן, צו מיין באדויער.
אלענפאלס, יאיר שכוח פארן לינק.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 12:04 pm

· #316447
הערליכע ארבייט שש. דו האסט גוט ארויסגעברענגט די גאנצע מעשה און עס הערליך אראפגעלייגט. איך וויל נאר מעיר זיין אויך איין קליינע נקודה פון די מעשה.

[ציטאט אראפגענומען]


דער "סטרוקטור" טענה הערט מען כסדר פון קלוגע אידן און בעלי מחשבה בנוגע די וואס ווילן ווידערשפעניגן אינעם סיסטעם און דינען דעם אייבישטער אויף זייער אייגענע מהלך, סיי צו עס איז א יחיד סיי א מנהיג פון א ציבור. פון אויבן אויף איז זעהט עס אויס ווי א ריכטיגע טענה אז אן קיין סטרוקטור קען די זאך נישט האבן קיין קיום והמשכה. דא אבער ווייזט זיך ארויס אז דער טענה איז נישט גערעכט געווען. למעשה זעהן מיר היינט, צוויי טויזנט יאר שפעטער, אז קריסטנטום האט א קיום מער ווי אנדערע גלויבונגען און רעליגיעס. בעצם האט קריסטנטום געמאכט א סטרוקטור פון דער אומסטרוקטור, זיי האבן אוועקגעשטעלט א סיסטעם וויאזוי צו נישט זיין א חלק פון דער סיסטעם און דורך דעם זענען זיי אליינס געווארן א סיסטעם פון וועלכע מען דארף זיך אפברעכן. און צוליב דעם טאקע איז דער נביאות נישט מקוים געווארן און זיי שטייען שטארק און פעסט נאך אזויפיל יארן. אויב אזוי מה הועיל ישוע בתקנתו? אויף דעם ארויף וואלט ער דאך געקענט בלייבן א חרדי'שע איד? עס איז דא א צד צו זאגן אז דער טענה איז גערעכט. אדער קען מען זאגן אז דער טענה צייגט נאר ווי שטארק גערעכט ישוע איז געווען און ממנו ילמדו כסדר זיך אוועק צו ברעכן פון דער צענטעריסטישע סטרוקטור, כסדר מחדש זיין חידושים. (איך נוץ נאר ישוע אלץ א דוגמא פאר דער איידיע, לאו דוקא אז דאס איז טאקע געווען זיין מהלך המחשבה.)

דורכאויס די דורות זענען אלעמאל געווען מאוומענטס וואס האבן דאס געטון. ביי יהדות איז דאס געווען אין די לעצטע פאר הונדערט יאר דער בעש"ט. שפעטער ווען חסידות איז געווארן א סטרוקטור איז געווארן פשיסחא, קאצק, וכו'. און אזוי איז געווען במשך כל הדורות כגון החסידים הראשונים, המקובלים וכדומה. ביי קריסטנטום איז אין די לעצטע פאר הונדערט יאר געווען די רעפארמעישאן באוועגונג און א הונדערט יאר שפעטער ווען זיי זענען געווארן סטרוקטורד איז געווען דער קאונטער רעפארמעישאן, און אזוי זענען געווארן אלע מיני פלגים אינערהאלב קריסטנטום.

הצד השוה שבהם אז די אלע האבן זיך נישט אנגעהויבן אלץ א באוועגונג נאר ענדערש איין יחיד מיט נאך א יחיד וועלכע האבן געזוכט די ריכטיגע קרבת אלוהות ענדערש ווי ראבאטישע רעליגיע וואס גיבט גארנישט צו צו קיינעם. וממילא, דער "סטרוקטור" טענה איז לכאורה נישט א ריכטיגע. און אז מען רעדט שוין, א הערה אויף די נעקסטע סטאנזא:

[ציטאט אראפגענומען]


האבן די קריסטן געטון אכזריות און זינד מער ווי אנדערע רעליגיעס און פעלקער וואס האבן געהאט די מאכט אין די הענט פאר לאנגע יארן? ועוד, אין די צייט וואס די אכזריות איז אויסגעפירט געווארן איז קריסטנטום שוין לאנג נישט געווען א פאלק באזירט אויף רגש.



.

יעקב מענטש » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 12:43 pm

· #316449
געווען אן ארטיקל אין די עמי פאריגע וואך מיט ראביי סקובעק איינער וואס קעמפט קעגן די מיסיאנערן, און ער זאגט אז ער קען 6 היימישע אידן אין ברוקלין און אין לעיקוואד וואס זענען געהיימע קריסטן, ליינענדיג דעם אשכול מאכט מיך טראכטן אז זיי האבן זיך געעפנט ניקס דא...

איך בין געווענליך נישט פון די מוחים דא אין שטיבל, איך רעספעקטיר א צווייטענס מיינונג (ווילאנג יענער בלאזט נישט אפענע דברי כפירה), אבער דער אשכול טראגט מיט זיך זייער אן אומגענעמען ריח.

איך בין נישט קיין דיין צו קענען פסקנ'ן צו ס'איז אסור אדער מותר (אפשר לא תחנם), אבער ס'איז עפעס וואס לדעתי באלאנגט נישט דאהי.

ברסלבער » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 12:50 pm

· #316451
זייער שיין אראפגעלייגט, אנאנים. יישר כח.

און יעצט א ווארט צו די מוחים. ווען די מאמע רעדט צום טאכטער און מיינט די שנור, דארף די טאכטער עס נישט נעמען פערזענליך.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 5:20 pm

· #316471
איך בין מיט דיר בנוגע דער עיקר נקודה אז סטרוקטור האט א קיום און אן דעם וועט עס נישט אנהאלטן פאר צו לאנג. איך בין אבער נישט איבערצייגט אז דאס איז דוקא א חסרון און/אדער אז צוליב דעם דארף מען זיך אפהאלטן פון טון די ריכטיגע זאך. שוין יארן וואס איך טראכט איבער דער נושא, איך האב שוין פארברענגט שעות על גבי שעות אדורך צו טון דער נושא מיט גרויסע חכמים און איך בין נישט קאנווינסד אז דער "סטרוקטור" טענה טוישט עפעס. דאס הייסט אז איך בין מודה צום הנחה אבער איך זעה נישט אז די הנחה איז מחייב עפעס. אדרבא, ביטע ערקלער וואס מאכט דיר אזוי זיכער דערמיט.

דער טענה ווערט גענוצט היינט פונקט ווי אמאל אפצופרעגן און אוועקצומאכן א יעדע סארט התחדשות און אויפצואווייזן פארוואס דער יעצטיגע סטרוקטור/סיסטעם מוז פאר א יעדע פרייז ווייטער אנהאלטן. די איראניע דערפון איז אז דער יעצטיגע סטרוקטור/סיסטעם האט זיך דאך אויך אנגעפאנגן ווי א התחדשות וואס האט זיך אפגעבראכן פון די פריערדיגע סטרוקטור/סיסטעם צוליב דעם וואס מ'האט געזוכט העכערס און בעסערס. אזוי גייט עס. מען קומט אויף מיט א גוטע געדאנק און דערנאך ווערט עס אין בעסטע פאל אנשים מלומדה און אין ערגסטע פאל מלא שחיתות ורשעות, ביז א צווייטער קומט אויף מיט עפעס פריש.

אברהם אבינו און משה רבינו האבן געזעהן די עובדי הבעל ואשירה אז עס פעלט ביי זיי עפעס, זיי זענען נישט דבוק, זייערע מעשים זענען רע בעיני אלהים ואדם, האבן זיי געזוכט דעם אמת ביז זיי האבן עס געטראפן. וואס מיינסטו האבן די מנהיגי הדור דעמאלטס געזאגט? מיינסט אז זיי האבן משבח ומפאר געווען די עבריים און די בני ישראל אז פיינעלי האט איינער אויסגעטראפן דעם דרך ישרה שיבור לו האדם? זיי האבן געשריגן אז זיי טוען א נארישע שריט ווייל מען קען נישט אן קיין סטרוקטור. די עובדי הבעל ואשירה האבן א סטרוקטור, זיי האבן א בוים, א געטשקע, א טוילעט וכו', זיי ווייסן פונקטלניך וועלכע גאט איז דער איש מלחמה, וועלכע איז די פוקד עקרות וכו'. די גאנצע וועלט האט א סיסטעם פון געצען דינעריי, מיינסט אז דו וועסט מצליח זיין מיט דיין נעלם ואין סוף שאין ערך לתבונתו ואין ערך לקדושתו? פאר איינער אליין וועט עס ארבייטען, אפשר אויך פאר דיינע קינדער און אייניקלעך, אבער ווי לאנג קען דאס שוין אנהאלטן? איך געדענק נאך ווי הגה"צ רבי תרח שליט"א האט געשריגן ביי שלישידעס תורה אין א געפאקטע זאל אז "זייערע אייניקלעך וועלן איין טאג קלאגן און ווינען אויף זייער אייגענע סיסטעם פונקט ווי זיי וויינען היינט אויף אונזער" עכלה"ק. דתן און אבירם פלעגן שרייבן אויף ק"ש אז דער פרישע קולט, דער עם ישראל וועט נאך איין טאג רצח'נן און הרג'נן מיליאנען אין די נאמען פון זייערע אל רחום וחנון. וכך הוה. מאך אויף א נ"ך וועסטו זעהן איבער וויפיל בלוט איז פארגאסן געווארן ביי די מלחמות מצוה און ליידער אויך אסאך מאל נישט אין מלחמות מצוה, אלעס אין דער נאמען פון דעם אייבישטער. קוק וואס די נביא באקלאגט זיך, לערן אביסל דרשות חתם סופר, הער אויס אביסל שובבי"ם תורות פון די רבי ז"ל וועסטו זעהן ווי די אלע פרעדיקשאנס זענען מקוים געווארן. וועסטו דא אויך זאגן אז זיי זענען געווען גערעכט? אוודאי נישט!

אברהם האט איינגעזעהן דעם אמת, משה רבינו האט געפונען דער תורת אמת וואס מענטשלט אויס דאס געזעלשאפט און זיי האבן געטון וואס איז געווען ריכטיג פאר זיי. זיי האב געוויסט אז איין טאג גייט דאס ווערן אן אויסגעדראשענע "געזעץ שפיל" פון "שבת היטן מיט פילע הלכות גדרים ואיסורים" אנשטאט "הארץ, געפיל, והרהורים". מיט דעם אלעם האבן זיי געטון וואס איז ריכטיג. זיי האבן זיך נישט געזארגט אז צוליב דעם וואס שפעטער וועט עס קארופטירט ווערן זאלן זיי עס יעצט נישט טון.

די זעלבע איז מיט די בעל שם טוב. קען זיין אז ער האט געוויסט וויאזוי עס גייט זיך אויסלאזן, מענטשן האבן אים זיכער אנגעשריגן אז דאס וועט זיין דער סוף. זייער פיין, ממילא זאל ער נישט טון וואס איז ריכטיג? ווען א יעדער איינער וואלט ווען אזוי געטון אלעמאל וואלטן מיר נאך היינט געוואוינט אין היילן, געדינט געטשקעס און מקריב געווען קינדער פאר קרבנות. קוק אריין אביסל אין קהלת, דאס איז די וועלט, היינט התחדשות מארגן רשעות איבערמארגן החדשות און א טאג דערויף רשעות. מה שהיה הוא מה שיהיה ואנו אין לנו על מי להישען וכולי וכולי...

יעצט, אין דיין לעצטע תגובה האסטו אראפ גלייגט אסאך השערות פאר פאקטן וואס איך קען נישט מקבל זיין.

[ציטאט אראפגענומען]


נו אוודאי זאגן מיר אזוי, ווייל מיר זענען אידן און מיר האבן פיינט קריסטן מסיבות שונות ואפילו מוצדקות. אבער פון וואו נעמסטו אז קריסטן זענען געווען ערגער ווי אנדערע רעליגיעס און פעלקער בתוקפם ובתוכם בני ישראל? האסט געלערנט נ"ך אמאל? פארשטייט זיך אז מיר האבן אזוי געטון ווייל דער אייבישטער האט אונז באפוילן, אבער זיי האלטן דאך אויך אז דער אייבישטער האט זיי באפוילן צו טון וואס זיי האבן געטון, די רוימער האבן אויך אזוי געזאגט, די מצריים אויך און די מוסלמענער זאגן היינט אזוי. אבער בעיקר באדערט מיך וויאזוי קומסטו אן צו דיין מסקנא אז "אן קיין סטרוקטור, באזירט אויף נארמאלקייט, קומט ארויס אזא תוצאה"? Correlation does not imply causation. און אויף וואס באזירסטו דיין דעפיניציע פון "נארמאלקייט"?

[ציטאט אראפגענומען]


איך בין נישט זיכער וועגן א "חורבן" אבער עס איז זיכער שווער צו מוריש זיין א נישט סטרוקטורד גלויבונג און פארשטאנד. און עס איז נישט דוקא ביי א גרויסע ציבור וכדומה, אפילו ביי די אייגענע קינדער, צווישן צען קינדער וועלן עס אפשר צוויי אויפכאפן און ממשיך זיין. לאמיר זאגן אז א איד פילט אז די אידישקייט וואס ער איז אויפגעוואקסן דערמיט און וואס אלע ארום אים פירן זיך איז נישט ריכטיג. ער האט א נייע מהלך וואס ער האלט איז דער רצון השם און דער דרך הטוב. דער נייע מהלך אנטהאלט אין זיך צווישן אנדערע א קאלירטע העמד, א דיינינג רום אן א טשילאר, דאווענען מיט א גיטאר, לערנען ספרי מחקר און זונגען א יעדע שבת אן אנדערע שלום עליכם. עס איז ביי יענעם קלאר אז דער "סטרוקטור" איז גארבידזש און זיין צופלויגענע מהלך איז גאלד. קען ער מחליט זיין צו בלייבן מיט די גארבידזש כדי אז זיינע אלע צען קינדער זאלן ווייטער ממשיך זיין דער מסורת הגארבידזש. (גארבידזש איז נישט כולו שלעכט, מען קען צומאל טרעפן דערין א האלב אויסגענאגטע מארך ביין אדער אפאר פעניס.) אדער קען ער גיין מיט די גאלד און לכאורה וועלן פון זיינע צען קינדער נאר איינער אדער צוויי (אדער קיינער) מיטגיין מיט אים. וואס איז ריכטיגער? וויאזוי גייסטו צו מיט א קלארקייט צו אזא שאלה עד כדי כך אז דו קענסט פסק'נען א פסק וואס איז שווה לכל נפש? אדרבא, זיי מסביר. און דאס איז לשיטתך אז מ'דארף זיך זארגן פאר דער עתיד. ווען אין וואו איז דער איבעיא נתפשט געווארן?

[ציטאט אראפגענומען]


נו, אז קריסטנטום איז למעשה געווארן א סטרוקטור האט דאך עס יא געארבייט. איז וואס איז דיין טענה? די זעלבע טענה האבן מאנכע געהאט אויף בעש"ט כנ"ל, זיי האבן זיך געזארגט וויאזוי א אידישקייט אן א סטרוקטור וועט קענען אנהאלטן. אבער היינט ווייסן מיר דאך אז עס האט טאקע אנגעהאלטן נאר ווייל עס איז געווארן א סטרוקטור, און דעם תורה הבע"ט איז טאקע צוליב דעם סטרוקטור נשתכח געווארן כידוע ליודעי חריין. דו אליינס שרייבסט דאך אזוי ווייטער: "אז מ'רעדט שוין פון חסידות, קוק וואס איז געשען במשך הזמן פון א חבורה דורשי ומבקשי קרבת אלקים. די רגע ס'איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט. היות ס'איז נישט געבויט אויף נארמאלע אלטגעזעצענע סטרוקטור."

[ציטאט אראפגענומען]


פון וואו נעמסטו אז ער האט געוואלט מאכן א מהפיכה כללית? פון וואו נעמסטו אז עס איז א רעצעפט פאר חורבן? דאס אז די חכמי ישראל האבן דאס געטענה'ט בכל הדורות איז אמת אזויווי מיר זעהן און הערן טאקע כסדר פון חכמי דורנו. זיי זענען טאקע גערעכט מיט זייערע פרעדיקשאנס. ואשר על כן?


[ציטאט אראפגענומען]


מען קען זיך טענה'ן דערויף פאר די קומענדיגע הונדערט יאר וועלכע פאלק אדער רעליגיע האט געטון דאס מערסטע רשעות. דו ביזט אבער מודה אז מען קען אנצייגן אויף א יעדע איינציגסטע פאלק און רעליגיע וואס זענען נאר אמאל געווען בשליטה אז זיי האבן געטון די זעלבע, איינער מער און איינער ווייניגער. די אומות העולם קענען די זעלבע אנצייגן אויף די בני ישראל בתוקפם. זיי דארפן נישט מער ווי אויפמאכן א נ"ך, א גמרא און א מדרש רבא.

[ציטאט אראפגענומען]


מהיכן דנתני אז עס איז תלוי הא בהא? קאלטע לאגיק גיבט מער רחמנות און געפיל גיבט אכזריות? דאס איז פארקערט פון וואס איז אנגענומען אין די וועלט. איך זאג נישט אז דו ביזט נישט גערעכט, אבער אז דו מאכסט אזעלכע סטעיטמענטס דארפסטו עס קענען אויפבעקען מיט א הסבר אדער מיט ראיות אדער מיט א מסורה קינד צום טאטע איש מפי איש ביז ששים רבוא וואס האבן עס געזען מיט די אייגענע אויגן. [בתורת הפסיכלוגיה בין איך נישט אזוי באהאווענט ווי דיר וממילא וועלן מיר דאס לאזען אין דער זייט פאר דערווייל.]

לסיומא דמילתא, איך מיין אז מיר זענען מער בהסכמה ווי נישט, מיין ווינדער איז נאר אויף די מסקנות וואס דו ציסט דערפון. ובעיקר וויל איך נאכאמאל זאגן אז דיין אפשאצונג סיי אויף דער פרטיות'דיגע פרשה - וואס איז געווען זייער א פארווייטאגטע ביי כלל ישראל - און סיי על הכלל כולו וואס דער אפשאצונג טוט שיינען א ליכט, פאר דער וואס האט אפענע אויגן און אויערען, איז וואונדערבאר און בעסער ווי גוט. מיין שמועס דא און אין מיין פריערדיגע תגובה זענען נאר געווען בכלליות אויף די נושא.


.

ירא שמים » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 6:56 pm

· #316489
די מעשה האט עפעס א אחיזה אין מציאות? איך האב אלעמאל געוויסט האט יאשקע פשוט געוואלט ווערן משיח ביי די אידן און ווען סאיז נישט געגאנגען זענען זיי געגאנגען צו די גוים און ממילא האבן זיי נישט געקענט פארקויפן זייער נייע אמונה מיט מצוות מעשיות, האט יאשקע געהאט אנאנדערע אידעאלאגיע חוץ פון זיין משיח?

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 7:58 pm

· #316499
ביי די חוקרים איז אנגענומען אז ישו האט בעצם גארנישט פארקויפט, סתם געווען א ווילדער משוגענער משיח שקר.

למעשה זענען זיינע תלמידים אויפגעקומען מיט הערליכע רעיונות און עס ארויפגעלייגט אויף זיין נאמען.

דאס הייסט אז עס איז דא צוויי ישו'ס. איין דער היסטארישער ווירקליכער ישו, און דער אנדערער ישו וואס מען האט זיך געחלומ'ט אז ער איז געוועהן. געווענליך ווען מען רעדט פון ישו, רעדט מען פונעם צווייטן.

איין זאך דארף אבער אויסגעקלארט ווערן, די סנהדרין וואס האבן אים דן געווען למיתה, האבן דן געווען דעם עכטן משוגענעם ישו, זיי האבן נישט געוואוסט וואסערע דקות'דיגע טיפע נקודות ער האט צופארקויפן, זיי האבן אים פשוט געממית'ט ווייל ער איז געוועהן א מורד במלכות.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 8:18 pm

· #316501
שמערל, מענטשן האבן אים גע'ממית'ט?

ירא שמים » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 8:24 pm

· #316502
מורד במלכות דורך סנהדרין מאכט עפעס נישט קיין סענס, אין חסרונות הש״ס שטייט דוכט זיך כישף והסית והדיח,
אנאנים, אין ברית החדשה גופא ווערט יא געסטרעסט די געדאנק?

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 8:38 pm

· #316505
ווי קימט עס אז אזאלכע געפילישער מענטשן זאלן זיך פארוואנדלען צו אכזרים?

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 9:15 pm

· #316525
ירא שמים
מורד במלכות דורך סנהדרין מאכט עפעס נישט קיין סענס, אין חסרונות הש״ס שטייט דוכט זיך כישף והסית והדיח,


די סנהדרין האבן אים דן געווען, די רומיים האבן אויסגעפירט דעם פסק דין.
זאל זיין אלס כישוף, אבער נישט צוליב קאצקער שיטות און סטראקטער וכו', ישו און די סנהדרין האבן נישט געוואוסט דערפון.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 10:40 pm

· #316543
תיקון טעות.

איך האב געמיינט צו פרעגן @שמערל פון וואו ער נעמט אז 'סנהדרין' - ווי איידער די רומיים - האבן אים גע'ממית'ט.


.

שמואל פרימו » פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:11 am

· #316572
איך וויל נישט און איך וועל נישט אריינגיין אין א דיסקאסיע, הגם איך האב וואס צו זאגן, אבער אז איך וועל אנהויבן וועל איך מוזן פירן דיאלאגן וואס איך האלט נישט דערביי.

אבער כדאי מ'זאל נישט זאגן מדשתקי שמע מיניה... וויל איך מוחה זיין בכל תוקף ועוז - ס'איז אן ערנסטער שאלה צי מ'מעג ארויסברענגען די שיינקייט אויף עובדי ע"ז, ותמצא ק"ו משמעון הקלפי שקראו אותו פטר חמור, וק"ו לאותו-איש. ס'פאסט נישט פאר קאווע שטיבל, אלעס האט א גבול. איך האלט זיך איין צו נוצן שארפערע לשונות.

ובזה יצאתי יד"ח... א שאד צוריקצוענטפערן, איך גיי זיך נישט טענה'ען אין דער נושא.

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:18 am

· #316576
@שמואל, האסט מסתם פארפאסט די הערה

ברסלבער


און יעצט א ווארט צו די מוחים. ווען די מאמע רעדט צום טאכטער און מיינט די שנור, דארף די טאכטער עס נישט נעמען פערזענליך.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:28 am

· #316579
ער מיינט יאיר׳ס תגובה, וד״ל.

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 8, 2016 12:31 am

· #316580
אויב מיינט ער יאיר פארשטיי איך, עס האט מיר אויך געשטערט די לשונות כאטש עס איז מן הסתם סארקאסטיש, פארט..

ירא שמים » זונטאג יאנואר 10, 2016 11:48 pm

· #316895
אבער מה הפשט אינ׳ם יעב״ץ? אולי אויך צענזור?

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 11, 2016 6:22 am

· #316907
פאר ווער ס'וויל וויסן די היסטארישע שטאנדפונקט פון יעזוס קריסט און וויאזוי פון א א קליינע אידישע סעקט איז ארויסגעוואקסן א וועלטליכע דאמינירטע רעליגיע מיט ביליאנען נאכפאלגער איז כדאי צו וואטשען די דאקיומענטרי PBS - From Jesus To Christ פון פיר חלקים. הויך רעקאמענדירט!

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 1 of 4

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=kZPKCDOeyMg">https://www.youtube.com/watch?v=kZPKCDOeyMg</a>

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 2 of 4

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NB1WXhoEA0o">https://www.youtube.com/watch?v=NB1WXhoEA0o</a>

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 3 of 4

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=S0pfQ2ZBe2Q">https://www.youtube.com/watch?v=S0pfQ2ZBe2Q</a>

PBS - From Jesus To Christ. The First Christians - 4 of 4

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=-_jY2E8I_mA">https://www.youtube.com/watch?v=-_jY2E8I_mA</a>

אלאדין » פרייטאג יאנואר 15, 2016 2:11 pm

· #317644
איך האב נישט פארכאפט צו רעאגירן צו דעם הערליכן וויכוח צווישן @אנאנים און @הוגה. לויט מיין מיינונג וואלט זיך געקומען פאר דעם מער לייקס. ווייזט אויס אז דער עולם איז פויל צו ליינען... דאס איז דאך דער ניצחון פון סטרוקטור.

שש דארף יעצט שרייבן אן אשכול איבער דער וויכטיגקייט פון ליינען - כדי מ'זאל נישט אנקומען דארט וואו די קריסטן זענען אנגעקומען אין מיטלאלטער 😉

[ציטאט אראפגענומען]


ריכטיג. אבער קריסטנטום איז נישט אנדערש געווען אין דעם. ווילאנג קריסטנטום האט געזוכט צו אפעלירן צו אידן האט מען באמת נישט געטוישט די פרינציפן פון יהדות (אזוי האט דאך יעזוס געזאגט: "יפלו השמים והארץ ואל תפול אות אחת או תג אחד מן התורה"), און ווען קריסטנטום האט באשלאסן זיך צו ווענדן צו דער ברייטער וועלט פון דער רוימישער אימפעריע האט מען עס באזירט אויף רוימישע יסודות. די ענדערונג איז געקומען דורך שאול התרסי (סט. פאולוס, וועלכער קען אייגנטליך באטראכט ווערן ווי דער פאקטישער גרינדער פון קריסטנטום), און ער האט עס באזירט אויף יענע יסודות צו וועלכע די גויים זענען געווען געוואוינט - די רוימישע קולטור. ס'האבן זיך פארמירט פארשידענע קריסטליכע סעקטעס אין רוים - טייל מער ענליך צו פאגאניזם און טייל ווייניגער, און ס'האט גענומען הונדערטער יארן ביז זאכן האבן זיך אויסגעקלארט.

ווען מיר כאפן אן חסידות אלס דוגמא, דארף מען דאס צוטיילן צווישן דער בעש"ט און געוויסע שפעטערדיגע מנהיגים [לאמיר אנכאפן דעם מעזריטשער מגיד אלס דוגמא, וויבאלד ער האט אסאך סטרוקטירט חסידות]. דער בעש"ט איז גארנישט געווען אנדערש ווי סיי וועלכער אנדערער צדיק וואס וויל אריינלייגן רגש אין א טרוקענעם נפש. ער האט נישט געזוכט מפיץ צו זיין קיין מהלך, און ער האט נישט פרובירט מהפך צו זיין די וועלט. ער האט אפשר געהאט געוויסע מחודש'דיגע געדאנקען, אבער ער האט דאס געזאגט פאר געקליבענע תלמידים מקשיבים, אדער סיי ווער ס'איז געקומען צו אים. פונקט ווי די אנדערע בעלי שם, אדער משפיעים בדורינו.


איך בין נישט איבערצייגט אז דער בעל שם האט געזוכט צו אפעלירן נאר צו יחידים. איך מיין אז ער האט יא, פונקט ווי יעדע גוטע נשמה, געהאפט אז זיין תורה זאל זיך צעשפרייטן צווישן די אידישע מאסן.

ס'איז דא א מאמר חז"ל: אי אפשר לעולם בלא בוסם ובלא בורסקי. אשרי מי שאומנתו בוסם ואוי לו למי שאומנתו בורסקי (די וועלט קען נישט האבן קיין קיום אן קיין בשמים און אן מענטשן וואס ארבעטן אויס לעדער. וואויל איז דעם וואס זיין ארבעט איז מיט בשמים, און א רחמנות אויף דעם וואס מוז ארבעטן מיט לעדער). ובכן, ס'איז אמת אז די וועלט דארף האבן ביידע, סיי סטרוקטור און סיי נשמה, אבער די וועלט איז צעטיילט צווישן מענטשן (סיי פשוט'ע מענטשן און סיי גדולים) וואס ציען מער צו סטרוקטור, און אנדערע וואס ציען מער צו נשמה. וואויל איז דעם וואס ציט מער צו נשמה, און וויי איז צו דעם וואס ציט נאר צו סטרוקטור 😉

פארשטייט זיך, איך בין מסכים מיט דיר אז נשמה מוז ווערן אריינגעלייגט אין א כלי, אבער די פראגע איז צי ס'זענען דא יחידים אין דער וועלט וואס ווייסן פונקטליך וואו דער באלאנס דארף זיין. געפיל-מענטשן זענען עקסטרעם אויף איין זייט און סטרוקטור מענטשן זענען עקסטרעם אויף דער צווייטער זייט. למעשה ווערט די הארמאניע געשאפן נישט דורך יחידים וואס "ווייסן וואו דער באלאנס דארף זיין" נאר דוקא דורכדעם וואס יעדע זייט ציט אביסל צו שטארק צו זיך - און אזוי ווערט געשאפן א הארמאניע אינדערמיט. צו דעם ענין איז כדאי צו ליינען אן ארטיקל פון אחד העם מיטן קעפל "כהן ונביא" וואו ער ערקלערט די דיפערענץ צווישן דער ראלע פון "דעם נביא" וואס ברענגט ארויס זיינע אידעען אן קיין ממשות'דיגע כלי, קעגן דער ראלע פון "דעם כהן" וואס צווינגט אריין די ווערטער פונעם נביא אין סטרוקטור. ביידע זענען עקסטרעם אבער ווען די געזעלשאפט נעמט אריין ביידע קולות אין זיך פארמירט זיך א הארמאניע.

ווייטער, קלעטער אריין אין בודהיזם צו כמעט יעדע אנדערע רעליגיע. וועסטו זען אז זיי האבן נישט גע'הרג'עט די וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן. אפילו איסלאם מיטן שווערד, האט נאר גע'הרג'עט אין אנהייב כדי זיך מבסס צו זיין, אבער שפעטער האט מען געלאזט לעבן אונטער זייער הערשאפט [אפילו בימי מוחמד טענה'ן זיי, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט אידן, נאר ענדליך צו אונזער טענה - אין געוויסע שטחים פון היינטיגן אראביע האבן זיי געוואלט ס'זאל זיין ריין פון אומגלויביגע אין זייער רעליגיע]. היסטאריש גערעדט, האבן אידן געלעבט גאנץ כמעשה אונטער די מוסולמענער רוב צייטן, און ערמארדעט געווארן יעדן שני וחמישי אונטער די קריסטן רוב צייטן.

ווען איך זאג אז קריסטנטום האט נישט געארבעט אלס סטרוקטור, מיין איך נישט די פונקט צו זייער איינפלוס איז געשטיגן אדער געשרינקען, נאר די מציאות הדברים אז דאס איז נישט געווען קיין אויסגעארבעטע סטרוקטור ווי אנדערע רעליגיעס. ס'איז געווען ווי חסידות, מיט אפאר עובד'ישע רעיונות, וואס איז נישט געאייגנט פארן כלל, וכנ"ל. ווען דאס איז געווארן נחלת הכלל, איז עס געווארן סטרוקטירט אן קיין ריכטיגע יסודות, דאס אויך ווי חסידות. די תוצאה ביי ביידע איז אייניג: עס איז געווארן פול מיט רשעות און געמיינהייט, ליידיג פון אריגינאלער תוכן און געפיל, און א נייע סטרוקטור וואס איז נישט געבויט אויף אלטע פונדאמענטן.


איך בין נישט מסכים מיט דיין אפשאצונג איבער קריסטנטום. ס'איז זייער שווער צו ציען א פאראלעל צווישן רעליגיעס, ווען אומצאליגע פאקטארן שפילן א ראלע אין די וועלטליכע ציוויליזאציעס. קריסנטום אין דער רוימישער ווערסיע וואלט אפשר געווען שיין, נאר די רוימישע אימפעריע איז איינגענומען געווארן דורך די גערמאנישע שבטים און דאס האט געברענגט צום אנהויב פונעם מיטלאלטער. ביסטו איבערצייגט אז די קריסטליכע קרעדא איז שולדיג אינעם ריקצוג פון אייראפע במשך די יארן פונעם מיטלאלטער? אפשר איז עס נאר געווען א רעזולטאט פונעם לעבנסשטייגער וואס די בארבארישע אינוואדירער האבן אנגעברענגט? אויסערדעם איז נישט ריכטיג אפצומאלן דאס בילד אזוי שווארץ און ווייס, ווי גלייך ביי קריסטן איז שטענדיג געווען שלעכט און ביי די מוסולמענער נישט. מיר קענען פירן וויכוחים אין היסטאריע, אבער איך האלט נישט אז ס'וועט עפעס צוגעבן צום שמועס.

בלויז צו באמערקן אין קורצן: די אפיציעלע דאגמע פון דער קירכע איז נישט געווען צו הרג'ענען אידן, נאר זיי האבן געהאט א ספעציעלן סטאטוס. דער ספעציעלער סטאטוס איז באשטאנען סיי פון פריווילעגיעס (אידן זענען געווען אונטערן שוץ פונעם קעניג, און צומאל אפשר אויך אונטער דער קירכע) און סיי פון רדיפות, פונקט ווי ס'איז געווען אין דער מוסולמענישער וועלט. די פאגראמען וועלכע פלעגן אויסברעכן זענען געווען אין דער בחינה פון עפעס וואס איז "קעגן דעם רבינ'ס רצון און איז קיינמאל נישט געווען אונזער דרך..." ס'איז נישט מער ווי נאטירליך אז אין בארבארישע סביבות האבן אידן געליטן מער צרות ווי אין ציוויליזירטע פלעצער, סיי ווען ס''האט זיך געהאנדלט פון מוסולמענער און סיי ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון קריסטן. וויאזוי ס'זאל נישט זיין, איז דער וויכוח נישט רעלעוואנט צום עיקר שמועס.

בנוגע דיין אנדערן פונקט, אז קריסטנטום איז געווען ליידיג פון תוכן, נישט באזירט אויף פריערדיגע יסודות, האב איך שוין פריער געענטפערט אז ס'איז נישט אקוראט.

---

ווייטער קען מען זיך דינגען איבער פרטים, למשל מהיכי תיתי אז לאגיק ברענגט צו מענטשליכקייט, און געפיל ברענגט צו אכזריות. אימא איפכא. אזוי אויך קען מען זיך דינגען איבער קולטור, צו ס'איז טאקע א גוטע זאך אדער גאר א גורם פאר חורבן. וכהנה וכהנה. איך האב געשריבן מיינע הרהורי דברים, לויט ווי מיין לאגיק געבט אן, און מעגליך אז איך בין נישט גערעכט. אין סך הכל, איז עס ממילא געווען א גוטע אשכול און שיינע רעיון, און נאך טיפערע נמשל.


זיכער אן אינטערעסאנטע פראגע צו דעבאטירן. וואס איז מער מסוכן פאר דער מענטשהייט? ראמאנטיציזם אדער סטרוקטור? איך מיין אז ביידע זייטן האבן סכנות אין זיך. א מענטש קען זיין פאנאטיש דורך געפיל און א מענטש קען זיין פאנאטיש דורך סטרוקטור. דערפאר פאדערט זיך צו זיין קודם כל א גוטער מענטש, זיך רעכענען מיט אנדערע, און ערשט דערנאך קלערן וועגן גרויסע אידעעס. אויב די כוונה פונעם מענטש איז א גוטע און ער איז אויפריכטיג מיט זיך, גלייב איך אז א ראמאנטישער צוגאנג צום לעבן קען זיין א ברכה, נאר ווי געזאגט פריער ווענדט זיך עס סיי ווי אין דער נאטור פון מענטשן. קיין שום יחיד באשטימט נישט וויאזוי די געזעלשאפט זאל זיך פירן, נאר דער באלאנס ווערט אויסגעארבעט דורך די פארשידענע קולות פון ארום. אויב זאלן מיר פארשווייגן יעדן קול פון געפיל וועלן מיר ענדיגן מיט א זייער אומבאלאנסירטע געזעלשאפט...

ירא שמים » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 7:05 pm

· #317667
די געדאנק אז דאס היטן תורה ומצוות איז פשוט אלס סטרוקטור איז נישט קיין מהלך פאר א מאמין באמת און גלייבט אז אונזער היטן תו״מ איז וועגן א תכלית עליון אדער פשוט וועגן כך עלה ברצונו, און אויך די טענה אז די זענען געווען די חוקי התורה זענען דעמאלט געווען די אנגענומענע נארמע קוקט אויס ווי תורת גייגר ממקורו, איי פון רמב״ם איז דא אזא משמעות? א שווערע רמב״ם…

קל וחומר » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:21 am

· #319306
.

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 9:53 pm

· #346974
אלאדין: איין פיצינקע'לע, קליינטשיגע, פיטשימאנטשיק'ל פון אן הערה'לע דורך א בעל עגלה צו אזא הויעך-געשעצטן אינטעלעקטואל ווי דו שטעלסט זיך אהער...!
דו ציטירסט די גמ' וועלכע זאגט..."אי אפשר לו לעולם בלי ..."בושם"...ובלי בורסקי...אשרי מי שאומנתו ,,,"בושם"... ואוי לו למי שאומנתו בורסקי...!
דער הויך-געשעצטער, אינטעלעקטואל האט נישט מבחין געווען צווישן ..."בשם" מיט א פתח. און בושם, מיט א חולם. די ערשטע איז דער מענטש וואס באשעפטיגט זיך מיט בשמים. די צווייטע איז א שם דבר. די בשמים...!

הוגה » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 11:05 am

· #352907
איך זאג אין ביידע תגובות די זעלבע זאך ולא פליגי בכלל. איך האלט אז נאר א סטרוקטשערד סיסטעם קען האבן א קיום פאר א פארצויגנע תקופה. איך פארשטיי אז צוליב דעם האבן די פירער פון רעליגיעס, סיי די אידישע און להבדיל אלע אנדערע, סיסטעמיזירט זייערע רעליגיעס טראץ דעם וואס זייער גאנצע רעליגיע האט ארויסגעשפראצט אלס אן אנטי סיסטעם מאוומענט. און מיין שאלה עדיין במקומה עומדת. איז עס מיין אחריות צו מאכן זיכער אז אידישקייט ציט זיך ווייטער? דארף איך קאמפרימייזען אויף מיין וואוקס און מיינע השגות מיט די דאגה איבער די קומענדיגע דורות? אפשר איז די ריכטיגע זאך צו טון וואס איך האלט איז ריכטיג פאר מיך און לאז די וועלט זיך אליינס קער נעמען, היינט און אין די צוקונפט?


.

יעקב מענטש » זונטאג יאנואר 15, 2017 1:39 pm

· #359781
און געט מיר נאכמאל די געלעגענהייט אויסצודרוקן אפשיי. איבער די גלאריפיקאציע פון די טומאה! פוי!

ארי נוהם » זונטאג דעצעמבער 24, 2017 10:38 pm

· #391975
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב געטראפן אן אשכול וואו מ'רעדט איבער איינע פון הרב סלאווייצ'יקס ספרים איבער די ברית החדשה און איר שייכות צום אידישן אמונה: <a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=1983630&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... um_id=1364</a>

אזוי אויך האב איך געזען אז ס'שוין דא א ביכל אויף דעם אינטערעסאנטער פערזענליכקייט: <a class="postlink" href="https://books.google.com/books?id=tk2QtgAACAAJ&dq=%D7%94%D7%90%D7%99%D7%A9+%D7%95%D7%9B%D7%AA%D7%91%D7%99%D7%95&hl=en&sa=X&ved=0ahUKEwjwyILUnaTYAhWFQd8KHd5nCSEQ6AEIKTAA">https://books.google.com/books?id=tk2Qt ... EQ6AEIKTAA</a>

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2018 1:16 pm

· #420023
לא היו ימים טובים לישראל - כפשוטו.

נו, שוין, זאל די נשמה האבן אן עלי'.

מי אני » זונטאג אוגוסט 2, 2020 6:53 pm

· #455773
📎 3487ADAA-A72B-4424-97DA-4E9F7E611380.jpeg
פון הרב דר. מלך שפירא׳ס ‏אנאליז (פון p. 8) איבער הרב דר. זאקס׳נס מימרא בנוגע דאס אז אנדערע רעליגיעס פארמאגן אויך דאס ״אמת״ פון לעומת אמונת היהדות.

מי אני » מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 8:59 pm

· #461295
אין קריסטענטום בעיקר איז דא א דאקטרין פון פּריסקאַ טעאלאגיאַ וואס זאגט אז עס איז דא איין אמת׳ע טעאלאגיע וואס לויפט דורך אלע רעליגיעס פונעם מענטשהייט, וואס איז געגעבן געווארן פון ג-ט צום מענטש לאנג צוריק.

אישתישבי » זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 pm

· #461345
<a class="postlink" href="http://www.vaybertaytsh.com/episodes/2017/12/24/episode-23-jesus-etc">http://www.vaybertaytsh.com/episodes/20 ... -jesus-etc</a>

אין א שכינות'דיגע אשכול ווי דער מאכערקע פין דער זייטעל לינקט, געפינט זיך א שיינע שמועס בנוגע דער בליק פין אידן אויף יוזל אין די לעצטע פאר יאר הונדערט, און וואס האט מיר געכאפט ווי זיי ליינען אפ פין א אידישע ביכל וואס ברענגט ארויס ווי יוזל וויל אנטלויפן פין דער קרייץ ווייל ער האט גארנישט אויפגעטאן אויף דער וועלט, מען הרג'ט ווייטער, און נאך מער מען הרג'ט גאר אין זיין נאמען.

ארי נוהם » מיטוואך יאנואר 6, 2021 8:24 pm

· #465236
אויפגעברענגט לרגל יומא דהילולא

מי אני » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:12 am

· #506101
📎 474E5BDD-8BFA-41CC-94C4-529FF3F4898A.jpeg ‏דר. מיכה גאטליב.

מי אני » פרייטאג יאנואר 6, 2023 9:51 am

· #515138
אין די לעקציע פארציילט דר. משה הלברטל אז ער האט געטראפן א גר צדק וואס האט לגמרי איינגעזעהן און מקבל געווען אמת תורת משה ויהדות, חוץ אז ער האט געהאלטן אז הגם ישו הנוצרי איז טאקע נישט ״ג-ט״ או ״משיח״ וכדומה, האט ער אבער יא נאך אלס געהאלטן אז ער איז אבער בגדר ״נביא״ וכדומה (אדער עכ״פ כאחד מהתנאים הראשונים). (דאס איז שוואכער ווי ״יהודים למען ישו/יהדות משיחית״.) און זיין שאלה איז געווען אז ער גייט זיין אויפריכטיג מיט זיין שיטה און דאס נישט באהאלטן, איז צי איז דאס אַן עיכוב אז בי״ד וועט אים נישט מקבל זיין? דר. הלברטל האט אים געזאגט אז ער גלייבט נישט אז דאס איז אַן עיכוב. ווען ער האט גערעדט דערוועגן מיט פּראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז פּראפעסאר ליבוביץ געווען גאר שארף דערקעגן און געזאגט אז דאס איז אויסדרוקליך אַן עיכוב. צום סוף האט אים א בי״ד יא מקבל געווען. פּראפעסאר ליבוביץ איז געווען גאר שארף קעגן די בי״ד.

און אז מ׳רעדט שוין, אין די לעקציע פארציילט דר. הלברטל אז ביי א קאנפערענץ איז ער געווען צוזאמען מיט א קלוגע מאָרמאָן סטודענט. ער איז געווען נייגעריג צו הערן איבער די מאָרמאָן גלויבונג און אים געפרעגט איבער זיינע גלויבונגען. ווען יענער האט אים זיי פארציילט האט דר. הלברטל געקלערט צו זיך אז דאס וואס יענער גלייבט איז דאך ממש מוזר און נאַריש. ער האט דערנאך געטראכט אז ער האפט אז דער מאָרמאָן גייט אים נישט צוריקפרעגן וואס ער גלייבט אין ווייל דאס איז דאך פונקט אזוי נאַריש, נאר פשוט עלטער…

וואס ער ברענגט ארויס איז אז מ׳קען נישט געהעריג אפטיילן די סיבה פארוואס איינער ״גלייבט״ און פירט זיך אויף על פיהם נאר מכח זיין גלויבונג סעט, אָן ארייננעמען בחשבון די ארומיגע סאציאלע און קולטוראלע קאנטעקסט און לעבנסוועלט והמסתעף וכו׳.

מי אני » מאנטאג מאי 29, 2023 6:08 pm

· #526378
דר. וואָרען זאב האַרווי ברענגט צו פון דר. הערי אָסטרין וואלפסאן:
In 1925, Harry Austryn Wolfson (1887–1974), then a young professor of medieval Jewish philosophy at Harvard University, published a controversial essay, “How the Jews Will Reclaim Jesus.” It was published as an introduction to the new edition of Joseph Jacobs’ 1895 historical novel, Jesus as Others Saw Him; and it was reprinted with some revisions almost four decades later in the Menorah Journal, years after the Holocaust and the establishment of the State of Israel

Wolfson argued in it that the Jews will reclaim Jesus as part of their modern project of restoring their “lost literary treasures.” In Wolfson’s words, "the Jewish reclamation of Jesus… will come about as a result of a wider and more comprehensive conception of the scope of Jewish learning and Jewish literature and of a general restoration of our lost literary treasures.” Jesus, he explained, will not be reclaimed as a God, nor as a son of God, a Messiah, or a prophet, but as a Galilean preacher

The Jesus portrayed by Wolfson was a wise man, a hakham, but not an extraordinary one. He was certainly not “a leading authority on questions of the Law, but was a successful “moral and religious teacher” who authored some good gnomic sayings.” He was much more popular with the masses than with the intellectuals and “succeeded quite well in attracting a goodly number of Jews of the lowlier station of life and culture among whom he appeared and to whom he delighted to deliver his messages.” While Wolfson wishes to reclaim the “sayings of Jesus” for Jewish literature, he does not think that Jewish literature is lacking without them. After all, he explains, “we are already supplied with a complete assortment of similar sayings by the Rabbis.” After the Jewish reclamation of Jesus, Wolfson foresees that the sayings of Jesus “will be considered as part of the maxims of the anonymous body of the wise, of blessed memory [i.e. hazal], who express the national genius of the people, not as those of an inspired individual to be worshipped and exalted above others.” Jesus, Wolfson thus predicts, will not enter Jewish literature as a superstar, but will be assimilated into it as one among the hundreds of teachers known generically as “the wise of blessed memory”

Needless to say, if Wolfson’s Jesus was not a preeminent Rabbi, he certainly was not a prophet or a Messiah. That he was not a prophet or Messiah is, for Wolfson, trivially true. He was not a prophet since prophecy came to an end “long before Jesus made his appearance,” and he was not the Messiah because “he simply did not meet the conditions” presumed by the people to attend the Messiah. Similarly, he was not a God or a son of God since such notions are “altogether foreign to [the] fundamental principles” of Judaism. Again and again, Wolfson emphasizes that it is an un-heroic Jesus who will be redeemed by the Jews: “it is not as a returning hero that Jesus will be restored, not as a beatified saint, … we shall not regret the past nor shall we apologize for our forefathers.” Jesus will be reclaimed as a Galilean preacher – one preacher among many

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 29, 2023 6:29 pm

· #526380
מי אני: איך ווייס נישט איבער דר. וואלפסאנ'ס עססיי. אפשר האט ער געזעהן זאכן וואס אונז פשוטי עם זעהען נישט.

נאר פאר אלעם. בעפאר איך לאז מיך אפילו אריין אין אן אינטעלעקטואלער דעבאטע איבער די רעלעוואנס און אנגעהעריגקייט פון ישו (יעזוס קריסטוס) צום אידישן פאלק, פאלג איך נאר נאך מיינע געפיהלן. א מענטש וואס אין זיין נאמען האט מען אויסגעהרג'עט מיליאנען אידן. און זיינע נאכפאלגערס האבן אויסגעדרוקט אן אורשפרונגליכע שנאה צו דעם אידישן פאלק. אריינגערעכנט , פאסיליטירן דעם האלאקאוסט און העלפן און שטיצן די נאצי'שע מערדערס אויף א יעדן שטאפל. און די שנאה גייט נאכאלץ אן. צו אזא אידעאלאגיע קען איך מיך בשום אופן נישט צו פאסן.

ווען די קאטוילישע טשוירטש אלס אן אינסטיטושן וועט אויסדרוקן אמת'ע חרטה אויף זייערע זינד און פארגיטיגן דאס אידישע פאלק פאר די אלע שאדנס וואס זייערע שטיצערס האבן אפגעטון. וועט מען ערשט קענען אנהייבן דעבאטירן אויב דאס קריסטענטום האט עפעס א שייכות אדער אנגעהעריגקייט צו אידן און אידנטום. ביז דאמאלס האבן זיי דעם סטאטוס פון איינפאכע און בייזוויליגע מאסן מערדערס...! וועלכע פארדינען א גאנצע און טאטאלע פארטיליגונג...!

מי אני » מאנטאג מאי 29, 2023 6:59 pm

· #526385
ער זאגט נישט אז מ׳וועט אָננעמען/אריינעמען נוצרות כלל וכלל. נוצרות איז די רעליגיע וואס מ׳האט אלס געבויט ארום דעם פּערזאן פון ישו. דר. וואלפסאן טענה׳ט אז ברבות הימים וועט מען דאס אלעס ״אפשערן״ פון דעם ישו, און אים אָננעמען ווי נישט מער ווי א אידישער מגיד א חכם פונעם גליל בזמן הבית - נישט מער.

עס דערמאנט אביסל פונעם אנעקדאט וואס דר. משה הלברטל פארציילט שהבאתי לעיל.

דר. וואלפסאן טענה׳ט אז די סיבה פארוואס ישו׳ס דרשות (עכ״פ די דברי חכמה וכו׳) זענען נישט מעיקרא ציטירט און אָנגענומען געווארן, איז פשוט ווייל ער איז נישט געווען א ראש ישיבה אדער אָנגעזעהן מיט א פאזיציע.

ווי דר. האַרווי ברענגט ארויס, איז דאס אלעס א חלק פון דר. וואלפסאן׳ס ברייטערע סיסטעם וואו יהדות ברבות הימים נעמט צוריק אידישע ליטעראטורישע ווערק, און נאר אין טערמינען פון זייער ליטעראטור וחכמה, וואס זענען נישט מעיקרא געווען אָנגענומען וכדומה. וכעין די ווערק פון פילון/ידידיה האלכסנדרוני (ואפילו שפינאזע אליביה).

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 30, 2023 1:23 am

· #526434
מי אני: מיט דעם גאנצן רעספעקט פאר אינטעלעקטואלע מיינונגען און עסייס, קען איך מיך נישט באפרייען פון די (נעגאטיווע) עמאציעס וועלכע שווימען ארויף ביי מיר נאר מיט דערמאנען דעם נאמען קריסטנטום. איך בין אינגאנצן איבערגענומען פן די היסטארישע פאקטן וועלכע פארציילן איבער דעם אומגעהויערן שאדן וואס די קאטוילישע (און פראטעסטאנטישע) טשוירטש האט אנגעטון במשך פון 2,000 יאר צו מיין פאלק.

ס'איז פונקט אזוי ווי אז א איד וועלכער איז אן אפשטאמיגער פון האלאקאוסט איבערלעבער זאלל זיך נעמען (אויף סיי וואספארא שטאפל) לויבן די ווירדן און בענעפיטן פון די נאצישע אידעאלאגיע. און די וועלכע האבן עס אדורכגעפיהרט. ארויסהייבנדיג די גוטע זייט פון נאציזם. אזוי ווי אויפבויע די עקאנאציע און מיליטער פון דייטשלאנד.

מי אני » דינסטאג יולי 18, 2023 12:40 pm

· #531710
לגבי דר. וואלפזאן'ס טעזע, זאגט דר. מיכל בר-אשר סיגאל לגבי די גמרא בסוטה מז. ובסנהדרין קז: (אינעם קאנטעקסט ווי יהדות רבנית און, להבדיל, נוצרות האבן זיך אפגעטיילט און זענען ארויסגעוואקסן פונעם פריערדיגן יהדות בית שני, און די קאמפליצירטע רעלעישאנשיפּ צווישן זיי צוויי אין יענע תקופה):
On the other hand the Talmud does preserve as well a story that says Jesus was once a student of a rabbi and a very important student of the rabbi. In fact, one story in the Talmud even says we could have kept him: it was a misunderstanding with which we dealt with wrong. When the story is being composed, whoever composed it knows that in the end Christianity won, at the end of the day. But there's still a sense of the fact that this could have been done differently; we could have retained him; that we remember he was once one of ours; we remember that he was a sage; he was learned in the Torah; he was one of us. But something happened, there was a misunderstanding and we were too harsh on him and we weren't smart enough to keep him. So whoever wrote this story still has a sense that this could have ended differently, which is extremely interesting to find in the text that was redacted so late
ועיין בתוס' הרא"ש שם בסוטה.

זי דערמאנט (מער צום סוף) איר טעזע אז די מעשה פון רשב"י בהמערה (שבת לג:) איז אינפלוענסד דורך נוצרי'שע ליטעראטור איבער די מאָנעסטיק אסעטישע נוצרים וואס פלעגן גיין במדבר ובמערה און עס איז וועגן זיי פארשפרייט געווארן מעשיות פון נסים ווי אזוי זיי זענען אויסגעהאלטן געווארן. דאס האט אפשר קלאנגן פון דר. אלחנן ריינער'ס טעזע איבער ווי אזוי די מקובלים האבן אוועקגעשטעלט חגיגת ל"ג בעומר, כדי דאס אוועקצודרייען פון ישו ונוצרות, וואס אינעם גליל איז יהושע בן נון געווען די העלד פונעם ראיאן וועלכע מ'האט צאמגעשטעלט מיט הר מירון (אלס מקום קבורתו של סמוך להר געש, יהושע כד ל ושופטים ב ט), און מ'האט דאס אנגעהויבן צו צאמשטעלן מיט ישו, וואס שמו נובע מיהושע. ועיין כאן במה שהביא @איש עברי מדר. ריינער בזה.

אין איר בוך שרייבט דר. בר-אשר סיגאל:📎 bar asher.jpg

מי אני » דינסטאג אוגוסט 8, 2023 11:29 am

· #533135
דר. יהודה ליבס (א ציוני דתי) טענה'ט אז די חתימת הברכה בשמונ"ע פון "מצמיח קרן ישועה", איז א רמז צו ישו הנוצרי און עס האט זיך "אריינגעכאפט" אין די שמונ"ע; אריגינעל איז חתימת הברכה טאקע געווען "מצמיח קרן לדוד". (שוין, הא'מיר נאך א סיבה אז פונקט דערויף איז נישטא קיין קרובץ בפורים...) ובכלל פלעגט דאך זיין המנהג בא"י אז ברכת בונה ירושלים און ברכת את צמח דוד זענען איין ברכה (עיין בירושלמי ברכות פ"ד ה"ג).

דאס האט אנגעברענגט א שטארקע פולמוס און דר. מאיר בר-אילן פרעגט שטארק דערויף (לדוגמא, אז מ'האט אריינגעשטעלט ברכת המינים קעגן זיי אויך, און דאך האט זיך דאס אריינגעכאפט?). ער רופט זיין מאמר תגובה "ישוע שר הפנים", עפ"י דאס וואס שטייט ביי די יהי רצון ביי די תקיעות שופר של ר"ה, וואס דער יביע אומר (ח"א או"ח סימן לו) שרייבט דערויף, ווי אויך אנדערע, אז דאס איז א טעות און האט זיך אריינגעכאפט פון די נוצרים אלס א רמז לישו הנוצרי ע"ש.

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 10:10 am

· #533726
דר. חנה כשר און דר. משה קאהאן שרייבן במשנתו של ר' יוסף אבן כספי (ועפ"י מה שזכר המו"נ בח"א ריש פס"ח):
Kaspi proposes another radical doctrine in connection with the Aristotelian conception of God as the intellect, that which intellects, and the intellectum: he compares this conception with the Holy Trinity of Christian theology. He is even willing to accept a moderate interpretation of the Trinity: “Some individuals among them (the Christians) are similar to us (in opinions)” (Gevia‘ ha-Kesef, p. 27)
זיין לשון דארט אין גביע הכסף (פ"א):
כי נכון לאמר בשם ית׳ שהוא הסיבה הראשונה לשון רבים מצד מה גם מצד עצמו. כל שכן שנכון זה בכלל השכל הנפרד, אשר השם ית׳ הוא מן הכלל. וזה כי השכל הנפרד בכלל, ואם תרצה אמור עולם השכל או עולם השכלים, הוא ית׳ ובית דינו ופמליא שלו שאמרו חכמינו ז״ל. וזה הכלל הוא נחלק בציורינו לשלשה חלקים מצד ציירנו אותם בענין עלות ועלולים כמו שאמר אבונצר ״הראשון והשניים והשכל הפועל.״ ודע כי מצד זה יצא ראשונה בשנים קדמניות שנאמר באמונת האב והבן והרוח. רק שאחר כן הועתק לענין אחר. וזה כי הש״ית הוא הראשון הוא האב; השניים יקרא בן או הבנים וזהו אמרו ״בני אלוקים, בני אלים״ בכוונה ראשונה. כ״ש שהא-ל נקרא אב בכל התורה והמקרא כי הוא המוליד הראשון לכל. והשכל הפועל נקרא רוח ה', רוח הקודש, רוח אלוקים. וכל זה מבואר.

א״כ כלל עולם השכל הנפרד הוא אחד מצד ורוב מצד. ואם תרצה אמור הם רבים והם אחד. ואם תרצה אמור השכל הנפרד בכלל הוא שלושה והוא אחד, ומזה הוסכם השילוש ראשונה. וגם הראשון בעצמו הוא ית׳ השם נוכל לומר עליו כל זה בבחינת יחודו לבדו, מצד היותו עלה משלשת לשניים ולשכל הפועל. וגם מצד זה נוכל לאמר בו לבדו שהוא ג׳ והוא אחד. ובכלל כי זה השלוש עם היותו ית׳ אחד גמור וכל זולתו הוא רב מצד היותו מורכב ונשלם מעלה ועלול, מה שאינו כן השם ית כי אין עליו עלה. הנה זהו דעת תורתינו. ולכך אמרו אכ״ה ״קדושה לך ישלשו״, ופירשו לנו מאמר ישעיהו קדוש קדוש קדוש ה׳ צבאות, שהכוונה בזה השילוש לשכל הנפרד בכלל ולה׳ ית׳ בפרט.
און שפעטער בפ"ה:
ראה איך האמת עד לעצמו ומסכים מכל צד. וזה כי השילוש הוא דבר קדום לכל האומות. ואחד מיסודותיו הוא בעבור שמספר שלש הוא מספר שלם כי יש לו ראש ואמצע. ולכן אמר אריסטו בספר השמים והעולם. לכן נהגנו בתפילתינו לומר ענין השלשה. לכן נותן תורתינו הסכים לזה והניח בתחילת תורתינו ג׳ שמות כמו שקדם. והם ״אלוקים״ ״ה׳ אלוקים״ ״ה׳״. ואמר כן במאמר הנכבד שהיה למשה עם ה׳ במ׳ יום השניים כתיב שם ה׳ אל. ובברכת אהרון ה׳ ג׳ פעמים. וכן במה שיחד שמות לשם הנכבד הניחם על מספר שלשה: שם יו׳ד ה׳א ו׳ו ה׳א ושם אהיה אשר אהיה. ובכלל כדי שיהיה השלוש נאמר בעולם השכלים מכל צד. ואם כציירנו השכל הראשון בכלל. וזהו כמו שקדם. לא מצד היות הכלל נחלק לג׳ חלקים בציורינו ראשון ושניים ושכל הפועל עם כל אחד מהשכלים זולת המשנה הקרוב לא הוא לפחות בעלי השלשה ענינים מצד היותו נשלם בהשכילו ראשון והשכל הקרוב לו למעלה ממנו ועצמותו. ואם בראשון לבדו יש לו ציור שלש מצד היותו סבה שלישיה לחלקיו השניים ר״ל ופועל צורה ותכלית.

ולבאר לנו יותר כל זה כתב ישעיהו ״וקרא זה אל זה ואמר קדוש קדוש קדוש ה׳ צבאות.״ והטעם המדקדק ב"צבאות" במקום הזה, השכלים הנפרדים. ואם ביתר המקומות קראו הגשמים השמימיים וכל ישראל צבאותיו ית׳. והכל אמת. ולבאר לנו כי זה השלוש שזכר ישעיהו הוא כולו בעולם השכלים הנפרדים מן הצד שכתבתיו וזה מצד לקחנו הכלל ומצד לקחנו הפרט העליון, סדרו לנו בתפילתינו לשון מפרש זה. ואמר לשם ית׳ ״קדושה לך ישלשו״ וכן ״המשלשים לך קדושה.״ וכבר הארכנו גם על זה בספר מנורת כסף. וממה שכתבנו בזה מתחילת ספרינו גם הנה יובן לך איך אנחנו והנוצרים שוים במלות ר״ל בשלוש ובלשון אמרם ״אב ובן ורוח״, וכי הם שלשה והם אחד, כי זה ענין קרוב. וכתוב כולו בתורתינו ר״ל שתאר ה׳ ית׳ כאב. ויותר נפלא באמרו ״מחוללך״ וכן אם כן יש לו בן בהכרח. כ״ש שכתוב ״בנים אתם לה׳ אלוקיכם.״ כ״ש שנאמר בתורה על השכל הפועל ״רוח אלוקים״ מן הרוח. אך כמה רחוקים אנחנו מן הנוצרים בדעות. ואם אנחנו שוים במלות ובדבור החיצוני אם לא שיהיו כמונו היחידים מהם.
ועיין במה שפירש על מו"נ ח"א סוף פס"ט.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:29 pm

· #541904
אפרים דיינרד, אין זיין ״היער באין דוב״ נגד הנצרות, וואו ער טענה׳ט בעד דעם קריסט מיתוס טעאריע אז באמת איז ישו הנוצרי לא היה ולא נברא, באציהט זיך בבוז ובפולמוס צו אַן ענליכן טעזע ווי דר. הערי וואלפזאן׳ס:
אחד מפריצי בני עמנו בנויארק, סאציאליסט, אנארכיסט, באלשעוויק, פועל ציון, שונא ציון, יהודי ונוצרי, לא יהודי ולא נוצרי, מתפלסף ומשתגע, זארגאניסט נלהב, אחד מעמודי התוך בספרת “צאינה וראינה” וכבודו גדול בעיני כל החיה והבהמה אשר הפקידוהו לרועה, וכמעט יום יום יוריד את רירו אל זקן עורכי כתבי העתים לבאלשעוויקים באמעריקא בזארגאן. וזה לא כבר בעתתו רוח אלהים רעה, ויכתוב מאמר בשם “משפט חדש בעד ישו הנוצרי”. ובו הוא דורש כי יחדשו היהודים את המשפט נגד ישו, להושיב שופטים, עדים, קטגור וסנגור, הכל כאשר לכל סדרי המשפטים בימינו, ואז הוא, האדון הפלוסוף, הוא בטוח כי יצא ישו צדיק בהשפטו, וכל היהודים יקבלוהו עליהם לאלהים, והוא, היועץ עצמו יהיה הסנגור, ובלי ספק יאסוף אוצרות קרח וקרעזוס מיד כל הנוצרים בתבל, ויכתירוהו בעטרת “אפאסטאל”, עליון על לוקאס, מתיא, יוחנן ופוילוס, אשר לא הצליחו עד היום להביא את היהודים תחת כנפי השכינה החדשה.

ומה תגידו לשגעון כזה? אמנם כן, שגעון הוא, ועוד יותר משגעון, שארלאטאניזמוס נורא אשר כמוה לא נולדו אף בלב הצורר הבור הענרי פאָרד.
ואגב, דער דיינרד האט אויך געהאלטן אז פונקט אזוי ווי ישו, דער אליל הנוצרות, איז לא היה ולא נברא באמת, איז דער בעש״ט, דער ״אליל החסידות״, לא היה ולא נברא באמת.

מתתיהו » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:03 pm

· #541932
מי אני #
ואגב, דער דיינרד האט אויך געהאלטן אז פונקט אזוי ווי ישו, דער אליל הנוצרות, איז לא היה ולא נברא באמת, איז דער בעש״ט, דער ״אליל החסידות״, לא היה ולא נברא באמת.
איי איז עס דען אפילו איין פראצענט מעגליך?! מ'רעדט דא פון א איד וואס האט איבערגעלאזט א משפחה מיט דורות וואס זענען ידועים לכל, גרויסע באקאנטע תלמידים וואס האבן געשריבן ספרים אא"וו, אבער מענטשן קענען נאך אלס לייקענען, און יא אפילו ווען ס'איז ברור כשמש בצהרים. און איך גלייב ער ווערט נאך אלס גערעכנט אלס קלוג און ראציאנאל (אפשר נישט "אין דעם" איך הער..), ווען נישט וואלסטו דאך נישט נאכגעברענגט פון סתם עפעס א משוגע'נער..

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:20 pm

· #541934
אסאך היסטאריקער פלעגן מטיל בספק זיין אין די גאנצע ר' ישראל בעש"ט ביז מ'האט געטראפן א בריוו פון איהם, אזוי ליגט מיר אין קאפ, עכ"פ נאר פון אזוי האלטן ווערט מען נאכנישט קיין משוגענער. וואס יא, זיין שפראך איז געפערליך שלעכט, ס'דערמאנט מיר פון נתנאל רובין.

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:27 pm

· #541935
מתתיהו #
איי איז עס דען אפילו איין פראצענט מעגליך?! מ'רעדט דא פון א איד וואס האט איבערגעלאזט א משפחה מיט דורות וואס זענען ידועים לכל, גרויסע באקאנטע תלמידים וואס האבן געשריבן ספרים אא"וו, אבער מענטשן קענען נאך אלס לייקענען, און יא אפילו ווען ס'איז ברור כשמש בצהרים. און איך גלייב ער ווערט נאך אלס גערעכנט אלס קלוג און ראציאנאל (אפשר נישט "אין דעם" איך הער..), ווען נישט וואלסטו דאך נישט נאכגעברענגט פון סתם עפעס א משוגע'נער..
גערעכט אז עס איז א פרינדזש שיטה. וואס דאס אז ישו האט נישט באמת עקזיסטירט, איז אויך א פרינדזש שיטה, און די קאנסענסוס ביי אקאדעמיקער איז אז ישו איז יא א היסטארישער פיגור. פונקט אזוי ווי עס איז אָנגענומען ביי היסטאריקער אז דער בעש״ט איז טאקע יא א היסטארישע פיגור (וואס איז געווען אזא סארט שׁאַמאַן/ספיריטואלע דאקטאר אין זיין געגענט).

אבער ״ברור כשמש בצהרים״ איז דאס נישט ביי ביידע, און זיי ביידע האבן (אפשר אפילו מער ווי) ״אַן 1% שאנס״ אז זיי זענען נישט קיינע היסטארישע פיגורן. איך האב צוגעלינקט צו דיינרד׳ס ספר ״עם תועי לבב״ וואו ער שטעלט פאר זיינע טענות (טאקע אין א פּאלעמישע שפראך). ער באציהט זיך טאקע צו די דורות פונעם בעש״ט און צו זיינע (לשיטתו, אָנגעבליכע) תלמידים, ווי לדוגמא דאס וואס דער תולדות ברענגט נאך פון אים.

אפרים דיינרד איז געווען פון די משכילים פאר׳ן קריג. כהיום האט מען טאקע מער ראיות אויף די היסטאריסיטי פונעם בעש״ט. לדוגמא, דאס איז פון די סענסוס וואס די פוילישע רעגירונג האט געמאכט אין מעזשיבוז אין 1758, וואו זיי צייכענען א הויז אלס די וואוינונג פונעם ״בעל שם״ (וואס, כנ״ל, זענען ״בעלי שם״ געווען אזעלכע סארט שׁאַמאַנס, ווי ר׳ אדם נחום בעל שם, ר׳ יואל בעל שם, און ר׳ אליהו בעל שם, וועלכע זענען געווען בעפאר דעם בעש״ט):📎 IMG_6562.jpeg

חדשים » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:00 pm

· #541945
די סענסוס האט געשריבן בעל שם און נישט זיין געהעריגע נאמען? אינטערסאנט... איך וואלט געזאגט אז עס איז נאך א אינטערסאנטע נאמען ווי די אנדערע...

אגב, היינט איז ט’ טבת, אנגעבליך די טאג שנולד אותו האיש...

מי אני » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:24 pm

· #541948
חדשים #
די סענסוס האט געשריבן בעל שם און נישט זיין געהעריגע נאמען? אינטערסאנט... איך וואלט געזאגט אז עס איז נאך א אינטערסאנטע נאמען ווי די אנדערע...
קיין ראיה חותכת איז עס טאקע נישט. אבער עס איז אזא סארט בּעיסיען ריִזעניִנג, וואו מ׳חשבונ׳ט שוין מעיקרא אז אין יענע היסטארישע תקופה איז טאקע דארט געווען א בעל שם, און פונקט טאקע טרעפט מען אז ס׳איז טאקע דא דארט א ״בּאַלשׂם״ אויפ׳ן סענסוס דעמאלטס, וואס מ׳קען זאגן איז אראפגעשטעלט געווארן אזוי אלס׳ן זיין די שם דבר שׁאַמאַן פּראָפעשאן פונעם געגענט.
בלאט: 1 2