☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » די א' ב' פון סייענס

די א' ב' פון סייענס

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3030
בלאט: 1 2 3

עסקן בדברים » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:08 am

· #89859
די א' ב' פון סייענס
אין די לעצטע צוויי הינדערט יאר האבען מענטשן באוויזן ארויסצוגעבן אן א שיעור פליאה'דיגע טעכנאלאגישע ערפונידוגען אנהייבנדיג (אביסל פריער) פון א וועלט פון בלויז די שטיינער, צמחים, פייער א.א.וו. וואס איז געווען מיט מענטשהייט מימות עולם. קיין מלאך אדער בעל רוה"ק איז נישט פלוצלונג איין טאג אנגעקומען מגלה זיין די זאכען. וויאזוי איז דאס געשען? טעכנאלאגיע איז נאר איינער פון די פירות פון די סייענטיפישע רעוואלוציע ווען מענטשהייט האט אונגעהויבן אויפדעקן די סודות פון די טבע. די פראצעס גייט נאך אן בתקפו, און וואס מער מ' געפונט אויס (אין רוב מקצועות) אלץ מער איז דא צו וויסן, אבער מיר האבן שוין אין א וועג גאר א קלארע בילד וויאזוי די וועלט ארבעט.

איך וויל דא פראבירן--ברשות די חשובע חברי השטיבל הגדולים ממני בחכמה--אראפצולייגן (בקיצור מאוד) די יסודות פון וויאזוי די וועלט ארבעט אין די אויגן פון סייענס פאר די ליינער וועליכע זענען בכלל נישט באקאנט דערמיט. ערשט וויל איך מאכען א מודעה רבה אז מיר אלע גלייבן אוודאי אז הקב"ה האט באשאפן און פירט די וועלט, אז מיר האבן א נשמה א.א.וו.. סייענס באציט זיך בכלל נישט מיט, און איז בכלל נישט סותר, די ענינים, אבער זי ווייזט א בילד אז די אלע ענינים זענען זייטיג צו די פארשטאנד פון די טבעיות'דיקע חלק פון וויאזוי די וועלט פירט זיך. מיין זיך נישט באציען צו אידישקייט און רוחניות אין די ארטיקל זאל נישט ח"ו גענומען ווערען אלץ א באציאונג.

די סייענטיפישע רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן אין די סוף 1500'ס. ביז דענמאלט האבן מענטשן אנגענומען אומגע'ספק'ט דעס וואס פריערדיקע האבען געשריבן, וועליכע מ' האט געהאלטען זענען געווען קלוגער פון יעדען לעבידיגע מענטש, וו.צ.ב.ש. (און בעיקר) אריסטו. די פריערדיקע חכמים זענען טאקע געווען זייער קלוג, אבער זיי האבען געהאט איין פעלער. זיי האבען זיך געלאזט איינרעדען פון זייער מח. זיי האבען נישט איינגעזען ווי שטארק איז די כח פון דער מח איינצורעדען א מענטש באמונה שלימה אז אלעס איז אזוי ווי ער זעט עס (סיי בנוגע גלויבונגען וואס מ'האט באקרוגען פון אזוי אויסוואקסען און סיי וואס מ'האט זיך אליין איינגערעדט), ממילא האבען זיי נישט געהאלטען פאר וויכטיג צו מאכען עקספערימענטס. לדוגמא אריסטו האט געשריבן אז א זאך וואס וועגט דאפעלט פון א צווייטען פאלט דאפעלט אזוי שנעל. נישט ער, נישט קיינער פאר די נעקסטע קרוב צו 2000 יאר האבען געהאלטען פאר וויכטיג דאס פשוט אויסצופרובירן. עד דאתי גאלילעא, עס אויספרובירט, און געוויזען אז ס' הייבט זיך נישט אן. נישט נאר מערט זיך נישט די שנעלקייט כפי ערך פון דער וואג, נאר דער וואג האט נישט קיין שום השפעה אויף דער שנעלקייט! א שווערע און א לייכטע זאך וואס ווערען אראפגעלאזט צוזאמען פון די זעלבע הויכקייט פאלען אין איינעם און דערגרייכן דער ערד די זעלבע צייט. (לופט טוט יא אפשוואכן די שנעלקייט פון א לייכטע זאך מער ווי א שווערע זאך, אבער דאס ארבעט אינגאנצן אנדערש ווי אריסטו האט פארשטאנען און האט נישט קיין אונמערקליכע השפעה אין רוב פעלער. און וואו ס' נישט דא קיין לופט, למשל אויף די לבנה, האבען סייענטיסטן באוויזן אז אפי' א פעדער (פון א פייגל) פאלט אין איינעם מיט א שווערע זאך. אריסטו איז געווען גערעכט אז דער כח המושך מערט זיך כפי ערך פון דער וואג. די סיבה פארוואס זיי פאלען אין איינעם איז ווייל, מאידך גיסא, ווי שווערער די זאך אלץ שווערער פאר דער כח המושך עס אראפצוציען).

דאס מיינט נישט אז קיינער האט נישט געהאט אזא מושג פון עקספערימענטן. געוויסע חוקרים אפי' פון גאר פריערדיגע דורות האבען יא צומאל געמאכט עקספערימענטס, אבער דער מהלך פון בוחן זיין זאכן עקספערימענטיש איז נישט געווען אויסגעארבעט אדער אנגענומען. אינטערסאנט אז דער תנא ר' שמעון בן חלפתא האט געהאט די השקפה בוחן צו זיין זאכן עקספערימענטיש. די בריתא (חולין נז:) האט אים גערופן אן "עסקן בדברים." די בריתא דערציילט דארט צוויי עקספערימענטן וואס ער האט געמאכט אויף הינער בנוגע הלכות טריפות, און די גמ' דערציילט דארט אן עקספערימענט וואס ער האט געמאכט אויף מוריטשקעס צו מברר זיין פאר זיך צו שלמה המלך (משלי ו') איז געווען גערעכט (!) אז זיי האבען נישט קיין קעניג.

אנהויבנדיג מיט די ארבעט פון געציילטע חוקרים אין די מיטן 1500'ס, האבן די נייע ערפונדונגען גע'ספיירעלט (spiraled) צו תוצאות וואס קיינער וואלט נישט געקענט פאהרזען. מער און מער נייע פרישע מוחות האבן זיך אנגעהויבן אריינטון אין סייענס. נייע סייענטיפישע ערפונדונגען האבן,און טוען ווייטער עד היום, מוליד זיין נייע טעכנאלאגישע ערפונידוגען, וואס (אחוץ זייערע אנדערע מערערע השפעות אויף ציוויליזאציע) זענען ווייטער מוליד נייע סייענטיפישע ערפונדונגען וחוזר חלילה... די ערפונדונגען האבן געצווינגען א גאנץ נייע וועג פון זען די וועלט.

וואס ווייסן מיר היינט?

יעדער זאך אין דער וועלט וואס מ' קען דירעקט אבזערווירן (שפירן מיט איינער פון די "5 חושים"), שטערנס, לופט, צמחים, מענטשן... יעדער זאך אן קיין אויסנאם, איז צאמגעקלייגט פון אטאמס (ליכטיגקייט איז אן אנדערע גדר און נישט געמאכט פון אטאמס. איך וועל רעדען פון דעם שפעטער). אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן. מיר ווייסן נאר אז זיי עגזיסטירן (און פרטים וועגן אסאך סורטען פון זיי) דורך הוכחות. עס זענען דא 92 "עלעמענטן" (ד.ה. מינע אטאמס), און סייענטיסטס האבען באוויזן צו באשאפן נאך 16 עלעמענטן וואס זענען נישט סטעבל (זיי קענען זיך נאר האלטן פאר א צייט און דערנאך צופאלן זיי און ווערען אנדערע עלעמענטן און אנדערע מינע חומר). וואס מאכט איין עלעמענט אנדערש פון א צווייטן? די צאל פון די פרוטון'ס. אטאמס (און ממילא די זאכן וואס זענען געמאכט פון זיי) פירן זיך אויף אנדערש אויב זיי האבן אן אנדערע צאל פרוטון'ס. אפאר דגמאות: אן אטאם מיט איין פרוטון איז היידרוג'ען (hydrogen). מיט צוויי איז היליום (helium), מיט 8 איז אוקסיג'ען (oxygen),מיט 26 איז אייזן, 79 איז גאלד, און 92 איז די גרעסטע סטעבל אטאם (אטאם וואס האלט זיך) יורעניום (uranium). אזוי ווי פריער דערמאנט, איז נאר דא בערך 100 עלעמענטן. פארוואס? ווייל אן אטאם קען פארמאגען סיי וועליכע צאל פרוטון'ס ביז 92 און בלייבן סטעבל. מער פון דעם פאלט עס צאם. און מער פון 118 (92 + 16) קען זיך נישט האלטן אפי' פאר א מיליונסטל פון א סעקונדא. דער כח פון עלעקטריק (ווי איך וועל שפעטער מסביר זיין) איז גורם אז אטאמס (פון רוב עלעמענטן, מיט די אויסנאם פון 6 עלעמענטן וואס הייסן "נובעלע גאזן" (noble gasses)) זאלען זיך צאמקלעבען צו פארמירען (to form) מולעקולס (molecules). מולעקולס קנענן זיין פון איין עלעמענט (צ.ב.ש. צוויי היידרוג'ען אטאמס ווערט איין מולעקול פון היידרוג'ען גאז) אדער פון פארשידענע עלעמענטן (צ.ב.ש. צוויי היידרוג'ען אטאמס מיט איין אוקסיג'ען אטאם ווערט א מולעקול פון וואסער (אדער אייז אדער סטים, ווענדענדיג אין די ווארעמקייט)).

המשך יבא. יעדער איז געלאדענט צו פרעגן, ענטפרן, צוצולייגן, און מעיר זיין.

עסקן בדברים » פרייטאג פעברואר 22, 2013 11:15 am

· #89863
ערשטער טעות: די צאל נישט סטעבל עלעמענטן איז 26. (total is 26 + 92 = 118)

עסקן בדברים » פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:50 pm

· #89905
עליכם שלום, אנאנים!
.Thanks for the welcome. It takes me long to type in Yiddish so I will not be posting as often as would like, but I hope to continue soon after Purim

יידל » פרייטאג פעברואר 22, 2013 1:13 pm

· #89911
שלום עליכם עסקן בדברים! איר זענט קע"ה עוסק אין די ריכטיגע דברים, ייש"כ, איך האב הנאה געהאט.

יאיר » פרייטאג פעברואר 22, 2013 2:49 pm

· #89939
ווילקאמען צום שטיבל, עסקן!
אזא קלארער און תוכנ'דיגע פאוסט איבער קאמפליצירטע סייענטיפישע מושגים האב איך שוין לאנג נישט געליינט, איך קען קוים ווארטן צו ליינען דעם המשך. כלל ישראל דארף נאך אזעלכע עסקנים ווי אייך!

עסקן בדברים » פרייטאג פעברואר 22, 2013 3:20 pm

· #89943
Thank you so much

נולד מאוחר » מוצ"ש פעברואר 23, 2013 9:43 pm

· #89988
עסקן במעשה, זייער שיין.
'' אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן.''
די 84 פארצענט טונקעלע חומר איז און יעדע זאך ?
למשל א שטיינדעל האט 84 פארצענט חומר וואס מיר קענען נישט אבסעווירן?

עסקן בדברים » מאנטאג פעברואר 25, 2013 2:58 pm

· #90141
נולד מאוחר
עסקן במעשה, זייער שיין.
'' אטאמס זענען צאמגעקלייגט פון נאר 3 זאכן: פרוטון'ס, נוטרון'ס, און עלעקטרון'ס (protons, neutrons, electrons). די 3 זאכן זענען אליין נאר דריי התלבשות'ן (manifestations) פון חומר (matter) און נאר 16% פון די חומר אין די וועלט (universe). די איבעריגע 84% איז "טונקעלע חומר" וועליכע מ' קען נישט דירעקט אבזערווירן.''
די 84 פארצענט טונקעלע חומר איז און יעדע זאך ?
למשל א שטיינדעל האט 84 פארצענט חומר וואס מיר קענען נישט אבסעווירן?

ניין, איך האב גערעדט פון די טוטאלע חומר אין די וועלט (universe). א זאך וואס מ' אבזערווט האט נישט קיין טונקעלע חומר. ייש"כ, נולד מאוחר, פאר דעס העלפן קלאר מאכן. דרך אגב, כמעט אלע טונקעלע חומר (נאך אלס (בערך) 84%) ווייסט מען נאך נישט וואס דאס איז.

עסקן בדברים » מאנטאג פעברואר 25, 2013 3:10 pm

· #90146
בכל יום ויום אני אומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכות אותי למביהמ"ד. בנוגע די גמ' חולין נז: וואס איך האב דערמאנט אינ'ם ערשטן תגובה אז דער "עסקן בדברים," ר' שמעון בן חלפתא, האט געוואלט מברר זיין פאר זיך צו מוריטשקעס האבען טאקע נישט קיין קעניג אזוי ווי די פסוק זאגט, איז מיר נעכטן (פורים) איינגעפאלן א פשט (אנדערש ווי די מפרשים) וואס לויט דעם איז ער בכלל נישט געקומן מאכן חקירות קלוגער פון תמימות'דיג אננעמען דעם פסוק. איך האב עס געשריבן אינ'ם אשכול פאר חניוקישע יונעלייט (<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/90145">viewtopic.php?f=13&t=2173&p=90145#p90145</a><!-- l -->)

עסקן בדברים » מאנטאג פעברואר 25, 2013 4:15 pm

· #90163
המשך פון ערשטע תגובה

אנדערע מולעקולס זענען זייער קאמפלעצירט, צאמגעלייגט פון מליונער אטאמס. דער כח העלעקטריק איז ווייטער גורם אז מולעקולס זאלען זיך צאמקלעבן, אבער שוואכער, צו פארמען (to form) אלעס וואס מיר קענען זעהן אדער טאפן אין די וועלט. נישט אלעס איז צאמגעלייגט פון מולעקולס. עטליכע זאכען זענען צאמגעלייגט נאר פון אטאמס (א.א.וו. זיי האבן נאר איין מדרגה פון סטרוקטור), צ.ב.ש. זאלץ, קוילן, און מעטאלן. דיימאמטן זענען אויך צאמגעלייגט נאר פון אטאמס (קארבון, carbon, דער זעלבע פון וואס קוילן איז געמאכט), אבער זיי קלעבן אזוי שטארק איין צום צווייטן אזוי ווי אין א מולעקול. ממילא איז יעדער דיימאמט איין ריזיגע מולעקול!

ווייסן מיר שוין אלע חומר וואס ס' איז דא אין דער וועלט (פרוטונס, נוטרונס, און עלעקטרונס. (און טונקלע)). אבער דעס איז נאר העלפט פון די מעשה. דער אנדערע העלפט וואס מיר דארפן נאך פארשטיין איז, וואס געשענט מיט זיי? (אדער אפשר ענדערש: ווייסן מיר די עקטערס, אבער וואס איז די מעשה?) קודם לאמיר קלאר מאכן די שאלה: וואס מיינט "געשענט"? אז איר טראכט אביסל אריין וועט איר זיך אויפווייזן אז "געשענט" מיינט זיך רוקן. ס' איז גארנישט דא מער צוצולייגן מסביר צו זיין פונקטליך סיי וועליכע זאך וואס ס' איז געשען ווי זאגען פונקטליך וואו און ווען יעדעס אטאם האט זיך גערוקט. (באלד וועל איך מסביר זיין אז זען, הערן, שמעקן, וויי טון, טראכטן וכו' זענען אויך נישט מער פון אטאמס און עלעקטרונס זיך רוקן). ממילא אויב מ' קען אלע כללים פון וויאזוי אטאמס און זייערע חלקים ריקן זיך (סיי ווען זיי ריקען זיך באזונדער און סיי ווען זיי רוקן זיך אסאך צוזאמען) קען מען גאנץ סייענס, ווייל מ' ווייסט שוין וויאזוי די גאנצע וועלט ארבעט.
נאר וואס דען? ס' קען אלץ זיין מער און מער קאמפלעצירטע וועגן וויאזוי אטאמס און זייערע חלקים (וואס האלטן שוין אין מיטן זיך רוקן אלע מינע וועגן) זענען אויסגעשטעלט, וואס איז גורם נייע כללים ארויסצושפראצן פון די אלטע, וואס וואלט נישט געקענט קיינעם איינפאלן פון די אלטע. (מיט "אויסגעשטעלט" מיין איך דיינאמיש, דהיינו וואו איז יעדעס איינס און אין וועליכע דירעקציא אין ווי שנעל גייט עס אויב עס רוקט זיך).
די זעלבע זאך איז מיט מאטעמאטיק. יעדעס קינד (וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג) פארשטייט קלאר די פשוטע יסודות פון נומערן. נאך אלץ איז נומערישע מאטעמאטיק א פעלד שאין לה סוף, ווייל ס' שפראצט כסדר ארויס נייע פאטערנס און כללים פון מער קאמפלאצירטע חשבונות פון די זעלבע נומערן וואס מ' קען שוין לאנג די פשוטע יסודות. דאס איז נישט קיין משל; ס' איז היינו הך, ווייל וויאזוי קאמפלאצירטע אויסשטעלעכצן פון אטאמס (אדער סיי וואס, צו מציאות'דיגע, צו פאנטאזירטע) וועלן זיך רוקן, וויסנדיג אירע יסודות'דיגע כללים, איז א ריין מאטעמאטישע שאלה. אבער מיר האלטן נישט ביי דעם צו ניצן מאטעמאטיק אליין צו פארשטיין די וועלט, ווייל ס' איז, פארשטייט זיך, נישט דא קיין שיעור צו וויפיל וועגן חומר קען זיין אויסגעשטעלט, און בעיקר ווילן מיר וויסן וויאזוי זאכן פון די מציאות'דיגע וועלט (פלאנעטס, צעלן, חיות...) ארבעטן, און מיר ווייסן פשוט נישט רוב פון וויאזוי זיי אדער זייערע חלקים זענען אויסגעשטעלט. אויך געווענטליך פארמאגן מיר דערווייל נאך נישט גענוג שטארקע קאמפיוטערס צו קענען מאכן די מאסיווע חשבונות אין גענוג א קורצע צייט. אויב מיר וואלטן יא געהאט די קאמפיוטערס, און מיר וואלטן גענומען למשל א חיה'לע און אריינגעלייגט אין א קעסטל (כדי צו פארמאדן געשעענישן פון דערויסן וואס מיר קענען נישט אויסרעכענען), אויב מיר וואלטן געוואוסט פונקטליך די אויסשטעלעכץ פון די אטאמס פונ'ם קעסטל, די לופט דארט, און די חיה, וואלטן מיר געקענט וואוסן פונקטליך וואס דער חיה וועט טון ביז ס' שטארבט און פונקטליך וואס וועט דערנאך געשען מיט זיין גוף.
(ס' איז אויך פאראן פיל מקצועות וואס ארבעטן אויף יסודות'דיגע זאכן פון חומר וואס מיר פארשטייען נאך נישט. אויך בנוגע זייער קליינע זאכן, אזויווי חלקים פון אן אטאם, איז נישט שייך אויסצורעכענען פון פריער זייער אויפפירונג. אבער דאס אלעס איז נישט נוגע פאר פארשטיין וויאזוי כמעט אלע "נארמאלע" מציאות'דיגע זאכן, אזוי ווי פלאנעטס, וועטער, צמחים, חיות, מענטשן וכו' ארבעטן אויפן פארנעם וואס מיר אבזערווירן מיט די "5 חושים," וואו די אויפפירונג פון די אינערווייניג פון יעדער באזונדערע אטאם האט נישט קיין שום השפעה).

צוריק צו אונזער שאלה: וואס זענען די כללים פון וויאזוי חומר רוקט זיך? די כללים זענען היבש פשוט. לאמיר אנהייבן מיט א וועלט (אזויווי דער מציאות'דיגער) וואו זאכן רוקן זיך כל מיני דירעקציעס און כל מיני שנעלקייטן (אריינגערעכנט זאכן וואס רוקן זיך די שנעלקייט פון נול (zero) ד.ה. זיי רוקן זיך נישט), און פרעגען, וויאזוי וועלען זיי זיך רוקן פון יעצט און ווייטער? יעדער זאך (א באזונדערע אטאם אדער וויפיל ס' זאל נאר זיין צוזאמענגעקלעבט) וועט אייביג בלייבן מיט זיין שנעלקייט און דירעקציע אויזער אויב א "כח" (force) צוט אים. ווילאנג דער כח צוט טוט זיך די שנעלקייט פון די זאך כסדר פארמערן (ווי שטערקער די כח אלס מער אויף א מאל) אין די דירעקציע פון דעם כח. (אויב די כח צוט צו די פארקערטע דירעקציע פון'ם ארגינעלעם דירעקציע איז דער כח גורם אז די זאך זאל גיין שטייטער און שטייטער בוז די שנעלקייט דערגרייכט נול, און דערנאך הייבט עס אן גיין שנעלער און שנעלער אין'ם דירעקציע פון'ם כח. וואס איז מיט צוויי כחות? לאמיר זאגן כח א' איז 4 מאל אזוי שטארק פון ב'. אויב זיי צוען און'ם זעלבן דירעקציע, זענען זיי צוזאמען די זעלבע ווי איין כח וואס איז 5 מאל אזוי שטארק פון ב' (1 + 4 = 5 ,אדער 1.25 מאל אזוי שטארק פון א'). אויב זיי צוען אין די פארקערטע דירעקציעס זענען זיי צוזאמען די זעלבע ווי איין כח וואס צוט אין'ם דירעקציע פון א' אבער נאר דריי פערטל אזוי שטארק 1 - 4 = 3. די זעלבע פשוטע חשבונות איז מיט מערערע כחות). ווי מער א זאך וועגט (ד.ה. וויפיל חומר (פרוטונס, נוטרונס, און עלעקטרונס) ס' פארמאגט) אלס ווייניגער שנעל מאכט אים א כח גיין, ד.ה. אלס מער כח דארף מען עס צו מאכן גיין די זעלבע שנעל. קומט אויס אז אויב מ' ווייסט דעם ארגינעלעם שנעלקייט און דירעקציע פון א זאך (פון אן אטאם בוז א שטערן אדער גרעסער), וויפיל חומר ס' האט, די שטארקייטן און דירעקציעס פון כחות וואס צוען עס, און ווי לאנג יעדער כח איז ווירקליך, קען מען גרינג אויסרעכענען די נייע שנעלקייט און דירעקציע.

אבער וואס זענען די כחות? כחות זענען די צו (אדער שטופ) וואס איין שטיק חומר צוט (אדער שטופט אוועק) א צווייטן. די נאטור פון חומר איז אז ס' צוט א צווייטן אין פיר מינע אופנים. דאס הייסט אז ס' זענען דא פיר מינע כחות אין די וועלט. אבער זארג דיך נישט; איך וועל נישט דורך גיין אלע פיר, ווייל צוויי פון זיי (די "שטארקע און שוואכע נוקליערע כחות") האבן נאר א השפעה מורא'דיגע נאנט, און ממילא זענען זיי נאר נוגע פאר אינערווייניג פון אן אטאם (למשל דער שטארקע נוקליערע כח האלט פרוטונס צוזאמען אין אן אטאם קעגען די עלעקטישע כח). נאר צוויי כחות ווירקן אויף חומר אן אטאם און גרעסער: דער עלעקטישע כח, אדער עלעקטרו-מאגנעטיזם (בקיצור: ע"מ) און גרעוויטי. ע"מ מיינט אז א פרוטון און אן עלקטרון צוען זיך אייביג איינס צום צווייטן, אבער א פרוטון שטופט אייביג אוועק א צווייטן פרוטון, און אן עלקטרון שטופט אייביג אוועק א צווייטן עלקטרון. גרעוויטי מיינט אז חומר צוט אייביג צו זיך אנדערע חומר, נישט קיין חילוק וועליכע מין. דאס הייסט אז לדוגמא צוויי פרוטונס ווירקן צוויי פארקערטע כחות אויף זיי. ע"מ שטופט זיי אוועק איינס פון צווייטן, און גרעוויטי צוט זיי צאם. אבער ע"מ איז טריליאנען מאל שטערקער פון גרעוויטי, ממילא איז גרעוויטי נאר גורם אז דער שטופ זאל ווערן א קליין משהוא שוואכער (אדער שטערקער אין דער אופן פון דעם צו ציווישן א פרוטון מיט אן עלקטרון).

אזוי ווי פריער דערמאנט רעכענען זיך כחות (וואס צוען אין די זעלבע דירעקציע) צאם צו ווערן אזויווי איין שטארקע כח. ממילא ווי מער פרוטונס אדער עלקטרונס (בנוגע ע"מ) אדער חומר (בנוגע גרעוויטי) צוזאמען אלס שטערקער (כפי ערך) איז זייער כח . נאך א זאך: ווי ווייטער אוועק אלס מער וועפט זיך אויס די כח, אבער נישט כפי ערך, נאר כפי ערך מאל כפי ערך. צ.ב.ש. דער כח (ע"מ) וואס צוט א פרוטון מיט אן עלקטרון צוזאמען ווערט 100 מאל שטערקער יעדעס מאל זיי קומען 10 מאל אזוי נאנט. די זעלבע איז מיט גרעוויטי.

וויבאלד דער כח פון גרעוויטי איז אזוי שוואך, האט עס נאר אן אנמערקליכע השפעה ווען כאטשיג איינס פון די צוויי שטיקער חומר איז ריזיג, אזויווי שטערנס און פלענעטס. דער כח וואס צוט צוויי שטיקער חומר איינס צום (אדער אוועק פונ'ם) אנדערן איז אייביג אייניג. די סיבה פארוואס גרעוויטי איז גורם אז א חפץ פאלט אראפ צום ערד (צו אינזער פלאנעט), אבער מ' זעט נישט אז די פלאנעט זאל פונקט אזוי קומען צום חפץ איז ווייל, אזוי ווי פריער דערמאנט, וויפיל מער חומר א זאך האט אלס ווייניגער ווירקט אויף דעם די זעלבן כח. די פלאנעט גיבט
זיך אזא קליינעם רוק (אויב ס' נישט דענמאלט דא א פארקערטן כח פון כינא) אז מ' קען עס נישט אבזערוון

ע"מ ברענגט צאם עלקטרונס און פרוטונס אין יעדן אטאם. ווען די צאל עלקטרונס דערגרייכט די צאל פרוטונס הערט אויף קומען נייע עלקטרונס, ווייל דער כח פון די עלקטרונס פונ'ם אטאם וואס שטופט זיי אוועק איז שוין פונקט אזוי שטארק ווי די כח פון די פרוטונס וואס צוט זיי. אבער עלקטרונס טוען זיך (90% פון די צייט) ארומדרייען ארום די "נוקלעוס" (צענטער פונ'ם אטאם וואו ס' דא די פרוטונס (און אויך די נוטרונס)) אין שעלס (shells) אזויווי די שעלס פון א צוויבל. די שעלס זענען נאר סטעבל (האלטן זיך פעסט) אויב זיי האבן די ריכטיגע צאל עלקטרונס. דער ערשטע שעל (נענסטע צום נוקלעוס) דארף האבן צוויי עלקטרונס, די נעקסטע צוויי אכט, די נעקסטע צוויי 18, און די נעקסטע צוויי 32. איז למשל א היליום אטאם וואס האט צוויי פרוטונס באקומט איין שעל פון צוויי עלקטרונס. ער איז אינגאנצן סטעבל, און ממילא וועט ער זיך נישט פארבונדן מיט קיין אנדערע אטאם. די זעלבע זענען די אטאמס וואס פארמאגן 10 (8+2) פרוטונס (און ממילא אויך עלקטרונס), 18 (8+8+2), 32 (2+8+8+18), און אזוי ווייטער. די זענען די "נובעלע גאזן" וועליכע האבן א גאנצע שעל. אבער אנדערע אטאמס זענען די עלקטרונס אין זייער דערויסנסטע שעל נישט סטעבל, ממילא ווערן זיי צוגעצויגן (דורך די כח פון ע"מ) צו אנדערע אטאמס און פארבונדן זיך. די שטארקקייט פון די בונדן ווענט זיך אין די אויסשטעלכץ פון די עלקטרונס פון די פארבונדענע אטאמס. אטאמס וואס זייערע דערויסנדיגע עלקטרונס ווערען זייער סטעבל דורך א פארבונדענע אויסשטעלכץ (פון צוויי אדער מערערע אטאמס) זענען שטארק פארבונדן און זענען א מולעקול. אויב זיי ווערען נאר אביסל מער סטעבל קלעבן זיי ווייניגער שטארק צוזאמען. ע"מ איז אייביג די כח וואס האלט חומר (פון אן אטאם און גרעסער) צוזאמען סיי צו זיין איין שטיק, און סיי א זאך וואס קלעבט קוים, אזויווי א שוואכע סקאטש טעיפ, אויסער דעס וואס ריזיגע זאכן אזויווי שטערנס און פלענעטס האלטן זיך צוזאמען וואס דאס קומט פון גרעוויטי.

אויסער ווען זאכן ווערן צוגעצויגן צו שטערנס אדער פלענעטס וכדומה (למשל ווען א חפץ פאלט אראפ) איז ע"מ אויך אייביג דער כח וואס מאכט זאכן (פון אן אטאם און גרעסער) זיך טוישן זייער שנעלקייט/דירעקציא (אויף אן אנמערקליכע אופן). ווען איך שטופ א חפץ מיט מיין האנד, וואס מאכט דעם חפץ זיך רוקן? ווען די עלקטרונס פון מיין האנט קומען זייער נאנט צו די עלקטרונס פןנ'ם חפץ שטופן זיי אוועק איינס דעם צווייטן. אבער וואס מאכט מיין האנט זיך רוקן? ווייטער ע"מ'ישע כחות פון עלקטרונס פון אטאמס פון די צעלן פון די מוסקלען פון די ארעם און האנט וואס האבן באקומען די לעצטע שטופ פון אטאמס/עלקטרונס פון מח. די כחות קומען ווייטער פון ע"מ'ישע כחות פון די אטאמס פון די עסן...

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:25 pm

· #90211
[ציטאט אראפגענומען]

מכח גראוויטעט וועלן ביידע אנקומען די זעלבע צייט, נאר די ווינט וועט זיך אריינמישן און גורם זיין אז דער חתן ש"ס (רחמנא ליצלן, פון וואו נעמסטו אזעלכע איידיעס?) וועט אנקומען שנעלער. ממילא, אויף די לבנה וואו עס איז נישטא קיין ווינט, אדער אויף סיי וועלכע עקספערימענט וואו מען מאכט זיכער אז די ווינט זאל נישט קענען צומישן די רעזולטאטן, וועלן אלע אביעקטן אראפפאלן לויט די זעלבע ראטע.

יאיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 7:32 pm

· #90213
עסקן, מיינע אויגן שווינדלען שוין פון די ברייטע און טיפע ידיעות וואס דו ווארפסט דא צוזאם. איך וועל דאס מוזן אוועקלייגן אויף א רואיגע צייט ווען איך וועל שוין זיין גענצליך אויסגעניכטערט פון די פורים סומאטאכע.

נייגעריגער » מאנטאג פעברואר 25, 2013 8:57 pm

· #90237
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקל האט דיר דאך געגעבן אזא משל, א שטיין!!!

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:02 pm

· #90263
מען האט עס שוין אויספראבירט פאר דיר...

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:32 pm

· #90274
חדא מתורצת בחברתה.

(אויף די לבנה איז נישט דא קיין לופט).

לאדיך אפ » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:40 pm

· #90276
אוודאי איז דא גרעוועטי אויף די לבנה! נאר זייער ווייניג. יעדע מעס האט גרעוועטי.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 25, 2013 11:44 pm

· #90278
ממי, דר"א, זאגט די פשוט'ע סברא אויך אזוי.

שטעל זיך פאר אז דו האסט צוויי 10 פונטיגע שטיינער און דו צושניידסט איינע פון זיי אויף צעהן חלקים פון 1 פונט יעדע, דו כאפסט אהן דעם 10 פונטיגער אין איין האנט און די צעהן 1 פונטיגע אין די אנדערע האנט און דו לאזט זיי ביידע אראפ, ווער וועט קודם אנקומען?

ביידע וועלן אנקומען אין די זעלבע צייט, ווייל וואס איז דען א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו די 10 פונט זענען צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, אדער מען האט זיי גראדע צושניטן?

דאס וואס מושכל ראשון זאגט אז א שווערע זאך דארף אנקומען שנעלער, נעמט זיך פון דעם וואס עס איז שווערער צו האלטן אין דער האנט, אבער אז מען טראכט אריין איז די חילוק פשוט, שווערער איז עס טאקע ווייל ביי 10 פונט שלאגסטו זיך קעגן 10 מאהל אזויפיהל גראוויטי ווי ווען דו האלטסט א 1 פונטיגע שטיין, אבער לגבי ווי שנעל עס זאל פאלן האט עס קיין שייכות, פאר די גראוויטי איז נישט קיין חילוק צו ער שלעפט איין 1 פונטיגע שטיין אדער צעהן איין פונטיגע וואס רירן זיך אן איינע די אנדערע [דהיינו א 10 פונטיגע שטיין].

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:56 am

· #90302
ונבנתה העיר
ממי, דר"א, זאגט די פשוט'ע סברא אויך אזוי.

שטעל זיך פאר אז דו האסט צוויי 10 פונטיגע שטיינער און דו צושניידסט איינע פון זיי אויף צעהן חלקים פון 1 פונט יעדע, דו כאפסט אהן דעם 10 פונטיגער אין איין האנט און די צעהן 1 פונטיגע אין די אנדערע האנט און דו לאזט זיי ביידע אראפ, ווער וועט קודם אנקומען?

ביידע וועלן אנקומען אין די זעלבע צייט, ווייל וואס איז דען א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו די 10 פונט זענען צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, אדער מען האט זיי גראדע צושניטן?

דאס וואס מושכל ראשון זאגט אז א שווערע זאך דארף אנקומען שנעלער, נעמט זיך פון דעם וואס עס איז שווערער צו האלטן אין דער האנט, אבער אז מען טראכט אריין איז די חילוק פשוט, שווערער איז עס טאקע ווייל ביי 10 פונט שלאגסטו זיך קעגן 10 מאהל אזויפיהל גראוויטי ווי ווען דו האלטסט א 1 פונטיגע שטיין, אבער לגבי ווי שנעל עס זאל פאלן האט עס קיין שייכות, פאר די גראוויטי איז נישט קיין חילוק צו ער שלעפט איין 1 פונטיגע שטיין אדער צעהן איין פונטיגע וואס רירן זיך אן איינע די אנדערע [דהיינו א 10 פונטיגע שטיין].

דיין משל איז גוט לקרב הדברים אל השכל, אבער למעשה איז דיין הסבר נישט גענוג, ווייל פארוואס טאקע קומט נישט אן גרינגער פאר'ן גראוויטי צו שלעפן דעם צען פונטיגן שטיין ווי דעם איין פונטיגן, ער וואלט דאך געדארפט אסאך שנעלער קענען שלעפן צו זיך דעם צען פונטיגן, ווען אלע צען פונט קומען אויפאמאל צולויפן צו אים, ווי דעם איין פונטיגן וואס האט נישט קיינער ווער ס'זאל אים העלפן קומען צו דער ערד?
מוז מען צוקומען צום צווייטן געזעץ פון אדונינו מהר"א ניוטאן, וואס לויטעט אז יעדער פונט וואס דו גיבסט צו צום שטיין מאכט טאקע אז דער שטיין זאל לויפן שנעלער, אבער לעומת זה מאכט דער זעלבער צוגעגעבענער פונט אז עס זאל לויפן שטייטער, ווייל וואס מער פונט א שטיין פארמאגט אלס שווערער איז פאר'ן גראוויטי איר צו שלעפן, אזוי ווי פאר'ן מענטש איז שווערער צו שלעפן א צען פונטיגער שטיין ווי אן איין פונטיגער. ממילא, קעגן יעדן כח וואס דער פונט גיבט צו צו די גראוויטי, קומט צו א כח פונ'ם זעלבן פונט וואס לאזט נישט צו די גראוויטי, דעריבער גלייכט זיך אלס אויס. דאס איז דער עמקות וואס די גריכישע פילאזאפן האבן נישט געכאפט.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:18 am

· #90306
יאיר
ונבנתה העיר
ממי, דר"א, זאגט די פשוט'ע סברא אויך אזוי.

שטעל זיך פאר אז דו האסט צוויי 10 פונטיגע שטיינער און דו צושניידסט איינע פון זיי אויף צעהן חלקים פון 1 פונט יעדע, דו כאפסט אהן דעם 10 פונטיגער אין איין האנט און די צעהן 1 פונטיגע אין די אנדערע האנט און דו לאזט זיי ביידע אראפ, ווער וועט קודם אנקומען?

ביידע וועלן אנקומען אין די זעלבע צייט, ווייל וואס איז דען א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו די 10 פונט זענען צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, אדער מען האט זיי גראדע צושניטן?

דאס וואס מושכל ראשון זאגט אז א שווערע זאך דארף אנקומען שנעלער, נעמט זיך פון דעם וואס עס איז שווערער צו האלטן אין דער האנט, אבער אז מען טראכט אריין איז די חילוק פשוט, שווערער איז עס טאקע ווייל ביי 10 פונט שלאגסטו זיך קעגן 10 מאהל אזויפיהל גראוויטי ווי ווען דו האלטסט א 1 פונטיגע שטיין, אבער לגבי ווי שנעל עס זאל פאלן האט עס קיין שייכות, פאר די גראוויטי איז נישט קיין חילוק צו ער שלעפט איין 1 פונטיגע שטיין אדער צעהן איין פונטיגע וואס רירן זיך אן איינע די אנדערע [דהיינו א 10 פונטיגע שטיין].

דיין משל איז גוט לקרב הדברים אל השכל, אבער למעשה איז דיין הסבר נישט גענוג, ווייל פארוואס טאקע קומט נישט אן גרינגער פאר'ן גראוויטי צו שלעפן דעם צען פונטיגן שטיין ווי דעם איין פונטיגן, ער וואלט דאך געדארפט אסאך שנעלער קענען שלעפן צו זיך דעם צען פונטיגן, ווען אלע צען פונט קומען אויפאמאל צולויפן צו אים, ווי דעם איין פונטיגן וואס האט נישט קיינער ווער ס'זאל אים העלפן קומען צו דער ערד?

אז איין פונט זאל העלפן דעם צווייטן לויפן צו די ערד איז עס דורך דעם וואס איין פונט שטיפט דעם צווייטן, אבער אז אלע לויפן צוזאמען מיט די זעלבע שנעלקייט, זעה איך נישט אז איין פונט זאל געהאלפן ווערן פונעם צווייטן.

יאיר
מוז מען צוקומען צום צווייטן געזעץ פון אדונינו מהר"א ניוטאן, וואס לויטעט אז יעדער פונט וואס דו גיבסט צו צום שטיין מאכט טאקע אז דער שטיין זאל לויפן שנעלער, אבער לעומת זה מאכט דער זעלבער צוגעגעבענער פונט אז עס זאל לויפן שטייטער, ווייל וואס מער פונט א שטיין פארמאגט אלס שווערער איז פאר'ן גראוויטי איר צו שלעפן, אזוי ווי פאר'ן מענטש איז שווערער צו שלעפן א צען פונטיגער שטיין ווי אן איין פונטיגער. ממילא, קעגן יעדן כח וואס דער פונט גיבט צו צו די גראוויטי, קומט צו א כח פונ'ם זעלבן פונט וואס לאזט נישט צו די גראוויטי, דעריבער גלייכט זיך אלס אויס. דאס איז דער עמקות וואס די גריכישע פילאזאפן האבן נישט געכאפט.

פארשטיי איך נישט בב' פנים שהם א':

א. פארוואס זאל א גרעסערער שטיין זיין שווערער פאר'ן גראוויטי צו ציען, איז דען דא א צווייטע גראוויטי וואס שלעפט אויף פארקערט מיט וועמען אונזער גראוויטי דארף זיך שלאגן?

ב. ווען די גראוויטי שלעפט א 10 פונטיגע שטיין, איז נישט פשט אז ער כאפט אהן די שטיין ביים עק און די איבריגע 9 פונט שלעפן זיך מיט און מאכן שווערער פאר די גראוויטי צו שלעפן, נאר יעדע שטיקל חומר האט זיך זיין אייגענע רילעישנשיפ מיט גראוויטי וואס שלעפט איהם, איז וואס איז א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו ער שלעפט 10 1 פונטיגע שטיינער אדער איין 10 פונטיגער?

יאיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 4:30 am

· #90308
א. פארוואס זאל א גרעסערער שטיין זיין שווערער פאר'ן גראוויטי צו ציען, איז דען דא א צווייטע גראוויטי וואס שלעפט אויף פארקערט מיט וועמען אונזער גראוויטי דארף זיך שלאגן?

עס איז יא דא כאילו א צווייטע גראוויטי, דהיינו, עס איז דא א צווייטע כוח וואס ליגט אין די mass פון יעדן משהו פונ'ם שטיין, וואס לאזט נישט זיך שלעפן צום ערד, און דער כח פון גראוויטי דארף זיך מתגבר זיין אויף די מאסע און עס אראפשלעפן.
ב. ווען די גראוויטי שלעפט א 10 פונטיגע שטיין, איז נישט פשט אז ער כאפט אהן די שטיין ביים עק און די איבריגע 9 פונט שלעפן זיך מיט און מאכן שווערער פאר די גראוויטי צו שלעפן, נאר יעדע שטיקל חומר האט זיך זיין אייגענע רילעישנשיפ מיט גראוויטי וואס שלעפט איהם, איז וואס איז א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו ער שלעפט 10 1 פונטיגע שטיינער אדער איין 10 פונטיגער?

דיין אבזערוואציע איז ריכטיג, אבער דו זאגסט נישט פארוואס עס איז אזוי. לו יצוייר ס'קען צוקומען נאך צען פונט צום איין פונטיגן שטיין אן דעם וואס מען זאל צולייגן מאסע צום שטיין, וואלט געדארפט אויסקומען אז דער שטיין זאל פאלן צען מאל שנעלער, ווייל די צוגעלייגטע כוחות פון גראוויטי וואס קומען צו דורך די איבריגע פונטן וואלטן געמאכט אז דער גאנצער פארגרעסערטער שטיין צוזאמען זאל פאלן צען מאל שנעלער. אבער וויבאלד מיט יעדן פונט גראוויטי קומט צו א פונט מאסע, איז דאס גורם אז יעדער פונט זאל זיך האבן זיין אייגענער חשבון מיט'ן גראוויטי.

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:10 pm

· #90658
[ציטאט אראפגענומען]


It's true that the closer you get to the center of the earth the stronger gravity is (as I mentioned in yesterday’s post), but the difference between above and below the ocean is negligible, and that’s not what you are referring to either. Aside from that negligible amount, gravity is exactly the same under the ocean. However, the is an opposite force called “buoyancy” which comes from the heavier molecules pushing their way down stronger and therefore pushing up the lighter object, liquid, etc.

I didn't follow your line of thought, and I have a lot of respect for you, and forgive me for saying this, but it is silly to try to come up with a new theory of gravity, against the clear simple scientific fact that gravity works the way I explained it in my yesterday's post. This was proven again and again for a few hundred years in millions of experiments, and was used to build everything from air plains to rocket ships to satellites etc. Once you can accidentally launch a satellite using your theory, maybe it would make sense for you to think that maybe you are on to something against all scientists. I totally understand where you are coming from. I, like most chasidishe people, used to be the same way not to realize how silly it is to doubt such proven facts without knowing anything about all the evidence. Think about it, and please continue asking and commenting.

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:44 pm

· #90672
יישר כח!

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:46 pm

· #90674
ענערג'י, ליכטיגקייט, זעהן
דער מאז מעגליכקייט צו קענען רוקן זאכן וואס א זאך פארמאגט הייסט "ענערג'י" (energy). נאר א זאך וואס רוקט זיך אליין קען רוקן אנדעדע זאכן. וואס שנעלער ס' רוקט זיך אלס מער ענערג'י האט עס (כפי ערך מאל כפי ערך), און וואס מער חומר ס' האט אלס מער ענערג'י האט עס (כפי ערך). אבער א זאך וואס רוקט זיך נישט קען נאך אלץ פארמאגן ענערג'י אויב זיינע אטאמס, עלקטרונס, אדער ארומיגע כחות לייגן עס אין א מצב אז ס' קען אדער וועט זיך באלד רוקן (און ממילא קענען רוקן אנדערע), למשל א בויגן וואס איז אנגעצויגן און גרייט צו שוסן א פייל גלייך ווען דו לאזט עס אויס. די מין ענערג'י מיינט מען ווען מ' רעדט פון וויפיל ענערג'י (קאלוריעס, Calories) עסן פארמאגט. מ' רעדט פון די ענערג'י אריינגקפאקט אזויווי אן אנגעצויגעמעם בויגן אין די מולעקולס פון די עסן וואס האבן ענערג'י. דער ענערג'י וועט שפעטער ווערן ארויסגעלאזט און רוקן אנדערע און אזוי ווייטער בוז זיי וועלן רוקן די מולעקולס פון די מוסקעלן ווען דער מענטש "רוקט זיך."

א וויכטיגע כלל וואס מיר ווילן שפעטר זען (ווען מיר רעדן פון רעלאטיוויטי) אז ס' איז נישט אינגאנצן אמת, אבער נאך אלס א וויכטיגע כלל איז: די סך הכל פון אלע חומר אין די וועלט טוישט זיך קיינמאל נישט. די מולעקולס פון א שטיק האלץ צ.ב.ש. קענען זיך טוישן און ווערן רויעך מיט א ביסל אש, אבער קיין איין אטאם ווערט קיינמאל נישט אויס אדער באשאפן. (שטעל דיך פאר ווי אלט דו ביסט...). די זעלבע איז מיט ענערג'י. די סך הכל פון אלע ענערג'י אין די וועלט טוישט זיך קיינמאל נישט. א פליעדיגע שטיין פארלירט זיין גאנצן ענערג'י ווען ס' פאלט צום ערד, אבער אז מ' וועט צאמרעכענען אלע ענערג'י וואס איז אריבער (דורך די קלאפ) צו אנדערע מולעקולס, אריינגערעכנט "איינעפאקטע" ענערג'י (אזויווי דעם בויגן) וועט די סך זיין פונקט דעם זעלבן נומר.

אויב האסט נישט קלאר פארשטאנען על רגל אחת וואס פונקטליך ענערג'י איז פון די צוויי אויבישטער פאראגראפן (איך האב נאר געזאגט "אויב." קען זיין האסט יא), פיל נישט אזוי שלעכט, ווייל וועסט זיכער נישט קלאר פארשטיין די יעצטיגע, אבער ליין עס נאך אלס; וועסט זען ס' איז נאך אלס זייער אינטערסאנט. ענערג'י קען אויך עגזעסטירן פאר זיך, עקסטער פון חומר. ווען עלקטרונס "ווייברעיטן" (vibrate, שאקלען זיך אהין און צירוק) איז די עלקטרו-מאגנעטישע כח גורם זיי זאלן ארויס שיקן "וועיווס" (waves ,כוואליעס) פון ענערג'י (ע"מ וועיווס) וואס ווירקן אויף חומר וואס זיי באגעגענען זיך מיט. די וועיווס פליען מיט א שנעלקייט פון 299,792,458 מעטער א סעקונדא, און זיי האלטן אין איין קומען מיט די אפטקייט וואס די עלקטרון ווייברעיט. וואס שנעלער די עלקטרון שאקלט זיך אהין און צירוק אלץ מער וועיווס קומען אין--לאמיר זאגן--א סעקונדא. ע"מ וועיווס מיט אן אפטקייט פון בערך א מיליון מאל א סעקונדא (אזוי גערופן "א מיליון הערץ." "הערץ" איז א קיצור פאר "מאל א סעקונדא") זענען AM ראדיו וועיווס. FM ראדיו וועיווס זענען בערך 100 מיליון הערץ. מייקרו-וועיווס זענען בערך 10 ביליון הערץ. ע"מ וועיווס פון בערך 1000 טריליון הערץ און העכער געבן ארויס אזוי פיל ענערג'י אז זיי צוברעכן מולעקולס. זיי זענען וועגן דעם שעדליך פאר'ן גוף, בעיקר ווייל זיי צוברעכן די ד.נ.א. (DNA) מולעקולס און קענען גורם זיין קענסער. עקס-רעיס (X rays) זענען בערך 10,000 טריליון הערץ.

ע"מ וועיווס ציווישן 430 טריליון און 750 טריליון הערץ געבן ארויס פונקט די ריכטיגע שטארקקייט פון ענערג'י אז זיי טוישן די פארם פון ספיציעלע מיני מולעקולס (rhodopsin און ענדליכע) וואס געפונען זיך אין אויגן. דאס הייבט אן זייער א לאנגע קייט פון פאסירונגען (וואס דויערט אלעס צוזאמען 4 הינדערטסטלעך פון א סעקונדא) אבער די סוף איז אז געוויסע צעלן אין די מח באקומען א סיגנאל וואס מיר ריפן "ליכטיגקייט," אדער "זעהן." ליכטיגקייט פון 430 טריליון הערץ זעען מיר אלס רויט, העכערע ענערג'י זעען מיר אלס orange, דערנאך געל, דערנאך גרין,דערנאך בלוי, דערנאך, ביי בערך 750 טריליון הערץ, זעען מיר אלס וויאולעט (ענדליך צו פערפל). ליכטיגקייט צאמגעמישט פון אלע מיני וועיווס (ציווישן 430 טריליון און 750 טריליון הערץ), אזויווי די זון גיבט ארויס, זעען מיר אלס ווייס.

וואס געשענט ווען אזעליכע וועיווס האקען אריין אין אנדערע זאכן (אויזער די ספיציעלע מוליקולס פון די אויגן וואס מיר האבן גערעדט פון)? טייל זאכן (אזויווי וואסער, גלאז) גייען די וועיווס אדורך. טייל זאכן (אלעס וואס זעט אויס שווארץ פאר אונזערע אויגן) זאפן איין (רוב פון) די ענערג'י (דהיינו די מולעקולס טאנצן מער ארום אדער זיי באקומען "איינגעפאקטע" ענערג'י). טייל זאכן (אלעס וואס זעט אויס ווייס) שפייען גלייך אויס (רוב פון) די ענערג'י און שיקן ארויס ("ריפלעקטן") די זעלבע סורט וועיווס. אנדערע זאכן ריפלעקטן רוב פון נאר איין שטארקייט (למשל נאר 500 טריליון הערץ) און זאפן איין רוב פון אנדערע סורט וועיווס. די זאכן זעען אויס פאר אונזערע אויגן אזויווי די "קאליר" (סורט וועיווס) וואס זיי ריפלעקטן (orange אין אונזער משל). די אלע וועיווס וואס ווערן כסדר ריפלעקטעד פון אלעס ארום אונז דערגרייכן יעדער זאך ארום זיי, ובתוכם אונזערע אויגן. די מח נעמט די אלע אינפורמאציע פון די אויגן, און דורך וועגן אזוי קומפליצירט אז מיר קענען זיי נאך נישט נאכמאכן מיט די בעסטע קומפיוטערס, באשאפן זיי דער בילד פון אלעס ארום אונז וואס מיר רופן זעהן.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 26, 2013 3:55 pm

· #90679
פלאי פלאות, א גרויסן יש"כ.

יידל » דינסטאג פעברואר 26, 2013 8:29 pm

· #90769
גם אני מצטרף. עסקן תודה רבה מעומקא דליבאי.

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:30 pm

· #90797
באקומען אין אישי: "ווי אזוי ארבעט א שיף אז ער זינקט נישט? עס איז דאך נישט פלאך מיט לופט אינטער דעם??"

די סחורה פון וואס דער שוף איז געמאכט איז טאקע שווערער ווי וואסער, אבער כדי אריין צו זונקען דארף עס מאכן אסאך מער volume וואסער ארויפגיין ווי די volume פון די שוף. די שוף דארף פונק אזוי ארויף שטופן אלע וואסער די volume פון די גאנצע ליידיגע חלק פון העכער די floor פון שוף! גרעוועטי וועט מאכן די שוף זונקען בוז ס' שטופט ארויף אזויפיל וואסער וואס וועגט די זעלבע ווי די שוף. דערנאך וועט די כח פון buoyancy פון די וואסער זיין די זעלבע ווי די גרעוועטי און ס' וועט מער נישט זונקען

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:43 pm

· #90807
yes, that's what I meant. the empty part of the ship (above the floor between the walls, where the people sit) also has to be taken into account

עסקן בדברים » דינסטאג פעברואר 26, 2013 9:49 pm

· #90811

I didn't watch the whole thing, but from the beginning it seems that it explains well. let me know if it does

יאיר » מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:19 am

· #90838
א ריזיגער יישר כוח, עסקן, פאר'ן מסביר זיין זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען. נישט אז אלעס וואס דו האסט געשריבן פארשטיי איך פונקטליך, אבער זאכן זענען אסאך קלארער יעצט.

עסקן בדברים » מיטוואך פעברואר 27, 2013 4:52 pm

· #91069
thanks so much for the positive feedback. aderaba ask if you have a question

boxcover » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:22 pm

· #91087
[ציטאט אראפגענומען]

די וויכטיגסטע נקודה איז, אז עס האט נישט עקסקלוסיוולי נאר צו טון מיט די וואג, נאר אויך מיט די וואג פער מאסע פון די חפץ. למשל א איין-אונסיגע (קליינטשיגע) שליסל וועט זינקען אסאך שנעלער ווי א (ריזיגע) טאניגע שיף. פארוואס? ווייל די פלאץ וואס די שיף נעמט אויף אין די וואסער און דערביי שטיפט עס אוועק די וואסער וואס איז געווען אויף דעם פלאץ (דיספּלעיסמענט\displacement) איז ריזיג, און די א.ד. וואסער וועגט מער ווי די גאנצע שיף (מיט אלע פיטשיפקעס דערויף), אזוי ווייט אז א גרויסע חלק שיף בלייבט הויך ארויס פון די וואסער (כדרך העולם). משא"כ ביי די קליינטשיגע שליסל, אע"ג עס איז גרינגליך, איז עס נאכאלץ שווערער ווי די וואסער (געמאסטן לויט איר גדלות).

עסקן בדברים » מיטוואך פעברואר 27, 2013 5:32 pm

· #91093
yes, the only water that matters is the weight of the water that gets displaced by the sinking object

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:20 am

· #91280
יאיר
ונבנתה העיר
ממי, דר"א, זאגט די פשוט'ע סברא אויך אזוי.

שטעל זיך פאר אז דו האסט צוויי 10 פונטיגע שטיינער און דו צושניידסט איינע פון זיי אויף צעהן חלקים פון 1 פונט יעדע, דו כאפסט אהן דעם 10 פונטיגער אין איין האנט און די צעהן 1 פונטיגע אין די אנדערע האנט און דו לאזט זיי ביידע אראפ, ווער וועט קודם אנקומען?

ביידע וועלן אנקומען אין די זעלבע צייט, ווייל וואס איז דען א נפק"מ פאר'ן גראוויטי צו די 10 פונט זענען צוגעקלעבט איינער צום צווייטן, אדער מען האט זיי גראדע צושניטן?

דאס וואס מושכל ראשון זאגט אז א שווערע זאך דארף אנקומען שנעלער, נעמט זיך פון דעם וואס עס איז שווערער צו האלטן אין דער האנט, אבער אז מען טראכט אריין איז די חילוק פשוט, שווערער איז עס טאקע ווייל ביי 10 פונט שלאגסטו זיך קעגן 10 מאהל אזויפיהל גראוויטי ווי ווען דו האלטסט א 1 פונטיגע שטיין, אבער לגבי ווי שנעל עס זאל פאלן האט עס קיין שייכות, פאר די גראוויטי איז נישט קיין חילוק צו ער שלעפט איין 1 פונטיגע שטיין אדער צעהן איין פונטיגע וואס רירן זיך אן איינע די אנדערע [דהיינו א 10 פונטיגע שטיין].

דיין משל איז גוט לקרב הדברים אל השכל, אבער למעשה איז דיין הסבר נישט גענוג, ווייל פארוואס טאקע קומט נישט אן גרינגער פאר'ן גראוויטי צו שלעפן דעם צען פונטיגן שטיין ווי דעם איין פונטיגן, ער וואלט דאך געדארפט אסאך שנעלער קענען שלעפן צו זיך דעם צען פונטיגן, ווען אלע צען פונט קומען אויפאמאל צולויפן צו אים, ווי דעם איין פונטיגן וואס האט נישט קיינער ווער ס'זאל אים העלפן קומען צו דער ערד?
מוז מען צוקומען צום צווייטן געזעץ פון אדונינו מהר"א ניוטאן, וואס לויטעט אז יעדער פונט וואס דו גיבסט צו צום שטיין מאכט טאקע אז דער שטיין זאל לויפן שנעלער, אבער לעומת זה מאכט דער זעלבער צוגעגעבענער פונט אז עס זאל לויפן שטייטער, ווייל וואס מער פונט א שטיין פארמאגט אלס שווערער איז פאר'ן גראוויטי איר צו שלעפן, אזוי ווי פאר'ן מענטש איז שווערער צו שלעפן א צען פונטיגער שטיין ווי אן איין פונטיגער. ממילא, קעגן יעדן כח וואס דער פונט גיבט צו צו די גראוויטי, קומט צו א כח פונ'ם זעלבן פונט וואס לאזט נישט צו די גראוויטי, דעריבער גלייכט זיך אלס אויס. דאס איז דער עמקות וואס די גריכישע פילאזאפן האבן נישט געכאפט.

א גרויסן יש"כ יאיר פאר'ן לינק כ'בין זיך מחי' מיט זיינע מאמרים.

כ'האב יעצט גענדיגט ליינען זיין מאמר Why Massive and Light Objects Fall Down with Same Acceleration, אינדערמיט שרייבט ער אזוי:

Apply Newton's second law to the cannon ball and the children's ball. The cannon ball has 20 times as much mass as the children's ball, so it requires 20 times as much force to accelerate. The gravitational force on the cannon ball is also 20 times the gravitational force on the children's ball. These two effects combine so that the cannon ball and the children's ball accelerate downward at the same rate. The cannon ball both requires 20 times as much force to accelerate it and has 20 times as much force acting on it.


ולאחר ההתבוננות האביך געכאפט אז בעצם זאגט ער ממש וואס איך זאג.

די גרויסע באל וועגט 20 מאל אזויפיהל ווי די קליינע, דהיינו עס האט 20 מאל אזויפיהל חומר, ממילא דארף יעדע צוואנציג'סטל פונעם גרויסן די זעלבע מאס גראוויטי ווי איין קליינע באל, איז דאך פונקט גוט: ער וועגט 20 מאל מער ווי דער קליינער און ער דארף 20 מאל מער גראוויטי איהם צו שלעפן, אין אנדערע ווערטער: וואס גייט מיר אהן וויפיהל חומר איז צוזאמען געקלעבט אויף איין פלאץ [וואס דאס ברענגט אן אינקריעס אין די וואג]? יעדע שטיקל חומר פאר זיך ווערט אראפ געשלעפט דורך גראוויטי, נאו איטס יור טשויס צו דו ווילסט אנקוקען דעם גרויסן באל בסך הכל, אדער ווי עס איז 20 קליינע וואס געפונען זיך גראדע איינע נעבן די אנדערע.

והשתא דאתית להכי, איז שוין בעסער צו ניצען די ווערטער פון מיין ביאור וואס זענען אסאך געשמאקער און לייכטער צו פארשטיין 🙂 ...

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 12:55 pm

· #91379
באקומען אין אישי: "צו וואלסטו מיר געקענט רעקאמענדירן א בוך אויף ענגליש וואס ערקלערט די אלע זאכן אויף א גרינגע שפראך באריכות?"

If you really want to understand, get a high school or college level text book on each individual subject: physics, chemistry, biology (or more specific, like genetics). I would be glad to answer specific questions as well as I can if you need. There are countless used textbooks (old editions) available for dirt cheap online (like amazon). Especially for physics, do all the problems at the end of each chapter (and check the back of the book to see if you got the correct answers). For physics, you can get textbooks that only require algebra level math (not calculus). Using those books you can understand most of it pretty well even if you don’t know algebra. You can also get books that don’t require algebra. The lower the math level the less concepts you’ll really understand. On the other hand, reading a very low level textbook or popular book for lay people is important to give you a bigger picture (which, however will be vague without the real mathematical textbook). So you need both. In general, until you are a real expert, every book you read will give you new insight. These topics are very profound, so it simply takes a long time to process them. The more you understand, the more questions you’ll have (like Einstein famously said, "Don’t worry about your problems with mathematics, I assure you mine are far greater"). Anyone who has any good books or websites in mind please post.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:05 pm

· #91380
די אנדערע חושים און מושגים
דער מושג פון קאלירן, וואס מיר האבן פריער געזען אז זיי זענען פיזיש נישט מער ווי די געוויסע מאז ענערג'י פון די ע"מ וועיווס, איז פון די בעסטע דוגמאות פון וויאזוי די מח באשאפט מושגים און נעמט נישט קיין קרעדיט פאר זיי, נאר פאפט אונז צו מיינען אז זיי געפונען זיך אין דעררויסן פון אונז און מיר "זעהען זיי" נאר. אבער די זעלבע איז מיט אלע אונזערע חושים און מושגים. דער גאנצע מושג פון זעהן איז אויך נאר אין דער מח. דער מח נוצט די אינפורמאציע פון די ליכטיגקייט וואס דערגרייכט דעם אויג אויסצורעכענען וואס אלס איז ארום אונז און באשאפט דער דמיון אז די געזעהעכטס געשענט דורטן ווי זאכן זענען.

די זעלבע--און אויך א קלארע דוגמא--איז הערן. א "קול" איז א דמיון אין דער מח. פיזיש איז עס ווייברעישנס פון מולעקולס ציווישן 20 און 20,000 "הערץ" (זעה אויבן לגבי ליכטיגקייט) . ווען א זאך (למשל די שטריק פון א פידל, אדער יעדער זאך וואס מאכט א קול) ווייברעיט מאכט עס די אלע ארומיגע מולעקולס (צ.ב.ש. פון די לופט) אויך ווייברעיטן די זעלבע הערץ (פשוט ווייל ס' האקט אריין), און זיי מאכן ווייטער די נעקסטע מולעקולס, און אזוי ווייטער. אזוי ווערן וועיווס די זעלבע אפטקייט ווי די ארגינעלע זאך וואס ווייברעיט. ספיציעלע "האר" פון "האר צעלן" אינערייווייניג אין דעם אויער בייגן זיך ווען וועיווס ציווישן 20 און 20,000 הערץ קומען אהן צו זיי (פאר מענטשן. אנדערע חיות הערן אנדערע אפטקייטן פון מולעקולארע וועיווס). ווען זיי בייגן זיך לאזן זיי אריין פוטאסיום אטאמס וואס הייבן אן א "סיגנאל" צום מח וואס מיר "הערן." דער מח נוצט דער קליינעם חילוק אין שטארקייט און אין צייט ציווישן די וועיווס פון איין אויער און צווייטן אויסצורעכענען (מער ווייניגער) פון ווי די קול קומט און באשאפט דער דמיון אז די קול איז דורטן.

מחובר צום אינערווייגער אויער זענען (vestibular) גלידער וואס, דורך ענדליכע וועגן צו וואס דער אויער טוט מיט מולעקולארע וועיווס, שיקן זיי פאר'ן מח סיגנאלן וואס גיבן אונז א ספיציעלע חוש צו פילן צו מיר שטייען גראד (אדער שיף, אדער ליגן) און צו מיר הייבן זיך נישט אן צו רוקן שנעלער אדער שטייטער.

טעם און ריח זענען די מושגים וואס דער מח באשאפט ווען ספיציעלע מולעקולס (למשל פון עסנווארג אדער פון די לופט) בונדן זיך צו ספיציעלע "ריצעפטער" מולעקולס אין ריצעפטער צעלן אין די מויל און נאז. ווען למשל א צוקר מולעקול בונדט זיך צו א "זיס" ריצעפטער מולעקול פון א "זיס" ריצעפטער צעל אין די מויל ווערט די צעל אקטיוו און שיקט א סיגנאל צום מח וואס מיר שפירן אלס "זיס" אין דער מויל.

טאפן איז נאך א גדר פון מושגים (וויאזוי חפצים פילן: הארט, נאס, גלאט א.א.וו.) וואס דער מח באשאפט דורך עטליכע מיני צעלן אין די הויט וואס שיקן סיגנאלן צום מח לויט וויאזוי זיי ווערן געקוועטשט אדער געצועגן. אנדערע צעלן שיקן ווייטאג סיגנאלן צום מח, ווען זיי (און ממילא מסתמא זייערע ארומיגע) ווערן געשעדיגט.

היץ איז נאך א חוש. די געפיל איז די וועג וויאזוי דער מח זאגט אז די מולעקולס (פון דער הייסע זאך) רוקן זיך ארום צו שנעל (און קלאפן אריין איינס אין צווייטן צו שטארק, זיי האבן צו פיל רוקליכע ענערג'י) פאר אונזער גוף צו קענען גוט פונקצענירן. קעלט איז די פארקערטע, ווען די מולעקולס רוקן זיך נישט ארום גענוג שנעל, און מאכן אז די מולעקולס פון אונזער גוף וואס באגעגענען זיך מיט זיי פארלירן ענערג'י.

היוצא לנו מזה אז אלע אונזערע מושגים וועגן דער מציאות פון די וועלט און אונזער גאנצער עקספיריענס אין לעבן איז צאמגעשטעלט פון דמיונות "כדי לשבר את האוזן" (representations) באשאפן אין אונזער מח וואס "רעפריזענטן" דער "עכטער מציאות." דער עכטער מציאות איז גארנישט מער פון חומר און ענערג'י אויסגעשטעלט אין כל מיני אופנים (configurations) איבער "פלאץ" און "צייט." אבער וואס איז "עכט" חומר און ענערג'י און פלאץ און צייט, אויזער דעם בילד וויאזוי מיר זעהן זיי דורך אונזער מח? אזא שאלה איז פארשטייט זיך נישט שייך צו בכלל אפילו אנהייבן ענטפערן אדער אדורך טון.

אין יעדער major חוש ליגט אסאך באזונדערע דמיונות וואס דער מח באשאפט עקסטער. דעס וואס מ' פילט אז מ' האט צ.ב.ש. איין חוש פון זעהן און ממילא זעהט מען שוין אלעס איז נאך איינער פון די וועגן וויאזוי דער מח פאפט. דער חוש פון זעהן קאלירן איז איין דוגמא. אדער לאמיר נעמען די חוש פון זעהן רוקעריי (motion). אז מ' נעמט צוויי באזונדערע בילדער פון א צענע וואס אין איינס איז איינער פון די חפצים אוועקגערוקט א משהוא פון דעם צווייטן בילד וועט מען דאס קיינמאל נישט באמערקן, וויפיל מ' קוקט אהין און צוריק. אבער אויב מ' זעהט איינס גלייך נאכן צווייטן אין א מאווי (movie) וועט עס גלייך ארויסטאנצן, ווייל דער מח מאכט א ספיציעלע חוש פון זעהן רוקעריי (ציווישן געוויסע מאזן שנעלקייט). ס' דא פאציענטן וואס פונקט דעם חלק מח איז זיי געשעדיגט און זיי זעהן אלעס אויסער אז זאכן רוקן זיך. יעדער שטיק צייט באמערקן זיי, אה, יעצט איז עס דורט!
נאך א דוגמא איז זעהן פנים'ער. ווען מ' זעהט א פנים (אדער אפילו א בילד פון א פנים) האט מען א באזונדערע געפיל אז עס האט חיות (אז ער קוקט דיך אן אדער אז ער קוקט דורטן) (וועגן דעם האבן פרימיטיווע מענטשן געמיינט אז געטשקעס האבן כחות). אויסער דעם שרייט ארויס דער מראה פון יעדן באזונדערער מענטשליכע פנים (עכ"פ וועמען מ' קען) א באזונדערן געפיל. דער פיזישער חילוק ציווישן איין פנים און א צווייטן איז אזוי קליין אז ביי אנדערע זאכן וואלט מען נאר נאך טויזענטע שעות הורעוואניא געקענט זעהן א שטארקע חילוק. זעה דא אן אינטערסאנטן באריכט וועגן מענטשן וואס האבן נישט דעם חוש <a class="postlink" href="http://www.cbsnews.com/video/watch/?id=7417242n">http://www.cbsnews.com/video/watch/?id=7417242n</a>
די מח באשאפט אויך אן א שיעור אינערלעכע מושגים וואס רעפריזענטן דער מח'ס אייגענעם מצב, צ.ב.ש. פרייליכקייט, פיינט האבן, boredom, חרטה, נייגעריגקייט וכו' וכו'. אויזער די מושגים וואס דער מח "ווערט געבוירן" מיט באשאפט די מח געלערנטע מושגים: א טאטע, א קאץ, א מלחמה, מיין שוועסטער מלכי, איך, הייליגקייט, וויז'ניץ, טענה'ען... יעדער מושג וואס קען נאר זיין, אפילו רוב זענען טאקע אמת'דיגע מושגים וואס מ' קען (טייל מאל נאר נאך אסאך מיא) צונעמען און מסביר זיין וואס פונקטליך זיי מיינען מצד די רויע אינפורמאציע פון די "5 חושים" דורך וואס אונזער מח האט זיי צוזאמענגעלייגט, נאך אלס, ווען מיר טראכטן פון די מושגים טראכטן מיר בכלל נישט פון די רויע אינפורמאציע. מיר טראכטן פון דעם נייעם באשאפענעם מושג. (און כל שכן מושגים וואס באציען זיך נישט צו ריאליסטישע זאכן).

אויסער מאטאמאטישע מושגים (צ.ב.ש. נומערן, shapes, לאגיק), באצוען זיך אלע מושגים נאר צו בערך'דיגע מציאות'ן. ס' טאקע דא מציאות'ן וויאזוי אטאמס קענען זיך אויסשטעלן און רוקן וואס דיין מח וועט זיכער מגדיר זיין אלס א קאץ, אלס דיין שוועסטער מלכי, אדער אלס טענה'ען. אבער ס' דא אן א שיעור מציאות'ן וואס די גדר איז נישט קלאר. וויפיל אטאמס דארפן זיך ארומטוישן פון א קאץ אז ס' זאל שוין נישט הייסן א קאץ? (ווער ס' האלט אז ער האט א מציאות'דיגע מושג וואס איז יא פונקטליך זאל ביטע מגיב זיין. (דער מושג פון אן אטאם אדער מולעקול איז אין א וועג א מאטאמאטישע לאגישע מושג.)).

אבער וויאזוי קען דער מח מאכן די בילדער און דמיונות? וויאזוי קען דער מח, נאר א צאמלייג פון אטאמס, אונז געבן הכרה? דער קורצע ענטפער אויף דעם איז אז מיר ווייסן נאך נישט. אבער איך וויל שפעטער רעדן מער דערפון. קודם וויל איך דורכרעדן א פריערדיגע שאלה: וואס איז דאס א לעבעדיגע זאך?

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:17 pm

· #91381
עסקן בדברים
ויאזוי קען דער מח, נאר א צאמלייג פון אטאמס, אונז געבן הכרה? דער קורצע ענטפער אויף דעם איז אז מיר ווייסן נאך נישט.

ווארט נאר ווארט ביז פשוט קאמפליצירט און יאיר וועלן דיר געבן איבערן קאפ פאר דעם סטעיטמענט... (חוץ אויב "הכרה" מיינסטו נישט קאנשעסנעס).

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:18 pm

· #91382
I do mean consciousness

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:20 pm

· #91384
גוט, איך קען קוים ווארטן זאלסט אנקומען דערצו דאס אויסצושמועסן.

עסקן בדברים » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:21 pm

· #91385
🙂 yes, I would ask anyone who wants to argue to wait until I actually write about it

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 1:32 pm

· #91386
יישר כוח, עסקן, פאר א סופער דזשאב. איך ווארט אויפ'ן המשך, בפרט אויפ'ן שמועס איבער קאנשאסנעס. איך בין פאסצינירט מיט דער טעמע.

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:05 pm

· #91392
אגב, פשוט קאמפליצירט, איך ווייס אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר אבער כ'וועל דאך פרעגן: האסטו שוין אמאל געליינט דעם בוך "The Feeling of What Happens: Body and Emotion in the Making of Consciousness" (<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/The-Feeling-What-Happens-Consciousness/dp/0156010755">http://www.amazon.com/The-Feeling-What- ... 0156010755</a>)?

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:32 pm

· #91400
נישט געלייענט. זעט אויס אינטערעסאנט. שייך צו פאר'סך הכל'ן דעם חידוש אין א פאראגראף?

יידל » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:35 pm

· #91401
אין א פאראגראף? כ'גלייב נישט. עכ"פ איך זיכער נישט.
פרוביר: <a class="postlink" href="http://www.hedweb.com/bgcharlton/damasioreview.html">http://www.hedweb.com/bgcharlton/damasioreview.html</a>
<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/books/99/10/24/reviews/991024.24calvint.html">http://www.nytimes.com/books/99/10/24/r ... lvint.html</a>
און
<a class="postlink" href="http://blogcritics.org/books/article/book-review-the-feeling-of-what/">http://blogcritics.org/books/article/bo ... g-of-what/</a>

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 2:50 pm

· #91404
That takes care of it.

יישר כוח!

מוח שליט » דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:07 pm

· #91447
עסקן בדברים
באקומען אין אישי: "צו וואלסטו מיר געקענט רעקאמענדירן א בוך אויף ענגליש וואס ערקלערט די אלע זאכן אויף א גרינגע שפראך באריכות?"
די בוך Science Matters, איז זייער שיין מסביר אלע חלקים אין Science. ער איז מסביר אלעס מיט גאר א גרינגע שפראך, און ער ניצט גארנישט קיין מאטעמאטיקס.

עסקן בדברים » זונטאג מערץ 3, 2013 4:36 pm

· #92256
I'm not an expert on which books are the best out there, but I loved this book years ago when I first started getting interested in science. It covers physics, chemstry, earth science, and astronomy on a conceptual level, no math.Also check out newer editions
<a class="postlink" href="http://www.amazon.com/Conceptual-Physical-Science-Update-Edition/dp/0321051904/ref=pd_sim_sbs_b_59">http://www.amazon.com/Conceptual-Physic ... m_sbs_b_59</a>

מאיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:08 pm

· #92756
[ציטאט אראפגענומען]


נעם א בוק אין די רעכטע האנט אין א פאפיר אין די לינקע האנט אין לאז זיי אראפ, וועט פארשטייט זיך די בוק אנגעקימען שנעלער צי דער ערד. ווייל די ליפט איז כמעט אזוי שטארק ווי די פאפיר אין עס האלט אן די פאפיר פין פאלען. והא ראיה:

נעם א בוק אין די רעכטע האנט אין א בוק אין די לינקע האנט אין לייג ארויף א פאפיר אויף די בוק פין די לינקע האנט, וועט די פאפיר אראפפאלען אזוי שנעל ווי די בוק (אפילו די פאפיר איז נישט מחובר צי די בוק) ווייל עס איז נישט די קיין ליפט וואס האלט צוריק די פאפיר פין פאלען.

מאיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 7:45 pm

· #92777
[ציטאט אראפגענומען]


עליכם שלום - איך האב שוין הנאה...

איך וויל צילייגען איין נקודה צי די וווערטער פין 'העסקן בדברים' בנוגע די חילוק פין אמאליגע סייענס (פילאספיע) אין מאדערן-סייענס.

אמאל פלעגט מען אויך טרייען צי מאכען עקספערימענטען, די מורה נבוכים רעדט שוין פין חכמה מצד נסיון (עקספערימענטען) אין חכמה מצד השכל והסברה (חשבונות, מדמה מילתה למילתה). היינט טיט מען אויך ביידע, מ'טרייט צי מאכען נסיונות אין אויף זאכען וואס מ'קען, אין אויף וואס מ'קען נישט נעמט מען אסאך מאל אן געוויסע הנחות מצד השכל וחשבונות.

עס איז נאר דא 2 חילוקים פין אמאל אין היינט, 1) די "סטענדרעט" פין נסיון איז העכער ווי אמאל, מ'פארלאנגט מער נסיונות (פין אסאך אנדערע וועגען) אנצינעמן אזאך. אין 2), אזאך וואס איז מצד השכל ריפט מען אן "theory" כדי מ'זאל וויסען ווי מ'האלט.

אסאך זאכן וואס מ'האלט היינט זעט מען אריסטו (אדער אנדערע פאר עם) זענען געעוען גערעכט, למשל אז זמן מיינט change; אז די גאנצע וועלט קימט ארויס פין איין קליינע זאך (יולי) וואס ווערט אויך דערמאנט אין גמרא (מאבן שתיה נברא העולם) אין ארימגערעדט ברייט אין די ראשונים ומקובלים. אין דאס ווערט היינט אנגעריפען evaluation אדער inflation. אויך האט Galileo (די פאטער פין מאדערן-סייענס) געזאגט אז ער קימט נאך אריסטו. ד.ה. ער געבויט זאכען אויף געויסע הנחות פין אריסטו.

איך בין זיכער אז אין 100 יאר ארום וועט מען האלטען אנדערש פין געוויסע theory's וואס מ'האלט היינט. למשל, די יארען וואס זיי זאגען ווי לאנג די וועלט איז אלט איז א thorey עס איז אימעגליך צי מאכען א נסיון אויף דעם כמובן. אויך אויף איינצעלנע זאכען פין איינשטיין וואס זעט אויס נישט ריכטיג ווען מען מאכט עקספערימענטען (איינשטיין'ס עיקר חידושים איז געווען עפ"י שכל וחשבונות וואס מ'האט שפעטער געזען אויף אסאך זאכען אז ער איז געווען גערעכט, אין געוויסע זאכען אז נישט).

אויך ווי באקאנט האט איינשטיין אפגעפרעגט געוויסע חשבונות פין אייזיק נאטען, וואס איינשטיין איז גערעכט. (למשל, די GPS סיסטעם האט מען נישט געקענט מאכען לויט נאטענ'ס חשבונות.)

עסקן בדברים » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:29 pm

· #92803
זייער שיין מאיר, ביטע זיי אונז חונן דעת מיט מער דברי חכמה

מאיר » מאנטאג מערץ 4, 2013 8:55 pm

· #92817
ישר כח 'עסקן', הכל נגרר בתר הראשון
בלאט: 1 2 3