☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אומבאקאנטע ווערטער פון @מי אני, און זייער באדייט

אומבאקאנטע ווערטער פון @מי אני, און זייער באדייט

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15452

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 1:24 pm

· #505731
אומבאקאנטע ווערטער פון @מי אני, און זייער באדייט
ווי געשריבן דא איז שוין העכטס צייט צו עפענען אזא אשכול, קוק נאר וויפול לייקס איך האב באקומען אויף דעם תגובה...

אונזער חכם הרזים @מי אני פילט טעגליך אהן אונזער שטיבל מיט קליגע אינהאלטסרייכע און באלערנדע תגובות. אבער דא עקא אז ער שרייבט אויף זייער א הויעכע לעוול, מיט אסאך אומפארשטענדליכע ווערטער, וואס מאכט אסאך שווערער צו פארשטיין זיין -שוין אזוי אויך- קאמפלעצירטע הארות.

וועלן מיר דא עפענען דעם אשכול דורכצוטון און מבאר זיין מקחו של צדיק, און אויסקלארן די אומפארשטענדינישן, און פראבירן צו ווערן קליגער.

און איך פיר אויס מיט א בקשה צו מי אני, אז די זאלסט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם, און פראבירן צו ניצן ווי מער פשוטע ווערטער אין דיינע תגובות...

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 1:40 pm

· #505732
בלי"נ.

איך וועל אויך בלי"נ פרובירן צו שטעלן דא אין דעם אשכול (עכ"פ מהיום והלאה) דעפיניציעס פון טערמינען וואס איך באנוץ.

ארבעטענדיג אין עדיוקשעיאן לערן איך אויס מיינע תלמידים אז עס זענען דא (כאטש) 5 וועגן ווי אזוי געוואויר צו ווערן דאס באדייט פון א נייע ווארט/טערמין וועלכע זיי באגעגענען בשעת'ן ליינען:

1). דער שרייבער אליין, גראד נאך דעם ווארט, געבט די באדייט

2). דער שרייבער שרייבט טאקע נישט די באדייט אבער געבט א משל וואס פון דעם קומט ארויס וואס דאס באדייט

3). דער שרייבער געבט נאך דעם ווארט א סינאנים - א ווארט וואס איז גאר ענליך אין באדייט

4). דער שרייבער געבט נאך דעם ווארט אַן ענטאנים צו שולל זיין פארקערט - א ווארט וואס איז דאס היפך פונעם באדייט

5). קאנטעקסט - מ'קען פארשטיין דעם ווארט לויט די ארומיגע קאנטעקסט פונעם גאנצן פאראגראף וכדומה (אפילו אָן א דירעקטע משל)

איך גלייב אז דאס קען העלפן פאר מיינע ווערטער אויך בכלל.

***

אויף אנצוהויבן מיט די שאלה וואס איז טאקע געווען די אימפּעטוס/גורם פאר'ן אשכול:

טעאיסטיק/טעאלאגישע עקזיסטענשאליזם - דאס איז, כמובן, בתוך די ברייטערע פילאזאפישע פעלד/צוגאנג פון עקזיסטענשאליזם. יעצט, איך זעה אז @מאטי האט געלייקט אט די תגובה מיינע (פאר'ן רעדאגירן), איז לינק איך צו צו זיינס א תגובה וואו ער איז דאס אביסל מסביר. די געדאנק דערפון, אין גאר קורצן, איז מיט'ן דגוש אויף דעם מענטש'נס אייגענעם אינדיווידואלן סאבּיעקטיוון צוגאנג צו זיין "עקזיסטענץ" בהאי עלמא און וואס ער שפירט דאס באדייט פאר אים און איר מיִניִנג פאר אים. (לדוגמא, מ'קען מאכן א סערשט פאר "סארטרע" בתוך מיינע תגובות פאר מער בזה.)

טעאיסטיק/טעאלאגישע עקזיסטענשאליזם איז ווען מען שטעלט דאס צאם און מ'אינקארפּארעיט דאס בתוך טעאיזם אין א מענטש'נס צוגאנג צו ג-ט/געטליכקייט ודכוותיה. (ועיין ג"כ לדוגמא במה שכתבתי כאן אין פונקט 8.)

אגב, אט דאס איז טאקע א משל פונעם צווייטן און פיפטן וועג פון פארשטיין דעפיניציעס דורך א משל און/אדער קאנטעקסט: איך האב דאך געשריבן דארט אז @מונטסורי'ס ארטיקל איז אט דאס "בתפארתו".

שאלתיאל » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 3:43 pm

· #505739
wanted Job details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנס
Qualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.

Full time job

תוהו ובוהו » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 3:55 pm

· #505741
איך וואלט געראָטן אז נישט אונזער דערהויבענער @מי אני זעלבסט זאל אויסקלארן זיינע הויכגעשפיצטע קאמפליצירטע טערמינען און על הדרך תוך כדי דיבור נוצן נאך א פיר-פינעף פון זיי...

נאר די פשוטי עם וואס ווילן זיך מתנדב זיין, אז ווען איינער פרעגט א שאלה אויף א באגריף צי טערמין, צו מאכן דאס מינימאלע ריסערטש און פרובירן צו מסביר זיין בלשון פשוטי בני אדם.

ולמסביר ולנסבר שלומים תן כ@מי אני

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 4:24 pm

· #505742
שאלתיאל
wanted Job details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנס
Qualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.

Full time job
ייש"כ פאר די קאמפּלימענט! 😳

ולוואי וואלט איך טאקע געווען אזוי. ונחמתי היא אז דאס עצם (באמת) ווילן אליינס איז שוין א מעלה בחכמה, וכדהבאתי מהרבינו יונה בריש פ"ד באבות. (ועיין כאן.)

ואפילו אין נאר די חכמה פון מאטעמאטיקס ווערט הענרי פּאנקארעי (געשטארבן אין 1912) פאררעכענט ווי "דער לעצטער פּאַלימעט" - א חכם וידען וואס קען גוט וידיו רב לו אין א ברייטע אויסוואל פון פעלדער פון חכמה. און דאס איז נאר בתוך די חכמה פון מאטעמאטיקס. ואנן מה נענה וכו'.

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 5:01 pm

· #505744
מי אני
בלי"נ.

איך וועל אויך בלי"נ פרובירן צו שטעלן דא אין דעם אשכול (עכ"פ מהיום והלאה) דעפיניציעס פון טערמינען וואס איך באנוץ.

ארבעטענדיג אין עדיוקשעיאן לערן איך אויס מיינע תלמידים אז עס זענען דא (כאטש) 5 וועגן ווי אזוי געוואויר צו ווערן דאס באדייט פון א נייע ווארט/טערמין וועלכע זיי באגעגענען בשעת'ן ליינען:
אהאה קיינמאל נישט געוויסט אז דו ארבעטסט אין עדיוקעישען.
איז מעגליך צו באקומען מער פרטים (הלוואי וואלט איך געהאט אזא עדיוקעיטאר)

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 5:04 pm

· #505746
ייש"כ!

ס'איז אבער נישט מוכרח אז איך בין טאקע א גוטע עדיוקעיטאר. מ'האט דאך טענות אויף מיר אז איך האב די "קללה פון מדע" און איך רעד אויף צי א הויכע לעוועל וואס מענטשן וואס ווילן זיך דאס אויסלערנען זאלן קענען פארשטיין. דאס באדייט אז עס פעהלט מיר אין מיין פּעדאַגאָגיקעל קאַנטענט נאַלעדזש - ווי אזוי צו מאכן די קאנטענט צוגענגליך ובהדרגה פאר די וואס ווילן דאס לערנען.

דא (דא און דא) האב איך אביסל געשריבן איבער אלגעמיינע עניני חינוך.

Nanach » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 5:08 pm

· #505747
מי אני
ייש"כ!

דא (דא און דא) האב איך אביסל געשריבן איבער אלגעמיינע עניני חינוך.
איך האב געמיינט צו פרעגן וואספארא ראלע א ענגליש טיטשער? אדער מנהל? אדער גאר יועץ?

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 5:13 pm

· #505748
ספּעשל עד (ווי געשריבן אין מיין אינטערוויוּ). 1:1 צי קלענערע גרופעס. פון פּרי-סקוּל ביז היי-סקוּל (ועד בכלל).

מתבודד » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 6:09 pm

· #505750
Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .

נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...

חדשים » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 6:16 pm

· #505752
יישר כח עצי שיטים פאר די לאנג געברויכענדע אשכול. מי אני איז א אומשאצבארע אוצר פאר אונזער דור און פאר די קוראי וחברי השטיבל בפרט. איך בין נישט דער חכם צו קענען אפמעסטן זיין אינטילעגענץ אבער איך ווער נתפעל פון זיין ענוה און מידות. ער לאזט זיך אראפ צו יעדן איינעם, א ריכטיגער לומד מכל אדם. מ’וועט נישט ליינען קיין איין תגובה פון אים וואס האט א נדנוד כל שהוא פון מצער זיין א צווייטן.

א מילתא דבדיחותא וואס איך האב מיר יעצט דערמאנט. איך האב אמאל אינטערגעהערט א שמועס צווישן צוויי אידן וואס האבן גערעדט וועגן א געוויסע אדמו”ר אויב ער קען לערנען. די אדמו”ר’ס הויף געט ארויס א בלעטל פון די רבי’נס שמועסן מיט אנדערע אדמורי”ם. רופט זיך אן ראובן- אז מ’ליינט דעם בלעטל, זעט מען ער קען ניטאמאל א בלאט גמרא. רופט זיך אן שמעון- קען זיין ער קען נישט קיין איין ווארט, אבער ער פאפט אונז גוט אויס... לענינינו, ביז יעצט האט ער עס גוט געמאכט, דער עולם האט סייווי נישט פארשטאנען. יעצט ווען דער עולם וועט פארשטיין וועט מען קענען אפשאצן וואס דא טוט זיך... just kidding, לא תתני חכמה דאיכא מ”י אנ”י.

חדשים » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 6:24 pm

· #505756
מתבודד
Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .

נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...
עקזעקטלי, האפענטליך וועט עס אויפהייבן די קוואליטעט פון די שטיבל.

מי אני ציין לתגובה מחכם אחד (בהאשכול היאך יכולים לרומם איכות השטיבל) שהתלונן על תגובות מי אני שהעולם לא מבינים מה שכותב. אפשר מה שחשבה לרעה יהי’ טובה. דאם העולם יבין חכמתו (ע”י אשכול זה) יתקיים היגדיל חכמה ויאדיר

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 6:57 pm

· #505757
שאלתיאל
wanted Job details : מייסטער פארטייטשער צו דעשיפרירן מי אני'ס מיסטעריעזע פארצווייגטע הויעכע רייד און עס ערקלערן פאר די איינפאכע מאסן. בעיקר די קליינע שורות נאכמער די פיצי וואנס
Qualifications : דאקטאראט אין פיאלאסאפיע, מאטעמאטיקס, כימיע, פיזיקס, ביאלאגיע.
+ מאסטער דעגרי אין מאדערן-פיזיקס, עפידאמאלגיע, אסטראנאמיע, טעאלאגיע, אנטראפאלאגיע, סאציאלאגיע, מיקראבילאגיע, גענעטיקס, היסטאריע , מחשבת ישראל, פיאלאגיע, פסיכא-ביאלאגיע, אסטרא-פיזיקע, ביא-טעכנעלאגיע, פיזיקא-אטאמיש-כימאלאגיע (Required)
130+ איי קיו (Required)
ש"ס און פוסקים פארהערט ביי דרשו (Required)
priority פאר קאנדידאטן מיט א דעגרי אין אגריקאלטור, אסטראביאלאגיע, ביא-כימיע, קאסמאלאגיע, ארכיאלאגיע, און אין אלגעמיין אלעס וואס ענדיגט זיך מיט א גיע.

Full time job
אזוי ווי שאלתיאל האט דא אויסגערעכנט 20 פון די שבע חכמות וואס מ'דארף האבן כדי צו קענען קארעספאנדירן מיט דעם חכם הרזים מי אני, וועל איך דא ברענגען א שאלה וועלכע אינוואלווד 2 פון די שבע חכמות. מאטעמאטיק/ס און פיזיק/ס.

וואס איז די רילעישאנשיפ/שייכות/באציאונג פון אינדאקטענס מיט אינדאקטיוו ריעקטענס. אויך וואס איז די רילעישאנשיפ וכו' פון קעפעסיטענס מיט קעפעסיטיוו ריעקטענס.

וויאזוי ווערט עס אויסגעדרוקט אין מאטעמאטישע טערמינען (נישט די פארמולא/ס. אפשר שפעטער. די פארמולאס אויך. אן נאכקוקן אין גוגל אדער וויקיפעדיע. ווייל איך האב אויך נישט נאכגעקוקט...!

מי אני » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 7:07 pm

· #505760
אָן נאכקוקן/דורכטוהן ווייס איך נישט. איך האב דאס (נאך) נישט געלערענט.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 7:11 pm

· #505762
מי אני
אָן נאכקוקן/דורכטוהן ווייס איך נישט. איך האב דאס (נאך) נישט געלערענט.
או.קעי. מיט נאכקוקן. ביטע מיט א קלארן הסבר. איך ווארט אויף אן ענטפער...!

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 8:18 pm

· #505768
מתבודד
Wow! די פלאקאטן וואלטן געשריגן ”אויף דעם האט איר געווארט!!!”
עכ”פ איך האב זיכער געווארט אויף אזא אשכול.
~
איך וואלט גע’עצה’ט ר’ מי אני אז נאך יעדע תגובה וואס דו שרייבסט, קום אריין דא מסביר זיין די שווערע ווערטער, און אזוי וועט זיך צוביסלעך אויפבויען ”אנציקלופדית מי אני” .

נאר גרייט דיך צו צו ענטפערן אלע שאלות/קשיות/ראיות/פירכות אויף דיינע תגובות, איינמאל די עולם פארשטייט בעסער די ים החכמה...
איך וואלט גע’עצה’ט ווייניגער צי שרייבן ענגלישע ווערטער אדער פאר-אידישען ענגלישע ווערטער נאר שרייבן די ווארט מיט ענגלישע בוכשטאבן זאל ווער ס'וויל זיך דאס גאגלען

אויב שוין יא אידיש קען דאס זיין מיט א הייפער לינק צים גויאישע וויקיפידיע

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 8:35 pm

· #505772
עצי שטים
ווי געשריבן דא איז שוין העכטס צייט צו עפענען אזא אשכול, קוק נאר וויפול לייקס איך האב באקומען אויף דעם תגובה...

אונזער חכם הרזים @מי אני פילט טעגליך אהן אונזער שטיבל מיט קליגע אינהאלטסרייכע און באלערנדע תגובות. אבער דא עקא אז ער שרייבט אויף זייער א הויעכע לעוול, מיט אסאך אומפארשטענדליכע ווערטער, וואס מאכט אסאך שווערער צו פארשטיין זיין -שוין אזוי אויך- קאמפלעצירטע הארות.

וועלן מיר דא עפענען דעם אשכול דורכצוטון און מבאר זיין מקחו של צדיק, און אויסקלארן די אומפארשטענדינישן, און פראבירן צו ווערן קליגער.

און איך פיר אויס מיט א בקשה צו מי אני, אז די זאלסט זיך אראפלאזן מן ההר אל העם, און פראבירן צו ניצן ווי מער פשוטע ווערטער אין דיינע תגובות...
מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט

שמן למאור » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 10:56 pm

· #505788
קאצקע ציקער

קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throuple
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:03 pm

· #505789
ברשות החכם מורינו מי אני, און אוודאי ידידנו ר' עצי שיטים:
לכאו' וואלט מען געדארפט עפעס מער ווי א דיקשאנערי פאר די אלע מושגים וואס מיר אידענטיפירן אלץ "מי-אני מושגים",
נעמליך, היינט צוטאג זענען מיר דאך געבענשט מיט דעם וואונדערליכע "וויקי-אנציקלאפידיע", וואס געבט צו פארשטיין די אלע מושגים, נאר לצערינו איז דערווייל נאך נישט דא א (נארמאלע) יידישע וויקיפידיע,
וואלט דאך געווען א געוואלדיגע זאך אויב וואלטן חכמי שטיבלנו זיך אריינגעלייגט דערין, און אפשר קען מען גאר גרינדן אן "אנציקלאפידיע" אפטיילונג דאהי אין קאווע שטיבל, וואס זאגט איר צו דעם!!??

מי אני » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 10:07 am

· #505828
עצי שטים
קאצקע ציקער
מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throuple
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.

מאטי » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 10:24 am

· #505830
אגב. הרב מי, איז דא א הבדל צווישן law of parsimony און Occam's razor?

מי אני » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 10:36 am

· #505832
אויבנאויף, ווי ווייט איך ווייס, איז נישטא קיין נפק"מ צווישן זיי צוויי.

ואולי, לפימש"כ כאן, קען מען מאכן א חילוק צווישן זיי ביידע וואו מ'טאקע פאזיטירט מער ענטיטיס וכדומה אבער דאס פארענטפערט אסאך מער קושיות און פענאמענא וכו' אויף איין מאל אין איין שאס, און וואו מ'טאקע פאזיטירט ווייניגער ענטיטיס בכלליות. ביידע האבן א קלעים צו "פשטות". אבער וועלכע באדייט וועלכע?

קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 11:26 am

· #505841
@מי אני וועגן דעם פארשטיי איך נישט קיין איין ווארט פון די הויעכע לעוועל פון עברית למשל ווען ביבי געט א דרשה , דאס איז וויבאלטד ער רעדט נישט קיין עברית נאר רוב ווערטער זענען ענגליש איבערגעטייטשט אויף די עבריתישע אקצענט .

ממילה וואלט איך געוואלט בעטן פון כבודו נאר צו שרייבן יודיש והכול על מקומו יבא לשלום

שמן למאור » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 11:50 am

· #505848
מי אני
עצי שטים
קאצקע ציקער
מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throuple
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.
https://www.dictionary.com/e/slang/throuple/

הקטן » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 5:06 pm

· #505871
מאטי
אגב. הרב מי, איז דא א הבדל צווישן law of parsimony און Occam's razor?
אדער קען מען זאגן אוואו ר' חיים'ס תורה אויף שוטה

חדשים » זונטאג אוגוסט 7, 2022 1:55 pm

· #505905
מי אני
עצי שטים
קאצקע ציקער
מיין שאלה איז פארוואס ניצט ער טאקע אזאלכע פאני ענגלישע ווערטער וואס ער פארשטייטשט אין יודיש וואס איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט
קוקט דא ווי איך האב שוין פארגעהאלטן מי אני פארוואס ער ניצט די מאדנע פראנצויזישע ווארט "מענאדזש א טראוס" אנשטאט ניצן די פשוטע באקאנטע ווארט threesome אדער throuple
עס איז לכאורה א תאווה פון הויכגעשפיצטע חכמים צו רעדן דוקה שווערע אומפארשטענדליכע ווערטער.
און ווי איך האב טאקע דארט גע׳ענטפערט מאכט יא א חילוק צווישן וועלכע סארט ווארט מ׳נוצט ארויסצוברענגען ניוּאַנסן פון א קאנצעפט (איך האב אגב קיינמאל נישט געהערט פון דאס ווארט “throuple” פון פריער; איך האב אָנגעכאפט די פארמאלע טערמין און איך האב טאקע דארט געלינקט צום באדייט). דאס גייט צוזאמען מיט וואס כ׳האב צוגעברענגט אז דאס איז טאקע @יידל׳ס תלונה און טענה אז מ׳דארף טאקע בארייכערן אונזער ווערטער אוצר און דאס ברייטערט אויס דעם repository פון קאנצעפטן אויך, וממילא איז מען קליגער.
מענין לענינא דיומא. חז”ל האבן אין א איינציגע אויסנאמס פאל אריינגעלייגט אין א תפילה א ווארט פון לשון יווני, ווייל קיין אנדערע לשון הקודש ווארט האט עס געקענט אזוי ארויסברענגען.

אויסגעשניטן פון המבשר.
📎 20220807_134033.jpg

חדשים » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 10:49 am

· #505965
לכבוד די אשכול פון שמעקעדיג, האב איך נעכטן דורכגעטון די נושא פון ביאת המשיח עפ”י השקפת ניקי קאווע שטיבל. בין איך אנגעקומען צו די געלינקטע תגובה, און ווי אייביג בין איך סטאק געבליבן ביי אפאר אומפארשטענדליכע ווערטער. מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע איז דאס מער נישט קיין פראבלעם. איך שלעפ אהער די תגובה מיט א בקשה צום רבי’ן צו מסביר זיין די אומפארשטענדליכע ווערטער וואס כ’האב אנגעצייכענט אין באלד.
מי אני
‏דא הא׳מיר אראפגעברענגט אז בעצם, לפי הרמב״ם, איז די געדאנק פון ״משיח״, ״ימות המשיח״, ״אחרית הימים״ אא״וו א ריין ראציאנאלע אידעאל צו וואס די מענטשהייט בכלליות גרייכט, ועכ״פ דארף צו גרייכן, אלס נענטער און נענטער אסימפּטאטיש. ובאמת לפי״ז איז איה״נ אז די ״טראדיציאנאלע״ קאנסעפּשאן פון ביאתו ווערט אָטיִאָס. ווען די גאנצע וועלט קומט אלס נענטער און נענטער צו תכלית פּאָטענשׁאל האדם פון השגת המושכלות וממילא הקב״ה על האמת [התפתחות בחכמה ובמאראל וכו׳ וכו׳], פאלט טאקע אלס מער און מער אוועק די ״אויבערהאנט״ וואס אידן האבן אין דעם רעגארד נגד שאר בני אדם, וממילא קען מען טעקניקעלי טאקע בלייבן וואו אימער מ׳איז אויף די וועלט; די ווארט איז טאקע נישט ״דייקא״ א״י ‏(דאס נעמט דעם ויואל משה׳ס צווייטע מאמר נאך ווייטער...). אין קורצן עס איז א סארט גלאבאליסטישע יוּטיִאָפּיִען יוּמעניסם אלס אן אידעאל.

איי וואס דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים (ריש) פי״א ופי״ב? איז קען מען ענטפערן אז עס איז טעארעטיש עפ״י ראציאנאל אויב קומט אפיר א כאריזמאטישע פירער ביי אידן פאר די וועלט איז לגמרי גרייט דערפאר; עס איז נאך אלס מער טרייבּעליסט. אין אזא פאל זענען די פראקטישע הלכות אזוי ווי ער לייגט עס אראפ. די ״מאמין בו ומחכה לביאתו״ איז אויף די עצם אידעאל הנ״ל; התפתחות ותיקון העולם בכלל. (דאס איז בפרט לפי דעם וואס ער זאגט דארט אין פי״ב ה״ב; דאס איז לכאורה ״כלל הדבר״ (אחוץ דעם ענין פון דייקא ״קיבוץ״ ומלך בא״י לישראל דוקא ובנין המקדש) - ״לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד״ והיינו השגתו באמת. והיינו לגבי די פסוקים/יעודים וואס ער צייכענט צו אינעם פריערדיגן פרק איז ווי ווייט די משלים, וואס ער זאגט אין פי״ב אז די פסוקים זענען, טוהן גייען.).

ואגב, דאס אז די וועלט ווערט מער און מער אטעאיסטיש איז ל״ד א סתירה דערצו. פונקט אזוי ווי מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.
איינמאל איך פארשטיי די ווערטער, האב איך א צוויי נקודות אויסצוקלארן. יישר כח.

אגב, ליינענדיג די אשכולות, שרייט זיך ארויס די השתוקקות צו די גאולה פון חברינו שמעקעדיג. באמת, האט ער דאך א ניצוץ פון משיח, והריחו ביראת ה’...

מי אני » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 11:11 am

· #505969
1). אַן אַסימפּטאָט [asymptote] איז א סארט מאטעמאטישע/algebraic ליניע אויף א גרעף צו וואו א פאָנקשען וואס דרייט זיך קומט אלס נענטער און נענטער צו (עד אינפיניטי) אבער גרייכט דאס למעשה קיינמאל נישט (חוץ עפ״י די קאלקולוס לומדות פון א לימיט). דא זעהט מען דאס בשתי בערב ובאלכסון: די רויטע ליניע איז די אַסימפּטאָט און די בלויע איז די פאָנקשען. 📎 DB107087-1C08-4727-90FA-965B5096DF49.jpeg אין די קאנטעקסט איז מ׳גרייכט אלס נענטער און נענטער (עכ״פ על הכלל כולו) צו דעם לגמרי׳דיגן שלימות׳דידן אידעאל אבער למעשה וועט מען דאס קיינמאל נישט ממש גרייכן. (ועיין כאן וואו @רביה״ק זי״ע האט גערעדט דערפון ווען איך האב דאס אראפגעברענגט.)

2).
Otiose = serving no practical purpose or result

3).
Utopia = an imagined place or state of things in which everything is perfect

‏4). יוּמעניזם איז א ליבעראלע סארט פילאזאפיע וואס (אין גאר קורצן) שטעלט דעם עיקר דגוש אויף דער מענטש און דאס איז קובע ווירדן: דעם מענטש׳נס פרייהייט, כבוד, אינדיווידועליטי, פּאטענציאל, וואס דער יחיד וויל וכו׳ וכו׳. דעם בין אדם לחבירו איז די עיקר שבעיקרים.

5).
Tribalism = the behavior and attitudes that stem from strong loyalty to one's own tribe or social group
איך נוץ עס אינעם דעראגעטאריווע סענס פון א סארט גזענות פון ״אונז זענען בעסער ווי זיי״.

חדשים » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 11:49 am

· #505974
יישר כחך להגדיל חכמה ולהאדירה.

וואס האט לקרוא כולם בשם השם מיט השגת המושכלות? מיט דעם ביזטו מסביר פארוואס א אטעאיסט העוסק בחכמה קען גאר זיין א גרעסערער עובד השם. אויב ה’ איז חכמה, איז ער נישט קיין אטעאיסט...
לפי זה קען א גוי אויך זיין משיח, פארוואס דארף עס זיין מזרע דוד?

אפשר פעלט אויס די תנאי פון ארץ ישראל ווייל דארט איז די מקום מוכשר להשגת החכמה (וכעין אוירא דארץ ישראל מחכים).
ולפי זה, ריכטיג מקיים זיין דעם ”צפית לישועה” דארף מען זיין א מבקש להשיג חכמה...

מי אני » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 1:55 pm

· #505981
חדשים
וואס האט לקרוא כולם בשם השם מיט השגת המושכלות?
לויט דער רמב״ם איז דאס היינו הך. (ועיין לדוגמא בהקדמתו לפירוש המשניות וואו די תכלית האדם (ממבט האדם) איז קניית המושכלות, און די העכסטע דרגא דערין און דעם ענדגילטיגן ציל דאך פילאזאפיע/מעטאפיזיקס/ידיעת חכמת האלקיות.)
חדשים
מיט דעם ביזטו מסביר פארוואס אן אטעאיסט העוסק בחכמה קען גאר זיין א גרעסערער עובד השם. אויב ה’ איז חכמה, איז ער נישט קיין אטעאיסט...
איה״נ. דאס רירט אָן אויף ווי אזוי מ׳איז מגדיר מהו ״ג-ט״ (דאס איז עפעס וואס איך ריר אָן אין מיין פאָרגעגרייטן אשכול אויף מיין סאָבּמיטעד ארטיקל. ואגב עיין כאן). מ׳האט טאקע תופס געווען אויפ׳ן רמב״ם בזה.
‏אויב איז מען למשל מגדיר ״ג-ט״ אלס ״פּרינציפּ אָוו בּיִאיִנג״ וכדומה איז דאך נישט אזוי שווער. ואכמ״ל…
חדשים
לפי זה קען א גוי אויך זיין משיח, פארוואס דארף עס זיין מזרע דוד?
הא׳מיר דאך יעצט געזאגט אז לפי״ז איז דאך די גאנצע געדאנק פון ״משיח״ בעיקר דעם אידעאלישן עסכעטאלאגישע/אחרית הימים ״ימות המשיח״ - די עפאכע דערפון אָן קיין שום ״מלך״. איי דאס וואס דער רמב״ם רעדט איבער הלכותיו אא״וו? הא׳מיר דאך טאקע דאס געזאגט אז דאס איז קאי אויף ווען מ׳האלט נאך נישט נעבן דארט אין דעם רעספּעקט; טאקע ווייטער אבער פארט נישט דארט.

און דאס פירט אריין:
חדשים
אפשר פעלט אויס די תנאי פון ארץ ישראל ווייל דארט איז די מקום מוכשר להשגת החכמה (וכעין אוירא דארץ ישראל מחכים).
ווי דר. מנחם קעלנער איז מאריך אין עטליכע פלעצער האט דער רמב״ם נישט געהאלטן אז ס׳איז דא עפעס בעצם ״אינטרינסיקלי״ בעסער מיט אידן וה״ה מיט א״י (ווי דער כוזרי האט געהאלטן כידוע). גראדע האבן/היטן אידן די תורה וואס איז (אליביה) די דרך לקנות המושכלות און גראדע זענען זיי אין א״י, וואס אלס פאליטישע מאכט דארט (קודם די וועלטליכע יוּטאָפּיע וכנ״ל) קענען זיי דארט איינפירן מצות התלויות בארץ שלהם וואס דאס העלפט אלס דערצו וכנ״ל (און איינמאל דאס איז געווארן ״ארץ ישראל״ איז דאס שוין געבליבן אזוי, און דאס איז וואס מאכט דאס ״הייליג״). ווען גוים האבן דאס די זעלבע זענען זיי פונקט די זעלבע אויך.
חדשים
ולפי זה, ריכטיג מקיים זיין דעם ”צפית לישועה” דארף מען זיין א מבקש להשיג חכמה...
איה״נ וכנ״ל. א צפיה אז דאס מענטשהייט זאל צוקומען אלס מער און מער צו איר אינטעלעקטשואלע שלימות. וכעין א האפענונג אז דאס מענטשהייט זאל צוקומען צו אלס א העכערע לעוועל אויפ׳ן און אין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל.

חדשים » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 3:13 pm

· #505988
מהו עסכעטאלאגישע?

איך רעד ווען מ'האלט נאכנישט נעבן דארט. דאס וואס די קעניג דארף טון, קען דאך די גוי אויך? חוץ אז ער מיינט דאס וואס דו שרייבסט נאכדעם אז אידן היטן די תורה וואס איז (אליביה) די דרך לקנות המושכלות. ואולי לויט די פיצי אותיות אין די תגובה מוז מען בע"כ צוקומען צו די מהלך.

וואו קומט אריין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל?

מי אני » מאנטאג אוגוסט 8, 2022 3:30 pm

· #505990
חדשים
מהו עסכעטאלאגישע?
Eschatology = a branch of theology concerned with the final events in the history of the world or of humankind
אין דעם איז נכלל די לעהרע פון "אחרית הימים", וואס איך האב טאקע צוגעלייגט נאך די סלעש.
חדשים
איך רעד ווען מ'האלט נאכנישט נעבן דארט. דאס וואס די קעניג דארף טון, קען דאך די גוי אויך?
איה"נ. די געדאנק איז פאר אידן א קעניג פון אידן. ס'דאך נאך דא די טרייבעליזם/נאציאנאליזם (אען איר דעראגעטיוו סענס) וכנ"ל - מ'האלט נאך נישט דארט דערנאך דערפון.
חדשים
וואו קומט אריין דעם קאַרדאַשׁעוו סקעיל?
דאס איז דאך א סקעיל אין די פארגעשריטענקייט פון ציוויליזאציעס. די פארגעשריטענקייט גייט, כמובן, מיט מיט א געוואלדיגע אינטעלעקטשואלע התפתחות בקרבתן לשלימות בזה. און ווי איך האב געהערט איינער דאס מסביר זיין אז א סקעיל 3 ציוויליזאציע וואלטן אונז זיי באטראכט און משיג געווען ווי געטער - אונז וואלטן זיי נישט געקענט משיג זיין. איז די האפענונג טאקע אז אונז זאלן אלס וואקסן און וואקסן אלס א ציוויליזאציע בזה.