☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

לסמוך » דינסטאג מאי 28, 2024 10:44 pm

· #563582
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די אידישע מח איז געוואלדיגע מאשין, ער מאלטיפלייט לויט וויפיל מ'לייגט אריין אין איר, ווי מער מען לייגט אריין גוטס וועט ארויסקומען גוטס. און פארקערט ח''ו פארקערט, איבערדעם איז וויכטיג אז מ'זאל האלטן אין איין אריינלייגן נאך גוטע סחורה וועט ארויסקומען נאך גוטס

אורות » דינסטאג מאי 28, 2024 10:44 pm

· #563583
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך בין א פשוטע יונגערמאן וואס זוכט די אור און די וועלט דייקא און די חושך
אבער שטילערהייט מקיים צו זיין בתוך עמי אנכי יושבת

וועל מיר זיך מאכן באקוועם זיך אביסל ארומקוקן אין האפענטליך האבן א געשמאקע שמועס

בערל » דינסטאג מאי 28, 2024 10:44 pm

· #563585
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני הקטן זכה לגור בארה"ב כמה שנים טובות וחיפשתי משמעות לחיים. עד שהגעתי לארה"ק ושמה הלכתי אנה ואנה ולא מצאתי את שאהבה נפשי, עד שזכיתי בבחינת יגעתי ומצאתי, בחי' מציאה למצוא את פלא הדור מאורן של ישראל הרה"צ כ"ק אדמו"ר מתורת חכם שליט"א , שפתח לי את האור החיים שאפשר להיות יהודי מדקדק במצוות ולהינות מעצם הענין שיש בורא ומנהיג לכל הברואים

געב עס אים » דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 pm

· #563586
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א וואוילע שטילע יונגערמאנטשיקעל... שרייט נישט, שפייט נישט... מאכט זיך מיט דאס זייניגע, ס'איבעריגע לאזט ער פאר א צווייטן... סך הכל וויל איך הערן רעדן שמועסן און זיך אויסבלאזן אין די קאווע שטיבל נאך די מקוה... לאמיר רעדן רואיג, לאז געמאך... שריי נישט... שמייכל... לאמיר לאכן צוזאמען פון אלע צרות...

מחובר לקרקע » דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 pm

· #563587
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אינגערמאן פון ווילאמסבורג מיט אביסל א ברייטערע קאפ וואס וויל קומען אביסל זיך אויסלופטערן און ארויס קומען פין די פארמאכטע וויליאמסבורגע באקס.צו קענען אדורכטוען און געוואור ווערן איבער פארשידן ארטיגע און קאלירפולע טעמעס וואס טוט זיך אפ אין ארליי שאטירונגן פון די חרדישע אינדטום

משה זיכמיר » דינסטאג מאי 28, 2024 10:45 pm

· #563588
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'האב ליב אינטערעסאנטע און קאנטראווערשיעל נושאים צו שמועסן. כ'האב אייביג פארברענגט און געשמועסט על דא ועל הא מיט קלוגע חברים און ידידים.

כ'פארשטיי אז דא אויף קאווע שטיבל קען מען זיך אנפילן מיט פילע רייכע חכמות און ידייעות אין אסאך אינטערעסאנטע טאפיקס.

פילייכט וועל איך אויך קענען צולייגן פון מיין אייגענע ערפארונג.

סקרינשאט » מאנטאג יוני 3, 2024 8:38 pm

· #564207
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין שוין דא א לאנגע צייט אבער אן קיין לאג-אין. עס איז שווער צו אנגיין מיט א מויל-שלאס. עניוועי, איך בין א סאטמארער אינגערמאן, איך ארבעט מיט סאפטוועיר. איך גלייך געאגראפיע, מוזיק, און קארס.

שלום דקל » מאנטאג יוני 3, 2024 8:38 pm

· #564208
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געראדע א רעגאלארע מענטש האט ליב צו ליינען,
טריי צו לערנען תורה מיט געשמאק ווען עס איז דא צייט,
מען זאגט אז קאווע שטיבל איז די בעסטע פלאטץ צו הערען וואס טוו זיך אויף די וועלט בעסער פון אלי נייעס סייטס

פארברענגן » מאנטאג יוני 3, 2024 8:38 pm

· #564209
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן
איך האב זייער ליב צי ליינען מאסטלי אין ענגליש. איך האב שוין לאנג געוואלט דא זייו אבער איך האב שוין נישט געשריבו אידיש איו אלמאסט צוואנציג יאר. יאפ מקען פארגעסן איי געס. איך וועל טרייען צי זיין עקטיו דא. איך וואוין איו א פיצעלע דירה איו איך ווער מושיגע

קאשע » מאנטאג יוני 3, 2024 8:39 pm

· #564210
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע היינטיגע יונגערמאן לעבט אויף די וועלט ווי א נארמאלע מענטש, איך דריי מיך שוין לאנג ארום מיט מחשבות אין מח וואס איך זיך א פלאץ עס אויסצושמועסן למעשה האב איך געטראפן דא א פיינע הייסע געשמאקע קאווע שטיבל מיט נארמאלע מענטשן וואס רעדן מיין שפראך

פרידריך » מאנטאג יוני 3, 2024 8:39 pm

· #564211
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א יונגערמאן וואס גלייכט צו ליינען און הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן,שרייבן טראכטן און רעדן,פון אנדערע פערספעקטיוון און פראבורן צו פארשטיין אנדערע פארשידענע מיינוגען אין ש יטות רעספעקטפולע וועג, אן קיין פארדאמונגען אדער אראפרייסען אנדערע אויף סיי וועלכע וועג

פינטעק » מאנטאג יוני 3, 2024 8:39 pm

· #564212
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך טוה שוין אסאך יארן ב"ה אין טעק מיט גאר אסאך ערפארונג, און די לעצטע פאר יאר האב איך מיך אריינגעלייגט שטארק אין איוועסמענטס, מיט א פאקוס אויף טעקנאלעגזי און אויטאמעישעין.

אברהםפ » מאנטאג יוני 3, 2024 8:39 pm

· #564213
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם!
איך בין א אינגערמאן פין לעיקוואד וואס זוכט דורכשמוסען אידישע נייעס און א געשמאקן חסידישן קרעמל, בפרט אין די נושים פון תורהת יהדותת חכמהת מוסרת הגיוןת והיסטוריה וכדו'.
אויך האף איך זיך אויסצוברייטערן די ידיעות מער ווי די צנזור קאנטראלירטע מידיע ערלויבט.

רקידה » מאנטאג יוני 3, 2024 8:40 pm

· #564214
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געהערט אז דא איז דא א נערמאלע הנהלה וואס אונטערדריקט נישט יערער זאך וואס שמעקט זיי נישט זייער אונטערסאנטע דיסקיסיעס מקין דא זען קליפס נערן נחייב הנאה האבן פון די אייבערשטער וועל אן ערלי כי כשרע סייט

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג יוני 3, 2024 8:47 pm

· #564215
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם אלע!!!

berlbalaguleh » מאנטאג יוני 3, 2024 9:28 pm

· #564220
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רב חאצאצאק הקטן #
שלום עליכם אלע!!!
עליכם השלום: איך קען רואיג זאגן ...בואכם לשלום...נאר איך האף אז איהר האלט נאכנישט ביי צאתכם לשלום.

וואס זאגסטו » מיטוואך יוני 5, 2024 7:23 am

· #564360
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מחובר לקרקע #
איך בין אינגערמאן פון ווילאמסבורג מיט אביסל א ברייטערע קאפ וואס וויל קומען אביסל זיך אויסלופטערן און ארויס קומען פין די פארמאכטע וויליאמסבורגע באקס.צו קענען אדורכטוען און געוואור ווערן איבער פארשידן ארטיגע און קאלירפולע טעמעס וואס טוט זיך אפ אין ארליי שאטירונגן פון די חרדישע אינדטום
טוה דאס נישט, ס'איז זייער קאוזי אין די באקס

סאטמאר אין לעיקוואד » מיטוואך יוני 5, 2024 7:37 pm

· #564445
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געבוירן א סאטמארער און אראפגענומען פונעם האק נאך ישיבה און ווייל משומר לאזט קיקן קאווע שטיבל מסתם איז עס אויסגעהאלטן איך געפין מיך און לעיקוואד איך האב וואס צו שרייבן וועגן מיך

וואסאנפקאמינה » מיטוואך יוני 5, 2024 7:37 pm

· #564446
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בּין נישׁט מוראדי׳ג קלוג, דאס איז וואר.
איך לערן זיך מער און מער יעדעס יאר
אבּער א נאר בּין איך זיכער נישׁט, פּרובּיר מיך נישׁט פארנער׳ן
איך וועל דאס גלייך אויפכאפּען און עס וועט מיך נאך אויך פארצער׳ן

דער פארשער » מיטוואך יוני 5, 2024 7:38 pm

· #564448
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין היפש א פאר'חלום'טע (אמת) מענטש וואס האט ליב צו וויסן וויאזוי זאכן ארבעטן ענדערש ליינען לענגערע ארטיקלען ווי קלענערע (טענה'רייען/קליינע נייעס/אדער סתם הערות) איך האב נישט ליב צו טייפן סא איך ווייס נישט וויפל איך גיי שרייבן (אויף אייוועלט בין איך שוין צוויי יאר און איך בין יעדן טאג אויף דעם (עכ''פ זיכער איינמאל און צוויי טעג) אבער כ'האלט נאכנישט אפילו ביי הונדערט זאכן געשריבן) אחוץ אויב כ'האלט טאקע אז ס'מאכט אויס וואס איך וויל זאגן

פסכתר » מיטוואך יוני 5, 2024 7:47 pm

· #564451
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א זכיה צו פארברענגען מיט אידישע רעדענדיגע מענטשן היימיש און געשמאק. איך האב ליב עכטע היסטוריה חסידישע בפרט. איך בין זייער סענסעטיוו אבער איך פארשטיי א אנדערע פערספעקטיו זייער שנעל. איך האב ליב צו שרייבן און ליינען. שכ"ח פארן מיך אויפנעמען שיין.

פאריעריגע שניי » מיטוואך יוני 5, 2024 8:24 pm

· #564454
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיט יאר

דומה למלך » מאנטאג יוני 10, 2024 5:05 pm

· #564789
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב שוין אויספרובירט עטליכע פארום׳ס און נישט געווען צופרידן אין ערגעץ צו צוליב די תוכן אדער די צענזור וכדומה ביז איך האב געהערט פונעם קאווע שטיבל אז דא וועל איך לכאורה הנאה האבן סא לאמיר עס געבן א טשענס

ערקידעשין » מאנטאג יוני 10, 2024 5:06 pm

· #564790
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פרישע אינגערמאן איך וואוין אין מאנסי איך בלאָג נישט צו קיין שום חסידות אין דריי מיר ביי יעדעם איינעם און איך שעץ יעדער איינער. און איך זיכ ווי מען קען הערן גיטע ארטיקלן און אינפארמאציע און נייעס און א אידישע כשר'ע וועג

בן סינגל » מאנטאג יוני 10, 2024 5:06 pm

· #564791
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א גרויסע ליינער איך וויל שערן ביכער וואס איך האב געליינט אין הערן וואס די עולם האלט איך זאל ליינען איך וויל רעדן וואס עס הייסט צו קומען פין א ג'גטע שטוב אין וואס אינז קענען מאכן בעסער פאר זיי. איך ליין שוין דא פאר דריי יאר אין איך האב מחליט געוועהן אז עס איז שוין צייט זיך איינצושרייבן

בלויע בעקיטשע » מאנטאג יוני 10, 2024 5:06 pm

· #564792
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן פינעם שמאלץ טאפ וויליאמסבורג, די אלטע חלק, פין ווי אלע געשעפטן מאכען דעם ויסעו זיכענדיג ווי מען קען מאכען אביסלע פארוושטע אלטע גארשען. איך בין א כמו דענקער, אין שטארקע ליבשאפט פאר קלאסישע מוזיק אין רעם טארא טא טאם מארשן. נאט די טיפיקעל חסיד אינעם ירושלים ד'אמעריקא. שטארק אריין געטאן אין תורת הנפש לקיים מה שנאמר והגדת לבניך דער איננערטשלייד לערנען. דאס איז א פלאץ וואס מען איז א משפיע אין א מקבל אין דער זעלבע צייט, אז מען וויל זיין א נעמער דארף מען זיין א געבער.

קעסטעלעך » מאנטאג יוני 10, 2024 5:07 pm

· #564793
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט ממש ווער ווייסט וואס. וואס איך קען יא זאגן, איך גלייך נגינה, ארט, און עדווענטשערס...

פארוואס איך בין אהערגעקומען איז, ווייל איך זיך עפעס מער ארטיסטיש ווי סתם אבי ליין מאטריאל.

עכ"פ איך וויל דשוינען, און איך האב נישט עפעס מעכטיג צו שרייבן איבער מיר. איך זיך נישט צו שרייבן על לא דבר, סתם ווייל איך וויל מאכן א גוטע אנשטעל.

ידעיה » מאנטאג יוני 10, 2024 5:07 pm

· #564794
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוט דורכשניטליך יונגערמאן שטיקל אויבער חכם, אויפגעוואקסן אינעם סיסטעם, וואס זוכט אביסל ברייטקייט, ספיציעלע אינטערסע אין היסטאריע און פיזיקס און א צימאון פאר יידישע ליטראטור

גרונטליכער » מאנטאג יוני 10, 2024 5:07 pm

· #564795
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פריש אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אטענטיש ארגאנעלע נײעס איך באלאנג נישט און ערגעץ נאר צו גאט ב״ה אלײנס סאינטערסיט מיר השקפה חסידות אידישקײט און אלװעלטליכן נײעס איך בין אן עבד ד׳ מיט מײן גאנצען רצון אין מעשים מיט דורכפלער

היום » זונטאג יוני 16, 2024 3:05 am

· #564992
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גרונטליכער #
איך בין א פריש אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אטענטיש ארגאנעלע נײעס איך באלאנג נישט און ערגעץ נאר צו גאט ב״ה אלײנס סאינטערסיט מיר השקפה חסידות אידישקײט און אלװעלטליכן נײעס איך בין אן עבד ד׳ מיט מײן גאנצען רצון אין מעשים מיט דורכפלער
הרב גרונטליכער, שלום עליכם.
סאיז מיר סתם אזוי אינטרעסאנט, דיין זיך איינשרייבן דא אין ק״ש, לייגסטו אריין אין קאלם פון עובד השם מיטן גאנצן רצון אדער פון דיינע דורכפעלער במעשים?

היום » זונטאג יוני 16, 2024 3:10 am

· #564993
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואס זאגסטו #
מחובר לקרקע #
איך בין אינגערמאן פון ווילאמסבורג מיט אביסל א ברייטערע קאפ וואס וויל קומען אביסל זיך אויסלופטערן און ארויס קומען פין די פארמאכטע וויליאמסבורגע באקס.צו קענען אדורכטוען און געוואור ווערן איבער פארשידן ארטיגע און קאלירפולע טעמעס וואס טוט זיך אפ אין ארליי שאטירונגן פון די חרדישע אינדטום
טוה דאס נישט, ס'איז זייער קאוזי אין די באקס
ווילאמסבורג באקס איז קאוזי?
זייטווען?
פארוועמען?

זיידי מ » זונטאג יוני 16, 2024 6:47 pm

· #565104
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטע יוד בעסער געזאגט כוויל זיין א פשוטע יוד וואס רוס פון מיינע יארן האב איך פארברענג מיטן זיכן וואס איך זיך דירוויל האב איך נאכנישט געטראפן אבער כגעב נישט אויף ווייל כווייס אז איין טאג וועל איך עס טרעפן

ליפא אייזן » זונטאג יוני 16, 2024 6:47 pm

· #565105
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ליפא אייזן, א היימישע אינגערמאן וואס האט ליב צי וויסן און מיטטיילן מער וועגן אלעס און אלעמען און האט ליב אריינציטראכטען און ארויסציהאבן טיפער נושאים שונים, האט ליב מוזיק, נאטור, איך האף צי קענען מיטהאלטן קאווע שטיבעל, און בארייכן מיט אינטערסאנטע ביישרייבינגען אויף פארשידענע נושאים.

משה1 » זונטאג יוני 16, 2024 6:47 pm

· #565106
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל מיך דרייען אויף גוטע פלעצער,, איך בין בעירך 30 יאר,, און איך וויל מיך אביסל אויסליפטרן צווישן גוטע געשמאקע חבירים,,און באקומן נייעס פון גוטע מקורות,, יישר כח פאר אוועקשטעלן אזא גרויסע רייכע פלאטפארם

צדיק תמים » זונטאג יוני 16, 2024 6:48 pm

· #565107
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א תמים פון א יוד און איך וויל ווערן אביסל אויפגעקלערט אין בית המדרש האב איך געהערט אז אינדרויסן און קאווע שטיבל קען מען הערן חכמה
אשר על כן באתי לחפש
איך האף אז איך בין אנגעקומען צום ריכטיקן קאווע שטיבל

דוד הלוי » זונטאג יוני 16, 2024 6:48 pm

· #565108
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נישט קיין לוי
איך טרעף מיך דא אין די פיסטריט פון אחי הגדול (תרתי משמע)
דא אויף צו לערנען און באלערנען
ווען גאט וויל דען אז אלע זאלן טראכאן אייניג, וואלט געוון גענוג איין מענטש.
אז ער האט באשאפן צוויי ווייזט אויס אז ס'איז ברויך זיין נאך.

קלמישל2 » זונטאג יוני 16, 2024 6:49 pm

· #565109
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן, איך בין אינטערעסירט וואס אנדערע אידן האבן צו פארציילן און פארציילן וואס איך האב צוזאגן פון מאל צו מאל.
איז אזוי, איך בין שוין נישט קיין שנה שנייה אינגערמאן און אויך נישט קיין שנה עשירית אינגערמאן. נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב.
כל טוב פאר אלע חברים.

קלמישל2 » זונטאג יוני 16, 2024 8:19 pm

· #565120
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קלמישל2 #
א גוטן, איך בין אינטערעסירט וואס אנדערע אידן האבן צו פארציילן און פארציילן וואס איך האב צוזאגן פון מאל צו מאל.
איז אזוי, איך בין שוין נישט קיין שנה שנייה אינגערמאן און אויך נישט קיין שנה עשירית אינגערמאן. נער הייתי גם זקנתי ולא ראיתי צדיק נעזב.
כל טוב פאר אלע חברים.
נאך א גלגול פון א ניק וואס האט נישט געשריבן גענוג און איז געשיקט געווארן לופטערן.
העל מיר פראבירן מער דאס מאל. שטותים נישט אי"ה.

בלויע בעקיטשע » דינסטאג יוני 18, 2024 3:03 pm

· #565386
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עליכם השלום

[NAMELESS] » פרייטאג יולי 26, 2024 10:38 am

· #568847
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין 6 וואכן האט מען נישט אנגענומען קיין נייע מעמבער'ס. וואס גייט דא זיין??

[NAMELESS] » פרייטאג יולי 26, 2024 10:55 am

· #568849
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דאכט זיך מיר אז דער מנהל האט געזאגט אז עס זענען דא גליטשען אין סיסטעם

בשמחה » פרייטאג יולי 26, 2024 11:52 am

· #568854
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פרוכט זאפט #
שוין 6 וואכן האט מען נישט אנגענומען קיין נייע מעמבער'ס. וואס גייט דא זיין??

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=17115

[NAMELESS] » פרייטאג יולי 26, 2024 1:14 pm

· #568860
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בשמחה #
פרוכט זאפט #
שוין 6 וואכן האט מען נישט אנגענומען קיין נייע מעמבער'ס. וואס גייט דא זיין??

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=17115
כ׳האב געזעהן, אבער ס׳איז דאך נישט קיין תכלית אזוי.

כ׳האב אפאר חברים וואס ווארטען שוין וואכן לאנג צו ווערן אנגענומען און ס׳נעמט נישט קיין סוף צו זייער ווארטעריי