שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער א געשמאק און ליב צו אריינקומען דא אין קאווע שטיבל און צו ליינען אינטערעסאנטע ענינים, אסאך שיינע זאכן האב איך קונה געווען דא,
און געעפנעט מיינע אויגן אנצוקוקען אסאך זאכן מיט א אנדערע בליק, איך האף אויך צוצוגעבן צו די שמועסן דא. ישר כח.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געבוירן אין ארץ ישראל און בין א ליובאוויטשער חסיד, איך האב ליב צו לייענען וועגן אידישע און חסידישע היסטאריע און חסידישע קהילות און עס זעט אויס אז דא וועט מען קענען אסאך לייענען און בארייכערן די ידיעות און אויך בארייכערן די נייעס וועגן די תורה און די לימוד התורה און וועגן חסידישע ענינים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווילנדיג הערן פון אלע סארט מינע מענטשען פיל איך אז די פלאץ איז גאייגנט פאר אידין וואס ווילן זיך אויסשמועסן בכל מיני ענינים אויף אן אפנע פארנעם און ברייטע ידיעה אויף אקטולע נושאים ובענינים העומדים על הפרק. מיט דעם טו איך שוין באגריסן אלע חברי הנהלה און אלע קאמטירער דא כל אחד בשמו ובניק הטוב יבורך.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישער יונגערמאן וואס האט זיך געמיטשעט און זיך אינערליך ארום געאמפערט מיט מיינע הנחות קדומות מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן, איך האב אסאך גע'ארבעט ביז איך בין געווארן מער אביעקטיוו און זעהן קלארער די צווייטע זייט פון די מטבע און ריכטיג אפטייטשן יעדע נושא צו פאסן א באשלוס אדער אפשר נישט צו באשליסן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וויל זען וואס סגייט פאר אין די היימישע וועלט איך האב געליינט פארשידענע מיינונגען אין איך גלייך וואס מען שרייבט דא סאיז ד״א מיינונגען אויף אלע צדדים גוט דורךגענימן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן וואס וואינט און וויליאמסבורג, ארבעט פול טיים, איך האב א שיעור צוויי מאל א טאג, און קורצען... אוך וויל זיין א ערליכע יוד!
איין זאך איז אייביג וויכטיג-הוי דן את כל האדם לכף זכות!!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם! איך וואוין אין וויליאמסבורג, איך קום פון א אפען-מיינדעד חסידישע משפחה.
איך האב ליב צי צינעמען און פארשטיין אלע זייטען לערנען נייע געדאנקען און ידיעות. קאווע שטיבל איז מיר א פלאץ ווי איך קען פארשטיין מערארע פערספעקטיון, אין סיי וואספארע סאבדשעג.
יישר כוח אין עדווענסט!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אינטערעסירט צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל בעיקר צו ליינען און זיך אויסליפטערן מיט היימישע נייעס, אנאליזען און אפהאנדיליגען פון די סארט וואס ווערט נישט געדעקט אין די מעין סטרים היימישע אויסגאבעס אדער וועבזייטלעך. און צומאל אויך צוצולייגען מיינע צוויי צענט ווען דאס קען זיין אינטערעסאנט אדער באלערענד פאר אנדערע מעמבערס. איך קוק פאראויס צו ווערן אקצערפירט און פארברענגען אין קאווע שטיבל. יישר כח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א שטילער אינגערמאן אינטערעסירט אין טיפערע intellectual topics
פין דערהיים א סאטמערע חסיד
א מאן מיט אסאך געפילן אין גרויסע שאיפות מיט האפענונג זיך ציך לערנען אסאך פין דעם פארום
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א וואולע אינגערמאן וואס האט אפענע אויגן. איך האב ליב צי הערן ביידע זייטן פין קאנטריוירשעל זאכן. אין קאווע שטיבל רעד מען פין זאכן וואס מען זעט נישט אין אנדערע פלעצער. אינטערסאנטע טאפיקס אין א ברייטע פארנעם.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א דורכשניטליכער מיטליעריגע יוד וואס האט לעצטנס זיך אנגעטראפן מיט די חשובע קאווע שטיבל. איך בין באגייסטערט פון די שטיבל, איך זע אז עס איז א געשמאקע פלאץ אדורך צו שמועסן אקטועלע זאכן ווי אויך פארשידנארטיגע מיינונגען אין כל מיני נושאים. איך פיהל אז דאס איז די ריכטיגע פלאץ פאר מיר, איך האף אז איך וועל הנאה האבן און מען וועט פון מיר הנאה האבן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ליין שוין דא א שטיק צייט, ס'איז געשמאק צו ליינען געדאנקען פון קלוגע און דורכגעטראכטע אידן, און איך וויל צולייגן מיין דעה דא און דארט.
איך בין ב"ה באקוועם מיט מיין חרד'יש און חסיד'ישקייט, איך האב שוין א סאך מחשבה אוועקגעגעבן אויף כדי צו האלטן מיין רוקן גראד און מיין שכל קלאר אין די דאזיגע שווערע תקופה, און איך מיין אז איך האב וואס צו פארקויפן אין דעם געביט, וואס ליידער הערט מען לעצטנס ווייניגער די קאנסערוועטיווע פרעספעקטיוו אויף נושאים און שאלות וואס זענען שוין דורכגעטוהן געווארן דורך גדולינו וחכמינו זצ"ל / שליט"א, ואין כל חדש תחת השמש.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
באגעגנט ר' אברהם (פאלש), א ערליכע נשמה וואס די אויגן פינקלען מיט די חכמה פון פארגאנגענע יארן. זײַן לאַנגע, ווײַסע בערד, מיטיק געפּרוּמען, דערציילט מעשׂיות פֿון אַ לעבן, וואָס איז פֿאַרבראַכט געוואָרן אין באַטראַכטונג און אָנהענגונג פֿון טראַדיציע. אנגעטאן אין טראדיציאנעלער קליידונג טראגט ר' אברהם די וואג פון היסטאריע אין די שורות אויסגעדריקט אויף זיין פארוואונדערט פנים. זיין יעדן שריט רעזאנירט מיט די אפקלאנגן פון א רייכע ירושה, און זיין שטימע, א מעלאדישע צומיש פון דערפאַרונג און יידלקייט, וועבט מעשיות וואס בריקען דורות. אין די שטילע װינקלען פֿון זײַן הײם אַנטפּלעקט די פֿלאַכערנדיקע ליכט־ליכט די אוצרות פֿון אַ גוט־געלעבט לעבן, יעדער אַרטיפֿאַקט איז אַ עדות צו דעם אָנהאַלטנדיקן גײַסט פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם תּקופֿה.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טיפישער מאנסי יונגערמאן וואס פארכט זיך נישט פון אינפארמאציע און ידיעות, געווענליך בין איך גאנץ פעסט מיט מיינע שטעלונגען, אבער כ'האב ליב צו הערן די אנדערע צד, כ'האב גאנץ פיינט דער אויסזען פון א קוטשמע, איך האלט אז ס'פארמיאוסט דער אויסזען פונעם טרעגער
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטע יונגערמאן וואס האט ליב צו ליינען שרייבן קאמאנטירן און וואס נישט
סתם אזוי מאך איך א רושם פון שטילער וואס האט קיינמאל נישט קיין מיינונג פשוט ווייל ווען איך שטיי ביי א קופקע און מיין לאקאלע קאווע שטיבל ערלויב איך מיך קיינמאל נישט צו זאגן מיין מיינונג אמאל וועגן מיין שטילע נאטור און אפטמאל אפילו אן מיין שטילע נאטור וואלט איך מיך געשעמט צו זאגן מיין מיינונג
איך האף אז דא וועל איך טרעפן א קאווע שטיבל זיך אביסל אויסצוגעבן און זיך פילן ווי א מענטש צווישן מענטשן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב רבישע נייעס וואס טוט זיך בחצרות הקודש אזוי האב איך וואס צו ליינען ווען מען איז נישט פארנומען מען קען זיך אביסל אפרוען נאך אזא שווערע טאג ארבעט איך בין פארנומען מיט האלסעיל און ריטעיל און אימפארטורן זאכן קיין אמעריקע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בוין נישט קיין שרייבער און עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן און אידיש אבער א ליינער בוין איך א גרויסע איך האב לעצטנס געליינט פון די וועקער און נאכן זעין אז עס קוימט פון די קאווע שטיבל בוין איך געווארן זייער נייגערוג וואס דאס איז
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בטבע בין איך א שטילער, אין שריי נישט אין קיין קופקעס בקול רעש,
איך גלייך צו ליינען, שרייבן, אין הערן פון אנדערע.
אט די צוויי פאקטן ברענגען מיר צו עפענען דא א ניק,
כהאף אז סוועט זיין איינגענעם אין געשמאק צוזאם דא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין סאקמארע מוסדות איך בין א האלבע בן תורה און א האלבע טאג ארבעט איך וויליג צו העלפן צו די וואס לאזן זיך העלפן וואוינט אין איינער פון די אמעריקאנער שטעט
איך האב הנאה פון די שרייבערס דא און די טאלאנטן איך וויל אויך קענען שרייבן מיין מיינונוג איך זוך נישט צו קריטיקירן קיינעם נאר צו ארויסברענגען מיין מיינונוג קלארערהייט אויך צו אנטוויקלען מיין שרייבן טאלאנטן איך האב א חוש פון הומאר אין א געפיל צו אידישע ליטראטור און אמעריקאנער אידישקייט קולטור.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד וואס פארכט גאט און פרובירט אים צו דינען.
איך האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל ווייל עס איז א קוואל פון אינפארמאציע געאייגענט פאר היימישע אידן.
איך האלט נישט אז איך האב עפעס אינטערסאנט צו שרייבן, אבער טאמער די געלעגנהייט וועט אפיר קומען, וועל איך זיך אוודאי נישט מונע זיין.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן מיט א אפענע קאפ, ווי מען רופט עס היינט Open Minded, אזוי אויך איז מיין בני בית - ווייב.
איך גלייך זאכליכע נושאים, נישט סתם רעדן קינדערישע שטותים.
איך האף זייער אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר וואס איך זיך.
ובהז החלי...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א בלויזע וואוילע איד וועלכע זיכט זיך דא דארט אויסצוגעבן מיט א שיינע געשמאקע שמועס, איך גלייך נישט קיין פאליטיק, אבער גלייך גאר שטארק אידישע קאנטראווערסיע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בים א פשוטער יוגערמאן וואס פרובירט צו דינען דעם אייבירשטן אויף וואס פאר א אויפן נאר מעגליך, אבער מיר זענען דאך א בשר ןדם וואס דארף זיך שביסל אויסליפטרן זיך איך ארינצוקומען דא קאווע שטיבל מו הערן אין משמיע זיין נייעס, מיינוגען וכדו׳
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א יונגערמאן וואס וואינט אין וויליאמסבארג אבער האט ליב ארויס צי קאלערען איך האב ליב שבת קודש איך האב ליב די הייליג לאנד אין i love ר׳ שמעון
איך טריי צי אטעמען די אור הבעש׳ט כאטש מיין סביבה האט עס נישט ליב
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע אינגערמאן וואס האט ליב צי טראכטן. איך לויף נישט מאכן החלטות איך האב ליב צי זעהן א זאך פין צוויי זייטן. איך האב ליב נגינה נאטור איך האב ליב צי זיין אין פילמען די באשעפרס בריאה. קאווא שטיבל איז פארמיך א פלאץ ווי מלאזט האבן א צווייטע צד נישט קיין חילוק אויף וועלכע טעמע. איך האב ליב ווען מענטשן טראכטן אפען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין א אינגערמאן פון ניו יארק וואס זיכט אסאך מאל זיך אויסצוגעבן און שטיפן אביסל די צייט על טהרת הקודש איך האב ליב צו ליינען אלעס ארום מלחמות אד"ג סוי פרוביר איך צו זעהן אויב דאס איז די פלאץ וואס איך קען זיך אויסגעבן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אן אקאונט אין אייוועלט און איך וויל האבן אן אקאונט אויף קאווע שטיבל. איך האב ליב צו ליינען נייעס און פאליטיק ווי אויך האב איך ליב טעכנעלאגיא. איך פלאן צו שרייבן ווען איך האב צייט און אויך אפילו ווען איך האב נישט קיין צייט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דיסקוסיעס און מיינונגען איבער אלץ. אייגענע ערפארונג וואס וועט אסאך ציגעבן און קליגער מאכן. און ווי דער כלל לוטעט וואס מער איר געט באקומט איר צירוק דאפעלט.
נאך אלעם איך האב אויך וואס אריין צי רעדן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיליטערישע עקספערט #
א גוטן איך בין א אינגערמאן פון ניו יארק וואס זיכט אסאך מאל זיך אויסצוגעבן און שטיפן אביסל די צייט על טהרת הקודש איך האב ליב צו ליינען אלעס ארום מלחמות אד"ג סוי פרוביר איך צו זעהן אויב דאס איז די פלאץ וואס איך קען זיך אויסגעבן
שלום עליכם. דער זעלבער פון
אייוועלט?

סקעפטיקער #

יא
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם @מיליטערישע עקספערט
כ'האב נארוואס אביסל געבלעטערט דיינע תגובות דארטן
זעה איך אונז האבן נארוואס באקומען א עקספערט אין אסאך הינזיכטן.
מיליטערישע עקספערט
שרייב עקספערט
הומער עקספערט
און נאך
א הארציגן אויפנאמע, כ'טוה זיך שוין אהן די גלעיזער צו קענען ליינען דיינע הערליכע תגובות.
יהא בואכם לברכה!!!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שעפטאל #

שכויח פאר די קאמפלימענט,
איך האב אביסל דורך געבלעטערט דא און איך וועל זאגן די אמת איך זעה נישט פארוואס איך זאל זיצן דא, פאר ווער עס ליינט מיינע זאכן אויף אייוועלט ווייסט בערך און וואסערע נייעס איך בין אינטערסירט און דא ליגט די עולם על פי רוב אין אנדערע זאכן..

איזהו חכם? המכיר את מקומו!
איך גלייב אבער אז דו קענסט צוגעבן צו געוויסע שמועסן דא
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיליטערישע עקספערט #
שעפטאל #
שלום עליכם @מיליטערישע עקספערט
כ'האב נארוואס אביסל געבלעטערט דיינע תגובות דארטן
זעה איך אונז האבן נארוואס באקומען א עקספערט אין אסאך הינזיכטן.
מיליטערישע עקספערט
שרייב עקספערט
הומער עקספערט
און נאך
א הארציגן אויפנאמע, כ'טוה זיך שוין אהן די גלעיזער צו קענען ליינען דיינע הערליכע תגובות.
יהא בואכם לברכה!!!
שכויח פאר די קאמפלימענט,
איך האב אביסל דורך געבלעטערט דא און איך וועל זאגן די אמת איך זעה נישט פארוואס איך זאל זיצן דא, פאר ווער עס ליינט מיינע זאכן אויף אייוועלט ווייסט בערך און וואסערע נייעס איך בין אינטערסירט און דא ליגט די עולם על פי רוב אין אנדערע זאכן..
אדרבא, הייב אהן שרייבן דיינע זאכן
גאנץ מעגליך די עולם איז שטארק אינטערסירט , נאר ביז יעצט האט מען נישט געהאט אן עקספערט אין די זאכן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גא"מ.
ווען יעך האב אנגעהויבן שרייבן דא האבעך נישט געזעהן פארוואס איינער דא זאל עס אפרישיעיטן.
אבער יעדער איז אן עקספערט אין זיינע ענינים.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישער אינגערמאן פון מאנסי וואס האט ליב צו פארברענגען און שמועסען בענינים העומדים על הפרק.
אויך ארבע איך מיט בחורים וואס דארפען חיזוק אין זייערע אידישקייט וכדו'
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער שטארק ליב און וויל זייער וויסן מער זאכן איבער די גארער וועלט און איך האלט אז דא איז דא וואס צו ליינען און קוקן און אזוי וועל איך וויסן מער זאכן וואס נאך קען מען שרייבן אנצוקומען צו פערציג ווערטער
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מיך איינגעשריבן ווייל איך וויל קענען קוקן דא געוויסע זאכן וואס האבן נישט קיין פלאץ אין געוויסע אנדערע סייט לאמיר האפן אז איך וועל דא הנאה האבן בגשמיות ברוחניות שלא יצא מכשול מתחת ידי ומתחת יד כל החברים כאן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע מענטש וואס איז אינטרעסירט און אידישע און אלערוועטליכע נייעס, אויך בין איך נייגעריג טון אנאליזען אויף אליס וואס גייט פאר אין די אידישע וועלט.
בשיטה בין איך זייער חסידיש אבער זייער אפען און פארשטיי אלע סארטן מיינונגען, איך ארבעט און א פאלטיים יאב און טרעף זיך מיט אלע סארטן מענטשן אידן און גוים, מענער און פרויען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימישע אינגערמאן וואס האט הנאה צו ליינען און שרייבן אידישע היימישע נייעס וואס נאר קאווע שטיבל פארמאגט. איך האב הנאה פון די באשרייבונגן פונקט ווי די וויכוחים, עס ברענגט פרישקייט אין די טאג
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר איך האב אויסגעוועלט קל אדון נישט מיט טיפע חשבונות אדער גרויסע אגענדעס נאר זיין חלק פון דער געמיינדע אויף קאווע שטיבל לכבוד דער מער פרייער גייסט וואס דער שטיבל פארמאגט איז יחיד סא איך קען ביישטיין צו זען דער ווינדער סא האמיר געשריבן פערציג ווערטער קען איך אריין קומען פאר א קאווע?
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פלעג זיין אסאך אויף קאווע שטיבל ביז א יאר צוריק, אבער די לעצטע יאר צייט האב איך נישט געהאט קיין צוטריט וויבאלד מיין פילטער האט נישט געוואלט עפענען קאווע שטיבל, ב״ה איך קען דא זיין צוריק, איך האף נאכאמאל צי קענען הנאה האבן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טאטע פון 3 קינדער, פון מאנסי ניו יארק. איך האב ליב צו וויסין וואס טוט זוך אויף די וועלט. איך האלט אין איין באקומען נייעס און לינס פון קאווע שטיבל אין בין זייער אינטרעסירט צו זיין א חלק פון דים פורם.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם, איך ליין שוין דעם פארעם פאר יארן, אין איך וויל אויך אנהייבן שרייבן. דאס פלאץ איז חשוב ווייל אלעס וואס מיר האבן דא איז דעים גישריבן ווארט אן קענען דעים שרייבער. א קבל את האמת ממי שאמרו בחינה.
די פרייהייט פין אויסדריק וואס די פלאץ שטעלט פאר, צעזאמען מיטן תקנות המקום פארשטייט זיך, איז נאך א סיבה פאר וואס איך וויל זיין דא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זעה מיר שוין דעם שטיבל פאר אסאך יארן, אבער נישט געוואלט קיינמאל שרייבן משום כמה סיבות, אבער אצינד איז געקומען די צייט מיטצוטיילן פון אינעווייניג, אזויווי די גוטע ביכער זאגן הנה בא עתי והגיע קצי להודיע יפיי ולהגיד תפארתי.
מיר האפן צו פארברענגען אינאיינעם שבת אחי גם יחד להגדיל תורה ולהאדירה.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייער אינטערעסטנטע ארטיקלען נישטא נאך א פלאץ וואס רירט צו דיע ענינים איך האב שטארק הנאה דערפון הלואי זאל ארויס קומען א תועלת דערפון און ווי וייניגער לשון הרע איז אלץ בעסער א שיינעם דאנק
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב צו ליינען שיינע ארטיקלן, בפרט איבער יודישע היסטורי'ה, אדער אלטע פאליטיק
א פראפשישענעל שרייבער בין איך נישט אבער אן ארטיקל / תגובה וואס געפעלט מיר וועל איך פארשטייט זיך געבען א לייק אלס הכרת הטוב
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו פארברענגען מיט אנדרע צו הערען, צו רעדן און צו פארשטיין, איבער דברים העומדים על הפרק און וויסענשאפט און וואס נישט פארשטייטצעך מיט צולייגען מיין צען סענט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לא שרייבר ולא בן שרייבר אנכי. ס'איז שוין אסאך יאהר וואס איך פלעג אריינקומען אין ק"ש פון צייט צו צייט און ליינען אשכולות וואס אינטעריסירן מיר.
איך בין געבארן געווארן אין אייראפע . געלערנט עטלעכע יאר אין א"י. פאר די לעצטע צוואנציק יאהר בין איך אין נ"י.