☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

גד גדוד » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:40 pm

· #496261
קאווע שטיבל האט אייביג גערעדט צו מיר, איך פלעג זיצן שעות דערויף און עס האט מיר פערזענליך ארויסגעהאלפן אויף פארשידענע אופנים אומצאליגע מאל. יעצט האף איך צו קענען עפעס צוגעבן צו דעם ספעציעל חשוב'ן מקום

שאלתיאל » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:40 pm

· #496262
א גוטן אלע, איך בין אין די מוט פון א הייסע זאכליכע קאווע מיט א ציגאר, איך האף אז עס איז דא צו באקומען דא אין די קאווע שטיבל, שוין עטליכע יאר וואס כ'ליין פון מאל צו מאל פון אינדערויסן און יעצט וויל איך ווערן א מעמבער פון אינעווייניג, שרייבן אביסל, ליינען אביסל, מיט א רואיגקייט און מיט א קאווע און א ציגאר.
איך בין אינטערסירט אין נייעס, פאליטיק, פסיכאלאגיע, השקפה, אביסל פילאסאפיע (נישט צו טיף), מיוזיק און נאך און נאך וויפיל די צייט ערלויבט מיך, כ'האף אז כ'וועל קענען צוגעבן צום סייט און קלוגער ווערן און בארייכערן מיינע ידיעות און אינטערעסע.

קוה » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:41 pm

· #496263
א פשוטע יונגערמאן וואס וואוינט אין אמעריקע נישט קיין חסיד פון די גרויסע חסידות'ן מער פון די וואס מען רופט נייטראל, זעהנדיג אז מען טוט דא דורך אינטערעסאנטע ענינים אויף אן יודישען וועג האב איך דיסיידעד נמנו חביריו.....

הישראלי חשוב מאוד » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:41 pm

· #496264
קאווע שטיבל איז בארימט מיט א גאר גיטע אפענע מענטשען שרייבען דא ממילא וויל איך מיך איינשרייבן אזוי אויך גאר קראנט אין אי''ה ניט די צייט וועל איך קענען זאגען נאך אין נאך סיבות וואס מיט די צייט קען מען איינזעהן נאך מעלות

אורח מברך » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:42 pm

· #496265
איך בין ווער איך בין א וואוילער יונגערמאן, און איך בין לעצטענסט ארויס פון כולל צו ברענגען פרנסה אין שטוב און איך געהער צו איינע פון די חסידות פעקטאריס אין גרעיטער ניו יארק און איך בין א שטיקל שרייבער אבער מער וויפיל איך האב ליב צו טיילן האב איך ליב צו נעמען. איך זיץ מער אויפן שטילערע זייט אין שיל און איך האב ליב טשולענט

בלשן » מיטוואך מערץ 9, 2022 1:43 pm

· #496267
העלאו. אין בין א איד, א חסידישער איד, וואס וויל שרייבען וועגען ווערטער, ווערטער איז מיינס א האבי, א זאך וואס איך האב ליב. בעיקר וועל איך שרייבען נאר וועגען ווערטער, אמאהל וועגען אנדערע זאכען אויב איז עס נוגע ווערטער.

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 9, 2022 10:36 pm

· #496298
בלשן: שלום עליכם. איך וואונדער מיך אוואו דו ביסט געווען די גאנצע צייט. איך האב (ב"ה) געטראפן א קאלעגע. (איינער פון עטליכע דא אין קאווע שטיבל). פאר וועים איך קען אפלאדענען מיינע פערזענליכע חקירות און בויך סברות. און בויך קוועטשענישן.

איינס פון די אשכולות איבער שפראך און גראמאטיק וואס איך האב אויפגעמאכט. איז צו אריינלערנען פשט אין די בלע"ז ווערטער פון רש"י הק'. איך בין זייער שטארק פאסצינירט מיט אט דעם סאבדזשעקט. דו ביסט אויך פון די יחידי סגולה וועלכע האבן א ליבשאפט און שטארקע אינטרעסט אין דעם וואונדערליכן סאבדזשעקט. אויך. דער מקור און שורש פון ווערטער אין אידיש און ענגליש (און אנדערע שפראכן) איז איינס פון מיינע האבביס.

א סאך הצלחה. יהא בואך לברכה...!

berlbalaguleh » מיטוואך מערץ 9, 2022 10:43 pm

· #496299
קוה
א פשוטע יונגערמאן וואס וואוינט אין אמעריקע נישט קיין חסיד פון די גרויסע חסידות'ן מער פון די וואס מען רופט נייטראל, זעהנדיג אז מען טוט דא דורך אינטערעסאנטע ענינים אויף אן יודישען וועג האב איך דיסיידעד נמנו חביריו.....

קוה: יהא בואך לברכה. די איינציגע שאלה וואס איז פארבליבן איז וויאזוי די נקודות גייען. צי איז דיין נאמען מיט א פת"ח אן ציר"י. אדער גאר מיט א מלאפו"ם...?! ...לאל

כרם זית » מיטוואך מערץ 9, 2022 11:46 pm

· #496311
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
און פסוק אליין שטייט עס צוויי מאל. קוה אל ה' חזק וקוה...

לוארט » מאנטאג מערץ 14, 2022 9:11 pm

· #496561
איך לוארט בן לוארט וויל דא ארויס געבן מיינע אורות אין חידושים פארן עולם אין ענייני מרכבה, אופנים, כרובים, חיות וכו'...... just kiding, איך בין געקומען שמועסען מיטן עולם הערן די נייעס פאליטיזרען יענטענען וכו' וכדו' etc.

בן עיר » מאנטאג מערץ 14, 2022 9:12 pm

· #496562
איך בין א געווענליכע אינגערמאן פון ניו יארק וואס פאלט אריין אסאך אין קאווע שטיבל צו ליינען סיי די אקטיווע אשכולות און סיי אין די אלטע און יעצט וויל איך מיך איינשרייבן אז איך זאל אויך קענען רעאגירן אויף שמועסן

וואלווי » מאנטאג מערץ 14, 2022 10:32 pm

· #496564
לוארט
איך לוארט בן לוארט וויל דא ארויס געבן מיינע אורות אין חידושים פארן עולם אין ענייני מרכבה, אופנים, כרובים, חיות וכו'...... just kiding, איך בין געקומען שמועסען מיטן עולם הערן די נייעס פאליטיזרען יענטענען וכו' וכדו' etc.


טראול בן טראול? בן אחר בן הטראול הגדול הידוע?

יעקב פאטאש » מיטוואך מערץ 23, 2022 1:03 am

· #496882
שלום עליכם מיין טייערע קאווע שטיבל פריינט.
מיין נאמען איז יעקב פאטאש. עס האט נישט קיין באדייט. איך בין שון דא א שטיק צייט. איך בין דא צי לערנען אין שטייגען.

ברוינשטיין » מיטוואך מערץ 23, 2022 1:44 am

· #496884
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יעקב פאטאש
שלום עליכם מיין טייערע קאווע שטיבל פריינט.
מיין נאמען איז יעקב פאטאש. עס האט נישט קיין באדייט. איך בין שון דא א שטיק צייט. איך בין דא צי לערנען אין שטייגען.
ברודער לאמיר שטייגען אינאיינעם

הכרת הטוב » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:56 am

· #496906
איך בין נישט קיין שרייבער בכלל אבער וויבאלד איך בין אייך מכיר טובה פאר'ן שרייבן איך האב הנאה פון אייער ארבייט על כל פנים רוב מאל ווען איר שרייבט נישט קעגן מיין רבי און מיין חסידות נאר קעגן מיין רבי'ס ברודער און קעגן זיינע חסידים דעריבער וועל איך אויך פרובירן צוצילייגן א פלייצע

בורו פארק » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:56 am

· #496907
צו קענען מיטלעבען און משתף זיים יעדער מיט יודישע נייעס. בילדער מיט סתם אפדעיטס. איך האף ס'איז גענוג. דער יודישע נייעס איז גאנץ ליידיג ביי ענק, איך האף עס אנצופולען.

דער נער שטיפט מיך » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:57 am

· #496908
איך בין א אינגערמאן וואס מיינט אז איך בין קלוגער ווי יעדער איינער, איך האב א שטיקל sense of humor,
און איך האב אסאך דיאות וואס איך וויל לאזן הערן דא, און זעהן וואס אנדערע זאגן צירוק וועגן מיינע דיאות און רעיונות

צידה לדרך » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:58 am

· #496909
א פשוטע אינגערמאן אויפגעוואקסן אין ווישניץ מאנסי, איך ליין שוין קאווע שטיבל א שייינע שטיק צייט, ומצאתי מה שאהבה נפשי, א פלאץ פאר עיון און מחשבה, א פלאץ ווי מען טראכט מיט א ציל אנצוקומען צום אמת,

טאטע4x » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:58 am

· #496910
איך בין א היימישער חסידישער אינגערמאן וואס זוכט צו ליינען שמועסן און טראכטן אינדערויסן פונים באקס בחברותא מיט די חשובע חברים וידידים דפה
כלל חסידיש ארבעט שווער אין מאכט אפאר דאלער געלויבט דער פון אויבן

היסטאריקער ליבער » מיטוואך מערץ 23, 2022 9:59 am

· #496911
קודם א דאנק פאר די אדמיניסטראציע פאר אזא געשמאקע פלאטפארמע פאר אידן צו פארברענגען. איך האב אויסגעוועלט די פלאטפארמע צוליב וואס דא קען יעדער אויסדריקן זיין מיינונג אן קיין שטער.

אזוי צו אזוי » מיטוואך מערץ 30, 2022 7:51 pm

· #497265
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו עשה ועשה ויעשה לכל המעשים!!!!!!!!

פשטות » מיטוואך מערץ 30, 2022 7:52 pm

· #497266
איך פיל איך גיי זיך דא קענען אויסשמועסן און אויף מאכן אויף יעדע אינטערסאנטע און געשמאקע נושא אויף א אידישליכער נארמאלער קלוגער וועג
און דא און נאר דא איז די איינציגסטע פלאץ
אשריך מנהל פארן אהערשטעלן אזא רייכער אינטערסאנטע סייט אנגעפילט מיט פרישקייט און געשמאקייט

משה ישראלי » זונטאג אפריל 24, 2022 5:20 pm

· #498491
א גוטן איך הייס משה איך וואוין אין ארץ ישראל איך וויל דא צוגעבען מיט נייעס און אנדערע זאכן פון מדינת ישראל שפת האם שלי הינו עברית אבל אנסה לכתוב באידיש כפי יכולתי וכפי יד השם עלינו לטובה אמן נצח סלה ועד

בעטשלער דעגרי » זונטאג אפריל 24, 2022 5:21 pm

· #498492
איך גלייך צו שמיסן מיט מענטשען. קאווע שטיבל איז געשמאק נישט אין דעם באקס אזוי ווי איי וועלט. איך האב געלערנט אין סאטמאר אבער היינט האב איך גארנישט מיט סאטמאר. איך בין א פשוטער איד וואוין אין מאנטריאל

פאלגזאם » זונטאג אפריל 24, 2022 5:21 pm

· #498493
זייענדיג דא אויף א וויילע, און באטראכטענדיג דאס ארט, האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן כדי צו קענען מגיב זיין ווען אימער.
עס עגבערט מיר אז מאנכע זענען שוין נישט דא צו קענען פירן א דיאלאג, אבער אזוי גייט דאס לעבן.

I am good » זונטאג אפריל 24, 2022 5:22 pm

· #498494
איך בין 26 און איך ווי ווען מענטשן העלפֿן אנדערע מיט די נייַעס און אנדערע גוט שטאָפּן די פייַן טייל וואָס איז אַזוי פייַן פון דעם איז אַז יעדער איינער איז ווי איין גרויס משפּחה

מאנרא יונגערמאן » זונטאג אפריל 24, 2022 5:22 pm

· #498495
איך בין א קרית יואלע יונגערמאן וואס וויל קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל ווייל אסאך מאל האב איך קשיות צו פרעגן אדער צו ענטפערען
איך 25 יאר אלט א סאטמאר פארווע ארויני
איך האב ליב נגינה שמועסן אין בעיקר טראכטן ארויס פון די באקס וועגן דעם קום איך דא אויף קאווע שטיבל

משה חאצקעל » זונטאג אפריל 24, 2022 5:23 pm

· #498496
really good place to lift some good news and also to hear good news cant wait to be a member
in kVE SHTIBEL TAHT I LIKE SO MUCH AND WANNA GIVE SOME GOOD NEWS ALERTS ITS GONNA BE FOR ME A PLESSURE TO BE ON IT AND MAKE EVERY ONE OF US SO AND REALLY HAPPY YAYAYAYA

פאַטשיילע » זונטאג אפריל 24, 2022 5:23 pm

· #498497
ערשטנס איך בין א געלעכטער, צווייטנס איך בין אזא איינער וועלכער וועט פרובירן צו צוגעבן א פרישקייט צום שטיבל, אביסל שרייבן און אויך קענען לייגן, איי לאָוו קאווע שטיבל.

isaac » זונטאג אפריל 24, 2022 5:24 pm

· #498498
חסידישע יונגערמאן, א כולל יונגערמאן פארמיטאג אין איך ארבעט נאכמיטאג, אלס איינער וואס האט הנאה פון אייער תוכן, וויל איך אסאך מאל מיטטיילן מיינע געדאנקען אין תוכן, אין הערן וואס ס'איז דא צו זאגן אויף דעם.

פדיון הבן » זונטאג אפריל 24, 2022 5:25 pm

· #498500
איך בין א פשוטיער כולל אינגערמאן איך מאך דורך דעם חודש גאנץ כמעשה מיט הילף פארשטייט זיך איך וואון און א שטארק היימישע געגנט און די שמאלץ ננישט אפילו טראכטינדיגט ארויס צו מופען נאר צו ממשיך זיין מיט דעם מאדנעם סיסטעים מיט די קינדער שיקען און די מוסדות צו די חסידות צו וואו איך באלאנג און פארשטייט זיך ווען זיי וועלן ווערן עלטער וועלן זיי אויך ארויפקומן און שרייבען און אפשר אזוי וועל איך קענען מיט זיי דורך שמועסן זאכן וואס פנים אל פרצוף קומט אויס שווערער נישט ווייל איך האב א פראבלעם צו רעדען מיט זיי די נושאים נאר סתם צו רעדען אן וויסען צו זיי האלטן דארטן האט נישט קיין פשט.

thinker358 » זונטאג אפריל 24, 2022 5:26 pm

· #498502
איך בין א היימישע יונגערמאן מיט א ווייב און דריי זיסע קינדערליך (קע״ה) וואס האט אייביג ליב געהאט צו ליינען און פארברייטערען מיינע ידיעות. איך האב ליב צו הערן נייע פוינט אויף וויועס און זיך דורך שמועסן מיט חברים.

חול המועד » זונטאג אפריל 24, 2022 5:27 pm

· #498503
ליב צו ליינן און שרייבען ספעציעל וועגען חצרות האדמורי”ם מיט הסטיוריא פון כלל ישראל ווי אותך נייס און געשענישען בתוך כלל ישראל וארץ ישראל חסידות איז תולדות אהרן פיל מיט טאלאנט אין אסאך תחומים ברוך השם וועט הנאה הבין זיך צוזאמען דורך שמועסען.

פארגאנגענע יאר » זונטאג אפריל 24, 2022 5:27 pm

· #498504
איך בין א כסדרדיגע באזיכער אויפן זייטל אין ליינט כסדר די ענינים אין האב אסאך מאל מאל הגהות צו שרייבן אין יעצט חול המועד האב איך מיר גענומען דערצו אין זיך איינשרייבן צו קענען מיר ליינען אין שרייבען... ישר כח פאר די געלעגנהייט...

קוגעל » זונטאג אפריל 24, 2022 5:28 pm

· #498505
א איגערמאן וואס האט ליב צו שמוסען אלע מינע נושאים מיט א אפענע פארשטאנד און פארשטייט זיך אויך ארויסגעבן די טאלאנטען וואס די אייבערשטער האט געגעבן , ווי אויך גאר שטארקע שאיפות צו שטייגען און מדע וידיעה , מקען אלעס מיטטיילען אן א מורא אז מוועט נישט ווערן פארשטאנען ,אדער ווערן פארשריגען דורך פאלשע קנאות וכדומה , ווייל מרעדט דא פון פולע פאזעטיווקייט , פול אפען צו די הערליכע וועלט , און אויך שטארק נייגעריג וואס אנדערע האבן צו פארקויפען , און אנעמען אנדערע מיינוגען וואס מאכן סענס , לאמיר טרינקען א פיינע ווארימע קאווע צוזאמען און אריינטאנצען און די ריתחה דהאקאווע שטיבעל!!!:)

חיות דקדושה » פרייטאג אפריל 29, 2022 9:46 am

· #498781
איך בין א חסידישער איד אין וויליאמסבורג, איך בין א שטענדיגע לייענער דא און איך האב שטארק הנאה פון די אינטעליגענץ דא אין שטיבל. יעצט האב איך זיך גענומען די קוראזש צו שרייבן.

ליבאבן » פרייטאג אפריל 29, 2022 9:46 am

· #498782
מיר גלאכן צי זען שאיינע זאכן אויף יידישע שפראך אזוי ערלעך שיין מיט די גלאסענע ווערטער וואס געבן ארויס ריכטיג פילונגען
פארשטאייען צווישן די שורות די פילאונג און די רוח הדברים וואס געיט דורך איימישע עוילם אין וועלט,

תכלית » פרייטאג אפריל 29, 2022 9:47 am

· #498783
פרייהייט פון ווארט איז זייער א וויכטיגע זאך פאר מיר אזוי ווי איך האב נישט אסאך opportunity's פאר דעם איז דאס א גוטע opportunity פאר אביסל פרייהייט צו רעדן און צו טראכטן און ענזשויען דעם שטיבל

מוחין דגדלות » פרייטאג אפריל 29, 2022 9:47 am

· #498784
עס איז שוין א שטיקל תקופה וואס איך האלט אסאך מיט אין קאווע צימער און איך האב זייער הנאה און בעיקר פון די אפענקייט וכו' און איצטער האב איך אפגעמאכט אז עס איז שוין צייט צו קוועטשען די רעגיסטראציע קנעפל. איך בין אין די יונגערע צוואנציגער יארן, איך בין אלעמאל געווען א נייגעריגער און געוואלט וויסען נאך, און איך האף אז מיר וועלען קענען אסאך הנאה האבען איינער פונעם צווייטען.

berlbalaguleh » זונטאג מאי 1, 2022 1:44 am

· #498878
ליבאבן
מיר גלאכן צי זען שאיינע זאכן אויף יידישע שפראך אזוי ערלעך שיין מיט די גלאסענע ווערטער וואס געבן ארויס ריכטיג פילונגען
פארשטאייען צווישן די שורות די פילאונג און די רוח הדברים וואס געיט דורך איימישע עוילם אין וועלט,
ליבאבן: די איימישע הוילאם ווהארט שוין בכיליון האיינאיאים אז זאלסט שוין האנאייבן שראייבן אף קוע שטיבל. הא יעדער האיינער ויל עהרן חידושעם און האנדערע נהייעס פון א האיד פון ירושליים. הא גיתע טאאג. אצלאכע.

markmyword » זונטאג מאי 1, 2022 2:56 pm

· #498918
איך בין א איד מיט א שטוב מיט קינדער שטענדיג איז דא אנשטרענגענישן דארף מען זיך קענען אמאל גיט אויסבלאזן גלייב מיר מען דארף ארבעטן אויף די מדות ווען מען איז נאך אינג טאמער נישט ווערט מען שנעל אויפגרגט סלוינט ארבעטן אויף מדות

רעֶב ייִד » זונטאג מאי 1, 2022 2:56 pm

· #498919
פון מאנסי קיין שומרון!
איך בין געוואקסן אין א חסידישע ווארימע שטוב אין מאנסי, מיין לעבן עקספיריענס האט מיך געברענגט ביז די התנחלויות פון יהודה ושומרון!
איעדע איד איז קודש קדשים! אזוי ווי מ'זאגט יעדן טאג וקדושים בכל יום יהללוך סלה!!

tzvibick » זונטאג מאי 15, 2022 5:01 pm

· #500091
i m a chasidic yingerman i want to join kava shtibel just to explore more pepole and more frends and get difirent viwes on things going on in the world

מאנרא » זונטאג מאי 15, 2022 5:02 pm

· #500092
שלום וברכה.

איך בין אריינגעקומען דא שרייבן נאכן ליינין דא א שטיק צייט, און איך מיין אז איך האב וואס צוצולייגן צו אסאך שמועסן

א אינגערמאן וואס גלייכט צו שמועסן און טענהן איבער אלס און אלעמען

שטיינזאלץ » זונטאג מאי 15, 2022 5:02 pm

· #500093
איך בין א היימישע יונגערמאן וואס זיכט זיך אביסל צו אויסליפטערן אויף די היימישע געוועב. איך בין א שטאלצע סאטמערע חסיד וואס קען הערן א צווייטע צד, גלייך אמעריקאנע פאליטיק מער גענויגט צו די רעכטע זייט.

באהעלפער » זונטאג מאי 15, 2022 5:03 pm

· #500094
כ'בין א באהעלפער, גאט העלפט מיר, און איך העלף וועמען איך קאן.
וואס איז שייך מער פון דעם, צו פארגוטיגען דעם שיינעם וועלטעלע וואס גאט ברוך הוא האט באשאפן
כ'בין א באהעלפער, גאט העלפט מיר, און איך העלף וועמען איך קאן.
וואס איז שייך מער פון דעם, צו פארגוטיגען דעם שיינעם וועלטעלע וואס גאט ברוך הוא האט באשאפן

פריעדמאן10952 » זונטאג מאי 15, 2022 5:04 pm

· #500095
מיר ווילן אנהאלטן די ערליכע מסורה און עלימינירן דעים שקר כפי יכלתינו. מיר האפן אז דאס פלאץ איז א פלאטפארם אנע סענסערשיפ. מיר זענען פון די תלמידי וחסידי סאטמער רבינו יואל זי"ע. מיר וואוינען אין ניו יורק מיר זענען עוסק אין צרכי רבים אויף פארשידענע אופנים. חפץ ד' בידינו יצליח

משה'לע קליין » זונטאג מאי 15, 2022 5:04 pm

· #500096
איך בין א פשוטע איד אן ספציעלע טאלאנטן נאר א ביסעלע געדאנקען און בליצן מיטצוטיילן מיטן ציבור צו ווערן קלארער און מאכן אנדערע פארשטיין. איך לערן א חלק טאג די און אויף די איבריגע וועל איך דארפן אפגעבן א דין וחשבון דארטן אויבן אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א גוי

בערך » זונטאג מאי 15, 2022 5:06 pm

· #500097
א פיינע וואוילע איידעלע חסידישע אינגערמאן, אלץ אינטערעסירט אין עפעס אנדערש, די אידישע שפראך און אויסדרוקן איז א זאך וואס אינטערעסירט מיר, איך גלייך צו הערן פרישע מיינונגען.

נישטקייןאנונג » זונטאג מאי 22, 2022 10:25 pm

· #500665
אלס א טייל פון א געזעלשאפט ווי קאמיוניטי האט די אויסשליסליכע מאכט צו שפייען אדער שלינגען קייען אדער באשיינען סיי וועם זי וויל אדער וואס זי וויל ווערן די אומגעקרוינטע קעניג און אונזער געזעלשאפט איז נישט מער ווי פשוט אז מען מוז אמאל טיילווייז ארויסשטעקן פון די מיני יו פי עס באקסל צו אריינבליקן אין אביסל א גרעסערע באקסל און זעהן צו מיינע מיינונגען זענען בלאקירט און אויסגעפארעמט אדער עס איז בבחינת והבדילנו, ווערנדיג געבעטן פון מיינע טוויטער חברים צו באשיינען אביסל די קאווע שטיבל עדה קדושה האב איך געטראכט וואס קען זיין בעסער פון דעם, יעצט צוריק קוקענדיג זאג איך שכוח פאר מיין טאטע פארן מיר אויסלערנען אידיש כאטש וואס מיינע קינדערישע אומשטענדן האט דאס נישט פארלאנגט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94