☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

כוכב » דינסטאג מערץ 10, 2015 10:41 pm

· #257864
בארא פארק עסקן
16 יאר א יעדע מוצאי שבת בין איך געווען אויף דעם און עס איז געווען גאר אינטערעסאנט האב איך באשלאסן צו ווערן א געהעריגע מעמבער און מיטטיילן מיינע שיטות און נאך......

לייק איז פאר'ן זיין דער עמטליכער יונגסטער מיטגליד. און פאר נאכנישט האבן אויסגעוואקסן דעםעסקנישן אפעטיט ביי די זעכצן.

שרולי שטיין » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:23 am

· #257889
איך גלייב אז מאנכע דא קענען מיר. פאר די וואס קענען מיר נישט:
איך בין אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג, געגאנגען איך שאפראנער חדר, צעהלימער ישיבה קטנה, וויזניץ-גיבערס ישיבה גדולה.
היינט בין איך א סטודענט אין קאלאמביע אוניווערסטעיט.

אפטעמיסט » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:28 am

· #257891
א גוטן ישראל אברהם.

וועלקאם בעק צו קאווע שטיבל. אז דו שרייבסט דיך פון פריש איין פארשטיי איך אז דו האסט זאכן וואס דו ווילסט מיט אונז מיטיילן, נו אדרבה, מיר שטייען מיט אפענע אויערן.

יהא בואך לברכה.

petergrifin » מיטוואך מערץ 11, 2015 12:29 am

· #257892
שלום עליכם. גײסט אונז געבן אפשר אפאר בחנם׳דיגע לעסענס? װער װײסט אפשר װעל איך קליגער װערן
און מאכן נאך אפאר דאללער. שוין נישט אלס איז געלט.

שרולי שטיין » מיטוואך מערץ 11, 2015 2:33 am

· #257902
אפטעמיסט
א גוטן ישראל אברהם.

וועלקאם בעק צו קאווע שטיבל. אז דו שרייבסט דיך פון פריש איין פארשטיי איך אז דו האסט זאכן וואס דו ווילסט מיט אונז מיטיילן, נו אדרבה, מיר שטייען מיט אפענע אויערן.

יהא בואך לברכה.


עליכם השלום. איך האב פארשידענע זאכן וואס איך מיטיילן. איך.האף נאר אז צווישען קלאסען, חזר'ן, און ארבעטען וועל איך טרעפען עפעס צייט צו פארברענגן דא אויכעט.

חכמה » זונטאג מערץ 15, 2015 2:00 pm

· #258665
איך בין א כלל אינגערמאן, 21 יאר אלט, א טאטע פון 2, איך האב ליב ליינען יודיש, איך האב ליב דיסקוסן מוזיק, איך האב ליב טעכנאלאגיע.
I am a kollel yingerman, 21 years, father of 1, love yiddish reading, love music, love technology

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 15, 2015 2:03 pm

· #258666
חכמה
א טאטע פון 2
father of 1,

הוגה » זונטאג מערץ 15, 2015 2:14 pm

· #258668
צוויי אידישע קינדער און איין גוי'איש קינד.

משבק » זונטאג מערץ 15, 2015 3:26 pm

· #258683
אדער אפשר צוויי למעשה .איינס להלכה

שלמה ברוך » זונטאג מערץ 15, 2015 5:40 pm

· #258725
איך האב עם ליב צי ליינען עם איז זייער אינטערסאנט עם באראוגט מיינע נערווען ווען איך קים אהיים נאך א טאג שווערע ארבעט אין די קינדער טאנצען מיר אויףן קאפ טי איך ממש באראוגען עס איז א געוואלדיגע פארגעניגען

איך אויך » זונטאג מערץ 15, 2015 7:42 pm

· #258749
משבק
אדער אפשר צוויי למעשה .איינס להלכה

פארקערט וואלט איך נאך פארשטאנען.

ישדר » זונטאג מערץ 15, 2015 8:09 pm

· #258756
איך בין א נייגעריגער מענטש בטבע, און פון וויפיהל איך האב דא ארום שפאצירט לעצטנס האב איך געזעהן אז ס'איז כסדר דא ענינים וואס איך האב וואס צו מגיב זיין כיד ה' הטובה עלי, איך געהער צו די חסידישע קרייזן און כרגע וועל איך נישט מפרסם זיין וועלכע פון זיי, איך האף אז איך און ענק וועלן הנאה האבן פון מיינע תגובות.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 8:51 pm

· #258760
שלום עליכם.
מיט וועלכע נקודות לייענט מען אויס דיין נאמען?

געוואלדיג » זונטאג מערץ 15, 2015 10:43 pm

· #258796
לכאורא צוויי צייריי

איך אויך » זונטאג מערץ 15, 2015 11:02 pm

· #258803
ישדר לן שופרא אדער אפשר ישי דראך?

אויסלייזער » זונטאג מערץ 15, 2015 11:34 pm

· #258825
אויסלייזער
[ציטאט אראפגענומען]


צום ערשט א דאנק געבן פאר די אדמיניסטראציע פאר מיך אננעמען.

אן עלטערע חבר וואס שרייבט דא האט מיר געשטיפט זיך איינצושרייבן דא. אויף דערווייל האב איך נישט קיין אינטערנעט אינדערהיים, איך נוץ די לייברערי פרייטאג נאכמיטאג, אדער מיין שוויגער'ס קאמפיוטער ווען איך בין דארט מוצאי שבת. איך טייפ אראפ מיינע מחשבות אויף מיין לעפטאפ אינדערהיים, און האלט זיי אויף א USB שליסעל. זייענדיג פון נאטור אביסל איבערגעטריבן פונקטליך, ספעציעל ווען אויסגעשטעלט צו ווערן קריטיקירט, האב איך דערווייל נאך נישט גרייטע ארטיקלען.
איך וויל זיך פארשטעלן אלץ א געוועזענע חסידישע בחור, איך פלעג באזוכען ר' אלימלך בידערמאן, ר' צבי מאיר גינזבערג, תולדות אהרן, ר' יעקב מאיר שעכטער, ר' עקיבא ראבינאוויטש, ר' חיים הערש טייטלבוים. איך בין נאכאלץ א חסידישע אינגערמאן, אבער וויבאלד מיינע עלטערן און נאכמער מיין פרוי'ס עלטערען זענען נישט קיין רבי מענטשען, האב איך צוביסלעך נאכגעלאזט, און איך באגעניג זיך מיט מיין רב וואס פסקענט מיינע שאלות, און מיין ראש הכולל'ס מוסר דרשות.

איך לייג האפענונג אז מיינע רייד וועלן טרעפן ריכטיגע צוהערער.

Update
ברוך ה' איך ענדיג כולל, איך האב געטראפן א אפיס סארט רבעט ווי קאווע שטיבל סייט איז נישט געבלאקט.
כ'ווייס נאר נישט וויאזוי זיך א עצה געבן דא? אזוי סאך אשכול'ס. אפשר וואס איך וויל שרייבן שטייט שוין דא. גיי זוך.

petergrifin » זונטאג מערץ 15, 2015 11:38 pm

· #258830
יא יא נאך אפ שרײבן א שטיקל קומט אײנער מיט א לינק viewtopic...

פינגווין-בעל-כורחי » דינסטאג מערץ 17, 2015 1:09 pm

· #259239
איך וויל קענען ארויסדריקען מיינע געפילען אן צו ווערען אטאקיערט
אדארוך דיע וואס ערווארטען צו מיר זעהן ווערן א מענטש,
לויט ווי אזוי עס שמעקט זיך פאר זיי, עס זאל זיי גוט נוצען

חאצקעל שניידער » מיטוואך מערץ 18, 2015 11:35 am

· #259533
כבין געבוירען ביי פיינע כשערע עלטערען פרום און ערליך אין פיין און מיר פרובין צו גיין אין זייערע וועגן און אין די וועגן פון די הייליגע תורה בדרך ישראל סבא עבגוא״צ

מזל » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:19 pm

· #259640
איך האב מיך געדרייט דא נישט אלץ מעמבער ליינענדיג אינטרסנטע ענינים וואס האט מיך זייער געצויגן און אין געוויסע ענינים האב איך געהאט א מיינונג האב איך געוואלט אריינשרייבן וואס איך האלט און הערן וואס יענער האלט אויף וואס איך האלט און אזוי אביסל קליגער ווערן

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 18, 2015 9:31 pm

· #259647
ברוכים.

מפוזרי » פרייטאג מערץ 20, 2015 2:54 pm

· #260240
איך בין א איד א חלק פון כלל ישראל. איך געהער צום אידישען פאלק,און איך גלייב אז יעדער איד געהערט צום אידישען פאלק. איך האף און ווארט אז משיח זאל קומען אויסלייזן מיין גאנצער פארשפרייטער פאלק. נישט נאר א קליין הייפל אידן.

גבעת זאב החדשה » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:28 pm

· #262030
לאור פון דעם עובדה אז דער פרוייקט "גבעת זאב החדשה" האט באקומען פראמענענץ אין דעם פורום, און זייענדיג נאנט באקאנט מיטן פרוייקט, ווי אויך מיט די איינוואוינער אין דעם הערליכער שכונה, האט דאס מיר באוואויגן זיך איינצושרייבן דאהי און איבערגעבן מידע פארן ציבור וואס איז מעוניין זיך צו באקענען מיט איר.

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:32 pm

· #262056
היות דער עולם דא קען נישט עברית גוט איז וויכטיג אז די וויכטיגע מידע (אינפארמאציע) זאלסטו שרייבן מיט אידישע אויסדרוקן אז דער עולם זאל דיר פארשטיין

שמערל » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 2:42 pm

· #262062
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פארקערט, פאר די וואס זענען אינטרעסירט אין די מידע, וועלן זיך ממילא דארפן אויסלערנען די עברית'ישע אויסדריקן...

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 3:03 pm

· #262069
יא אבער צוביסליך

אשר » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 10:25 pm

· #262197
איך האב לעצטענס באזוכט די שטיבל דא און איך בין נתפעל פונעם בית וועד לחכמים וואס דא טוט זיך, ממילא האב איך מיר גענומען א ניק כדאי אויכט צו קענען אריינרעדן אין די געוואלדיגע דיסקאביעס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:35 pm

· #262211
שלום עליכם אשר!
@געוואלדיג, וואס איז דיסקאביעס אין עברית?
@"געוואלדיגע דיסקאביעס"

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:39 pm

· #262215
זאג מיר וואס דאס מיינט אין אידיש וועל איך נאכדעם דאס איבער טייטשן

נופת צופים » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:49 pm

· #262223
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך מיין ס'מיינט סומאטוכעס

געוואלדיג » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 11:51 pm

· #262225
באלאגאן אדער בלגן

ישראל קאפקע » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:01 am

· #262227
דיסקוסיעס, רבנים. פשוט פארטוישט די ס מיט א ב (זיי זענען איינע גלייך נעבן די צווייטע אויפן קיבארד).

נופת צופים » פרייטאג מערץ 27, 2015 12:04 am

· #262228
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ישראל קאפקע
דיסקוסיעס,

ס'איז נאר געוועהן א וויץ

זייגער » פרייטאג מערץ 27, 2015 1:56 pm

· #262326
I want to write and explain my stand in all aspects, subjects and matters.
I hope to bring up the place another level, two, or even three.
I hope I will be accepted nicely, and make you laugh, as it's what I am best at.

I know you have heard from me before, so I am here to join....

נופת צופים » פרייטאג מערץ 27, 2015 2:08 pm

· #262327
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם אבער איך האף אז דו גייסט נישט ארויף ברענגן די פלאץ דורך ווערן די איינציגסטער וואס לאזט זיך הערן יעדע 3 סעקונדעס, אזויווי דארט

נופת צופים » פרייטאג מערץ 27, 2015 3:16 pm

· #262341
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ער זאגט דאך אז מ'קען אים שוין

געוואלדיג » מוצ"ש מערץ 28, 2015 10:40 pm

· #262421
שלום עליכם, דער זייגער רוקט זיך ב"ה, מאך זיך באקוועם מיר ווארטן צו הנאה האבן פון דיר.

נ. ב. דא דארפסטו נישט שרייבן אויף די אנדערע ימ"ש, עס איז א סאלידע פלאץ ווי עס איז דיר באקאנט.

אמת » זונטאג מערץ 29, 2015 4:11 pm

· #262569
איך בין 25 יאר אלט איך האב א ווייב מיט 3 קינדער בלי עין הרע און איך בין א סאטמערער חסיד איך וואוין אין בארא פארק און איך האב זייער שטארק ליב ארויס צו זאגען מיין מיינונג ברבים במילא האב איך באשלאסען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:30 am

· #262785
נופת צופים
שלום עליכם אבער איך האף אז דו גייסט נישט ארויף ברענגן די פלאץ דורך ווערן די איינציגסטער וואס לאזט זיך הערן יעדע 3 סעקונדעס, אזויווי דארט


העלפטס מיר ארויס, וועל איך נישט זיין די איינציגער

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:30 am

· #262786
[ציטאט אראפגענומען]


האסט א פינטל

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:31 am

· #262788
געוואלדיג
שלום עליכם, דער זייגער רוקט זיך ב"ה, מאך זיך באקוועם מיר ווארטן צו הנאה האבן פון דיר.

נ. ב. דא דארפסטו נישט שרייבן אויף די אנדערע ימ"ש, עס איז א סאלידע פלאץ ווי עס איז דיר באקאנט.


אונז זעמיר אויך סאליד

נופת צופים » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:53 am

· #262797
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אויך רעלאטיוו ניי דא. איין טיפ האב איך מיר שוין אויסגעלערנט, אז דא אפרישיעט מען לענגערע תגובות, נישט קיין פיר ווערטערדיגע אומפארשטענדליכע תגובות.

איים סארי פאר זיין אזוי בייסיג.

אה, כ'האב מיך דערמאנט נאך א טיפ, לויט ווי איך זעה, אפרישיעט מען דא נישט ווען מ'פראפאגאנדעוועט אנדערע פרעמדע קוועלער.

זייגער » מאנטאג מערץ 30, 2015 11:57 am

· #262800
נופת צופים
איך בין אויך רעלאטיוו ניי דא. איין טיפ האב איך מיר שוין אויסגעלערנט, אז דא אפרישיעט מען לענגערע תגובות, נישט קיין פיר ווערטערדיגע אומפארשטענדליכע תגובות.

איים סארי פאר זיין אזוי בייסיג.

אה, כ'האב מיך דערמאנט נאך א טיפ, לויט ווי איך זעה, אפרישיעט מען דא נישט ווען מ'פראפאגאנדעוועט אנדערע פרעמדע קוועלער.

נאך איין זאך, מען לאזט נישט אטאקירן קיין אנדערע ניק.
איך גלייב אז ס'איז דא אנדערע וועגן ווי די קענסט באקומען אנערקענונג פון די המון עם, ווי מיר צו אטאקירן.

פיינע נייעס » מאנטאג מערץ 30, 2015 4:14 pm

· #262871
איך האב מחליט גיווען צו ווערן א מעמבער בעיקר ווייל איך האב זייער הנאה פון די תורה און השקפה חלק ווי מען טוט אדורך די זאך לאמיתו של דבר.
אויך האב איך מוראדיג שטארק הנאה פון די טעכנאלאגיע אפטיילונג

נופת צופים » מאנטאג מערץ 30, 2015 5:44 pm

· #262906
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייגער

נאך איין זאך, מען לאזט נישט אטאקירן קיין אנדערע ניק.


ריכטיג ריכטיג, איך צו צוריק. כ'האב דיך נישט געדארפט אזוי אטאקירן פאר'ן בלויזן חטא פון רופן קאווע שטיבל, ימ"ש.

דער אשכול הייסט טאקע "שלום עליכם", וועלקאם צו קאווע שטיבל דאט קאם, און מיר קוקן ארויס אז דו זאלסט אונז מהנה זיין דא.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 31, 2015 12:27 am

· #263044
דער שש שיין געפלאכטן. וועלקאם!

נופת צופים » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:44 am

· #263112
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם ר' שש. איך האב נאך געהאלטן פאר'ן ליינען דיין אינטראדוקציע און כ'האב שוין הנאה געהאט פון דיינע ווערק.

כה לחי!

ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 31, 2015 8:52 am

· #263116
אנאנים האקט, קוקט מיר אויס אז ער וועט זיין א גוטע עסעט צום פארום.

בן אדם » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:17 am

· #263380
יא! קאווע שטיבל איז די הצלה. נאך אסאך מיטמאכענישן, בעיקר און די חדר-ישיבה יארן, האב איך ענדליך געטראפן א ריכטיגע פלאץ ווי מ'קען זיך דארך רעדן כאשר ידבר איש אל רעהו, און אזוי אויך אמאל איבער געבן פון מיין אייגענע עקספיריענס. און דאס איז א חוץ פון די אנדערע תוכן'דיגע זאכן וואס מ'קען דא טרעפן.

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 1, 2015 12:37 am

· #263385
@הצלה מאן אלערט.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94