☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

ישעיה » מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:28 am

· #437418
שלום וברכה,
איך בין א "היימישע חסיד'שע יונגערמאן", איך דריי מיך שוין לאנג דא אין קאווע שטיבל, און איך וויל יעצט אויך שרייבן אביסל פון צייט צו צייט.
אין בין א איד בעל כרחי, איי קענט העלפ מייסעלף, און דאס זעלבע וואס מען האט געטוהן מיט מיר, טוה איך מיט מיינע קינדער.
איך ארבעט שווער צו שפייזן מיין משפחה אבער איך פרוביר צו דאווענען און לערנען - און צו זיין אפ טו דעיט אין קאווע שטיבל.
כאטש איך בין מחונך צו גלייבן אין קבלה ואביזריה, שפיר איך נישט קיין מחויבות צו זאכן וואס זענען מעבר להלכה, אויסער אין א פרייליכע און געהויבענע מינוט (= כמעט קיינמאל).
מיין עיקר אינטערעסע איז אין עניני העמק דבר, תורה און מחשבה און וויסנשאפט.
צום ווידערזעהן בקרוב.

NoProblem » מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:28 am

· #437419
איך בין נישט אזא גוטע שרייבער אבער ווען איך האב עפעס צו צולייגן אדער פארעכטן /ענטפערן, פיל איך זייער אנטוישט ווען איך קען נישט, אלזא די איינציגסטע עצה איז, צו עפענען א ניק, צו קענען א טייל נעמען אין די אינהאלטסרייכע שמועסן

סדרן » מיטוואך אקטאבער 23, 2019 10:31 am

· #437420
מיט כבוד אנטפאנגען מיר די חברים וועלכע האבן זיך איינגעשריבן אין די לעצטע וואכן, הלא הם:

@קוק ווער'ס דא
@ידידיה
@ימים יאמרו
@מצה בעקערי
@העי וואסע נייעס
@אציגאנער
@מוח עמוק
@Joseph
@פשטא
@ישעיה
@NoProblem

יהא בואכם לברכה.

real fake news » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:25 pm

· #437698
שלום עליכם אייך מיינע באליבטע יידישע ברידער,
ברוך שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!
געלויבט איז ג-ט ב"ה פארן מיר אהערשיקן דא, און געבענטשט זאלן זיין די גרינדערס, פארוואלטערס און צוהעלפערס פון קאווע שטיבל פארן אהערשטעלן אזא רייכע ארט מיר צו געבן א געלעגנהייט צו זאגן אפן מיינע געדאנקען, אויסהערן א צווייטנ'ס, און פארברייטערן מיין וויסנשאפט אין תורה'דיגע, יידישע און וועלטליכע קליגשאפט.
קאווע שטיבל איז ב"ה אן אוצר בלום אויף תורה ומדע, און א פריי רייד זאָנע וואס איז נישטא צו געפונען אין די אלגעמיינע אלטרא-ארטאדאקסישע יידישע געמיינדע, איך האף אז איך און אנדערע באנוצער וועלן האבן א נוצן פון מיין אנוועזנהייט און מיר וועלן זוכה זיין לקדש שם שמים.

לשם יחוד קוב"ה ושכינתיה.

תפארת » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:25 pm

· #437699
א פלאץ ווי מען געניסן און קונה זיין אסאך פון הכל בכל מכל יעך ווייס נישט אדער איך בין כמעט זיכער אז ס' איז נישט דא נאך אזא היימישע פלאץ וואס האט מלא תוכן וידיעות שונות ווי אט דא אינעם קאווע שטיבל.

סדרן » מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:27 pm

· #437700
שלום עליכם @real fake news און @תפארת. מאכטס אייך באקוועם.

לשם יחוד » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 4:39 pm

· #437934
א גוט יאר אייך אלע,
קאווע שטיבל קוקט אויס צו זיין א גאר הייליג מקום, לאמיר האפן אונז העמיר אלע האבן א גרויס התעלות ברוחניות ובגשמיות, בביאת גואל צדק במהרה דידן ממש!

בעל רגש » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 4:40 pm

· #437935
נאך לאנגע יארן פילעווען אין קאווע שטיבל, איז געקומען די צייט צוריק צו צאלן א ביסל..
מצב.: אביסל בעסער פון נעכטן.
יארגאנג: נאך אנדער טראומע פון דעם ''וועסט נאך עלטער ווערן... '' סאו האלטעכעס פאר א סיקרעט.
חסידות: איך זיך נאך..
טאלאנטן: בינדען ספרים. פויקן אויף א טיש.

סדרן » מיטוואך נאוועמבער 6, 2019 4:42 pm

· #437936
שלום עליכם @לשם יחוד און @בעל רגש. מאכטס אייך באקוועם.

אמירה רכה » מוצ"ש נאוועמבער 9, 2019 8:26 pm

· #438027
א איד דארף שטענדיג לעבן מיט א ישר כח, פאר'ן אויבערשטן, ישר כח פאר זיין נאנטע און באליבטע, לעבן מיט די מדה פון הכרת הטוב און פארשפרייטן פאזיטיוויטי אויף דער וועלט.

אריה » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:44 am

· #438244
א גוט יאר, איך בין נישט קיין ניי געקומענער דאהי, נאר מחמת קושי השעבוד איז מיין פריערדיגער קאנטע מער נישט נוצבאר.
אין בבלי שטייט בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו, איך פרוביר צו לעבן אז בדרך שמוליכין אותו האדם רוצה לילך.
בעצם וויל איך שטארק טרעפן צייט צו שרייבן ונראה מה יהיו חלומותיו.

שמעי' » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:45 am

· #438245
איך פארמאג גארנישט צי פארציילן איבער מיר.  אבער מ'ברויך דאך אנפילן די 160 תווים, וויל איך פרעגן וואס איז טאקע פשט פון דעם אז מ'דארף שרייבן איבער זיך? און וואס טוט זיך אויב איך טויג נישט דערצו?

סדרן » דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:46 am

· #438246
שלום עליכם @אמירה רכה, @אריה און @שמעי'. וועלקאם אבאורד!

Just be Happy » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:14 pm

· #438708
הערן פרישע ידיעות, און זיך ארויסהעלפן איינעם דעם אנדערע, ליינען אין די פרייע ציייט עפעס אינטערעסאנט..

ישי דער טאטע » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:15 pm

· #438709
איד ווייל מיין זיידע אברהם איז געווען איד, איך לעב וועגען נח איז געווען אין די תיבה, און אמעריקע וועגן די רבי וואוינט דא, מיין קאר האט פארד געמאכט, איך דאווען צו די אונער פין די ינעווערס

אום אני חומה » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:16 pm

· #438710
אום אני חומה - פעלזן פעסט - קעגן אלע בייזע ווינטן - וואס בוזשעווען אין אונזערע ריכטונג - אני חומה - מיט א שטארקייט - זיך נישט בייגן - זיין דבוק אין דעם אמת - זיך נישט לאזן פארנארן פון דעם טיפען שיקר וואס נעמט ארום די מענטשהייט - איז עס מעגליך? עס איז דאך א עלמא דשיקרא

סדרן » מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 5:18 pm

· #438711
שלום עליכם,
@Just be Happy
@ישי דער טאטע
@אום אני חומה

ליינטס, שרייבסט, און האטס הנאה!

יוד » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:16 pm

· #439030
איך האב זייער הנאה צו פארשטיין זאכן קלאר.מענטשען גלייכען זייער ווען איך פרעג אדער ווען איך לייג צו מיינע הגהות.איך האף אז אלע וועלען הנאה האבן אין ציזאמען קלארער ווערען איו סיי וועלכע נושא וואס איך וועל פרעגען אדער געבן מיינע הגהות.א דאנק!

יעדע מיטוואך » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:16 pm

· #439031
pushita yid. A cheilek elokei mimaal. With a tzelem elokim. Trying to be kind to everyone and bring up a smile on your face.
That's what I try to do but the the problem is that there is a yetzer hora win fight's with us and we have to win the fight.
So who I am?
I'm a Jew who wants the be the winner and make a nachas riach to the borei oilom.

זאווערוכע » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:17 pm

· #439032
איך בין א מלמד, א אידישיסט, א טאטע, א שמועסער וואס האב חשק זיך צו לערנען מער. עטלעכע חדשים האב איך געלעיינט אשכולות מיט גרויס הנאה אויף קאווע שטיבל. איצט טראכט איך אז עס וועט זיין א גוטער זאך צו באקומען א טייל פון די שרייבערס. אין מיין טאג-טעגליכער סביבה איז צום באדויערן כמעט ניט קיין אידיש-רעדענדיקע...

לאמיר זאגן » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:18 pm

· #439033
לאמיר שוין זאגן אז לאמיר זאגן ווער איך בין און וואס איך בין, וועסטו מיט דעם קלוגער ווערן? איך מיין... וואס איז דיר עס נוגע? און לאמיר זאגן אז לאמיר נישט זאגן, וואס וועט דיר פעלן? גארנישט, טא לאמיר עס לאזן ביי דעם און פארטיג.... שוין לאמיר זען.. אנגעקומען צום יעד?...

גמליאל » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:19 pm

· #439034
שלום עליכם;

איך גלייך אידיש ליינען און שרייבן, כאטש איך בין נישט דער בעסטער שרייבער - מילד גערעדט - האף איך אז איך וועל קענען עפעס צושטייער געבן פאר דעם הערליכן פארום.

סדרן » זונטאג נאוועמבער 24, 2019 4:21 pm

· #439035
א ברייטן ברוכים הבאים פאר די נייע מעמבערס:
@יוד
@יעדע מיטוואך
@זאווערוכע
@לאמיר זאגן
@גמליאל

שעמטס ענק נישט - לאזטס ענק הערן!

זאמלער » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:45 pm

· #439141
א גוטן טייערע קאווע טרינקערס. איך בין ניי דא, איך האף זיך צו געפונען דאס פלאץ.
איך בין ליבערטעריען געשטימט פאליטיש, א דעזיינער פון פאך.
בשיטה האלט איך אז א הונדערט זעכציג כאראקטער מינימום איז אביסל צו לאנג.

צעיר בישראל » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:46 pm

· #439142
איך בין שוין אן אלטער ליינער דא אויף ק"ש, שוין א לענגערע צייט וויל איך מיר איינשרייבן אבער לא איסתייע מילתא, כוויל קענען אריינרעדן אין דברים העומדים על הפרק. מיט דאנק פון פאראויס פאר אייער ווארימע אויפנאמע

הביאנו » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:47 pm

· #439143
עס קיקט מיר אויס צי זיין א זייער גיטע אין אויסגעהלטנע פלאץ ווי מען קען הנאה האבן אין פרייע צייטען על טהרות הקודש אין מען וועט פראבירן צי ראגירן מיט מיינע צוויי סענטס חוות דעת קודשי

סדרן » מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:48 pm

· #439144
שלום עליכם @זאמלער, @צעיר בישראל, און @הביאנו.

א.ב.ג. » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 11:41 pm

· #439632
וואס זאל איך שרייבן?????? ווייס איך נישט וואס!!!

איך בין א אינגערמאן א חסיד, האב ליב נייעס, איך האב ליב פאליטיק, און אלעס אלעס ארום און ארום לאמיר הנאה האבן צוזאמען

משה יוקיש » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 11:42 pm

· #439633
הערן דיין מיינונג אין לאזן הערן מיין מיינונג איך ווייס נישט וואס ענק ווילען וויפיל נאך דארף איך שרייבן גייטס מיר אראפ פון די הנער אויג און לאזטס שוין אפ אבער זאפארט

ברענעדיגע חסיד » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 11:44 pm

· #439634
אלס איינער וואס האט הנאה צו קונה זיין נאך און נאך ידיעות (און הערן און זעהן אן אנדערענס דעה און פארשטייט זיך זאגן זיין אייגנס און זיך קריגן מיט יענעמס) איז 'קאווע שטיבל' די בעסטע אדרעס.
פרופייל: חתן הארט פארן חתונה, גרויסע יחסן פון אלע זייטן בא''ב להש''ך און פון באוואוסטע גדולי פולין און נו''נ לחסידים ואנשי מעשה מאונגארן, חסיד הדבוק בדרך הבעש''ט נ''ע ומקושר בלו''נ צום הייליגע בעלזער רב שליט''א, כעת וואוינט און עמריק''ה און בקרוב און ארצינו הקדושה ת''ו, גלייך זייער חסידישע יחוס סיפורים מאז ומקדם ומהיום והלאה, היסטאריע, און אלע תוכן'פולע נושאים און מערכות (און תורת החסידות ספרי תלמידי הבעשה''ק וכיו''ב תורת חב''ד וכל המהלכים והשיטות) .
''שאיפה'': צו זיין א אמת'דיגן ערליכען איד און מאכן א נחת רוח להבוית''ש, און ולפרסם ולקדש שמו הגדול בעולם און ביי יעדע נפש מישראל באשר הוא שם,
המצפה מיט גרויס געגעים להגאולה השלימה ביאת מלך המשיח כשיקויים הפסוק ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.

סדרן » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2019 11:46 pm

· #439635
שלום עליכם נייע חשוב'ע מיטגלידער:
@אנאנים
@א.ב.ג.
@משה יוקיש
@ברענעדיגע חסיד

פּשוט » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 4:46 pm

· #439704
איך ליין אסאך מאל פארומס. אין איך פיל אז עס פעלט פּשׁוט אינפארמאציא פין אסאך שׁרייבּערס. לכּבוד דעם קומט מען ארוס מיט שׁלעכטע מסקנות. אין וויבּאלד קיינער ענטפערט זיי נישׁט. האלטן זיי נאך אז זיי זענען גערעכט. וועל איך טרייען זיי צו פארעכטען

עים ציל » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 4:47 pm

· #439705
א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט

סדרן » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 4:48 pm

· #439706
שלום עליכם @פּשוט און @עים ציל!

רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 5:46 pm

· #439709
פּשוט
איך ליין אסאך מאל פארומס. אין איך פיל אז עס פעלט פּשׁוט אינפארמאציא פין אסאך שׁרייבּערס. לכּבוד דעם קומט מען ארוס מיט שׁלעכטע מסקנות. אין וויבּאלד קיינער ענטפערט זיי נישׁט. האלטן זיי נאך אז זיי זענען גערעכט. וועל איך טרייען זיי צו פארעכטען

מיר ווארטן געשפאנט!

מפיל קינד » זונטאג דעצעמבער 8, 2019 8:53 pm

· #439713
עים ציל
א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט

השם ירחם אז די גרויסע ביטערע נסיונות זענען אזוי נאענט געווארן ברוך השם.

ליב צו וויסן » דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:25 pm

· #439925
איך באלאנג נישט צו קיין ספעציפישע געמיינדע, איך פרוביר צו האבן מיין אייגענע מיינונג, און נישט באיינפלוסט ווערן פון פראפאגאנדע.
איך האב נישט קיין מיינונג אין יעדע נושא.. און פארשטיי אז אין פילע פעלער איז די אמת ערגעץ צווישן די צוויי עקסטרעמען.
איך האף אז מיינע צוויי סענט וועלן צוגיבן צום קאווע שטיבל.

עים ציל » זונטאג דעצעמבער 15, 2019 11:49 am

· #439954
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מפיל קינד
עים ציל
א פשוטע יוד מיט פשוטע השגות
אבער גרויסע ביטערע נסיונות השם ירחם
אבער ברוך השם יום יום פאר די געוואלדיגע חסדים
ובפרט פאר די גוואלדיגע מתנה פון אינטערנעט וואס אן דאס ווייסט איין באשעפער ווי ווייט איך וואלט געדארפט פארן און א שוואכע מנוט

השם ירחם אז די גרויסע ביטערע נסיונות זענען אזוי נאענט געווארן ברוך השם.
[emoji1908]

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

עזריאל רוטנברג » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:12 pm

· #441085
זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל פאדערט דען א סיבה?
א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען וואלט געדארפט זיין די דיפאולט, וואו א מענטש געפונט זיך אויטאמאטיש. און אז איינער זוכט דווקא א שטורמישע מקוה צו שרייען און פראטעסטירן, זאל ער אליינס אויסוועלן ארויסצוגיין פון דא, ווי די מענטשן פון קושטא ווען זיי האבן געוואלט שטארבן.

איז דאך אבער נאך נישט דער עולם התיקון, און א מענטש דארף זיך אליינס אנשטרענגען צו טון וואס איז ריכטיג. בין איך זיך מטריח צו שרייבן אט די לאנגע דרשה, אז מען זאל מיר דא אננעמען מיט גרויס גענאדע.

טראמפ'ס עדווייזער » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:12 pm

· #441086
טייערע קאווע טרינקערס אויב זעט איר טראמפענען מיט טרינקען קאווע מיט אייך ביטע לאזט אים וויסן אז איך האב אפאר גיטע שטיקלעך פון עדווייז וואס קען אים צינוץ קומען אין זיין מלחמה מיט די וועלט

אמת וצדק » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:13 pm

· #441087
איך האב מיך איינגעשריבן דא אויף קאווע שטיבל צו מיטיילן מיטן ציבור מיין דעה און צו הערן יענעמ׳ס אזוי וועט ארויסקומען א דבר השלם, עס איז מיר א כבוד זיך צו געפונען צווישען אנשים חכמים

פראביר דעס » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:13 pm

· #441088
איך זעה אין קאווע שטיבל די סאמע איינציגסטע פלאץ ווי פארשידענע ענינים ווערן אויסגעשמועסט. נאכן געוואר ווערן פארשידענע זאכן, וויל איך אויך צוגעבן צום ענין. איך זעה מיך אלס א אפענע און ליבלעכע מענטש וואס וויל זאכן זאלן זיין די ריכטיגע וועג.

Epilogue » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:14 pm

· #441089
א נייגעריגער איד וואס האט ליב צו ליינען און וויסן אסאך. דאס פלאץ זעט אויס ווי אן ערענסטע גרופע פון טאלאנטפולע מענטשן, און איך וויל זיך משתתף זיין אביסל, עד כמה שידי מגעת.

הגולם מפראג » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:15 pm

· #441090
א ערדענע חסיד פון פראג וואס ווארט יען טאג משיח זאל אונז אויסלייזן פון גלות ובפרט פון די אידישע גלות.

אוי אוי שבת » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:16 pm

· #441091
איך בין א יונגערמאן אין א''י אין ישיבה איך וויל האבן א היימישע פארום צו באקימען נייעס אין אינטרעסאנטע זאכן פון די אידישע וועלט! אוז ממילא וואלט איך געוואלט הערן נייעס אויפן היימישין אידישן חן טעם און מיטן גאנצן קנאק!!!!

קול קורא » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:17 pm

· #441093
I am a god fearing jew living in Boro Park, work hard to support my wife and 8 kids קע"ה and learn a few hours a day as well B"H

דעברעצינער » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:18 pm

· #441094
איך בין א אינגערמאן אויפגעוואקסן אין סאקמארע מוסדות איך בין א האלבע בן תורה און א האלבע טאג ארבעט איך וויליג צו העלפן צו די וואס לאזן זיך העלפן וואוינט אין איינער פון די אייראפעאישע שטעט
איך האב הנאה פון די שרייבערס דא און די טאלאנטן איך וויל אויך קענען שרייבן מיין מיינונוג איך זוך נישט צו קריטיקירן קיינעם נאר צו ארויסברענגען מיין מיינונוג קלארערהייט אויך צו אנטוויקלען מיין שרייבן טאלאנטן איך האב א חוש פון הומאר אין א געפיל צו אידישע ליטראטור און איראפעאישע אידישקייט קולטור.

סדרן » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:21 pm

· #441095
ברוכים הבאים צו אלע נייע מעמבערס. הלא הם:

@עזריאל רוטנברג
@טראמפ'ס עדווייזער
@אמת וצדק
@פראביר דעס
@Epilogue
@הגולם מפראג
@אוי אוי שבת
@קול קורא
@דעברעצינער

מאכטס ענק באקוועם און לאזט זיך הערן!

פראביר דעס » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:30 pm

· #441097
איך קען נישט אזוי גוט ווי די אנדערע דא, אבער דאך האב איך צו זאגן

עזריאל רוטנברג » דינסטאג יאנואר 7, 2020 2:12 pm

· #441129
דער אימעיל אז מיין קאנטע איז אקטיוויזירט געווארן האט מיר אביסל איבערראשט. וועלכע קאנטע?
ביים איינשרייבן זיך, דריי וואכן צוריק, האט זיך מיר געווירבלט פארשידענע רעיונות וואס צו שרייבן. אומגעדולדיג בין איך אפילו אריינגעקראכן אינעם "ספעם" פאלדער, מעגליך אז אהין האט זיך פארוואלגערט די מעלדונג אז איך בין אנגענומען געווארן?

יעצט, דריי וואכן שפעטער, האב איך שוין לאנג פארגעסן וואס צו שרייבן. און אויב שוין יא, וועט מען מיר דען אויסהערן?

נישט צו קומען מיט טענות, נאר פשוט פאר א עצה טובה. עס איז גאנץ שטיל דא, און ווען איינער שרייבט זיך איין איז רגליים לדבר אז ער וויל "יעצט" עפעס שרייבן, און אז ער וועט שרייבן איינמאל וועט ער שוין גרינגער שרייבן א צווייטע מאל.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94