☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

כבוד התורה » דינסטאג יאנואר 23, 2024 12:28 pm

· #545970
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א געשמאקע פרייליכע מאן וואס האט ליב צו סאשעלייזן אויף א אידישע פלאטפארמע און איך הער כסדר פון די אינטערעסאנטע נייעס וואס ווערט דא פארציילט, און פון די נושאים עס ווערט דא דיסקוסירט, קלוגע געדאנקען פון קלוגע אידן, האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן אלץ א חבר כדי דאס קענען מיטהאלטן

קרעמל » דינסטאג יאנואר 23, 2024 3:38 pm

· #545996
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיץ מיר און מיין קרעמל איינער אליין ציווישן הונדערטע אנדערע חסידישע אידן אין א קיאסק ווייט אוועק פין סיי וואספארא לעבעדיגערהייט פין א זאך.... לאל
למעשה האב איך שוין געניג ווערטער?

קהל'ס נער » דינסטאג יאנואר 23, 2024 6:41 pm

· #546033
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מייסטערווערק #
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
הו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?

אבימלך » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:21 pm

· #546038
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער #
מייסטערווערק #
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
הו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
מיינסט צו פרעגן, ווען קומט ארויס די נייע "מייסטערווערק" ?

ששון ושמחה » דינסטאג יאנואר 23, 2024 7:54 pm

· #546056
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אבימלך #
קהל'ס נער #
מייסטערווערק #
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
הו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
מיינסט צו פרעגן, ווען קומט ארויס די נייע "מייסטערווערק" ?
כ'זעה @מייסטערווערק'ס סימבאל איז די זעלבע ווי די צוויי וואוו'ן פון די וועקער'ס. ס'פאנגט זיך אבער דאך אהן מיט א מ'? קשיא

טייטרינקער2 » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:34 pm

· #546379
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זעה מיר פאר איינער וואס שטעקט אביסל ארויס זיין קאפ פון דער באקס. אדער בעסער געזאגט איינער וואס שטעקט אביסל אריין זיין קאפ און דער וועלט.
איך בין שוין דא געווען, נאר מען הייסט אז די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.

בן-יהודה » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:35 pm

· #546381
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שטילע אינגערמאן וואס ארבעט צו שפייזן זיין פאמיליע
איך וויל מיר איינשרייבן אין דעם פארום ווייל איך ליב געוואר צי ווערן נייע זאכן
איך בין א נייגעריגער מענטש....
קודם וויל איך נאר ליינען, מיט די צייט אפשר אויך אנהייבן שרייבן

אמעריקאנער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:35 pm

· #546382
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פיהל איך האב אסאך צוצוגעבן צו קאווע שטיבל, סיי מיינע געדאנקען, מיינע הערות און הגהות, איך האב שוין געוואוינט אין אפאר פלעצער, זיך געדרייט אין אפאר קהילות, און איך מיין איך האב אסאך אינפארמאציע צו מיטטיילן מיטן עולם דא אין שטיבל

קריספי » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:36 pm

· #546383
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטער איד, איך פראביער צו זיין ערליך און דונען די אייבערשטער מיט אן ערליכקייט, איך זיך א כשר’ע פלאץ ווי איך קען מיטהאלטען אין מיטטיילען אידיש נייעס אין ידיעות, אזוי זאל איך נישט פארקריכען אויפען אינטערנעט, און אנקומען צו נכשלות, איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ

ירון » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:37 pm

· #546384
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך:
אן ענגלישע מאן מיטן נאמען ירון, איך האב ליב די אידישע היימישע זיסע שפראך, איך האף, הנאה צו האבן פון דעם קאווע שטיבל, בפרט פון טיפע אנאליזן און נושאים וואס מען טרעפט נישט אין א אנדערע פלאץ.

פארשטענדליכער » מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:37 pm

· #546385
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין 40 יאר אלט, אדורך די סיסטעם ווי רונא דרובא פון אונזער סאסייעטי, חתונה געהאט, א שטוב מיט קינדער ב"ה, א פיינעם דזאב ב"ה, אבער אלעמאל געהאט א אינטערעסע אין זאכן וואס איז ווי מ'זאגט out of the box איך בין בטבע זייער א נייגעריגער אין איך גלייך צו ליינען אין צו באקומען אינפארמעשאן, צווישן דעם ענינים וואס זענען ביי אינז under the rug איך פיל אז דא איז די ריכטיגע פלאץ.
יישר כח

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:01 am

· #546434
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סיבה #
א גיטן

נארוואס לעצטנס געוואר געווארן איבער די זייטל,

איך בין בטבע זייער א שעמעוודיגער.....

כ'האף אז איך וועל זיך טרעפן דא דאס פלאץ
לאורך ימים בעז"ה....
וואס איז די סיבה אז די שעמסט זיך?

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:04 am

· #546437
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צענדליגע נייע ניקס, אלע מיט בלויז איין הודעה - דא אין שלום עליכם צימער!
האלאו??
אפשר קענט עטץ אנהייבן שרייבן?!!

אבימלך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:11 am

· #546440
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נישט יעדער האט פונקט וואס צו שרייבן

און נישט יעדער האט צייט

אבער ציביסלעך וועלן זיי אי''ה אלע אנקומען....

שיק יונגעל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:30 pm

· #546572
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
העלא.. מאכט אייך באקוועם מיט א גלעזל ביר מיט א שאכטל פאפקארן!
לאמיר צוזאמען שמיסען און פארברענגען און זיך אויסשמועסן צוזאמען ..דברים העומדים על הפרק..
צוזאַמען נעמען א זייט פאר אונזערע שמיסען...
און העלפן אויסקלארן נושאים וואס איז נוגע פאר אינזער קרעטשמע...

קאווע איד » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:30 pm

· #546573
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן אלע אידן וואס שרייבן דא אויף די חשובע פלאטפארמע.
איך בין א פשוטע איד וואס פרובירט צו דינען די רבוש'ע די בעסטע וואס שייך ברוך השם.
איך בין זוכער מיר ווילן אי'ה אלע הנאה האבן צוזאמען מיט אזעלעכע חשובע שרייבער יישר כח.

געשמאק » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:30 pm

· #546574
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישע יונגערמאן פון די נוי יארקער אומגעגענט וואס גלייכט צו ליינען און הערן אלע מיינונגען אויף אלע זאכן, איך האף מזמן לזמן אויכט צו קענען צולייגן מיינע צוויי צענט אויף ענינים העומדים על הפרק

נוגוט » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 7:31 pm

· #546575
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צו האבן די מעגליכקייט צו זעהן זאכן וואס אינטערסירט מיר אינפארמאציע אויף געוויסע וכדו׳ איך קום נישט דא טרונקן קאווע וכדו׳ נאר עט וואס טועם זיין, איך האף איך האב שוין געגרייכט נומער פערציג

פי יגיד » פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:48 am

· #546651
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פלאן נאר צו ליינען, אחוץ אויב כ׳העל שפירן אז איך האב עפעס גאר גוט צו זאגן. השם שפתי תפתח ופי יגיד.
איך בין פון א היימישע שטוב און פיר, ברוך השם, א שיינער ווארומע שטוב.

פרומער חסיד » פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:48 am

· #546652
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עבדכם הנאמן גלייכט צו ליינען און גלייכט וויסנשאפט און פאליטיק, דאס שטיבל איז דאס בעסטע תל תלפיות מלא "אשכולות" שהכל כלול בו, און ביטע עפפראווד מיר, א שיינעם דאנק פון פאראויס

פיצה » פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:49 am

· #546653
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פלעג אייביג ליינען קאווע שטיבל ביז מען האט עס ציגעמאכט פארן פאבליק האב איך אנגעהויבן צי ג׳יין אויף איי וועלט אבער סקימט נישט צי צי קאווע שטיבל ביי די שרייבערס אין סיי די ארטיקלן זענען בעסער דא אויף קאווע שטיבל

יענקעל ג » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:28 pm

· #546886
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטען אלע חבירים, איך האב געהערט פין מיינע ידידים אז קאווע שטיבעל איז די פלאץ זיך אויסציליפטרען אין צי פארברענגען סוי זענען מיר דא מי קענען מיטהאלטען מיט ענק אלע אינאיינעם

אלעקסאנדער » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:28 pm

· #546887
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטען, מיין נאמען איז אלעקסאנדער! איך בין א פרייליכע אינטרעסאנטע אין אנגענעמע מענטש, איך האפ אז איהר וועט הנאה האבן פין מיר אין איך וועל הנאה האבן פין אייך,
דער עיקר איז אז דעם רבונו של עולם זאל העלפען אז מיר זאלן אלעמאל זיין געזינט אין שטארק, פרייליך אין ציפרידען, אין אוואדע האבן פרנסה בשפע מיט ישוב הדעת.

אמור ועשה » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:29 pm

· #546888
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע א ביטערע טרינק אבער מיט א קליין ביסל מילך ווערט ער גאר געשמאק אזש מען קען גארנישט אנגיין אן עם ..די שטיבעל אויף די געוועב ער געפינט זיך אבער מיט אזוי פיל טאלאנט אין חשובה ריכטיגע ארגענעל אידן ער שטאלצירט. פיל הנאה שוין געהאט פין די מקום א שטאלץ פאר כלל ישראל.

שטיבל » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:29 pm

· #546889
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב שוין לאנג געהערט איבער דעם וועלט'ס בארימטען "קאווע שטיבל", און עס איז געקומען די צייט אז אויך איך זאל זיך אנשליסן אין די געמיינדע. ערשט צו הערן, און דערנאך, עווענטועל זיך אויך לאזן הערן, בדרך כבוד ובדרכי נועם.

קיינער מיט יעדער » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:29 pm

· #546890
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אוהב שלום ורדף שלום אין מיט דעם אויך בין איך איינער וואס האט ליב צו וויסן דעם פילען אמת אין יעדן סוגיה וואס גייט ארויף אויפן טיש. דערפאר וויל איך האבען דעם געלגנהייט קענען ליינען און אי"ה שריייבען אין דעם רייכען פלאטפארמע פון קאווע שטיבל.

הייסעהינטל » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:30 pm

· #546891
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אנליין נייעס איז די איינציגסטע מקור פון וואו איך ווער געוואר וואס גייט פאר אין די גאס. היות איך פארמאג נישט קיין וואטסעפפ און דאס גלייכן. קאוועשטיבל איז די ריכטיגע פלאץ עס פארמאגט די מערסטע אקוראט און פרישע סחורה

טאקע » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:30 pm

· #546892
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך בין א איד, און מיין שפראך איז אידיש
און איך קען באשטיין צו ווערן אנגענומען דא אין קאווע שטיבל

(די נושא אויף וואס מ'שרייבט דא איז "דערציילט איבער אייך" אבער היות איך וויל נישט אז מ'זאל מיך דערקענען ווער איך בין, קען איך נישט צופיל שרייבן וועגן דעם, אזוי פיל יא, אז איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיך)

גוט לעבן » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:31 pm

· #546893
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך שרייב מיך אייך איין צו קענען לייענען וואס מענטשן שרייבן,
איך בון א חסידישע נאטראל מענטש נישט פאפרומט, איך באלאנג נישט צו קיין חסידות
איך האב נישט וואס צוצולייגן אז עס זאל אנקומן צו 40 ווערטער...

פוילישע פעפער » זונטאג יאנואר 28, 2024 6:31 pm

· #546894
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם טייערע קאווע שטיבל חברים סאיז מיר א פארגעניגען צו ווערען א חלק פון די שטיבל איך האב מחליט געוועהן צו ווערען א חלק פון דעם שטיבל נאך דעם וואס כהאב געהערט זייער גוטע גריסען אויף דעם שטיבל און אז יעדע סארט נייעס אדער דעבאטע קומט דא ארויף און סהאט זיך מיך געהערט זייער אינטערסאנט

טאקע » זונטאג יאנואר 28, 2024 8:26 pm

· #546914
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טאקע #
שלום עליכם
איך בין א איד, און מיין שפראך איז אידיש
און איך קען באשטיין צו ווערן אנגענומען דא אין קאווע שטיבל

(די נושא אויף וואס מ'שרייבט דא איז "דערציילט איבער אייך" אבער היות איך וויל נישט אז מ'זאל מיך דערקענען ווער איך בין, קען איך נישט צופיל שרייבן וועגן דעם, אזוי פיל יא, אז איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיך)
ש'כח @אנאנים פאר'ן אנעמען
ס'איז מיר א גרויסע פארגעניגן

געטרייע טאטע » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:10 pm

· #547094
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם יעדע איינער
א יישר כח פאר די@אנאנים פאר מיר אריינלאזן דא אין קאווע שטיבל

סקעפטיקער » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:34 pm

· #547146
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עלם ועלמיא #
לכבוד המערכת

וויל פראבירן צי רעפארטן פין צייט צייט מדברים העומדים על הפרק בלי שום מחלוקת ושנאת חנם וזה חשוב מאד
וויל נישט קענען שרייבן א יעדן טאג אדער א יעדי וואך וועל פראבירן מיין בעסטע האף זייער אז אמר וועט זיין צופרידן

בברכת כל טוב

ברוך
זייט ווען הייסטו ברוך?

יש מאין » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:09 pm

· #547153
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זוך א בייקוועמע פלאץ זוך צו אויסלופטערן נאך א שווערע טאג ווי מען קען שמועסן און פארברענגען מיט אידען אינאיינעם , איך האב ליב היסטאריע, ספרים, און ייחוס. אביסעלע דא און דארט חסידישע נייעסלעך. איך האף צו קענען ליינען און שרייבן פאר די חבריא מיט תוכן און מיט א געשמאק

שבת'דיג » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:10 pm

· #547154
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם! אלע חברים דא אין שטיבל.
איך שרייב מיר איין דא זיך צו קענען אביסל אויסלופטערן מיט פרישע נייעס און אקטועלע נושאים געשריבן אויף היימישן מאמע לשון.
איך פלאן נישט צו שרייבן דא בקביעות נאר בעיקר צו ליינען צוליב ס'איז מיר זייער שווער צו טייפן אין יידיש, אויב וועל איך האבן אמאל עפעס צו מוסיף זיין וועל איך בל"נ זיך אנשטרענגען עס צו טאן, און איך האף איר וועט הנאה האבן.
הצלחה רבה, וכל טוב!

משה עבד נאמן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:10 pm

· #547155
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוט'ע אינגערמאן, וועלכע וויל מיטהאלטן, ליינען און שרייבן איבער נייעס און דברים העומדים על הפרק, האבעך זיך איינגעשריבן צו דשוינען דעם קרעמל דא, איך האף צו קענען הנאה האבן פון די סייט און מאכן אנדערע הנאה האבן פון מיר און מיין אנוועזנהייט דא.

לייבעל » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm

· #547156
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז לייבעל קיין שרייבער בין איך נישט אבער קאווע שטיבל איז גאט טו בי דער בעסטע אידעשע סייט פאר אידעשע נייעס וואס מען קען נישט באקומען פון מעיןסטרים מידיא

נאשן » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm

· #547157
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שטארקע חסיד פון אסאך רעביס און רעבישע הויפן אזוי אויך האב איך אסאך אינטערעסע צו מאכן פרייליך אידישע קינדער און ברענגן א שמייכל אויף זייער פענימער , איך האב ליב צו זעהן נייע זאכן, זעהן פארשידענע מיינונגן פון פארשידענע מיני מענטשן.
איך פרוביר עס אויף אלע אויפאנים מעגליך צו איז עס זאגען א גוט ווארט צו זיי צוזאמען נעמען און פארברענגן מחזק זיין אד"ג

שטענדיג גערעכט » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm

· #547158
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ליינען, שרייבן, ברענגען ידיעות און קלוגער ווערן.
איז דא מיין ריכטיגע פלאץ? דאס וועלן די מעמבערס ענטפערן.
פאליטיק
סיגנאל נישט גערודער

- געדענק איך בין שטענדיג גערעכט

צוויי » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:09 am

· #547222
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]
אידטיש יא?
😂

יענקוש » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:51 am

· #547274
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זיך טרעפן מיט אנשי שלומינו יודען וואס זענען בדעה אחת און זיך העלפן איינער דעם אנדערן מיט ארויסצוגיין פון די שיעבוד הגלות אין טרעפן די אור אין זיך אין די אור פון טייערע קאווע שטיבל אידן ארום

ליכט » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:51 am

· #547275
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זוך נייעס און אנדערע אידישע אינטערסאנטע שמועסן עס איזה זייער שווער צו באקומן אינפארמאציע אויף פארשידענע טעמעס וואס גייטס פאר אין דבר אידישער וועלט איך טראכט אז דאס איזה פון די בעסטע מקומות צו טרעפן אינפארמאציע

קנעפל » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:28 pm

· #547352
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
בעזרת השם יתברך

זעה מיר שוין דעם שטיבל פאר אסאך יארן, איך פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן.
איך האף צו האבן צוטריט צו ידיעות פון פארש און וויסכנשאפט תורה ומדע אן קיין באגרעניץ פון היינטייגע בעלי השקפה.

לשון » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm

· #547353
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישע יונגערמאן וואס זוכט צו שמועסן פון פארשידענע נושאים, וואס קאווע שטיבל איז די אייניציגסטע פלאץ ווי מען רעדט עס, פלאס מען ווערט רייכער מיט נאך אסאך אינטערסאנטע נושאים

שפאקטיווער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm

· #547354
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח

מיט מילעך » דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm

· #547355
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א נארמאלע מענטש פון נוא יארק, וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל מיט אביסעלע מילעך אויף דעם אידישער שפראך, פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:46 pm

· #547378
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שפאקטיווער #
מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח
מיינסט צו זאגן אז דו ביסט פון די ארויסגעווארפענע, ווייל דו שרייבסט נישט נאר די ליינסט, סא קומסטו כסדר צוריק מיט א נייע ניק אויף צום ליינען?

סקעפטיקער » דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm

· #547387
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סוף טוב הכל טוב #
שפאקטיווער #
מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח
מיינסט צו זאגן אז דו ביסט פון די ארויסגעווארפענע, ווייל דו שרייבסט נישט נאר די ליינסט, סא קומסטו כסדר צוריק מיט א נייע ניק אויף צום ליינען?
היינטיגע אינגעלייט! זיי געדענקן שוין אפילו נישט ווען מ'האט געקענט ליינען קאווע שטיבל אן א ניק

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:12 am

· #547433
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיט מילעך #
א נארמאלע מענטש פון נוא יארק, וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל מיט אביסעלע מילעך אויף דעם אידישער שפראך, פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט
עליכם שלום!

זיין אויף ק"ש פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט - הייסט ביי דיר "א נארמאלע מענטש"?!
אפשר אין נוא יארק!

טיאטע » מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:29 pm

· #547546
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל בעיקר ליינען אין אביסל שרייבן עד שידי כהה מגעת אבער אפילו 60 קערעקטירס איז מיר נישט גרינג סאו כווייס נישט וויפל איך וועל שרייבן עכט.
כהאפ מוועט מיר אננעמן פאר זאגן די אמת.