☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

היטשעס געבער » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 9:52 pm

· #535407
א בארא פארק איד וואס איז נייגעריג און נייעס, און האט הנאה פון עפיניען פון מענטשען, און האט ליב צו זעהן פיקשערס פון אדמו״רים ורבנים, און איך בין א גוטע פארשער און נייגעריגע האב איך באשלאסן צו איינטייל נעמען. ביז יעצט האט עס מיין פילטער געבלאקט אבער יעצט האב איך זיי געבעטן עס צו עפענען.

Always Happy » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 9:54 pm

· #535408
Welcome everyone. I decided to create my account because I would like to join the community and learn more about everything and enjoy the day on this Kosher site.
I'm 25 Years old.
I'm from Kiryas Joel
And I'm from Satmar
I hope everyday being on this site will be so exciting and make me happier.

עומק הפנים » דינסטאג סעפטעמבער 5, 2023 9:54 pm

· #535409
איך וויל מיך אויס לופטערן מזמן לזמן און אריינקומען דא פארברענגען אביסל אין מיטן טאג
און שמועסן געשמאק
ווען עס איז דא צייט אויף א רואיגע געשמאקע אופן
צוזאמען מיט געשמאקע היימישע אידן און פארברענגען און דע קאווע שטיבל
דא

ניר קאלוב » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 11:01 am

· #535679
איך בין א אינגערמאן וואס גלייכט צו וויסן אין מיט האלטן נייעס אין הערען מענטשן מיינונגען, אין פארשטייט זיך אויך זאגן אויב עס פעלט אויס, ביטע עפענען איך זאל קענען מיטהאלטן אין טרינקן קאווע ווען עס פעלט אויס

מאנכע » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 11:01 am

· #535680
פשוט נייגעריג כהאב נישט קיין צווייטע הסבר , פשוט כבין א יודיש קינד, אין איך טריי אריינצולייגן די מינימום אמאונט פין ווערטער דער זאל מיר לאזן עפענען דעם אקאונט. סאו כבין 23 יאר אלט אינגערמאן כאב שוין צוויי קינדער דריי אין טריי מיי בעסט.

Talk To Me Bro » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 11:06 am

· #535681
I live in monsey and I like a lot of fun I'm very happy man love to have a lot of friends I'm a hustler and I'm coming here to Luther account a little bit I have a job 9-5 and I'm the kind of guy but let's address the car and Muncie maybe there's a lot of people know me for this but I'll try to keep it my name is a secret let's hope this will be a good place for me to come see some news somewhere what's up

BLANCHARD » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 11:08 am

· #535683
I AM A 36 YAER OLD YINGERMAN FROM SATMER
I IKE TO SEE WHATS GOING IN THE RABBISH WORLDWILLAMSBURG
THE ONLY PLACE WE CAN SEE THE REAL NEWS IS ON THIS SITE
I DONT LIKE TO WRITE BUT LIKE TO REWIEU

Optimist » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2023 11:09 am

· #535684
איך האב שטארק הנאה צי ליינען די חומר אין מענשטען׳ס מיינונגען.
עס האט אין זיך אסאך אינטילעקט וואס איז שווער צי טרעפן ערגעץ אנדערש.
עס געט צי אסאך ידעות בפרט אין אלע יודישע חלקים אין לעבען.

Alpha » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:47 pm

· #535997
איך בין אַ ייִד, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק, אָבער איך בין אַרײַן אין ארץ־ישׂראל ווען איך בין געווען 18. איך וווין איצט אין ירושלים, און איך פֿאַראינטערעסירט זיך מיט געשיכטע און אַרכעאָלאָגיע

קדוש » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:48 pm

· #535998
Hi, I'm a bobover chased from BP I am 36 years old, I love to read and value different opinions and objectives that's why I am here and thank you for having me here.

א פשוטע װייבל » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:49 pm

· #535999
מה אומר ומה אדבר, איך בין נישט מער װי א פשוטע װייבל פון א פשוטע אונגערישע שטוב װאס איז פארליבט אין אידיש און װיל פּראקטיצירן װאס מער. מיין מאן איז א כלי קודש און לערנט מיט מיך בחברותא גמרא מיט מפרשים אמאל א חודש. אויסער דעם, האב איך נישט צו פיל געלעגנהײט זיך דורכצושמועסן מיט אנדערע געלערענטע מענטשן. פארשטייט זיך אז אין װייבער שיל עפן איך נישט מיין גרױס מויל אז מען זאל חלילה נישט מיינען אז איך בין עפעס א פעמיניסט ל"ע.

רצוא ושוב » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:51 pm

· #536000
א חסידישר יונגערמאן פון ארץ ישראל, איך בין א טעראפיטס, איך בין בכלל א נייגעריגער מענטש וואס האט ליב אסאך ידיעות, איך אינטערעסיר זיך און מנהגים, מחשבה, רעיונות און אלטע ניגונים און נאך אסאך פארשידענע עניינים.

משה שווארץ » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:52 pm

· #536001
א פשוטע איד וואס שמועסט פריינטליך מיט אלע. איך קען איבסל העפלן אידן אין געוויסע תחומים ווי איך באשעפטיג זיך, אין די טעכנעלאגישע פעלד וכדומה און סתם אזוי אויסשמועסן און דעבאטירן כל מיני ענינים וואס איך האב אינטערעסע אין זיי.

Chesky » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:52 pm

· #536002
I am a chasidishe yingerman, I live in Montreal, and I heard very good information about this site, so I would like to join

א גוט שבת » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 8:53 pm

· #536003
יא א גוט שבת נישט דא וואס זיך צו טאננען קאווע שטיבל איז די בעסטע פלאץ צו פאר ברענגען ווי אזוי ווייס איך ווייל קוק אויף אשכולות איינס ביי איינס הערליך אבער אמתדיג ס'איז אויסטערליש הערלעך

א גוט שבת » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 9:15 pm

· #536004
יא ברוך הבא

כתב וקול » דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 8:32 pm

· #536068
איך וואוין בגלילות קרית יואל, און איך גלייך צו שרייבן אינטערסאנטע קרישקעלעך איבער די געגנט אויף א פארמאלע אופן, איך גלייך נייעס און פאליטיק, אבער איך בין נישט קיינמאל קיין אנדרייער. ווען איך שרייב האב איך א קראנקע מקור דערצו.

חכם לבב » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:32 pm

· #536292
איך בין א יונגערמאן וואס איז טרוד על המחיה ועל הכלכלה און ווען איך האב אביסל פרייע צייט וואלט איך הנאה געהאט צו קענען ליינען אינטערסאנטע נושאים אין קאווע שטיבל כדי אויסצוליפטערן מיין קאפ פון די אנגעשטרענגטע ארבעט.
איך האב געזעהן די קעפלעך פון די נושאים און עס זעהט מיר אויס אינטערסאנט.

קאלט און ווארים » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:33 pm

· #536294
אן היימישן אינגערמאן פון א גרויסע חרידישע שטאט,
כ'האב זייער הנאה פון די פלאץ אבער צו לייענען ווייטער דארף מען זיך רעגיסטרירן, איז ווילך מיך איינשרייבן און טיילן לייקס פאר וועמען ס'קומט זיך

דורש חכמה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:34 pm

· #536295
איך וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל ווייל דא קען מען אויסגעפונען וואס די עולם האט א מיינונג וואס מען האלט וואס עס איז געווען אמאליגע צייטן
איך בין טאטע פון קינדער קען ניצן חיזוק און א פלאץ זיך אויסצולופטערן און ליינען געשמאקע שטיקלעך, און אינהאלטספולע ארטיקלען

הערינג מאכער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 8:35 pm

· #536297
א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!

א גוט שבת » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 11:15 pm

· #536323
הערינג מאכער
א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!
א גוטן הרב הערינג מאכער
אגב די האסט ליב הערינג? 😂 😂

כתב וקול » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 2:19 pm

· #536371
נייעס און בלומינג גראוו
באלאנגט נישט אין דעם אשכול.
מנהל

כתב וקול » פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:51 pm

· #536562
בלומינג גראוו נייעס
באלאנגט נישט אין דעם אשכול.
מנהל

ווינטער » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 9:59 am

· #536672
פרידן צו אייך קאווע שטיבל באנוצער, עס איז מיר אן עהרע צו זיין א טייל פון דאס אידיש רעדנדע און שרייבנדע דיגיטאלע געמיינדע. אלס אלגעמיינע איד האף איך צו טרעפן ביי אייך א געמיינזאמע שפראך און פארשטענדעניש, ווי אויך אן ארט אויסצובעסערן מיין קענטעניס פון אידיש.

פערלשטיין » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:55 pm

· #536708
א גוטן, איך בין ניי דא, הגם אין אנדערע פלאטפארמעס בין איך נישט אזוי ניי.
מען האט מיר רעקאמאנדירט צו ווערן א חבר דא אין קאווע שטיבל און כ׳האף צו בארייכערן מיינע ידיעות אין געוויסע נושאים וואס לויט ווי כ׳פארשטיי קען מען דא קלוגער ווערן.

ברכה » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 1:15 pm

· #536972
איך גלייך צו וויסן דורך ליינען הערן און אויך שרייבן ווען מקען, קאווע שטיבל האט א אינטערעסאנטע אויסוואל פון טשאקאווע נושאים וואס ווערן נישט אויסגעמיסט אינירגעץ, בפרט אויף די אידישע שפרייך אויף מאמע לשון, האב איך מחליט געווען זיך צו איננשרייבן דא אפען סייט

סענדעלע » מאנטאג אקטאבער 2, 2023 1:56 pm

· #536973
לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך: איך בין איינער וואס גלייכט גאר שטארק צו לייענען אינטערעסאנטע ארטיקלען איבער היסטאריע און אנדערע אינטערעסאנטע געשעענישן.
איך האב געהערט אסאך מענטשן רעדן וועגן דעם קאווע שטיבל אלץ א פלאץ וואו מען קען טרעפן די אלע זאכן און אסאך מער פון דעם, און דא בין איך...

יעקב ס » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 10:20 pm

· #537121
איך הייס יעקב שלום א היימישער אינגערמאן וואס גלייכט צו זיין בעובי הקורה מיטצוהאלטן אלעס אויפן וועלט און פארשטייט זיך איך גלייך צו זעהן די אשכולים איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער כדי צו קענען געניסן פון אלע בענעפיטן וואס קומט דערמיט

בעקעריי » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 10:21 pm

· #537122
איך בין א חסידישער איד פון קאנאדע, איך האב ליב צו ליינען און הערן פארשידענע דעות. איך בין א שטיקל שרייבער, אין מיינע יונגערע יאהרן האב איך געשריבן פאר עטליכע היימישע צייטונגען בעיקר אויף לשון הקודש (אין ארץ ישראל), ווי 'בקהילה', 'המודיע', 'המחנה החרדי'. אינטערעסאנט איז אז איך קען אויך גוט באקען, אבער דאכט זיך אז כ'אב נאך קיינמאל פארטוישט די צוויי (באקען מיט שרייבן)...

פעדרא » דאנערשטאג אקטאבער 5, 2023 10:21 pm

· #537123
איך בין שוין דא גאנץ לאנג אבער פלוצלונג זע איך אז מדארף זיך איינשרייבן צו קענען ליינען, שרייב איך זיך איין. איך האב לעצטנס חתונה געהאט און איך גלייך זייער דעים וועב זייטל.

הערינג מאכער » דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:53 pm

· #537285
Re:
א גוט שבת #
הערינג מאכער
א גוטן אלע איך האב שוין לאנג געזוכט א הערליכע אידישע פלאטפארמע וואסי געהייגנט פאר מיר כ'מיין אז כ'האב געטראפן די ריכטיגע פלאץ "קאווע שטיבל!" אראפ מיט אלע נעגעטיוועטי אין אלע מחאות וכו' וכו'... ואין כאן המקום להאריך כ'האף אז כ'וועל מיך טאקע טרעפן דא די פלאץ אין מ'וועט אינאיינעם זיך שרייבן איינער די צווייטער!!!
א גוטן הרב הערינג מאכער
אגב די האסט ליב הערינג? 😂 😂
עליכם השלום!\
אין ניין כ'האב נישט ליב הערינג....

היימישע » זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:06 pm

· #537554
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ליין שוין א לאנגע צייט וואלט געקענט באשטיין צו אנהייבן שרייבן אין איך וואלט מין הסתם געקענט צולייגן אסאך דעיס איז בעסיקלי וואס איך האב צו שרייבן

א כשר'ע מענטש » זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:07 pm

· #537555
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
"אתה הראיתה לדעת כי השם הוא האלוקים אין עוד מלבדו", האסטו נארוואס געשריגן אין דיין לאקאלן ביהמ"ד מיט פאטאס, יא? און נישט אזוי לאנג צוריק האסטו אונטערגעברומט דעם חזן:"כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ", הא?,איז יעצט ווען דער בורא עולם נעמט זיך אן פאר זיין כבוד, און טוט אונטערדריקן דעם מרידה במלכות שמים, אריינווארפענדיג די מדינה וואס האט זיך געשטעלט על ה' ועל משיחו, גלייכצייטיג אויפן חשבון פון אידיש בלוט, אין א טאטאלן כאאס און דיזעסטער, און ער צוברעקעלט דעם כוחי ועוצם ידי פון אריבער 70 יאר, unfortunately אויף אופנים וואס קיינער וואלט זיך נישט געווינטשן, איז מיין חבר, לייג נישט קיין האפענוג אויף זייער מיליטער, און טו נישט באווינדערן און באעהרן זייערע נצחונות,ווייל אז טאמער יא מיין טייערע פריינט, אנטשולדיג מיר פארן זאגן, דאן ביסטו געפאלן צי די wrong side , די זייט קעגן הקב"ה, די זייט פון מינות אין כפירה רח"ל. פארגעס נישט ווער עס איז דער גורם צו די פולע ליידן און פראבלעמען, און געדענק אז פון רשעים מינים ואפוקורסים ונואצי השם וועט הילף פאר כלל ישראל נישט קומען, און קיין גוטס נישט ארויסקומען. ליבערשט מיין פריינט, נעם א תהילימ'ל און בעט ביים גרויסן גאט "ער" זאל מציל זיין, זיין ליבן פאלק פון אירע פארפלאגער, און אז די מדינה הטמאה זאל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים.                    

חיים טובים » זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:08 pm

· #537556
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל צוך פאַרבינדן מיט די גרופּע פון ​​די שטיבעל צו געניסן פין די שמועסן און נייַעס אָן ריסטריקשאַן באַגריס מיר ביטע מיט אַ עפענען האנט צו פארברענגען אין שמוסן

הזמןן זה עכשיו » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:06 pm

· #537886
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין א יונגער מאן אין די 20גער יארן איך זייך כסדר פאר פלעצער ווי איך קטן לרענן אין זמן מער צי ווייל געיס איז א גוטע ועכשיו צי אויב ברייטינג די דרך המחשבה איך ליין שוין דא פאר א שטיק אין זיך איינגזאפט אסך שעות פון גוטע Knowledge ,
יעצט איז צייט צי אנפאנגען געבין אין זען וואס איך קען ציגעבן
שכח

דער עושר » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:07 pm

· #537887
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פרובירן ארויסצוהעלפן אידן אין ביזנעס פרנסה מיט עצות אין סעלף קאנפעדענץ אזוי איך אין פערזענלעכע לעבן
זעט צי נעמען אמאל א ריסק ווייל יעדער דארף אמאל נעמען א טשעלענדש אז איר וועט טהין קליינע טשעלענדשעס ווען עס איז שווער וועט די גרעסערע דארוכגיין גרינגער

לאמיתה » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:07 pm

· #537888
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם!
איך בין א חסידיש'ער אינגערמאן, בעל מחשבה און יודע ספר, וואס ענדזשויט וויכוחים און פולמוס'ער בפרט אין קאנטעווערסיאלע נושאים, זוכנדיג דעם ריינעם אמת עד הסוף, אן קיין שום פשרות און הנחות קדומות. איך וועל באמת הנאה האבן אנטיילצונעמען אין די שמועסן דא אינעם שטיבל.

חיימקע23 » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:08 pm

· #537889
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גיהערט אז קאווע שטיבל איז מער א ברייטערע זייטל פארשידענע זאכן ווערן מער אויסגעשמועסט דא

ווי אויך וויל איך קענען ליינען אלע תגובות וואס קען פארברייטערן מיינע ידועות

סליחה » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:08 pm

· #537890
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס איז חתונה געהאט און וואוינט אין מאנסי, ארבעט אין די קאנסטראקשן אינדורסטרי און אויך טוה איך אין ריעל עסטעיט, און נאך א טאג שווערע ארבעט קומט מען אריין זיך אויסליפטערן

קושער » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:09 pm

· #537891
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט טוען דו מיינסט איך בין
איך בין א פשוטע מענטש פון פלייש און ביין מיט תאוות און נסיונות וואס פלאגען מיר יעדן טאג און איך פראביר זיך צו שטארקן, כאטש אמאל פאל איך אדורך בין איך נאך אחת די זעלבע סוקסעפולע מענטש

אלול » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:09 pm

· #537892
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן איך גלייך זייער יודישע היסטאריע אין אלעס ארום רבישע נייעס איך ליין אין הער כסדר וואס טיט זיך ביי אלע רביס לגבי היסטאריע האב איך זיך אריין געלייגט נאך וואס איך בין צרוקגעקומען פין א נסיע פין איירופע ווי איך האב באזוכט אין אלטע בתי מדרושים וכו׳ אין עס האט מיר זייער דעמאלטס געצויגען צי הערען מער פין אלע פלעצער ווי איך בין געווען די רעשט איז היסטאריע…

זאפטיגייט » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:10 pm

· #537893
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך זייער צו ליינען נייעס און אפהאנדלונגען אין אידיש
איך פלעג יארן צוריק זיין אויף א וועבזייטל היימישע קרעטשמע
איך מיין אז עס לעבט שוין נישט (איינער האט מיר געזאגט אז ס'איז די היינטיגע אייועלט)
איך וועל לכאורה דא דארט שרייבן און קאמענטירן, אבער נישט זייער אקטיוו אויך די שרייבן לאנגע מעשיות

איךביןעס » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:10 pm

· #537894
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין עס איך בין דא צו ליינען און שרייבן און לייקן מער איבער מיר וועט עטס אויסגעפונען שפעטער צום ווידער זעו אויף א העפטיגע אשכול איך האב מחליט געווען צו זיך איינשטיין דא ווניל ע"ס זעטאויס ווי די בעסטע אידיש פארום

אוירבאך » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:11 pm

· #537895
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עס איז דאָ אַ סך יידישע געשיכטע, אַזוי פיל צו לערנען. איך ליבע טאן פאָרשונג אויף פאַרשידענע זאכין, פּאָליטיק, וכדומה. אומבאַקאַנט פאקטן און מער. איך האָפֿ צו באַקומען אַ פּלאַץ פון אינפֿאָרמאַציע דאָ.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 9:10 pm

· #537905
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הייס בערל בעל עגלה (נישט עכט. אבער אזוי רופט מען מיך.)
איך האלט שוין ביים אוועקגיין (פון קאווע שטיבל) איך האב שוין אפילו געזאגט מיין (ערשטע) געזעגענונגס דרשה. נאר איך האב מיך קיינמאל (נאך) נישט פארגעשטעלט פאר דעם עולם.

אין מיינע בראשית יארן (נישט רעדנדיג פון מיינע שמות און ויקרא יארן) ביניך געווען אן עלעקטרישן. נאר אין א געוויסע תקופה ווען ס'איז געווען א "סלאודאון" אין די קאנסטראקשן אינדוסטרי בכלל. האביך געהערט אז מ'זוכט א "באס דרייווער" אין א געוויסן מוסד. מיין ברודער וועלכער האט דארט געארבעט אלס קינדער גארטן מלמד האט פארגעשלאגן אז מ'זאל מיך נעמען אלס "ווען דרייווער". שפעטער ביניך געווארן א פולקאמער באס דרייווער. (יארע 1976 למספרם.). און איך האלט עס אן נאך בי'זן היינטיגן טאג, ב"ה.

אין איינס פון די ישיבות הקדושות וואו איך האב געארבעט האט מיר א בחור'ל אמאל געפרעגט אזא תמימות'דיע שאלה. דו ביסט אויף קאווע שטיבל? האביך איהם געפרעגט וואס איז דאס קאווע שטיבל זאגט ער מיר טריי עס אויס און דו וועסט שוין זעהן. די רעסט איז היסטארי, ווי מ'זאגט.

איך האב שוין געהאט עליות און ירידות (מערסטנס די צווייטע חלק) דאהי אין קאווע שטיבל.

ס'איז דא א געוויסער (גאר חשוב'ער איד) וועלכער האט, בראשית דרכי שטארק געהאלטן פון מיינע מיינונגען וועלכע איך האב אויסגעדרוקט. נאר (שפעטער) ווע ער האט איינגעזעהן אז איך בין (בטבע) אנטי-עסטאבלישמענט. און איך האב אויף אן איקאנאקלאסטישן (קוק עס נאך אין וויקיפעדיע) אופן אויסגעדרוקט מיינע געפיהלן און מיינונגען איבער געוויסע חשובי העם, איז עס איהם שטארק נישט געפעללן, בלשון המעטה. און ער האט אנגעהויבן מיר פערזענליך צו אטאקירן. שפעטער האט ער געשריבן ווי א סדומ'ער צדיק. אז אויב ס'אהרט מיך וועט ער עס אויסמעקן...יישר כח. ווי די גמ' זאגט (מס' בבא מציעא פרק הבית והעליה) ווי א געוויסע אידישע פרוי האט געזאגט צו אזא מענטש..."שקיל טיבותך ושדייה אחיזרי" (כבר נד ולד). לענייננו. שרייב נישט שטעכעריש און מעק עס נישט אויס.

שפעטער. נאך א סאך גילגולים. (וואס איך ווייס נישט פונקטליך די גאנצע השתלשלות) איז געקומען א געוויסער גאר חשוב'ער איד וועלכער האט, אויסער זיין אפיציעלע פאזיציע זיך געמאכט אדער מיט געברענגט (לכה"פ) נאך צוויי אנדערע ניקס.(איך האב עפעס באמערקט א מין אראגאנץ און ענליכקייט צווישן די צוויי.) ער האט מיך "געמארקט". (מעגליך עפ"י פקודת זיין גוטן פריינט.). שוין די איבריגע זאכן זענען ידוע לכל. נאר דאס האט מיך געמאכט צוקומען צו די החלטה פון איבערלאזן קאווע שטיבל. נאר ס'איז ווי די גמ' זאגט (ערגעץ, כ'בין זיכער) ..."קשה עלי פרידתכם"...! נאר . סוכ"ס וועל איך (בלית ברירה) גיין לחיים ולשלום. אדער וועט ער מיך פארשיקן. לעולם דויד. א גוטע נאכט...!

אבי לינדענער » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:22 pm

· #538050
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן אין די 30גער יארן פאר פרנסה בין איך עוסק אין real estate and brokerage wholesale איך טי אס שוין פאר איבער 5 יאר איך מאך ברוך השם שיין פרנסה נישט קיין עשירות
איך שרייב מיך איין אין קאווע שטיבל וועגען איך האב ליב צ'י טראכטען out of the box אין איך האב ליב צו הערן אלע מיני מיינענגען

ים של שלום » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:23 pm

· #538051
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
עם של שלום - איך גלייב אז deep down וויל יעדער זיין גוט, פיין,און זיין בשלום מיט אלע אידען. ומי מעכב שאור שבעיסה.
איך האב א שטארקע מיינונג אויף אסאך זאכן, אבער דאס מאכט מיר נישט מער גערעכט פון א צווייטן.
לאמיר פארברענגען און זיך דינגען. אבער נאר בשלום.

ביישן » זונטאג אקטאבער 22, 2023 5:23 pm

· #538052
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך צו ליינען אביסל וועגן דברי תורה וכו אידיש קייט און דברי חכמה ומד״א וואס נאר דא קען מען באקומען מפי חכמים ונבנים משכמם ולמעלה וואס געבן זיך אוועק פארן פרט וכלל יומם ולילה

איבערזעצער » מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:59 pm

· #538109
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א געבוירענער חסיד, און איך ארבעט אלס אן איבערזעצער פון ענגליש צו אידיש. די פאך פון איבערזעצונג ענדיגט זיך נישט מיטן בלויז איבערשרייבן די ווערטער אין אן אנדערן שפראך, מען דארף אויסער דעם אויך זעהן אז די שפראך זאל זיין פארשטענדליך. איך שטרענג זיך אן שטענדיג זיך צו באנוצן מיט ווערטער וואס זענען אין ברייטע באנוץ צווישן דעם היימישן ציבור. אלס חלק פון מיינע באמיאונגען, פרוביר איך זיך צו דורכרעדן מיט אנדערע וואס רעדן אונזער היימישע אידיש, צו זעהן אויב זיי פארשטייען פארשידענע ווערטער וואס איך נוץ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94