☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

זאב וואלף » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:42 pm

· #549561
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איידעל׳ער מאן וואס האט ליעב צו זיהו אין הערן חידושים. געהערט אין קאווע שטיבל וועגן די באחנטע וועב זייטל קאווע שטיבל דעראיבער האב איך מחליט געווען אז דאס איז עפעס וואס איך ווי איך וויל באזוכן.

מדעוטבע » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:43 pm

· #549562
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צו קענען ליינען ענינים און נושאים וואס אנדערע פלאטפורמעס דערשטיקן. ווי אויך צו ליינען אינפארמאטיווע קאלומס בעזרת השם. מיר גלייכן צו ליינען אומצענזירטע שרייבערייען.

יעקב נ » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:43 pm

· #549563
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א צייטווייליגע איך בין נישט קיין הויכע אבער אויך נישט צו נידריג איך בין גאנץ פעש, איך בין א טאטע פאר א פאר קינדער אין איך האב נישט קיין טמא,נע כלי אינדער היים איך האב נאר גיוואלט ליינען איבער איין נושא אין די אפעס, איר דארפט נאך עפעס וויסן וועגן מיר?

לאמיר זיך באקענען » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:44 pm

· #549564
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן
איך בין שוין צום גיטן העכער די בן ארבעים לבינה אבער מען זיכט נאָכט די בינה.
האבן מיר געטראכט אריין צי קומען דא אין שטיבל.
וואס איז שייך צי זאגען איבער מיר?
וויליאמסבורג איז די היים שטאט
אין מוסדות רז״ל טיען מיר געהערן
מער אינפאו אין שרייבעריי האפן מיר ציצילייגן מיט די צייט

וועם אינטערסירט? » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:44 pm

· #549565
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער אמת איז אז ביים מחליט זיין זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל האב איך נישט געקלערט אז איך גיי מיך דארפן פארשטעלן פארן ציבור, במילא בין איך נישט געהעריג צוגעגרייט, אבער אזוי פיל קען איך זאגן א"ף מי"י מיינ"ד ווי מען זאגט ביי זיי, אז איך בין, ששש... זאגט'ס נישט פאר קיינען, זייער זייער זייער א נייגעריגע מענטש, אנדערש ווי מיין נאמען וואס קען געבן אן אימפרשעשי"ן אז גארנישט אינטערסירט מיך, איז אבער אין פאקט קען איך ביישטיין אפשר נישט ארויס צו גיין פון מיין באק"ס אבער איך וואלט עס זיכער פארברייטערט וד"ל.

אבוחצירא » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:45 pm

· #549566
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס וויל זיין וואויל און ערליך פיין און מענטשליך, נישט אאיביג געלאנגל עס מיר אבער איך האלט נישט ביים אויפגעבן, in other words I"m not about to give up the battle!

חושי הארכי » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:51 pm

· #549569
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א ווארימע ווינקל בלאזט זיצנדיג ביים ים, פרובירנדיג צו מסדר זיין די מחשבות און רוישיגע מאמענטן פונעם גאנץ יעריגען הלוך ילך, מיט א קאווע אין די האנט שלייך איך זיך אריין אין שטיבל צו מיטהאלטן די לעצטע געשענישן ביים היימישן ציבור מיט א טיפערן בליק, און ב"ה די עולם אנטוישט נישט מיט זייערע בליציגע רעיונות און תגובות, אזש דער בארוהיגונג'ס מיטל איז נישטא זיינסגלייכן.

שטיוולעך » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:51 pm

· #549570
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע אינגערמאן אויף געוואקסען אין וויליאמסבורג אין לעכצט נאך היימישע אידישע טעמעס למשל חסידישע רעבישע מנהגים נייעס וכדומה אדער מיט צי האלטען געשמאקע אידישע שמיסען אדער טעמעס וואס ווערט דא דיסקארירט אדער געפינען דא נאך אינטערסאנטע זאכן אין זיך קענען געהעריג אדורך שמיסען

איך ווייס נישט » דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:52 pm

· #549572
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ווייס נישט וואס איך וויל מיט מיין לעבן העלפט מיר ארויס שכח איך בין נייגעריג און טאלאנטפול הויעך און דאר היימיש און חסידיש פרום אבער בעלבתיש קלוג אבער תמימותדיג פארשטענדליך אבער נישט נאריש בא'חנ'ט אבער נישט פענסי א גרויסע אבער אבער ווערט נישט גראב איך מאך שיין פרנסה אבער נאכנישט קיין עושר
איך וויל זעהן דא אין די פלאטפארמע וואס זיי האבן צו פארקויפן וויל די גאס שמועסט אז ס'איז א פיינע קאווע שטיבל

עמרם » דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:13 pm

· #549588
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נייעסריפארטער #
איך בין א אלטע ליינער פון אמאל, איך וויל קענען ליינען די נייעס און ריפארטען נייעס וואס איז נישט ערלויבט אין אנדערע אידישע סייטס, האפענטליך וועל איך הנאה האבען פונעם שטיבעל און חברים וועלן הנאה האבען פון מיר, מיט דאנק פון פאראויס און לאמיר זיך באקענען.
איך ווארט פאר דיינע ריפארטס !

לייבי » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:38 pm

· #549835
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין חסידיש אינגערמאן בן 35
האט ליב צי הערן נייעס און בפרט חסידישע רעבישע נייעס ו נייעס פנימי בתוך אונזער מחנה און דא זע איך ואז עס דא שטייט קלאר און היימיש און אויף אידיש (איך האף נאר אז עס שטייט נישט לשון הרע)

דרייצענט עוו » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:38 pm

· #549836
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואין אין בּארא פּארק איך בּין א אינגערמאן מיט פינעף קינדער בּלע״ה איך האבּ ליבּ צו זעהן דעה מין נייעס ווייל דאס איז די איינציקסטע פּלאטץ מעקען דאס טרעפען איך האבּ נישׁט קיין וואטס עפּפּ אין טעלעגרעם על כּן איז דעס א גיטע פּלאטץ פאר מיר.

הערצקא » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:39 pm

· #549837
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זען אידיש אין היימשע נייעס אין טעמעס אין מיין ציין פין זיך אויסרוען אנשטאט אנדערע סייטס וואס נישט היימיש אין קאווע שטיבל זאט אויס צי זיין גאר געשמאק אין ריין מיט אקטיווע נושאים אין די טאג טעגליכע לעבן !

פטיש » זונטאג פעברואר 18, 2024 8:43 pm

· #550187
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אייך אלע חשובע פריינט
וואו איך זע זענען דא זענעו דו אשכולות זייער רייך און אינפארמאטיוו
וואס איז פאר מיר כלים קרים על נפש עייפה
איך בין זייער אינטערעסירט און היסטאריע און נאסטאלגיע
אזוי אויך און טעכנאלאגיע און נייע אויפטרעפן
איך בין דא ארויסצוהעלפן יעדן לויט וויפל איך קען

חלק גדול » זונטאג פעברואר 18, 2024 8:44 pm

· #550188
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען זיך אויסשמועסן ראיג און געשמאק מיט א אמת'דיג קייט
בעצם איך האב שוין געהאט דא א ניק, און ליידער האב איך נישט געשריבען, בינעך געווארן אויסגעשפארט

איך שרייבט מיר יעצט איין פון פריש, מיט א פעסטע קבלה צו שרייבן, און איך שפיר אז איך קען אסאך צוגעבן, בפרט און היסטאריע, און העמק דבר.....

שטאטס נער » מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:09 am

· #550253
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סוף טוב הכל טוב #
שטאטס נער #
וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
עהה, דו האסט נאכנישט קיין צוטריט צו מאחורי...
😂
נא אדרבה פארצייל וויאזוי קען מען דארט אנקומען ?

עמרם » מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:47 am

· #550282
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שטאטס נער #
סוף טוב הכל טוב #
שטאטס נער #
וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
עהה, דו האסט נאכנישט קיין צוטריט צו מאחורי...
😂
נא אדרבה פארצייל וויאזוי קען מען דארט אנקומען ?
[ציטאט אראפגענומען]

פארשטייסטע » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:35 pm

· #550393
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איבער מיך? גארנישט ספעשל... סתם א נייגעריגער, אפשר א שטיקל מיינונג דא דארט. לעצטנס האב איך גע'גוגעל'ט אפאר נושאים וואס האבן מיר אינטעריסירט און קאווע שטיבל האט געהאלטן אין איין ארויפקומען, זעט אויס אז דא רעדט מען פון די גוטע טאפיקס... עניוועי, איך מיין אז איך האלט שוין ביי איבער פערציג ווערטער

עוג מלך הבשן » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:35 pm

· #550396
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פלעינע יונגערמאן וואס גלייכט צו ליינען מכל טיב וטב, עס קוקט מיר אויס ווי די פלאטפארמע איז א מקום ווי דער עולם האט גאנץ גוט ארויס נושאים ברוחניות ובגשמיות, ממש א אוצר בלום פון דברי חכמה (עט ליעסט יעדע ערשטע תגובה...), וויל איךאויך הנאה האבן פון די ווערק און זיך דערקוויקעווען דאס הארץ אביסעלע!

באטראכטער » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:36 pm

· #550397
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אגוטן מיינע טייערע קאלעגע פארמ'יסטן.

האפענטליך וועלן מיר האבן אינטעלעקטואלע נוצן איינע פון די אנדערע.

עלינו » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:36 pm

· #550398
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן חשובע חברים,
איך בין אינטערעסירט אין היימישע געשמאקע נייעס טעמעס אין קרישקעלעך איך האף איך וועל קענען צו געבן צום מקום,

איך בין שוין געווען דאהו מיט א ניק אבער איך בין געווארן אויסגעשפארט פארן נישט שרייבן, יעצט שרייב איך מיך פריש איין אין בעזה געהעריג שרייבן.

איבּעי להו » מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:37 pm

· #550399
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פּרובּיר נאך צו פארשׁטיין מיט אסאך איבּעית
ווי אן אפרוח, מיט קושׁיות און ראיות
אפשׁר דא וועל איך קלוגער ווערן, העי יו נעווער נאו...
סיט בּעק ענד ענזשׁוי דע שׁאו.

משה גרויס » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:26 pm

· #550695
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ברוך השם פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט, נאך א לאנגע צייט שפילן קענדי קראש וכדומה האב איך געטראכט אז עס איז סתם א שאד זיך נישט אנצופילן מיט תוכן אין די צייט האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן מיט קאווע שטיבל, און דא שטייען מיר

דער פאסטוך » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:27 pm

· #550696
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע איד וואס האט ליב צי הערן יעדן דעה
דעת תורה און דעת בעל הבית צי גלייך א יעדן צייט
א חבר אין קאווע שטיבל וועט מיר ברענגן אסאך קלארקייט אין ביידע ציגלייך. געווענליך טרוד על המחיה ועל הכלכלה אבער פאר גוטע נייעס האט יעדער צייט

ארגענטינע » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:27 pm

· #550697
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן פונעם הייליג שטעטל קרית יואל געהערט לעצטענס פון א חבר וועג די געשמאקע וועבזייטל וואס איך האלט קען צולייגן אביסל ווארע מיט מיין שכל

משהחיים » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:28 pm

· #550698
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מיך באשלאסן צו ווערן א חבר אין דעם קאווע שטיבל פארום, ווייל איך זוך א קהילה וואס טיילט מיינע אינטערעסן און האב א ליבשאפט צו יידישער קולטור און שפראך. איך בין שטארק באגייסטערט פון די מעגליכקייט צו לערנען און צו וואקסן דורך דיאלאג מיט אנדערע, וואס טיילן זייער וויסן און פערזענלעכע ארפארונגען. איך האף צו ביישטייערן צו די קאמיוניטי מיט מיינע אייגענע פערזפעקטיוון און אינסייטס, וועלכע קענען העלפן בארייכערן אונזער געמיינזאמע דיסקוסיעס.

עמרם » דינסטאג פעברואר 20, 2024 6:28 pm

· #550699
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
משה גרויס #
איך האב ברוך השם פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט, נאך א לאנגע צייט שפילן קענדי קראש וכדומה האב איך געטראכט אז עס איז סתם א שאד זיך נישט אנצופילן מיט תוכן אין די צייט האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן מיט קאווע שטיבל, און דא שטייען מיר
ירושה ?
(ווי אזוי האט מען פרנסה בריוח און אסאך איבריג צייט ? אפשר געבסטו ארויס די סוד ?!)

בלאבלא » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:22 am

· #550812
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין פאר א לאנגער צייט זיך איך א פלאץ ווי מען דיסקוסירט פארשידענע טעמעס אפערנעהייט און א היימישע אידיש. א חבר מיינע האט מיר דערציילט וועגן דעם ארט. איך האף צי הנאה האבן פון די פלאץ. בטבע בין איך א שעמעדיגע, אבער איך האף אז ווען איך ווער מער באקוועם וועל איך האבן זיי קוראזש אויך צי שרייבן

תלישה גדולה » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:23 am

· #550813
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך גלייך צו ליינען, ספעציעל אין אזא קאנווערסעישאן סטייל
איך בין געווארן זייער שטארק נערוועז פון די צענזור אויף אנדערע זייטלעך (אן נעמען)
אזוי ווי מען קען נאר לייענען תגובות מיט א ניק מוז איך אויפסיינען צו קענען ליינען תגובות.

ארנטליך » מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:23 am

· #550814
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם. מיין ניק נאמען איז "ארנטליך", ווייל דאס איז וואס איך פרוביר אלעמאל צו זיין אין ווירקליכן לעבן. ארנטליך.

ווען אימער איך טרעף אין א היציגע דעבאטע וועל איך זיך אפשטעלן און טראכטן מיט אן אמת, וואס וויל איך, און וואס וויל מיין עגא? און וואס איז למעשה דער אמת? לאמיר זיין ארנטליך און אויפריכטיג.

האראוויץ » מיטוואך פעברואר 21, 2024 9:34 pm

· #550901
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טייערע חברים,

זינט דעם לעצטן גרויסן וועלט-מלחמה, א סך יזכור בוכער זענען געשריבן און פארענפטליכט געווארן דורך אלעריי יידישע לאנדמאנשאפטן איבער דער וועלט. א קליינע צאל פון זיי – בעיקר די וואס האבן א שייכות צו טשענסטאכאוו, פוילן, און איר אומגעגנטס – האב איך זיך עפעס אליין אן עצה געגעבן און איבערגעזעצט אויף ענגליש.

דאס איז אלץ זייער גוט און שיין, אבער דער עיקר, כ'וויל אייך זאגן, אז מיר האבען אנגעהויבען לעצטענס א נייע פראיעקט איבערצוזעצן דעם יידישען וואכליכען זשורנאל "טשענסטאכאווער צייטונג", אנהויבנדיק פון לעצטן יאר, 1939, באלד פארן גרויסן מלחמה.

כ'ווייס נישט גענוי אויב דאס איז טאקע דעם ערשטן מאל וואס א יידישע צייטונג איז פולקום איבערגעצט געווארן ביזן לעצטן פיטשיפקע, מיט אלע רעקלאמעס א. א. וו. – אבער איך קען אייך בלויז דאס זאגן, אן קיין ספק, אז איר קענט גארנישט פארשטיין דאס יידישע געשיכטע, אויב איר האט די דאזיקע אלטע יידישע צייטונגען נישט איבערגעליינט.

אלע האבען א טיפן אינהאלט, און ס'איז כדאי זיי איבערצוליינען, אפילו ווען זיי האבן ווייניג פערסאנאלן שייכות צו אייך אליין. ע''כפ, דא זענען מיינע איבערזעצונגען: https://www.czestochowajews.org/old-czestochowa/czestochower-cajtung/

לוי זונדל » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:26 pm

· #550994
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז לוי בן ר זונדל און איך בין א מלמד שוין פאר איבער צעהן יאהר ברוך השם איך האב ליב דער קאווע שטיבל זיך אויסצולופטרן שכוח פאר אלעס עס זייער רייכע אידישע הייליגע אינפראמאציא

אויסגעשאסן » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:26 pm

· #550995
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן מיינע ברידער דא אויף קאווע שטיבל איך בין א יונגע ביימל אין גאט'ס וועלטל, אביסל א נייגעריגער בטבע, און איך גלייך צו אויספארשן נייע זאכן אלזא ויהי היום וואס כ'האב מיך דערוואוסט פונעם פלאטפארמע קאווע שטיבל בין איך אהערגעקומען לתור את הארץ און זען מה טיבה און צו אפשר קען איך אפילו ביישטייערן דערצו איז לאמיר עפענען די טיר

שבטים » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:27 pm

· #550996
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום.
איך ווייס נישט פונקטלעך וואס צו שרייבן דא, וועל איך שרייבן אפאר פרטים פון מיין אידענטיטעט.

1. אזוי ווי א גרויסער חלק דא, האב איך געזעהן און געלעבט אין אפאר וועלטן אויף די וועלט. נישט זיכער איך ווייס וועלכע וועלט איך געפין מיך יעצט, אבער מיינע ראדיקאלע טוישונגען ווערן ווייניגער און ווייניגער אלץ עלטער איך ווער.

2. פאר מיין ניק האב איך גענומען שבטים, דורכאויס אונזער געשיכטע, זענען מיר יידן שטענדיק געווען אַ פאלק פון שבטים, און איך זיך יעצט מיין אונליין שבט.

3.
- איך האב ליב תנ״ך
- איך האב ליב היסטוריה.
- איך האב ליב גיאוגרפיה
- איך האב ליב סייענס.
- איך האב ליב אמת.
-- איך האב נישט ליב פאליטיק.
-- איך האב נישט ליב טפשות וצמצום.
-- איך האב נישט ליב פיזור הנפש.
-- איך האב נישט ליב (לעת עתה) ביכער אין די יידישע שפרייך.

לאמר אזוי צו זאגען » דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 7:28 pm

· #550997
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן וואס האט ליב צו פארברענגען און שמוסען אין אלע נושאים און ענינים
איך לערן א האלבע טאג אין ארבייט אויך אויף די זייט
איך האלט זיך אויף די מסורה בדרך רבותינו הקדושים
אבער מצימצם בין איך נישט

מר שושני » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm

· #551264
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מר שושני איז איינער פון די מערסט מיסטעריעזע פערזענליכקייטן אין מאדערנע אידישע היסטאריע
ווי מר שושני, האב איך אן אינטרעסע אין אינעם געשריבענעם ווארט, זאל עס זיין וואס אימער.


(פאר מער דעטאלן איבער איהם זוכט אינעם בוך כל הנחלים הולכים אל הים דורך אלי וויזל. All Rivers Run to the Sea, )

קוויקפעיי » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:52 pm

· #551265
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין גאנץ א שטילער אינגערמאן, וואס מיום עמדי על דעתי, האט ליב צו ויסען און ליינען, און ארויס האבן נושאים.
שוין א שיינע פאר יאר וואס איך ויל שרייבען און עפענען עטליכע טאפיק'ס וואס מ'האט נאכנישט געשמוסט דא.

אנדרסון » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm

· #551266
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נאטינג ספעשל. איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס זוכט זיך אביסל אויסצולופטערן און מיטהאלטן נייעס און קאנטרערווערסיעס אין די היימישע גאס. איך פארשטיי אביסל צו פאליטיק און דאס גלייכן. קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין גאר א גאר א גרויסע קוואל פון וויסנשאפט אויף א היפש ליבעראלע און נישט געצוימטע פארנעם דערפאר האב שטארק חשק דא צו זיין.

א פשוטע יוד » זונטאג פעברואר 25, 2024 7:53 pm

· #551267
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישע יוד וואס גלייכט אינטעראסאנטע נייעס וואס מזעט נישט ערגעץ אנדערש ווען דעם מיין איך אז קאווע שטיבל איז די בעסטע פלאץ פאר אזעלכע סארט מענטשען ווי מיר וועגן דעים וויל איך ווערן א חבר אין קאווע שטיבל אין איך האף הנאה צי האבן

אידיש יונגעל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:32 am

· #552042
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אידיש אינגעל, געווען אמאל היינט שוין א טאטע פון אפאר זיסע קידערליך, וויפיל דארף מען דאנקען אויף די גיטס, אין סוועט נאך אלס נישט זיין גענוג. עד הנה עזרונו. געלערנט אין דער מירע ישיבה א צירקע 15 יאר צוריק, צו איך וואלט געשיקט מיין זון, א גוטע קשיא

פארדעכטיגער » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:32 am

· #552043
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן ארבעט א גאנצע טאג, מאכט שיין פרנסה בה, איך זיך אריבער כאפן צו קאווע שטיבל א פאר מאל א טאג צו דערכאפן די הארץ.
איך האב ליב צו שרייבן אין הערן אידישע ארטיקלעך.

חיים חייקל » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:33 am

· #552044
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע יוד וואס זיכט צו פאברענגן געשמאק אויף דאס און יענץ אויף א היימישע געשמאקע פארנעם מיט ברודער צוזאם זיך צו ליפטערען א ביסעלע על טהרות הקודש נאך א שווערע טאג ארבעט

משה הערש » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:33 am

· #552045
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב צי ליינען אין מיט האלטן
אין טיילמאל מיט טיילן
איך וואלט שטארק געואלט דא ווערן מעמבער
אין צי ווערן אפראוועט ווי שנעלער
אין וועל בעזר השם שטארק רעקספערטירן די גרופ דא

שמייכלדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 12:32 pm

· #552444
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר אייך טייערע פריינט אין די קאווע שטיבל, אזוי ווי מיין נאמען דאס פראביר איך צו זיין, שמייכלדיג!
פארשטייט זיך נישט אלעמאל איז עס אין מיין קאנטראל, אבער איך פראביר עס זאל יא אזוי זיין,
איך האב זייער ליב זיך אריינצולייגען מיט א אפענע מוח און יעדער נושא וואס שווימט ארויף אויפן אויבערפלאך, און ארויסצוגיין מיט א קלארע פארשטאנד.
איך האף אז ענק וועלן הנאה האבען פון מיך אויף דער פלאטפארמע.

ווייט אוועק » זונטאג מערץ 3, 2024 12:32 pm

· #552445
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין אהער געקומען ליינען און שמועסן איבער אינטערעסאנטע זאכן, מיט א קלארע ניכטערער בליק!

יעדער קען ביישטיין צו שמועסן אביסל אפען און געשמאק פארברענגען!

כ'האף אז כ'וועל הנאה האבן פונעם פלאץ און פארשטייט זיך צוגעבן מיינע צוויי צענט

אריין » זונטאג מערץ 3, 2024 12:33 pm

· #552446
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן צו אלע פון אייך איך בין זייער פריילעך זיך צו רעגיסטירן דא אויף די היימישע יודישע פלאטפארמע "קאווע שטיבל"
איך בין בעצם נישט קיין מענטש וואס האט ליב צו שרייבן אבער איך האב ליב צו קוקן פון די זייט און זעהן די אלע תגובות פון יעדעם אהין און צוריק.

יענקל גדליה הקטן » זונטאג מערץ 3, 2024 12:33 pm

· #552447
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן וואס ארבעט א גאנצן טאג אין ביינאכט גיי איך אדרוך אסאך בלאגס ספעציעל די וואס זענען געשריבען אין אידיש אין ווען עס רעדט זיך אין א נושא וואס איז מיר באקאנט וועל איך ציגעבען מיין 2 צענט

אלצווייסער » זונטאג מערץ 3, 2024 12:33 pm

· #552448
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יעדן איו אסאך וועלטליכע און היסטארישע פאקטן.
איך גלייך צו מיטטיילן מיינע ידיעות מיט מיינע באקאנטע און גלייכצייטיק אויך צו לערנען אין שטאדירן נייע אינפארמאציע, וויסנשאפט, און היסטאריע

פארטראכט » זונטאג מערץ 3, 2024 12:34 pm

· #552449
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך פלעג דא באזוכן אמאל מעהר אפטער,יעצט זעה איך מען ברויך א ניק צו קענען ליינען,איי געס עפעס אן אינצידענט האט באוואויגן דאס צו טוהן.
אינטערעסירט אין קורצע אפהאנדלונגען אין נייעס במחנינו אין די אידישע שפראך,און פרובירן צוגעבן און בארייכערן אויב רעלעווענט.

פלינקער » זונטאג מערץ 3, 2024 12:34 pm

· #552450
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין שוין דא פאר א וויילע, און איך האף צו קענען צוגעבן מער צום שטיבל.

די פלאץ איז מיר שוין געפאלן פון ערשטן טאג, אבער מדארף טרעפן די צייט זיך צו רעגעסטרירן, איבערהויפט מיט די אלע שווערע תקנות . . .
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94