☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

Eliz » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:55 pm

· #517641
Its always good to have were to discuss topics and to share thoughts in a respectful way without the need of arguing, just to have healthy discussion, I really don't see what more I can add here , it's a pleasure for such a place, hope you all enjoy. Kol tuv'

חיים ישראל » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:56 pm

· #517642
מיר זענען עוסק אין שלום בית קעסעס, און מיר האלטען אז ווען מיר קענען דא אביסעל מיטטיילען געוויסע יסודות, אפשר וועט גרינגער ווערן פאר אסאך מענטשען, צוליעב וואס אסאך טערעפיסטען זאגען נישט אויס די אמת, און זיי גייען מיט פארשידענע מהלכים אלעס צו געפעלען פאר איינע פון די צוויי, און ליידער קומען זיי אן שפעטער צו מיר אז מען זאל זיי העלפען מיט א גט רח"ל.

kikar » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:57 pm

· #517643
looking forward to share ideas history and more with the wonderful ppl here in Kavhestiebel will share from my past and my knowledge i feel i have a lot to add or share l

בריגל » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:59 pm

· #517644
א יונגערמאן אינטרסים אביטל צי הערן וועגן אנדער חסידות געהערט צי באבוב 45 אנדערע געמיינדעס לאו דוקא חסידום אלע אידיש גמיינדעס בעיקר ארטודקסישע קהילות

Kol yosef » זונטאג פעברואר 26, 2023 7:59 pm

· #517645
I like the open mindedness and freedom of speech which is allowed on this forum
There is no news that gets skipped on this forum . I particular like knowing what's going on behind the scenes in certain chasiidic groups that we never find out unless you read this forum . The wealth of information is beyond human ecope.

רביה''ק זי''ע » זונטאג פעברואר 26, 2023 8:07 pm

· #517646
שמן למאור
אדמור הקדוש זצללהה
היות עס איז שוין דורעך אסאך יאר'ן זייט מיר זענען נתמנה געווארען צו דינען אלס אדמור, און היות מיר האבן זיך שטארק פאר'עלטערט, און די מקורבים לייגען גרויס דרוק איבער צו געבען צום נייעם דור מרזי ההנהגה, פילען מיר א חוב קדוש מגלה זיין דעת תורתינו ברמה בענינים העומדים על הפרק.
@רביה"ק זי"ע האסט קאמפעטישן...
*ממלא מקום

מתבודד » זונטאג פעברואר 26, 2023 9:09 pm

· #517647
חיים ישראל
מיר זענען עוסק אין שלום בית קעסעס, און מיר האלטען...
וויפיל מענטשן שטייען אינטער דעם ניק??

שלום עליכם, מיר (=ק"ש מעמבערס) ווארטן מיט שפאנונג צו הערן אייערע עצות און טיפס.

מתבודד » זונטאג פעברואר 26, 2023 9:12 pm

· #517648
אדמור הקדוש זצללהה
היות עס איז שוין דורעך אסאך יאר'ן זייט מיר זענען ארויף געזעצט געווארען אנווארעמען די בענקעל על כס האדמורות, און היות מיר האבן זיך שטארק פאר'עלטערט, די קינדער שלאגען זיך שוין ארום אויף די ירושה, און די מקורבים לייגען גרויס דרוק איבער צו געבען צום נייעם דור מרזי ההנהגה ויפה שעה אחת איידער מ'ווערט אינגאנצען פארקאלעכט, פילען מיר א חוב קדוש מגלה זיין דעת תורתינו הקדושה והטהורה והמצוחצחה ברמה, בכמה ענינים העומדים על הפרק למען יעמדו ימים רבים.
שוין דריי מאל איבערגעשריבן און פארראכטן די צוואה. א וואונדער אז די קינדער שלאגן זיך שוין?!?

yesiknow » זונטאג פעברואר 26, 2023 9:23 pm

· #517650
מתבודד
חיים ישראל
מיר זענען עוסק אין שלום בית קעסעס, און מיר האלטען...
וויפיל מענטשן שטייען אינטער דעם ניק??

שלום עליכם, מיר (=ק"ש מעמבערס) ווארטן מיט שפאנונג צו הערן אייערע עצות און טיפס.
הלואי קים אריין קלאר איינער זאל שוין מסביר זיין פאר די פרויען וואס די מענער דארפען.
וויפיל גיטין האסטו שוין געמאכט אזוי?

שלג זהב » זונטאג פעברואר 26, 2023 11:02 pm

· #517651
שוין א שטיק צייט וואס איך דריי מיך אויפן סייט, גלייך נאכן דא זיין א דריי פיר מאל האב איך עס געזעהן אלס א געשמאקן ווינקל צו פארברענגען, אבער כדי זיך אביסל באקענען האב איך באשלאסן צו ווארטן און דערווייל ליינען אלץ גאסט, אזוי האט זיך עס געצויגן ביז פארגאנגענע וואך ווען איך האב זיך געטראפן באזייטיגט צוליבן זיין אקאונטלאז, וואס האט מיר געגעבן דעים לעצטן שטיפ זיך אויפצוסיינען. ביטע זיך באגיין מיט רחמנות אין אנהייב...

ברסלבער חסיד » מאנטאג פעברואר 27, 2023 8:52 am

· #517665
איך קום פון מאנסי און איך וואויין אין בארא פארק איך לערן האלב טאג און איך ארבע האלב טאג איך גראם ביי חתונת און איך בין מסדר שבתים פאר משפחות און רחוקים און קרובים און איך האב ליב צו העלפען אידען

א סוד פאר גאנץ בראד » מאנטאג פעברואר 27, 2023 8:53 am

· #517666
פארוואס איך האב מחליט געוועהן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל???
קודם כל, פארוואס נישט?
אזוי ווי א יוד פרעגט כסדר.
חוץ פון דעם עס איז א פלאץ ווי איך קען מיך דורכשמועסן מיט היימישע יונגעלייט אזוי ווי מיר...

Nathan58410 » מאנטאג פעברואר 27, 2023 8:53 am

· #517667
א איד א הולך... נישט פשוט.. איך זיך צי ליינען איבער ערליכע צדיקים וואס איך קאן נישט זעהן ערגעטץ ווי... זיך נאר אמתע
איך האב נישט מער צי צי לייגן.
וויזניטץ , חב"ד, מינקאטש,

מעבדות לחירות » מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:39 pm

· #517684
A plain Chasidisha yingerman which like to know everything, I love to do business and I love music I
am a born Satmara I learned in in israel inMir And from then I start loving Israel. I radical against Arabrs

ms12 » מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:40 pm

· #517685
i like to read intersting yiddish content and new technological developments I'm also onterested in history and jewish music I hope to enjoy this blog to the fullest

ארנטליכע-אינטעלעגאנט » מאנטאג פעברואר 27, 2023 9:41 pm

· #517686
איך בין א תלמיד פון היימישע חסידישע ת"ת/ישיבות מיט אן אויסערארנדליכער אינטעליגאנץ. איך גלייב אז סיי מיין אידיש, מיין ענגליש, און מיין לשון הקודש איז העכער דער דורכשניטליכער מדריגה פון רוב פון מיינע בני גילי. איך בין פשוט אינטערעסירט צו געניסן פון די פולע קענטעניסן וואס מען קען עררייכען פון די פוהלע ידענים דא אין דעם סייט.

Yonala » מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:30 pm

· #517689
Since I have no whats app status because I it was to interesting not follow every minute and I lost myself watching and following all groups and news channels, I wanna see here the latest news in the chassidish world.
And in the same time share my knowledge where I can add

Moshe Moloch » דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:37 am

· #517705
לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך און אשכול דא איז דא א חשובע איד וואס האלט יעצט זיין פתיחה דרשה פארוואס ער האט באשלאסן ארויפצוקומען דא אויפן קאווע שטיבל כ'מיין ס'איז איבריג צו זאגן פארוואס מען דארף אויב עפעס שילדערן פארוואס נישט די עכטע סיבה איז אנצופילן יעצט פערציג ווערטער

טוב ללכת » דינסטאג פעברואר 28, 2023 8:38 am

· #517706
"נעתר לבקשתנו" שוין יארן וואס מיר טשעקן אריין אין קאווע שטיבל אלס אורח ווי מיר האבן גאר שטארק הנאה פין מאמע לשונדיגע נייעס אין ארטיקלען אויף פארשידענע הינזיכטן ווי מען קאן באשיינפערליך זעהן אויסטערלישע טאלאנטן אינטער איין דאך מיטן זעלטענעם הערליכען כח הכתיבה אשר נתן לנו השם.. מי כעמך ישראל
נו אזא הנאה צי ערהאבן לוינט דען נישט אויסציטאן דעם באזוכערס בגדים אין מקבל מרות זיין מיטן פעדער אין האנט אין שעפשענען א געבעט יהי רצון שלא יצא מכשול מתחת ידי ושלא יבוש בעה"ב בעלמא הדין אכי"ר

פאנדא » דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:15 pm

· #517725
א איד ווי אלא אידן, א מענטש ווי אלע מענטשן, כ'פראביר זיך נישט איינצורעדן אנדערש, כ'וויל ענדערש הערן ווי זאגן, כ'פראביר צו זיין אפן, אבער נישט אזוי אפן אז מיין מח זאל ארויספאלן, און איך האלט אז מצומצם מיינט אויף סיי וועלכע זייט פון דעם ספעקטרום

צדיק וקדוש » דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:17 pm

· #517726
איך זיך אסאך מאל זאכען און עס שיקט מיר אהער ריך בין א סאטמאר חסיד און איך זיך אביסעל צו ליינען איך בין 35 יאר אלעס ליב צו ליינען שרייבען נישט גוט

נאך א שמויגער » דינסטאג פעברואר 28, 2023 10:18 pm

· #517727
איך וואוין אין ירושלים עיר הקודש והמקדש. איך האב ליעב צו דעבאטירן אידישע פאליטיק. איך האב געטראפען קאווע שטיבל און איך פלעג ליינעו ביז געווארען פארמאכט. איך געהער נישט צו א ספעציפישע חסידות.

בדרך_אפשר » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:45 pm

· #517787
איך בין א היימישער חסידישער יוד - פין ירושלים, אונגארישער אפשטאם, א חוקר ודורש, אין האט געהאט תועלת פין די אשכולות, דא אין שטיבל. לתת רווח בין פרשה לפרשה. בשעת'ן טרינקען דעם קאווע צווישן איין ארבעט צום צוויטען.
איך ויל מיט טיילן מיינע דעות אין ידיעות אויף וואס עס האנדלעט זיך דא. אין זען וואס אנדערע זאגן אין טראכטן.
ותשועה ברוב יועץ.

אידישע ווארטזאגער » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:46 pm

· #517788
ברוכים הבאים בשם השם

איך וויל ליינען און קאמענטירן למען השם.
אין בין א סאטמאר חסיד. און אויף די אויפגעקלערטע קאווע שטיבל די זעלבע. די תורה טוישט זיך נישט.
די רבי זי״ע. און איך גיי אין די זעלבע פיס טריט וואס צדיקים האבן אונז געלערנט.
די עיקר צו ברענגען פיינע סחורה דא פארן ציבור.

מעוז » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:46 pm

· #517789
כִּ֣י ׀ מׇרְדֳּכַ֣י הַיְּהוּדִ֗י מִשְׁנֶה֙ לַמֶּ֣לֶךְ אֲחַשְׁוֵר֔וֹשׁ וְגָדוֹל֙ לַיְּהוּדִ֔ים וְרָצ֖וּי לְרֹ֣ב אֶחָ֑יו דֹּרֵ֥שׁ טוֹב֙ לְעַמּ֔וֹ וְדֹבֵ֥ר שָׁל֖וֹם לְכׇל־זַרְעֽוֹ׃

Happy365 » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:47 pm

· #517790
זכרני ימים מקדם ווען די קאווע שטיבל איז געווען אפן 24/7 (אקעי 6) און כל דיכפין יבוא וישתה והשתיה כדת אין אונס.

אבער אז מען ברויך זיך רעגעסטרירן זאל שוין זיין אלעס איז לטובה.

איך האף צו ווערן היימיש גאר שנעל בבחינת זה נהנה וזה נהנה.

nusiberkovits » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:47 pm

· #517791
I really enjoy reading your website i enjoy history so i would like to join this kava shtiebal to be able to read all the interesting stuff that are discussed here

ממאיר » מיטוואך מערץ 1, 2023 8:48 pm

· #517792
I am looking for high quality news that will be both at a good religious level and suitable forums for my worldview I am looking for high quality news that will be at a good religious level as well as suitable forums for my worldview

אן א נאמען » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:35 pm

· #517800
איך האב געזוכט א געשמאקע באטעמטע רואיגע פלאצ זיך אויסצוליפטערען אין פארברענגען איך בין דריי אין צוואנציג יאר אלט געזוכט ווי צו פארברענגען אין מיין איבריג צייט איך בין א סאטמארער איך טראכט וואס נאך איך קען שרייבן אמממ...

היט שבת » מיטוואך מערץ 1, 2023 11:38 pm

· #517801
קאווע שטיבעל איז א תוכנדיגע יודישע פלעטפארם מיט פיינע נייעס סיי יודישע נייעס און סיי וועלטלעכע נייעס תוכנדיגע השקפה און תורה ענינים וועגן דעם האב איך מיך אויפגעסיינט דא אויף קאווע שטיבל צו קענען מיטהאלטען די שיינע זאכן און אויך מיטטיילן וואס איך האב צו פארציילען. איך האף איך וועל עס טאקע אינדשויען!

לוסטיג » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 8:18 pm

· #517877
איך בין א ליינער, וואס האט ליב צו געוואר ווערן פרישע זאכן און טרעפן נייע חברים, צולייגן מיינע עטליכע גרייצער, און האבן געזונטע דיאלאגן מיט אנדערע. צומאל וועל איך אויך ליב האבן צו מיטטיילן פון מיינע אייגענע ידיעות וואס איך האב איינגעקויפט דורכאויס די יארן פאר אנדערע, און אייביג גרייט פאר א גוטן שמייכל...

Hudisgreen1 » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 8:18 pm

· #517879
I just like to be connected with more people so I chose this platform as it looks like you can find all kind of stuff to talk about like to be connected with more people so I chose this platform as it looks like you can find all kind of stuff to talk about

דעמביץ'ער רב » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 8:19 pm

· #517880
אברך בכולל הלומד כל היום בקדושה ובטהרה בלי להסתכל בכלים מכלים שונים
מאוד מעניין בחידושים לכן ברצוני להירשם פה בקאווע שטיבעל כי הוא מקום שמור ומשומר ויש בתוכה נייעס וחידושים והכל בא על טהרת הקודש
ותודה רבה על כל מה שאתם עושים פה ותצליחו בעבודתכם הקודש

מעשה חושב » דאנערשטאג מערץ 2, 2023 8:20 pm

· #517881
I am a writer in one of the popular newspapers. My dream is to change perceptions.

Chaim45 » פרייטאג מערץ 3, 2023 9:21 am

· #517931
I'm very talented person
when I was Bucher chosen I had my own bussines then I went work for pepole and this year I opened agen my own bussines

קרישמע » פרייטאג מערץ 3, 2023 9:22 am

· #517932
איך וואָלט געוואלט זיך אריוף סיינען איוף די פאָרום, און איך זאָג צו צו האַלטן אַלע טערמינען און באדינגונגען. אויב אין א שפעטריר צייט וועל איך פילן ווי די כּללים זענען צו שווער זיך צו האַלטן צו דאמאלטס וועט אלעמאל זיין אַן אָפּציע צו דיאַקטיווייט דעם ניק. אוי איך האב פארגעסין צו באגריסען מיט א העפטיגען שלום עליכם

yanky klein » פרייטאג מערץ 3, 2023 9:22 am

· #517933
i am a writer that reads here a lot and i would like to write here too i think that i can add a lot to the shtiebe i am very good at writing long yidish artickles and i think that a lot of people will like itl

זעליג גרין » מוצ"ש מערץ 4, 2023 10:40 pm

· #517974
איך לייען קאווע שטיבל איך האב ליב די ארטיקלען אין ווען עס ווערט א קאנווערסעשאן שפירט זיך ווי מען זיצט מיט חברים אין מען פארברענגט פון צייט צו צייט וועל איך פריטען אן ארטיקל ווייל עס איז לייכטער צו ליינען און בעט

Moshe itche » זונטאג מערץ 5, 2023 1:11 am

· #517992
איך ליין שוין א שטיק צייט קאווע שטיבל און איך זייער הנאה פון די אפענע אטמאספערע וואס איז דא אין שטיבל. היות מען דארף שוין היינט זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען, האב איך גענומען די מיה און אויסגעפילט די אפליקאציע.

אדוני המלך » זונטאג מערץ 5, 2023 9:57 am

· #518010
אלץ זיך איך א חסידישער ספר אדער עפעס טיפער צי דע אלגעמיינעם עקזיסטענץ פין מיך. איך טראכט אז דע הייליגער מכבר האט ארויסגעגבן א קוציר פין אלעס וואס פריעדיגער רבנים האבן ארויסגעגבן אין קלאר געמאכט. אפט טראכט איך וואס איז היינט אידישע רעליגיע? קיין ענטפער האב איך נישט. אבער אפשר דא אויף קאווע שטיבל על אעך טרעפן וואס פריעדיגע גדולים האבן געשריבן אין קלארע היינטיגער שפראך פין היינטיגע שרייבערס.

פרעזידענט עלעקט » זונטאג מערץ 5, 2023 9:57 am

· #518011
כבין געווען אמאל רעגיסטרירט כגעדענק נישט מיין ניק ממילא בין איך דא צוריק יעצט מיט א פרישקייט
כבין גרייט צו הערן און נאך מער גרייט צו זאגן

בעני » זונטאג מערץ 5, 2023 9:58 am

· #518012
איך ליין שוין דא א שיינע פאר יאר, די ידיעות וואס איך האב מיך איינגעקויפט אין קאווע שטיבל האט מיך אסאך געהאלפן אין לעבן.
איך האף אז איך וועל קענען צוגעבן צו די שמועסן הגם איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער

גבר בין הגברים » זונטאג מערץ 5, 2023 8:30 pm

· #518057
איךבין א אינגערמאן איך האב געהערט פון חברים אז זיי אינדזשויען דא זייער שטארק. Let's try it out.
איך וואוין אין עירמאנט, ב”ה happily married צו מיין beloved ווייב.
אויב האסט נאך קשיות, פרעג אין אישי נאך איך בין אנגענומען

Working hard » זונטאג מערץ 5, 2023 8:30 pm

· #518058
איך גלייך זייער צו ליינען אויף קאווע שטיבל ווי טיעף מ׳טוט דורך געוויסע ענינים. איך האף פון היינט און ווייטער צו צוגעבן צום שמועס. ס׳איז העכסט אינערסאנט און א געשמאק צו ליינען.
איך האב שוין אמאל געהאט א ניק דא אבער די אימעיל לעבט שוין נישט...

כ'דארף טראכטן » זונטאג מערץ 5, 2023 8:31 pm

· #518059
וואס איז דא צו דערציילן? איך בין א אידיש קינד וועלכער אינטרעסירט זיך אביסל אין מיין פאלק.
כ'בין דא בעיקר צו ליינען, אבער כ'קען שפירן פאר וויכטיג אריינצולייגן מיינע געדאנקען.

דארפסמענטש » זונטאג מערץ 5, 2023 8:31 pm

· #518060
א היימישער דארפישער איד, פלעיג באזוכן דא וועכענטליך די לעצטע פאר יאר און באקומען פילע ידיעות אין ענינים שונים, קיינמאל זיך ניש גענומען די מיה איינצושרייבן. יעצט אז מען קען נישט זעהן מער קיין פארוםס האב איך באקומען די שטופ זיך אייצושרייבן. מעגליך איך וועל נעמען א חלק און איבערגעבן דעתי בענינים היושבים על הפרק.

תשפג » זונטאג מערץ 5, 2023 8:32 pm

· #518061
שלום עליכם, כ׳האך זיך צו באקענען מיט אייך.
איך בין א איד וואס גלייכט צו ליינען אין פארברענגען, כאטש כ׳האב נישט אלס צוצגעבן צום שמועס.
כבין טאקע א נייע מעמבער, אבער פארט אן אלטער ליינער און באזוכער.
ויה״ר שתשרה שכינה במעשה ידינו.

נישט לחץ » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:49 pm

· #518111
איך בין א אינגערמאן און איך בין נאך רוב טאג אין כולל איך האלט מיך נישט אופגעקלערט אבער אסאך מאל קען איך נישט דערלאדען די פאלטשקייט פון די סיסטעם ווען איך האב אנגעהובען צו קיקען קאווע שטיבעל האב איך מעך געפרייד אז איך בין נישט די איינציגסטער איך פיל אסאך מאל אז איך האב וואס צו ענטפערן האב איך מחליט געווען צו ווערן א חבר דא

שערי יושר » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:50 pm

· #518112
א גוטן טייערע חברים פון די הייליגע פארום קאווע שטיבל ווי ערליכע פיינע אידן פארברעגן אין שמוסן על טהרת הקודש. איך בין א פשוטע איד וואס דינט דעם אייבערשטען און איז טריד א גאנצן טאג על המחיה ועל הכלכלה איך סיין מיך אויף דא אויף קאווע שטיבל צי קענען זייןשטיבל ווייל איך האב הנאה צי ליינען היסטאריע סיי אידיש און סיי אלגעמיינע ווי אויף האב איך ליב מוזיק און גראמען

יין המשכר » מאנטאג מערץ 6, 2023 12:51 pm

· #518114
איך בין א הייליגע אינגערמאן. איך פלעג ביז יעצט אסאך אריינטשעקן אין קאווע שטיבל און הנאה האבן.

און איך עפען א ניק ווייל נאר אזוי קען איך ווייטער בלייבן הייליג!!
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94