☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

ירא שמים » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 12:12 am

· #296195
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כמיין אז דאנערשטאג פרייטאג קומען ארויס די גוטע סחורה , כמיין איינמאל א וואך , פליז וכדומה .. ....

רושם » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:53 am

· #296241
איך וויל אביסעל שריייבען געזאלשאפטליכע נושאים אינערהאלב אונזער היימישע לעבנס שטייגער.
איך גיי א שטראמעל שבת
איך גיי א פולע בארד (איך דריי עם אריין)
איך גיי אראפגעלאזטע פיאות.
דאס איז מיין שייכות מיט חסידות.

טאלאנטען ווייס איך נישט פונקטליך.
מיין שאיפה איז צו וויסען וואס מיין שאיפה איז.
פלענער האב איך נישט איך לאז דעם אויבערשטער אויספירעהן זיינע פלענער.
ובזה יצאתי

געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 11:56 am

· #296242
שלום עליכם, עס זעהט אויס אז דו ביסט א גוטער @רושם, און דו לאזט איבער אויף דיר א גוטער @רושם.
יהא בואך לברכה

Michael » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 12:06 pm

· #296506
i love the truth,I am originally from borough park,I currently live in Flatbush.i believe there is no censorship n these forums,that's why I would love to join. I'm not sure I agree with the reasoning for the 160 words,but since you insisting,I am writing 160 words

רעינבאו דעש » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 5:59 am

· #296719
?Are you sure you know Yiddish

אדונינו » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:55 am

· #297695
👍

רעינבאו דעש » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 10:07 am

· #297712
.Reported

רשכבהג » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:29 am

· #298259
איך וויל ליינען אינטערסאנטע זאכען און אויך ארויסהעלפען אנדערע יודען אויב די באשעפער וועט מיר געבען די מעגליכקייט.אויך אלץ רשכבה''ג קען מען מיר שיקען קוויטלעך אין אישי. עס קאסט נישט קיין געלט.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 12:38 am

· #298260
פה בארא בארא בארא בארא בארא בארא בארא פארק יצ"ו

פרה אדומה בן תמימה אדומה

לתורא לחרפה ולמעשים טויגן.

אהרן » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:05 pm

· #298316
שלום עליכם

א גוטן טאג אייך מיינע טייערע אחים וואס אפרישיעטען דעה א ספעציעלע מתנה וואס מיר האבן באקומען פון גאט ב"ה.

ווי באקאנט איז ביי אונער סאסייעטי אנגענומען דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב ווי א חק וואס האט אפילו א חיוב ערבות וואס אויב דער דעת באטראפענער שפירט נישט די מכאוב אליין גיהט מען אים עס צו שפירן, במילא פריידט מיר זייער אז איך האב אהער געוואנדערט וואס ווי איך זע איז די באנעמונג  זייער א ידידותדיגער ווי מען גלייכט און מען איז מחשיב א צווייטן, און מען פארשטייט דעם ו׳מותר האדם מן הבהמה׳ אז ער האט א פארשטאנד צו זאגן ׳אין' -ווי עס פעלט אויס-.

איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער, הגם איך גלייך מחשבה, געדאנקען וכדומה האב איך נישט קיין סאך געדולד צו שרייבן, און ווי אויך בין איך א שטיקעל פערפעקשעניסט און איך האב מורא אז איך וועל שרייבן עפעס אויף וואס איך וועל חרטה האבן אויף דער אופן ווי אזוי איך האב עס ארויסגעברענגט סא לכאורה גיי איך זיין מער א ליינער ווי א שרייבער.

אבער בעפארן ענדיגען מיינע ערשטע ווערטער וויל איך מיך באדאנקען פאר די חברים דא, דאס וואס איך האב שוין געלייענט ביז אהער איז הערליך שיין, מלא תוכן אזוי אינטעלעקשועל, זאל דער בוכ"ע ענק געבן כוח און מוט אנצוגיין ווייטער און אויף אייביג הנאה האבן פון זיין שיינע אינהאלטסרייכע וועלט!

אהרן » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 5:28 pm

· #298346
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גרויסן שכוח ר׳ @אנאנים פאר די שיינע אויפנאמע און דברי חיזוק, עס האט ספעציעלע חשיבות איבערהויפט ווען דאס קומט פון אזא הדרת פנים.

מאנסי אינגערמאן » מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:22 pm

· #298393
קאווע שטיבעל אי ז א געוואלדיגע גוטע זאך האב איך געוואולט ווערען א מעמבער איך פארשטיי צי קאמפיוטערס זייער גוט און איך גלייך צי הערען וואס אנדערע אהבען צי זאגען דא אונעם קאווע שטיבעל

Moses » זונטאג אוגוסט 30, 2015 12:25 pm

· #298496
I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community

רעינבאו דעש » זונטאג אוגוסט 30, 2015 1:13 pm

· #298519
Moses
I used to live in Williamsburg new York then I went to live in england in an English speaking community and my only connection with the old world and my old friends is the site called kave shteeble so I want to be a member and be connected with the Yiddish speaking community

..Welcome! Interesting background

.(Rainbow Dash = רעינבאו דעש (דאש) ,BTW)

יונגע דור » מאנטאג אוגוסט 31, 2015 6:32 pm

· #298771
מיין ניק איז יונגע דור לאו דוקא ווייל איך בין פונעם יונגען דור אבער איך האלט אז מען דארף זיך פארשטיין מיטן יונגען דור ווייל זיי זענען אונזער צוקנופט. מיין נאמען און פריוואטע אינפארמאציע האלט איך אין געהיים צוליב פאארשטענדליכע סיבות.

הצעיר » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 12:01 am

· #298851
איך ליין שוין ק"ש כמה וכמה שנים, קיינמאל נישט עספייעט זיך אנצושרייבן צו דעם געוואלדיגען רינגעל פון אינפארמאציע מיט געזעלשאפט, אבער לדעתי איז שוין העכסט צייט צו דעם מתי אעשה גם אנכי לביתי - בית הקאווע - לאמיר האפן מען וועט טרעפן די פנאי מיטצוטיילן אונזערע געדאנקען להגדיל השטיבל ולהאדירה, ווי האט איינער אמאל געזאגט: איך וואלט צוגעלייגט נאך אפאר שעה צו מיין טאג, אבער איך האב מורא עס וועט קומען א צייט וואס איך וועל נישט קענען צוריקדרייען.
ואקוה שמלאתי חובתי בזו השורות ולהצטרף לחברים יקרים, שלום עליכם!

הר הבית » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 10:14 am

· #298899
איך גלייך שטארק מוזיק און ספעציעהל שמועסן אין דעם נושא,
אבער אין יעדן נושא גלייך איך צוצילייגן מיין צוויי צענט.

מיין תפקיד איז צו דערגרייכן צו די אמת׳דיגע ׳יודישקייט׳, אנשטאט די היינטיגע סיסטעם וואס איז ווייט פון דארט.

ירא שמים » דינסטאג סעפטעמבער 1, 2015 10:16 am

· #298901
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זעט אויס קענסט מאכן א שותפות מיט קאווע טרינקער צוריקצוברענגען די אריגענעלע אידישקייט… , נו פתח פיך ויאירו דבריך.

ידיד נפש » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:45 pm

· #299240
איך ליין שוין דא אין שטיבל פאר כמעט א יאר, און יעצט מיין איך אז ס׳איז געקומען די צייט פאר מיין התגלות, און איך האף צו קענען צושטעלן געשמאקע סחורה, להרמת קרן השטיבל ויושביה... (און כדי עס זאל זיין 40 ווערטער האב איך דאס געדארפט צולייגן)

ליפא » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 8:55 pm

· #299243
התגלות דורך עפענען א ניק? נגלה דורך נסתר?...

mr.pirken » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 10:38 pm

· #299264
איך בין א פשוטע יוד ווי אלע דא , איך בין אהער געקומען דווקא דא ווייל איך ליג אין ליינען אסאך, און אין די שטיבל קען מען ליינען און זאגן דעות אויף אסאך נושאים ממילא האלט איך אז דא איז מיין פלאץ

קמץ אלף » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 10:53 pm

· #299470
ב"ה
אין "קאווע שטיבל" שרייבן גאר טאלאנטפולע קאמענטירער און אנאלאזירער. בטבע איז מיין חוש השמיעה שטערקער פון מיין חוש הדיבור, איך בין א גוטע "אויסהערער", פארדעם איז מיר געשמאק צו ליינען און הערן וואס זייער מיינונגען זענען ביי ענינים העומדים על הפרק בכלל און ידיעות, תורה'דיגע און אלגעמיינע, בפרט. ווי א וויידל פון א לייב וויל איך זיך מצטרף זיין כדי צו קענען אנפרעגן און שרייבן, און צו קענען באדאנקען פאר די וואס זענען מיך מחיה שוין פאר לענגערע תקופה.
די סיבה פארוואס איך רוף זיך דא "קמץ אלף" וועל איך אי"ה מסביר זיין אין מיין ערשטען אשכול.
הודעה #1

מבקר » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:24 am

· #299480
[ציטאט אראפגענומען]

נשמה קרליבך (נולדה בשם נשמה טהורה שלוחה אסתר ב-1974 בניו יורק) Wikipedia

monseybulletin » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:26 pm

· #299529
I'M very concerned about issues that are affecting our monsey residents &would like to get the voice of the people heard loud & clear we are trying to give out a bulletin every while for the people & by tthe people 

סביב העולם » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 8:16 am

· #299658
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אויף דיין ליסט?

.

רעינבאו דעש » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:11 pm

· #299695
העלא, און וועלקאם צו קאווע שטיבל!

עבד כנעני » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:30 pm

· #299699
א גוטן איך האב זייער הנאה געהאט פון אייערע ארטיקלעך און פון די שיינע ארבעט וואס ענק לייגן אראפ פאר א יעדע יום טוב און פאר יעדע יומא דפגרא פארדעם האב איך געטראכט אז עס וואלט זיך מיר געלוינט צו ווערן א מעמבער און איך בין א סאטמערער חסיד און איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר
הצלחה רבה

געוואלדיג » זונטאג סעפטעמבער 6, 2015 12:34 pm

· #299701
עבד כנעני
און איך בין א סאטמערער חסיד
הצלחה רבה


פארשטיי איך שוין פשט אין דיין ניק 😂 😂

שלום וברכה, יהי בואך לברכה, יה"ר זאלסט שנעל ווערן אויסגעלייזט פון דיינע קייטן.

All Right » מאנטאג סעפטעמבער 7, 2015 10:12 pm

· #299986
א גוטן איך וויל מיך באקענענן מיט אייך

וזאת למודעי: איך בין נישט קיין אויפגעקלערטער

איך בין (פרוביר צו זיין) א תורה טרייער איד!

וועלמיר האבן קאמפעני?

אולטרע אורטאדאקסיש

געוואלדיג » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 1:36 am

· #300001
א גוטן,
נישט סתם, אולטרע אולטרע אולטרע ארטאדאקסיש...

יודישע שרייבער » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 12:07 pm

· #300043
איך האלט מיר פאר א שטיקל שרייבער און אזוי ווי איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א שיינע שטיק צייט ווי ווער עס וויל נאר מימין ומשמאל קען שרייבן און ארויסברענגען זיינע געדאנקן און געפילן, אבער איך האב נישט געקענט ווייל איך בין נישט געווען רעגיסטרירט האב איך מחליט געווען צו טון למעשה און זיך רעגיסטרירן.
איך האף אז אונז אלע וועלן הנאה האבן פון מיין רעגיסטראציע און פון מיינע צוויי צענט אויף אלע ענינים ווי איך וועל שרייבן.

הוגה » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:13 pm

· #300108
All Right
א גוטן איך וויל מיך באקענענן מיט אייך

וזאת למודעי: איך בין נישט קיין אויפגעקלערטער

איך בין (פרוביר צו זיין) א תורה טרייער איד!

וועלמיר האבן קאמפעני?

אולטרע אורטאדאקסיש


גענוג און נאך קאמפאני.


.

סאדאם חוסעין » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:21 pm

· #300132
מיינע חבירים האבן מיר געזאגט אז עס איז זייער אונטערסאנט זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל, ממילא פאלג איך זיי און איך שרייב מיר טאקע איין און איך האף טאקע צו הנאה האבן פון די אלע ניקים וואס זענען איינגעשריבן דא און טרינקען א גלעזל קאווע אין קאווע שטיבל

yoelyboy » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 6:22 pm

· #300133
נאך א לאנגע צייט וואס איך ברזוך שוין דא האב איך מחליט געוועהן עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די בעלזער קהילה
מיין יאהרגאנג 27
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק פאליטיק

Joseph347 » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 2:26 pm

· #300512
איך קיק שוין קאווע שטיבעל שטיק צייט עס איז דא אסאך מאל וואס איך פיל אז איך האב טו סענס דו עד איך האב יעצט געלייענט עפעס וואס עס פעלט אינפארמעשען וואס איך האב, ובשם השם נעשה ונצליח!!!

פארצווייפלטער » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:21 pm

· #300519
כ'פאל זייער אסאך אריין דא, ס'זעט אויס זייער אינטערסאנט, אסאך גוטע שרייבערס, און רייכע טעמעס, און כ'פיל אז כ'האב אסאך וואס צוצוגעבן, כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'דארף שרייבן דווקא 40 ווערטער

הייסע חסיד » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 5:26 pm

· #300541
איך בין א ווינער, און איך האב געזען באשרייבונגען און שאצונגען אויף ווינער רב שליט"א, אלזא איך האב געהאט א הגה, ממילא שרייב איך מיך איין כדי צו קענען אריין שרייבן אויך מיין הגה.

גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 11:50 pm

· #300634
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
yoelyboy
נאך א לאנגע צייט וואס איך ברזוך שוין דא האב איך מחליט געוועהן עס איז געקומען די צייט איך זאל זיך איינשרייבען
איך געהער צו די בעלזער קהילה
מיין יאהרגאנג 27
מיינע אינטערעסען חסידות מוזיק פאליטיק

א בעלזער ריפט זיך יואלי ??

אה פאר ראש השנה צופארדרייען די שטן ?

אוהב שלום » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:10 pm

· #301009
א גוט יאר, שלום וברכה פאר איעדעם, איך זעה אז סאיז דא אסאך וואס האבן אסאך פראבלאמען דא איך האף דא ארויסצוהעלפען מיט פראבלעמען וואס מענטשן ספראווען זיך, ובשם ה' נעשה ונצליח.

אהרן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 10:33 pm

· #301011
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אוהב שלום
א גוט יאר, שלום וברכה פאר איעדעם, איך זעה אז סאיז דא אסאך וואס האבן אסאך פראבלאמען דא איך האף דא ארויסצוהעלפען מיט פראבלעמען וואס מענטשן ספראווען זיך, ובשם ה' נעשה ונצליח.

שלום צו אייך, געוואלדיג שיין פון דיך זיך צו מאכן עוועיליבעל צו העלפן, אויב מעג איך פרעגן, און וואספארא תחום האסטו עקפעריענס?

לאשיצער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:51 pm

· #301176
איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל ווייל איך בין שוין לאנג א לייענער פון די אשכולות און וויל מיך באטייליגן אין זיי.
איך בין נישט אויפגעוואקסן אין קיין חסידישע משפחה אבער א איד בין איך יא און א איד ברויך רעדן אידיש! האב איך מיך אויסגעלערנט דאס לשון. איך האף אז מ'עט זיך פארשטענדיגן.
איך וווין יעצט אין ניו יארק און לערן זיך אין מאנהעטן. יארגאנג 25.
די באבע ע"ה האט געשטאמט אויף ביידע צדדים פון לאשיצער אידן – דאס שטעטל געפינט זיך אין מזרח פוילן. אין איר זכות האב איך אויסגעקליבן די ניק לאשיצער.
איך שפיל פידל און האב שטארק ליב מוזיק מכל המינים.

לאשיצער » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:42 am

· #301184
[ציטאט אראפגענומען]

א דאנק. אבער פון שרייבן און ליינען ביז רעדן איז פאלג מיך א גאנג. פון מיין הברה דערקענט מען באלד אז ליידער ליידער איז אידיש נישט מיין ערשטע שפראך 😐

געוואלדיג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2015 12:42 am

· #301185
דער @לאשיצער
דא איז ער
מאכט פון זיך א קליינער בער
סתם אבי ווער
אבער די טאלאטנט שרייט איהם איבער.

א בן מלך » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:57 am

· #301419
די סיבה פארוואס כ'האב מיך איינגעשריבען איז גיט פארשטענדליך ס'איז א רואיג פלאץ צי פארברעינגן בדיבוק חברים
חסידות, כ'בין א וויליאמסבארג סאטמאר חסיד אייערע אינטערעסן, דינען דער בורא כל העולמים
ס

מארמאראשער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:58 am

· #301420
איך האב זייער ליעב ווען סמאכט זיך א ליידיגע צייט און טאג עס אנצופילן מיט געשמאקע ארטיקלען זאל עס זיין וואס כשרייב אליין צו וואס איך ליין פון א צווייטן די עיקר איז די געשמאק פון א פארברענג און קאווע שטיבל איז דאס וואס איך זוך! איך בין שוין צוויי יאר חתונה געהאט און איך בין א סאטמארע חסיד פון די זאלוינישע פארטיי מיט א שטארקע געפיל פאר וויזניץ און די גאנצע מארמאראשע געגנט

להתענג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 10:59 am

· #301421
גאר אינטרעסאנטע ענינים וידיעות שונות הן בתורה הן אין וועלטליכע זאכן, ונהנים עצה ותושיה באהבה ואחוה וריעות אויפן היימישן שטייגער, כרכא דכולא ביה תורה עבודה וגמילות חסדים, מדע, חכמה, און וואס דען נישט

כפרה » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:28 pm

· #301497
איך בין אין די מיד-דרייסיגערס און איך האב ליב צו הערן דעם דעת הקהל און צו לאזן הערן מיין דעת פאר'ן קהל. אמאל זע איך ווי מען שרייבט אזוי און אזוי, און איך האלט דווקא אנדערש. וויל איך זיך לאזן הערן. איך האב ליב מוזיק, לייען-מאטריאל, נייעס, און נאך.

קאווע טרינקער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 2:40 pm

· #301500
כפרה
איך בין אין די מיד-דרייסיגערס און איך האב ליב צו הערן דעם דעת הקהל און צו לאזן הערן מיין דעת פאר'ן קהל. אמאל זע איך ווי מען שרייבט אזוי און אזוי, און איך האלט דווקא אנדערש. וויל איך זיך לאזן הערן. איך האב ליב מוזיק, לייען-מאטריאל, נייעס, און נאך.

וואס האלט איר וועגן שלאגן כפרות?

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 3:59 pm

· #301524
די היינטיגע מחנכים זענען קעגן שלאגן בכלל.

בן אדם » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 4:05 pm

· #301528
און מיין מלמד פלעגט צו זאגן: אה, און יעצט קוקסטו מיך שוין אן ווי א האן און בני אדם.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94