☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

משה מענדל » פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:43 am

· #353064
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ ווי מען קען שרייבן דאס אמתע ווארט אן קיין שטער פון אלע סארטן טוט מען רעדן פון נייעס ביז ביסנעס א געשמאק צי זיין א מעמבער דא, מלא טוב איז דא צי געפינען ווי מען גייט ווערט מען פארגאפט וואספארא ארבעט דא גייט אריין שרייבער גיבן אויס זייערע טאלאנטן

Mabey not » מיטוואך נאוועמבער 2, 2016 11:34 am

· #353406
די סיבה איך האב אפגעמאכט צו וערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי איך זאל זעהן די פארקערטע וועג פון ווי אזוי איך טראכט, צו קענען אפשאצען מיינע שיטות אויב ס'איז טאקע ריכטיג אין אמת, איך האף איך וועל דא הנאה האבן

שמש » זונטאג נאוועמבער 6, 2016 1:53 pm

· #353671
Well just a normal person and looking to join I am on telegram and I can help out other whit that world I am on my middle age and not involved in politics since you can't change and I usually like to change and if it's not possible I don't get involved
Thanks

הערינג » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 12:09 am

· #353870
א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס

יואב » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 3:38 am

· #353873
הערינג
א) איך האב א סאך אינסייד אינפארמעשן/ ביהיינד דע סיניס (עכטע אין נישט עכטע)
ב) נימעס געווארן פין אייוולע!
ג) קאווע שטיבעל שלאפט לעצטענס ס׳דארף נייע ינגערע שרייבערס

שלום עליכם, יהא בואך לברכה. כ'האף אז דער דאזיגער הערינג פארמאגט נישט קיין עקספערעשאן דעיט. מ'האמער שוין אמאל געהאט עפעס א פישעלע העררינג.
אגב, נארוואס האב איך מיך פונקט געזייפט די הענט פון וויינבערגער'ס מאטיאש, שוין נישט געגעסן קיין הערינג פאר חדשים. איז ער צו זאלציג, אדער דאכט זיך מיך נאר?

כיור נחושת » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 12:37 pm

· #354415
איך בין נישט קיין ריזן שרייבער,
אבער יא א גרונטלעכע ליינער,
נאך א שטיק צייט זיך דרייען דא אלס גאסט האב איך באשלאסן מיך צו אינווייטען ברשות כל הקהל צו קענען פארברענגן דא כאחד התושבים

מנאי הק' כיור נחושת פק"ק קאווע שטיבל יצ"ו

אייער שפייז » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:58 pm

· #354439
איך זיץ אויף די אינטערנעט א גאנצן טאג אין איך האב נישט וואס צי טין אויזער וואטס עפ אין טעלעגראם םא קאווע שטיבל זעיט אויס די אינטערעסאנטסטע פאר מיר צי פארברענגען אין לאכן אין שמיסן מיט אינק איך האף עטס וועטס מיר שיין אויפנעמען

פרעזידענט-עלעקט » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:04 pm

· #354497
איך האב ליב קאווע (שטיבל)
איך האב ליב צו ליינען
איך באלאנג צו חסידות סאטמאר מהריי שליטא
איך האף אז סיי איך אים סיי קאווע שטיבל וועט הנאה האבן
איך בין 21 יאר א זון פון א חשובע עסקן אין תלמוד
איך האב געלערנט און סאטמאר

וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 2:05 am

· #354505
אזוי אויך מיט געוועזענעם פרעזידענט עלעקט פון אכט יאר צירוק וואס האט זייער ליב געהאט דער ווארט "איך".

ווערט אנאליזירט דא:

<a class="postlink" href="http://www.msnbc.com/rachel-maddow-show/criticism-obamas-pronouns-falls-apart">http://www.msnbc.com/rachel-maddow-show ... alls-apart</a>

פרעזידענט-עלעקט » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:49 am

· #354508
וויצן אין א זייט פרעזידענט עלעקט האט עס געמאכט

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 1:04 pm

· #354531
ערגעץ וואו פארגנב'ט זיך מיר א מחשבה'לע אז אפשר איז דער פרעזידענט-עלעקט גאר א גילגול פון אנאנים. מ'דארף וואטשן אלע ניי-געבוירענע קינדער צו זיי האבן נישט א ניצוץ פון זיין נשמה...!

פרעזידענט-עלעקט » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 3:54 pm

· #354546
פרעזידענט עלעקט האט גארנישט מיט קיינעם

חונן הדעת » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 6:17 pm

· #354568
אסאך מאהל האב איך אויך עפעס צו צוגעבען צום שמועס וואס איך קלער וועט זיין לתועלת למשל בנוגע וואס איינער בעט מפרסם זיין די קשיות מיט תרוצים וועגען אמונה דער בעל דרשן איז גערעכט אז ער וויל נישט מפרסם זיין די קשיות ווייל צו וואס געבן איינעם קשיות און ספיקות וואס האט עס נישט און סקען גאר זיין וועסט איהם געבען א אייזערנע קשיא און דער תירץ וועט זיין נישט אזוי קלאר וועט זיין יצא שכרו בהפסדו וכו,

דעת הקהל » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:21 pm

· #355061
אל נלך כצאן לטבח!

שוין גענוג געהאט אז ראדיקאל יחידים פירן אונז -די סיילענט מאדזשאריטי פון יהדות החרדית - ביי די נאז.
יעדער זאך וואס פאלט איינעם איין, קענען זיי אויספירן צוביסעלעך ביי אונז ווייל די עולם גולם שווייגט.

עד כאן!

אל נלך כצאן לטבח!

מיט די כח הרבים וועלן מיר מיט די הילף פון די שרייבערס דא זיכער מאכן אז אונז האבן א פלאטפארם ווי אונזער וויי געשריי וועט געהערט ווערן מסוף העולם ועד סופו.

ובשם ה' נעשה ונצליח!

#סטעי טיונד


מיינע פרטים:
חסידות = נשתכח
טאלאנט = שרייען
שאיפות = זיין א נארמאלע מענט
פלענער = געבן א פלעטפארם פאר דעת הקהל

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:23 pm

· #355062
דיין טאלאנט מיט דיינע שאיפות זענען א שטיקל סתירה, עניוועי יהי בואך לשלום.

שמעלקא'לע » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 4:51 pm

· #355069
וועלקאם אלע פרישע חברים, איך בינעך אויך נישט דא צולאנג, אבער גענוג אויף זיך צו באקענען מיט די ביטערסטע מענטשן וואס האבן טענות אויף די גאנצע וועלט, סיסטעם, רבי'ס און וואס נישט.
ממש א רחמנות וואס דא קומט פאר אין קאווע שטיבל, מענטשן נרדפים וואס האבן נישט קיין סעקונדע מנוחה, טרעפן אטא דעם שטיבל פאר א מקום מקלט, אויסצודרוקן פרוסטרירונג און העצן, שוימען, ברויזן, פראטעסטירן, וכל שום חניכא דאית ליה.
יהא בואכם לברכה, ולהרמת קרן ההעץ בשטיבל...
😐

דריי דיך אויס » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 4:28 pm

· #355117
איך לייען שוין אין קאווע שטיבל א לענגערע וויילע, היות ס'זענען לעצטענס אינטערגעקומען עטליכע מאמענטן ווען כ'האב געלייענט אן ארטיקל און געשפירט אז איך "מוז" עפעס מגיב זיין דערויף .. אבער קיין מעמבער בין איך נישט געווען און דעריבער נישט געהאט די מעגליכקייט דערצו, אשע"כ האב איך באשלאסן צו נעמען די מוה און זיך איינשרייבן צו ווערן א מיטגליד אין "קאווע שטיבל".

אוסטרופולר » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 2:31 pm

· #355223
איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.

איך אויך » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:37 pm

· #355242
ר' שמשון צו ר' הערשעלע?

קאוריג » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 2:41 pm

· #355633
איך בין א געווענליכער חידישער אינגערמאן, און איך שרייב שוין אויף אנדערע פלאטפרארמעס, און איך זעה זיך אין געוויסע ענינים גענויגט בדעת מיט די חברה דא אין קאווע שטיבל, האבעך באשלאסן צו נעמען די פאר מינוט און מאכן א ניק, אז איך זאל קענען איינטיילנעמען אין די שמועסן

תנחום » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 7:40 pm

· #355654
איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...

שיכון סקווירא » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:48 pm

· #355668
א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:30 pm

· #355678
גראדע שוין נישט געווען אין די נייעס די לעצטע שטיק צייט, און איך ווייס נישט וואס דיינע פלעינער זענען. און אגב, בוסט טאקע מער ווי וועלקאם צו ברענגען סקווערער נייעס דא אבער אלס א נוגע (נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט) וועלן די נייעסלעך מסתם נאך אויספעלן א שטיקל בירור. און נאך איין זאך, אויב דו פלאנסט צו טוישן דער שיכון דורך ריפארטן נייעס דא אויף ק"ש האסטו א גרויסן טעות, ווייל די בלעטער זענען שוין אנגעפילט מיט סקווערער סחורה און ס'האט גערוקט קיין כי הוא זה. סאו אויב דו ווילסט טון עפעס זאכליך איז פראביר אויפצוקומען מיט בעסערע - און מער אינטעלעגענטע וועגן ווי איידער מבזה זיין דיין הויז, משפחה, קהילה, און דיר אליין. אבער אויב דאס איז נישט דיינע פלעינער דעמאלטס האב פאן...

ספרדי » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 10:04 pm

· #355815
,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day

יש תקוה » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 11:44 pm

· #355825
איך ליין דא פין צייט צי צייט. ויש זמנים שאני רוצה להיגב אוי לעורר. אוי זמנים שיש לי נקודה אוי סתם מחשבה... שצריך לצאת לחוץ....................... וואס נאך זאל איך שרייבען..... אבל אל תדאג אני מבין שהסיבה שצריכים לכתוב לכל הפחות מ מילים היא משום סיבה אחרת.......

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 5:00 am

· #355839
ספרדי
,I really enjoy schmoozing and farbreng with others! Kave shtibel looks a good solution for this I am a writer but actually dont have too much time for it as i am working full day

Welcome!
We could use some more ethnic diversity in the shtiebel.
As a bona fide Sefardi, could you critique my recent article on Sefardim.

Thank you

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 6:31 pm

· #355955
אוסטרופולר
איך פארגניג זיך ממש פין די רייכהאלטיגע אינפארמאציעת וואס מען דערגרייכט דא אין קאווע שטיבל דורך די אנטיילנאמע פין אסאך שרייבערס - מיין איך בכמות ובאיכות
צומאהל האב איך אויך א פראגע וואס ווארט אויף א תשובה אדער אויך א הילפרייכע הערה און פארדעם בעט איך מיך צו רעגיסטרירן.
א שיינעם דאנק פאר אייך פאר אנפיהרן אזא שיינעם סייט.



איך אויך
ר' שמשון צו ר' הערשעלע?


ווענדט זיך, אויב ער וועט רעדען מיט רמזים וואס קיינער פארשטייט נישט וועט עס זיין א ר' שמשון, אויב וועט ער זיין הומארוס און מ'וועט זיך קאלערען פאר געלעכטער וועט ער זיין א ר' הערשעלע.

קאוריג » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 10:06 am

· #356052
תנחום
איר זענט א "געווענליכער"אדער א "חידישער"? און אגב מיר האבן גענוג חברה מיט די זעלבע נויגונג, מיר ברויכן אביסל פון די קעגן זייטיגע אויך צו מאכן אביסל נויז, מיר זוכן א וועקער...


די גייסט צו טיף

ווען איך זאג געווענליך, מיין איך צו זאגן דערמיט, איך עס נישט קיין גלאז און איך טרינקט נישט קיין געזאלין.... כ'מיין צו זאגן נארמאל עוורידזש חרידישער יונגערמאן, מיט א סיענע און צוויי טעלעפאנס

ווען איך בין ווען קעגן זייטיג וואלט איך געשריבן אויף אייוועלט... איך בין נישט קיין פראוואקאצירער

משכיל אספיראנט » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 5:34 pm

· #356500
פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!

שמעלקא'לע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 5:37 pm

· #356501
משכיל אספיראנט
פרישע און אפענע געדאנקן איז מיר ווי לופט צום אטעמען, האב איך אפגעמאכט צו זיך ענדליך איינשרייבן און זיין א חלק פון די חבורה הקדושה! איך פראביר זוכה צו זיין מיט רעכט צום טיטל משכיל. בקיצור איך וויל זיין קלוגער בגשמיות ובנפשיות!

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!

אברעימל » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 5:43 pm

· #356503
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

שמעלקא'לע » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 9:10 pm

· #356520
אברעימל
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק. און איבער דברים הצריכין תיקון.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם און גיסט אייך אהן א גלעזל ווארימע קאווע...
פתח פיך ויאירו דבריך!

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 10:04 pm

· #356525
אברעימל
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא ...


וועלקאם אבארד, גיס אויס אלעס וואס די האסט זיך איינגעאלטן אויף איינמאל

קאוריג » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 1:21 pm

· #356582
אברעימל
א מאנסי'ער יונגערמאן וואס דרייט זיך שוין א לענגערע צייט דא אין שטיבל, און האט אפגעמאכט אז עס איז שוין געקןמען די צייט צי לאזן הערן זיין מיינונג בנוגע זאכן וואס ווערן דא דורכגעשמועסט, ענינים העומדים על הפרק, און איבער דברים הצריכין תיקון.

לאמיר הערן ביי וועלכע פרק האלטסטו?

gitgitgit » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:46 pm

· #356868
I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people

בן עזאי » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:28 pm

· #356872
@
gitgitgit
I would like to have a good conversation with a lot of people in the world and having fun situations and a lot of great topics about the elections and political moves and love jokes that you can be happy other people


גוטגוטגוט
דו זעסט אויס צו זיי פיין אויסגעקאכט אין עלעקשאן פאאליטיק, קום אריין מיט די פולע שטארקייט. דער עולם זיצט אנגעשפיצט דיר צון הערן.

בן עזאי » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:35 pm

· #356873
שיכון סקווירא
א גוטן. איך בין א פשוט׳ע איד, אן אייננוואוינער פון שיכון סקווירא, אונזער שטעטל איז אין די לעצטע שטיק צייט אסאך אין די נייעס, אין די אידישע און אין די אלגעמיינע, אלץ אן איינוואוינער וויל איך מיטטיילען מהנעשה-והנשמע פון אונטער די קוליסען וואס ס׳גייט פאר.

@

אה, יהא בואכם לברכה. איך ווארט שוין צו הערן וואס טוט זיך מיט די וואנט.
די העיליגע בי"ד האט צוגעזאגט צו בויען א וואנט צווישן מאנסי, אוון מאנסי וועט ווילן באצאלן פאר דעם.

מציץמןהחרכים » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:30 pm

· #356961
איך בין אויפגעוואקסן MO און יעצט בין איך פאראינטערעסירט מיט די פרום יידיש רעדענדיקן וועלט. צו רעדן אין תורה אויף יידיש איז מיר א גרויסער פארגעניגן. איך וויל באקענען זיך מיט די וועלט.

געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:52 pm

· #356967
מציץמןהחרכים
איך בין אויפגעוואקסן MO.

וואס מיינט דאס? עניוועי שלום וברכה.

מפוזרי » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:56 pm

· #356968
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מאדערן ארטאדאקס

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 7:59 pm

· #356970
א מזל ער איז נישט אנגעקומען דא דריי יאר צוריק

מפוזרי » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:02 pm

· #356971
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואס וואלט דאן געשען?

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:05 pm

· #356973
ער וואלט נישט געהאט די געווייקטע חסידישע אידן וואס מיר האבן היינט דא

מפוזרי » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 8:13 pm

· #356976
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אהא..

דבש » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:20 pm

· #357354
איך בין שוין לאנג דא אין קאווע-שטיבל, אבער עס איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו שרייבן דא. איך האב אסאך וואס צו פארקויפן, אבער איך האב נישט כמעט קיין איבעריגע צייט אינעם טאג.

איך האף זיך צו אנשטרענגען און שרייבן דא אביסל פון נייע רעיונות וואס פליסן אריין אין מיר.

נאכט לאמפ » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 3:22 pm

· #357355
איך בין א חסידוש בחור'ל פין איין אין צצואנציג יאר, לעבדיג אין בעטעמט, ארימגענומען מיט פילע חברים. איך ארבעט אין אן עטוואס גרויסע פירמע וואס האלט זיך נאר אין איין פארגרעסרען מיט גאט'ס ב"ה הילף.
אזוי ווי אסאך פין מיינע חברים פין די 2016-1995 עפאכע, (די גרויסע טעכנעלאגיא עוועלאציא) בין איך אדורך געגאנגן פארשידענע שווערעקייטן. . . אבער וואס אימער איך זאל [נישט] האבן געטוהן, האב איך געגלייבט אין געשפירט ווי די באשעפער איז מיט מיר, אין קיינמאל איז געוועהן וואס איך האב חלילה פארגעסן פין אימען!
איך האב מיר איינגעשריבען אין קאווע שטיבל ווייל איך פיל וואו דא איז דער ריכטיג ארט ארויסצוגעבן מיין שרייבן טאלאנט.
גראמען אין פיוטים טוהן מיינע געפילען ארויסגעבן
פילע סודות אין עפעזאדען זיי דערציילען פין מיין לעבן
זיי העלפן מיך אוועק קוקן פין שווערעקייטן וואס דרייען זיך דערנעבן
אין גלייכצייטיג זיי שטיפען מיר צו קאנצעטרירען אויף וואס איך טוה שטרעבן.

א איד » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 7:45 pm

· #357375
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]

אפשר גיט איר ארויס פלענער, ווען דער נעקסטער וועקער קומט ארויס?

ספרא וסייפא » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 3:58 pm

· #357652
א פיינער, איידעלער, וואוילער, שטילער, דורכ-שניט-ליכע אינגער-מאן שלא מן השורה וואס גלייכט א גלעזל קאווע, ליבט צומאל א גלאז שנאפס און ס'שטייט פון אים אויך אויס צו פארלענדן א פאס ביר...

עמקן » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 4:43 pm

· #357659
ס'איז נישט מיין סטיל זיך פארצושטעלן אזוי ברבים מיין מציאות אבער אזויפיל יא א געמלט'ער און א היימישער איד בין איך און חסידות איז מיין וועג ווייזער און אלץ נישט נאר רוחניות נאר בעיקר גשמיות וכו'

קל וחומר » מיטוואך דעצעמבער 21, 2016 5:48 pm

· #357674
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווער איז געווען מוהל אויב איך מעג פרעגן?
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94