☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:30 pm

· #216619
שלום עליכם אלע נייע חברה, זייער שיין פארגעשטעלט, און ביי א גרויס חלק איז עס דארט פארבליבן...

נאדער א שטיקעלע איבערזיכט פון די לעצטע 6 וואכן...

חלזון
א גוטן טיייערע ברידער, מיין נאמען איז חלזון מיטן אויבערשטנס הילף קלער איך צו שרייבן איבער דער ניי געפינענע מיורעקס תכלת און איך האב אין פלאן אפילו איבערצוזעצן דעם וואונדערבארן ספר לבוש הארון, אויף אידיש, וועלכער ווארפט א ליכט איבער דער מצוה חביבה.

@חלזון מיר ווארטן נאך...

unknown
שלום עליכם
אזוי ווי מיין ניק זאגט, האב איך געפלאנט צו זיין אומבאוויסט און פרייוועט, אבער אזוי ווי די הנהלה וויל נישט אקטיוועטען מיין אקאנט פאר איך שטעל מיך פאר, וועל איך ענק יא אויסזאגען אביסל וואס ליגט אין מיר.
איך האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבאל פאר עטליכע סיבות. 1. איך גלייך זייער שטארק די געדאנק פון "פרידאם אוו עקספרעשאן" (כאטשיג איך האלט אנדערשט פון יענעם, מעג ער נאך אלס זאגען זיין מיינונג). 2. די לעבן איז זייער קורץ, און יעדע טראפ ידיעות און קלוגע אינפארמעשאן איז זייער וויכטיג, דעריבער בין איך געקומען דא צו מיטטיילען און בעיקר צו פרעגען און הערן. 3. און צום לעצט וויל איך מאכען א גילו דעת: אין בין איד און גלייב און איין איינציגע באשעפער, פאר די 13 אני מאמינ'ס וועל איך זיין גרייט מיך צו ווארפען אין פייער, און אזוי ווען מיין אקאנט וועט ווערן אקטיוו, וועל איך ווערן א חלק פון קאווע שטיבל און אזוי ווי נישט עס איז נישט מעגליך צו קענען אייביג זיך אנרופען ווען איינער שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטען, וויל איך מיט די אינטערדאקשאן לאזן וויסען מיין מיינונג פאר לעבר און להבא.

א דאנק פאר ליינען מיינע שורות

@unknown ביז דערווייל האסטו נאכנישט עקספרעסט דיין פרידאם... און נאכנישט מיטגעטיילט פון דיין קורץ לעבן... און קיין חלק זעכער נאכנישט געווארן...

כלבאשבוע
זייט די בראשית יארן פון היידפארק האב איך נאך נישט געטראפן אזא אפענע און אנגענעמענע פארום ווי קאווע שטיבל, איך קום דא צו פארברענגן און זיך אויסדרוקן.

וועגן מיר: ווען איך בין זאט בין איך גאנץ א רואיגער מענטש, ווען דער מאגן איז ליידיג בין איך אומשטאנד מיין איידעם ארויסצוקאפענען איבער א ויכוח.

@כלבאשבוע איי געס מ'קען נישט ריפלעיסן הייד פארק און ס'איז גארנישט אזוי אנגענומען דא...

איבערגעצויגנס
בעצם בינעך א שטילער, כ׳זאגניש קיין סאך. אויב אבער וועט איר פרובירן שטארק מיר הויעך צו מאכן העטעס אייך מעגליך געלונגען.. דער עיקר איז - נעווער גיוו אפ!

@איבערגעצויגנס נאופס! נאך בכלל נישט געלונגן! באט, ווי דאונט גיוו אפ!!!

יעדער לאכט
איך גלייך צו ברענגען א שמייכעל אויף מענטשן פנים'ער
איך גלייך צו ליינען אסאך
איך גלייך צו דיבאטירן

@יעדער לאכט ליין שוין ווייניגער און ברענג מיר א שמייכל מיט א גוטע דעבאטע...

מי שברך
איך האב לעצטנס געהערט פון אפריינד וואס שרייבט אויף דעם אתר. און כ׳האב פארשטאנען אז מען קען זיך זייער ארויסהעלפן דא. צו איז עס זיך אויסרעדן דאס הארץ. אדער גאר באקומען אקלוגע עצה.

@מי שברך שוין לעת עתה קוקסטו אויס מסודר, ס'הארץ איז אקעי און קיין עצות דארפסטו נישט...

משה נתן
פליקער
משה נתן
איך האב זייער ליב צו שרייבן. און און ספעציעיל אויפן אידישען שפראך.
איך האף אז דא איז די פאסיגע פלאץ דערפאר

וועים טיט משה נתן רעפרעזענטירן,
וואס איז די פשט פינעם ניק
איך בין אהער געקימען צו רעפרעזענטירן מיינע ארטיקלען, און איך האף אז ס'וועט זיין אינטערעסאנט פארן ציבור

@משה נתן פון ווי קען איך וויסן צו ס'איז אינטערסאנט ווען האסט נאכנישט פרעזענטירט..??? האסט נאמאר ליב צו שרייבן אידיש??? אדער דא איז נישט ס'פלאץ?

איךלעבנאך
איך בין א אינגערמאן וואס האט ליעב מיטצוהאלטען און דיסקוסירען וואס עס גייט פאר אין אונזערע קליינע וועלט וויא אויך אין די גרעסערע וועלט אין דער אויסען.

@איךלעבנאך איי געס, די וועלט איז שוין גארנישט אזוי גרויס, באט בכלל נישט קליין...

david11205
איך בין א נייגעריגער מענטש און האט ליב צו אלעס וויסן איך האב שטארק הנאה צו קומען אויף אזא היימישע פלאץ איך פיהל אזוי ווי ביי טאטע אין וויינגארטען

@david11205 איך בין זעכער מ'האט מיט עפעס געשטילט דיין נייגער... אבער קוקט נישט אויס אז דו ביזסט אזוי היימיש אין דיין טאטע'ןס וויינגארטן...

ברוקלין
דערציילן איבער זיך איז נישט גרינג, און קען זיין וועט פאסירן בשעת איך וועל פארוויילן אין אייער געזעלשאפט. פאר יעצט, שלום עליכם!

@ברוקלין נאכנישט פאסירט!

משה לייזער
איך האב הנאה צו ליינען די ארטיקלען און אויך וויל איך קענען האבן שייכות מיט די חברים אין פרטי, אויך וויל איך קענען פובליצירן מיין דעה

@משה לייזער קאן זיין אין פרטי ביזסטו שוין מסודר, דיין דעה איז נאכנישט פאבליצירט!

גילוי אליהו
איך בין דא צו פארברענגען און ארויסגעבן מיינע בויך ווייטאג און געדאנקען. פרעגן און ענפערן...

ווי יעדער דא בין איך בעצם א שטילער יונגערמאן אין זוכט זיך ערגעץ ארויסגעבן..

@גילוי אליהו גענימען געזעקס? איך וויל דיר נישט וואונטשן אז ס'זאל נישט העלפן.. באט געב דיך ארויס!

אחמד
איך האלט מיך געשמאק, מיין מאמע פלעגט זאגן איך האב א סענס אוף הומאר, כ'בין עטוואס אן אויבער-חכם, א גרויסער שרייבער און שטיקל בר בי רב. איי וועט איר פרעגן פארוואס יאך רוף מיך "אחמד", איז דער תירוץ אז איר זאלט האבן וואס צו פרעגן.
איך בין אין א שטיקל דעפרעסיע און איך דארף ערענסט אביסל ליבשאפט. עטס קענטס מיר מקרב זיין אן מורא האבן פון לא תחנם, ווייל כ'בין עכט יא א איד. פינעף און צוואנציג?

@אחמד מ'האט דיך מקרב געווען מיט 8 לייקס און אפאר תגובות, זיי נישט קיין אויבער-חכם און לאמיך זעהן צו דיין מאמע איז גערעכט...


צום האפן אז די טעג וועט זיי אויפוועקן....

אהבת ישראל » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 8:16 am

· #216963
איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל גליסט זיך מיר אריינצישרייבין א מיינונג כדי צי אויסקלארען דאס בילד איך בין אין דע דרייסגער יארען א חסידישער יוד האפענטליך...איך מיטען אייברשטענס הילף חלילה נישט צי שרייבען קיין לשון הרע אין רכילות איך גלליך מער די פאזעטיווע אשכולות

זעמעלע זעמל » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 8:19 am

· #216965
מיין נאמען איז זעמעלע, איך ארבייט שווער אהיימצוברענגען ברויט און שטוב אריין, ווי נישט ווי דארף דאך א יוד האבן ערגעץ ווי זיך דעם קעפל אנידערצולייגן, זעה איך דא אז עס איז דא קאווע שטיבלאך, קרעטשמע׳ס פארברענגענס, נו איז דאך עס ממש צוגעפאסענט פאר זעמעלע.

בין איך דא.

באבא » פרייטאג אוגוסט 15, 2014 8:26 am

· #216967
א חסידישער היימישע בחור, אינטערסאנט זיך אין מיוזיק וכדו', וואינט אין ארץ ישראל אין ירושלים עיר הקודש תובב"א,
דער באשעפער זאל העלפן אז איך זאל זוכה זיין צו משפיע זיין דא נאר גוטסקייט...

איך אויך » מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 10:11 pm

· #217046
זעמעלע ע''ש ווי די אנטווערפענער רופן אונזער באליבטע בעיגל? אדער זעמל פון יענע באוויסטע פלעי? צו גאר ביידע.


באבא פון וועלכע שושלת הבאבאס שטאמט איר? אין-יעדעס-פאל קענט איר מיר ביטע מגלה זיין דיי וואך'ס לאטארי נומערן? איך בין מבטיח צו שטיצן אייערע מוסדות ביד רחבה.

קדש הילולים » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:06 pm

· #217314
איך בין בעל הבית וואס איז ב״ה טרוד על המחי׳ ועל הכלכלה, און איך זיך אסאך מאל צו הערן א גוט ווארט פון א גוטן פריינד, דעריבער בין איך זיך מחי׳ צו קענען זיין א טייל פונעם פראגראם!

תפיליןלייגער » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:08 pm

· #217315
איך בין א חסידישער יונגערמאן, כ'באקום כסדר לינקס אהער, און כ'האב הנאה פון דעם שיינעם קרעמל, טראץ דעם וואס איך בין נישט איינשטומיג מיט אלע דעות דא.
כ'זוך דא צו קענען מיט-שמועסן מיט די חברים איבער די אקטועלע און אידישע נייעס, אזוי ווי אין קאווע שטיבל.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 6:28 pm

· #217316
א לובאב?

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:36 pm

· #217329
מען לייגט תפילין אבער נישט קיין תפילין לייגער ,יחי ההבדל הקטן.

תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:02 pm

· #217712
איך בין א אינגערמאן וואס וויל שרייבן דא. איך דריי זיך דא א לענגערע צייט און קוק ארויס צו אנטייל נעמען אין די פארום. איך פיל אז דא דרייען זיך אינטטעלעגענטע נארמאלע מענטשן.

אינטער ברימער » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:03 pm

· #217713
איך בין נישט קיין שרייבער אין אוודאי נישט זיך צו פארמעסטן מיט די אלה שרייבערס דא אבער איך גלייך צי ליינען די אלע גאר אינטערסאנטע אריקלען אין פין מאל צי מאל סוועט מיר חאפן די גוסטע זאל איך האבן עקסעס צי צולייגען מיינע צווי סענצס

arifriedman » מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:05 pm

· #217714
37 year old Chasidish Educated Participant....Live in Boro Park, Brooklyn

Looking to see what, who and how is out there, participating in this informative, humorous and entertaining site....hopefully enough characters for now

Details to follow

בהסתרה » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:51 pm

· #217906
קאווע שטיבל האט גאר א ווייטן אפקלאנג, און איז א העכסט-אינטערעסאנטע אכסניא פאר אלע סארט שרייב-ווערק אין און ארום די אידישע וועלט

טאמבל סאס » דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:18 pm

· #217916
שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.

עסקן נמרץ » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:03 am

· #218050
די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.

outspoken » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:05 am

· #218052
עסקן נמרץ
די קאווע שטיבל אין מיין בית מעדרעש איז שוין אלט אפגענוצט איך זיך שוין א נייע.

ווער עס ברויך סיי וואסארא הילף פונעם עסקן קען זיך פארבינדן מיט מיר.


יהא בואכם לשלום

ניקסאן » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:05 am

· #218053
אגוטען אלע חשובע חברים דא.

פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערען א חבר דא ?

איך וויל זיך רעגיסטרירען דא אלץ א חבר משום כמה סיבות.
די הויפט סיבה איז.ווייל דא איז א פלאץ וואו מדיסקוסירט און מאיז מברר פארשידענע וויכטיגע און נוצבארע נושאים.
אזעלכע נושאים וואס ווערען געווענטליך געלייגט און א זייט,און ווערען איגרענירט משום סיבות שונות ומשונות,ווערען אבער דא ארויפגרעברענט און די אפן און דיסקאסירט.

מצב,
ככה ככה.

יארגאנג,
און די דרייסיגער.

חסידות,
אומפארטייעש רעגיסטריריט ביי די וואלען אלץ א none בלע״ז

טאלאנטען,
איך האלט אינמיטען אויספיגורען.

שאיפות,
מיין איין שאיפה איז צו לעבן אבער געלעבט כדבעי.

פלענער,
שוין לאנג אדורך דיע פלאנען סטעיזש.

פאלענד ספרינג » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:28 am

· #218057
איך בין א אכט און צוואנציג יעריגער אינגערמאן וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. איך סיין מיר אויף דא כדי צו האבן אן אוטלעט זיך אויסצוגעבן צו קענען ארויסלאזן אביסל סטיעם פון די ארבעט. איך האף צו שרייבן און ליינען ווען איך האב אביסל צייט דורכ'ן וואך.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 11:11 am

· #218092
טאמבל סאס
שלום עליכם, איך וועל אי"ה רעפרעזענטירן די אלע 20 נייע ניקס וואס האבן זיך לעצטנס איינגעשריבן. איך וועל שרייבן אויף זייער ביהעלף.


אלף נכנסין לביהמ"ד ואחד יוצא להוראה.

Mendymendymendy » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:16 pm

· #218191
ג.מ.ג. דאס מיינט, ג'ארנישט מ'יט ג'ארנישט! איך האב באמת נישט וואס צוצולייגן. איך פארשטיי נישט פארוואס איך מוז עס שרייבן מיט הונדערט און צוואנציג אותיות...

רויטע וואנצעס » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:20 pm

· #218192
מענדימענדימענדי שלום עליכם. סתם אן איידיע פאר עפעס וואס דו קענסט יא צולייגן.

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/176967">viewtopic.php?p=176967#p176967</a><!-- l -->

כוכב » מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 11:26 pm

· #218193
אדער קענסטו דא עפעס צולייגן
.<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/178914">viewtopic.php?p=178914#p178914</a><!-- l -->

חסיד » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:41 am

· #218461
א איד וואס וויל צולייגן פארשידענע געדאנקן וכדומה, און קענען פארליינען פארען ברייטן ציבור מיין אייגנארטיגן געדאנקנגאנג אויף פארשידנאטיקייטיגע זאכן

מארקוס » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:03 am

· #218481
כ'וויל שרייבן אביסל וועגן די באבאווער דין תורה, מיט א רואיגן און איידלן טאן מצד באבוב. כ'זעה נישט פארוואס איז מוז מיך דא אויספויקן, מיט מיינע טאלאנטן וכדומה, מען זאגט אז כ'שרייב גוט.

גייווייס » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:34 pm

· #218828
איך צייל מיך צווישען די סאטמאר'ער מיטגלידער. נו וועלכע? וועלכע איר ווילט. מיינע אינטערעסען נעמען ארום א רייע פון טעמען, אריינגערעכענט אבער נישט באגרעניצט צו, וועלטליכע און לאקאלע פאליטיק, פילאזאפיע, געאגראפיע, אלגעמיינע וויסענשאפט, טעכנאלאגיע און טעאלאגיע. פון דא און ווייטער איז בלויז א שפרינג צו מיין אלטימאטיווע פעאיגקייט: דעמאגאגיע. כ'פארשפרעך צו זיין אן אומשאצבארער בייטראגער צו קאווע-שטיבעל פאלעמיק.

כנור » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:56 pm

· #218869
שלום עליכם.

געהערט שוין פון לאנג פון דא. אבער אזוי ווי דער נייעס פונעם טאג איז "באבוב" און איך האב אויך א מיינונג ווי אלע אויף דעם, האב איך זיך איינגעשריבען.

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:13 am

· #218962
איך בין א אינגערמאן מיט א קליין שווארץ בערדל, לעצטענס אפאר ווייסע אויך.
אינדערהיים טרינק איך מים חיים, און אין די קאר קאק.
מיין טעלעפאן האט געווענדליך לאו בעטערי.
איך דרייוו א קעמרי מיט צוויי דריי דענטס.
איך גלייך צו פארברענגען אויפ'ן געוועב ווען איך האב אפאר מינוט, איך האף צו קענען הנאה און מהנה זיין.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:21 am

· #218973
Welcome
אויב קענט איר, @מנחם צו ענדיגען דעם בילד...
די הענטליך פון אייער גלעזער איז אונטער די פיאות אדער העכער?
דו קנעפליך פון אייער ערמעל איז אפען אדער פארמאכט?

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:51 am

· #218975
הארץ און גערן.
כהיום גיי איך מיט לענסעס, אבער איך גלייך שטארק איינער פון די נייע סטייל גלעזער (די פון דזשעי. עף. קעי'ס עפאכע), ממילא פלאן איך בקרוב צו טוישן צו גלעזער. איך האב נאכנישט באשלאסן וועגן די הענטלעך העכערן אדער אונטערן.
און בית מדרש גיי איך מיט א אפענעם קנעפל, ווען איך דארף גיין צו א מיטינג אטעם איך אריין טיף און איך פארמאך עס.
וואטעלס? ציצית האביך צוויי, איינס אינדרויסן און איינס אונטערן העמד.
גענוג קלאר?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:14 am

· #218977
פארוואס צוויי?

אוויץ » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:21 am

· #219048
איך שרייב דא פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל. כדי צי קענען ליינען וואס חברים האלטן אויף פארשידענע ענינים

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:27 am

· #219053
וואס האלטסו אויף פארשידענע עניינים? איך בין בכלל קעגן פארשידענע עניינים, איך האלט אז ס'ברענגט איבערוואג, און בכלל האט מען ביי אונז נישט געהאלטן דערפון.

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:48 am

· #219071
@מנחם און @גייווייס זעען אויס צו זיין פיינע נייעס, לאזט ענק הערן אביסל.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:49 am

· #219072
גיי_ווייס איז ענליך צו ווייס_גיי?....

איש עברי » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:50 am

· #219073
איך אויך
פארוואס צוויי?


קעגן זיינע צוויי ניק'ס דא אין שטיבל.
ועוד יש לומר, א וואלענע פאר זיין אייוועלט-ניק, און א קאטענע פאר זיין היזיגע ניק.
ומי יבוא בסוד קדושים.

תמימותדיגע » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:17 pm

· #219149
@אנאנים, איך בין שוין אן אלט געזעסנער ניק, וואס שרייבט דא גאנץ אפט מיט עטליכע הונדערט גאנץ אינטערסאנטער תגובות אונטער מיין פאסיג. כאטש איך האב נאך כמעט נישט מגיב איבער די באבובער פילוג, האב איך יעצט געפילט אז איך מוז שרייבן מיין געפילן און מיינונג און דעם. נישט וועלענדיג מגלה זיין מיין פערזענליכע איידענטיטעט, האב איך געמאכט א נייע ניק.
עניוועס דא איז א באקוועמע פלאץ, און איך בין ווייטער ממשיך צו שרייבן מיט מיין געהעריגע ניק געהעריגע תגובות.

מנחם » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 3:45 pm

· #219175
איך אויך
פארוואס צוויי?

וועל אין אמת'ן אריין בין איך פיל קילער ווי איך זעה אויס, דאס אז איך גיי מיט איינס אונטערן העמד אויך ווייסן נאר מיינע גאר נאנטע.

אלץ ווייזער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:02 pm

· #219182
איך ליין אסאך אייערע ארטיקלען און איך פיל אסאך אז איך פיל ביי מיר די ווערטער צוצושרייבן אן הגה אדער עפעס אנצומערקן וכדומה האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה

ואימא איפכא » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:19 am

· #219484
איך ליין אפט אייער אשכולות. סאיז געקומען דו צייט זיך צו אנרופען אביסל. סאיז דא זאכן וואס מדארף אמאל פארציילן פאר דו עולם זאכן וואס כהאב אליין געזען. לאו דווקא דאס אדער יענס, כרעד באופן כללי. איך בין א אמת'ער אינסיידער נישט בנוגע עפעס ספיציפעש נאר אין אלגעמיין. כהאב ליב אריינצוגיין און נושאים, און פארברענגען אונערווענדיג אביסל, נאכדעם ארויסצוגיין, און בייטראכטן די נושא פון אלע זייטן. אסאך מאל האט א נושא צענדליגע זייטן , און דער וואס קען צולייגען אלע זייטן אוז לדעתי א גרויסע העלד!

שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:20 am

· #219485
כ'פלעג צו האבן א ניק דא, געווען פון די ערשטע ניק'ס אויף ק"ש. כ'האב געמוסט פארלאזן דעמאלטס מחמת סיבות שונית.
שוין נישט געווען אויפן סייט קנאפע א יאר, כ'וויל זיך צירוק באקאנט מאכן מיט מיינע אלטע חברים

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:23 am

· #219486
שטאפענע קאפעליטש
כ'פלעג צו האבן א ניק דא, געווען פון די ערשטע ניק'ס אויף ק"ש. כ'האב געמוסט פארלאזן דעמאלטס מחמת סיבות שונית.
שוין נישט געווען אויפן סייט קנאפע א יאר, כ'וויל זיך צירוק באקאנט מאכן מיט מיינע אלטע חברים


פארוואס קומסטו נישט צוריק מיט די אלטע ניק?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:33 am

· #219487
ער האט אויך געוואלט נעמען I'M BACK, אבער ס'שוין געווען פארנומען...

כגוונא דיליה » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:03 pm

· #219685
איך בין א יינגעמאנטשיק אין די הויכע 20 יאר׳ן איך ליין אסאך קאווע שטיבל שוין קרוב צו א יאר, סאיז א גיוואלדיגע מקום וואס קלינגט מסוף העולם ועד סופו ושמעו הולך בכל המדינות, סאיז חודש אלול א צייט פון תשובה האב איך אריינגקלערט אלץ הכרת הטוב איך זאל אויך שרייבען דא דארט מיינע צוויי גראשען

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:27 pm

· #219689
Wow
עס קלינגט מסוף העולם ועד סופו... ושמעו הולך בכל המדינות.... פשיהא, אריין אין אשכול פון זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט....

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:45 pm

· #219705
שמעקעדיג
Wow
עס קלינגט מסוף העולם ועד סופו... ושמעו הולך בכל המדינות.... פשיהא, אריין אין אשכול פון זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט....

האסט געמיינט אז דארט איז די גראז גרין און ס'נישט דא אויף וואס צו קוועטשען?....

בן זכאי » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:11 pm

· #220166
א געווענליכע מנחה-מעריב יונגערמאן, איך גלייך די מענטשהייט אבער געב זיך אכטונג צו האלטן אביסל א שטרענג פנים נישט צו ווערן קהל'ס נער, פון די אנדערע זייט בין איך דער לאכעדיגע פעטער און די אויפגעקלערטע שוואגער, דער וואס איר וואלט אויסגעוועלט צוצוגיין אין בית מדרש פרעגן ווען די נעקסטע מנין איז אדער בארגן א גארטל.
מיין מצב, טאלאנטן, אינטרעסן, יארגאנג, פלענער, און חסידות, זענען דינאמיש, עס טוישט זיך פון תקופה צו תקופה, טיילמאל פלאן איך צו ווערן א תלמיד חכם, און טייל מאל פלאן איך צו באגיין זעלבסמארד, עס זעהט אויס אז ביידע וועלן נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת.
וואס איך וויל מיטטיילן מיט חברים? איך האב נישט קיין סך צו אפערן, גאנץ ווייניג חכמה, און א קליין ביסל לעבנ'ס ערפארונג, איך וויל מיך דרייען אין שטיבל, קאמענטירן, נערווירן, לאכן, און אונטערוועגנס געוואויר ווערן אפאר נייע זאכ'ן וואס וועלן מיר אפשר קלוגער מאכן אין די אויגן פון מיין ווייב.
און יא איך ווייס וועלכע פרוכט מען נוצט פאר ד' מינים...

רויטע וואנצעס » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:34 pm

· #220180
זכאי וועלקאם! שרייבסט אזוי גוט אז איך פיל איך קען דיך שוין אפאר יאר, ארויף אויף מיין וועטשערען ליסטע.

מנחם » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:41 pm

· #220185
איך מיז זאגן אז דאס אז מען מיז שרייבן א פערעגראפ צוויי ביים זיך איינשרייבן איז א געוואלדיגע זאך, ווען נישט וואלט נאך מיין ניק געווען לכאורה אומבאנוצט.

באלעבאס » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 3:31 pm

· #220509
דאס ביסל וואס איך פארמאג איז רועגקייט
דאס ביסל וואס איך שטרעב נאך איז לייטישקייט

א בארא פארקער בעלעבאס מיט א געשמאקע דארשט פאר וויסנשאפט

אדמו״ר » מיטוואך סעפטעמבער 3, 2014 12:20 pm

· #221075
שלום וברכה. כ׳גלייך זייער א היימישע סביבה ווי מ׳קען זיך אביסל אויסשמיסען ענינים העומדים ברומו של עולם. כ׳האף אז כ׳וועל דא טרעפן את שאהבה נפשי. הצלחה.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94