☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

78247824 » מיטוואך מאי 17, 2023 4:36 pm

· #525012
A plain evarige x chasidei who wants to share thinkings. and to enjoy discotions with other menb and some time to larn about diffrand meanings but after all it pays to be here

פאריעריגע שניי » מיטוואך מאי 17, 2023 4:37 pm

· #525013
יארן לאנג וואס איך פלעג באזוכן די אלעמען באקאנטען קאווע שטיבל זייטל צו באקומען אינפארמאציע איבער דברים העומדים כל הפרק, איך האב אויסגעקליבן די זייטל ווייל דא טרעפט מען אלעס רוחניות אין גשמיות אנא צענזורירן די נושא. לעצטנס איז דא א פרישע תקנה דא מ'זאל זיין רעגיסטרירט, איך שטיץ עס אין וויל ווייטער הנאה האבן, איינמאל מ'וועט ווערן א אפיציעלע מעמבער וועט מען פרובירן אויך צולייגן מיינע פאר צענט צו די וויכטיגע נושאים עמיערצעהשעם.

קלמישל » מיטוואך מאי 17, 2023 4:37 pm

· #525014
אקעי, איך האלט מיך שוין צוריק זייער אסאך יארן פון זיך איינשרייבן, אבער יעצט רייצט עס אן מיט נאר זעהן די ערשטע קאמענט. איך בין אינטערעסירט. מיין אינטערעסן זענען די זעלבע שטותים וואס אלע חברי השטיבל אינטערעסירט.
איך האב נישט קיין סאך מער וואס צוצולייגן.

shadchan » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:35 pm

· #525183
hello everyone! i love shmoozin and listening to others.
b"h i also have allot of extra time to do it here.
however the only issue i got here at work is that they do not have yidish letters on tge keaboard so...

נועם אלימלך » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:36 pm

· #525184
איך גלייך צו ליינען פארשידענע ענינים און אז איך מוז מיר רעגיסטרירן וועל איך דאס טוהן. באמת איז מיר א פלא פארוואס דא דארף מען יא רעגיסטרירן בשעת אז צום אייוועלט וועבסייט קען מען אלעס ליינען אן דעם. נו, כ'האב נישט וואס מיט צו טיילן אדער שרייבן ווייל איך בין בעיקר א ליינער נישט קיין שרייבער און איך האף אז דאס וועט נישט צוריקהאלטען מיין אנגענומען ווערן. נו, האב איך שוין די פערציג ווערטער? איך האף זעהר אז יא. יישר כחכם.

אויפריכטיג » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:37 pm

· #525185
כ'בין נייגעריג צו ליינען וואס מ'שרייבט ממילא שרייבן איך מיר איין מיט א כוונה צו זיין אן עומד מן הצד און מיט האלטן מהנעשה והנשמע ביהדות החרדית און אין די אלגעמיינע וועלט. צו די נייעס איז פאזעטיוו נעגעטיוו אמת'דיג און פאלש סיי וואס נאר און אויב וועט אויספעלן וועט מען אריינרעדן כפי יד ה' הטובה עלי וחפץ ה' בידינו יצליח

פאסטום » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:37 pm

· #525186
פשוט איך וויל ליינען זאכן ארויס פון די באקס אביסל אן קיין איבערגטריבענע צענזור, איך בין א שטאלץ באבוב'ע חסיד מ'שטיינס צו זאגן, איך ארבעט שווער און אמאל מעג מען זיך אויסלופטערן דעם מח מיט ליינען עפעס א בע'טעמ'ט שטיקל מ'מוז נישט לאו דוקא צו רייכערן א לולקע ציבעך דאס צו עררייכן, שרייבן קען איך אויך אביסל במילא שעץ איך די וואס טויגן דערצו און לאזן ארויסרינען פון זייער פעדער גוטע זאכן ווי דער טשטאקלאד וואס רינט ארויס פון א פריש אפגעבאקענע קאקאש קעיק. זאכן וואס מפני הקהלות און פאליטיק ווערן צוריקגעהאלטן אויף אנדערע מקומות צו שרייבן דערפון איז גוט צו האבן א ווינקל וואס מ'קען די אינפארמאציע עררייכן און דעבאטירן כדרכו של בני אדם

משמח אנשים » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:38 pm

· #525187
איך בין א שטארקע חסיד פון אסאך רעביס און רעבישע הויפן אזוי אויך האב איך אסאך אינטערעסע צו מאכן פרייליך אידישע קינדער און ברענגן א שמייכל אויף זייער פענימער איך פרוביר עס אויף אלע אויפאנים מעגליך צו איז עס זאגען א גוט ווארט צו זיי צוזאמען נעמען און פארברענגן מחזק זיין אד"ג

שרולי » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:39 pm

· #525188
א חסידישער ערליכן יונגערמן א פושטער ייד אלט 22 יאר וינט אין א"י זיכוט צו העלפן אידישע קינדער אוף וועלכע וועג סאיז שייך
איך האב נישט נאך וואס צו דערציילן
זאלט איר אלע זיין געזונט אין שטארק

דוד סס » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:40 pm

· #525189
איך שרייב א ספר אין איך קיק נאך אסאך אשכולות I do research on America before the war chassidus and psak from those times I am A zanzer einekel I live in willamsburg im origganly from monsey

אנגענעם » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:40 pm

· #525191
איך שפיר אז פאר מיר איז וויכטיג די אפענקייט די פרידאם אפ ספיטש וואס דאס מאכט מ'זאל לעבן מיט די עכטע אמת און נישט לעבן בעולם הדמיונות והשגיונות ובעולם החלומות. און אזא פלאץ ווי קיינער ווייסט נישט ווער דו ביסט איז די בעסטע פלאץ צו הערן די אמת אן קיין פחדים וחנופה. סאטמארע סביבה. שאיפות צן וויסען די אמת פון יעדער זאך

Hollmoll » דאנערשטאג מאי 18, 2023 7:41 pm

· #525192
I have knowledge within chasides in Europe Part of this conversation and gain insights on heimishe topics

I'm not a writer so I hope this is going to be good I'm a retired person I would like to be

דער קלייגער » זונטאג מאי 21, 2023 7:48 pm

· #525562
איינע פון ​​די אינטערעסאנטסטע גרופעס וואס איך האב געזען און עס קלינגט מיר זייער אינטערסאנט צו זיין איינער פון די מיטגלידער פון דער גרופע און ווייל מען דארף אראפשרייבן אמווייניגסטנס 160 אותיות, איך פרוביר צו שרייבן אזויפיל ווערטער ווי מעגליך איך האף אז איר פארשטייט מיך

יודא סופר » זונטאג מאי 21, 2023 7:48 pm

· #525563
אויף געצויגן געווארן אין בארא פארק צו א בעל בתישע משפחה מיט רבישע יוחס דארך אויס מיין יונג לעבן האב איך אסאך נאכגעגאנגען מיין אפשטאם און ראשי ולבי שם און פאר דעם קום איך ארויף דא כדי צו נאשן מער

הושיעינו ונושעה » זונטאג מאי 21, 2023 7:49 pm

· #525564
איך האב ליב צו דורכטראכטן א זאך ביזן סוף, ווי למשל אידישקייט ענינים, און סייענס, און די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען עס טון אן ווערן צענזורט, איז דא אויף קאווע שטיבל, איך האף אז עטס וועטס הנאה האבן פון מיר, און איך פון ענק

LIVE112233 » זונטאג מאי 21, 2023 7:50 pm

· #525565
האב ליב צו זעהן נייע זאכן, זעהן פארשידענע מיינונגן פון פארשידענע מיני מענטשן.
איך בין חתונה געהאט, איבער די 35, ארויס פון כולל סיסטעם, אויף געוואקסען אין א חסידישע סביבה, וויל זיך לערנען נייע שפראכן, נייע פאכן, נייע מושגים, און וואס נישט.

fasten11 » זונטאג מאי 21, 2023 7:50 pm

· #525566
פארוואס איר וויח ווערן א מיטגלעד אין קאווע שטיבל.
איך לעצטנס א גרויסע אינטרס צו טרמפים אידיש לידור.
,אויךהאב איך שטארקע אינטערעסן פון פארביסענע אלטס ארכיון צ.ב.ש. בילדער lyrics א.ד.ג.
מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, פלענער, האב איך נאך נישט קלארק אידינטיפיצירט. אפשר לינגועל קענטענישט איז מיין טאלאנט.

פרייוועסי » זונטאג מאי 21, 2023 7:51 pm

· #525567
לאמיר זיך האלטן צו אונזערע פרינציפן פון צושטעלן א פלאטפארמע פאר יעדן באזונדער צו קענען פרייערהייט (צו פרומערהייט) שרייבן און ליינען וואס ער וויל אן קיין באגרעניצונגען.

ארץ ישראלדיגע יוד » זונטאג מאי 21, 2023 7:51 pm

· #525568
א ווילע יוד, או איך וויל שטארק זען וואס אמריקנע יודען שראבען אויף ארץ ישראל
צוליב דעם אויב איך אראן און דעם "קאווע שטיבעל".
מאן חסידות איז "כלל חסידי" און איך וועין און ארץ ישראל און דעם שטאט פתח תקווה.
איך אוב נישט אפעס ספּעציעל צו שרייבן, איך האב געוואלט בעיקר זען וואס ענק שרייבען (אויף ארץ ישראל).

איבערגעטראכטער » זונטאג מאי 21, 2023 7:52 pm

· #525569
אייוועלט איז געווען פאר מיר צו פארמאכטע קעפ.
קלאוס מיינדעד.

ווי אויך, איך האלט אז מיינע דעות שטימען נישט מיטן אלגעמיינעם המון עם וואס באזוכט אייוועלט.

אויך, וועלנדיג ליינען קאווע שטיבל האב איך געמוזט זיך איינשרייבן.

הרוצה בעילומו » זונטאג מאי 21, 2023 7:52 pm

· #525570
צו זעהן דעם אמת וואס גייט פאר אין די היינטיגע וועלט, די פאלשקייט מיט וואס די מנהיגים שטאפן אן די מאסן, די אונטערדריקונג פון טויזענטער ערליכע אידישע בחורים און אינגעלייט אונטער די פירער-פארפירער וועלכע טוען מיט זיי ככל העולה על רוחם ווי ס'וואלט געווען זייער געצייג, און איינע פון די ווינקלען וואס דעקט דאס אביסל אויף איז אט דער דאזיגער שטיבל פון קאווע

טעמישוואר » זונטאג מאי 21, 2023 7:55 pm

· #525571
איך בין א אינגערמאן אין מיטעלע צוואנציגערס פין היימישען אפשטאם געבוירן אין מאנסי געהייראאט מחוץ לעיר וויל האלטן קשר מיט אמעריקע מיין אינטערעסע אין טעכנעלאגיע אין ארט

924cap » מאנטאג מאי 22, 2023 10:49 am

· #525651
i like to see second opinions of which you cant find in regular news
and see unbiased news articles which is not the mainstream media
and see what the other part of the coin is

משה גרונם » מאנטאג מאי 22, 2023 10:50 am

· #525652
איך האב געהערט פין א חבר אז עס איז א געשמאק פלאץ. בעצם בין איך אויף איי וועלט ,אבער ער זאגט מיר אז דא איז נישט דא די צימצם ווי דארט ,אין מען רעט דא סך מער נושאים . סא וויל איך עס אויפראפירן

דאקס99 » מאנטאג מאי 22, 2023 10:51 am

· #525653
I live in England. I have joined Kave Shtiebel to read more about Jewish news in the Charedi communities in the UK. I am also an enthusiastic Yiddish learner and would like to improve.

אלפא » מיטוואך מאי 24, 2023 12:03 am

· #525884
איך האלט מיר פאר א דענקער,
פון מוזיק, פאעזיע, און ארט, צו פיזיקס, מאטעמאטיק, און בייאלאגיע. לאגיק, צו מאראל. סאציאלאגיע, ביז פסיכאלאגיע. וואו נאר וויסענשאפט לאזט פינגער אפדריקן, וואו מחשבה האט א טיר.
פארשטייט זיך תורה'דיגע נושאים, היסטאריע, אנאליזן, נייעס און קאנטראווערסיעס.
איבער אלעם גלייך איך דאס טינטיג'ס און געשפרעך. בפרט מיטן אידישן זאפט.
אבער אזויווי ס'איז שווער צו האבן די סארט שמועסן אינעם פיזישן קאווע שטיבל, האט ער א פלאן זיך געמאכט, פרובירן דא- זען וואס עס בראכט..

מורה דרך » מיטוואך מאי 24, 2023 12:04 am

· #525885
I enjoy to read and write about technology and interesting stuff,I'm in my low 30's and I mostly enjoy politics and history I also like to play music, I'm in the process of learning to play clarinet

גראמאטישער » מיטוואך מאי 24, 2023 12:05 am

· #525886
קאווע שטיבל איז א געשמאקע אומצענזורירטע פלאטפארמע אן אלטע ליינער וואס וויל שרייבן האב איך אפגעמאכט אז דער צייט איז געקומען צו עפענען אן אייגענע ניק.

מיט האפענונג אז דער עולם וועט הנאה האבן.

יאנקל פאדראטשיק » מיטוואך מאי 24, 2023 12:05 am

· #525887
איך האלט מיך פאר א שטיקעל אויפגעקלערטער אינגערמאן אין די נידריגער פערציגער יארן, איך בין אויך אויף אייוועלט און איך קען נישט דולדען זייער צענזור, איך וויל קענען מיטהאלטן נייעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש אויך, ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו הערן די מיינוגען פין אלע סארטן מענטשען, און בעיקר די פרידאם אפ ספיטש, איך בין נישט א גוטע שרייבער איז וועט איר נישט אפשר הערן פון מיר אזוי אפט אבער פון צייט צו צייט וועל איך לאזן הערן מיין מיינונג אויך.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 12:36 am

· #525900
יאנקל פאדראטשיק: שלום עליכם. מסתמא ביסטו אן אייניקל פון דעם אריגינאלן (ר') יאנקל פאדראטשיק פון די אלטע, ירושלימ'ער דאס אידישע ליכט. דער זיידע ע"ה ר' יאנקל פלעגט שרייבן זייער הומאריסטיש. איך האב אייביג ליעב געהאט צו ליינען זיינע ארטיקלעך. א סאך הצלחה.

שערי יושר » מיטוואך מאי 24, 2023 12:38 am

· #525902
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אה שלום עליכם ר' בערל, נישט געהערט פון אייך זייט נעכטן, האמיר זיך שוין אנגעפאנגען זארגען צי אלעס איז בסדר.

berlbalaguleh » מיטוואך מאי 24, 2023 1:07 am

· #525911
לייג דיך צוריק שלאפן. מיט אלע גילגולים...!

און ביטע גיי אראפ פון מיין קעיס. הן לטב ולמוטב...שקויעך...!

אלטער בחור » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am

· #526088
איך זוך א שידוך אזויווי מקען זעהן פון מיין נאמאן אויב האסטו פאר מיר א געדאנק דומאלטס ביטנ איך. עט אייך ברחמים טראגטעסאן איך אפ איך. ין שוין אנגעקימען צו 140 תווים אזוי איך זאל זיך קענען איינשרייבן צום מערכת

תרמב » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am

· #526089
סטריזוב
אברך חסיד ויזניץ בן 24 מאוד מעוניין בפוליטקה של חסידות ונייעס שקורה במקומות ובחסידות אחירות
אני מקשיב תמיד לקוויי נייעס של חסידות אחרות ומאוד מאוד מעוניין בהיסטוריה של חסידות ובפרט בפוליטקה שיש ושהיה בחסידות שונות
מה הקשר בין ויזניץ לסטריזוב?

יצחק'ל » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:38 am

· #526090
צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט

לבית הלוי » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:39 am

· #526091
בס"ד
קונדיג דורך דעם וועבזייטל געפעלן מיר אסאך פון די נושאים וואס ווערן דא דיסקאסירט. האפנדיג מיט די צייט וועל איך אליין מיטטיילן געוואוסע זאכן וואס אינרעסירן מיר און קען זיין אינטרעסאנט פארן אודיענץ.

פרוכט זאפט » דאנערשטאג מאי 25, 2023 10:41 am

· #526092
א גוטן ערב יום טוב איך שרייב מיך איין אין קאווע שטיבל צו קענען רעדן און שמועסן מיט טייערע אידישע ברידער איבער אלע ענינים ברוחניות ובגשמיות. די אויבערשטער זאל געבן פאר יעדן פון ענק ברכות לרוב.

אבטח ולא אפחד » דאנערשטאג מאי 25, 2023 2:08 pm

· #526133
יצחק'ל
צו פארמערן דעות און דעת וויסנשאפט חכמה. הערן מערהייט פון מיינונגען זענען די געבוי פון א מענטשן. אן זיין א אינגעשריבן אין קאווע שטיבל פעלט אייך א שטיק בארא פארקער אידישקייט
אינטערסאנט צו פעסטשטעלן, איז אייוועלט מער וומס"ג און ק"ש מער ב"פ?

פאעזיער » זונטאג מאי 28, 2023 7:59 pm

· #526260
שוין, עמיר זיך פארטעלן דא הינען פאר די אלט געזעסענע תושבים דא אין קאווע שטוב'ל. איך בין א געבוירענע טראכטער און דענקער, וואס די קאפ שטעלט זיך מיר נישט אפ, און האב פון נאטר אויס א שטיקל חוש אין שרייבן און אין פאעזיע. די צוזאמענשטעל פון די אויבענדרמענטע צוויי נאטורן שטיפט מיר שטארק זיך ארויסצוגעבן און מיטטיילן מיינע קלארע און ריכטיגע געדאנקן אויף א שיינעם און לייכטער אופן (נעוואדע האלט 'איך' אזוי...)

אפאר גרייצער » זונטאג מאי 28, 2023 7:59 pm

· #526261
ארבעט שווער פאר אפאר גרייצער נאך א טאג ארבעט ברויך מען זיך אויסליפטערן אביסל אין נייעס און נאך.
מ’האף מיר צוצוגעבן דא אביסל פון אלעם.
מ’האב מיר ב"ה א גוטע פענע אין אידיש און מ’קען מיר קאווערן אסאך ענינים פול נייעס ביד פראקטישע עצות און הילף פאר אנדערע.

ישעי שמואל » זונטאג מאי 28, 2023 8:00 pm

· #526262
שלום רב אין הגיטן טאג פאר ענק אלע טיירע חברים פין דעם היימישע פלאץ ואס נעמט צאם אלע גוטע זאכן וואס איז נאר דא
איך ויל זיין מחובר צי דעם פלאץ וועגן די נושא פין חסידות אין די וערטלעך אין נאך פיל אנדערע זאכן וואס איז דא אין דעם פלאץ איך בין התושב ארץ ישראל אין די שטאט אשדוד

קאנטשיס » מיטוואך מאי 31, 2023 12:00 am

· #526597
איך בין א כלל חסידי אינגערמאן אין די מיטעלע דרייסיג יארן.

איך קוק ארויס צי קענען ליינען, שרייבען און שמועסן מיט א רואיגקייט, אפענקייט, און פרייהייט איבער זאכען וואס איך בין מחשיב ווי מוזיק, ספיריטשועליטי, היילונג, נאטור און קולטור.

א פרישע אינגערמאן » מיטוואך מאי 31, 2023 12:01 am

· #526598
איך האב ליב מיצוהאלטן כל מיני נייעס און אלע סארטן ענינים, איך האב ליב צו זאגן מיין מיינונג און אלע הינזיכטן, און פארברענגן אינאיינעם, אבער איך בין מכבד יענעם'ס דעה אויך!

המאיר לארץ » מיטוואך מאי 31, 2023 12:02 am

· #526599
איך בין א ערליכע יוד וואס קאכט זיך אין חסידשע ספרים וואס זיכט די אמת וחפשתי ומצאתי דא און און קאווע שטיבעל איז פון די איינציגסטע פלעצער ווי מען קען נאך רעדן די אמת אן ווערן אראפגריסען עד לעפר האב איך מיר תיכף איינגעשריבען

jacobgreen » מיטוואך מאי 31, 2023 12:03 am

· #526600
איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל

zugnur » מיטוואך מאי 31, 2023 12:04 am

· #526601
געהערט האב איך פון אייער פארום אזוי בדרך אגב אז עס איז דא אידישע נייעס מיט א ברייטערע בליק ברויך מען עס דאך אויסטשעקן אבער למעשה זעה איך אז מען מיז זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען
אבער דערווייל די אשכולות זעהן אויס אינטערסאנט

צומישט און צוחישט » מיטוואך מאי 31, 2023 12:11 am

· #526605
jacobgreen
איך ווילן לייענען פּאָליטיק וואָס איך וויל נישט רעדן אין ציבור
איך בין שטאָלץ צו זיין א סאטמארער חסיד
איך וואוין אין מאנסי, שיק מיינע קינדער קיין סאטמאר
איך האָב משומר, עס איז מיין האָפענונג צו נישט זיין דאָ צו פיל
משומר לאזט דיך קוקן ק"ש?

Jawaja » מיטוואך מאי 31, 2023 10:09 am

· #526634
there is actually nothing to describe... you must see it to understand it...
im just me... as i am...

i love hashem
i like politik
i hate things that are in contrast to our holy torah
im trying to be always happy...

מה נשתנה חכם » מיטוואך מאי 31, 2023 8:42 pm

· #526724
איך בין א חסיד. א חסיד פון דעם אויבערשטען און פון אלע ערליכע אידן. איך וויל הערן און רעדן נאר דעם אמת. נישט קיין בעלאוני. שרייבט טייערע אידן אן מורא האבן וואס אנדערע מענטשן וועלן זאגן טראכטן אדער טוהן.

new news » מיטוואך מאי 31, 2023 8:43 pm

· #526725
א גוטן
נאך א לאנגע צייט זיך דרייען אויפן געוועב בין איך אנקעגן געקומען א פלאץ וואס הייסט איי וועלט
נאך א שטיק צייט זיך דרייען דארט בין איך אנקעגן געקומען עפעס וואס הייסט קאווע שטיבל
נאכן עס זעהן האב איך אפגעמאכט צו ווערן אן אקטיווע מעמבער
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94