שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע מענטש ברוך השם אזוי ווי ענק אלע. איך האב ברוך השם געלט איך האב ברוך השם א קאר און איך דאנק יעדען טאג די אייבישטער אז איך לעב און איך בין געזונט. דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א מיטל יעריגע חסידישע אינגערמאן און איך בין נייגעריג צו לערנען נייע געדאנקן אלע מאהל. איך בין ספעציעל נייגעריג צו הערן מיינוגנס פארשידענהייטן בנוגע טעמע׳ס. צו זעהן צוויי זייטן פון דער מטבע. אין אזא פלאטפארמע ווי קאווע שטיבל איז דאס מצוי.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די סיבה איז פשוט, דא איז א פלאץ ווי מקען זיך צו נויף רעדן אין א ביסל א העכערע לעוועל, נישט סתם געדווחנט, נאר זאפטיגע תגובות איינס נאכן צווייטן.
נישט נאר דאס, נאר דער רעספעקט וואס מגעט איינס פארן אנדערן איז נישט אוועק צומאכן
בקיצור, צייט זיך איינצושרייבן. יישר כחכם , ותזכו למצוות
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זעהן און לײענען און הערן און אפֿשר צו לייגן צו נושאים וואס איז מיר וויכטיג און דא ווערט עס אויסגעשמועסט מיט א קלארקייט און מיט א אפענע און גראדע קאפ און שכל צווישן ערקוואסענע און נארמאלע מענטשן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן, ברודער.
לאמיר זיך אוועק זעצן ביי א גלאז הייסע קאווע, און זיך אויסשמועסן און קלוגער ווערן איינער פון דעם אנדערן...
כ'ווועל פרובירן צולייגן מיינע צוויי גראשן צום דיסקוסיע..
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטען איך בין א היימישע אינגרמאן וואס וויאינט און ברוקלין און האט ליב וויסענשאפט און ידיעות וואס מחמת איזהו סיבה ווערט עס נישט געדעקט און די היימישע אויסגאבעס און צייטאנגען
און איך מיין אז אויף קאווע שטיבל ווערט יא געדעקט דעיע נושאים.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ער פרעגט פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? יעדע אקט וואס איך באגיי איז דען במחשבה תחילה? נאר עס איז אזא רויע רצון וואס נאגט און גליסט טועם צו זיין פון עץ הדעת (טוב ורע).
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן געבוירן בין איך אין ירושלים ד'אמעריקע וויליאמסבורג , א שרייבער בין איך נאכנישט [מיט די צייט האפט מען צו ווערן ] די מח צו ליפטערן גלייך איך, [איך גלייב אז יעדער גלייכט דאס] זאגט מיר א חבר אז אטע דא איז די גישמאקסטע אויסגעהאלטענסטע פלאטפארמע , מילא זעמיר דא ,
ברכה והצלחה וכל טוב אמן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין א לאנגיאריגע חסיד פון קאווע שטיבל, וואס גיבט די געלעגענהייט צי דיסקוסירן מיט היימישע אינטיליגענטע מענטשן. דארף מען דאך אויך אמאל צושטייער געבן און אריינווארפן אן הערה, מאמר אדער געדאנק
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א וויליאמסבארגער יונגערמאן, גראדע נישט אזוי יונג, מער שוין דעם צווייטן העלפט.
איך גלייך צי ליינען וואס דער עולם האט צי זאגן / שרייבן דא איז וויל איך דא איינשרייבן אין אזוי אפשר אויך אריינרעדן דא, עס איז זייער וויכטיג מי קענען אויסשמיסן עניינים אזוי דא אויף די פרייהייט
שכח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ליב האבער פון פארברענגען און שמועסן, ווי אויך זיך דורך שמועסן און דיסקוטירן טעמעס און השקפות אין א היימישן געשמאקע אטמאספערע אזוי ווי אין אן עכטע קאווע שטיבל. איך בין עמך יוד, און איך האף אז איך וועל הנאה האבן פון קאווע שטיבל און אז די מעמבערס וועלן הנאה האבן פון מיר.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צו קענען שמועסן און פארברענגען אויף א שיינעם געשמאקען אופן און זיך אויסליפטערן ווען עס פעלט אויס און צו הערן און לערנען פון אנדערע פיינע אידן אינהלטסרייכע ענינים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואס איז נייעס? סוי איך בין אביסל בארד האב איך דעסיידעד אז סאיז שוין צייט פאר א ניק אויף קאווע שטיבל
סוי יא אונז וועלן באייזער האשעם ביידע צוזאמען
הצלחה רבה
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הערט געהערט אז מען שרייבט דא זאכלעכע ארטיקלען וואס מען קען באמת הנאה האבן.
וואלט איך מיך זייער געוואלט איינשרייבן איך האף מיטן אויבערשטענס הילף געוואר צו ווערן אסאך ידועות אין נייעס
יישר כח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ונתגלגל נשמתי…
אינעם עבר פלעג איך גאנץ אפט זיפן א גלעזל קאווע דא אין שטיבל, though נישט געשריבן גאר אפט. זייט׳ן באנייען די תקנות דא מיטן מוזן זיין אקטיוו, איז מיין פאריגע נשמה דא געגאנגען א גאנג.
היצטערד מיט׳ן אויפוואכונג דא איבער מוזיק אינקלודיג אלגעמיינע, וויל מיין נשמה צוריק אנהייבן זינגן שירה דא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס איז זייער פארשטענדליך אין האט ארויס א נושא מבין דבר מתוך דבר און ספעציעל די נושאים וואס ווערט נאר אויסגעשמועס אויף קאווע שטיבל וועגן דעם האב איך מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן וואס פרובירט צו טון דעם רצון השם, איך וואוין אויף א הויעכער שטאק אן קיין עלעוועיטער, איך גלייך ווענילע יאגארט איבער ציקערלאזע קאווע, און אייער שפייז איבער שפילן קארטן, עס וועט מיר זיין גאר געשמאק צו פארברענגען מיט אייך, און איך האף אז פאר אייך אויך!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א וואילער חסידישער יונגערמאן דאווענט דריי תפילות א טאג אין פרובירט צו ברענגען פרנסה אין שטוב. ענדזשויט היסטאריע אין אלטע חסידישע פאליטיק , אין לעבידיגע דעבאטעס אין אלע ענינים אין נושאים. ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידי. לקדש שם שמים!!!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב. צו לייענן אין שרייבען.איך בין אינטערסירט צו זעהן וואס אנדרע שרייבען.א פשוטער איד פין בארא פארק.
איך זעה מען דארפט שרייבען 160 אותיות. האט טא דא האסטו
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן יעדער איינער ס'איז מיר א כבוד און א זכיה אז כקען מיר היינט אויפסיינען אויף קאווע שטיבל
מיין האבי איז חזנות און איך בין דא צו משפיע זיין אויף סיי וועלעכע פארנעם שייך
צו זאל עס זיין אנאליזן היסטוריה ביוגרפיה תולדות עם ישראל פאר די 2'טע וועלט קריג וואס חזנות האט דעמאלטס זייער שטארק געלעבט און איז געווען זייער אקטיוו
שרייבר וועגן נאויטס אדער צושטעלן נאויטס קען איך אויך
און אויך האב איך זייער ליב מיוזיק זאל זיין סיי וועלעכע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געבוירן אין א פאמיליע וואס די טאטע שטאמט פון פוילן און די מאמע פון אונגארן. איך האב זייער ליב צו לערנען ספרים פון ליבאוויטש און איך בין א טשערנאוויצע חסיד.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין אין מיינע מיטעלע צוואנציגער יארן, אויפגעוואקסן אין די היימישע ברוקלינע געסעלאך, מיין הנאה איז צו הערן פארשידענע ערליי מיינונגען, דאס איז איינע פון די פליאות היצירה אז יעדער בר נש טראכט אויף זיין אייגענע שניט און מהלך המחשבה, און קאווע שטיבל איז א פלאטפארמע וואו מ'גיבט א געלעגנהייט פאר אנשים כערכינו צו לאזן הערן זייערע דעות און מחשבות ללא חת ומורא, איך האף איך וועל הנאה האבן דא, ומיני ומינייכו תסתיים שמעתתא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווייל אויב מען רעגיסטרירט זיך נישט קען מען גארנישט ליינען ממילא רעגיסטריר איך מיך. אין איך האף אז עס וועט זיין אינטערסאנט אין פארברעגען אין הנאה האבן פון די פלאץ.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א פלאץ וואו מען קען פארברענגען געשמאַק אויף אידיש איבער אלע נושאים וועלטליך אין אידישע נושאים אין נישט אַ פלאץ וואו מען לאזט נאר איין זייט געהערט ווערן נאר א פלאץ וואו מען קען שמעוסן אין הערן מיינונגען אנדערש ווי איך האלט אזוי ערוואקסענער מענטשן אין נישט אויב איינער זאגט אנדערש ווי מיר דארף מען אים שטיל מאכן. פאר די סיבה זיך איך צו זיין אויף דעם פלאטפארמע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ’קען די סיסטעם און ס׳איז גוט, אבער…………… און א קאווע שטיבעל זאגט מען הויך וואס א צווייטער טראכט שטיל, נו הערט מען פארשידענע מיינונגען איז די תוצאה אז עס קומט ארויס א שלימות
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווען פרייהייט פון ווארט הערט זיך אויף,
דאן איז ווען מלחמות הייבן זיך אן
דערפאר איז מיר א זכיה זיך צו געפונען צווישן די קאווע שטיבל קאמיונוטי וואו פרייע שפראך איז געשעצט און ווערט פראטעקצירט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אלס געהערט אז דא איז א פיינע פלאטץ צו פארברענגען. אין שמיסן. איך האב אלס געווילט זיין א חלוק פין די חבריה.
דאס איז א פלאטפארם וואו מען קען זיך איינשרייבן און שמועסן מיט אנדערע. איך האב שוין לאנג געהערט אז דא איז א פיינע פלאץ צו פארברענגען, איך האב שטענדיג געוואלט זיין א חלק פון די חברה דא. מיך איינשרייבן צו זיין א טייל פון דעם איז א שריט צו ווערן אן אקטיווער טיילנעמער אין א דינאמישע און שטיצנדיקע קהילה.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאמיר זיך פארשטעלן
אההעם...... א יונגערמאן מיט א שטיקל פענע מיט איבעריגע צייט זיכט אויסציגעבן פין זיך טאלאנט אין פראבירן אנפילן די צייט צים האפן אז קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלץ פארשער און נאכהענגער פאר אומצאליגע יאהרן און גאר קיוריאזער זאכן, ליינענדיג וואס טוהט זיך דא בין איך זייער אינטרעסאנט וואס איז באהאלטן אינעם מעמבער אנלי ארטיקלן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס ליינט ליינט ליינט ליינט און האפט אז די אינפארמאציע וועט פראסעסירט ווערן אין זיין געהערן און נישט דארפן איבערליינען ליינען און ליינען
איך גלייך צו ליינען אין די נייעס און וואס נישט…….א דאנק!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס האט גוטע שאופות אין לעבן אין וויל אוסניצן די צייט מיט עבודת השם אין וויל דינען די אויבערשטער א גאנצע טאג אין בין הפרקום זיך אביסל אויסליפערן די מח מיט גוטע אין אינטערעסאנטע זאכן אין נייעס צו קענען אונגיין ווייטער
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע איד אין איך האב ליב מחשבה און חסידית. איך בין א שרייבער איך קען זייער גוט ארויס ברענגען מיינע געפילען דורך א פענע. איך בין זייער פריילעך זיך צו טרעפען מיט נייע חברים דא אויף קאווע שטיבל.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאקשען שמאסער #

די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...
האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חיים גראביצר #

שלום עליכם חיים,
מחשבה איז פיין, מ'טאר נישט לאזן די קאפ ווערן פארדזשאווערט...
ס'איז דא דא אסאך מחשבה קעפ, ס'וועט גיין פייער פון די באלאטעס...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ברייטקייט #
געקומען בין איך זוכענדיג אביסל ברייטקייט איבער נושאים ווי השקפה און חסידות און ווי אזוי אנדערע און די חסידשע וועלט.
איך בין א שטילער אינגערמאן אין די צוואצעגערס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך האב א מיינאנג און די נושאים וואס אונטערסירט מיר אוןאיך וועל פראבירען צי צולייגער מיינע צוויי סענט.
דא לערנט מען זיך אויס צו זיין א שרייבער,
מ'מוז נישט זיין קיין גרויסע שרייבן, דזשאסט אביסעלע שרייבן על דא ועל הא, און געווענליך ווען מ'לייגט צו צוויי סענט ווערט עס מיט די צייט דריי און פיר, נאכדערצו ווען מ'רעדט פון יונגע כחות...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ירמיהו #
איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
א גוטן מקבלים בברכה הרב ירמיהו (הנביא?)
די בעסטע וועג זיך צו לערנען סיי וועלכע שפראך, איז ליינען און שרייבן, אפי' אנפאנג איז עס גרייזיג, ווערט עס בעסער מיט די צייט
ברכה והצלחה
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צוויי #
לאקשען שמאסער #
איך האב זייער ליב לאקשען וועגען דעם האט מען מיך געגעבן דעם נאמען אויך בין איך זייער אינטרעסירט צו ליינען לאקשען און ווער רעדט נאך פון שרייבן לאקשען
יעצט ערענסט גערעדט איך פלעג נאך דא זיין פאר מהאט געדארפט זיין א חבר אבער זעהט אויס אז די דורות פאלען און נאך א לאנגע אפשניט וואס איך בין נישט דא געווען קום איך יעצט דא האקן אביסעל לאקשען
די שמאסט אריין לאקשן אויף אלע באקן...
זייער גוט זיך צו באקענען...
האפנטליך אז די וועסט שרייבן און מיטהאלטן בקביעות וועט די דורות וועלן נישט פאלן...
שכח פאר די ברוך הבא... וויי איז מיר אבער, כהאב קיינמאל נישט געשריבן דא בעפאר, כהאף ווייטער נישט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאקשן שמייסער: אויב דו וועסט נישט שרייבן וועסטו הערן פונ'ם מנהל שליט"א.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ירמיהו #
איך בין אלט 20 יאר, פון ארה"ק - מיין אידיש איז שוואך, אבער איך פרוב צו לערנען די שפראך. איך בין אַ ספרדישער בחור.
איך באַשלאָסן צו ווערן אַ מיטגליד צו לייענען באַמערקונגען, איך קען ביישטייערן צו דעם פּלאַץ לויט מיין מיינונג, און אין די זאכן וואס איך זע דא, ווי די שטעלונג פון רבנים צו געוויסע זאכן, ווי למשל גזירות השמד(גזירת הגיוס, גזירת מירון, גזירת החינוך וכו').
אינטרעסאנט!
הערט זיך ווי הויעכע ליצנות!
העממער ווארטן צו זעהן למעשה...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
berlbalaguleh #
לאקשן שמייסער: אויב דו וועסט נישט שרייבן וועסטו הערן פונ'ם מנהל שליט"א.
נו פארדעם בינעך דאך דא.. צו הערן!... 😛
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד 24 יאר אלט אין איך האב מיך אויף געסיינט אויף קאווע שטיבל צו וויסן וואס עס גייט פאר אויף די יידישע וועלט אויף די מאמע לשון אונטערעסאנטע נושם וואס מען קען נישט זען ערגעץ אנדערש
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כבין א תושב שוין יאָרן לאַנג אין עיר טאן בישראל מאנסי נ"י, כבין א 'סאטמאר מאנסי' תלמידי, א חסיד פון מורי ורבי כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, כקען קוים ווארטן זיך צי טרעפן אין קאווה שטיבל...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער ענין פון צדק און משפט איז א גרויסע יסוד אין די תורה, אבער איז נישט אזוי באקאנט ביי מערסטע מענטשען (וואס איז יא גוט, און וואס איז נישט גוט, און פארוואס וכו'). די נביא ישעיה זאגט א די גאולה העתידה וועט קומען דורך שלימות אין די תחום פון משפט (א:כ"ז) די נביא איז מזרז למדו היטב "דרשו משפט" (א:י"ז) אז מען זאל טוהן אין די נושא פון משפט און עס אויספארשטען. איך גלייב אז עס איז דא אסאך צו טוהן אין די נושא, און עס איז דא אסאך פלאץ צו גיין פאראויס. אין ווי באקאנט די ערשטע שריט צו פארבעסערן, איז ברענגען אויפמערקזאמקייט. וואס יתכן אז קאווע שטיבעל איז א גוטע פלאץ פאר דעם.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען טיירערע ברודער, איך קען ביישטיין צו דורכטהין פארשידענע אינטערסאנטע נושאים. איך בין שוין לאנג א ליינער אבער נישט געהאט די געלעגנהייט זיך צו רעגעסטרורן ביז יעצט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה צו ענק אלע. אין בין א היימישער יונגערמאן אין די יונגע פערציגער יארן מיט היבש אביסל לייף עקספיריענס . פרוביר צו ליב האבן אלע ערליי יודן צוגלייך. דעם חניוק פונקט ווי דעם ליידיג גייער. נישט אלעמאל געלונגט עס... איך בין א חסיד פון האבן א אפענע פלאטפארמע ווי נארמעלע מענטשען קענען זיך אוסשמועסן כל ערליי נושאים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן רבותי, איך האף איר ליינט די שורות אין פרידן, איך בין א מענטש ווי אלע מענטשן, לכאורה אביסל קליגער ווי די געווענליכע מענטש, עממ וואס נאך, אה איך האב ליב חכמה און איך בין עלערדשיק צי בייעסד עפיניענס, דעדטס אלל!!!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
היימיש. פראביר צו טוהן וואס עס איז ריכטיג....אפילו ווען עס איז ניישט אייביג פאפולער.
איך גיי נישט טוהן זאכן ווייל אנדערע טראכטן, אדער טוהן אזוי!
נאר ווייל דאס איז ריכטיד צו טוהן.