☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

לאשיצער » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 6:43 pm

· #301590
בן אדם
און מיין מלמד פלעגט צו זאגן: אה, און יעצט קוקסטו מיך שוין אן ווי א האן און בני אדם.

דאס איז אן אויסדריק מיט ייחוס. גיב נאר א קוק אין שלום עליכמס 'טביה דער מילכיגער' 😂 😂
📎 Screen Shot 2015-09-20 at 6.37.54 PM.png

בנישראל » זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 7:10 pm

· #301595
א גוט יאר אייך און א גמר חתימה טובה. איך בין דא ביי מיסטעק אריינגעפאלן אין קאווע שטיבל, און איך האב נישט געוויסט פין דעם געשמאקע פלאץ ווי מ'קען אוו שיין פארבערענגין, מ'הייסט שרייבן אפאר ווערטער וועגן מיך, וואס זאל איך אבער טוהן אז איך ווייס נאך נישט,,,

גר ותושב » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:24 am

· #301664
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די אשכול איז שוין אריבער טויזנט תגובות האט איינער א חשבון וויפיל אקטיווע שרייבערס (אדער כאטש איינגעשריבענע וואס זענען דא בקביעות) עס זענען דא

Sent from my XT1056 using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:40 am

· #301668
דאס איז א ציקער זיסער אשכול, איך גלייך זיך אסאך מאל זיך אריבערצוכאפן צו דעם אשכול נאכדעם וואס א נייער ניק ווערט אויפגעכאפט און פאנגט אן צו שרייבן אין גרויסן און פילט זיך שוין ווי ביים טאטן אין וויינגארטען , איז זיס צו זעהן וויזוי דאס קינד האט זיך אנטוויקלט...

Binum » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:49 pm

· #302358
ק.י. אינגערמאן, אויסגעוואקסן מקווה נייעס און אינטעריסירט און ברייטערע וועלטליכע געדאנקען. לעבט מיטן געדאנקענגאנג אז "די וועם ס'ארט זענען נישט נוגע, און די וועם עס איז נוגע ארט עס נישט!"

ברוך בער » זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:02 am

· #302541
א ליינער פאר א וויילע אין דעם שיינעם שטיבל, כ'קלער עס איז צייט צו אריינרעדן אויך אמאל אי"ה האפנטליך וועל איך צוגעבן עפעס נייעס. דערווייל זאל יעדער האבן א שמחת יום טוב.

זייער פרענדלי » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:41 am

· #302745
א גוטן טייערע ברידער! קודם וויל איך זיך באדאנקן פאר אלע הערליכע ארטיקלין וואס איך האב שוין געליינט דא אין די לעטצטע פאר יאר, איינס בעסער פינעם צוייטען, טענק יא אלל! דזשאב וועל דאן!

בלייבט מיר נאר צי בעטן פינעם בוכ״ע איך זאל קענען ציגעבן צום שיינקייט פין קאווע שטיבל.

יהי לרצון אמרי פי ופי יגיד תהילתך....

געוואלדיג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 11:46 am

· #302747
שלום עליכם, יישר כח פאר זיך איינשרייבן אונז האבן ליב איינער וואס איז @זייער פרענדלי.

בראשית » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 12:05 am

· #302869
אלס א גרינער האף איך אז איך וועל קענען טוישן די פראפייל וואס ווערט ארויסגעשטעלט ברבים אבער פאר דערווייל איז דו הסבר פשוט איך האלט פשוט אז אמאל מטעם חסרון ידועה וכדומה פעלט געוויסע יסודות אין א ענין און א בחינה פון אן עוות אשר אתה יכול לתקן.

גאסט אויף א ווייל » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:08 pm

· #303055
I just come here once in a while, usally I'm too busy for this. I work very hard and very pressured for a living.

I belong to Viznitz Monsey

My response can take a while.

mevakesh » דאנערשטאג אקטאבער 1, 2015 10:10 pm

· #303057
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Don't worry if you say good we will wait for you...

cutty cat » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 9:33 am

· #303368
i heard from a freind about kave shtibel. a nice place to hear and share all i have in me. and i'm just a human like you all people. and i'm ready to hear new things from anybody who is ready to share it with me

אן אומוויסענדע » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 3:58 pm

· #303429
איך בין א יונגערמאן אין די צוואנציגער וואס פרובירט צו אנאלאזירן אלסדינג די מיט אן objectiveness זאענדיג אן אלצאומווייסער וואס פרובירט צו דערגיין פון ווי דעם ווייסער "ווייסט" אלעס
איך בין נישט קיין צו אפטער שרייבער אבער איך וועל פראבירן צו שרייבן פון צייט צו צייט און איך האף אז די ליינער וועלן הנאה האבן דערפון

Anti Torah Fraud » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 7:42 pm

· #303461
שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.

אהרן » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 7:58 pm

· #303464
Anti Torah Fraud
שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.



פתח פיך ויאירו דבריך, אויך זיי מער מרחיב איבער דיין נייע קונטרס

Anti Torah Fraud » מיטוואך אקטאבער 7, 2015 11:53 pm

· #303496
אהרן
Anti Torah Fraud
שלום רבותי. איך קען גוט קאווע שטיבל. כ'האב אבער קיינמאל קיין ניק נישט געהאט. ס'איז מיר געווען גענוג מוט צי האלטן פון דערווייטענס. אבער לאור הפצת מיין נייעם קונטרס האב איך מחליט געווען זיך איינצישרייבן. בקיצור איך בין א מענטש וואס קאמפיינט לגלות די אמת אין די תורה און איך האב פיינט שקר. מ'וועט נאך הערן פון מיר אסאך חידושים אבער קודם העמיר אנהייבן מוט איין חידוש וואס קומט אי''ה.



פתח פיך ויאירו דבריך, אויך זיי מער מרחיב איבער דיין נייע קונטרס

ס'איז שוין ערשינען

Anti Torah Fraud » דאנערשטאג אקטאבער 8, 2015 12:23 am

· #303502
גיי אריין אין אקטיווע אשכולות וועסטו זעהן
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/9673">viewtopic.php?f=13&t=9673</a><!-- l -->

פינזען האלץ » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:00 pm

· #303873
שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נישט קיין חסודות איך בין א פשוטע איד וואס טרייט צו פארשטיין פארוואס יעדער איז קליינקעפיק אין זיינע ד' אמות ארום זיך...
בקיצור איך בין א אינגער, מיט א מוח פין אן אלטער וואס וועפט שוין

גר ותושב » זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:12 pm

· #303875
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר האבן שוין א בראשית מיט פינזען האלץ וואס גייט זיין פון די נעקסטע פרשה

סופר » זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:17 pm

· #303887
איך בין א חסיד׳ישער אינדערמאן אין די צוואנציגער יארן, איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א שטיק צייט און איך בין זייער צופרידן פון וואס איך טרעף דא. איך בין זייער א פארנומענער מענטש בדרך כלל און עס קומט מיר נישט אויס צו שרייבן אפט, אבער איך גלייך צו שרייבן און פון צייט צו צייט שרייב איך מיר אפ מיינע דיעות אויף פארשטויבטע פיילס אין מיין קאמפיוטער, אלזא האב איך באשלאסן צו ארויף שטעלן מיינע ארטיקלען פארן פובליקום ווען איך וועל שרייבן דאס קומענדיגע מאל.

פעטער מש » זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:18 pm

· #303888
איך ליין שוין ק''ש א לאנגע צייט און אפטמאל האב איך תגובות און מיינונגען אבער היות ווי איך בין נישט א רעגעסטירטער קאן איך דאך נישט, און ס'קוועטשט מיר ווייל ס'בלייבט אין בויך, האב איך אפגעמאכט אז ס'איז שיון העכסט צייט זיך אהער שטעלן ווי א מענטש צווישן חכמים אז מיין מיינונג זאל אויך ווערן געהערט.

Sol » דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:51 pm

· #304244
I'm a 20 year old man I was looking for thinks to keep me busy in a few times so I'm choosing
קאווע שטיבל
also I'm looking for a spot to express my filings and optimize the crazy world

moshekohnny » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:10 pm

· #304452
פיינער שטילער טייערער איידעלער בא'טעמ'טער וואוילער סאפער ספעשיל אינגערמאן וואס האט ליידער פארלוירן זייער א גוטע זשאב און זוכט וואס צו טון איבערן טאג און זיין ביזי (סאטמאר-נייטרא אינגערמאן)

גלויבער » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:19 pm

· #304453
איך האב זייער ליב צו ליינען נייעס און צימעס פון קאווע שטיבל, איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אבער אמאל וויל איך צולייגן עפעס א ווארט דא דארט, איך בין 33 יאר אלט, איך באלאנג נישט צו קיין איין חסידות דערווייל.

עדות » מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:33 pm

· #304485
ס'שייך? עדות לישראל. מיר זענען אלע געווען ביים מתן תורה און מיר זענען עדות. כ'בין עדות.

שוין. 160 אותיות?

נאכאלצנישט?! כ'קען נישט רעדן. לא איש דברים אנכי. כ'בין סטעידזש-פרייד (נישט צו פארטוישן מיט פרענטש פרייס...)

יהושפט קליין » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:16 pm

· #305437
עס איז נישט עפעס א מעדזשער דעסיזשען, איך האב געוואלט שרייבען, און צי שרייבן ברויך מען צי מאכען א ניק, דעטס אבאוט איט, עס איז אינטערעסאנט צי ליינען נייעס אויף א אופן פין א שמועס נישט סתם א נייעס וועבסייט, וכו'

טמיר » מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:20 pm

· #305461
א גוט יאר, מיין נאמען איז טמיר ונעלם", אבער כדאי נישט צו באמוטשענען דעם עולם, וועל איך זיך ריפן בלויז מיט מיין ערשטע נאמען "טמיר". עס איז מיר אן איבעראשונג צו טרעפן דא הויעך טאלאנטפולע מענטשן; שרייבערס, סייענטיסטן, מאטעמאטיקער, און וואס נישט. באמת בין איך נישט ראוי צו זיין א מעמבער אין אזא חבורה, אבער עס שטייט דאך הוה זנב לאריות.

בנימין » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:23 pm

· #306366
שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן וואס איז אינטערעסירט צו פארברייטערן מיינע ידיעות. לויט ווי כ'האב געהערט איז "קאווע שטיבל" די פאסיגע פלאץ פאר דעם. איך וועל פרובירן מיטצוטיילן מיט אייך מיינע געדאנקען, און הערן פון אייך אייערע באקאנטשאפטן.
איך האף אז איך וועל הנאה האבן פון אייך, און די זעלבע איר פון מיר.

בחצר הקודש » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:24 pm

· #306368
מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:43 pm

· #306371
בנימין
שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן

שלום. א קרוב צו בענדזשאמין פרענקלין?

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:44 pm

· #306372
בחצר הקודש
מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד

איך ווייס נישט פארוואס איך לאך 😂 😂

בנימין » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:59 pm

· #306396
שמעקעדיג
בנימין
שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן

שלום. א קרוב צו בענדזשאמין פרענקלין?

עליכם שלום. ווען ער קען מיר געבן עטליכע פון זיינע באנקנאטן וואלט איך שוין זיכער געמאכט צו ווערן א קרוב 😃

שמעקעדיג » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:33 pm

· #306412
איך רעד פון אונזער ניק.....

שטיינער » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:28 pm

· #306494
איך בין שוין א ליינער זייט די גרונדינג פונעם פארום, הגם עס איז מיר שווער צו שרייבן שפיר איך אסאך מאל ווי איך וויל עפעס צולייגן, אבער געווענליך דעמאלטס האב איך נישט די צייט אין מעגליכקייט אריינצושרייבן, האב איך איצט גענומען דעם קוראש, אין האפענטליך וועל איך אין די חברים דא מער הנאה האבן פון די מעמבער בענעפיטן.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:52 pm

· #306523
בחצר הקודש
מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד


שלום עליכם וועלקאמין הערע

לאמיר שוין הערן דער אלטע פייף........

gabbi » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:33 pm

· #306653
איך האב ליב צו ליינען און פארשטייט זיך צו צוגעבן מיינע געדאנקן אויף פארשונגען און ספעקולאציעס.

האב זייער ליב צו ליינען וועלטליכע נייס.

היסטאריע איז מיין באליבסטער טאפיק.

געוואלדיג » מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:01 pm

· #306662
ברוכים הבאים, וועמענס גבאי? אויב מעג מען פרעגן

אוריאל » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:04 pm

· #306854
א גוטן איך הייס....(אוריאל).. א פלעינע כולל יונגערמאן וואס האט נישט צופיל וואס צו טון מיטן לאנגן טאג און איך האב געטראפן דאס פלאץ און "קאווע שטיבל" זיך אויסצושמועסן אביסל איבער וועלטליכע און איך האף יעדער העט זיין צופרידן.

טמיר » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:26 pm

· #306871
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אוריאל
א גוטן איך הייס....(אוריאל).. א פלעינע כולל יונגערמאן וואס האט נישט צופיל וואס צו טון מיטן לאנגן טאג און איך האב געטראפן דאס פלאץ און "קאווע שטיבל" זיך אויסצושמועסן אביסל איבער וועלטליכע און איך האף יעדער העט זיין צופרידן.

די הודעה איז ספעציעל געאייגענט פאר דיך.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/306078">viewtopic.php?p=306078#p306078</a><!-- l -->

אויב די האסט social skills די קענסט דיך באפריינדען מיט מענטשן.

ווען דו האסט א איבעריגע שעה צוויי כאפ דיך אריבער, קלאפ איין, שמיר אונטער אפאר טאלער (די בעה"ב וועט דאס באצאלן) און די קענסט דיך אויפבויען א שיינע קאריער. ווען די וועסט "מוזען" וועסטו שוין נישט קענען אויספרואווען די זאכן, וועסט דארפן נעמען א 9-5 דזשאב.

איר הערט? אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן.

shtriemel » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 9:39 pm

· #307042
נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

טעכניש » מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:53 pm

· #307046
די מעשה מיט מיר איז אזוי:
איך ליין אפט קאווע שטיבל און/אבער איך האב א פראבלעם ,
אז איך קען נישט שרייבן מיין מיינונג (וואס איך האלט אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דער
פון)דערפאר בין איך אויפגעקומען מיט א מוראדיגע געדאנק, זיך איינצושרייבן, און דעס איז וואס איך האב יעצט געטוען!

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:02 am

· #307053
shtriemel
נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

@Shtreimel לויט דיין שרייבן קוקט מיר אויס ווי איר זענט די באקאנטע ׳שטריימל בלאוגער׳ פון די אמאליגע גיטע צייטן, צו ס׳איז יא צו ס׳איז נישט אלעפאנס יהי בואך לברכה ולהרמת קרן השטיבל.

shtriemel » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:17 am

· #307075
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג, נישט די גאנצע וועלט זיינען אמעריקאנער. כ'האב נישט געשריבען ווען דא איז געווען שבת.

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:21 am

· #307076
איני מבין, עס שטייט אז איהר האט געשריבן 9:39 ווען דא איז שוין לאנג נישט געווען שבת, ותימא הוא בעיני

shtriemel » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:34 am

· #307079
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין ניו יארק איז געווען שבת. דאהי איז שוין געווען נאך ר"ת!

Sent from my A0001 using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 4:38 am

· #307080
9:39 איז שוין אין ניו יארק אויך נישט געווען שבת.

שבת אחים » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 5:28 am

· #307081
געוואלדיג
9:39 איז שוין אין ניו יארק אויך נישט געווען שבת.


ער רעדט לכאורה פון די תגובה 1:41PM ווען אין ארץ ישראל איז שוין לאנג געוועהן מוצאי.
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/307035">viewtopic.php?p=307035#p307035</a><!-- l -->

רובינסאן » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:07 pm

· #307107
איך בין א ישיבה בחור וואס איז אינטערעסירט אין אפ ענבר דיונים בעיניני תורה חסידות און היסטאריע. אלץ ליובאוויטשער חסיד, עס אינטערעסירט מיר זייער די געזעלשאפט פון אנדערע קרייזן וואס איך טרעף נישא אוי א טאג-טעגליכע בייסיס. איך האף אז מיין חברות דא וועד זיי א הנאה פאר מיר און פאר אייך!

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:24 pm

· #307109
נאך יארן לאנג ליינען אין מיטהאלטן די אינהיילסטרייכע פורום'ס אין קאווע שטיבל וואס ברענגען ארויס קריעטיוויקייט פין די שרייבערס אפגעזעהן פין וועלעכע נושא עס איז, וואס איז א געשמאק צי ליינען, אין אז אויך אז דאס געט צי סיי פארן ליינער אין סיי פארן פערזענליכקייט פינעם שרייבער, האב איך מחליט געווען מתי אעשה גם אני לביתי ארויס צי ברענגען לאור עולם מיינע אייגענע גאט געשאנקענע כוחות. עס צים האפן אז עס וועט זיין זה נהנה וזה לא חסר.
הכ"ד א דורך שניטליכער חסידישער יונגערמאן פין די טריי סטעיא עריע

im for sell... » זונטאג נאוועמבער 1, 2015 12:25 pm

· #307110
איך בין בין זייער פריילעך אז איך קען זיך אנשליסן צי ווערן א חבר אין די פאפעלע סייד "קאווע שטיבל" אין איך האף אז ענק אין אני הקטן וועט אי"ה הנאה האבן ענק פין מיר אין איך פין ענק.....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94