☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

יציב » פרייטאג יוני 5, 2015 4:07 pm

· #280897
אינעם גרויסן געיעג פון די היינטיגע וועלט איז נישט געבליבן קיין איין פלאץ ווי מ'קען זיך אויסציען די ביינער זיך אויסשמועסן אביסל אדער פשוט זיך אונטערהאלטן מיט יעדנס דאגות חוץ דעם אלעמען באקאנטן קאווע שטיבל.
לאנג לעבן זאל קאווע שטיבל !

Exterminator » זונטאג יוני 7, 2015 9:53 pm

· #281258
אזוי ווי איך האב גיזעין אן אשכול איבער Bedbugs מיט פארשידענע מיינונגען, וועל איך פראבירן אויסגראדען די טעותים וואס מענטשן שרייבן.
איך זיך נישט קיין free advertisement, we have our plates full with bed bug jobs in the tri state area, אין איך קען אייך זאגען עס מיר זיכן נישט נאך, אין מיר זענען נער פאר commercial accounts.
נער היות נישט גאס גאנצע לעבן איז געלט, קען איך באשטיין צי שעירן מיין עקספיריענס (בערך 10 bedbug jobs per week ) מיט אחינו בני ישראל.
נב. אזוי ווי אידיש איז נישט מיין ערשטע שפראך בעיט איך אנטשולדיגונג פון פאראויס אויף מיינע טעותים, and my response may be in English.

ציצית » דינסטאג יוני 9, 2015 12:53 pm

· #281579
איך בין א פיינע מענטש, מיט גרויסע טאלאנטן, איך האב ליעב נאטור און ארט, איך האב ליעב צי שמייכלען אסאך, איך האב אסאך חבירים און אויך עטליכע קינדער, איך האב ליעב אידישע היסטאריע,

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 9, 2015 1:33 pm

· #281588
ציצית
איך בין א פיינע מענטש

שלום עליכם, כ'האב ליב פיינע מענטשן.

בן אדם » דינסטאג יוני 9, 2015 1:37 pm

· #281589
אה... ממש ענינא דיומא. #פרשת שלח @ציצית

מאזשיצער » מיטוואך יוני 10, 2015 6:05 pm

· #281910
סברענגט צי זייער אסאך ידועות הן בידיעות התורה הן בעניני עולמי ממילא האבן מיר באשלאסן הנאה צי האבן פונעם שטיבעל אין כדי הנאה צי האבן דארף מען שרייבן תגובות אויך סזאל זיין זה נהנה וזה נהנה אין ווען מהאט א קשיא קען מען פרעגן אין ווען מהאט א תירוץ קען מען ענטפערן

ווילי אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 11, 2015 8:09 pm

· #282183
שלום עליכם.
איך דריי מיר אין שטובעל די לעצטע פּאר וואכען, דער זאגט אהער דער אהין, איך וואלט געוואלט קענען צילייגן מיינע 2 סענט, האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. כהאף דער עולם וועט הנאה האבן.

וכדומה.. » דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:50 pm

· #282197
ציצית
איך בין א פיינע מענטש, מיט גרויסע טאלאנטן, איך האב ליעב נאטור און ארט, איך האב ליעב צי שמייכלען אסאך, איך האב אסאך חבירים און אויך עטליכע קינדער, איך האב ליעב אידישע היסטאריע,


און איך האב אסאך סעלף קאנפידענס...

פארבינדן » פרייטאג יוני 12, 2015 1:04 pm

· #282324
א פארנומענע אינגערמאן, וויל זיך אביסל אויסלופטערן פון די טעגליכע געלויף אויף א סאלידע, רוהיגע, אבער געשמאקע אטמאספערע.
צאללאזע מאל באזוכט די שטיבל אלס גאסט, לעצטנס וויל זיך מגיב זיין האב איך באשלאסן ארינצושפרינגען.
אין אלגעמיין בין איך ליבעראל געשטימט, אידישקייט און וועלטליך צוגלייך, בשיטה האב איך ליב "לעב און לאז אנדערע לעבן".
ס'עגבערט מיר נישט קיינע פירצות אבער כ'גלייך אויך נישט די וואס האקן אויף פרומע, ווי לאנג ס'בארירט מיר נישט פערזענליך זאל יעדער טון וואס זיין הארץ באגערט.

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 12, 2015 4:56 pm

· #282364
פארבינדן
א פארנומענע אינגערמאן, וויל זיך אביסל אויסלופטערן פון די טעגליכע געלויף אויף א סאלידע, רוהיגע, אבער געשמאקע אטמאספערע.
צאללאזע מאל באזוכט די שטיבל אלס גאסט, לעצטנס וויל זיך מגיב זיין האב איך באשלאסן ארינצושפרינגען.
אין אלגעמיין בין איך ליבעראל געשטימט, אידישקייט און וועלטליך צוגלייך, בשיטה האב איך ליב "לעב און לאז אנדערע לעבן".
ס'עגבערט מיר נישט קיינע פירצות אבער כ'גלייך אויך נישט די וואס האקן אויף פרומע, ווי לאנג ס'בארירט מיר נישט פערזענליך זאל יעדער טון וואס זיין הארץ באגערט.

פארבידן: שלום עליכם. נאך אנאנים'ס באגריסונג איז שוין כמעט גארנישט דא וואס צו זאגן. אבער פונדעסטוועגן דאך. דער נאמען "פארבינדן" איז זייער א שיינער נאמען. ווייל ס'האט א סאך פשטים. למשל ווי רש"י הק' ברענגט אין פ' וירא ביי אברהם אבינו..."כד חזו דשרי ואסר"... 😂

ביקורת המקרא » זונטאג יוני 14, 2015 9:51 pm

· #282634
היות מיר האבן באקומען פונעם בורא כל עולמים הממלא כל עלמין וסובב כל עלמין א יצירה אשר בראו כדמותו ובצלמו הנקרא "Internet" אשר ממלא כל עלמין , וממלא כל חללי דאית בנינו, דהיינו מקען דורך רעדן וואס מ'וויל ווען מ'וויל מיט וועם מ'וויל , פיל איך אז ס'איז פשוט א מצווה מן התורה צו נעמען א חלק אין דעם א בחינה פון והלכת בדרכיו.

בן אדם » זונטאג יוני 14, 2015 10:08 pm

· #282642
@ביקורת המקרא מאך טאקע זיכער נישט צו מסיח דאס פון דיין (toy) באשעפער פאר קיין רגע נישט.

שלום45 » דינסטאג יוני 16, 2015 6:51 pm

· #283105
נאכ'ן מיטהאלטן קאווע שטיבל איבער א יאהר, האב אייך האב פאריגע וואך מחליט געוועהן זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל. גיי איך ארויף אויף די ערשטע זייט און בום! נישט דא קיין "רעגיסטרירען" קנעפעל! כ'האב געקליקט דא און דארט, ביז איך האב געזעהן די מודעה פון די הנהלה אז רעגיסטראציע איז צייטווייליג אפגעשפארט. יעצט אז רעגיסטראציע איז פיינעלי אפן שרייב איך מיר איין מיט פרייד.
זעה איך אז עס פארלאנגט זיך צו שרייבן איבער זיך פאר'ן זיך איינשרייבן, און איך האב הנאה דערפון. זייענדיג א שעמעדיגער בטבע וואלט מיר אפשר גענומען אסאך צייט ביז איך וואלט מיך ערלויבט צו עפענען מיין מויל. אזוי זאג איך אפ מיינס נאך דא אין די רעגיסטראציע בלטעל, און איך קום אריין ווי אחד מן החבורה, און די עולם ווייסט שוין אביסל איבער מיר.
איך בין א נייגעריגער בעיקר אויף תולדות און היסטאריע פון גדולי ישראל. וויבאלד מיין אינטערעסע אין תולדות קומט נישט פון א מצוה'דיגע צד, ווי אז ס'איז א מצוה צו רעדן פון גדולי ישראל, נאר פון א פשוט'ע נייגעריגקייט צד, קען איך נישט פארנעמען די געבלאפטע מעשיות פון די אלע ביכער, און איך בין נייגעריג געוואר צו ווערן דעם אמת איבער גדולי ישראל. נישט יעדע גדול איז געבוירן געווארן א גדול, יעדער האט זיך געהאט זיינע נסיונות, שוועריגקייטען, און בעיקר, פארדרייען די דעות פון גדולי ישראל אז זיי זאלן שטימען מיט די דעות פון דער וואס דערציילט עס איז די ערגסטע זאך אין מיינע אויגן.
איך בין נאך אין די פריע צוואנציגער יאהרן. און איך בין נישט דער גרעסטער ידען, אבער איך בין נייגעריג, און כ'האב ליב קונה צו זיין. איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן. אבער פון צייט צו צייט האף איך צוצולייגן און זיך אנצוריפן.
איז טייערע אידן, א דאנק פאר'ן מיך מהנה זיין ביז היינט, און האפענטליך ווייטער.

אויסגערוט » מיטוואך יוני 17, 2015 1:14 am

· #283193
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום45
איך לערן אין כולל א גאנצען טאג, און איך האב נישט קיין סאך צייט צו שרייבן.


???
אויב נישט אין כולל ווען יא

Sent from my SM-G920P using Tapatalk

קרעפל פשעטיל » מיטוואך יוני 17, 2015 1:14 pm

· #283278
איך האב הנאה צו ליינען די פאליטיק ביי כלל ישראל איך וואלט געוואלט צולייגן אמת'ע פאקטן ארום ענינים און וואס איך האב א אינטערעסע, איך האב זייער ליב צו פייטן פאר אמת, אפילו עס געפעלט נישט פאר'ן כלל און איך וועל לידן דערפאר

שמואל פרימו » מיטוואך יוני 17, 2015 8:44 pm

· #283382
שלום עליכם טייערע חברים.

ווי איר זעט, בין איך שמואל פרימו. פאר די וואס ווייסן ווער איך בין, פעלט נישט אויס קיין הסברים און ערקלערונגען. איך זעה דא אז מען בעט פון מיר אז איך זאל שרייבן מיינע אינטערעסן, חסידות, טאלאנטן, שאיפות פלענער און נאך. איך מיין אז מיין נאמען זאגט שוין אלעס אויס, און אנשטאט די פערציג ווערטער וואס מען פארלאנגט פון מיר, קען איך דאס צוזאמענשמעלצן אין צוויי ווערטער, "שמואל פרימו" דאס זאגט שוין אלעס.

יענער פויגעל » מיטוואך יוני 17, 2015 11:31 pm

· #283431
[ציטאט אראפגענומען]

אויך נישט געהערט פון דעם שמואל פרימו
זעהט אויס ער וועט יא מוזען מאכען א לענגערע אינטראדאקשען

אור חדש » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:23 pm

· #283550
א גוטן. איך דריי זיך אין שטיבל שוין א לאנגע צייט. איך קען נישט אזוי גוט ספעלען, אין מיין חדר האט מען דאס נישט געלערנט. דערפאר האב איך קיינמאל נישט געמאכט קיין ניק. אויך וויל איך בעטען אז איינער זעט גרייזן אין מיין ספעלינג זאל מען מיר מעלדען אין אישי.

מנחם אבראמאוויטש » דאנערשטאג יוני 18, 2015 3:11 pm

· #283626
שלום עליכם, שטיבל חברים.
איך בין א בארא פארק געבוירענער און א הייסע ליבעראל.
איך בין אן עקספערט אין די ענגלישער שפראך און די דיקשינארי איז מיין נאנסטער חבר. מיין מאמע האט מיר געצווינגען נישט צו ווארפען פאפירען אויף די ענגליש טיטשער אין חדר, נאר אויסהערן.
איך בין אן אטלעטה און שפיל באל דריי-פיר מאל א וואך. איך בין א בקי אין לה"ק דקדוק און פלאן ארויסצוגעבן א ספר איין טאג אויף דקדוק השוה לכל נפש.
קאווע שטיבל איז מיין היים אועק פון היים נאך רעדיט.

טוביה זִיגוּד » מאנטאג יוני 22, 2015 8:45 pm

· #284408
איך האב אסאך אנגעהערט אין בית המדרש וועגען דעם קאווע שטיבל און באשלאסען אז גם אני בחלומי איך וויל מיר אויך מצטרף זיין צו דעם קופקע און מיט שמיסען
מיין אינטרעסע איז שטופען צייט, און פילן וויכטיג. איך בין א אינגערמאן כבן עשרים וחמש
מיין חסידות קען איך נישט אויסזאגען אבער אין די סיגוטער גלילות
מיינע טאלטאנטען האב איך נאכנישט געהעריג מגלה געווען כאטש מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז איך האב א אייזענע קאפ

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 22, 2015 9:02 pm

· #284411
אינטערעסאנט ווי נאך יעדע אסיפה אקעגן אינטערנעט, נאך יעדן מאל ארויפצווינגען דעם משומר/גדר זיגל אויף יעדן דעווייס, ווערן דא נתרבה די ניקס ווי שוואמען נאך א רעגן.

# וכאשר יענו אותו, כן יפרוץ וכן ירבה.

טוביה זִיגוּד » מאנטאג יוני 22, 2015 9:21 pm

· #284413
יא יא 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂 😂

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 23, 2015 1:58 am

· #284511
מנחם אבראמאוויטש
שלום עליכם, שטיבל חברים.
איך בין א בארא פארק געבוירענער און א הייסע ליבעראל.
איך בין אן עקספערט אין די ענגלישער שפראך און די דיקשינארי איז מיין נאנסטער חבר. מיין מאמע האט מיר געצווינגען נישט צו ווארפען פאפירען אויף די ענגליש טיטשער אין חדר, נאר אויסהערן.
איך בין אן אטלעטה און שפיל באל דריי-פיר מאל א וואך. איך בין א בקי אין לה"ק דקדוק און פלאן ארויסצוגעבן א ספר איין טאג אויף דקדוק השוה לכל נפש.
קאווע שטיבל איז מיין היים אועק פון היים נאך רעדיט.

יא זייער פיין יהא בואך לברכה , ליידער האט מען נישט אויסגעלערנט קיין לשון קודש אין חדר און די טעם דערפון איז ווייל די מלמדים אליין קענען נישט

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג יוני 23, 2015 8:46 am

· #284536
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טוביה זִיגוּד
איך האב אסאך אנגעהערט אין בית המדרש וועגען דעם קאווע שטיבל און באשלאסען אז גם אני בחלומי איך וויל מיר אויך מצטרף זיין צו דעם קופקע און מיט שמיסען
מיין אינטרעסע איז שטופען צייט, און פילן וויכטיג. איך בין א אינגערמאן כבן עשרים וחמש
מיין חסידות קען איך נישט אויסזאגען אבער אין די סיגוטער גלילות
מיינע טאלטאנטען האב איך נאכנישט געהעריג מגלה געווען כאטש מיין רבי אין חדר האט געזאגט אז איך האב א אייזענע קאפ

דיין חסידות ווייסט מען טאקע נישט ווייל די פארציילסט נישט.
אבער דיין התנגדות לאסטו דיך ברייט הערן..

ליפא » דינסטאג יוני 23, 2015 12:27 pm

· #284578
נישט מיין ערשטע ניק ממילא באפאלט מיר נישט מיט קיין שלום עליכם'ס. מיין פאריגע ניק איז געווען זייער יאנטשי און געגעבן א ראנג אימפרעשען איבער מיר, דערפאר קום איך איצט מיט א ניק מער פאסיג: ליפא.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יוני 23, 2015 12:36 pm

· #284580
איי, ווי נעמט די קוראזש.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 23, 2015 12:44 pm

· #284581
אייעם סארי, אבער איך האב לעצטנס באקומען א ראנג אימפרעשאן אויף ליפא, ומאי הועילו חכמים בתקנתם?

ליפא » דינסטאג יוני 23, 2015 2:27 pm

· #284606
האסט מיר נישט פארשטאנען. מעגסט האבן א ראנג אימפרעשען אויף א 'ליפא', אבער דאס בין איך און פארטיג. מיין פאריגע ניק האט פשוט פארנארט.

פרעגער » דינסטאג יוני 23, 2015 4:50 pm

· #284649
א גוטן טאג
איך בין פון נאטור א פרעגער, איך פרעג אסאך ווייל איך האב ליב צו וויסן אלעס לעומק הענין. דאס שטאמט פון מיין נייגעריגע נאטור.
אויף דעם אופן האב איך מיר קונה געווען אסאך ידיעות, איך פאררוף מיר נישט א ידען ווייל וויפיל מען ווייסט, ווייסט מען נישט גענוג.
איך האב געהערט פון קאווע שטיבל אסאך און איך ליין גאר אסאך איך האב הנאה אז מאנכע וועלן כסדר פרעגן פראגעס וואס איך וואלט געוואלט פרעגן אבער עס איז געקומען די צייט איך זאל אליינס אנהייבן פרעגן.

ליפא » דינסטאג יוני 23, 2015 8:02 pm

· #284704
[ציטאט אראפגענומען]

איך פלאן נישט צו זיין א העלד.

מיט אנטשולדיגונג

שאול אלכסנדר פריד » מיטוואך יוני 24, 2015 12:17 pm

· #284875
I'd like to join this awesome place. Looks like a great place. But now I need to write forty words about myself and that's a big requirement, so here goes 40. No, it's not forty yet. Another while and I'll reach my milestone.

ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 24, 2015 12:32 pm

· #284878
שלום עליכם. א קרוב מיט אנאנים?

געוואלדיג » מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm

· #284894
נו, חשש גילוי 😃

lazar » מיטוואך יוני 24, 2015 3:33 pm

· #284895
ישמעאל הכהן
שלום עליכם. א קרוב מיט אנאנים?

שאול אלכסנדר איז דאך נישט קיין לוי.

גרויסע מענטשעלע » מיטוואך יוני 24, 2015 7:53 pm

· #284955
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]

די ספעלינג מיינט נאך גארנישט ווייל שאול אלכסנדר וואינט אין ארצינו הקדושה ווי באקאנט האבן זיי א מנהג אויסצולאזן אותיות .

דורכגעטראכטער » מיטוואך יוני 24, 2015 10:19 pm

· #284979
קאייעה שטיבל פאר מיר איז עס א פלאץ ווי א איד קומט זיך צי דער קוויקען דאס הארץ נאך א שווערער טאג.
שוין וואס ווילסטו וויסען פון מחר יעצט?
איך האב ליב צי זיין אין א שמעיס ווי מען רעדט תוכנדיגע זאכן.

lazar » דאנערשטאג יוני 25, 2015 12:00 pm

· #285070
קאייעה? פון מחר? שמעיס?

פאסט נישט פאר א 'דורכגעטראכטער' נישט דורכצוטראכטן די תגובה פארן שיקן.

איש תם » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:34 pm

· #285105
The information on jewish history here is fantastic. Some posts and comments are brilliant. I'm
s
willing to overlook some foolish responses just to have the pleasure of reading some
Beautiful pieces. The current series on amshinov is solid gold!
There are some very intelligent perspectives on some very difficult issues hat affect us today . I sometimes feel it necessary to add a comment if I think it will contribute . I thank you for the opportunity

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 25, 2015 5:09 pm

· #285162
מיר האבן שוין מזומן פון תמים ותמימים

וזרח השמש » זונטאג יוני 28, 2015 11:38 am

· #285606
קאווע שטיבעל!!! איז מיין רואיג פלאץ ווי איך וויל פארברענגען

נאך אזוי לאנג באזיכען דא און ליינען אזויפיל אינטרעסאנטע זאכען האב איך געטראכעט אז אפשר צי שרייבען איז פאר מיר אויכעט דא די פלאץ
ני טריי איך אפשר טאקע

המשגיח » זונטאג יוני 28, 2015 11:40 am

· #285608
א איד פון ארץ ישראל, א איד וואס רעט נאר דעם אמת לאמיתה, ולטובת הרבים, אוהב ישראל באמת ומשתדל בטובתן, תלמיד נאמן ומקושר אמיתי לצדיק יסוד עולם רבי נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו,

הייסע מקוה » זונטאג יוני 28, 2015 11:41 am

· #285609
לעצטענס איז מיר אסאך אויסגעקומען צו באזוכען דא אין שטיבל, און איך בין געווארן זייער באגייסטערד צו זען א פלאטץ פיל מיט היסטאריע, אנליזען בדרך השקפה, סתם פארברענגען וכו... און אסאך מאל האב איך געוואלט צולייגען מיין הסברה, האב איך מחליט געווען אז מגיימער זיך איינשרייבען, און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן.

ראוונע » זונטאג יוני 28, 2015 11:43 am

· #285610
א גוט יאר טייערע חבירים
די סיבה פאר וואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא אין קאווע שטיבל איז פשוט ווייל איך גלייך זייער שטארק קאווע
ערענסט גערעדט. איך זוך שוין לאנג א פלאץ ווי מקען זיך דורכרעדן מיט חבירים אין דורכטון געוויסע נושאים אין א געשמאקע אטמאספער

אוי איז דאס א וועלט » זונטאג יוני 28, 2015 11:45 am

· #285611
I am very exposed to the problems of our community but rarely have a chance to get the perspective of the general public. I think that this forum will include diverse perspectives.

לבלר » זונטאג יוני 28, 2015 9:49 pm

· #285832
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל צילוב דעם וואס איך קען זיך שיון נישט איינהאלטן איך מיז אריוס געבען מיינע געפילען..
וואס נאך זאת איך זאגען?
איך וואל האבן א חלק אין אזא שטיבל

חג שמח » מאנטאג יוני 29, 2015 5:25 pm

· #286027
איך לערען אין ישיבת עץ חיים ווילרייק בחברותא מיט א בחור וואס איז דא איינעשריבען און ער פארציילט מיר א יעדען טאג די נייעס און ער האט מיר זייער שטארק אנגערייצט אויך שלאפט אין מיין צימער א בחור וואס האלט דא מיט אסאך און ער פארציילט מיך שטענדיג ווי אינטעסנט סאיז אויף קאווע שטיבעל

ראש הישיבה » מאנטאג יוני 29, 2015 5:27 pm

· #286028
ברוכים הבאים

מיר האפן צו הערן אביסל וואס טוט זיך אין ווילרייק.

א דאנק אייך

בן אדם » מאנטאג יוני 29, 2015 7:46 pm

· #286061
וי"ל אז פאר דעם פארציילן זיי ווי זיי לערנען, כדי צו לערנען אביסעלע טאנצען דעם ר"י. ועוד י"ל אפאר חברה אין די הנהלה האבן יא ליב קאווע שטיבל. ועוד י"ל אז זיי ווילן טאקע נאכקוקן צו זייערע בחורים דרייען זיך נישט דא.
ווער ס'האט נאך קען צולייגן...

האמת לאמיתו » מאנטאג יוני 29, 2015 8:02 pm

· #286065
ווער סהאלט מיט אביסל פאליטיק און נייעס און אנטווערפן ווייסט אז די גאנצע עתיד פונעם ישיבה איז אינטער א פראגע צייכן און דאס אויפהאלטען די ישיבה דארט איז "א גרויסע קאפ דרייעניש"....

saw » מיטוואך יולי 1, 2015 12:07 pm

· #286462
I lived in Williamsburg all my life then I came to live in Manchester England and since most people here are speaking English i must see my old friends so the best place is this website knave shtieb
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94