☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

Encouraged » זונטאג יוני 4, 2023 6:59 pm

· #527126
I've always been interested in a heimish platform to discuss all kinds of issues openly honestly and
respecfully. Kave shtiebel has turned out to be the place where open discussions about life Judaism philosophy are appreciated. I'm looking forward to participate. h g

קערהאנקסאן » מאנטאג יוני 5, 2023 7:53 pm

· #527267
אינטרעסירט מיטצוהאלטען נייעס אין שמועסען בקרב עם אחינו בני ישראל ובפרט בקרב החסידות אין די געשמאקע קרעמעל הנקרא קאווע שטיבעל,
איך געפין זיך אויפן כדור העולם צווישען הימעל אין ערד

בלומענטאל » מאנטאג יוני 5, 2023 7:53 pm

· #527268
איך האב ליב עכטע היימישע נייעס מיט א ברייטע קאפ אן קיין שום פילטער, און אזויווי קאווע שטובל, איז די איינציגסטע היימישע נייעס קוואל אינגאנצען ברייט וויל איך האבן א חלק אין דעם,און פארשטייט זיך אז איך האב אויכעט ליעב די מסגרת שבו עס דארף דאך האבן א שטיקעל סדר.

12345abc » דינסטאג יוני 6, 2023 12:51 pm

· #527364
איך וויייס נישט וואס צו זאגן פאר וואס איך האב אויס געוועלט צו קומען זיך איין שרייבן דא אויף קאווע שטיבעל די עכטע סיבה איז וועגן די הנהלה פון קאווע שטיבעל האט געמאכט אז מען זאל נישט קענען שרייבן און די עיקר ליינען זאכן וואס איז געשריבן דא אויף קאווע שטיבעל נאר אויב מען האט אן אקאנט דערפאר וויל איך עפענען אן אקואנט

Dagal » דינסטאג יוני 6, 2023 12:52 pm

· #527365
I fined kava shtiebal a wile ago i wrote here a few hundred comments now i wanna rejoine but for the moment i have on access to a yiddish keyboard but i will still try to add to the shtiebbl

Aaron Judge » דינסטאג יוני 6, 2023 1:02 pm

· #527367
א ווארט פון א צדיק
פארוואס ווערט א שיינע איד אנגערופען "א שיינע איד,?
ווייל עס איז שיין צו שטיין ווייט פון זיי
ודי למבין

איך באלאנג צו א חסידות אבער איך האב מורא צו זאגן וועלכע

ווען רעדן וואלט געוועהן א פאך, וואלט איך געגאנגען מיט גאלד אנגעטון




I don't hate the system
The system isn't perfect,
But if you hate the system feel free to leave the system

פאזעטיווע ווייבס » דינסטאג יוני 6, 2023 8:13 pm

· #527431
א פרייליכע פאזעטיווע אינגערמאן וואס איז אינדרויסען פון געוויסע באקסעס וואס אסאך זענען נאך דארט פון זייער לאנג איך האב א שטארקע ידיעה און תורות הנפש און א ליבשאפט צו ארט און מוזיק פרישקייט און פרייליכקייט און אנגיין און יעדע מצב איז מיין יסוד א ליבהאבער פון חסידות און בפרט תורות חב"ד און ברסלב

חלוני רקיע » דינסטאג יוני 6, 2023 9:19 pm

· #527439
טאקע יונג אבער פארט גאר אלט, געדענקען געדענק איך נאך ווען עס איז גארנישט געווען, און דערויף האב איך א הסכמה פונעם גרויסן אדלער. א חוקר וואָס גרינטעוועט ביז די טיפע טיפענישן זוכנדיג באדייט און אמת אן זיך דערשרעקן פון פארסטעמפלטע מסקנות וואָס קיינער קוקט נישט אונטער די ווארהייט דערפון. אבער ווי יעדע התגלות האמת ווייס איך אז עס וועט נאָך זיין גרויסע מחלוקת אויף מיר. אָבער לבסוף וועט גאר מיין זאך מנצח זיין

שעפטאל » דינסטאג יוני 6, 2023 10:33 pm

· #527456
@חלוני רקיע הארציגע שלום עליכם!!

כ'בין אין אהן לשון!

אנגעהויבן פון דיין ניק נאמען וואס הערט זיך אזוי הויעך. דאן די לשונות!!
כ'פייגער צו הערן נאך!!!
כ'בעהט דיך שרייב שרייב. ויהי רצון מ'זאל זיך אנטרינקען מיט דיינע אונגארישע וויין. אמן.

נהר המטהר » מיטוואך יוני 7, 2023 7:40 pm

· #527577
דער אייבישטער האט אינז געשיקט בעקבתא דמשיחא סאושל מידיע אלץ א כלי מיט וואס מקרב צי זיין די גאולה אריין ציברענגן אורו של משיח אין די בריאה, וויל איך האבן א חלק און מקרב צי זיין די גאולה און אויך נקרב ווערן צי אורו של משיח, אזויווי דער לעצטער ליבאוויטשער רבי האט ארויס געברענגט ווען סאיז ארויס געקימן ראדיא אין טעלעווישאן, אין אזוי ווי יעדע גיטע זאך ווי שטערקער די קדושה איז איז זיך די סטרא אחרא אויך גובר זה לעומת זה, ווען מזעהט די צד אחר קען מען זיך פארשטעלן וואס סאיז מעגלעך אויפציטיען דורך דעים בקדושה אויפן זעלבן לעוול, וויל איך העלפן אריינשיינן אין די וועלט תורת רבינו נחמן בן פייגא....

שלום פרייליך » מיטוואך יוני 7, 2023 7:41 pm

· #527578
hi I'm a youngerman from Williamsburg from satmer kehileh still in kolel
Who like's to her other's opinion
Learned in Israel getting know a lot of types of people and chasidus's
happy to be a part here

zyn1 » מיטוואך יוני 7, 2023 7:41 pm

· #527579
looking to see what other people say -braslov chusid this will be part of hachuna to hisbudadis neigerig -yentesh Happyhow much more do I need to right

וואשער » מיטוואך יוני 7, 2023 7:42 pm

· #527580
א באזוכער פון די שטיבל פאר א שטיקל צייט אבער מיט די נייע גזירה פון אפהאלטן פרעמדע געסט האבען מיר נישט קיין ברירה און מוזן עפענען א נייע ניק

שאיפות פלענער וויאזוי קען מען ענטפערן ווען מען האט נאכנישט דורך געטראכט? יעדנפאלס װען עס איז דא א פראבלעם אדער דיסקוסיע וואס איך קען ארויס העלפן וועל איך פרובירן

שבשפלנו » מיטוואך יוני 7, 2023 7:43 pm

· #527581
איך בין א חסידיש'ער אינגערמאן מיט שמונה בגדים, איך לערן אין א סאטמארע כולל כאטש איך האב גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט. איך האב ליב צו הערן נייעס, שמועסן, פארברענגען, זיך ארומ'טענה'נען, אריינגעבן יענעם און אויך כאפן א גוטס אויף צוריק. איך זוך נישט צו ארויסגיין גערעכט אין יעדע וויכוח, אדרבה, איך האב ליב צו געבן יענעם די גוטע געפיל צו האבן די לעצטע ווארט. איך האב א שרעקליכע נייגער צו ליינען, איך שלינג איין גאנצע ביכער.

ניקי » מיטוואך יוני 7, 2023 7:45 pm

· #527582
איך פלעג זיך דא דרייען א לאנגע צייט צוריק, און צריקומענדיג זעה איך אז אאפס..... אן איינגעשריבענער מיז איך זיין, א שרייבער בין איך אפשר נישט די גרעסטע, אבער א נייגעריגער בין איך דאך יא, דעריבער האב איך זיך מיין ניקי אויסגעקליבן,

שיינע מענטש » מיטוואך יוני 7, 2023 7:45 pm

· #527583
א דארע וואלע באחיינטע אידעל וואוינט אין ברוקלין וויל זייין א פיינע מענטש איך בין זייער א קלוגער מענטש איך בין א שיינע מענטש או א הויכער מיט א גראדע ריקן איך בין זייער א קלוגער מענטש איך בין א שיינע מענטש או א הויכער מיט א גראדע ריקן

יצחקה » דאנערשטאג יוני 8, 2023 5:58 pm

· #527723
ס'איז מיר אינטרעסאנט, און איך וויל קענען אביסל מער אויף די היסטארישע פרשיות און כלל ישראל. איך שראייב גאר אסאך אויף די פרשיות. מיין ארבעט איז צו שראייבן פאר מענטשן אויף היסטוריה. בעיקר פון ראשונים אבער צו פאסירט אמאלאז איך שראיב אויף כל מיני מערכות וואס ס'איז אריבער אויף די יהדות החרדית פאר פערציג יאר צוריק.

Incentive » דאנערשטאג יוני 8, 2023 5:58 pm

· #527724
Strong Believer of כשם שאין פרצופיהם שווים, כך אין דעותיהם שוות

If you see them all having the same דעה, then know, 1 of the 2, or they are they are not using their DAAS, or that are not really agreeing.

גרגשי » דאנערשטאג יוני 8, 2023 5:59 pm

· #527725
א פשוטער יוד וואס וואנדערט.
יש דרך ארוכה.....
וואס נאך זאלן מיר זאגען?

יהודי » פרייטאג יוני 9, 2023 8:49 am

· #527787
איך בין זיך משתתף אין ״קאווע שטיבל״ ווייל איך וויל זיין א חלק פון די חבורה וואו אידן קענען אדורך רעדן מיט א רואיגקייט אלעס וואס איז על הפרק, אן מורא צו האבן אויב די דעה שטימט מיט דעם פונעם המון עם.

פלייש » פרייטאג יוני 9, 2023 2:41 pm

· #527840
יהודי
איך בין זיך משתתף אין ״קאווע שטיבל״ ווייל איך וויל זיין א חלק פון די חבורה וואו אידן קענען אדורך רעדן מיט א רואיגקייט אלעס וואס איז על הפרק, אן מורא צו האבן אויב די דעה שטימט מיט דעם פונעם המון עם.
א יהודי איז אין שושן הבירה - געבט אים ביר...

Baloon » זונטאג יוני 11, 2023 10:36 am

· #527906
איך בין נייגעריגע מענטש און אזוי אויך א פליענדע אביעקט פון די הויעכע רוימען געקומען אהער,
מיט א קלער
גיבן א קער,
קוקן מער,
אבער נישט איך שטער,
איך בין נישט סתם ווער
פוסטיג לער
איך ערקלער
צו מיר הער

מאיר מרדכי ניימאן » מאנטאג יוני 12, 2023 9:51 pm

· #528119
איך האב ליב צו לייענען היסטורי פון יידען און פון חסידית און די אמת וואס טוט זיך אויף די וועלט איך האב ליב ארץ ישראל מיט איר פוליטיק אין אויכעט אינטערעסאנטע פאקטן פוןדי צווייטע וועלט מלחמה

שנויצן » מאנטאג יוני 12, 2023 9:52 pm

· #528120
Nothing speceil topical Satmare guy really wanna see the comments on ק"ש so I hope to get excepted fast גענוג ??
וואס נאך??
לאז שוין לעבן נוווו
Nothing more to add

אינגערמאן » מאנטאג יוני 12, 2023 9:56 pm

· #528122
א גוטן,
איך א חסידישער יונגערמאן מיט א אפיס זאב וואס האט הנאה דורכצורעדען אויף אקטועלע נייעס אין נושאים, הערען וואס אנדערע האבען צו זאגען. הערן א צווייטע בליק אין כאפען א גוטע לאך איז זייער געזונט...

מנהל:
עס איז שוין דא עטליכע ניקס וואס זענען ענדליך. ביטע מאך א נייע ניק.

Check » מאנטאג יוני 12, 2023 9:56 pm

· #528123
איך וויל הערן וואס קלוגע אידן זאגן און פארציילן אויף אזא געשמאקע פלאטפורמע. איך וויל הערן וואס קלוגע אידן זאגן און פארציילן אויף אזא געשמאקע פלאטפורמע. איך וויל הערן וואס קלוגע אידן זאגן און פארציילן אויף אזא געשמאקע פלאטפורמע

ימין ושמאל » דינסטאג יוני 13, 2023 9:44 am

· #528162
א צושטרויבעלטע האַט-קאָפ מיט א שטייפע היט. א אנגעקאוועטע גמרא. א בריעדיגע חסיד פון הקדוש הרבי דוד בידערמאן מלעלוב. אוי! הייליגע רעב דוד נפשי חולת אהבתך! ווען וועט שוין די דור זוכה זיין הודך! צוריק צו מיך, גילט געטריבן, געלט גייציג, עיתים תם עיתים מועד, פעם חכם פעם שאינו יודע לשאול, היום חסיד מחר מתנגד, השתא פתי ולשנה הבאה מאמין, מעיקרא עובד עבודה ועכשיו פועל בטל, צד נֶאֱמָנוּת וצד בוגד, העבר שוגג ההוה מזיד. ימין ושמאל.

משה9915 » מיטוואך יוני 14, 2023 8:08 pm

· #528312
איך וויל זיך איינשרייבען ווייל כ’האב ליב צי וויסן אין מיטציהאלטען וואס ס׳טיט זיך אויפן וועלט. איך האב ליב צי ליינען נייעס, חסידישע נייעס, אין היסטאריע. די געשיכטע פין די לעצטע צעהן דורות פין פארן קריג אין אונגארען איז פאר מיר גאר אינטערעסאנט.

zishy » מיטוואך יוני 14, 2023 8:08 pm

· #528313
איך בין א חסידישע ארצ-ישראלדיגער יונגערמאן האלט 25 יאר וואס איך האב ליב מיט צוהאלטען וואס טוהט זיך אויף די וועלט אין בפרט ביי אונז חסידים אויף פארשידענע פלאטפארמעס

יפה עין » מיטוואך יוני 14, 2023 8:09 pm

· #528314
איך האב געהאט א סאך הנאה דורך צו ליינען און מיט צו האלטען מיט די כסדר'דיגע דעבאטען וועגען אידישקייט, במיוחד ווי מען געט צו פארשטיין די חילוקי דעות צווישען אידישע קהילות, און פארשטייט זעך אלץ איז אויף בדרך כבוד, אן קללות און השמצות. ס'איז א גרויסע קידוש השם.

,ברוכל באראפארקער » מיטוואך יוני 14, 2023 8:09 pm

· #528316
איך enjoy היימישע פאליטיק חיי אויך חסידיתער אביסל היסטארישע חסידישע אנגייענושן עד איז א כבוד אין א עהרע ז זיין א טייל פון שארפע אלסוויסער אינגעלייט אין דין ברוקלינער געגנט איו האבן א קאממיוניטי פון דין או ליין איז הפלא ופלא יישר כח
ווי אויך וויין איטערעסירט מיר זייער אין איך קאלעקט דאס

Learning Boy » מיטוואך יוני 14, 2023 8:10 pm

· #528317
איך וויל קענען מיט האלטן אין מיט טיילן וואס עס גייט פאר אין די יודישע װעלט אביסל פאליטיק אביסל נייעס איך בין א חסיד. א חסיד פון דעם אויבערשטען און פון אלע ערליכע אידן. איך וויל הערן און רעדן נאר דעם אמת. נישט קיין בעלאוני. שרייבט טייערע אידן אן מורא האבן וואס אנדערע מענטשן וועלן זאגן טראכטן אדער טוהן.

ניו יארקער » דאנערשטאג יוני 15, 2023 7:03 pm

· #528518
די טעכנעלאגיע סאשעל מידיע וועלט וואס מיר לעבן היינט איז געווארן א צורך גדול צו האבן צוטריט צו א פלאטפרמע כדי צו האבן א געזונטע לעבן פון וויסנשאפט אין אינפארמאציע ווי פארשטענדליך איז היינט וויכטיג אזוי ווי לופט צו אטעמען פשוט צו זיין א מענטש צווישן מענטשן אין אנהאלטן א געזונטע חברותאשאפט

Abrham » דאנערשטאג יוני 15, 2023 7:04 pm

· #528519
I find it very interesting to read the stuff here and I enjoy it a lot, so I figured I’ll sign off so I will be able to read all the things in the form. Thank you so much.
I’m not the type that writes on farms, but I enjoy reading what other people made

yanky » פרייטאג יוני 16, 2023 1:30 pm

· #528651
Hi,

I'm seeing a lot of useful articles and would like to be part of it and to become a better and more
educated person
I hope to be able to contribute from my knowledge to this forum!

JoeB » פרייטאג יוני 16, 2023 1:31 pm

· #528652
Nothing special, גארנישט ספעציעל איך וויל ליינען אוןהיות עס פארלאנגט זיך צו זיין אריינגעסיינט מיז איך מיר רעגיסטרירן. וויפיל נאך ווערטער דארף מען דא האבן? אוי געוואלט:(

להזהיר גדול על הקטן » פרייטאג יוני 16, 2023 1:31 pm

· #528653
כ'האב שוין לאנג געוואלט זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל, איך ליין שוין יארן יארן און איך ווער נתפעל פון די קליגע תוכנ'דיגע חברה וואס דרייען זיך דא אין שטיבל. אמאל וויל איך אויך עפעס מגיב זיין, דעריבער נעם איך די מוה זיך איינצושרייבן. און דער עיקר וואס איך וויל אויפטון איז קענען ריכטיג מקיים זיין דער להזהיר גדולים על הקטנים, עס מאכט זיך אמאל אז איינער שרייבט א אומריכטיגע זאך אין שטיבל, ער ברענגט פאלטשע אינפערמאציע, ער קען נישט גוט די פאקטן... דארף מען יענעם שטעלן אין פלאץ מיט די פאקטן. אין קאווע שטיבל קען מען נישט לאזן קיין פאלטשע אינפערמאציע זיך ארומדרייען פריי.

חַיִּים תַּלְמִי » זונטאג יוני 18, 2023 6:22 pm

· #528792
היימיש חסידיש אונגערמאן, גלייכט צו לענען און הערן, איך וויל מער ליינען ווי שרייבען.
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל: צו קענען מיטטיילען מיין מיינונג ווען ס'פעלט אויס (לדעתי).
אינטערעסן: וואס אימער.
חסידות: סאטמאר
טאלאנטן: לערנען און שרייבען.

אביגדור_א » זונטאג יוני 18, 2023 6:23 pm

· #528793
העלא. איך וועל באַגריסן ווער עס יז וואס איז אינטערעסירט אין ענינים אין די לעגענדע.
איך האב געזעהן מיט דיר א אינטערעסאנטע דיסקוסיע וועגן נויטיגע גלויבן, די איבעריגע האב איך געוואלט ליינען.
אויך אין דער פאַרגאַנגענהייַט עמעצער ריפערד מיר צו דעם פאָרום פון דיין

Meditation » זונטאג יוני 18, 2023 6:23 pm

· #528794
I'm a young Hasidic man living in Monsey, and I have an interest in reading and listening to intellectual content that challenges conventional thinking. It appears that registration is required to .continue accessing the reading material here, so I did.

shadchan » זונטאג יוני 18, 2023 6:50 pm

· #528800
איז אזוי אה הם...
א גיטן אלע חשובע איגן וואס דרייען זיך דא.
קודם וויל איך מיר אנטשולדיגן אז איך האב נישט געשריבן אפאר ווערטער ביז יעצט כ'האב פשוט נישט געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא פארום
פאר מער אינפאו העמער רעדן פריוואט יישר כוחכם פארן מיר אויסהערן

שעפטאל » מאנטאג יוני 19, 2023 5:40 pm

· #528904
@shadchan שלום עליכם!
מיינסט צו זאגן אז ביסט א שדכן?

שמעלקעלע » מאנטאג יוני 19, 2023 7:42 pm

· #528915
בין איך נאך ניי דא און נישט עקסעקלי קאמפערטיבל צו מיט טיילן פערזענדליכע אינפארמאציע וועל איך ברויכן צו צי ווארטן אביסל זיך ארום צו קענען אביסל און דער נאך אפמאכן וואס איך וויל מיט טיילן

Ich hear » מאנטאג יוני 19, 2023 7:42 pm

· #528916
Curious guy i like to read and interact with other people who have to offer information that i care for. Also i like to comment my two cense on topics that i have perspective on to help other people broughther their own perspective.

כגיימעך » מאנטאג יוני 19, 2023 7:43 pm

· #528917
א חסידישער יונגערמאן מיט אלע מפרשים (יא טראגט אן אפגעריבענעם הוט) וואס א שטיקל צועפנטן קאפ און זוכט גוטע ליטארטור אין א היימישן אטמאספערע אבער וויל נישט דווקא ארויסשטעלן אלע זיינע ווייטאגן צווישן זיינע באקאנטע.

alefalef » מאנטאג יוני 19, 2023 7:43 pm

· #528918
אלס א ייד, וואס דארף אמאל א גוט ווארט, און אמאל זאגן פאר יענעם עפעס א גוט ווארט.
שאיפות אדער פלענער האב איך נאכנישט, ממילא איז שווער צו שרייבן.
אבער זיין מחובר, הערן, אדער גאהר זיך לאזן הערן, קען קיינמאל נישט שאטען אויב מ'טוט עס ווי מ'דארף.

איז עס שוין 40 ווערטער?
אדער דארף איך נאך מוסיף זיין, און רעדן פון מיר און מיינע גרויסע געלונגענע מעלות?
כ'האב נאך אסאך.
דער שאלה איז צו דער עולם איז גרייט צו הערן.

וואלווי » מאנטאג יוני 19, 2023 10:12 pm

· #528932
די אשכול געט מיך אסאך מער ענטערטעינמענט ווי לייענען די אלע מינע LLC נעמען אין די legal notice'ס סעקשאן פונעם צייטונג יעדע וואך...

צקון לחש » מאנטאג יוני 19, 2023 10:42 pm

· #528936
להזהיר גדול על הקטן
כ'האב שוין לאנג געוואלט זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל, איך ליין שוין יארן יארן און איך ווער נתפעל פון די קליגע תוכנ'דיגע חברה וואס דרייען זיך דא אין שטיבל. אמאל וויל איך אויך עפעס מגיב זיין, דעריבער נעם איך די מוה זיך איינצושרייבן. און דער עיקר וואס איך וויל אויפטון איז קענען ריכטיג מקיים זיין דער להזהיר גדולים על הקטנים, עס מאכט זיך אמאל אז איינער שרייבט א אומריכטיגע זאך אין שטיבל, ער ברענגט פאלטשע אינפערמאציע, ער קען נישט גוט די פאקטן... דארף מען יענעם שטעלן אין פלאץ מיט די פאקטן. אין קאווע שטיבל קען מען נישט לאזן קיין פאלטשע אינפערמאציע זיך ארומדרייען פריי.
😂

shadchan » דינסטאג יוני 20, 2023 5:38 pm

· #529087
שעפטאל
@shadchan שלום עליכם!
מיינסט צו זאגן אז ביסט א שדכן?
wow זעסטו? כהאב אפילו נישט געוויסט אז מיינע מאמרים ווערן גאר נאכגעברענגט דא אין שטיבל..
יא גראדע טוה איך אין שידוכים ב'ה
בחורים פאקטס פעק...

פארוואסנישט » דינסטאג יוני 20, 2023 8:57 pm

· #529129
איך בין ב"ה א יונגערמאן וואס שמועסט אסאך מיט אנדערע מענטשן וואס לויבען אויס דאס וועבזייטעל "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן פארוואס זאל איך נישט אויך הנאה האבען
(איך האף מען זאל הנאה האבן פין מיר אויך בעז"ה)
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94