☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

גוצא » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:57 am

· #487317
א איד פון די שפאלטענעס. שוין א היבשע תקופה וואס איך שפאציר דא בשבילי השטיבל ועכשיו קרבנו, פון שבילי דרקיעא האט זיך צובלאזן א רוח ממרום, זאגענדיג, אז אפשר איז געקומען די צייט אביסל ארויס צוקומען מבין החרכים און מיטטיילן א דעה, דא און דארט.

בת נדיב » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:58 am

· #487318
כ'בין א סטודענטקע אין איינע פון די ניו יארק'ע קאלעדזשעס. כ'פארמאג מערערע אמביציעס מיט וואס כ'טוה מיך באשעפטיגן, צב"ש, ארט פאטאגרעפיע, שרייבן, מוזיק. אבער מיין האפענונג און ציל איז דאקטעריי אין די מעדיצינישע וועלט.
‏
‏היות כ'קום פון א חסידיש בעקגראונד און אידיש איז פון שטענדיג אן געווען מיין ערשטע שפראך, און איז לעצטענס מיר גאר שטארק צוניץ געקומען צוליב פארשידענע סיבות. וויל איך אויסבעסערן מיין אידיש, סיי די חלק פון רעדן סיי די חלק פון שרייבן און אלעס ארום די אידישע קאלטור. ספעציעל נאך וואס אין לעצטערע יארן איז יידיש געווארן א היפשע אויפגעכאפטע שפראך אפילו ביי נישט פרומע אידן און ווי אויך ביי גוים צוגלייך.

און היותמיין טאטע פארציילט מיר אסאך פון ק"ש און שטענדיג שיקט ער מיר אינטערעסאנטע ארטיקלעך וועלכע זענען מיר זייער אינטערעסאנט סיי די חלק ה'וויסענשאפט שבו און סיי די חלק ה'גראמאטיק. דערפאר האב איך אפגעמאכט צו ווערן א חלק פונעם שטיבל.

דורכ'ן טאג קומט מיר אויס צו פארברענגן מיט מערערע סטודענטס און סטודענטקעס פון אלע מינע קאלטור'ן און ראסעס, פראפעסארן פון אלע ווינקלעך אין לעבן, און כ'קען ענק זאגן איין זאך, אז ס'פעהלט נישט אידישע טאלאנט! ספעציעל דא אין קאווע שטיבל. האב איך אפגעמאכט זיך צו רעגיסטרירן און ווערן א חלק פון די קאווע שטיבל געמיינדע. און דא בין איך!
‏

גדול מרבן שמו » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:59 am

· #487319
א גוטען יעדער איינער,
גדול מרבן שמו, איז א היימישער חסידישער יינגערמאן, וואס טראכט אביסעל, און באופן כללי ויל זיין גוט.
ס'איז אבער דא אסאך זאכען וואס באדערען מיר יארען, אין איך ויל דערגיין תשובות, אפילו נאר סתם פאר אינטרעסאנטקייט.

פלאנטעליי » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 10:59 am

· #487320
I am a 23 years a businessman a Chusid I hope to write in Yiddish I am just now in the office with my English keyboard Yiddish is my first language

לאנגע הויזן » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:00 am

· #487321
איך בין א אינגערמאן וואס זיכט זיך אביסל ארויסצוגעבן.

איך האב גאר שטארק הנאה פון די אפענקייט פון קאווע שטיבעל.

איך האב זייער ליב פאליטיק און סתם הייסע מקווה נייעס.

שרה־רחל שעכטער » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:00 am

· #487322
איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס און וויל וויסן וואָס ס׳טוט זיך אין דער חסידישער וועלט, בפֿרט נײַע ווידעאָס וואָס מיר וואָלטן געקענט מיטטיילן אויף אונדזער וועבזײַט. אַחוץ דעם וואָלט איך געקענט דאָ שטעלן אַרטיקלען אָדער ווידעאָס וואָס איך האַלט וואָלטן פֿאַראינטערעסירט דעם עולם בײַ קאַווע־שטיבל.

איין טאג אויף א מאל » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:01 am

· #487323
א געשמאקע אינגערמאן וואס האט ליב אינטערעסאנטע ידועות און נושאים , פאזעטיוו , און אייביג אפען צו הערן א צווייטענס מיינוג,
איך האב ליב די זייטעל ווייל סהאט נישט קיין נגיעות אויף קיין שום זייט און מען קען זיך קלאר אויסשמועסן אויף אלע מינע נושאים

א פשוט'ער אינגערמאן » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:01 am

· #487324
איך בין אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט מיט עטליכע יאר צירוק, און איך זיך א פלאץ זיך צו קענען אויסליפטערן.

נאכן דורך קוקן קאווע שטיבעל פיל איך אז דאס איז וואס איך זיך.

איך האף צו קענען צו געבן מיינע צוויי סענס.

סדרן » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:02 am

· #487325
אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:17 am

· #487326
שלום עליכם אלע חשובע יודן אין יודענעס.
ס'וואלט געוועין זייער אינטערעסאנט אויב מען קען אביסל מסביר זיין פשט פון אייער ניק.

אלץ קריינא דאיגרתא וועל איך אנהייבן.
ווען איך האב מיך איינגעשריבען האב איך געהאלטן אינמיטן וואטשן א יודישע פלעי, און איינער זאגט דארט אינמיטן "איך בין עפעס קהל'ס נער" און ס'מיר געפאלן די נאמען.
ויקרא שמו בישמעל (קרדיט: די ווייסע הויז קריספעדאנט פון עמי מאגעזין) קהל'ס נער.
נאך אפאר נעמען וועלכע זענען געוועין אויפן טיש.
פייער אפפער.
נאכמאכען פארבאטען.
נק-ניק.
בעלא יושב.
יענקלען'ס אן איידעם.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 11:55 am

· #487330
קהל'ס נער: און איך האב גענומען מיין נאמען פון א מעשה אין די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט. דארט איז געווען א בעל עגלה מיט'ן נאמען בערל, אין די צייטן פון ר' שמואל סלנט. מ'האט איהם גערופן בערל בעל עגלה. די מעשה וואס ווערט דארט פארציילט איז זייער אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'איז מיר אריין אין קאפ.

נאך א זאך. אזוי ווי יענער וואס האט געזאגט איך האב אויסגעפאפט גאנץ ווארשא. וויאזוי? פרעגט מען איהם? זייער פשוט. איך הייס יאסל. און כ'האב פאר יעדן געזאגט אז איך הייס פייוויש...! די זעלבע דא. מ' רופט מיך בערל. איך הייס גאר אנדערש...לאל

איך אויך » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 12:25 pm

· #487334
קהל'ס נער
שלום עליכם אלע חשובע יודן אין יודענעס.

נישט אזוי שנעל..

קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 5, 2021 1:12 pm

· #487340
איך אויך
קהל'ס נער
שלום עליכם אלע חשובע יודן אין יודענעס.

נישט אזוי שנעל..


@בת קול וועט שוין נישט זיין לאנגווייליג, זי וועט קענען עפענען אשכולות איבער טארבענס און פאנדזשעלאוס.

חתימת זקן » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:05 pm

· #487683
מײַן פאטער איז געווען אַן אַמעריקאַנער ייִד פֿון אַלטן דור, מײַנע אייגענע קינדער רעדן כּמעט ניט קיין ייִדיש, איך קום אַהער אין פרידן צו באַגעגענען אַנדערע ייִדן

love » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:05 pm

· #487684
איך האב אלעמאל ליב געהאט צו שמועסן ברבים זאכן וואס נישט יעדער האט ליב צו הערן אין בפרט ווען עס קימט צו ענינים העומדים על הפרק אויך האב איך ליב רעדן וועגן גיין וואינן אויסער די שטשט

סעגאל » מיטוואך דעצעמבער 8, 2021 10:23 pm

· #487687
שטורמישער
ווייל איך וויל שרייבן איבער די געהויבענע באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבן של כל בני הגולה שר התורה פאר הדור והדרו רבים צריכים לו מורינו ראש הישיבה מגור שליט"א
אמת וואלט איך נישט געדארפט שרייבן אזא הויכע טיטל אויף אים, אבער כ'מוז דאך אנקומען צו פערציג ווערטער, וועט איר מיר מוזן אצינד מוחל זיין אויף די דריפלטע און געטאפעלטע טיטלען, ואתכם הסליחה

פון דיין תגובה קען מען מיינען אז מען האלט נאך פאר די באזיך אדער אז מען האט פארדעם אנגעגרייט א ניק פאר די פראפעגאנדע על כל צרע שלא יבא

סמבטיון » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:58 pm

· #487801
.

שפילער » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 3:19 pm

· #487805
berlbalaguleh
קהל'ס נער: און איך האב גענומען מיין נאמען פון א מעשה אין די אלטע, ירושלימ'ער אידישע ליכט. דארט איז געווען א בעל עגלה מיט'ן נאמען בערל, אין די צייטן פון ר' שמואל סלנט. מ'האט איהם גערופן בערל בעל עגלה. די מעשה וואס ווערט דארט פארציילט איז זייער אן אינטרעסאנטע מעשה. ס'איז מיר אריין אין קאפ.

נאך א זאך. אזוי ווי יענער וואס האט געזאגט איך האב אויסגעפאפט גאנץ ווארשא. וויאזוי? פרעגט מען איהם? זייער פשוט. איך הייס יאסל. און כ'האב פאר יעדן געזאגט אז איך הייס פייוויש...! די זעלבע דא. מ' רופט מיך בערל. איך הייס גאר אנדערש...לאל

ר'בערל איך זיפ שוין דורך יארן אלע באסדרייווערס מיטן נאמען בערל אפשר דאך איז עס אונזער באליבטער ר'בערל און דא אזא בראך דו הייסט נישט בערל אוי מיי גאד!

berlbalaguleh » פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 3:59 pm

· #487807
שפילער: ייש"כ. פאר דיין זארג. גיי כאפ א גלעזל קאווע. אדער טשאקאלעד מילעך...!
איך זאלל דיר זאגן אלע מיינע ניקס...והנה:... שוין. בערל, ווייסטו דאך: ביג-וויהל: (אויף וואס איז : נייעס.): מעטרא-דרייווער (אויף ישיבה ווארלד/קאפי רום) ראללינ' דאאד (כ'געדענק שוין נישט וואו: טעקסט-פרא53...אויף (די געוועזענע וועבסייט..."ווארד-אריגינס.ארג". אנגעפיהרט דורך (אן אפריקאנער-אמעריקאנער לענגווידזש פראפעסאר אין קאליפארניע.: הולך רחל... אויף די (פארדארבענע, עקל'דיגע) וועבסייט..."פאליש"...אויך. יאסל. פערדן טרייבער...!

פלאציגע שטריימעל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:53 pm

· #488268
עס איז גאשמאק צו זיצען און פאברענגען מיט גוטע אידן אינאיינעם, אדורך צו טוען גוטע ענינים מיט פיינע זיסע נייעס'לעך ארום דעם גאנצען וועלט.
בעיקור האב איך ליב אדורך צו שמעוסן פון חצרות ארום די גאנצע וועלט
אויך ארץ ישראלדיגע פוליטישע נייעס

הליכות עולמים » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:54 pm

· #488269
אני שומר מצוות ודתי לאומי אמתי, כלומר ימני. תושב קריית שמואל שבה נולדתי. למדתי בממ"ד בקריית שמואל, בישיבה תיכונית יבנה בחיפה ובישיבת הסדר קריית שמונה.למדתי גם בבר אילן אך לא סיימתי לימודיי.

petrishke » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:55 pm

· #488271
A Jewish soul from Brooklyn, who researches current issues, past and present. And intriguing to read the ultra-Orthodox and secular public opinion.

סעם הערריס » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:55 pm

· #488272
א פשוט'ע איד, איך פרוביר נישט צו לעבן און א עקא-טשעמבער. השקפה/פיליזאפיע, מוזיק, אין טעכנאלאגיע זענען מיינע "מעין אינטרעסטעס, אבער איך וועל קיינמאהל נישט אפזאגן א שמועס איבער סיי וואס.

שבת גאסט » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:56 pm

· #488273
א גוט יאר שלום צו אלע תושבים דא אין קאווע שטיבל כ'האפ איר וועט מיך ווארעם אויפנעמען אזויווי עס פאסט פאר א שבת גאסט

איך קוק ארויס אויף גאר א געשמאקע צייט צו פארברענגען מיט די אידן דא כ'האפ אויך אז ער וועט אויך הנאה האבן פון מיר

פרנס החודש » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:56 pm

· #488274
איך בין א פשוטער איד אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג , אדורך דעם סיסטעם פון אינטען ביז אויבען און געבליבן אויסגעשפילט. איך האב א שטארקע אינטערעסע אין סייענס, פאליטיק, און שפראך. איך גלייך זייער דורך צו טון א נושא גרונטליך , און צומאל אויך קומען צו א מסקנה .

שרה־רחל » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:57 pm

· #488275
איך האָב ליב יידיש און וויל לייענען וואָס מע שרײַבט דאָ. איך בין מאָדערן־אָרטאָדאָקסיש, נישט חסידיש, אָבער ס׳איז מיר אינטערעסאַנט צו לייענען וואָס עס טוט זיך אויף דער חסידישער גאַס, נײַע לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן, אַ ביסל הומאָר, אאַז״וו.

ברוינשטיין » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:57 pm

· #488276
איך בין א פשוט'ער שטיין וואס איז קאלירט ברוין. כ'בין אינטערסירט אין פארשטיין און געבן צו פארשטיין, שרייבן און ליינען, שפירן און דערשפירן. אזוי ווי עס פעלט זיך אויס פון א ברוינשטיין.

European » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:58 pm

· #488277
A young European immigrant who married to Boro Park.
Looking for a place to talk and shmooz about all important topics and matters.
I am a serious person in the 21th century's, working hard for Parnusa, and looking for a place to chill in my lunch break 😉

a new member here » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:58 pm

· #488278
איך בין דורך אינעם עבר פונקט ווי יעדעם איינעם איך גיי דורך אויפן טאג טעגליכן לעבן פארשידענע זאכן פונקט ווי יעדעם אבער דעס אלעס איז נאר ווען מען קוקט חיצוניות'דיג ווען מען טראכט אריין מיט א טיפערען בליק זעיט מען גלייך אז ס'איז נישט דא קיין צוויי מענטשן אין די גאנצע בריאה וואס ענדלן איינס צים צווייטן ביי יעדעם באדייט דאס ווארט גאט אנדערש (אוודאי די וואס זענען געווארן אויפגעצויגן אין זיי זענען קראנק בנפש אבער עם כל זאת נאכדעם וואס ער איז שוין געזינט איז עס אויך אנדערש ביי יעדעם עס ווענדט זיך ווי א נאטור וכו') איינער האט נישט ליב קיין מוזיק בכלל אין ביי זיין שכן אין שול גייט נישט דורך קיין שעה צייט אן דעם וואס ער הערט אויס ניגונים אין די ליסטע ענדיגט זיך נישט דא (עס האט זיך נאך קוים אנגעהויבן) לאמיר אביסל ציזאמען דורך טון ענינים וואס טוט זיך אויפן אייבערשטענס בריאה אין אריינגיין אביסל טיפער ווי אינזערע אויגן זעין!

דובי » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:59 pm

· #488279
א גיטן איך בין א סאטמארע חסיד אין איך וואלט געוואלט פיו צייט צו צייט זיך אויסליפטערן אויפן קאווע שטיבל איך בין שטארק אויסגעקאכט אין יודישע אין בפרט חסידישע פאליטיק מיינע טאלאנטן זענען גיט שרייבן

סדרן » דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:00 pm

· #488280
אלע פרישע מעמבערס זענען מכובד זיך אנצוגיסן א גלעזעל קאווע, זיך מאכן באקוועם, און זיך לאזן הערן. שעמטס ענק נישט!

בענבען » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:46 pm

· #491140
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט אין אן אפיס און האב ליידיג צייט און האב הנאה פונעם שטיבל
איך קען באשטיין צוצוגעבן ווי ס'וועט זיין פאר מיר מעגליך צו ס'זאל זיין מעיר זיין אויף א דיסקוסיע אדער שרייבן מיינע געדאנקען אויף געוויסע נושאים אדער סתם שעירן א דזאוק

עזיוזמרת » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:47 pm

· #491141
מה אחשוב
מה אומר
ומה אדבר
ומה אכתוב
והכי חשוב:
מה אמחוק
אין לי קנה
כי נשעענתי על קנה רצוץ ונשבר
ואין לי דיו
כי דיו לאדם בשעה אחת בתורהה ויראת שמים
ונראה לי שגם הנייר כמעט נגמר
כי כבר כתבתי מספיק שטויות
ודבררים בטלים

אמת לאמיתו » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:47 pm

· #491142
זייער אסאך מענשן געבן א פאלטשע מיינונג מיט אסאך אסאך אייגענע נגיעות. איך האב באמת נישט קיין שום נגיעות אויף גארנישט. מיין איינציגסטע נגיעה איז צו שרייבן אמת לאמיתו אויף יעדע זאך. איך האב נישט קיין קינדער אין די סיסטעם אין איך דארף צוקומען נאר צום באשעפער אליין.

אדמך אכנך ולא ידעתיך » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:48 pm

· #491144
מחמת מצב הקורונה המדומה קים איך נישט דערצי צי זיצען אין מיין געווענליכן קאווע שטיבל, וויל איך מיך משתתף זיין אין אייער קאווע שטיבל.

איך בין א יוד און נישט מער ווי דאס, איך געהער צי קיין חסידות אדער געוויסע סוישאל-קרייזען.

מענטשליך » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:48 pm

· #491145
שוין א שטיק צייט וואס איך ליין דא און איך וויל פרובירן מיטיילן מיינע מיינונגען מיט אנדערע האפענטליך וועט עס זיין צום דבר
אסאך הצלחה

Ignoramus » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:51 pm

· #491147
I’ve been reading Kave Shtiebel since 2012.

Never wrote anything.
I’m not a writer, but I’m a good reader.

Even though Yiddish is my first language, I write better in English.

In the last 10 years I learned more here than what I learned my whole life.

בן אדם אבג » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:51 pm

· #491148
I'm a regular guy. I'm curious. I try to keep myself informed. I learned a lot in my life. And I want to learn more. I want to know the truth, and that includes the falsehoods that people repeat and add to the historical record. And I don't rest until I've exhausted all venues of collecting all relevant information.

פשוטע פאקטן » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:53 pm

· #491149
איך בין נישט א שטענדיגע ליינער אויף ''קאווע שטיבל''.. בלויז פון ציט צו צייט ווען עס קאכט זיך א געוויסע 'נושא' אויפן גאס, כאפט מיך אן אזא מין 'ברען' צו זען וואס די חברה אויף קאווע שטיבל האבן צו זאגן אויף דעם..

איך בין אין די פערציגער יארן, מיט א קינדער געבענטשטע משפחה געלויבט השם יתברך, און איך האב א ביזנעס ווי איך פארדין גאר שיין געלויבט השם יתברך. דער איבערשטער זאל ווייטער אזוי העלפן.

איך בין א פראפעסיאנאלע שרייבער אויף אידיש, און איך האב א כסדר'דיגע קאלום אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס.. ממילא האלט איך אז איך קען אסאך מאל צוגעבן צו א "קאכעדיגע" שמועס מיט מיין פראפעסיאנאלע זאפטיגע שפראך..

מירון » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:53 pm

· #491150
איך טרינק שוין דא קאווע א לענגערע צייט אין שטיבעל איך האב נאך קיינמאל נישט אויגעגאסען מילעך אדער צובראכען א גלאז, עס איז נישט זייער באטעמט איך טרינק מיר אזוי איינזאם איך שעהם זיך,האב איך געטראכט צו פראבירען מיין מזל אין זיך איינבעטען מיך אריינצונעמען אין די שטיבעל.

עניו מאוד » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:54 pm

· #491151
איך האב ליב נייעס, אויך אביסל פאליטיק, יודיש שפראך איז מיך בעיקר אינטערעסאנט איך האף צי קענען ציגעבן אסאך צי קאווע שטיבל, אזויווי דער סיסטעם לאזט נישט דורך וועל איך מוזן שרייבן נאך אפאר ווערטער, אזוי אפשר יעצט וועט עס גיין

doc » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:54 pm

· #491152
שלום וברכה! איך הײס דוד עומר כהן, װאוינען װאוין איך אין אמסטערדאם, האלאנד. איך האלט א וועלט פון דער אידישער שפראך, װאס איך האב זיך אנגעהויבן לערנען מיט 3 יאר צוריק אין א וועלטליכער סביבה. חברים מיינע האבן ממליץ געווען אז איך זאל לייענען דעם 'וועקער', װײל לויט זײער מײנונג איז דאס איינער פון די בעסטע היינטיגע אויסגאבעס אויף מאמע לשון, סיי פון די וועלטליכע און סיי פון די היימישע. האב איך געמיינט ס'וואלט געווען כדאי זיך צו רעגיסטרירן אויף דעם פארום אויכעט.

ארץ ישראל'דיקער יוד » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:55 pm

· #491153
איך האב מיך איינגעשריבען ווייל ס'איז זייער א גישמאקע פלאטץ אין איך האב מיך שוין א שטיעק צייט געדרייט אין קאווע שטיבל אין יעצט האב איך באשלאסען זיך איינצישריבען כדי צי צי געבן צי דע פארום וואס איך האב ציזאגען

שמשון » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:56 pm

· #491154
איך הייס שמשון, שוין פאר א לענגערע צייט וואס איך ליין א יעדן טאג א יעדע אשכול אויף קאווע שטיבל, מיט די צייט האב איך מחליט געווען אז איך וויל נישט זיין נאר א מקבל, נאר אויך עפעס ציגעבן.

ווינטיג » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:56 pm

· #491155
לאמיר זיך פארשטעלן דא פארן ציבור חברים.
מ'זעמיר דא אנגעקומען נאכן זוכן און טרעפן געשמאקע אינפארמאציע אינעם קאווע שטיבל, נו פארוואס נישט זיין א חלק אינעם שמועס?
קוקט אויס אינטערסאנט דאס פלאץ. בלייבט פאר אונז נאר זיך צו לאזן אויף א שפאציר דא.

אין עוד מלבדו » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:56 pm

· #491157
א איד מיט א שמייכל אויפן פנים און מאכט אנדערע אידן אויך שמייכלען ווען מ'קען נאר אין גלייבט נאר און דעם איין איינציגן באשעפער אויפן וועלט וואס ער האט און איז און וועט מחיה זיין די גאנצע וועלט!

לעקיש בעער » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:57 pm

· #491158
ידוע האימרא מהקוצק'ר רבי שאל החידושי הרי"ם כתב בפסוק אמת מארץ תצמח שאל הקוצקער מה זורעים בקרקע שתצמח מזה אמת השיב החידושי הרי"ם כשמקברים השקר זורע אמת הכונה פשוט לכל אדם בעצמו לקבור השקר אצלו הפוליטי הסיסטעם ועוד לידע שיש אמת וסך הכל צריכים לקבור השקר

רובינזון קרוזו » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:57 pm

· #491159
איך זיך צי פארברענגען דא שמועסן אזוי בדיבוק חברים בבחינת אז נדברו
יראי ה' איש על רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו זאל דער אייבערשטער העלפן אינז זאל מיר זוכה זיין צי בית גואל צדק במהרה בימינו אמן

pseudonym » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:58 pm

· #491160
.א נייגעריגע פּערזאן, וועלכער שעצט א נייע/פרישע בליק אויף אונזער "נארמאלע" לעבן
.איך בין א יונגאטש פון אונטער 25, און איך וואוין אין בארא פּארק

חיים של תורה » זונטאג יאנואר 9, 2022 7:58 pm

· #491161
אלגעמיינע יודל מיט בארד און פיאות, ציצית גדול וקטן, שטריימל + ווייסע זאקן
נעמט זיין לעבן פון די תורה, זיך מחי' מיט קביעות עיתים
הייבט אן די טאג מיט נעגל וואסער, דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94