☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 20, 2016 7:57 am

· #330205
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
Imitation is the best form of flattery
ווען איינער נוצט מיין ניק פאר א פאראדי בין איך צופרידען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ענדע כף » מיטוואך אפריל 20, 2016 11:39 pm

· #330349
איך בין א יונגערמאן וואס זוכט אמאל זיך אויסלופטערן, און זוכט א היימישע כשר'ע אטמאספער צו קענען שמועסן און פארברענגען.
איך קוק ארויס צו קענען הנאה האבן פון דעם פלאץ, און אויב מעגליך פראבירן מהנה זיין אנדערע אידן.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג אפריל 21, 2016 12:50 am

· #330363
שמעקעדיג
חסיד פון ליטא
וועל איך אים לייקן זייער שטארק

איך קען דיר לינקען צו אלעם, אבער אויב זוכסטו אן אפציע צו לייקן "זייער שטארק", ליהוי ידוע אז דערווייל האבן מיר נאך נישט דעם פיטשער.


פיין, אבער וואס טוט זיך מיט די אנדערע פיטשערס?

IMO » דינסטאג אפריל 26, 2016 11:25 pm

· #330723
as a chasidisshe yingerman I find kave shtiebel the perfect alternative to the daily lies and propoganda we live in. I would realy like to contribute to kaveh shteible, however, typing in yiddish is a pain in the *** for me

אראפגעפאלן » מיטוואך אפריל 27, 2016 4:40 pm

· #330809
א חשובה חסידישע סאטמארער יונגערמאן וואס זיצט אין האקט שטיקער
אופן געמארא ביי טאג אין ביינאכט
אין פראבירט סזאל זיין ביי אים די כי הם חיינו מיטן פילן טעם אין געשמאק.
האט זייער ליעב א שיין חסידישער געשמאק ווארט, ס'מאכט אים ממש דעם טאג!

טאביק שמעקער » מיטוואך אפריל 27, 2016 4:54 pm

· #330811
א גוון אייך טייערע חשובע ברודער; איך האב זייער הנאה געהאט די זאכן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט און די וועג וויאזוי זיי ווערן אוסגישמועסט האב איך מחליט געווען ארויפצוקומען און זאגן וואס איך האב צו זאגן, יישר כח.

קוגעל טיילער » מיטוואך אפריל 27, 2016 6:15 pm

· #330819
עס איז געווען פאר מיר א גרויס הנאה פון די געשפרעכן אינעם קאווע שטיבל, אבער שטיין אין א זייט און גארנישט רעאגירן? דאס איז געוויס נישט קיין אידישע מדה... אונזערע חכמים זאגן אז מער ווי א קעלבעל וויל זייגן וויל די קוה געבן צו זייגן. לאמיר זיך טאקע איינשרייבן צו מיטיילן מיינע זכרונות און געפילן.

בן אדם » מיטוואך אפריל 27, 2016 6:38 pm

· #330823
@פארענטשעס אראפווארפער, דו ביסט נעקסט....

מרדכי ישראל » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:02 pm

· #330975
שלום עליכם טייערע קאווע טרינקערס איך האב באשלאסן זיך צי רעגיסטרירן היות איך קום אריין פון צייט צי צייט און איך האב זייער הנאה פון די שרייבערס דא און אפאר מאל האב איך עפעס ציצילייגן
מיין האבי איז די אידישע שפראך

Baal Koreh » זונטאג מאי 1, 2016 4:39 pm

· #331175
I am writing on my computer so i cant write in English at this time. I am a long-time reader and browser of your forums, and I am trying to get registered to gain access to certain forums.

אתרוג פושקע » זונטאג מאי 1, 2016 6:23 pm

· #331204
איך קום דא אנטייל נעמן און די שטיבל ווייל דאס איז די איינציגסטע סייט וואס איז אוועקגעשטעלט פאר די היימישע פרימע עולם ווי מען קען אדוריך שמועסן אלע סארט ענינים אויף אן איטעלעגענטישען פארמאט

Yaakov01 » זונטאג מאי 1, 2016 6:24 pm

· #331205
Because I wanna see the article that's going around now I'm satmar what else do I have to write I really don't know why do I have to write so muvh letters I hope its enough now

דעת תורה » זונטאג מאי 1, 2016 6:43 pm

· #331212
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וועלכע ארטיקל גייט ארום?

סלינקי » זונטאג מאי 1, 2016 8:36 pm

· #331233
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קרעפל משולשתuploadfromtaptalk1462149354343.jpg

קל וחומר » זונטאג מאי 1, 2016 8:40 pm

· #331234
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
/

חברהמאן » מאנטאג מאי 2, 2016 11:17 am

· #331292
א גיטן טאג קאווע טרונקערס.
קודם כל וויל איך מקדם זיין אז איך בין נישט ציגעווינט צי שרייבן אין יודוש, סו ביטע פארגעב מיר מיין ספעלינג אין גרעמער.
איך דריי מיך שוין דא א לאנגע צייט אבער איך האב קיינמאל נישט גענימען די מי זיך איינצישרייבען
איך בין ווייט פון א חברהמאן, זייער שטיל אבער שטארק עפינינעטאד.

גאר טיפע טראכטער » דינסטאג מאי 3, 2016 1:05 pm

· #331436
איך האב געזעהן זייער אינהאלטסרייכע באשרייבונגען און נוצבארע עצות פארן טאג טעגליכן לעבן, און וויאזוי אנדערע מענטשן קוקן אהן זאכן מיט אן אייגנארטיגן בליק, און איך וויל אויך מיטטיילן אינטערסאנטע זאכן וואס איך קלער אז עס קען זיין אינטערסאנט פארן עולם

לתועלת » דינסטאג מאי 3, 2016 6:30 pm

· #331485
אזוי ווי מיין נאמען "לתועלת", וויל איך פין איעדער זאך\מעגליכקייט ארויס נעמען א תועלת, וואס דא, וועט עס מיר העלפען (בחלק בין אדם לחבירו) פארשטיין און העלפען אנדערע

חיים שרייבר » מיטוואך מאי 4, 2016 1:57 pm

· #331604
שלום וברכה..

מהאמיר זיך אנגעטראפן במקרה אין ד פה סח 2 אויסגאבע, מהאמיר געוואלדיג הנאה געהאט,
אן אוצר פין טאלאנט אין חכמה..
מיר האבן געוואלט אנפרעגן פין די געראטענע שרייבער דא אויף קאווע שטיבל ווער סאיז גרייט צי טיהן תוכנדיגע שרייב ארבעט פאר שיין באצאלט..
ביטע זיך מעלדן צי מיר בפרטיות

תודה למפרע והצלחה מרובה..!

א_געדאנג » זונטאג מאי 8, 2016 10:47 pm

· #332198
א פריינט וואס האט געליינט מיין שרייב ארבייט האט מיר שטארק צו גערעדט צו מהנה זיין די קופקע אין קאווע שטיבל. איך האף טאקע נישט צו דיספוינטען די ליינער אין צו שטעלן "געדאנקען" מיט זאלץ אין שמאלץ דער עולם זאל זיך בעלעקן די פינגער. יאכלו ענוים וישבעו!

אביתר פריעדמאן » מאנטאג מאי 9, 2016 2:46 pm

· #332251
איך בליק שוין פונלאנג אינעם שטיבעל און לאור קריאת קעלנער אינעם פסח'דיגע קאווע גאזעט, האב איך מיר גענומען די מי זיך צו אפציעל זיך צו פארופען אלטס איינע פון די מעמבערס אינעם שטיבעל

קנאק-יענקל » מאנטאג מאי 9, 2016 2:47 pm

· #332253
קאווע שטובל איז א פלאץ וואס איז כשמו כן הוא, א פלאץ זיך צו לופטערן ריין און נארמאל, א פלאץ וואו יעדער קען שרייבן במילי דעלמא מיט הארמאניע און פארשטענדעניש און יעדנס מיינונג ווערט רעספעקטירט און געשעצט, אפגעזען פון וואו ער קומט און וואו ער באלאנגט.

א_געדאנג » מאנטאג מאי 9, 2016 4:28 pm

· #332273
ישר כח פאר די ווארימע שטיצע! 👍

קל וחומר » מאנטאג מאי 9, 2016 4:37 pm

· #332277
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איצטער הייב אן קנאקן סחורה

Take Live Easy » מאנטאג מאי 9, 2016 6:48 pm

· #332307
זוכענדיג אין אונזער פארמאכטע חמץ נוקשה'דיגע רובוט'ישע קרייזן אביסל לופט צו אטאמען צו שמועסן הערן ראגירן,
א פלאץ וואס איין זייט זאל זיין א פלאץ פאר א ערליכע יוד א מאמין צו שמועסן און פון דער אנדערע זייט זאל עס זיין אפן און לופטיג פון אלע הייליגע משוגעת'ן טיפשות און שטחיות וואס רופט זיך מסורה בלע"ז,
האב איך נישט געטראפן א בעסערע פלאץ ווי קאווע שטיבל

מתושלח » מאנטאג מאי 9, 2016 8:16 pm

· #332335
העלא!
איך שרייב מיך איין אין קאווע שטיבל פשוט און גראד ווייל קאווע שטיבל איז א אן אנאנימאס קאנטראליטער נארמאלער פלאץ ווי איעדער קען האבען די בענעפיט פון טיילען אדער נוצען די אינפארמאציע וואס ווערט דא ארויפגעברענגט.
מיין אינטערעסען איז אין אלעס און קאווע שטיבל שטעלט צו אלעס!

משה יוחס » דינסטאג מאי 10, 2016 2:14 pm

· #332471
איך בין א יוד, איך האב נישט קיין ערענסטע דזשאב דעריבער בין איך היבש ליידיג מיטן טאג און איך זיך עס אהנצופילן, איינער פון די זאכן וואס איך טוה אהנציפילן דעם גרויסען טאג איז שרייבן אויף קאווע שטיבל, און זיך אנליינען מיט אינטערעסאנטע וויסענשאפטן און ארויס העלפן אנדערע מיט אינטערעסאנטע וויסענשאפטן און ידיעות

הייליגע רבי » מיטוואך מאי 11, 2016 2:55 pm

· #332671
די פסח זיץ איך ביים סדר פין מיין טאטע אין ווי אלעמאל בין איך ציגעווינט אז עס ווערט נעמען די סדר ביז שפעטענס איינס אזייגער אזוי ווי אים געראכטען זעי איך ווי די זייגער האט זיך געריקט צי צוויי אזייגער אין מען האלט נאך ביי מוצה מצה
"וואס גייט דא פאר" געב איך א טראכט ווער שלעפט אזוי לאנג געב איך א קוק זעי איך ווי מיין ברידער הערט נישט אויף צי דארשענען מעשה'ס געב איך א קוק וועליכע הגדה ער זאגט נאך זעי איך ער זאגט גארנישט נאך פין א הגדה נאר פין א קונטרס וואס קאווע שטיבל האט ארויס געגעבען פאר פסח
איך האב אריין געקיקט אין די קונטרס איך בין ממש נוספאל געווארן פין דעם
איך האב געטראכט צימיר איך מיז ווערן א חבר דא
איך האף ציצולייגען ווען איך קען
ש

טמיר » מיטוואך מאי 11, 2016 3:19 pm

· #332675
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
@take live easy.
נעקסט טיים מאך זעכער אז כאטש דיין ניק איז ריכטיג געספעלט

קל וחומר » מיטוואך מאי 11, 2016 3:42 pm

· #332677
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טמיר
@take live easy.
נעקסט טיים מאך זעכער אז כאטש דיין ניק איז ריכטיג געספעלט

טאמער דארף ער זיכער מאכן איז עס שוין נישט איזי.

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 12, 2016 7:08 am

· #332744
א געדאנג איז דען יא גוט געספעלט? מען פארטוישט א אות אדער צוויי בכוונה כדי צו פארמישן דעם שטן. וכן נהגו אבותינו אויף די לייסענס פלעיטס, ומסורת אבותינו בידינו ואין לשנות...

תורה ומדע » זונטאג מאי 15, 2016 11:36 am

· #333029
איך בין א יוצא ישיבות מיט א קלארען קאפ וואס זארגט פארען עתיד פונעם דור. מיר לעבן אין א תקופה פון שינוים מהותיים אינעם מהלך החיים און אין מהלך המחשבה. עס זענען דא ענינים און חלקים אין אונזרע געזעלשאפט וואס זענען זייער רוי און פרימעטיוו. די ענינים זענען נישט איבער געטראכט גיווארען זינט דעם שואה אדער דעם ערשטען וועלטס קריג. דורך שמועסן וועט מען קענען אויפטוען בס״ד.

נאסע ליילעך » זונטאג מאי 15, 2016 2:18 pm

· #333054
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
תורה ומדע
איך בין א יוצא ישיבות מיט א קלארען קאפ וואס זארגט פארען עתיד פונעם דור. מיר לעבן אין א תקופה פון שינוים מהותיים אינעם מהלך החיים און אין מהלך המחשבה. עס זענען דא ענינים און חלקים אין אונזרע געזעלשאפט וואס זענען זייער רוי און פרימעטיוו. די ענינים זענען נישט איבער געטראכט גיווארען זינט דעם שואה אדער דעם ערשטען וועלטס קריג. דורך שמועסן וועט מען קענען אויפטוען בס״ד.

ווי האט ר' זושא געזאגט: געמיינט האב איך קודם אז כ'וועל מתקן זיין די וועלט, נאכער האב איך פרובירט מתקן צו זיין מיין שטאט, נאך אלעם האב איך איינגעזעהן אז איך ברויך מיר זעלבסט מתקן זיין.( א בחינה פון קשוט עצמך וכו. ) #justsayin'.. עליכם השלום!

קיינמאל נישט צו שפעט » זונטאג מאי 15, 2016 10:21 pm

· #333121
איך האב געהערט פון די פלאץ די ערשטע מאל פון טעלעגראם, און ווי אויך האב איך געהערט זאגן אז דא קען מען זיך אויסגעבן די מעלות, און ווי אויך קען מען זיך אויסלערנען נייע ידיעות, איך פלאן דא צו שרייבן בעיקר אויף דעם חלק פון א שמייכל,

Isaac_Schwartz » זונטאג מאי 15, 2016 11:11 pm

· #333127
I'm a licensed computer technition I like to read good tech stuff & good articles while I'm resting in like to write about technology and help out people in need

ביסט גערעכט » מאנטאג מאי 16, 2016 1:39 am

· #333146
איך בין א חסידישער אינגערמאן איך גלייך זייער שטארק ווען יעדער קען ארויסברענגען פין זיך זיין מיינאנג, געפילן, מהלך, אן דארפען ארויסברענגען ווער ער איז. ״איך גלייב אין ווייס אז יעדער איז גערעכט, אבער איך וויל פארשטיין מיט וואס ביסטו גערעכט?

אברך משי » מאנטאג מאי 16, 2016 2:32 pm

· #333189
אני הקטן השפל והנבזה באמת, היות שוין א לענגערע צייט וואס איך בין א שטיקל מציץ מן החרכים, און טוה אהן מיינע שפאקטיוון אויף מיין שפיץ נאז א בליק צו טאן לענגאויס די ראמען פון קאווע שטיבל און איך האב שטארק הנאה פון די געשמאקע און טיפע רייד. בפרט יעצט כעבור ימי הפסח און איך האב זעלטן שטארק הנאה געהאט פון דעם פה סח אויסגאבע וואס איז געווען אין בדומה לו. אמרתי אף אני הקטן אענה חלקי בין יושבי המקום המשובח, להנות ליהנות ולהתהנות ולהיות בין הנהנים והמהנים מפרי עשתנותיהם, און מהנה זיין כלל ישראל מיט טייל פון מיינע ידיעות כיד ה' הטובה עלי.
א חסיד בין איך א כלליות'דיגע, לויפט ארום צו גוטע אידן און קברים ווי מעגליך. איך זינג א שנעלע מנוחה ושמחה'לע פרייטאג צו נאכטס מן הבא בידי אן קיין באשטימטע לאנגע טענער. בקיצור א עמך איד וואס איז אפן צו אלעם גוטן!

טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 3:03 pm

· #333202
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איז דא א לימיט אין די דאטא בעיס פאר אזויפיהל אומגענוצטע ניקים? ס'איז פשוט א שאד פאר אזאליכע קריעיטיווע נעמען וועלכעס וואלט ווען אן עכטער מענטש געקענט בייפאלן צו נוצן. [emoji2]

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ha ha » מיטוואך מאי 18, 2016 4:48 pm

· #333627
HELLO געטרייער חברים, איך האב מיר שוין אליינגער צייט זיך ארויף סיינען אויף "קאווע שטיבעל" אבער עס איז מיר נאך קיין איין מאהל נאך נישט אויסגעקימען,
אבער ב''ה אז עס איז אן געקימען די ריכטיגער מיניט!!!

בילקעלע » מיטוואך מאי 18, 2016 9:18 pm

· #333661
קודם פשוט ווייל עס איז אינטרעסאנט אין בכלל עס איז דא דא אסאך אסאך אינפארמאציע אין מ'קען זיך אויך איינוועגס אויסלערנען שרייבן , וואס נאך? אה איך בין א וואוילע אינגערמאן איך וויל האבן פרנסה בהרחווה אין איך בעט דעם באשעפער ער זאל מיר משפיע זיין בני חיי ומזוני וכל טוב סלה אמן כן יהי רצון

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 18, 2016 11:47 pm

· #333682
אזא שאלעשידעס תורה... קומט טאקע מיט א בילקעלע.. 😎
ביי שאלעשידעס גיט מען נישט קיין שלו' צוליב פטירת משה רבינו, אבער איך מעג וואונטשן יהא בואך לברכה, אבער בבקשה ממך באלד ביי מלוה מלכה זאלסטו מיר נישט אנטלויפן צום פארשוואונדענעם ניקס אשכול.

מישו מאוד מעניין » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:23 pm

· #333779
איך האב מחליט גוועהן צו אריין קומען דא וועגן איך פלעג עס אייביג ליינען מיט א חבר איך האב זייער הנאה גהאט
איך א ארץ ישראלדיגע א "ציוני" {איך ווייס אויך נישט פארוואס}

טאמבל סאס » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:31 pm

· #333780
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער נאמען איז משהו מאוד מעניין! כהאב מיך צעשמייכלט. שלום אינטרעסאנטער.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

איך אויך » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:59 pm

· #333785
משהוא מאוד מעניין אדער מישהו מאוד מעניין ,ממ''נ איז עס נישט גוט געספעלט.

קל וחומר » דאנערשטאג מאי 19, 2016 5:28 pm

· #333787
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סלענג היברו בראדערס!

אנחנו חיים כבר באלפים ששרה....

Aryeg35 » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:13 pm

· #333795
I like all the news what goes on in the forum community so I'm interested in worldwide news as well if any of the abov will be interesting I m willing to share my comments as well so please give me the opportunity to join you group and welcome me the the kavashiebel family thanks so much for the honor to be part of your friends all the best

סקרן » פרייטאג מאי 20, 2016 1:59 pm

· #333893
מאד מעניין אותי כל הסיפורים והענינים שכותבים פה וגם לרבות כל החלקים שמעניינים החל מאנשי השם עד להצימעס וגם הרבה פעמים ראה ראיתי שכותבים בגנאי על אנשים חשובים שאני מכיר ולא היה לי היכולת לערער ולכתוב למי שאינו מכיר רק מדבר מהבטן שלו את האמת

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 20, 2016 2:24 pm

· #333894
שלום וידע רב

ואתה מתכוון לאותו אדם גדול הנקרא בשם?

פיקאסא » זונטאג מאי 22, 2016 1:31 pm

· #333979
איך זיך שוין לאנג א פלאץ ווי זיך אויסצוליפטערן. היות איך האב נישט קיין הויעכע שטימע היערט מיר קיינער נישט אויס און די עכטע שטיבל...
איך גלייך זייער ארט און דיזיינינג.
כ'האף אז מיין נאלעדזש אין די נושאים וועלען צוגעבען צום פראכט פון די שטיבעל.

davidganim2 » זונטאג מאי 22, 2016 1:33 pm

· #333980
איך בין 25 יאר אין איך האב חתונה געהאט ביי די 23 אין איך בין א ברסלבר חסיד אין איך האב אביסל איבריגע צייט אין טאג ממילא האב איך מיך אויפגעסיינט ווער עס האט עפעס א גוטע side jod וואס איך קען טון ווען איך האב איבריגע צייט איז מכובד א גרויסן יישר כח.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94