☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

פרישקייט און חיות » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:32 pm

· #541092
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב דא געזען גאר שיינע זאכן און איך קען נישט זיך אהלטן מיט מיין נייגעריקייט און איך מוז זען דעם גאנצען קאווע שטיבל, סאיז מיר זייער אינטערעסאנט
חסידשע פאליטיק אין שיינע קליפס פון זינגערס
און אויך צו לייגען ניי פרישע שיינע זאכן

קאטשעניו » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:32 pm

· #541093
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין די נושא פון אינטראווערטס/עקסטראווערטס איז שוין אסאך טינט פארגאסן געווארן, פערזענליך האב איך באמערקט אז הגם איך גלייך די הומען סביבה, און כ'על זיך בדרך כלל נישט ארויסדרייען פון ערשיינען ברבים, בתוך עמי אנכי יושבת, וועל איך דאך שפירן א פיל רוהיגערע מוח און סאך פליסיגער ארייננעמען און ארויסגעבן אינפארמאציע וואס איך קאנסום פריוואט, זאל עס זיין וואטסעפפ, אנליין, און פארומס.

מהאי טעמא איז מיר א געוואלדיגע הנאה צו זשוינען אזא תוכנפולע סייט ווי אזויפיל קלוגע יונגעלייט און עלטערע לאזן זיך ווי מ'רופט "לאאס" און גיסן אויס מאוצרם הטוב על דא ועל דהא. און איך האף טאקע צו קענען זיין א חלק אין די חשובע חבורה, ובשם השם נעשה ונצליח

הרב האברך » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:33 pm

· #541094
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אינגערמאן וואס וויל וועלען טראכטן טיף, וואוינט בתוככי ניו יארק רבתי, אין איז אין א געהעריגע חסידישע קהלה, שיקט די קינדער אין אינזערע היימישע מוסדות לשם ולתפארת, אין עסט נאר כשר בתכלית הכשרות, שוין וואס נאך וויל דער עולם וויסן ?

שומרים2 » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm

· #541095
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.

מלך החיות » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm

· #541096
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך קוק שוין לאנג ארויס צו טרעפן א פלייץ פאר צו קענען ליינען און שרייבן און ארום פרעגן וועגן ארום פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים צוזאמען אנדערע מיט היימישע הערליכע יידן כהאף אז דיע זייטל וועט זיין די ריכטיגן מקום פאר די צוועק

והאר עינינו » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:35 pm

· #541097
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר.
מיין 40 ווערטער וועלן זיך באציען צו די שאלה, ''פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל'' איך האב מחליט געווען זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל, פשוט ווייל איך האב געזוכט א אידישע ווינקל ווי צו קענען ליינען אלע אידישע, און וועלטליכע טעמעס, אויף די געשמאקע אידישע שפראך.
איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר.

והאר עינינו.

האוועל » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm

· #541395
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע חסידעשע איד איך ווייס ניט אנאבל וויאזוי צו טראכטען אויפגעקלערטע זאכען אבער היות מיין דשאב איז אלס משגיח אין א ישיבע פיל איך אז סוואלט געווען כדאי אז איך זאל פארשטיין די היינטיגע בחורים

מיט א שמייכל » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm

· #541396
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך זייער א רויגן לעבן אן קיין פרעשר אין איך זיך אויס צו ליפערן אדער זיך צו לאזן ליפטרן איז דאס די מטרה פון לעבן און זיך הנאה האבן פון די וועלט און פון יענער וועלט און פארשטיין פארוואס מען לעבט.

טא סענטס » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm

· #541397
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן צום חשובן מערכת און פאר אלע וואס וועלן ליינען מיינע שורות ב"ה איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה פארשטייציך מיט א קביעות עיתים און איך האב אויסגעוועלט דעם פלאטפארמע זיך צו אויסליפטערען בין גברא לגברא מיט שיינע אינטערסאנטע שמועסן און פארברענגען איך האף איך וועל הנאה האבן

לייביששרייבער » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:48 am

· #541433
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די חבורת תיו"ט לאזט נישט שמעוסן בין גברה לגברה אויכעט נישט

חיים׳ל ברוקלינער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:34 pm

· #541652
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
היימישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן, אויפגעוואקסן און וואוינט אין ברוקלין נ״י. כ׳האב אלס לי געהאט צו באזוכן דא און ליינען מיט דארשט אונטערסאנטע חומר, און כ׳וועל אויך אי״ה צוגעבן צום שטיבל אזוי אז ונתנו זאל טאקע זיין אהין און צוריק.

צוויי » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:35 pm

· #541654
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם!
איך בין א פשוטע איד וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט אויף דער וועלט.
איך האב זייער ליב צו ליינען, באקאנט ווערן און נייע ידיעות, הערן פון אנדערע וואס זיי האבן מיטצוטיילן, און אויך אליינס איבערגעבן אייגענע עקספריענס,
איך האב ליב צו הערן נאך א מיינונג אויסער מיינע, איך האב ליב אלס צו וויסן צוויי זייטן פון די מטבע

בונדלעך » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:36 pm

· #541655
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נארמאלע חסיד'ישע וואוילער איד. איך בין קראנק און מיעד פון די בייעס און מאניפולאציע אין די היימישע גאס און אויבנאן. איך גלייך א פלאטפארמע וואו יעדער געבוירן אויף גאט'ס וועלטל האט א ווערד און ס'איז אין אידיש. איך בין אפן אבער איך קלויב אויס מיין וועג מיט שטאלץ. איך גלייך צו העלפן אנדערע, אבער עס טוט מיר וויי און איך לאז זיך מער נישט ווערן אויסגענוצט.
איך וואוין אין אפסטעיט ניו יארק, אין א פלאץ מיט לופט, גראז און אלע סארט מענטשן.

שריפט » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:37 pm

· #541656
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
כ׳האב אבער א אינטערעסע צו ליינען און הערן אנדעדע פון אנדערע זייער פרעספעקטיוו אויף פארשידענע ענינים כ׳פלעג ליינען און נישט געווען איינגעשרובן אבער אזוי ווי לעצטענס קען מען נישט געהעריג ליינען האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבן.

הפלא ופלא » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:37 pm

· #541657
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימישער אינגערמאן, וואוינט אין די קרית יואל אומגעגנט. איך גלייך צו שרייבן און צו פאוסטן שיינע ארטיקלען און נייעס, קרישקעלעך און נאך. שטענדיג פאזיטיוו און מיט א שמייכל. עס ציהט מיר צו ווערן א חבר אינעם שטיבל, צו געפונען אן ארט צו מיטטיילן שיינע זאכן.

כתית למאור » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:38 pm

· #541658
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האלט זייער שטארק פין קאווע שטיבל ווייל עס איז א פלאץ ווי מען קען שרייבן פין אלע נושאים איז האב איך באשלאסן אז איך וויל ווערן א מעמבער ווייל איך וויל אויסגעפינען נייע ידיעות און ווייל איך וויל ציגעבן צום שטיבל ווי ווייט איך קען

משה פיינער » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:38 pm

· #541659
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן וואס וויל זיין ברייט אויף זאכן וואס טיט זיך אויף די וועלט, סיי אין פאליטיק סיי אין אידישקייט, דא אויף די העליכע פלאטץ איז דא די מעגלכקייט צי ליינען שרייבן אין אלעס הערן

האראוויץ » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:39 pm

· #541660
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין דער יידישער איבערזעצער פאר די געזעלשאפט פון טשענסטאכאווער יידן. איך האב א מאל געוווינט אין ארץ ישראל, אבער איך האב זיך צוריקגעצויגן צו מיין געבורטס-לאנד, ארגענטינע. איך וויל זיך רעגיסטרירן בכדי צו קענען ליינען אלעריי אינטערעסאנטע זאכן וואס זענען פארעפנטלעכט דא...

מאירפ » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:39 pm

· #541662
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יעך בין פשוט א סימפעל אינגערמאן, מיט א נייגעריקייט אויף א צוויטענס מיינונג און שטעלונג, און א געשמאק צו שערן מיין מיינונג אויף רעלעוואנטע סאבדזשעקטס.
וואס איך הער פון גוטע פריינט, איז דאס שטיעבעל א לייכט געשטומטע געשמאקע היכל זיך אויסצולופטערען און קלאר ווערן און קלארשטעלן.

מן הארץ » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:40 am

· #541697
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישעג יונגערמאן פולקאם און די סיסטעם, תוכו כברו.
איך בין און די פריע דרייסיגער יארן, פארהייראט איבער צען יאר מיט א שטוב פון עטליכע קינדער קע״ה. איך פאל שוין דא אריין צו ליינען אין שטיבל פון צייט צו צייט פאר עטליכע יאר. האב איך געקלערט אז עס איז שוין צייט פאר אן אקאנט.

ערליך » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:41 am

· #541698
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם פריינט. איך האב מיך אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל ווייל איך בין בטבע א שטיקל חוקר און כ'האב ליב צו הערן און רעדן/שרייבן מיט אנדערע מיינס גלייכען, אבער אין ביהמ"ד וכדו' קען מען פארשטייט זיך נישט רעדן אזוי אפן ווי פארשטענדליך, ממילא בין איך אנגעקומען צו קאווע שטיבל, כדי צו קענען קלוגער ווערן און פארברענגען פון אנדערע וואס זענען מיינס גלייכן, דהיינו אידן יראים ושלמים וואס פרובירן צו פארשטיין אביסל וואס מ'טוט און זאגט. ויהי בואי לברכה

עפל_קוגעל » מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:41 am

· #541699
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גארנישט ספעציעל. א פשוטע אינגערמאן וואס גלייכט צו ליינען אין פרייע צייטן,
וואס נאך קען איך שרייבן דא אנצופילן הונדערט זעכציג אותיות? וואס שרייבט יעדער?
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

חאסקעל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:00 am

· #541880
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א בעל הבית וואס וואוינט אין האוועל ניט דזשערסי אין איך האב ליב צו ליינען ידיעות און נייעס ווי אויך צו הערן מוזיק מיט זעהן ספעציעהל רעבישע נייעס ווי אויך האב איך ליב צו טועה גראפיקס. ועוד

קטנתי » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:01 am

· #541882
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד וואס אינטערעסירט זיך זייער שטארק אין פארשידענע הסטארישע געשענישען אן ב"ה גאנץ באקאנט און אסאך נושאים עס זעט מיר אויס אז דא ווערן דורכגעשמועסט אויך האקעלע טעמעס סאיז מיר א כבוד און פארגעניגען מיטצו האלטן ווען מען דארף זיך מפעם לפעם אויסטשוכען

מאנאפאל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:01 am

· #541883
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן חשובע מיטגלידער,
איך בין שוין געווען אין פריערדיגן גלגול דאהי איינגעשריבן, נאר מחמת צוק העתים האב איך נישט באזוכט דא א שיינע פאר יאר.
איך פלאן און האף אנטייל נעמען אינם שטיבל פונדאס ניי מיט פרישע כוחות און זיך צו בארייכערן מיט די ברייטע ידיעות פון די חברים מיט וואס דער מקום איז געבענטשט מיט.

שמעון יואל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:02 am

· #541884
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הער כסדר פון די אינטערעסאנטע נייעס וואס ווערט דא פארציילט, און פון די נושאים עס ווערט דא דיסקוסירט, קלוגע געדאנקען פון קלוגע אידן, האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן אלץ א חבר כדי דאס קענען מיטהאלטן

ישיבה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:02 am

· #541885
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע

מרדכי צבי » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am

· #541886
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמן אין מיינע 40ער יארען. איך האב זייער הנאה פין אייער פלאטפארם. עס איז באלערנט ביז גאר. איך האב זייער הנאה פין חסידישע פאליטיק. ספעציעל ווען עס איז אביסעל קאנטראווירשעל. די שרייבערס דא זענען גאר פראפעשינעל. עס איז באמת א תענוג רוחני וגשמי.

אחד מני אלף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am

· #541887
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין אינטערעסע בייציט זיך הויפטזעכליך צי אידישע היסטאריע. ספעציעל חסידישע היסטארע אין אלטע פארגעסענע קאפיטליך אוו די שורשים פין חסידישע מחלוקות. עס איז מיין האפענונג אז עס וועט עווענטועל זייו איין אפטיילונג געווידמעט אויף די ענינים והמסתעף. פילייכט וועל איך עפעס קענען צילייגן פין מיינע מאגערע קענטיניסן אין די נושא.

לפורקנך סברית » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:57 am

· #541897
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ישיבה #
איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע
ברוך הבא
איך האף אז איר וועט דא טרעפן א פלאטץ צו אויסלופטערן.

עבד ה' » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:35 pm

· #542029
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב צו ליינען הערן אנדערע מיינוגען אין פרובירן צו צולייגען מיינע צוויי צענט צו דעים בעיקר בנוגע חסידית וואס דא איז עס זייער רייך אין נארמאל אין נאכדערצו אויב עס איז אביסל קאנטערווערסאל באט מיט א נארמאלקייט אזוי דא

ואם תמצא לומר » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:35 pm

· #542030
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישע יונגערמאן אין די דרייסיגער'ס - רעדט אין שרייבט אין יודיש, א חקרן, עס הייסט אז איך בין א ידען הויכעט, ויל זיך טיילן מיט ידיעות אין חקירות דא אינעם וועבסייט, כמסת הפנאי. אז מען טרונקט סיי וי סיי קאווע זאל עס שוין זיין אין א קאווע שטיבל.
איך זאג צו נישט איבער גיסן, אין איך וועל בע"ה כסדר לאזן דעם טרינק פלאץ ריין אין שיין.
כה לחי

א יודעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:36 pm

· #542031
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א שעמעדיגער א יונגערמאן וואס האט ליב מיט צוהאלטן נייעס אבער שעמט זיך צו רעדן ביי קופקעס אפשר דא וועט זיין גרינגער און אזוי צובילעך פאלירין די גאר שטארקע בושה און איך האף שטארק אז עס וועט מיר אויך העלפן אלגעמיין אין לעבן איך בין שטארק חסידיש און פון אינדויסן שטארק פאר פרומט אבער פון אינעוויניג בעלעבטישM

עסטרייכערלינגוויסט » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:37 pm

· #542032
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גרוסן פון עסטרייך! איך בין אַ לינגוויסט. איך בין אינטערעסירט מיט שפּראַכן. איך בין אויך אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער וויסנשאַפֿט. איך איך האָב ליב צו שווימען.איך איך האָב ליב צו זיין אין דרויסן. איך אויך ווי טראַוואַלינג, פֿאַר בייַשפּיל איך אַרומפאָרן פיל צו פֿראַנקרייַך.

פייפלה » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:38 pm

· #542033
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ירושליימער איד וואס איך זה גאנץ אפט אינטרסנטע נושאים וואס איך טרעף אינטרסאנט פאר מיר, איך קען זיכער אויך מוסף פון מיינע ידיעות און איך וואלט איייך באדנקנט אויב איר וועט מיר לאזן אריין גיין אין אייער פורום.

זעליג קליין » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:42 pm

· #542234
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו לייענען פארשידענע נושאם פון קאווע שטיבל איך בין נישט קיין שרייבער עס איז מיר שווער צו טייפאן אין איך בין נישט גיט ווען מען דארף שרייבן א לשון זכר צו א לשון נקבה אבער איך לייען אסך איך בין איבער די פופציק יאר איך האב נישט קיין קינדער אין דער היים

חלומות » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:42 pm

· #542235
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס וויל לערנען פלייסיג און אויפשטיין פארטאגס למעשה ווייסטאך סקומט אן שווארמה אבער איך האלט מיין צוהל פאר מייגע אורגן און בעזה גיי איך אנוקומען

אייזיקל » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:43 pm

· #542236
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם. זהו תפילתי. אז ר אלימלך האט דאס געזאגט, וואס זאלן מיר זאגן. זאל דער אייבערשטער העלפען מיר זאלן צו דעים זוכה זיין.

יודישיסט » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm

· #542237
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צו די טייערע אנפירער פין די וועבזייטל קאווע שטיבל הי''ו
אט ממש דאס האב איך געזיכט, א ווירטואלע קאווע שטיבל וואס מען קען הערן פארשידענע מיינונגען אויף פארשידענע טעמעס און אזוי אויך פארשטייט זיך, זיך לאזן הערן און אלע מינע ענינים וואס וואס זענען געשפינט אין אוזערע לעבן פיו פשוטע נייעס פין אונזער געמיינדעס ביז צו קנטראווערסיאלע דעבאטעס, אלס אויף א רעספעקטפולן פארנעם.

מנחם מנדל » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm

· #542238
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן שוין חתונה געהאט א שיינע פאר יאר אינטרעסע און ארט מוזיק קולטור היסטאריע, זוכט א אפענע פלאץ ווי צו שמעוסן און קונה זיין ידיעות,
רעפובליקן אנטי ליבראל קאנסעויטיוו

האניג » זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm

· #542240
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר טייערע חברים. ווען איך האב זיך צום ערשט באגעגנט מיט 'קאווע שטיבל' אנליין דורך גוגל סורטשעס, האט זיך געעפענט פאר מיר א וועלט פון חכמה. און איך רעד נישט דוקא פון חכמה וואס ווערט געשריבן דורך די מעמבערס דא. איך רעד פון מיין אייגענע חכמה, וואס איך האב קיינמאל גענוצט.

מישענדיג בלאט נאך בלאט אין דעם אינהאלטסרייכע קאווע שטיבל אוצר, האב איך זיך פשוט אויסגעלערנט צו טראכטן מיט מיין אייגענע חכמה וואס קודשא בריך הוא האט מיר געשאנקן.

חברים האבן מיר געזאגט: "שטיי ווייט פון קאווע שטיבל! ס'איז א פלאץ פון כפירה!" בין איך אבער איבערצייגט געווארן, אז קאווע שטיבל איז היינט די מקור האמונה! עכ"פ פאר מיר...

שייסל » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:03 pm

· #542485
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע יונגעמאן וואס האט אלעמאל געטראכט אינדרויסן פין די באקס. איך האב שוין יארן הנאה פון די פלאץ ווי מען קען קונה זיין ידועות און נקידות למחשבה. יעצט טראכט איך אביסל צו צילייגן דא פאר אינזער אלעמענס הנאה.

א אידיש קינד » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:04 pm

· #542486
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין בעצם א מענטש וואס האט ליב צו ווסן וואס מער, אויב מ’קען עס אנרופן א חקרן, בעיקר האב איך ליב פולמסון וכדו’. איך קלער אז איך קען פון דא האבן א שטארקע תועלת, און אפשר אפילו פון צייט צו צייט צו צולייגן גאר פון מיינע ידיעות, פאר די תועלות פונעם ציבור.

דרכי » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:04 pm

· #542487
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב יעדע איד אהבת נפש נישט קיין חילוק פון ווי ער שטאמט נישט קיין חילוק פון ווי ער קומט נישט קיין חילוק וויאזוי ער פירט זיך אויף נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ער געפינט זיך כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא

היום » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:05 pm

· #542488
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
היום - היינט
אסאך זענען דו זאכן וואס סטרעסן מיר מיין טאג טעגליך לעבן.
זאכן וואס איך דארף טיען אבער וויל שוין האלטן דערנאך, זאכן וואס איך וויל טיען אבער געשעהן נישט לויט מיין פלאן.
און בעיקר זאכן וואס זענען נישט אין מיין קאנטראל…
אבער היינט איז נאר איין טאג. נאר היינט!
היינט פראביר איך מאכן היינט דאס בעסטע וואס איך קען!

אפריע » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:05 pm

· #542489
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן, איך בין א טאטע מיט א באנטש קינדער מיט א שווערע ז'אב, מ'דארף זיך אמאל אפרוען, אז מ'קען נישט גיין וועקעישן קומט מען צו קאווע שטיבעל זיך צי ארויס טשעקשן אין קימען צו זיך איך האף מען וועט מיך אריין נעמען.

מיליאן » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:06 pm

· #542491
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם עכט בין איך שוין געווען אינגעשריבן לאנגע יארן צוריק ממש פון אנפאנג אין אויך הנאה געהאט צו ליינען א גרויס חלק אבר צוליב מיין פארנומענקייט א אך נישט געהאט קיין סאך צייט מגיב צו זיין באט סאמהאו זעה איך אז לעצטנס בין איך געווארן ארויסגעסיינט אין איך קען נישט צוריק אריין אויך האב איך פארלוירן עקסעס צו די אימעיל וואס איך האב גענוצט אריינצוסיינען סא פראביר איך יעצט נאכאמאל
ישר כח

שלום סופר » דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:08 pm

· #542492
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל פשוט זיך קענען אויסליפטערן מיטהאלטען וואס אנדערע שרייבען און זיך אנרופען ווען איך זעה עפעס וויכטיג צו צולייגען און פרטים וואס אנדערע פארפאסן אדער ווייס אז עס איז נישט אינגאנצען ריכטיג. קוק איך ארויס צו פארברענגן און קונה זיין ידיעות

נחל נובע » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:35 pm

· #542641
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליעב צי ליינען נייע אינפורמאציע, איך גלייב אין ארויס שרייבן אלעס וואס מעטראכט אין פיעלט, אין זיין אויפריכטיג מיט זיך, אין זיין אפען צי טוישן מיינונג אויב מזעהט איין פארקערט, כהאב ליעב צי ליינען און פראבירן צי פארשטיין פארקערטע דיעות פון וואס איך אליין האלט, כוועל נאר זאגן א זאך איין מאהל און אויב איינער האלט אנדערש ווי מיר וועל איך עים לאזן אזוי האלטן איך פארשטיי אז מענטשען האבן מיינונגס פארשידענהייטן.

פאסטעך » מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:36 pm

· #542642
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער פאסטעך איז מצויר ביינונז אין א נאסטאלגישע פיגור, אין די ווייטע אמאל, אליינס, צווישן זיינע שאף ארומגעהאלצט, איינפאך, זארגלאז, ער פיטערט זיי מיט זיינע הענט, זיצענדיג אויף א שטיינטל, און האט הנאה פון קוקן אויפן זון ווי זי גלישט זיך אראפ.

יעצט איז ביינאכט און קום אין קאווע-שטוב אביסל זיך אנגרייטן פאר מארגן, צו זיין גרייט פאר מיינע רינדער.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94