☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

געוואגטער » זונטאג מערץ 3, 2024 12:34 pm

· #552451
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אפען מיינדעט מענטש, אין איך האב ליב צו הערן אין שעירן געדאנקען, איידיעס, און טיפס פון און פאר סיי וועלכער. איך בין אויך אין נאטור אויס א געוואגטער צו זאגן אין פרעגן וואס איך פארשטיי נישט, אדער מאכט נישט קיין סענס.

שמייכלדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 1:26 pm

· #552459
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמייכלדיג #
א גוט יאר אייך טייערע פריינט אין די קאווע שטיבל, אזוי ווי מיין נאמען דאס פראביר איך צו זיין, שמייכלדיג!
פארשטייט זיך נישט אלעמאל איז עס אין מיין קאנטראל, אבער איך פראביר עס זאל יא אזוי זיין,
איך האב זייער ליב זיך אריינצולייגען מיט א אפענע מוח און יעדער נושא וואס שווימט ארויף אויפן אויבערפלאך, און ארויסצוגיין מיט א קלארע פארשטאנד.
איך האף אז ענק וועלן הנאה האבען פון מיך אויף דער פלאטפארמע.
שלום ליבע פריינט!

שמייכלדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 1:33 pm

· #552462
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טייל מענטשן קענען מיך אלס אבימלך..

חיים כץ » זונטאג מערץ 3, 2024 2:16 pm

· #552491
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמייכלדיג #
טייל מענטשן קענען מיך אלס אבימלך..
וועלכע אבימלך

שמייכלדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 2:17 pm

· #552492
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חיים כץ #
שמייכלדיג #
טייל מענטשן קענען מיך אלס אבימלך..
וועלכע אבימלך
פון אייוועלט

סקעפטיקער » זונטאג מערץ 3, 2024 2:43 pm

· #552516
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמייכלדיג #
חיים כץ #
שמייכלדיג #
טייל מענטשן קענען מיך אלס אבימלך..
וועלכע אבימלך
פון אייוועלט
You will have to prove it!

צוויי » זונטאג מערץ 3, 2024 3:12 pm

· #552528
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אפשר זאגט מען אים עפעס ער זאל שרייבן אין אייוועלט, און ער זאל עס שרייבן פאר א סימן, און דערנאך געבן דא די לינק (ס'דארף זיין געשריבן נאכן בעטן..)

געוואגטער » מאנטאג מערץ 4, 2024 1:16 am

· #552629
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חיים חייקל #
א פשוטע יוד וואס זיכט צו פאברענגן געשמאק אויף דאס און יענץ אויף א היימישע געשמאקע פארנעם מיט ברודער צוזאם זיך צו ליפטערען א ביסעלע על טהרות הקודש נאך א שווערע טאג ארבעט
וועלקאם דא איז דיין פלאץ!!!

מחשבה טובה » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:49 pm

· #552877
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך צו ליינען פארשידענע מיינונגען, ארויס באקומען די מושג האנושי, קאווע שטיבל שיינט צו זיין די פאסיגע מקום, נעמנדיג אין באטראכט די פולע קאלירן וואס עס פארמאגט אין זיך פון אלע שטערמונגען אין קרייזן. וואס ביי איינעם איז חזיר טרייף איז ביי א צווייטן מצוה מן המובחר, ואלו ואלו דברי אלוקים חיים.

הוצל דבנימין » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:50 pm

· #552878
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד - עס איז נאר דא איין גאט אויף די גאנצע וועלט.

איך בין דא צו געבן אינטערעסאנטע שטאף פארן עולם, דאקיומענטן מיט רעקארדירונגען, וואס איר וועט זיך אליין איבערצייגן און הנאה האבן דערפון, איך בין זיכער אז יעדער קען געניסן דערפון און אז עס וועט זיין לתועלת כולם.

גרונםלשונם » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:50 pm

· #552879
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן, איך גלייך צו ליינען נייעס און ספעציעל אינטערסאנטע, יארן וואס כ'קוק שוין נאך די נייעס קוואל און האב הנאה, און כ'האף הנאה צו האבן ווייטער פון די רייכע נייעס וואס ווערט אהערגעשטעלט פאר יעדעם לשונו עט סופר יישר כוח

דרייקאפמענטש » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:50 pm

· #552880
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סתם א אינגערמאן וואס זיכט צו ווערו א בקי אין יודשע נייעס אויב איך האב וואס צו זאגן וועל איך מיך נישט שעמן מודיע זיין מיין דעה איך וייל זעהן וואס טיט זיך בחצרות קדשנו אויך אין ביזנעס ענני ים

חייםשלשלום » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:51 pm

· #552881
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א יונגערמאן וואס האט ליב נייעס אין אידיש פראבירט זיך צו האלטען פון לשון הרע וכדו. בעיקר אינרטסירט אין חצרות הקודש אין נייעס וואס מען טרעפט נישט מבחוץ. איך האף דא דאס צו טרעפן אין זיך באקענען מיט דעם. נישט קיין גרוסע שרייבער אבער אז ספעלט אוס קען מען דאס אויך

בני אהרן » מאנטאג מערץ 4, 2024 6:52 pm

· #552882
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין גיבוירן אין וויליאמסבורג. גילערנט אין סאטמער חתונה גיהאט קיין בארא פארק. איך דריי איך אין באבוב. איך םרויביר צו טראכטין ארויס פין די באקס, וואס פארדעים האב איך ליב צו נאשען פין קאווע שטיבל.

אמבקש » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:20 pm

· #553357
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אייך:
די ניק וואס איך האב זיך אויסגעקלויבט, איז מבקש, ווייל אויב וואלט איך געמיזט ענטפערן פאר איינעם אין בלויז איין ווארט וויאזוי וואלט איך באשריבן מיין יעצטיגע פארש/וויסנשאפט פאזיציע אין מיין לעבן, וואלט איך ג'ענפערט "א מבקש".
איך בין נישט ניי צו קאווע שטיבל בכלל. איך שפאציר שוין ארים דא יארן לאנג. צו זעהן די תגובות איז מיר לעצטנס וויכטיג געווארן, פראביר איך זיך רעגאסטרירן, האפנטליך מיט הצלחה.
א דאנק
מבקש

פוליש אמבאסאדאר » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:21 pm

· #553358
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישע יונגערמאן פון בארא פארק מיט אביסל איבריגע צייט . זיכט זיך אויסצוברייטערן די ידיעות
מער ווי די צנזור קאנטראלירטע מידיע ערלויבט.
איך האף צו צוגעבן צו די פארום פון מיין עקספיריענס און נאליזש .
דאס אלעס וואס איך האב צו זאגן.

וואס זאגסטו » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:21 pm

· #553360
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יאך בין א שומר תורה ומצוות וואס 'דארף אלעס מיטהאלטן' אבער נישט קיין מוילמאכער. ווי ס'שיינט איז קאווע שטיבל א פיין מקום דערפאר. איך בין א דרייסיגער מיט נישט קיין שלעכטע פעדער. און מיט מח קעמערלעך וואס האבן ליב צו פראסעסירן אינטרעסאנטע אינפא.

דער עקס » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:21 pm

· #553361
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א סטאנדארט חסידישער אינגערמאן פון ערגעצווי אין אייראפע.

איך גלייך צו ליינען אסאך און בארייכערען מיינע ידיעות און פארברייטערן מיין פערספעקטיוו.

בדיעבד קען איך צומאל אויך שרייבן און צולייגן מיינע צוויי פרוטות.

עס געפעלט מיר די אפנקייט און אייגנארטיקייט פון דעם קאווע שטיבל. איך האף זיך צו מאכן באקוועם און טרעפן דא מיין פלאץ.

פידל » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:22 pm

· #553362
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוט'ע אינגערמאן אין לאנדאן.
לערנט אין כולל און שפילט אויפן פידל.
גלייכט מוזיק און נאך אסאך נושאים.

האפט צו קענען שרייבן איבער מוזיק און נאך וויסנשאפטליכע נושאים אויף וועלכע עס איז דא ווייניג אידישע ליטעראטור (דערווייל).

חכמה-3 » מיטוואך מערץ 6, 2024 6:22 pm

· #553363
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה טייערע חבירים
זענען מיר דא אריינגעסיינט צו זיך אויסשמיסען איבער אקטועלע נושאים העומדים על הפרק
איז זענען מיר דא צו הערן און שערן, און אביעלע די קאפ זיך אויסליפטערן וואס טוט זיך און אינזער היימישע וועלטעלע שטיבעלע

איך מאך מיר באקוועם
טון מיר אן די סיעט בעלטס און גייען מיר אויף א רייזע באנאזאם
אונז האמיר אינזער אייגענע צוויי דריי סענס צוצילייגן וואס מען וועט הנאה האבען בעזה"ש

מענדל בייליס » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:32 am

· #553513
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוט'ער איד. איך גלייך צו ליינען און בארייכערן מיינע ידיעות און מהלך המחשבה. נאכ'ן דא ליינען א לענגערע צייט האב איך באשלאסן צו עפענען א ניק צו פארגרינגערן דאס ליינען און אפשר צומאל אויך אריינרעדן אינעם שמועס אויב דער אייבערשטער וועט חונן דעת זיין.

גברא דלא עביד » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:46 am

· #553515
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האלט שוין מיט די לעצטע שטיק צייט דא, אבער אן קיין רעגיסטראציע קען מען נאר זעהן כטיפה מן הים. איך האף צו קונה זיין אסאך דא איו דער איינציגסטע פלאץ ווי וויכטיגע נושאים קענען ווערן אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת אהן אימת הקהל והצענזור.

באַקוועם » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 9:51 am

· #553518
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
העלא איך וואוין אין ברוקלין איך האב קיינמאל נישט געשריבן אין פובליק, אפשר יעצט וועל איך עס אבער איך האב אסאך צו זאגן איך בין אויפגעוואקסן אין א גרויסער קהילה איך האף צו הנאה האבן פון דעם קאווע צימער

בגתן » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:25 pm

· #553707
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זוך א באטעמטע פלאץ, זיך אויסצולפוטערן מיינע מידע ביינער און אויסגעמוטשטע מח ,איך האף איהר זאלט הנאה האבן פון מיר און מיינע צוויי צענט

בעזר השם האף איך צונאגן עפעס גוטס און אייך מהנה זיין , וואו איהר וועט זיך גוט באקענען מיט בגתן

איוואן די שיכור » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:26 pm

· #553708
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטען מיין נאמען איז איוואן די שיכור, איך האב מחליט געווען צי קימען דא אויף קאווע שטיבל צוליב וואס איך האב זייער הנאה צי בייקימען די נייעס אויף א יודישע אין אויסגעהאלטענע פארנעם, אין איך קוק פאראויס צי הנאה האבן פין אייך, אין איך האף אז איהר וועט הנאה האבן פין מיר, א דאנק.

איש מרדכי » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:26 pm

· #553709
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א רעגעלע יונגערמאן אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג חתונה געהאט צי בארא פארק, איך פראביר צי זיין ווי מער סקעפטיש אויף אלעס וואס איך הער אין לייןת
נישט גלייבן איין זייט אויב ס'דא נאך א זייט וואס שרייט אנדערש, בקיצור די שטיבל דא האט ברוך השם א רעקארד נישט צי אראפשלייכענען א תגובה נאר ווייל די פירערס האלטען אנדערש.

פארדעים בין איך דא!

העלאו

ישמחמשה » דאנערשטאג מערץ 7, 2024 7:26 pm

· #553710
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואוין אין בארא פארק. זייער אפט פיל איך אז איך בין אחיין אין מיין געדאנקן. עס אינטערעסירט מיר צו ליינען וואס אנדערע טראכטן וועגן פארשידענע טעמעס. יישר כח פאר די געלעגנהייט צו ליינען און צו לערנען.

אייזיק שפירא » פרייטאג מערץ 8, 2024 2:07 pm

· #553859
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה אלע חשובע שרייבער און ליינער

אזוי ווי אלע מעמבער'ס, וויל איך אויך ווערן א מעמבער דא אין קאווע שטיבל
און איך האף אז די הנהלה וועט מיך אנעמען, און אקטיוויזירן מיין ניק.

צום ווידער זעהן, בס''ד ווען איך וועל ווערן אנגענימען

החותם בשם, אייזיק שפירא

חכם מכל האדם » פרייטאג מערץ 8, 2024 2:07 pm

· #553860
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א היימישע ליינער. מיט אינטערעסע אין נייעס און

באשרייבינגען. איך האב הנאה פון דעי אשקול. איך שעץ

זייער גוטע שרייבער. און וויל מיטהאלטן די נושאים. ביטע מיך געבן צוטריט צום פלאץ

בדרך אפשר » פרייטאג מערץ 8, 2024 2:08 pm

· #553861
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן יעדער איינער, מחשבה איז א שטארקע זאך מיט א מוראדיגע כח וואס דעיס קען מען פארשטיין אביסל פון צווישן די קאווע שטיבל ווענט, וואס משום זה איז עס נאר ״בדרך אפשר״ ואני אקטן גלייך מחשבה ,איך מיין סאיז שוין 40 ווערטער,הצלחה רבה

בנציב » זונטאג מערץ 10, 2024 7:03 pm

· #554136
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כזיך צו ווערן בּאהאוונט אין נושאים וואס זענען נישט אויסגעשמועסט אין אלגעמיינע אידיש געשריבן ליין מאטריאל/וועבסייטס, אויך גלייך איך צו זעהן מיינונגען וואס טשעלענד'ן מיין דיפאלט בליק אויף אידישקייט, ווי אויך ווייס איך אז שרייבערס דא האבן אפט געשמאקע קאמישע געשרייבעריי

זינגעלע » זונטאג מערץ 10, 2024 7:05 pm

· #554137
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן, מיין נאמען איז זינגעלע. איך וואוין אין די שטאט מאנסי, איך ארבעט ב"ה רוב טאג אין א ארבעט וואס איך בין ב"ה זייער צופרידן. אין מיין זייטיגע צייט האב איך ליב צו פארברענגען מיט חברים און גוטע פריינד, און דעריבער בין איך זייער 'עקסיידעד' זיך אנצושליסן אין 'קאווע שטיבל' וואו כ'וועל קענען געשמאק פארברענגען מיט אנדערע אידן אויף געשמאקע און לייכטע פארנעם. כ'קען קוים ווארטן!

אשרי העם » זונטאג מערץ 10, 2024 7:05 pm

· #554138
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך שרייב זיך איין דא אויף די פלאטפארמע קאווע שטיבל ווייל איך בין א ידען נפלא און איך זיך די מח מיינע זאל ווערן רייכער מיט נאך ידיעות
און איינוועגס מיט טיילן מיינע ידיעות פאר אנדערע

וויסן זאלן ענק אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע פארומס און אנליין גרופעס אינטערגיין

קרעטשניף-פאפא » זונטאג מערץ 10, 2024 7:08 pm

· #554140
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין די כולל וואו איך האב אמאל גלערנט, האב איך אלעמאל געשמועסט מיט די אנדערע חברא איבער אסאך טעמעס וואס מען רעדט דא, און זיי האבן מיר כמעט ארויסגעווארפן בשביל דעות כוזבות...
אז אמרתי הנה באתי לאתרא קדישא הדין, עם ת''ח מכל אתר ואתר, להגיע לנקודת האמת, לאמיתה של תורה

חס ושלום » זונטאג מערץ 10, 2024 7:09 pm

· #554141
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן.

איך בין נישט ניי דא אינעם שטיבל, אבער פאר עפעס א סיבה קען מיין ארגינעלער ניק מער נישט אריינלאגן, נאר ביים פרובירן אריינצולאגן קומט ארויף אן מעסעדזש (איבערגעזעצט פון א צוברכענע לשה"ק מיט די ספרדישע הברה. איין מינוט. פון וואו ווייס איך מיט וועלכע הברה ס'איז? נעווער מיינד) "דיין ניק ארבעט נישט יעצט אויפ'ן מאמענט. אויב דו שטויסט זיך אן מיט שווערעקייטן ביים אריינלאגן, דאן טו זיך פארבונדן מיט'ן הויפט אדמיניסטראטאר פון קאווע שטיבל".

וועט איר פרעגן פארוואס איך פארבינד זיך נישט מיט אים? ווייל איך ווייס נישט וויאזוי! און מיין איינציגסטע וועג צוריק אריינצוקומען איז צו עפענען א נייע ניק.

אפרים » זונטאג מערץ 10, 2024 7:11 pm

· #554142
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לשעבר היה חבר בכת לב טהור. ויצא משם משם לפני שנתיים. כהיום גר בניו יורק. עם הרבה מידע אמיתי על הנושא הזה. ועל כל המשוגעים שם. מבקר תמידי בקהילת אור חדש של הגרים בגוטמאלה ומשתתף בסיפורים המעניינים שלהם. בקיצור סיפורים מעניינים של גואטמלה...

איך און מיך » מאנטאג מערץ 11, 2024 7:00 pm

· #554424
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב א ערענסטע וויזיע- נאך מער פון א יאהר וואס איך האב נישט אריינגעקוקט אין עס- אויפצוהייבן אנזער אזוי באליבטער קאווע שטיבל
מיט אסאך לייקס און עווענטועל פיינע תגובות צום פארגעניגן פון אלע ניקס אם ירצה השם
למעלה למעלה למעלה
דאס בין איך און מיך

סתמאזוי » מאנטאג מערץ 11, 2024 7:00 pm

· #554425
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין זייער א שטילער און זייער א נייגעריער מען וועט נישט הערען קיין סאך פון מיר. איך האב ליב אסאך צו ליינען איך קען גיט היסטאריע אידישע און וועלטליכע. זאכן וואס איך גלייך לערנן פארברענגן

אבדק חימזוב » מאנטאג מערץ 11, 2024 7:01 pm

· #554426
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געזיצן א לאנגע צייט אויף אייוועלט און יעדע מאל סאיז מהאט עפעס גערעדט פון ק. ש. איז ארויפגעקומען אלע שלעכטע לאזונגען איבער דעם סייט האב איך אפגעמאכט אז איך מיז עס אויסטשעקן אבער ביים ווילן אנהייבן ליינען איז מיר ארויסגעקומען אז איך מיז מיר איינשרייבן צו קענען לייענען האב איך מיר רעגיסטרירט

גור אריה » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:45 pm

· #554617
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך דעם אמת, אין איך ווייס ע״ס איז דא מער ווי איין אמת … איך בין אן היימיש אינגעל פיו ווימ׳ס וואס באקומט אסאך ארטיקלען פין קאוול שטיבל, פארוואס זאל איך נישט ג׳יין צים סארס דיירקט

בקרוב » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:46 pm

· #554618
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אקאנטענט פאר קליינע און מיטעלגאטיע ביזנעסער.

איך האב מחליט געווען צי זשוינען די קאווע שטיבל ציליב איר רייכע נאליזש און טשיקאווע נושאים וואס מען זעט נישט אויף אנדרע פאורעמס.

גארטל » דינסטאג מערץ 12, 2024 6:47 pm

· #554619
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געבוירן בין איך אין די פריע תש"נ יארן, אזאך וואס מיין קליינע שווארצע בערדל באשטעטיגט אז איך בין אין די אינגערמאנטשיק סטאטוס. אבער דאך, אפילו איך בין יונג, זיך צו פארשטעלן פאר פרעמעדע קען מען שרייבן אסאך, מיטן עס אריינלייגן אין עטליכע געשריבענע ווערטער מיינט אז יעדעס ווארט און שורה שטעלט-פאר חדשים און יארן פון מיין לעבנס געשיכטע ביז אהער.

אויפגעוואקסן בין איך אין די מאדערענע שטאט בארא פארק, ביז אלץ בחור ווען מיינע עלטערן האבן זיך געצוגן צום עטוואס מער פרימער-אויסזעהנדע שטאט - וויליאמסבורג.

זייענדיג פון די חסידישע אידן סעקטע פון כלל ישראל, בין איך אנגעשלאסן אין א (חסידות) [קהילה] וואס פארמאגט א נעץ פון מוסדות אין ביידע שטעט, אזוי איז אויסגעקומען אז מיין יסוד'סדיגע השקפת זענען נישט ציפיל געטוישט געווארן.

היינט, האלטענדיג עטליכע יאר נאך שנה ראשונה, האט זיך ארויסגעשטעלט אז פאר א בעסערע לעבן איז כדי געווען צו איבערפלאנצען אינזער הויז אין לעיקוואד. און טאקע שוין פאר א שיין ביסל צייט וואס מיר אטעמען די עיר התורה'דיגע לופט.

קאווע שטיבל איז א שטיבל ווי איך פלעג פארבענגען דורך פארשידענע צייטן. יעצט מיטן קענען לערנען עטליכע שטאטן -מיט אירע מענטשען- פון דער נאהנט פיל איך ווי איך קען עפעס זאכלעך צולייגן צו די שמוסען דא אין שטיבל.

עס איז צום האפן אז מיר וועלן זיך באקענען שטערקער, און הנאה האבן צוזאמען איינער פון די צווייטע.

חכם צבי השני » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:14 pm

· #554965
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטער איד, איך בין נישט געווינט צו שרייבן וועגן מיר איבערהויפט ניש אין אידיש, איך האב הנאה צו הערן מיינוגען פין אנדערע מענטשען אין צוליב דעם קוק איך פאראויס צו ליינען אין שרייבן אויף די פארעם, איך בין אין די יארן וואס מען טראכט פיל וועגן לעבן אין איך האב אסאך איבריג צייט פאר דעם ב"ה, איך האף אז דאס איז א פארעם פאר ערענסטע מענטשען מיט גלייכע קעפ

קא מיבעיא לן » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:14 pm

· #554966
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איז אזוי, איך דריי מיך און עטליכע חצרות הקודש לבית נדבורנא קרעטשניף ויזניץ און ספינקא למינהם, און האב זייער ליב מיט צוהאלטן אלעס וואס גייט פאר, בעיקר פון אונטערן טיש... אבער אויך ארום און ארום פון רעבעס און חסידים, פון רעבעס צווישן זיך.

על פי רוב האב איך ליב צו הערן [דא איז עס ליינען], אבער ווען ס'קומט א גוטע נושא לייג איך צו אסאך פעפער און זאלץ האניג און צוקער, אלעס לפי הענין...

אלישבע » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:15 pm

· #554967
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל פלעין ליינען ארטיקלען ווי אויך וועל איך מעגליך אנהייבן צו שרייבן אין די צוקונפט איך האף אז עטס וועט מיר באשטעטיגן אלס א נייע ליינער דא די סיבה פארוואס איך רעגעסטריר דא איז ווייל איך וויל מיטהאלטן אלעס וואס גייט פאר אין די אידישע וועלט

אתרוג פישקע » דאנערשטאג מערץ 14, 2024 8:15 pm

· #554968
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א וואילער חסידישער יונגערמאן דאווענט דריי תפילות א טאג אין פרובירט צו ברענגען פרנסה אין שטוב. ענדזשויט היסטאריע אין אלטע חסידישע פאליטיק , אין לעבידיגע דעבאטעס אין אלע ענינים אין נושאים. ויה"ר שלא תצא מכשול מתחת ידי. לקדש שם שמים!!!

מיין ברודער » זונטאג מערץ 17, 2024 7:40 pm

· #555220
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם קאווע שטיבל

איך האף אז דו פלאץ וועט הנאה האבן פון מיך, און פון מיין ברודער

(איך האב א ברודער וואס וויל שרייבן דא, אבער מחמת איזה סיבה, קען ער זיך נישט איינשרייבן, מילא וועל איך אים אויך לאזן ניצן די ניק)

קל לזכור » זונטאג מערץ 17, 2024 7:41 pm

· #555221
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע אינגערמאן וואס גלייכט אויסצופיגערן זאכן וואס ווערן נישט געטראכט דורך דעם אלגעמיינער ציבור וואס באלאנגט צום סיסטעמאטישען קאנווענשענאל וויסדאם. די זעלבע אין ביזנעס פרובירן מיר אויסצופיגערן ענינים נישט אינדרויסן פון די באקס, נאר אנדערש ווי די באקס. איך גלייך די וועג וויאזוי זאכן ווערן אויסגעליפטערט שא אין שטיבל.

וויטשי וואסער » זונטאג מערץ 17, 2024 7:41 pm

· #555223
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין געווען א שטענדיגע ליינער ביז מען האט פארלאנגט זיך איינשרייבן. איך האב געהאפט און געהאפט געווארט און געווארט מען זאל צוריק עפענען לכל הקהל אבער שוין געקומען ענדליך צום החלטה זיך איינשרייבן. נא לאמיר זעהן צו איך וואס צו צוגיבן.

קליינע באשעפעניש » זונטאג מערץ 17, 2024 7:42 pm

· #555224
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א באחנט'ער באזעסענער יונגעלע, מיט טיפע דורכדרינגליכע אויגן, די עולם ארום מיך טענה'ט איך בין זייער מיטשויר''ט ווי מ'רופט עס, אבער דער וואס קען מיך גוט אינעווייניג ווייסט, אז כ'בין נאך עכט תמימותדי'ג, יונג און איידל, מיין ציל איז בלויז צו זיין וואויל אויסגעהאלטן און נאנט צו גא-ט, קיינמאל זיך נישט אפהאקן חלילה, און פאר קיין רגע פארגעסן אז דער באשעפער פון די וועלט איז מיט מיך, און באהיט מיך, און ערווארט פון מיר כ'זאל מיך שטארקן, און שטארקן אנדערע, שטענדיג מיט א שמייכעלע, דעיס בינעך.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94