☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

בּליקער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:19 pm

· #509036
שׁלוֹם.

כ׳גלייך קאַווע, און זיך צו בּליקן אין מיר זעלבּסט - האָפנטליך מיט די הילף פון שׁטיבּל.

כ׳לייך אַ שווייץ שטיקל טשאָקאַלאַדע מיט׳ן קאַווע, און כ׳פּרובּיר שאַפן ווען כ׳אָבּ נישט צו דער האַנט

Lee » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:19 pm

· #509037
פון ווי נישט....
באקאנט די מאמר "חברא חברא אית ליה"...

כ'פיל פאר א זכיה צו זיין א טייל פונעם "קאווע שטיבל משפּחה".

אין זיך אינדזשויען אויף גוטע קרישקלעך נייעסלעך אאו''ו.

ספינקא » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2022 7:20 pm

· #509038
I want to register to be a member there Because it's very interesting
And also I want to have the battery to write over there To say my opinion
אייוועלט האט געהאלטן און איין מעקן מיינע זאכן סא וויל איך אנהייבן צו שרייבן דא אנשטאטס דארט. ובשם ה' נעשה ונצליח.

חלק קטן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 7:34 am

· #509132
שלום וברכה פאר אלע ניקים.... איך בין א נייער ניק דא. איך וויל ארויס ברענגען מיין סיבה פארוואס איך בין יעצט געווארען, איך בין שוין קרוב צו זעקס יאר א גאסט דא אבער לעצטענס זעה איך אז די חכם הדור @מי אני איז ממש וואו א מים שאין להם סוף איז מיר א זכיה צו שרייבען מיט אים. אגב זייענדיג א גאסט פאר יארען וויל איך לייגען מיין צוויי צענט, אז מיין צוויי בעסטע ניקים זענען @שבת אחים זיין שכל הישר מיט זיין מדות האמת, מיט @חקרן..... אגב @שבת אחים בין איך היבש סקעפטיש וואו זיין אמונה האלט, אבער דאס איז א סייד נאט!!

זיסע חלומות » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 10:26 pm

· #509194
ברוכים הבאים קאווע שטיבל.
איך האף צו קענען רייכער מאכן די פלאטפארמע מיט רייכע ארטיקלען און זאפטיגע סחורה, מיין פלאן איז צו שרייבן פוקציע, נאוועל, טרילערס און דראמע.


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶֽיךָ, יְיָ אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, שֶׁיִּהְיוּ כׇּל חֲלוֹמוֹתַי עָלַי וְעַל כׇּל יִשְׂרָאֵל לְטוֹבָה,,,,,,,,,,,וְתִרְצֵֽנִי!

ברייטער גערעדט » מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2022 10:27 pm

· #509195
איך האב עס באמערקט אין אריין געטשעקט אין כבין מוראדיג נתפאל געווארן כקום פין אייוועלט אבער דארט האב איך מיר געפיעלט מוראדיג ריסטריקטעט אין געוויסע זאכן
כבין פארגאפט געווארן פין די ברייטקייט וואס מהאט דא אויסצישמועסן נושאים אין זאכן וואס וואלטן ווען געדארפט זיין שטארקע טעמעס ביי אייוועלט
כקוק ארויס צו ווערן אנגענומען אין אריינקומען שטארק דא !
כהאלט כבין ווערט צוזיצען דא אין לאזן הערן מיינע צוויי צענט!

שווייצער רב » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:52 pm

· #509860
אינז זענען שטארקע חסידים פון סיי וועלכע מנהיג בישראל און אינז האלטן אז אינז פארשטייען צו דעם און קענען אסאך צוגעבן צו פארשידענע נושאים בפרט בחצרות הק' איך פרזענדליך האלט זיך פאר א נדבורנא חסיד ווייל פון דארט איז מיין אפשטאם נאך פונדערהיים

שטעטעלעך » מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 10:52 pm

· #509861
איך וואוין אין ניו יארק אזוי ווי די סיסטעם ווערט נאר מער סיסטעם, לייג איך גרויס האפענונג אויף אלע נייע ישובים, וואו סוועט זיין א תורה'דיגע היימישע אטמאספער, אבער אלעס אן די תורה שטעקן.

דערווייל ביזן פאקן, דארף מען דאך אויך עפעס לופט, נאכן טרייען צו שמעקן דעי פלאץ, ווי סאיז דא גענוג לופט פאר יעדן, אין יעדער איז וועלקאם, איז צייט צו אנהייבן אטעמען די רייכע אשכולות דא.

פון צייט צו צייט וועט א בלעזל אקסידשען ארויסגיין און ווערן פארוואנדעלט און א געשרייבאכטס.

דונג » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 6:55 pm

· #510004
רש"י על תהלים • פרק צז פסוק ה
"כדונג נמסו" - דכתיב ונהרסו ההרים ונפלו המדרגות. "כדונג" - כשעוה
Raschi über die Psalmen • Kapitel 16, Vers 5
"Kedung schmolz" - buchstäblich und die Berge wurden zerstört und die Treppe fiel. "Kadong" - ungefähr eine Stunde

א בני יואל » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 6:55 pm

· #510005
איך בין א סאטמארע יונגערמאן אין גלייך זייער צי שרייבען אין היימיש יודיש אין איך טראכט דא איז א גאנץ געשמאקע פלאץ צי שרייבען אין אפּענטפערין אפאר אינטרעסאנטע זאכען וואס פארשידענע חברה ניקס שרייבען

רוחין חדתין » מאנטאג אקטאבער 3, 2022 6:56 pm

· #510006
פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת

מענטשן פרעסער » פרייטאג אקטאבער 7, 2022 2:45 pm

· #510101
איך בין א שטילער אינגערמאן, איך מאך נישט קיין נויז עט אלל יעצט געהערט וועגן דעי וועבזייטל, איך קען קוים ווארטן זיך צו באקענען מיט דעם עולם דא, די וועלט זאגט "א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל" וועל איך עס אויסטרייען

מתבודד » מוצ"ש אקטאבער 8, 2022 10:25 pm

· #510116
מענטשן פרעסער
.
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז די הנהלה פלעגט מקפיד זיין אויף נידריגע-סארט נעמען?!
איך שלא יהיה, שלום עליכם ר’ פרעסער. פיל דיך היימיש און לאז זיך הערן..

אפשר איז שוין היינט נארמאל צו זיין א ’מענטשן פרעסער’?...

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 9, 2022 2:39 pm

· #510132
רוחין חדתין
פארוואס ווערן א חבר אין קאווע שטיבל? וואס איז די פראגע בכלל! ווי קען מען היינט רעדן א גראד ווארט אויב נישט אין קאווע שטיבל,איך גלייך צו רעדן מיט מענטשן וואס זייערע מיינונגען זענען א תוצאה פון טראכטן, און נישט פון נישט טראכטן, אין אונזער סייסיאטי זענען די גרעיניצן פון וואס ממעג טראכטן און זאגן אומדערטרעגליך, איבערהויפט און די מידיא וועלט כידוע, לא מיבעיא סותר זיין דעם אלטן (וואס אגב איז געווענדליך די פאקטן ארום דעם אלטן מסורה אדער מנהג אינגאנצן פארדרייט) נאר אפילו א לא שמענו ולא ראינו קען מען אפווישן דברים של טעם, פון א שיינע מליצה ווי חדש אסור מן התורה איז עס געווארן אן ענטפער אויף אלע פראגן, דאכט זיך מיך אז דא אין קאווע שטיבל הערשט נישט דעם דאזיגן גזירה נוראה על הדת
רוחין חדתין: דערווייל. כאפ דיך שנעל ארויף אויפ'ן וואגן. ווייל כ'האב מורא אז מיט די צייט וועט קאווע שיבל אויך ווערן כאחד מבני החבורה. וואו מ'וועט צענזורירן און אויסמעקן אלע תגובות און מיינונגען וועלכע זענען נישט איינשטימיג מיט די אפיציעלע ליניע'ס אידעאלאגיע.

ס'האט זיך שוין אנגעהויבן. מ'מעקט שוין דא מיט תירוצים ותירוצים שונים. אז ס'איז שלא מן העניין. און נאך אנדערע פאלשע תירוצים. ווערטער און סענטענסעס מעקט מען שוין. און צומאל, פון געוויסע מענטשן וואס מ'גלייכט נישט זייער אידעאלאגיע, אפילו גאנצע תגובות און אשכולות.

קאסא גראנדע » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:59 am

· #510376
איך בין בס"ד דער פייאויניר פון די ישוב אין קאסא גראנדע און ווי אויך די אינוועסטאר און דער גאנצער נושא בעול און נטען זעהן פאלטשע אינפארמאציע האב איך מחליט געווען צו ענטפערן און אויסקלארן

צדקה פלאס » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 10:59 am

· #510377
עס זעט מיר אויס אינטרעסאנט, איך זע אסאך ידיעות און אינטרעסאנטע נושאים צו דורך שמועסן דא מיט חברים, איך וועל קענען רייכער ווערן מיט גוטע ידיעות, און זען און ליינען געשמאקע זאכן

טשענסטאכאווער » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:00 am

· #510378
נאָכן דריין זיך לאנגע יאָרן צווישן פֿארשידענע פּױלישע חסידותן, איך האָב צום סוף געטראָפֿן מיין אייגענע ציל אין לעבן. און אַזױ אָדער אַזױ, געוואָרן איבערזעצער פֿון יידיש און העבראיש צו ענגלש אָדער ספּאַניש - און רוב מײן אַרבעט איז געווידמעט צום הייליקן יידישן שטאָט טשענסטאָכאָװ אין פּױלן און איר אומגעגנט.

סקעפטיקער » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:00 am

· #510379
איך בין לעצטנס נתעורר געווארן צום צמצום המחשבה וואס הערשט אין די צירקלען ווי איך דריי זיך, און נאכן באזוכן קאווע שטיבל שוין א שטיק צייט זעה איך עס אלס א פאסיגע ארט צו קענען אויסשמועסן נושאים מיט א ברייטקייט

פישעלע » דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 11:01 am

· #510380
איך חלום שוין צי שרייבען פין אלטס בחור דא
איך גלייך די געשרייבעריי דא זייער קלארע מענטשען
זייער ברייטע אידן
פארשטענדליכע מענטשען מיט ברייטע מוחות געשמאק צי פארברענגען מיט זיי

תושב ק.ג. » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:45 am

· #510561
א חבר וואס איז אסאך אויפן שטיבל האט מיר געפרעגט וואס גייט פאר אין קאסא גראנדא, נאכן זעהן די דיסקאסעשן דא אין שטיבל
און נאכן עס ליינען און זעהן אז קיינער ברענגט נישט ארויס די צווייטע זייט, איז אלץ א תושב קאסא גראנדא בין איך געקומען זאגן די צווייטע זייט

איינעראליינס » מאנטאג אקטאבער 24, 2022 9:47 am

· #510564
איך גלייך צו ליינען א אפענע אידיש נייעס וועלט און איך וויל קענען פרעגן און ענטפערן און אלה עננים וואו איך קען. אזוי אויך קענען באקומען אלערטס.

אשהפ » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:32 am

· #510797
I found this to be a very interesting side with a lot of nice articles and
nice people
Ready to have a nice time enjoying this place. I've already spent a lot of time here really really like it

new rochelle » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:33 am

· #510798
עס איז אינטערעסאנט. אינהאלטספול .איך גלייך זייער די נושאים וואס ווערן ארויפגעברענגט
איך האף צו מיטטיילען מיטן עולם געדאנקען, וואס קען זיין אז ס’וועט זיין לתועלת
אזוי אויך צו באקימען תשובות אויף ענינים שונים וואס קענען מיר ציניץ קימען אין טאג טעגליכען

pinim » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:33 am

· #510799
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי צו קענען מיטהאלטן אוןן שרייבן די אלע אינטרעסאנטע נושאים וואס איך לייען שוין דא א שטיק צייט.
איך בין א חסידישער יונגערמאן, איך וואוין אין ענגלאנד

קנאפ » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:34 am

· #510800
איך זעה אז קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאץ ווי מען קען געמיטליך שמועסן אלע סארט נושאים, אקטועלישע און היסטארישע אד"ג. דעריבער האב איך חשק צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבל, און איך גלייב אז סיי איך און סיי אנדערע וועלן הנאה האבן פון מיין מעמבערשי"פ.

לייביש לעבאוויטש » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:34 am

· #510801
העלאו!! איך דריי מיך שוין דא א שטיקל צייט אפשניט, און זייער הנאה צו ליינען תוכן'פולע תגבות פון קליגער באזעסענע מענטשן וואס ניצן דעם אייגענער שכל, האמיר היינט מחליט געווען אז די צייט איז שוען געקומען צו פארמאגן אן אייגענעם ניק און ארויף ברענגן מיינע צוויי צענט ווען מען פיהלט פאר 'וויכטיג - אדער בעסער פאר 'ריכטיג...

כק מרן אדמור מגאווא » פרייטאג אקטאבער 28, 2022 11:35 am

· #510802
דער באשעפער העלפט יעדען יוד די עיקר איז א טובה טון פאר אצווייטן יוד
און איר וועט זיך פילן סאך בעסער מיט זיך אליין
פארוואס איר האט מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל,
ווייל איך בין א שטיפער

berlbalaguleh » מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 10:44 pm

· #510845
יעצט ווארטן מיר נאר אז דער אדמו"ר מ'אנאוועה, שליט"א זאל זיך איינשרייבן אין קאווע שטיבל.

דוד שריפטליך » זונטאג אקטאבער 30, 2022 2:16 am

· #510885
עליכם השלום אלע חשובע נייע מעמבערס

Marc » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:37 pm

· #511605
hi
like this forum and would like to join it i like tis style of politic andreally happy to join i' a belze
i love music news and all else
thanks a mill and pls try to active it how qiuker

feigym » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:38 pm

· #511606
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, כדי צו קענען שרייבן און געניסן פון די פיינע פארומס וואס איך האב געזען דא.
איך בין א פרוי אין די פינף און דרייסיג יארגאנג, און איך וואוין אין ענגלאנד

Addict » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:38 pm

· #511607
איך האב זייער ליב ארט, פילמס, ניגונים און דאס גלייכן.
איך שרייב זיך איין צו קאווע שטיבל כדי צו קענען מיטיילן מיין עקספעריענס און צו קענען געניסן פון וואס אנדערע טיילן מעט.
איך האב אלץ געזוכט א פלאץ ווואו מען קען רעדן פון דברים העומדים על הפרק מיט אן אפענקייט, און איך פיהל ווי קאווע שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר.

פיטום הקטורת » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 7:39 pm

· #511608
א גוטן אלע טייערע חברים, קאלעגע קאווע טרינקער.
זוכנדיג א הייליג און ריינע ווינקל ווי אידן קומען זיך צוזאם אין א ווינקל אונטערן בוים דורכשמועסן את דבר ה’ מיט א קלארע אמת, מצאתי בקאווע שטיבל את שאהבה נפשי! יעדע נושא אין אידישקייט ווערט דא דורכגעטון מיט א עמקות און עיון ביזן מברר זיין הלכה למעשה.
ווי אויך איז דא אן אוצר בלום פון די בעסטע לטעראטור פאר איעדע זמן ומצב פון א אידישן נפש.
אלזא האף איך אז סיי אויב ס’גייט מיטן פיטום אראפ און סיי מיטן קטורת ארויף זאל מען קענען הנאה האבן און מהנה זיין, לחזק ולהתחזק, לדבר ולשמוע.

קהל'ס נער » מיטוואך נאוועמבער 9, 2022 8:02 pm

· #511613
.

חשמל » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:52 pm

· #512047
קודם כל וואס איז פשט פון בכלל בעטן א הסבר פארוואס איך וויל זיך איינשרייבן , וואס פאר א בייזע כוונת קען איינער האבן אז צוליב דעם זאל עם קאווע שטיבל נישט אנעמען ? העמממ איך מיין אז איך האב שוין געשריבן גאנצע פערציג ווערטער...ועוד חזון למועד

שלמה משנתו » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:52 pm

· #512048
קאווע שטיבל איז דאס פלאץ וואס איך ליין שוין לאנג די ארטיקלען דא, און אויך אין די וועקער. איך האב זייער הנאה פון די אויפגעקלערטע און אמת'ע שמועסן וואס גייען פאר דא אין קאווע שטיבל. האב איך מחליט געווען אז איך וויל מיך איינשרייבן. ובפרט אז איך וויל מיטטיילן מיטן עולם גאר א אינטערסאנטע מעשה וואס איז פאר געקומען דעם וואך.

שרייבען » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:53 pm

· #512050
Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,

חיים פיש » דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 11:53 pm

· #512051
שלום וברכה, א גאסט פאר א לאנגע וויילע דא, איינער פון די אפטע געסט, געקומען די צייט אויך עפעס צוצוגעבן אויף די פלאטפארמע.
איך גלייך מוזיק און אפנקייט אין געוויסע נושאים וואס ווערן בלויז דא אויסגעשמועסט, א שטייגער ווי ארט, מאוויס, מוזיק וכו'.
איך האף צו קענען פון צייט צו צייט צוגעבן עפעס און ביי אן אשכול ווי איך שפיר נישט באקוועם מיט די טאפיק אדער מיינונגען העל איך פליען די פיפט..

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 8:14 am

· #512070
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שרייבען
Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

צוזאמגעדרייט » מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:39 am

· #512073
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
דער גאלדענער אדלער
שרייבען
Hi,
, i grow up in Brooklyn , and am leaving now in Monsey
I am getting a member her to join and receive info on what is going on in the word.
,I am chsidish, a Business owner,
קאווע שטיבל איז א פלאץ פאר אידיש שרייבענדע מענטשן, און אויב וויל איינער שרייבן אין ענגליש, פארוואס דען נישט, אונז דעסקרימינירן נישט. אבער כאטשיג די ענגליש זאל כאטשיג זיין געשריבן ווי ענגליש, אויב אבער שרייבסטו ענגליש ווי נח מיט זיבן גרייזן, דאן זיי מיר נישט אזא בעסערע מענטש און שרייב ביטע אידיש. הצלחה רבה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
העי, קודם לאמיר אים ווארעם אויפנעמען און אים מאכן שפירן באקוועם. דערנאך קענט איר אים רופן אין א זייט, און מיט איין הענט אויף זיין פלייצע קענט איר אים שטילערהייט מורמלען און אויפמערקן.

שטארק מעגליך אז ער האט נישט קיין אידיש "קי-בארד".

חמץחיים » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:06 pm

· #512474
איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

פישל » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:07 pm

· #512475
שלום עליכם מיינע פריינט דא אין שטיבל! איך שרייב זיך איין צו ווערן א מעמבער דא אין שטיבל וויבאלד עס איז נישטא קיין בעסערע פלאץ ווי מען קען דורכרעדן דברים העומדים על הפרק מיט אזא אפענקייט.
איך קוק ארויס צו זיין דא מיט ענק, ליינען די שיינע זאכן וואס מען קען דא טרעפן, און פון צייט צו צייט אויך שרייבן עפעס וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די עולם, און צוריקהערן פון די עולם וואס מ׳קלערט דערוועגן.

חיים יעקב » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:07 pm

· #512476
איך האב געזיכט א געשמאקע פלאץ צו פארברענגען אן קיין רעסטריקשענס נאר קענען רעדן איבער אלעם ווי געשמאקע נאנטע חברים נישט ווי אייוועלט וואס א יעדע צווייטע ווארט איז געבלאקט

האב רחמנות » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:08 pm

· #512478
איך וויל קענען שרייבן אמאל מיינע צוויי צענט איך ליין שוין דא א לאנגע צייט מיט א געוואלדיגע פארגעניגן
איך האב נישט קיין טאלאנטן און אויך נישט קיין פלענער

נדרים » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:08 pm

· #512479
איך בין א וואוילער יונגערמאן, און איך בין לעצטענסט ארויס פון כולל צו ברענגען פרנסה אין שטוב און איך געהער צו איינע פון די חסידות אין גרעיטער ניו יארק און איך בין א שטיקל שרייבער אבער מער וויפיל איך האב ליב צו טיילן האב איך ליב צו נעמען. איך זיץ מער אויפן מעריב זייט אין שיל

זלמן ליעב » מאנטאג נאוועמבער 21, 2022 8:09 pm

· #512480
א פשוטע יוד וואס זוכט אביסעלע יודשקייט אן די פאלשקייט פון פרומקייט
כיודע פרום איז ר'ת פיל רשעות ווייניג מצות
חיפשתי ומצאתי מקום תורה דא אינעם הייליגען קאווע שטיבעל

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 2:22 am

· #512650
חמץחיים
איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

שלום עליכם און א גוטן אייך
דיין נאמען האט מיר געמאכט פלאצן פאר געלעכטער עטליכע גרייזן איז דא אין דיין זאץ
און וואס לכל הרוחות מיינט פאנאלאגיע

נ.ב. ברענגטס באריכטן פון מאנטריאל פונעם היימישן עולם

פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 8:06 pm

· #512683
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מרדכי מרדכי
חמץחיים
איך בין א סטודענטקע און אסיסטאנט לערערקע פון היסטארישע לינגוויסטיקס ביי יאניווערסיטי און מאנטריאל. איך האב ליב מוזיק און לשונות. חול איך שפיל גיטאר, קאך, און ליין ביכער פון פאנאלאגיע.

שלום עליכם און א גוטן אייך
דיין נאמען האט מיר געמאכט פלאצן פאר געלעכטער עטליכע גרייזן איז דא אין דיין זאץ
און וואס לכל הרוחות מיינט פאנאלאגיע

נ.ב. ברענגטס באריכטן פון מאנטריאל פונעם היימישן עולם
Phonology.

the system of contrastive relationships among the speech sounds that constitute the fundamental components of a language.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 9:10 pm

· #512690
אויב איך פארשטיי גוט די דעפינישן פון ..."פאנאלאגיע"...א גוטער משל איז די ווארט א ...Duma...וואס איז טייטש אין רוסיש ..."מחשבה"...דער נאמען פונ'ם רוסישן (נישט סאוויעטישן) פארלאמענט.

אין אונגאריש מיינט דאס ווארט...רעדן/פלאפלען. לעומת אין לשה"ק/עברית. שטילקייט...Total silence...! ווי ס'שטייט אין פסוק..."ולא כל יורדי דומה..."!

Nanach » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 9:23 pm

· #512692
berlbalaguleh
אויב איך פארשטיי גוט די דעפינישן פון ..."פאנאלאגיע"...א גוטער משל איז די ווארט א ...Duma...וואס איז טייטש אין רוסיש ..."מחשבה"...דער נאמען פונ'ם רוסישן (נישט סאוויעטישן) פארלאמענט.

אין אונגאריש מיינט דאס ווארט...רעדן/פלאפלען. לעומת אין לשה"ק/עברית. שטילקייט...Total silence...! ווי ס'שטייט אין פסוק..."ולא כל יורדי דומה..."!
גראדע די רוסישע דומע מיינט די הויז
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94