☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

פארשטענדליך » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 10:05 am

· #539625
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליעב צו ליינען אסאך און צו האבן ידיעות, איך פרוביר צו טוען וואס עס איז ריכטיג אויפן תורהדיגע וועג

די קעפעלע » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:20 pm

· #539661
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך שרייב זיך צו קאווע שטיבעל מיט דער האָפענונג צו באַקומען קליגשאפט פון אנדערע און ארויסגעבען אייגענע מחשבות מיט ווערטער פון חכמה. איך בין נישט דער טיפּ וואָס וועט צוזאם רעדן שטותים און ליידיג זאכן נאר ווען איך פיל אז איך קען צולייגן עפּעס געשמאַק צו אַ שמועס וועל איך אריינקומען אינעם שמועס

חיים הערש » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:58 pm

· #539730
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל זעט אויס ווי א געשמאקע ווינקל, איך בין געקומען ליינען מיטהאלטן און אויך צוגעבן, לויט ווי די מצב וואט גיין. לאמיר זען ווי אזוי עס וועט גיין. פון אנהייב וועל איך מן הסתם מער ליינען, און מיט די צייט און עקספיריענס אויך אנהייבן אליין צו שרייבן.

שמערל שוסטער » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:59 pm

· #539731
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זיך איינשרייבען און קאווע שטיבל ווייל מען שמועסט אז עס איז דא געשמאקע ארטיקלן און נושאים וואס קענען ווערן אויסגעשמועסט דורך היימישע אידן. מיט אלע מינע מיינונגען און בעקגראונדס.

קליינע צדיק » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:25 pm

· #539834
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגע יונגערמאן אפאר יאר נאך די חתונה
האט ליב צו הערן ליינען און פרעגן טיף און פיל מיט געפילן
איך וויל זיין א חבר דא צו קענען פרעגן ענטפערן און ליינען
היות קאווע שטיבל איז אוצר וואס איז נישט דא ערגעץ אנדערש
איך וויל קענען אדורך'שמועסן זאכן מיט קליגע אידן

יוזעראיידי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:26 pm

· #539835
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מען איז א חלק פון די פלאץ פאר די מענטשען וואס ניצען די גרויסע יידישע קהילה קאווע שטיבל עס איז דא צוויי מאל אין די לעצטע יאר וואס איך האב מיר אנגעשריבן אלעמאל ווער איך ארויסגעסיינט

אברהם היהודי » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:27 pm

· #539836
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א ייד פון קרית יואל א גרוש פאר זייער א לענגער צייטוואס האט אאדיקשן צו ספרים און חכמה און צו סייעמס האט לייב תורה אין פוליטיקה היסטוריה פון עם ישראל אין פלזיפה נישט קיין שרייבער האט ליב יעדער ייד הא

פייער טראק » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:28 pm

· #539837
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א מידל עידז יונגערמאן מיט א משפחה וואס קאווע שטיבל פאר מיר איז א פלאץ זיך אויב צו ליפטערן נאך א שווערע טאג ארבעט אדער ווען אימער, איך האב שטארק הנאה פין די שמועסן אין פארומס אויף ק"ש

מוישה » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:30 pm

· #539838
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן
איך בין א יונגערמאן אין די הויכע צוואנציגערס. געזעצט ב"ה.
מיינע באקאנטע זאגן אויף מיר אז איך בין א אהוב על הבריות, און איך האף בס"ד צו בלייבן אזוי אויך אונטער 'מוישה'ס' היטל.

איך זיך שוין לאנג א גוטע פלאץ וואו אדרוך צו רעדן זאן וואו אן ערוואקסענער מענטש. מיטן היינטיגן וועב איז שווער צו טרעפן א גוטן מקום דערצו. און קאווע שטיבל זעהט מיר אויס צו זיין די פאסיגסטע.
מיין פעדער איז נישט שלעכט ב"ה און איך גלייב אז סאמע וועלן נאר הנאה האבן פון מיין אריינקומען אין שטיבל.
איך פלאן נישט צו פארברענען דא מיין טייער צייט מיט לאנגע וויכוחים וכדומה. איך וויל נאר פשוט זיין א חלק פון דעם אינטרעסאנטן פלאץ.
ס'וועט מיר זיי א כבוד אויב קענט איר מיר ביטע געבן צוטריט צו אלע מקומות, אויך די איידעלע. איך בין נישט פון די מענטשן וואס וועלן אייך מאכן דארט פראבלעמען און איר וועט נישט הערן פון באניצערס קיין שלעכטס אויף מיר בס"ד.

א שיינעם דאנק
מוישה

פשוט ביותר » זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:30 pm

· #539839
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א ייונגערמאן וואס איז זייער נייגעריג פאר ידיעות און הוסטוריה וואס וויל זיך אויסלופטערן מיט דברי חכמה ושמחה און אריינווארפן מיינע צוויי צענט ווען ס'שייך און אביסל לופטיקייט, בפרט נושאים וואס מ'קען נישט דורכרעדן און פיזישע קאווע שטיבל באם שכינות'דיגע בית המדרש וויל איך כאטש לייענען און שרייבן און די נושאים און א וורטיאלע קאווע שטיבל.

מכדי » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:03 pm

· #539916
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א שרייבער ברויך האבן צוטריט צום ביבליאטעק פונעם קולטור, צו פארשן דאס וואס אינטערעסירט זיינע קאמעראדן, און די וועלט ארום, און זיך צו באקענען מיט די שפראך פונעם צייטגייסט. מיין אינטערעסע איז סיי אין די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט, און סיי אין די שפראך וואס ווערט גענוצט אויף אויסצושמועסן די טעמעס.

אלטמאן » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:04 pm

· #539917
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פלענע יוד. גארנישט אינטערסאנט צי פארציילן.

איך פלעג דא ליינען אמאל ווען מען האט נאך געקענט ליינען אן אן אקאונט, איך האב פארלאזט קאווע שטיבל א צייט צירוק, אין איצט מאך איך אן אקאונט צי קענען ליינען אין שרייבן.

שלמה יוסף » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:04 pm

· #539918
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל זעט מיר אויס ווי אן אפנע פלאטפארמע צו הערן או לערנען וועגן פארשידענע מיינונגען. זאל עס זיין וועגן אונדזער היסטוריה אדער טאג טאגליכע לעבן. איך האף צו האבן דעם אפנע שמועס מיט מענטשן מיט דעם זעלבן מהלך המחשבה.

שפיגל־מאכער » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm

· #539919
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט

ארי הערשקא » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm

· #539920
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב אלב געהאט א געפיל צו שרייבן און צו לאזן הערן מיין מיינונג אויף כל מיני נושאים, נו, דאן מיינעך אז דא איז מיין פלאץ...
האב איך געהערט דא, דארט פון די קאווע שטיבל פלאטפארמע, און איך כ'פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן

שמן למאור » מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:40 pm

· #539935
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ארי הערשקא #
איך האב אלב געהאט א געפיל צו שרייבן און צו לאזן הערן מיין מיינונג אויף כל מיני נושאים, נו, דאן מיינעך אז דא איז מיין פלאץ...
האב איך געהערט דא, דארט פון די קאווע שטיבל פלאטפארמע, און איך כ'פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן
דו ביסט דאס דער באקאנטע ארי הערשקא פון די טעלעגראם פלאטפארמעס?

עמרם » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:58 pm

· #539963
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שפיגל־מאכער #
איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
עליכם השלום !
סתם אונטערסאנט נאכנישט דא א טאג און שוין גע'לייקט קרוב צי צוויי טויזענט

סקעפטיקער » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 5:19 pm

· #539966
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שפיגל־מאכער #
איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
יהא בואכם לברכה

אגב, עס איז נישט קיין ענין צו לייקן יעדע איינציגסטע תגובה, עס פארלירט די חשיבות. און די נאטאפעקאציעס נערווירן נאר

עמרם » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:21 pm

· #539972
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
עמרם #
שפיגל־מאכער #
איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
עליכם השלום !
סתם אונטערסאנט נאכנישט דא א טאג און שוין גע'לייקט קרוב צי צוויי טויזענט
אפדעיט:
אנגעקומען נעכטן , נאך נישט געשריבן קיין איין תגובה
און שוין געגעבן איבער פינף אין אהאלב טויזענט לייקס

סתם אינטרעסאנט צי וויסן וואס איז דיין ציל, מן הסתם העכערע כוונות...
ובסוד מי יבא ?

ברוך שפינוזה » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:30 pm

· #539974
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איז בכלל מעגליך צו ליינען 5,000 תגובות אין צוויי טעג? און ער לייקט גאנצעטע אשכולות מיט די פארמעקטע תגובות דערין, זעהט אויס ווי שעלדאן קופער איז דא מיט א קוריאזען עקספערימענט.

שמן למאור » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:58 pm

· #539978
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]
מיר סתם אנגעפירקלט מיט איבער 200 לייקס, יעצט דארף איך גיין אויסליידיגן מיין פאולדער און זען אויב איז דא עפעס זאכליכע זאכן.

דארשטיג » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:12 pm

· #539989
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך שרייב ווען מער דא, אבער ליידער שרייבעך שווער אידיש אפילו עס איז מיין מאמע לשון.

איך ליין שוין דא א לאנגע צייט אין איך האב שטארק הנאה. איך בין א חסידישע אינגערמאן, אין זיך צו בארייכערען מיינע ידיעות

הוגה דעות » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:13 pm

· #539990
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חד אמר ישחנה מדעתו וחד אמר ישיחנה לאחרים
להוגה דעות בין חברים מקשיבים, חכמים, וידועים במדע, להתווכח ולהנצח, ולקבל את האמת ממי שאמרו, ולהסתכל בשאהל קאווע רק מה שיש בתוכו

לעכט » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:14 pm

· #539991
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א צווי און צוואַנציק יעריגע יונגערמאן וואס האט ברוך השם דו זכי׳ צו זיצן און לערנען רובֿ טאָג
חתונה געהאַט צוויי יאר צוויי יאר צוריק מיט מיין באַליבטע ווייב ב"ה! און איך האף און בעיט פֿונעם בוכ"ע אויף ווייטער
איך קום פון זייער א פירמע און פארמאכטע שטוב מיט דעם אלעם האב איך ליב מיינע עלטערן מער פון אַלע מיינע, מער פארמאכטע ברידער'ס

מאקסימום » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:14 pm

· #539992
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין ציל אין לעבן איז קונה זיין פון אלעם דעם מאקסימום, און טון דעם מאקסימום. מאקסימום עבודת ה', מאקסימום אמת, מאקסימום ארבעט, מאקסימום חסד. און שרייבן מאקסימום 40 ווערטער.

געקומען » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:15 pm

· #539993
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם! און יישר כוח פאר אזא הערליכע אויסוואל פון דעות און ארטיקלען. מ'קען דא כסדר טרעפן אחים לדעה און אזוי אויך דברי חכמה וואס מ'וועט נישט זעהן ערגעץ אנדערש. אלזא וויל איך מצטרף זיין צום געניסען פון קוואל און אפשר אויך מפעם לפעם מעיר זיין הערות והארות.

העפפיפריילעך » דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:15 pm

· #539994
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך קום אויף קאווע שטיבל זיך אויסצוליפטערן און שמואסן מיט חברים אל דא ואל הא
מיטצוהאלטן די נייעס, שמואסן, פארברענגען אין וואס נישט
איך דארף ארויסברענגען לשבח פאר קאווע שטיבל פארן צושטעלן אזא פלאטפארמע מיט אזויפיל אינטערעסאנטע זאכן
ישר כח

סקעפטיקער » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:14 pm

· #540063
Re:
רעזשאו #
איך בין א נייגעריגער מענטש וואס איך האב ליב זיך צו לערנען און באגעגענען מיט נייע זאכן און ענינים און הערן פון אנדערע מענטשן אינטערעסאנטע זאכן. ווען עס קומט אויס קען איך אויך צולייגן אביסן צום שמועס.
@אנאנים, ער איז א גלגול פון @שפיגל־מאכער, ביטע אויסשפארן

עמרם » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:58 pm

· #540097
Re: Re:
סקעפטיקער #
רעזשאו #
איך בין א נייגעריגער מענטש וואס איך האב ליב זיך צו לערנען און באגעגענען מיט נייע זאכן און ענינים און הערן פון אנדערע מענטשן אינטערעסאנטע זאכן. ווען עס קומט אויס קען איך אויך צולייגן אביסן צום שמועס.
@אנאנים, ער איז א גלגול פון @שפיגל־מאכער, ביטע אויסשפארן
אויך פארשטאנען אזוי
אבער למעשה האט ער זיך איינגעשריבן סאך פאר שפיגל מאכער
ווי אזוי קען ער זיין זיין גלגול...
אבל יש לתרץ ...

הגאון הצדיק » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 10:29 am

· #540234
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אן א"י א בנן של קדושים איך טוה אסאך און יחוס און אין ספרים הקודש אין מיין פרייע צייט זיך טארינק איך אביסל קאווע דא אין שטיבל שוין גאר א לאנגע צייט
די נאמען ניק וואס איך האב מיך אויסגעוועלט איז וייל אזוי באטיטלט מען מיך

וחי בהם » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 10:29 am

· #540235
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איונגערמאן אחסידישער פון ארץ ישראל לערנט אאלבע טאג און כולל בני ברק, און מגיה ספרי קודש נאך מיטאג. מאך שוין חתינה קינדער ב"ה, אין איך וויל משתתף זיין אין חשובע פורום "קאווע שטיבל". איך האב אסאך ידיעות אין היסטוריה פון ארץ ישראל.

מבודד » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 10:29 am

· #540236
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אליינס און מיינע השקפות און דעות ווי איך געפין זיך, איך וויל זייער פארברענגען מיט חברים דא וואס פארשטיין צי נושאים און דברים העומדים ברומו של עולם. איך פלעג אסאך ליינען נאך פאר מהאט געמוזט איינשרייבן.

גאוןהגאונים » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:55 am

· #540406
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד מנהל הרב קאווע שטיבעל שליט"א

אני רוצה להיות מעמבער בהשטיבעל.

אשמח מאוד

איוב איך קען ווערען אנגענומען אין אזא חשובע פלאץ אין העלפן ארום אין ארום....

ישר כוח למפרע

גאון הגאונים

דער רויבער הויפטמאן » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:56 am

· #540408
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני בן אדם שמאוד אוהב לדעת ולקרוא המון דברים והוסתבבתי בחיים שלי בהמון מקומות וקראתי המון דברים ואני רוצה לדעת האמת של הדברים ומה שמסתתר מתחת ומה שלא מספרים אצלינו וזה המקום היחיד שבאמת כותבים ויכולים לדעת באמת מה מסתתדר מתחת להכל והכל על טהרת הקודש

נישנאש » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:56 am

· #540409
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אין בין א "פשוטע" אינגערמאן אין איינע פון די גרויסע אידישע שטעט, איך האב הנאה צו ליינען די זאפטיגע געשפרעכן אויף קאווע שטיבל, און איך קוק ארויס צוצוגעבן מיין צוויי צענט

ייןהמשומר » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:57 am

· #540410
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געלערנט אין סאטמאר ישיבה על דרך הסלולה מרבינו הקדוש אין מהאט מיר אייביג אראפגעלייגט אז סאטמאר איז א חסידות נישט וואו אלע אנדערע פלעצער וואס פארנעמען נישט א צווייטען און אז סאטמאר איז אפען פאר אנדערע געדאנקען וכו אבער מיט די יארן האב איך געזען אז דאס איז ווייט פון אמת. אויך איך האב זייער ליב יודישע היסטאריע וואס האט נישט קיין צענזור אויך האב איך ליב צו שמועסן זאכן וואס מקען נישט נישט שמועסן ברבים אין בתי מדרשים

עמקות התם » מאנטאג דעצעמבער 4, 2023 9:57 am

· #540411
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום וברכה חברים יקרים ואהובים,
עמקות התם דאס איז דאך די ערשטע זאך וואס איר האט זיך באגעגנט מיט מיר, דאס איז דאך מיין פרצוף, איז וואס באדייט עס, דרייען זיך אנשים און שטעלן אוועק דעם נורמ׳ מיט כל מיני חכמה הן מלמעלה הן מלמטה עד שאין להם שיעור פאר דיין אייגענעם, איז דא איין שכל וואס איז למעלה מטעם ודעת וואס דאס איז די סוד פין תם דעם שכל דעגרייכען נישט אלע אינדוסגענדיגע, דאן איז דא דעם מעגליכקייט צו מאכען קשרים מיט דיר און דעם אלע ארומיגע און מיט טיילען אביסעל פין דיין נקודה.

סיבה » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 8:35 pm

· #540551
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גיטן

נארוואס לעצטנס געוואר געווארן איבער די זייטל,

איך בין בטבע זייער א שעמעוודיגער.....

כ'האף אז איך וועל זיך טרעפן דא דאס פלאץ
לאורך ימים בעז"ה....

גיבור ונורא » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 8:36 pm

· #540552
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
זייער פשוט! איך זיך א פלאץ ווי מען קען ליינען און זיך ארויסגעבען אן די אזוי גערופענע צענזור וואס די אנדערע אידישע וועבזייטלעך האבען ארויסגעשטעלט, זיך ליפטערן און פארברענגען און זיך ארויסגעבען אויפ א געשמאקע אופן און 0ראבירעו צו צודעבען צו די געשמאקע אטמאספערע!

רויטער » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 8:36 pm

· #540554
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך מין נישט קיין רויטער אבער איך גלייך די קאליר, מיר גלייכן זייער די ידיעות און ברייטקייט פון קאווע שטיבל און ליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל מיר פלאנען צי שרייבן פעם לפעם אדער מפעם לפעם, ביטע אננעמען מיין ניק

וויאזוי הייסט עס » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 8:37 pm

· #540555
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געווען א מעמבער און נישט געשריבן גענוג, און מיר נעמען זיך פאר מער צו שרייבן מיר וואוינען אין בארא פארק און ארבעטן אין בושוויק, מיר טרייען זיך צו האלטען פריש און האבן זייער האנאה פון קאווע שטיבל

שמואל » דינסטאג דעצעמבער 5, 2023 8:37 pm

· #540556
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין נייגעריג פאר א סייט אויף אידיש צי ליינען היימישע נייעס א פלאץ צי פאברענגען איך בין א פלענע אינגערמאן צווישן חסידישע אידן אין האב נישט וואס צי שרייבן אן צי קומען צי פערציג ווערטער איך האף אז דעס וועט זיין גענוג

טל ומטר » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:44 pm

· #540666
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל איז נישט ניי פאר מיר. אסאך מחשבות און געדאנקען איבער אונזערע געזעלשאפט וואס מען הערט נישט אין ערגעץ קען מען טרעפן דא. הגם איך בין נישט מסכים מיט אלע דעות און אלס ערליכע יוד וויל איך נישט אז יעדעס זאך זאל זיין ווי מען זאגט אפ טו דיסקאשין, אבער דאך איז דא דא גענוג און נאך עינינים וואס מען קען הערן פון אן אנדערען פרעספעקטיוו.

הונגריג » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:46 pm

· #540667
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו ליינען יידיש און זיך איינקויפען ידיעות און וואס מער נושאים. און ווען איך האב וואס צוצוגעבען זאל נאך איינער הנאה האבען פןן די ידיעות וואס איך האב.
איך בין איבער די 30 חסידיש במקור און אביסעל נאכאלץ.

אדלער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:47 pm

· #540668
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב נייעס מהנעשה והנשמע בעולם, אוודאי א גלאז קאווע קען נישט שטערן, צו הערן אפאר גוטע ווערטער פון אונזערע ברודער אויף די גאנצע וועלט, ספעציעל און אזא צייט ווי יעצט, וואס איעדער קען ניצען דברי חיזוק ודברי שמחה אנצוגיין מיטן טאג טגליכן לעבן

משהאברהם » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:48 pm

· #540669
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אַ געטרייַער ליבהאָבער פון ייִדישער קולטור און געשיכטע. איך הנאה פון לערנען און דיסקוטירן ייִדישע טעמעס, ספּעציעל אין די געביטן פון ליטעראַטור און פילאָסאָפיע. אויך האָב איך אַ פּאַסיע פֿאַר מוזיק און טראַדיציאָנעלע כלים. מיין ציל איז צו טיילן און פארברייטערן דאָס רייכטום פון ייִדישקייט דורך דיאַלאָג און געמיינזאַמע לערנען.

דעבעטער » מיטוואך דעצעמבער 6, 2023 9:49 pm

· #540670
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ביזנעסמאן אין שרייבער וואס געהערט צו א ספעסיפישע קהילה אבער איך גלייך אנדערע מיינונגען, פארנעם היא, אין גלייכט שטארק צו דעבעטן.

מע טוט דאס סיי אלץ ליבשאפט צו דעם אין אביסל פאר פרנסה.

לייביששרייבער » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:11 pm

· #540894
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טל ומטר #
קאווע שטיבל איז נישט ניי פאר מיר. אסאך מחשבות און געדאנקען איבער אונזערע געזעלשאפט וואס מען הערט נישט אין ערגעץ קען מען טרעפן דא. הגם איך בין נישט מסכים מיט אלע דעות און אלס ערליכע יוד וויל איך נישט אז יעדעס זאך זאל זיין ווי מען זאגט אפ טו דיסקאשין, אבער דאך איז דא דא גענוג און נאך עינינים וואס מען קען הערן פון אן אנדערען פרעספעקטיוו.
פארוואס איז נישט א יעדע זאך אפ טו דיסקאשען מממה נפשך. אויב איז עס ריכטיג וועט די דיסקאשען נאר ארויס ברענגן און שטערקער פאראייניגן די סטענד פון וואס מען האט דיסקוסירט. און אויב נישט וועסטו דאך אליינס זעהן אז וואס די לויפסט אוועק פון דיסקאשענס איז בכלל נישט די אידישקייט פון וואס אידישקייט איז געווידמעט אויף.

עס איז נישטא א מושג אז דאס איז נישט אפ טו דיסקאשענס אנלעס די ווילסט זיין בלינד דערצו.

די קענסט אפשר זאגן אז די נושא איז ביי מיר אף לימיטס, פאר זיי וועלעכע סיבה, צו ווייל איך קען עס נישט, אדער איך וויל נישט געוואר ווערן אז איך לעיב אין א טעות אלע מיינע יארן. איך וויל אזוי טוה איך ווייל מיין טאטע האט מיר געזאגט אז אזוי איז ריכטיג און איך בין נישט נייגעריג צו טראכטן אנדערשט. אבער צו אפהאלטן דיסקאשענס אויף סיי וואס עס זאל נאר נישט זיין איז אין מיינע אויגן נישט קיין פארגאנג.

טראכטיף » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:30 pm

· #541089
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טראכטען דארף מען. אלעס וועט מען/קען מען פון דיר צונעמען, אבּער דאס זאלסטו אנכאפּען שׁטארק און נישׁט אפּלאזען, לייק נעווער עגען.
ליידער היינט איז דאס שׁוין אויך געאסר׳ט, אחוץ אויבּ בּיזטו פון דעי וואס זענען מקפּיד אויף ״זמן ק״שׁ ״ - דען יו שׁאלד בּי פיין.

אבנר בן-נר » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:31 pm

· #541091
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך הער כסדר רעדן פון דעם פלאטפארמע און נאכן באזוכן דא א שטיק צייט קוקט עס אויס צו זיין זייער אינפארמאטיוו און געשמאק. אלזא ליינען האלבע זאכן ווי א בלינדער האט נישט קיין פשט, האבן מיר מחליט געווען זיך איינצושרייבן. מיט האפענונג אז איר וועט הנאה האבן, און אז איך זאל קענען צוגעבן.