☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

yesiknow » מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:15 am

· #517331
אמת לאמיתה
ווען איך וויל לייענען עפעס לייכט און געשמאק, אדער ווען איך וויל באקומען א ברייטערע פערספעקטיוו אויף א נושא, גיי איך ארויף אויף קאווע שטיבעל. נאך אפאר יאר ליינען און שטיין פון די זייט, שפיר ס׳איז געקומען די צייט צושטייער געבן מיין חלק צו די שמועסן.
דאס שמעקט עפעס נישט אזוי אמת לאמיתה...

אבער מאך זיך היימיש ותשלח אמת ארצה שכן ארץ ורעה (אמת)אמונה

וועלוול » מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:01 am

· #517342
איך בין א שטארקער נייגעריגער. איך האף קליגער צו ווערן פונם שטיבל. אפשר אויך מוסף זיין אבער בעיקר ליינען וואס טיטזעך אין אינזער וועלטל. קאווע שטיבל היסטאריע טעכנאלאגיע.

NORTHEAST » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:37 pm

· #517364
אזוי הנאה האבנדיג כסדר אלס אן אפטער גאסט דא און שטיבל האב איך געוויסט אז איך גיי מיר רעגעסטרירן איך האב אבער נישט געוויסט אז עס וועט זיין געצווינגענערהייט
איך גלייב אז איך וועל זיין מער אויף די שטילע זייט און זיך נישט לאזן הערן אזוי אפט

Lazerblazer » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:38 pm

· #517365
איך בין זייער נייגעריק צו ליינען די היימישע נייעס און זאפטיקע מעשהס פון די רבישע הויפן. איך שטאם פון חב״ד חסידות שוין עטליכע דורות, איך קאן שפילן חסדישע מוזיק אויף א פלוט. איך האב מחליט געווען וערן א חבר צו הנאה האבן און מהנה זיין.

DOOVID » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:40 pm

· #517366
א ארץ ישראל'דיגער איד, איך בין א טאטע פון פינעף זיסע קינדער איך ארבעט מיט גאדג'טס און קומפיוטרס, האב שיעורי תורה צווי מאל א טאג, אינדערפרי און אין אוונט, טריי צי זיין אנערליכער איד.

חובב קאווע » דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:10 am

· #517372
א גוטן, איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א לענגערע צייט און איך האב גאר שטארק הנאה צו ליינען דא, אבער היות איך בין נישט קיין שרייבער קומט מיר אן גאר שווער צו שרייבן האב איך נישט געמאכט קיין ניק ביז היינט. יעצט אבער אז צוליב די אומשטענדן ברויך מען מאכן א ניק, טוה איך גענױ דאס.

דיפרענט » דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:55 am

· #517377
איך האב זייער ליב צו לעבן א אמתן לעבן מיט א ברייטע בליק אויף זאכן ובפרט בענייני השקפה האב איך געפיהלט אז דא איז די פלאץ איך האב בעיקר ליב קרישקעלעך נישט אזוי ווייט די אינטערטעינמענט נישט פארדעם בין איך געקומען כהאף אינז העמער זיך פארשטיין...

מי ימצא » דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:01 am

· #517378
דיפרענט
איך האב זייער ליב צו לעבן א אמתן לעבן מיט א ברייטע בליק אויף זאכן ובפרט בענייני השקפה האב איך געפיהלט אז דא איז די פלאץ איך האב בעיקר ליב קרישקעלעך נישט אזוי ווייט די אינטערטעינמענט נישט פארדעם בין איך געקומען כהאף אינז העמער זיך פארשטיין...
א לייק דיפרענט. @ דיפרענט, איך האף מעעמיר נהנה זיין פון אייער דיפרענט קרישקעלעך.

משה שמואל » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:33 am

· #517385
מיין נאמען איז משה שמואל גרינפעלד
איך באלאנג צום כת המתנגדים פון יארע 1800 למספרם
מיין אינטערעסע איז אין אלוועטליכע פאליטישע נייעס
איך גרייט מיר צו שרייבען הערליכע ארטיקלעך פאליטישע
און אויך אנדערע סארט אייגנארטיגע אינטערסאנטע נושאים

בנוגע מיין טאלאנט: איך קען אויסטערליש שיין זינגען
אבער מיט דעם אלעם וועל איך נישט אויפטרעטן ברבים מכמת טעם הכמוס

משהשיק » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:35 am

· #517386
א גוטן
איך האלט אין איין קומען אין גיין פון די בלוג זיך אייביג געוואלט איינשטיין אבער נישט אנגעקומען יעצט אז איך קען אפילו נישט זעהן די בלוג האב איך גענומען די מיה

ווייסעכניש » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:26 pm

· #517419
איך האב מיך דא אויפגעסיינט פשוט מיטצוהאלטן אביסל וואס עס טוט זיך ארום אונזער וועלטל אנשטאט ארום צו קלעטערן אביראל האבן מיר דא אלעס אויף איין פלאץ אין א לייכטן שפראך

shloimy green » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:33 pm

· #517420
איך האב געהערט אז קאווע שטיבל איז א פיינע גיטע געשמאקע ווינקל ווי זיך אביסע'לע צי אויסליפטערן אינטערעסן:מוזיק מצב:אינגערמאן חסידות:סאטמאר טאלאנטן: אביסל שפילן אויף קלארינעט פיאנא גיטאר דראם א גרויסן יישר כח למפרע פארן מיך ארויפלאזן דא אויפן פלאטפארמע יישר כח

yankelfefer » דינסטאג פעברואר 21, 2023 8:34 pm

· #517421
איך וויל ווערן א חבר דא, פשוט ווייל איך קען נישט ליינען אהן זיך איינשרייבן. איך בין בדרך כלל א שטילע מענטש וואס הערט אויס א שמועס אהן געבן מיין מיינוג. איך בין אן עלטערע איד פין היימיש קרייז, איך בין א שיינע בעל תפילה איך וואוין אין די ניו יארק געגנט.

אויב קען איך געבן א רעקאמענדעישן, וואלט איך געמאכט אן אופט אין (אדער אוט) פין אשכולות פין א געוויסע סארט (למשל די אשכול וועגן שמשון הגיבור) סזאל זיין א סעטינג ביים איינשרייבן (אדער אין סעטטינגס) (חוץ אויב די פילטערס וועלן אוסגעפינען א וועג עס צי פאורסען אזוי זיי פארסן סעיף סערטש למשל)

כוואליעס » דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:35 pm

· #517425
וואו!!! עס קוקט דא אויס מוצאי פסח ביים בעקעריי, איך האב נישט געוויסט וויפיל מענטשן ליינען נישט איינגעשריבן'ערהייט,
וועלקאם צו יעדן, מאכט אייך היימיש

מרדכי2536 » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:27 pm

· #517432
איך בין אין מיינע מיטעלע יארען. איך בין היימיש פין געבורט...געגאנגען אין מער ישיבהש ישיבות. איך האב ליב מיטצוהאלטען די פאליטיק פינם היימישער עולם. איך בין נישט קיין שרייבער...איך האב נאר ליב צי ליינען אין זיך באקאנט מאכען מיט נייעס וואס ווערט נישט געדעקט אין די אלגעמיינע צייטונגען.

Tnxhashem » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:28 pm

· #517433
איך וויל זיך איינשרייבן צי קענען לייקן און אריינשרייבן און אויך צי קענען נאכקוקן א ניקס באשרייבונגען- איך האב געטראפן די קאווע שטיבל פארום זייער תוכן'נדיג

עמתדיג » מיטוואך פעברואר 22, 2023 8:06 am

· #517446
איך בין א מענטש וואס איז נייגעריג צו זעהן און הערן דעות וואס אנדערע האבן צו זאגן אויף אלע נושאים און דער אידישע וועלט צו אין רוחניות אדער גשמיות.כדי אנצוקומען צום חקר האמת דארף מען זיין גרייט מקבל זיין דער אמת ממי שאמרה.

Dodo » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:21 pm

· #517479
איך בין א באבאובער יונגערמאן וואון אין בארא פארק איך האב ליב די ידיעות הסטוריה אין אינפורמציה וואס איז דא אוועיליבל אין קאוועשטיבל

טוב מאוד » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:22 pm

· #517480
איך בין נייעגעריג צו וויסן אלע אינטערעסאנטע און סתם אזוי פשוטע פלעינע אידישע און וועלטליעכע נייעס פון דאהי און פון אויס לאנד און פון די גאנצע אידישע וועלט און פון די אלגעמיינע וועלט זיך אביסל אויסלופטערן און די פרייע צייט און זיך בארויאגן די נערווען בעזרת השם.יתברך בסייעתא דשמיא

mochachino » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:22 pm

· #517481
איף דארף נישט ערקלערן אז מאקעטשינא קומט זייער פיין אריין אין קאווע שטיבל.

די הויפט מעלה פון פון זיך אנשליסן אהער איז צוליב דאס איז די איינציגסטע פלאץ וואס ערמעגליכט צו ארויס האבן וואס פאסירט ביים היימישן ציבור אנדעם וואס מען זאל זיך אליין ספראווען מיט א וד"ל און דריי פונטלעך...

משה תשפב » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:23 pm

· #517482
אויב די ווילסט אז מער מענטשן זאלן זיך איינשרייבן נעם אראפ די זאך פון דארפן שרייבן 40 ווערטער וועלן זיך מער מענטשן זיך איינשרייבן
איך ווייס נישט וועגן וואס מענטשן זאלן זיך וועלן איינשרייבן אין אזא מינע זאך.

החברותא » מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:35 pm

· #517483
עס איז פשוט איטרעסאנט מיטצוהאלטן וואס גייט פאר אויף די וועלט מיט שיינע געדאנקן און אפשאצונגן פון קלוגערע פון מיר. ווי אויך שיינע אלטע היסטאריע פון אמאל וואס איז היינט שוין נישט אזוי באקנט מיט שיינע הערות והארות און נאך

מלוה מלכה » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:13 am

· #517492
א פשוטע יונגערמאן וואס פלעגט באזיכן דא מזמן לזמן יעצט אז מען האט אויסגעשפארט פאר באזיכער וויל איך זיך איינשרייבן
אין פארברענגן אויף א רואינגען פארנעם האפענטליך בס"ד

הויעך » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:14 am

· #517493
איך. בין א חסיד ישע יונגערמאן ווטס וויל זית אויסליפטערען אין איך קלייב נישא אלי צעטעלעך ד״א האט קיינער נישט מורא צי רעדן די אמת דאס האב איך ליעב ועגן דיעם וויל איך זיין א חלק אין דעם

גרינדל » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:56 am

· #517512
איך בין אינטערסירט אויף די היימישע אין פארשידינע סארט נייעס פין דערווייטנס איבער דאס אטלאנטיק.
ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
השם הצילו משפת שקר ומלשון רמיה
לעולם ידבר אדם בלשון נקיה

קשיא » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:56 am

· #517513
ווייל אזוי קען מען זען וואס טוט זיך און אויך ווער וואס וואס ווי און ווען.
איך בין א אידענע פון די דרייסיקער יארן און באלאנגט אין באבוב מיט אויך שייכות צו באבוב-45

Candy » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:21 pm

· #517541
איך האב הנאה פון א היימישע פארום ווי מען קען שרייבן און פאברענגען אויף א אפענע פארנעם וואס איז מסתם די אנציגסטע אזא זאך אין די היינטיגע אינטרנעט אפאכע ווען יעדער איז מאסט איף די טים אונליין אויף אלע סאציאלע פלאטפארמעס זאל עס שוין זיין מיט היימישע חברה אין מאמע לשון

נאסע קאצקע צוקער » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:21 pm

· #517542
אביסל נייעס מיטן ארבעט גייט ווי קאווע מיט קאצקע צוקער
א חסידישער יונגע יונגערמאן וואס האט ליב מיטציהלטן אביסל מער
איך האף אז איך וועל קענען טרעפן אינטערעסאנטע אשכולות זוך צו דערהאלטן און די ליידיגע צייטן
ס'נעמט מיר אסאך צייט צו טייפן אויף אידיש so its always better to reach out in English

פעטער יעקל » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:22 pm

· #517543
איך בין א דורכשניטליכע יונגערמאן מיין וואינארט איז אין עיר התורה מאנסי
איך ליין שוין א לאנגע צייט קאווע שטיבל
און סאיז שוין געקומען די צייט צו קענען לאזן הערן פאר אנדערע מיינע מיינונגען איבער די נושאים וואס ועורן דא ארומגערעדט
האפענטליך וועלן מיר אלע הנאה האבן אינאיינעם

מאיר צ » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:23 pm

· #517545
איך בין א איד וואס ליינט שוין דא א היפשע שיינע פאר יאר, כ'האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן ווייל איך בין נישט קיין שרייבער.... אבער גאר אסאך ידיעות האב איך שוין דא באקומען און טאמער מען דארף זיך רעגיסטרירען צו קענען ווייטער קונה זיין וויל איך אזוי טון. נעשה ונשמע! א גרויסן יישר כח פאר די געשמאקע קאווע שטיבל ווי מ'קען זיך אויסשמועסן מיט אן אפנקייט...

marcel » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:23 pm

· #517546
I say hello to everyone. I am interested in news about Chasidic Courts without censorship. Thank you

פערפאל » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:24 pm

· #517547
א פשוטע יונגערמאן וואס פלעגט באזיכן דא מזמן לזמן יעצט אז מען האט אויסגעשפארט פאר באזיכער וויל איך זיך איינשרייבן
אין פארברענגן אויף א רואינגען פארנעם האפענטליךאון זיך אריינמישן ווי מען פרעגט מיר נישט

תקע בשופר » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:24 pm

· #517548
עס איז פארהאן ידיעה און הבנה. ידיעה איז די ידיעה בעלמא, א בקיאות אזא. הבנה איז די ידיעה מיט די גאנצע עומק. למשל מען קען וויסן אז אויף א טשערי מאכט מען א העץ, דאס איז ידיעה, הבנה איז, וויאזוי מען קומט צו דערצו אז אויף א טשערי מאכט מען אן העץ.

לענינינו, ידיעות איז דא אסאך פלעצער ווי מען 'ען טרעפן, אבער הבנה, איז דא איין אידישע פלאץ, וואס דאס איז קאווע שטיבל.

אין ביו חתונה געהאט אין די הויכע דרייסיגער, א גוט קעפל ביחס צו שוואכערע, און א שוואכערע שאפ ביחס צו שטערקערע קעפ. די איינציגסטע אינדענדיפיקעשיאן מיט א חסידות איז מיין שטאפן היט.

מיין שאיפה איז צו ווערן רייך און קלוג.

פארלוירן » דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:03 pm

· #517565
א אינגערמאן מיט א תכלית וואס איך זיך נאך, גלייבט און א גאט וועם איך קען נישט, אין א קאמיוניטי וואס איך וויל נישט.

אז מ'קען מער נישט ליינען אומאריינגעסיינט דארף מען טון וואס מ'האט צו טון.

yesiknow » פרייטאג פעברואר 24, 2023 11:08 am

· #517577
פארלוירן
א אינגערמאן מיט א תכלית וואס איך זיך נאך, גלייבט און א גאט וועם איך קען נישט, אין א קאמיוניטי וואס איך וויל נישט.

אז מ'קען מער נישט ליינען אומאריינגעסיינט דארף מען טון וואס מ'האט צו טון.
זיי נישט אזוי פארלוירען ברידער כי לא יראני האדם וחי אויב ווייסטו נישט די תכלית פארוואס וילסטו נישט דיין קאמיוניטי אפשר וועט עס דיך ברענגען נענטער צו דיין גאט (וואס די קענסט נישט) אדער צו דיין תכלית....אויכעט אין וואס גלייבסטו אז די קענסט עהם נישט ?? שמך נאה לך!
מאך דיר א קאווע נשמה אין לאמיר כאפען א טבילה לכבוד שבת 😛

Man City » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:25 pm

· #517579
hi
i'm just love to know politics .....
i'm very good in it and i wanna also now about music and all around and 'im always reading"der veker" and i really like it
i'm can really good play keyboard
......and i hope to be happy here

באחיינטער » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:25 pm

· #517580
א גוטן

איך ליין שױן דאָ א לאנגע צייט דע אלע געשמאקע שרייבעריי דאָ אױף קאװע שטובל און אזױ איך װילל זייער װייטער ליינען און װי אױך צו שרייבען טוה איך מיך רעגעסטרירען דאָ צו װייטער געניסן
א גרױסן דאנק

דער שווארצער וואסקא » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:26 pm

· #517581
אין לי משהו מיחוד לספר עלי רק קאווע שטיבל זה מקום שאפשר לקרוא דברים מה שנצנזרים במקומות אחרים אז אני רוצה ליהות חבר בה
אני בן אדם שאהוב לדעת ולהבין ולקרוא ולהתאמק בדברים אז אני מברש שיצטרפו אותי ליהות חבר פה כמו שכתבתי למטה אני לא רוצה לכתוב רק לשמוע דיעות מאנשים ולחשוב

עורות_תחשים » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:26 pm

· #517582
בטבע בין איך א פערזאהן וואס גלייכט צו פארברענגען מיט אנדערע צו הערען און מיטטיילען פארשידענע הינזיכטען אין טעמעס סיי בנוגע צו געזעלשאפט בכלל, און אידישקייט בפרט.
ק"ש איז א פלאטפארמע וואו איך ערווארט צו קענען דורכשמועסען א נושא מיט אפענקייט און מיט א ציל פון דערגיין פארשידענארטיגע דעות אבער אין דער זעלבער צייט מיט א ציווילעזירטער צוגאנג.

12345678 » פרייטאג פעברואר 24, 2023 2:27 pm

· #517583
0000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000
0000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000
0000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000000
STAM

תרמב » פרייטאג פעברואר 24, 2023 4:54 pm

· #517590
[ציטאט אראפגענומען]
מאדערן ארט...

יענקי וויליאמסבורג » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 10:26 pm

· #517598
איך בין א וויליאמסבורגער כולל יונגערמאן וואס זיכט א ווינקעל ווי מען קען נאך הערן א אמת׳ע ווארט אן די שטרענגע צאנזור פון די רעכטע עקסטערמיסטען
שמעתי אז אין קאווע שטיבעל קאן מען נאך רעדן אן קיין פחד ברויך מען ארייכאפן פאר די חברה ופועלו ע״ס פארשפארן היל׳ת

ר' צפניה » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 10:58 pm

· #517599
א גוטן! איך בין א חסידישע אינגערמאן פון בלומינגבערג, איך האב ליב צו לערנען חסידישע ספרים און זיך קאכן אין אמונה וביטחון, ווי אויך האב איך ליב צו זעהן אביסל איבער אמונה ודעות האב איך געהערט אז קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ פאר דעם, בין איך אהערגעקומען, איך האף אז איר וועט מיר שיין אויפנעמען.

plusquam » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:43 pm

· #517600
news about Rebbes. Tish information and Shmuss. any new Sforim coming I would like to know also discuss about Sforim, also I would like to see pictures of Rebbes,

בילדינג פליפער » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:44 pm

· #517601
קליינע פאקטן: איך האב א חבר וואס מאכט די בעסטע "דזורקי". איך פארשטיי נישט עפעס מוראדיג צו וויין אבער איך קען דיר זאגן א חילוק צווישן א דרייסיג דאלארדיגן באטל צו א זעכציג. איך דרייוו א פארד עקפאדישן. איך פליפ בילדינגס. איך שנייד מיין בארד, אבער מען באמערקט עס נישט. איך בין א "עפל פען". איך בין מעבר סדרה (סגולה לפרנסה). איך האב ליב קרליבאך (איך קען אביסל געטאר). איך גיי אין שוויץ ליל ששי. איך, איך, איך.

איך וועל זיך לאזן הערן נאך פיל געשמאקער ווי ביים ליינען ( פון מיין חבר'ס "דזשורקי" וועט איר אבער נישט קענען פארזוכן)

קאצקע ציקער » מוצ"ש פעברואר 25, 2023 11:50 pm

· #517602
נאסע קאצקע צוקער
אביסל נייעס מיטן ארבעט גייט ווי קאווע מיט קאצקע צוקער
א חסידישער יונגע יונגערמאן וואס האט ליב מיטציהלטן אביסל מער
איך האף אז איך וועל קענען טרעפן אינטערעסאנטע אשכולות זוך צו דערהאלטן און די ליידיגע צייטן
ס'נעמט מיר אסאך צייט צו טייפן אויף אידיש so its always better to reach out in English
Hey

דער גאלדענער אדלער » זונטאג פעברואר 26, 2023 12:12 am

· #517604
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאצקע ציקער
נאסע קאצקע צוקער
אביסל נייעס מיטן ארבעט גייט ווי קאווע מיט קאצקע צוקער
א חסידישער יונגע יונגערמאן וואס האט ליב מיטציהלטן אביסל מער
איך האף אז איך וועל קענען טרעפן אינטערעסאנטע אשכולות זוך צו דערהאלטן און די ליידיגע צייטן
ס'נעמט מיר אסאך צייט צו טייפן אויף אידיש so its always better to reach out in English
Hey
נעה, ער איז די נאסע, וואס בלייבט איבער נעבן די צוביסענע האטקאפס אויפן טיש אין פארענט פון א נועם אלימלך פרייטאג פארטאגס שובבי"ם נאכ'ן לערנען א גאנצע נאכט רציפות? ווייסט וואסכ'מיין??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

zisha » זונטאג פעברואר 26, 2023 8:21 am

· #517615
איך בין א גיטע שרייבער
איך האב ליב צו שרייבען אין ליינען אינטרסנטע ארטיקלען
אין לצורך פרנסה אביסל פאליטיק ...... אין אינטרסאנטע טשיקאווע ענינים
אין היסטאריע. אין לעבן שטייגער פון אמאל

אדמור הקדוש זצללהה » זונטאג פעברואר 26, 2023 8:23 am

· #517616
היות עס איז שוין דורעך אסאך יאר'ן זייט מיר זענען ארויף געזעצט געווארען אנווארעמען די בענקעל על כס האדמורות, און היות מיר האבן זיך שטארק פאר'עלטערט, די קינדער שלאגען זיך שוין ארום אויף די ירושה, און די מקורבים לייגען גרויס דרוק איבער צו געבען צום נייעם דור מרזי ההנהגה ויפה שעה אחת איידער מ'ווערט אינגאנצען פארקאלעכט, פילען מיר א חוב קדוש מגלה זיין דעת תורתינו הקדושה והטהורה והמצוחצחה ברמה, בכמה ענינים העומדים על הפרק למען יעמדו ימים רבים.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 26, 2023 10:07 am

· #517619
אדמור הקדוש זצללהה
היות עס איז שוין דורעך אסאך יאר'ן זייט מיר זענען נתמנה געווארען צו דינען אלס אדמור, און היות מיר האבן זיך שטארק פאר'עלטערט, און די מקורבים לייגען גרויס דרוק איבער צו געבען צום נייעם דור מרזי ההנהגה, פילען מיר א חוב קדוש מגלה זיין דעת תורתינו ברמה בענינים העומדים על הפרק.
@רביה"ק זי"ע האסט קאמפעטישן...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94