☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:38 pm

· #275119
אשר ע"כ?

פארוואס זאגסטו עס דא?
און וואס מיין cictim

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:41 pm

· #275121
איך האב מורא דא איז גישעהן א פארדריסליכע טעות דער ניק זעהט אויס ווי טעותדיגע אותיות און זיין אינטרעדאקשען איז די לעצטע חלק פון דער תגובה

ישראל קאפקע » דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:49 pm

· #275125
שמעקעדיג
אשר ע"כ?

פארוואס זאגסטו עס דא?
און וואס מיין cictim

אפשר א צוזאמשטעל פון 'סיטי' און 'וויקטים'??

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 14, 2015 4:46 pm

· #275136
עטץ קענסט נישט קיין ענגליש? 'סיסטעם'.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מאי 14, 2015 5:22 pm

· #275152
די ספעלינג הוא גופא איז א פראדוקט פונעם cictim. בכל אופן וועלקאם עבארד.

הק זעמל » פרייטאג מאי 15, 2015 1:11 pm

· #275403
שלום וברכה קאווע טרינקער מיין נאמען איז זרח יהודה זעמיל זאלצשטיין מרופט מיך הק זעמל נישט פארמישען זעמל פון די פלעיס
די סיבה פארוואס איך שטעל מיך צו טרינרען קאווע דא אין קאווע שטיבעל איז משום מעשה שהיה פאר 2 טעג צירוק קים איך אריין ביי מיר אין בית המעדרש איך בין געווען שפעט צו מיין חברותא בקיצור איך לויף אריין אין קאווע שטיבעל אין גארנישט נישט קיין קאווע נישט קיין מילך אביסל הארטע פארגליווטע ציקר פון שריים פון נעכטן ניטאמאל סטראס וואס די קינדער באגנבנען שוין איך לויף צום שמש מיט א בהלה אבער פאר איך עפען זיך דאס מויל ווייזטער מיך אויפען פרנס השבועה צעטיל איז שוין אפגעלאפען און ווי לאנג סאיז נישט דא קיין נדבן איז נישטא קיין קאווע סהעלפט נישט גארנישט שוין בין איך געגענגען זיכן א קאווע שטיבעל ווי מקען טרינקען קאווע אן קיין זארג פון נדבנים נו וויאזוי סירטשט מען היינט תשעה מנעמט דעם סעל מגוגולט אריין קאווע שטיבעל און אט דא בין איך

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 15, 2015 1:13 pm

· #275408
הק זעמל
שלום וברכה קאווע טרינקער

עליכם החיים והשלום

איך אויך » פרייטאג מאי 15, 2015 2:03 pm

· #275442
פאלט מיר יעצט איין ,די קעפל שטייט פאָרשטעלן אדער פאַרשטעלן?

הק זעמל » פרייטאג מאי 15, 2015 3:04 pm

· #275474
איך זיץ דא אין שטיבעל פאר קוים אפאר שעה און איך מיז אייך זאגען איך לייק, פשוט אזוי ווי ס'הערט זיך איך לייק די קאווע, איך לייק די ציקער, איך לייק די מילך, אפ די סטראס זענען פון גוטע קוואליטיט
און א קאווע שטיבעל וואס מקען ליגן אין בעט און טרינקען איז נישט קיין נסיון צו לייקען שכח פאר די לייקס

הק זעמל » פרייטאג מאי 15, 2015 3:17 pm

· #275486
איך האב פארגעסן צו זאגן אז די קאווע דא מעכט נישט קיין בויך ווייטאג

רויטע וואנצעס » פרייטאג מאי 15, 2015 3:27 pm

· #275491
דא איז אויך דא קאווע בונדלעך, די חברה קענען נישט נאר מאכן בויך ווייטאג, נאר אויך קאפ ווייטאג.

צוקלאפטע הושענא » פרייטאג מאי 15, 2015 3:27 pm

· #275492
הק זעמל
איך האב פארגעסן צו זאגן אז די קאווע דא מעכט נישט קיין בויך ווייטאג

נאך איין פרט, די קענסט טרונקען קאווע אויך פאר עס אדורך זעקס שעה פון זיך אנעהסען מיט בשר בהמה,
עניוויי אויף הכנות צום דאווענען וועט די קאווע נישט קיין סאך קומען צו הילף, דא דארף מען שוין א הייסע עכטע קאווע אזוי שווארץ וי די פרענקען אדער די בני חם, און בנוסף צום לילקע צובעך וועט עס פארען געשמירט.

הק זעמל » פרייטאג מאי 15, 2015 3:37 pm

· #275495
9
רויטע וואנצעס
דא איז אויך דא קאווע בונדלעך, די חברה קענען נישט נאר מאכן בויך ווייטאג, נאר אויך קאפ ווייטאג.
רויטע וואנצעס
דא איז אויך דא קאווע בונדלעך, די חברה קענען נישט נאר מאכן בויך ווייטאג, נאר אויך קאפ ווייטאג.

נו וועגן דעם קים איך דא מיט א לעפעל און איך קלויב אויס די גוטע פרישע געציטיגטע בונדלוך
וועסטו פרעגן פארוואס מדארף דא סטראס? דאס איז גמאכט פאר די קינדער

לייב מייזעלס » פרייטאג מאי 15, 2015 5:10 pm

· #275518
א גוטן אייך חשוב'ע אידן. איך בין לייב מייזעלס. אריגינעל בין איך פונעם ראטן פארבאנד. אבער היינט בין איך ליידער אין שפיטאל, וואו איך גיב זיך אוועק לייב און לעבן אייך צו ראטעווען.
צום ערשט האב איך זיך באקענט מיט קאווע שטיבל ווען עקספערימענטירער האט געשריבן א שרעקעדיגע מעשה צום בלאט. איך האב געקלערט, ווען מיין עקספערימענטירער טוט אן א שרעקעדיגע מעשה אויף מייזעלס לייב, שרייבט זי אויך באלד אויף א בלאט. נו, בין איך דאך א מחותן דא.
איך וויל דא שרייבן איבער דאס לעבן אונטער די קאצענעלבויגן פון מיין עקספערימענטירער. דאס לעבן איז אבער קורץ, און צו דעת דארף מען רחמים.

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 15, 2015 5:22 pm

· #275524
אה, דיס איז סאמטינג.
לייב מייזעלס
איך גיב זיך אוועק לייב און לעבן אייך צו ראטעווען.

דהיינו?

געוואלדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 5:27 pm

· #275527
מן הסתם דער פרעזידענט.

הוגה » פרייטאג מאי 15, 2015 5:53 pm

· #275539
שלום עליכם @לייב מייזעלס, איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז מיר א גרויסע שמחה דיר צו האבן דא אויף ק"ש. עפעס זאגט מיר אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיר. איים סאו עקסייטעד.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 15, 2015 7:11 pm

· #275560
הוגה
שלום עליכם @לייב מייזעלס, איך ווייס נישט פארוואס אבער עס איז מיר א גרויסע שמחה דיר צו האבן דא אויף ק"ש. עפעס זאגט מיר אז מיר וועלן נאך אסאך הנאה האבן פון דיר. איים סאו עקסייטעד.

😂

[ציטאט אראפגענומען]

איך אויך » מוצ"ש מאי 16, 2015 10:24 pm

· #275595
דאכט זיך דער עולם כאפט נישט דעם מייזעלס לשון נופל על לשון הומאר.

שתהא » זונטאג מאי 17, 2015 10:07 am

· #275787
איך בין פון אייביג אהן געווען א שטיצער פון פרייע ווארט, האב איך מיך ב"ה געטראפן א פלאץ ווי צו ליינען און שרייבן אלץ וואס איז מיך איטרסארנט, און אויך באדערט מיך אסאך מאל אז געוויסע מענטשן שרייבן זאכן וואס זענען שטותים און די עולם גלייבט וויל מ'ווייסט נישט די פאקטן, האמיר דא א פלאץ ווי צו זאגן אונזער מיינאנג

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 17, 2015 10:09 am

· #275789
שתהא שיח שפתותיך חשוב ומקובל.

ווייס פרעזידענט » זונטאג מאי 17, 2015 10:10 am

· #275790
איך האב צופיל צייט אין אסאך דיעות אין שוהל לאזט מען נישט רעדן אינדערהיים קען מען נישט רעדן ביי דער ארבעט איז נישט דא די צייט צו רעדן ביי דרשות טאר מען נישט רעדן ביי שמחות גיי איך נישט רעדן ביי לויהס וויל איך נישט רעדן ביי משפחה רעד איך נישט איז איין פלאץ איז אי די קאווע שטיבל קען מען רעדן פלאפלען שמועסן רעדן אין זאגען

שמעון וואלף » זונטאג מאי 17, 2015 10:14 am

· #275794
@שתהא
@ווייס פרעזידענט
@over time

מאכטס אייך באקוועם, חשובע געסט. איר זענט אנגעקומן אויף די ריכטיגע פלאץ. נעמטס ענק דורכנישטערן די אוצרות וואס אונזער שטיבל פארמאגט און דאן שארפטס אויס די פעדער און יאלא!

ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

Over time » זונטאג מאי 17, 2015 1:40 pm

· #275880
א גיטען, איך בין ניי און איך האב מיר נישט קיין סאך וואס פארצושטעלן,
איך בין ארויס פון כולל 3 - חדשים צירוק נאכען זיין דארט א צוויי יאר, איך האב לעצטענס באקימען אינטערנעט 24/6, און איך האב געטראפן דאס פלאטץ, איך האב הנאה דא,און איך וויל האבן די מעגליכקייט פון צייט צו צייט צו שרייבען עפעס, איך טראכט צו שרייבען פון דא און דארט זאכען וואס ציען מיין אינטערסע.

איך אויך » זונטאג מאי 17, 2015 1:42 pm

· #275882
פון דא און דארט איז נישט קאפירייט פונעם איד?

רויטע וואנצעס » זונטאג מאי 17, 2015 2:14 pm

· #275894
ניין, ער האט דאך געזאגט פון דא און דארט מיט... זאכען וואס ציען מיין אינטערסע.

ניקלשבורג » זונטאג מאי 17, 2015 4:16 pm

· #275934
איך בין נישט קיין נייער חבר אין אונזער קהילה "קאווע שטיבל" נאר איך פיל פאר וויכטיג צו זיך רעגעסטרירן מיט די נאמען, כדי אז ווען עס קומט אויף סיי וועלעכע נושא וואס האט א שייכות מיט ניקלשבורג זאל איך קענען אונטער די נאמען איבער געבן וואס די בליק פון א ניקלשבורגער חסיד איז אויף די נושא, אן דארפן שרייבן איך האב געהערט פון מיין חבר אזוי ווי געעוויסע טוהן ביי זייער חסידות.

קאווע טרינקער » זונטאג מאי 17, 2015 4:22 pm

· #275939

בן אדם » זונטאג מאי 17, 2015 5:23 pm

· #275982
קאווע טרינקער

Wow! זענען זיי די ערשטע חסידות צו האבן א סייט??

furniture » מאנטאג מאי 18, 2015 10:54 am

· #276235
א ניקלעשבורגער וואס האט נישט וואס צו טיהן מיטן טאג אין ער זיכט וואס צו טהון אין איך האף אז דאס גייט מיר געבן חץ מזה אין לי מה לכתוב בקיצור איך וויל זיך אויף סיינן

רעב מאיר » מאנטאג מאי 18, 2015 11:29 am

· #276246
I grew up speaking mamaloshon with my Bobe and Zayde.

Now I am happy to be communicating in Yiddish again!

I am very involved with Chad at this stage of my life. Speaking Yiddish is, for me, like wrapping myself up in a warm blanket!

לית דין בר נש » מאנטאג מאי 18, 2015 11:35 am

· #276247
שלום עליכם
I'm having a hard time communicating with you in Yiddish

בן אדם » מאנטאג מאי 18, 2015 11:51 am

· #276251
א מין ירידת הדורות דא! קודם עברית, יעצט ענגליש. וואס וועט זיין? מ'דארף שוין מאכן תקנות!!

יהורם דעם איידעלע » מאנטאג מאי 18, 2015 10:18 pm

· #276549
איך האב זייער ליב אידישע שמוזעריי. גראדא פונקט בין איך אהן קיין שום חסידישע בלוט. סיי פון מיין טאטע סיי פון מיין מאמע. איך בין אינגאנצען א ליטוואק וואס האט געלערענט אין אני חסידישע חדר איידער מ'האט מיר געשיקט אין מתיבתא. יעצט גלייך איך אקוקגעבען אין קאווע שטיבעל און אמאהל האב איך עפעס מוסיף צו זיין אין א שמועס.

צוקלאפטע הושענא » דינסטאג מאי 19, 2015 11:29 am

· #276692
ניקלשבורג
איך בין נישט קיין נייער חבר אין אונזער קהילה "קאווע שטיבל" נאר איך פיל פאר וויכטיג צו זיך רעגעסטרירן מיט די נאמען, כדי אז ווען עס קומט אויף סיי וועלעכע נושא וואס האט א שייכות מיט ניקלשבורג זאל איך קענען אונטער די נאמען איבער געבן וואס די בליק פון א ניקלשבורגער חסיד איז אויף די נושא, אן דארפן שרייבן איך האב געהערט פון מיין חבר אזוי ווי געעוויסע טוהן ביי זייער חסידות.

שוין א לענגערע צייט וואס צימעס מוטשעט זיך פינאנציעל, די אשכולות טרוקען און טויט, ממש א טרויער אריינצוגיין דארט, עס פילט זיך דארט וי א מאסען קבר און עס פעלט שוין טאקע אויס אפאר רחמנים בני רחמנים זאלען אריינשיינען א טל של תחייה אונעם צימעס אפטיילונג, להשקות צמאי חסידיך ולהחיות הצימעס היבשות דער עולם ווארט שוין אויף עפעס א זאפטיגס נישט קיין חילוק וואס, ניקלשבורג, אלכסנדר מוקדון, באבוב -45,48 סאטמר, ארמארי און פלייש געשעפט, עני טיים וואס נאר עפעס א געשרייבעכץ וועט זיין גוט חשוב ומקובל ומרוצה
מיר ווארטען בכליון עינים.
כהאב שיעור פארגעסען צו זאגען אז אויף ר' אביש ספינקער מעג מען אויך אביסל אפצימעסען, מוועט נישט גיין אין גיהנום פאר דעם בלויזע חטא ס'איז דא און מיר האבן שוין געהרט עפעס ערגער פון דעם אויך.

lazar » דינסטאג מאי 19, 2015 12:22 pm

· #276729
איך בין א יונגערמאן אין די מיטעלע פערציגער יארן, איך געהער צו איינע פון די סאטמארע פראקציעס, איך פארמאג אין מיר א שרייבערישע טאלאנט, און אזוי אויך פארמאג איך נאך פארשידענע זעלטענע טאלאנטן מיט וואס דער בוכ"ע האט מיר באשאנקען, איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין 'קאווע שטיבל' נאכדעם וואס איך האב באקומען א לינק פון א גוטן חבר אהער, און איך שפיר אז איך קען צוגעבן מיין טייל אינעם בליהונג פונעם פלאץ.

אבני שיש » דינסטאג מאי 19, 2015 4:36 pm

· #276867
איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק טריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון repercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

א איד » דינסטאג מאי 19, 2015 4:40 pm

· #276872
אבני שיש
איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד

געוואלדיג » דינסטאג מאי 19, 2015 4:41 pm

· #276875
נו עס שטייט דאך שוין והיה כאשר תרוד ופרקת עולו וגו'

נופת צופים » דינסטאג מאי 19, 2015 4:43 pm

· #276877
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד
אבני שיש
איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד

אפשר מיינט ער תדיר.

א איד » דינסטאג מאי 19, 2015 4:48 pm

· #276880
ליין עס דורך אין זיי מיר מסביר ווי עס שטימט תדיר

אבני שיש » דינסטאג מאי 19, 2015 4:51 pm

· #276884
א איד
אבני שיש
איך בין א יונגערמאן וואס פאלגט שוין נאך די פארום פאר א וויילע, נאר היות איך בין שטארק תריד, האב איך מיך באגעניגט מיט באזיכען דא אלץ גאסט. לעצטנס ווילטס זיך מיר אסאך מאל צי מגיב זיין, ממילא האב איך באשלאסען צי עפענען א ניק. פותחין בכבוד האכסניה, המקום הזה אשר אתם עומדים עליו מקום קדוש הוא, דאס פארום איז די איינציגסטע שופר ווי דער היימישע עולם לאזט זיך הערן וואס זיי האלטען באמת, אן קיין מורא פון reprorepercussions, דאס איז עפעס וואס דארף געהאלטן און פרעזעווירט ווערן אן קיין פשרות. יישר כחכם פאר די הנהלה, און פאר די אקטיווע ניקים וואס דערהאלטען דאס פלאץ ביים חיות.

טרוד נישט תריד
וועלקאם טו קאווע לענד

ייש"כ. מתוקן געווארען. (נישט 'מסוכן', רייט?)

נופת צופים » דינסטאג מאי 19, 2015 6:17 pm

· #276946
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד
ליין עס דורך אין זיי מיר מסביר ווי עס שטימט תדיר

טעיק איט וויט עי גרעין אוו סאלט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מאי 19, 2015 7:08 pm

· #276969
לאז מנוחה, קומט א גאסט, זאג א שיינע העלא, נישט ס'פעלט דיר א קנעפל.

יענקל האניג קוועשער » דינסטאג מאי 19, 2015 8:20 pm

· #277019
איר האט געבעטען איך זאל שרייבן וועל איך שרייבן איך וויל ווערן א חבר אין קאווע שטיבל ווייל איך האב געליינט אסאך אשכולות אין זייער הנאה געהאט איך וואלט פשוט געוואלט קענען צילייגן מיינע געדאנקען

איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 8:26 pm

· #277025
נופת'ל זיי עם שיין מקבל פנים.

נופת צופים » דינסטאג מאי 19, 2015 9:25 pm

· #277063
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אז איך בין דער האניג און ער איז דער קוועטשער, וואס איז נעקסט?

שלום עליך ר' יענקל. קומט אריין און מאך דיר באקוועם. אונז ווארטן מיר צו הערן פון דיר.

איך אויך » דינסטאג מאי 19, 2015 9:36 pm

· #277067
איך זעה אויף דיין בילד אז דו האסט שוין א האניג קוועטשער אבער ווייסט דאך געוויס די טעם וואס מען זאגט נאך אין א''י פארוואס עס איז געוועו צוויי לוחות.

נופת צופים » דינסטאג מאי 19, 2015 9:57 pm

· #277079
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
נו פארוואס טאקע? ווייל @איך אויך?

טרובען קוועטשר » מיטוואך מאי 20, 2015 3:12 pm

· #277348
I a 20 year old bucher and i enjoy reading all types of articles about all types of topics
So i will probl be making a de conents hear and the