☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

אמאל אראפ אמאל ארויף » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:23 pm

· #420599
א איד ווי אלע אידען האלט זיך פאר א שטארקע פארשטייער א טראמפ שטיצער פון מאל צו מאל ווען עס גייט איהם גוט פארשטייצעך האט ליב יעדער איד און פיינט יעדע דעמעקראט א שטארקע כל בו בנוגע חסידות פירט א מערכה מיט פייק נייעס

שטריימלגייער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:24 pm

· #420600
ליינען און ענטפערן און שמועסן. מיטהאלטן און זיך באטייליגן. נישט קיין ספעציעילן שרייבער אדער ליינער. איך עקספעקט נישט פון מיר קיין איינס. אבער איין פיס פארנט פון צוויייטן

שלאף רבי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:24 pm

· #420601
איך בין א חסידישע יונגערמאן איך גלייך זייער די שמועסן דא און איך וויל זיין א חלק און הנאה האבן
איך האף אם ירצה השם אויך מהנה זיין אנדערע צו צוגעבן דא לויט מיינע מעגליכקייטן יישר כח

קל לראש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:25 pm

· #420602
דא הייסט א מקום וואס מען לאזט יעדעם רעדן - פארשטייט זיך מיט הגבלות - ווייל מיר זענען מוגבל בקדושה אין יעדע הינזיכט פון לעבן. אשרינו מה טוב חלקינו. זאל גאט ב"ה גיבן אז יתקדש שמו על ידינו, הרחמן הוא יתפאר בנו לעד ונצח נצחים ויתהדר בנו לעד ולעולמי עולמים.

כניאק » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:26 pm

· #420603
א חסידישער יונגערמאן, איך האב נישט אסאך וואס צו צוגעגעבן צו אזעלכע לייבן, איך וויל קענען קאמענטירן פון צייט צו צייט, און אויך קענען האלטן חשבון פון וואס איך האב שוין געלייענט.

יעקב זעהר » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:27 pm

· #420605
איך בין א יונגערמאן מיט אסאך אומקלארע אוסקוקן וואס איך האלט אז עס וואלט מיר קלארער געווארן טין היבש אסאך ענינים ווען איך זאל ווען אביסל ארום שפאצירן דא אין קאווע שטיבל און זעהן נאך כאראקטערס און אייגנשאפטן פון נאך אפאר אידן זיך אדוירך שמועסן וכדו'

רביה''ק זי''ע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:58 pm

· #420643
דאס איז אלץ איינער, אדער איז דאס צוויי?

משה משה דוב » זונטאג יאנואר 6, 2019 10:57 pm

· #421300
א באזוכער בין איך שוין גאר א לאנגע צייט. יעצט האלט איך איז געקומען די צייט איך זאל אויך קענען אריינווארפן מיין צווויי-סענס אינעם שטיבל. איך אנגעהער צו קהל יראי השם ד'קארלסבורג בראשות הגה"ק בעל עמק התשובה שליט"א לאויש"ט, אבער בדעתי הקטן בין חולק אויף די התמנות פין בנו הרה"ג רבי משה שליט"א אלץ רב הצעיר.

עובד ה' » זונטאג יאנואר 6, 2019 10:59 pm

· #421301
העלפן מענטשן באקומען א געשמאקע פרייליכע און ערפילטע לעבן צוזאמען מיט זייער ווייב, וואס האלט אין איין ווערן בעסער און בעסער. ווייל ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך נישט געוואוסט וואס מעג איך יא טוהן, און וואס נישט. וואס איז גוט פאר מיך צו טוהן, וואס נישט. ווען זאל איך יא נאכגעבן פאר מיין גוף, ווען נישט. וואס איז א מצוה, וואס איז אן עבירה? ווען איז עס א מצוה, ווען איז עס אן עבירה? וואס קען איך יא זאגן פאר מיין ווייב, וואס נישט? מיט וואס דארף איך מיך שעמען און איר נישט דערציילן, וואס זאל איך איר יא דערציילן. וועלכע זאכן זאל איך בעטן אז איך זאל עס באקומען און וועלכע זאכן זאל איך נישט בעטן ווייל איך וועל נאר ערגער מאכן. אפגערעדט וואס איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי צו ווערן דער בעה"ב אין שטוב. ווי אזוי צו באקומען וואס איך וויל, ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי אזוי קלער איך איר אויף, ווי אזוי בין איך איר מסביר א זאך אז זי זאל עס פארשטיין? ווי אזוי מאך איך איר אונטרעסירט אין די זאכן וואס אונטרעסירט מיך? ווי אזוי באקום איך "אלע" מיינע באדערפענישן פון שטוב, פון מיין ווייב. ווי אזוי? ווי אזוי? נאך דעם ווי אזוי ווייס איך וואס זי וויל??? ווי אזוי מאך איך איר פרייליך??? ווי אזוי ווער איך געוואר?????? פארוואס זאגט זי מיך נישט וואס זי וויל? וואס גייט איר מאכן פרייליך? איך גיי עס שוין טוהן! און אוודאי האב איך געהאט אסאך הלכה שאלות איבערן קאפ. איך האב נישט געוואוסט וועלכע שאלה מעג איך יא פרעגן, און וועלכע שאלה מעג איך נישט פרעגן. וועמען זאל איך פרעגן? אפשר ווען איך גיי פרעגן וועט מען מיך אנקוקן ווי א שגץ ח"ו. איך האב מיך ממש נישט געוואוסט ווי אהין צוטוהן. איך בין געווען פיל מיט ספיקות, שריט און טריט. אבער איך קען פארשטיין אז מען קען פרעגן א שאלה, וואס הייסט? מען לערענט דאך אלעס אויס פאר די חתונה? ווייסטו וואס מיינט אלעס? האסטו שוין געהערט דער ווארט אלעס? מען לערענט אלעס אויס? אבער, וואס מיינט אלעס? וויפיל ספיקות קענסטו דיך אראפשרייבן, וואס איז זיך אונטערגעקומען, נאכדעם אזוי גערופנער אלעס וואס מען האט דיך אויסגעלערענט? און דו ווייסט נישט צו מען מעג אפילו פרעגן די שאלות, אדער ווייסטו נישט וועם צו פרעגן, ווייל וועם דו האסט נאר געפרעגט, האט מען דיך נישט געגעבן א קלארא ענטפער? איי מען האט דאך דיך אלעס אויסגעלערענט? אדער איז דאס נישט פון דעם אלעס, נאר דאס איז מער ווי אלעס?.......................... איך האב נישט פארשטאנען..
דעריבער האב איך אנגעפאנגען זיכן און נישטערן. איך האב מיך גענומען לערנען מער גמרות און מער הלכות פון שלחן ערוך, איך האב גענומען הוראה און שימוש חכמים ביי גדולי ישראל. איך האב מיך גענומען זיכן און פארשטן, איך האב געהערט סידי'ס אויף אלע עניני הבית, איך האב געליינט אסאך אויף עניני הבית, איך האב אלעס פראבירט. איך האב געזוכט מענטשן וואס......... איך בין ארים געגאנגען צו רבנים - אין ארץ ישראל, אמעריקא און קאנאדא. איך האב געלערענט וואס איך דארף וויסן צו מאכן א טויש אין מיין שטוב! (מעג מען טאקע?)
יא, ב"ה איך האב געטראפן דעם סוד. איך האב געטוישט מיין גאנצע לעבן צו אן אמת'ע געשמאקע לעבן. איך האב מיך קיינמאל נישט געחלומט אז א מענטש קען אנקומען צו אזא געשמאקייט. דער געשמאקע לעבן וואס איך האב יעצט באקומען ווערט געשמאקער און געשמאקער פון טאג צו טאג.

נישקשה » זונטאג יאנואר 6, 2019 11:00 pm

· #421302
איך דריי מיר שוין לאנג ארום דא אין שטיבל און איך בין זיך מחיה מיט די שמועסן דא, נאר קיין קאווע האב איך נישט געקענט מאכן ווייל איך בין נישט קיין רעדזשיסטערד חבר, ממילא נעם איך די מיה, און די פעדער אין די האנט און איך שליס מיר אן אין די חבריא. איך האב ליב נישקשה'דיגע קאווע, נישט בריעדיג און נישט קאלט, נאר ממש נישקשה.

איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך, קיין גרויסער שרייבער בין איך נישט אבער איך האב ליב זיך צולאזן הערן פון צייט צו צייט.

זייט אלע געזונט און שטארק.

Totallycool » פרייטאג יאנואר 11, 2019 10:59 am

· #421916
Hi,I have been following kaveshtibel for a very very long time and just never got around to register, I feel like I have a lot to offer on many of the subjects being discussed, and I’m looking to chill out oknmy free time

החפץ בעילום שמו » פרייטאג יאנואר 11, 2019 11:00 am

· #421917
איך בין אן ארץ ישראלדיגע יוד,
וואס לצרכי פרנסה וויל איך פאהרן צי די גאלדענע מדינה אמריקה.
אלע יאהרן האב איך שוין מיטגעהאלטן די נייעס דא אין קאווע שטיבל, בעיקר אין די מוזיק אפטיילונג.
איז יעצט וואס איך פלאן צי קומען קיין אמריקה, איז נישט קיין מעהר פאסיגע צייט צי זיך איינשרייבן
און אליינס ווערן א חלק פון די חסידישע קבוצה.

impossibility » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:12 pm

· #422100
איך בין א שרייבער אין היסטארישע פיקציע, און איך וויל זיין א חלק פון די קאווע שטיבל געזעהלשאפט כדי צו קענען פארבעסערן מיין שרייב ארבעט. אויך האב איך א שטארקע אינטערסע אין אידיש גראמאטיק, און אזויווי עס איז דא גאנץ ווייניג איבער דעם ענין, איז דא די פאסיגע פלאץ צו קענען זיך לערנען מער דערויף.

דיאמאנט » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:44 pm

· #422615
אן ייד וואס האט ליעב דאס יידישע שפראך, פארשטייט אן עסק, אין וויפיעל די צייט וועט ערמעגלעכ'ן וויל דעבאטיר'ן נושאים אויפן היימישען סדר היום, אין דער איינציגסטער היימישער פורום - קאווע שטיבעל.

הבחור » מיטוואך יאנואר 16, 2019 10:44 pm

· #422616
א חשוב'ער בחור מיט אינטערעסע איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, צוליב אינטערעסן, מצב, יארגאנג, חסידות, טאלאנטן, שאיפות, און פלענער, וכ"כ כמה גדולי האחרונים

איסר האטלקי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 10:56 am

· #422684
הבחור
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, צוליב אינטערעסן, מצב, חסידות...

ביזט פון מרכז אדער בעלזא?

משהה פרידמן » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:05 pm

· #423541
איך בין א בחור אין ישיבה און איך האב זייער הנאה פון קאווע שטיבל, מיינע אינטערסן לויפן ערגעץ צווישן אמונה און יידישקייט ביז היימישע פאליטיק, איך פלאן נאר צו שרייבן אויב איך האב עפעס קלוג מוסיף צו זיין

מי זה » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:06 pm

· #423542
איך בין א ארץ ישראל'דיגע אינגערמאן אין איך וויל פארבעסערן מיין אידיש אויף רעדן און שרייבן.
איך בין אינטרעסירט צו געוואר ווערן נייע אינטרעסארטע פארשידענע ענינים און הערן יענעמ'ס מיינאנג.
פארשטייט זיך אז איך וועל זיך פרייען צו צוגעבן אויך מיין קוק.

מאטימרדכי » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:07 pm

· #423543
אגיט יאר פאר איעדם איינעם איך הייס מרדכי המכונה מאטי איך בין פין ברוקלין ניו יורק איך בין א וויזשניצער חסיד אין איך האב ליב צי האבען א גוד טיים כל טוב הצלחה רבה

יתרו613 » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:08 pm

· #423544
I am charedi and chasidish and am interested in all chassidish kehilos as well as charedi communities worldwide.
I am also interested in heimish history and sifrei kodesh

שמחת תמיד » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:09 pm

· #423545
איך ליין זייער אסאך אין קאווע שטיבל אלץ גאסט אין איך האב זייער הנאה יעצט האב איך מחליט געווען אז איך ווער א חבר. איך האלט אז איך וועל זייער אסאך ציגעבן צי קאווע שטיבעל. ייישר כוח פאר אללעס

בני-בינה » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:10 pm

· #423546
איך זייער בלייבען ביי די פאקטן אין נאר לגופו של עניין נישט האבן קיין וויכוחים מיט קיינעם פראבירן מלמד זכות אויף יעדן אין יעדן מצב, אין דברי חכמים בנחת נשמעים אין אוודאי קיינעם נישט באליידיגן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 30, 2019 2:17 pm

· #423547
קענסטו מיר אפשר מסביר זיין פשט פונעם משוגעת פון עפענען ניקס אין דער וועלט אריין?

עבד נאמן » מיטוואך יאנואר 30, 2019 4:50 pm

· #423559
איך גלייך שטארק א גוט גלעזל קאווע, שטייענדיג אינעם קאווע שטיבל, נאכ'ן כאפן א טבילה אין א פלאמ'עדיג הייסע מקוה, ארום גענומען מיט חברים און גוטע פריינט וואס שלינגען מיט דארשט מיינע פערל ווערטער וואס איך לאז הערן מיט חכמה און קלוגשאפט.
איך בין געוועהן א פשוט'ע איד אבער היינט בין איך שוין א געטרייער קנעכט

e c nieas » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:57 pm

· #424738
איך בין און די יארן וואס מ'רופט teenager און איך זיך גוטע אינטערסאנטע ליטעראטור צו ליינען, און אויך מענטשען מיט וועם ס'גייט זיין א געשמאק צו אויסשמועסן וועלטליכע געשענישן,(און אויך זיך צו אויסגעבן די אייגענע סחורה) און די חברים האבן מיר מודיע געווען פון די פארום, האב איך באשלאסן אז עס וואלט געווען א גוטע איידיע זיך צו אנשליסן, און ווערן א חבר און די גרופע

Billy » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:58 pm

· #424739
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט'ן זיך אנטרעפן אינעם "וועקער" בערך א יאר צוריק. דורכ'ן וועקער בין איך אנגעקומען דא און געטראפן א כלי מלא וגדוש.

ס'איז, דוכט זיך, איבעריג צו אויסלויבן דעם פארום וואו היימישע אידן קענען אויסלופטערן טעמעס וואס אין די פארלאפענע טעג האט מען זיך נאר געקענט שושקענען דערוועגן. פון היימישע פאליטיק ביז רעליגיעזע ספיקות - אלעס ווערט דא אויסגערעדט און ארגומענטירט.

דער פארום דא איז א דורכזיכטיגער פענסטער אריין און ארויס פון די היימישע קאמיוניטי. א דרויסענדיגער קען גיבן א קוק און לערנען אסאך וואס קומט פאר אינווייניג; דער וואס איז אינווייניג נוצט דעם פארום צו כאפן א בליק אויף דער דרויסענדיגער. נישט נאר אין ממשות'דיגער ענינים ווי נייעס און פאליטיק, נאר - און אפשר איבערהויפט - אין דברים הנוגעים ללב. למשל ס'איז פאראן דא א דיסקוסיע איבער'ן קדמות הזוהר אדער די דיפערענצן אין די דאטומס צווישן חז"ל און או"ה. איך קען זיך נאר פארשטעלן די רעאקציע פון מיינע שוואגערס ביי א שבת שבע ברכות אויב איינער זאל גיבן א פרעג אזא פראגע הויך. דער ודגי-הים-בידכם-נתנו שוואגער וואלט אים ארויסגעטראסקעט בשן ועין מיט קללות "כופר אפיקורס" וכו'.

פארוואס כ'האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איינס ווייל איך פיל אז איך האב וואס מיטצוטיילן אדער רעאגירן צו געוויסע טעמעס; און צוויי, פשוט צו שטיצן אן "אינסטיטוציע" וואס ערלויבט פרייע אויסדרוק פאר די וועלכע קענען זיך נישט אויסדרוקן אזוי פריי אין אנדערע אומשטענדן.

בינוני » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:58 pm

· #424740
א עבד ה׳ פון אמעריקא. איך טוה א ביסעל אין חינוך און אויך אין קירוב רחוקים לאבינו שבשמים.
איך פראייר אלע מאהל צו מאכען שלום צווישען אידן.
איך בין אויך א שטיקעל עסקן דא אין מיין שטעטעל און איך בין א מתנדב אין די ביקור חולים ארגאניזאציע.

חאצקעל » מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:59 pm

· #424741
איך בין א איד א בטלן וואס איז אויסגעטוהן פון די וועלט אין איך וויל אביסעל מיט האלטן וואס טיט זיך איך וויל בעיקר קויפען איך האב נישט קיין סאך וואס צופארקויפן איך בין א יונגר מאן און די דרייסיגע יארען אן קיין שום טאלאנטען אין איך גיהער נישט צו קיין שום חסידות אין איך האב נישט קיין שאיפות אין מיין לעבען אין איוך נישט קיין פלענער אף גארנישט איך וויל מיט טיילען מיין בטלנות'קייט פארען עולם , ווי זאגט דע וועלט " יעדער שמויגר צו זיך טויגער" בטלונישערהייט קומט מען מער אהן ווי צו זיין א חכם

הייסע טיי » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:00 pm

· #424742
איך ארבעט שווער דורכ'ן טאג, איך גלייך זיך אויסצוליפטערן פון צייט צו צייט ביי א הייסע גלאז קאווע ליינענדיג טשיקאווע און אונטערעסאנטע ארטיקלן און אנאליזן, שוין א לאנגע צייט וואס איך ליין די קאווע שטיבל ארטיקלן וואס איך האב זייער הנאה דערפון, פון צייט צו צייט האב איך וואס צוצולייגן אבער איך האב נישט די מעגליכקייט אן זיך רעגיסטרירן,

נייגער » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:00 pm

· #424743
מה נאמר ומה נדבר ווי קען מען אזויפיהל שרייבן איבער זעך 160 בוכשטאבן ג-ט בעהיט נו שוין געניג?
ניין.
שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד נו? יעצט? שיק.
ווידער נישט.
אוי געוואלד ווען איך וואלט געוויסט ווי לאנג עס וועט מיר נעמען וואלט...
שוין שיק.

געשעפטס מאן » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:01 pm

· #424744
אלטס א געשעפטסמאן איז א געשמאק זיך דא אויסלופטערן. אבער כדי צו קענען געבן א לייק וועל איך מיך דא פארשטעלן פאר אייך.
איך בין א געשעפטסמאן וואס פארשטייט אן עסק און געשעפטן,

לולקע באנוצער » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:02 pm

· #424745
א גוט יאר.

איך בין א בחור אין די יארן, און איך אנגעהער צו סאטמאר. זוכנדיג פאר כשר'ע וויסנשאפט האב איך אנטדעקט קאווע שטיבל, און איך האף אז מ'וועט מיר אויך ענדזשויען.
איך גלייך מוזיק, ידיעות, הומאר און וואס נישט. (חוץ חסיד'ישע פאליטיק)
(שוין 40 ווערטער?)

סדרן » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:05 pm

· #424746
8 נייע מעמבערס זענען יעצט אריינגעקומען אין קאווע שטיבל. דער עולם איז מכובד זיי אויפצונעמען שיין, און אפשר וועלן זיי האבן חשק זיך צו לאזן הערן! 🙂

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 18, 2019 6:24 pm

· #424747
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פונקט וואס מיינט אויפנעמן שיין ווייס איך נישט. אבער מיר האפן צו ליינן פרישע ווארע און א פארשידענהייט פון מיינונגן. לעבט אונז אויף, והרי זה בא ללמד ונמצאת למד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

החוקר » מיטוואך פעברואר 20, 2019 1:39 am

· #424824
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רביה''ק זי''ע
קענסטו מיר אפשר מסביר זיין פשט פונעם משוגעת פון עפענען ניקס אין דער וועלט אריין?
האסט א שטיקל נקודה. עס איז אינטערעסאנט ווי עס קומט א שטויס מיט פרישע ניק'ס אין איין טאג, דערנאך ווערט שטיל.

איסר האטלקי » מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:18 am

· #424840
זיי קומען נישט אין איין טאג. די הנהלה געבט א וואך איין טאג אין וואך צו פארהערן אין אקצעפטירן נייע תלמידים.

Ysreal123 » דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 10:22 pm

· #424985
א פיינע קאווע איז קיינמאל נישט כדאי צו פארפאסטען איך פארשטיי ניט אזוי ענגליש אזוי אז איך שרייב דא אריין כל מיני זאכן כדאי צו קענען אריבער גיין... איך וייס אליין נישט ואס נאך דארף איך שרייבן
א פיינע קאווע איז קיינמאל נישט כדאי צו פארפאסטען איך פארשטיי ניט אזוי ענגליש אזוי אז איך שרייב דא אריין כל מיני זאכן כדאי צו קענען אריבער גיין... איך וייס אליין נישט ואס נאך דארף איך שרייבן

בארכעס » מיטוואך מערץ 6, 2019 3:49 pm

· #425864
א היימישער ישיבה בחור, וואס וויל נוצן זיין טאלאנט צו שרייבן. און פארשטייט צו מוזיק. מיין וואונארט איז און קרית יואל. איך גלייך צו שרייבן הומעריסטישע ארטיקלען... ווי אויך מסביר צו זיין מוזיק.... צו מאכן מענטשען לאכן איז אבער פון מיינע פריארעטעטן....

Dudy lebo » מיטוואך מערץ 6, 2019 3:50 pm

· #425865
I do not know what to answer these questions because I have no answers to that. Please let me in without it. I had already registered once, and I made points. And I did not accept it so please accept me

חוקר ודורש » מיטוואך מערץ 6, 2019 3:51 pm

· #425866
שלום וברכה, איך האב מיך שוין איינמאל איינגעשריבן אין קאווע שטיבל אינטערן נאמען מאיר טאקאיער אבער למעשה האב איך גארנישט געטוהן דערמיט און די פעסווארד האב איך אויך פארגעסען, וויל איך מעל יעצט מחדש זיין און אנהייבן פון דאס נייע צו קענען אנטייל נעמען און די געוואלדיגע פורום ווי עס ווערט ארום גערעדט אלע ענינים ממש להפליא איך בין שטאלץ צו זיין א מיטגליד און קאווע שטיבל!!!!!!

PINKI » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:29 pm

· #426584
my personal history going around to Hasidic rabbis for the passed 30+ years will have a major influence on most topics and give you loads of inside stories first hand
.

המגיד » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:30 pm

· #426585
איך בין אן היימישע בחור מיט א שטארקע אינטערעסע אין מוזיקה, טעכנאלאגיע און cyber security איך האף צו טרעפן נאך היימישע מענטשן מיט מיינע אינטערעסן און צו פארברייטערן מיינע ידיעות ארויסגעבן מיינע טאלאנטן און זיך צו באקענען מיט פרישע פנימער

מחצה''ק » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:31 pm

· #426586
איך האב הנאה צו ליינען אין קענען זאגן א מיינונג וואס עס איז נישט אנגעהאנגען אין קיינעם מיין שאיפית איז צו קענען די היסטרי' פון חסידית פינקטליך אן קיין שום אינטערעסן און סיי וואספארע סודות און דא זע איך איז עס אזוי ב''ה

מיינונגזאגער » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:32 pm

· #426587
איך האב זייער שטארקע מיינונגען איבער א געוואלד נושאים. געווענליך פונקט קאפויער פון אייער מיינונג (אדערווייס איטס נאט אינטערעסטינג). מיין חסידות שטימונג קען אויפרעגן א חסיד. איך בין געלויבט דער פון אויבן א ביזנס אייגענטומער מיט אריבער 20 געהילפן(ארבעטערס). פרעשאר ב"ה האב איך גענוג, יעצט הייבט אן קומען עי טיים טא רילעקס און זיך אונס געבן מיטן נייעם קולמוס מיינער (מיינונג זאגער)

זאפטיג » פרייטאג מערץ 15, 2019 12:32 pm

· #426588
איך זוך שוין לאנג א רואיג ווינקל צו שןמעסן און פאברענגן הערן חסידישע נייעס און פאברענגעכץ און דאס גלייכן. איך האב אויך ליב היסטאריע חסידישע פאליטק און נאך. איך זוך אויך אן אפענע פלאטפארם (איך פארשטיי אז דא איז עס מאחורי) איך בין פארהייראטעט מיט קינדער ב''ה וואלט אויך געוואלט זיך קענען דורך שמועסן וואס מען קען נישט אין קאווע שטיבל ביי אינז אין בעסמעדרעש

יוסף בן טוביה » מאנטאג מערץ 18, 2019 3:21 pm

· #426755
כאטש איך בין נישט א כהן זעלבסט, בין איך אבער א קרוב מיט די פירנדע עליטע פון כלל ישראל. כאטש זיי זענען די א.ג. ווארטזאגער פון די אידנטום ווייס איך אז אין פאקט האלט נישט דער פאלק אזוי, כי בתוך עמי אני יושבת. ווי אויך בין איך אן אקאונטענט און איך ארבעט פאר די טעקס רעוועניו. מיין שיטה איז אז ס'איז וויכטיג צו אנגאזשירן מיט אנדערע און טוהן מסחר מיט דרויסענדיגע אין א וועג וואס מאכט א קידוש השם. ווי אויך איז וויכטיג צו געדענקען נישט צו גיין מיט קאפ אין וואנט נאר ענדישער אינוועסטירן אין לאנג טערם קאמיטמענט, ווייזן געטריישאפט, ווי איידער צו געמבלען און נאכאנאנד טוישן לאלאליטעטן צו ווער אימער ס'זאגט אונז צו דער וואשינגטאן בריק.

Hikind » מאנטאג מערץ 18, 2019 3:23 pm

· #426757
איך האב זייער ליב צי ליינען קאווע שטיבעל נייעס ספעציעל אינדערפרי ווען איך טרינק מיין קאווע נאך די מקוה, איז ווען איך ליין די נייעס פאלט מיך איין אסאך מאל גיטע הערות וואס איך וואלט ליב געהאט מוסיף צי זיין, איז אויב בין איך א חבר אין די שטיבעל קען איך עס צי שרייבען, א דאנק

סדרן » מאנטאג מערץ 18, 2019 3:24 pm

· #426758
דער עולם איז מכובד אויפצונעמען די לעצטיגע נייע מעמבערס מיט כבוד. וויאזוי, פרעגסטו? אז ס'געפעלט דיר זיינע פאר ווערטער, ווארף אים צו א לייק'ל.

שאראש-פאטאק » מאנטאג אפריל 1, 2019 3:44 pm

· #427460
איך בין א סאטמערע אינגערמאן. געהערט האב אויך אז די רבי איז געווען העכיר ווי סתם מנהגי דברי יואל אין נישט איעדע ציוני איז טאקט א ציוני אין אז די רבי אין אלע צדיקים האבן געלערנט מו"נ מיט שער היחיד מיט חב"ד ברסלב אין קבלה אין וואס נישט סא זיכענדיג ווי מען רעדט פין אלעס בין איך אנגעקומען דא צוטרינקען א קאווע אין אוזי ווי די קאווע איז זייער גיט ףגעווען אין אויך האב געהאט וואס צוצושרייבן האב אויך מחליט געווען אז מען שרייבט זיך איין

אברהם אלבוים » מאנטאג אפריל 1, 2019 3:50 pm

· #427462
איך בין א חסיד. איך ווין אין א"י. איך קען נישט אזוי גוט צו שרייבען אויף אידיש. איך וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל צוליב איין סיבה. נאר כדי צו האבן הודעות אויף געוויסע אשכולות, ס' וועט זיין באקוומער פאר מיר, זעהן וואס איז נתחדש געווארן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94