☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

קום אריין קלאר » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:11 pm

· #413408
דא איז דא אלע גוטע זאכן

איך בין א סאטמערער

סיקריק

אנטי ציוני

וואס נאך???????????

בקיצור איך מוז דאך אנפולן די קעסטל, איז מיין בעסטער רעדנער וואס איך האב ליב איז יצחק קלאר, אברהם מרדכי מלאך

מיין בעסטע קליפס איז פון מלך זלברשלג, אדער אברהם חיים גרין, אדער אידיש נחת, מיין בעסטע קליפ איז ''עד מתי'' פון אברהם חייים גרין

יששכר כץ » דינסטאג אקטאבער 2, 2018 11:03 pm

· #413542
איך האב שוין פארציילט וועגען מיר אינעם פארווערטס, וועקער אין אויף סאשעל מידיא. איך גלייב נישט אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, מער פון וואס איך האב שוין געזאגט. כל המוסיף גורע.

אהבה » דינסטאג אקטאבער 2, 2018 11:04 pm

· #413543
א גוטן מועד!
I recently discovered the Veker and had the privilege of reading it for the first time this Yom Tov, which prompted me to explore and join the Kave Shtiebel.

דבֿורה קאָסמאַן » דינסטאג אקטאבער 2, 2018 11:04 pm

· #413544
פֿֿאַך: ייִדיש-לערערין
שטעלע: אינספּעקטאָרין אין דערציִונג-מיניסטעריע - ישׂראל
הויפּט-אינטערעסן: ייִדיש, פּעדאַדאָגיע, אויסשולן ייִדיש-לערערס, חסידות, פֿאָלקלאָר, געשיכטע, מחשבה

ערליכע בחור » דאנערשטאג אקטאבער 4, 2018 10:29 am

· #413667
א בחור וואס האט אמאל געלערענט און סאטמאר ישיבה, ארבעט מיט גוגל עדס, פעיסבוק עדס, און לעצטענס אנגעהויבן סנעפ עדס,
פאר איקאמערס ברענדס.
באלאנג נישט צו קיין שום חסידית

נחום האלפנטיני » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:33 pm

· #414224
איך בין שטארק מחשיב די געדאנק אז אידן אין די דיאספורה האבן א פארזאמלונג צו שערן ידיעות און זיך אינאיינעם מחזק זיין. מאז היתה ישראל לגוי איז וויכטיג געווען אז עס זאל שטענדיג פארבלייבן א באזע אין די גולה וועלכע זאל פארזיכערן א מיינונגס פארשידנהייט אין דעות און קענען טשאלענדזשען די טאן שטעלער אין אונזער היים-לאנד.

איך האף צוצוגעבן צו די קאליר פון דער אנליין קהילה און צו די ווערייעטי פון קולות אין די אידישע מסורה.

מי אני » מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:35 pm

· #414226
איך בין אויפגעהאדעוועט געווארן דא און בין א פראדוקט פון די מוסדות (אא"ו, א פראדוקט פון די "סיסטעם" אזוי ווי מ'רופט עס...). בעצם האלט איך מיך "נישט" פאר א חכם, אבער איך שעץ חכמה, וויסנשאפט, פילאזאפיע וכו' און איך רעספעקטיר מיינונגען אין די נושאים (עכ"פ בנוגע פילאזאפיע אין השקפה) אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט מיינע פערזענליכע שיטות און מיינונגען (עכ"פ אזוי האף איך...). דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל ווערן א מעמבער דא. איך האב געליינט, אלס גאסט, עטליכע אשכולות דא אויף דעם סייט און איך בין נתפעל געווארן און האב שטארק הנאה געהאט פון די אינטעליגאנטע און אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס און תגובות.
פארשטייט זיך אז איך קויף דער וועקער אויסגאבע.

צפור בודד » זונטאג אקטאבער 14, 2018 12:47 pm

· #414429
ווייל איך האב ליב צו פארברענגען. דא איז היימיש און אפן, מסורה'דיג אבער בבחינת רוח צפונית שהעולם פתוחה. דא איז אויך דא א פארקער פון יונגע און אלטע אין יארן, ותיקים וחדשים אינעם שטיבל און פון זיי זענען דא פיל חכמים ונבונים ווואס ס'יז כדאי זיי אויסצוהערן. ממילא איז פיין זיך צו באקענטיגן מיט דער אמת'ער פני פון אונזער דור.

אהרן הכהן » זונטאג אקטאבער 14, 2018 6:58 pm

· #414443
איך הייס אהרן הכהן.
דאס איז ווארשיינלעך נאך מיין אור עלטער זיידע אהרן הכהן אליינס.
מיין שאיפה איז צו גיין אין זיינע דרכים און זיין אן אוהב שלום ורודף שלום, צו מרבה זיין שלום צווישן אידן ווי אימער.
איך האב אסאך פלענער ווי אזוי צו שטופן מיין אגענדע פאראויס, איך האף אז קאווע שטיבל וועט זיין די ריכטיגע פלאץ ווי איך קען אויסלופטערן מיינע געדאנקן.

א דאנק אייך אלע.

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך אקטאבער 17, 2018 4:20 pm

· #414601
איך בין א כולל יונגערמאן וואס האט נישט געטראפן קיין חברותא זיץ איך אפ אין די כשרע איטערנעט סערוויס וואס איז ציגעשטעלט דא.
למעשהזיץ איך שוין א לאנגע צייט אויף קאווע שטיבל שוין פין מיינע בחורשע יארן טבער יעצט האב איך מחליט געוועהן אז די צייט איז אנגעקומען איך זאל מיך קענען אביסל ארויסברענגען
איך האף איר וועט הנאה האבן פין מיר!!!

נתן אייזיקסאן » זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:54 am

· #415426
אלע גוטע ליינס זענען שוין אויסגעניצט, אבער איך וועל צולייגן פרישע. וואס איז פשט פון די 40 ווערטער אדער 160 אותיות? ווער דארף דאס? עכ"פ, איך האב נאר דאס, טעיק איט אר ליעוו איט...

אהוב את האמת » זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:54 am

· #415427
איך בין א יונגע יונגערמאן, קיין שרייבער בין איך נישט, אבער נייגעריג בין איך זייער. ממילא דרייעך מיר דא כסדר, האב איך באשלאסן טא פארוואס זיך נישט איינשרייבן. איך האב פיינט די society בתכלית השנאה און ליב דעם אמת בתכלית האהבה.(יא די צוויי זענען דבר בהפיכו).

זיסע מילעך » זונטאג אקטאבער 28, 2018 11:30 am

· #415473
איך בין א חסידישער יונגערמאן אין די פערציגע יארן. גילערנט אין כולל ביז 9 יאהר צוריק. היינט בין איך א בעה"ב. איך האב הנאה צו ליינען די אידישע נייעס און אויך די אלגעמיינע נייעס און אויך השקפה'דיגע מאמרים, און פון מאל צו מאל פיל איך אז איך מוז ארויס געבען אויך מיין מיינונג.

יענקל זרח » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 9:03 am

· #416080
איך בין א פשוטע יוד איך זיך פשוט אמונה טהורה אמתדיגע אמונה! אמרתי אשיחה וארוח לי..
איך שטאם פון א רבישע משפחה מעיר וויליאמסבורג הנקרא ירושלים דאמיריקע
איך זיך א מקום ווי מען קאן שמוסען פון אלאמען מיט קלוגע חברה אן די שרעק אז דער גבאי בית המדרש וועט מיר פארשרייען רעד נישט מיט אים ער איז פארדארבען..
איך גלייב באמונה שלימה אז אפילו פושעי ישראל מלאים מצןת כרמון

יוסי הגלילי » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 9:04 am

· #416081
קאווע שטיבל איז א ברייט באקאנטע רייכע און גאר תוכן פילע וועב זייטל מיט גאר רייכע ידיעות און היסטאריע בקורות בני עמינו איך בין א רעגעלמעסיגע באזיכער און קאווע שטיבל שוין די לעצטע דריי יאר אסאך מאל קומט ארויף ענינים וואס עס וואלט געווען אינטערסאנט און פשוט אלס אל תמנע טוב מבעליווויל איך מיר איינשרייבן אלס חבר אין קאווע שטיבל

Maxwell Coffee » מאנטאג נאוועמבער 5, 2018 9:05 am

· #416083
I am visiting here from time to time and I would love to have the privileged to comment on topics that drew my interest. I love to set the record straight before going into an argument based on the
"famous quote "you are entitled to your own opinion not to your own facts

גד פריימן » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:23 am

· #416682
איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל

דעה ראשונה » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 9:25 am

· #416683
איך האב ליב צי הערן יענעמס דעה, אין איך קוק ארויס צי פארברענגען צוזאמען.

Im new here and I hope I will add good content to make you all enjoy my company im not so good in writing Yiddish so please understand that it will take some time till I have a high quality writing.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 1:47 pm

· #416689
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גד פריימן
איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך
איך בין ב"ה באשייננט מיט נחת פון אלע ארומיקע . מיין ווייב האייביקע חברטע שיין און געלערנט,
יינגער פון מיר מיט צווי יאר און ליב איר ווי אין דיא צוואנציקער יאר און מער
מיר זיינען ביידער פארנומע גיווען מיט עדיוקיישען יונגע קלאסן און עלטערע
איך בי אויך הא ארטיסט קוליגראף, הא מאלער און שרייב מעשעלאך און דערצייל
38 אדער 83??

דער דאס » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 2:15 pm

· #416690
גד פריימן
איך בין אלט 83 יאר גיבוירן ניינטער דור אין ירושלים.
דיינק גאט ,האב צוויי זין פיינע געלערעטע הא טאכטער הא טייערע איבערגעגעבינע אזוי מיינע זין.
אייניקלאך און אויך אוראייניקלאך


שוואכע שאנסן צו האבן אוראייניקלעך ביי די אכט און דרייסיג..

איסר האטלקי » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 2:28 pm

· #416691
נאך שוואכערע שאנסן צו האבן א שיינע ווייב ביי די 83...

YourChaver » דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 4:42 pm

· #416709
i became a member here after seeing somewhere that on kave shteibel there is a whole conversation about helbrans and i wanted to join here and hope i will enjoy here

monseyrental » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:07 pm

· #417458
איך ליין דא שוין באלד צוויי יאר אין איך מיין אז איז שוין געקימען די צייט זיך צו איין שרייבען זייער אסאך מאל וויל איך מיין שרייבן עפעס אדער לייקען אט זענען מיר דא איך ווייס נישט וויפעל איך וועל שרייבן אזוי איך האב נישט קיין יודישע קיבארד

א פשוטע איד » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:09 pm

· #417459
איך באזיך שוין דא אין שטיבעל עטליכע יאר, איך בין נישט מסכים מיט אלע דברי כפירה וואס ווערט דא געשריבען... לאל, אבער פארט האב איך הנאה צו ליינען... איך מיין אז איז געקומען די צייט זיך איינצושרייבען...

נישט איך! » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:10 pm

· #417460
איך האב ליב צו ליינען גוט געשריבענע ארטיקלען(געמישט מיט הומאר),און איך זיך א פלאץ ווי איך גיי זיך קענען אויסגעבן מיינע מיינונגען אויף די וועלט ארום מיך, איך בין א teenager וויאזוי מ'וואלט עס גערופען, און איך וואלט געקענט באשטיין צו רעדן מיט די חברים דא אביסלע פאליטיק(וועלטליכע, נישט אידישע ח''ו) און זיך אביסל אויסטענה'ן ארום די קאנסערוואטיווע און ליבעראלע שיטות

אי''ש » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:11 pm

· #417461
איך האב הנאה צו ליינען דא די ויכוחים אין דעות, און איך פארשטיי נישט די שאלה 'פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל?' סאיז דא דא העווי סטאף!
(איך האף אז דאס איז שוין 40 ווערטער).

נכנס יין » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:12 pm

· #417462
ווען איך וויל הערן אביסל נארישקייטן און איך שעם זיך צו זיך אראפזעצן אין א קאווע שטיבל, קום איך אריין דא, דא איז א פלאץ וואס איז א קאווע שטיבל, אויך א מקווה מיט א בור השקה, אבער א בור שאין לו תחתית.

שווארצע קאווע » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:13 pm

· #417463
א קאווע טרינק איך אינדערהיים נישט אין קאווע שטיבל, ווען איך האב א שוואכע מינוט קוק איך אין די קאווע שטיבל, נישט צו טרינקען קאווע נאר צו זעהן ווי קאנווערסיאלע מענטשן טענה'ן זיך, אסאך מאל טראכט איך צו מיר וואלטן זיי זיך געטראפן פנים אל פנים וואס וואלט פאסירט, איך וואלט זיך זיכער געשעמט צו זיין דארט...
וויפיל איך גיי שרייבן דא ווייס איך נישט, אבער עס איז נישט וויכטיג, די עיקר ווען מען האט עפעס זיך אנצורופן אינמיטן א שמועס וועט מען האבן די געלעגנהייט, אזוי ווי אין די קאווע שטיבל, אבער אן האבן די בושות...

נחום איש גמזו » דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 11:14 pm

· #417464
א אינגערמאן וואס האט ליב צו ליינען און שרייבען איבער נייעס טעכנעלאגיע און מוזיק איך זעה מען דארף שרייבען וועגן די מצב סא מיין מצב איז נישט פויעגלדיג ווער עס וויל מיך שיקען א קוויק פעי זאל זיך פארבונדען
איך האף איך וועל הנאה האבן דא

אלטע זיידע » פרייטאג נאוועמבער 30, 2018 4:01 pm

· #417660
איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 12:00 pm

· #418126
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלטע זיידע
איך בין א אלטע אלטע זיידע וואס איז אנגעקומען דא ווייל איך האב נישט וואס צו טין מיטן לאנגע שרעקליכע טאג וואך חודש יאר מינוט יעצט אז איך בין דא האףצאיך שוין צי האבן וואס צו טין מיטן וואך חודש יארנטאג מינוט
זיידע'ניו טייערע, אויב איר האט נישט וואס צו טוהן, ביטע נישט טוהן דא.

חיים יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:11 pm

· #418144
איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

יענקל הוניג קוועטשער » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:12 pm

· #418145
איך האב זיך שוין באגעגנט אסאך מאל און די פארם פון קאווע שטיבל אין גאר אסאך אינטרסענטע זאכן וואס איך בין זייער נייגעריק דאס צו דארך טון אא"ו, איך האב געזען דא ממש שינע נושאים איבער אלע אינטרעסענטע זאכן איבער דו גענצע וואלט אזוי אויכט איסטורישע זאכן אדער זאכן וואס איז קיינמאל נישט געווערן גשיריבן און אנדערע פלאצער

יודא לייב וואלדמאן » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:13 pm

· #418146
איך גלייך צו שרייבן איבער מיין שטעטל טאהש, און איבער סקאלערשיפס, איך בין א חסיד פון זיך טרעפן און פארברענגען אינאיינעם, איך מיין איך האב שוין אסאך אויפגעטון אויף די וועלט

קרוין פרינץ » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:15 pm

· #418147
איך גלייך זייער שטארק אונזער מאמע לשון און איך גלייך צו זיצן אין א מקום וואס מדערהייבט אונזער שפראך. און איך גלייך זייער פאליטיק פון יעדע נושא וואס נאר שייך פארשטייט זיך.
ווי אויך מוזיק און אלגעמיינע נייעס און עפעס זאפטיגס קומט אויך אריין זייער קלאר.

סאנטיאגא » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:16 pm

· #418148
איך טראכט שוין לאנג זיך איינצושרייבן איך האב נאר נישט גענומען די צייט, יעצט האפענטליך וועט עס געשעהן.

פארוואס? ווייל איך ענדזשוי צו אינטערעקטן מיט מענטשן, און איך האב א מיינונג אויף פארשידענע נושאים, און עס אויסשמועסן מיט אנדערע שארפט אויס די מח און צומאל ווערט מען געוואר נייע זאכן און דאס קען טוישן די בליק אויף די ביז יעצטיגע שיטה.

אנשי מערמעלשטיין » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:17 pm

· #418149
שוין יארן לאנג וואס איך בליק אריין דא און דארט אין מערכת הקאווע שטיבל, יעצט האלט איך איז געקומען די פאסיגע צייט צו אויסקלארן מיין האלז און לופטערען מיינע געפילען און געדאנקען, אנאליזן און אפיניענ"ס אויף די פלאטפארם.
מיר אינטערעסירט הויפזעכטליך חסידישע נייעס און פאליטיק. אויפוואקסנדיג אין שטיב פין א פאליטיקאנט אין די הויף ווי איך געהער.

יחיאל משה » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 4:19 pm

· #418150
איך וויל גרינגער ליינען אויף קאווע שטיבל מיט א ניק. מיינע אינטערעסן איז עסן. מיין מצב איז בעסער. יארגאנג 80. חסידות איז ספינקא 18 און סאטמאר 10. איך עסקים אסאך פיש געזונט פאר די הויט

בענדל הויזן » דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 4:29 pm

· #418533
איך בין א רעבישע קינד מיט שווארצע זאקן, אבער אויך א שטיקל ליידיגייער, אנטשולדיגט נישט א שטיקל נאר א גרויסע שטיק, אבער עה עס פאסט נישט צו זיצן אין די פאליש פאר א רעביש קינד, עס קען דאך שאדן פאר שידוכים, דערפאר ווען מען זיצט אין די לייבערי כאפט מען א שטיקל בליק אין די קאווע שטיבל, בעיסיקלי איז א רעפעטישן פון די ווארעמע מקוה בור....

צפון » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:37 pm

· #418681
איך גוטן.
מיין ניק איז צפון ווייל איך גלייך די ניגון מזרח פון ליפא שמלצר, איך בין א סאטמערע חסיד אבער איך בין נישט אריין געטון אין פאליטיק.
איך גלייך זייער שטארק היסטוריה, איך האף איר וועט אלע הנאה האבן פון מיר.

חתן בחור » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:38 pm

· #418682
כ׳האב געליינט די ״וועקער״ און איך בין געווארן אנציקט. כ׳האב איינגעזעהן אז יש דברים בגו. ס׳איז נישט סתם א קאווע שטיבל ווי מ׳רעדט שטותים.

איך בין זייער אין וועלטליכע וויסנשאפט און טעאריעס. פיליזאפיע און טעכנאלאגיע. איך זיך און זיך און זיך, איה אמצאיך. איך בין נישט יונג. מיין שאיפות איז צו זיין די מערסטע וואס איך קען ולדבקה בו.

ר' זעקל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 4:39 pm

· #418683
איך בין א יונגערמאן איך enjoy צי פארברענגען, i'm a proud סאטמערע uta gratitude, מיין פלאן איז צי טוישען די וועלט וואס נאך איז נייעס? מיין טאלאנט איז צי גיין ליידיג i'm a expert in it

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:54 pm

· #418765
חתן בחור
כ׳האב געליינט די ״וועקער״ און איך בין געווארן אנציקט. כ׳האב איינגעזעהן אז יש דברים בגו....

זיי דיך בעסער מסביר וויאזוי זעסטו איין אזעלכע זאכן?

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:55 pm

· #418766
חיים יואל
איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

טערעסאנט, איך בין פונקט פארקערט.

איך לעב מיט נייעס און איך האב ליב דעם בורא כל עולמים...

וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:39 am

· #418784
איסר האטלקי
חיים יואל
איך בין א איידעלע שטילע יודל וואס לעבט מיטן בורא כל עולמים, וואס האט ליב צו קייען ליינען און הערן 'אידישע און אלגעמיינע נייעס'. איך האב נישט נישט ליב סושי און אויך נישט וויסקי.

טערעסאנט, איך בין פונקט פארקערט.

איך לעב מיט נייעס און איך האב ליב דעם בורא כל עולמים...


און וואס איז מיט די סושי און וויסקי?

איטשע רוב » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 4:06 pm

· #419268
יונגערמאן וואס אינטערסאנט ביי די גאנצע סוגיא פון לב טהור און אויך פון א אינטערסאנטע זאכן איך וייס אסאך חסידישע דעות און חילוקים צווישן חסידות'ן און וויל לערנען נאך אוף די סארט פון א פרומע קהילות אזוי וי לב טהור און נאך
איך זעה אז דא סאיז דא אסאך ידיעות פון לב טהור מער פון אנדערע ועבסייטס און בין ליינסט בקביעות וואס שטייט דא אוף דעם

מיט א ריכטיגע בליק » דינסטאג דעצעמבער 18, 2018 4:57 pm

· #419271
עס איז דא עס איז דא זייער שיינע ארטיקלען אין נישט קינדישע ארטיקלען מען לאט יעדען זאגן זיין מיינונג. מען האלטס זיך יעדער אױפען טאפיק. אין בכלל די שרײבערס דא זענען העכסט פארפעסינאל. אין מען רעדט פין אלע זאכען פין היסטאריע ביז װאס נישט. ביטע אפראװאד מיךזייער שיינע ארטיקלען אין נישט קינדישע ארטיקלען מען לאט יעדען זאגן זיין מיינונג

נאך איינער » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:05 pm

· #419654
איך בין א יונגערמאן וואס איז אינטרעסירט צו פארברענגען אויף א מכובד'יגע אופן פארשידענע ענינים אינאיינעם מיט אנדערע חברים דא אין קאווע שטיבל.
איך זוך תוכן (=קאווע, אבער א גשמאקע) מיט א גוטן טעם(=צוקער, אכטונג נישט פארטוישן מיט די זאלץ...), אידישע היימישע ווארעמקייט (אבער נישט צו ברוהעדיג!), און הארת פנים צו יעדן מענטש (="טוב המלבין שיניים לחבירו יותר ממשקהו חלב", זעהן זיין ליבלעך און זיס, און חלילה נישט זויהער).
אה, ס'איז דאך ממש א מחיה!

חיים_לייבעלע » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:06 pm

· #419655
צופיל זאכן ווערן דא געשריבן, וואס איך שפיר אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, צולייגן, אינפארמירן. איך שפיר מיר ווי א סופער לוזער ווען איך האב וואס צו זאגן, איך קען מיטטיילן מיינע אינפא, מיינונג, אא"וו, און איך קען נישט הייבן מיין קול ווייל איך בין נישט קיין מעמבער דא.

עומק הנפש » זונטאג דעצעמבער 23, 2018 2:07 pm

· #419656
I'm a young guy who is not actually interest to be involve in conflicts or in conversations but i want to "feel" apart of these amazing forum . I'm usually a reserved Person. but to give a like for other would be a great pleasure for me
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94