☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

בן אדם » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:06 pm

· #314030
שלום עליכם

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 5:25 pm

· #314053
האלט זיך קליג
ווייל אסאך מאל זעי איך ווי מענטשען שרייבן אזעלכע שטותים ממש צו לאכן אין איך האב קיינמאל נישט געטראכט צוריק צו ענטפערן ביז היינט ווען איך האב באקומען אביסל מער סעלף קאנפאדענץ האב איך מחליט געווען צו נעמען די פענע אין היינט אין זעהן וואס ער טויגט

ביסט געגאנגען לעצטנס צו פראדוקטיוו?? 😛
עניוועי בואכם לשלום, אדרבה קלאר אונז אויס לפשט עקמומיות שבלב.

יעמעצער » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:12 pm

· #314249
איינר וויל וויסן און פארציילן פון אללעס און אויף אללעס לקיים מה שנאר הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד און דן צו זאן אויף אללעס וואס גייט פאר ברומו של הזה שאינו אלא גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל וכלל אין בכלל אלא מה שבפרט קטן וגדול שם הוא והיא וכולם יחד

פארשוויגען » דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:40 pm

· #314287
איך בין א פשוטע'ר חסידישער יונגערמאן איך בין געבוירען און מחונך געווארען אין היימישע מוסדות לעצטנס מאכט זיך אז איך שפיר זיך איינזאם צוליב פארשידענע סיבות ממילא פראביר איך צו זוכען וועגן וויאזוי צו שמועסען מיט מענטשען פארשידענע נושאים וואס איך אינטרסעיר זיך אין זיי סתם אזוי צו ציען א שמועס און ארויפברענגען פארשידענע פארשוויגענע זאכען פון דער מציאות וואס איך טרעף נישט קיין אנדערע פלאץ מען זאל קענען רעדן דערפון איז אפשר דא וועט מען קענען שמועסען דערפון.
שוין פערציג ווערטער?

רבי לעבען » מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 10:22 pm

· #314608
לערנענדיג ציווישן די 4 ווענט אינטם גרויסען בית ישיעה דא אין ירושלים עיהק קען גאר שטארק ציניץקומען זיך אריינציזעצען אי אזא חשובע שטיבל מיין יארגאנג איז נאך ד' בן שמונה עשרה לחופה

שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:25 am

· #314659
יעמעצער
איינר וויל וויסן און פארציילן פון אללעס און אויף אללעס לקיים מה שנאר הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד און דן צו זאן אויף אללעס וואס גייט פאר ברומו של הזה שאינו אלא גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל וכלל אין בכלל אלא מה שבפרט קטן וגדול שם הוא והיא וכולם יחד


אלעס פיין און וואויל אבער מיש מיך נישט אריין דא! באלד וועלן נאך מאנכע קאווע מיטגלידער מיינען אז איך שרייב מיך איין מיט אנדערע ניק ,דרייען מיטן גראבן פינגער און מאכן א גזירה שוה שאין תלוי בדבר; נאמר כאן שבת אחים ונאמר להלן שבת אחים מה להלן שבת אחים אף כאן שבת אחים גם יחד, אלזא זאלט איר וויסן למען ידעו דורותיכם אז שבת אחים איז נאר דא איינער! און אונזער שבת אחים איז שטייצעך די עכטע!

דזשאוסט קידינג, יהי בואך לברכה ולהרמת קרן הקאווע 🙂 .

ambulance » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:36 am

· #314838
א גוטן איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבעל צוליב דעם וואס כהאב עס שוין אמאל געזעהן און סאיז מיר זייער געפאלן מיין יארגאנג איז קאנפידענשיל מיינע טאלאנטן דארף מען פרעגן מיינע חברים און שוין . א גוטן טאג. ambulance

גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:54 am

· #314857
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קיין איין הרע דער אמבעלאנס האט זיך צופיפן מיט 10 תגובות און די ערשטע שעות

#success » מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:03 am

· #314875
איך פרעג מיך פארוואס וויל איך ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, איז אזוי איך האב דורך געליינט אפאר שמוסן אין איך זעה די knowledge וואס מען לערנט זיך אין די קלארקייט וואס מען באקימט נאכדעם אויף די נושא איז משום זה האב איך מחליט געוועהן צי ווערן א חבר

בלומענשטיין » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:21 pm

· #315222
איך זיך שוין לאנג ווי צו אויסליפטערן מיינע געדאנקען, קוקט מיר אויס אז דא וועל איך קענען אביסל מיטיילען מיטן ציבור מיינע געדאנקען.
לאמיר אויספרובירען צו איך וועל נאך דא ווערן א טאלאנטפולער שרייבער אויף וואס איך לעכצט שטארק.

גאנץ גוט » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:22 pm

· #315224
יאך בין א סאטמארער געבוירענער וואס איז היינט צוטאגס א גלייבער נאר אין די י"ג עקרים! און זייענדיג איינגעשפארט אין דעם חסידישן קולטור, וויל איך לאזן אביסל אויסלופטערן מיין מיינונג בנוגע אלעס ארום דעם חסידישן סיסטעם. ואידך פירושא זיל גמור..

נעגעל וואסער » מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:57 pm

· #315367
בין איך ב"ה זייער פארנומען, פון צופרי ביז שפעט אין די נאכט אריין, קיין סאך צייט צו שרייבן האביך נישט ליידער.
אבער אן טרינקן קאווע קעמען א איד נישט זיין... בין איך דא א גאסט אין שטיבל, און איז נהנה פון די טאלאנטפולער שרייבערס דא, קע"ה. איך וויל נאר דאנקן א יעדער איינער וואס געבט אוועק פון די אייגענע צייט, צו מהנה זיין אזוי פיל יודן לאורכה ולרחבה.

שלאף קאפל » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:35 am

· #315383
איך וויל הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך ביים היימישן ציבור. איך וועל פראבירן צו מיט טיילן מיין עקספערטיז אין די קאמפיוטער וועלט און אלצדינג איבער דעםאיך וויל הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך ביים היימישן ציבור. איך וועל פראבירן צו מיט טיילן מיין עקספערטיז אין די קאמפיוטער וועלט און אלצדינג איבער דעם

ליפא » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:50 am

· #315389
האב איך שוין נעגל וואסער מיט א שלאף קאפעל. נאך א בעט דארף איך און כ'קען מיר גיין לייגן zzzzz
גוטע נאכט...

גר ותושב » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:13 am

· #315402
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ליפא
האב איך שוין נעגל וואסער מיט א שלאף קאפעל. נאך א בעט דארף איך און כ'קען מיר גיין לייגן zzzzz
גוטע נאכט...

גראדע איז שוין אויך דא א "א גוט מארגן" אבער א "גוטע נאכט" האב איך נאך נישט געזעין.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:16 am

· #315403
ווייל אויף ק"ש ווערט קיינמאל נישט נאכט. מ'גרייט צו נעגל וואסער, מ'טוט אן די שלאף קאפל, אבער מ'לייבט אויף מיט'ן טעלעפאן אין בעט.

טאנע בייגל » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:35 am

· #315559
I decided to be a partner cause I like to write news and I have a lot of knowledge and i feel it's good for me and for everyone so I think I'm doing a good move by getting a member

leivyhershko42 » פרייטאג יאנואר 1, 2016 1:38 am

· #315560
איך האב מחליט געווען ארויף צו קומען אויף קאווע שטיבל צוליב וואס איך פלעג ליינען ענקערע ארטיקלען אויף טעלעגראם און עס איז מיר זייער געפאלען איך ביןא מוראדיגע חסיד פון די גאנצע קאווע שטיבל איידיע צוליב דעם וואס מען ווערט געוואר אסאך נייע זאכן

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:49 am

· #315596
טאנע בייגל
I decided to be a partner cause I like to write news and I have a lot of knowledge and i feel it's good for me and for everyone so I think I'm doing a good move by getting a member

טאנע בייגל: פונקט ווען כ'האב שוין געוואלט זאגן אז דו שרייבסט אין א כמעט פערפעקטן ענגליש, האביך באמערקט אז דו זאגסט...."By getting a member"... Instead of....Becoming a member. Or...acquiring membership...!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 1, 2016 10:55 am

· #315598
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כנראה דו ווייסט נישט וואס getting a member מיינט [WINKING FACE]

היימישער אינגערמאן » מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:26 pm

· #315996
צו זיין טייל פון די קהילה, ליינען און קיין שרייַבן. קוקן נייַעס, ארטיקלן, וכדומה
דער פארבלעם איז אז עס פעלט זיך כאטשיג 40 ווערטער זיך פאר צו שטעלען. איך האב געשריבן קורץ און שארף זייער בקיצור, איך קען נישט טראכטן וואס ס'איז נאך דא צו צע לייגן.

זיסקייט » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:22 pm

· #316153
וואס זאל איך אייך זאגן א יוד וואס פארפאסט נישט קיין מקוה און זוכט ערגעץ צו זיצן בשעת'ן זיפן פון די קאווע נווווווווו נאכאלץ נישט גענוג ווערטער????ריבוינע שעלוילאם!!!!

מייקל פאראדעי » דינסטאג יאנואר 5, 2016 4:23 pm

· #316154
איך ליין קאווע שטיבל און איך האב שטארק הנאה פון די סייט און פון די אפענקייט. האב איך געטראכט פון ווערן א מעמבער. איך בין אויפגעוואקסן חסידיש אבער איך בין לעת עתה נישט מקשור צו קיין שום חסידות, לדעתי איז אלעס א געים און א וועג צומאכן געלט.

התם ומתמם עם תמימים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 7:21 pm

· #316206
מייקל פאראדעי
איך ליין קאווע שטיבל און איך האב שטארק הנאה פון די סייט און פון די אפענקייט. האב איך געטראכט פון ווערן א מעמבער. איך בין אויפגעוואקסן חסידיש אבער איך בין לעת עתה נישט מקשור צו קיין שום חסידות, לדעתי איז אלעס א געים און א וועג צומאכן געלט.


עס איז נישט קיין מעלה נישט צו זיין מקושר צו קיין שום חסידות ודי בזה

מייקל פאראדעי » דינסטאג יאנואר 5, 2016 7:30 pm

· #316208
קען זיין. סאיז נישט בכוונה מעהר ווייניגער האט זיך עס אליינס אזוי אויסגעשטעלט, פשוט קיינע פון די חסידותן ציען מיך נישט לעת עתה. און איך זעה נישט וואס זיי טוהן אפפערן, און וואס איך פארפעל.

שבת אחים » דינסטאג יאנואר 5, 2016 7:40 pm

· #316209
דו ביסט יא א חסיד, דו ביסט א "קאווע שטיבל חסיד" 😃 , קען מען דאך רעדן אפען, ביסט א חסיד אבער נישט פון די היינטיגע רבי'ס. ריכטיג?

מייקל פאראדעי » דינסטאג יאנואר 5, 2016 7:45 pm

· #316210
א קאווע שטיבל חסיד בין איך זיכער! אבער די היינטיגע רבי'ס ציען מיך נישט און איך זעה נישט בעצם וואס זיי פארקויפן. איך זעה אין דיין חתימה אז דו קאכסט זיך אין ריטשארד דאוקינס גאר, אהין בין איך נאכנישט אנגעקומען דערווייל.

ישראל גלויבער » מיטוואך יאנואר 6, 2016 4:07 pm

· #316325
איך בין א שרייבער, א ערליכער, א חרדישער, וואס האט ליב שרייבן מיינע ידיעות, און צומאל קלויבן ידיעות פון אנדערע - וואס אינטערעסירט מיר.
איך בין א יוד, און א מאמין. און גלייכט צו זיפן א גלעזל אינטערעסאנטע זאכן פון ארום די וועלט.
קאווע שטיבל הערט זיך ווי א היימישע מקום, אוואו חרדישע יודען קענען פריי ארומשמועסן, געבן און נעמען חיזוק און ידיעות, און בארייכערן קענטעניסן אינעם לעבן.

בן אדם » מיטוואך יאנואר 6, 2016 4:13 pm

· #316326
ישראל גלויבער

איך בין א יוד, און א מאמין.

כשמו כן הוא @ישראל גלויבער

נעגעל וואסער » מיטוואך יאנואר 6, 2016 7:52 pm

· #316368
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ישראל גלויבער
איך בין א שרייבער, א ערליכער, א חרדישער, וואס האט ליב שרייבן מיינע ידיעות, און צומאל קלויבן ידיעות פון אנדערע - וואס אינטערעסירט מיר.
איך בין א יוד, און א מאמין. און גלייכט צו זיפן א גלעזל אינטערעסאנטע זאכן פון ארום די וועלט.
קאווע שטיבל הערט זיך ווי א היימישע מקום, אוואו חרדישע יודען קענען פריי ארומשמועסן, געבן און נעמען חיזוק און ידיעות, און בארייכערן קענטעניסן אינעם לעבן.

שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם.
כ'שמעק ס'קומט פרישע צייטן דא אין שטיבל... פרישע כחות איז א ברכה צו מאכן. ובפרט אזא איינער וואס איז אזא שטאלצע מאמין נאך אויך, וואס קען זיין בעסער..

יהא בואך לברכה.

קיווע ב״ר שולעם » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 1:23 am

· #316420
שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום חברים
ווי איר ווייסט קים איך פין נישט אזא היימישע מקום שפילנדיג אלס א חרדי וואלט מיר געווען אינטרעסאנט זיך אביסל מער צי באקענען מיט ענק
אקעי לאמיר זיך פארשטעלן פארן עולם ווער איך בין
מיין נאמען איז קיווע ב״ר שולעם שטיסל מעיר הקודש ירושלים איך האף אז עטס האטס הנאה פין מיר אין עטס וועטס ווייטער אויך הנאה האבן.
לילה טוב.

נעגעל וואסער » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 6:59 am

· #316430
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קיווע ב״ר שולעם
איך ליין אין האב הנאה אסאך פין קאווע שטיבל בעיקר פין די שטיסל טעלעוויזע סעריע אין איך ווער ממש משיגע פאר קיווע אכ וועלן מיר גיין מיטן נאמען קיווע
סאו מיין נאמען איז קיווע ב״ר שולעם שטיסל מעיר הקודש ירושלים

שלום עליכם קיווע! אזא חשובע גאסט אין שטעטל. אנביליוועבעל.
כ'פארשטיי אז אין ריל לייף, פעלט דיר אביסעלע קאנפידענס.. אבער דא אין שטיבל שפיר דעך באקוועם און היימיש. סנישטא דא קיין סאך מיידלעך אדער גרושות, אבער ס'פארט דא אסאך גוטע זאכן צו טוהן דא...

יהא בואך לברכה.

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 7:16 am

· #316431
ווען שלום זאל נאר וויסן אז קיווע איז דא, ווארט נאר אויס ווי שלום זאל בהחלט ארויס שיקן קיווע פון די בית מלון שיעשה משהו טוב עם החיים שלו.

א-נשמה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2016 5:15 pm

· #316470
איך ארבעט אויף צו אויפבויען פארשטאנד, אקעגן - פ'סיכולוגי', וואס עס איז א - לשם מצוה (-אויב מען ווייסט נאך נישט). וואס קומט מתוך אדורעך גיין - "שוועהרע-מצבים" (- אין איין ווארט).
און ווער ווייסט, אויב נישט - וועגן מקרב זיין די גאולה. אמן

ארים גענימען. » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 10:46 pm

· #316725
I decide to get the number because that is not things that I wanted to say for the public and I think that's the best place with the public is able to see it and understand what I want to say

פייער אפפער » מוצ"ש יאנואר 9, 2016 11:11 pm

· #316738
שלום עליכם ברודערס א יונגערמאן פון בארא פארק איך ענדזשוי אביסל צו שרייבן און קאמענטירן עס געבט מיר רואיגקייט נאך א שווערע טאג ארבעט איך פארשטיי אביסל צו חינוך אויך אביסל צו טעכנעלאגיע

די נאמען "פייער אפפער" האב איך געהערט פון מיינע רביס צענדליגע מאל אבער איך ווייס נאך יעצט נישט וואס דאס מיינט...

לא ימלט » זונטאג יאנואר 10, 2016 2:15 am

· #316766
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
פייער אפפער
שלום עליכם ברודערס א יונגערמאן פון פון בארא פארק איך ענדזשוי אביסל צו שרייבן און קאמענטירן עס געבט מיר רואיגקייט נאך א שווערע טאג ארבעט איך פארשטטיי אביסל צו חינוך אויך אביסל צו טעכנעלאגיע

חינוך?! WOW!

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 10, 2016 9:52 am

· #316777
מען האט געעפנט א חינוך אפטיילונג טאקע, לאמיר האפן אז דו פארשטייסט טאקע און וועסט בארייכערן אונזער אוצר.

לא ימלט » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:08 pm

· #316840
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לינק ביטע?!

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 10, 2016 4:11 pm

· #316842
זוך אויפן הויפט בלאט.

מוישעיאכעס » מאנטאג יאנואר 11, 2016 10:59 pm

· #317060
איך האַס די גויאישע שפראכע, ווי געשמאק איז צו שמועסן אין מאמע לשון, נאך ליינען דעם שטיבל פאר יארן, איז געקומען די צייט אויך צו שרייבן.
והי לרצון.
מיין חסידות און מיין רעבע זענען נאר גרויס ביז סקומט צו טשעפענען אן אנדערן איד.

יוסף » מיטוואך יאנואר 13, 2016 6:56 pm

· #317344
איך האב ליב צי וויסען נייעס בפרט אידישע נייעס .
איך וויל קענען שמיסען מיט מענטשן וואס ווייסען נישט ווער איך בין .
אין איך האב ליב צו זען וואס מענטש זאגען ווען זיי ווייסען נישט צי וועם זיי רעדען

הערסטע » מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:13 pm

· #317346
וואס זאלעך זאגן.
אידיש דאס איז מיין שפראך.
איך גלייך זייער שטארק צו הערן וואס דו זאגסט אבער איך בעט דיר. הער מיר אויכט אויס. קען זיין אז ס'איז עפעס וואס דו ווייסט נאכנישט

gelt » זונטאג יאנואר 17, 2016 1:34 pm

· #317770
I enjoy researching products and finding the best sources to buy and then resell them on Amazon
I would like to meet some people that think out of the box and we can share some business thoughts together in order to make nice money

השדה » זונטאג יאנואר 17, 2016 8:44 pm

· #317812
איך האב געהערט פין מאנע חביירים פין קאווע שטיבעל אין סעאיז מיר מיר געפאלען ספעציעל ווי מען בא שראבט יעדה ענוה פין שטיסעל אין זאט איך בין געוואר געווארן פין קאווע שטיבעל האב איך בעסער פארשטאנען יעדה ענוה

בן אדם » זונטאג יאנואר 17, 2016 9:41 pm

· #317819
אבי דאס ווארט ענוה ווערט נאך דערמאנט אין קאווע שטיבל

האסטו געהערט!! » מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:11 pm

· #318244
איך בין ב"ה א אינגערמאן און איך האב געזוכט וואס צו טוהן אין לאנטש צייט, און קאווע שטיבל איז א געשמאקע פלאץ זיך אויסצולופטערן, האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן

השמח » מיטוואך יאנואר 20, 2016 3:12 pm

· #318245
איך האב זייער ליב צו ליינען אינטעראנסאנטע רעיונות און אמאהל אויך מוסיף זיין א נופך משלי ספעציעל היסטארישע ענינים און באשרייבונגען פון מנהיגי וגדולי ישראל וואס פון געוויסע האב איך דא געליינט און די פאקטן און סדר הענינים זענען היבש פארדרייט

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:54 am

· #318297
מוישעיאכעס
איך האַס די גויאישע שפראכע, ווי געשמאק איז צו שמועסן אין מאמע לשון, נאך ליינען דעם שטיבל פאר יארן, איז געקומען די צייט אויך צו שרייבן.
והי לרצון.
מיין חסידות און מיין רעבע זענען נאר גרויס ביז סקומט צו טשעפענען אן אנדערן איד.

שלום עליכם ערעב מוישעיאכעס איהר זענט א שטיקל פאעט. איהר קענט גראמען אויכעט...?...!

מבקש אמת » מוצ"ש יאנואר 23, 2016 9:33 pm

· #318655
איך בין א געוועזענע סאטמארע בחור אויפגעצויגן אין סטאמפורד היל, לונדון. דעם רבי׳ן זי״ע׳ס שובבי״ם תורה קלינגט נאך אין מיינע אויערן ווי אויך דאס באקאנטע הושענה רבה משל וואס איך קען נישט ארויסנעמען פון קאפ.
דאס טיטל ״אויפגעקלערטע״ וואס מען האט צוגעטשעפעט צו מיין נאמען פון יונגווייז אן, איז פאר מיר געווען א כבוד און אויסצייכענונג. איך האב זיך אייביג געשפירט ווי אן אכצן יאר הונדערט׳ס משכיל, קעמפנדיג פאר אביסל נאורות אין א ים פון אבערגלויבן און פרימיטיוויזם.
איך האף צו באגעגענען דא אחים לדעה, מענטשן פאר וועם זייער יודישער אידענטיטעט און קולטור איז צו טייער צו קענען צוקוקן ווי זי גייט צוגרינד אין די הענט פון מענטשן וואס ווילן זיך צוריק זען אינם מילטלאלטער.
״כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, ויאמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה!״
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94