☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

די קעפעלע » דינסטאג אפריל 2, 2024 4:16 pm

· #557299
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
היימלינד #
גוטער איד #
א גטער איד פון אמעריקא, לייג תפילין און היט שבת קודש און ימים טובים ראש השנה יום הקדוש סוכות חנוכנה פורים פסח ל"ג בעומר שבועות י"ט כסליו און כ"א כסליו כ שבט....., מקפיד אויף יעדע הלכה אין שו"ע און האט א שיעור יעדן טאג
חנוכנה פארשטיי איך אבער וואסי כ' שבט?
אפשר מיינט ער גאר י''ב שבט "ראש השנה לחסידות האמיתי שהוא השוואנצונעס"?

ישראל קליין » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:34 pm

· #557373
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם טייערע חברים איך האב לעצטענס אויסגעפונען פון דעם דאזיגן פארברעגען פלאץ וואס זעט אויס צו זייער געשמאק אין ציענד, איך האף צו קענען הנאה האבן און פארברענגן צעזאמען מיט די איטילגענטע חברים וואס געפונען זיך דא, אזוי האף איך צו קענען צוגעבן צו דעם ארט, יישר כח פארן מיך אננעמען אלס מעמבער.

הכנה דרבה » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:35 pm

· #557374
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לעצטענס האב איך מיך אנגעשטויסן אין קאווע שטיבל דורך א לינק וואס מיין חבר האט געשערט מיט מיר און אנגעהויבן ליינען אבער נישט געקענט אריינגיין ליינען דעם גאנצן שמועס. בהשקפה ראשונה האט מיך די סייט זייער געפאלן און כ'האב זיך מיישב געווען זיך אריינצושרייבן.
שוין פערציג ווערטער??

אתערותא דלתתא » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:35 pm

· #557375
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישער איד וואס איז נהנה מיגיע כפיו, און זיכט אביסל כשר אונטערהאלטונג, דעריבער בעט איך מען זאל מיר אננעמען כדי אויך צי קענען זיין א טייל פון כלל ישראל, די נעשכיזער איז געוועהן א גיטע איז און מייערען צימעס איז א גיטע מייער.

נייגעריג » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:35 pm

· #557377
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יונגערמאן אין פערציקער יארן וואס וויל אביסל מיטהאלטן וואס טוט זיך אויף דער וועלט און זען אלטערנאטיווע פערספעקטיוו און מיינונגען
איך ארבעט אלס מענערישער פון א פירמע מיט זייער אנגעצויגענע דזשאב . צו קענען זיך מי טעם פאראן אין אנדערע זאכן וויל איך קומען דא און אנטייל אין דער יידישער דעבאטע

נעמטא-דאם » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:36 pm

· #557378
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס חבר וואס ליינט אסאך און שרייבט אסאך אין אנדערע מקומות מושבותיהם וועלן מיר געבן א געלגעגענהייט און לאזן אונזער פעדער אויסזוגן דאס טינט ביי א היימישע אויסגאבע פאר ערליכע אידן ביינונז אין קאווע שטיבל, און דערפרישן אונזער הארץ און אונזערע חברים'ס צייט בדיבוק חברים See You manyana

יענקל די בעסט » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:37 pm

· #557379
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן.
איך בין יענקל, א חסידיש קינד פון א חסידיש שטוב וואס וויל מיטהאלטן אידישע נייעס און א געשמאקן חסידישן קרעמל.
וואס קען זיין בעסער פון דעים.
בשבת אחים גם יחד.

שלמונים » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:38 pm

· #557380
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה, וואס איז אינטערעסירט זיך אויסצוליפטערן נאך א שווערע טאג ארבעט מיט נייעס אד״ג, אבער צומאל גליסט זיך צוליינען קאווע שטיבל נייעס (אזאנע סארט וואס ווערן בד״כ דיסקוסירט אין אלע היימישע און ערליכע קאווע שטיבלעך). זייער אפט, זענען דיע קריטישע און אקטועלע טעמעס ביים היימישן ציבור וואס לדאבונינו ווערן זיי צענזורירט למחצה לשליש ולרביע אין רוב אנדערע פלאטפארמעס.
איך קוק פארויס צו לייענען און צומאל אויך אריינצוווארפען מיינע צוויי צענט.

עצות זאגער » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:39 pm

· #557381
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישער איד מיט א ניגוני צו פרייע נייעס וואס קען נוצען א פלאטפארמע ווי נייעס ווערן אראפגעברענגט אויף א היימישן און זאכליכן אופן מיט א ריכטיגע אפטייטש פין אונזער היימישע קאווע שטיבל אין בית מדרש ווי עס ווערן אויסגעשמועסט אין דיסקוסירט דברים העומדים ברומו של עולם

ים המלח » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:39 pm

· #557382
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן מער פון די נייגעריגע סארט נאטור איך וויל אלעס וויסן און זען, איך ליין שוין א לענגערע צייט דא און איך האב זייער הנאה פון די געוואלדיגע אינהאלט, איך האב געקלערט סאיז שון העכסט צייט זיך געהעריג איינצישרייבן און צוגעבן געדאנקען פון מיין קוק ווינקעל, עס וועט מיר זיין א פארגעניגען צו פארברענגן דא מיט אייך.

שר האלף » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:40 pm

· #557383
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר! איך ענדזשוי צו נעמען אביסל טיי"ם א"ף אביסל פארברענגען מיט חברים, איבער שמועסן די לעצטיגע נייעס, קרישקעלעך אין אנטוויקלונגען וכדו', דעבאטירן אינטערעסאנטע נושאים אין הערן נייע זאכן. - אין קורצן, - זיצן אין (אויף) קאווע שטיבל... לאמיר פארברענגען אינאיינעם!

אתערותא דלתתא » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:48 pm

· #557385
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א באנדע סאקערס זענען אנגעקומען דא לאל 😂 😂 💀💀💀😂😂😂😂😂

הכנה דרבה » דינסטאג אפריל 2, 2024 11:55 pm

· #557388
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אתערותא דלתתא #
א באנדע סאקערס זענען אנגעקומען דא לאל 😂 😂 💀💀💀😂😂😂😂😂
ולמה נקרא שמם סאקערס? ווייל אז מ'שרייבט זיך אריין און מ'שרייבט נישט איז מען א זייגער🤣

אתערותא דלתתא » מיטוואך אפריל 3, 2024 1:42 am

· #557400
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
הכנה דרבה #
אתערותא דלתתא #
א באנדע סאקערס זענען אנגעקומען דא לאל 😂 😂 💀💀💀😂😂😂😂😂
ולמה נקרא שמם סאקערס? ווייל אז מ'שרייבט זיך אריין און מ'שרייבט נישט איז מען א זייגער🤣
איך און די האבן שוין זיכער אויף געטוען אז פאר די קומענדיגע חודש גייט מען אונז נישט ווארפן, עכ״פ, פארן נישט האבן גענוג תגובות😂😂😂💀

מרדכי אס » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:30 am

· #557635
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע עמך איד וואס נוטיגט זיך אין א ווארעם גלעזל קאווע צו דערפרישן אביסל די מידע ביינער,
א איד וואס טוט גארנישט מיטן טאג פשוט ווייל דער טאג האט מיר גארנישט געטוהן אז איך זאל אים דארפן צוריקטוהן...

בן נח » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:30 am

· #557636
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ליינער און א קאמענטירער, גיווענליך נישט קיין גאר לאנגע תגובות אבער איך פראביר עס זאל צוגעבן צום שמועס אבער קיינמאל נישט קיין נערישע ענטפערס בלויז צו וויזען אז איך קען אויך עפעס זאגן. איך בין אינטערסירט אין נייעס און ארטיקלען וואס נען זעט נישט אין אנדערע פלעצער.

חננאל » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:31 am

· #557637
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם טייערע ידידי השטיבל! א חשובער איד דא צו לערנען, שמועסן און פארברענגען אינעם שטיבל. שוין לאנג געווען א ליינער דא און געשעפט הויפענעס מיט אינפארמאציע און חיזוק אבער קיינמאל ניש גענומען די מיה זיך איינצושרייבן, מיר האפן צי אנטייל נעמען און ווערן אן אקטיווער מיטגליד אינעם שטיבל

שיינע איד » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:32 am

· #557638
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שיינע איד אין די מיטעלע 40 יאר וואס מאכט חתונה קינדער ווי עס פאסט מיט געלט וואס איך האב נישט, מיין שאיפה איז מען זאל מיר אנערקענען מער פאר מיין תורה ווי פאר מיין גדולה. אמאל האב איך זיך פארופען א חסיד פון א רבי (ווען עס איז געווען איינס) היינט געהער איך נאר צי די מוסדות פין מיינע קינדער

חכמה ומוסר » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:32 am

· #557639
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אפסטעיטער אינגערמאן, גלייך צו ליינען און הערן און באקומען אינפורמציה אין תורה יהדות חכמה מוסר הגיון והיסטוריה. זייענדיג איינשטימיג מיט אסאך פון דע מיינונגען וואס ווערן דא געלופטערט ווי אויך זייענדיג נייגעריג צו זען די צווייטע צד וואס ווערט ארויסגעברענגט אין די תגובות האב איך מיך דא איינגעשריבן. איך פלאן בעיקר צו באקומען דא ידיעות מער ווי צו שעירן מיינע ידיעות און תגובות. יישר כח.

זייערשיין » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:32 am

· #557640
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגער אינגערמאן וואס האט ליב זיך אין אויך ליב צו ליינען און שרייבן, פארברענגן אינאיינעם מיט חברים ידידים מיט א הייס גלעזל קאווע על דא ועל הא, פון נייעס ביז היסטאריע, וועלטליכע אין אידישע

ארץ ומלואה » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:33 am

· #557641
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן, איך ארבעט ווי א פערד צו שפייזן מיין געזונדעל, אבער איך פרוביר שטארק נישט אריינצופאלן אין א וויקטים מענטאליטעט, איך חלום נאך אז איין טאג וועל איך זיין א גרויסע עושר, איך וויל איך דרייען דא אין שטיבל בעיקר צו קענען שמועסן אין טעמעס וואס זענען צענזורירט אויף אייוועלט

שטילערהייט » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:33 am

· #557642
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום לכל,
א חסידישער נייגערע יונגערמאן איך גלייך צו וויסן אלעס און האבן א מיינונג.
איך האב הנאה צו לייענען נייעס ספעציעל היימישע נייעס.

איך האף הנאה צו האבן און צו קענען מהנה זיין דעם ציבור.

טיפערמאן » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:33 am

· #557643
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זען צו עס איז דא נאך מענטשן וואס טראכטן אזוי ווי מיר אדער איך בין איינציג מיט מיינע מיינונגען. איך בין א פחדן אין איך לייד שטארק פון סאשל פרעשור אין איך האף אז איך וועל זען אז איך בין נישט איינציג וועל איך מיך קענען אסאך מער עפענען אן א פחד און זאגן מיינע מיינונגען.

מענטש » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:34 am

· #557644
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך צו ליינען די ארטיקלען וואס זענען געשריבען אין א שיינע און רייכע אידיש. איך בין א בעל הבית און טאטע, איך דאווען דריי מאל א טאג. איך האב א שיעור א יעדען טאג

צובראכן » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:49 pm

· #557740
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן און די צוואנציגער יארן וואס האט אביסל איבריג צייט און טאג און וואלט הנאה געהאט צו זיין אויף א פלאץ וואס איז נישט אזוי עקסטרעם.
איך קען מיר אויס און גאר אסאך נושאים (אזוי האלט איך)
איך וויל ווערן אפראווד ווי שנעלער.

זילבער » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:50 pm

· #557741
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ישיבה-בחור. איך קום פון דער לאומי רעליגיעזער קהילה, אבער איך האב זייער ליב אן עכט חסידישן יידיש, און איך וויל צוריקגיין צו זיין ווי מיין אלטער זיידע ז''ל, וועלכער איז געווען א גער חסיד, וואס האט עולה געווען פון פוילן און אין זיין הויז האט מען גערעדט בלויז יידיש. מיין גאנצע לעבן האב איך נאר ליב געהאט די חסידישע אידישקייט, אידיש און אידישע קולטור.

מעמדים » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:50 pm

· #557742
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א טאטע פאר פיר קינדער קע"ה, וואס האט נישט קיין צייט פאר נייעס על פי רוב. איך טוה אין ארקיטעקטשור און איך בין ב" ה זייער פאר ומען. איך קער זיך צום קאווע שטיבל ווייל איך פארנעם נישט צענזערירטע נייעס ווען עס איז נישט יאכנעריי

קאשנער » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:51 pm

· #557743
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין אינגערמאן וואס גלייכט שטארק די געשריבן ווארט, איך גלאך צו פארברענגען אין קאווע שטיבל אין בית מדרש און אויפן געוועב.... איך האף איך וועל צוגעבן אביסל צו יעדע שמועס וואס איך האב עפעס צוצולייגן.

טינקלקייט » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:51 pm

· #557744
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך בין אן אלטן ניק מיט א נייע נשמה איך נעם מיך אינטער צו זיין וואויל אין איך האף צו קענען צוגעבן א סאך צום שטיבל ספעציעל אין געזעלשאפט אין און העמק דבר אין פארטייט זיך נעמען א סאך

יש עתיד » דאנערשטאג אפריל 4, 2024 9:52 pm

· #557745
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס פארשטייט אביסל צו פאליטיק און נייעס. די סיבה פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער איז צו באקומען אן אומצענזירירטע בליק אויף די נייעס און קאנטראווערסיעס. איך האב א שטארקע פעשאן (passion) צו נאנפיקציע ביכער און בפרט פסיכאלאגיע. (צו דאס איז רעלעוואנט צו נישט, ווייס איך נישט...) איך האף צו שפעטער אזשאסטן אביסל מיין פראפיל נאכן באקומען א שטיקל בליק וויאזוי דאס דארף צו ווערן אויסגעפילט.

צוקוועטשטע איילבירטן » זונטאג אפריל 7, 2024 4:25 pm

· #558036
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אקוראשט געהערט פון קאווע שטיבל. גראדע געפעלט עס מיר, אבער שטארק לימיטעד פאר דרויסענדע. כ'לערן אין אוניווערסיטעיט אין קאנאדע, איינע פון מיינע לימודים פאר קרעדיטס איז שפראכע און יידיש האב איך דערוועלט

ראדני » זונטאג אפריל 7, 2024 4:26 pm

· #558037
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ראדניער איד פון ראדני הידוע פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המכונה ירושלים דאמעריקא, און דא איז פלאצירט די התאחדות הרבנים דארצות הברית וקאנאדע, לענינינו ווער ס׳נאך נישט געוועהן אין ראדני ווייסט נישט וואס מיינט צי זיין א ערליכער איד.

זייער נייגעריק » זונטאג אפריל 7, 2024 4:26 pm

· #558038
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואוין כרגע אין ארץ ישראל, וואו ס'איז נישט דא א געהעריגע סייט וואו מען קען רעדען מיט אנדערע יודען אונליין, בכלל צו טרעפען אזא מין זאך וואס מ'לאזט אפען דא אין די אינטערנעט פילטער איז גאר שוער. ממילא האף איך אז דא און דא וועלט בארימטער קאווע שטיבל ועל איך טרעפען אן ארט

אויבערחכם » זונטאג אפריל 7, 2024 4:26 pm

· #558039
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סאיז חשוב פאר מיר צו געהן אנדערע דיעות.
איך גלייב אז יעדער מענטש קען מיר מאכן קליגער חאטש מיט עפעס.
איך האב געלערנט גאר אסטך, און איך אויב ידיעות און אסאך אינטרעסנטע נושאים.
איך האפ באמת אז איר וועלן הנאה האבן פון מיינע אויף געקלערטישע רעיונות.

פרמש » זונטאג אפריל 7, 2024 4:27 pm

· #558040
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן וואס זיכט צי הערן אנדערע מיינינגען אין לויט וואס איך זע איז קאווע שקיבלתי דאס ריכטיגע פלאץ אויב מ'איז אינטערסירט אין הערות א צווייטער דעה אן קיין צנזור וואס וועט צענזירן וואס איז ערלויבט אין וואס נישט

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג אפריל 7, 2024 4:27 pm

· #558041
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לאמיך זיך ערשט פארשטעלן פאר אייך:
מיין ניק נאמען איז ווי איר זעט רב חאצאצאק הקטן אויב איר האט ליב מוזיק וועט איר מיך זיכער זען איך האב אויך ליב רבישע נייעס איך אויך וועל בעזרת ה" געבן אסאך לייקס און פאוסטן אסאך.

א גרוסן דאנק פון פאראויס!

שלמניו » זונטאג אפריל 7, 2024 4:31 pm

· #558043
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב הנאה צי פארברענגען מיט like minded חברים. איך מיין אז אמאהל האט מען געדארפט א מקווה מעמבערשיפ, קארטל מיטציהאלטען היימישע נייעס. היינו איז דא וואטסאפ אין סטעטות. אבער איך זיך צי קענעקטען מיט מער חברה אויף קאווע שטיבל. ווען סדא צייט.

יעקב123 » זונטאג אפריל 7, 2024 4:32 pm

· #558044
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חשובע געסט מאכט אייך באקוועם!

ברייטער » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:58 pm

· #558327
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין 25 יאר אלט א שטארק חסידיש אינגערמאן און איך זיך מיטצוהאלטן אלע נייעס און קרישקעלעך מיט אַלע דעטאלן ארום אין ארום איך זיך א פלאץ ווי מען קען זיך אויסדרוקן די מיינונגען אן קיין צענזורירן אזוי לאנג ווי ס'איז אויסגעהאלטן

יאללא » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:58 pm

· #558328
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סאטמערע יונגערמאן זיכט זיך אויסצי ליפטערן צייט צי צייט מיט כשרע אינטערטעמענט. אין קענען שרייבן מיין קיק ווינקעל פין מיין פערספעקטיוו. שכח

איך האב ליב ביזנעס, אויב זעי איך מען רעדט י
פין זאכע טאפיקס וועל איך דארט זיין זייער שנעל

חטאת הקהל » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:59 pm

· #558329
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פשוטע יונגערמאן, וואס פארשטייט זייער גוט צו ליינען נייעס, אמאל קען איך אויך צוגעבן צו די נייעס אביסל, לויט וויפיל די צייט ערלויבט, זייענדיג גאר א פארנומענע מענטש, ווי אויך זייער רייצענד צו מאכן א דאלער, האבן מיר נישט צופיל צייט, אבער מען וועט מאכן עקסטערע זמן יעדן טאג אי''ה צו פרובירן צוצוגעבן הנאה פאר'ן כלל

אייביג פרייליך » מאנטאג אפריל 8, 2024 4:59 pm

· #558330
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פריילכע איד וואס האט ליב צו מאכען יעדער בשמחה
איך בין באהאווענט אין יעדער נושא וואס עס איז דא איבערצושמוסען
איך קען אסאך וועלטליכע זאכען אין אסאך זאכען בנוגע הלכה וחסידות
איך קען זיך אויס אין אלעס וואס גייט פאר אין די אידישע חרדישע וועלט
איך קען אסאך היסטאריע פין אלע חסידיסער

סתם אזוי » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:03 pm

· #558468
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך ליין שוין לאנג דא. עס אינטרעסירט מיך רעבישע אין היימישע נייעס, איך פלעג ליינען מיט דארשט די ראחמיקריווקא אין סאדיגורא אשכול. גראדא טיט מיך נישט פאר אינטרעסירן די השקפה אדער חיוך אדער קעגן סיסטעם שמועסן אדער אשכולת

הייליגע קוה » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:05 pm

· #558469
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וואוין אין בארא פארק איך ארבעט אין א גראסערי ביי די רעדזשיסטער, מען האף מיר אז בקרוב וועל איך געהאלפען ווערן מיט א נערמאלע מכובדיגע דזשאב, כ׳האף צי ווערן א מלמד אבער דערווייל גייט עס נישט פון צייט צו צייט בין איך א סאבסיטוט

פרייליכער » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:05 pm

· #558470
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פריילעכר אידל, לאכן וויל איך שטענדיק נאר מפני חטאינו לייט מען אביסל דא און דארט. קאווע וויל איך טרינקען דערפאר בין איך דא, לאמיר זען וואס מען פארקויפט דא און וואס איך האב צו פארקויפן. לחיים אלע ברידער דאנענט.

הא לן והא להו » דינסטאג אפריל 9, 2024 4:06 pm

· #558471
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן. איך בין אן אפטער באזוכער דא אין שטיבל משנים קדמוניות. צום באדויער קומט מיר אן דאס שרייבן גאר שווער, טראצדעם וואס איך האב נאך אזויפיל דעות ווי פיל אנדערע.
צוליב דעם טו מיך אלץ באגענוגן מיטן צולייגן אן אויג צו די שמועסן דאהי. אצינד, צוליב די גזירת הכתיבה איז לא עת לחשות וההכרח לא יגונה.

אריינגעקומען » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:40 am

· #558964
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל, גאר א געשמאקע ווינקעל , רייך מיט תוכן, און ספעציעל אויף נושאים ברוח התקופה והזמן וואס ווערן כסדר אדורכגערעדט מיט א ברייטקייט און מיט פארשידענע מיינונגען פון די חשובע באניצערס, ווען יעדער איז מוסיף מדיליה און געבט צו צום בירור הסוגיא. עס איז ביי מיר א פארגעניגען צו לייענען די שמועסען דא.

שמואל אלון » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:40 am

· #558965
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב ליב צו הערן און פארשטיין וואס אנדערע מענטשן שרייבן און ברענגן זיך ארויס, פאזעטיווע מיינונגען, זעהן נאך א פראספעקטיוו און בליק אויף יודישע און וועלטליכע טאפיקס, אויכעט ביזנעס טאפיקס קען זיין אונטערעסאנט פאר מיר

ישראל » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:41 am

· #558966
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יעך וויל וויסען וואס עס טיט זיך אין די יודישע וועלט, איך האף צ'י זעהן נאר גיטע ניייעס מיטן אייבישטען הילף, איך גלייך זייער דיא זאכען וואס דא שטייט , אויך וויל איל קענען פין מאהל צ'י מאהל שרייבן מיינע הגהות, יישר כוח

בני בנים » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:41 am

· #558967
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל פלעין ליינען ארטיקלען ווי אויך וועל איך מעגליך אנהייבן צו שרייבן אין די צוקונפט איך האף אז עטס וועט מיר באשטעטיגן אלס א נייע ליינער דא די סיבה פארוואס איך רעגעסטריר דא איז ווייל איך וויל מיטהאלטן אלעס וואס גייט פאר אין די אידישע וועלט
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94