☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

משה נחום » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:42 am

· #558968
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א רעגולער 9-5 יונגערמאן וואס וואוינט אין ניו יארק וואס זוכט צו מיטהאלטען נייעס און געשענישען אינדרויסען פון צו די מידיא צעהזור אבער דאך מיט א עהרליכע אינהאלט אן קיין טעראר מקען זיך נארמאל אויסשמועסן ווי עדאלטס - סיי די שרייבער און סיי די ענטפערער-

דרך התורה » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:43 am

· #558970
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב לעצטנס באקימן פין א משפחה מיטגליד א גליון פין די וועקער אויסגאבע. איך האב זייער הנאה געהאט פין די פילע אינהאלטסרייכע ארטיקלען. איך וויל ווערן א מעמבער פין קאווע שטיבל כדי צי קענען מיטהאלטן די שמיסען ארים די טעמעס.

שטולענע אייער » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:44 am

· #558971
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'וואוין דא אין לאנדאן, א מין פארפאפאנע פלאץ. זיץ איך דא באנאקידוש, און איינער וועלכער האט חתונה געהאט א פינף חדשים פארמיר איז שוין א גאנצער קנאקער דא, פרובירט מיר צו מקרב זיין דא און אזוי אין מיטן שמועס ערווענט ער מיך וועגן קאווע שטיבל, כמאכמיך טעמיש כאילו כ'ווייס ניטאמאל וודאסאיז חחח. נו זאלעסזיין. שוין פערציג ווערטער?

משה ווייס » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:44 am

· #558972
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין זייער א פלענער שטילער און זייער א נייגעריער איך האב ליב אסאך צו ליינען היסטאריע אידישע און וועלטליכע. זאכן אבער איך בין נישט אזוי גוט און שרייבן סא מען וועט נישט הערען קיין סאך פון מיר. אבער איך וויל טרייען צוצוגעבן ווען מעגליך

א גוט יאר » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:44 am

· #558973
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וואס איז שייך צו זאגן...?
איך בין א אינגערמאן וואס האט ליב צו פארברענגען און שרייבן וכו',
גיימיר אי"ה האבן א גוד טיים.
די סיבה פארוואס איך האב באשלאסן אהערצוקומען, איז ווייל איך האב געהערט מורה'דיגע גוטע גריסן.

שאוליקליין » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:44 am

· #558974
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געהערט די וואך און בית מדרש ביים קידוש אז קאווע שטיבעל איז די פלאץ צי זיין פאר אלע יודושע אינטערטעמינט סא איך וואלט זייער געווילט מיטהאלטען די אימטרעסאנטע ארטיקילס

שלומלייכם » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:45 am

· #558975
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישער יונגערמאן - מיט א בקיאות און אונזער אלטע היסטוריה
אפען צו הערן אין געוואר ווערן זאכן פין די נאנט אין פין דע ווייט.
א טרעוועלער אין פארשידענע מדינות, ליבשאפט צו סייענס, ספייס, און קוונטים מעכאניקס...
איך האף צו קענען שערן זאכן וואס איז מיר און ענק אונטרעסאנט.
איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

יאלאה » פרייטאג אפריל 12, 2024 11:45 am

· #558976
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל איז מיר פערזענדליך א פריינדליכע פלאץ וואס איך קיק שוין זייער לאנג און עס האט מיר אלעמאל געצויגן זיך איינצושרייבן און איצטערט איז שוין געקומען די ריכטיגע מעניט אז איך זאל זיך שוין ענדליך איינשרייבן אין ווערן א חלק פון די גישמאקע קאווע שטיבל שומעס- הצלחה.

בעל דיעה » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:05 pm

· #559244
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן חשובע חברים, איך בין דא כדאי צו פארברענגען און פארברייטערן מיינע ידיעות, איך בין בעיקר אינטערעסירט אין טעכנאלאגיע און געזעלטשאפט, איך האב אסאך צו לערנען און האב אסאך צו פארציילן, איך האב שטודירט טעכנאלאגיע אין aritifical inteligence, איך קוק פארוס צו לערנען פון אַלעמען דא און ביישטייערן ווי איך קען

היט און רעקל » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:06 pm

· #559245
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גיי מיט שׁטאלץ מיטן היט און רעקל
ווייל איך וויל בּאקומען דעים גרויסען טשׁעקל
אבּער מיטען קאווע נישׁט אויפן גאס
קען מען זיך אדורעכשׁמועסן בּהשׂכּל ובדעת
עת הזמיר הגיע! לאמיר דורכשׁמועסן נושׂאים לארכּה ולרחבּה! אם אין דעת, הבדלה מנין?!!?

מנחם מענדיל » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:10 pm

· #559246
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן טייערע חברים אויף קאווע שטיבל ס'וואלט מיר געווען א פארגעניגען צו פארברענגען דא אויף דעם פלאטפארמע מיט אייך, און קענען דורכשמועסן נייעסלעך און וואס נישט, ס'איז א געשמאקע זאך צו קענען שמועסן און הערן יעדמ'ס מיינונג, די מעלה פון זיך צושמועסן אויף אזא פלאץ איז אז קיינער קען דיר נישט איבערהאקן ווען די ווילסט עפעס זאגן...

חיים שאול » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:10 pm

· #559247
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אני גר בישראל, איך קען שרייבן און ליינען יידיש עברית און אנגלית, אייער קאווע שטיבל גיפעלט מיר, און איך האף צו מוסיף זיין ידיעות נחוצות אדער דעות אחרות, למרות ובגלל שאני גר בישראל, אני חושב שזו דרך מעניינת להכיר טוב יותר את אחינו מאמריקא

סמרה » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:11 pm

· #559248
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגער חסידי'שער יונגערמאן, מיט רצונות און תשוקות, הרהורים און בלבולים.
הערנדיג פון חברים אז אין קאווע שטיבל קען מען קלאר ווערן אין אסאך פארנעפלטע נושאים, וויל איך ווערן א מעמבער אין דעם פלאץ.

איך בין טאקע א שעמעוודיגער, און אין קופקעס, וועל איך נישט צולייגן מיינע צוויי סענט.
אבער כ'האף אז אונטערן מאנטל פון אנאנימיטעט וועל איך יא קענען צוגעבן צו די שמועסערייען.

גיטאר » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:11 pm

· #559249
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
היימישע פרישע חאסידישע אינגערמאן פון אנ״ש זייער אפענמיינדעט און אייביג אנגעפילט מיט פאזעטיווע ענערדזי וואס צושפרייט זיך צו די ארומיגע אייביג גרייט צו הערן נייע חידישם בפרט אויב סאיז בעסער צו מאכן אונזער לעבן לויט די היינטיגע אפענע וועלט און דא אינעם קאווע שטיבעל איז די בעסטע פלאץ פאר דעם !!!!

מילי בתרי » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:12 pm

· #559250
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיט האלטען זיך צעזאמען קען מען אסאך דערגרייכען, האלטען צעזאמען מיינט יענעם פארשטיין, כדי יענעם צו פארשטיין ברויך מען יענעם צי אויסהערען, דאס איז מיין ציהל פין באלאנגען צי דער קאווע שטיבל איך האף צי הערען אסאך פראספעקטיוען צי קענען זיך אויסברייטערען

פאזעטיווע_לעבן » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:12 pm

· #559251
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען. איך בין א חסידישע אינגערמאן אין די מער העכערע צוואנציגער יארען מיין וואוינארט איז אין אפסטעיט ניו יארק. בנוסף מיינע שיעורים קבועים יעדען טאג ווי די דף היומי ועוד האב איך אלעמאל געשטרעיבט פאר נייעס אן קיין פארדעקונג אין קיין שלייערס נאר דברים כווהיתן אין געבען א נארמאלע פלאטמארע פאר א יעדער בר דעת צו זאגען זיין נארמאלעם מיינונג אין לדעתי איז קאווע שטיבל די מקום פאר דאס אלעס.
ישר כח פאר די הנהלה פארן אויפהאלטען אזא מקום חשוב.

זרח געציל » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:12 pm

· #559252
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגערמאן פון קרית יואל און די אינגע 30גער יארן זיכט אביסל זיך צי ליפטערן מיט היימישע נייעס און נאך וואס מטרעפט נישט ערגעץ אנדערש. איך האף מיר צו לאזן הערן מיט די צייט און איך ווארט צו הערן פון ענק

איך ווייס נאכנישט » מאנטאג אפריל 15, 2024 5:16 pm

· #559253
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישע יונגערמאן וואס האט א שוואכקייט אויף היסטאריע....
איך האלט זיך פאר א צווייטע וועלט מלחמה פארשטווער....
רבי בערל וויין איז מיין רבי מבהק...
איך בין בכלל נישט קיין גיטע שרייבער...

חיימלייב » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:19 pm

· #559534
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חאסידעשע אינגערמאן פין בארא פארק, איך וויל א פורום ווי מען קען דיבעטן מער אפען , אין מען קען זאגען זאכן וואס זענען אמת אפילו עסק טיט ויי, אויך קען מען הערן די עכטע נייעס, איך בין נישט די גרעסטע שרייבער אבער איך פלאן צ'י געבען מיין אפיויען

גרויסע אורח » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:20 pm

· #559535
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אלע חשובע ניק'ם כל אחד בשמו הטוב ווי יעדער זעהט דא פארקויף איך מיך אלס אורח וואס דאס איז פשוט פשט אז איך בין א גרויסע אורח סיי ווען און סיי ווי איך קום אריין אורח איך ארום אויף א וועג וואס יעדער האט הנאה. אונז האף מיר אז עס זאל טאקע אזוי זיין

רעיטעך » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:20 pm

· #559536
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד וואס לערנט עיון בקיאות הלכה חומש רש"י, ליב היסטאריע אויך היסטעריע חסידישע פאליטיק אהנע לשון הרע, פרוביר זיך צו היטן די אויגן, און יהי רצון של תצא תקלה מתחת ידי ושישמחו בי חבירי ואשמח בהם און סזאל נאר זיין א תועלת פון מיין אהנוועזענדהייט דא. האלט שוין ביי פערציג ווערטער? כהאנישט כוח צו ציילן, די רעגולאציעס פון ק:ש זענען פאר צו שטרעג!

נ נח נחמ נחמן מאומן » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:21 pm

· #559537
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב שוין געהערט פין קאווע שטיבל א לענגערע וויילע צירוק, אין היות אין האב נישט קיין סאשעל מידיע פיל איך אז דא איז א פלאץ פאר אויסגעהאלטענע נייעס אויף א ערליכע פארנעם. בעזרת השם יתברך האף איך צי הנאה האבן דא אויף קאווע שטיבל.

שיבוטא » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:22 pm

· #559538
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיר גלייכן א שיין שטיקל שרייב ארבייט, אזוי אויך מוזיק, פינאנץ, און אלגעמיינע פאליטיק.

קאווע שטיבל איז לדעתי כשמו כן הוא, ווען איך קום נאענט דערצו שפירט זיך ארויס דערפון אזא געשמאקע גרוך פון פריש צעמאלענע קאווע בונדלעך מיט פארשידענע פלעיוואר קריעמערס, כרצון איש ואיש. נו ווי קענען מיר בלייבן שטיין דא אינדרויסן..

וויליאמסבורגער יענטע » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:23 pm

· #559539
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד מיט ברייטערע מח האט ליב צי ליינען שרייבען וויסען אין פארציילן מיטלאכען אין חס וחלילה מיטווינען צוזאמען מיטן גאנצן ציבור אין פארשטייט זיך האב איך אויך ליב צו יענטענען אין ענינים וואס מרעדט נישט אין אנדערע מקומות אין מיטטיילן מיינע יענטינים

טעלעגראם » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:23 pm

· #559540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א איד, א מאמין בשם ובתורתו

דאבל קניפ » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:25 pm

· #559541
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן טייערע אידן.
ס'איז מיר א כבוד צו ווערן באגריסט דורך אייך, און איך האף אז מ'וועט מיך שיין אויפנעמען.
איך בין געווען א אבזערווירער פון נאטור אויס, אבער כ'האב מיך ליב אריינצומישן דארט ווי איך האלט שארף פארקערט. איך רעד רעספעקטפול צו יעדעם, און ס'באדערט מיר ווען איינער באפאלט מיך נאר ווייל ער האלט אנדערש ווי מיר. כ'האף אז איר וועט הנאה האבן פין מיר, און אז איך וועל הנאה האבן פין דים פלאץ.
א דאנק

דװקא » מיטוואך אפריל 17, 2024 8:25 pm

· #559542
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א פריש אינגערמאן מיט א ליבשאפט צו אטענטיש ארגאנעלע נײעס איך באלאנג נישט און ערגעץ נאר צו גאט ב״ה אלײנס סאינטערסיט מיר השקפה חסידות אידישקײט און אלװעלטליכן נײעס איך בין אן עבד ד׳ מיט מײן גאנצען רצון אין מעשים מיט דורכפלער

מייסטערווערק » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:04 pm

· #559603
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קהל'ס נער #
מייסטערווערק #
מייסטערווערק איז די קומענדיגע שטאפל פון אונזער/אייער באליבטער ״וועקער״, לעורר ישנים ולהקיץ נרדמים. אונזער ציל איז זיין דער פלאטפארמע פאר קונסט, פארש-ארבעט, מחשבה, טאלאנט, היסטאריע, שמועסן מיט באקאנטע פערזענליכקייטן, און סתם שרייב-ארבעט אין היימישע, חסידי׳שע אידיש.
הו הא, חברה ס׳קומט נייע צייטן, מ׳גייט מחזיר זיין די וועקער ליושנה!
@מייסטערווערק ווען קומט ארויס דער קומענדיגער וועקער?
נאך אן אומגעהויערער לאנגער ווארט איז עס ענדליך דא! מייסטערווערק וועבזייטל

הרב באב''ד » פרייטאג אפריל 19, 2024 4:27 pm

· #559705
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'האב בס"ד געשריבן א מאמר אינעם נייעם 'מייסטערווערק' איבער הג"ר חיד"ו ווייס שליט"א און וויאזוי ער דיעלט מיט די פראבלעמען פון עוואלוציע און גיל העולם. כ'האף אז דער עולם האט הנאה, און כ'ווינטש די רעדאקציע ברכה והצלחה אין זייער עבודת הקודש.

רב חאצאצאק הקטן » פרייטאג אפריל 19, 2024 7:19 pm

· #559728
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם איך בין א פארמער אייוועלטער.

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:42 pm

· #559756
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וויבאלד דו ביסט רב חאצאצאק און אן עניו אויך . הקטן. איז שוין גוט. איך האף דו גענסט מאכן אזעלכע גוטע דזשאוקס ווי דער רב חצאצאק הגדול.

רב חאצאצאק הקטן » זונטאג אפריל 21, 2024 10:10 am

· #559776
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
berlbalaguleh #
וויבאלד דו ביסט רב חאצאצאק און אן עניו אויך . הקטן. איז שוין גוט. איך האף דו גענסט מאכן אזעלכע גוטע דזשאוקס ווי דער רב חצאצאק הגדול.
😂 😂 😂

מצורע » דינסטאג אפריל 30, 2024 10:57 pm

· #560218
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם
איך בין א רואיגע איד…
איך לאוו צי לערנען אין ליינען נייע אינפארמעישן…
איך דארף מיך נאך אביסל צילערנען מיין שרייבן…
איך האב ליב די וועלט,ווען ס׳גייט מיר גוט…
און ווען נישט…שוין
_מצורע

דאוו » דינסטאג אפריל 30, 2024 10:57 pm

· #560219
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך קום דא שטופען צייט, ליינען אין שרייבען. איך בין מיד פון די אייוועלט צענזאר, אין וויל מיט האלטען וואס גייט פאר אינעם היימישע וועלטעלֶ, איך וויען אין מאנסי דרייסעג יאר 9-5 job.

די מתמיד פון די קלאס » דינסטאג אפריל 30, 2024 10:58 pm

· #560220
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א חסידישע בחור און מאנסי און איך וויל כשר'ע עינטערטעינמענט און איך לערן און ישיבה גדולה און לעיקוואוד און איך שטאם פון וויליאמסבורג און איך בין זייער אריין געטוהן און טעכנאָלאָגיע

פארגעס » דינסטאג אפריל 30, 2024 10:59 pm

· #560221
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין איינער וואס האט זייער ליב פרישקייט ווי אויך א געשמאקע שמועס איז ביי מיר א שטארקע זאך. איך גלייך זייער קאווע שטיבל צוליב וואס דו אמת איז דא א שטארקע ארטיקל!! איך האף איך העל הנאה האבן דא.

אייזןשטארק » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:00 pm

· #560222
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א כמו חסידישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן וואוינט אין עמא-ריקא פיל מיט שמחת החיים אין וויליג צו לערנען נייע זאכן לאו דוקא נייע אפשר אויך צו דיסקוסירן אלטע וכו',
ארבעט על המחי' ועל הכלכלה פירט א שטוב מיט זיסע יונגע ביימעלעך....

פארוואסערטע חב״ד » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:00 pm

· #560223
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ווערן א חבר פון קאווע שטיבל ווייל איך וויל זעהן און פארשטיין פארשידענע שיטות און אויסקוקס וועגן די נייעס אין די פרומע קהילות ובפרט בהנוגע צו די פאסירונגן אין די חסידישע קהילות און די אדמורים וואס דאס איז א נושא וואס איך נעם ספעציפיש איטערעס

פניני » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:01 pm

· #560224
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגעאמאן אין די דרייסיגע יארן געלערנט אין די ליטוועשע ישיבות אין נאכדעם געלערנט אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה אין היינט בין איך עוסק על המחיה ועל הכלכלה דורן לערן מיט אידישע קינדער.

אנארכיסט » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:01 pm

· #560225
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין נאמען איז אנארכיסט. און איך בין א פשוטער פּראָלעטאַרישער ייד.
פון מיין נאמען קען משמע זײן אז איך בין נישט זייער פארליבט אין אויטאריטעט, אבער דאס איז נאר א זיבעטל פונעם אמת. עס זאל זיך אייך ביטע נישט דאכטן, אז איך בין געגן געזעצן אדער מאָראַליטעט, װײל אדרבה, איך גלײך זײ ביז גאר, נאר איך גלײך בעסער װען בײדע גײען צוזאמען.
אזױ װי מיר שטײען יעצט אינעם חג החירות, װען מיר פײַערן דאס אידישע פאלק'ס אראפװארפן פון זיך די פֿאַשיסטישע יאָך פון פּרעה'ס מצרים, איז ממש די פאסיגע צײט צו זיך רעגיסטרירן דא אינעם פארום פון חירות.

עקיבא » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:02 pm

· #560226
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צי זעהן ווי אזוי גיטע יודן שרייבן שיינע אינטערסאנטע הערליכע ערליכע תורהדיגע אין וועלטליכע זאכן וואס מקען הנאה האבן אין אביסל איבריגע צייט איך האב ברוך השם ליב צי ליינען אין ספיציעל האב איך הנאה צי פארברעינגען מיט יודן וואס רעדן יודיש ועיגן דעים בין איך דא

שמויגער » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:02 pm

· #560227
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
חעברע, כ'האב געהערעט פון קאווע שטיבל פון חברים. כ'קען ענק זאגן איין זאך-ס'קומט גוטע זאכן!
נייע ארטיקלען, פרישע ווארע, דער עולם זאל זיצן רואיג אויף די בענקלעך!
ס'איז דא גענוג פאר יעדן!

בעסער » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:02 pm

· #560228
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין מוראדיג הונגעריג נאך אינפארמאציע נישט קיין חילוק וועלכע נושא, היסטאריע, וכו' וכו'
איך האף אי"ה צו זיין אקטיוו און פארברענגען געשמאק מיט אלע חברים דא
און זיך זעטיגן מיט נאך איינטערעסאנטע אינפארמאציע

חנני שופר » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:02 pm

· #560229
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
כ'בין א אינגערמאן זעקס יאר נאך די חתונה כפלעג אסאך אריין קומען קוקען דא אבער אזויווי איך בין אפארשלעפטער בינעך קיינמאל נישט אנגעקומען איך גלייך זייער די שפראך אין די פארשטאנד וויזוי מרעדט דא כ'האף איר וועט הנאה האבען פון מיר אויכעט!

זעלבע » דינסטאג אפריל 30, 2024 11:03 pm

· #560230
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין חבר האט מיר אריינגעשיקן דעפ ארטיקל וועגן סייקעדעליקס, זינט איך האב שטארק עס געגליכן האב איך באשלאסן אריינצוקומען דא אהער. איך בין אין די הילינג אינדעסטרי און דעריבער זענען די דאזיגע נושאים באזונדער אינטערעטאנט פאר מיר.

צוויי » דאנערשטאג מאי 2, 2024 12:55 am

· #560410
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אויוויי #
א גוטן איך וואלט זייער געוואלט עקספלארען די בהאלטנע אידישע וועלט, דא אויף די שטיבעל איז דא אזויפיל וויכטיגע אינפא וואס וועט מיך העלפן אנגיין מיט מיין פיין.
די אנדערע פלעטפארמס מעקן און ווארפען אזוי ווי און א דריטע וועלט קאנטרי, נישטא קיין אמת אדער עכטע אינטערטעינמנט.
אוי וויי, וואס איז דיין פיין, שמועס דיך אויס פון הארצן אביסל, וועט דיך בעסער ווערן

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג מאי 6, 2024 5:51 pm

· #561010
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
צוויי #
אויוויי #
א גוטן איך וואלט זייער געוואלט עקספלארען די בהאלטנע אידישע וועלט, דא אויף די שטיבעל איז דא אזויפיל וויכטיגע אינפא וואס וועט מיך העלפן אנגיין מיט מיין פיין.
די אנדערע פלעטפארמס מעקן און ווארפען אזוי ווי און א דריטע וועלט קאנטרי, נישטא קיין אמת אדער עכטע אינטערטעינמנט.
אוי וויי, וואס איז דיין פיין, שמועס דיך אויס פון הארצן אביסל, וועט דיך בעסער ווערן
😂 😂 😂

רב חאצאצאק הקטן » מאנטאג מאי 6, 2024 5:52 pm

· #561013
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שיבוטא #
מיר גלייכן א שיין שטיקל שרייב ארבייט, אזוי אויך מוזיק, פינאנץ, און אלגעמיינע פאליטיק.

קאווע שטיבל איז לדעתי כשמו כן הוא, ווען איך קום נאענט דערצו שפירט זיך ארויס דערפון אזא געשמאקע גרוך פון פריש צעמאלענע קאווע בונדלעך מיט פארשידענע פלעיוואר קריעמערס, כרצון איש ואיש. נו ווי קענען מיר בלייבן שטיין דא אינדרויסן..
דו זאגסט דו האסט ליב מוזיק, איז אויפלעב די מוזיק פארום.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2024 2:31 am

· #561089
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שטולענע אייער #
כ'וואוין דא אין לאנדאן, א מין פארפאפאנע פלאץ. זיץ איך דא באנאקידוש, און איינער וועלכער האט חתונה געהאט א פינף חדשים פארמיר איז שוין א גאנצער קנאקער דא, פרובירט מיר צו מקרב זיין דא און אזוי אין מיטן שמועס ערווענט ער מיך וועגן קאווע שטיבל, כמאכמיך טעמיש כאילו כ'ווייס ניטאמאל וודאסאיז חחח. נו זאלעסזיין. שוין פערציג ווערטער?

איך ווייס נישט פארוואס אבער כ'רייס זיך פאר געלעכטער פון דיין מאדנעם ניק נאמען, כ'בעט דיר זיי מיר מוחל, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן

😂

כהער » דינסטאג מאי 7, 2024 9:48 am

· #561106
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
קאווע שטיבל, אה, א פלאץ זיך אויסצולופטערן, זיין אפען מיט חברים מיט א נייגער און דורשט פאר וויסענשאפט און חכמה, איך האף צו קענען באשטייערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף, מיט רעיונות, מחשבות, געדאנקען און פארשידענע מקצועות העולם, און הנאה האבן פון די בעסטע שרייבער אויפן אידישע שפראך.