שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל האבן ווי זיך אויסצושמועסן אלע ערליי נושאים וואס מאכט זיך טעגליך, אפען און זאכליך ברייטערהייט
נאכן זיך אומקוקן אויף אנדערע פלעצער בין איך געקומען צום אויספיר אז קאווע שטיבל איז די בעסטע גאייגענט פאר דעם
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס א טראכטער האב איך אלץ ליב צו משווה זיין מיינע מחשבות און הנחות צו אנדערע, אין א פארום איז דא א געלעגנהייט צו אפלערנען די סביבה און אריינקוקן אין זיך...
מחשב מחשבות
יא מיין ארבעט -עבודה- איז זיי זאלן זיין לטובה..
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מיין ברודער #
שלום עליכם קאווע שטיבל
איך האף אז דו פלאץ וועט הנאה האבן פון מיך, און פון מיין ברודער
(איך האב א ברודער וואס וויל שרייבן דא, אבער מחמת איזה סיבה, קען ער זיך נישט איינשרייבן, מילא וועל איך אים אויך לאזן ניצן די ניק)
ש'כח
@אנאנים פאר'ן אריינלאזן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לערן דיר טראכטן, נישט טוהן
האלט וואס שטומט, נישט וואס א צווייטער קען באשטיין פאר דו האסט נישט פארשטאנען האסטו נישט געוויסט
א נער איז איינער וואס ווייסט נישט איינער וואס פארשטייט נישט איז סתם פויל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
טראכט גוט וועט זיין גוט. נאר אמונה עד דלא ידע.
איך וויל ליינען די דעת הקהל און מיטטיילן מיינע ידיעות און מיינונג מיטן ברייטן ציבור
די מייסטער שליסל אנצוקומען צו השי"ת, צו זיך און צו חברים איז דורך ליבשאפט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אידל וואס פרובירט צו דינען דעם אויבערשטן, און פרובירט צו גיין אויפ'ן דרך פון רבותינו הקדושים, אונזערע זיידעס, און דרך הבעל שם טוב, און זיין רבי אחיה השילוני, און פרובירט אייביג זיין בשמחה, ווייל מיט שמחה קומט מען אן גאר ווייט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אינגערמאן אין די דרייסיגער, מיטל איינקונפט, פראבלעם סאלווער און דענקער
איך גלייך טעכנאלאגיע, היסטארי, און טאף לאוו צו פאליטיק
תורת אמת איז מיין פריאריטעט
ווי אויך איז דאס די סיבה צו מיין איינשרייבונג דא, זינט די אנדערע פארומ'ס זענען אין מיינע אויגן א חלק פון די פארדרייטע תורה, דעריבער נעם איך די שאנס דא
עס איז צום האפן אז מיין אנוועזנהייט וועט צוגעבן צום פארום און נישט אראפנעמען.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן טאג איך האף אז ענק האבן געהאט א פיינע טאג היינט מזאל נאר זעהן די גוטס איך האב באמערקט דעם קאאווע שטיבל און איך האב מחליט געווען צו אריין קוקען דערין און האפנטליך קענען קונה זיין אונטערסאנטע ידיעות און נהנה זיין מאוצרכם הטוב א גרויסן דאנק
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן מיינע טייערע חברים. עס איז מיר א כבוד אייך צו באגריסן, איך האב א געפיל צו שרייבן, ממילא ווען א פריינד מיינער האט מיר איבערגעגעבן וועגן אזא זאך פון קאווע שטיבל, האב איך מיך גלייך צוגעכאפט דערצו ווי צו געבראטנ'ס. איך בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, און איך האב אין פלאן צו שרייבן גאר שיינע זאכן בעזרת ה'.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א גאר נייגעריגע מענטש - א ידען וחוקר, און א גראד טראכטער מיט א ישרות הדעת
איך האב בוחר גיוועהן קאווע שטיבל ווייל עס איז זייער א אפענע פלאץ מיט ברייט טראכטיגע מענטשן out of the box אבער פרומע אידן
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין פאראינטערעסירט אין אידישער קולטור און שפראך, און איך וויל העלפן צו באהאלטן און פארשפרייטן דעם יידישן לעבנס-שטייגער.
איך האף אז דאס קאווע שטיבל וועט זיין א פלאץ וואו איך קען זיך צוזאמענקומען מיט אנדערע אידן און זיך פילן ווי אין דער היים. איך וויל דא קענען רעדן אידיש פריי און אן מורא, זיך אויסטוישן מיט אנדערע אידן, און לערנען נייע זאכן איבער אונדזער קולטור.
איך בין גליקלעך צו זיין דא, און איך ווארט מיט אומגעדולד צו באקענען זיך מיט אלעמען.
אנא שרייבט מיר אין די קאמענטארן וואס איר טראכט וועגן מיר, און וואס איר וואלט וועלן זען אין דעם קאווע שטיבל.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דאץ (אוך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב דא אויף ענגליש)
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
[ציטאט אראפגענומען]
ייש"כ: איך האב מיך (טאקע) געוואונדערט וויאזוי ס'האט זיך אדורכגעגליטשט דער נאמען "סקעפטיקעל" וואס איז זייער שטארק ענליך צו "סקעפטיקער".
ווייל ביי די אנדערע ניקס וועלכע האבן א פריער'דיגע ניק מיט אן ענליכן נאמען אזוי ווי שעפטאל ווס.שעפטל. אדער אפטימיסטיש ווס. אפטעמיסט איז די הברה אנדערש. און מ'קען נישט (גרינג) קומען לידי טעות.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א באשיידענע אינגערמאן וואס זוכט זיך אביסל אויסצולופטערן און מיטהאלטן נייעס און קאנטרערווערסיעס אין די היימישע גאס. איך פארשטיי אביסל צו פאליטיק און דאס גלייכן. קאווע שטיבל זעהט אויס צו זיין גאר א גאר א גרויסע קוואל פון וויסנשאפט אין ידיעות דערפאר האב שטארק חשק דא צו זיין.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
געלערנט אין סאטמאר אויפגעוואקסן אין בארא פארק געזען א וועלט אויסער סאטמאר זיך אייביג געוואונדערט פארוואס האלו מען אין סאטמאר אז זיי זענען מער חשובער וואו א צווייטע קהילה/חסידות און נאכדערצו אז אין סאטמאר פלעגט מען פרעדיגן אז זיי זענען אנדערש וואו אנדערע און זענען נישט קיין קעלבלעך וואס גלייבען אין א רבין בלינדערהייט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א איד געלויבט גאט, עליות און ירידות זענען א חלק פון מיין (און יעדעמ'ס) מציאות... אלץ אן אימאשינעל מענטש זענען מיינע עליות אויף א "היי" און מיינע ירידות א ריכטיגע "לאו"...
געהאט א ניק און געווארן געווארפן פון ישיבה צוליב נישט אריינפרעגן ביים שיעור און איך האף אז מיט מיין נייע נאמען גיי איך שוין זיין וואויל...
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
לכבוד די קאווע שטיבל מיטגלידער:
איך האב הנאה צו מיטהאלטן די אינהאלטסרייכע ארטיקלען און כ׳וואלט אויך געגליכן צו צוגעבן,
באשלאסן האב איך צו ווערן א מיטגליד נאך די לעצטיגע אויסשליסונג ענדערונג פאר די אויסגעשלאסענע, אבער פאר מיר איז עס א איינשליסונג מוטיגונג
און טאקע די מעגליכקייט צו קענען קאמענטירן!
יארגאנג: מיטעלע 20ערס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע יוד וואס זיכט צו הערן אין פארשטיין וואס אנדערע מענטשן טראכטן אין זאגן אין זיך טוישן די איינגעגעסענע שווערע נאטורן פאר די אמתֶ אין נישט וויי צוטוהן א צווייטע איד
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער שטארק הנאה פון קאווע שטובל און איך וויל ווערן א חלק פון די הייליגע סייט
ישר פארן אהערשטעלן אזא געשמאקע סייט
איך בין העפי צו דזשוינען אזא געשמאקע סייט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ארבעט פון א סטאר איך האב ליב צו לייענען איך האב ליב עקשן איך בין א חסיד פונעם סאטמארער רבי איך דאווענען שחרית און ראדני בית המדריש איז דא אינטערעסאנטע נוסים
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב זייער ליב אידישע היסטוריע. איך וויל ליינען און שרייבן וועגן דעם אידישן לעבנס שטייגער פון אמאל און היינט.
איך בין פרייליך צו זיין א חלק פונעם שטיבל, און איך ווארט זיך צו באקענען זיך מיט די עולם.
איך האף צום באשעפער אז מיינע ארטיקלען וועלן עושה רושם זיין.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין דא א גאר אלטע ליינער כאטש איך שרייב ווייניג ווייל איך בין נישט געוואונט צו שרייבן אין אידיש און איך וויל נישט נערווירן די ליינער דא (איך ווער אויך זייער נערוועז ווען איינער דא איז מגיב אויף ענגליש דא )
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב געהערט אסאך איבער קאווע שטיבל און איבער נושאים וואס ווערט דא דורכגעטוען און איך פיל איך קען אסאך צילייגען און הנאה האבן
א גרויסע יישר כח אויף אלעס וואס איר טוט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א נאךא פשוטע נארמאלער אינגערמאן וואס האט הנאה ציהערן אנדערע מענטשן מיינונגען אין אלע ענינים אין אריינלייגן מיין צוויי סצענעס אין איך דארף נישט אלעמאל זיין גערעכט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א ווינקל צי שמועסן און פארברענגען אין הערן אביטל וואס טיט זיך אויף די וועלט, איך ארבעט שווער איק איך דארף די פלאץ ווי מען קען זיך אויסליפטערן אין צי לייגן וואס איך האב צי זאגן צי די שמועס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א טיפיקעל אינגערמאן און די צוואנציגער יארן, שטארקע חובב נגינה חובב היסטאריע חובב ארט, שטארק אינטרעסירט און השקפה ענינים, און אין וועלטלעכע פאליטיק, שטארקע חסיד פון פרי ספיעטש
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטער יוד גלייכט צו לערנען אין שטודירן, היבש א נייגעריגער אין א קנאפע יענטע , א בן ארבעים וואס פירט זיך ווי א בן שלושים. קאווע שטיבל האט מיר ברייטערע נושאים ווי מ'קען ארויסקאלארען פין די באקס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאַן, א חסיד פון סאַטמאַר, וואס לעבט אין ברוקלין. ארבעט איך אין א היימישן געשעפט, און מיינע האָביס זענען לערנען, שפּילן מוזיק, און טיילן זמן מיט משפּחה און פריינט. האָפֿע איך צו טרעפֿן דאָ חברים מיט וועמען צו רעדן וועגן חסידות, לעבנס שאלות און אויך צו לערנען נייע זאַכן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטען איך בין דער ניק צדיקל איך בין א געסעטלטער אינגערמאן וואס גלייכט אויך צו מאכן א לעבען און זיך צו ענדזשויען אין די פרייע צייט איך האב אסאך וואס צו זינגען און צו זאגן איך בין זיכער אז די זאכן וואס איך וועל מיטיילען מיט אייך וועט אייך זיין גאר אינטרעסאנט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מחליט געווען אז איך וויל שרייבן און ליינען דא משום כמה סיבות און סתם פאר געשמאק זיך צי אויס ליפטערן און אריין קומען דא אין די ליידיקע צייט
דא אין קאווע שטיבל דאס איז די סיבה בעצם פארוואס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן איך וואלט זייער געוואלט עקספלארען די בהאלטנע אידישע וועלט, דא אויף די שטיבעל איז דא אזויפיל וויכטיגע אינפא וואס וועט מיך העלפן אנגיין מיט מיין פיין.
די אנדערע פלעטפארמס מעקן און ווארפען אזוי ווי און א דריטע וועלט קאנטרי, נישטא קיין אמת אדער עכטע אינטערטעינמנט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גטער איד פון אמעריקא, לייג תפילין און היט שבת קודש און ימים טובים ראש השנה יום הקדוש סוכות חנוכנה פורים פסח ל"ג בעומר שבועות י"ט כסליו און כ"א כסליו כ שבט....., מקפיד אויף יעדע הלכה אין שו"ע און האט א שיעור יעדן טאג
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א שטילע אינגערמאן וואס וואוינט אין די היימישע נא יארק אומגעגענט וואס איז אינטערסירט און מה הנעשה והנשמע בהעולם, פארבירט שטארק נישט צו ח"ו שטערן אדער וויי טוהן א צווייטן, אויב מאך איך א מאל א טעות און די נושא פון בין אדם לחבירו ביטע מיך לאזן וויסן ווי פריער.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שוין דא געווען כוויס נישט פארוואס מדארף נאכאמאל איינשרייבן
כבין א סאטמארע אינגערמאן אין די סיסטעם כגלייך עס איך וואוין אין מאנסי ב״ה שיין פרנסה
גלייך צו לעזן דא אפענע שמועסען פון אלע ערליי טאפיקס
אייוועלט איז געווארן אביסל צו קינדעריש, און צענזורירן טוען זיי נאר די מתי מספר ערוואקסענע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אגוטן, איך האב ליב נייעס, זעהן וואס עס טוט זיך אונטער מיר, אדער ארום די גאס, איך בין טאקע מער אויף'ן שטילערן זייט, אבער ווען איך זעה אז עס פעהלט עפעס אויס צו זאגן, וועל איך פראבירן מיין בעסט..
מיר קוקן ארויס פארשטייציך נאר צו הערן און ליינען גוטע און געשמאקע נייעסלעך....
אדאנק א שיינעם פארן ערשטן געלעגענהייט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מה נאמר ומה נדבר, ווי הייבט מען אהן?
איך בין געבוירן צו כשר'ע יידישע עלטערן, שוין פאר א שיינע פאר יאהר צוריק.
שוין גענוג לאנג צוריק, אז אפילו איך, דעם נושא דא באשריבן, געדענק איך שוין נישט וואס האט דאן פאסירט, און ווי אזוי עס איז צו געגאנגען.
ליינענדיג, און הערענדיג, ווייס איך חאטש ווי איך בין געבוירן, ווער מיין סנדק איז געווען, און ווער מיין מוהל איז געווען, און ווי מיין ברית איז פארגעקומען.
און אפילו ווען איך בין געבוירן, און וואס פאר א נאמען מ'האט מיר דעמאלס געגעבן.
המשך יבוא.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך שריייב מיר איין אין קאווע שטיבל ווייל איך וויל האבן שמועסן וואס מען האט נישט אויף אנדערע פלאטפארמעס כידוע, און מען קען הערן און רעדן דברים העומדים על הפרק אן די ארומיגע גארביטש, און אזוי ווי ס'האט זיך ארויסגעוויזן כמה פעמים זענען דא אויף דעי פלאטפארמעס גאר טאלאנטפולע שרייבער און בעלי מחשבה וואס ברענגען ארויס די נקודות מיט א זאכליכקיייט און א קלארקייט וואס מען טרעפט נישט אין אנדערע אויסגאבעס אדער צייטונגען.
יישכ פאר די געלעגנהייט.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין פארהייראט. אין איך האב 2 קינדער בלע"ה.
איך בין נישט א כולל שטיפער.
אין די היימישע אויסגאבעס איז דא אסאך אינפארמאציע וואס פעלט. וועגן דעם דארף מען האבן קאווע שטיבל ווי יעדער קען זאגן זיין מיינונג.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
די פארום זעהט אויס צו זיין איטערעסאנט פאר מירי, סיי צולי די רייכע צאל נושאים און סיי צוליב די אפענקייט וויאזוי מען דיסקוסירט ע"ס, ובפרט זעהט אויס אז ס'איז דא אזעלכע ניקס וואס מ' קען אסאך נאשן פון זיין.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שטילער אינגעמאן פון מאנסי, אין די דרייסיגער. איך גלייך צו פארברענגען מיט אנדערע בעיקר צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן.איך גלייבן אז קאווע שטיל איז די ריכטיגע פלאץ געאייגנט פאר דעם.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך האב מחליט געווען צי ווערן א חבר אין קאווע שטיבל כדי צי קאנען מיט האלטען אין זיין אינפארמירט מיט נייעס אין שמועסן פונעם היימישען ציבור אין די יודישע שפראך אויף א פלאטפארם ווי מענטשען קענען אויסדריקן זייער מיינונג אויף א פרידליכען פארנעם
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א תורה וגדולה איד פון ברוקלין וואס האט ליב מיטהאלטן אין צו וויסן וואס עס טוט זיך אין די אידישע וועלט יישר כח פארן געבן די געלעגענהייט
הצלחה וברכה שמחה ונחת
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א ריזיגע יישר כח פארן געבן פאר מיר אין אזויפיל אנדערע אידן די געלעגנהייט צי הערן אויפריכטיגע פאקטן אויף אלע סארט נושאים
שירבו כמותכם בישראל ויפוצו מעיינותיכם חוצה בלי גבולות כיה''ר
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ווען איך בין געוועזן א קינד האב איך געלערנט און תלמוד תורה וואס איז געוועזן נאנט צו מיין היים אלע מיינע קינדער יארן און די זעלבע מוסדות געגאנגען זומער און קעמפ פון די 8 יאר.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן אלע - איך בין א פשטע שטילער אינגערמאן. איך וויל ליינען און שמוסען וועגען וויכטיגע טעמעס וואס ווערן פארוויטש און פארמעקט ביי די אליגעמיינע גאס, מען ברויך מאכן אויפמערקזאם פון זאכן וואס ברויכן א שינוי ביי אונז. האף אז אונז קענען מצליח זייין מיט עפעס
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זיך א געשמאקע ווינקל צו ליינען און פארשטייט זיך צוגעבן..
קאווע שטיבל קוקט מיר אויס צו זיין די פאסיגע ארט.
איך בין אין די נידריגע דרייסיג'ער יארן, איך גלייך צו ליינען איבער חינוך שלום בית און פאליטיק.
בשם השם נעשה ונצליח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל ארויפקומען מיטהאלטן די כסדרדיגע אינטערעסאנטע שמועסן, עטליכע מאל האב איך זיך שוין באגעגנט מיט די שטיבל, אבער נישט געקענט אריינגיין, דעריבער וויל איך זיך רעגיסטרירן און מיטהאלטן וואס טוט זיך אין קאווע שטיבל, איך האף צו קענען הנאה האבן און פארברענגן אינאיינעם מיט א געשמאקקייט
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגרמאן פין ברוקלין איך האב זייער ליב צו ליינען אין צו באקומען נאלידזש אין איך האלט אז איך קען אסאך צו געבען צו די פלאץ אין איך האב זייער ליב אזא פלאץ ווי מען קען זאגען אין הערען דעם דעת הקהל אין אין ןןי אויך קען מען זעהן טאלאנטאן וואס מענטשען האבן ווי נמשל שרייבן וכו
בעט איך ביטע עפענען מיין ניק יישר כח
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א 30 יאר אלט פון אפסטעיט ניו יארק איך האב ליב פאַרשידענע טעמעס וואָס איך וועל פּרובירןצו שרייַבן אויף ווי -חסידישע און וועלט געשעענישן ,אלץ יארען אלטע ליינער וויל איך מיר בּאדאנקען פאר די אנפירער פין דעם זייטעל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
גוטער איד #
א גטער איד פון אמעריקא, לייג תפילין און היט שבת קודש און ימים טובים ראש השנה יום הקדוש סוכות חנוכנה פורים פסח ל"ג בעומר שבועות י"ט כסליו און כ"א כסליו כ שבט....., מקפיד אויף יעדע הלכה אין שו"ע און האט א שיעור יעדן טאג
חנוכנה פארשטיי איך אבער וואסי כ' שבט?