☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

הרב מטאפראוו » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:37 pm

· #471781
מיין וואינג איז אין ארץ ישראל
טאלאנטן: איבערארבעטן ספרים,
איך האב ליב היסטאריע בעיקר פון חסידות גאליציען
איך טו אין יחוס בעיקר נכדי צאנז

זשענעסיס » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:38 pm

· #471782
קאווע שטיבל איז א יחד במינו, איך בין שוין געווען אויף צענדליגער וואטסעעפ גרופס, טעלעגראם, אייוועלט, און אפילו א געשמאקע קיפקע אין ביהמ"ד, גארנישט קומט נישט צו צו די רייכע און קלארע אינפארמאציע און בעטעמטע רעיונות וואס ווערן געליפטערט דא אויף די קאווע שטיבל שפאלטענעס. די דראנג צו ענטפערן ווערט שטארקער ביי די דעי און עט סאם פוינט באשלאסן צו נעמען דעם שריט און זיך איינשרייבן.

דארפסמאן » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:39 pm

· #471783
יאך בין אן אפטער באזיכער דא אויף קאווע שטיבל. מי אני שיכניס ראשי בין ההרים הגדולים, אלנפאלס קוקענדיג היינט פיט איך אריין אלס'ן דארפסמאן.
נא, זאל זיין מיט הצלחה.

טובי געלד » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:40 pm

· #471784
יאך בין א אפשטאמיגער פון פוילען פון שטאט חעלעם דארטען זעען געווען אידען מיט לויטער חכמה די וועלט דערציילט חעלעמע מעשיות ווייל מ'וויל נישט ביי עין הרע'ען די חעלעמע חכמים דערפאר איז קאווע שטיבעל די ריטעגע ארט וויל קאווע שטיב איז א ארט פון חעמה וואס מאיז נישט אזא אויבער חכם צו איבערקיקען די טעמעס און די נושאים אזוי ווי אנדערע פאראמס וואס לאזען נשיט פארמערען חעמה נאז זייער אייגענע אגענדע וואס איז זייער נישט אויסגעהאלטען

Media » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:41 pm

· #471785
איך זיך פשוט א געשמאק קרעמל ווי צי פארברענגן איו זייטיגע צייטן
און דאס קוקט אויס צי זיין די בעסטע פלאץ פאר דעם

איך האב ליב נייעס און טעכנאלאגיע
און סיי וואס סאיז אינטערעסאנט

סדרן » מיטוואך אפריל 28, 2021 8:42 pm

· #471786
שלום עליכם אלע פרישע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!

אייראפעישער חסיד » זונטאג מאי 9, 2021 8:07 pm

· #472790
איך בין א חסידישער יונגערמאן וואונט אין אייראפע . וואלט געוואלט האבען א טייל אין די שמועסן אפשר קען איך אויך עפעס צוגעבן פון מיין קוקווינקעל. איך בעט מען זאל מיר רעספעקטירן און פארשטיין אפילו איך בין אנדרעש ווי אייך ס'אמאל אינטערסאנט צו הערן פון א חאניאקישע יונגערמאן זיין מיינונג.

וויינשעל » זונטאג מאי 9, 2021 8:08 pm

· #472791
א ליינער שוין פאר לאנגע יארן. שוין צייט זיך צו באטייליגן אין די שמועס פון צייט צו צייט. שרייבן אפנהארציג וואס ליגט אויפן צונג און אין קאפ איז א נישט צום געפונען אין אידיש מיטן אויסנאם פון ק"ש.

מיין אמת » זונטאג מאי 9, 2021 8:08 pm

· #472792
איך האב אסאך געליינט דא אין קאווע שטיבל איבער דברים העומדים ברומו של עולם ווי למשל עדיקאציע, מצוות, און איבער פארשידענע זאכן וואס פלאגט אינזער פאלק,אין איך פיל אז האב וואס ציצולייגען, על כן נעם איך זיך די פעדער אין האנט כיד השם הטובה עלי

א פרעמדע צוקוקער » זונטאג מאי 9, 2021 8:09 pm

· #472793
איך האב שטענדיג געזיכט א פלאץ ווי איך קען ליינען אינטערסאנטע נייעסעלך און וויסענשאפט און ידיעות אין די היימישע שפראך אידיש וועגן דעם וויל איך ווערן א מעמבער ביי קאווע שטיבל ווי מען קען קונה זיין אזוי פיל ידיעות!

סדרן » זונטאג מאי 9, 2021 8:10 pm

· #472794
שלום עליכם אלע פרישע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!

תפוח » דינסטאג יוני 1, 2021 7:46 pm

· #474420
כתפוח בעצי היער
איך וויל נישט זיין די שטאט'ס נער
כן דודי
דאס איז יעדער איינער מסכים, יחד כולם הודו
בין הבנים
און איך גיי מיך נישט פירן מיט די מידה פון ביישנים

שרייטס אלע, קיין קאווע שטיבל מען גייט מען גייט

יענקאלעלו » דינסטאג יוני 1, 2021 7:47 pm

· #474421
א שטארקער חובב היסטאריע מכל החוגים בכלל ישראל מימות אדם הראשון ועד ימינו אלה, מיט א שטיקל אייגענע צוויי פיאסטער אויף כמה וכמה פון הקורות אתנו, ידיעה מקיפה כמעט אויף יעדן טאפיק בקודש ולהבדיל בחול, שוין געליינט הונדערטער אשכולות אויפן שטיבל פאר די לעצטע 5 יאר

טריי סטעיט » דינסטאג יוני 1, 2021 7:47 pm

· #474422
שלום עליכם. א טריי סטעיט אידל מיט א שטארקע אינטערעסע אין חסידישע געזעלשאפטליכע געאגראפיע וואס ווילזיין א חלק פון די שמועס. לעת עתה וואוינען מיר אין שטעטל אבער מיר האפן בקרוב צו טרעפן אונזער מקום מנוחה אין א ביליגערע מקום.

ברא כרעא דאבוה » דינסטאג יוני 1, 2021 7:48 pm

· #474423
איך בין עוסק אין פרנסה און צו די זייט פארברענג איך אביסל אויף קאווע שטיבל, עכט נישט קיין ספעציעלע היסטאריע, פשוט און גראד, א ברא כרעא דאבוה!

בְּתוֹךְ עַמִּי » דינסטאג יוני 1, 2021 7:48 pm

· #474424
שלום עליכם טייערע אידן.
ווי ס׳פארשטענדליך פון מיין ניק וואס איז על שם ווי ס׳שטייט אין פסוק ׳בתוך עמי אנכי ישבת׳ וויל איך אויסניצן דעם פלאטפארמע אויף דיסקאסירן אלעס איבערן ענין פונעם גלות בתוך גלות.
איך האף מיט די הילף פון ענק אלע צו ווערן קלארער איבער די בעסטע אופן וויאזוי צו זיין באקוועם, עצות און מהלכים צו לעבן א חיים של אושר, צו שטיין פעלזן פעסט בו בזמן ווען שטארקע שטורעם ווינטן בלאזן און פראבירן אומצו-ווארפן די וואס ווילן/קענען נישט מיטגיין 100% מיטן שוואָנג פונעם סיסטעם.

פיינער מענטש » דינסטאג יוני 1, 2021 7:49 pm

· #474425
איך בין א וואולער איד פון וויליאמסבורג, איך גלייך מוזיק אין נגינה, אין ליין אסאך די וועקער אין אנדערע מעמוארן פון אייער וועבזייטל, איך גלייך דאס מוראדיג, אין וואלט געוואלט קענען קאמענטירן אויך. א דאנק

דער אמת » דינסטאג יוני 1, 2021 7:49 pm

· #474426
יא, שלום עליכם טייערע אידישע קינדער קינדער פון איין טאטן און איין פאלק אין די מערסט אויסגעהאלטענע שכל'דיגע אין העכערע אידילאגיע
איך האב אסאך געליינט אין קאווע שטיבל און הנאה געהאט פון די טעמעס ווי אזוי די ריתחא דאורייתא גייט דא האב איך באשלאסן אויך אריין גיין אין די חבריא און מפלפל זיין ווען מען דארף און זיין שטיל ווען מען דארף האבנ'דיג די ריכטיגע דרך הלימוד וואס איך האב קונה געווען דורך אויס מיינע בחורישע יארן
געגאנגן

מורינו ורבנו » דינסטאג יוני 1, 2021 7:50 pm

· #474427
לשמוע ולהשמיע, ללמוד וללמד, להנות ולהנות, לשכול ולהשכיל, לישפע ולהשפיע, לקיים ולהתקיים, לחיות ולהחיות, לאכול ולהאכיל, לשקות ולהשקות, לנבא ולהתנבאות.

צו געבן פון מיר פאר יענעם און צו נעמען פון יענעם פאר מיר, הערן און פארשטיין די צרכים פונעם דור, און קענען אויספירן דעם שליחות פונעם אויבערשטן אויפן בעסטן פארנעם.

Post » דינסטאג יוני 1, 2021 7:50 pm

· #474428
Hi I am an old reader, that decided that it’s about time to create my own Nick
.Hope to enjoy. And hope you will enjoy me
First let’s greet each other make a coffee and get to know ourselves. And we’ll take it from there.

dafishman3080 » דינסטאג יוני 1, 2021 7:51 pm

· #474429
איך בין א מאדערנער מענטש, א פראפעסאר, 64 יאר אלט. א פריינד פון חרדישע יידן, און פון כלל-ישראל. איך לייען דעם "וועקער", און "די צייטונג". כ'זע אז אין "קאווע שטיבל" קומען פאר אינטערעסאנטע שמועסן. און א מאל דארף איך האבן ביי וועמען זיך נאכצופרעגן וועגן א ספר אדער די ביאגראפיע פון א גדול-בישראל. אפגעדרוקט עטלעכע ביכער, רעדארקטירט א באנד דרשות אויף יידיש פון הרב יוסף דוב הלוי סאלאווייטשיק, און בקרוב וועט ארויס א צווייטער באנד.

חמר גמל » דינסטאג יוני 1, 2021 7:52 pm

· #474430
בעבר בין איך געוועזן א חסידישער יונגערמאן אריינגעטוהן אין די גאנצע ענין ראשי ורובי, אבער איצטער בין איך שוין ליידער נישט אין די כלים לגמרי אבער עס אינטערעסירט מיר נאך וואס דער היימישער עולם האט צו שמועסן אין פארקויפן

וואסער » דינסטאג יוני 1, 2021 7:52 pm

· #474432
שוין א לאנגע צייט וואס איך האלט מיט אינטערסאנטע דיסקוסיעס אויף קאווע שטובל און איך האב שוין לאנג געקלערט אז אפשר איז אינטערסאנט אריין צו רעדן ביי געוויסע זאכן וואס איך האב א מיינונג אבער איך קען נישט ווייל איך בין נישט איינגעשריבן

מאיר קלוינמיוס » דינסטאג יוני 1, 2021 7:54 pm

· #474433
א גוטען נאכט

איך בין א יונגל פון לאנדאן, איך לערן דא אין א חדר (איך גיי נישט זאגן וועלכע), איך בין צוועלעף. איך האב נישט געזעען אז קינדער שרייבן אויף דיע סייט, אבער איך וויל קענען ליינען.


קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן

א דאברא אייניקל » דינסטאג יוני 1, 2021 7:58 pm

· #474434
.

סדרן » דינסטאג יוני 1, 2021 7:59 pm

· #474435
שלום עליכם אלע טייערע אידן פרישע חברי קאווע שטיבל
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס זיך הערן!

תפוח » דינסטאג יוני 1, 2021 10:31 pm

· #474444
שכוח הנהלת הקהילה. לאאקינג פארווערד.

פאליטיקאנט » מיטוואך יוני 2, 2021 5:33 pm

· #474522
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מאיר קלוינמיוס


קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן


נאך א מזל כ'האב נישט געשריבן מיין יארגאנג.
מען מעג זיין אויף קאווע שטיבל אונטער 17? כ'פרעג פלעין.

א גוטע טאג, מיין באס קומט שוין.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג יוני 3, 2021 4:11 pm

· #474618
אונז דארפן נאך אזעלכע אינגלעך ווי דיר... ברענג אהער דיין גאנצע כיתה.

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:18 pm

· #474635
פאליטיקאנט
מאיר קלוינמיוס


קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן


נאך א מזל כ'האב נישט געשריבן מיין יארגאנג.
מען מעג זיין אויף קאווע שטיבל אונטער 17? כ'פרעג פלעין.

א גוטע טאג, מיין באס קומט שוין.

אזוי יונג און שוין באהאווענט אינעם שווארצען געוועב?
האנדלען מיט סטאקס אין אזא עלטער ? ממש א ילד הפלא!

אייראפעישער חסיד » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:20 pm

· #474636
איין באשעפער ווייסט וויפיל פון די נייע ניקים זענען מנשה! אדער מנשה'ס(ודו''ק)

סעגאל » דאנערשטאג יוני 3, 2021 8:38 pm

· #474638
אין צום דריטען מאל!!!!

ב.ד.וו. נאך וויפיל תגיבות מעג מען שוין באשילדיגען אלס מנשה?

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יוני 3, 2021 10:14 pm

· #474645
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
סעגאל
אין צום דריטען מאל!!!!

ב.ד.וו. נאך וויפיל תגיבות מעג מען שוין באשילדיגען אלס מנשה?
אויפן גנב ברענט דאס היטל[emoji1787]

סעגאל » פרייטאג יוני 4, 2021 8:16 am

· #474661
????

ליב צו וויסן » פרייטאג יוני 4, 2021 11:18 am

· #474690
ס'איז פאראן אלע סארטן טראלס אויף ק"ש, די מערסט באקאנטע זענען די וואס זענען כסדר ביזי טרעפן מנשה... 😂 😂

berlbalaguleh » פרייטאג יוני 4, 2021 11:31 am

· #474694
פאליטיקאנט
מאיר קלוינמיוס


קאווע שטיבל איז נישט געמאכט פאר קינדער. די ניק איז נישט אקטיוויזירט. הצלחה רבה.
סדרן


נאך א מזל כ'האב נישט געשריבן מיין יארגאנג.
מען מעג זיין אויף קאווע שטיבל אונטער 17? כ'פרעג פלעין.

א גוטע טאג, מיין באס קומט שוין.

פאליטיקאנט: איך קען נישט אזוי גוט רעכענען. אבער איך ווילל וויסן וויפיהל מאל דו ביסט שוין אריבער דייין 17'טן געבורטסטאג...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. איינער האט געזאגט פאר זיין חבר אז ער געט איהם 100 דאללער אויב ער קען זאגן א ליגנט אומגעטראכט. רופטציך אן דער חבר..."דו האסט דאך געזאגט אז דו געסט מיר דאללער 200...!

סטודיו » מיטוואך יוני 9, 2021 8:38 pm

· #475235
איך האב מלחיט געווען צו ווערן א מיטגליד פון די רגע כ׳האב געזעהן דער ערשטער ׳וועקער׳ אין שוהל ראש השנה ביינאכט, איך געהער נישט צו קיין ספעסיפע׳׳ק חסידות אבער סאטמאר געשטימט,
שכח.

איש תבונה » מיטוואך יוני 9, 2021 8:38 pm

· #475236
איך האב זייער הנאה פון די אפענע דיעלאג צווישן אלע מיני אידן אויף אלע מיני פארשידענע ענינים, עס עפענט אויף די קאפ צו זעהן אלע צדדים אויף אזויפיל מיני ענינים שונים העומדים ברומו של עולם

ויצמן » מיטוואך יוני 9, 2021 8:39 pm

· #475237
א אינגערמאן וואס דרייט זיך פין קאווע שטיבל אין כולל צום קאווע שטיבל אויפן לעפטאפ. אינטערעסן טאלאנט שאיפות אדער פלענער האב איך נישט. שטאמט פין די וויליאמסבורגע חסידות, הצלחה

שמחה פנימיות » מיטוואך יוני 9, 2021 8:39 pm

· #475238
איך בין דורך אינעם עבר פונקט ווי יעדעם איינעם איך גיי דורך אויפן טאג טעגליכן לעבן פארשידענע זאכן פונקט ווי יעדעם אבער דעס אלעס איז נאר ווען מען קוקט חיצוניות'דיג ווען מען טראכט אריין מיט א טיפערען בליק זעיט מען גלייך אז ס'איז נישט דא קיין צוויי מענטשן אין די גאנצע בריאה וואס ענדלן איינס צים צווייטן ביי יעדעם באדייט דאס ווארט גאט אנדערש (אוודאי די וואס זענען געווארן אויפגעצויגן אין זיי זענען קראנק בנפש אבער עם כל זאת נאכדעם וואס ער איז שוין געזינט איז עס אויך אנדערש ביי יעדעם עס ווענדט זיך ווי א נאטור וכו') איינער האט נישט ליב קיין מוזיק בכלל אין ביי זיין שכן אין שול גייט נישט דורך קיין שעה צייט אן דעם וואס ער הערט אויס ניגונים אין די ליסטע ענדיגט זיך נישט דא (עס האט זיך נאך קוים אנגעהויבן) לאמיר אביסל ציזאמען דורך טון ענינים וואס טוט זיך אויפן אייבערשטענס בריאה אין אריינגיין אביסל טיפער ווי אינזערע אויגן זעין!

להלכה » מיטוואך יוני 9, 2021 8:40 pm

· #475239
וייל איך זוך אויס צושמיסן געוויסע הלכהדיגע טעמעס לידיעת הציבור יגדיל תורה ויאדיר ולפולפל חברים חשובים הבקיאים ויתרבה הדעת ורבים יהנו ומלאה הארץ דעה הרבה יודעים ושותקים דאין להם מקוםועל ידי זה ידעו מה עליהם לעשות לשמור ולעשות וקיים

ניינטער » מיטוואך יוני 9, 2021 8:40 pm

· #475240
יא, כ'בין א חסיד'ישער יונגערמאן, און יא, כ'בין א פרומער, און יא, גלייכצייטיג מער אפן ווי מיינע חברים. איך פאלג גאט'ס געבאטן ווי איך פארשטיי זיי, און דאוון מיט מנין ווען מיינע קינדער האלטן מיט

פשוטע איד » מיטוואך יוני 9, 2021 8:41 pm

· #475241
כהאב הנאה צו פארברענגען, איך בין און די מיטעלער צוואנציגערס, מיינע אינטערעסן זענען נייעס און ליבעראלע מיינונגען וכו,

נחמד » מיטוואך יוני 9, 2021 8:41 pm

· #475242
איך בין א שטארקע דאבשינע חסיד, וואוינט אין לינדען, זוכט נישט פאליטיק האט ליב חומוס מיט פאפקארן. זוכט צו סאציאליזירן אונליין. איך שרייב גוט און קען גוט זינגן אויך

זיי אמת'דיג מיט זיך » מיטוואך יוני 9, 2021 8:41 pm

· #475243
אויפגעוואקסן בין איך בערך אזוי ווי יעדעם איינעם אין חדר בין איך געווען געהעריג אין ישיבה האב איך זיך גיט געפינען און נאכן חתונה ספיציעל האב איך אנגעהויבן צי נעמען אין באטראכט וויפל זאכן מענטשן טון פשוט אן טראכטן נאר וועגן מען איז אזוי צו געוואוינט אין דאן האב איך אנגעהויבן לעבן אז יעדע זאך וואס די טוסט דארפסטי פארשטיין פארוואס די טוסט עס אין די תירוץ מעג קיינמאל נישט זיין יעדער ניץ דיין אייגענע שכל אין זיי מחליט וואס צי טון

יעל קגם » מיטוואך יוני 9, 2021 8:42 pm

· #475244
Im a Chasid that has interest in all topics and likes to understand the deeper meaning of what I'm doing here, Iv'e been reading Kave Shtibel for a while but saw a few Tegivos that I wanted to reply to so I decided to join

מילי מעלייתא » מיטוואך יוני 9, 2021 8:42 pm

· #475245
קאווע שטיבל איז מיר באקאנט אלץ אן אפענער פלאטפארמע צו ליינען און שרייבן געדאנקבארע און שרייבערליכע ארטיקלען פאר געלונגענע אידישע שרייבער. איך גלייך צו שרייבן און איך גלייך צו ליינען א גוטע הומעראסטישן ארטיקל, האב איך געטראכט אז פון ליינען ארטיקלען וועל איך אינספערירט ווערן צו שרייבן אזוי וועל איך קענען ארויסברענגען מיינע געדאנקען און קענען מהנה זיין אנדערע ליינער.

נעקסט לעוועל » מיטוואך יוני 9, 2021 8:43 pm

· #475246
איך בין שוין א ליינער אויף קאווע שטיבל עטליכע חדשים. איך האב זייער הנאה פון די ענינים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, און איך האב שוין באקומען פילע נייע ידיעות און בארייכערט מיין פארשטאנד אין פארשידענע טעמעס פון אנדערע קוק ווינקלען. אזויווי איך האב עטליכע מאל וואס צו צולייגן האב איך ענדליך גענומען די צייט זיך איינצושרייבן.
גענוג ?

moody » מיטוואך יוני 9, 2021 8:43 pm

· #475247
שלום עליכם! איך בין א שטילר אינגרמאן, וואס באלאנגט צו אייער פון די מינאריטעט חסידי'ער אין וויליאמסבורג.
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל נאכן זיך דרייען דא א שטיק צייט אין גאר שטארק הנאה געהאט פון טייל פון די נושאים וואס מען שמיסט ארום אין שפירידיג טייל מאל אז איך האב עפעס צוציגעבן, פרעגן אדער קלארמאכן.
איך האב ליב כמעט אלע סארטן ידעות, (אין דאס איז אפשר איינער פון די סיבות פארוואס איך בין אזוי moody ווייל איך לויף פון איין ענין צום צווייטן).
דא שרייבען חברה וואס זענען קענטליך ערערנסטע יודע ספר. דענקער און פילאזאפן.

סדרן » מיטוואך יוני 9, 2021 8:45 pm

· #475248
שלשה עשר מי יודע...
אלע 13 נייע מעמבערס זענען מכובד זיך צו מאכן באקוועם און זיך צו לאזן הערן.

אלע אלטגעזעצענע מעמבערס זענען מכובד אויפצונעמען די נייע מעמבערס מיט פאזיטיווע ענערגיע...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94