☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94

סמבטיון » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 9:42 am

· #389166
הייליגע פישטו, האסט נישט וואס צו הערן פון די גבאים, קענסט שוין יעצט אנהייבן שרייבן, פארשטייט זיך לפי מסת הפנאי..

פשטו ידיכם » דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:50 am

· #389169
נאך פאר וואס ווען און וי, בינעך מודיע פאר'ן גאנצער קהל אז מיר פראווען אי"ה דעם פשטו טיש די מוצ"ש
וי מ'וועט טיילען די הייליגע קנאבל און עסן פיש לכבוד השם יסבורעך שטייטצעך
צום שליס פון מעמד וועלען מיר מאכען א גרויסען פשטו לכבוד השי"ת

איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 18, 2017 10:20 pm

· #389399
איימעניט, פון וועלכע גבאים רעדסטו?

Instagram » מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 12:27 pm

· #389534
א גוטן.
איך פאוסט פאר קאווע שטיבל אויף איסטעגרעם, צו פארשפרייטן אונזער נאמען, און צו פראמאטן דער וועקער.
אויב זעהט איר א פאוסט וואס קען ציען דעם אויג, קענט איר מיר אישי'ן, אימעלן אויף <!-- e --><a href="mailto:kaveshtiebel.instagram@gmail.com">kaveshtiebel.instagram@gmail.com</a><!-- e -->, אדער מעסעדזשן אויף איסטעגרעם צום נאמען kaveshtiebel@.
אויב לייק איך אייער פאוסט, איז עס לכאורה ארויפגעלייגט געווארן.

לבי ובשרי » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm

· #389886
גאר א געשמאקער קריעטיווע ווינקל, א נחת צוצוקוקן צו די כשרומות פון היימישע טאלאנטפולי אינגעלייט, מלא וגדוש, קאווע שטיבל איז א וואונקל ווי אלעס געפינט זיך, מחשבה, דעה, סתם א געשצאקן שמועב, מלא תוכן, געשמאק, אינהאלטסרייך

דביקות » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:00 pm

· #389887
איך דריי מיך שוין יארען אין קאווע שטיבל אין איך האב הנאה צי ליינען,
איך בין פשוטה כמשמעו א דביקות'דיגע איד!
it's very hard for me to write from my phone yiddishe
I'm 21 years
And I'm a tzaddik

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 6:01 pm

· #389888
איך בין אינטערעסירט אין סיי וואס איז אינטערעסאנט, מיין מצב איז זייער גוט, איך בין אין די שנות הרדיפה, אונזער משפחה געהערט נישט אין ערגעץ, איך האב נישט קיינע אויסערגעווענליכע טאלאנטן אדער פלענער, מיין שאיפה איז "TO ENJOY LIFE", וואס איך האב מיטצוטיילן וועט נאכקומען.

שלומה » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:53 pm

· #390284
עס איז זייער אן אינטערסאנטע זייטל אין איך האב דא געזעהן אסאך אנטערסאנטע זאכען און אסאך מאל געווילט צו לייגען אבער איך האב נישט געקענט וויל איך בין נישט געווען א חבר וועגען דעם האב איך אפגעמאכט זיך איינצו שרייבען כדי איך זאל אינגאנצען קענען מיט לעבען מיט די עולם

לאקש » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:54 pm

· #390285
איך האב ליב צו מיטהאלטן אלע מינע נייעס סיי חסידישע סיי וועלטליכע אזוי אויך וויל איך צילייגן מיינע הגהות אויף אלע ענינים. איך וואוין אין אמעריקע איך בין געווענטליך דעמאקראטיש גענויגט

מאזאל » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:56 pm

· #390286
איך בין א שנה ראשונה יונגערמאן וואס וואוינט אין לאנדאן. וואס זאל איך טוהן אז אין כולל בין איך נישט אינטרעסירט צי גיין ווייל איך האב בעסערע קאווע אינדערהיים אין חברים דאהי האב איך נאכנישט ווייל איך בין נישט פין פין דא. בין איך געקומען צי א החלטה מיך איינצישרייבן אין קאווע שטיבל ווי איך פלעג פון צייט צי צייט אריינקומען אלס גאסט אין מיינע בחרושע יארן

קיפעלע » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 7:58 pm

· #390287
איך בין א עכט היימישע חסידישע סאטמארע וויליאמסבורגע איד.
איך האף הנאה צו האבן דא אזוי ווי אין א סאטמארער בהמ''ד'ס קאווע שטיבל...
און פארשטייצעך אייך צו מהנאה זיין אזוי ווי איך קאווע שטיבל.

יענקל מעצגער » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:57 pm

· #390938
איך האב מחליט געווען אנטייל צונעמען אונעם קאווע שטיבל נאכען איבערקוקען אזוי פיל באלערענטע אשכולות פול באלערנטע און טאלאנטפולע שרייבערס מלא חן, שפיר איך פארוואס זאלן איך נישט מוטיילן אביסל מיינע רעיונות מיט די אלע שרייבערס און ליינער. יישר כח

Default » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:58 pm

· #390939
טייערע חברים פון קאווע שטיבל יצ"ו
אזא געשמאקע פלאץ פשוט א שאד נישט צו זיין א חלק,
איך האף איך וועל הנאה האבן. און ענק וועלן הנאה האבן.
ווינטש אייך אלעס גוטס.
רב דיפאלט

1111 » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:59 pm

· #390940
im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee

או אינו » זונטאג דעצעמבער 10, 2017 10:00 pm

· #390950
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
1111
im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 12:58 am

· #390965
או אינו
1111
im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!


I guess spell check is not the ultimate solution for precision. But either way welcome aboard

או אינו » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 1:03 am

· #390967
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
U mean Google voice? In any event language and is just a means to communicate words and inner feelings. So misspelling doesn't matter much, unless you deal with a Williamsburg businessman that due to the lack of Education needs hundred percent.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:31 am

· #390973
so google voice capitalized the E in Education ?...

😃

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 13, 2017 8:17 pm

· #391244
וואלווי
או אינו
1111
im a 28 years old business men from williamsburg with 6 employees, i like to think deeply and hear what other people have to say
i love to socialize and to get to know people
my business grows every year with another employee
A new matric to measure growth!!


I guess spell check is not the ultimate solution for precision. But either way welcome aboard

Volvi: I hope the 28 years old bizness men from villimsburg is not in charge of payroll in hiz kompeny/ Also/ hiz sekretery iz nut a gredjueyt from de seym skool ez hee iz...!

מתחזקק » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 2:27 pm

· #391518
און קאווע שטיבל איז דא גוטע נייעס.
די ביסט א חלק אלוק ממעל, אוי ממעל, די ביסט הילייג, גארנישט טוט נישט ווי בכלל!
הער וויסט דאס בעסטע וויאזו דאס וועלט צוי פירן
השלך על השם און לאז דיך נישט פאפירן!
אונז מיטן דעים באשעפער זענען איינס!

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 8:16 pm

· #391544
ווי אזוי ליינט מען עס, מתחזק אדער מתזקק?

ברוך שפינוזה » מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 6:38 pm

· #391738
געוואלדיג
חמלה גדולה
אין האבין שלעכט מידות


????


חסורי מחסרא והכי קתני, פרויען זענען שוואכער פיזיש און זענען מער סענסיטיוו גייסטיש און געפיליש,און מענער האבן שלעכטע מידות.

קעראוועלטהיינט » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:08 am

· #392060
היי, כ׳הייס אביגדור, און ס׳איז גרר פשוט איך נאר וויל צו האבן א פלאץ צו שרייבען און ריידען אויף אידיש מיט אנדערע מענטשן בכלל, און בפרט מיט מענטשן וואס אפשר נוצן א אנדעריש אידיש פון מיר. בין איך א ליובאוויטשער חסיד, לכן, די רוב פון מיין נוצינג פון אידיש איז פאר ליינען שיחות, און מאמרים א.א.וו. און ביז אוועקגעפארט האב איך פון גאולה נעבן מאה שערים (וואו האב איך געוואוינט פאר א ביסל בשעת לערנען אין ישיבה), האב איך גרר ווייניג גענוצט אידיש. און דערפאר וועט זיין טאקע א מחיה צו נוצן עס פון צייט צו צייט בפועל ממש. מיין אידיש איז טאקע נישט די בעסטע אבער, אי״ה עס וועט ווערן בעסער און בעסער!

ליפא » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:13 am

· #392061
אפשר גאר רובאשקין אליין? 🙂

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 1:15 am

· #392063
ליפא
אפשר גאר רובאשקין אליין? 🙂

זאג אים אז ס'איז געווען א כינוס כלל ישראל דריי יאר נאך וואס ער איז געגאנגען זיצן.

קאמען סענס » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 3:23 pm

· #392794
איך בין נישט די בעסטע שרייבער, אבער מיין קאמאן סענס איז ב"ה זייער שטארק.. איך שפיר איך קען אסאך צוגעבן מיטן צולייגן א קלוגע באזעסענע פערספעקטיוו אויף די ענינים וואס ווערן דיסקוסירט דא אין שטיבל.

לאקינג פארווערד צי פארברענגען מיט אייך וויפיל די ביסל צייט וועט ערלויבן.

ווארהייט » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 3:24 pm

· #392795
א גוט יאר אייך מיינע טייערע ברודער אין קאווע שטובל איר האט זייער א לאנגע רשומה פון פארלאנגען צו ווערן דא א מעמבער, דאס האט מיר גראדע נישט צוריקגעהאלטן דערפון און איך טיה מיין פליכט וואס עס פעלט אויס צו זיין איינגעשריבן.

איך שטרעב צו זיין א מעמבער אין דעם פארום פשוט פאר נייגעריגקייט, און אויף עטליכע מקומות איז דא פארהאן גאר אינטרעסאנטע שמועסן און אנאליזן וואו איך וואלט געוואלט איבערלאזן מיינע צוויי צענט און אולי וועל איך צוריק הערן פון די חבירים וואס זיי זאגן דעראויף.

עלטער פעטער משה » זונטאג יאנואר 14, 2018 3:01 pm

· #393372
נישט קיין איבריגס - איך זוך מפעם לפעם אלטע יודישע לידער - אויך האב איך שטארק הנאה פון די אנדערע אשכולות - איך ענזשאי צו ליינען וועגען גדולי ישראך - איך האב מוראדיג הנאה געהאט איבער דעם אשכול וועגן הרב זאקס רב הראשי פון ענגלאנד

Joe » זונטאג יאנואר 14, 2018 3:02 pm

· #393373
,Married, 25 years old i like to socialize with people my tipe
Plus, i saw a article in which someone needs help in a particular issue that went thru so i think that it'll be nice to share my experience

עגלה ערופה » זונטאג יאנואר 14, 2018 3:03 pm

· #393374
שלום עליכם
איך.בין אן "אויפגעקלערטע" און איך וויל מיטהאלטן מיט נאך "אויפגעקלערטע" וואס זיי האבן צו פארקויפן.
מיינע אינטערעסן זענען נישט צו לעבן אין א דמיון און וויסן וואס טוט זיך אויף די וועלט.
איך געהער נישט צו קיין ספעציעלע חסידות.

פיטעם » זונטאג יאנואר 14, 2018 3:04 pm

· #393375
שלום עליכם טייערע חברי השטיבל.
ס'איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון אזא בא'טעמ'ט קרעמל
מיינע הערות וועט זיין אדער מיט'ן "פיטעם" ארויף, אדער מיט'ן "פיטעם" אראפ...
קיינמאל נישט גראד...

וואלווי » זונטאג יאנואר 14, 2018 4:00 pm

· #393376
פיטעם
שלום עליכם טייערע חברי השטיבל.
ס'איז מיר א כבוד צו זיין א חלק פון אזא בא'טעמ'ט קרעמל
מיינע הערות וועט זיין אדער מיט'ן "פיטעם" ארויף, אדער מיט'ן "פיטעם" אראפ...
קיינמאל נישט גראד...


זאג, די האסט אויסגעלאזט היינט ביי קרבנות דעם פטמה לחצאין כשרה?...

בכל אופן ברוך הבא און ענדזשוי!

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 14, 2018 4:49 pm

· #393378
וועלקאם יעדער

נעקסט קומט דער שעיר לעזאזל, און דער לולב הגזול,

מפוזרי » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:10 pm

· #393381
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א לולב הגזול האט מען שוין.

וואלווי » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:28 pm

· #393387
דער עגלה ערופה האפענטליך וועט זיך לאזען קוויטשענען...

יהודה מאשקאוויטש » זונטאג יאנואר 14, 2018 9:44 pm

· #393401
איך בין א פשוטער איד, נישט קיין גרויסע חכם און נישט קיין גרויסע נאר, בתוך עמי אנכי יושבת, בבחינת כיהוד"ה ועוד לקרא.

כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל אין די "וועקער", און דערפאר שרייב איך מיך איין אויף קאווע שטיבל כדי צו קענען הערן פידבעק אויף מיינע ארטיקלען, והערות יתקבלו בברכה.

Bloomingburg » מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:54 pm

· #393674
קאוועשטיבעל איז א וועבזייט פיל מיט געשמאקע אינהאלט א פלאץ ווי מען קען פאברענגען אויף א גאר געשמאקען פארנעם
איך געהער צו סאטמער מהרז"ל זעלבסט פארשטענדליך איך האב ליב יעדע אידיש קינד

ש ל ו ם » מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:55 pm

· #393675
איך בין צופרידן זיך אריין שרייבן דא
אין איך האף צו הנאה האבן (איך וועל זיך פרייען אויב מקען אריין לייגן לינקס אויף גוגל דרייב אודער גמבו מייל ווייל איך קען נישט אריין גיין צו דו לינקס וואס זענען צו יוטיוב)
א גרויסן שכויח !!!

חיים פרל » מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:55 pm

· #393676
איך טרעף דארט גאר א סאך נוצבארע הילף פאר זאכן וואס איך האב שוין פיל געזיכט אויף פארשידענע פלעצער איך האף צו קענען מיטטיילן מיט די ליינער אויך מיין עקספירענס און די צוקונפט

מתושלח יארן » מיטוואך יאנואר 17, 2018 7:56 pm

· #393677
איך בין ניינצן יאר אלט און איך וואוין אין ענגלאנד און איך. וויל לעבן אזוי. לאנג. ווי מתושלח אבער. דאך ווייס איך. אז. למעשה גיי איך אמאל שטארבן און איך האב מחליט געווען צו וערן א קאווע שטיבל מעמבער כדי צו מיטהאלטן וואס טוט זיך אין אמריקע איך האב עס געזען די ערשטע מאל. אנליין שכח

איסר האטלקי » מיטוואך יאנואר 24, 2018 7:36 pm

· #394172
Bloomingburg
קאוועשטיבעל איז א וועבזייט פיל מיט געשמאקע אינהאלט א פלאץ ווי מען קען פאברענגען אויף א גאר געשמאקען פארנעם
איך געהער צו סאטמער מהרז"ל זעלבסט פארשטענדליך איך האב ליב יעדע אידיש קינד

פארוואס איז עס ""זעלבסט פארשטענדליך""?

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 24, 2018 9:13 pm

· #394180
איסר האיטלקי: ווייל א יעדער איד איז בטבעו א גוטער. און ר'האט ליעב א יעדן איינציגן איד. דער רבי שליט"א איז מחנך צו אהבת ישראל. איי מ'זעהט דאך ליידער א טייל מאל מחלוקת. איז אזוי ווי די גמ' זאגט..."מי מעכב? שאור שבעיסה"... דער יצר הרע מישט זיך אריין א סאך מאל און ווערטשאפט אן מחלוקות און פירוד לבבות...!

גדליה » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:07 pm

· #394273
איך האב זיך איינגעהאנדלט דעם וועקער, און אזוי ווי איך האב געזען אז דא קומען פאר שמועסן וועגן די ארטיקלען אין דעם וועקער האב איך מחליט געווען צו עפענען א אקאונט דא צו מיטהאלטן מיט די שמועסן.

פאליטיקאנט » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:08 pm

· #394274
פארשטייט אין פאליטיק, א חוש צו הומאר, א מבין אין טעכנאלאגיע ספעציעל אין קאמפיוטערס ,סמארטפאונס, קאמפיוטער שפראכן, אין "סייבער סעקיוריטי" (יא העקן אויך) !

אליעזר מארקס » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:09 pm

· #394275
איך גלייך זייער שטארק דיסקוסיעס, צו הערען פארשידענע מיינונגען אין פארשידענע טאפיקס.
ספיציעל אינרעסיר איך זיך אין השקפה, אלגעמיינע ידיעות, חסידות, מיוזיק. בקיצור: אינטרטיימנט.
אין מיינע יונגע יארען האב איך געלערנט אין מוסדות וואס זענען גיווען מער קנאות'דיג געשטמיט.
מיט די יארען הבען זיך זאכען געטוישט.
איך בין א שטארקער אנהענגער פון הר" יואל ראטה שליט"א
און איך קלער, אז ער איז פיינע נייעס פאר אונזער ציבור.

אויסער געווענדליך » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:10 pm

· #394276
איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......

חיים ושלום » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 5:11 pm

· #394277
תושב בלומינגבורג אנכי, אין אויף אסאך סאשעל מידיע פלאטפארמעס פארדרייט מען דעם קאָפ מיט שטותים והבלים כדי זאכען זאלן פאָרן אויף זייער אגענדע
עס איז א גרויסער פראָבלעים ווייל זייער אסאך מענטשען נעמען זייער אינפארמאטציע פון איי וועלט וכדו אין ווען איינער שרייבט אמת'ע פאקטען ווערט עס צענזורירט וויבאלד עס פאָרט נישט 100 פראצענט מיט די שטומינג וואס עטליכע יחידים באשלוסען, ע"כ ווילן מיר דא פותח זיין אַן אשכול וואס מען זאל קענען אלעס דורך שמועסן אפאזעטיוע אין נעגעטיווע נייעסן עד נזכה וכו..

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 25, 2018 8:43 pm

· #394292
אויסער געווענדליך
איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......


אוי וויי, ווי זאגט יענער ''עס איז געווען @אויסער געווענדליך, ווייל געווענטליך איז גוט...''

וואלווי » פרייטאג יאנואר 26, 2018 3:58 pm

· #394339
געוואלדיג
אויסער געווענדליך
איך בין אויסער געווענדליך, איך טוה אויסער געווענדליכע זאכען און איך לויף נאך אן אויסער געווענדליכער שטראם. אין קאווע שטיבעל האף איך צו טרינקען קאווע אויף אן אויסער געווענדליכער פארנעם, אפשר אריין לייגען זאלץ אנשטאטס צוקער, אפשר גאר מישען די צוקער מיט א לעפעל אנשטאטס די בריללען, ווער ווייסט?
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער......


אוי וויי, ווי זאגט יענער ''עס איז געווען @אויסער געווענדליך, ווייל געווענטליך איז גוט...''

הרה"צ ר' אייזיק שניצלער זצ"ל פלעגט זיך ארום דרייען מיט דעם ווערטעל

ראקי יואלי נאה » מאנטאג יאנואר 29, 2018 9:08 pm

· #394474
.I grew up in Satmer Williamsburg. This is the best group to keep up with my past . I lived in France over the last few years and recently moved back to NYC.

I found this to be the best way to keep in touch with the Jewish music scene
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94