ממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!
שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
4693 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7540
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29 30 31 32 33 34 35 36 37 38 39 40 41 42 43 44 45 46 47 48 49 50 51 52 53 54 55 56 57 58 59 60 61 62 63 64 65 66 67 68 69 70 71 72 73 74 75 76 77 78 79 80 81 82 83 84 85 86 87 88 89 90 91 92 93 94
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
און לייקן אויך נישט......
קאצקע ציקערממש רוב וואס שרייבן זיך איין שרייבן ניטאמאל!!
איך מיין אז עס עגזיזטירט אזא מיתוס אין גאס אז פאר די איינגעשריבענע ניקס איז דא אסאך שמוץ און טינופת אויף קאוועשטיבעל, און מענטשן סיינן אריין דאס צו באקומען. נאך א פאר מאל פראבירן, ווערן זיי געוואויר אז עס איז גארנישט אזוי אינטרעסאנט פאר יענער חלק פון גוף, און זיי לויפן צוריק צו זייער פריערדיגע קוואלן פון קוואליטי עבירות.
איך פלעג האבן א פארשלאפענע ניק אויך אייוועלט און אין אישי האב איך אזוי געהערט פון זיי
איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר צען יאר איך האב זייער הנאה פון די אוויר אויפן סייט.
לעצטנס האב איך באקומען אן אינטערעסע צו אריינרעדן אין די שמועסן, און איך פיל אז איך האב אסאך צוצוגעבן.
לעצטנס האב איך באקומען אן אינטערעסע צו אריינרעדן אין די שמועסן, און איך פיל אז איך האב אסאך צוצוגעבן.
א וואוילער יודעלע, א שומר שבת און שומר תורה, א עושה מלאכתו ברמיה, מיט'ן גאנצן כח און מח, ממש נאר לעשות נחת רוח
נאכן האבן געווען א לאנג יעריגער ליינער, שפיר איך אז עס איז דא געוויסע נושאים וואס איך שפיר גענוג באקוועם אריין צו רעדן, בפרט אין די מהלך החיים פונעם חרדישן לעבנסשטייגער
סידעך באקאנט פון... מ'זאגט נאך אז... ס'ווערט געברענגט - "פון פריערדיגע נאך..." - באנג באנג באנג! העלאאאו?!... וועק דיך אויף פון עולם החלומות! קריך ארויס פון חלל הדמיונות! אטעם אריין אביסל אייגן פארדינטע לופט! געב ארויס דיין אינערליכע הרגש און טאלאנט! פינטל.
אסאך מאל ווערן געשריבן זאכן וואס מען קען נישט אזוי סתם אדוירך לאזן. וועל איך פראבירן פון צייט צו צייט אריין צו ווארפן מיינע צוויי צענט. אויך בין איך נישט די בעסטע שרייבער, אפשר וועט דאס מיר אביסל אויס לערנען. א גרויסן דאנק
אייביג פרייליך. לויפט מיט'ן שוואונג. איך האב מיך נישט עכט ארויס! מעגליך בין א מגולגל פון א שוטה? איך פרוביא אנצופילן די שורות פון דערציילט איבער אייך.............
Yingerman from boro park. Do not belong to any specific chasiddus. I like to mostly read & sometimes comment on articles
מקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע
א לעבעדיגער איגערמאן וואס זיכעט חברים און גיטע פריינט מיט וועמען צו פארברענגען און צו שמיסען אין אינטערעסאנטע נושאים. איך האב שטארק הנאה פון די ליין מאטריאל דא אין שטיבעל, און איך שרייב מיך איין אויף צו קענען מיטהאלטען די שמיסען.
שלום עליכם אלע נייע מעמבערס.
מאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!
מאכטס ענק באקוועם, און לאזטס ענק הערן!
חבקוקמקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע
אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?
בא חבקוק והעמידה על אחת. וצדיק בארץ הקודש יחיה!...
שלום עליכם!
שלום עליכם!
רביה''ק זי''עחבקוקמקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע
אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?
לאל, מ'ווערט אבער נישט אויס אומה מיטן עובר זיין אויף איין מצווה.
קיינמאל פארשטאנען דעם רס"ג, א פאלק ווערט פארמירט דורך איר געאגראפיע נישט דורך איר געזעצן.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
מקען לערנען אז עס איז א מצווה כפשוטו אין אזוי האט די רס'ג געלערנט איז לויט דעם טאמער מאיז פארטריבן געווארן פון דארט איז עס אזוי ווי א מלך שלא במקומו א מלך בלייבט ער אבער סאיז נישט מיט די גאנצע מלוכה ישוב אר"י אוודאי בלייבט עס א מצווה אבער סאיז נישט די יסוד פון 'תורותיה' סאיז פשוט נאך א רינגל אינעם קייט משא"כ לויטן רמב"ן איז דעיס די יסוד פון אלעם אין טאמער דאס איז נישט דא פעלט אלעס אין מלך בלא עם..
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
רביה''ק זי''ע.חבקוקמקושר צי ארץ הקדוש בלב ונפש איך לערן די רמב"ן אז תורה און מצוות איז בשלימות נאר דארט כפשוטו אין זאג פשטלעך אפי' גליציאנע אין דעם ר' סעדיה פון אין אומתינו אומה אלא בתורותיה א לאנד איז פין די יסודות פארן דת סאקמאר רב האט געהאט זיינע עדזשענדעס אבער קראנק געווען אויף אר"י נאך שטערקער ווי רב קוק אין פארשפרייטן פארן עולם אהבת הארץ איז א גרעסערע מצווה ווי לייגן תפילין פאר פארפאלענע
אויב יישוב ארץ ישראל איז א מצווה איז עס א חלק פון די "תורותיה", נישט אזוי?
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
טיכטיגער, א פשוט'ער אידל וועלכער גלייכט צו ליינען און שרייבן. אין לויף פון די לעצטערע יארן האב איך אסאך מאל באזוכט דא אין שטיבל, אבער כ'האב מיך קיינמאל נישט איינגעשריבן. אצינד האב איך באשלאסן אוועקצושטופן דעם פוילקייט, און זיך איינמאל פאר אלעמאל רעגיסטרירן.
איך זיץ שוין דא א שטיק צייט, דורכגעאקערט און די לאנגע נעכט העמק דבר/ געזעלשאפט/ תורה און מחשבה, און איך שפיר אז ס'איז שוין געקומען די צייט פאר א ניק צו שרייבן עפעס אויך
מלערנט די הייליגער תורה, שפילט אביסעלע מוזיק, וואס נאך זאל איך זאגן? א רבישע אייניקל.
אע דרשו איד. א דף היומי איד. וואס נאך? א יחסן, אינג, נישט אלט.
אין אדם מישראל שאין לו שם צדיק באיזה דבר. כל ישראל יש להם חלק בעוה"ב. דער הייליגער אהבת ישראל האט אמאהל געזאגט מוטב שיכשל מאה פעמים בהאבת ישראל חנם משיכשל פעם אחד בשנאת ישראל חנם!!!
אע דרשו איד. א דף היומי איד. וואס נאך? א יחסן, אינג, נישט אלט.
אין אדם מישראל שאין לו שם צדיק באיזה דבר. כל ישראל יש להם חלק בעוה"ב. דער הייליגער אהבת ישראל האט אמאהל געזאגט מוטב שיכשל מאה פעמים בהאבת ישראל חנם משיכשל פעם אחד בשנאת ישראל חנם!!!
berlbalagulehדוראקאַ איד ווי אַלע אידן. איך רעד אידיש פון דער היים, און איך האָב שוין איבערגעזעצט עטליכע ביכער/העפטלעך אויף אידיש.
איך פאַראינטערעסיר זיך מיט שפּראַך און דיאַלעקט פאָרשונג, ווי אויך מיט אידישע געשיכטע, און בכלל אידישע זאַכן.
שלום עליכם הרב דוראק: איך האף אז דו ווייסט וואס דער טייטש פון דעם ווארט דוראק מיינט אין א געוויסע שפראך.
אויך. דו זאגסט אז דו האסט שוין איבערגעזעצט עטליכע העפטעלעך אויף די אידישע שפראך. איז מיין שאלה. פון וועלכע שפראך...?!
ועוד. איך האב אויך זייער שטארק ליעב צו געפונען דעם מקור און שורש פון ווערטער אין עטליכע שפראכן. אידיש. ענגליש. ספאניש...!
אויך האף איך אז אונז וועללן אי"ה האבן א סאך וואס צו שמועסן...!
איך האָב איבערגעזעצט פון פאַרשידענע שפּראַכן, אַרײנגערעכנט אויך יענע שפּראַך אין וועלכער דוראַק מיינט...
איך האָף אַזוי אויך!
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יעצט קומט ארויס מיט'ן פשט פון דוראק אין יענע שפראך?
פאליטיקאנטיעצט קומט ארויס מיט'ן פשט פון דוראק אין יענע שפראך?
<a class="postlink" href="https://translate.google.com/#view=home&op=translate&sl=ru&tl=yi&text=durak">https://translate.google.com/#view=home ... text=durak</a>
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אוי בין איך א דוראק.
כ'האב עס נישט גוט אריינגעלייגט אין טרענסלעיט (סתם אזוי איך האב מיך גערעכנט אויף בעסערס).
כ'האב עס נישט גוט אריינגעלייגט אין טרענסלעיט (סתם אזוי איך האב מיך גערעכנט אויף בעסערס).
א דאנק
אין בין שוין א קאווע שטיבל ליינער פאר א וויילע, אין איך פיל אז עס איז צייט צו זיך אויפסיינען אין באקומען די מעגליכקייט צו מיטטיילן; מיר לערנען זיך שרייבן, אזוי צי קענען זיך אויסדריקן אין אויסשמועסן
אן ווערן פארשריגן.
אן ווערן פארשריגן.
איך בין א יוד פון ברוקלין וואס ליינט ערליך יעדע וואך די יוד און די בלאט, פארצאפאל דורך א סירטש אויף די טריפנע אינטירנעץ האב איך מיך מיך אנגעטראפען מיט "קאווע שטיבעל" האב איך מחליט געוועהן לאמיר אביסעל טועם זיין מאוצרתיה והי רחם יכפר עון וכו'
באמת האלט איך שוין לאנג אן אויג אויףדעם זעלטענעם אוצר וואס בארייכערט כלל ישראל מיט אזאויפיל רייכע און אינאינפארמאטיווע ידיעות‚ואם לא עכשיו אימתי האב איך מחליט געווען אז לאמיר אויך זיין א חלק צווישן די מזכי הרבים און פרובירן ארויסציהעלפן מיט וואס איך קען
מיינע שאיפות זענען פשוט לבקר בהיכלו ‚שרייבן‚קאמענטירן בתקווה להנאת כולם
מיינע שאיפות זענען פשוט לבקר בהיכלו ‚שרייבן‚קאמענטירן בתקווה להנאת כולם
אלס א לאנגיעריגע צוקוקער און דארשטיגע ליינער האב איך שטענדיג הנאה פון דעם רואיגן ווינקל. אצינד וויל איך נעמען דאס מוה צו עפענן מיין געווענליך פארמאכטע מויל, נוצען מיין געוועליך פארגלאצטע פינגער, אהההם מיין פארריבענעם האלדז און נעמען די מייק אין האנט אריין. מיטטיילן מיינע ידיעות, פרעגן שאלות, און קאמענטירן הערה'לעך וויאימער פאסיג.
עס וועט מיר זיין א כבוד צו ווערן א חלק פון דעם חבורתא קדישתא!
עס וועט מיר זיין א כבוד צו ווערן א חלק פון דעם חבורתא קדישתא!
מיין מוטער שפראך איז יידיש. מיינע עלטערן ברידער און שווטעסטער רעדן צווישן זיך נאר אויף יידיש. ווען איך בין אויפגעוואקסן גייענדיק אין חדר און שפעטער אין ישיבה זייענדיק ארומגערינגלט מיט חברים וואס צום באדויערן זיינען נישט באקענט מיטן דעם יידישן זשארגאן איז דער שפראך בא מיר אביסעלע אפגעשוואכט געווארען. איך האף אז זייענדיק א חבר אין קאווע שטיבל וועט מיר העלפן אומקערן דאס וואס איז בא מיר פארלוירען געגאנגען.
איך האב ליב לייענען, מוזיק, עסן און פארברענגען
איך האב ליב לייענען, מוזיק, עסן און פארברענגען
אפיציעל א חסידישער יונגערמאן, אין הארץ מלא ספיקות, מקנא די וואס זען קלאר בצדקת דרכם. זעהט די מעלות פון חרדישען לעבן'ס שטייגער, ספעציעל פאר די וואס האבן ליב סדר און מאכט זיי באקוועם, און דראפעט זיך צו פארשטיין וויאזוי אן אייגענארטיגער מאן אדער פרוי קען באמת דורך גיין די לעבן אין חסידישען שטייגער באקוועם. האט ליב צו ליינען מחשבה, היסטוריה און עוואלאציע פון חרדישן לעבן שטייגער.
איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר ווייך איך וויל באקימען אין געבן ידיעות וואס איך פיל אז עס פעלט מיר אדער איך פיל איך קען מיטיילן. א גרויסן דאנק למפרע פאר די גיטע ארבעט וואס איר טיט
Hi all, I am trying to find my way in life, hope to get some unbiased prospective on issues affecting us daily but not spoken about in public.
איך וויל ליינען און קלוגער ווערן ביי די וויכטיגע חלקים אין לעבן וואס מען לערנט נישט ביי אונז סיי לגבי ארבעט און סיי לגבי שלום בית וכדומה, ווי אויך לגבי אנדעערע ענינים וווי למשל ביי קאויד 19 פארווואס די הנהגה איז געווען אזוי שוואך
as i thing i will enjoy it and i will coment as well , i want to read your stuff. i heared a lot about you and now i would like to see your stuff
שלום עליכם אלע נייע חברים.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
any one has this?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019
asteselany one has this?
מה טובו אוהליך: די תורה'דיגע השקפה אויף שלום בית און קדושת הבית (Yiddish Edition) (Yiddish) Paperback – December 9, 2019
אמאזאן האט עס.
שלום עליכם צו אלע חשובע געסט
איך האב ליב צי לערנען תורה, און צי קענען זיין תורה וגדולה במקום אחד. דא קען מען וויסען אסאך ידיעות אין ביזנעס וויסן ווי מען קען מאכן א גרינעם דאלער אין ידיעות התורה און מראי מקומות
קביעין כן תהוון בהני חבורתא, וויל איך נעמען א טייל אין די חבורה החשובה כהוראת חז"ל או חברותא או מיתותא וחרב על הבדים וכו'.
נו גוט נו שוין, זאל זיין! מהיכי תיתי!
וזאת למודעי מיין ניק איז נישט מיט א קwעשן (יא, איך ווייס ס'קומט נישט מיט א דאבל-יו) מארק נאכדעם, פארקערט איך זאג: מהיכי תיתי! זאל זיין!
נו גוט נו שוין, זאל זיין! מהיכי תיתי!
וזאת למודעי מיין ניק איז נישט מיט א קwעשן (יא, איך ווייס ס'קומט נישט מיט א דאבל-יו) מארק נאכדעם, פארקערט איך זאג: מהיכי תיתי! זאל זיין!
איך בין א חסיד וואס איז געבוירן און ארץ ישראל און ירושלים און חתונה געהאט קיין בארא פארק, איך בין זייער אסאך ארום געפארן ביי קברי צדיקים און אירופה במשך פון מיינע בחור׳ישע יארן.
און איך בין זייער א נייגעריגער מענטש.
און איך בין זייער א נייגעריגער מענטש.
ס'געפעלט מיר זייער די idea אז יעדער מענטש האט א ווארט, אין ער קען עס ארויס געבן ברבים. איך האב ליב history וואס איך זע דא איז דא א סך information. כהאב ליב צו לערנען כסדר
just want to join and if I have what to write I will write if not i don't write i don't spend to much time on the net
Just a guy that like to read and enjoying life loves coffee and chocolate and fruits and loves to learn as well and has nothing more to a d to my biography
מיין לעבן איז בארינג, געבוירן, געמל'ט ביי די אכטע טאג, בר מצוה ביי די דרייצן, געוואגערט אין אפאר ישיבות ביז די חתונה, נישט מער געדאכט.. היינט לערן איך דורכן נעט אלעס... כרך דכולה ביה, שוין 40 ווערטער?
פארהאן פארשידענע טעמעס וועלכע מוזן אויסגעשמועסט און בהאנהאדלט ווערן. אבער נישט באלד, נאר שוין.
וואו דען איז דער פאסיגער ארט אויב נישט קאווע שטיבל?
נו, לאמיר אנהייבן. הזמן קצר והמלאכה מרובה.
וואו דען איז דער פאסיגער ארט אויב נישט קאווע שטיבל?
נו, לאמיר אנהייבן. הזמן קצר והמלאכה מרובה.
ברוכים הבאים אלע נייע מעמבערס וואס האבן זיך מצרף געווען צו אונזער חבורה קדושה.
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
מאכטס ענק באקוועם און לאזטס ענק הערן!
איך בין אויפגעוואקסן אין א סביבה ווי איך האב אייבוק געפילט אז אלעס איז קאנטרעליט דאס מיינט סיי דו הנחות אין קאפ אין סיי דו געפילן דו יסוד וואס האלט דו אלע הנחות איז בעיקר דו פחד אז מען מיז זיין און דו סביבה און נישט ארויספאלן ביז עס איז געקומען א צייט וואס איך בין ארויסגעפאלן פין דו סביבה איז דעמאלטס האב איך געפילט וו איך קען האבן דו ריכטוגע שכל און אזוי האבן דו אמת געפיל אויף אידושקייט און דו לעבן